Skip to main content

Full text of "Der hoṭel ṿos eḳzisṭirṭ niṭ roman in tsṿey bender"

See other formats


צצת, עמפמ1נז} עפ1םתמ1נצ 8 1611 6אעמ2ת21ע9פ אעצע1פ 


4 .סא 


1*1 151111/ 88 605/, 31 01ום 1028 


יע 
4 ט 


71 .{ תגתג1! 


6,)ס ‏ 111006 1085 0/6סט 4111 {ס 0וס1696/0011ט +1וסווםוװזזסת 
ץזזסץפ 2401 67 וע/ זט 
{ס יז 101671 14 
1158 0190) 


צאפצע,2/41 אצ זא /111 
08 1,261 01:) ט אעשט דג ומ זדז. 1 תפומתסזצ 


2 


א נא) 8608 מפוטסו1צ, זאג א1160ג/ א 


9 211ע9 ,81,455 , 1451 11 1 4, 




















אט דאעס צססם תמפנסטפנצ 41 א10דע, א 
פדדעפט4-4 ,59 1א , 1דפ עט 1ד דע 


60 881124מ19110פסנצ | 250-4900 413 


)תע0ס. מע ויאע6אצ0ס80מגפ1נסמ1צ. ציעלעץ 


עתד תסע ספאזספתאש? עס ןא,זא 
צתע4א תמ1ן1 תפ1וממנצ }ג,;11טסו1ם סתע8 ןעפ אק צ4ע1פ 


;צם פעפונצסעע ,לע 


4 1 01960ט) .ם 1006 1 

1 1זט06ץט) 106 67 4716/ 
/ד111זזם1 11811ט711ב) זזוסנוזש6פ 1116 
101111601101 1 ז111/50//10 .ם חזחטזסם הוח 100016 
8160 208 
06 +ז6ט10 
1ס1011110011 16/3008 151911160118 
0561 .כן /161 

1010111115/6 800 614 5001 
101111601101 679ט0111/'ש 160116116 8114 /רזזהבן 
2 עס פמתאטזםץ סא פּמתעמזאתזא זא 
ז6116) 000 310615/1 8 1101 


{ססתץפ 1201010021 8 68000/4.18קן 201060 עס ,6טחט 6װ00/66 סת 1 
זסז1 002068 תסתק010ס עטס ע10 תסחהז1קפת1 סת 1 . ש016811014 100150 04 
.151261 ,0ז16:05216 }0 1ת11202 600161/' 2084 0ס1סת 406 שט 4692 8 


1285 /?זסקןסענק 4611606021ת1 סת8 +12עץעקסס 106 16506048 /6016-) 8008 ת310015 21ת14210 סת 1 
תזגמנסס ססטק סח} ת1 /6ח614 18 4106 415 ,1606טשסתא עטס 04 0684 106 10 .פאססט ;טס תז 
-1460414160 06 גס ז106ס0 124עץעקסס +תסעזטס סת חס1תטצ 104 אעסטץ תגםקזס תג 15 +1 עס 
-- 0068 סתטז ששסחא טסץ 14 עס - צעסטצ 4018 0 +18צץקסס 6ע2061 תג 0(סת טסץ 1 
.18061ט0ץ8ע01981121110 21 11גתזס צט עס ,153א 413-256-4900 24 סתסתק עט 5ט 024204ס 16256קן 


הער המר / 
קשתם (ש - 








|| ראָמאַן אין צוויי בענדער 














פֿאַרלאג- דרוקערי ב. רעוניקאַװיטש 
| מ אָ נט ע װ יד עאַ - 
- 394 - 





רה חח חמ ששח יטיס רז 















סמ רא *י 


1 
" 



















6113 


4 8- 


ייה 





2 


| 1192 









ע. 








כ 





.דג 





2 
























טי" פאַפיר, גומער 





יאָפסע 





4 


ירט ף 


ו 





יט 


ייט = 


אײנט 3 


יך 


דעכציי 


הֲ 


* 


יא 1 


א 





א אט חי 





צװועלף ה 


הֹ 


אי 


עקזעמפ 


רבד 


מ 








ער 


לאר 


דערפן זעכציק או 


ר 


5 


ֿ 


8 
























, יי 









































8 בה בצ ת /ה רה ר | 
ה 8 2 2 : 
8 =+ 2 32 . : 
ירה 8 = = רה 
: 22 / =6 0 א +' { 2 
' א יש . 

ייר ה-ד 0 20 

2 = 5 8' 2 =ה 

ב ןת 2 8 - ת 2 


אי 





יכ 


עאיש 
טן 


5 
: 











ת 
5 
= 
= 
בע - 
"ן 
ם. 
2 
9 - 
3 
7ין 
ש? 
אע" 
תט 
ירע 
של / 
2 
8 
= 
2.8 


געװאָרך 


נער 


געדרוק 

















ההא 84 2 7 | 
: , 2 1? 2 : 
1 , = ב ג אי ּ וּ 
ת* 'ית 8 - 
ר 8 = תיב : 
ר 39 2 8 8 1 

















1 


מאָ 
. 


גטערי 





װילנע, 1936:. 


אביב 


וּ 


: 


ג; הל 


























1934 








דעאָ, 1943 . 





: 
די 
8 
: 2 
: 


אַ װאָרט צו די לייענער 


די הסדמה אִיז גיט קײן פּירוש; אַ ראַמאַן דאַרף עס גיט האָבן װי 
יעדער טונסט'װערק דאַרף ער זיין װי א אטפּיחית-בדבש": מיט טױזונטעךר 
טעמיען -- פאַר יעדן לײעגער אַן אנדער טעם. 

איך שרײב די פֿאר װערטער אָּט פאַרװאָס: דאָס בוך איז פאַרענדיקט 
געטאָרן דעם 1, אױיגוסט 1939, טרב דער צװײטער װועלט מלחמה, און 
עס דערשײגט אַצינד, נֹאָך פינף יאָר, ערב רעם שלום. דער כתב"יד װאָט 
אדורכגעמאנט זײן אײגענעס גראַמאײ. ער איז אַלײן ארױסגעשיקט גע- 
טאָרן פןף דורך די נִציס אַקופּירטן פּאַריז, האָט געטאַנדערט קײן דרוםי 
פראַוקריײיך און איבער שפּאַביע, און פּאַרטוגאַל צן דער ענגלישער צענווךר 


| אין ,טרינידאַד". נאָך אַ נסיעס פמון עטלעכע יאָר איז ער אָנגעקומען 


אַהערצן, 

פאַר דער צײט האָט 8 סך פּאַסירט און דער ראָמאַן איז הײגט צן 
טאָג ניט ברוח הזמן. 

אפטר װאָלט מען אים געזאַרפּט גווו זײן? אפשר אים ענדערן? --. 
אָבער אפּשר װעט זיך גאָר די צייט ענדערן? א סיאיז אין לדבר סוף. 

ביחאָב געװאָלט אױפּשרײבן איבער דער שער'בלאַט: {דער מחבר 
איז ניט פֿאַראַנטװאָרטלעך פְאַר די מעשים, הֹלד אוו מחשבות פון די 
העלדן, װאָס טראַכטן, רעדן און זײגען טעטיק אין דאָזיקן בוך". 


אגאָנאג 


דעם וטָמאַן האָב אִיך געװאָלט װידמען טװיי חברים, װאָס זײגען 
געפּאַלף אין שפּאַניע: חײם עלקאָן איש רײגראָדר א סוניאַ קעסעלמאַן 
אישיקרעמעגיעץ. עס פעלט מיר אָבער --- לאָמיר זאָגן --- מוט דערצן. 

אפשר װאָלט חײם געהאַט הואה פון לײענען די געשיכטע, אָבער 
דאָס בוך װאָלט ער מסחמא פּאַראורטײלט. ער איז געקומען פון די ער 
שטע און איז געפאַלן אָד אײדער די בריגאַדעס" זײַבען טרגאַביזירט 
געװאָרן, 

און דו סוגיא, געדענקסט װי מיר האָבן זיך געטראַפן צום; לעצטן 
מאָל אין מאַדרידער סאַגאַטאָריום? ביוט געקומען נאָך אַ זעכצ טאָגִיקער 
שלאַכט ביי ברונעטע. לצבן דיר איז געפאַלן דער רויט האָריטער ציגל מאַײ 
בער פון תל:אביב, בראָרי, אט דער זיףיזיף-פירער סיאָמקאַ איז געבליבן 


אַ פאַרוואונדעטער צװישן די ליניעס. טיר זאַלבײדריט האָט אין משך פו . 
אַ גאַנצן טאָג פאַרטײדיסט אַן אֶפּשויט, װאָס מער רופט פּאַטעטיש אין 
אונדזער דור; די ליבִיע פון פרייהייט קעגן באַרבאַרײ, אין יענעם לעצטן 
שמועס האָסטו מיר געזאָגט . | 

--- אַז דו װעסט שרײבן װעגן שפּאַגיע, זאָלסטו שרײבן דעם גאַוצן 
אַמת! | 
--- מען װעט מיך פַאַרשטײגערן! 
--- מאַכט ניט אויס, זאָלסט שרײבן דעס אמת! 
אט ביים געועגענען זיך האָסטו שעמעװדיק אַ מורמל געטאָן. 
= -- איך װטעל דאָך די טעג פּאַל, איז זאָלסטו אָגשרײבן אַ בּאָר װער- 
טער װעגן מיר, : | | 
{ גראַדע װעגן דיר האָב איך ויט געשריבן נים דעמאָלט טון ביט אין 
ראַמאַן, טאו ביהאָב טוים דין נאָמער דערמאָנט. װאָס װאָלט מען געקענט 
ואָגו װעט דירן אי סיבוץ האָבו מיר דיך גערוסן טוט יהושוע. ביסט' 
געטען א הויכער-שלאַנטער און בלאַסלעד-שװאַכלעכער, א האָסט גע- 
טאָלט דוֹסא גיין אַרבעטן אין חמפ אַנשטאָט צון רײסן קוקורזע, זי 
סיהאָט געפּאַסט פְּאַר דיין געזונט, האָסט זיך תמיה געטיילט מיט} לעצטן 
ביסן, טיין שפּאַניע ביטשר אַװעק, הגס ביסט כלל יט געװען | פּאַליטיש 
שאַרף, און טטענדיס ביסטו געטען אי דער ערשטער , ליגיע", צװישן דעם 
פּשוטן עוְלם. 
| סיאי בופיל פְּאַר אַ מענטשן אין לעב און צו װײגיק פאַר אַ העלד 
פון אַ ראָמאַן. בכ? אופן איז מײן האָגט צרקורץ, טויף צו סֶענֶען מאָלן די 
טּאַרקערפּערונג מון מענטשלעכער גוטסטייט, װאָס דו ביסט געװוען. קיײיגער 
פון אונדז װאָלטּ יט חושד געטען אַז דו ביסט גלײינצייטיט געטען אויך 
אַ ניכטערער פִּיקַח. 


אנאָנאל ' 


--- דעם אמת? -- קרוב צן 8 יאר האָב איך געשריבןר פון שפּטניט 
גופא. פאַר דער צײט האָבן זיך אָנגעזאַמלט אין מוח אֶןך א שיעור קהָלֵייןי- 
טײטן, װעגן װעלכע מען שרײיבט ניט, זינט טױיזנטער יאֲרו זעט מען נאָר 
דעם אויבערשלאס פון א מלבוש. סיאיז 8 סאלש בילד. אָבער אַז איה װועט 
איבערטערן ;דעם בגד, װפט מען זען גאָר דעם אײגטערשלאס. סיאיז אויך 
אצמ'גערעכט. עפעס אזױגס האָט טײלװײז פּאַסירט מיט מײן ראַמטן, בפרט 
טין צװוייטן באַנד. זאָל דער לײיעגער זײײן געװאָרוט, בפרט זאָל ער דאָ גיט 
זוכן קיין פולשטענדיסע געשיכטע פון די אלגעמײגע געשענישן. עס האָבן 
צזיך געלאָסְט דער ,שוים טױפן ראַגדײי אט יעגע זײיטיסע סלײגיקײיט. 
אַפּשר װעלן זײ מיט דער ציט זיך אַרױסװײזן פאַר ויכטיס. דערוײיל יאָגט 
זיך דער ראָמאַן װי אַ זעגל-שעף אין שטורעם: אן א באשטימסטן ציל, קעגט 
װיגט, א געבויט אויף אין זײיף. | 


דע ר מחבה 





אַ געשפּעגסט גײט אוס' 


דער האַטעל 
װאָס עקויפטירט ניט 


| = ב אַג ד : 





צ 
1 


ערשטער טײל / 


ערב שמורעם 


| 9 ר אָל אָנ 

פאַראַן אין פּאַריז האָטעלן, װאָס עקזיסטירן לכל הדעות. אין די 
אַרבעטער-קװאַרטאַלן, אין די געננטן פון עמיגראַנטן און אין די זייטיקע 
געסלעך פון לאַטײנישן פערטל" זיינען זיי ענלעך איינער צום צװייטן: 
קומט דאָרט אַרײן אַ גאַסט, זאָגט ער נלייך אויפן שוועל א פיינעם גוט" 
מאָרגן, ענטפערט מיט א נויג אויפן זיסן שמייכל פון דער בעל-חביתטע 
און בעט זיך ווייזן א פּאַסיק צימער. אין צימער גופא פּרובירט ער אוים 
די קראַנען פון קאַלטן און װאַרימען ואַסער, באַטדאַכט די בעטן און 
די טאַפּעטן, שטעקט אַרין די נאָן אין אַ צעעפנטער שאַפקע אָדער 
נאַכט-טיש?ֿ און גייט אַרױס אַן אָנגעזאַפּטער מיט שטויב און פאַרלע- 
גענע ריחות פון שכנים, װאָס האָבן דאָרט דורכגעװאַנדערם, 

דאַן פילט ער אויס -- ס'רעדט זיך ועגן אויסלענדער -- צװיי 
צעטלען: אַ וייסן און אַ גרינעם. דער וייסער צעטל װערט אַװעקגע- 
שיקט אין דער פּאַליציין דער גרינער גיוט אויך אין דער פּאליציי: אין 
קאָמיסאַריאַט פון פערטל, אין דער שטאָטישער פּרעפעקטור און טײילמאָל 
נאָך העבער: אַזש אין מיניסטעריום אַרין. בשעת מעשה וױיזט דער 
נייער לאַקאַטאָך זיין פּאַספּאָרט אָדער ענלעכע פּאַפּירן, װאָס באַשטע- 
טיקן שװאַרץ אויף ווייס זייַן עקזיסטענץ און אָנגעהעריקייט צו אונדזער 
וועלט,. , 
. פאַראַן אין פּאַריז האָטעלן, װאָס עקזיסטירן 25? חדעות. פאַראַן 
אויך אַנדערע --- אַזעלכע װאָס עקזיסטירן כמעט ניט. צוֹ די , א נ- 
דע רע 7" האָט געהערט דאָס הויז ווענן וועלכן מיר ווילן דאָ דערציילן, 

אויפעדלעך איז עס געווען א ,בודע" װי אַלע אַנדערע פון דעם 
סאָרט: עס זיינען דאָרט געווען לאַנגע, טונקעלע קאַרידאָרן און פאַר" 
שטויבטע צימערן, און. עלעקטרישע באַלויכטונג און ,פולער קאָמפּאָרט" 
--- וי עס איז נעשטאַנען בפירוש אויף אַ קליינעם שילדל ביים אַרײנ- 
גאַנג. אמת, דאָס הייסע װאַסער איז קיינמאָל ניט געווען מער וי לעבלעך 


9 


און פון די קראַנען האָט שטענדיק געקאַפּעט צו. ביסלעך; די פּאַרצעלאַ- 
יענע, ווייסע שאַלטערס פון דער עלעקטרע אין די קאָרידאָרן זיינען 
תמיד געווען אָפּגעבראָכן און די אָפּנעדעקטע דראָטן האָבן געשאָטן מיט 
פונקען און דורכגעדרונגען די אומפאָרזיכטיקע שכנים מיט אַ פאַרנלי" 
ווערנדיקן שטראָם, | 

אָבער דאָס אַלץ האָט דאָך געהאָט א ממשות, האָט עקזיסטירט. 

אפיל טעפּיכער זיינען דאָרט געלעגן אויף די טרעפּ --- גרינע טעפּי- 
כער, דורכנעשטרייפטע מיט רויטע פּאַסן. זיי זיינען געווען די שטאָלץ 
- פון הויז. דער ובעל-הבית האָט זיי איינגעקויפט ערניץ אויף אַ ליציטאַ- 
ציע פון אַ באַנקראָטירטן מאַרקיז און האָט זיי יעדע פּאר יאָר איבערגע- 
דרייט פון איין זייט אויף דער צווייטער. לעצטנס האָבן זיי זיך אַזױ 
אויסגעריבן, אַז דורך זייערע לעכער האָבן דורבגעשיינט די ואַקס-געלע 
ברעטער פון די טרעם,. 

אויסערלעך איז עס געווען אַ האָטעל וי אלע- אַנדערע פון דעם 
סאָרט, און דאָך קען זיין קיום אין דער געזעלשאַפט געשטעלט װערן 
אונטער אַ פראַגע-צייכן.. וויי? די שכנים זיינע האָבן ס'רוב ניט געהאט 
קיין וואוין-פּאַפירן. 

די לאָקאַטאָרן האָבן דאָרט ניט געדאַרפט אויספילן קיין צעטלען, 
ניט. קיין ווייסע און ניט קיין גרינע, ניט ביים דיננען דאָס צימער, ניט 
בעתן אַריינציען זיך און ניט שפּעטער. מענטשן זיינען געקומען און 
זיינען אַװעק, און ניט דער קאָמיסאַר פון פערט?, ניט די פּרעפעקטור 
און ניט די העכערע מאַכט האָבן פון זיי ניט געוואוסט, פאַר דער וועלט 
--- ס'הייסט פֿאַר דער פּאָליציי --- האָבן די דאָזיקע מענטשן ניט עקזיס- 
טירט. 

געפונען האָט זיך דער האָטעל ניט ווייט פון הוֹיבן, מאָנומענטאַלן 
פּאַנטעאָן, זואו עס רוען די ביינער פון די בכבודיקסטע פראַנצויזישע 
בירגער אונטערן אויפשריפט: , פאַר די גרויסע מענטשן --- דאָס דאַנק- 
באַרע פאַטערלאַנד". עטלעכע הונדערט מעטער וייטער ציט זיך דער 
רוישיקער סטודענטן-בולװאַר סאַן מישעל און דאַנעבן --. דער גרויסער 
לוקסעמבורג-נאָרטן מיט זיינע ברייטע אַלייען, סאַזשעלקעס, סטאַטוען און 
| פאַנטאַנען, 

דאָס נעסל גופא, וואו דער האָטעל האָט זיך געפונען, איז געווען שמאָפֿ, 
טונקל און אָנגעפילט מיט שאָטנס סיי. בייטאָג און סיי ביינאַכט. די 
צוזאַמענגעדריקטע, פאַרסאַזשעטע מויערן האָבן דאָרט קיינמאָל ניט ‏ 


10 


יֹ 


צוגעלאָזן די שטראַלן פון דער זון. ביינאַכט האָבן די פאַראיינצלטע 
נאַזדלאַמטערנעס פאַרשפּרייט א שיטער, גרוי ליבט, װאָס איז פאַרשלונ- 
נען געװאָרן אין שװאַרץ פון די מויערן און געװעסט געפילן פון אימה 
און איינזאַמקײט. | : | 

דאָס געס? אין געלעגן צװישן אַ מענגע אָנגעװאָרפענע קאַבירינט" 
געסלעך, װאָס זיינען פאַרבליבן אומבאַרירט פון מיטלאַלטערלעכן פּאַריז, 
הארט לעבן די ברייטע, מאַדערנע בוװואָרן און װאָס טראָגן דאָרט ער 
היום משונהדיקע, פאַרעלטערטע נעמען װי די ,שװוערד פון גרינעם 
האָלץ", די ,גרינע ווינטמיל" אָדער גאָר , דער אייזערנער טאָפּ". לעבן זיין 
אַריינגאַנג אין געשטאַנען אַ קירכע פון זעכצנטן יאָרהונדערט מיט 


| ריזיקע, טונקל-ברוינע גלעקער, װאָס האָבן אַרױסגעקוקט פון אָפּענעם 


טורעם-שפּיץ און געקלונגען אין זונטיקדיקע פאַרמיטאָגן, ניט ווייט האָט 
זיך אָנגעהויבן דער באַרג-אַראָפּ פון אַלט-דמאָדישן מאַרק-געסל מופּטאַר. 
יעדן אינדערפרי האָט זיך שרהקע געלאָזט אַהינצו אֶנקוּקן מקחום. זי 
האָט איינגעקויפט עסנװאַרג פאַר אַ חברה יוננעלייט, װאָס האָבן פאַרי 
נומען צוויי צימערן אויפן פערטן שטאָק פון האָטעל, געלעבט בקאָמ" 
פּאַניע אין אַ מין , קאָמונע?, געאַרבעט צו ביסלעך און געגאַנגען פון צייט 
צו צייט הערן לעקציעס אין אוניווערזיטעט, 

אין עננן, געשלענגלטן געס? האָט זיך אַ געדיכטער עולם געשטװפּט 
איבערן ברוק צװוישן אימפּראָװיזירטע פלייש-טישן, בודקעס מיט עופות 
און פאַרשידענע פאָרטן קעז, פרוכט-וועגעלעך, אויסנעשטעלטע קעסטלעך 
מיט לעבעדיקע פיש, אַרומקריכנדיקע קראַבן און לאַנגװאַנצעדיקע ווערים 
מכ? המינים. בעל-הביתטעס מיט נעצן אין די דלאָניעס האָבן זיך מיושב" 
דיק אַרומגעקוקט נאָך מציאות. אויף דִי האָגן זיינען געזעסן קאַליקעס - 
מיט ציטרינען אין אויסגעשטרעקטע הענט און בעטנדיקע בליקן אין די 
אוינן, עלטערע פרויען האָבן זיך געבויגן איבער קאַשיקעס ציבעלעס און 
זיינען אַנטלאָפן, ווען א בלויע טוניקע פון א פּאַליציאַנט איז דערשינען. 
יונגעלײיט האָבן געשלעפּט נאַז-צינדערס פון אונטער די פּאָלעס און גע- 
שאָטן מיט פונקען. יונגינקע פּאַרקויפערינס האָבן אויסגעזונגען אויף 
קולי-קולות, לויט אלטע מאַרק-נוסחאות, זייערע פאַרשידנאַרטיקע סחורות 
און צוגעגעבן אַן אָריענטאַלן קאַלאָריט דעם גאַנצן רומל, 

דער האָטעל איז איננאַנצן געזונקען אין דאָזיקן פערטל. די צימערן - 
האָט דאָרט גערוימט דער בע?-הבית אַליין. איבעריקם זויבער איז דאָרט 
קיינמאָל ניט געווען, שוין דערפאַר װאָס דער בעל-הבית איז געווען איי- 


11 


נג. 


נער און צימערן זיינען געווען פיר אוֹן פערציק, אַחוֹץ קאָרידאָרן און 
טרעם, 

די בעל- -חביתטע, א יונגע, דיקלעכע פראַנצויון, האָט קיינמאָל ניט 
צוגעהאָלפן דעם מאַן אירן ביים רוימען די צימערן; זי אין אָפּנעזעסן 
גאַנצענע טעג אין אירע שטובן, װאָס אין פּאַרטער ביים הויפּט:אריינגאנג 
און האָט אַרױסגעקוקט מיט אַ װאַסערדיקן בליק פון א יונגער קאַלב אין 
טונקעלען קאָרידאָר, וואו ס'האָט געהערשט א היאון- הער פון שכנים. 
און אַלֶע האָבן געוואוסט, אַז פינעק, דער יונגער מאָלער פוֹן פינפטן שטאָק, 
אין ביי איך אַן אָפּטער איינגייער. מ'האָט אים באַמערקט דורך דער 
קליינער, הילצערנער מאָרטקע, אין וועלכער די שכנים פלעגן אריינשטעקן 
די הענם, כדי צו נעמען דעם שליסל אָדֶער בריוו, 

| געווען מענטשן אין האָטעל, וואָס האָבן פאַרזיכערט, אַז אין אוונט, 
ווען איר מאַן, דער שלימזפ, כאַפּט אַ דרימ? נאָך דעם שווערן טאָנ אַרבעט, 
שאַרט זיך די בעל-הביתטע אָפּטמאָל אַרױף צוֹ פינעקן אויפן פינפטן 
שטאָק, בייזע ציננער האָבן צונעגעבן, אַן אין דעם זכות צאָלט פינעק 
נים קיין דירהגעלט, פאַרקערט, אַז , זי' ברענגט נאָך אים אַמאָל 
אַרױף צו קייען אויך. והראיה -- האָבן זיי געטענחט --- ער הויבט דאָך 
אַפילן ניט אָן צו פארדינען ! 

פינעק האָט טאַקע נים געאַהבעט. קיין פּאַרי! אין ער געקומען שטמו- 
דירן מאָלעריי פון א פאַרװאָרפן שטעטל אין פּױלן, וואו אַלֶע האָבן זינט 
זיין -קינדחייט באַוואונדערט זיין טאַלאַנט, די ערשטע צייט איז ער געווען 
אַן אָמטער איינגייער אין די קאַפע-הייזער פון מאָנפֿאַרנאַס, האָט זיך 
געחברט מיט אַרימע קינסטלער, װאָס האבן דערציילט און איבערדער- 
ציילט. װוי אַלע גרויסע מייסטער האָבן זייגער צייט געחוננערט איידער 
יי זיינען געװאָרן באַרימט, פון צייט צו צייט פלעגט צו אים אַרינפאַלן 

א שטיק? אַרבעט: אַן אַרױיפגעאַרבעטע , פאסאַניערקע? פון יידישן קװאַר- 

טאַל, וועמען ס'איז אַװעק גום אין פּאַריז, האָט ביי אים באַשטעלט אַ 
בילד פון אירע קינדער, װאָס זיינען שוין נאָם צו דאַנקען פראַנצויזן., 
אָבער די דאָזיקע ארבעט האָט זיך געמאַכט איינמאָל אין אַ יוֹב? און 
פינעק האָט זיך אַלץ אָפטער געקלאָגט פארן ,האָטעל": | 

-- גיי מאַך דאָ אַ לעבן, אַן אין פּאַריזער מאַנסאַרדעס. לעבן פער- 
ציק טוֹיונט מאָלער !... | | 

וואָס שייך דער בעל-הביתטע האט זיך שפּעטער אַרױסנעװיזן, אַז 
פינעק איז נאָר גאָט די נשמח שוֹלְדִיק. און אט וי אַזױ עס האָט זיף. 
אַרױסגעװיזן : 
12 


= די בעפדהכיתטע האָט פאַרשװאַנגערט. דערנאָך האָט זי געבוירן אַ 
יינגל, דאָס קינד האָט געהאט אַרױסנעשטאַרצטע קין-ביינער און לענגי 
לעכע אויגעלעך, פארשמעלערטע צו די שלייפן --- אַן אמת יאַפּאָנטשיקל... 
דער אמת איז ארויסנעשואומען וי בוימל אויפן װאַסער. דער 
;האָטעל" האָט נאָר ניט געוואומט פון וועלכן יאַפּאַניעץ דאָס קינד איז 
נעקומען אויף דער וועלט: וויי? ראשית װאָבן דאָרט שטענדיק געוואוינט 
צוויי-דריי יאַפּאנישע סטודענטן אויף אַ מאָל און צווייטנס האָבן זיי זיך 
אָפט געביטן -- זיי האָבן געהאָט פּאַפּירן און געקענגט גיין וואוינען וואו 
דאָס הארץ האָט זיי געגלוסט. אַזױ אָרום איז דער ענין פארבליבן א סוד 
און אַזױ וי אין האַטעל האָבן אויך געוואוינט עטלעכע כינעזער איז ער 
פאַרעכנט געוואָרן אויפן חשנון פוֹן דער נאַנצער מאַנגאָלישער ראַסע, 
נאָך די דאָזיקע געשעענישן האָט זיך פינעק אַריינגעקליבן אין אוין 
צימער -מיט אַ קאָרסעטן-מאַטערין -- אַ מייד? מיט אַ פולן בוזים און 
גאָלדענע הענט צו דער אַרבעט. קיין גרויסע צערעמאַניעס האָבן זי . 
פכבוד זייער צוזאַמענלעבן ניט געפּראַװעט, כאָטש דאָס מיידל איז אוֹיס- 
גענאַנגען 25 הפּחות נאָך א' ציווילער חתונה אין שטאָט-ראַט -- גיט 
אַזױ פאַר זיך װוי פאַר טאַטע-מאַמע אין פּולן. אָבער פינעק האָט שאַרף 
פארטיידיקט זיינע פּרינציפּן: ער װוי? ניט וויסן פון קיין קליינבּירגערלעכע 
פאראורטיילן און אַן עק!.. | 
דעם אמת געזאנט איז שוין. מיי וי געווען נאָך אַלעמען: שוין מיט 
עטלעכע וואָכן פריער האָבן איר אויסנעפעלט כוחות זיך קעננצושטעלן 
דעם יונגן מאָלער, װאָס האָט זיך אָפט אַרייננעכאַפּט אין איר איינזאַמען 
צימערל איבערצובייסן אַן אַוונט-נרויט און איז שוין דרך אנב פאַרבליבן 
ביז שפּעט אין דער נאַכט. און זי האָט זיך כלל ניט אַרומנעזען וי ער 
איז איינמאל פארבליבן איבערנעכטיקן אין איר סיידלשן בעט. אין 
עטלעכע טעג ארום האָט זײ אליין נעמאַכט א רייד דערפון; אז ס'װאקט 
זיך געלוינט דינגען בשותפות א גרעסער צימער און זיך אַריינציען צוזאַ- 
. מען: ס'איז פּראַקטישער און דאָס דירח-נעלט װעט אויסמאַכן ביליקער, 
- אַזוי אַרום האָט מען לככוד זייער צוזאמענלעבן ניט געפּראַװעט 
קיין גרויסע זיבן זאַכן. נאָר עמלעכע אויסגעהוננערטע שכנים האָבן אויס" 
גענוצט די געלעננחייט און אַריינגעכאַפּט אַ , נלעזל? מיט צובייסעכץ, װאָס 
פינעק האָט נגעשטעלט -- טאָרן ווייבס געלט, פֿאַרשטייט זיך. דער אויס- 
נעדאדטער סטודענט ריימאן, ואס האָט געוואוינט אויפן זעקסטן שטאָק, 
סאַמע אונטערן דאַך, האָט אפילו געחאַלטן אַ שטיקל טאָסט, בזה הלשון : 


15 


-- און איצט, טייערער פינעק, ניב אַכטוננ, אַז דיין איינענע ווייב 
זאָל דיר ניט געבוירן קיין יאַפּאָנטשיקעס |... 

פּינעקס ,חברטע" איז רויט געװאָרן ביז אין די טיפענישן פון איךר 
פולן, דעקאָלטירטן האַלדז, און דער גאַנצער עולם האָט געפּאַטשט 
בראוואָ ; | | | 

-- דער דאָזיקער ריימאן קען, דאַכט זיך, קיין צוויי ניט ציילן און 
פון אַלץ ווייסט ער 1... 

און מען האָם זיך דערמאַנט, אַז דאָס האָט ער טאַקע אַ נאָמען גע- 
געבן דאָס הויז: ,דער האָטע? װאָס עקזיסטירט ניט"... 

פינעק מיט זיין חברטע האָבן זיך אַרײינגעצױגן אין א גרעסערן 
צימער אויפן ערשטן שטאָק. דעם אױיבנאָן האָט דאָרט פאַרנומען --- וי 
אין אַלע צימערלעך פוֹן פּאַריזער ביליקע האָטעלן --- אַ הויכע, ברייטע 
בעט, װאָס האָט זיך פאַנאַנדערנעשפּרײט אין אַלֶע זייטן און פאַרשטופּט 
אַלע אַנדערע מעבל אין די ווינקלען, וי איינער זאָגט: נאָר איך בין דאָ 
דער עיקרן... די ווענט זיינען געווען באַמאָלט מיט ראָזע בלימלעך. דאָס 
פּאָר-פאָלק האָט געמאַכט אַ נישקשהדיק לעבן און חברה שכנים האָבן 
זיך אָפּט אַריינגעכאַפּט צו זיי נאָך א הלואהלע. 

בשכינות מיט פינעקן האָט איצט געוואוינט אהרן נרילאק, װאָס 
האָט יעדן פאַרטאָג אָנגעמאַכט א ליאָרעם:און געװעקט דעם נאַנצן האָטעפּ 
פון שלאָף. ער האָט דאָרט געוואוינט צוזאמען מיטן פּאַליטישן עמיגראנט 
שמעון, וועלכער איז שוין אויסגעווען וואו די וועלט האָט אַן עק. 

ער איז געווען אַ דאַרער, איינגעבוינענער בחור, מיט א שטענדיק 
פאַרװאַקסן פּנים. זיין רוקן האָט זיך אויסגעקרימט נאָך מיט יאָרן צוריק 
פון זיצן טעג נאַנצע איבער אַלטע ספרים און ביכער; פריער אין בית - 
המדרש און נאַכער אין ביבליאָטעקן פון דער אַלטער היים. זיינע איין- 
נעפאַלענע, אױיסגעמאָגערטע באַקן, די צעשויבערטע האָר פון פּעך-פאַרב 
און די נליענדיקע קויל-שװאַרצע אוינן האָבן אױסגענאָסן אויף זיין 
: פּנים אַן אויסדרוק פון אינערלעכע ליידן און רחמנות, װאָס מען זעט 
אויף די בילדער פון קריסטלעכע אַסקעטן און יידישע קבלהיסטן פון 
מיטל-אַלטער, געגאנגען איז ער מיט דריבנע טריטלעך, דער קאָפּ שטענ- 
דיק אַראָפּגעלאָזן, װי א בן-תורה, װאָס איז פאַרטאָן אין די עולמות. אי- 
דעראמתן איז ער נאָר געווען אַ מאַטעריאַליסט --- אַ פארבהענטער מאַרק- 
סיסט. ער איז נאַך אַלץ געזעסן איבער װיסנשאַפּטלעכע ביכער און 
פּעריאָדישע אויסנאַבן, װאָס ער האָט געלייענט אין פינף שפּראַכן, און 


14 


| איז געווען אויסגעבונדן אין די אַקטועלע סאָציאַלע, פּאַליטישע און 
אַפילן פינאַנציעלע פּראָבלעמען. דאָס האָט ער טאַקע דערקלערט דעם 
,האָטעל", בעת יעטװעדן רעגירונג-קריזיס, די סתרי תורה פון , דעװאַ- 
לואַציע", , אינפלאַציע? און ענלעכע ענינים, װואָס דער עוֹלם האָט 
שווער תופס געווען און שנעל פאַרגעסן. 

אין די ערשטע יאָרן זיינע אין פּאַריז האָט ער שטודירט בעמיע, 
כדי צו דערגיין צום מקור פון די וויסנשאפטן. ניט האָבנדיק קיין געלט 
האָט ער פאַרלאָזן דעם אוניווערזיטעט און זיך גענומען צעטראָגן די 
יידישע אַרבעטער-צייטונג צו סטאַבילע קליענטן, װאָס ער האָט פּאַמעלעך 
איינגעשאַפט אין די ווייטע גאָסן פון ,וו אַ 5ט ער" און , שאַדאָן". 
ער האָט געמוזט אויפשטיין גאַנץ פרי, כדי אַרױיסצוגיין זעקס אַזייגער 
צו דער אַרבעט. און כדי ער זאָל, חלילה, ניט פאַרשפּעטיקן האָט ער 
יעדן אַוונט אָנגעשטעלט זיין וועק-זייגער אויף האַלב פינף. 

יעדן באַנינען, האַלב פינף, ווען דער האָטע? איז פאַרזונקען אין 
געשמאַקסטן שלאָף, צעלאָזט זיך אהרנס זיינער מיט לאַננע שפּיציקע 
טענער און קלינגט אַלאַרם איבער אַלֶע צימערן און קאַרידאָרן. אַהרן 
שפּריננט אַרױס ניט-טויט ניט-לעבעדיק פון בעט, בלייבט אַ וויילע שטיין 
אַ צעמישטער, ניט וויסנדיק --- װוי בעת אַ שריפה --- וואוהין פריער צו 
פופן, ערשט אין א מינוט אַרום כאַפּט ער זיך, װאָס עס קומט פאָר, 
דערטאַפּט אין דער פינסטער דעם וועקער און שטילט אים איין. דאַן 
מאַכט ער פיכט, איבערציינט זיך, אז ס'איז נאָר האַלב פינף ! און גייט 
צום קראן דערלאַנגען א טרונק װאַסער. 

כדי צו האָבן א קאַלטן טרונק לאָזט אחרן לויפן דאָס װאַסער אַ 
היפּשע וויילע. דער קראַן דערלאַנגט צום אַלעמערשטן א גרילצענדיקן 
סקריפּ און פאַרגייט דערנאָך אין א רענלמעסיקן זשומען. איבערן אַלאַר- 
מירטן האָטעל צעטראָגט זיך אַ בייז ברומען פוֹן אַ שטראָם, װאָס לויפט 
אין די רערן, אַרױף און אַראָפּ, איבער אַלע גאָרן. 


האַלב זעקס קומט פֿאָר אן ענפעכע סצענע, נאָר אָן װואַסער טרינ- 
קען, דאַקעגן קראַצט זיך דאַן אהרן מיט כוונה אין קאָפּ און טיף איבערן 
רוקן: דער שכל הישר טרייבט אים נלייך צו דער אַרבעט, די שװאַכע פיס, 
ווידער, צוריק אין בעט אַרײן. 


ערשט פינף מינוט נאָך זעקס לויפט ער אַרוס אַ פאַרסאָפּעטער צו 
דער אַרבעט. 


15 


.א 


פוֹן גרויס איילעניש -און צוליב דער פאַרטאָגיקער טונקלקייט 'פאַר- - 
בייט ער טיילמאָל. די שיך: ער טוט אָן איינעם א נעלן --- זיין אייגענעם 
און. דעם צווייטן אַ שװאַרצן -- שמעונס. אין אַזאַ טאָג וואונדערט. ער 
זיך, װאָס פאַרביינייער קוקן אים אָן מיט אַ שמייכ? און ער באַטראַכט 
זיך אין די שפּינלען פוֹן די גרויסע וויטרינען, צי ער האָט ניט אַמאָפ 
איינגעשמירט דאָס פּנים אין סאַזשע, וי עם האָט אַנומלט פּאַסירט. 

דער קאַמף. צװוישן אהרנס וועקער, זיין געזונטן פאַרשטאַנד און 
שװואַכע פיס רודערּט אויף יעדן אינדערפרי דעם האָטעל. אָבער קיינער 
פּראָטעסטירט ניט דאַקעגן --- מען איז דאָרט געוואוינט צו אַזױנע זאַכן, 
אין די שפּעטסטע שעחן פון דער נאַכט בלאַנקען שכנים אַרום, ווי פאַך- 
|| בלאָנדזשעטע גייסטער, איבער די לאַנגע, אויסגעלאַשענע קאָרידאָרן: 
איינער אין אַ פּידזשאמע, שפּאַנט בנניבחה צו אַ באַקאַנט מייד? אין אַ 
צימער אַרין; אַ צווייטער האָט ניט קיין איינענע אלקאָהאָל-מאַשינקע --- 
גייט ער צוועלף אזיינער באַנאַכט צו א חכר, דערקוויקן די נשמח ביי א 
גלעזל טיי; אַנדערע פאַרזיצן זיך סתם אַזֹױ ביז אין שאַרן באַנינען-אַרײן 
ביי אַ דיסקוסיע איבער די אויסזיכטן פון אַ סאַציאַלער איבערקערעניש 
אין דיײיטשלאַנד אָדער איטאַליע, אָדֶער נאָר אונגאָרן. 
| = אויך שמעון קומט לעצטנס שפּעט צו זיך אין צימער אַרֵיין. דאָס. 
נייט ער פון דער פּאָליט-עמיגראַנטקע, וואָס איז ניט לאַנג געקומען פון 
פױלן, און כאָטש נאָר עטלעכע צענדליק מֶעטֶער טיילן אֶפּ איר צימער 
פון זיינעם, מאַכט ער אָן אויפן װענ אַ היפּשן טאַראַראַם. ס'איז דער- 
פאַר װאָס ער דאַרה דורכניין דעם לאַנגן קארידאָר, װאָס מען רופט אים 
דאָ , שאַטלע", אויפן נאָמען פון דעם לענגסטן טונע? פון פּאַריזער אונ- 
טערנרונט-באַן. | - | 

א מענטש, אַז ער לאזט זיך אַריין אין דאָזיקן קאָרידאָר, דאַרף ער 
אַפריער זיך אָפּזעגענען מיטן לעבן. אַרום אין שטאָק פינסטער סיי 
בײיטאָג און סיי ביינאַכט און סע דאַכט זיד, אַז אָט-אָט דערלאַנגט מע! 
זיך אַ טראַסק אָן אַן אַנטקעננדיקער װאַנט. מען טרעט דאָרט פּאַמעלעך, 
טאַפּנדיק מיט די הענט אַרום, און מען שמירט זיך אויס אין שטויב. און 
אִין שפּינוועבס. פּלוצלונג פאַלט אַ שיין פון א זייטיק דאַך-פענסטער? . -- 
דאַן אין מען געראַטעװעט. מען פאַדנעמט זיך לינקס און פאַר די אויגן 
באַווייזן זיך קליינע נומעדלעך אויף טירן. דאָרט זיינען די צימערן. 

ווען שמעון מאַרשירט נאָך האַלבער נאַכט איבערן דאָזיקן קאֲדי- 
דאָר, הילכט עס אֶפּ איבערן גאַנצן האָטעל. יער גייט מיט א פעסטן טריט, 


10 


װאָס איז דער היפּוך פון אהרנס דריבנעם גאַנ. ער איז בכל? דער היפוך 
פון אהרנען: אַ הויכער, אַ ברייטפּלײציקער, מיט א פעסטן נאַקן און 
ביינערדיק בּנים, לינן אויף אים שפּורן פון די פאַרשידנסטע מלאכית,. 
װאָס ער האָט שוין אָפּנעטאָן אין זיין לעבן: אין טאַרטאַקן פון פּויין, 
אין זומפּן פון ארץ - ישראל, אין סטאַלערײען פון בריס? און שניידער- 
װאַרשטאַטן פון פּאַרין. 

ביי דער פּאָלִיט-עמינראַנטקע איז שמעון געװען אַן אָפטער אי 
גייער און טיילמאָל איז ער דאָרט פאַרבליבן ביז שפּעט. אָבער מער 
געשמועסט האָבן זיי ניט אין די דאָזיקע שעהן. סיאיז געווען דערפאַר, 
װאָס שמעון האָט געהאַט א מייד? אין ארץ ישראל. 

| דער , האטעל" האָט זיך געהאַט זיין אייגענע מאָראַל. אין די דיס- 

קוסיעס האָבן זיך די מיידלעך דאָרט אַפּילו ארױיסגעזאָגט , אַז סעקסועלע 
באַציונגען זיינען ניט מער װי א פיזיאָלאָגישע באַדערפעניש", אָבער 
אין דער נאָב לעצטער מינוט פלעגן זי אַ פרעג טאָן: 

-- דו האָסט מיך טאַקע ליב ? 

און שמעון האָט ליב געהאַט יענץ מיידל, רות האָט זי געהייסן, 
וועלכע איז דערווייל פאַרבליבן אין ארץ ישראל, װאָס ער האָט פּרינצי" 
פּיעל גערופן פּאַלעסטינע. אַ סך - אַ פך האָט ער וװעגן איר דערציילט 
זיין היגער באַקאַנטער. בדרך כ? האָט ער גערעדט מיט אַ פּשוטער שפּראַך, , 
אָן מליצות, נאָר וועגן רותן איז אים אָנגעקומען שווער צו געפינען די - 
ריכטיקע ווערטער : 

--- זי האָט געהאט אַ בליק אַזא... װוי זאָל איך דיר זאָגן?. אַז זי 
ניט א קוק אויף דיר, ווערט דיר ליכטיק אין די אויגן! יי 

| שוין צוויי יאָר וי ער האָט רותן ניט געזען. איז אָפּטמאָל, בלייבנדיק 
א גאַנצן אָוונט אוינ אויף אויג מיט דער פּאָלִיט - עמינראַנטקע, פלעגט 
ער זיך מיטאַמאָל דערלאַנגען אַ שאַר צו איר און אינמיטן אַן ערנסטער 
דיסקוסיע אַ כאַפּ טאָן ביי דער האַנט. אָבער זי האָט זיך שטענדיק קונ- 
ציק אַרױיסנגעדרייט. עלאַסטיש װי אַ קאַץ איז זי שוין געזעסן אויף דער 
אנדער זייט טיש אָדער אין נאָר גענאַנגען צום קראַן אין ווינקל נעמען 
א טרונק װאַסעד. און נאָכדעט פפעגט זי שוין געוויינטלעך אַ פרעג טאָן : 

--- זי שרייבט עפּעס, רות ? 

רות האָט שוין לאַנג ניט געשהיבן. 


אגאל 


- די מויערן פון האָטעל האָבן איינגעשלאָסן אַ קליין, פירעקיק. הויפפ, 
אויבן זיינען קונציק געהאַנגען עטלעכע באַלקאָנען, װאָס האָבן דרויסן 
אַרום באַהעפט די אינערלעכע קאָרידאָרן. צענדליקער פענסטער האָבן 
אַרױסגעקוקט אויפן בעטאָנענעם ברוק פון: ענגן הויף. ווען די נאַרדי- 
נען זיינען געווען פאַנאַנדערגעשאַרט, האָט מען געקענט קלאָר זען אַלֿץ 
װאָס עס טוט זיך אין די קעגנאיבערדיקע צימערלעך. 


אין איינעם פון די צימערן, קעגנאיבער שמעונס פענסטער, האָט 
זיך געפונען אַן ,אונגאַרישער רעסטאָראַן". געווען איז עס אַ היימישער 
רעסטאָראַן פּאַר אייגענע מענטשן: אונגאַרישע עמיגװאַנטן און סטו- 
דענטן פון האָטעל, װאָס האָבן זיך פאַרנונען איין מאָל אין וואָך צו עסן 
,אין גאַס?. דער בעל-הבית איז געווען אַן עסטרייכישער עמיגראַנט פון 
נאַליציע, װאָס האָט זיך געװאַלגערט אין אַ שיין ביס? לענדער און נע- 
האַרעװעט ביי כלערליי עבודות פּרך, ביז ער האָט פאַרלייגט דֶעם רעס. 
טאָראַן. דער , גאַרסאָן", אַ פאַרטראַכטער בחור, װאָס האָט באַדינט די 
געסם מיט אַ זייער ערנסטער מינע, איז געבוירן געװאָרן אין קאַרפּאַטן- 
רוסלאַנך ביי פרומע חסידישע עלטערן. אין זיין יוגנט האָט ער געלערנט 
אין אַ ישיבה און געטראָגן געקרייזלטע פיאותלעך. שפּעטער איז ער 
מנולגל געװאָרן קיין בוראַפּעשט, איז אַריינגעצויגן געװאָרן אין , דער 
- באַװועגונג? און איז אַנטלאָפן פון אַ משפּט, װאָס האָט אים געדראָט 
מיט טויט-שטראָף. נאַכן אויסװאַשן די כלים פלענט ער זיך אַריינכאַפּן 
אין דער נאֶענטער סאַךזשענעװיעוו - ביבליאָטעק וואו ער האָט זיך 
פאַרטיפט אין די וװוערק פון מאַרקס און ענגעלס, אין דער טעאָריע או! 
טאַקטיק פון סאַציאַלע דעװאָלוציעס און פּראָבלעמען פון דער צוקונפט- 
טיקער אַרבעטער-מאַבט. | 

עמיגראַנטן זיינען דאָ געווען ניט נאר פון פּױלן און אונגאָרן -- 
ס'זיינען געווען אויך פֿון דייטשלאַנד, איטאַליע און פון די באַלקאַנישע 
לענדער, | 


פאַר דער װעלט -- דאָס הייסט פאַר דער פּאָליציי -- האָט דער 
האָטעל כמעט ניט עקזיסטירט, אָבער אַלֵיין פּאַר זיך איז ער געווען וי אַ 
סיסמאָגראַה פון די וויכטיקסטע, סאַציאַלע וועלט-געשעענישן: יעדע 
פּאליטישע ענדערונג אִין אַ פרעמד לאַנד האָט געבראַכט אַהערצו נייץ 
פּנימער -- נייע מענטשן, ווייניק געפּעק, א סך פאַרצווייפלונג און נאָך 
| מער האָפענונגען. | 


18 


די כװאַליעס פון רעװאָלוציעס און אויפשטאַנדן האָבן זיך אָנגע- 
קלאַפּט אָן די וװוענט פון דעם דאָזיקן קױים-באַמערקבאַרן הויז. זיינע 
טונקעלע צימערן האָבן איינגעזאַפּט געשיכטעס פון קאַמף, פון ווידער- 
שטאַנד און דערװאַרטונג. זיי האָבן געוואוסט צו דערציילן וועגן פאָלקס- 
אויפברויזן און בלוטיקע אינטערווענצן, וועגן מענטשן װאָס צאַנקען 
לֿאַנגזאַם אויף פאַרשיקונג-אינדזלען פון בלויען, מיטללענדישן ים אָדער 
אין גרויע, קאַלטע תפיסות פון פּױלן און רומעניע; וועגן דראַמען אויפן 
ווייטן - מזרח, װאָס קיינער איז ניט אימשטאַנד געװען אַרױסצולײענען 
פון די פאַרזשמורעטע אוינגן און פאַרנליווערטע מאַסקעס פון די כינע- 
זער און יאַפּאָנער, י | 

גאָר אַמאָל זיינען געקומען איטאַליענער און אונגאַרן. דערנאָך 
זיינען געקומען פּאָלאַקן. די לעצטע זיינען געקומען די דייטשן, װאָס 
האָבן זיך גלייך גענומען באַװייזן מיט עקזאַקטע ציטאַטן פון מאַרקס 
און לענין, אַז אין דדיי חדשים אַרום וועלן זיי זיך אומקערן אין באַ- 
פרייטן בערלין. | | | | 
| = די מענטשן האָבן זיך דאָ געביטן. פון די ערשטע אוננאַרן זיינען 
אַ סך אַװעק קיין אַרגענטינע. יונאָסלאַװן זיינען געפאָרן קיין קאַנאַדע. 
דייטשן האָבן געװאַנדערט אין די סקאַנדינאַװישע לענדער אוֹן בראַזיל. 


די מענטשן האָבן זיך געביטן און דאָך זיינען עס שטענדיק פאַר"י 
בליבן די זעלבע --- די זעלבע פאַרגאַנגענהײיט פון שטרייקן און דעמאנ- 
סטראַציעס, . און באַריקאַדן, די זעלבע זכרונות פון ברידער געפאַלענע 
אין נאַסן-קאַמפן, און חברים פאַרפּייניקטע אין תפיסות און קאָנצענ- 
טראַציע-לאַגערן. -  -‏ | 

נאַציאָנאַליטעטן זיינען דאָ געווען פאַרשידענע. אַפילו אַ פראַנ- 
צויזיש פּאָר-פאָלק האָט דאָ אַמאָל פאַרבלאַנדזשעט. זיי האָבן זיך באַלד 
אָפּגעטראָגן -- דער האָטע? האָט אויף זיי אָנגעװאָרפן אַ מרה שחורה. 
יידן זיינען דאָ געווען שטענדיק: זיי זיינען געקומען צווישן די אַנדערע,. 
מיט יעדן עמיגראַציע-שטראָם, און זיי זיינען נעקומען אַלס יידן; אַלס 
אַזעלכע האָט מען זיי גערודפט תמיד און אין עטלעכע לענדער מיטאַמאָל. 

קיינער האָט זיי ניט פאַרשטאַנען -- ניט זייערע פרעמד-קלינגענ- 
דיקע שפּראַכן, ניט דעם אומרו, װאָס האָט געפיבערט אין זייערע אויגן, 
און ניט די אומנעדולד פון זייער שאַרפן זשעסטיקולירן. אַפילו אין די 
פראנצויזישע ארבעטער-קאַמיטעטן האָט מען ניט געקענט תופס זיין וי 


19 


געהעריק זייער מחות. מיט שמעונען, למשל, האָט דאָרט א סעקרעטאַר 
געהאָט אַזאַ מין שמועס:. | " 
-- זיינט איד. הייסט עס אַ פּאַלעסטינער ? 
-- ניין איך בין אַ געבוירענער פון פּולן. 
--- און פּאַלעסטינע ? - 
|-- פון פּאַלעסטינע בִּין איך דעפּאַרטירט געװאָרן. 
--- איז וי אַזױ קוסמט איר קיין טשעכאָסלאָװאַקיע? -- איז דעם 
סעקרעטאַר דער ענין געװאָרן קשה. | 
--- קיין פּוילן האָב איך ניט געװאָלט זיך אומקערן, וױיל מען 
װאָלט מיך דאָרט פאַרפאָלנט. בין איך אויפ! ועגן אויסגעשטיגן אום- 
לעגאַל אין וין. דערויי? איז דאָרט פאָרנעקומען אַ פאַשיסטישע- 
,פּוטש", האָבן חברים: מיך אַריבערגעשמונלט קיין טשעכאָסלאָװאַקיע, 
וואו מען האָט זיך געקענט פאַרשאַפן אַ פּאַספּאָרט.. | 
פון האָטעל האָבן זיך געצויגן געהיימע פעדים צו. די עמיגראַציע- 
צענטערן פוֹן לאַנד: צו די דערפלעך פון פּולישע קוילן-גרעבער אין 
צפון פראַנקרייך, צו די איטאַליענישע בו-אַרבעטער פון פּאַריזער 
,נאַרטל? און װאַרשטאַטן פון יידישע האָרעפּאַשניקעס. אויף די פאַר- 
שטויבטע פּאָליצקעס זיינען אַרומגעלעגן ביכער און בראָשורן אין אַ 
וועלט מיט שפּראַכן, אוה די הינקענדיקע, אָפּגעבלאַקעװעטע טישלעך 
זיינען געשריבן געװאָרן אַרטיקלען פאַר צייטונגען און מען האָט דאָרט 
אין איילעניש אָנגעװאָרפן נאָטיצן פאַר פּאַליטישע רעפּעראַטן. 
דער איטאַליענער. פון פינפטן שטאָק אין א גאַנצן וינטער ניט 
אַרוֹיס פון זיין צימערל, נאָר די באַלױכטענע שויבן און דער טרוקענער, 
האַסטיקער חוסט, װאָס האָט זיך אַרױסגעקײקלט פון זיין פענסטער, 
האָכבן עדות געזאַנט, אַז אַ מענטש װאַכט דאָרט נעכט נאַנצע. אֶנהוֹיב 
פרילינג אין ער דערשינען צװישן די געמויערטע װענט פון איינגע- 
פּרעסטן הויפל. קיינער װאָלט דאָ ניט באַהױפּטעט, אז דער דאָזיקער ‏ 
איינגעבויגענער מאַן, מיט דער קרענקלעכער רויטקייט אין די באַקן און 
טיף פאַרקראָכענע אויגן אין די לעכער, איז נאָך מיט עֶטְלעכע יאָר 
צוריק געווען יונג, שלאַנק און פו? מיט ענערניע. ער אין אַנטלאָפן פון 
זיין פאַרשיקונג אויף די ליפאַרי-אינדזלען און האָט מיטנעשלעפּט פון 
דאָרטן דאָס נערוועזע צוקן פון די מוי?ווינקלען און א אינסטינקטיווע 
שרעק פאַר פּאליציי, מונדירן און מעדאַלן.. 


4 


פון האָטעל האָט ער זיך געלאָזט צום לוקסעמבורגנאָרטן. קינדער 


20 


האָבן דאָרט געמאכט רונדעס אויף אייזלען. אַנדערע האָבן געשטויסן 
זעגל-שיפלעך איבער די גרויסע באַסיינען,. אונטערן שטראָם פון פּאָנ". 
טאַנען. די ליכטיקע זוֹן, די געדולדיקע אייזלען און די פלאַטערנדיקע 
העלע זעגלען האָבן אים דערמאַנט זיין קאָלירפול היימלאַנד, די פּויערים 
פון דרום און די אָרימע פישער-דערפלעך. ער האָט טיף אָפּגעאָטעמט 
און דערפילט אַ דערלייכטערונג אין ברוסט: דאָס פֿערנען און די גריב- 
לענישן זיינען ניט געווען אומזיסט. דאָס איטאַליענישע פאָלק זוכט זיין 
וועג ! 

פאַרנאַכט זיינען די שמייכלענדיקע קינדער אַװעק. די לעצטע זוך 
שטראַלן זיינען געפאַלן אויף די שפּיצן פון די בוימער, אויף די סאַר" 
מאָרנע קעפּ פון די שווייגנדיקע סטאַטוען און די שפּועים פוֹן לוקסעמי 
בורנ-פּאַלאַץ. דער איטאַליענער האָט געקוקט אויף דער געביידע און 
זיך דערמאָנט, אַז איינמאָל איז באָנאַפּאַרטע געקומען איבערשלאָפן אין 
דאָזיקן פּאַלאַץ און האָט נעמאַכט אַ סוף צו דער פאָלקס-הערשאַפט נאָך 
אַזויפי? יאָרן פון קאַמף און קרבנות. אַן אָנגעכטורעטער האט ער נע- 
שפּאַנט צוריק אין זיין צימערל. א גאַנצע נאַכט האָט זיך זיין הוסט 
געריסן וי פון א פּוסטער פּאָס אַרױס און געמאַכט טרייסלען מיט אַ 
כייכטן קלונג די שויבן פון הוֹיפל. / 

פּאַרטאָג אין צו אים אַראָפּ דער דאקטער זילבערדיק פון דער 
מאנסארדע, װאָס אויפן זעקסטן שטאָק. | | 

פאר דער וועלט האָט דער האָטעל נישט עקזיסטירט -- פאַר זיך 
נופא איז ער געווען א וועלט א אַ נאַנצע. אפילו א אַ דאָקטער האָט ער געהאַט 
אַן איינענעם. 
| יוסף זילבערדיק האט געהערט צום ם / האָטעל װאָס עקזיסטירט ניט", 
הגם ער האָט געהאָט וואוין-דעכט און האָט שטודירט אין אוניווערזיטעט. 
ער האָט שׁוון אַפילו געהאט געענדיקט די מעדיצינישע פאַקולטעט און 
נעמאַכט אַ סטאַזש אין. א פּאַריזער קליניק. אַ ספּעציאַליסט איז ער געווען 
אויף לונגען קראַנקייטן, אָבעֶר אויך צו כירורגיע האָט ער זיך געטויגט. 
זיינע חברים פלעגן זאָנן, אַז ווען ער איז אַ פראַנצױז װאָלט ער געגאַנ- 
נען אין נאלד. ער איז אָבער געווען א ייד און פון פּױלן. 

דערפאַר טאַקע האָט ער געהערט צום ‏ האָטעל". אין פראַנקרייך 
איז ער געווען א פרעמדער. אין פּױלן האָט ער געהאַט אַ דיפּלאָם פון 
אַ פרעמדן אוניווערזיטעט. דערווייל האָט ער געאַרבעט אַלס קעלנער אין 
אַ קליינעם סטודענטן-רעסטאָראַן פון לאַטײנישן פערטל און פאַרדינט 


21 


ועקס פראַנק אַ טאָג מיט מיטאָגן. מיט די מזומנים האָט ער געצאָלט 
אַרן צימער און מיט פרישטיק, אוֹן אַװונטברויט האָט ער זיך אַן ע צ ה 
געגעבן. יו 
אין האָטע? אָבער איז ער געווען דאָקטער. האָט עמיצער געהאט 
זיץ, אין געקומען זילבערדיק, האָט אויסגעהערט דעם חולח און געזאַנט 
װאָס פאַר אַ דפואות ער באַדאַרף צוֹ נעמען. דערנאָך איז ער אַרויפנע- 
שטיגן צו זיך אויפן אויבערשטיבל, האָט גענישטערט צוישן די פלעש- 
לעך, װאָס זיינען געשטאַנען אויף זיין טישל, און אויף די פּאָליצקעם 
צווישן די ביכער -- אַלס צוקונפטיקער דאָקטער האָט ער באַקומען 
צוגעשיקט מכל המינים צוליב רעקלאַמע -- אוֹן אַראָפּגעטױאָגן ראָס 
נויטיקע פאַר זיין פּאַציענט. 

ס'פעלנט טרעפן, אַז אַ מיידל פון האָטעל? פלעגט צוֹ אים אַרײן- 
פאַלן, זיך נעמען אַרומקוקן פאַרלעגן אויף די װענט און ניט וויסן וואז 
אנצוהויבן, און וואוהין אַהינצוטאָן די הענט. זילבערדיק פלענט גלייך 
פאַרשטיין, אַז ס'האָט מיט איר פּאַסירט אַן אומגליק. ער האָט געשאַקלט 
מיטן קאָפּ און האָט תמיד פֿאַרענדיקט מיט די זעלבע ווערטער: 

-- יאָ, יאָ, װי אַזױ קען בכלל געבוירן ווערן אַ קינד אין דעם 
דאָזיקן האָטעל, אין דער צייט ווען טאַטע-מאַמע זיינען גאר אַפּיציעל 
אויף דער וועלט ניטאָ.. 


א אי אל 


דער האָטעפ האָט געלערנט, געחלומט און געזאַמלט כוחות, ניט 
אָפּגעבנדיק זיך קיין חשבון ווען ער װעט זיי אויסנוצן. די ענערגיע האָט 
אים אָנגעפילט און זיך איבערגענאָסן איבער די ראַנדן. ער האָט זיך 
באַװענט אויף די כװאַליעס פון טעג און מאָנאַטן װי אַ ווילדער, אומ- 
געצוימטער באַרג-שטראָם, װאָס טרייבט זיך מיט אומנעהויערער קראַפט 
כאַרג-אַראָפּ. עס קומט אַ טאָג און דער שטראָם ווערט אַריינגעלאָזן אין 
טורבינעס, באַװעגט רעדער און שאפט ליכט פאַר גאַנצע געגנטן, 
דער האָטעל האָט געװאַרט אויף זיין טאָג. און דער טאָג אין 
געקומען. | | 


82 


קאַפּיטל איינס 
שטמערן אוו רות 


סוף ווינטער האָט שמעון געאַרבעט גאַנץ פעסט. אין לעצטן יאָר 
האָט מען אים קיין איין מאָל ניט אויסגעוויזן, האָט ער טאַקע פרייער 
אָפּנעאָטעמט, געצאָלט רעגולער פאַרן צימער און ניט געדאַרפט זיך 
אַרומװאַלגערן איבער פרעמדע בעטן, יעדע נאַכט ביי אַ צווייטן חבר. 
ניט מיט אַמאָל אין עס אים אַװעק אַזױ גוט. ביי װאָס האָט ער 
שוין ניט געהאַט געאַרבעט אין דעם דאָזיקן פּאַריז? גאר פון אֶנהוֹיב 
האָט ער געמאַכט לעדערנע נאָמקעס פון הענטשקע-אפּפאַל און פאַר- 
דינט דערביי אַ פראַנק א טאָג. נאָר אַזױ וי זיי האָבן געאַרבעט אַ גאַנצע. 
חברה צוזאַמען און נעגעסן אין א , קאָמונע", איז מען װי עס איז דורב- 
געקומען. שרהקע, װאָס האָט געקאָכט עסן פאַרן עולם האָט פוֹן אונטער 
דער ערד אויסגעפונען בל מיני קאָמבינאַציעס: פּאַרנאַכט האָט זי גע- 
לויערט צװוישן די מאַרק-נעשטעלן פון מופּטאַר-געסל און װי נאָר מען 
האָט דאָרט גענומען שליסן די לאָדנס, האָט זי איינגעקויפט שפּייז און 
דערעיקרשט געהאַקט פלייש -- װאָרים געהאַקט פלייש איז אין אַזאַ 
אויננבליק בחצי חנם: עס וערט קאַליע אױיף צומאָפגנס. נאָר מיט 
ברויט איז געווען אַן אומגליק. װאָרים אַז אַזעלכע יאַטן זעצן זיך אַװעק 
ביי אַ לאַבן ברויט, איז עס אַ דלות ! | / 
דערנאָך האָט ער געאַרבעט ביי פלעכטן זומער-שיך, געמאַכט הענט- 
לעך צו קאָשיקעס, װאָס יידן אין פּאַריז רופן עס , פאָניעס" און געטאָן 
אַנדערע מלאכות ביי וועלכע מען פארדינט נאָר װייניק און נאָר עטלעכע 
חדשים אין יאָר. | | | 
אין /,טויטן סעזאָן" זיינען זיי געגאננען, א גאַנצע כאָפּטע יאָטן 
מיט מיידלעך, אין דער אַרבעטלאָזע-קיך װאָס אויפן בעלוויל. דאַן האָבן 
זיי געשפּאַנט אָנדערהאַלבן שעה דורך לאַננע בולװאָרן, געשפּרייזט אי- 


28 


בער די צוויי בריקן, װאָס אויף דער סען, פאַרביי דער נאָטר-דאַם סירכע, 
דורכגעשניטן רחבותדיקע פּלעצער, באַצירטע מיט מאָנומענטן, און אָנ- 
געקומען מידע און הונגעריקע אין דער קליינער קיך, וואו מ'האָט בא- 
קומען אומזיסט אַ שטיק? ברויט מיט אַ ואַסערדיקער זופּ. 

לעצטנס איז ער שוין געווען אַ מענטש מיט אַ פאַך אין דער האנט 
-- אַ שטריקער איז ער געװאָרן. אַזױ װי מען אַרבעט ביי שִטריקעריי 
נאָר עטלעכע חדשים אַ יאָר, האָט ער זיך אויסערדעם צונעלערנט פּרע- 
סעריי און געהאַט זיינע עטלעכע פּלעצער ביי אַ פֹּאַר , פאַסאָניערס/, וי 
'ס'האָבן געהייסן אין פּאַריזער יידיש די היים אַרבעטער, ואָס האָבן 
געהאַט קליינע װאַרשטאַטן, ניט געפאָדערט קיין אַרבעט-פּאַפּירן און 
געצאָלט נידעריקע פּרייזן. | 

אין יענעם פרילינג פון 1986 האָבן רויטע פאָנען זיך צעוייעט 
צווישן די גרינע קאַשטאַנען-בוימעד, ואָס באַזוימען די פּאַריזער בול- 
װאַרן, די לינקע פּאַרטײיען האָבן באַקומען אַ מערהייט אין פּאַרלאַמענט. 
הונדערטער טויזנטער. אַרבעטער האָבן באַזעצט די פּאַבריקן. מיליאָנען 
האָבן דעמאַנשטרירט אין די גאַסן און געפאָדערט ברויט, פרייהייט און 
רעכט אויף אֶפּרו. 


שמעון האט מאַרשירט. אויף אַלע דעמאַנסטראַציעס, מיטגעשריען 
די לאָזונגען, װאָס האָבן טענ-נאַנצע פאַרחילכט די שטאָט, און מיטנע- . 
זונגען די לידער, פון וועלכע ער האָט קוים נעציילטע ווערטער פֿאַר 
שטאַנען. צום ערשטן מאָל האָט ער פריי געשפּאַנט איבער נאָסן הינטער 
אַ רויטער פאָן. ער האָט זיך נעפילט װי א טראָפּן פון דער ריזיקער 
כװאַליע, װאָס האָט פאַרפלייצט דאָס נאַנצע לאַנד. 


די הייסע זומער-נעכט, װאָס האָבן זיך אָנגערוקט, צייטיקע, אוֹן 
אָנגעלאָדענע, האָבן פאַרװאַנדלט זיין בדויזנדיקן אומרו אין אַ פאַרשי- 
כורנדיקער מידקייט. די בוימער האָבן צעעפנט קליינע קנאָספּן-אוינלעך. 
די פרויען האָבן אַראָפּגעװאָרפן די מאַנטלען און שימערירט וי לאָקנדיקע 
גלי-אינזעקטן איכער די באַלױכטענע בולװאָרן. זייערע רויטע, צעשמיי- 
כלטע ליפּן האָבן שמעונען צעמישט. ביי דער אַרבעט אין דושנעם אטעליע 
האָבן פאַרבאָרגענע שטראָמען זיך געשניטן אין זיין קערפּער, װי. 
זאַפּטן, װאָס פילן איבער די בוים-שטאַמען אין פרילינג. ער האָט אַצינד 
נעקלערט וועגן רותן נאָך מער וי אין די פאַרלאָפּענע וואַנדער-יאָרן, װאָס 
האָבן זיי צעשיידט, | 


24 


ער האָט ניט געוואוסט געג וי וואו זי געפינט זיך. פון עכו'ער תפיסה 
האָט מען אים אָפּגעפירט אין אַ פּאָכ זציי קארעטקע גלייך צום חיפה'ער 
-פּאָרט און ער האָט זיך מיט קיינעם ניט געזעגנט. חברים, ואָס זיינען 
שפּעטעד געקומען פון פּאַלעסטינע, האָבן אים דערציילט, אַז זי , זיצט' 
האָט מען זי שוין באַפרייט? אפשר האָט זי שוין עמיצן, און רערפאוי 
שרייבט זי נישט?... אוֹן אפשר ווייסט זי פּשוט ניט זיין אַדרעס ? 

! אַ סך לענדער האָט ער. זינט דעמלט אַדורכגעװאַנדערט און פונדעסט- 

ווענן האָט ער געהאָפט זי צו טרעפן דווקא אין פּאַריז; קיין פראַנקרייך 
האָט דאַן געצויגן די פּאַליטישע עמינראַציע פון נאַנץ אייראָפּע. גייענדיק 
אין גאַס האָט. זיך אים אָפּט אױיסגעדאַכט, אַז פונדערווייטנס זעם ער זי. 
אָבער דערנענטערט האָט זיך יעדעם מאָל אַן אומבאַקאַנט פרעמד מיידל. 

אין די פרייע טעג האָט ער זיך קיין אָרט ניט געפונען. אין איינעם 
פון די זונטיקן פון ;אֶנהוֹיב זומער איז ער אַרױסגעפאָרן אין פעלד-לאַגער 
פון נואַזי - 5ע - גראַן, װאָס לעבן פּאַריז. 

ס'איז געווען אַ הייסער זומער. די זון האָט אָנגעגליט די בעטאָנענע 


ברוקן און אַ היץ האָט געקלאַפּט פון די שטיינערנע מױער-בלאָקן. די .- 


פראַנצויזישע אַרבעטער האָבן צוּם ערשטן מאָל באַקומען געצאָלטע אור- 
לויבן. אין די הונדערטער טויזנטער האָבן די איינוואוינער פאַרלאָזן די 
הויפּט-שטאָט, די װאָקזאַלן זיינען געווען געפּאַקט פון מענטשן, װאָס זי" 
נען נעפאָרן צום מיטללענדישן ים, צום שטילן אַקעאַן און אין די בערג 
פון סאַוואואַ. גרויסע, בעל-הבתישע פאַמיליעס זיינען געפאָרְן צו זייערע 
קרובים אין ווייטע דערפער. 

די יידישע אַרבעטער האָבן געאַרבעט קורצע סעזאַנען אין קליינע 
װאַרשטאַטן און ביי , פאַסאָניערס". קיין באַצאָלטע װאַקאַנסן האָבן זיי 
דעריבער ניט באַקומען און קיין קרובים אויפן דאָרף האָבן זיי אויך ניט 
געהאַט. אויסער דעם הויבן זיך אָן די סעזאָנען אין קאַוטשוק און שטרי" 
קער-פאַך גראַדע אין די הייסע מאָנאַטן פון יאָר. ווייל הגם מען טראָגט 
ערשט אין הערבסט און ווינטער דִי רעגן-מאַנטלען און פוועטערס, גרייט 
מען אָבער אָן די סטאָקן אַ שטיק ציים פריער, זומער-צייט, ווען די לוינען 
זיינען נידעריקערע און די געפאַר פון אַ שטרייק אַ קלענערע. 

בלייבן טאַקע אַ סך יידישע פּאַמיליעס אין שטאָט און פאַרברענגען 
די דושנע זומער-טעג אין טונקעלע װאַרשטאַטן, וואו די הייסע זון איז 
אָנגעזאַפּט מיט װאָל-שטױב אָדער אויסנעדעמפטע ריחות פון גומי-קליי 
און בענזין. | 


28 


אָבער אין די זונטיקן איז דער עולם אַרױסגעפֿאָרן קיין נואַזי"לע- 
גראַן. יונגע חברה. האָבן דאָרט אַרומגעצוימט אַ פּלאַץ צוישן גערטנער 
און וואוקסיקע בוימער. יונגע פּאָרלעך האָבן אויפנגעשטעלט פּאַלאַטקעס 
און איינגעאָרדנט אַ װירטשאַפּט: אויסגעלייגם נאַרעס פון ברעטער, גע- 
בראַכט שטרוי-שעניקעס פון שטאָט און צוזאַמענגעמײיסטרעװועט פּליטעס 
פון ציגל און שטיינער, װאָס זיי האָבן געזאַמלט אין די פעלדער. װוי דער 
שטייגער איז, האָט מען אויסגעקליבן אַ קאָמיטעט, פאַרפּאַסט אַ סטאַטוט, 
װאָס מען האָט אויפגעהאַנגען אויף אַ סלופּ ביים אַריינגאַנג, אויסגעבויט 
אַ בית-הכסא און געקאָרמעט דעם עולם מיט רעפּעראַטן. בײינאַכט האָט 
מען געצונדן שייטערס, כדי צו פאַרטרײַבן די קאָמאַדן און כדי צוֹ שאַפן 
אַ ראָמאַנטישע שטימונג. ביי די דאָזיקע פייערן האָט מען געזונגען רעוואָ- 
לוציאָנערע לידער, יונגע מיידלעך האָבן דאָרט פארפירט ליבעס און אָפּנע- 
ברענטע ווייבלעך האָבן געפלירטעוועט צווישן שבת-צו-נאַכט און זונטיק, 
בעת זייערע מענער האָבן געמוזט בלייבן אין שטאָט, 

אין די זונטיקן איז דאָרט געווען פו5, כאָטש פאַרן אַרױפגײן אויםן 
פּלאַיץ האָט מען אין יום-טוב געמוזט צאָלן אַ בילעט. ס'האָבן זיך דאָרט 
געטראָפן לאַנדסלײט פון שעדלעץ, און לאָדזש, פוֹן באליסטאָק און אַן- 
דערע שטעט פון פּױלן, ליטע און רומעניע. די ווייבער האָבן אָנגעטאָן 
באָד-קאָסטיומען און זיך צעליינגט אויף דער זון, כדי זיך אַ ביספ אפּצן- 
ברענען, און די מענער האָבן געשמועסט פּאָליטיק און זיך דערמאַנט 
זכרונות פון דער ווייטער היים. דאַן איז מען געגאַנגען אי די בופעטן 
-- צוגויפגעקלאַפּטע בודקעס אין אַן עק פון פּלאַץ -- און גענעסן לאַננ- 
געפּאַסקעװעטע, געבראָטענע קאַרטאָפעלעך -- אַ ‏ מאכל װאָס פראַנצויזן 
זיינען זיך נוהג צו עסן אינמיטן גאַס. און איידער דער עולם האָט נאָך / 
באַװיזן אַריינצואָטעמען די פרישע לופט פון פעלד, האָט שוין אַ טרומיי- 
טער גערופן צו דער סצענע, װאָס אויפן מיטן פּלאַץ, וואו מען האָט נע- 
מאַכט מיטינגען און געחאַלטן רעדעס. 

שמעון האָט זיךף אַרומגעדײיט וי אַ נעכטיקער איבערן אַרומגע- ‏ 
צאַמטן פעלד. ער האָט פּרובירט שווימען אין קליינעם טייכ?, װאָס איז 
פאַרבייגעפלאָסן ניט ווייט, אַבער אין װאַסער האָט מען ניט געקאַנט זיך 
אַ דיר טאָן; מענטשן האָבן זיך דאָרט געדריקט וי הערינג ביים פּאָרן 
זיךד. דער מיטינג האָט אים געלאַנגװײליקט., די זוניקע, צענרינטע פעלדער 
פון. אַרום האָבן אים. צערודערט און דערמאַנט די ערשטע טעג פון זיין 
ליבע מיט הותן. | | 


26 


זיי האָבן דאַן געלעבט צוזאַמען, אין איין קיבוץ, לעבן אַ קאַלאָניע 
ביים כברח-זומפּ.. רות האָט דאָרט געהערט צו די אינטעליגענטקעס, װאָס 
האָבן געלייענט אינדיװוידועל-פּסיכאָלאָגיע און פרוידן אויף דייטש, פאַר- 
פּוצט די לייוונטן פון זייערע צעלטן מיט רעפּראָדוקציעס פון װאַן גאָג 
און רעמבראַנדט, און געזעסן אין רעגנדיקע נעכט אין טונקעלן, זאַמדיקן 
עס-באראַק ביי בעטהאָװוענס פינפטע סימפאָניע. 

שמעון האָט געהערט צו די פּשוטע, געזונטע בחורים, װאָס זיינען 
טאָג-טענלעך געגאַנגען צו דער אַרבעט, אַפילו בעת דער װינטערדיקער 
אַרבעטלאָזיקײיט. ער האָט איינמאָל געהאָלפן רותן אַרומגראָבן אוך אויס- 
רייניקן אַ קאַנאַס פון אָרום איר צעלט, װאָס אַ שלאַקס-רעגן האָט געהאַט 
פאַרפלייצט, אין יענעם אָװונט איז ער ביי איר פאַרבליבן עטלעכע שעה. 
זי איז געלענן אויף איר בעטל, פאַרטיפט אין עפּעס אַ דיק בוך. דיקע 
טראָפּנס האָבן. געקלאַפּט אין די לייוונטן פון דער פּאַלאַטקע און דער 
ווינט האָט געפּאַכעט מיטן פלעמל פון לעמפּל, װאָס איז געהאַנגען אויף 
אַ סלופּ. ווען שמעון, אַ שווייגנדיקער, האָט זיך אויפנעהויבן אַװעקצוגיין, 
האָט זי אים אַ וילע אָנגעקוקט מיט אַ העלן בליק און געזאָגט: 

-- זיץ נאָך א'וויילע! ס'איז מאָדנע אומעטיק אַליין אין אַזאַ נאַכט... 

גייענדיק נאַכער צו זיך אין פּאַלאַטקע, האָט ער געפילט אַ פאַרשי- 
כורנדיקן אומרו אין ברוסט און האָט נעזען אין דער אַרומיקער חשכות 
דעם מייד?ס העלן בליק, בִיז שפּעט נאָך אַ האַלבער נאַכט האָט ער זיך 
אַרומגעבלאַנקעט איבערן בלאָטיקן לאַגער און צוגעהערט דעם יאָמערנ- 
דיקן ואִיען פון די שאַקאַלן און פייפעריי פון װוינט אין די דורכגענעצטע 
פעלדער, צווישן די פעלזן פון די טונקעלע בערג און איבער דעם פלאַבן, 
שװואַרצן זומפּ, װאָס האָט זיך געצוינן ניט ווייט, לעננויס די גאָלדענע 
דונען פון ברעג ים, 

רות האָט אין יענעם מוינטער -- איר ערשטער ווינטער אין ארץ 
ישראל --- נעלעבט וי אין אַ קאַשמאַר. זי האָט געהאַָט געענדיקט אינ- 
ד'עדהיים עטלעכע קורסן מעדיצין און האָט אַװעקגעװאָרפן דאָס לערנען, 
כדי זיך צו פּראָדוקטיויזירן און בויען אַ ניי לעבן אין אַ קאָמונע. סירוב 
מענטשן אין קיבוץ זיינען געווען קינדער פון פאַראָרימטע קליינבירנער, 
װאָס האָבן ערשט אין ארץ ישהאל פאַרזוכט דעם טֹעָם פון אַרבעט. אַ 
נאַנצן ווינטער זיינען געפאַלן רעגנס און מען האָט אַ סך געהונגערט. אין 
גרויסן עס-באַראַק און אין די דורכגענעצטע פּאַלאַטקעס האָט מען בין 
האַלבע נעכט דיסקוטירט פּאָליטיק, פרייע ליבע און וועגן ,הוי קיבוצי" 


21 


: 


-- ווענן דעם אינהאַלט פון קאָלעקטיון לעבן. דערווייל האָט מען גע 
וואוינט צו דריי-פיר מענטשן אין אַ פּאַלאַטקע, אין דײ פעלדער איז נע- 
ווען נאַס און קיינער פון די אַכציק יונגש יאָטן און מיידלעך, װאָס האָבן} 
זיך אַרומגעדרײיט איבערן לאַגער, האָט ניט געוואוסט וי אַזוי אָנצוהוֹיבן 
די פרייע ליבע און דאָס נייע זיין. | 

ביי רותן האָבן זיך צונויפנעפּלאַנטערט אין איין קנויל אירע װאַקסנ- 
דיקע מיידלשע באַגערן און די װעלט-פּראָבלעמען, װאָס דער קיבוץ האָט 
! דאָ געװאָלט לייזן. זי איז געווען אומגעדולדיק, האָט זיך געװואָרפן אויף 
ביכער און איז אינמיטן געלאַפן אין גרויסן עס-באַראַק, וואו דער. רעגן 
האָט געפּױקט איבערן בלעכענעם דאַך און דער עולם איז אין די אַװנטן 
אַריבער פון מעלאַנכאָלישע שטימונגען צו התלהבותדיקע , הורא'ס'. די 
אַנוועזנהייט פון הויכן, פעסט-געבויטן שמעון, װאָס האָט אָנגעהויבן 
אַריינקומען צו איר, האָט זי באַרואיקט. זיין אומדרייסטער פארליבטער 
בליק האָט גענלעט פונדערווייטנס און געשטילט דעם צאַפּלדיקן אומרן 
פון איר נוף. תחילת האָם זי זיך ניט אָפּנעגעבן קיין חשבון און געהאַלטן 
זייערע טרעפוננען פאַר אַ קאַפּריז פון מאַמענט. אָבער באַלה האָט זי זיך 
אַרומגעזען, אַז גלייך נאָך דער אַרבעט װאַרט זי אומגעדולדיק אויף זיין 
באַזוך. | | 

פון בנימינען האָט זי דאַן באַקומען אָפטע בריוו. ער אין איצט 
געווען אין עמק. נאָך פון די החכשרה-צייטן אין פּוילן איז ער געווען פאר- 
ליבט אין איריאון קומענדיק אין לאַנד איז ער גלייך אַװעק אין אַ קאָלאָ- 
ניזירטער קבוצה, כדי זיך צו ספּעציאַליזורן אין לאַנדװירטשאַפט. שוין 
אין חוץ-לארץ האָט ער געחלומט פון ווערן אַן אמתר פלח. אפשר האָבן 
אויך זייערע באַציונגען -- זי האָט אים ניט אָפּנעשטױסן אָבער אויך 
גאָרנישט ניט צוגעזאָגט -- געפירט דערצו, ער זאָל זיך פאַרפליכטן אויף 
צוויי יאֶר אַרבעט אין אַ וייטן דאָרף. ער האָט געשריבן מיט התלהבות 
וועגן די יונגע וויינגערטענער און בּאַװאַסערטע לאָנקעס, וענן די ווייסע 
עבר-הירדן בערג, װאָס מען זעט אין קלאָרע טעג און דערעיקרשט ועגן 
די צוויי פּרדות, װאָס ער האָט זינט עטלעכע װאָכן באַקומען אויף די 
אייגענע הענט. דאַכט זיך, אַז ער אין מעה פאַרליבט אין די פּרדות וי 
אין איר?... אָבער סופ כל? סוף װעט ער צוריקקומען. אָט הויבן זיי דאָ 
אָן אַליין צו מאַכן אַ שטיקל גאָרטן און מיט בהמות קען מען גוט פֿאַר- 
דינען ביים אַקערן אין די פּרחסים פוֹן די קאַלאָניסטן. און דערווייל קומט 
שמעון צו איר יעדן אֶוונט. מייסטנס לינט זי אויפן בעט? און לייענט אַ 


ה28 


= 


בוך און ער זיצט צופוסנס אויף אַ ליידיקן בענזין-בלעך און קוקט אַדיין 
אין אַ צייטונג. טייִלמאָל נעמט זי אָן זיין חאַנט. זיין שווייגן באַהאַלט אַ 
טיפע עקשנות און צוריקגעהאַלטענע גבורה, װאָס אימפּאַנירט איר מער 
וי בנימינס באַרעדעװודיקער פּאַטאָס. זי פילט זיך דעראָבערט און ווייסט, 
אַז אים װאָלט זי נישט אָפּנעזאַנט. פאַרװאָס פרעגט ער גאָרניט? נאָר 
מאַנכעטמאָל רעדט ער קורץ וועגן קומענדיקן זומער, ווען מען װעס זיך 
נעמען אַרבעטן אין כברחן שפּעטעד װועט מען זיך אפשר באַזעצן אויפן 
אויסגעטריקנטן באָדן, ניט וייט פון די חורבוֹת פון דער אַמאָליקער 


|| קיסריה... 


פרילינג-צייט האָט. שמעון אָנגעהויבן אַרבעטן ביים טריקענען דעם 
זומפּ. אין. די פאַרנאַכטן איז רות געשטאַנען אִן אַרומגעװאַשענע און 
אױיסנעצװאָג ענע כיים צעעפנטן טיר? פון איר צעלט און געקוקט װי ער 
נייט איבערן זאַמדיקן וועג פון מעלד. ער האָט נעשפּאַנט אַ האַלב נאַקע" 
טער, אַן אָפּנעברענטער, די ברייטע פּלייצעס און ברוסט-קאסטן באַ- 
דעקט מיט שװאַרצע, פאַרטריקנטע פלעקן פון צעשפּריצטער, זומפּיקער 
-ערה. נאָר דער אָפּגעשווענקטער רידל אויף זיינע אַקסלען האָט געגלאַנצט 
אין רויטלעכן שיין פון דער פאַרגייענדיקער זוֹן. ער האָט געהערם צו 
די , דזשאַמוסן", װוי מ'האָט גערופן די חברה זומפּ-אַרבעטער, אויפן ‏ 
נאָמען פון די האלבזוילדע אַראַבישע אָקסן, װאָס האָבן זיך א גאַנצן 
טאָג נעטובלט ביזן האַלדן אין בלאָטע. איינמאָל, אין אַ וייסן לבנח- 
אוונט, האָט זי אים אַװעקנעטירט אין די נאענטע בערג. זיי האָבן זיך 
געליינט אונטער א ווילדן באָקסער-בוים, װאָס איז אַרױסגעװאַקסן פון 
אַן איינגעפּרעסט שטיקל באָדן, צװוישן די פעלזן. ער איז נאָך אַלץ 
געווען אומדרייסט. זי האָט געגלעט זיינע פעסטע אַרימם: 

-- האָסט מיך ליב 4 יו : 


צופוסנט איז נעלענן דער שװאַרצער, שווייגנדיקער זומפּ, באַזוימם. 
מיט ווילד-צעוואקסענע,, הויכע גראָזן אויפן ראַנד פון שטייענדיקע 
אַזיערקעס. דער ירונדער באַלקאָן פון אַן אַראַבישן מעטשעט האָט זיך 
געצייכנט איבער דער ווייסקייט פון דער נאַכט. װױייטער האָט לייכט 
(געברומט דער בלויער ים. שמעונען האָט זיך געדאַכט, אַז אין רותם אויגן 
שפּינלט זיך די שיינקייט פוֹן דער אַרומיקער וועלט. ער האָט געענטפערט. 
שטיל און באַשיידן: 

-- יאָ 1.. 


29 


און ער האָט זי גענומען אין זיינע אָרימס. זיינע חענט, װאָס זיינען 
געוואוינט געווען צו שניידן דיקע גרודעס אין דרענאַזש, האָבן זי צונע- 
דריקט אַזױ שטאַרק, אַז זי האָט אַזש אַ געשריי געטאָן פון ווייטיק. 

זיי האָבן זיך אומגעקערט פאַרטאָג און נאָר דער נאַכט -װועכטער 
האָט געזען זייערע בלאַסע שאָטנס, װאָס האָבן זיך געשלייכט איבער 
דער זאַמדיקער סטעזשקע צווישן די זשאַסמין-נערטנער, אוֹן געקלעטערט 
איבער די גרויע קאָנוסן פון די דרימלענדיקע צעלטן. | 

דער זומער האָט געבראַכט אַ סך ליבע אין די פעלדער און בערג 
און אַ לייכטע ענטשפּאַנונג אין די קעפּ. צום ווינטער-צו האָט זיך אָנגע- 
הויבן אַן ערנסטע אויפטרייסלונג צווישן עולם: לייזט דער ציוניזם באמת 
די יידן-פראַגע?: צי קען מען בויען 8 קאָמוניסטישע געזעלשאַפט, קעמפן 
קעגן אימפּעריאַליזם און גלייכצייטיק שטיין אויף פּיקעטן קעגן אַראַ- 
בישע אַרבעטער, װאָס האָבן געשטראַמט אין די פּלאַנטאַציעס פון אַלע 
עקן לאַנד און פון ווייטע מדבריות ? | 

ס'איז אויפגעשוואומען דער גאַנצער קנויל פון פּראָבלעמען, װאָס 
וויקלט אַרום, וי אַ נעץ, דאָס קליינע פּאַלעסטינע: יידן-פראַגע, אַראַבישע 
נאַציאָנאַלע באַװענונג, קאַלאָניאַלע פּראָבלעמען און אימפּעריאליזם. נאָך 
לאַנגע דיסקוסיעס און טיאַכטענישן האָט זיך שמעון אָנגעשלאָסן אֶן 
דער גרוםפּע, װאָס האָט אַרױסגערוקט איין לייזונג פאַר די קאַמפּליצירטע 
פראַגן: סאַציאַליזם. און, בי שום ספק האָט רות באַאיינפלוסט זיין אַנט- 
וויקלונג אין דער דאָזיקער ריכטונג, 7 

לכתחילה איז זי פאָרויסגעלאָפן שמעונען אין איר אידעאָלאָגישן 
גאַלאָפּ צו עקסטרעמע אידייען און שניידנדיקע לייזונגען. זי איז כסדר גע- 
ווען אַ שריט ראַדיקאַלער. דאָס האָט זי פון ערגעץ-וואו אַראָפּגעבראכט 
הילפערדינגס דיקן באַנד , פינאַנץ-קאַפּיטאַל? און אים שטודירט אין פרייע 
טענ, װאָס זי האָט געהאַט יעדן חודש נאָך דער קדחתאַטאַקע. אַפילן 
לענינס ,אימפּעריאַליזם --- די לעצטע שטופע..." האָט זיך אַרומגעװא?. 
נערט אויף איר קליינעם טיש?, װאָס שמעון האָט צוגעטשװעקט צום 
צעלט-סלופּ, | 

אָבער פאַרלאָזן דעם קיבוץ האָט זי ניט געװאָלט. עס האָבן זי 
געבונדן צום קאַלעקטיוו די קליינע וירטשאַפּט, װאָס מען האָט מיט 
גרויס מי איינגעשאַפּט, דער גאַרטן, װאָס מען האָט פאַרפלאַנצט, די 
באַראַקן, װאָס מען האָט מיט די אייגענע הענט אויפגעבויט און די פֿאַר- 


נאַנגענהייט פון געמיינזאַמע ליידן און האַפּענוננען. פון די חיימען אין / 


0 


: 


פּוילן זיינען אָנגעקומען ידיעות ווענן פאַראָרעמונג, אַנטיסעמיטיזם און 
באיקאָט. דאָ האָט מען נעבויט שאָסײיען און דערפער. אין די , משתלות" 
האָבן אַרױסגעשפּראָצט יונגינקע ביימעלעך. און וואו זאָלן זיך סופ בל 
סוף אַהינטאָן די אידישע מאַסן ? - 

שמעון איז אַוֶועק קיין ירושלים. מיט לייב און לעבן האָט ער זיך 
געװאָרפן אין דער אומלעגאַלער פּאָליטישער אַרבעט. פּונקט אַזױ איבער- 
געגעבן און פאַרביסן װי ער האָט ביז איצט געאַרבעט פאַרן קיבוץ און 
,אויפבוי פון לאַנד? -- װאָס ער האָט געהאַלטן פאַר אַ לייזונג פון דער 
יידן-פראַנע און פון זיין אייגענעם איך -- האט ער איצט געאַרבעט קעגן 
ציוניזם און קעגן יידישן ווערק אין ארץ ישראל -- װאָס ער האָט שוין 
געהאַלטן פאַר אַ שעדלעכע אילוזיע און שטערונג אויפן װעג צו אַ שנע- 
לער, סאָציאַלער רעװאָלוציע. ער איז אַרומגעלאָפּן אויף געהיימע פאַר- 
זאַמלונגען, זיך באמיט אָנצוקניפּן באַציוננען מיט אַראַבישע אַרבעטער 
און נאַציאַנאַליסטן, פאַרטײילט , ליטעראַטור" און געמאַכט פּראָפּאַנאַנדע. 

אָבער אין די ווייניקע, פרייע אָװונטן האָט אים באַהערשט אַ נעפיפ 
. פון פּוסטקײיט. ליגנדיק אויף זיין בעט?, אין אַן ענג קעלער-שטיבל פון 

אַ ירושלימער קװאַרטאַל, האָט זיך אים נעדאכט, אז דער פֹאָדִים פון 

זיין פּערזענלעכן לעבן איז ערגיץ-וואו איבערנעריסן געװאָרן און געשען 
איז עס אין יענעם אָוונט, ווען ער האָט זיך געזעגנט מיט רותן. דאָ, אין 
ירושלים, האָט ער גאָרניט אויסער פּאַליטישער אַרבעט. 

רות איז געקומען אין עטלעכע חדשים אַרום. קוים געציילטע װאָכן 
האָבן זיי געוואוינט צוזאַמען --- די פּאַרטײי האָט שמעונען אַריבערגע- 
שיקט אין אַ צווייטער שטאָט. דאַן האָבן זיך אָנגעהויבן די אַרעסטן: 
איז ער געווען אויף דער פריי --- איז זי נעזעסן אין תפיסה, האָט מען 
איר אַרױסנעלאָזט -- איז ער נעװאָרן אַרעסטירט. אַזױי האָט זיך עס 
געצוינן ביז דער מעשה מיט דער פאָן אוֹיפְן חיפה'ער הדר-הכרמל, ווען 
מען האָט אים אַרױיסגעשיקט פון לאַנד. | | 


ר אֹל 28 
1 
ווען שמעון איז נגעקומען אחיים, איז שוין זיין צימער-שותף אחרן 
גרילאַק נעלעגן אין בעט, אייננעדרייט אין דער קאָלדרע, און האָט נע- 
שמאַק געכראָפּעט. דערהערנדיק דעם הייזעריקן סקריפּ פון דֶער טיר, 
האָט ער אַן עפן געטאָן צעשראַקענע אוינן און ראשית בל אינסטינקטיוו 


81 


א 

אויסגעשטרעקט די רעכטע האַנט צום ועקזיינער, וועלכער האָט 5523 
ניט געהאָט בדעה צו קליננען אין דער דאָזיקער פריער שעה. דאַן האָט 
ער זיך באַרואיקט אוֹן אַ זאָג געטאָן מיט אַ פאַרשלאַפענער שטימע: 

--- עמיצער האָט געבראַכט פאַר דיר א בריוו! | 

די פֿאָסט-מאַרקע איז געווען פון רומעניע, דער אַדרעס -- אומ- 
באַקאַנט און די האַנט-שריפט רותס. אין געעפנטן קאָנװוערט האָט 
שמעון געפונען אַ קליין צעטעלע, אין וועלכן זי האָט אים מודיע געווען, 
אַן מען שיקט זי אַרוױיס דורך קאָנסטאַנץ, אָבער וי האָפט זיך אַריבער- 
צוכאַפּן קיין ווין און פון דאָרט קיין פּאַריז. זי שרייבט אים אַהין אויפן 
אַדרעט פון אַ באַקאַנטן און זי האָפּט, אַז יענער װעט די פּאַר ווערטער 
באַצייטנס באַזאָרגן... , 

אין עטלעכע װאָכן אַרום אין זי געקומען. זי איז געװען שטאַרק 
אָפּגעברענט און איר קערפּער איז פולער און צייטיקער געװאָרן. שמעון 
האָט זי געבראכט צופירן פון װאָקזאַל נלייך אין , האָטע?? אַרין, וואו 
דער בעל-הבית האָט קיינמאָל ניט קאַנטראָלירט װער עס קומט אֵלֶּץ 
אַריין. שפּעט ביינאַכט האָט זיך אהרון געפּלאָנטערט איבערן צימער און 
ניט געוואוסט וואו זיך אַהינצוטאָן; ער האָט הן געװאָלט איבערלאָזן 
רותן מיט שמעונען אויג אויף אוינ און אי ער האָט זיך געשעמט צו 


געבן אַן אָנצוהערעניש, אַז ער איז מוכן ומזומן צו גיין שלאָפן ערגעץ 
אַנדערש. 'אין , האָטעל" האָט מען תמיד געקענט אַריינקריכן צום ערשטן 
בעסטן באַקאַנטן אין בעט, ניט מוזנדיק מעלדן אַ מעת לעת פֹאֲרוֹים) 
רות האָט אים אַרױסגעהאָלפן פון דער שווערער סיטואציע: 
-- וועסט מיר היינט אָפּטרעטן דיין פּלאַץ אין בעט? -- האָט זי 
צו אים גערעדט צוקעריזיס -- האסט זיך שוין גענוג אָנגעשלאָפּן מיט 
שמעונען |... | ו: | 
אהרן האָט זיך אַזש פאַרויטלט פון אַזעלכע מיני דבורים. א הים- 
שע וויילע האָט ער נאָך אַרומנענראבלט אין זיינע זאַכן, ניט קענענדיק 
בשום אופן זיך דערמאַָנען, װאָס אַזױינס ער זוֹכט אַרום. צום סוף האָט 
ער גענומען נאָר זיין וועק-זיינגער און איז אַװעק שלאָפן צו א שבן. 
רות האָט זיך אױיסגעטאָן ניט אויסלעשנדיק אַפּריער דאָס ליכט, 
וי עס איז געווען איר געוואוינהייט בעת זייער קורצן צוזאַמענלעבן אין 
ירושלים. אַ וויילע האָט זי זיך אַרומנעדרייט איבערן צימער, וי וועלנדיק 
אים ווייזן אירע אַנטבלױיזטע, פאַרונדיקטע גלידער. סיי אין איר באַנע- 
מען און סיי אין איר רעדן האָט שמעון געפילט אַ שטאַרקע ענדערונג, 





80 | 


= 


ס'איז פארשוואונדן איר שעמעוודיקע צוריקגעהאַלטנקײט פון א ינג 
מיידל, װאָס פארדעקט אונטער זיבן פאַרטעכער אירע באַנערן זי איז 
צוגעגאַנגען צו אים, פאַרװואָרפן אירע. אָרימס ארום זיין האַלדז און אַריינ- 
געלאַכט אין די אויגן אַרײן: | | 
--ט ווילסט נאָך ניט גיין שלאָפן ? 

ישפּעט ביינאַכט, ווען זיי זיינען געלענן מידע און אָנגעזעטיקטע, 
האָט זי פּלוצלונג אָנגעהויבן דערציילן ווענן באַקאַנטשאַפטן און דער" 
פאַרונגען, װאָס זי האָט נעמאַכט פאַר די פַּאָר יאָר, װאָס זיי האָבן זיך 
ניט נעזען. זי האָט גערעדט אָן פּאַטאָס, קאַלט כמעט, וי וװעגן דרך- 
אנכדיקע ענינים און דאָך האָבן אירע וועדטער געקלוננען אַזױ וי זי 
װאָלט זיך פאַר עמיצן מתודה געווען, אפשר פאַר זֹיך אַליין. זי האָט זיך 
דערמאַנט אויפן קול, וי אַרױסגײיענדיק איינמאָל פון תפיסה, איז. זי 
געגאננען שלאָפן אין אַ קאָנספּיראַטיוו. צימער פון אַ בחור, וויי? זי האָט 
ניט געקענט אַליין צאָלן קיין דירח-געלט. און העכער אַ װאָך איז זי 
שׁוֹין פאַרבליבן ביי אים. אָבער נעפילט האָט זי צו אים גאָרניט.. דאַן 
איז געווען אַ בחור װאָס, זי האט אַביכֿ? ליב געהאַט. נאָר אַ קליין ביסל, 
ווייל אויך דעמאָכט האָט זי נגעבענקט נאָך שמעונען. דערנאָך האָם זי 
| נאָר אַזױ, פאַרבײגײיענדיק, זיך אָפּגעגעבן עטלעכע מאָל מיט צופעליקע 
יאַטן -- קלייניקייטן, אָן אַ נעכטן און אָן אַ מאָ רגן, און אויפן שיף האָט 
זיך נאֵר צו איר צונעטשעפּעט עפּעם אַן עלטערער העֶר. אָבער נאָר אין 
שיפס-באַר איז זי מיט אים געגאַנגען. זי האָט זיך אַפילו ניט געזעגנט 
מיט אים... | | י 

שמעון איז געלעגן אַן אַננעכמורעטער, קיין איין װאָרט ניט גע- 
זאָנט און קיין איין פראַנע ניט געשטעלט. זי האָט זיך מיטאַמאָל. געכאַפּט 
און איבערגעריסן אירע פאַרפּלאַנטערטע געשיכטעם. 

--- װאָס איז דיר? --- האָט זי אים אַ גלעט געטאָן איבערן שטערן. 

--- גאָרניט .. | 

--- ביסט ביין ? 

--- ניין. 

--- טאָ פאַרװאָס זאָגסטו גאָרניט ? 

-- װאָס האָב איך דען צו זאָגן ? | | 

א וויילע זיינען זיי געלעגן שווייגנדיק,- דערווייטערטע און פרעמדע, 
וי ס'װואָלט פּלוצלונג אַ װאַנט אױסגעװאַקסן צווישן זיי. דערנאָך האָט 
ביידן אַרומגעכאַפּט א פּאַרחרום! הלמאי זיי זיינען: ברונז געװאָרן, און 


39 : | 8 


אַ שטאַרקער ווילן צו זיין אַזױ נאָנט זי פריער, וי פאַר דער צייט 
װאָלט גאָרנישט ניט געשען. שמעון האָט געזוכט ווערטער, װאָס זאָלן 
פאַרווישן די פרעמדקייט, װאָס האָט אומנעריכט זיך אויפנעשטעלט וי 
אַ מחיצח. ער האָט איר געװאָלט דערציילן וועגן זיין בענקשאַפט, װאָס 
האָט זיך קיינמאָל ניט אױסגעלאָשן, ניט אויפן שיף, ניט בעתן גנבנען 
דיי גרעניצן און ואָגלענישן אָן אַ גראַשן געלט איבער פרעמדע שטעט 
אוֹן לענדער. אָבער. דאָס טונקעלע געפיל פון אייפערזוכט האָט נאָך אַלץ 
פאַרביסן געטליעט און מינוטנווייז זיך צעפלאַקערט וי אן אויפגעבלאָ- 
זענער פונק, און ניט געלאָזן עפענען דאָס מוֹיל. זי האָט די ערשטע 
אָנגעהויבן: 
{ -- דו דאַרפסט ניט זיין בייז אויף מיר, שמעון -- האָט זי גערעדט 

שטיל --- דו ווייסט דאָך, אַז אין תפיסה װוערט מען דורשטיק נאָך לֶעבן... 
און אין די אָװנטן איז טײלמאָל געװאָרן אַזױ אומעטיק אין עפּעס אַ 
קעלער פון אַ ירושלימער נעסל, פוֹן וועלכע מען האָט טעג גאַנצע ניט 
געטאָרט אַרויסשטעקן די נאָז... און מ'האָט געמוזט מיט עמיצן לעבן, 
שׁוֹין נאָר כדי זיך צום באַפרייען פון דרי יקנדיקן געפיל, אַז די יאָרן לויפן 
אַװעק אָן פדייד און אָן ליבע 

ער האָט זי אַרומֿגענומען. און צונעטוליעט צו זיך. די פונדאָסנײ 
אויפנעװואַכטע באַגערן האָבן גובר געווען זיין כמורנע עקשנותדיקע צ 
ריקגעהאַלטנקײט. ווידער האָט ער זי. געפילט וי אַ טייל פון זיך זעלבסט. 
און נאָכדעם האָט רות געפרענט שוין מיט א לייכטן געלעכטער: 

--- אוֹן דו?... דו האָסט דאָ עמיצן געהאַט? 

ווען זיי האָבן געהאַלטן ביים איינשלאָפן האָט זיך אין שכנותדיקן 
צימער צעקלונגען אהרנס זייגער. דאַן האָט דאָס װאַסער אָנגעהויבן ברו- 
מען אין די רערן. אהרן האָט גענומען זיין טאָנ-טענלעכן פרימאָרנן- 
טרונק, 


8 


צומאָרגנס האָבן זיי גענומען זאָרגן ועגן אײַנאָרדענען זיך. גענוג 
געלט אויף דינגען אַן אייגן צימער האָבן זיי ביידע ניט פאַרמאָגט. רות 
האָט זיך אויך ניט געיאַגט צו גיין וואוינען צוזאמען. זי האָט אַפּריער 
געװאָלט אָנקוקן פּאַריז. אויפן , בעלווי?? האָט זי אויסנעפונען אַן אַלטע 
באַקאַנטע און ס'איז געבליבן זי זאָל זיך דערווייל צו איר אַריינקלײבן. 
; אַז זיי װעלן ביידע אַרבעטן, װעט מען זען. 


*סג 


= 


4 


קאַפּיט? צוויי 
דער טרוים פון אַן עמיגראַגט 


אינמיטן זומער האָבן זיי נאָך ניט געוואוינט צוזאַמען. שמעון איז. 
אַ שטיקל? צייט געווען אַרבעטלאָז: ביים פּרעסן האָט דער סעזאָן זיך 
געהאָט געענדיקט און אָן אַרבעט-פּאַפּירן איז שווער געווען צו קריגן אַ 
פּלאַץ ערגיץ אַנדערש. בלית ברירה האָט ער אָנגעהויבן אַרבעטן פאַר 
זיך: ער האָט אָפּגעדונגען אַ מאַשין און אַ ווינק? ביי א , פאַסאַניער", 
אַרױסגענומען װאָל פון אַ , חויז" און גענומען אױסאַרבעטן סוועטערם. 
אויפן אייגענעם חשבון. / | 

אין יענעם טאָג פון מיטן יולי איז אים די װאָ אױיסגעגאַנגען זייער 
פרי. ער האָט ניט געהאַט קיין חשק צום לויפן אין , הויז" אַריין נאָך 
נייעם מאַטעריאַל און ‏ באַשלאָסן צו װאַרטן אין נאָס אֵױף רותן, װאָס 
האָט געוואוינט ביי. מענילמאָנטאַן, ניט ווייט פון זיין אַטעליע. ערשט 
אַזיינער זיבן פלענט זי צוריקקומען פון דער אַרבעט. ער האָט געהאט ' 
עטלעכע פרייע שעה און זיך אַרומגעדרייט איבערן ברייטן בולװאַר 
בעלוויל, אַריינגעקוקט אין די קאַפע-הייזער אוֹן באַטראכט דעם עולם, 
װאָס איז געזעסן ביי קופלס ביר, אין די צעעפנטע װעראַנדעס. שפּאָ- 
צירנדיק אַזױ פּוסט און פּאַסט, האָט ער דערוויי? אויסנעחשבונט, אַז 
אויב דער סעזאָן װעט אָנציען נאָך עטלעכע װאָכן, װעט ער באַוייזן אִפַּ- 
צוצאָלן חובות אין אַלסֿן האָטע?, װעט האָבן אָפּנעשפּאָרט אַ פּאַר פראַנק 
און קענען דיננען אַ לייטיש צימער מיט רותן צוזאמען. 

--- װאָס הערט מען עפּעס, שמעון? --- האָט אים עמיצער אַ קלאַתּ 
געטאָן פון הינטן אין פּלייצע --- מען אַרבעט עפּעס א סך אַרײין ? 

- ער האָט זיך אומגעדרייט און דערזען א פלאַנדסמאן, וועלכן ער 
פלענט דאָ גאַנץ אָפט טרעפן. זיי זיינען געווען שול-חברים און נעהערט, 
דעמאָלט אינדעױהיים, צו דער זעלבער. ציוניסטישער יוגנט-אָרגאַניזאַציע. 


ןיי י? ת הי ייט 8 


אָבער יענער אין ניט געגאַנגען קיין אַרץ ישראל; ער איז אַװעק קין 
פּאַריז, וואו ער איז געװאָרן לינק נעשטימט און האָם זיך נלייכציי- 
טיק אַרױיפנעאַרבעט אויף א נאַנץ פיינעם, בעל-הביתישן קאַפּיטאַ? און 
אַ קליין פאַבריקל מיט עטלעכע אַרבעטער. 
-- קום עפּעס אויסטרינקען! -- האָט יענער אָנגענומען שמעונען 
פאַרן אָרֹים -- דו נגייסט דאָך עפּעס ווערן א קאַפּיטאַליסט! מיר זיינען 
שוין אַ בעל-הבית פאַר זיך, װאָס ? 
-- מוח? די -גליקן! -- האָט שמעון געזופּטן פון ביר, זיצנדיק ביי 
אַ פענסטער פון אַ װעראַנדע -- ווען איך האָב א ,קאַרטע", שפּײ איך 
אויף די דאָזיקש נעשעפטן ! 
-- און אַרבעטן בי יענעם איד בעסער? אַזוֹי ביסטו פארט אַ 
מענטש פאַר זיך, ווילסטו. -- אַרבעסטו, ווילסטו ניט, אַרבעסטו נישט, 
יינער. זאגט דיר ניט. ! קיין דעה. / יי בי 
|-- איך זע דאָך וי מיין ,פּאַסאַניער" אַרבעט, כאָטש ער האָט שוין 
זיינע אייגענע צוויי מאַשינען ' --- האָט שמעון שנע? פאַרענדיקט זיין ביר 
--- שטענדיק פאַרפּלאָנט און תמיד פאַריאָגט, ניט קיין שבת און ניט קיין 
זונטיק?. ווען איך קען מיר אַזױ אַװעקגײין צו. מיין - פּאַלעסטינער פאַך, 
צו בוי-אַרב עֶט, און אָפּאַ רבעטן וי די פּראַנצ ויז די פערציק שעה אַ 
ווא א און לעבן װי אַ מענטש... יק 
- נאַרישקײטן! = האָט דער לאַנדסמאַן באַשטעלט מיט א ברייטן 
זשעסט צוויי נייע קופלם -- אַז ימען האָט אַ שטיקל קאָפּ אויף די פּלוי- 
צעס, 'קען מען דערגיין צו אַ אַ תכלית. מען נעמט אַ מאַשין אויף אויסצאָלן, 
דערנאָך נעמט מען אַ צווייטע מאַשין; מען הויבט אָן צו ביסלעך אַרבעטן 
מיט אייגענע מאַטעריאַלן, מען קאָמבינירט, מען דרייט... און , פּאַפּירן" 
קען מען אויך מאַכן פאַר געלט... אַלץ פאַר. געלט!... און וויפל איז דער 
שִׁיעוֹר זיך אַרוֹמצװואַלנערן אויף דער וועלט ? ר | 
אַ חייזעריקער רוף האָט זִיך פלוצלונג אַריינגעריסן דורך דער צע- 
פּראַלטער טיר און איבערגעריפן דעם שמועס: 4 2 2 
|. ---- באַהיקאַדן אין מאַדריד!,... שלאַכטן אין די גאָסן פון באַרצע- 
לאנאַ!.. מען שלאָגט. זיך אויף דער באַן-סטאַציע פון..-. 
| דאָסס האָט געשריען אַ פאַרטאָפּעטער צייטונגס-פאַרקויפער, װאָס 
איזן אייליק. פאַרביינעלאָפן מיט א נאָר:װאָס דערשינענער אֶוונט -בלאַט, 
כדי צוֹ פאַרכאַפּן װואָס מער קונים.- 


36 


נאָך אים האָבן זיך- געיאָגט אַנדערע פאַרקויפער, זיך . צעשפּרײיט 
איבער געסלעך און קאַפעען און פון זייערע בלעטער האָבן אַראָפּגעשריען 
ריזיקע ,קעפּ": : 0 8 

--- בירנער-קריג אין שפּאַניע ! 

--- מיליטערישׂער אויפשטאַנד אין מאַדריד ! 

--- הונדערטער געהרגעטע אין באַרצעלאָנאַו.. 

אין נאַס האָט דער עולם געכאַפּט צייטונגען פון די העגט. אין אַֿע 
עקן' האָבן זיך געקליבן נעזעמלען. מען האָט געלייענט, דיסקוטירט און 
אַרױסנעזאָגט השערות. אין דעם אַלגעמײַנעם טומל האָט שמעון פאַרי 
לאָרן זיין לאַנדסמאַן. - יי : 2 אי ר שי = 

- די אַוונט-אױסנאַבן האָבן נאָכגעפאָלגט איינע דער אַנדערער און 
געבראַכט יעדע שעה נייע ידיעות. די , קעפּ?: פון .,ענטראַנסיזשאַן" האָבן 
איבערגעשריען די אויפשריפטן פון , פּאַרי סואַו 0 ביי די מעטראָ-ארויס" 
גענג, פון ביידע זייטן נאַס, האָבן אָפּנעזילכט די שטימען פון א פֿאַר- 
זאַמלטן עולם: יי 

--- מאַראָקאַנער לעניאָנערן צוהילף דעם גענעראַל פראַנקא.. 

-- די פאַשיסטן פאַרכאַפּן מאַראָקאָ ! | 

די ידיעות האָבן זיך צעשפּרײיט און אַריינגעדרונגען אין די אַרו 
מיקע נעסלעך פון אויסלענדער-פערטל, וואו גערודפטע עמיגראַנטן האָבן 
מיט גרויס מי און נויט נעבויט זייערע נייע היימען. פון אַלע אויגן האָט 
אַרויסגעקוקט א ניינעריקייט געמישט מיט שרעק. 

--- שפּאַנישע אַרבעטער באַקומען אויסנעטײילט געווער! -- האָט 
געטרייסט אַ קול פון קעגנאיבער. | 

ביז שפּעט אין אָוינט איז שמעון פאַרבליבן אין נאָס. ווען ער איז 
געקומען צו רותן, איז זי שוין מער װי אַ שעה געווען אין שטוב, האָט 
שוין באַוויזן זיך אַרומצוװואַשן און זיך איבערצוטאָן. זי האָט געאַרבעט 
ביי הויז-װוירטשאַפט. עטלעכע װאָכן איז זי אַרומגעלאָפן אויף אַדרעסן. 
װאָס האָבן אַנאָנסירט אין דער יידישער צייטונג, אַז זיי זוכן דינסט- 
מיידלעך. אָבער אומעטום איז די ערשטע פראַנע געוען: 

-- איר האָט אַן אַרבעט-קאַרטע, מאַדמואַזעל ? : : 

און דאַן איז געקומען א כמו אַנטשולדיקונג: יי 

--- מיר װואָלטן אייך גערן נגענומען, אָבער די אינספּעקטאָרן שמעלן 
אַריין אין יעדן הויז. און די קאָנסיערזשקע איז אויך ניט זיכער... 

און זי איז אַװעק מיט נאָרניט. יי 


7 


| ענדלעך האָט זי געפונען א פּלאַץ. די מאַדאַם אירע, האָט נאָך גע- 
דענקט פון דער אַלְטער היים, אז דינסט-מיידלעך אַרבּעטן פון אינדערפרי 
ביז ביינאַכט און זי האָט דעריבער גערעדט צו רותן: 

| -- איר פאַרשטייט דאָך אַליין, מאַדמואַזעל, אַז איך נעם אייך נאָר 
ידערפאַר װאָס איך וויל אונטערשטיצן אַ יידישע טאָכטער. די איטאַליע- 
נעריגס קוקן כלל ניט אויפן זיינער... | 

איר מאַן, אַ פוטער-סוחר פון פּאָבור-מאָנמאַרטר, װאָס האָט זִיך 
גאָר נישקשהדיק אַרױפנעאַרבעט אין פּאַריז, איז געווען אַ חשובער ב5פ. 
טוער,. ער איז געווען א פּרעזידענט פון א , סאַָסיעטע/, א לאנדסמאן- 
שאַפט הייסט עס, װאָס די יידישע עמינראַנטן פוֹן זיין שטאָט האָבן 
געגרינדעט, כדי זיך קעגנזייטיק צוֹם העלפן ביים לעבן און דער עיקר 
'כדי זיך צו באַזאָרגן מיט קברים אויף נאָך הונדערט מיט צװאַנציק יאָר, 
די מאַדאַם אַליין האָט אויך פאָרגעזעצט אין דער נייער היים איר צדקה- 
טעטיקייט: זי אין געװוען א סמיטנליד פון דאַמען-קאָמיטעט פאַרן ביח 
יתומוֹת. דעריבער טאַקע האָט זי געװאָלט, אַז רות זאָל עטלעכע מַאֶ 
אַ וואָך בלייבן ביי איר אין שטוב ביז צועלף אַזיינער ביינאַכט וען 
עס ענדיקן זיך די זיצונגען. דרך אגב האָט זי שוין דערפילט איר פליכט / 
אֵלם באַשיצערן פון יידישע טעכטער: | 


-- אַ יונג מיידפ דאַרף זיך ניט אַרומדרײען אין פּאַריז איבער די 
גאַסן, ס'איז געזינטער צו זיצן אין שטוב. - 


| = און נאָכדעם וי זי האָט אויסגעפרענט פאַרשידענע קלייניקייטן, 
האָט זי זיך גענומען וואונדערן;: ‏ 


--- פון ארץ ישראל, זאָנט איר? איר זיינט געקומען פון ארץ 
ישראל זייִן אַ דינסט-מיידל אין פּאַרין ? 

--- כ'בין קראַנק געװאָרן אויף מאַלאָריע.. 

-- אַי-אַיזאַי! -- האָט די מאַדאַָם מיטפילנדיק געשאָקלט מיטן 
קאָפּ --- ווען װעט מען שוין דאָרט אויסטריקענען די זומפּן, אַה ? / 


און פּלוצלונג האָט זי זיך א כאַפּ געטאָן : 
--- אויב אַזױי װועט איר דאָךף ניט קענען אַרבעטן ?! 


--- דאָ; אין פּאַריז, בין איך שוין געזונט געװאָרן!  --‏ האָט רות 
זיך אַרומגעזען, אַז זי איז דאָ פאַרקראָכן מיט איר מאַלאָריע אי אַ װאַזש- 


נער בלאָטע, 


98 


-- אָבער איר װעט זיך דאָך אומקערן קיין ארץ ישראל! -- האָט 
די מאַדאַם געװאָלט זיין זיכער, אַז מען פאַרלאָזט ניט גלאָט אַזױ אױף 
שטענדיק דאָס יידישע לאַנד. 

--- פֿאַרשטייט זיך --- האָט רות מבטיח געווען --- דער קלימאַט 
דאָרט זאָל זיך נאָר אַביסל בייטן, | 

-- יאָ, יא -- האָט די מאַדאַם אָפּגעזיפצט -- פאַר אַן אייגן שטיקל 
לאַנד מוז מען פיידן! אָט נעמט מיך, צום ביישפּיל. כ'בין אַפילו קיינמאָל 
קיין ציוניסטקע ניט געווען, אָבער, איר פאַרשטייט, די נאַציאָנאַלע 
סענטימענטן... טראַדיצִיע... ניי איך יעדע ואָך אויף א , ברידזש" צו 
מיינער אַ א קוזינע, װאָס גיט אָפּ די נאַנצע חכנסה פון אֶוונט אויף קויפן 
עדד אין פּאַלעסטינע .. 

שמעון איז אַריינגעפאלן צוֹ רותן אין צימער אַן אָנגעזאַפּטער מיט 
דער אומרואיקייט פון דער גאַס, נלייך אויפן שװועל אין ער אַרױסגע- 
פאָרן ; | 

-- האָסט געהערט די נייעסן פון שפּאַניע ? 

זי האָט פון גאָרנישט ניט געהערט און ער האָט איר דערציופֿט | די 
ידיעות פון די צייטוננען און װאָס מענטשן רעדן אין גאַס. 

-- אַ רעװאָלוציע? --- איז זי אויפגעשפּרונגען. 

--- ניין, זעט אויס, אַז די גענעראלן ווילן דאָרט פאַרכאַפּן די מאַכט, 
װאָרים די , לינקע" האָבן דאָך געזיגט ביי די לעצטע װאַלן. די אַרבעטער 
האָבן באַקומען געווער פון דער רעגירונג און שלאָגן זיך קענן דער אַרמײ. 

-- אפשר פאָרט מען נאָר קיין שפּאַניע? -- האָט זי אַ זאָג געטאָן 
האַלב ערנסט. . | | 

ביז רות האָט געמאַכט אַװונטברויט -- זי פלענט ,עקספּראָפּר 
אירן" ביי איר בעליהביתטע, בעת יענע איז גענאַנגען אױף אירע 
ברידזשט און זיצונגען, אַביס? פּוטער, אַ שטיקל קעז אוּן אַנדערע 
קלייניקייטן -- האָבן זיי געשמועסט וענן דער פּאָליטישער סיטואַציע 
אין אייראָפּע. זיי האָבן איינשטימיק באַשלאָסן, אַז דער שפּאַנישער 
אויפשטאַנד װעט זיכער אונטערדריקט ווערן אין עטלעכע טעג, וייל 
דאָס לֿאַנד לינט אויפן װעג פון די בריטישע קאַלאָניעס און ענגלאַנד 
אין פאַראינטערעסירט, עס זאָל בלייבן נייטראַל. דאַן איז רות אַריכער 
צו אירע פּערזענלעכע ענינים: איר אַרבעט, אירע האָפענונגען און פּלע- 
נער פאַר דער צוֹקונפט. ר יי 


59 


זי האָט זיך געפילט גוט אין פּאַריז. פאַר. די עטלעכע װאָכן װאָס 
זי איז דאָ געווען, האָט זי שוין מער געזען פוֹן דער שטאָט װי שמעון 
אין קנאַפַּע צויי יאָר. זי האָט באַזוכט די מוזעאומס, וועגן וועלכע זי 
האָט געטרוימט נאָך אין פּאַלעסטינע, פאַרבראַכט גאַנצע זונטיקן אין 


- ,לואוור" און איז געלאָפן אָנקוקן די שיינע פערטלען פון קאָנקאָרד און 


שאַנ-זדעליזיי. זי האָט אַפילו געהאָפּט פאָרצוזעצן איר לערנען נאַכדעם 
ווי. זיי װעלן זיך אַביס? איינאָרדענען. 
|| ---. און ווען דינגט מען אַ צימער? -- האָט זי נעפרעגט -- ווייסט 
איך װאָלט זיך נאָר אַרױסגעצױגן פון די דאָזיקע האָטעלכלעך אין א 
פּריװואַטע, דירה אַריין. י 
ן פּאַפּירן? אין אַ פּריואַטער דירה מוז מען זיך איינמעלדן ! 

--- מילא, זאָל זיין ואו ניט איז -- איז זי צונענאַנגען נענטער 
צִו אים. -- אָבער איצט װאָלט איך געװאָלט מיר זאָלן שוין וואוינען 
צוזאַמען... און דערווייל איז מיין שותפטע אַװעק אין סינעמאַ. און 
וועט ניט קומען פריער וי צוועלף.. | 

ניט אָפּט האָבן זיי זיך געפונען אַליין, צװישן פיר וענט און זי 
האָבן אויסגענוצט. יעדע געלעגנהייט צו שטילן זייער בענקשאפט און 
ליבע, װאָס האָבן זיך אָנגעזאַמלט אין משך פון יאָרן. דער אומרו, װאָס 
האָט אַרומגעכאַפּט שמעונען, הערנדיק אין גאָס די נייעסן פוֹן שפּאַניע, 
האָט זיך לאַננזאַם אױסגעװעפּט. ער האָט איצט נאָר געפילט דעם צע- 
גליטן קערפּער פון מיידל, װאָס האָט זיך געקלאַמערט אַרום אים, ניט 
קענענדיק זאַט ווערן, וי עס װאָלט גענארט אָפּצונעמען פאַר די הייט- 
לאָזֶע טעג און נעכט. | | 

אָבער שפּאַנענדיק אַהיים נאָך אַ האַלבער נאַכט, אַן אָפֿנעקילטער 
און דערפרישטער פון דער דרויסנדיקער לופט, האָט ער זיך ווידער דער- 
מאַנט אָן די באַריקאַדן. פון מאַדריד און באַרצעלאָנאַ. אַ שטימע האָט 
אין אים געפליסטערט מיט פאָרוואורף : - 

הי דאָרט פאַרגיסן אַרבעטער זייער בלוט פאַר דער זאך און דו 
פאַרנעמסט זיך דאַ מיט ליבע!.+ ‏ / | 

אין די קומענדיקע טעג איז ער איננאַנצן פאַרכאַפּט געװאָרן פון 
די נייעסן, װאָס. זיינען אָנגעקומען פון דאָרטן. אַרום אים האָבן אַלַע 
געאָטעמט מיט די קאַמפן, װאָס זיינען פאָרגעקומען אויף יענער זייט 
פון די פּירענייען. אין װאַהשטאַט און גאַס, אין רעסטאָראַן און אונטער- 
;רונט"באַן האָבן מענטשן זיך דערציילט די לעצטע ידיעות, געזוכט אויף 





40 


דער לאַנד-קאַרטע די. שפּאַנישע שטעט און דערפער, מיטגעלעבט יעדן 
ניצחון און אַיעדע מפּלה, און געפיבערט פון אויפרעגונג. אויף די 
בילדער פון סינעמאַ האָט מען געזען לאַנגע. רייען פון פרייוויליקע, װאָס 
גייען זיך פאַרשרייבן אין דער , מיליס". און ער האָט זיך יעדן טאָג 
געפרעגט פונדאָסניי : | 

--- פאַרװאָס גייען יענע קעמפן און ער זיצט דאָ אין פּאַרין? 

אַ נעפיל פון שולד אין אין אים געװאַקסן און ניט געלאָזט רוען: 
אָט שטריקט ער זיך רוא יק זיינע סוועטערס און ליפערט זיי אין , הוֹיז +. 
אָט װעט ער באַלד דיננען אַ צימער מיט רותן און זיך פילן גליקלעך 
אין דער צייַט ווען מענטשן זיינען זיך דאָרט מוסר נפש פאַר דער 
זאַך!... פאַרװאָס זיצן אייגנטלעך מיט פאַרלייגטע הענט די הונדערטער 
טויזנטער פראַנצויזישע אַרבעטער, װאָס האָבן ניט לאַנג מאַניפעסטירט 
מיט קעמפערישן ענטוזיאזם איבער די בולװאַרן פון פּאַריז? --- וייל 
צווישן פּאַריז און מאַדריד איז פאַראַן אַ גרעניץ? -- אָבער פאַר אים, 
פאַר שמעונען, איז דאָך קיין גרעניץ ניט פאַראַן! ער געהערט דאָך אַזױ 
נוט צו שפּאַניע וי צו פראַנקרייך וי צוֹ פּאַלעסטינע !.. 

אינדערטדי אין ער, װי געויינלעך, געגאַנגען צו דער אַרבעט. 
קומענדיק אין אַטעליע האָט שוין גערוישט די מאַשין אין קליינעם צי- 
מערל? און די לופט איז פול געווען מיט שטויב פון װאָל אוֹן ריחות פון 
אייל, גרינטעלד, דער , פאַסאַניער", ביי וועמען ער האָט אָפּגעדונגען אַ 
ווינקל, איז שוין זינט עטלעכע שעה געשטאַנען ביי דער אַרבעט. אַן 
אָנגעכמורעטער, אַ ניט אויסנעשלאַפענער האָט ער ניט אויסגערעדט 
קיין װאָרט און איז ניט אָפּנעטראָטן פון דער מאַשין פון פאַרטאָג ביז 
אין שפּעטן, זומערדיקן אֶוונט. די ווייב זיינע האָט אים צוגעהאָלפן: 
זי האָט געשפּולט פאַר אים און פאַר שמעונען. אַרום עלף אַזײינער איז 
זי אַראָפּנעלאָפן אין גאַס, האָט דערנאָך צונעגרייט אין אַ שכינותדיק 
אַלקערל אַ שטיק? -איבערבייס פאַרן מאַן און פאַר די קינדער, און האָט 
דאַן פאַרשנעלערט דעם טעמפּא פון דער אַרבעט, כדי אָנצױאָגן די פאַר-, 
לוירענע מינוטן. | | | 

װאַנדעינדיק איבער פאַרשידענע פאַכן, . האָט שמעון דערקענט דעם 
פאַסאָניער-עוֹלם, װאָס האָט ס'רוב געאַרבעט אין דער באַקלײדונג- 
אינדוסטרי: שניידעריי, קאַוטשוק און שטריקעריי. די סעזאָנען אין די 
דאָזיקע פאַכן האָבן געדויערט קוים עטלעכע חדשים אַ יאָר. די זאָרג 
פאַרן מאָרגן אין נעשטאַנען װי אַ געשפּענסט פאַר די אויגן פון די 


41 


מענטשן, װאָס זיינען שוין איינמאָל. אױיסגעװאַרצלט געװאָרן פון זייערע 
היימען. זיי האָבן געחלומט וועגן אַ זיכערער עקזיסטענץ און די איין- 
ציקע זיכערקייט איז געווען דאָס אַרױפּאַרבעטן זיך, מאַכן געלט, אַ פאַב- 
ריקל מיט עטלעכע אַרבעטער און פאַרגרעסערטע הכנסה. 
| אין דער ווירקלעכקייט זיינען זיי געווען לוי-אַרבעטער. אָבער 
דאָס אַרבעטן אין דערהיים, ביי אַן אייגענער מאַשין, האָט ביי זיי גע- 
שאפן אַן אילוזיע פון אומבאַגרעניצטע מעגלעכקייטן: בעת די סעזאָנען 
האָבן זיי ניט געוואוסט פון קיין רו, געאַרבעט ,נאָטס שעהן" און זיך 
יאָננדיק נאָך אַרבעט געװאָרפן די פּרייזן, האָפנדיק צו קאָמפּענסירן די 
שכירות דורך נייע צונאָב-שעהן. יי 

זייערע אילוזיעס האָבן זיך ס'רוב אַרױסגעװיזן פּאַר פאַלשע. ראָם 
קלענסטע ווינטל -- אַ שטרייק, אַ קראַנקײט, אַן ענדערונג פון מאָדעל 
און די דערשיינונג פון א נייערן, קאָמפּליצירטן --- האָט צעבלאָזן זייערע 
חלומות, ביים נייעם סעזאָן האָבן זיי װידעראַמאָל אָנגעהויבן פונדאָסניי. 
נאָר געציילטע האָבן זיך באמת אַדרױפגעאַרבעט, און די דאָזיקע האָבן 
נאָר גערייצם די אַפּעטיטן. די אַנדערע האָבן זיך נאָר פארשװאַרצט 
דאָס לעבן אוֹן רואינירט דאָס געזונט. 

קומענדיק אין יענע טעג צװישן דאָזיקן עולם, האָט זיך שמעונען 
געדאַכט, אז ער זעט פאַר די אויגן א גרויסן מוראַשניק, װאָס באַווענט 
זיך, לויפט, האַװעט און באַמערקט ניט, אַז אַ דיזיקער שטיוול העננט 
איבער. אים, לאָזט זיך לאַננזאַם אַראָפּ און דערנענטערט זיך. אָט באַלך 
וועט ער צעשטערן די נעסטן מיט די אייעלעך, חרוב מאַכן די טונעלן 
און צעקוועטשן די מוראַשקעס אינמיטן זייער געיעג נאָך שטרוי, אַ קיו-. 
קעלע ומיסט אָדער אַ קאָרן-קערנדל.. | : 

אויף װאָס װאַרט מען? --- האָט ער געקלערט --- אין דייטשלאַנד 
זיינען די יידן פאַרװאַנדלט געװאָרן אין שקלאַפן, טראָנן װידעראַמאָל 
דִי געלע לאַטע, ווערן דערמאַרדעט אין תפיסות און לאַגערן; אין מזרח- 
אײיראָפּע וֶוערן זיי אױסגעראָטן עקאַנאָמיש און גייסטיק... צי װעט מען 
זיך לאָזן אויסשחטן אָן װידערשטאַנד? צי וװועלן מיר דורכלאָזן די גע- 
לעגנהייט פון קאַמף קענן אונדזערע מערדער ? 

אָבער אין אַטעליע האָט ער אַפּילו ניט געהאָט מיט ועמען צו 
רעדן וועגן די דאָזיקע ענינים. גרינפעלד האָט זיך וייניק אינטערעסירט 
מיטן בירנער-קריג. בעתן סעזאָן האָט ער אפילו אין קיין צייטונג ניט 
אַרינגעקוקט. זיין קאָפּ איז דאַן פול געווען מיט כלערליי קאָמבינאַציעס 


42 


פון דיקע און דינע סוועטערס, מיט אַדדעסן פון , הייזער" און דאַטעכ 
פון ליפערן. נאָר זיין וייב? האָט יעדן אינדערפרי א פרעג געטאָן 
שמעונען : : 

-- נו, װי האַלט עס עפּעס אין שפּאַניע? | 

און אַרױסגערעדט האָט זי עס פּונקט וי שפּאַניע װאָלט געװען 
זיינער, שמעונס, אַן ענין אוֹן זי פרעגט זיך נאָך מער פון גוטפריינט- 
שאַפט ועגן צו אים װווי צום עצם ענין. אויף קיין ענטפער האָט זי ניט 
געװאַרט, אין גלייך פאַרזונקען אין דער אַרבעט און זיך אָפּגעריסן 
ערשט ווען דאָס געוויין פון די קינדער אין שכינותדיקן צימער האָט זי 
דערמאַנט, אז סיאיז שוין צייט איבערצוכאַפּן דאָס האַרץ. 

שמעונען איז די אַרבעס געפאַלן פון די הענט. די מאַשין האָט גע- 
װאָרפן אויגן און דער פאָדים האָט זיך געריסן ביי די גראָבע קניפּלעך. 
-סהאָט זיך אים נגעדאַכט, אַז דער מאָטאָר אָטעמט שווערער און קרעכצט 
אונטער. און איינמאָל האָט ער מער ניט געקענט אויסהאַלטן: אינמיטן 
העלן טאָג האָט ער נעװאָרפן די אַרבעט און איז אַװעק אין קאַפע , ביאַ- 
ליסטאצקי", װאָס אויפן נאָענטן בעלוויל, העדן נייעס. : 


48 


קאַפיטל דרי 
דער פּולם פּון יידישן , בעלװיל" 


קאַפּע , ביאַליסטאָצקי" . האָט געדינט אויפן יידישן , בעלװויל" סיי 
אַלם קלוב, סײ אַלס בערזע און הן װי א קליזל. אַרבעטלאָזע זיינען 
דאָרט אָפּנעזעסן נאַנצע טעג --- טרינקען האָט מען ניט געמוזט -- 
פאַרנומענע מענטשן האָבן זיך אַהינצוֹ אַראָפּנעכאַפּט מיטאָנ-צייט 
אָדער אין אֶוונט. מען האָט דאָרט געשפּילט רוסישן ביליאַרד, זיך גע- 
היצט ביי קאָרטן און שאַך און בינו לבינו געפירט שמועסן -- װאָט 
דאָס אין געווען דער עיקר אין דאָזיקן קאַפע -- שמועסן ועגן בֹּאֲלִי- 
טיק, ליטעראַטור, וויפנשאפטן און אַלץ אין דער וועלט. 


באַשטאַנען איז דאָס קאַפע פון צוויי קליינע צימערלעך. אין ערשטן 
האָט זיך געפונען דער צינקענער פארבאנק, הינטער וועלכן ס'איז תמיך 
געזעסן אַ דיקע, צענאָסענע יידענע -- די בעל-הביתטע פון געשעפט. 
שוין דרייסיק יאָר װי זי האָט געלעבט אין פראַנקרייך און פונדעסט- 
וועגן האָט נאָך אַלְץ געפּערלט פון איר מויל? מיט היימישע קללות און 
גלייכווערטלעך. אויך די מאכלים, װאָס זיינען געשטאַנען אויפן פאָך- 
באַנק, זיינען געווען היימישע: נעפּרענלטע לעבערלעך, געקאַכטע פּופי- 
קעס, געהאַקטע הערינג, געפילטע פיש און ענלעכע פּאַטראַװעס, װאָס 
האָבן דערמאָנט אָן עלטערן-שטוב און פאַרלאַפענע יוגנט-יאָרן. 


און ניט נאָר די מאכלים האָבן אויסנעדריקט דעם נאַציאָנאַלן כאַ- 
ראַקטער פון דאָזיקן קאַפע -- פון אַ פענסטער, װאָס צו אַ זייטיק געסל 
האָבן אַראָפּגעשײנט די זעקס שפּיצן פון אַן אָפּנעריבענעם מגן דו. 
נאָר אַמאָל האָבן זיך אויף דעד זעלבער שויב געצייכנט אויך די דריי 
גרויסע אותיות כ ש ה. אָבער אַזױ וי דער נייער עמינראַציע-שטראָם, 
און ממילא אויך די קליענטן פון קאַפע, אין באַשטאַנען פון יוננע 


16 


44 


חברה און פאַרביסענע אפּיקורסים, איז די בעל-הביתטע געווען גע- 
צוואונגען אָפּצומעקן דעם כשרות-עמבלעם. אויף קיין גרעסערע קאָמ- 
פּראָמיסן האָט זי ניט געװאָלט. איינגיין, טראץ דעם עקשנותדיקן קאַמף 
און די אָפטע אָנגריפן פון די עקסטרעםילינקע עלעמענטן, װאָס האָבן 
אויך דעם מנן-דוד געװאָלט עוקר מן השורש זיין. און אַזױ אַרוֹם איז 
דודס פּאַנצער ניצל געװאָרן און װעט שוין דאָרט פאַרבלייבן לכל הפּחות 
אַזױ לֿאַנג װי די בע?-הביתטע װעט לעבן און האָבן אַ דעה אין איר 
הויז. יי יע ר 
דער צווייטער צימער אין שטענדיק געוען אָנגעפילט מיט רױך. 
אין שִיטערן נעפּל?ל האָבן זיך באַװענט מענטשן אין אָפּגעטראָגענע אַר- 
בעט-קליידער,. מיט צעקנייטשטע קראַנעלעך אונטער פאַרװאַקסענע מאָר- 
דעס. הייסע דיסקוסיעס זיינען דאָרט קעפירט געװאָרן ביים ביליאַרד 
אָדער אין געזעמלען אַרום די טישלעך. איז אַריינגעקומען אַ פרישער 
נאַסט, האָט ער זיך צונעשאַרט צו אַ גרופּקע, צונעהערט אַ ויילע און 
טאַקע גלייך אַרױסגעזאָגט זיין מיינונג. די וויכטיקסטע פּראָבלעמען זיי- 
נען. דאָרט געלייזט געװאָרן: עס זיינען דערקלערט + געװאָרן מלחמות, 
געשלאָסן געװאָרן געהיימע אָפּמאַכן און קאַבינעטן זיינען געשטירצט 
געװאָרן. װאָס שייך דעם צוזאַמענשטעל פון די מיניסטאָרקאַבינעטן, 
איז שמערקע דער הויזןנייער (װואָס האָט זיך לעצטנס ספּעציאַליזירט 
ביים שלייפן לעכלעך) געווען דער גרעסטער ספּעציאַליסט. דאָס האָט 
ער דער ערשטער מודיע געװען אין קאַפע ,ביאַליסטאָצקי", איִן די 
צייטן פון פאָלקס-פראָנט, אַן ער וויל ניט לעאָן בלומען פאַר קיין פּרעמ- 
יער-מיניסטער. : - 

--- װואָסי? 

-- ער איז אַן אָפּאַרטוניסט! 2 

--- איז וועמען זשע דען ליינסטו פאָר? -- זיינען חברה אים באַ- 
פאַלן פון אַלע זייטן. : : | 

איך פֿאַרלאָז זיך ניכער אויף פּיער קאָטן! --- האָט שמערקע ניט 
פאַרלאָרן דעם קאָפּ --- זעט איר שוין? כאָטש ער איז נאָר אַ דעמאַקראט 
און ניט קיין סאַציאַליסט... י: 

| די שפּאַנישע געשעענישן האָבן אויפגערודערט דאָס קאַפע ביז אין 

זיינע טיפענישן. אַפילו די אַממערפטן פאַרברענטע קאָרטן-שפּילער -פלעגן 
אויף אַ וויילע אַװעקליינן זייערע ,פּיקן" און , טייז" און האָבן צונע- 
ליינט אַן אויער צו די נייעסן, װאָס מען האָט דאָ ארויסגעלייענט פון 
די צייטונגען אִדעה סתם אַזױ דערציילט אויף אויסוייניק. 
| | 48 


עטלעבע טעג נאָך די געשעענישן האָט זיך שוין דער דאָרטיקער . 
עולם נעפילט אין שפּאַניע וי ביי זיך אין דערהיים. מ'האָט געשמועסט 
מיט גרויס בקיאות ועגן פאַלאַמאַנקא און סעוויליע, און אַז שמערקע 
האָט דערלאַנגט אַ משל אִפּ פאַר אַ געזעמל דעם באַרצעלאַנער קאַטאַ 
| לוניע-פּלאַץ, האָט מען געקענט מיינען, אַן ער איז דאָרט נגעבוירן גע- 
װאָרן, געגאַנגען אין חדר און אָפּנעלעבט זיינע יאָרן. אַפילױ די טויבן, 
װאָס אויפן דאַך פוֹן ,האָטעל קאָלאָן" האָט ער ניט פאַרגעסן אֶפּצו- 
משלען: וי זיי װאָרקען, װי זיי פּיקן פון די הענט און וי זיי זיינען, 
|נעביך, אויסגעקוילעט געװאָרן בעת די שלאַכטן. / 
אַן אייראָפּעאישע לאַנד-קאַרטע האָט דאָרט עסיצער אויך אַראָפ 
געבראַכט, אַן אַלְטע און אויסגעריבענע, און דער עולם האָט זיך אַ 
װאָרף געטאָן אויף די מטושטשדיקע פּינטעלעך און אותיותלעך, כדי 
צו דערגיין דורך װאַנען די דייטשן און איטאַליענער שיקן הילף צו 
פּראַנקאַ און דורך װאַנען די סאָוועטן וװעלן, אם ירצה השם, אויך שיקן. 
ערשט נאָך לאַנגע מאַטערנישן און אַמפּערײען האָט מען זיך 
אַרומגעזען, אַז די קאַרטע טויג אויף צען טויזנט כפּרות, אַז זי שטאַמט 
נאָך פון פאַר דער וועלט-מלחמה; והראיה -- ואַרשע געהערט דאָרט צו 
רוסלאַנד, די בעל-הביתטע, װאָס איז געווען אויסגעבונדן אין אַלע דיס- 
קוסיעס, האָט דאַן נעפּסקנט פון די הויכענישן פון איר טאַבורעט אַראָפּ: 
--- יוננערמאַן, איר קענט נעמען אייער מציאה פון אַ קאַרטע און 
זיך מיט איר אַרויפלייגן אויף די שינעס פון אַ שנעל-צוגן.. 
ווען שמעון האָט זיך אין מיטן העלן טאָג אַריינגעכאפּט אין קאַפע 
אַריין,. האָט מען אויך געהאַלטן אינמיטן אַ ויכוח. אויפן ערשטן פייער 
זיינען דאָסמאָל גענאַנגען די אַנאַרכיסטן, װאָס האָבן געצויגן די אַל- 
געמיינע אויפמערקזאַמקײט צוליב די געשעענישן אין באַרצעלאָנאַ. 
--- װואָס ווילן זיי אייננטלעך, די אַנאַרכיסטן? -- האָט נעפרעגט 
אַן עלטערער מאַן, ספק מיט אַ באָרד, ספק ראַזירט --- ביי אונדז אין פּאַריז 
איז דאָך גאָרניט פאַראַן פון דעם דאָזיקן מין ! 
--- איר ווייסט װאָס ס'איז פאַראַן אין פּאַריז און װאָס ס'איז ניטאַ! 
--- פרענט אים בחרם! -- איז אויף אים גלייך אַרױיפגעפאָרן אַן אויס. 
געבויגענער בחור וי אַ לולב מיט אַ פַּאֶר ברילן אויף דער נאָז --- ניטאָ 
קיין אַנאַרכיסטן אין פּאַריז? און ווער האָט אַ לאָקאַל אויפן פינפטן 
שטאָק פוך פּאַסאַזש-דע-זשען, דאָרט וואו מען קען האַלדז און געניק 
ברעכן ביים קריכן אויף די פינסטערע שטיגן?... אַה? | 


46 יי טג א 


דער דאָזיקער יוננערמאַן אין געשטאַנען מיט איין פוס אויף אַ 
שטול, אָנגעלענט מיטן עלנבויגן אויף דער קני. ער האָט דאָ געהייסן 
,פילאָזאָף" סיי צוליב זיין באַברילמן פּרצוף און הן צוליב זיינע לאַנגע 
רעדעס, אָבער קיין גרויסן דרך ארץ האָט מען דאָ פאַר די ביידע קװאַ- 
ליטעטן ניט געהאט: / : | 

--- אויך מיר אַנאַרכיסטן! -- האָט עמיצער אַ מאַך געטאָן מיט 
ביטול --- די אַנאַרכיסטן װאַרפן דאָך באָמבעס און די יעניקע, ואָס 
אויף די פינסטערע שטיגן, מאַכן נאָר רעפּעראַטן. רעפעראַטן מאַכן דאָך 
קאָמוניסטן אויך, טאָ װאָס איז מיר די גרויסע נמקא מינה ? 

-- ביסט א בחמה און שוין! -- האָט אים דער פילאָזאָף אָפּנע- 
ענטפערט קורץ און שאַרף. יי 

שמערקע, דער ספּעציאַליסט פון מיניסטאָרן-קאבינעט, אין געזעסן 
װוי אויף שפּילקעט, ער איז געווען אַ נידעריקער, מיט אַ שמאָלן שטערן 
און אַ לאַננער נאָז, װאָס האָבן גענעבן זיין פּנים אַן אויסדרוק פון אַ 
פויגל. ווען ס'האָט אים אָנגעשפּאַרט דער חשק צום -עדן, זיינען זיינע 
קליינינקע אייגעלעך אַזש געװואָרן שיקלדיק פון גרויס אויפרעגונג. ער 
האָט אויסגענוצט די קליינע פּױזע אויף אַרױסצונײן מיט לשון: 

!--- איי,, איי,, די אַנאַרכיסטן} -- האָט ער געשאָקלט' מיטן קאָפּ -- 
איר פרענט ביי מיר װאָס דאָס זיינען פאַרא פייגל. כ'געדענק זיי נאָך 
פון פינפטן יאָר. ביי אונדז אין שטעט? איז דאַן געווען אַ גאַנצע שייקע 
מיט יאֶשקע , טשװאָק" אין דער שפּיץ. האָבן זיי איינמאָל געמאַכט אַן 
אַטענטאַט אויף דער וייכער-שול און צעממיתט דער רביצן מיט טאָך- 
רעס דעם אונטער-שמש, װאָס אין געווען דער װאַסער - טרעגער פון 

שטעטל... 

--- זאָג נאָר שמערסע, וי אַלט ביסטו אַצינד? -- האָט דער פילאָ- 
זאָף איבערגעריסן זיין מענה-לשון. 

--- װאָסי? -- האָט שמערקע דערשמעקט, אַז מען גייט אים דאָ 
אונטערשטעלן אַ פיסל און אַן 30 יאָר, איז דיר שוין פריילעכער 
אויפן האַרצן ? | - 

--- איז װי אַזױ האָסטו געקענט זען די אַנאַרכיסטן אין פינפטן 
יאָר, אַז ביסט נאָך דאַן כלל אויף דער וועלט ניט געווען? דער טאַטע דיי 
נער האָט זיך ערשט דעמלט מישב געווען, צי ער זאָל באַגליקן די וועלט 
מיט אַזאַ אוצר װוי דו... | | 





47 


-- הויבט זיך אָן אַ מעשה! -- האָט ויך שמערקע ניט פאַרלאָרן 
--- מיר מאַכן דען דאָ סטאַטיסטיקעס? מיר רעדן דאָך וי מענטשן! 
צווישן זיך... | | | 

שמערקע איז ניט געווען קיין ליגנער, כאָטש ס'איז אים אָפּטמאָל 
אויסנעקומען צו דערציילן ניט-געשטויגענע מעשיות. ער האָט אַלײן 
גענלויבט אין די דאָזיקע נגעשיכטעס. אַלס קינד האָט ער דורכנעלעבט די 
וועלט-מלחמה, פאַרװואָגקט געװאָרן אַלס , בעזשעניעץ? קיין רוסלאַנד און 
אי דאָרט בייגעווען די אָקטאָבער-רעװאָלוציע. צוריקקומענדיק קיין 
פּוױלן האָט ער אָנגעטראָפן א נייע וועלט מיט לעניאַנערן, פּאַטריאָטישע 
חלומות,. נאַציאָנאַלע געזאַנגען אוֹן היפּשן אַנטיסעמיטיזם. ער אַלין איז 
פון די אַלע היסטאָדרישע פּאַסירונגען געבליבן אָן אַ פאַך אוֹן אָן חיונה, 
און ער האָט זיך געלאָזן זייער יונג אין דער גרויסער וועלט אַריין. נע- 
וװאַלנערט האָט ער זיך איבער נאַליציע און ווין, איז געווען אַ שטיקל 
צייט אין דײיטשלאַנד, האָט געאַרבעט אין די אייזן-גרובן פון לאָטרין- 
גען און האָט זיך סופ כ? סופ באַזעצט אויפן פּאַריזער בעלויל, וואו 
עד איז געװאָרן אַ הויזן-נייער און שטאַםנאָסט פון קאַפע ביאליסטאָצקי. 

די גרויסע וועלט-נעשעענישן, װאָס ער איזן ביינעווען אַלס עדות, 
האָבן זיך צוזאַמענגעפלאָכטן אין זיין קאָפּ מיט אָן אַ שיעור צונעהערטע. 
אָדער געלייענטע געשיכטעס און דאָרט געשאַפן אַן אויסטערלישן מיש- 
מאַש, אין וועלכן ס'איז פאַרװוישט געװאָרן די גרעניץ צווישן ווירקלעכקייט 
און פאַנטאַזיע. געלייענט האָט ער בעיקר די ביליקע ביכלעך פון דער 
װאַרשעװער, יידישער , גראָשן-ביבליאָטעק", וואו ס'איז דערציילט געװאָרן 
אויף איין פוס וועגן פּראָװאָקאַטאָר נאַפּאָן און לחבדיל וועגן גאַנדי, וועגן 
דער פראַנצויזישער רעװאָלוציע, קראָנשטאַטער אויפשטאנד און דר. טע- 
אִדאָר הערצל. נאָכדעם װוי ער האָט פאַרשלונגען אַ היפּשע צאָל פון די 
דאָזיקע בראָשויקעס איז ביי אים געווען רעכט, אַז ער איז אַלֵיין בייגעווען 
דעם אַטענטאַט אויף אַלעקסאַנדער דעם צווייטן און אַז ער האָט מיט די 
אייגענע אויגן נעזען װי גאַנדי טרינקט צינן-מילך נאָך אַ. פערציק-טאָגיקן 
תענית. | | 

אײַנמאָל האָט ער זיך אַזױ פֿאַרנאַלאָפּירט, אז ער האָט אַזש פאַר- 
זיכערט, אַז ער האָט בכבודו ובעצמו נעמאָלקן די דאָזיקע הייליקע צינ. 

דער הויפּט-אינטערעס פון עולם האָט זיך איצט אַריבֿערגעטראָגן צו 
א צווייט נעזעמל, וואו אַ יונגער בּחור האָט דערציילט. פּרטים פון בירגער- 
קריג ; | | 


48 


-- . . . האָבן זיך די פאַשיסטן פאַרבאַריקאַדירט ביי א ראָנאָוון 
מויער און באַשאָסן מיט פּולימיאָטן די אַלע אַרומיקע גאַסן. צוקומען צו 
זיי איז געווען אומענלעך, און דאָ האָבן די אַרכעטער אַרום ניט געהאַט 
קיין 'געווער. האָבן עטלעכע יאָטן זיך אַריינגעזעצט אין אַן אויטאָ און 
אַרופנעפאָרן מיט דער גאַנצער פּאַרע אויף יענעם מויער. זיי זיינען צע- 
שמעטערט נגעװאָרן צוזאַמען מיטן מיטראַיעזן-נעסט ! | 

= -- זאָג נאָר, בערגמאַן -- האָט אַ פארזאָרגטע שטימע זיך געװענ- 

דעט צום דערציילער --- װי חאַלט עס אַצינד מיט געווער ? 

שמעון האָט באַטראַכט בערנמאַנען. ער איז, געווען מיטלוואוקסיק, 
מיט איינגעפאַלענע באַקן און דערמאַנט אָן אַ וועלקנדיקע פלאַנץ. אַ גע-. 
| קרייזלטע טשופּרינע שװואַרצע האָר האָט זיך נעכװאַליעט איבער זיין קאָפּ. 
אין זיינע אויגן, װאָס זיינען געזעסן אין טיפע לעכער, האָט זיך געטונקלט 
אַ לייכטע צעטראָגנקייט און אַ שימער פון יענער שרעק, װאָס מען מערקט 
ביי אַ. געפּלאָנטער חיה. נאָר בעתן רעדן האָבן די דאָזיקע אוינן זיך אָנ- 
געצונדן און זיינען פול געװאָרן מיט לעבן. דער עולם אַרום האָט אים 
אויסנעהערט ערנסט און אויפמערקזאַם: אַלע האָבן נעוואוסט, אַזן ער אין ‏ 
אַ סך יאָרן געזעסן אין תפיסות און האָט דאָרט אַ סך נעלערנט. אָבער 
אינמיטן האָט שמערקע זיך אומנעקערט פון בופעט, וואו ער האָט איינ- 
געהאַנדלט אַ שטיקל שװאַרץ ברויט און אַ פעטן ויידל פון אַ העריננ, 
און עמיצער האָט אַ זאָג נעטאָן: 

-- גיט נאָר אַ קוק! דאָרט שלאָגט מען זיך, און דער-דאָ האַלט 
אין איין פרעסן, 


-- מען דאַרף זאַמלען כוחות! -- האָט שמערקע גערעדט מיט אַ 
פולן מויל --- אינגיכן פאָרן מיר אַלע קיין מאַדריד ! | 
| -- הויזן-שניידער טויגן זיך ניט צו מלחמה! -- האָט יענער זיך 


געחכמהט --- זיי האָבן מערידן ! 

עטלעכע האָבן געלאַכט, אַנדערע האָבן זיך געוויצלט. בערנמאַן איז 
געבליבן ערנסט: | 

-- זאָל מען נאָר לאָזן, װי מען װועט פאָרן. היינטיקע צייטן דאַרף 

מען ניט זיין קיין נרויסער נבר, כדי זיך צו שלאָנן העלדיש. ס'יינען 
פאַראַן ביקסן און קאַנאַנען... מען דאַרף נאָר האָבן מוט !... | 

אַניט לאָזן זיי פאָרן?! -- האָט אַרינגעװאָרפן דער עלטערער, באַ- 
װאַקסענער מאַן -- זיי האָבן דאָך אַרױסגעגעבן די גזירה פון ניט - אינ- 
{טערווענץ און געשלאָסן די גרעניץ פון די פּירענייען . | 


4 | יי 4 


שמעון האָט אין יענעם טאָג נאָך געאַרדבעט עטלעכע שעה. שטיי- 
ענדיקװידעראַמאָל ביי דער מאַשין האָט ער באַשלאָסן צו פאָרֹן קיין 
שפּאַניע ביי דער ערשטער מענלעכקייט און טאַקע נלייך אֶנהוֹיבן באַ- 
מיוננען װעגן דעם. מען דאַרף נאָר אָנהויבן און אַ סך וועלן דעדנאָך 
קומען! און מיט דער ניט-אינטערווענץ - גזירה װעט מען זיך אויך אַן 
עצה נעבן. : | | 


| = זייער שנעל האָט ער זיך צונעוואוינט צום געדאַנק און אַ וילע 
שפּעטער האָט ער זיך שוֹין נעפילט אַזױ חיימיש מיט דער נסיעה, װי זי 
װאָלט באַשלאָסן געװאָרן מיט חדשים צוריק. װאַנדערוננען, גנבנען גרע- 
ניצן, נסיעות זיינען װי געווען זיין נאַטירלעכער עלעמענט. מיט איין קלאַפּ 
-זיינען געענדערט געװאָרן אַלע בי-איצטיקע פּלענער און אויסרעכענוני 
נען אויף דער צוקונפט: געלט אויף אַ צימער, ,פּאַפּירן", לענאַליזאַציע, 
אַרבעט -- די אַלע נאָר חשובע פּראָבלעמען האָבן מיטאַמאָל פאַרלאָרן 
יעדע וויכטיקייט און אים לחלוטין ניט אינטערעסירט, וי זיי װאָלטן גע- 
הערט צוֹ אַ פרעמדער וועלט. נאָך שטייענדיק ביי דעו מאַשין האָט ער 
זִיך שוין באַטײליקט אין שלאַכטן און אָפּנעהאַלטן מוראדיקע נצחונות. 
און אַלץ מער און מער האָט ער זיך דערווייטערט פון דער פּאַריזער רעאַ- 
ליטעט און פון זיינע טאָג-טענלעכע זאָרגן, נאָר איין געדאַנק האָט אים 
נאָך פארבונדן מיט דער דאָזיקער שטאָט, װאָס האָט שוין כמעט נעהערט 
צו דער פאַרגאַנגענהײט: װאָס װעט זיין מיט רותן ?... 
תחילת האָט ער אָפּנעשטױסן די דאָזיקע מחשבות און זיך געזאָגט, 
אַז שפּעטער װעט ער עס באַקלערן. אָצער דער. געדאַנק האָט זיך כסדר 
אומנעקערט, אויפגעטויכט און געמאַטערט. ער האָט געפילט איר דורשט 
נאָך ליבע און געוואוסט, אַז לאַנג װעט זי ניט קענען אוה אים װאַרטן. 
ס'וועט זי עמיצער אַנדערש האַלטן אין זיינע אָרימס, זי צערטלען, באַזיצן 
און באַהערשן. און. ער האָט עס כמעט געזען פאַר די אויגן: זי װעט זיך 
ויענעם אָפּנעבן פיט אַזאַ ברען און הונגער וי זי גיט זיך אים אֶפּ... 


ער האָט איצט געזען מיט אַ שאַרפער קלאָרקײיט זייערע באַציונגען: 
די קראַפט פון צוציען און באַהערשן, װאָס שיינט אַרױס פון רותס העלן 
בליק אין מאָמענטן פון ניכטערקייט, איר קעציש פּיעשטשען זיך בעת 
קערפּערלעכע צערטלעכקייטן און דער שפּעטערדיקער איבערנאַנג צו ווייב- 
לעכער אונטערטעניקייט און ווילן באַהערשט צו ווערן. איצט װעט זי זיך 
קלאַמערן מיט אירע אָרימס אַרום עמיצן אַנדערש.. 


8 


50 


ו יע 

די דאָזיקע פאָרשטעלוננען האָבן אים צעטומלט. די מאַשין האָט זיך 
מאָנאָטאָן באַװענט. די פֿאָדים האָבן זיך רעגלמעסיק געצויגן און ער האָט 
זיך כסדר איבערגעחזרט איין און איינציקן געדאַנק, מיט וועלכן ער האָט 
פּרובירט זיך צו טרייסטן: כ'וועל מיט איר רעדן ווענן דעם... היינט וועל 
איך מיט איר רעדן... באַלד... 

גלייך נאָך דער אַרבעט איז ער אַװעק צו אִיר. רות איז נאר ניט גע- 
-ווען אינדערחיים. זי איז געקומען אַ ביס? שפּעטער וי געוויינטלעך און 
איז געווען פאַרױיטלט, און שטאַרק אויפנעמונטערט. ואַשנדיק זיך, אַ 
האַלב-אױיסגעטאַנענע, ביים קראַן, האָט זי אים דערציילט, פֿאַרװאָס זי 
האָט זיך געזאַמט אין נאָס : : יי 

--- און אָט האָב איך שוין געהאָט אַ שטיקל פּאַריזער אַװאַנטורע1... 
יעדעס מאָל פאַרטשעפּעט מיך. עמיצער אין , מעטראָ? און איך דריי זיך 
אַרױס, היינט בין איך געווען ניינעריק צו וויסן, װאָס אַזױינס עס װעט 
פּאַסירן וויוטער... אָט בין איך שוין מער וי אַ מאָנאַט אין פראַנקרייך 
און איך קאָן נאָך קיין איין פּראַנצויז ניט. איז ווען א יונגער ואָט האָט 
מיך היינט כלומרשט עפּעס נעפרענט, האָב איך אים געענטפערט, אַן 
כיפארשטיי ניט קיין פראַנצויזיש. נו, האָט זיך אָננעהויבן אַ נאַנצער שמן- 
עס און דערנאָך בין איך מיט אים גענאַנגען טרינקען אַ קאַפּע. ער האָט 
דווקאי געװאָלט מיך באַגלײטן אַהיים! סוף כל סוף האָב איך אים אָנגענעבן 
אַ. פאלשן אַדרעס... 

הערנדיק איר פּלאַפּלערײ אין שמעון תחילת נעװאָרן בייז, דערנאָך 
האָט ער א טראכט נעטאָן, אַז ס'איז פאַרפאַלן, אַזױ איז די וועלט. רות 
האָט דערווייל אָנגעטאָן א ווייסע, איינגעפּרעסטע בלוזקע, װאָס האָט בול- 
טער געמאַכט אירע ברוסטן און אונטער די אױיסנעצװאַנענע האר אין 
איר בליק נאָך לעבהאפטער געװאָרן. דאָס קאַלטע װואַסער האָט צעשפּילט 
אירע בלוטן. אין די באַקן האָבן זיך אַ צונד געטאָן דינינקע, רויטע אָדער- 
לעך. און איין וויילע האָט שמעון געצווייפלט: בלייבן מיט איר אי 
פּאַריז ?... נלייכצייטיק האָט ער אַ זאָג געטאָן אוֹיפן קול : 

--- איך פאָר קיין שפּאַניע! | 

--- ווען?... דו פאָרסט? פמֿען קען דאָך ניט פאָרן ! 

---כ'וועל מאָרגן גיין אויפן קאָנסולאַט. און פאַראַן אויך אַ קאָמיטעט 
מאַר שפּאַניע... 

אין ערשטן אויננבליק האָט רות געמיינט, אַז ער רעדט וועגן פאָרן 
בכלל. איצט האָט זי זיך איבערציינט, אַז ער מיינט טאַקע קאָנקרעטע 
מעשים און קלייבט זיך אין וועג אַרײן. 


/ 


51 


6 

-- אַ סך ווילן פאָרן --- האָט זי אים אָפּגעשלאָגן -- מען זאָגט 
אָבער, אז. ס'איז אומענלעך.., 

--- ווייל זיי רעדן אַלע סתם אין דער וועלט אַרײן. מען דאַרף אָנ- 
הויבן עפּעס טאָן!... אוב מען װעט ניט קענען פאָרן לענאַל, װעל איך 
שװאַרצן די גרעניץ. כ'האָב געגנבט אַזויפי? גרעניצן, װעל (איך גנבנען 
נאָך איינע!... : 

|| --- אוּן איך? --- האָט זי פּלוצלונג אַ פרענ געטאָן. 

ער האָט ניט געענטפערט און אַ וויילע האָט געהערשט 8 שטילקייט 
צווישן די פיר ווענט. אין דרויסן איז צוגעפאַלן אַ שפּעטער, זומערדיקער 
אֶוונט. אַ זשומען פון זידנדיקן , בוימל האָט זיך געטראָגן פון די שכינות- 
דיקע האָטעל-צימערלעך. אַ סך לאָקאַטאָרן זיינען אין די פאַרנאַכט-שעהן 
נעזעסן אינדערהיים, ווייל פּאָליציי אין די נאָסן האָט געפרעגט פּאַפּירן 
גלייך וי ס'איז טונקל געװאָרן. רות האָט אַרױסנגעקוקט דורכן פענסטער: 
פּאַסן ליכט, וי ווייסע פלעקן, זיינען געקראָכן איבער די אָפּנעקראַכענע 
ווענט פון ענגן הויפ?. אַ פּאָר צענדליק פענסטער זיינען געווען צעעפנט 
און איינגעזאַפּט די היץ פון די אָנגעגליטע מויערן. פון אונטן האָט זיך 
געטראָגן אַ שאַרפער ריח פון אַרויסגעשטעלטע בלעכן מיסט, 

שמעון איז צוגעגאַנגען צו רותן: 

--- דו מיינסט, אַז איך דאַרף ניט מאָרן ? 

-- א*ך מיין ניט... אָבער כ'האָב געקלערט, אז מירן זיך אַביס? 
איינאָרדענען, אַז כ'וועל אַרבעטן און לערנען... אז מירן. סוף כ? סוף יי . 
אַ שטיקל צייט צוזאמען !... 

אין די פענסטערלעך הש זיך געצונדן ליכט. אין דער בין-השמשות- 
דיקער שטילקייט האָט מען געהערט אַ געקלימפּער פון טעלער און לעפ5, 
און אָפּנעהאַקטע געשפּרעכן; וועגן דירח-געלט, װאָס איז טייערער געװאָרן, 
וועגן אַ קראַנק קינד, װאָס מען דאַרף אַרוֹיסשיקן אין די בערנ אָדער 
פתם אויף פרייע. לופט אין אַ דאָרף, וועגן אַן אָבלאַוװוע אין אַן אויסלענ- 
דער-האָטעל, נאָר. ניט - ווייט פון דאַנען... 

אַ מיידל האָט געזונגען אַ פאַרבענסט יידיש פאָלקס-ליד, װאָס זי 
| האָט מיטנעבראַכט פון אַ ווייטער חיים און איר געזאַנג איז באַזױימט 

געװאָרן מיט אַ טראַסקערײי פון א מאַשין, װאָס האָט זיך געריסן פון אַ 

פאַרמאַכטן פענסטער אויף אַן אוינערשטן שטאָק. אַ חיים-אַרבעטער האָט 
דאָרט אַריינגעכאַפּט איבעריקע שעהן און זיך געהאַלטן פאַרשלאָסן אין 
דושנעם צימערל, כדי;מען זאָל אים ניט פּאַקן ביי דער טרפהנער מלאכח. 


רות האָט זיך אױסנעצוינן אויפן בעטל און נעשויגן. שמעון אי 
געשטאַנען ביים פענסטער. מיט אַלע זיינע אברים האָט ער געפילט דעם 
פאַרשטיקטן אָטעם פון , האָטעל", דאָס וװועלקן פון די מענטשן, װאָס 
רייסן זיך צום לעבן װי די גרעזלעך, װאָס האָבן אַרױסנגעשפּראָצט פון 
פאַרמאָכיקטע שפּאַכטן אויף גרויס-שטאָטישע מויערן אוֹן ברוקן. ס'האָט 
זיך אים אויסנעדאַכט, אז דער האָטעל ענטפּערט רותן: 
-- ניין! נישט דו קענסט זיך דאָ אײינאָרדענען, ניט אַרבעטן, ניט 
לערנען .. ר | 


.8 


קאַפּיטל פיך 


א באַגעגעניש מיטן הונגעריסן סטודעבנט רײמאַן טעלכער הטמ 
געצבוייפלט אין רער אײביקײיט פן די הײליססטע אמתן 


אַהימגעגאַנגען איז שמעון שפּעט ביינאַכט. אין נאָס האָט ער מיט. 
אַמאָל דערפילט אַ דערלייכטערונג. צום ערשטן מאָל האָט ער געשפּאַנט 
איבער פּאַריז, ניט מורא האָבנדיק פאַר די טונקעלע שאָטנס, אין בלויץ 
טוניקעס, װאָס האָבן אים תמיד פאַרפאָלגט אין אַלע עקן שטאָט און 
געפרעגט מיט אַ בייזן בליק: . 

--- פּאַפּיע, ס?איל וואו פּלע |... (א) 

װאָס קענען זיי אים אַצינד טאָן? ווידער שיקן איבער דער גרעניץ? 
ער גייט שוין סיי וו |... | | 

אָט ציען זיך די גרויסע, אויסערלעכע בולװאַרן, פון בעלויל בין 
צום פּלאץ ,נאסיאָן". פונדאַנען האָט ער איינמאָל מאַרשירט צו דער 
, קאַמונאַרן-װאַנט?, װאָס אויף דעם פּער לאַשעז". זיי זיינען אים תמיך 
פאָרנעקומען אַזױ לעגענדאַר, די קאָמונאַרן!; און איצט גייט ער װערז 
איינער פון זיי...- | ' 

אָט אין ער ביי דער , באַסטיל". דאָ האָט זיך אָנגעהויבן די גרויסע 
פראַנצויזישע רעװאָלוציע, און מיט עטלעכע יאָר צוריק האָט מען אים דאָ 
פאַרהאַלטן אויף אַ דעמאַנסטראַציע און אַלס אויסלענדער, אַלס אַ פרעמדן, 
אים משלח געווען איבער דער גרעניץ, קיין בעלגיע, פונװאַנען די בעפל- 
גישע גרעניץ-װאַך האָט אים אין זעלבן אָוונט צוריקגעװאָרפן, 

איצט האָט ער געשפּאַנט איבער א בריק פון דער סען. פון טייך 
האָט געבלאָזן א קיל ווינטל. מיט א שטילן געמורמפ האָט. דאָס וואַסער 
געפלאָסן אונטער די פיס. רעכטס און לינקס האָבן צענדליסער בריקן גע- 
שימערט מיט רויטע און בלויע פייערלעך, װאָס האָבן זיך אראָפּנעלאַזו 
וי פילפאַרביקע זיילן אין שװאַרצן שפינ? פוז טייד. 


טייק 


() פּאַפּיט, ביטמע (,,, 





ער האָט זיך אָנגעשפּאַרט אויף א פּארענטשע און באַטראַכט די 

שטאָט. שאָטנדיקע אַלײיען האָבן זיך געצויגן לענגויס דעם סייך און 
זיינען נעפּלדיק צעשוואומען אין דער ווייט. אין אַלֶע זייטן זיינען געלאָפן. 
ברייטע בולװאַָרן. אונטערן רעקלאַמע-רױטן, גרויס-שטאָטישען הימל האָבן 
זיך אַויפן שפּיץ פון אַ הויכן באַרג געווייסט די העלע קופּאָלן פון , היי- 
ליקן האַרץ", באַלױיכטענע דורך די באַווענלעכע ליכטער פון הולענדיקן 
מאנמארטר. דאַנעבן האָט זיך שטום געשװאַרצט דער שפּיץ פון ‏ דעד 
נאָטר-דאַם קירכע. 4 | יט 


װוי לאַנג שטייט זי שֵׁוִין די דאָזיקע קירכע? --- שוין אין צוועלפטן 
יאָרהונדערט האָט מען זי אָנגעהויבן בויען! אַכט הונדערט יאָר... וועל- 
כער יידישער בית-מדרש שטייט אומבאַרירט שין אַזױ פאַנג? וועלכע 
יידישע שול איז שוין פאַר דער צייט נישט פאַרברענט אָדער לכל חפּחות.. 
פּאַנראָמירט געװאָרן +. , 


ער האָט זיך פאַרוואונדערט אויף זיינע אייגענע מחשבות: איז ער 
דען פוֹן העלער הויט געװאָרן אַ נאַציאָנאַליסט?... שוועבט עה שוין ווידער 
אין דער נאַציאָנאַלער ראָמאַנטיק וי מיט צען יאָר צוריק ? | 
| | ניין! ס'איז אפשר נאָר דערפאַר, װאָס ער נופּא פילט זיך דאָ פרעמר, 
געפינט נישט קיין פּיצעלע אִו רט אויף די אַלע בולװאָרן און אַלײען... 


מיט אַ פארביסענער עקשנות האָט ער תמיד געקעמפט פאַר זיין רעכט 
צו לעבן אויף דער וועלט. ער האָט זיך קיינמאָל נישט אָפּגעשראָקן פאַר. 
שוועריקייטן, נישט נאָכגעגעבן זיינע פּערזענלעכע סענטימענטן. האָס ער. 
רען נישט געהונגערט צוויי יאָר אין די צעלעכערטע, דורבגענעצטע פּאַ- 
לאַטקעס פון קיבוץ? איז ער דען נישט אַרױסגענאַנגען אין פאַרטאָגן 
מיט אַ שטיק? טרוקן ברויט אין קעשענע אַרבעטן אין זומפּן פון כברח 4 


דערנאָך האָט ער געקעמפט פאַר אַ נייעם אידעאַל, אָבער מיט דער 
זעלבער בלינדער עקשנות. פון שטוב האָט די מאַמע געשריבן, אַז מען 
האָט צונעמאַכט דאָס קרעמל, אַז דער יינגערער ברודער גייט ארוב פּוסט 
און פּאַסט, און אַז די איינציקע האָפּענונג איז, אַז ער זאָל גיין קיין אַרץ 
ישראל, און ער, שמעון, האָט דאַן געטראָגן אויפרופן צו די אַראַבער פון 
יאַפּע און זיי גערופן פּראָטעסטירן קעגן דער יידישער , עליה"... ער האָט 
ניט געקענט לייענען קיין אַראַביש אָבער געוואוסט האָט ער גאַנץ גום 
װאָס דאָרט שטייט: זיי זאָלן זיך פאַרַזאַמלען אין די פּאָרטז און ניט 
אַראָפּלאָזן די ציוניסטישע עמיגראַנטן פון די שיפן.- א אה 


8 


דערנאָך איז דער ברודער געקומען און איז געװאָרן אַ פּאַסטוך אין 
אַ קאַלאָניע פון , עמק". און ער, שמעון, האָט גערופן די אַראַבער פון דו 
דערפעו זִיך קעגנצושטעלן מיט געווער אין דער האַנט קעגן די , סיאָני", 
,;װאָס רויבן דעם באָדן פון די אָרימע פעלאַבן"... 

ער האָט זיך, אמת, ניט תמיד געפילט שוה בשוה מיט דער דאָזיקעך 
אַרבעט?.--- ער האָט אָבער גענלויבט אין ציל , אין דער רעװאָלוציע, אין 
דער גערעכטיקייט און גלייכחייט, און דעריבער האָט ער נישט נאַכגעגעבן 
זיינע סוביעקטיווע געפילן .. | 

מיטן זעלבן גלויבן איז ער געגאַנגען איינמאָל א פרימאָרגן אוים- 
הענגען אַ רויטע פּאָן אויפן יידישן ,הדר הכרמל" פון חיפה מיטן אוים. 
שריפט , באַעהרט דעם אָנדענק פון די רעװאָלוציאָנערן פואד כאַדזשאַזי 
און זיינע חברים!!!" װער איז געווען פואַד כאַדזשאַױי? -- ער איז 
באַפאַלן מיט אַ באַנדע אַן אָרימען יידישן קואַרטאַל פון דער גליל'ער 
שטאָט צפת, האָט גערויבט און געמאָרדעט, און פאַרגװאַלדיקט. --- אָבער 
אויף אַזעלכע דרכים האָט געמוזט גיין דער קאַמה קעגן די אבות הטומאה, 
קעגן אימפּעריאַליזם, אַזױ ארום האָט מען דערנענטערט די וועלט-רעוואָ-. 
לוציע --- און ער. האָט ניט נאָכגעגעבן זיינע סענטימענטן! איבערן בלויען 
ים האָט געפלאַטערט די רויטע פאָן און גערופן די יידישע אַרבעטער 
אָפּצוגעבן כבוד דעם הייליקן אָנדענק פון פואר כאַדזשאַזי.. 

אַצינד איז דער וועג א גלייכער! אַצינד גייט ער קיין שפּאַניע. דער- 
נאָך װועט ער אפשר גיין קיין איטאַליע אָדֶער כינע, אָדער דייטשלאַנד... 
וואו נאָר מען װעט אים רופן ! 

דער אומעט יװאָס האָט אים אַרומנעכאַפּט ביי רותן אין צימער, אין 
פאַרשװאונדן. ער האָט זיך דערפולט מונטער און קרעפטיק, און 2ל? ניט 
געהאַט קיין השק צום גיין שלאָפן, מיט דעם סען-ברעג איז ער דערגאַנגען 
צום שאַטלעפּלאַץ און פון דאָרט אַריבער צום פאַן-מישעל, , 

דער שטענדיק בַאַלֶעבטער סטודענטן-בולװאַר איז שוין געווען אויס. 

געליידיקט אין דער דאָזיקער שפּעטער שעה. נאָר עטלעכע קאַפע-חייזער 
האָבן שװואַך געלויכטן מיט זייערע רעקלאַמעס, אויף זייערע אָפענע וועי 
ראַנדעס זיינען געזעסן ווייניקע, פאַרשפּעטיקטע געסט. גאַסן-פרויען האָבן 
געפליסטערט אויף די ראָגן : | 

--- קום, מיין טייערער ! : 

פונדערווייטנס האָט ער דערזען ריימאַנען, װאָס האָט געשפּאַנט אַ. 
פארטראכטער אין שאָטן פון די ביימער. ער האָט אים נלייך דערקענט 


: 90 


לויט זיינע לאַנגע פיס, אויסגעצויגענעם מאָגערן גוף און אומבאָוועגלעכע 
אָרימס, װאָס זיינען אָנמעכטיק אַראָפּגעהאַנגען פון ביידע זייטן קערפּער, - 
שמעון האָט אים אָנגעיאָגט: 
-- שטודירסט נאָך אַלץ דעם בולװאַר+ -- | האָט ער גוטמוטיק נע- 
פרעגט, : 
--- שוין אויסנעשטודירט און קיין זיבן נייע זאַכן פּאַסירן דאָ ‏ ניט: 
די גאַסן-פרויען האָבן זיך שוין לאַנג ניט געביטן און זיי זיצן אין די 
זעלבע קאַפעען. נאָר עטלעכע פון זיי האָבן זיך איבערגעפארבט פון 
שװאַרץ אויף מלאַנד,. צגיעותדיקע ענגלענדערינס קומען אַביס? אונטער- 
זינדיקן אויפן מאָנפּאַרנאַס. די סטודענטן פאַרברעננען אַלץ מער אויפן 
בולװאַר װוי אין אוניווערזיטעט און ווערן סופ כ? סוף אדװאָקאַטן און 
דאָקטוֹירים... און װאָס הערט מען ביי דיר? | | 
-- איך פאָר קיין שפּאַניע! --- האָט אױסגעשאָסן שמעון, אַ צופרי- 
דענער צו קענען שמועסן מיט עמיצן ווענן זיין רייזע. | 
ער האָט. באַטראַכט ריימאַנען, כדי צו זען דעם איינדרוק װאָס זיינע 
ווערטער האָבן געמאַכט. אָבער ריימאַן איז כלל ניט נתפּעל געװאָרן. בבל 
אופן האָט מען עס ניט געקענט דערקענען אויף זיין פּנים, װאָס איןז 
תמיד פאַרבליבן קאַלט און פאַרנליווערט. ער האָט געקוסט אָן א זייט מיט 
א שסטרן;, אומבאַוועגלעכן בליק פון זיינע קאַלטע אויגן : 
נו, אַ יידישער בחור דאַרף}דאך פאַרזאָרגן די װעלט! -- האָט 
ער דערסלעיט געלאַסן -- אין ארץ ישראל ביסטו שוין געווען, בלייבט 
דיר נאָר איבער צו פאָרן קיין שפּאַניע | 
--- װאָס פאַר אַ פאַרנלייך? --- האָט זיך אָננעכאַפּט שמעון -- פַּאַ- 
לעסטינע איז ניט מער וי אַן אילוזיע: אפיל די יידן-פראַנע קען עס ניט 
לייזן!... אָבער אין שפּאַניע ווערט ענטשידן דער גורל? פון דער וועלט: 
פרייחייט אָדער פאַרשקלאַפונג, די אַלטע אומגערעכטיקייט אָדער אַ נייע 
גערעכטע ארדענונג 1 | 
דער זייגער האָט געשלאָנן צוויי, אין א זייטיק-געסל, אַנטקעגן או- 
ניווערזיטעט, האָט זיך געשלאָסן די אַקאַדעמיע , לידאָ? --- אַן אַקאַדעמיע 
פאַר ביליאַרד, קאָרטן-שפּילער און שאַך --- און אַ כאָפּטע יונגעלייט האָט 
אַרױסגעשטראַמט פון דאָרט, אויפן װעג צו אַ , לאָסאַל", װאָס איז אָפן 
אַ גאַנצע נאַכט. זיי זייַנען אַ וויילע שטיין נעבליבן און זיך מיישב געווען, 
צי זיי זאָלן ניין צופוס און האָבן סוף כ? סוף באַשלאָסן צו נעמען אַ 
טאַקסי, כדי ניט מבטל צו זיין קיין איין מינוט. דאן האָט ריימאן נעזאַנט: 


57 


-- אַמאָל האָפטו געגלויבט אין אונדזער אַלטן, גוטן רבונו של עולם, 
שפּעטער אין גאולח און ציוניזם, און אַצינד אין דער וועלט-רעװאָלוציע. 
אין תוך איז עס די זעלבע שטרעבונג צו גערעכטיקייט און יושרן נאָר 
די דרכים האָבן זיך געביטן. | 

-- אָבער אַצינד איז דער לעצטער און ענטשיידנדיקער קאַמף! היינט 
ווייסן מיר פאַרװאָס מיר גייען זיך שלאָגן. 

--- שטענדיק האָבן מענטש! געגלויבט, אַז עס איז דער לעצטער און 
ענטשיידנדיקער קאַמף,.. נאָכמער --- היינט ווילסטו ראַטעװען נאָר דעם 
מענטשן אויף דער וועלְט, און אַמאָל האָט מען זיך געמיט 2ן צו ראַטעװען 
זיין גוף אויף אונדזער זינדיק וועלט? און סיי זיין נשמה פּאַר דער איי- 
ביקייט ... | | 
אַ געקלימפּער פון א לֿאַסט-טראַמװײ, װאָס איז אָנגעקומען פון דער 
באַפּלאַנצטער אָבסערװאַטואַר-אַלײ, האָט פּאַרטומלט זיינע לעצטע װער- / 
טער. דער קאַנדוקטאָר האָט אָפּגעשטעלט די מאַשין, װאָס איז געפאָדן 
ערגיץ פאַריכטן אַן איבערגעריסענעם דראָט, איז אַראָפּגעשפּרונגען קויפן 
אַ פּעק? פּאַפּיראָסן און פאַר איין עג אויסגעטרונקען א גרינעם אַפּע- 
ריטיוו. ערשט ווען די מאַשין איז אַװעק האָט שמעון געהערט ריימאַנס 
ווייטערדיקע רייד : | יי 

-- ...האָסט אַמאָל אַ קלער נעטאָן וויפל מלחמות עס זיינען שוין 
נגעפירט געװאָרן אין שפּאַניע? וויפ? יאָרהונדערטער מען שלאָנט זיך 
שוין דאָרט?... האַניבאל האָט דאָרט דורכמאַרשירט מיט זיינע העלפאַנטן 
און מיט זעלנער פון אַכציק פעלקער, כדי צו פאַרטיליקן די רוימישע אימ- 
פּעריע; ס'האָבן זיך דאָרט צוזאַמענגעשטויסן די רוימישע ציװויליזאציע 
און די באַרבאַרן פון צפון; אַ שלאַכט אויף לעבן און טויט האָבן דאָרט 
געליפערט די אָנהענגער פון דער הייליקער קריסטלעכער אמונה און די 
נישט וייניקער גלויביקע פון מוכאַמעד. געדענקסט די הייליקע. אױיטאָ- 
דע-פעיס?... אוֹן שטענדיק האָבן זיך דאָרט מענטשן אויסגעשחטן מיט 
דער אמונה אויסצולייזן די וועלט. נאָר היינט זעען אונדז אויס די דאָ- 
זיקע מלחמות װוי קליינע צייכנס.,. סיאיז צוליבן לאַנגן וועג. 

-- אָבער ס'איז דאָך געיוען אין גאַנצן אן אַנדער ענין -- האָט. 
שמעון ניט דערלאָזט די סמיכות הפּרשיות -- די אינקורזיטאָרן האָבןך 


פאַרברענט יעדן איינעם, װאָס האָט געװאַגט צו האבָן א פרייען געדאנק. 


זיי האָבן געװאָרפן אוֹיה שייטערהויפנס אומשולדיקע יידן! די פּריצים 
האָבן אָפּנענאַרט דעם פּראָסטן עולם, כדי צו לעבן א נוטן טאָג ! | 


8 


-- זיי האָבן געברענט די קערפּערס, כדי צו ראַטעװען די נשמות! 
זעצט מען דען היינט ניט קיין מענטשן אין תפיסוֹת און לאַגערן, ווייל 
מען וויל זיי אין דער אמתן באָפרײיען, און נאָר זיי, די נאַרישע עקשנים, 
לאָזן זיך ניט?!... זאָגן דען ניט די היינטיקע ,גלחים", אַז נאָר זיי ווייסן 
װאָס עס הייסט אמת און שיסן יעדן איינעם, װאָס װאַגט צו דענקען וועגן. 
אַן אַנדער אמת... פון װאַנען ווייסטו, אַז דאָס פאֶלְק וערט היינט ניט. 
פאַרפירט פון נייע פּריצים ? | 

--- מיינסטו, הייסט עס, אַז הפקר א וועלט? | 

-- ניין, נאָר דאָס טראַנסצעדענטאַלע איז איבערגעטריבן. אז מען 
באַפאַלט פּויערים און מען וויל ביי זיי צונעמען דעם באָדן, איז נאַטיר- 
לעך אַז זיי פאַרטיידיקן זיך. אֶן וועלט-אויסלייזונג, 

ישמעון האָט מער ניט צוגעהערט. ער גייט קעמפן פאַר אַ נייער 
וועלט און װאָס גייען אים אָן האַניבאַס מיט די העלפאַנטן, מיט די באַר- 
באָרן? ער האָט אָנגענומען ריימאַנען פאַרן אָרִים : 

-- סום אַריין, מירן עפּעס אויסטרינקען ! 

אין ,קאַפולאַד" האָט דער קעלנער שוין אַריינגענומען די טישלעך 
און אויפגעשטאַפּלט איבעראַנאַנדער די שטולן. זיי האָבן זיך צונעזעצט. 
אויף הויכע טאַבורעטן ביים צינק; ביידע האָבן באַשטעלט קאַװע מיט 
מילך, | | 

--- בייס עפּעס צו! -- האָט גע'עצהט שמעון בעת דער קעלנער 
האָט אַדינגעלאָון אַ שטראָם פּאַרע אין דער מילך. 

ריימאנס אוינן האָבן אַ נישטער געטאָן איבערן פאָרבאַנק און זין 
בליק האָט זיך אָפּגעשטעלט אויף א טעלער מיט עפּ?-שטרודל : 

--- כ'קען נעמען אַ שטיק ? 

-- יאָ. 

--- עס קאָסט אַ פראַנק {... 

--- קענסט עסן צוויי, 

דיימאן האָט נגעקייט פּאַמעלעך, כדי צו פילן װאָס לענגער דעם טעם. 
פון עסן. שמעון האָט אָנגעוויזן אויפן פולן טעלער : 

|| -- זעסט, אין אַלע מלחמות האָט מען ניט דערגרייבט, עס זאָלן 
קלעקן פאַר אַלעמען. פאַר דעם וועלן מיר קעמפן אין שפּאַניען... 

-- איר זאָלט נאָר אַכטונג געבן, מען זאָל אייך ניט געבן קיין עולם 
הבא אַנשטאָט שטרודל... אין עולם-הבא ענינים זיינען די פירער זייער 
ברייטהאַרציק,., 


== 


99 


רייפאן האָט אויפגעגעסן צוויי פּעניצן. אין יענעם טאָג האָט ער 
ניט געגעסן קיין מיטיק (אַוונטברויט האָט ער געוויינטלעך ניט געגעסן) 
און איז געווען שטאַרק חונגעריק. שוין פיר יאֶר האָט ער געוואוינט אין 
פּאַריז און געלערנט , רעכט? אויף דער פאַרבאָן. אָבער פּאַר דער גאַנצע- 
צייט האָט ער געמאַכט נאָר איין עקזאַמען. אָפּט איז ער געשלאָפּן ביז נאָך 
האַלבן טאָג, ווייל ער האָט ניט געהאַט אויף סמיטיק און כדי די בעפ- 
הביתטע זאָל אים ניט באַמערקן ביים אַראָפּניין. פאַר זיין צימער? פון 
זעססטן שטאָק פון , האָטע?" האָט ער שוין לאַנג ניט באַצאָלט. דער בעל- 
חבית האָט אים ניט משלח געווען, ווייל ראשית װאָלט ער סיי וי אַזױ 
גיך ניט געפונען קיין בעלן אויף דער קליינער, דושנער מאנסארדע און 
צווייטנס; ווייל ער. האָט נאָך ניט אָנגעװאָרן אינגאַנצן די האָפענונג: 
יענער -װועט ענדיקן װועט ער אפשר באַצאָלן. פון די דאָזיקע אָרימע סטו- 
דענטלעך ואַקסן אַמאָל אַרױס גרויסע לייט ... 

אָבער ריימאן האָט 52? ניט געקלערט ועגן ענדיקן. וויפ? יאָר 
וועט אים נאָך אויסקומען צו הוננערן ביז דעמלט? און װאָס וועט זיין 
נאָכדעם? דערווייל האָט ער פאַרבראַכט נאַנצע טעג אין דער סאַן זשע- 
נעוויעוו ביבליאטעק, װאָס ביי דעם אוניווערזיטעט, וואו טויזנטער יונ- 
געלייט זיינען געזעסן איבער ביכער, האָבן נעלערנט און זיך געגרייט צו 
עקזאַמענעס, פאַר די עטלעכע יאָר, װאָס ער איז דאָרט אַריינגעקומען, 
האָבן זיך שוין א סך מענטשן געביטן אין גרויסן זאָל אַרום די לאַנגע 
מאַסיװוע טישן: די עלטערע זיינען אַװעק אַרבעטן אַלס אינזשיניערן, אַד- 
װאָקאַטן, דאָסטוירים. און אויף זייער פּלאַץ זיינען געקומען יינגערע, פון 
די גימנאָזיעס אַרױס, 
| ריימאן האָט דאָרט נעהאָט עטלעכע חברים --- אָרימע יירישע סטו- 
דענטן אַזױי וי ער. זיי זיינען געקומען מיט אַ שטאַרקן דורשט צו וויסן, 
מיט גרויסע אַפּעטיטן צום לעבן און פאַרבאָרגענע טרוימען צו דעראבערן 
מיט זייער נאָמען די גרויסע וועלט. מיט דער צייט איז זייער אימפּעט 
אָפּנעטעמפּט געװאָרן: עטלעכע האָבן געענדיקט אַדװאָקאַט און ניט גע- 
פינענדיק קיין אַרבעט ווייטער שטודירט אויף כ? המינים דאָקטאָראַטן. 
איינער איז געווען א זשורנאַליסט, װאָס האָט ניט געפונען קיין צייטונג. 
אַלע האָבן תמיד געהאַט גרויסע פּלענער און שטענדיק געשטאָרבן פאַר 
אַ גראָשן, ו | 

געלעבט האָבן זיי ס'רוב פון לעקציעס: געלערנט פראַנצויזיש מיט 
פדיש-געקומענע אַרבעטער-עמיגראַנטן פון , בעלװויל" אָדער ;פּלעצל", 


60 


װאָס האָבן װייניק געצאָלט און זייער שנעל איבערגעריסן די לימודים. 
דעם אָדער יענעם האָט טײילמאָל צוגעשפּילט דער מזל: איינער האָט אַזױ. 
לאַנג געלערנט פראַנצויזישע גראַמאַטיק מיט אַ פּאַרחלומטער שניידער- 
קע פון בעלװיל, ביז ער האָט אָנגעהויבן בלייבן מיט איר איבער נאַכט 
און דרך אגב גענעסן ביי איר טיש פרישטיק בעתן אויפשטיין און 
וועטשערע פאַרן גיין אין בעט; דער אַנדערער האָט געפּאַקט אַ פעטע 
| לעקציע ביי א פראַנצויזישן יידן: לערנען מיט א קינד יידישקייט צו 
כר-מצוה. אַזאַ קינד. האָט געדאַרפט זיך אויסלערנען לייענען ,קריש" 
מיט העברייאישע אותיות, עטלעכע געזעצן פון , איזראַעליטישן קאַטע- 
כיזם" און אַביסל , הייליקע געשיכטע", װאָס מען האָט געלערנט פון 
פראַנצויזישע ביכער, וועלכע אַ ראַבינער האָט ספעציעל פאַרפאַסט צו 
דעם צוועק. | 

עטלעכע מאָל אַ טאָג פלעגן זיי אַרױסגיין פון ביבליאָטעק- זאַל 
אויף די שטיינערנע טרעפּ פון קאָרידאָר, וואו מען האָט געמעגט רויכערן, 
און האָבן דאָרט געשמועסט פּאַליטיק און פילאָזאָפיע צופום פון אַ ראַ- 
פאַעל-פרעסקאָ, װאָס האָט פאָרגעשטע?ט די חכמים פון אַטען. האָט איי- 
נער געהאַט געלט, האָט ער געקויפט די ביליקע פּאַריזיעפּאַפּיראָסן און 
אלעמען פאַרטיילט. נאָכן אָפּנעמען געלט פון אַ לעקציע זיינען זיי געגאַנ- 
-גען בחברותא טרינקען שװאַרצע קאַװע, שטייענדיק ביים פאָרבאַנק, און 
אין גוטע טעג פלענט מען זיך אַפילו זעצן אויף דער זון, אויף דער קאַפּו- 
לאַנד-װועראַנדע, אַנטקעגן דעם לוקסעמבורג-גאָרטן. דאַקעגן האָט מען אין 
,ביטערע ‏ טעג" אויפהויבן פּאַפּיראָסן-עקלעך פון דער פּאַדלאָגע, צו דער 
גרעסטער פאַרביטערונג פון די קלאַשאַרן, װאָס האָבן געהאַט אַ חזקה 
אוֹיף די דאָזיקע מציאות.. . | 

אויף די טרעפּ פון האָטעל האָבן זיך שמעון מיט ריימאנען געזעגנט. 
ריימאנס אָנמעכטיקע טריט האָבן זיך נאך אַ וויילע געהערט איבער דעם 
הויבן טרעפּ-גאַנג. שמעון האָט א שטופּ געטאָן די טיר אוֹן די פּאַרשטיק- 
טע לופט פון צימער האָט אים אַ שלאָג געטאָן אין פּנים. דאָס בעטל האָט 
אַ סקריפּ נעטאָן און אהרן גרילאַק, וועלכער איז זינט דעם אויסברוך פון 
בירגער-קריג װאַך געװאָרן ביים מינדעסטן שאָרך, האָט אַ הויב געטאָן 
דעם קאָפּ פון גרויען קישן און זיך אינסטינקטיוו אַ כאַפּ געטאָן פאַרן 
וועק-זייגער ; | | 

--- פאַראַן פאַר דיר א בריוו. פון דערהיים -- האָט ער געזאָגט, 
קומענדיק צו זיך, | | 


61 


אי 
2 


ער איז נלייך איינגעשלאָפן און זיין כראָפּען האָט זִיךְ געשטיקט 


צווישן די פיר וענט. שמעון האָט אויפגעריסן דעם קאַנװערט און דער- 
קענט דער מאַמעס האַנטשריפט. ער אין שנעל געלאָפן מיט די אוגן 
איבער די שורוֹת : 


02 


ליבער אונד טײערער סינד שמעט לײבלו 

מיר זײנען זײער אומרויג װאָס דר האָסט אונז גיט געהענטװטערט 
אױף אוזער בריט. װײס גאַטט װאָס מיט ריר אי פאָרגעקומען. 
װײסט דאָך מײן טײערער קינד א מיר זײנען זײיער איבערגעשראָקן 
פון דײן ניט ענטװערן, צי דו ביסט געזונד, 3ן דו האָסט אַרבעט. זע, 
שרייב גלייך, װײל איך האָבן שוין ביט קיין קרעפטן אַזױפּיל צן סלערן. 
יעדן טאָג ערװאַרטן מיר דעם בריטנטרעגער, אַפּשר הײגט װעט אָ- 
טומעה אַזױ זענען אַװעק דרײ מאַגאַט א מיר האָבן זיך יט געסענט 


. דערװאַרטץ. אונד איד שרײב דיר יעבט דעם בריט אוור איך בעט 


דיר מײן טײערער קינד וֹע באַרױג מיר װײל איד שלאָף גיט קײן 
נאַכט פון ערגער. פן אום סען איך דיר שרײבן אַז מיר אַלע זיינען 
גאָטט צו דאַנטער געוד. גיבע גאָטט דאָס זעלבע פן דיר צון הערן. 
יעצט פּערל איד געסווען פון ביאליסטאָסער קיבוץ. זי האָט פאַרלאָזט 
דעם קיבוֹץ װײל סיאיז גיטאָ סײן האָפּענוןג צו פּאָר, יעצט רבקה 
האָט שױן צוריט באַטומען דעם פּאָסטן אין מאַטװפאַקטור געטעפט 
אט זי פּאַרדינט שוץ אַ פְּאַר זלאָטיס. בעסער װי גאָרניט. װאָרים װאָס 


איז דער חכלית פּאַר אַ דערװאַססענער מײדל אַרומצוגײן לידיה? 


זי 


נאָר װעגו חאצסלען זײבען מיר זײער אוסרויג, דור לײענסט דאָך 
אַודאַי אין די צײטונגעך װאָס טס טוט זיך אפ אי ארץ ישראל. ידן 
איז אומעטוס שלעכט. ער שרײיבט אַז מיר זאָלן זיין רוג אָבער מיר 
װיסן ניט װאָס איבערצוסלערן. פּאַרװאָס האָבו די אַראַבער זיך אָב 
געזעצט אױף די יד מיר האָבן זײ דאָך קײן שלעכטס ניט געטאָן 

| אאז דעריבער מײין טײערער סינד זע שרײב אוס גלײך א בריט 
כדי מיר זאָל זיך באַרױגן. רבקח היל פּאָרן קײן פּאַריז, מען זאָגט 
אַז אַ שנידערסע קען דאָרט מאַכו אַ לעבן װאָס איז טְאַקֶע דער 
חכלית פְּאַר אַן עלטערער מיידל אָן געלט דאָ אין שטעטל? אָבער דער 
מאַמען טוט װײ דאָס האַרץ, אַלע קינדער צעזײט אן צעשפּרײט 
שרייב אָן צי מען סען זי אַריבערנעמען אט צי מען קען טאַקֶע דאָרט 
מאַכו אַ לעבן. אָבער דעריסר שרײב שָן װעגן דײן געזונד. וייסף 
דאָד מײן טײערער שמעט לײבעלע, מיר רעדן שטענדיק װעגן דײץ 


שיקזאַל װאָס דו האָסט שוױן אין דײן יוגט לעבן אַדורך געמאַכט. 
דו שרײבסט דאָד קײגמאָל ניט דײנע לײדן װאָס דו לעבסט אַדורן, 
זע מײן טײערער קיגו, באַהאַלט יט דײגע געדאַנעען פֿאַר דין גע" 
טרײער מוטער א דײן. איבערגעגעבענער פאמ יליע װײַל דאָט זײגען 
דײגע נאַנטסטע פרייגט, זע שרײַב אט אַלע רײינע ליידץ אוו פרײרן 
װײיל קייץ בעסערע פרייגט האָסטו ניט, זאָל זיר טאַסע װיסן פון דײן 
א יט ימגעט לעבן. מײן האַרץ זאָגט מיר אַו ביט אומזיסט איז דייץ 
שטילשװײגט. גאָטט זאָל אוו העלפן מיר זאָל שױן דערלעבן פּט 
דיר אַ בריף טן זען, . 
גאיך פאַרענדיק מײן שרײב) פּאַרבלייב געזונד, לעב גליקלעך 
| פון דיײן געטרײער מוטער חוה 
װעלכע ערװוארט מיט אומגעדולד אַ עגטװער. א ערבליכן גרוס יפון 
! פאָטער און פון דיינע שװעסטער אונד ברודער. באַזונדערן ערצלעכן 
גרוס פון גאָלדען מיט יענקלען", | 
ער האָט געלייענט דעם בריוו שטייעצדיק. צום ערשטן מאָל האָט 
אים אַזױ גערירט אַ בריוו פון דער חיים. אין משך פון לאַנגע יאָרן אין 
דער פטרעמד האָט ער זיך דערווייטערט פון דער פאַמיליע און זייער זעלטן 
געשריבן. אָבער וי אַזױ האָט ער היינט ניט אַ קלער געטאָן װענן דער 
מאַמען ? | 
ער האָט געהאַט אַ נעפיל, וי ער װאָלט זי באעולהט, דער מאַמען 
זיינער. וועגן אַלץ האָט ער געקלערט, נאָר ניט וועגן. איר. ער האָט אַ ציטער 
געטאָן וי ער װאָלט ערשט איצט דערפילט די גרויזאַמקײיט פוֹן מלחמה. 
פריער האָט ער זיך געזאָנגט: מילא, געהרגט ווערן איז איינמאָל א טויט!... 
אַצינד האָט ער באַנריפן, אַז די מאַמע װעט אַ נאַנצן לעבן וויינען און 
ניט שלאָפן קיין נעכט. און אויב ער וועט פאַלן, װעלן נאָך לאנג אָנקומען 
אַזעלכע בריוו, דאָ אין האָטעל, אין פרעמדע הענט אַריין און קיינער װועט 
קיינמאָל ניט ענטפערן. 
ער האָט שוין לאַנג ניט געשריבן. זינט דריי חדשים האָט ער עס 
אָפּנעלײיגט פון טאָג צו טאָג, חאָפּנדיק אַז ער װועט אינגיכן קענען אַרי 
בערשיקן אַ פּאֶר פּראַנק. דערנאָך האָבן זיך געמאַכט די געשעענישן אין 
שפּאַניע און ער איז אַרומגעגאַנגען אָן אַ קאָפּ. און אַצינד? װאָס זאָל 
ער איצט שרייבן ? : 
ער איז אַלץ געשטאַנען אַ פאַרטראַכטער און האָט שטאַר אָנגעקוסט 
די צוֹזאַמענגעצויגענע אותיות פון דער מאַמעס פאַרעלטערטן כתב: און 


68 


די שוועסטער װאָלט מען באַדאַרפט אַריבערנעמען קיין פּאַריז! אַן על. 
טערע מיידל אין אַ קליין שטעטל... און אויב ער װעט פאַלן ?... 

און װאָס פאַר אַ לעבן װאָלט זי שוין, מישטיינס געזאָגט געהאט 
אין דאָזיקן פּאַריז? אָן פּאַפּירן און א רעכט אויף לעבן.. 

ער איז איינגעשלאָפן מיטן געדאַנק: פאַרפאַלן, מען מוז זיך אוים- 
קעמפן רעכט אויף לעבן, אויב אַפילו מען ריזיקירט צו שטאַרבן איג- 
מיטן ... | 


ערשט אין אַ צען טעג אַרום איז שמעון אַװעקגעפאָרן. אין יענע טענ 
האָבן נאָך קיין פרייוויליסע ניט געשטראָמט קיין שפּאַניע און ער האָט 
געמוזט אַרומלויפן איבער קאָמיטעטן און ביוראֶען, ביז ער האָט אויסגע* 
פּועלט מען זאָל אים אָפּשיקן מיט דער ערשטער גרופּקע. דער אָפּפאָר 
איז געווען שטרענג קאָנספּיראָטיוו און קיינער האָט ניט געטאָרט אים 
אַרױסבאַגלייטן אויפן פּעראָן. נאָר רות אין געקומען -- זיי האָבן זיך 
צעקושט אין אַ קליינעם שענקל לעבן װאַקזאַל. רות איז געבליבן װארטן 
!- אויפן שוועל און פון ווייטן האָט זי געזען דעם רויך פון פאַרשװינדנדיקן 
צוֹג. | 


קאַפּיטל פינם - 
דער האטעל פון שלום ציט אין מלחמף 


אַ װאָכן פיר נאָך שמעונם אָפּפאָר = שמעון אַליין איז ווי. אין 
| װאַסער אריין און האָט אַפילן קיין איין בריוול ניט געשריבן -- איז 
דער האָטעל אַרומגעכאַפּט געװאָרן פוֹן אַ קריגערישן גייסט.. מען האָט 
דאָרט געהאַלטן אין איין רעדן וװעגן ביקסן און מעטראיעזן, קאַנאַנען 
לייכטע און שווערע, אַפילו-אין אַװיאַציע זיינען דאָרט אַלע געװאָרן גרוי- 
- סע מבינים, און ניט נאָר געדעדט האָט מען --- טאָג טעגלעך האָבן דאָרט . 
מענטשן פאַרלאָזן די טונקעלע צימערלעך און געצויגן קיין שפּאַניע. 

אין יענע טעג זיינען פאַרװישט געװאָרן די גרעניצן צװישן די צֵי- 
מערן. אין אַ גרעסערן חדר, וואו ס'האָבן געוואוינט די דריי שניידערקעס, 
האָט מען מאַר יעדן אָפּפאָרנדיקן חבר נעפּראַװעט א געזעגענונג-אָוונט. 
עס. האָבן זיך דאַן פאַרזאַמלט אַלע שכנים, אָן אונטערשיד פון ראַסע און 
נאַציאָנאַליטעט, מען האָט געטרונקען רויטן, פּשוטן וויין, פאַרביסן מיט 
ביליקע קיכלעך, נעכליאָבעט טיי ביז אין א האַלבער נאַכט אַדֵיין און 
אָנגערויכערט אַ פולן צימער, דערשטיקט צוֹ װערן. מיידלעך, װאָס האָבן 
שוין נעהאָט זייערע מענער אין שפּאַניע, האָבן -דערביו דערציילט האַלב- 
מרויעריק און האלב. מיט שטאָלץ : : 

--- ער שרייבט מיר, אַז ער קעמפט ביי מאַדריד ! | 

און מיין יוסקע שרייבט בכלל ניט וואו ער אִיז... זיי טאָרן ניט 
שרייבן אויף וועלכן פראָנט זיי געפינען זיך ! / 
ו' אין אַװונט פון אָפּפאָר איז דער ,מיליציאָנער" גענאננען פון צימער 
צו צימער און נעקלאַפּט אין אַלע טירן. אין אַלע שפּראַכן האָבּן אים 
מענטשן צונעוואונטשן ; : | 

|--- אויםף ווידערזען, חבר ! בי שא ) 

די מייסטן האָבן אֵויפנעהױיבן אַ פויסט און שוין געגריסט אויף 

שפּאַניש : | יי 


8 - יי 68 


-- סא לוד ! " 
פון די מענער זיינען נאָר איינצלנע פאַרבליבן און די פרויען האָבן 
זיך געפילט אומהיימלעך אַליין מיט זיך. אַ סך פון זיי האָבן זיך געריסן 
צום פאָרן. ניט איינע האָט געחלומט וװועגן מענעוישע, סאָלדאַטסקע קליי- 
דער, אַ ביקס אויף די פּלייצעס, אַ רעװאָלװער ביי די לענדן און אַ שיפלדיק 
היטעלע מיט פרענדז אויפן קאָפּ, װי ביי די שװואַרץ-חנ'עוודיקע מיליציאָ- 
נערקעס, װאָס מען האָט געזען אױיף די סינעמאַ-בילדער. אָבער קיין פרויען 
האט מען ניט געלאָזט פאָרְן. זיי האָבן דעריבער ניט געקענט איינזיצן 
אויף איין אָרט, געקראָכן פון צימער צו צימער און פאַרשפּרײיט די לעצטע 
נייעם =+ 
- -- אירט שוין געהערט? דער דאָקטער זינבעררו, פוֹן. זעקסטן שטאָט, 
פאָד'ט אויך ! 
| --אָח-אָה, דאָקטוירים קומען צוניץ בעת אַ מלחמה. 
|| חלואי זאָל מען זיי דאָרט ניט דארפן! -- האָט אַ זאָג געטאָן 
מיט אַ זיפץ די עלטערע פון די דריי שניידערקעס-שוועסטער, שליסנדיק 
דערביי אירע רויטלעכע אויסנעמאטערטע אויגן. 
דער האָטעל איז דערוייל פאַרװאַנדלט געװאָרן אין אַ װאָקואַל, 
ס'זיינען אַהער אָפּגעשטיגן יונגעלייט פון פארשידענע לענדער, אויף זייער 
וועג קיין שפּאַניע. ס'רוב זיינען זיי געקומען אומלענאַל, אָן פּעסער, אָן 
וויזעס און אַפֿילז אָן באַן-בילעטן. איינער אַ זידישער בעקער-געזעל פון 
װאַרשע האָט אדורכגעמאכט דעם וועג פון ואַרשע ביז פּאַריז, דורך. זיבן 
| גרעניץ-קאַנטראָלן, אַלס בלינדער פּאַסאַזשיר. ער האָט זיך די נאַנצע צייט 
געהאַלטן אונטערן לויפנדוקן צוג. אין , האָטעל" האָבן זיי איבערגענעכ- 
טיקט ביי באַקאַנטע לאַנדסלײט און צומאָרגנס זיינען זיי געגאַנגען אין. 
,, קליינעם באַראַק??, וואו מען האָט זיך פאַרשריבן צוֹם פאָרן, . / 
אין די יידישע אַרבעטער-קלובן האָט מען זיך דערציילט בסוד די 
נעמען פון די אַװעקנעפאָרענע, כאָטש אינדעראמתן האָבן שוין אַלע גע- 
וואוסט אַפילו די נעמען פון יענע, װאָס האָנן נאָר אין זינען. געהאָט צו 
פֿאָרן. אין קאַפע , ביאַליסטאָצקי", אויפן בעלװויל, האָט זיך געטאָן חושך: 
די מענטשן זיינען ממש אויסגערונטן פון אונטער די הענט און מ'האָט 
געמוזט זוכן מיט ליכט א פערטע האַנט צו אַ ברידזש. די דיקע בעל- 
הביתטע האָט זיך נעהאַלטן פאַר אַ גאַנצע מחותנתטע אויף דער חתונה 
און .זי האָט דערציילט איעדן פון די חויכענישן פון איר טאַבורעט, װאָס 
הינטערן פאָרבאַנק : - : 


60 


--- קינדערלעך מיינע! ערשט נעכטן האָבן זײַ אַזױ געשמאַ? געמאַכט 
א ,, בעלאָט? און. חיינט זיינען זיי שוין אין מאַדריד אָדער אין פּאַסאָ- / 
בלאַנקאָ !41 - 

--- װאָס עפּעס דווקא פּאָכאבלאַנקאָ אין מיטן דערינען? -- דאָס 
אין שוין געווען דער שענקערקעס סוד. מן הסתם האָט דער אויסטערלי' 
שער נאָמען שטאַרק נושא חן געװוען אין אירע אוינן. אַלע יידענעס, 
וואס פלענן זיך צו איר אַרינכאַפּן, האבן זיך ניט געקענט אָפּוואונדערן 
פון איר ,,װויסנשאַפט? אין דער געאָגראַפיע פון שפּאַניע. : 

אין קליינעם באַראַקל, וואו מען האָט זיך פאַרשריבן צום פאָרן, 
איז געווען פול פון פרימאָרגן ביז אין שפּעטן אִװונט. עס זיינען דאָרט 
געזעסן יונגע איטאַליענער אין קאַסקעטן, טונקעלע פראַנצויזן, פּליטים 
פון דייטשלאנד, . ווינער מעטאַל-אַרבַעטער און פּאֲלִיט-עמיגראַנטן פון 
גאָר דער וועלט. די סלאַװון פון באַלקאַן האָבן זיך פאַרשטענדיקט אין אַ 
צענדליק דיאַלעקטן מיט זייערע ברידער פון צפון. אין די דערפלעך פון 
די פּוילישע קוילן-נרעבער אין נאָרד-פראַנקרײך האָט מען אױפגעהאַנגען 
די , פּאַסיאָנאַריא? אין אַ ווינסל, בשכינות מיט דער הייליקער מאַריאַ. 
אין די פרימאָרננס, ווען די צודקלונע, אַפּיקורסישע טאַטעס זיינען אַװעק 
צו דער ארבעט, האָבן די מאַמעס געקניט און געבעטן אין דער שטיל 
"ער , הייליקסטער", זי זאָל שיצן זייערע קינדער פון די פאַשיסטישע 
קוילן .. : | 
די גרעסטע סענסאַציע איז אין 
ווען די לעצטע ידיעה : 

-- דער הונגעריקער סטודענט ריימאן פאָרט אויך קיין שפּאַניע ! 

--- וואָס וועט דאָרט אַזא איינער טאָן? -- האָבן ווייבער זיך נע- 
חידושט --- ער װעט דאָך נלײַןך דעם ערשטן טאָג אויסציען די קאָפּיטעס ! 

אָבער די מעדיצינישע קאָמיסיע האָט ריימאַנען באַשטעטיקט. זי 
האָט בכל? קיין סאך ניט איבערגעקליבן אין יענע טעג, די מעדיצינישע 
קאָמיסיע. גענעראַל פראַנקאָ האָט זיך דערנענטערט צו מאַדריד און 
מיהאָט. זיך גענויטיקט אין פרייוויליקע. יעדן טאָג זיינען ,צונן' אָפּנע- 
פאָרן צו דער שפּאַנישער גרעניץ. ' 

געפאָרן זיינען ניט נאָר אידעאַליסטן, װאָס האָבן שוין יאָרן-לאַנג 
אויסנעקוקסט די רעװאָלוציע; עס האָט זיך אויך מיטנעשלעפּט אַן ערב 
רב, װאָס האָט ניט געהאַט וואו זיך אַהינצוטאָן און איז מיטנעשוואומען 
מיט יעדן שטראָם: אַװאַנטוריסטן, װאָס האָבן שוין געהאט געקעמפט 


האָטעל װאָס עקזיסטירט ניט" גע- 


זז ד 


60 


אין קאָלאָניעס און װאַגאַבונדן, װאָס האָבן זיך סתם געשלעפּט איבער 
דער װועלט; אַרבעטלאָזע, וועמען ס'איז מיאוס געװאָרן אַרומצונײן פּוסט 
און פּאַסט; מענער װאָס האָבן איבערנעלעבט פאַמיליע-טראַנעדיעס און 
געזען אין פרייחייטיקאַמף אַ היילונג צו זייערע צעבראַכענע העדצער, 
די וידישע , מיליציאָנערקעס", װאָס האָבן זיך איינמאָל אַ וואָך פאַר- 
זאַמלט אין , קולטור-ליגע", כדי צו באַקומען אונטערשטיצונג, האָבן 
צווישן אַלע זייערע פרומע רייד וװוענן אידעאַליזם א שפּאָר ביס? רכילות 
אריינגעװאָרפן + - | 2 2 }) 
| --- פאַרװאָס מיינסטו איז סאָלניק דער קאָמאַנדדשנײדער אַװעק קיין 
שפּאַניע -- ער האָט ניט געװאָלט לֶעבְן מיט זיין ווייב... איר קענט דאָך 
איר, דער רויטער גיטל! ער אין געווען פאַרליבט ביז איבער די אויערן 
אין דער קוזינקע זיינער, דער בלאַנדער זשאַנעטקע, און די קוזיגע האָט 
ניט געװאָלט גיין וואוינען מיט אים ביז ער ועט זיך ניט גטן מיט זיין 
ווייב. האָט דער ווייבס משפּחה איינגעלייגט װעלטן... נו, האָט ער זיך 
איינמאָל אַ. פרימאָרנן אויפנעהויבן און איז נעלם געװאָרן. זוך, אַהין, זוֹך 
אַהער!... ערשט אין אַ פּאָר טענ אַרום.--- ער איז נאָר אין מאַדריך ,. - 
אַזױ האָט דערציילט אַן עלטער, דיקלעך מיידל מיט אַ געשטופּלט 
פּנים און אײיסגעהאָרעװעטע הענט. דערציילט האָט זי עס בסוד, אַזױ 
אַז נאָר אַ צענדליק ווייבער האָבן עס געהערט. און די מיליציאָנערקעס 
װאָט זיינען אַרומגעגאַננען מיט פאַרואָרגטע פּנימער און געהאַלטן אין 
איין אויספרעגן איינע ביי די אַנדעדע גערוסן, זיינען פונדעסטוועגן נע- 
װאָרן ביז נאָר טשעקאַװ : 
|-- אויך מיר אַן אידעאַליסט! -- האָט איינע באַמערקט, 
--- זי איז יענץ סחורה, די קוזינקע זיינע... די בלאָנדע זשאַנעטקע,, 
--- ווער? וענן וועמען רעדט איר? -- האָט אַ נידעריקע, שוואַר- 
צינקע מייד? וי אַ פעפער? זיך צונעשאַרט צו דער גרופּע --- זשאַנעטקע? 
שוין איינמאָל אַ מציאח! ער איז שוין ביי איר ניט דער ערשטער.-- 
װאָט זי פאַרזיכערט מיט שאדן-פרייד. | : | | 
|-- אוֹן אם ירצה חשם ניט דעך לעצטער! -- האָט געטרייסט אַ. 
ווייבל מיט אַ באָס און דערביי פרום פאַרגלאָצט די אויגן. 
און וועמען שרייכט ער, דער ווייב אָדער דער געליבטער? - 
האָט זיך אינטערעסירט אַ יונג מיידל, װאָס איז משמעות אויך געווען 
פּאַרמישט אין אַ לינקער ליבע מיט אַ מיליציאַנער, /- 
: ודי מיטן געשטופּלטן פּנים האָט געװאָלט וויסן תכלית : 


68 


ׂ: --- און ווער באַקומט אונטערשטיצונג? די ווייב צי די געליבטע ? 

|| --- איך מיין, אַז די אונטערשטיצונג קומט דער וייב! װאָס אין 
א געליבטע? היינט די און מאָרגן יענע!... -- האָט געענטפערט אַ הויכע 
אויסגעמאָגערטע פרוי, מיט אַ קליין קינד אויף דער האַנט, 

צום װאָקזאַל האָט ריימאַנען באַגלײיט דער סטודענט אחרן גרילאַק, 
װאָס האָט פאַרקויפט צייטונגען אין די פרימאָרגנס. אים, אהרנען, האָט 
מען צום פאָרן ניט באַשטעטיקט: סיי זיין אױסגעדאַרטער קערפּער, סיי 
זיין אויסגעבויגענער רוקן און ישיבה-בחורישער הילוך האָבן פאָרגע- 
שטעלט דאָס פאַרקערטע פון דעם, װאָס ‏ מענטשן שטעלן זיך פאָר אונ- 
טערן באַנריף מיליטערמאַן. 

-- דאָ וװועסטו מער נוצן ברענגען!: -- האָט מען אים געטרייסט 
אין די , הויכע פענסטער" און טאַקע גלייך אַריינגעזעצט אין אַ פרישן 
קאָמיטעט, 

אין די גרויסע, טונקעלע זאַלן פון װאָקזאַל האָט געהערשט אַ וויר" 
וואר און גערודער, די פּעראָנען זיינען געווען שװאַרץ פון מענטשן. יונגע 
אַרבעטער-פרויען זיינען אַרומגעשטאַנען מיט קינדער ביי רי הענט. מאַ- 
מעס האָבן באַטראַכט זייערע אָפּפאָרנדיקע זין און רעזיגנירט געשאָקלט 
מיטן קאָפּ, יונגע פּראַנצויזן האָבן געשלוקט פון פלעשער ,רויטן" און 
נעשמייכלט צו זייערע פאַמיליעס, וװאָס זיינען געקומען זיי באַגלײטן, 
עמיגראַנטן האָבן געדריקט די הענט פון חברים, געליבטע און גוטע פריינט. 

דער צוג, װאָס האָט געדאַרפט אָנקומען פון אָרסעי-װאָקזאַל, האָט 
זיך נאָך אַלץ ניט געוויזן. אַ טונקעלע שיין פון די הויכע לאַמטערנעס 
אין געפאַלן אויף די לאַנגע פּעראָנען און צונויפגענאָסן די מענטשן אין 
איין שװאַרצע מאַסע, די אומנעדולד איז געװאַקסן, די געשפּרעכן זיינען 
רוישיקער און היציקער געװאָרן, און דער פיבער פון געזעגענונג-מאָמענט 
איז געשטיגן, פאַרװאַנדלט געװאָרן אין אַן אומרו פּאַר דער פאַרנעפּלטער 
צוקונפט, זיך איבערגעטראָגן פון מענטש צו מענטש און אָנגעשטעקט 
דעם נאַנצן עולם. אין אַ ווינק? איז אױסגעבראָכן אַ געזאַנג. די גערווע- 
זיטעט איז איבערגענאנגען אין עקסטאַז. פויסטן האָבן זיך געהויבן וי 
צו אַ שבועה: | י- | 

;דאָס װעט זיין שוין דער לעצטער 
א אנטשידעגער קאַמף . . .-" 

קינדער אויף די הענט האָבן אויסגעשטרעקט פאַרביילטע פויסטלעך, 

וי זיי האָבן עס געלערנט אויף די מאַניפעסטאציעס. אַלטע מאַמעס פון 


69 


די רויטע פּאַריזער פאַרשְטעט האָבן מיטגעזונגען מיט געהויבענע קעםּ. 
די באַן-אַורבעטער האָבן מיטגעזונגען, איינגעבוינענע איבער די אַקסן, 
װאָס זיי האָבן קאַנטראָלירט און דער .געקלימפּער פון די האַמערס האָט 
זיך אַריינגעמישט אין כאָר פון די מענטשלעכע שטימען. | 

ריימאן איז געשטאַנען צווישן דער יידישער גרופּע פרייויליקע, 
װאָס האָבן זיך געהאלטן צוזאַמען. לעבן אים איז געשטאַנען בערגמאַן, 
אַן אויפגערעגטער און צעהיצטער. ער האָט זיך דביקות'דיק געשאָקלט 
ביים זינגען, זיין געקרייזלטע טשופּרינע האָט געפּלאַטערט אין ווינט און 
זיינע אויגן האָבן געגלאַנצט, 

שמערקע איז אויך מיטגעפאָרן מיטן זעלבן צונ. ער האָט אַ גאַנצן 
אַװוגט ניט איינגערוט, האָט זיך באַװעגט הין און הער וי אַ קוועקזילבער, 
האָט אַכטונג גענעבן אױף די חברה, מע זְאֶל זיך האַלטן צזאַמען און . 
איז אַליין פאַרפאַלן געװאָרן פּונקט ווען מען האָט געדאַרפט איינשטייגן 
אין צוג. יעדע וויילע איז ער אַראָפּנעקומען מיט א נייעס: | 

--- איר ווייסט, חברה, דער באַרימטער שרייבער לודוויק רען פארט 
אויך מיט! אויב מע'ט אים נאָר ניט אַװעקליינן פאַר דער צייט, װעט ער 
אונדז נאָך באַשרייבן איינעם אין איינעם.. 

-- איטאַליענער --- װי זאַמד אוֹן ערד! כ'האָב 552 ניט געוואוסט, 
אַז סע זיינען פאַראַן אַזוגפיל איטאַליענער אויף דער װעלט!.. 

!--- וי אַזױ דערקענסטו די איטאַליענער, שמערקע? -- האָט אים 
עמיצער אַ פרעג געטאָן, | 

--- וי אַזױי? -- גאַנץ פּשוט: לויט דער שפּראַך זייערער ! 

--- דו פֿאַרשטייסט דען איטאַליעניש? | 
 {‏ -- אַ נייע מעשה! --- האָט זיך שמערקע געבייזערט -- װאָס בין 
איך דיר פאַר אַ משה מחויב צו קעגען איטאַליעניש?... אַדרבּא! פארקערט, 
אַז איך פאַרשטיי ניט ואָס אַ מענטש רעדט, ווייס איך גלייך, אַז ער איז 
אַן אִיטאַליענער.. | 

ווען דער צוג איז אָנגעקומען אוֹן דער עולם האָט זיך א לאָז געטאָן 
צו די װאַגאַנען, איז שמערקע ניט געװאָרן. ערשט ווען דער לאָקאָמאָטיו 

האָט /אַ פייף געטאָן צום אָפּפאָר, איז ער דערשינען, אַ פאַרסאָפּעטער, 

אוֹן האָט אָנגעזאָגט די בשורה : 1 

--- חברה, מיר פארן דירעקט קיין מאַדריד!... אַזאַ עולם, קיין עין 
הרע. ניט..,. אוי פראַנקאָ -- פּראַנקאַ, אַ בראָך וװועט זיין צו דיינע יאָרן, 
אַז מירן זיך אַ נעם טאָן צו דיך!.. / | 


70 


צ וז יי ט ע ר ט יל 


טיט לייג און לעגן 


קאַפּיטל ועקס 
דער ערשמער אָנגריף 


די אָפּטײלונג האָט מאַרשירט דורך גאַסן פון אַ פאָרשטאָט. לענגויִם 
איז דער ברוק געווען אויפגעריסן דורך טיפע גראַנאַטן-לעכער. ארום. האָט 
מען נישט אָנגעזען קיין לעבעדיקן נפש. נאָר ווען ניט ווען האָט א באַ- 
װואָפנטער מיליציאַנער אַרױיסנעשטעקט אַ קאָפּ פון הינטער א צעשטערטן 
פּאַרקן, די פאַרלאָזענע הייזער זיינען געשטאַנען חרובע, מיט אויפגערי. 
סענע דעכער און האַלב-אױינגעפאַלענע ווענט. הענגענדיקע בעלקעס האָבן 
אַרױסנעשטאַרצט, פאַרשװאַרצטע פון רויך און צינד-באָמבעס. דורך 
פּוסטע פענסטער-לעכער האָבן אַרױסגעקוקט שיריים פון בעלי-בתישקייט: 
דריי-פיסיקע טישן, אינגעווייטן פון מאַטראַצן, שערבלעך פון לוע 
הטעפּ און אָפּנעסמאַליעטע לאַנדשאַפטן אויף די ווענט. 
פון אַ בערגל, אין פרייען פעלר, האָט מען געקענט זען די שטאָט. אין 
דער באַנינען-גרויקייט האָבן זיך אויסגעשיילט מויערן, בעטאָן-נעצן און 
ברייטע אַלייען, װאָס האָבן זיך געשניטן איבער שיפּועים אוֹן חויכענישן. 
שפּיצן פון קירנעס און פּאלאצן-טורעמס האָבן ארויסנעשטאַרצט פון שי- 
טערן נעפּל און זיך נעהויבן איבער כװאַליעס פון דעכער, : 

-- מאַדריד! --- האָט עמיצער אָנגעוויזן מיט. א פינגער.. ניט 
איבערייסנדיק דעם מאַרש, האָבן אַלע אויסגעדרייט די קעפּ און אַ שטילער 
געמורמל איז דורכגעלאָפן די רייען : 

--- מאַדריד ! | | 2 שיא יא 

ס/איז געווען די באַלאַנערטע שטאָט. זי איז געװאָרן אַ סימבאָל פוּן 
פרייהייט. אַ פאַרביסענע עקשנות האָט אויפנענליט אין די הערצער: 

|--- זיי וועלן זי ניט באַקומען! | : 

איצט האָבן זיי מאַרשירט צװוישן פעלדער. מיינסטן יאַטן זינען 
געווען אַנגעטאָן מיליטעריש, אַנדערע. האָבן געטראָגן לעדערנע קורטקעס, 


13 


װאָס זיי האָבן מיטנעבראכט פון דער היים. דאָ און דאָרט האָבן זיך 
דורכגעװואָרפן ציווילע הויזן; דיקע קראַגנס פון האַנט-געשטריקטע סװע- . 


| טערס האָבן ארויסגעשטאַרצט פון די כאַקי-מונדירן. די חיטלען אויף די 


6 


קעפּ האָבן געהאט כל'ערליי פאָרמען: געווען בלישטשענדיקע העלמס מיט 
קופּערנע שפּיצן, בלוילעך-גרויע קאַסקעס פון שטאָל, געקעסטלטע קאַס- 
קעטן מיט פאַנגע דאַשיקעס, שװאַרצע בערעטן און װאַלענע קעפּיס. 
אויסער ביקסן און רוק-זעק האָבן כמעט אַלע געטראָגן געװויקלטע דעקעס, 
פאַרװאָרפן איבער די אַקסלען, זעלטן ביי וועמען האָבן זיך געבאָמבלט 
אַװאַלע האַנט-גראַנאַטן, פאַרהאַנגענע אָרום גאַרטל, 

שמערקע האָט אַביס? אונטערגעטאַנצט אין גאַנג, כאָטש ער האָט 
אָפּנעהיט מיט אַ חשובער מינע דעם שריט פון זיין ריי. בערנמאַן האָט שוין 
נוט מאַרשירט. זיין קערפּער האָט באוויזן זיך אויסצונלייכן און די פּליי- 
צעס זיינען װי ברייטער און רונדער געװאָרן אין זעלנערישן מונדיר. אַ 
מאָביס, שפִּיצִיק בערדל? האָט פאַרשאַרפט דעם בליק פון זיינע טיף-שװאַרצע 
אויגן. ס'איז קענטיק געווען, אַז ער איז שטאָלץ מיט זיך און מיט דעם 
צו -לאַנגן שינעל, װאָס איז אַראָפּנעפאַלן טיף איבער זיינע פיס. 

נאָר ריימאַן האָט אויסנעזען אומנעלומפּערט: די מיליטערישע מלבן- 


שים, װאָס מען האָט געטיילט אין קאַזאַרמע, זיינען געווען אָדער צו 


קורץ אָדער צו ברײַט פאַר זיין לאַנגן, אױסגעדאַרטן נוף. דִי מאָגערע 
הענט זיינען אַרױסגעפאַלן פון די צו קורצע אַרב?. אויך מיטן מאַרשירן 


יאיז עס ניט געגאַנגען גאָר פֿױינלדיק:; זיינע פיס האָבן זיך געפירט אומאָם- 


הענגיק-פריי און געשפּאַנט איטלעכע פאַר זיך. 

אין דער , באַזע" פון אַלבאַסעטע זיינען זיי פאַרבליבן נאָר עטלעכע 
טעג. דאָרט האָבן זיך. געזאַמלט די פרייוויליקע פון אױיסלאַנד איידער זיי 
זיינען אַװעק צום פראָנט. אין יענע ערשטע צייטן איז דאָרט אַלץ געמאַכט 
געװאָרן כאַפּ-לאַפּ. זיי האָבן איבערנענעכטיקט אין אַ קאַזאַרמע און צו- 
מאָרגנס נאַנץ פרי האָט מען זיי אַרויסגעפירט אויף דער , פּלאַסאַ דע טאָ- 
ראָס? --- די אַרענע פון אָקפ;-קאמפן -- וואו מען האָט זיי אויסנע- 
שטעלט אין רייען און אויסנעקליבן די פאַך-לייט: געוועזענע מיליטער- 
לייט, אַרטילעריסטן, טעלעפאַניסטן און מעכאַניקער, 

שמערקע האָט דערוויי? נעמאַכט א שפּאַציר איבערן רונדן פּלאַץ, 
האָט באַטראַכט די הויכע טרעפּ. פון קיילעכדיקן אַמפּיטעאַטער און אַרינ- 
געשמעקט אין די שטאַלן, וואו עס שטייען די בחמות פאַר דער פאָרשטע- 
לונג. ווען ער האָט דערהערט, אז מען קקייבט אויס ספּעציאַליסטן, האָט 


יער געמאָלדז דער חברה : 


6 4 


--- איך גיי ווערן א קאוואלעריסט! א סאָלדאט } אויף א פערד אין. 
גאָר עפּעס אַנדערש ... 

--- ביסט דאָך אָבער אויף דיין לעבן ניט געריטן אויף קיין פערד? 
| -- האָבן יענע געטענהט, אין דעם איז טאקע באשטאַנען די צרה. האָט 
אָבער שמערקע אויסגעפונען צווישן די יידישע בחורים אייגעם אַ פאַלעס- 
טינער און אין אים אַריינגערעדט : 
1 --- דו, גוטער ברודער, האָסט דאָך אודאי געטריבן אייזלען אין 
הייליסן לאַנד, ביסט דאָך, הייסט עס, אַ פאַרטיקער קאַװאַלעריסט! טא . 
לאָמיר זיך ביידע מעלרן. : 

ווען -מ'האָט !אין דער קאָמיסיע אַ פרעג געטאָן: , אין וועלכער אַרמײ 
און אין וועלכן רעגימענט האָט איר געדינט?", האָט זיך שמערקע דער" 
לאננט א טראָג אִמּ און געלאָזט זיין שותף ענטפערן אויף די סלאָץ-קשיות, 
און אַזױ איז ער פאַרבליבן אַ פּשוטער פוסגייער. 
| /אויף לאַננע איבוננען האָבן זיי קיין צייט ניט געהאָט. דער שונא 
איז נעשטאַנען ביי די טויערן פון מאַדריד. נאָכמיטיק האָט זֵיי אַן אֶפי- 
ציר אַרױיסגעפירט אויף אַ פּלאַץ, געגעבן ביקסן און געהייסן איינציקווייז 
צִילן אין שװואַרצע קייקעלעך, װאָס אויף א ווייסן טאָוול. איטלעכער האָט 
געשאָסן פינף מאָל. דאָס זעלבע האָט זיך איבערנעחזרט אויפן צוייטן 
טאָג און דערמיט האָבן זיי געענדיקט זייערע מיליטערישע הכנות. צו" 
מאָרגנס זיינען זיי איינגעשטינן אין קאַמיאָנען און זיך געלאָזן איבער אַ 
װייס-פאַרשטויבטן שאָפײי, וװואָס האָט זיך געשלענגלט איבער די הויכענישן 
פון קאַסטיליע, אין דער ריכטוננ פון מאַדריד. י- 

אין משך פון די פּאָר טעג האָט זיך שמערקע באַקאַנט מיט אַלע 
ווינקעלעך פון אַלבאַסעטע, איז אומעטום געװען פול, האָט אַנטדעקט 
נוטע-פריינט צווישן די ניי-געקומענע פון ווייטע לענדער, איןז גלייך גע- 
װאָרן . א וועג-ווייזער פאַר די , גרינע", װאָס זיינען אַקאָרשט אַראָפּ פון 
כאַן און האָט מיט אַלעמען נעטרונקען ברודערשאַפט, האַלטנדיק דערביי 
טאָסטן פאה אַ שנעלן נצחון. בערגמאַנען האָבן די שעהן אויסגעזען צו 
לאַנג און ער האָט זיך כסדר נאָכגעפרעגט, ווען מען װעט שוין אָפּפאָרן 
צום פּראָנט, שטייענדיק שפּעטער שעהן לאַנג אין אָפּנעדעקטן קאַמיאָן, 
האָט ער פאַרגאַפט מיט אַ נייגעריקן בליק פון אַ פאַרליבטן, געקוקט אויף 
דער בערניקער לאַנדשאַפט. די װאָננס האָבן זיך געיאָנט איבער זיג-זאַנן 
פון שאָסי" און געהויבן װאָלקנס שטויב. אִין אַלע דערפער זיינען פרויען, 
זקנים און קינדער געשטאַנען גרופּעסוייז פוֹן ביידע זייטן װעג, האָבן 
כאַגריסט מיט אויפנעהויבענע פויסטן און נאַכגעשריען : 

4 


סֿאַלוד!... סאַלוד ! : ארי 0 | 

בערגמאַן האָט זיך דערמאַנט אָן פּלאַץ פון די איבונגען. די יידישע 
פרייוויליקע האָבן בכמעט אַלע געצילט שלעכט און איינער פון די אָפּיצירן, 
אַ דייטש, האָט אַ מאַך געטאָן מיט דער האַנט: 

--- די יודען זיינען גוט פאַר פּאָליטיק, צום קריג טויגן זיי: ניט. 

ער האָט אריינגענומען גוט אין זינען חי דאָזיקע ווערטער און באַ- 
שלאָסן: ער וועט זיין דער בעסטער טאַלדאַט, דווקא ווייל ער אין א ייך 1.. 

איצט זיינען זיי גענאַנגען צום פראָנט. װי זעט ער אויס? איז ער 
איין לאַנגע ליניע? װײ זויים װעלן זי זיין פון די פּאַשיסטן?,.. רעכטס, 
אויף די הויכענישן פון די גװאַדאַראַמאַ-בערג האָבן געגלאַנצט וייסע 
שניידפעלדער. אַן אַװיאָן האָט 8 רויש געטאָן איבער די קעפּ, האָט זיך 
אַ גליטש געטאָן אין רוים און איז פאַרשוואונדן הִינטער ווייטע האָריזאָנטן, 
ראָס מאַרשירן. האָט צעװאַרימט די גלידער. באַלד איז חייס געװאָרן. די 
ביקסְן און אַמוניציע האָבן געריטן די פּלייצעס. ריימאַן האָט אַ טאַפּ געטאָן 
דעם רוק-זאַק ; 

-- סאַרדינען האָט מען מיר אַריינגעפּאַקט פֿאַר א גאַנצן פאלק ו 

--- מיט די סאַרדינען ט'מען זיך אַן עצה געבן -- האָט אים גע- 
טרייסט שמערקע --- ביי דער ערשטער סטאַנציע װעל איך דיר פאַרפֿײכ. ' 
טערן מים 5 פּאֶר פּושקעס... אָבער די דעקע װאָלט איך געשיקט צו אַלדו 

לוחות. זי פּאַרעט וי א שװויץ-באָד! + 

-- װואַרט צוֹ ביז באַנאַכט, וועסטי זען, װוי מעיט כאַפּן א ציטער --- 
האָט אים געװאָרנט בערגמאַן. | : 

ערגיץ לינקס, אין טאָל, האָבן אָפּנעקנאַלט די ערשטע שאָסן. בערג- 
מאַן האָט אָנגעשפּיצט די אויערן און א זוך געטאָן מיט די אויגן אַרום. 
ער האָט געזען נאָר צעװאָרפענע היגלען, איינצלנע ביימער און אַ פֿאַר- 
גליווערטע רואיקייט פון אַ האַרבסטיקן נאָכמיטיק אין פעלד. דער אֶנפי- 
רער פון דער. גרופּע האָט אַריינגעקוקט אין אַ לאַנדיקאַרטע און דאַן זיך 
מיישב געווען מיט אַ שפּאַניער, װאָס האָט נגעשפּאַנט בראש. א. וויילע 
שפּעטער איז די אָפּטײלונג אַראָפּ. פון שאָסיי, | 

אויף דער ווייכער ערד איז דער מאַרש נאָך פּיינלעכער געװאָרן -- 
די מידע פיס האָבן געשטאָלפּערט אָן פעלד-שטיינער. די רייען האָבּן זיך 
אויפגעלייזט און צעשאָטן, אַן אומזעבאַרער קױלנװאַרפער האָט ערניץ 
נעגראַגערט אייליק און נערוועז. ווייט, הינטער די בערג, האָט' אים אפ 
געענטפערט אַ קאַנאָן מיט טעמפּע, געלאַסענע קלעפּ, איצט זיינען -שאָסן 


26 


געפאַלן פון אַלֶע זייטן און דעם שונא האָט מען אין עֶרְנִיץ ניט געזען. 
אַן אומעט פון אַ צופאַלנדיקן פאַרנאַכט האָט זיך צעלייגט אויף די אַראָפּ- 
האַנגען; װאָס האָבן זיך געצויגן מאָנאָטאָן און אומענדלעך, באשפּרענקלט 
דאָ און דאָרט מיט גרויע אֶליוון-וועלדלעך. | די מידע בליקן פוֹן. עולם 
האָבן געפרענט: | י הי 

---. וואז איז דער פראָנט ס 

, --- ואוו ליגן - די פאַשיסטן ? יי יי 

ס'איז שוין געווען טונקל, ווען זיי האָבן, קלעטערנדיק אויף א שיפּוע, 
אָנגעטראָפּן אויף פלאַך-געגראָבענע אֶקאָפּעס. באַלד אִיז דורך די רייען 
דורננעלאָפן די ידיעה, אַז מען בלייבט דאָ נעכטיקן. איבער די קעפּ זיינען 
געפלויגן סווישטשענדיקע קוילן. דער עולם האָט זיך געװואָרפן אין גראָבן, 
אַראָפּנעלײנט די דעקעם און אַמוניציע, און אויסגעזוכט ווינקלען פאַר 
נאַכטלעגער, : . יי : | 

-- דו זעסט, דאָרטן? -- האָט עמיצער לעבן בערגמאנען אָננע- 
וויזן מיט אַ פינגער אין דער ווייט. ער האָט אויפגעהויבן דעם קאָפּ און 
באַמערקט-אויף אַ באַרג עטלעכע הייזער אוֹן ביימער, - 

-- דאָרט זיינען די פאַשיסטן. 


-- אַה ?1 י 
--- מאָרגן וועלן מיר זיי. אַטאַקירן ! 
ס'איז דער פראָנט! דער פראָנט! -- האָט בערַנמאַן איבערנעחזרט 


פאַר זיך און זיך באַמיט צו פילן די פייערלעכקייט פון מאָמענט. א לאַנג 
סיקען פֿון אַ קויל האָט דורכנעשניט! די לופט איבער זיין קאָפּ. ער האָט 
זיך אינסטינקטיוו אַ בויג געטאָן און זיך צוזאַמענגעקאָרטשעט. א טעמ" 
פַּע מידקייט האָט א אים באַהערשט און פאַרטונקלט די געדאַנקען. 
פון שלאָף האָט אים אויפגעװועקט אַ גערודער אַרום. עמיצער האָט 
אים אַ שטורך נעטאָן אין זייט און ער האָט געעפנט די אויגן. שמערקע 
איזן געשטאַנען איבער אים. דער עולם האָט צוזאַמעננעבונדן די דעקעם. 
אַ בּלאָס ליכט:האָט זיך געהויבן פון חינטער אַ ווייטן באַרג.און זיך צע- 
שִפּריצט איבערן הימל. א שטילער נעמורמל האָט זיך געטראָגן איבער 
דער אֶקאָפּע: און געװועקט די שלאָפנדיקע : | יי 
--- זיך גרייטן צו דער אַטאַקע ! 
- -- יענע וועלן אַטאַקידן די ערשטע -- האָט אָנגעוויזן שטערקע 
אלוף-אַן אָפּטײילונג, װאָס אִין { געשטאַנען נגרייט, די ביקסן אין די הענט, 
אין אַ שכּינותדיקער אֲקאָפּע. | = יי 


זף 


--- אינטערנאַציאָנאַלע ? 
= -- יאָ. פראַנצויזן, זאָגט מען. | : 
מ'איז ליכטיקער געװאָרן. עטלעכע מענטשן האָבן שנעל אַ זופּ געטאָן 
פון אַ פעלד-פלעשל און עס איבערנעגעכן פון האַנט צו האַנט. פּלוצלונג 
האָבן די פראַנצויזן זיך נערירט. אַ כװאַייע פון קעפּ האָט זיך אַ הויב געטאָן 
איבער די ראַנדן פון זייער אַקאָפּע. קערפּערס האָבן זיך א הוידע געטאָן, 
זיך אויסגעגלייכט און זיך געלאָזט מיט אַ ווילדן געשריי באַרג-אַרוֹף: 
--- הורדאַ !. --- פאָרויס ! 
זיי זיינען קוים דערגאַננען צום שפּיץ בערגל?, וי פון אַרום האָט 
אָפּגעהילכט אַ טראַסקערײ פון מעטראַיעזן און ביקס-זאַלפּן. די שורה האָט 
זיך אַ װאַקל /געטאָן און איז אומנעפאַלן וני א תבואה-בייט אונטער דער 
קאָפע. דער , חורראַ?" איז פאַרשטומט געװאָרן. פאַרוואונדעטע האָבן גע- 
שריען אוֹן געקרעכצט. עטלעכע זיינען געפאַלן הינטערוויילעכץ, האָבן זיך 
אַראָפּגעקײקלט צוריק אין טראַנשײי און זי געקאָרטשעט פון ווייטיק. די 
געזונט-געבליבענע האָבן זיך געװאָרפן צו דער ערד און געזוכט א דעקונג, 
פון הינטן האָט זיך אַ הויב געטאָן א נייע כװאַליע מיליציאָנערן. 
בערנמאַן האָט דערהערט דעם באַפעל , פאָרויס"! און זיך א טראָנ 
געטאָן מיט אימפּעט צום שפּין באַרג. דאָ האָט זיך געענדיקט דער שוץ. 
אויף דער אַנדער זייט איז מען געװוען אויסנעשטעלט וי א ציליברעט 
פאַר די פאַשיסטישע קוילן. עס האָט אים א נאָג געטאָן אין האַרצן און 
ער האָט זיך אינסטינקטיוו אַ ואָרף נעטאָן אויף דער ערד. אַרום זיינען 
געלעגן מיליציאָנערן. װאָס װעלן זיי טאָן?... איינציקווייז זיינען זיי ארי - 
בערנעשפּרונגען אויף דער אַנדער זייט. מיטאַמאָל האָט ער דערמילט אַ 
שװואַכקײט איבער די קני, װוי די פיס װאָלטן אים אָפּנענומען געװאָרן. 
ס'איז די שרעק! די מורא פאַר די קוילן?... פאַרן טויט? --- ניין!... אָבער 
די שרעק באַהערשט אים און ער קען זי ניט גובר זיין. 8 הייזעריקער קו5 
שְרייט ניט ווייט: , חברים! פאָרויס, חברים!" עטלעכע שאָטנס האָבן זיך 
אַ הוֹיב נגעטאָן און זיינען נעלם געװאָרן, מיט איין שפּרונג איז אויך 
בּערנמאַן געווען אויף דער אַנדער זייט. די קוילן האָבן געפייפט הויך 
איבערן בערג?. ער האָט זיך צונעטוליעט צו דער ערד און באַהאַלטן דעם 
קאָּ צווישן די אַרימס, 
זיינע קני האָבן אַלץ געציטערט און ער האָט נעפילט זייער צאַמל 
אונטער זיך. א שוידער איז דורכנעלאָפן זיין לייב. ער האָט זיך דערשראָקן 
פאַר דער מורא, װאָס האָט אים אַרומגעכאַפּט. ער האָט זיך איצט מער 


78 


געשראָקן פאַרן אינערלעכן פּחד, וי פאַרן טויט, ער מוז אים גובר זײַן}., 
פאָרזיכטיק האָט ער אויפגעהויבן דֶעם קאָפּ און זיך. אַרומגעקוקט, אויפ. 
קעגנאיבערדיקן באַרג, -צװישן בײַמער, זיינען געשטאַנען עטלעכע געמוי- 
ערטע הייזער. די קוילנװואַרפער האָבן דאָרט געקנאַקט אָן אויפהער. דאָרט 
זיינען די פאַשיסטן! אַרום אים, אויפן שיפּוע, זיינען געלעגן מענטשן הינ- 
טער קוסטעס און שטיינער, צוגעדריקט צום באָדן, ניט ווייט האָט א פאַר- 
וואונדעטער געקרעכצט. מען האָט געזען וי דער זְאַמד אַרום אִים ווערט 
רויטלעך פון בלוט, יעדן אויגנבליק האָט זיך עמיצער א הויב געטאָן, אַ אַ 
שפּרונג געטאָן אַ פּאַר טריט און זיך געװאָרפן צו דער ערד. אַלע הויכע- 
ניִשן פון דער ווייט האָבן געשפּייט מיט פייער און אַרום האָבן זיך אַלע 
בערגלעך אימפּעטיק באַװעגט: לינקם האָבן אָנגעגריפן , אינטערנאַציאָ- 
נאַלע", רעכטס --- שפּאַניער: מיליציאָנערן און אַרבעטער אין ציוויל, 
ער האָט אַ זוך געטאָן מיט די אויגן, דערזען אן אַרויַסשטאַרצנדיקן 
פעלז און זיך אַ װאָרף נעטאָן חינטער אים. עטלעכע שװאַרצע פּינטעלעך 
האָבן דערגרייכט דעם טאָל אונטן. זייער צאָל איז געװאַקסן. די שיסעריי. 
אַנטקעגן אין געדיכטער געװאָרן, די קוילן זיינען געפאַלן לעבן אים, 
אַרומגעטאַנצט אין אַ קרייז, נעקלאַפּט אין פעלז און געשפּריצט מיט שפּלי- 
טערס שטיין און ערד-גרודעס. ער האָט ווידער אַ ציטער געטאָן, זיך גע- 
נירעט צום קאַלטן שטיין און איינגעקאָרטשעט די פיס, װאָס האָבֿן. 
אַרױסגעשטעקט, אומבאשיצט, | יי ור יי 
די קליינע פּינטעלעך פון טאָל האָבן אָנגעהויבן זיך דראַפּען באַרג 
אַרױף. איז ער געבֿליבן דער לעצטער?... ער האָט זיך אַ ריס געטאָן פון 
אֶרט, איז אָפּנעלאָפן עטלעכע מעטער און זיך אַ װאָרף געטאָן. הינטער 
אַ גרויען בערג, 
באַלד האָט ער באַמערקט, אַז ער שיצט זיך חינטער א טויטן קער- 
פּער. ניט ווייט האָבן עטלעכע מיליציאָנערן געשאָסן. ער האט אָנגענומען 
דעם פאַרנליװוערטן גוף, װאָס איז געלעגן אויפן בויך, אוּן איִם אויסנע- 
צוינן אויף א זייט. זיינע הענט האָבן זיך נעקלעפּט פון בלוט. ער האָט 
זי אָפּנעװישט אָן שינעל, אָנגעשפּאַרט די ביקס אויפן אקסל פון געפאַ- 
לענעם און דערלאַנגט די ערשטע שאָסן. : 
| ער האָט דערפילט אַ דערלייכטערונג. די שרעק איז ביסלעכוייז 
אױסגעװעפּט געװאָרן. מיט אַלע כוחות האָט ער זיך אָנגעשטרעננט צו 
צילן צווישן די ביימער. דאָרט זיינען די פאשיסטן! דאָרּט איז דער שונא! 
די כלבים פון קאַרטוז בערעזע, די תלינים פון רומעניע און די סאַדיפטן 


79 


פון די דייטשע קאָנצענטראַציע-לאַנער .. דאָס גאַנצע לעבן איז ער געווען 
אָנמעכטיק: ער האָט. מאַרשירט מיט אַ רויטער פאָן און געשריען לאָזון- 
גען; און יענע זיינען באַפּאַלן. מיט שראָט און נאַגייקעס. איצט קען ער 
אָפּנעבן טוט פאַר טויט! אַ חיהישע לוסט צו מאָרדן האָט אויפגעטויבט 
פון פאַרבאָרנענע טיפענישן און אים אויפגעטרייסלט. ער איז אויפנע- 
שפּרונגען און געלאָפן מיט אימפּעט דורכן רעגן פון סוילן.. 
= אין. טאָל האָט זיך דערווייל פאַרזאַמלט א גרויסער עולם, װאָס 
האָט דורכגעריסן דעם פייער-פאָרהאַנג. אַהערצו האָבן די קױלנװאַרפער 
ניט געקענט צילן אויף זיי. אין געריכטע גרופּעס האָבן זיי זיך געלאָזן 
פון אַלע זייטן, באַרג-אַרױף. בערגמאַן האָט זיי אָנגעיאָגט. עטלעכע האָבן 
אָפּגעשפּילעט. האַנט -גראַנאַטן פון די גאַרטלען און זיי געהאַלטן גרייט / 
צום וואַרפן. אַ ביסל העכער האָבן זיי זיך אויסגעצויגן און געפּױזעט 
אויף די בייכער, די גלאַנצענדיקען שטילעטן פאָרויס, גרייט צו שטעכן. 


אויף אַ בערנל, לינקס פון גוט, האָט זיך צעפלאַטערט א רויטע פאָן. 
די פאַשיסטישע ליניע איז דורכגעריסן, געװאָרן. פאַרבאָרגן הינטער שטיי- 
נער און קוסטעס האָבן מיליציאָנערן באַשאָסן דעם נעסט צְווישן די בי 
מער, איינציקווייז זיינען די קױלנװאַרפער אַנטשטומט געװאָרן. ‏ איצט 
האָבן עטלעכע גראַנאַטן אויפגעריסן אויפן שפּיץ באַרג. דער עולם האָט 
פאָרזיכטיק געפּױזעט פאָרויס. בערגמאַן האָט אָפּנעכאַפּט דעם אָטעם און 
עטלעכע ‏ מֵאֶל געװאָרפן א בליק צום בערגל לינקס. אין מזרח, הינטער 
די בערג, אין אויפגעגאַנגען א יונגע זון, און אירע שטראַלן האָבן זיך גע-. 
שפִּי גט אין דער רויטען פאָן,. װאָס האָט געווייעט הויך איבער א בוים. 
די טאָלן און שׂיפּועים אַרום האָבן געווימלט פון מענטשן. ס'איז אים 
פאָרגעקומען וי מיליאַנען פון גאר דער וועלט װאָלטן צוזאַמען מיט אים 
געצויגן אַרויפצו. | 


| מיט. אָנגעשפּיזטע -באַנגעטן זיינעז זיי אַריין אין די צימערן. אָבער 
דאָרט איז שוין קיינער ניט נעווען. אַרום די קוילנװאַרפער זיינען געלעגן 
עטלעכע הרונים. ער האָט אינסטינקטיוו אָפּנעדרײיט דעם קאָבּ. 


אַ ביסל שפּעטער האָט ער געטראָפן ישמערקען פיננדיק אין שאָטן 
פון אַ בוים : 


| איצט ווייס | איר שוין, -- האָט יענער אים מודיע נגעװוען -- צו 
די- קוילנװאַרפער מוז מען זיך צוקריגן דורכן טויטן ווינקל ! 


80 


--- װואָס הייסט ? 
-- גאַנץ פּשוט; דער טויטער וינקל איז אַזאַ ווינק?, וואו מען 
ווערט גראדע ניט געהרנעט.. 


א אל אנ 


אַ טופּען פון פיס האָט זיי אינמיטן נאַכט אַרױיסנגעריסן פוֹן שלאָף. 
אין חויף האָבן זיך באַװעגט שאָטנס. אן אָפּטײלנג שפּאַניער האָבן באַ- 
זעצט די דעראָבערטע פּאָזיציע און די אינטערנאַציאָנאַלע? האָבן גלייך 
אָפּמארשירט צו אַן אנדער אמּשניט. | 


| קאַפּיטל זיבן 
יידן און מאָרן האָבן זיך אומגעקערט קייץ שפּאַויע .. 


נאָך אַ- קאַלטער אוֹן פייכטער נאַכט האָט די שפּעטע נאָועמבערזון 
צעװואַרעמט די פאַרשטייפטע נלידער און א שיין נעטאָן אין די שמוציקע, 

אַרװאַקסענע פּנימער, די אָפּטײילונג האָט ווידער מאַרשירט און שמערקע 
װאָט כסדר אז=סנעפרענט ריימאַנען: 

--- נו, וואו האַלטן מיר ערניץ אין דער וועלט? 

-- איך'ווייס? --- האָט יענער געהויבן די אַקסלען. 

--- דו ווייסט אויך ניט? טאָ צוֹ װאָס ביסטו אַזויפיל יאָרן געגאַנגען 
אין אוניווערזיטעט ? + | 

-- דו זעסט דעם שניי אויף די בערג? -- האָט ריימאַן אָנגעוויזן 
אין דער ווייט -- ס'איז אַ סימן, אז מען שלאָנט זיך אַלץ אין מאַדרידער 
נעגנט. | | 
באַלד איז געװאָרן הייס, די דיקע שינעלן און די הענגענדיקע דעקעס 
האָבן געריבן די פּלייצעס, אָבער קיינער האָט מער ניט געקלערט פּטור 
צו ווערן פון דער שווערער משא. אין די ביינער איז אַלעמען געלעגן 
דער טעם פון רעננדיקע נעכט אין אָפּנעדעקטע, נאַסע טראַנשײען. די 
בלאָטע, װאָס זיי האָבן שוין לאנג ניט אַרומגעװאַשן, און דער שטויב, 
וואָס האָט בעת די מאַדשן זיך איינגענעסן אין לייב, זיינען צעווייקט נע- 
װאָרן אין שווייס, אַראָפּנערונען אונטער די פאַרהאַרטעװעטע מלבוטים 
און געסקריפּעט אין די קלעפּיקע סקאַרפּעטקעס. 

אַ שאַרפער דורשט האָט אָנגעהוֹיבן טדיקענען אין האלדז. זינט 
זיי האָבן פֿאַרלאָזן דעם , צענטער" פון אַלבאַסעטע האָט קיינער ניט 
פאַרזוכט דעם טעם פון געקעכטס. געשפּײזט האָט מען זיך מיט טרוקן 
ברויט און סאַרדינען. װאָרים די , אינטערנאַציאַנאַלע? זיינען גלייך נאָך 
זייער קומען געװואָדפן געװאָרן אין שלאַכט. די אָפּטײלוננען זיינען אימ- 


82 


פּראָוויזירט געװאָרן אין איילעניש אין זיי האָבן ניט געהאַט קיין אינ- 
טענדענץ, ניט קיין פעלד-קיכן, קיין טראַנספּארט-מיטלען און אַפילו ניט 
קיין טעלעפאָן אָדער רעכטן פעלד-שפּיטאָל. | | 

אין די ערשטע טעג פון אױפשטאַנד האָבן די אַרבעטער פון שפּאַ-. 
ניע געהאט די אױבערהאנט. אָנגעהויבן די מרידה האָבן די גענעראַלן, 
ווייל די לינקע פּאַרטײען האָבן באַקומען אַ מערהייט אין דער רעגירונג 
און זיך געקליבן דורכצופירן רעפאָרמען, בעיקר צעטיילן די גרויסע 
לאַטיפונדיעס צווישן די אַרימע פּויערים. די אַדבעטער זיינען אַרויס מיט 
געווער און כמעט אין אַלֶע נרויסע שטעט האָבן זיי געזינט, און פאַר- 
טריבן די זעלנער, װאָס האָבן זיך געשטעלט אויף דער זייט פון די 
אָפיצירן און גענעראַלן, אין די דערפער האָבן די פּויערים פאַרטריבן די 
פּריצים. די רלעפּובליק האָט אָפּנעהאַלטן אַ ניצחון אין דער מערהייט פון 
די פּראָװוינצן פון לאַנד. 

אָבער די מיליטערישע נאַרניזאַנען האָבן זיך שנעל אָרגאַניזירט. 
פראַנקאַ האָט געבראַכט צוחילף די מאָרן פון אַפּריקאַנישן פרעמדן לע- 
ניאָן. פון איטאַליע און דייטשלאַנד האָט ער באַקומען טאַנקען, אַויאָ 
נען און טעכניקער. דאָס פאָלק, װאָס װאָט געזינט אויף די באַריקאַדן, 
איזן ניט געווען גרייט צו אַ לאַננער, רענולערער מלחמה אין פעלד. אין 
די טויזנטער זיינען די אַרכעטער פון די. שטעט אַרױסגעפאָרן צו די 
פדאַנטן איכערן גאַנצן לאַנד און צוזאַמען מיט די פּױעריםפּאַרטיזאַנען 
נעשטעלט דעם ערשטן װידערשטאַנד. אָן נעווער, אָן דיסציפּלין און אֶר- 
נאַניזאַציע זיינען. זיי נים געווען בכוֹח אויפצוהאַלטן די נוט-באַװאָפנטע, 
געשולטע אַרמײ פון די גענעראַלן, װאָס האָט זיך דערנענטערט צוֹ מאַד- 
דיד אוֹן זיך געריסן וי אַ שטראָם פון אַלֶע זייטן, זוכנדיק שװאַכע 
פּונקטן. די בעסטע זיינען געפּאַלן אין אַנהוים בירגער-קריג. די , אינ- 
טערנאַציאַנאַלע? האָבן נעמוזט אויפשטעלן דאַטמבעס קעגן דער װאַקסן- 
דיקער כװאַליע. זיי זיינען נעשיקט געװאָרן אומעטום, וואו די סכנח / 
איז געװואַקסן און געדראָט מיט א קאַטאַסטראָפע, 

זיי האָבן מאַרשירט. עטלעכע שעח. די וייסקייט פון שאָסײי האָט 
געבלענדט די אוינן. דער וועג האָט זיך געשלעננלט צװישן טאָלן און 
הייכענישן און זיך פאַרלאָרן אין דער ווייט, צווישן הינלען און שפּיציקע 
פעלזן. אַרום. אויף שיפּועים און טעראַפן, האָבן זיך געהויבן גרויע 
איילבירטן-וועלדלעך און נאַקעטע, איינגעשרומפּטע שטאַמען פון האַרב- 
סטיקע וויינגערטנער. די נעגננט האָט באטראבט מיט אַ שטומען, סודות- 


38 


פולן בליק די לאַנגע געשלענגלטע רייען פון אומבאַקאַנטע מענער און 
אירע אומרואיקע אוינן האָבן וי נגעפרענט : 

--- וואו איז דער שונא ? 

--- ווער װועט פאַלן פון די ערשטע קוילן ,, : 

אָבער דאָסמאָל האָבן זיי, צו זייעד נדויסער דערשטוינונג, ניט פֿאַר- 
נומען קיין פרישע פּאָזיציע. מיט אַ זייטיקן, פאַרװאַקסענעם וועג זיינען 
זיי אַרויפגעשטיגן צו אַ פּריצישן הויף. פון אינעװוייניק האָט מען אַרוס- 
נעטראָנן אַ גרויסן קעסל מיט זופּ און לאַבנס פריש ברויט. דער אויס- 
געמאַטערטער עולם האָט זיך צעזעצט אין שאָטן פון די ביימער און זיך 
ואַ נעם נעטאָן צו דער אכילה. יי 

נאָכן עסן האָט זיך ריימאַן אַרומגעקוקט נאָך אַ רואיקן ווינקל אויף 
כאַפּן אַ דרימל. מיט אינעװוייניקסטע שטינן האָט ער זיך ‏ געלאָזט גיין 
איבערן צװיי-גאָרנדיקן פּאַלאַץ, װאָס איז געשטאַנען אין פראָנט פוֹן נוט. 
אין די צימערן זיינען די דילן געווען געפלאַסטערט מיט מאָזאַיק-פּליטן 
און די ווענט באַהאַנגען מיט אייל-בילדער. א פראַנצויז מיט אֵן איטאַל- 
יענער האָבן זיך געפּאָרעט ארום א גראַמאָפאָן: זיי האָבן. אַרױיפגעלײגט 
פּלאַטן פון אַ בעטהאַָװען-סימפאָניע און צונעהערט דער מוזיק, האַלב 
אָנגעלענטע אין טיפע פאָטעלן. ער איז אַרױיה העכער, האָט אַראָפּנע-. 
װאַרפן זיינע שווערע סלבושים און זיך אויסנעצוינן אויף א וויכן 
דיװאַן, מוכן ומזומן זיך איינמאָל פאַר אַלעמאָל אויסצורוען וי עס באַ- 
דאַרף צו זיין. | | 

אָבער לאַנג שלאָפן אין אים ניט געװען באַשערט. קוים אייננע- ‏ 
דרימלט האָט ער וי אין חלום דערהערט, וי מען רופט אים ביים נאָמען: 

--- חאַללאָ, ריימאַן, דו ליגסט דאר דאָ װוי ביי דיין טאַטן אין וויינ- 
גאָרטן ! י? 

ער האָט געעפנט די אוינן און דערזען פאַר זיך אַ שוארצן, 
שמייבלענדיקן שפּאַניער. פון װאַנען ווייסט ער זיין נאָמען? און יידיש 
רעדט ער אויך... אוודאי אַ חלום! פּלוצלונג האָט ער אויסנערופן: / 

-- שמעון?1... : | | 

--- װאָס הערט זיך אין האַטעל? -- האָט יענער פעסט אַ דריק 
געטאָן זיין חאַנט, | 

-- אַלץ אין בעסטער אָרדענוֹנג. וואוינסטו שוין לאַנג אין אונדזער 
פּראַכטפולן פּאַלאַץ ? | 

-- אַ פּאָר שעה. 


--- ווי לאַנג װועט מען דאָ בליבן} 
| 84 


---. מיד מוזן באַקומען נייע מענטשן. אַ סך חברה זיינען געפאַלן. 
און דאָ פאַרואַמלט מען רעשטלעך פון באַטאַליאָנען, װאָס האָבן געליטן 
גרויסע פאַרלוסטן. װי לאַנג זיינט איר אין פעלד? 

--- אַ פּאֶר טעג... אַ װאָך... א גאַנצע אייביקייט! -- האָט ריימאַן, אַ 


פאַרשלאַפענער, זיך ניט געקענט דערמאָנען גענוי 

--- מירן מן הסתם אַרינפּאַלן אין זעלבן באַטאַליאָן. װאָרים מען 
אַרגאַניזירט איצט די אָפּטײלונגען פיט נאַציאָנאַליטעטן. דאָ זאַמלט 
מען די סלאַוון. | ' 

-- און מיר? : 

--' אַלע װאָס שטאַמען פון פּולן, ליטע און בכל? אונדזערע גע- 
נענטן וועלן אַוודאַי אַריין אין סלאַװישן באַטליאָן. נריא, ס'איז דיר 
דען אַ נפקא מיניה? דער עיקר איז דאָך שלאָנן די חינטישע זין ! 

שמעון האָט פאַרדרייט אַ דיקן פּאַפּיראָס און מכבד געווען ריימאַ- 
נען מיט טאַבאַק: / | | | 

--- אַזױי, אַזוױי! -- האָט ער אים דערלאַנגט פייער און פאַר איין 
וועג נעפּאַטשט אין פּלייצע לויטן שפּאַנישן מאַניר, װאָס ער האָט שוין 
באַװויזן אַראָפּצוכאַפּן -- ביסט דאָך געקומען סיין שפּאַניע! טראָץ האַנײ 
באַלן און זיינע העלפאַנטן.. 

= וויפ? איז דער שיעור צו קוקן אויף דער װעלט דורך א מאַנ 
סארדע-פענסטערל פון א פּאַריזער האָטעל? 

--. װאָס הערט זיך עפּעט ביי די חברה?... האָסט אפשׂר געזען 
רותן ? ( יע 

--- געזען! זי האָט זיך אַריבערגעקליבן צו אונדז אין האָטעל. 

-- זי אַרבעט? זי לערנט?.. וויפ? פאַרדינט זי?.. זי גייט אין 
סינעמאַ ?- 

שמעון האָט אַרױיסגעשאָסן מיט אַ צענדליק פראַגן אויף א מאָל/ 
און נאָך מער זיינען אים געבליבן הענגען אויף די ליפּן, נאָר ער האָט 
זיך געשעמט זיי אַרױסצורעדן. ער װאָלט געװאָלט װויסן װאָס רות טוט 
אין די אָוונטן, מיט וועמען זי שפּאַצירט... װאָס פאַראַ באַקאַנטע זי 
האָט .. = 2 ואס 
אָבער אס ,װעטעראַן", ואָס קעמפט זינט מערער חדשים אוה 
די פראָנטן, האָט ער זיך געשעמט אַרױסצופאָרן מיט אַזעלכע פּערזענ" 
לעכע קלייניקייטן, בפרט נאָך אין אַ שמועס מיט א ,גרינעם". 


סאס 
דע 


יאון איידער ריימאַן האָט באַװיזן צו אינפאָרמירן שמעונען ועגן 
דער , פיטואַציע? אין האָטעל, איז וי פוֹן אונטער דער ערד אויסנע- 
ואַקסן שמערקע:/ 
-- דו קומסט דירעקט פון פּאַריז? -- האָט ער זיך אַ נעם געטאָן 
צו שמעונען, הערנדיק אַן מען רערט וועגן היימישע ענינים -- װאָס 
װערט מען עפּעס אין פּאַרין ? | 
-- אין קאַפע , ביאַליסטאָצקו" שפּילט מען נאָך אַלץ אין דערך- 
לעך ---חהאָט שמעון געשמייכלט -- אוֹן מען עסט נעפּרעגלטע לעבער- ‏ 
לֶעך אויף הינער-שמאַלֿץ! | 
; -- עס פעלט שוין אודאי אויס אַ האַנט צו א בעלאָט/ -- האָט 
שמערקע דערפילט אַ װאַרימקײט אונטערן האַרצן -- אַלע זיינען זיך 
צעפאָרן, װאָס ? | 
; -- ער איז געקומען נאָך פאַר אונדז!: -- האָט ריימאַן פאַרשטערט 
זיין שמחח --- שוין ביי טאָלעדאָ האָט ער זיך געשלאָגן!. | 
 ---‏ אַ-אַדזחו-י? -- האָט שמערקע אָפּגעמאָסטן דעם נייעם מיט אַ 
דרך-ארץידיקן בליק און איז גלייך אַרױס מיט טענות -- טאָ פאַרװאָס 
װאָט איר גלייך ניט אויפגעריסן דעם אַלקאַזאַר, אַ? כ'האָב געמיינט אין 
פּאַריז, אַז איך ער צעפּלאַצט און איר האָט זיך דאָרט אַרומגעשפּילט 
| = דאַן האָט ער דערציילט ועגן זיינע ערשטע שלאַכטן און שמעון 
אָט דערציילט וועגן די ערשטע טעג, און זיי דערקלערט וי די אַויאָ- 
נען גרייפן אָן און וי מען דאַרף זיך שיצן פּאַר טאַנקען. אָבער שמערקעם 
האַרץ האָט ער דערעיקרשט געוואונען מיט קאָניאַק, װאָס ער האָט אים 
מכבד געווען. ער האָט אים אויסגנעשטרעקט די פעלר-פלאַשקע: 
--- כ'האָב זיך אָפּגעלערנט פוֹן די פּוילִישֶע חברה: אַז מען דער- 
לאַננט אַ זופּ פאַרן אַרױסלױפן צוֹם אֶנגריה, האָט מען מער האַרץ! 
שמערקע האָט דערלאַנגט אַ גאָר לאַנגן צי און האָט נלייך אויף אַן 
אָרט א. נדר געטאָן, זיד איינצושאַפן ביי דער ערשטער געלעגנהייט אזא. 
מין כלי, װאָס איז אפשר וויכטיקער יוי א ביקס, ווייל עס ניט צו מוט. 
מִיט שמעונען אין ער געװאָרן אַזאַ ווטער ברודער, אַז נאָך אין זעלבן 
אָוונט איז ער געקומען אויסניסן פאַר אים דאָס הארץ: 
-- זיי לאָזן ניט! -- האָט ער פאַרצווייפלט געמאַכט מיט די הענט. 
---. ווער ? 
-- ווער?... די מיידלעך! זיי לאָזן זיך ניט צורירן, כאָטש נעם און 
קריג די , פּאָפּלעקסיע" 1 


-86{ 


פ'חאָט זיך אַרױסגעװיזן אַז אין משך פון נאָכמיטיק האָט שמער- 
קע באַװיזן צו באַזוכן די כאַטעס און שטאַלן, וואו ס'האָבן געוואוינט 
די פּאַראָבקעס פון נוט. אָנגעהויבן האָט ער דאָרט מיט אן ערנסטן, 
אויפקלערערישן שמועס איבער סאְצִיאַלֶע טעמעס. ער האָט זיך צונע- 
שאַרט צו די פּויערטעס, װאָס האָבן געקאָרמעט די עופות אין נאָרטן, 
און אָנװייזנדיק מיט איין האַנט אויפן פּריצישן פּאַלאַץ און מיט דער 
אַנדערער אויף די קליינע ליימענע הייזקעס, האָט ער זיי ביידע באַװעגט 
הין און הער, װוי צוויי װאָנשאָלן+ / : 

--- נודאָ!.,. קלאָסן-קאַמף... עקפפּראָפּריאַציע, קאָלאָניזאַציע אַגראַר- 
רעפאָרם {.., 

הגם ער האָט זיך באַמיט צו דעדן מיט לויטער אויסלענדישע וועך- 
טער, האָבן אים די פויערטעס קנאַפּװואָס פאַרשטאַנען. זיי האָבן ויי- 
טער געװאַרפן קערנער פאר די קװאָקענדיקע הינער און געשמייכלט צום. 
אויסנעמאָגערטן בחור?, װאָס האָט אויסנעזען עטװאָס קאָמיש אין די 
צודלאַנגע, זעלנערישע מלבושים. | 

-- נו-אָ!... = עקכפּלואַטאַטאָר?... קאַפּיטאַליסטאַ? -- האָט זי 
שמערקע געגעבן צו פאַרשטיין מיט די הענט, אַז ער יל ויסן ואו 
דער פּריץ איז אַהינגעקומען. 

נאָך אַ לענגערן שקלא וטריא האָבן די פּויערטעס זיך געכאַפּט, אַז 
ער מיינט זייער בעל-הבית, און דערציילט באריכות, אז דער פּריץ האָט 
כל ימיו געוואוינט ערנעץ אין דער שטאָט און פלענט אַראָפּקומען אַהערצן 
נאָר זומער-צייט; אַז ער איז אַנטלאָפן בעת עס האָבן זיך אָנגעהויבן די 
אומרוען; אַז אַנדערע פּריצים האָט מען אויפגעהאַנגען; און אַז זי -- 
די פּויערטעס --- מיט זייערע מענער און קינדער האָבן געהאָרעװעט שווער 

און ביטער פאַרן דאָזיקן פּריץ און זייערע טאַטעס און זיידעס האָבן שוין 
דאָרט געהאָרעװעט... און איצט זיינען די מענער און זין אַװעק אויפן 
פראַנט און אפשר װועט מען אויף דער עלטער זוכה זיין צו האָבן אַן אייגן 
שטיקל?ל ערד.. 

| שמערקע" האָט צוגעהערט מיט קאָפּ, כאָטש ער האָט קיין איין װאָרט 
ניט פאַרשטאַנען, אָבער כדי די פּויערטעס זאָלן עס ניט באַמערסן, האָט 
ער די גאַנצע צייט געטשמאָטשקעט מיט די ליפ און געשאַקלט הין און 
הער מיטן קאָפּ, וי איינער זאָגט : 

--- אייזאיי-אוו!!! /מאַלע װאָס עס קען זיך אַלץ פאַרלויפן אוֹיף 
אונדזער זינדיק וועלטפ}... 


87 


ײ. 


דערנאָך האָבן די פּױערטעס אים געפירט ווייזן זייערע ליימענע הייז-. 
קעס, וואו עס איז געווען ענג און שטיקענדיק. ער האָט אַריינגעסוקט אין 
די שלאָף-צימערן, װאָס זיינען נאָר מיט דינעמחיצות געווען אָפּנעטײלט 
פון די קו-שטאַלן. די פּאָדלאָנעס זיינען אומעטום געווען פון ליים און 
אויף די אַלטע מעבל האָט מען געזען חלב'נע סימנים פון ליכט. צום ,סוף 
זיינען זיי אַריין אין דער קלייגער קירכע, װאָס דער פּריץ האָט געלאָזט 
בויען, כדי די פּויערים זאָלן זיין נאָענט צו גאָט, און קענען בי יעדער 
געלעגנהייט דאַװונען און בעטן. 

דערזעענדיק דעם אַלטאַר מיט די באַגילדעטע, הייליקע בילדער, ואס | 
האָבן געגלאַנצט אין דער טונקלקייט, האָט שמערקע א מאַך געטאָן מיט 
די הענט : א 

--- נודאָ!... רעליגיע... אִפּיום פאַר די מאַסן !!.. 

די דאָזיקע טאַקטיק פון שרייען ,נ-אָ! נו-אָ!", ווען עס פעלן אי 
אויס ווערטער אין אַ פרעמדער שפּראַך, האָט שמערקע אַראָפּנעכאַפּט פון 
זיין טאַטן, װאָס איז געווען אַ פרומער ייד און אַ פּשוטער בעלזמלאכה 
און פלענט, ניט קענענדיק קיין לשון קודש און ניט װועלנדיק מפסוק זיין 
צווישן קידוש און המוציא, אֶנהוֹיבן אין אַזא קריטישער סיטואַציע צו 
שרייען צו דער מאַמען אין סיר אַריין ; 

|--- נו-אָ! סכין!... נודאָ !... 

אָפּגעפּטר'ט מיטן סאַציאַלד אויפקלערערישן געשפּרעך האָט שמערקע 
פאַרבלאַנדזשעט אין שכינותדיקן גאָרטן, וואו עס האָבן געאַרבעט די 
יונגע טעכטער פון די פּויערים, כדי צו כאַפּן מיט זיי אַ שמועס פון 
נאָר אַן אַנדער סאָרט. און טאַקע דאָרט האָט ער עס געכאַפּט די וויסטע 
מפּלה און איז דעריבער געקומען אויסגיסן זיין ביטער האַרץ פאַר שמעו- 
נען און זיך מיט אים מיישב זיין, וי מיט אַן אַלטן ,װעטעראַן", װאָס 
קאָן זיך אויס אין די באַדינגונגען פון לאַנד. 

--- װואָס זאָנן זיי? -- האָט אַ פרעג נעטאָן ריימאַן. 

--- זיי זאָגן א סך -- האָט שמערקע דערקלערט -- אָבער װאָס 
קומט אַרויס, אַז איך פאַרשטיי אי. מכה! -- כ'האָב געמיינט: מיידלעך... 
יונגע,,. אַ. װאָרט מער, אַ װאָרט ווייניקער, סע שפּילט דען אַ ראָליץ? 

--- זיי פרעגן אַװדאי: , קיערעס ‏ קאַסאַרסע", ‏ ס'הייסט: ווילסט 
חתונה האָבן? -- האָט פאַרטייטשט שמעון -- אָט אַזױ זאָגן זיי שטענ- 
דיק ווען מען דערלאַנגט זיי אַ טשעפּ, 

-- נאַ דיר אַ נייע חתונה ! 


8 


-- יאָ, ואָ, מיין ‏ טייערער, אָן אַ חתונה וװועסטו מיס זי גאָרניט 
מאַבן ! 

-- נו, בין איך גרייט צו שטעלן אַ חופּה כדת משה וישראל.. 

--- אוצטער? -- האָט שמעון פּרובירט אים אָפּהאַלטן. 


- וועןדזשע דען? ווען מיעט ליגן מיטן פּופּיק אַרױיף?.,.. אַ חיי- 
שעה איז אויך גוט!... האָסט געזען זייערע אויגן? גליענדיקע קוילן!... 
בִין דיר שוין מוחל? די אויגן, אָבער די ברוסטן! עס כאַפּט ביים האַרצן... 
-- נו, טא האָב חתונה! / | 
-- וו אַזױ? אַז ס'איז דאָ נישט פאַראַן ניט קיין רב און ניט קיין 
| גלח אויף אַ רפואה ! | 
-- גיי י צום פּאָלִיט -קאָמיסאַר --- האָט אים געיעצה 'ט ריימאַן -- דער 
פּאָליט-קאָמיסאַר איז היינט צו טאָג דער פאַרטרעטער פון רבוֹנו של 
עולם אויף דער וועלט. | 


-- אַ פיינער איינפאַכֿ --- איז שמערקען געפעלן געװאָרן די עצה --- 
דער פּאָליט-קאַָמיסאַר אין דאָך טאַקע אַזאַ פין רב! ער זאַָנט מוסר, 
האַלט דרשות, פּסקנט דיך-תורות און ער מאַכט הספּדים נאָך די געפאַ- 
לענע סאָלדאַטן !1... | 


אָבער חתונה האָבן אין אים נאָך דאַן ניט באַשערט געווען. אינ- 
מיטן נאַכט האָט דאָס אייליקע שנאָרכן פון אַן אָנגעקומענעם מאַטאָ- 
ציק? איבערגעריסן דאָס כראָפּן פון די סאָלדאַטן. אין אַ האַלבע, שעה 
אַרום האָט מען זיך געלאָזט אין ווענ אַריין. 


אַ דינער, האַלב-רונדער לבנהפּאסיק האָט געװאָרפן א | זיפבערנע 
שיין איבער די פּוסטע פעלדער און בערג, און אין מינוטנויין פאַך- 
שוואונדן אונטער שווימענדיקע װאָלקנס. די שורות זעלנער האָבן מאַר- 
שירט שטום, װי די. מענטשן װאָלטן נעשפּאַנט שלאפנדיקערהייט. אַ 
קעלט האָט דורכנעדרונגען די ביינער און דער גאַנג איז געװאָרן פיבערהאם- 
| טער. ריימאַן האָט אָנגעהויבן אָפּשטײן. צוװוישן אים און דער מרה- 
שחורהדיקער מעננע האָט זיך אַצינד געשאַרט אַ לאַננע זינ-זאַג ליניע 
פון איינצלנע שאָטנס. א טעמפ געפילדער, אַ טופּן פון פיס און גע- 
קלימפּער פון װאַקלענדיקע באונעט:שיידן האָט זיך געשניטן אין דער 
שטילקייט פון דער נאַכט און צונענעבן ממשות די צעשאָטענע גרופּ- 
קעם, װואָס האָבן זיך געהוידעט אַרױיף-אַראָפּ, איבער רוקנם. פון בערג 
און טאָלן. - 


.9 


ווייט הינטער אַ באַדנ האָט אַ בלאָס קאַיאָר-ליבט. אָנגעזאָגט דעם 
געבורט פון אַ נייעם טאָג. אַן אויפנעואַכטער קאַנאָן האָט אים מקבל 
פּנים געווען מיט אַ בייזן ברומען. מיטיק צֵייט זיינען זיי אַרויפגעשטיגן 
אין א בערגיקער געגנט. דער קליינער קאָמאַנדאַנט פון דער אָפּטיילונג 
--- אַ פּוילישער קוילן-גרעבער פון צפוֹן פראַנקרייך --- האָט נאָך אַ 
לאַנגן ישוב הדעת איבער אַ לאַנד-קאַרטע, אָנגעוויזן אויף אַן אֶליוון- 
וועלד?, װאָס אויף אַ באַרג, און באַמױלן ; 

--- פֿאַרנעמען פּאַזיציעס : | 

שמעון האָט זיך נלייך אַ נעם געטאָן צום רידל. דאָס איינגראָבן 
זיך אין דער ערד אין שוין ביי אים געווען אַן אינסטינקטיווע באַדער- 
פעניש ווי בי" אַ מוילוואורף. ער האָט איבערגענומען די אַפּיטדופּסות 
איבער ריימאַנען, אים נעהאַלטן לעבן זיך אוֹן געהאָלפן גראָבן א שוץ 
שמערקע האָט געהאַט ציים: ער האָט זיך אַװעקנעזעצט הינטער אַ. בוֹים, 
און אַרױסגעשלעפּט אַ פּושקע סאַרדינען פון רוק-זאַק: 

-- מ'האָט נאָך היינט ניט אָנגעביסן -- האָט ער דערקלערט דעם 
שכל --- װאָס פאר אַ טעם האָט שׁוֹין דאָס שיסן אויפן ניכטערן האַרצן!? 

ער האָט אַ קלאַפּן געטאָן מיטן שפּיץ פון שטילעט אין דער בלעכע- 
נער פּושקע,,. האָט זיך באַשפּריציט מיט בוימל און אָנגעהויבן זיך באַ- 
לעקן. אין זעלבן אויננבליק האָט אָפּגעהילבט אַ דיקער קנאַל. די לופט 
האָט זיך אַ ריר געטאָן איבער די קעפּ און אַ סלופ רויך האָט זיך אוים- 
נעהויבן אין אַ ווינקל פון וועלדל? און איז לאַנגזאַם צעשוואומען אין ‏ 
דער לופט, | 

= אַרטילעריע! --- האָט אויפנערופן אַ קול; 

-- גראַנאַטן! - . 

די נראַנאַטן זיינען איצט געפלויגן געדיכט און געהודזשעט איבער 
די קעפּ. די לופט האָט זיך באַװעגט וי אין ווינט. די סנאַלן, טויבע און 
אָפּגעהאַקטע, ‏ האָבן זיך געיאַנט און זיך פאַרמערט דורך די עכאָס פֿון 
די אַרומיקע הויכענישן. . - 

ביים ערשטן זעץ איז שמערקע אומגעפאלן. דערנאָך האָט ער זיך. 
צונעשאַרט. - צו- שמעונען און פאַרשטופּט דעם קאָפּ הינטערן אָנגעשאַ- 
טענעם בערגל, באַלד. האָט ער זיך;. איבערצייגט,. אז די גראַנאַטן שיסן 
טאַקע,. אָבער ער אי נאָך געזונט און שטאַרק. ער האָט זיך באַרואיקט: 

--- 55 זמן אַ מענטש לעבט, דאַרף. ער נעמען אין מויל אַרין! --- 
האָט ער פילאָזאָפירט און ניט אויפהויבנדיק דעם קאָפּ, אַרױסגענראַבלט 


0 


8 


סערדינקעס פון דער פּושקע און זיי פאַרשלונגען מיט אַפּעטיט. . 

די װואָלקנדלֿעך רויך זיינען געדיכטער געװאָרן און זיך צוזאַמען- 
גענאָסן. דאָס וועלד? אין געװאָרן אַרומנענאַרטלט פון א שװאַרצן, 
װאַקלדיקן שוים, װאָס האָט געשפּריצט מיט גרודעס ערד און אייזערנע 
שפּליטערס. דיקע שטאַמען האָבן נעקנאַסט זיך ברעכנדיק און פאַרהילכט 
די קרעכצן פון די פאַדוואונדעטע, אין רוים האָבן ארומגעשוועבט טוי- 
ונטער בלעטלעך וי אַ כמאַרע פון נרינע פעדערן. א פאַרצוויינטער. בוים 
האָט זיך פּלוצלונג אַ הויב געטאָן, געפאָכעט מיט זיין געבלעטער וי מיט 
פלינלען און מיטגעשלעפּט אַ קנויל פון שװאַרצע װאָרצלען און שטיקער 
ערד. ער האָט זיך אַ וויילע נעטראַנן מיט אימפּעט אין דער לופטן, האָט 
פאַרצייכנט אַ האַלבן קריין און איז געבליבן העננען מיט דער קרוין 
אַדאָפּ, די וואָרצלען פאַרפּלאָכטן אין אַרומיקע צווייגן. 

די אויפרייסן האָבן זיך א וילע דערנענטערט, זיינען צוריק;ע- 
- שפּרוננען און זיך אומנעקערט, וי זיי װאָלטן אַדומנענישטערט איבערן 
באַרג און געזוכט די מענטשן. | | יי 

--- זיי האָבן אונדז דערטאַפּט! -- האָט אַ פליסטער נעטאָן שמעוי, 
ווען ס'אין אַ וויילע רואיקער געװאָרן -- באַלד וועלן זיי אָנגרייפּן! ‏ 

ער האָט זיך אונטערגעהויבן אא קריכנדיק אויף אַלע פיר האָט ער 
זיך צונעשאַרט צום קליינעם קאַמענדאַנט, הינטער אַ בוים: 

--- זיי וועלן באַלד קומען! | 

--- מסתמא ... | 

--- מען דאַרף אייסשטעלן די פּולימיאָטן ! 

אַ ביסל שפּעטער האָט ער זיך געשטעלט גרייט הינטער איינער פון . 
די כלים. ריימאַנען האָט ער צוגענומען אַלס באַהעלפער און אים שנעל 
אָנגעוויזן װאָס ער דאַרף. טאָן, | 

באַיד האָט זיך אָננגעהויבן די אַטאַקע. : 

תחילת האָט מען נאָר געזען קליינינקע פּינטעלעך, װאָס האָבן 
אויפגעטויכט אויף אַ שפּיץ פון א ווייטן באַרג און זיינען פאַרשוואונדן 
אין טאָל. ווען זיי זיינען דערשינען אויף אַ נענטערן שפּיץ, האָט מען 
באַמערקט די ווייסע קאָפּיטיכער, װאָס האָבן געװוייעט װי פאַנען. דאַן 
האָט מען דערהערט אַ ווילד רעווען פון אַ נאַלאָפּירנדיקער מאַסע, װאָס 
האָט זיך צוגעגעבן קוראַזש דורך גאָרנלדיקע, פאַרטױיבנדיקע געשרייען. 

-- די מאָרן! -- האָט עמיצער א זאָג געטאָן. . | 

די קאַנאָנען-שיסעריי האָט מיטאַמאָל אויפגעהערט. דער עולם האָט 


1- 
וע 
= 

וּ 


1 


זיך שטוואָס אונטערגעהויבן פון דער ערד. אַ ציטער איז אַדורך דאָס 
וועלדל, אַלע האָבן זיי געהערט וועגן דער אכזריות פון די מאָרן און די 
יסורים, װאָס זיי טוען אָן די געפאַנגענע. אָבער דערויי? האָט קיינער 
ניט געשאָסן. מען האָט געמוזט שפּאָרן קוילן, װאָס האָבן תמיד אויס- 
געפעלט, | 

ווען זיי האָבן דערגרייכט דעם אַנטקעגנדיקן באַרג, האָבן די מאָרן 
זיך עטװאָס איינגעבויגן און מען האָט געזען וי זיי שטעקן אַדײן די 
קינזשאַלן צװישן די פיס, קנוילן זיך צוזאַמען װי די יאַָזשיקעס און 
קייקלען זיך שנעל אַראָפּ איבערן שיפּוע, צום טאָל צופוסנס. דאן איז 
דורכן אֶליוון-וועלד? דורכגעלאַָפן דער באַפעל: 

--- פמייער ! = | 

שמעון האָט אַ דריק געטאָן אויפן צינגל. דער קוױילנװאַרפער האָט 
| אַרױסגעלאָזט אַ לאַנגע לענטע קנאַלן. ער האָט געקוקט פאַר זיך מיט אַי 
אָנגעשטרעננטן. בליק און געדרייט די לופע פון זיין מאַשין אין אַלע 
זייטן, ואוו ס'האָבן נאָר אויפגעטויכט די ווייסע, פלאטערנדיקע טיכער, 

עטלעכע מאָרן האָבן באַװיזן זיך אויפצוהויבן אין טאָל און אָ:- 
געהויבן קלעטערן באַרג-אַרױף. מען האָט. זיי איינציקווייז גענומען אויפן 
ציל און אַװעקגעליינט מיט ביקס-שאָסן. פון הינטערן באַרג זיינען דער- 
שינען פרישע. זיי זיינען אונטערגעשפּרונגען מיט א מאָדנער רואיקייט, 
װאָס האָט אָנגעװאָרפן אַן אימה. אין דאָזיקן מוט, װאָס האָט אויסגעזען 
וי גלייכגילטיקייט לגבי דעם טויט, האָט נעשטעקט אַן אומהיימלעכער 
גרויל, 

דער אֶנגריף האָט געדויערט אַ קנאַפּע האַלבע שעה. אָבֹער דער עולם, 
מיד פון געשפּאַנטקײט, איז געפאַלן צו דער ערד. עטלעכע אימפּראַװי- 
זירטע סאַניטאָרן האָבן געזאַמלט די פאַרוואונדעטע און זיי געטראָגן צו 
אַן אַמבולאַנס אין אַ נאענטן דאָרף, 


--- זיי װעלן װוידער קומען! -- האָט פאַרזיכערט שמעון -- זי 
מיינען, אַז די קאַנאַנאַדע האָט אונדז דעמאָראַליזירט. 
-- יידן און מאָרן האָבן זיך אומגעקערט קיין שפּאַניע -- האָט 


ריימאַן באַמערקט -- מיט פיר הונדערט יאָר צוריק האָט מען סיי די 
יידן און סיי די מאָרן פאַרטריבן פון דאַנען... און ווער ווייסט אין ווֹעל- 
כע באַדיננוננען די יידן װועלן זיך אומקערן אין די פענדער פון וועלכע 
מען פאַרטרייבט זיי אַצינד .. 
 ---‏ זיי ווייסן דען פאַרװאָס זיי קעמפן ?...: קאַנאָנען-פלייש ! 
--- אַלטע באַקאַנטע, אמת ? | . 
99 


שמעון האָט ניט פאַרשטאַנען. 

-- דו האָסט דאָך אין ארץ ישראל געקעמפט פאַר דער נאַציאָנאַ- 
לער באַפרייאונג פון די אַראַבער! ‏ / | | 

שמעון האָט אַ בורטשע געטאָן עטלעכע אומפארשטענדלעכע זילבן: 

-- האָסט נאָך דאָרט עמיצן אין ארץ ישראל? 

-- א ייננגערן ברודער. / יו 

--- דיין מאַמע װעט זיכער ניט פאַרשטיין, פאַרװאָס אירע ביידע 
זין שלאָגן זיך מיט די אַראַבער .-. | בי 

--- אָבער קיינער װועט אַצינד ניט קענען זאָגן, אז די יידן זיינען 
פּחדנים! -- האָט שמעון אָנגעהויבן װעגן עפּעס אַנדערש -- אַמאָל 
האָט מען נעזאָגט, אַז יידן דרייען זיך אַרױס פון ניין אין מלחמה. 

--- נאַרישקייטן!... טיילמאָל באַשטײט די העלדישקייט דווקא אין 
ניט גיין אין מלחמה. די יידן האָבן ניט געװאָלט זיך גיין שלאָנן פאַרן 
צאַר, װאָס האָט זיי ראַבירט אוֹן פּאָנראָמירט, און די רוטישע, פּולישע 
אָדער קירניזישע פּוערים זיינען נעגאַנגען װי די בהמות צו דער שחיטה.. 
דער מענטשלעכער העראִיזם בששטייט ניט אין שלאָגן זיך מוטיק? סתם 
אין דער וועלט אַרײן .. 

פאַרנאַכט זיינען די מאָרן צוריקגעקומען און דאָס מאָל אומגעריכט, . 
אָן אַ צוגרייטונג פון ארטילעריע. זיי האָבן זיך צוגעגנבעט, פּוזנדיק אויף 
די בייכער, ביזן וועלד? און פּלוצלונג אויפנעטויכט פון אַלע זייטן. אייד 
ניקע זיינען געווען אַזױ נאֶענט, אַז מען האָט געזען זייערע אָנגעצונדע- 
נע,, שװאַרצע אויגן, ווען זיי האָבן זיך געװאָרפן מיט אוײַסגעשטרעקטע 
קינזשאַלן אויף די איבעראשטט מיליציאָנערן. 

אין דער בין-השמשותדיקער טונקלקייט איז פאָרגעקומען אַ פֿאַרבי- 
סענער געראַנג? מיט רעװאָלװערן און שטילעטן. אִין דער ערשטער צעמי- 
שונג זיינען די מיליצואַנערן צודיקנעטרעטן. שמעון און דער פּולישער 
קאַמענדאַנט האָבן זיך אַ לאָז נעטאָן צו די קױלנװאַרפער. אַ באַנדע 
מאָרן איז אונטערנעקומען פון הינטן מיט לאַננע שפּרונגען, שרייענדיק 
מיט קולי קולות, | | 

-- שיס! -- האָט שמעון אויפנעשטרעקט זיין רעװאָלװער ריימאַ- 
נען און אַליין האָט ער אַרױסגעלאָזט סטעננעס קוילן אויף די וייטער- 
דיקע כוואליעס, װאָס האָבן איצט פראַנק און פריי נעשטראָמט פון קעגנ- 
איבכערדיקן באַרנ. | : 

אויך דער קאַמענדאַנט האָט זיך געכאפּט פאַרן רעװאָלװוער. עס 


98 


1 


האָבן אָפּגעהילכט עטלעכע שאָסן און א געדיכטער רויך האָט פאַרטונקלט 
דעם גרוי פון פאַרנאַכט און איינגעהילט די ביימער אֵרוֹם. אַביס? ווייטער 
האָבן די מיליציאַנערן זיך צוריקגעכאַפּט. "אין כלערליי שפּראַכן האָבן 
:קולות גערופן : : | | 
--- ווער האָט אַ דעװאַלוער ? 
-- חברה, מיט די מעסערס ! 
| --- גיין, ניט מיט דער ביקס! 
אין דער צוגעפאַלענער פינסטערגיש האָט מען ניט געקענט אונטער.- 
שיידן צווישן פריינם און שונא. מען האָט זיך געשלאָנן קערפּער צו קער- 
פּער;. די קױלנװאַרפער האָבן געטראַסקעט אָן אויפהער און אָפּנעהאַלטן די 
מאָרן, װאָס זיינען. אונטערגעקומען פון יענער זייט באַרג. די נעבליבענע 
אין װאַלד זיינען ארומגעריננלט געװאָרן. זיי האָבן זיך צוגערופן מים 
אומפארשטענדלעכע ווערטער און אָנגעפילט דאָס וועלר? מיט זייערע 
קולות, די שטאַרבנדיקע האָבן הויך געשריען: אַללאַה! אַללאַה! און אזיך 
די ; אינטערנאַציאַנאַפֿץ? האָבן אין גסיסח-קראַמפן דערמאָנט גאָט אין 
פאַרשידענע לשונות; יי | 
דער אֶנגריף איז אָפּגעשלאָגן געװאָרן. דער קאַמענדאַנט האָט איצט 
געשטעלט פּאָסטנס אַרום דער. פּאָזיציע, אַ ביסל שפּעטער. איז שמערקע 
אַװעק מיט עטלעכע זעלנער ברעננען װאַסער פון נאָנטן דאָרף. ער אין 
צוריקנעקומען מיט א בשורת+. / 
-- איך האָב גערעדט מיטן דאָקטער. ער איז אויך מאחינו בני 
ישׂראל... מען רופט אים זילבערדיק. | | 
| = ס/איז דער זילבערדיק פון אונדזער האָטעל --- האָט כאַמערקט 
שמעון -- כ'האָב אום שׁוֹין איינמאָ?ל געטראַפן. | 
{-- דער , האָטעל? הויבט אָן עקזיסטירן! -- האָט זיך אָנגערופּן 
{ ריימאַן -- איך בין טשעקאַװ צו זען, װוי ער װועט זיך אַן עצה נעבן אין 
דער וועלט, | | 
און ער האָט זיך איינגעדרייט אין זיין דעקע, צופוסנס פון א בוים. 
| דער עולם אַרום איז שוין געשלאָפן, נאָר שמעון איז געלעגן ואך, מיט 
אָפּענע אויגן,. אין די אויערן האָבן אים געקלונגען די לאַנגע זאַלפּן און 
מענטשן, ‏ װאָס צאַפּלען אין נסיסח-קאָנוואולסיעס, האָבן געשווינדלט פאַר 
די אוינן. דאָס וועלדפ האָם זיך צונויפנעשמאָלצן אין איין שטיק חשכות. 
ס'האָבן נאַר גערוישט די בלעטלעך איבערן קאָפּ און עס האָט שימערירט 
די װייסקייט פון די שטילעטן אויף די ביקסן פון די װאַך-פּאָסטנס. 


94 


אַצינד האָט ער געטראַכט ועגן ריימאַנס װערטער און זיך דער- . 
מאַנט די שמאָלע, שמוציקע געסלעך פון יאַטע, וואוהין ער האָט געטראָגן 
אויפרופן צו די אַראַבער און זיי נגעפּריידיקט זייער נאַציאָנאַלע באַפריי- 
אונג,.. דערנאָך האָבן אויפגעטויכט די ווילדע, בלוט-דורשטיקע אויגן פון 
די מאָרן. די בילדער האָבן זיך פאַרמישט: אַזױ האָט אויסגעזען דער 
אַראַבישער המון, ווען ער האָט אַטאַקירט די יידישע קװאַרטאַלן פון צפּת 
און חברון, און די יידישע קאַָלאָניעס פֿון עמק און גליל. אין די אויערן 
האָבן אָפּנעקלונגען די אכזריותן פון די מארן אין שפּאַניע, װאָס זיינען. 
פול געווען אין אַלֶע מיילער: זיי האָבן אָפּנעשניטן די קעפּ ביי די געפאַנ- 
גענע, נאָכדעם וי זיי האָבן זיי פאַדגװאַלדיקט. אַפילו די טויטע האָבן זי 
צעקאַליעטשעט. פּונקט וי ס'איז נעשען אין צפת... און ער האָט דערזען 
די רויטע פאָן,. װאָס ער האָט איינמאָל אַ פרימאָרגן אויפנעהאַנגען אויפן. 
הדר הכרמל:. יט יי טג יה 

,כבוד דעם אָנדענט פון פואר באַדזשאַזי און זײנע חברים ו.." - 

| דאַן האָט ער געטראַכט וועגן רותן. זיי. האָבן : קיינמאָל ניט געלעבט 
קיין לענגערע צייט צוזאַמען. צוליב דער באַפרייאונג פון די אַראַכער! און 
איצט? ועט ער זי נאָך אַמאָל זען אָדער װעט ער פריער פאַלן אַ דער- 
שטאָכענער פון אַ מאָרישן קינזשאָל? | 


98 


קאַפּיטל אַכט 


שמערטע פאַרטייטשט. נאַ פּאַסאַראַןן -- א מכה װעלן זײ 
' פמדורכגיין ג 


די אַטאַקעס זיינען אַלץ אָפּטער געװאָרן און זיך צוזאַמענגעגאָסן אין 
א פאָרמלאָזע כװאַליע פון פייער, קאַנאַנען-ברומען, אָנגריפן אןן ריקצוגן. 
אינדערמיט האָבן זיך געפּלאַנטערט לאַננע מאַרשרוטן, ווען נאָך יעדן 
באַרנישפּיץ האָט ווידער אויפגעטויכט די פריערדיקע לאַנדשאַפט פון 
{אױפֿגעאַקערטן שװאַרץ-ערד, גרויע, קלעטערנדיקע אֶליוון-וועלדלעך און 
ווייסע, געשלענגלטע שטעגן. און די-מענטשן האָט זיך געדאַכט, אַז זי 
דדייען זיך אין אַ פאַרכישופטן קרייז, פון וועלכן זיי װעלן קיינמאָל מער 
ניט אַרױסקריכן. | | 

איינע פון די פאַרביסנסטע שלאַכטן איז פאָרגעקומען אין אַ פּאַרק, 
ביי די טויערן פון מאַדריד. די פאַשיסטן האָבן אָנגענריפן פון אַלע זייטן. 
די קליינע גרופּקעס פאַרטיידיקער האָבן זיך צעשאָטן איבער בערנלעך, 
צווישן חייזער און פּלױיטן, אוֹן עטלעכע טעג נאָכאַנאַנד געקעמפט אֵן שום 
פאַרבינדונג און אָן וועלכן ניט אין פּלאַן. מען האָט געשאָסן פוֹן פענסטער, 
פון לעכער אין די ווענט, פון קעלערן און באַהעלטענישן. פּלוצלונג זיינען 
מענטשן אַרױסגעשפּרונגען פון חינטער ביימער, געלאָפן פאָרויס און נע- 
פאַלן אין גסיסה-קראַמפן, - אינמיטן זייערע האָזן-שפּרונגען. די רחבות- 
דיקע אַלײיען זיינען פול געװאָרן מיט טויטע און אַראָפּגעשאָסענע בלע- 
טער האָבן זיך אבלידיק געוויגט איבער די קרעכצן פון פאַרואונדעטע 
פיט אַ פאַרביסענער עקשנות האָבן. די מיליציאַנערן זיך געהאַלטן דריי 
טעג אָן עסן, אין קעלט, מיט װוייניק אַמוניציע, און זיך געקראַמפט. מיט 
די לעצטע כוחות אֶן יעדן שפּאַן ערד. 

אויפן פערטן טאָג זיינען דערשינען רי פאַשיסטישע טאַנקען. זיי 
האָבן געקלעטערט איבער די שיפּועים וי ריזיקע שטאָלענע זשוקעס, גע- 


96 


פּויזעט אויף זייערע קייטן-בייכער און געשנאָרכט מיט די געפאנצערטע 
שנוקעס. קיינער.האָט זיי ניט געקענט אָפּהאַלטן: ניט די ביימער אויף 
זייער װועג און ניט די קוילן פון. די פאַרטיידיקער, װאָס זיינען אָפּנעשפּרןע- 
גען פון די שטאָלענע ווענט. אין זייערע טורעמס האָבן זיך באַװעגט לוײ 
פעס פון קוילנװואַרפער, געצייכנט האָריזאַנטאַלע האַלב-קרייזן, 'זיך גע- 
! הויבן, זיך אַראָפּנעלאָזן און אויסגעװועבט רירעוודיקע פאָרהאַנגען פון 
בלייענעם טויט, | : : 

דערנאָך זיינען דערשינען די אַרטילעריע-טאַנקען. זיי האָבן ױיך גע" 
שטעלט צופוסנס פון די בערגלעך און אַריינגעװאָרפן גראַנאַטן אין די 
נעביידעס, וואו די מיליציאַנערן האָבן זיך פֿאַרבאַריקאַדירט, 

שמעון איז נעשטאַנען א פאַרטייעטער הינטער א פענסטער. עס 
האָט אויסנעפעלט אַמוניציע און ער האָט נעשאָסן נאָר אין א זיכערן ציל, 
ביי אַ פערציק מיליציאָנערן האָבן זיך געפונען אין אַ הויז. א סך זיינען 
געפאַלן הינטער די פענסטער, אַנדערע האָב; זיך אויסנעליינט אוֹיף דער 
פּאָדלאָנע, ווייל זיי האָבן מער ניט געהאט קיין קוילן. מיטאַמאָל האָבן 
זיך דערנענטערט צוויי טאַנקען און געשיצט, הינטער זיי, אַ ‏ מחנה פוס- 
הייער, א סנאריטחה האָט אַרײיננעשלאָגן אין דאַך. דאָס הויז האָט זיך אַ 
יטרייס? נעטאָן, א שטיק וואנט איז אומנעפאַלן מיט א טראַסק. 

מערערע מיליציאָנערן זיינען אַרױסגעשפּרונגען דורך אַ הינטערשטן 
פענסטער, כדי זיך אַריכערצוכאַפּן אין אַ צווייט הויז. זיי זיינען געפאלן 
ביים ערשטן שריט. איינער איז צוריקנעקומען: | 

-- אַ טאַנק פארשטעלט דעם װוענ אויף צוריק! מיר זיינען אַרומנע- 
רינגלט!... | 

ס'איז אױסגעבראָכן א פּאַניק. אין אַלע ווינקלען זיינען געלעגן טוי-. 
טע און פאַרוואונדעטע. פון פאָרנט האָבן געהאַנלט קוילן. די איבערנע- 
בליבענע האָכן זיך א װאָרף געטאָן צו אַ קעלער און זיך אַריינגעפּאַקט 
איינער: אויפן צווייטן. די פאַשיסטן האָבן נאָך ניט נגעװאַנט אַריינצוניין 
אין הויז, זיי זיינען אָבער געווען אַזױ נאֶענט, אז זיי האָבן עס דערנגרייכט 
מיט האַנט-ראַנאַטן. פון די װוענט האָט א רענן געטאָן מיט שטיקער 
ציגל, שטויב און שפּענער. די מענטשן אין קעלער האָבן זיך ענגער צו- 
זאַמענגעדריקט, װי אַן איבערנעפאַלענע סטאַדע שאָף. 

| = בערנמאַן איז געבליבן אויבן.. ער איז נעלעגן אויפן בויך, די ביקס 

געווענדעט צו דער טיר פון אַריינגאַנג. נאָר עטלעכע קוילן זיינען אים 
פּאַרבליבן און ער האָט אָנגעשטרענגט געװאַרט. די גראַנאַטן ביי זיין 


ױ | : 97 


גאַרט? האָבן אָנגעהויבן דריקן אויף זיין בויך. פּלוצלונג האָט א געדאַנק 
אויפנעבליצט אין זיין מוח. אַ וויילע האָט זיין בליק אַרומגעזוכט צווישן 
די פיר ווענט. דאַן האָט ער זיך א שאַר געטאָֿן דורך א קליין, הינטערשט 
טירל, זיך מיטאַמאָל א הויב געטאָן, זיך אויסגעצויגן און אַ װאָרף געטאָן 
מיט דער נאנצער קראַפט איין גראַנאַט נאָכן אַנדערן אויפן טאַנק. 

--- דער טאַנק ברענט! -- האָט עמיצער אויסנעשריען אין אייבער- 
שטן צימער, | | 

דער עולם האָט זיך אַ לאָז געטאָן דורכן הינטערשטן פענסטער. פון 
טאַנק האָט געשלאָגן אַ פלאַם. צוויי מענטשן זיינען אַרױיסגעשפּרונגען 
פון טורעמ? און זיך געלאָזט אַנטלױיפן. דער וועג צום ריקצונ איז גע- 
ווען פריי, און די מענטשן זיינען פאַרשוואונדן צװישן די ביימער. ריי- 
מאַן, װאָס איז געווען צװישן די לעצטע, האָט באַמערקט בערגמאַנען, 
וועלכער איז געלעגן אין אַ קאַלוזשע בלוט און געקרעכצט. 

ער האָט פּרובירט אים אויפהויבן און ניט נעהאט גענוג כוח. ניט 
מיט זיין קו? האָט ער גערופן : 

--- שמעון!,,. שמעון ! 

ווייט אַרום האָבן געענטפערט די עכאָס. שמעון איז שוין געװען . 
ווייט. ער איז אַן וויילע שטיין געבליבן אַ צעמישטער אונטערן האָנל פון 
די קוילן און זיך אַ יאָג געטאָן אויף צוריק, באַרג אַרױף. 

-- ביסט פאַרוואונדעט! -- האָט ער געפרענט ריימאַנען. 

-- ניין! -- האָט יענער אָנגעוויזן אויף בערגמאַנען. ‏ / 

-- לווף! ---י האָט שמעון אויסגעשריען און אַ נעם געטאָן בערנ- 
מאַנען אויף די פּלייצעס. זיי זיינען אנטרונען נגעװאָרן צווישן די ביימער 
פון אַראָפּהאַנג. ' 


| די מיליציאָנערן האָבן זיך צוריקגעצויגן פון הויז צו הויז, פון 
בערנל צו בערנל. אַ סך זיינען פאַרשאָטן געװאָרן צװישן די חורבות, אַ 
סך זיינען פאַרברענט געװאָרן אין די הייזער. אָבער די פאַשיסטן זיינען 
ניט געווען בכוח זיך אַרײינצורײסן אֹין דער הױפּשטאָט, װאָס אי געלעגן . 
פאַר זייערע אויגן, וי אויף דער האַנט. | 


דאָס זיינען געווען די טעג, װאָס מען האָט שפּעטער אָנגערופן 
,דער גס בי מאַדריד". י 
אנ אכאָכ 


98 


דאָס פייער פון בירגער-קריג האָט אַרומגעכאַפּט ראָס גאַנצע לאַנד., 
דער שונא האָט אָנגעגריפן אין ווייטע געגנטן. די פראָנטן האָבן זיך גע- 
צויגן אויף הונדערטער קילאָמעטער. שמעון און זיינע חברים זינען גע" 
שיקט געװאָרן קיין אַנדאַלוזיע, אין דרום. אויפן װעג זיינען זי אָפּגע- 
שטיגן אין מאַדריד און זיך גלייך געלאָזט זוכן בערגמאַנען. 
אַ נאַנצן פאָרמיטיק זיינען זיי ארומנעלאָפן פון שפּיטאָל צו שפּי- 
טאָל, אויך אין שולן און עפנטלעכע געביידעס זיינען געלעגן פאַרואונ- 
דעטע. טאָנזטעגלעך זיינען דאָרט מענטשן אויסגעגאַנגען און מען האָט 
אפילו זייערע נעמען ניט געוואוסט. זיי האָבן שוין געהאַלטן ביים אַװעק- 
גיין מיט נאָרניט, ווען אַ יונגע קראַנקן-שװעסטער האָט זיי געענטפערט 
מיט אַן אויסלענדישן אַקצענט : | 
-- יאָ, דא געפינט זיך אַ בערגמאַן, געקומען פון פּאַריז. 
--- מען קען אים זען ? 
--- קומט ! | 
-- װאָס מאַכט עד? -- האָט שמעון געפרעגט אויפן ועג. 
--+ ער וועט סמסתמא בלייבן לעבן, אָבער מיר האָבן מורא פאַר זיין 
ראיה ! :  -‏ 
-- ער וועט?... איר מיינט... אַ סכנה פון בלינד ווערן ? 
-- מען ווייסט נאָך ניט. אַ פּלאַמען-ואַרפער האָט פאַרברענט זיין 
פּנים. און אַחוץ דעם האָט ער אין קאָפּ אַ שפּליטער, װאָס װאַנדערט ארום, 
| אָבער זאָגט גאָרניט! וועגן די אויגן ווייסט ער ניט. 
זיי זיינען שטיין געבליבן ביי איינער פון די בעטן אין א גרויסן זאָל 
און האָבן ניט דערקענט דעם מאַן, װאָס איז דאָרט געלעגן. זיין גאַנצער 
פנים איז געווען איינגעוויק?ט אין באַנדאַזשן. ער האָט זיך עטװאָס אוים- 
געהויבן, דערהערנדיק די טריט. | 
---בערגמאן ! - | 
ט -- שמערקע?.. אַה, גוט, װאָס דו ביסט געקומען! ווער נאָך איז מיט 
דיר ? | 
--- שמעון און ריימאַן. 
-- אַ. דאַנק אייך! -- ער האָט אויסגעשטועקט אַ האַנט אין דער 
לופט און זיי האָבן זי געדריקט -- פאַר די פֹּאֶר װאָכן האָב איך אַזױ 
נעבענקט צו זען אַ באַקאַנטן מענטשן... צו הערן אַ קול פון 8 באַקאַנטן... 
זיי זיינען געשטאנען מיט אַראָפּנעלאָזטע קעפּ, אַפילו די רייען בעטן 
אַרום, :וואו צענדליקער -פאַרוואונדעטע מיליציאָנערן זיינען געלעגן, האָבן . 
זיי ניט באמערסט. בערנמאַן האָט זיי נעמונטערט : 9 
9 


| --- פֿאַרװאָס דעדציילט איר גאָרניט, חברה? וי איז עס גענאַנגען? 
א לאַנגע וויילע האָבן אַלע דריי געשוויגן. װאָס איז פאַראן צו דער- 
ציילן? װוי מען האָט זיך געשלאָגן אין די געביידעס פון קאַראַבאַנטשעל, 
געקעמפט אין יעדן הויז, אין יעדן צימער, פון שטאָק צו שטאָק ביז אויף 
די דעכער? אָדער ועגן קאַסא דעל קאַמפּאָ 4.. | | 
{ = -- מאַדריד האָבן זיי ניט גענומען ! | 
|| -- און וועלן קיינמאָל ניט נעמען! -- האָט בערגמאַן גערעדט מיט 
זיכערקייט -- איך װאָלט נאָך געװאָלט אָנקוקן די דאָזיקע שטאָט! כיהאָב 
זי בל ניט נעזען... . ' 
| ---וועסט אינגיכן געזונט ווערן, בערנמאַן ! 
--- ווער ווייסט?!... -- האָט ער געזאָגט מיט א שטילן אוֹמעט. 
אָבער באַלד האָט זיך זיין שטימע געשטאַדקט -- איר גייט ווידער צום 
פראָנט ? | | 
מיט אַ שווערן געמיט זיינען זיי אַראָפּ אין נאָס. די שטאָט האָט 
געפיבערט. הויך-רעדער האָבן געהילכט אויף ראָגן און פּלעצער, רויטע 
פֿאַנען האָבן נעפלאַטערט איבער געביידעס און מאָנומענטן, פרויען 
האָבן מחנות'ווייז מאַניפעסטירט אין די ברייטע אַלײען. זיי האָבן אַלע נע- 
שריען אין איין קול: | י 
--- נאָי פּאַסאַראַן!... נאָ פּאַסאַראַן ! 
שמערקע איז אַריינגעפאַלן אין אַ מוראדיקן ענטוזיאַזם. ער האָט זיך 
אַריינגעמישט אין אַ מאַניפעסטאַציע פון יונגע מיידלעך און א צעהיצ- 
טער פון די פאַרלאָפענע און קומענדיקע שלאַכטן, און יונג -מיירלשער 
נאענטקייט האָט ער מיטגעשריען. די לאָזונג צונלייך מיט אַן איינענער 
איבערזעצונג : | 
--- נאָ פּאַסאַראַן!.. . אַ. מכה וועלן זיי אַדורכגײין 1 


100 


קאפּיטל ניין 


שמצערטסע לערגט זיסקיגדן סטראַטעגיע אוו דער הלמיד 
שטײגט איבער דעם רבין 


ס'האָבן געפייפט לאָקאָמאָטיוון, צוגן האָבן זיך נעשלעפּט פויל און 
לאַננזאם, מאַטאָרן האָבן גערוישט און שאָפּערן האבן געשאָלטן מיט טוי- 
טע קללות. טײילמאָל אין מען אָפּנעשטאַנען טעג גאַנצע אויף װאָקזאַלן און 
קיינער האָט ניט געוואוסט נענוי אויף װאָס מען װאַרט און פאַרװאָס מען 
רירט זיך ניט פון אָרט. די מענטשן --- שמוציקע און ניט ראַזירטע --- 
האָבן זיך געװאַלגערט אויף די פּאָדלאָנעס און פּלאַטפּאָרמעס אוֹן געהאַלטן 
אין איין דרימלען. הי ן 
ריימאַן האָט קיינמאָל ניט אױיסגעטאָן די שיך און זיך קיין איין 
מאָל ניט געוואַשן. שעהן לאַנג איז ער אָפּנעזעסן ביי אַ צעעפנט פענסטער 
און אַרױסגעקוקט אויף די שטילע, פאַרעננטע פעלדער און די דורכגע- 
נעצטע איילבירט-וועלדלעך, װאָס האָבן געקלעטערט אויף גרויע שיפּועים 
פון בערנ. נאָר שמערדקע פלענט אים אָפטמאָל פאַרמירן אין אַ שמועס, 
װאָס איז הױפּטועכלעך באַשטאַנען פון שמערקעם לאַנגע, אייננאַרטיקע 
מאָנאָלאָגן. שמעון, װידער, פלענט אים שווייגנדיק אונטערוקן עפּעם צום 
נעמען אין מוי? אַריין. די אַנדערע מיליציאַנערן האָבן אים אויסגעמיטן. 
זיי האָבן אי געהאַט דרך ארץ און אי זיך געפילט אומהיימלעך לעבן דאָ- 
זיקן פאַרטראַבטן יונג, /מיט די אױסגעדאַרטע, הענגענדיקע אָרימס און 
קאַלטן בליק, װאָס האָט ניט געטרונקען און ניט געשפּילט אין קאָרטן. 
געפאָרן איז אין צוג, אין דער ריכטונג פון דרום, אַ באַטאַליאָן פון 
פרישע מיליציאַנערן, װאָס זיינען נאָך ניט לאַנג געקומען פון אויסלאנד 
און נאָך קיינמאָל נִיט געווען אויפן פראָנט. ער איז באַשטאַנען אין דער 
מערהייט פון פראַנצויזן. געווען צווישן זיי אויך פּאַליאַקן, טשעכן אין אַ 
פּאַר געוועזענע {װייסנװאַרדײיער", װאָס האָבן געלעבט אין פראַנלרייך 


101 


אַלס עמיגראַנטן. שמערקע, ריימאַן און שמעון האָבן געהערט צו דער 
גרופּע , װעטעראַנען", װאָס מען האָט. אָנגעשלאָסן צו די , גרינע". 

גלייך אין ערשטן טאָג האָט שמערקע געשלאסן קאַנטשאַפט מיטן 
נייעם עולם און זיי דערציילט נסים {נפלאות פון די פריערדיקע פראַנטן. 
סיי צװוישן. די פּאָליאַקן און סיי צװישן די עמיגראַנטן פון פראַנקרייד 
און בעלגיע האָט ער אַנטדעקט אַ היפּשע צאָל יידישע יאַטן: שניידער און 
שטריקער פון פּאַריז, דיאַמאַנטן-שלייפער פון אַנטװערפּן, עטלעכע סטו- 
דענטן און אפילו לאַנדיאַהבעטער פון פּראָװאַנס. מלא שמחה איז ער גע- 
וואָרן, ווען ער האָט אומגעריכט דערטאַפּט צװישן די חברה אן אַלטן 
באַקאַנטן: דעם רויטן זיסקינד פון פּאַרין, - : 

עטלעכע טעג זיינען זיי ניט אָפּגעטראָטן איינער פון אַנדערן, צוזאַ- 
מען אַרומגעקראָכן איבער די װאַנאָנען פון צוג און פאַרשמעקט אין אַלע 
ווינקלען; צוזאַמען זיינען זיי אַראָפּנעשפּרונגען אויף די סטאַציעס, פון- 
װאַנען זיי זיינען צוריקגעקומען אָנגעלאָדענע מיט פּעקלעך פון כל טוֹב; 
און זייער אָפּט האָבן זיי פאַרבראַכט ביי אַ פּעש? קאָרטן. דערביי האָט 
זיסקינד געהאַלטן אין איין חוקר ודורש זיין שמערקן וועגן די פראָנטן : 

-- איז, חייסט עס, קען מען גלייך דעם ערשטן טאָג כאַפּן אַ קוים 
און אַ נוטן טאָג מיט דער קאַפּאָטע ? 

--- װואָס הייסט דעם ערשטן טאָג? -- האָט אים שמערקע. נעטרייסט 
-- די ערשטע מינוט!... די ערשטע סעקונדע!... איידער דו קוקסט זִיך 
אָרום ביסטו שוין אַ בר-מנין ! | | 
| -- נו, און אַז מען איז אַ סאַניטאַר, למשל? איך קען זיך אַ ביסל אין 
מעדיצין, - : 

--- אַ סאַניטאַר איז נאָך ערגער. װאָרים אַ סאָלדאַט, אַז ער כאַפּט אַ 
קויל, ליינט ער זיך אַװעק און שרייט: סאַניטאַר!... סאַניטאר!... אָבער 
'שטעל זיך פאָר, אַז דו ביסט גאָר אַליין אַ סאַניטאַר און דו שלעפּסט אַ 
פאַרוואונדעטן אויף א פוס און מיטאַמאָל -- טאַק-טאַק-טאק, דו כאַפּסט 
אַ קויל אין אויג! איז װאָס בלייבט דיר דאַן איבער? אפשר זיך לייגן אויף 
דער טראגע און דער הינקעדיקער זאָל דיך שלעפּן?... שיין װעסטו אויסזען. 

--- און זיך אויסהיטן קען מען נאָרניט ! . 

װאָס איז שייך צו זאָגן אויסהיטן? ביי אונדז איז געווען איינער 
אַ װאַזשנער כניאָס, פלעגט ער תמיד בלייבן פון הינטן. איינמאָל, פאַר אַן - 
אַטאַקע. איז עס געווען, זאָנן מיר צו אים : 


+י 


+2 


-- מענדיק, ווייסטו װאָס, נעם דו,רי פלאַשקעס און גיי נאָך װאַסער! 
זאָל מען כאָטש האָבן אַ טרונק צו טאָן נאָך אַזא מין לויפעניש... --- דריי 
שעה האָבן מיר אַטאַקירט. מיר קומען צוריק: מענדל לינט אין אַקאָפּען 
אַן אויסגעצוינענער וי ביים טאַטן אין װײינגאָרסן. - : 

--- מענדיק, וואו זיינען די פלאַשקעס מיטן װאַסער? --- פרעגן מיר. 

-- כ'האָב זיי אַװעקגעװאָרפן --- מאַכט ער. 

--- װאָסי 4 

--- ב'האָב געמיינט, אז מ'האָט אייך. שוין סיי װי אויסגעהרגעט.. 

-- נו -- האָט פאַרענדיקט שמערקע --- װאָס מיינסטו איז געווען 
דער סוף? פּונקט צומאָרגגס האָט ער . אַראָפּגעשלונגען" א קױיל און 
אױיסגעצוינן די קאָפּיטעם ... | 

ויסקינד האָט שוין מער ניט געפרענט. ער האָט אַרױסגעקוקט דורך 
!די פענסטער, װאָס האָבן זיך כֿאַנגזאַם כאַװענט אויפן זוים פון די האָרי- 
זאָנטן, און נעשוויגן. 

ער איז געווען אַ נידעריקער, א ברייט-פּלײציקער, מיט אַ גרויסן קאָפּ 
פארשאָטן מיט רויטע. צעפּלאשעטע קרייזלעך. די פלינלען פון זיין דיקער, 
עטװאָס פּאַריסענער נאָז האבן זיך פייכט באַװעגט --- אַ סימן אַז ער 
טראַכט עפּעס אריין. זיינע שווארצע אויגן האָבן אויסנעזען אונטער ד' 
רויטע ברעמען וי גליענדיקע קוילן. 

געקומען איז ער פון פּאַריז, וואוהין ער האָט עמיגרירט פון װאַרשע. 
אין זיינע אַכט און צװאַנציק יאָר האָט ער באַװיזן א סך דורכצומאַכן: 
צו אַכט יאָר האָט ער געהאַנדלט מיט נעשמוגלטע פּאַפּיראָסן אין די װאַר- 
שעווער הויפן. ווען ער איז עלטער געװאָרן האָט ער זיך גענרייט צום או- 
ניווערזיטעט, זיך נעקליבן פאָרן קיין ארץ ישראל, געזונגען אַלס משורר 
ביי אַ באַרימטן חזן און אָנגעהויבן זיך ארומצודרייען צװישן שרייבער 
אוֹן זשורנאַליסטן. אין פראנקרייך האָט ער תחילת געהאַט בדעה צו לער" 
נען אויף דער קאָנסערװאַטאָריע. ער איז געווען באנאבט פאַר אַלץ אין 
דער וועלט, אָבער יעטװוערע דויערהאַפטע אַרבעט האָט אים געלאַנגװיײ 
ליקט. כדי צו פארדינען פּרנסה האָט ער גלייך אָנגעהויבן געבן לעקציעס 
פון פּיאַנאָ. אַ קרעמערקע פון , פּלעצל? האָט אים פאָרגעשטעלט איר 
יונגע טאָכטער : 
--- זי איז מוזיקאַליש, זאָגט מען, טא זאָל זי לערנען אַביס? שפּילן. 
--- אודאי, זי קען נאָך אױיסװאַקסן אַ יאַשע חפץ! 


108 


דכ ; קרעמערקע האָט גראדע פאָרנט פאַרקויפט יידישע וואורשט, ווען 
זי האָט דערחערט, אַז אין צווייטן צימער זינגט מען גאָר. 

--- מיר האָבן דאָך גערעדט וועגן שפּילן אויף דער פֿאַרטעפּיאַנע! -- 
האָם זי געטענהט, איבערטרעטנדיק דעם שוועל, | 

-- ס'האָט אויסגעפעלט א טאָן אין קלאַװיר, האָב איך אים צוגע- 
זונגען! -- האָט זיסקינד ניט אַ פּינטט געטאָן מיטן אויג. 

שפּעטער האָם ער אַװעקגעװאָרפן די מוזיק און איז געװאָרן אַן אָנ- 
געשטעלטער אין אַ געשעפט. ער האָט באַקומען אַרבעט אין א גרויסער 
שטאָט פון דרום-פראַנקרייך, ביי אַן עלטערן הער, װאָס האָט ליב געהאט 
צַו פארברענגען האַלבע טעג אין אַ נאָענטן קאַפע הויז ביי א גלעזל משקה 
און אַ פּאַרטיע דאָמינאָס, |  -‏ 

| דער בעל-הבית האָט אים אַרױסגעטריבן, וויי? זיסקינד האָט געלעבט 

מיט זיין ווייב און גלייכצייטיק געפירט 6 געהיימע ליבע מיט זיין יונגעך 
| טאָכטער. דאַן האָט ער געלאַנדעט אָן א נראָשן געלט אין קעשענע אויף 
איינעם פוֹן די פּאַריזער װאָקזאַלן. דאָ האט ער זיך געװאָרפן אויף פֿאַר- 
שידענע מלאכותן ער האָט פּרובירט שיייבן לידער, איז געװאָרן א פאָר- 
שטייער פוֹן. ראַדיאָ-אַפּאַראַטן, זיך פאַרדוננען אין די אַװונטן אַלם בראַווא- 
פּאַטשער אין אַ טעאַטער אויף די בולװאַרן, איז געקומען צווישן. סטו- 
דענטן פון דער עמיגראַציע און בלית ברירה אָנגעהױיבן אַרבעטן בי 
יידישע פאַכן. אזוי אַרום איז ער געװאָרן אַן איינגייער אין אַרבעטער- 
קרייזן, וואו ער האָט זיך פאַרנומען מיט קולטור-אַרבעט. אין לעצטן יאָר 
האָט ער געוואוינט צוזאַמען מיט אַ יונגער שניידערקע, ואָס האָט פאַר. 
נעטערט זיינע פעאיקייטן און איז געווען פאַרליבט אין אים איבער די 
אויערן. 

שמערקע האָט זיך געכאַפּט, אַז. ער האָט מיט זיינע מעשיות אָנגע- 
װאָרפן אַ פּחד אויף זיסקי ינדן, און ער האָט אָנגעהויבן דרייען דעם דישפ 
אויף צוריק; | 

--. ס'איז. ניט אַזױ שרעקלעך -- האָט ער אים געטרייסט -- צו ‏ 
דער שיסעריי דאַרף מען זיך נאָר צוגעוואוינען! אט לינן מיר אַזױ אנומלט 
אין דער אַקאָפּע, איך מיט איינעם אַן עננלענדער, און מיר מאַכן אַן 
איינאונצװאַנציק? אויף שטום-לשון. און אַרום פאלן באָמבעס, עס רעגנט 
ממש פון חימל. מילא, איז מיר פּונקט ניט געגאַנגען דער קאָרט און כ'האָב 
אַריינגעבראָקט מיין גאַניץ ביסל נעלט און בין אים נאָך געבליבן שולדיק 
אַ פופציקער פּעזעטע. מיטאַמאָל -- טראַך-טאַ-דאַ-דאך! אַ באָמכע פאַלט 


104 


לעבן אונדז און באַשיט אונדז מיט ערד, װוי גרויס מיר זיינען. בין איך 
דאָך אויפגעשפּרונגען און געמאַכט פיס פון יענעם װוינקל, און דא הער 
איך וי דער ענגלענדער לויפט מיר נאָך און שרייט: , מאָנעי, מאָנעי", / 
{ס'יהייסט אויף זיין לשון: ער מאָנט ביי מיר די מזומנים,,, אַ פייג האָב 
אים אים גענעבן! ווער צאָלט דען חובות פוֹן קאָרטן און בפרט נאָך אין 
שזעלכע סאַטאַסטראַפאַלע צייטן }... 

יאון כדי צוצונעבן זיסקינדן נאָך מער קוראַזש האָט ער, װי זיין 
שטייגער, אים געבראַכט אַ בפירושן משל פון דער געשיכטע: 
| = װאָס דאַרפסטו זוכן ווייט? אָט נעם זיך אַראָפּ אַ ביישפּיל פון 
נאַפאַלעאָן באַנאַפּאַרטע! אַ גאַנצן לעבן האָט ער נעטירט מלחמות, זיך 
אַרומגעשלאָנן וואו די װעלט האָט אַן עק אוֹן געשטאָרבן איז ער גאָר. 
סוף 2כ? סוף אין אַ ווייכער בעט, אויף דער הײיליקער העלענע.. 


אָנאָכאל 


ועפּעס אַ פינסטערער נור? האָט פאַרפאָלנט דעם דאָזיקן באַטאַלאָן 
אין משך פון גאַנצן קריג. און אנגעהויבן האָט זיך עס באַלד אויפן ערשטן 
טראַנט, נלייך דעם ערשטן טאָנ, יי 

אויסגעשטיגן זיינען זיי אין אַנדוכאָר, צװוישן לינאַרעס און קאָר- 
דאָכא. דאָרט האָט זיך אינסטאלירט דער שטאַב און די אָפּיצירן האָבן 
נענומען שטודירן דעם פּלאַן פון אֶננריף. צומאָרגנס האָט זיך דער באַטאַ- 
ליאָן נעלאָזן צופוס איבער מאָנטאָראָ, אין דער ריכטונג פון קאַרדאָבאַ, 
ואס האָט זיך געפונען אין די הענט פון די פאַשיסטן,, 

זיי האָבן דורכמאַרשירט עטלעכע צענדליק קילאַמעטער איבער בערג 
און פעלדער, צווישן וויינגערטנער און איילבירטן-וועלדלעך. אונטער חיל- 
צערנע בריקן האָבן געשטראַמט רוישיקע טייכלעך און קרישטאָלענע 
קוואַלן האָבן געשלאָנן צװישן פעלזן. רואיקע דריסלענדיקע שטעטלעך 
און דערפער זיינען נעלענן נעבנאַנאַנדער. געמויערטע ווילעס מיט פלאַכע 
דעכער האָבן זיך נגעהויבן אויף הינלען, אַרומגערינגלט מיט נערטנער און 
בלומען; די נעגנט איז רייך געווען מיט וויין און בוימל. אין ערגיץ האָט 
מען ניט נעזען קיין שפּור פֿון מלחמה. זינט דעם אֶנְהוֹיב בידנער-קרינ 
זיינען דאָרט סיין שלאַכטן ניט פאָרגעקומען. נאָר אין די נגרעסערע שטעט- 
לעך האָט מֶען געטראָפן געציילטע מיליציאָנערן, װאָס האָבן זיִך אַרומגע- 
דרייט פּוסט און פּאַסט אין די ענגע, אַריענטאַלע געסלעך.- | 


108 | 


דער באַטאַליאָן האָט זיך אַלץ ווייטער גערוקט פאָרויס, 
--- די פאַשיסטן האָבן זיך דאָך דאָ געקענט אַריינרייסן און אֶנמאַכן 
אַ חורבן -- האָט זיסקינד זיך געוואונדערט -- ס'איז דאָך דאָ כלל קיין 
פראָנט-ליניע ניטאָ! 
-- עס לויפט זיך ניט אַזױ שנעל! -- האָט שמערקע אַ מאַך נעטאָן 
| מיט דעו האַנט -- װאָס מיינסטו, ס'איז דיר ראש השנה צו תשליך, װאָס? 
דער פראָנט ציט זיך אויף הונדערטער קילאָמעטער און מען קען ניטן 
אומעטום האַלטן גענוג מענטשן. פאַראַן ווינקלען, וואו ס'איז אַפילו קיין 
סימן פון קיין ליניע ניטאָ. נאָר מסתמא האָבן יענע כלבים אַראָפּגעבראַכט 
אַהערצו עטלעכע באַטאַליאַנען, האָבן אונדזערע זיך געכאַפּט אוֹן אונדז 
אַרויסגעשיקט זיי מקב? פּנים זיין מיט לעקעך און בראַנפן ‏ / 
-- אָבעד טאָמער צעקלאַפּן זיי אונדז, וועלן זיי דאָך קענען פאַר- 
כאַפּן די גאַנצע געגנט ?! | 
| -- עס כאַפּט זיך ניט אַזױ לייכט! ס'איז ניט קיין הייסע לְאקְשׁן... 
די גאנצע קונץ באַשטײט אין דעם, װאָס זיי ווייסן ניט וויפל מענטשן מיר 
האָבן. ס'איז, לאָמיר זאָגן, אַזױ וי אין א איינאונצװאַנציק"?? אפשר 
ביסטו געבליבן שטיין אויף פערצן און אפשר האָסטו נאָר אָנגעצויגן 
גאַנצע ניינצן... אַנומלט האָבן מיר זיך געשלאָגן מיט די פאַשיסטן דריי 
טעג און דריי נעכט נאָכאַנאַנד. אַז מירן דערזען, אַז ס'האַלט שמאָל און מיר 
האָבן שוין ניט מיט װאָס צו שיסן, זיינען מיר אָפּנעצױגן. ווייסטו װאָס 
די פאַשיסטן האָבן געטאָן? -- זי האָבן אויך אָפּגעצױגן. אין דער פֿאַר- 
קערטער ריכטונג, פאַרשטײט זיך... ס'איז זיי פּונקט אַזױ אויסגעגאַנגען 
די אַמוניציע און דאָס פרעסן װוי אונדז און זיי האָבן געשטעלט פיס. נו, 
גיי זיי א חכם ; און ווייס! זעסטו נאַפּאָלעאָן באָנאַפּאַרטע ... | 
טאָמער לאָזטו מיר אַ וויילע צורו מיט דיין נאַפּאַלעאָן! -- האָט 
זיסקינד איבערגעריסן זיין מענה-לשון. | 
|--- ווילסט ניט, דאַרף מען ניט! -- איז שמערקע געװאָרן בֿרונז, 
הלמאי יענער באַליידיקט באָנאַפֿאַרטען ---א יך ויל אים לערנען סטראַ- 
טעניע, א ייך וי? אים מאַכן פאַר א שטיקל?ל מענטש און ער בריקעװװועט 
נאָך 1... יו 
איכערנעבעטן האָבן זיי זיך ערשט אין עטלעכע שעה ארום, ווען די 
פאשיסטישע אַװיאָנען האָבן זיך באַװיזן איבערן באַרג, וואו זיי האָבן 
פאַרנומען אַ פּאָזיציע. געווען איז עס עטלעכע קילאַמעטער פון שטעטל 
מאַנטאָראַ, וואו זיי זיינען נאַנץ פרי איבערנענאַנגען דעם בריק איבער אַ 
גרעסערן טייך. | 
6 . 


זיי האָבן קוים באַװיזן זיך אָפּצורוען פון לאַנגן װעג, װי עטלעכע 
אַװיאָנען זיינען דערשינען אונטערן הימ?. די שפּאַנישע זעלנער זיינען 
וי זייער שטייגער, אויפגעשפּרונגען, האָבן געפאָכעט מיט די פויסטן און 
חיטלען, און געשריען מיט אַ קינדערשערשמחה אין הימ? אַריין : 
| --- אונדזערע! אונדזערע |... 
ערשט ווען די אװיאַנען האָבן אַראָפּגעװאָרפן עטלעכע באָמבעס זיי- 
ער נאענט צו דער פאַרנומענער פּאָזיציע, איז קלאָר געװאָרן, אז זיי נע- 
הערן צום שונא, די שפּאַניער, צעהיצטע און אויפגעקאַכטע, האָבן זיך דאַן 
געװאָרפן צו דער ערד און געברומט : 
--- הירן-זין } - : 
און פאַד איין וועג װאָבן זיי שוין געשאָלטן די הייליקע און היילי- 
קייטן פון אַלע צייטן, לויטן נוסח פון דער באַקאַנטער, שפּאַנישער פאָלקס- 
קללה ... | | 
איין אַװיאָן האָט זיך נאָך אַלץ געדדייט אין דער לופטן. ער האָט 
געצייכנט נרויסע קרייזן, זיך לאַננזאם אַראָפּנעלאָזן נידעריק און וי מיט 
שאַרפע אויגן פון א רויב-פויג? גענישטערט די געגנט, 


אונטן. זיינען די סאָלדאַטן געלעגן שוצלאָז און אָנמעכטיק. פאַר דער 


גרעסטער מערהייט איז עס געווען דער ערשטער פראָנט און דער אומנע- 
ריכטער אָנפאַל, קענן וועלכן מען האָט זיך כלל ניט געקענט קעננשטעלן 
אָדער שיצן, האָט אויסגעזען אינגאַנצן אַנדערש וי זיי האָבן זיך פאָר- 
געשטעלט. אַלע פאַרבאָרגענע אילוזיעס ועגן אַ העלדישן פּאַרביטערטן 
קאמף קענן פאַרהאַסטן שונא זיינען מיטאַמאָל אויסגערונען. צעטומלטע 
האָבן זיי זיך צוגעדריקט צוֹ דער ערד און ניט גערירט קיין אבר. 

פּלוצלונג האָבן לאַנגע טאַשמעס אָפּגעהאַקטע קנאַלן זיך א שאט גע- 
טאָן איבערן בארנ. דער אַװיאָן האָט איצט געשוועבט גאַנץ נידעריק און 
געשאָסן פון אַ קוױילנװאַרפער. די קוילן זיינען נעפאַלן געדיכט, פּאַראַלעל 
צו דער ליניע פון די סאַָלדאַטן, נאָר אָפּנערוקט אויף עטלעכע מעטער. 

אָנמעכטיק קענן אומבאַרירבאַרן שונא; האָבן די מיליציאָנערן איינ- 
געשרומפּן זייערע קערפּערס און נאָך שטאַרקער זיך געטוליעט צום באָדן. 
אַ סך האָבן אַרומגענומען די קעפּ מיט די דלאַניעס און זיי פאַרשטופּט 
אין די פלאַכע שוץ-גריבלעך, װאָס זיי האָבן שוין געהאָט באַוויזן אויסצו- 
גראָבן, אַ וויילע האָט.נאָך א געדאַנק געעגבערט אין מוח : 
װאָס קען מען טאָן ? | 

דאַן זיינען שנאה און פאַרביסנקייט אַריבער אין אַ שטומער פֿאַר- 
צווייפלונג, | 

107 


וּ 


דערנאָך איז שטילער געװאָרן. פּאַמעלעך און פאָרזינטיק האָט זיס- 
קינד אומגעדרייט דאָט פּנים און אַרױסגעקוקט דורך די צעשפּרײיטע פינ- 
גער פון זיין האַנט. איבערן קאָפּ איז נעהאַנגען אַ בלויער הימל און גרויע 

איילבירטן זיינען קאַלטבלוטיק געשטאַנען ביים האָריזאַנט. דער אַויאָן 
האָט זיך דערווייטערט, איז קלענער געװאָרן און האָט אויסגעזען װי אַ 
שװאַרצע קראָ אין העלן רוים, / 

באַלד איז אָנגעקומען אַ צווייטער. תחילת האָט זיך נאָר געהערט א . 
שנאָרכן, װאָס איז אַלְץ שטאַרקער געװאָרן. דאַן האָט זיך באַװן אַ 
שװאַרצער פּינטל, וועלכער האָט זיך דערנענטערט און איז געװאקסן מיט 
יעדער טעקונדע. זיסקינד האָט דעדפילט דאָס קלאַפּן פון זיין האַרץ. איין 
אוֹן איינציקער געדאנק האָט געפינקלט אין זיין מוֹח : 

--- ער קומט.. ער קומט... ער קומט.. 

דערנאָך האָט ער פאַרנראָבן דעם קאָפּ אין דער ערד און זיך צוזאַ- 
מענגעקנוילט וי א יאָזש. אויף זיין צונויפגעקאָרטשעטן רוקן האָט ער 
געפילט די זוכנדיקע אוינן פון סאָפּענדיקן פויגל, ער האָט געקלערט: 
| --- איצט,,. איצט,,. איצט,. 

די קוילן זיינען געפאפֿן ביי דער זייט און געזונקען אין דער זאמ- 
דיקער ערד. די קנאַלן פון מאַשין-נעווער האָבן זיך צוזאמענגענאָסן מיטן 
שנאָרכן פון מאָטאָר און גערוישט וי פלינלען פון טויט. די סעקונדן 
זיינען געקראָכן לאַנגזאַם. װעט אַמאָל נעמען א סוף 9.. / 
| == ווען ס'איז װוידער רואיק געװאָרן, האָט זיסקינד דערפילט אַ מיד- 
קייט אין אַלע גלידער. זיין מוח איז נעווען דערשעפּט נאָך דער אויסער- 
געװיינלעכּער אָנשטרענגונג. די מחשבות האָבן זיך געפּלאַנטערט טונקפ 
און פאַרנעפּלט: אָט אַזוֹי-אָ װועט ער שטארבן!... אַ נאַרישער טויט, אַפילן 
קיין איין שאָס ניט דערלאַנגט... וועמען װעט נוצן דער דאָזיקער טויט?.. 

אַ ווילדער צאָרן האָט אים אַרומגעכאַפּט: װאָס טוט זיך דאָ? פאַר- 
װאָס האָט מען זיי אַרויטגעפירט אויסנעהרנעט צו וערן אין די דאָזיקע 
בערג? פֿאַרװאָס קומען ניט אונדזערע אייגענע אַװיאָנען?... קיינעם אַרט 
ניט, װאָס מען וועט זיי דאָ איינציקווייז אומברעננען, קיינער זאָרגט זיך 
ניטיאון קיינער װעט ניט קומען צו הילף!!! די וועלט איז הפקר... הפקר... 
הפקר ... 

מיטאַמאָל האָט ער אױיפנעכאַפּט א שאָרך לעבן זיך. עמיצער האָט 
זיך אַ שאַר געטאָן אויף אַלע פיר, זיך אויפנגעהויבן און איז געגאַנגען אין 
דער ריכטונג פוֹן אַ נאָענטן בוים. ער האָט אויפגעהויבן דעם קאָפּ און דער- 
קענט ריימאַנען : 

108 


--- העי; דו, וואוהין קריכסטו? -- האָט ער אַ געשריי געטאָן. 

עטלעכע קעפּ האָבן זיך אויפגעהויבן אוֹן געקוקט מיט דערשטוינונג. 
ריימאַן איז צוגעגאַנגען צום בוים, האָט פאַרשארט די פּאָלעס פוֹן מאַנטל 
און זיך מיושבדיק גענומען דערפילן אַ געוויסע באַדערפעניש. דערנאָך 
האָט ער פֿאַריסן דעם קאָפּ, צונעליינט די דלאניע צום שטערן, כדי צו 
פאַרשטעלן די זון, און געקוקט אין ווייטן רוים. 

--- איצט קומען נאַנצע דריי מיטאַמאָל: --- האָט ער אָנגעזאָגט. 

אין זיין קול האָט געקלונגען אַזאַ גלייכגילטיקייט, אז זיסקיגד האָט 
אַזש אָנגעהויבן זידן פון כעס. גלייך טאַקע זיינען רערשינען דריי אַויאָ- 
נען, װאָס האָבן זיך שנעל דערנענטערט צום באַרג. זיסקינדס צאָרן האָט 
זיך נאָך מער צעפלאקערט, אָבער ווען די ערשטע שאָסן האָבן אָפּגעהילכט 
האָט ער פאַרגעסן דעם פאַנגן חברח-מאַן, װאָס איז שטיין געבליבן ביים 
בוים. מיט אַן אייננעגראַבענעם קאָפּ אין דער ערד האָט ער אומנעדולדיק 
געװאַרט : : 

--- זאָלן זיי שוין טרעפן, צו אַלדי טייװאָלים, און פּטור אן עסק |.. 

אין יענעם נאַכמיטיק זיינען די אַװיאָנען מער ניט צוריקנעקומען. 
דער עולם האָט אָפּנעאָטעמט. זיסקינד האָט זיך געווענרעם צו שמערקן: 

--- װאָס איז ער פאַר אַ יאָלד, דער דאָזיקער ריימאַן ? 

שמערקע האָט אינצווישן פאַרנעסן זיין ברונז. ער האָט צונעמאַכט 
דאָס רעכטע אוינ, זיך אָנגעכאַפּט מיט דער האנט ביי דעם קין און אין 
אַזא מין פאַרטראַכטער פּאָזע האָט ער אָנגעהויבן דערקלערן: 

--- לויט וי דער' שכל טראַָגט מיר אויס, האָט ער משמעות אין 
פראַנקרייך שוין געהאט בדעח צו מאַכן אַ סוף. איז עס דאָך אָבער אַ 
נאַנצע טרחח: ניי און קויף מיר אַ שטריק, אוֹן נגעפין מיר אַ פעסטן האַקן 
און אַלע זיבן זאַכן... אוֹן אפשר האָט ער קיין , פּאַפּירן" אויך ניט געהאט, 
הנם נאַכן טויט איז עס שוין איין שװואַרץ-יאָר! נן, וויל ער אויפנוצן דעם 
שפּאַנישן בירגער-קריג. און צװישן זיך גערעדט איז ער דאָך גערעכט: 
דאָ שיסט מען דאָך סיי וי סיי == == דיך 

מען האָט זיך גענומען צו דער אַכילה. דעד עולם איז שנע? נגעקומען 
צוֹ זיך און געשלונגען מיט גרויס אָפּעטיט. די ,נרינע" האָבן אַפילו ניט 
געקלערט איבערצולאָזן װאָס ניט איז אוֹיף שפּעטער. נאָר די , װעטעראַ- 
נען" האָבן געװאָרנט : | 

--- מיט אַזאַ פרעסן װעט איר מאָרגן טאַפּן אַ װאַנט ! 

--- אוֹן װאָס וװועט איר טאָן שפּעטער? פיינן די יציין אויף די פּאָלי- 
צעס ? 

109 


--- ווער ווייסט צי מען װעט נאָך דערלעבן ביז מאָרגן! -- האָבן 
| יענע געענטפערט און ווייטער געריבן די סעורח, 

ווען. שמערקע איז זאָט געװאָרן, האָט ער פאַרויכערט א פּאַפּיראָס,- 
זיך אויסגעצויגן ברייטלעך, דער רוקן אָנגעשפּאַרט אויף אַ בוים, און אַ 
זאָג נגעטאָן צו זיסקינדן | 

-- אם ירצה השם אין אַ פינף אוֹן פערציק טעג ארום װעט מען 
אונדז זיכער געבן אַ שטיק? אורלויב. 

--- ביסט משוגע צי חסר דעה?! -- איז זיסקינד אַרױיס פון די כלים 
--- פינף און פערציק טעג װועט מען דאָ אָפּליגן אין דעם דאָזיקן גיהינום?! 

שמערקע האָט זיך כלל וכלל ניט איבערנענומען מיט זיסקינדס צוקאָ- 
כעניש. ער האָט רואיק געצויגן פון זיין דיקן, צונויפגעדרייטן פּאַפּיראָס 
און זיך באַמיט אויפצוקלערן דעם שכל פון דער זאַך לויט די כללים פון 
דער סטראַטעגיע : | 

הבשעת מלחמה -- האָט ער אָנגעהויבן -- קענסטו גאָרנישט וויסן! / 
װאָרים אַ מלחמה איז גענליבן... װי זאָל איך דיר זאָגן?... צו אַ קאָרטן- 
שפּיל איז זי געגליכן! דו זעצסט זיך צו אֶנהוֹים אָוונט נאָר אויף איין 
מינוט, דאַכט זיך, און אין אַ וויילע אַרום האָסטו שוין אָפּנגעואונען ביי 
דיין פּאַרטנער דאָס נאנצע געלט. און אָט דערלאַנגט זיך דאָס רעדל פלוצ- 
לונג אַ דריי אויף צוריק און דו לינסט שוין ארצהים, ניין איילן אין 
ד'ר'ערד. און אַזױ גייט עס שוין ווייטער: אָט געװוינסטו און אָט פאַר- 
שפּילסטו, און אָט געווינסטו ווידער, און איידער דו קוקסט זיך אַרום, 
איז שׁוֹין אַריבער די נאַכט און אז דו קומסט פאַרטאָג א פאַרשלאָפענער 
אַהיים, כאַפּט נאָך דיין ווייב די פּאַנטאָפל פון אונטערן בעט און דער- 
לאַנגט זיי דיר אַ שליידער טאַקע נלייך אין קאָפּ אַרין... איז פרעג איך 
דיר, װאָס קענסטו פאָרויסזען אין אַ מלחמה??!!.. אַפילו פעלדמאַרשאַל 
פאָן חינדענבורג האָט נעזאָנט ... 

--- הויבסט שוין ווידער אָן מיט דיינע מאַרשאַלן ?1 

פון שמערקעס לאַנגע דרשות איז זיסקינדן איין זאך קלאָר געװאָרן: 
מען קען ניט וויסן ווען עס װעט זיך ענדיקן. | 

-- ניין! -- האָט ער געטראַכט -- ס'איז דיר ניט קיין קאָנסערװאַ- 
טאָריע און ניט עפּעס אַ ליבע. פונדאַנען קען מען אַזױ לייכט ניט אַרױס- 
סריכן!.. און דער עיקר: אויף װאָס װאַרט מען אוֹן װאָס װעט מען דאַ 
אויסליגן? קלערט דען עמיצער װעגן דער לאַנע אָדער אַלע ליגן װוי די 
בהמות, װאָס מען האָט געבראַכט צו דער שחיטה ? 


110 


א 


אַן אייליקע טראַסקערײ פון פּולימיאָטן האָט איבערגעריסן זיינע 
מחשבות. איכערן קאָפּ האָבן זיך געטראָגן סווישטשענדיקע קוילן. ווייט, 
אויף אַ שפּיץ באַרג האָט מען געזען. באַוענלעכע פּונקטן. | 

דער עולם האָט זיך אַ כאַפּ געטאָן צום געווער און געעפנט א שיסע- 
ריי אין יענער ריכטונג. דאָס קלאַפּן פון די אייגענע ביקסן האָט צוגעגעבן 
מוט און זיכערקייט. מייסטנס , גרינע" האָט געקלאַפּט אָן אויפהער, ניט 
קלערנדיק וועגן אַ ציל אָדעד אַפילו וועגן דער גענויער ריכטונג פון פיינט, 
די שיסעריי גופא האָט זיי אויסגעזען וי א שוץ-װאַנט קֶעגן די אָנגרייפער. 

אָבער באַלד האָט מען זיך אַרומגעזען, אַז די קױילנװאַרפער אַרבעטן 
ניט. שמערקע האָט צונעהאָלפן שמעונען אינסטאַלירן די כלים אויף די פיס 
און באַלד האָט ער אָנגעזאָגט זיסקינדן די בשורה. 

--- מיר ליגן נוט אין ראָסל?! אַלטע מעקסיקאַנישע כלים האָט מען 
מיטגעשלעפּט, װאָס שטאַמען אודאי פון מלך האבעצקיס יאָרן.. 

דערוויי? האָט מען געשאָסן פון די ביקסן. די פאַשיסטן האָבן גענו- 
מען די פּאָזיציע אונטער פייער, אָבער ניט אָנגעגריפן. עס האָט אויסגע- 
זען װוי זיי ווילן אױספּרובירן דעם כוח פון שונא. פאַרנאַכט צו האָבן 
אָנגעהויבן אויסצופעלן קוילן. עטלעכע מיטראַיעזן, װאָס האָבן יא געאַר- 
בעט, זיינען אויך אנטשוויגן געװאָרן: סיחאָט זיך אַרױסגעוױזן, אַז די 
אַמוניציע-טרענער האָבן פֿאַרביטן די קעסטלעך און די פּאַטראַנען האָבן 
ניט געפּאַסט צום געווער. : 

דער קאָמענדאַנט לעבעק, אַ יונגער פראַנצויז, װאָס איז אַרױס מיטן 
באַטאַליאָן אין פעלד, איז אַרומגעלאָפּן צווישן די רייען און נאַכגעפרעגט 
ביי די מיליציאַנערן וויפל קוילן עס זיינען איטלעכן נעבליבן. אין זיין 
צעטראָגענעם בליק האט מען דערקענט, אַז ער איז שטאַרק צעמישם. זיין . 
אויפרעגונג האָט באַלֿד אָנגעשטעקט די זעלנער און אין אַלע עקן האָט 
מען נעמורמלט : 

--- וי לֿאַנג וועט מען דאָ אַזױ ליגן? 

--- װאָס װעט מען דאָ אויספיגן? / 

דאָ האָבן זיך אַריינגעמישט די ,װעטעראַנען", וועלכע האָבן שוין 
געוואוסט װאָס אַ פראַנט הייסט. הנם שמעון איז אַלֵיין אויך געווען צע- 
טומלט צוליבי דער קריטישער סיטואציע פון באַטאַליאָן, װאָס האָט זיך 
אַרויפנערוקט אויף צענדליקער קילאַמעטער אַן אַמוניציע און אֶן פֿאַר- 
בינדונג, האָט ער. פונדעפטווענן זיך באַהערשט און גענומען באַרואיקן 
ודעם עולם. צום אַלעם ערשטן האָט ער נעהייסן אָפּשטעלן די שיסעריי 


111 


און אַרויסשטעלן פּאָסטנס, װאָס זאָלן דערלאַנגען פייער נאָר ווען זיי וועלן 
באַמערקן אַ באַװענגונג ביים פיינט. דאַן האָט ער גע'עצהט: 
--- מען דאַרף אַרויסשיקן אַ , פּאַטרולקע", כדי צו דערגיין וי 
שטאַרק יענע זיינען! : | 
לעבעק האָט צונעשאַקלט מיטן קאָפּ, 
-- כ'וועל נעמען אַ פּאֶר מענטשן און גיין זען ! 
== גיין, דו װועסט ניט גיין! -- האָט פּראָטעסטירט דער קאָמאַן- 
- דאַנט, 
! שמעון נופא האָט איינגעזען, אַז ער דאַרף דאָ בלייבן. עד האָט זיך 
ווידער אַרומגעקוקט + / יי 
--- חברה, ווער מעלדעט זיך פרייוויליק ? 
פון הינטער אַ שטיין איז אַרױסנעקראָכן אַ דאַרער מיליציאַנער אין 
א לאַנגן שינעל און האָט זיך שטיל צונעשאַרט : 
--- איך וועל גיין ! 
-- ביסט שוין אַמאָל געווען אויף א פראָנט ? 
--- ניין, דאָס ערשטע מאָל, / 
--- וועסט ניט וויסן וי צו גיין, וועסט אַרײנפאַלן אין זייערע הענט! 
--- מילא, אָבער גיט מיר אַ רעװאָלװער... | 
דער עולם אַרום האָט אים אָננעקוּקט. ער האָט געשטאַמלט: 
ר מיט אַ ביקס קען איך נאָך ניט שיסן וי עס באַדאַרף צו זיין ... 
-- אַ גאַנצן לעבן אָפּגעשנײדערט אויפן ‏ בעלװיל? -- האָט באַ- 
מערקט שמערקע --- איז וי קומט ער צו ביקסן ? 
| קיינער האָט ניט געשמייכלט. שטום און אָנגעשטרענגט האָבן אַלע 
גאַכגעקוסט דעם בלאַסלעכן חברח-מאַן, װאָס האָט זיך געלאָזט אין װענ 
אַריין, באַװאָפּנט מיט אַ רעװאָלװער פון א גרויסן קאַליבער. 
ס'איז אַריבער א שעח און ער איז ניט צוריקגעקומען. א מיליציאָ- 
נער האָט דערציילט זיין שכֹן, אז ער האָט געהערט קולות אין דער ווייט, 
דאָרט וואו די פאַשיסטן לאַנערן : 
--- אוודאי האָבן זיי אים געכאַפּט און דערשטאָכן ! 
שמעון האָט געמיינט, אַז דאָס האָט דער דערציילער געהערט די 
קולות אין זיין צעחיצטער פאַנטאַזיע. אָבער די ידיעה איזי נעפלויגן פון 
מויל צו מויל און דער אומרו איז געװאַקסן. אַרום קאָמאַנדאַנט האָבן זיך 
באַראַטן די , װעטעראַנען? און עטלעכע אויסגעדינטע זעלנער פון דער 
פראַנצויזישער אַרמײי : 


: | 112 


--- מען דאַרף זיך צוריקציען! --- חאָט איינער געיעצהט -- װאָס 
וועלן מיר טאָן,, אויב די פאַשיסטן װעלן באַמערקן אונדזער שװאַכקייט 
און װעלן אָנגרייפן ? | 

אָבער די מייסטן װעטעראַנען האָבן ניט געװאָלט הערן : 

--- אַ שטיק? צייט וװועלן מיר האלטן מיט דעם ביס? אַמוניציע, װאָס 

מיר פאַרמאָגן! אויב מיר וועלן גלייך אָפּטרעטן, װעלן די פאַשיסטן פֿאַרי 
באַפּן די גאַנצע געגנט, ביז אַנדוכאַר. י 

ס'איז געבליבן מען זאָל זיך טאַקע צוריקציען, אָבער נאָר ביון נאָ- 
ענטסטן פּונקט --- מאַנטאָראָ: דאָרט װעט מען קענען זיך פאַרפעסטיקן 
אין די. הייזער און האַלטן לענגער, אַפּילו מיט װוייניק אַמוניציע, און דער- 
ווייל װעט מען שיקן א שליח קיין אַנדוכאַר נאָך הילפי .. | 

--- ריכטיק! --- האָט צוגענעבן אַ שפּאַניער פון דער געגנט, וועל- 
כער האָט גערעדט פּראַנצויזיש פון זיינע -עמיגראַציעײאָרן אין פּאַר -- 
אין מאַנטאָראָ נייט דורך דער טייך. איז טאָמער מוז מען אָפּטרעטן, ועלן 
מיר אויפרייסן די בריק און די כלבים וועלן אונדז ניט קענען נאָביאָגן. 
' --- ניטאָ קיין אַנדערע בדיקן אין דער געננטי --- האָט אומרואיק 
אַ פרעג געטאָן לעבעק. 

--- פאַראַן, אָבער זייער ווייט. | 

ילעבעק האָט זיך פאַרטיפט אין דער לאַנד-קאַרטע און זיין פּניִם האָט 
זיך אָנגעכמורעט. שטיל, אָן גערודער, כדי ניט צו וועקן קיין חשר, האָט 
זיך דערווייל אַ קליינע אֶפּטײילונג געלאָזט אין װעט אַריין. די איבעריקע 
זיינען געבליבן אַלס דעקונג פאַרן פאַל פון אַן אָנגריף. ביז פאַרטאָג האָט 
דער' נאַנצער באַטאַליאָן געדאַרפט זיך אַריבערפּעקלען גרופּקעסווייז קיין 
מאנטאראָ. | 

ס'איז שוין געווען נאַכט. דער איבערנעבליבענער עולם האָט זיך 
איינגעדרייט אין די דעקעס און פּרובירט שלאָפן. אָבער. די אויפרענונג 
האָט ניט געלאָזט אַנדרימלט ווערן. אַ שיסעריי פון קװילנװאַרפער. האָט 
אָפּגעהילכט אין דער ווייט און זיך צעשאָטן װי אַן עכאָ. ארום אאָ}, געווען 
פינסטער, נאָר איינצלנע פייערלעך האָבן געפינקלט אין נאָענטן שטעטל. 
מען האָט געװאַרט אויף א שליה פון דאָרטן, כדי די צווייטע גרופּע זאָל 
זיך לאָזן אין וועג אַריין. פּלוצלונג האָבן האַסטיקע טריט זיך דערנענטערט 
צופוסנס פוֹן באַרג. אַלע האָבן זידך אַ חייב נעטאָן און אָנגעשפּיצט די אוי-. 
ערן. פון אונטן זיינען אָנגעלאָפן עטלעבע מיליציאָנערן און אויסגעשריען 
אין איין קול : 


118 . | 8 


-- די פאַשיסטן האָבן פאַרכאַפּט מאַנטאָראָ ! 
--- ווען? װאָס הייסט ? 
שמעון האָט דערקענט שמערקעס שטימע און אים צונערופן : 
-- װאָס איז געשען ? : 
-- כ'ווייס גיט! אַ טייל פון אונדזער אָפּטיילונג האָט נאָך באַויזן 
זיך אַריבערצוכאַפּן אויף דער אַנדער זייט. אבער די פאַשיסטן זיינען גראַ- 
דע אַדיין אין שטעטל און האָבן גענומען די בריק אונטערן 'פויער פון 
קוילנווארפער. מיר האָבן זיך געמוזט אומקערן... זיסקינד איז אַדורכגע- 
לאָפן דער לע עצטער, ממש דורך אַ רעגן פון קוילן. אַ חינטישע הויט האָט 
ער אויף זיך, דער יונג! ‏ / | | י 
דער קאָמאַנדאַנט לעבעק האָט װוידער באַטדאַכט די קאַרטע בַיים 
שיין פון אַ קעשעגע-לעמפּל. פאָרנט האָבן געלאַגערט די פאַשיסטן. זייער 
רעכטער פליג? האָט אַנגעגריפן אין מאַנטאָראָ, כדי אָפּצושנײרן דֹעם באַ- 
טאַליאָן דעם ריקצוג. װאָרים לינקס האָט זיך אין אַ האַלבן קרייז געשלענ- 
גלט דער סייך און די איינציקע בריק פון דער געננט געפינט זיך אין 
שטעטל. דער באַטאַליאָן איז אַצינד געלעגן אינמיטן פון ארומגערינגלטן 
קרייז, 
בליץ שנעל האָט זיך די ידיעח פאַרשפּרײיט איבער דער פּאָזיציע. די 
מיליציאָנערן, בעיקר די גרינע, זיינען אַרומגעכאַפּט געװאָרן פון א פּאַניק. 
ס'יאיז אומענלעך געווען זיי צוֹ באַרואיקן אָדער צוזאַמענצוהאַלטן. אַ סך 
זיײינען אויפגעשפרוננען, האָבן געכאַפּט זייערע ביקסן און צעטומלטע, 
אויפגערענטע, מימ פולע מיילער קללות געלאָפן היז און הער. איין גרופּע 
האָט זיך געלאָזט לינקס. אָבער די שפּאַניער האָבן זיי נאָכגעשריען: / 
--- וואוהין דען? דאָרט איז דער טייך !.., 
אנדערע האָבן זיך געלאָזט קלעטערן אויפן באַרג, װאָס האָט זיך 
געהויבן רעכטס. אָבער קומענדיק צום שפּיץ, זיינען זיי א וויילע שטיין 
געבליבן און דעדנאָך צוריקגעגאַנגען: רעכטס, איבערן נאַנצן טאָל, װאָס 
האָט זיָך געעפנט פאַר זייערע אויגן זיינען אין אַ לאַנגער קייט געוען 
צעװאָרפן פייער-שייטערס. די פאַשיסטן האָבן געװאַכט. | 
| = מען האָט דאַן אַ נעם געטאָן אויף אַ פאַרהער די שפּאַנישע מיפי- 
ציאָגערן, װאָס האָבן געקענט די געגנט: | | 
-- ניטאָ קיין אַנדערע בריקן איבערן טייך ? 
--- זומער לייגט מען אָפּטמאָל קליינע בריקלעך. אָבער ווינטער-צייט 
טראָגט זיי דער שטראָם אַראָפּ. 
--- און צופוס קען מען ניט דורכגיין ? 
4 + | 


--- זומער קען מען. איצט איז ער איבערפולט און זייער שטראָמיק. 
בלית ברירה האָט מען זיך געלאָזט צום טייך. דער באַטאַליאָן איז 
אַצינד געגאנגען א צעשאָטענער, אין אומאַרדענונג, צו טשאַטעס פון 
צוואנציק-דרייסיק מאַן. די , וועטעדאנען?" האָבן מיטגעשלעפּט זיערע 
קוילנװאַרפער און קעסטלעך קוילן. שמעון איז אַרומגעלאָפן פוֹן גרופּע צו 
גרופּע און האָט אָנגעזאָגט : 
--- מיטנעמען די ביקסן! איר הערט ? 
עטלעכע שעה האָט מען געשפּאַנט אין דער פינסטער איבער בערג- 
רלעך און טאָלן, אַלֶע זיינען געווען מיד און צעבראַכן. א סך זיינען געפאַלן 
פון די פים און מען האָט זיי געמוזט מיטשלעפּן אויף די אַקסלען. אַנדע- 
רע האָבן זיך. צעקאַליעטשעט אָן שטיינער אוֹן קוסטעס און היגקענדיק 
אונטערגעקרעכצט. די שפּאַניער זיינען געלאָפן פאָרויס, זיך פאַרקירעװועט 
אַמאָל רעכטס אַמאָל לינקס. פּלוצלונג האָט מען דערהערט א ברומענדיקן 
גערויש, וי פון אַ װאַסער-פאַל. מיט די לעצטע כוחות האָבן די מענטשן 
זיך געלאָזט לויפן פאָרויס, געשטויסן פון דער טליענדיקער האָפּענונג צו 
געפינען אַ בדיק. 
אַ רייסנדיקער שטראָם האָט זיך באַװעגט אין טאָל. דער טייך האָט 
געגלאַנצט מיט זיין שװאַרץ, װוי די נאַכט װאָלט זיך נעשפּינלט אין זיין 
אויבערפלאַך. ערטערווייז איז דער ברעג געווען באַזוימט מיט אַ שוימיקער 
ווייסער פּיאַנע. אַ נאַסע קעלט האָט אַ נלעט געטאָן די פּנימער. קיין 
סמנים פון אַ בְריק האָט מען אין ערוניץ ניט באַמערקט.. 
דער טייך איז איצט געווען כרייט צענאָסן. זיינע פיר צופלוסן, װאָס 
האָבן אַרומגענומען די געגנט פון פּאָסאָבלאַנקאָ און פּענאַראִיא, האָבן זיך 
אנגעפילט דורך די לאַננע ווינטער-רעגנס און אָנגעטראָגן רייסנדיקע 
שטראָמען, אין די נעכט איז דאָס װאַסער געווען אייז-קאַלט. אַ וויילע איז 
דער עולם געשטאַנען און זיך אַרומנעקוקט; דאַן האָבן עטלעכע אַ שפּרונג 
געטאָן פאָרויס : 
מע'ט פּרובירן איבערשווימען 
מופצן יאָטן האָבן זיך נלייכצייטיק אַן װאָרף געטאָן אין װאַסער. אַ 
| וויילע שפּעטער האָט מען געזען נאָר זייערע קעפּ, װאָס האָבן אַרױסגע- 
שטאַרצט איבערן שװאַרצן אויבערפלאַך, און זייערע אֶרימס, װאָס האָבן 
זיך האַסטיק באַװעגט. באַלד זיינען זיי מער ניט געשוואומען אין א גליו- 
כער ליניע, נאָר נשטראָגן געװאָרן דורכן שטראָם קווער, אין א זייט. אַלע 
אוינן פון ברעג האָבן מיט שרעק נעזוכט די אָרימס, װאָס חאָבן פאַרביסן 


115 


געקעמפט מיט די כװאַליעס. עטלעכע קעפּ זיַנען פּאַרשוואונדן אין פאַר- 
שוימטע מיילער און האָבן װידעד אויפגעטויכט; פאַרצווייפלטע געשרייען 
האָבן -אָפּגעהילכט: יי יי | 
--- ראַטעװעט!... ראַטעװעט !... . - 
און די צאָל קעפּ װאָס האָבן זיך באַװעגט איבערן װאַסער,, איז אַלץ 
קלענער געװאָרן. ענדלעך האָט מען דערזען עטלעכע קערפּער אויסשטייגן 
אויפן קעגנאיבערדיקן ברעג. | 
{ די איבערגעבליבענע האָבן מער ניט געװאַגט צו שווימען און באַ- 
שלאָסן ווייטער. צו זוכן אַן איבערנאַנג. מען האָט זיך צעטיילט. אין צוויי 
גױופעס: איינע. האָט זיך נגעלאָזן מיטן שטראָם און די צווייטע -- אין 
דער - פֿאַרקערטער -ריכטונג. ‏ די מענטשן האָבן געשפּאַנט פאַננזאַם און 
שװייגעוודיק. ביסלעכווייז האָבן זיי זיך. צעשפּליטערט אויף קליינע גרום- 
קעלעך, װאָס האָבן געבלאַנדזשעט אָן פאַרבינדונג, איטלעכעס פֿאַר זיך, 
(דיימאַן האָט זיך געשלעפּט לעבן שמעונען. זיי האָבן געװאָלט עפּעס 
זאָנן - איינער דעם צווייטן, זיך צונעבן מוט, און ניט נעפונען קיין ווער- 
טער, נאָר דאָ איז פון הינטן אָנגעלאָפן שמערקע, וועלכער האָט זיי אַרומ- 
געזוכט, און האָט זיך שטאַרק דערפרייט, װאָס ער װעט כאָטש האָבן מיט 
וועמען. א װאָרמ -אויסצורעדן., 
+-- זעט איר, אויף אַזאַ עסק האָב איך זיך נאֶר ניט געריכט! -- האָט 
ער גלייך אָנגעהויבן --- פאָרן אַזש קיין שפּאַניע זיך דערטרינקען?... דאָס 
זעלבע האָב איך דאָך געקענט טאָן ביי אונדז אינדערהיים ! 
| --- פאַראַן דען ביי אייך אַ טייך? --- האָט זיך דערקונדיקט ריימאַן. 
{ == און אַז ס'איז ניטאָ קיין טייך, איז װאָס? אָט האָט זיך ביי אונך- 
זער שכן כערע קאָרעפּאַטװע אַמאָל דערטרונקען אַ מיידל אינמיטן שטוב., 
!-- אינמיטן שטוב? דערטרונקען ?.. : , 
--- די מעשה איז געווען אַזױ: אונדזער שכן בערע דער שוסטער האָט 
געהאָט צוועלף קינדער, צוועלף פּיקערס קיין עין הרע ניט, איינער אונ" 
טערן אַנדערן, איז ביי בערען אַן עס-שיס? געווען אַזױ גרויס וי ביי לייטן 
|אַ. װאַש-שיס5 --- אַ גאַנצער בעקן!.... און איינמאָל, ווען מיהאָט געהאַט 
נענדייט צו וויעטשערע און קיינער איז נראַדע ניט נעווען אין שטוב, האָט 
דאָס קלענסטע מיידעלע, חייטשעלע, זיך אַרױפּנעדראַפּעט אויַפן טיש, איז 
אַרײיננגעפאַלן אין שיסל? קרופּניק און ברוך דין טראַסק --- זיִך דערטרונקען 
אויף טויט ! 
{ - --ואָס רעדסטו,: שמערקע? -- האָט ריימאַן אַלְץ ניט געװאָלט גלויבן 
--- אין אַ שיס? קרופּניק ? 
116 


--- פאַרװאָס עפּעט ניט? דאַרפסט וויסן זיין, אַז ביי אונדזער שבן 
בערע דעם שוסטער האָט מען געקאָכט אי נאָר שיטערן קרופּגיק, פון 
ריינסטן װאַטעד. און טאַמער האָט מען דאָרט יא אַריינגעבראַקט אַ פּאֶר 
קאַרטאַפליעס, זיינען זיי באַלד צעקראַכן געװאָרן אזוי וי נאַריפֿר חו 
שפּילסט זיך עפּעס מיט אָנקאָרמענען | צוועלף מיילער ?! נ 
| אַ וויילע האָבן זיי געשפּאַנט שווייגנדיק, מיטאַמאָל, האָט זיך. שמער- 
קע עפּעס דערמאַנט: - : י 

= כיבין ניט איננאַנצן זיכער, אַז זי האָט זיך דערטרונקען.. . געווען 
מענטשן, װאָס האָבן געטענהט, אַז דאָס האָט זי זיך אַזױ שטאַרק אָפּגע- 
בריט, אַז זי איז דערפון געשטאָרבן. אָבער װאָס איז דיר |דען 8 אַ גרוייסע 
נפֿקא-מינה ? יש 6 6 
! = נאָך עטלעכע שעה בלאַנדזשען האָט איין גרופּע געפונען ברעטער 
און דרענגלעך, װאָס די כװאַליעם האָבן אַרױסנעװאָרפן אויפן ברעג. זי 
האָבן משמעות געשטאַמט פון אַ צעשטערטן בריק אָדער צעקלאַפּטע לאָר- 
קעם, אָרום דעם געהילץ האָבן זיך ביסלעכווייז פאַרזאַמלט אַיגרעסערע צאָל 
מענטשן. מען האָט צונויפגעבונדן די ברעטער מיט לעדערנע גאַרטלען און 
פּאַסקעס פוֹן רוק-זעק און זיי אַראָפּגעלאָזט אין װאַסער אַרין. אַ. צענד" 
ליק מענטשן מיט דרענגלעך אין די הענט זיינען אַרױפגעקראָכן אויף דער 
טראטווע, װאָס מען האָט אָפּנעשטופּט פון ברעג. 7 

--- אויב עס װעט געליננען, װעלן מיר קומען נעמען- די. איבעריקע 
--- האָט איינער פאַרזיכערט אויף פראַנצויזיש. 

תחילת איז די טראַטװע געשוואומען פּאַמעלעך. די {מענטשן האָבן 
דערטאַפּט דעם גרונט מיט די דרענגלעך און געשטויסן מים די גאַנצע 
כוחות אין פעסטן באָדן, אָבער דער שטראָם האָט באַלד אַ שלעפּ געטאָן 
די טראַטוע, און זי איבערנעגעבן אין רשות פון די כװאַליעס. פון ברעג 
האָט מען געזען װי זי הוידעט זיך, הויבט זיך אַרױף-אַראָפּ איבער שוי- 
מיקע בערגלעך און װאַרפט זיך אין זינ-זאַגן פון איין ברעג צום צווייטן. 
פּלוצלונג איז זי אַריינגעפאַלן אין אַ רוישנדיקן געווירב?,. האָט אַ וויילע. 
געקרייזט אויף איין אָרט און זיך איבערנעקערט, ר יי 

|פארצװייפלטע געשרייען האָבן דורכגעשניטן די שטילקייט פון דער 
נאכט; מען האָט געזען הענט און פיס, װאָס האָבן זוך געראַנגלט ימיטן 
שטראָם. קעפּ האָבן אויפגעטויכט, זיך אַרונטערנעלאָזן און זיינען יאיינ- 
ציקוויין פאַרשוואונדן אונטערן װאַסער. נאָר איינער האָט דערגרייכט דעם 
אַנדערן ברעג און צוויי האָבן באַװיזן צוריקצוקומען. איינצלנע ברעטער 


117 


פון דער צעדיסענער טראַטוע האָבן זיך געטראָגן װי שפּענדלעך איבער די 
יאָגנדיקע כװאַליעס און נעלם געװאָרן אין דעם שוימיקן ווייט. 

די אָפּהענטיקייט און נידערשלאָגנקייט זיינען געװאַקסן, אַ -קליינע 
גרופּקע האָט זיך איצט פאַרְנומען אין דער ריכטונג פון דער אַלטער פֹּאַ- 
זיציע. זיי האָבן געהאָפּט זיך דורכצוגנבענען צווישן די פּאַשיסטישע לי- 
ניעס פון רעכטן פלינל, דער ברעג פון טייך איז פארזייט געװאָרן מיט 
מענטשן, װאָס האָבן מער קיין כוחות ניט געהאַט, און זיינען געבליבן 
ליגן, װאַרטנדיק אויפן טויט. מען האָט זיי איבערגעלאָזט, ווייל אויך די 
געזונטע האָבן קוים געשלעפּט די פיס און ניט נעוואוסט, צי זיי וועלן זיך 
ווען ניט איז אַרויסקריגן פון באַלאַגערטן קרייז. מען האָט נגעוואוסט, אַז 
די װאָס פאַלן אריין אין געפאַנגענשאַפט, ווערן געפּייניקט מיט שרעקלעכע 
יסורים, און אַז מען קען זיך דאַן ניט דערבעטן אויפן טויט. די אויפגע- 
לייזטע צעשאָטענע קאַראַװאַנע האָט דעריבער וייטער געצוינן מיטן 
שטראָם, ‏ . 

אָרום האַלבער נאַכט איז ריימאַן פּלוצלונג אומגעפאַלן. שמעון האָט 
אים אָנגעכאַפּט ביי די הענט, אָבער יענער האָט ניט געװאָלט זיך רירן 
פון אָרט; / | 

--- כ'גיי ניט ווייטער! --- האָט ער אַנטשלאָסן געזאָנט. 

--- קוֹם! אַביס? ווייטער ווערט אפשר דער טייך פלאַכער. 

--- גייט אַלן. איך שטאַרב שלאָפן ! 

אָבער די חברה האָבן אים ניט אָפּנעלאָזט און שמערקע האָט אים 
דערלאַנגט א פּאַרציע מוסר : | 

--- נאַר איינער, ווען די ייִדן זיינען אַרױס פון מצרים, האָבן זיי באַ- 
דאַרפט דורכגיין אַ ים, און מיר דאַרפ} דורכגיין נאָר א שטיק? טייד .. | 

זיי האָבן אים אויפנעהויבן איבער געװאלט און לאַננזאַם געשפּאַנט 
ווייטער. אין עטלעכע שעח אַרום האָבן זיי דערגרייכט א טאָל, ווא דער 
טייך איז געווען ברייט צעגאָסן. שמעון איז אַריין אין װאַסער און גע- 
מאָסטן דעם גרונט. ער האָט געשפּרײזט פאָרזיבטיק, טאַפּנדיק מיט איין 
פוס דעם באָדן פאַר זיך. ביזן מיטן טייך האָט דאָס װאַסער דערגרייכט 
נאָר זיינע לענדן. אָבער מיטאַמאָל האָט זיך דער גרונט אַראָפּנעלאָוט 
שטראָמיק און עטלעכע טריט ווייטער איז ער פֿאַרשוואונדן פון אונטער 
די פיס, | : 
שמעון האָט זיך אומנעקערט. ס'איז באַשלאָסן געװאָרן דאָ איבער- 
צושווימען. ריימאַן האָט דערווייל געכאַפּט א דרעמל און געפילט א בליי- 


118 


ענע שווערקייט אין אַלע אברים. ער האָט אַפילו ניט געוואלט הערן, ואס 
מען דעדט צו אים, 
--- באַלד װועט ווערן טאָג --- האָט ער פאַרשלאַפענערהייד אֶנגעוויזן 
אויף דער בלאַסקײט, װאָס אויפן האָריזאַנט --- שווימט איר אַריבער ! 

/סהאָט באמת אָנגעהויבן גרויען אויף טאָג. די נאַכט װעט זיי באַלך 
מער ניט שיצן פון די פאַשיסטישע אויסשפּירער. שמערקע און שמעון 
האָבֿן זיך אױיסגעטאָן נאַקעט און געציטערט פון קעלט. די קליידער האָבן 
זֵיי איבערגעלאָזט. נאָר זיין רעװאָלװער װאָט שמעון אָנגעבונדן איבערן 
קאָפּ, ער האָט אים צונענומען אויפן מאַדדירער פראָנט פון א פאַלאַנגיס- 
טישן אֶפיציר און אים אָפּנעהיט וי אן אוי:; אין קאָפּ. 

ריימאן האָט באַטראַכט די נאַקעטע הברה און אויסגעשטרעקט אַ 
האַנט : | | י 

|--- שטעל מיר אֶפּ דיין כלי! -- האָט ער שטיל געבעטן. 

שמעון האָט זיך אַ וויילע געקווענקלט. ער האָט פאַרשטאַנען צו װאָס 
ריימאַן בעט דאָס געווער. -- בעפער איידער אַרינפאַלן אין די הענט פון 
די מאָרן! -- האָט ער שנעל באַשלאָסן און דערלאַננט ריימאַנען דעם. 
אָנגעלאָדענעם רעװאָלװער. 

זי האָבן זיך געדריקט די הענט. שמערקע האָט נאָך צונעדעקט ריי- 
מאַנען מיט זיין מאַנטל און אים א פּאַטש געטאָן אין פּלײצע: 

--- צום ווידערזען אויף יענער װעלט!!.. 

דאָס װאַסער איז געווען אייז קאַלט. אַרױסגײענדיק אויף דער אַנדער 
זייט האבן זיי נעציטעדט אויפן נאַנצן לייב און נעקלאַפּט אַ צאָן אֵן אַ 
צאָן, זיי האָבן זיך געלאָזט לויפן, כדי זיך צו דערװאַרימען. אָבער דער 
פּראָסטיקער ווינט האָט אומרחמנותדיק געשניטן די נאַסע קערפּערם 
| שמערקע האָט געפונען לאנגע! ריטער און זיך געשמיסן איבער דער פּלייצע, 
װאָס אין באַדעקט געװאָרן מיט רויטע פּאַסן. 

--- וי אין כאָר אויפן העכסטן טרעפּל! -- האָט ער זיך געסמאַקע? 
וועט --- וואו נעמט מען נאָר אַביס? פּאַרע ?! 

אויפן. וועג האָבן זיי זיך אָנגעשלאָסן אָן אַנדערע אַנטרונענע פון באַ- 
טאַליאָן, װאָס האָבן זיך אַרומגעבלאַנקעט אין די פעלדער. צוזאַמען האָבן 
זיי געבלאַנדזשעט דריי מעת-לעת. באַנאַכט האָבן זיי מאַרשירט און באַ- 
טאָג זיך אױסבאהאַלטן אין די נריבעד און היילן. די געגנט איז געווען 
פו? מיט פאַשיסטישע פאָרפֿאָסטנס און ראַזװיעדקעס, און די נאַקעטע 
| מעַנטשן איז געווען לייכט צו דערקענען. ניט וויסנדיק מער וואו זיי גע- 


119 


פינען זיך, האָבן זיי זיך אויך נים געטרויט אַרײנצוגײן אין די דערפלעך, 
װאָס זיי האָבן געטראָפּן אויפן װעג. נאָר דער שטראָם פון טייך האָט 
אָנגעוויזן די ריכטונג, װאָס זיי דאַרפן נעמען. בי 

הונגעריקע און אוֹיסגעמאַנערטע וי די סקעלעטן זיינען זיי אויף דער 
פֶער טער נאַכט אָנגעקוּמען קיין אַנדוכאַר.- יי 


טאָג איין טאָג אוים זיינען קליינע. גרופּקעם, צו דױיי-פיר מאַן, אָנ 
געקומען קיין אַנדְוכאַר. אַ סך זיינען דורך דעם טייך פאַרקדאָכן אין ווייטע 
דערפער פון דער פּראָװינץ כאַען; אַ סך האָבן זיך דורכנעננבעט די פא- 
שׂיסטישע ליניעס און זיך דערשלאָגן. צו דער געגנט פון װילאַהאָרטאַ און 
אַזש ביז פאָסאָבלאַנקאָ. - יי 
| = אָבער די מערהייט אין ניט צוריקגעקומען. פון פיר הוג ערט און 
אַכציק. מאַן, וואָס זיינען אַרױס מיטן באַטאַליאָן, האָבן זיך געראַטעװועט 
אַכציק, די איבעריקע זיינען דערטרונקען געװאָרן אין טייך. אויסנע- 
שטאָרבן אין וועג פון חונגער און קעלט אָדער דערמאַרדעט געװאָרן דורך 
די פאַשיסטן, . װאָס האָבן זיך געלאָזט אויף מענטשן זיאַגד, איבערן אַרומ- 
געריננלטן פּפיין. | | 
|| דער באַטאַליאָן איז דערגענצט געוואר: רורך נייע פרייווֹיליקע. 
אָבער די אַלטע זיינען צייטווייליק ! געווען אומפעאיק פאַרן פראַנט. זֵיי 
זיינען געווען נידערשלאָגן און דעמאָראַליזירט. יעטווירער פראַנט האָט 
אויסגעזען אין זייערע אויגן וי אַ מייז-פּאַסטקע. דער באַטאַליאָן איז גע- 
שיקט געװאָרן. אויף אֶפַּרן אין אַ קליין, אַנדאַלוזער שטעטל און די לעבן- 
געבליבענע פון דער עקספּעדיציע זיינען צונעטיילט געװאָרן צו פֿאַרשי- 
דענע אַרבעטן: פּאָטטנס ביים שטאַב, טעלעפאָניסטן, סאַניטאַרן פון דער 
צווייטער ליניע און אינטענדענץ-דינסטן. - | | | 
די ,,װעטעראַנען" פון וועלכע נאַר געציילטע זיינען פאַרבליבן, האָבן 
זיך געװענדעט מיט א ביטע, מען זְאֶל זיי אָפּשיקן צו דער אַלטער ברי- 
גאַדע. װואָרים ס'איזן ניט געװוען קיין קליינער כבוד צו נעהערן צו 
אַן אָפּטײלונג, װאָס האָט שוין געקעמפט ביי , קאַסאַ דעל קאַמפּאָ? און אין 
די פאָרשטעט פון מאַדריד. ביז װאָס ווען זיינען זיי מיטגעפאָרן אין אֶפּרו- 
: . 


ד 
/ 


שטעטל, ' | ה הי : ' 


. 


120 


זיסקינד האָט זיך דערווייל ניט אַנגאַזשירט אין קיין שום ספּעציע- 
לער אַרבעט. ער פלענט אַריינקומען אין שטאַב, האָט זיך אינטערעסירש 
מיט דער קולטור-אַרבעט, פאָרגעליינט מען זאָל אַרױסגעבן אַ צייטונג פאַר 
די מֿיליציאַנערן און איז געווען אַן אָפטער אייננייער אין קיך. סוף 52 
סופ איז ער נאָמינידט געװאָרן אַם שעף פון טראַנטפּאָרט, ס'הייסט ער 
| האָט באַדאַרפט אָכטונג געבן אויף די אױיטאָס און קאַמיאָנען, װאָס דער 
באַטאַליאָן האָט אייננעשאַפט, און זאָרגן, אַז דער בענזין זֹאֶל ניט אויס- 
פעלן און ניט פאַרטאַכלעװעט ווערן. | | 
מוֹט גרויס ענטוזיאַזם האָט ער זיך געװאָרפן אין דער אַרבעט. אַ 
רירעוודיקער און ענערגישער האָט ער זיך שנעל אָריענטירט אין די פאַר- 
פּלאָנטערטע טראַנטפּאָרט-נעשעפטן, פון וועלכע ער האט ביז ניט לאַנג קיין 
אַנוֹנג ניט געהאַט. ער האָט דערשמעקט, וואו נאָר מען קען קאָנפיסקירן 
אַ קאַמיאָן אָדער אַ װאָגן, און אַלץ האָט ער געשלעפּט אין נאַראַזש פון 
באַטאַליאָן,. ספּעציעל אין ער שאַרף געווען אויף די בעסעלע ,, מאַרקעס" 
פאַרן שטאַב.. דער סטאָק פון בענזין און בוימ? איז אויך געװאַקסן וי 
! אויף חייוון, | | 
| = אָבער בעיקר האָט ער אויסגענוצט זיין אַמט אויף צו קאָמאַנדירן 
און אַרוסגעבן באַפּעלן. טאַקע דערפּאַר װאָס ער איז פון קינדוייז אָן 
געווען אונטערדריקט, איז. אױיסגעשטאַנען צרות פון עלטערע, װאָס יעדער 
איינער פון זיי האָט געהאַלטן פאַר זיין חוב אים צו זאָנן מוסר אוֹן מכבד 
זיין מִיט מתנת יד, ווייל ער האָט זיך זינט יאָרן געפילט באעולהט און 
געכאָװעט טיף אין האַרצן די האָפּענונג אויף אַ רעװאַנש, האָט ער פון 
תמיד אָן ליב געהאַט צו קאָמאַנדירן און אַרױסצוֹנעבן באַפעלן. אַ גאַנצן. 
טאָג איז ער אַרומגעלאָפן איבערן נאַראַזש, האָט געברומט און נעמורמלט, 
גענעבן עצות און זיך אַרומגעקרינט מיט זיינע מענטשן. זיין רויטע טשום- 
רינע האָט נאָך פלאמיקער געברענט אין דאָזיקן חו-האַ און זיינע ברייטע 
נאָזלעכער האָבן געפאָרשקעט, וי ביי אַ צעחיצטער קליאטשע נאָך א לאַנ- 
גן גאַלאָפּ, | | | 

ער האָט שטאָלצירט מיט זיין אַרבעט און טרעפנדיק איינמאָל שמער- 
קען אין אַ שענק, האָט ער אים פייערלעך געמאָלדן : | 

| |-- דו ווייסט, איך גיי שוין מער ניט אין דער , ליניע"! 

--- װאָס איז דאָ מיט דיר דער יחום ? | 

--- שטאַבס-מענטשן גייען ניט אין דער ליניע! 

און טאַקע גלייך האָט ער אים דערקלערט באריכות : 


היינטיקע צייטן איז טראַנספּאָרט די וויכטיקסטע זאך אין מיליטער! 
אָט ביסטו היינט דאָ און מאָרגן דאַרף מען גאָר אַטאַקירן ערגיץ-אַנדערש, 
און גיי ריר זיך אָן גוטע קאַמיאָנען... כ'זאָג דיר, אַז אָן טראַנספּאָרט אין 
די גאַנצע סטראַטעגיע װערט אן אויסנעבלאָזן איי!! | 

אין ענינים פון מעכאַניק און מאַטאָרן האָט ער קנאַפּ:װאָס פאַר- 
שטאַנען. אָבער אויך דאָ האָט ער געװאָלט זאָגן אַ דעה און כשום אופן 
נים געװאָלט נאָכגעבן די פאַכמענישע מיינונגען פון די שאָפערן און מע- 
כאַניקער. עס זיינען אױיסגעבראָכן אַלץ אָפטערע קאַנפליקטן צװוישן אים 
און זיינע מענטשן. פון די דאָזיקע קריגערייען האָט אַמייסטן געליטן דער 
טראַנספּאָרט, װאָס די חברה האָט, זיסקינדן אויף צוֹ להכעיט, אָנגעהויבן 
צו פאַרנאַכלעסיקן, דער ברען-שטאָף איז אויסגערונען צווישן די פיננער 
און עס האָט אָנגעהויבן אויסצופעלן בענזין פאר דרינגענדיקע נסיעות. 
אַ סך װאָגנס זיינען שטיין געבליבן צעשעדיקט אין די גאַראַושן. 

דער שמאַב האָט זיך אַריינגעמישט. אַלע טראַנספּאָרט-לײיטי האָבן 
געשאָטן אויף זיסקינדן. ער איז אַראָפּנעזעצט געװאָרן פון זיין אמט 

אַ שטיקל צייט איז ער נעבליבן אָן אַרבעט און זיך אַרומגעדרײט 
אין די קאָרידאָרן פון שטאַב און אין די קיכן. ספּעציעל האָט ער אָנגע- 
הויבן אַריינצושמעקן אין די אַרבעטן פון , צווייטן ביוראָ", ס'הייסט די 
אָפּטיילונג פון, שטאַב, װאָס פאַרנעמט זיך מיט , קאַנטראָל און קאָנטר- 
שפּיאָנאַזש". עס האָט אים שטאַרק געצויגן צו דער דאָזיקער אַרבעט; {מען 
- שנאַפּט,, מען פאָרשט, מען שטעקט אומעטום אַריין די נאָן און מען גייט 
אַרום מיט אַ חשובער מינע, שטענדיק אָנגעלאָדן מיט סודות. א קלייני- 
קייט עפּעם, ,צווייטע ביוראָ"!... אַפילו דעם איינענעם שעף דארפסטו 
נאָכשפּיאָנירן  ..!‏ / 

ער האָט געפילט בחוש, אז דאָרט װועט ער זיך באַװעגן וי אַ פיש 
אין װאַסער, אַ היץ-קאָפּ פון דער נאַטור, האָט ער שוין אַפילו געזען אין 
הימ? אַ יריד און זיך אָנפּאַרטרױט פאַר שמערקען, אַז ער , אַרבעט" שוין 
דאָרטן : 

|--- שפּילסט זיך עפּעס מיטן , צווייטן ביוראָ?+ -- האָט ער אים גע- 
געבן צו פאַרשטײן -- ס'איז דיר נישט עפּעם אַ פּראָסטער סאָלדאַט, װאָס 
שיסט און דערזרגעט אַ פאַשיסט איינמאָל אין א יובל!... אונדזערער איי- 
נער, אז ער אַנטדעקט דעם פּלאַן פון שונא, װוישט ער אֶפּ מיט איין קלאַם 
אַ גאַנצע ברינאַדע פון דער ערד!... און אַמאָל טאַקע א נאַנצע דיוויזיע 
אויך !.. | 


122 


ס'איז אים אַפּנים דעמאָלט נאָך ניט באַשערט געווען אֶנצוהויבן 
די דאָזיקע קאַריעדע. דער שעף האָט אויף אים געװאָרפן אַן אומחן און 
אים משלח געווען יעדעס מאָל, ווען ער האָט אַריינגעשטעקט די נאָז אין 
זיין אַמט. זיסקינ+ איז ניט אַראָפּגעפאַלן ביי זיך און זיך געטרייסט : 

--- נישקשה, ס'איז מלחמה-צייט! החיינט איז ער דער קנאַקער און 
מאָרגן וועט ער אפשר פּוצן ביי מיר די שטייול. י : 

אַזױ װי ער האָט זיך אַדומגעדרײט פּוסט און פּאַסט, האָט אים איינ- 
מאָל דער שטאַבס-אינטענדענט מיטגענומען אויף אַ נסיעה איינצוקויפן 
עסנװאַרג אין די אַרומיקע דערפער. זיסקינד האָט זיך גלייך אַרױסגעװיזן 
פאַר אַ פיפיקן סוחר: ער האָט איינגעטענחט מיט די פּויערים, זיי אויפ- 
נעקלערט זייערע פליכטן פאַר דער פרייהייט און פאַטערלאַנד, געוואוסט 
אַרײנצוזאָגן אַ שאַרף װאָרט, ווען מען האָט געדאַרפט, און אַרױסבאַקױ 
מען פאַר שפּאָט ביליק די בעסטע ואורשטן און עלטסטע ויינען. אויך 
יוננע קורטשאטקעס און מאכלדיקע קראָליקעס האָט ער איינגעקויפט, און 
נאָר גיך האָט מען דערפילט אין די הויכע פענסטער, אַז די אַכילה ביים 
שטאַב-טיש האָט זיך נאָר שטאַרק פאַרבעסערט. 

דער באָדן אין דער געגנט איז געווען א פרוכטבאַרער און װאַסער 
איז געווען בשפע. ריזיקע איילבירטן-פּלאַנטאַציעס האָבן אַרומגערינגלט 
די דערפער און בעת דער ערשטער וועלט-מלחמה האָבן דאָרט די בעלי" 
נופין און פּריצים נעשאַרט נאָלד, פאַרקויפנדיק זייער בוימל סיי צוֹ די 
דייטשן, סיי צו די פּראַנצױיזן און עננ?ענדער. עם זיינען אין יענער געגנט 
אויפנעקומען אַ סך רייכע פּויערים, װאָס האָבן פאַרמאָגט אייגענע ערד, 
באַשעפטיקט לֿאַנד-אַרבעטער און געוואוינט אין ווילעס, צװישן סעדער 
און וויינגערטנער. | | 

זיסקינד האָט ליב באַקומען די נסיעות אין רער נעגנט. אײינמאָל 
איז ער אַרינגעטאַלן אין א דאָרף, וואו ס'האָט געהערשט אַ שטילקייט 
פון אַ בית-חקברות. טיר און טויער זיינען געשטאַנען אֶפּן און קיין לע- 
בעדיקן נפש האָט מען פאַר די אויגן ניט אָנגעזען. תחילת האָט אים אָנ 
געכאַפּט אַן אימה, וי ער װאָלט זיך געפונען אין אַ פאַרכישופטן ישוב. 
אָבער דער שפּאַנישער שאָפער האָט אים דערקלערט, אַז דאָרט האָבן אַמאָל 
געוואוינט פּלאַנטאַטאָרן און רייכע בעלי-נופן, װאָס זיינען זיך אַװדאַי צע- 
לאָפן אין שרעק פאַר דער רעװאָלוציע. 

נעמיטלעך האָט ער זיך נעלאָזט אויף א שפּאַציר איבער די ווילעם, 
וואָס האָבן אויסנעזען װי באַצױבערטע פּאַלאַצן פון אַ מעשהלע: גילדער- 


128 


נע כלים און זילבערנע געשיר האָבֿן גענלאַנצט אין בופעטן, די קאָמאָרן 
זיינען געווען אנגעפילט מיט זיידענע װעש; אין די שאַפעס זיינען געהאַנ- 
גען װאָלענע אַנצונער און אויף ברייטע בעטן האָבן שימערירט גרינע, 
פּלושענע דעקעס. די ליילעכער האָבן געהאַט שפּיצן און געטראָגן קונציק- 
געשטריקטע מאָנאָגראַמען. ער האָט געמאַכט אַ װאַנע, זיך צונעליינט 
שלאָפּן און געפילט אַ פאַרדרוס, הלמאי ער קען פאַרנעמען נאָר איין בעט, 
. בעת אַזויפיל בעטן שטייען ליידיק אַרום. 
ביסלעכווייז האָט ער אויסגעפירט די גאנצע אַרכעט פון דער אינ- 
טענדענץ. ער האָט זיך באַקאָנט סיט העכערע שפּאַנישע אינטענדענטן פון 
בריגאַדעס און דיוויזיעס, װאָס האָבן געהאט גרויס דרך אױץ פאַר די 
,אינטערנאַציאָנאלע", און איז געװאָרן מיט זיי א גנוטער ברודער. דער- 
פאַר האָט ער פון די צענטדאַלע סטאָקן װאָס מען האָט אָנגעהויבן אַרנאַני- 
זירן, אַרױסבאַקומען וויין איכער דער נאָרמע און די פּראַנצױזן פון באַ- 
טאַליאָן זיינען געווען שטאַרק צופרידן, װאָס זיי בֿאַקומען פּראָ מאַן אָנ- 
דערחאַלבן פערטל רויטן וויין אַ טאָג, בעת אין אַנדערע באַטאַליאָנען בא- 
קומט מען נאָר איין פערט? אויף אַ קאָפּ און דאָס אויך ניט יעדן טאָג. 
זיסקינד האָט איינגעקויפט אלץ װאָס ס'האָט זיך געמאַכט אונטער 
רער האַנט און די שפּייזן, װאָס זיינען ניט געווען נויטיק דעם שטאַב, 
האָט ער אָפּגעטראָטן, מיט רָיווח, די אינטענדענטן פון די. קאָמפּאַניעס. די 
קאַסע איז רייכער געװאָרן פוֹן טאָג צו טאָג און זיסקינד האָט נעמאַכט 
פּלענער וועגן אַ צענטראַלער קאַנטינע, אַ וועשעריי און אַ גוט, וואו מען 
זְאֶל האָדעווען חזירים און קראָליקעס, ספּעציעל פאַרן באַטאַליאָן. ביסלעב- 
ווייז איז זיין נאמען באַקאַנט געװאָרן אַפּילו אויסער די גרעניצן פון דער 
ברינאדע. | - 
אִבעד אָפיציעל אין ער אַלְץ ניט געווען קיין אינטענדענט. זיין שעה 
- איז געבליבן פאַראַנטװאָרטלעך פאַרן שטאַב און אַלֶע אויפטוען זיינען 
געגאַנגען אויף יענעמס נאָמען, / | - 
| = דערוויי? האָט מען אין גאַנצן לאַנד אָנגעהויבן רעאָרגאַניזירן די 
פּאָלקס-אַרמײ און צענטראַליזירן די קאָמאַנדע. מ'האָט בט? נעמאַכט די 
פּאַרטײ-אָפּטײלונגען, װאָס האָבן געקעמפט יעדע אויף איר איינענער 
האַנט, און איינגענלידערט זייערט מענטשן אין מיליטערישע פאָרמאַציעט. 
די גאַנצע אַרמײ איז געשטעלט געװאָרן אונטער אַן איינחייטלעכער אֲנפי- 
רונג. גלייכצייטיק האָט מען איינגעפירט אַ פעסטע דיסציפּלין און 8 מי- 
ליטערישע היעראַרכיע מיט גראַדן און אָפּצײיכענונגען. די אָפיצירן האָבן 


124 


באַקומען באַשטימטע גראַדן און העכעדע לוינען. איצט האָט מען שוין 
געקענט אונטערשיירן צווישן אַ פּשוטן סאָלדאַט אין סתם א שינעל און 
אַ -לייטענאנט, װאָס האָט געהאט צוויי בענדלעך אויפן ארב?, אָדער אַ 
קאַפּיטאַן מיט דריי בענדלעך. פאַר די העכערע לוינען האָבן די אפיצירן 
זיך געלאזט נייען נייע, שיינע אַנצוגער און חויכע, געשנורעוועטע שיך,. 
און זייער אויסזען האָט זיך אינאנצן געביטן. / 

אויך אין באַטאַליאָן װאָס אין אַנדאַלוזער שטעטל זיינען דורכגע- 
פירט עװאָרן נאָמינאַציעס. זיסקינדס שעף, דער אָפיציעלער אינטענ- 
דענט, האָט באַקומען די דאַנגע פון לייטענאנט. זיין פאַרטרעטער אין 
טראַנספּאָרט האָט אויך באקומען צוויי בענדלעך. עטלעכע חברים, װאָס 
זיינען נעקומען מיט אים צוזאמען אין זעלבן צוג, האָבן באַקומען קלע- 
נערע ראַננעס; ווער אַלס אונטער-אפיציר און װוער לכל הפּחות אַלס סער- 
זשאַנט. און ער, זיסקינד, ‏ װאָס װאָלט זיי אַלעמען געקענט אויסטרייסלען 
פון אַרבל, איז נאָך אַלְץ געבליבן אַ פּשוטער סאָלדאַט.. 

ער האָט זיך געפילט שטאַרק כאַעולהט. אמת יענע זיינען פאַרבליבן 
זינט דעם ערשטן טאָג אויף זייערע פּאָסטנס און מען האָט זיי געקאָנט אין 
שטאַב. ווען ער װאָלט זיך געהאַלטן ביים , טראַנספּאָרט", װאָלט ער*זיכער 
געװאָרן לייטענאנט אָדער אפילו קאַפיטאַן; האָט ער אָבער ניט געבראַבט 
קיין אַנדערע נוצן? צי האָט ער דען ניט געשטעלט די אינטענדענץ אויף 
די פיס ? 

יאָ, פון קינדווייז אָן באַעולהט מען אים! אָנגעהויבן האָט זיך עס 
מיט יענעם זשאַנדאַרם, װאָס האָט אים געפּאַטשט אין אַ װואַרשעװער גאַס, 
גלייך וי פּוילן איז געװאָרן פריי און אומאָפּהענגיק, פאַר פאַרקויפן גע- 
שמונלטע פּאַפּיראָסן, דווקא אים האָט ער געפּאַטשט, ווייל ער איז געווען 
קליין און שואַך... אָבעד נישקשח, זיין טאָ: װעט קומען! איצט איז מלחמה 
און אין קריגם-צייטן קענסטו קיינמאָל ניט וויסן, װאָס דער מאָרגן װעט 
ברעננען ... - | 


א 2 אכ 


אין דער זעלבער צייט האָט שמערקע געואוינט אין קאַזאַרמע. ער 
אין געװאָרן אַ נדויסער , פּשיאַטשעל?" מיט די פּוילישע מיליציאַנערן און 
אין די פרייע שעהן פאַרבראַכט מיט זיי אין די שענקען פון שטעטל. 

נאַכן אויסטדינקען האָט ער מיט זיי געשמועסט פּאָליטיק, אויף זיין 
שטיינער, און באַװוירצט די שמועס! מיט בל מיני פּאַסירונגען, װאָס האָבן 


128 


אויפגעשטעלט די האָר קאַפּױער, און װאָס ער האָט זיי אַלע דורכגעלעבט 
אָדער לכל הפּחות געזען מיט די אייגענע אוונן. די פּאַלאַקן האָבן געטרונ- 
קען אַ כוס נאָך אַ כוס, זיך קעגנזייטיק געצאָלט רונדעס און בשעת מעשח 
דערציילט מיט בענקשאַפט ווענן זייערע דערפלעך אין פּוילן, זייערע מאַ- 
מיליעס און װעגן דער אַרבעט פון אַ קוילן-גרעבער. לכבוד זייער גוטן 
ברודער שמערקע האָבן זיי באַזאַלצן זייעדע געשיכטעס מיט קאָמישע 
מעשיות וועגן ייִדן, וועגן שבת-נויים אוֹן חסידים מיט בערד און קאַפּא- 
טעם, װאָס זיי האָבן זיך אָנגעהערט אין דער יוננט. 

מיט די פראַנצויזן אין שמערקע געגאַנגען זוכן פרויען. זיי האָבן 
פאַרשמעקט אין אַלע לעכער. אָבער אין נאַנצן שטעט? איו ניט געװוען 
קיין ,,פרויענצימער" אויף אַ רפואה. נאָר איינמאָל האָט זיי א קליין יאַטל 
אָנגעוויזן, פָאַר אַ פּאַפּיראָס, װאָס זיי האָבן אים גענעבן, אויף א קליין - 
הייזסע הינטערן שטאָט, אז דאָרט װעלן זיי געפינען װאָס זייער האַרץ 
געלוסט, זיי זיינען אַװעק אַהינצו אַ נאַנצע באַנדע און זיך אַריײנשאָטן 
בחברותא אין קאָרידאָר. אַן עלטערע פרוי איז נעשטאַנען איבער אַ באַלײיע 
וועש און האָט זי אָנגעקוקט מיט דערשטוינטע אויגן. | 

--- פאַראן דאָ מיידלעך? --- האָט איינער געפרעגט אויף פראנצוי- 
| זיש. : 
-- װאָס 4 - 
--- פאַדאַן דאָ מיידלעך? --- האָט ער איבערגעחזרט, וועלבנדיק זיינע. 
דלאָניעס איבערן ברוסט-קאַסטן, אַלס אַן אױיסגעפּרואװטן סימן, 

די פרוי האָט טאַקע נלייך פאַרשטאַנען. געענטפערט האָט זי נאָר- 
ניט. זי האָט נעם געטאָן די באַלײע און דערלאַנגט אַ פּלוך אִפּ דעם גאַנצן 
עולם מיט די מידלינעס און שמוציקן װאַסער. נאַסע פון קאָפּ ביז די פים, 
וי אָפּנענאַסענע קעץ, האָבן זיי זיך קוים אָפּגעטראָגן מיט נדויס חרפה 
און אַנטוישונג, און האָבן זיך לאַנג נעמוזט טריקענען אויף דער זון. 

אַזױ זיינען אויסנגערונען אלע האפענונגען אויף שנעלער און ביל- 
קער ליבע. און אַז שמערקע האָט זיך אַרומגעזען, אַז סוועט גאָרניט 
אַרוסקומען, האָט ער באַשלאָסן זיך צוֹ פאַרליבן אויף צו דער אמתן אין 
איינער פון די בעלי-ביתישע טעכטער פוֹן שטעטל. 7 

שװואַרץדחניעוודיקע און פול-לייביקע זיינען זיי געװוען, די אַנדאַל- 
זיאַנערינס פון שטעטל, און זייערע אוינן האָבן דערמאַנט אָן ציגיינערישן 
כישוף. אין די פאַרנאַכטן האָבן זיי זיך ארומגעדרייט אין ברייטע רייען, 
געאָרימט צו פינף-זעקס, איבער דער פּאַלמען-אַלײ, װאָס אינמיטן שטעטל. 


126 


שמערקע האָט באַשלאָסן זיך אָפּצוגעבן נאָר מיט איינער פון זיי. אָבער 
אין זיינע אויגן האָבן זיי אַלע אויסגעזען אַזױ געראָטן, אַז ער האָט זיך 
יעדן אָוונט טועה געווען און פאַרפירט א שמועס מיט אַ נאָךְ פרישער. 
| זיי האָבן געשמייכלט צוֹ די , אינטערנאַציאַנאַלע", אַפילו שפּאַצירט 
מיט זיי אין דער אַלייע, אָבע: זיך צורירן האָבן זיי ניט געלאָזט, אַפילֿן 
ניט מיטן קליינעם פינגערל: 
-- דאָרט זיצט די מאַמע! --- האָבן זיי זיך גערויטלט און אָנגעװויזן 
אויף די בענק פון דער אַליע, וואו עס זיינען ברייטלעך געזעסן עלטערע, 
בכנודיקע מאַטראָנעס, האָבן געמיטלעך געשטריקט און מים איין אױנ 
אַכטונג נעגעבן פון דער זייט אויף די יונגע טעכטער. 
| = און פונדעסטווענן האָט שוין אין א װאָך אָרום איינער פון די 
פראַנצויזישע מיליציאָנערן חתונה געהאט מיט אַן אָרטיק מייד? און איז 
אַ גאַנצע ואָך ניט געקומען שלאָפן אין קאַזאַרמע. שמערקע איז אַרומ- 
געגאַנגען אָן אַ קאָפּ; עפּעס האָט ער שוין יא געהאָט אַ באַשערטע, אָבער 
צו קיין טאָלק האָט ער מיט איר ניט געקענט דערגיין. ער האָט ניט פאַר- 
שטאַנען גענוי װאָס זי רעחט. עטלעכע מאָל האָט ער זי געטראָפן אַליין 
אויף אַ קורצער וויילע אין נאָס און יעדעס מאָל האָט זי זיך אַרױיסגע- 
גליטשט פוֹן אונטער זיינע הענט, מורמלענדיק דערביי און טייטלענדיק 
מיט די פיננער אויף די ווייבעױ פון די אַרומיקע פּריזבעס, װאָס שמערקע 
האָט עס פאַרטייטשט אַזױ צו זאָגן : | יי 
-- נודאָ! בייזע צינגער... רכילות ! 
באַנאַכט אויף דער האַרטער נאַרע, האָט ער אױסנעגאָסן זיין טרוי- 
עריקן געמיט פאַר שמעונען: / | 
--- אָח, ווען דיימאַן װאָלט דאָ געווען, װאָלט ער זיך שוין פון לאַנג 
אויסגעטענהט מיט איך ! 
דערהערנדיק ריימאנס נאָמען האָט זיך שמעון אָנגעכמורעט און 
גאָרניט נגעענטפערט, 
| אלאכאל 
| | 28 
ריימאַן האָט זיך פּלוצלונג אָפּגעיאַװעט. ער איז געווען שרעקלעך 
שמוציק און אוױיסנעמאַנערט, און האָם אויסנעזען וי אַ סקעלעט. שמעון 
האָט אים געבראַכט ריינע וועש און געפירט אין באָד אַריין. שמערקע האָט 
געשיינט פון שמחח. נאַכן באָד זיינען זיי אַװעק אין שענק אוֹן ריימאַן 
האָט דערציילט בקיצור, װאָס מיט אים האָט פּאַסירט : 0 


127 


ער איז געבליבן ביים טייך. פאַרטאָנ האָט זיך אים אויסנעדוכט, . 
אַז די פאַשיסטן דערנענטערן זיך. ער האָט צונעשטעלט דעם רעװאָלװער. 
צו די שלייפן און אַ צי געטאָן ביים ציננל. אָבער דער רעװאלװער האָט 
ניט נעשאָסן: ער איז משמעות נאָס געװאָרן ווען שמעון איז אַריינגעקראָ- 
כן אין טייך מעסטן דעם גרונט. בלית ברירח האָט ער אַרײנגעװאָרפן די 
כלי אין װאַסער, אַריין, כדי די פּאַשיסטן זאָלן זי ניט געפינען, און ער 
איז געבליבן לעבן. הי 

-- האָסט זיך דאָך געקענט דערטרינקען? -- האָט אים איבערגע- 
האַקט שמערקע. י : | 

--- מאַך צו דיין פּיסק! -- האָט שמעון אָנגעשדיען אויף אים און 
באַשטעלט נאָך אַ רונדע. ריימאן האָט ווייטער דערציילט : 

די פאַשיסטן זיינען כל? נים געקומען. עטלעכע טענ האָט ער נע- 
בלאַנדזשעט איבער פעלדער און בער;, איז פֿאַרביינעקראָכן כבאַנאַכט די 
פּאַזיציעם פון שונא אוֹן זיך ענדלעך דערשלאָגן צוֹ אי רעפּובליקאַנישן 
האָרף, פון דאָרט איז ער געפאָרן קיין אַנדוכאַר, וואו מען האָט אים אֶנ- 
געוויזן דעם אָרט פון באַטאַליאָן, : 

נאָכן אויסטרינקען אַ שפּאָר ביסל גלעזלעך און נאַכדעם וי מען האָט. 
זיך פון ביידע צדדים נאָכנעפרענט אויף פאַדשידענע קלייניקייטן, האָט 
'שמערקע גענומען אויסניסן זיין ביטער האַרץ : 
| = --- איך גיי אויס פּאַר איר! און איך האָב אויך נושא חן געווען 
אין אירע אויגן. מען װאָלט באַדאַרפט רעדן קלאָרע דיבורים וענגן אַ 
חתונה. | היה | 

--- וואו האָט מען דאָ אַצינד חתונה? -- האָט שמעון געװאָלט וויסן. 

שמערקע האָט שוין געחאָט חוקר ודורש געװען ביי די פּראַנצויזן 
און געקענט אינפאָרמירן וועגן אַלע פּרטים: / / 

--- היינט זיינען פֿאַראַן פאַרשידענע אוֹפנים פון חתונה האָבן -- 
האָט ער דערקלערט -- אין דער קירכע גייט מען, פאַרשטייט זיך, ניט. 
מער פעלט מיר ניט!... מען דאַרף זיך נאָר רעניסטרירן. איז פאַראַן שטעט- 
לעך, וואו מען פאַרשרייבט זיך אין דעם שטאַט-ראַט; אין אַנדעדע, ווידער, 
פאַרשרייבט מען זיך נאָר אין פאָלקס-פראַנט-קאמיטעט. און פאַראן אַזעל- 


כע ערטער, וואו סע קלעקט, אז מען רעניסטרירט זיך אין דער פּאַרטײ: 


אין דער קאָמוניסטישער, סאַציאַליסטישער אָדער פאַראײניקטער... יערעס / 
שטעט? און אירע איינענע מנחנים... 


128 


-- אויב זיי האלטן שוין ביי אַזעלכע חתונות, װאָלטן זיי, דאַכט זיך, 
שוין געקענט עס טאָן אינגאַנצן אָן אַ חופּח .. 

--- דאָ, זעסטו, האָסטו אַ טעות -- האָט געפּסקנט ריימאַן -- די 
מאָראַל מאַכט מען ניט אַװעק אַזױ שנעל מײט דער האַנט. דורות-לאַנג 
האָט מען דאָ דערצויגן די פרויען, אַז מיט אַ מאַן מוז מֶען אַפּריער חתונה 
יהאָבן כדת וכדין, קענען זיי ניט נעמען אין אַ ליכטיקן פרימאָרגן און 
גיין מיט אים סתם אין דער וועלט אַריין אין בעט. מען דאַרף, אַזױ צו 
זאָגן, יוצא זיין פאַרן געוויםן. ס'איז אַזױ װוי ביי אונדז אין , האָטעל" אַ 
שטייגער: מען האָט 5 הפּחות געמוזט אַפּדיער פירן א ;שטיקל ליבע .. 

-- און אויסער דיין מאָראַל -- האָט באַמערקט שמערקע -- ויפ 
זיי טאַקע. קריגן צען פּעזעטאַס אַ טאָג אַלס פרויען פון מיליציאַנערן, נאָב- 
דעם װוי דו וועסט אַװעקגיין אויפן פּראָנט אָדעד גאָר פאַרלײיגן מיטן קאָפֿ. 
צו װאָס דאַרף זי בלייבן אָן געלט און מיט אַ שלעכטן נאָמען, אַז זי 
קען האָבן די זעלבע הנאה און בלייבן אַן ארנטלעבע אלמנה +. 

-- און װאָס װעסטו טאָן, אַז מע'ט אַװעקפּאָרן פון דאַנען?‎  --- 
האָט שמעון געװאָלט וויסן --- מיר איז שוין דאָ מיאוס און מאוס געװאָרן‎ 
אין דער קאַזאַרמע. , אונדזערע" זיינען שוין זיכער אויפן פראַנט!‎ 

--- איך בלייב שוין דאָ אין באַטאַליאָן. 

-- און אַז דער דאָזיקע באַטאַליאָן װועט אויך אַװועקגײין צום פּראָנט? 

--- מע'ט זיך אַן עצה געבן. אָט קען איך דאָ איינעם אַ פראַנצויז, 
האָט ער שוֹין איינמאָל חתונה געהאָט אין קאַטאַלוניע. איז אינצווישן זיין 
פּאָליט-קאָמיטאַר געפאַלן... װאָרים איר דאַרפט וויסן, אַז איטלעכער מילי- 
ציאָנער מוז ווייזן, /בעתן פאַרשרײיבן זיך, אַ צעטל אונטערגעשריבן פון 
זיין פּאָליט-קאָמיסאַר, אַז ער איז ניט קיין באַװײיכטער, רחמנא לצלן... נ 
אין הייסט עס זיין פּאָליט-קאָמיפאַר דערווייל געפאלן אויפן פראַנט און 
ער אַליין האָט שוין דאָ װוידער. חתונה. געהאָט מיט אַ צעטל פון זיין נייעם 
פּאָליט-קאָמיסאַר, און אַז נאָט װעט געבן, װעט אם ירצה השם. אויך דער 
צומאַכן אַן אוֹיג ... | 

זי האָבן זִיך אַרומגעזען, אַז מיט שמערקן װעלן זי שוין גאָרניט 
אויפּטאָן, און .נאָך דעם זעלבן אָוונט האָט ריימאַן זיך דורכגעשמועסט 
מיטן מיידל, כדי צױ זיין איננאַנצן זיכער האָט ער אַריינגעפּאַקט אין קע- 
שענע אַ שפּאַניש-פראַנצױזישן ווערטער-בוך. ער האָט זיך אָבער בל? ניט 
באַנוצט מיטן דאָזיקן ספּר. דער 'שמועס איז געווען זייער אַ קורצער: דאָס 
מייד? האָט מסכים געווען. דאַן זיינען זיי אַװעק צו די עלטערן פון דער 


9 | | יו { 129 


כלה -- ארימע פּויערים, װאָס האָבן ערשט זינט דער רעװאָלוציע באַקו- 
מען אַ שטיקל? אייגן באָדן. זיי זיינען געווען שטאָלץ מיט זייער טאָכְטֶער, - 
װאָס הט חתונה מיט אַן , אינטערנאַציאַנאַלן", װאָס איז געקומען פאַר- 
טיידיקן די פרייהייט און דעם באָדן פון שפּאַנישן פאָלק. - | י.י 
שמערקע-מיט זיין כלה האָבן זיך פּאַרשריבן אין אָרטיקן קאָמיטעט 
פון פאלקס "פּראַנט. אַזױ אַרום איז די חתונח געווען אומפּאַרטייאיש. שמעון 
און ריימאַן זיינען געווען די עדות פון התנס צד. פון דער כלהס צד האָבן 
געחתמעט אַלס עדות צוויי שפּאַנישע פּויערים, -ס'הייסט זיי האָבן נאָרּ- 
געמאַכט. אַ צייכן, ווייל שרייבן האָט מען זיי קיינמאָל ניט געלערנט. װי 
פּשוטע אַרבעט-מענטשן, ! האָבן זיי תמיד פיינט געהאָט צו גיין אויף 
אמט און דאָס מאָל איז דער ענין זיי געווען נאָך פּריקרער, וויילֿ זֵיי 
האָבן ניט געוואוסט,. צי מען מעג. אויך אין חיינטיקע צײַטן חתמיענען 
מיט דריי צלמלעך, - ע, | 
דערנאָך האָט שמערקע געצאָלט אַן ַפֿנעמיינעם טרונק פאַר אע = 
גױמע פריינט. טאַקע אין שענק נופא האָט ער צעבראָכן א נלאָז, װוי עס 
פירט זיך אויף יידישע התּונות. און ווען זיינע בגילופינדיקע ,,פּשיאַטעלעס?? - 
און קאַמאָראַדן, פּוילישע קוילן-גרובן-אַרבעטער און פּאַריזער. חברח-לייט. 
האָבן געהערט פון ריימאַנען,. אַז דאָס איז א מין , זכר. לחורבן" און נלייב- 
צייטיק א כױמבאָל, אַז אַזא סוף װועט אויך האָבן דער כלחס בתולהשאַפט, 
זיינען זֵיי אַריינגעפאַלן אין אַזאַ הייליקן עקסטאַז, אַז זיי האָבן שוין פאַר 
איין וועג צעטראַסקעט אַ האַלכ טוץ ביר-פלעשער און אַ דיקן בוטל פון. 
שאַמפּאַניער, און ווען דער בעל?-חבית האַלט. זיי ניט אָפּ, װאָלטן . זי אָנ : 
געמאכט אין שענק דעם אמתן חורבן, = יי יי 
און סיאיז געווען נאָך די דאָזיקע אַלע געשעענישן, איז אָנגעקומען - 
אַ באַפעל, אז די װשטעראַנען זאָלן זיך אומקערן אין זייער אַלטן באַטאַ- . 
ליאָן, װאָס איז געלענן אין די טראַנשײען ביי כאַראַמא. שמערקע האָט ‏ 
באַקומען אַ דערלויבעניש צו בלייבן. פְאַר דער צייט האָט ער זיך באמת ? 


פאַרליבט אין זיין יונג ווייבל און ער האָט באַשלאָסן זי מיטצונעמען נאָף -- 


דער מלחמה אויפן פּאַריזער , בעלוויל", אויב פאַר דער צייט וועט ערניץ- 
אַנדערש ניט אויסברעכן קיין רעװאָלוציע מיט אַ בירגער:קריג. אויך דאָ. 
אין שטעטל האָט דער עולם אָנגעהויבן זיך גרייטן צום פּראָנט. די צאָל. 
מענטשן איז כסדר געװאַקסן און דער באַטאַליאָן איז דערהויבן געװאָרן - 
צו דער מדרגה פון א ברינאַדע, װואָס זי נופא איז אָנגעשלאָסן געװאָרן 
אַן. איינער פון די געמישטע דיוויזיעס --- שפּאַניער און , אינטערנאַציא- / 


100 


נאַלע". יעדן טאָג זיינען פאָרגעקומען איבונגען, דער עולם האָט געלערנט 
שיסן פון ביקסן, װאַרפֿן. האַנט-גראַנאַטן און זיך באַנוצן מיט נאַז'מאַסם= 
קעס. עס זיינען געשאַפן געװאָרן ספּעציעלע אָפּטײילונגען פון מאַשין"גע- 
ווער און מען האָט געשולט מענטשן אַלס סאַניטאַרן. די באַריקאַדן-קאַמפן 
האָבן זיך שוין פֿאַנג געענדיקט און דאָס פאָלק איז אַרײנגעטראָטן אין 
אַן אמתער פראָנט-מלחמה. דאַן אין אויך געשאַפן געװאָרן. די טעלעפאָר 
ניסטן-נרופּע. : 

איינמאָל האָט מען געמאלדן אין דער קאַזאַרמע, אַז מען זוכט מענ- 
טשן װאָס קענען עטלעכע שפּראַכן, כרי זיי זאָלן באַדינען די טעלעפאַנען. 
װאָרים פון דער בריגאַדע-צענטראַלע האָט מען זיך געמוזט פאַרשטענדיקן י 
מיט די באַטאַליאָנען, װאָס זיינען באַשטאַנען פון פאַרשידענע נאַציאָנאַד. 
ליטעטן, און גערעדט איטלעכער אויף זיין -לשון,. שמערקע האָט, 8 זיך גלייך 
צוגעשטעלט. | 

--- וועלכּע שפּראַכן. קענסטו? -- האָט מען. אִים געפרענט. ביי דער 

קאָמיסיע. 2 : : 
--- יידיש, פּויליש, דייטש, דוסיש, פּראַנצויזיש. אַ ביפעלע ענגליש : 
פאַרִשטיי איך. אויך. נו, װאָס שייך שפּאַניש איז דאָך אָפּגערערט: יס איז ‏ 
דאָך מיין ווייבס מאַמע-לשון .. 

--- דער אָפַיצִיר איז געווען דערשטוינט : : 

- -- מען קען דיך דאָך נאָמינירן פאַר א דאָלמעטשער אין שטאַב 1 

אין. עטלעכע טעג אָרום איז שמערקען אויסגעקומען צו פארשטענדיקן * 
אַ פּראַנצויז מיט -אַ דייטש. שמערקע האָט זיך אַפּילו ניט פאַנאַנדערגע= - 
קליבן גענוי, װאָס אַזױינס דער פּראַנצױז וויל, אָבער איבערזעצט האָט ער, 
און אַזױ. שנעל, אַז דער דייטש האָט סיין איין װאָרם ניט פאַרשטאַנען. 
מען האָט אַזױי אָפּנעטענהט אַ קנאפּע שעה און דער. סוף איז געווען, אַז 
שמערקע איז געװאָרן אויס. דאָלמעטשער, | 

אָבער אַ אַ טעלעפאָניסט איז ער פאָרט געװאָרן. 

בעת די אַרטילעריע-איבוננען, ווען ער פלענט איבערנעבן די אֶנוויי- 
זונגען פון אָבסערװאַציע-טורעם צו דער באַטעױיע, האָט ער איבערזעצט 
די באַפעלן אויף זיין אייגענעם לשון : 

--- דערלאַנג זיי נאָר אַ בערע אִפּ, די פּאַשיסטן, אויפן בערג? פון 
לינקס ! 

אָדער : 

דערלאַנג זיי נאָר אַ היר אֶפּ, די הירן-זין פוֹן הינטערן װעֿרל ! 


181 


{ 6.' הי /סטאַצוע זיינע האָט :ער א נאָמען געגעבן אויף זי אייגענעם. נא- 
מען ‏ און אַזי:מען האָט אִים געקלונגען וועגן א פאַרבינדונג,, פלעגט ער 
! :צום;אַלֶעם ערשטן מעלדן : | | 
7 --- האל7אָ?!:. דאָ. רעדט ,סטאַציע-שמערקע" !!- | ייב 
-און. אַז: מען האָט אים:-אויסגערעהדט אי ישטאַב,. האָט ער זיי דער- 
קלערט דעם שכ?. פון: דער זאך + | - יי 
-- ס'איז צוליב קאָנספּיראַציע, איר פארשטייט?. די פּאַשיטן 
זאָל זיך ניט כאַפּן .. / בי ביר = 
ביסלעכווייז /האָט זיך דער עולם צוגעוואוונט ?צו ‏ זיינע דרכים. און 
אַפילן דער. יקאָראַנעל /פון דער בריגאַרע בכבודו ייובעצמו פלענט * /צו אים 
/טעלעפאָנירן : יי , אק : 
== האַללאַט. -;פטאַציע שמערקע"?.; גיט מיה יא -פֿאַרבו; נדונג ; צום 
באַטאַליאַנס-שטאַב ו 
| אַזוי וי אין. דער ברינאדע זיינען געװען מענטשן פון. די פאַרשידנ- 
סטע נאַציאָנאַליטעטן, האָט שמערקע ביסלעכווייז באַרײיכערט זיינע קענט- 
/נישן אין יאַלע שפּראכן פוז דער וועלט. ער :איז געואָרן אַ נוטער ברודער 
מיט אַלע אַפֿיצירן און קאָראַנעלן אזן /אוז מיט דער צייט אַריבער אַרבעטן 
אין דער דיוויזיע ביים ברונעטע-פראַנט, ווען די פֿאַשיסטן. האָבן אָנגע- 
צונדן די גאַנצע געגנט מיט צינד-באָמנעס און זייערע: אַװאָנען האָבן נע- 
קרייזט"איבערן שטאַב, איז ער געגאַנגען אין, פייער; כדי צו. פֿאַריכטן די 
איבערגעריסענע טעלעפאָן-ליניעס. ווען ער איז:צוריקנעסומען, האָט ער 
יא זאָג געטאָן צום גענעראַל קלעבער, - וועלכער האָט פאַרשמאַנען אַבים? 
| דויטש + סנ : . , 0 
הבית --'איך. זאַג איהנען, קאַמאַראַד קלעבער, דאַס איסט די ימי יל כ אַ : 
הכ עו פון נוג און ימגונ יש - | ס 0 


182 | 


ד ריט ער טײל 


צוויי ליבּעס 











ג אא, 


קאפּיטל צען 
די שטים פון לעבן 


ובלוי איז דער ים ביי בענעקאַסים, רחבותדיק און אַנטבלױזט וועלבט 
ער זיך אונטער אַ קלאָרן הימל ביז ווייטע, העלע האַריזאַנטן. אַ לאַנגע 
שורה צװיי-גאָרנדיקע ווילעס שטייט עטלעכע מעטער פון ים-ברעג, איינ- 
געטונקט אין בלומען און גרינס. די שלאַנקע פּאַלמעס פון דער זאַמדי- 
קער אַליי װאַרפן א שאָטן מיט זייערע אומבאַװעגלעכע קרוינען, װאָס 
העננען אַראָפּ װי שירעמס פון לאַנגע, צענרינטע בלעטער. הינטער זיי, 
צו מערב זיוט, שניצט זיך אַ גרויסע קייט פון ברענ אין דער פאָרם פון 
א האַלבֿ-קרייז און דעח טאָל זעט דאָ אויס װי א אינדז? צװיישן נאַקעטע 
פעלזן און אומענדלעכע װאַסערן, ר י : 
| == ווייט אַרום ציען זיך אַראַנזשן-פּלאַנטאַציעס איִבערן פרוכטבאַרן 
לעוואַנטע-טאָל, װאָס ברייטערט זיך אויס צו צפון אוֹן דרום, ביז באַר- 
צעלאָנאַ און מורציא --- באַזױימט מיט די הויכענישן פון סומנען אַראַגאָן 
און פעלזיקער קאַסטיליע. ווען מען פארט מיטן מאַדרידער שאָסיי צום 
ים, אַנטפּלעקט זיך די פּלין פּלוצלונג אין דער וייט, וי אַרױסגערופן 
דויך אַ כישוף-שפּרוך, און זעט אויס װי אַ ריזיקע, גרינע אָזיערע, גע- 
שטרייפט פון װאַסער-סטענגעס, און געפּינטלט מיט קרישטאָלענע סטאַװן. . 
אוֹן דאָס אויג קען ניט דערכאַפּן די גרעניץ צווישן הימל און ים, 

ווינטער שיינט דאָ אַ װאַרימע זוֹן. די טונקעלע מאַראַנצן-בײמער 
ווערן באַשאָטן מיט א העלן אַראַנזשן-נאָלד. זומער בלאָזן קילע יםװוינטן 
און לייכטע כװאַליעס שפּילן לעננויס דעם ברעג, און. װאַרפן בלישטשענ- 
דיקע מושלעס-שאָלן אין נעלן זאַמד אַרין. | 

סתם וואוין-הייזער זיינען דאָ קיינמאָל ניט געווען. די הינע בעפֿי- 
מלאכות, קרעמער און פּוערים וואוינען אין זייערע כאַטעס, װאָס שטייען 
צעוואָרפן אַרום דער באַןדסטאַציע, עטלעכע הונדערט מעטער ווייטער. דא, 


158 


אין דער איינציקער שורה ווילעס, האָבן נאָר פאַרװויילט די , סעניאָרעם" 
--- פריצים און רייכע לייט פון שפּאַניע און נאָר דער וועלט. מיט יוננע 
ווייבלעך איז מען אַהערצו געפּאָרן פאַרברענגען. דעם האָניק-חודש. אַנ- 
דערע זיינען געקומען מיט געליבטע. אַלטע דאַמען האָבן דאָ פּרובירט 
אויפבלאָזן זייערע לעצטע יוגנט-פונקען. אויף עסטראַדעס, אונטערן פריי- 
ען הימל, און אויף דער בננע פון קאַזינא האָבן אַנדאַלוזיער בײילאָרינעס 
אויסגעפירט ליידנשאַפט-טענץ, אױסגעקלאַפּט מונטערנדיקע מעלאָדיעס 
מיט קנאַקנדיקע קאַסטאַנעטן אויף צעװאָרפענע אַרימס און זיך קאָפּ- 
שווינדלעריש געדרייט ביים קלאַנג פון א שטודמישער אָקסן-קאַמף-מוזיק, 
דער עכטער שאַמפּאַניער אוֹיף די טישלעך פון די צעבליטע גערטנער האָט 
נאָך בלויער געמאַכט דעם חימ? און צונעגעבן רייץ די אַרויסרופנדיקע 
פרויען. אָפיציעל האָט מען נאָר קאָרטן געשפּילט, געחיים -- רולעט און 
דרייסיק-פערציק. | | 

אין שפּיטאָל , סאַסאַ ראָכאַ?, װאָס האָט פאַרנומען דעם פּלאַץ פון 
אַמאָליקער קאַזינאָ, האָט רות געאַרבעט אַלס קראַנקן-שװעסטער. שוין 
פיר חדשים איז זי געיוען אין שפּאַניע. דאָס זיינען געווען מאָנאַטן פון 
אָן אַ שיעור גרויל און פּיין. פאַר אירע אוינן האָט זיך געצויגן א לאַננע 
קייט פון פאַרוואונדעטע, מענטשן מיט אָפּגעריסענע גלידער, מיט טיפע לע- 
כער פון דום-דום קוילן אין די לייבער, מיט צעפרעסענע לוננען און אוים- 
געלאָשענע אויגן. | . 

אָפּטמאָל האָט זי געװאַכט לעבן פאַרוואונדעטע נאָך אָפּעראַציעס. די 
כלאָראָפּאָרמירטע האָבן לאַנגזאַם אױיפנעװאַכט, נעעפנט די אויגן און 
זייערע הענט האָבן אינסטינקטיוו געזוכט, און אָננעטאַפּט אַ פּוסטן חל 
אויפן אָרט, וואו ס'איז פריער געווען אַ האַנט אָדער אַ פוס. 

ווען עס זיינען געקומען אַמבלאַנסן, איז זי געלאָפן צו דער טיר 
און האָט געווארט מיט אַ קלאַפּנדיקן האַרץ : 

| --- האָט מען אפשר דאָס מאָל געבראַכט שמעונען?... אַ פאַרוואונ- 
דעטן?... אַ קאַליקע1.. 
| און אַמבולאַנסן זיינען געקומען יעדן טאָג. פון אַלע פּראָנטן האָבן 

זיי אַהערצו געפירט צעקאַלעטשעטע מענטשן: פון מאַדריד, פון טערועפ 
און אַזש פון צפון אַראַנאָן. דאָרט, אויף 'די ראַנדן פון די פּראָנט-ליניעס, 
זיינען די שפּיטעלער שנעל פול נעװאָרן און מען האָט נעמוזט װאָס שנעלער 
פריי מאַכן די בעטלעך, און זיי האַלטן גרייט. און טראָצדעם זיינען זי 
קיינטאָל ניט געשטאַנען ליידיק, 


186 


אָפּטמאָל איז געקומען אַ באַפעל, מען זאָל עװאַקואירן די לייכט 
פאו'וואונדעטע, דאן האָט זי געוואוסט, אז ערגיץ-וואו גריים זיך אן 
אַטאַקע : 

--- וועט מען אים דאָס מאָל ברענגען ? 

געבליבן זיינען דעמאָלט נאָר די שװערפאַרוואונדעטע: מענטשן, 
װאָס זיינען חדשים-לאַנג געלעגן װי געשמיהטע, מיט שװערע געװיכטן. 
אָנגעהאַנגען אוֹיף זייערע פאַרגיפּסעװועטע פיס, כדי די ביינער זאָלן זיך 
ניט אויסקרימען. אַנדערע זיינען גאַנצע נעכט געבליבן װאַך, ניט קענענ- 
דיק צומאַכן קיין אויג צוליב די וױיטיקן. 

אין יענע ווינטערריקע געכט האָט זי באַװאַכט די קראַנקע. אין פרייע 

מינוטן פלעגט זי אַרױסלויפן אויפן באַלקאָן. דער יִם איז געלעגן שװאַרץ. 

אונטער אַ פאַרכטאַרעטן הימל, דאָס ברומען פון די כװאַליעס האָט פאַר- 
טויבט די קרעכצן, װאָס האָבן זיך געריסן פון די צימערן אויף אַלע גאָרנס. 
זי האָט זיך אויף אַ וויילע באַפרייט פון די שווערע, איבלדיקע קאַרבאָל- 
ריחוּת און טיף איינגעאָטעמט די פרישע לופט פון קילן דרויסן, אין אַזעל- 
כע אויגנבליקן פלעגט זי פּלוצלונג אַרומכאַפּן אַ שטאַרקע בענקשאַפט נאָך 
שמעונען: זיך טוליען אין זיינע אָרימס און פאַרגעסן דעם שווערן קאָש- 
מאַר פון טעג, װאָכן און חדשים, | | 

אין פריען בענעקאַסינער פרילינג האָט זיך איר בענקשאַפט צעבליט 
וי די גערטנער אַרום די ווילעס. נאַכט נאָך נאַכט האָט זי געזען די גע" 
בורטן פון באַגינענס אויף צעפלאַקערטע האָריזאַנטן --- דער מאָרגן-רויט 
האָט געצונדן די מזרח-ראַנדן און דאַן איז אַ צענליטע זון אויפגעשטיגן 
פון די כװאַליעס, גוי נאָך אַ -פאַרטאָגיקער טבֿילה. פאַרשיכורנדיקען ריחות 
פון מאַראַנצן-בליט האָבן זיך צוזאַמענגעגאָסן מיט דער שאַרפּער, געזאַל- . 
; צענער ים-לופט פון פרימאָרגן. : 

אַ מידע נאָך אַ ואַך-נאַכט אין שפּיטאָל האָט זי דאָך ניט געקענט 
גיין שלאָפן אין איר קליין דושנע צימער?. אַן אומרו האָט געברויזט אין 
| איר קערפּער און זי געשטויסן אין גאָס אַרײן, צום זאַמדיקן ברעג ים 

צו דער פאַרשלאָפענער אַלי, צווישן די ווילעס, װאָס האָבן נאָך געדרימלט. 

זייער פּרימאָרנן-שלאָף. זינט חדשים איז זי געווען ארומנערינגלט מיט 
מענער, װאָס זי האָט געזען אין זייער שלאַפּקײט און אומבאַהאָלפנקײט. 
זי האָט זיי געטרייסט אין זייערע קראַמפנדיקע ווייטיקן און צוגעחאַלטן, 
בעת זיי האָבן דערפילט זייערע באַדערפענישן. אָבער דער כסדר-איבער" 
געחזר'טער פילם פון פאַרקריפּלטע נלידער איוז ניט געווען בכוח צו דער" 


187 


שטיקן אין איר דעם צאַפּל פון יונגן לייב. פאַרבאָרגן און אומנאוואוטט - 


האָט ער אפילו פֿאַרשמאַרקט איר באַגער נאָך אַ געזונטער ערדישער ליבע. 

זי האָט געפילט אין איה קערפּער דעם שטורעם פון דער אויפװאַבן- 
דיקער נאַטור פון אַרום און אין שפּיטאָל האָט זי געמערקט, וי עס וועקן 
זיך די איגסטינקטן ביי די מענטשן, גלייך וי זיי קומען נאָר אַביסל צו 
זייערע קרעפטן. זי האָט אויפגעכאַפּט דאָס פייער? פון פאַרלאַנגען אין 
די אויגן פון די רעקאָנװאַלעסצענטן, ווען זי האָט זיך דערנענטערט צו 
זייעד געלעגער. אויף איר פּנים האָט זי געפילט זייער חייסן אִטעם, בעת 
זי האָט פאַריכט זייערע קישנם צוקאָפּנס. זי האָט געפילט זייערע בליקן, 
וואָס האָבן זיך געגליטשט איבער איר. האַלדז און געזוכט די נאַקעטקײט 
פון אירע ברוסטן, בשעת זי האָט זיך איינגעבויגן מיטן טערמאָמעטער זֵיי 
צו מעסטן די היץ. אוֹן העלפנדיק זיי, מיט פרייד, אַראָפּצונײן צום 
ערשטן מאָל פון געלענער און שטעלן די ערשטע טריט, האָט זי געפילט 
דעם ציטער פון זייערע פינגער, ווען זיי האָבן אָנגערירט איר אָרים, װאָס 
האָט זיי אונטערנעלענט. ‏ | 

די שפּאַנישע מיידלעך, װאָס האָבן גערוימט די צימערן, האָבן פאַר- 
פירט פלירטן מיט די רעקאָנװאַלעסצענטן, װאָס האָבן געהאַלטן ביים נע- 
זונט ווערן, זיי האָבן געפלאַטערט צווישן די בעטן און זיך אַרױיסנע- 
נליטשט מיט אַ. שעלמישן שמייבל פון די מענער-הענט, װאָס האָבן זי 
געװאָלט אויף אַ וויילע פאַרהאַלטן לעבן זיך. זיך בויגנדיק איבער די. 
פּאָדלאָגעס, ביים װישן מיט אַ נאַסער טוך דעם שטויב, האָבן זייוגעשפּיר' 
די בליקן פון אַלע בעטלעך, װאָס האָבן נאָכגעפאָלגט די באוועגונגען פון 
זייערע פאַריסענע חופטן, אַיעדע. האָט פּריער אָדער שפּעטער באַקומען אַן 
אויסדערװוייקטן, צוֹ וועלכן זי פלענט זיך אין אַ פרייער מינוט צוזעצן. 
דאַן פלעגן זיי פאַרשפּרײיטן א גרויסע, צעוויקלטע צייטונג און האָבן 
כלומרשט געלויענט וויכטיקע אַרטיקלען צוזאַמען מיטן ליגנדיקן. אָבער 
אַלע האָבן געוואוסט, אַז די דאָזיקע מיידלעך קענען כלל ניט לייענען. דאָס 
האָבן זיי, אַזױ אַרום, זיך אָפּנעטײלט מיט אַ פּאַפּירענער מחיצה פון דער 
אַרומיקער וועלט, זיך געשיצט פון נייגעריקע בליקן און געלאָזט נלעטן די 
קניען און לייכט באַרירן די ברוסטן, י 

ווייטער איז עס ניט דערגאַנגען, אויך ווען די פאַרוואונדעטע האָבן 
געקענט אַראָפּנײן פון די געלענערס און טרעפן די מיידלעך אויף פיר 
אוינן, ערניץ אין אַ זאֶענטן גאָרטן. זי האָב} דאַן געפרענט, די :מיידלעך, 
אין באַקאַנטן נוסח : 


138 


6 - 


--- ווילסט חתונה האָבֿן מיט מיר ? 
און ווען דער בחור האָט, בלית ברירה, מסכים געוען, האָבן זיי. 
אָפּטמאָל נעלאָזט זיך קושן אויף די ליפּן. די געזונט-געװאָרענע מענער 
זיינען דאַן אַװעק אויפן פראָנט און די טעכטער האָבן זיך (פאַרשטעלט 
מיט צייטונגען לעבן אַנדערע אויסדערויילטע, 
נאָך א װאַך-נאַכט איז רות אַראָפּגעלאָפן פון ,קאַזינאָ" אין דער 
אַלֵיי, װאָס צווישן די הייזער און ים. װוי יעדן אינדערפרי האָט זי דאָרט 
געטראָפן שמערקן, וועלכער האָט זינט עטלעכע. חדשים געוואוינט אין אַ 
ווילע און זיך נגעהיילט אין שפּיטאָל. : 
| פון אַנדאַלוזיע איז שמערקע אַריבערגעפאָרן מיט דער ברינאַדע צום 
מאַדרידער פּראָנט. לויט זיין אמט איז ער געווען א טעלעאָפניסט, אָבער 
אַזױ וי די אַרמײ איז נאָך דאַן ניט געווען אַרנאַניזירט און ער האָט זיך 
אויסגעטוינט צו אַלץ, האָט ער אין רואיקע יטעג צונעהאָלפן דער אינטענ- 
דענץ, איז אַריינגעקומען אין שטאַב און געווען אויסגעבונדן אין די הינ- 
טער-קוליסן פון דער ברינאַדע, | 2 | 
| ביי לאַס ראָסאַס האָט איינער פון די באַטאַליאָנען פאַרנומען אַ פאָ- 
דערשטע פּאָזיציע און דער וװעג צו אים האָט זיך געפונען אונטערן פייער 
פון שונא. אין דער איילעניש פון אֶנגרים האָט דער באַטאַליאָן ניט גע- 
ליינט קיין טעלעפאָן-ליניע און איז עטלעכע טעג געבליבן אָפּגעשניטן פון 
דער וועלט. שמערקע האָט זיך שטארק איבערגענומען, װאָס מען האָט 
ניט קיין ידיעות פוֹן די מענטשן, און זיך פרייוויליק ק געמאָלדן צו ציען אַ 
דראָט איבערן נעפערלעכן וועג: | 
--- די פאשיסטישע קוילן האָבן אויף מיר קיין שליטח ניט! -- 
האָט ער פאַרזיכערט דעם אֶפיציר און זיך נעלאָזט אין וועג אַריין באַלאָדן 
מיט הראָטן און געצייג. זיין מיסיע האָט ער דודכגעפירט בשלימות, אָבער 
אויפן ריקוועג איז ער פאַרוואונדעט געװאָרן אין האַנט. ער איז שיעור ניט 
אָפֿנעגאַנגען מיט בלוט און קוים אַ לעבעדיקער, מיט די לעצטע כוחות, 
זיך דערשלעפּט צו דער בדינאַדע. 
תחילת האָט מען נעמיינט, אַז די וואונד גופא איז אַ לייכטע, װאָרים 
דער ביין איז פאַרבליבן אומכאַרירט. ס'איז אָבער אַריבער אַ שטיקל צייט 
און די האַנט אִיז ניט בעסער געװואָרן. מען האָט אים געשיקט צו אַ ספּע- 
ציאַליסט און יענער האָט פעסטגעשטעלט אז אין דער האַנט איז איבער- 
געריסן אַ נערוו --- אַ זאַך װאָס פאָדערט אַ שווערע און דעליקאַטע אֶפּער 
ראַציע; אָדער אַ זייער לאַנגע און זאָרגפעלוקע קוראַציע. | | 


189 


מען האָט אים דעריבער אַװעקגעשיקט קיין בענעקאַסים. די דאָרטיקע 
דאָקטוירים האָבן די אָפּעראַציע ניט געקענט דורכפירן. ער אין דערוייפ 
אַריבער וואוינען אין אַ ווילע פון , אומפּעאיקע צום פראָנט" און איז יערן 
טאָג געגאַנגען אין שפּיטאָל אויף מאַסאַזש. אין די נאַסע ווינטער-טענ 
האָט ער געליטן שטאַרקע יסורים. אין דער פאַרוואונדעטער האַנט האָט 
דאָס בלוט ניט צירקולירט און די פיננער זיינען געווען שטאַר, וי פֿאַר- 
פרוירן. אֶנהוֹיב פרילינג האָט די האַנט זיך פאַרבעסערט און ער האָט אָנ- 
געהויבן לייכט באַװעגן די פינגער,. : | 

אָן אַ פּערספּעקטיוו -זיך שנעל אומצוקערן צום פראָנט, איז ער גע- 
װאָרן אַ תושב אין דעם אינװאַלידן-שטעטל. ער איז געווען אױיסגעקאַכט 
אין אַלע רכילותן און פּליאָטקעס, האָט געוואוסט פון אַלע שווערע הער- 
צער, געקענט אויף אויסוייניק אַלע ליבע-געשיכטעס פון די דאָקטוירים 
און קראַנקן-שוועסטער און איז אַליין' אויך געװאָרן א שטיקל , דאָן-זשו- 
אַן". יעדן אינדערפרי האָט ער אָפּנענעבן רותן אַ גענויעם באַריכט פון די 
לעצטע נייעס, י- 

זיין ערשטן געשפּרעך האָט ער מיט איר געהאַט, בעת ער איז נְאָך 
געלעגן אין שפּיטאָל, גלייך נאָך זיין אָנקומען אין בענעקאַסים. ווען זי 
אין צוגעגאַנגען צו זיין בעט, אים אָפּצומעסטן די טעמפּעראַטור, װוי עס 
האָט זיך געפירט מיט יעדן נייעם פּאַציענט, האָט ער זי אַ וויילע שאַרף 
באַטראַכט און אַ זאָג געטאָן: - 

-- דאַכט זיך אַ יידישע טאָכטער, ניין ? 

--- יאַ! --- האָט זי א שמייכ? נעטאָן און אונטערגעליינט דעם טער- 
מאָמעטער אונטער זַיין אֶרים, | 

-- שלום עליכם! -- האָט ער פֿאַרהאַלטן איר האַנט -- פון װאַ- 
נען קומט אַ יידענע ? 

--- פוֹן אר'ץן ישראל,.. פּאַלעסטינע, 

--- פּאַלעסטינע מוז ליגן ניט ווייט פון דאַנען, װאָרים אין אונדזער 
בתינאַדע איז אויך געווען איינער פון דער דאָזיקער מדינה. שמעון האָט 
מען אים נערופן ... 

רות'ס האַרץ איז אַ וויילע שטיל געבליבן. דאַן האָט עס אָנגעהויבן 
קלאַפּן האַסטיקער. זי האָט אַרוױיסגעשטאַמלט : 

--- ווא איז ער אַצינד... שמעון ? | 

 ---‏ וואו?,.. מסתמא דאָרט וואו אַלֶע סאָלדאַטן נייען: אויף יענער 
וועלט!!,,, | 


140 


ודערזעענדיק, אז רות איז בלאָס געװאָרן, האָט ער זיך געכאַפּט, אַז 
צווישן שמעונען און דעם דאָזיקן מיידל איז עפּעס נאָר ניט גלאַטיק, און 
ער האָט זי אָנגעהויבן טרייסטן ; | 

--- ס'הייסט אויף זיכּער ווייס איך נישט... עס רעדט זיך נאָר אַזױי, 
ואָרים על פּי שכ? ווערט יעדער סאָלדאַט סוף בל סוף געהרגעט, וי מיין 
טאַטע פלענט זאָנן; סוף גנב לתליה.. 

. אַזױ וי זיינע טרייסט-ווערטער האָבן ניט געהאט די געהעריקע פּעולה 
אוֹן רות האָט אים נאָך אַלץ אָנגעקוקט מיט אַ צעטומלטן בליק, האָט ער 
אָננעהויבן דערציילן אַ מעשה מיט א מוסר השכל: 

--- און אפשר װעט ער. נאָך לעבן און לעבן און אונדז אַלעמען אי- 
בערלעבן! וװאָס דאַרפט איר האָבן אַ סך? נעמט זיך אַראָפּ א משל פון 
יי זיידן... מיין זיידע, רב אברהם איציק דער שניידער, אין כל ימין גע- 

ען אַ ייד אַ חלוש, האָט תמיד געפּאָכעט מיט דער נשמה, דאכט זיך אֶט- 
אָט צוט ער אויס די פיס,-און מיין באָבע, דאַקעגן, איז געווען אַ מאַנסביל- 
א יידענע, געזונט וי א בער!... איז װאָס מיינט איר איז געווען דער סוף? 
--- ס'איז שוין געווען דער אמתער סוף: די באָבע איז געשטאָרבן און 
דער זיידע האָט חתונה געהאַט מיט אַ צווייטער ווייב און די צווייטע ווייב 
איז אויך געשטאָרבן, און דער זיידע װאָלט זיכער חתונה געהאַט מים אַ. 
|דריטער, ווען ער װאָלט זיך ניט איבערגענעסן מיט צימעס און װאָלט אינ- 
מיטן דערינען ניט נעמאַכט קיין שטאַרב... פרייטיק נאָכן באָד האָט ער 
זיך צונגעכאַפּט צום טאָפּ צימעט און צו ליכט בענטשן איז שוין זיין נשמה 
געווען אין נן-עדן. איי-אַיי, װאָס ס'האָט זיך דעמאלט געטאָן! מען האָט 
אים געמוזט מקבר זיין שבת-צונאַכט און מען איז גענאַנגען מיט לאַמ- 
טערנעס אויפן בית-החיים ... 

שמערקע האָט אַ וויילע אָפּנעאָטעמט און דערציילט דעם פּינאַל: 

--- צו אַלט גליקן איז עס נאָך נעשען ווינטער, ס'האָם געוייעס אַ 
זאַווערוכע, סכנת נפשות, און טאָדרעס דער שמש איז אַריינגעפאַלן אין 
ראָװאַק, איז איינגעזונקען ביזן האַלדז אין שניי און ווען לייבקע דער 
שמיד שלעפּט אים ניט אַרױס פאַר זיינע לאַנגע אויערן, װאָלטן מיר גע- 
האָט די אמתע חתונח: שני כפּרות ביום אחד!! נו, איז איצט פאַרשטייט 
איר שוין די מעשה ? 

רות האָט פאַרשטאַנען און הנם די פּערעספּעקטיוון פון די ערשטע 
צוויי ווייבער זיינען כ? וכ5ל ניט געווען קיין פוינלדיקע, האָט זי פוו- 
דעסטעוונן אַ שמייכל געטאָן. פון דעמאָלט אָן זיינען זיי געװאָרן גרויסע 


141 


גוטע פריינט און ווען עס האָט זיך שפּעטער געמאַכט די מעשה מיט דעה 
אַנדאַלוזיערין פּעפּיטאַ, האָט שמערקע אָנפאַרטרױט רותן זיין גאַנצע. ליבע- 
געשיכטע פון אֶנְהוֹיב ביזן סוֹף. | הו 

ער האָט באַמערקט פּעפּיטאַן גנלייך וי ער האָט פאַרלאָזן דעם שפּו- 
טאָל און אָנגעהויבן קריכן איבערן שטעטל. אין איינער פון די ווילעס האָט 
זיך געפונען אַ חיים פאַר קינדער-יתומים פון אַסטוריאַ, ווֹאָס האָבן פאַך- 
לאָרן זייערע עלטערן, בעתן אַנטלױפן פון די באָמבאַרדירטע שטעט און 
דערפער. פּעפּיטאַ האָט דאָרט געאַרבעט אַלם אויפזעערין. שמערקע האָט 
זי צום ערשטן מאָל דערזען אין גאָרטן, צווישן אַ חברח קליינװואַרנ, אַרומ- 
געויננלט מיט ביימער און בלומען. | 

זי איז געווען א פרוי פון א קנאַפּע פערציק יאָר, אַ דיקלעכע, מיט 
שװואַרצע ברענענדיקע אוינן און פולע ליפן. אונטער דער מוטערלעכער 
רואיקייט פון אירע געזיכט-שטריכן האָבן נעטליעט שפּורן פון סענסועלן 
רייץ, װאָס איז אַזוױֹױ אויסדרוקספול ביי די פרויען פון הרום. אַפילוֹ די 
לייכטע קנייטשן אויף איר פּנים האָבן אים גערעדט צום האַרצן. זי האָט 
אים דערמאַנט דאָס לידל, װאָס טענצערינס האָבן אויסנעזונגען אין וװאַ- 
לענציער קאַבאַרעטן, באַגלײיט מיטן קלינג-קלאַפּ פוֹן קאַסטאַנעטן: 

-- איך שטאַט פון ציניינערישן יחוס !.. | 

אַ לאַנגע וויילע האָט ער זיך ניט גערירט פון אָרט און ניט געקענט 
אָפּרייסן זיין פאַרנאַפטן בליס פון איר עטװאָס צענאָסענעם, איבערציי- 
טיקן קערפּער, װאָס האָט באַהאַלטן אין אַלע זיינע רונדקייטן אוֹן פאַלדן 
א שפּעטע, נים אויסנעשעפּטע ליידנשאַפט. + 

אַ גאַנצן טאָג האָט עס אים שוֹין געצויגן אין יענעם וינקל און 
אין אָװונט איז עד װידעראַמאָל פאַרבײיגענאַנגען די ווילע. פּעפיטא איז 
געזעסן אליין אויפן בדיקל און האָט אַראָפּנעקוקט צום ים. ער האָט זיך 
נעדרייט אַרום גאָרטן, האָט אונטערנעהוסטלט, זיך אַרומנעקוקט אין אַלע 
זייטן, געשנייצט די נאָז און נים געהאט קיין מוט צו פאַרפירן א שמועס. 
כדי זיך צוצוגעבן קוראַזש, האָט ער אייננעטענה'ט מיט זיך אַלֵיין: 

--- פטייטש, שמערקע וועלכער האָט פאַרטשעפעט אַלֶע יוננע מייך- 
לעך אויף די , ראַמבלעס" פון גאַנץ שפּאַניע, װאָס האָט תּמיד געפונען א 
פּאַסיק גלייכווערטל און איבערנעלאָזט אַ צעבראָכן האַרץ אומעטום, וואו 
די בריגאַדע איז דוֹרכנעפאָרן -- חיתכן, אַז ער זאָל װערן שטום וי א 
פיש און ניט געפינען זיינע הענט און פים, כדי צו שליסן קאַנטשאַפט . 
מיט אַן עלטערער יידענע 2419 . | 


142 


אָבער די אַלע טענות און מענות האָבן געהאָלפן וי אַ טויטן באַנקעס 
און ער אין אַװעק שלאָפן מיט אַ טרויעריק געמיט. | 
ערשט צומאָרגנס, בין השמשות-צייט, האָט ער געפונען לשון. און 
וי נאָר ער האָט געמאַכט אַ התחלה, איז אַלְץ אַװעק וי א מזמור. אַ גאַנצן - 
אַװונט איז ער געזעסן לעבן פּעפּיטאַן, האָט איר דערציילט וועגן די פּראָנטן, 
וועגן פּאַריז און דעם , בעלוויל", וועגן פּוילן, זיינע וװואַנדערונגען און דער . 
וועקט געשיכטע בכלל, פאַר. דער נאַנצער צייט האָט ער בלס ניט א קוק 
געגעבן צי. זיין שכנטע הערט אים אויס, : 
תחילת האָט זי געקוקט פאַרטראַכט אויפן ים, וי זי װאָלט געזעסן 
איינע אַלֵיין. אָבער ווען זיין מענה-לשון, װאָס האָט נעפלאָסן וי אַ רוישנ- 
דיק טייכל, האָט ניט אויפגעהערט, האָט זי אים באַטראַכט פון קאָפּ ביז 
די פים מיט אַ זייטיקן, פאָרשנדיקן בליק. מיט זיין ראַזירטן קאָפּ, אוים- 
געצויגענעם, פוינלשן פּנים און אױיסנעדאַרטן גוף, װאָס איז געווען איינ- 
געװויקלט אין אַ העלן שפּיטאָל-כאַלאַט, האָט ער אויסגעזען װוי אַ קראַנק, 
פּלאַפּלענדיק יינָגל. זי האָט אַ מורמ? געטאָן : 
---- מוין אָרִים קינד! --- אוֹן דער געפיל פון רחמנות, װאָס האָט 
אויפגעװאַכט אין אִיר, האָט נעמאַכט ציטערן אַ סטרונע פון אייגענע ליידן. 
און. איבערלעבוננען. 
אין קליינעם אינװאַלידן רשטעטל האָט זי נעלעבט איינזאַם און צוריק-. 
געצוינן. די אַנדעדע באַדינערס פון יתומים-חיים זיינען געווען יונגע מייך- 
לעך פון דער ארומיקער געגנט. זי האָט נעשטאַמט פון דרום, וואו עס 
זיינען פארבליבן אַטמערסטן שפּורן פון דער אַראַבישער קולטור און בער- 
בערישן בלוט. מען האָט דאָ נאָר געוואוסט, אז איר מאַן איז געפאַלן אין 
די ערשטע טענ פוֹן בירנער-קריג, און אַז זי האָט פאַרלאָרן אירע קינדער, 
בעתן ריקצוג, - : הי | 
- --- איר זיינט גיט קיין חיגע? --- איז אויך שמערקע אַריבּער צו פּער- 
| זענלעכע ענינים.. : | | 
- ניין. . 
-- פוֹן ואנען ? 
|--- פון זייעוי ווייט! פון מאַלאַנא .. 
=--י נו, ס'איז נים אַזאַ מהלך דוועֶגי --- האָט ער פאַרגקיכן מיט זיינע 
אייגענע נסיעות, | 
זי האָט נגעשווינן; אויך פון מאַלאַנא ביז בענעקאַסים קען איינעם 
פּאַסירן אַ סך און צופיל!,.. ער האָט איר ניט געלאָזט לאַנג אריינטראַכטן : 


149 


-- און אַ גאַנץ לעבן האָט איר אָפּגעלעבט אין איין שטאָט? 

--- ניין, איך שטאַם פון א דאָרף, אין די בערג. 

זי האָט זיך תחילת געוואונדערט, הלמאי ער פרעגט זי אויס, און 
נאָכמער, פאַרװאָס זי ענטפערט אים. איצט האָט זי דערזען דעם דאָרף 
פֿאַר די אויגן: אַ טוץ הייזקעס אויף אַ שיפּוע; א בערניקע געגנט אַרום; 
אין דער ווייט --- שניי אויף הויכע שפּיצן. די פּויערים האָבן געהאט שמאָ- 
לע פּאַטקעס ערד צווישן פעלזיקן באָדן. האַדבסט-צייט האָט מֿען אַרומנע- 
שניטן די צווייגלעך פון די װײינשטאָקן און אַדאָפּנעקלאַפּט די איילבירטן 
מיט לאַנגע טיטשלעס. זי אין גענאַננען מיט חברטעס פּאַשען די ציטן. אין 
די בערג. 

--- ס'איז זייער שיין אין די בערג! -- זאָנט ער מיט איבערצייגונג, 
ווען דאָס שטילשווייגן דויערט צו לאַנג. ער האָט דאָרט קיינמאָל ניט גע- 
וואוינט,. אָבער ער האָט אַמאָל געזען אויף א בילד, וי דאָרפישע פרויען 
שטייגן. פון א טאָל, מיט לאַנלען װאַסער אויפן קאָבּ. 

-- יאָ -- פליסטערט זי שטי?. זי דערמאָנט זיך די אַנדאַלוזער גע- 
זאַנגען און טענץ אִין די זונטיקדיקע אֶוונטן. טײילּמאָל זיינען זיי געגאַנ- 
גען אין אַ נאָענטן, גרעסערן דאָרף. וי אַלט איז זי דעמאָלט געווען?. 
מען האָט דאַן דערציילט, אז ערניץ-ווייט קומט פאָר אַ שרעקלעכע מלחמה. 
אָבער נאָר אין פאַדנאַכטן האָבן עלטערע מענטשן גערעדט דערפון ביי די 
טירן פון שענק אדער אויפן פלאַץ פֿאַר דער קירכע. 

--- און וי קומט איר קיין מאַלאַנא? 

--- כואַן האָט דאָרט געוואוינט. 

--- ווער ? | : | 

! --' מיין מאַן. ער איז נעווען א מעכאַניקער און נעאַרבעט אין אַ נאַ- 
ראַזש. ווען מיר האָבן חתונח געהאט, האָט ער מיך אריבערגענומען. 

זי וואונדערט זיך מער ניט, הלמאי זי רעדט אַזויפיל. עס קומט איר 
פאָר, אז זי דערציילט אים אַפילו יענע פּרטים, װאָס לויפן איר נאָר אַדורך 
דעם געדאַנק, און זי פילט אַ דערלייכטערונג. זי האָט זיך דאָ קיינמאָל ניט 
אַראָפּגערעדט פוֹן האַרצן, ווייל װאָס איז שוין פאַראַן צו דערציילן? אַיעדער 
האָט דאָ איבערנעלעבעט אַ דראַמע... כואַז איז דערשינען איינמאָל אַ זוֹני 
טיק מיט עטלעכע יונגעלייט פון שטאָט. זיי זיינען געקומען אויף אן אֵל- 
טער ,טאַראַרײיקע", װאָס האָט נעפייפט און געסאָפּעט אויף צען קילאָ- 
מעטער. אָבער אין זייער געננט איז עס דאַן געווען א נייעס. אויף בייזן 
יואונדער איז מען זיך צוזאַמענגעלאָפן, אָנקוקן דעם װאָגן, װאָס פארט אָן 





144 


פערד, מען האָט געטאַנצט ביז שפּעט. כואַן איז ניט אָפּנעטראָטן פון איר, 
ער איזן איר גלייך נעפעלן געװאָרן און זי האָט געטאַנצט נאָר מיט אים, 
הנם זי האָט נעמערקט די בייזע בליקן פון די דאָרפישע. חברה. שפּעט באַ- 
נאַכט איז אױסגעבראָכן אַ געשלענ. צוויי יוננען האָבן געכאַפּט מעסער- 
שטעך און ווען די שטאָטישע װאָלטן ניט אָפּנעצױגן מיט זייער משונה- 
דיקן װאָנן, װאָלטן זיי קיין לעבעדיקע ניט אַרױיס. : 

די אָרטיקע האָבן געזאָגט, אַז אויב כואַן װעט זיך נאָכאַמאָל ווייזן, 
וועט מען אים אויפשניידן די נומי-דעדער פון זיין , דראָזשקע? און אים 
אַרױסלאָזן די קישקעס פון בויך. אָבער כואַן איז געװען העלדיש און 
מוטיק, ער איז געקומען און אין אַ חודש ארום האָט מען געפּראַװעט די 
חתונה. די חברה האָבן געשיכורט אַ נאַנצע נאַכט און פאַרטאָג האָט זיי 
דער גאַנצער דאָרף באַנלײיט אַ שטיק ופֿג. | 

---.ער איז געווען אין דֶער פּאָליטיק ? 

|-- יאָ, אָבער דאַן האָב איך גאָרניט פאַרשטאַנען פון די דאָזיקע 
עגינים ... | | יי 
שוין אין די ערשטע װאָכן נאָך דער חתונה פלעגט ער אָפט פאַר- 
שווינדן אויף נאַנצע אֶװונטן. נאָך דער אַרבעט פלענט ער קומאן איבער- 
בייסן און איז ווידער אַראָפּ אין גאָס. אין אֶנהוֹיב האָט זי אַפיטו חושד 
געווען, אַז ער האָט אַ געליבטע. שפּעטער האָט ער איר אָנגעהויבן דער- 
| צֵיילְן וועגן פּאָליטיק און פאַרזאַמלונגען, און אַריינגעמישט אומפאַר- 
שטענדלעכע װוערטער: סאַציאַליזם, אַנראַר-רעפאָרם, סינדיקאַליזם... עס 
וועט קומען אַן אַנדעה וועלט, אַ פדייערע און אַ בעסערע!... ער האָט גע- 
רעדט זאַכן, װאָס אין דאָרף האָט מען אַזױנס ניט געהערט: קעגן קיסר 
און אַפילן קענן נאָט. ער איז אָבער געווען איר מאַן און איר האַר. אויך 
חברים זיינען אַריינגעקומען. זיי האָבן דיסקוטירט און זיך נעהיצט. זי 
האָט װײיניק פאַרשטאַנען, אָבער געוואוסט האָט זי, אַז דאָס זיינען ערנסטע 
און נגעפערלעכע' ענינים, | י: | 

די צייטן זיינען אַלץ אומרואיקער געװאָרן: עס זיינען אָפּט אויסגע- 
בראָכן שטרייקן. מען האָט דערציילט, אַז אין די צפון פּראַװוינצן קומען 
!פאָר אַטענטאַטן און בלוט ווערט פאַרגאָסן. אויך ביי זיי זיינען פאָרגעקו- 
מען צוזאַמענשטויסן און אַ שטורעם איז נעהאנגען אין דער לופטן. ער 
האָט אָנגעהויב! קומען נאָך האַלבער נאַכט אַהיים. שעהן-לאַנג אין זי גע- 
לענן מיט אָפענע אוינן און געקוקט אין פינסטערן חלל. אַ ציטער פאַר 
אומנאַקאַנטע געשעענישן און טונקעלע פאָרנעמילן האָבן זיך פאַרמישט 


10 י 145 


מיט דער צאַפּלדיקער דערװאַרטונג פון באַגערטן מאַן. דער אומרו האָט 
זי. פאַרפאָלגט אויך אין שלְאָף. אָפט איז זי אויפנעװאַכט אין זיינע ארימס, 
פילנדיק זיינע הייסע ליפּן אויף אירע גלידער, און אַ געוויין האָט זיך איר 
געריסן פון האַלדז: פאַר שרעק, פון אויפרעגונג און פרייד. דאָס גליק האָט 
געדויערט אַזױ קורץ און דאַן זיינען זיי יאָרן-לאַנג געווען צעשיידט. 
--- דו קומפט פון פּאַריז? -- פרעגט זי פּלוצלונג שמערקען. 
--- יאָ. 
--- ער איז דאָרט אויך געווען. 
--- ווען ? 
-- אין די צייטן פון פּרימאָ דע ריװועראַ. אַ סך זיינען אַרעסטירט 
געװאָרן און אַנדערע האָבן זיך צוריקגעצויגן פוֹן דער פּאָליטיק. אַ צייט 
איז ער אויך , געזעסן", אָבער אַרױסנײענדיק האָט ער ווייטער געטראָפן די 
הכרים. דער רעזשים איז אַלץ שטרעננער געװאָרן און די תפיסות -- 
פולער. איינמאָל איז ער נעקומען אין אָוונט און געזאַנט: | 
--- איך מוז היינט אַװעקפאָרן ! . 
זי האָט פאַרשטאַנען און פונדעסטוועגן האָט זי געפרעגט : 
---, אויף פֿאַנג פ | 
ער אין געבליבן נאָך אַ קנאַפּע שעה. זי האָט זיך נעקלאַמערט אין 
זיינע אָרימס און געוויינט. אין ערשטן בריוו, קיין פּאַריז, האָט זי אים 
אָנגעזאָגט, אַז זי װועט ווערן א מוטער. די נאַנצע יאָרן האָט ער עס נע- 
װאָלט פאַרמיידן, אָבער זי איז געווען צופרידן, חגם עס האָבן איר דער- 
װאַרט שווערע צייטן: זי האָט געדוננען אַ קליין צימערפ ביים ראַנד פון 
דער שטאָט און זִיך גענומען ואַשן וועש. נאָך פּעדריטאָס געבורט אין 
דאָס לעבן נאָך פּיינלעכער געװאָרן: זי האָט זיך צעבליט אין איר יונג- 
פוטערשאַפט און גֶעצוֹינן די אויפמערקזאמקייט מיט איר שיינקייט. די 
בעלי-בתים, וואו זי האָט באַקומען אַרבעט, האָבן זיך באַמיט זי צו טרעפן 
אַליין און אָנגעבאָטן געלט; אין נאַָס האָבן געלויערט ארויסרופערישע 
בליקן און חוצפּהדיקע באמערקוננען. נאָך שווערער איז געווען צו קעמפן 
מיט די איינענע פאַרלאַנגען. - יו 
- אַפילן צווישן די פיר ווענט פון איר צימער האָט זי זיך ניט געפילט + 
אַלין. דער קװאַרטאַל האָט זיך געפונען אויפן ראַנד פון אַ טאָל, וואן 
מען האָט אַרױסגעװאָרפן דעם אָפּפאַל פון דער נאַנצער שטאָט. די נידע- 
|| ריקע געביידעס זיינען געשטאַנען אָנגעװאָרפן אין ענגע געסלעך. עס האָבן 
- דאָ. געוואוינט טאָנדלוינער, אַרבעטלאָזע, לומפּן-פּראַלעטאַריער און אָפּנע- 


146 


לעבטע גאָסן-פרויען. דאָס הויז איז געװוען צעטיילט דורך אַ קאָרידאָר, 
װאָס האָט געפירט צו אַ בשותפותדיק הויפל, וואו עס זיינען אַרום גע- 
שטאַנען פאַרװעלקטע װאַזאָנען. אין אַלֶע זייטן האָבן זיך געפּרעסט אֶן אַ 
שיעור צימערלעך. מען האָט דאָ געוואוסט, װאָס עס טוט ויך ביי יעדן אײן 
טעפּל און דורך די דינע ווענטלעך האָט מען נעהערט יעדע קלייניקייט: 
געוויין פון קינדער און קללות פון מאַמעס, קולות פון שיכורע מענער, װאָס 
האָבן אויסנעגעבן די לעצטע גראָשׂנס אין שענק, אוֹן פליסטערן פון ליבע. 
פון פּראַנקרייך זיינען זעלטן אָנגעקוּמען בדיוו און דער קליינער פּעדריטאָ 
איז געווען איר איינציקע טרייסט. זי האָט כסדר אַנטדעסט נייע שטריכן 
פון פאָטער אין זיין פּנים און אויסדרוק. אין שעהן פון בענקשאַפט האָט 
זי אים געטולעט צו זיך און ער איז וי געווען נלייכצייטיק דאָס קינד און 
דע- מאַן, | | 
|=--- ער האָט אַוודאי געוואוינט מיט ריימאַנען צוזאַמען: אין , האָטעל 
װאָס עקזיסטירט ניט" --- האָט שמערקע איבערנעריסן די שטילקייט. 
| = -- איך ווייס ניט אין וועלכן האָטע? ער האָט געוואוינט. כ'האָב אים 
געשריבן אויפן אַדרעס פון באַקאַנטע, 7 

--- אין פּאַריז זיינען געווען אַ סך שפּאַנישע עמיגראַנטן ! 

-- ואָ. אָבער נאַכער האָט מען אַראָפּגעװאָרפן דעם קעניג אוֹן פּראָק- 
לאַמירט די רעפּובליק, כואן איז צוריקנעקומען און נוט פאַרדינט. דאַן 
איז געבוירן געװאָרן די קליינע קאַרמען. מיר האָבן געהאַפט, אַן איצט 
יועט אֲלְץ זיין נוט. אָבער זיי האָבן נעמאַכט דעם אויפשטאַנד. ער אין 
געויען אויף די באַריקאַדן און אונדזערע האָבן צעקלאַפּט די סאָלדאַטן. 
אָבער שפּעטער האָבן די פאַשיסטן פאַרנומען די שטאט. זיי האָבן אים 
דערשאָסן. פו 
זי דערציילט ניט אַלץ. יענע האָבן זיך נוקם געוען אַן רחמנות. 
נאָכדעם וי מען האָט דערשאָסן איר מאַן, האָט מען זי אויסנעליפערט צו 
אַ באַנדע מאָרן, װאָס האָבן זי פאַרנװאַלדיקט. אויף דער פּאָדלאַגע זיינען 
נאָך געווען רויטע פלעקן און די שפּורן פון בלוט האָבן געריוצט זייערע 
אינסטינקטן און זיי פאַרשאַרפט ביז משונעת. פּעדריטאַ איז פאַרפאַלן נע- 
ואָרן בעתּ דער בהלה, אפשר איז ער אַװעק מיטן אָפּטרעטנדיקן מיליטער. 
די קליינע האָט זיך געטולעט צו דער װאַנט און געויינט. א פאַרחלשטע 
איז זי אָפּנעלענן אַ.סך שעהן אויף דער פּאַדלאָנע. ווען זי איז געקומען צו 
זיך, איז שוין. געווען נאַכט. זי האָט גענומען דאָס קינד, זיך. ארויסנע- 
גנבעט פון שטאָט און זיך נעלאָזן קיין צפון. די מחנות פּליטים, ואָס 


147 


-ו 


האָבן באַדעקט דעם לאַנגן וועג, זיינען באָמבאַרדירט נעװאָרן פון דייטשע 
און איטאַליענישע אַװיאָנען. אין דעם װויר-װאַר פון מענטשן און וועגע- 
נער האָט זי אויך קאַרמענען פאַרלאָרן. קומענדיק קיין װאַלענציע, האָט 
זי זיך געמאָלדן צום פּראָנט. אָבער קיין פרויען האָט מען שוין דאַן ניט 
אַנגענומען אין דער אַרמײ. מען האָט. זי אָפּנעשיסט איז קינדער-היים פון 
בענעקאַסֿים, וואו עס זיינען אַביסל שפּעטער אָנגעקומען די יתומים פון 
די צפון-פּראָװינצן און צװישן זיי -- זעקס-יאָריקע פּליטים פון שטעטל 
גערניקאַ, װאָס די דייטשע אַװיאָנען האָבן אָפּנעמעקט פון דער ערד. פע- 
פּיטאַ האָט זיך געװואָרפן אין דער אַרבעט, אין וועלכער זי האָט געזוכט אַ 
טדייסט אויך פאַר זיך, אָבער די פאַרנאַנגענהייט האָט כסדר אויפגעטויכט. 
די קינדער האָבן זי אָפּט געװעקט אין די נעכט: זיי זיינען געזונקען אין 
אַ קאָשמאַר און געשריען פון שלאָף. 

לאַנגע חדשים האָט זי דאָ געלעבט אַליין, פאַרשלאָסן מיט אירע שוי- 
דערלעכע זיכרונות. אויסערלעך איז זי געקומען צו זיך. די טיפע איבער- 
לעבונגען האָבן אַפילן אויסנעקריצט אַ טרוימערישן חן-שנירל? אויף אירע- 
רוֹיע געזיכט-שטריכן. עטלעכע ,,װעטעראַנען" פון שטעטל האָבן פּרובירט 
זיך דערנענטערן צו איר, אָבער זי האָט איטלעכן אויפגענומען קאַלט און 
צוריקגעהאַלטן. שמערקע אין דאָ געװוען דער ערשטער, דערװאַקסענער ‏ 
מאַן, צו וועלכן זי האָט זיך דערנענטערט. תחילת איז עס געווען א נעפיפ 
פון רחמנות, װאָס האָט פאַרדעקט און מכפּר געווען אויף דער פייכטער 
אויפרעגונג, װאָס זיין נאָענטקײט אין ערשטן אָוונט האָט אין איר אוים- 
געוועקט. באַלד איז ער איר פאָרגעקומען וי אַן אַלטער באַקאַנטער, ואס 
זי קאָן שוין פון אַמאָל, פון די יוגנט-אָרן אין דאָרף. ווען-ער איז צו- 
פאָרננס פאַרבייגענאַנגען דעם נאָרטן; האָט זי לייכט א שמייכ? נעטאָן. ער 
האָט זיך דורכנעשאַרט צווישן די שפּילנדיקע קינדער און איר אָפּנעגעבן 
א ברייטן נוט-מאָרגן.. דערנאָך האָט ער געוויזן די קינדער, וי מען מאַכט 
לעקעכלעך פון זאַמד און נעשפּילט מיט זיי אין אַ בלינדן , נולם?" װאָס 
מען פאַרבינדט אִים די אויגן מיט א נאַזיטיבל. | : 

פון דאַן אָן איז ער געװאָרן אן אָפּטער איינגייער אויף דער פּריזבע 
פוֹן קינדער-היים. אין משך פון מערערע אַװנטן האָט ער אויסדערציילט 
פּעפּיטאַן די וויכטיקסטע געשעענישן פון דער וועלט-געשיכטע, װוי זיי זֵיי- 
נען באַשריבן אין דער ווארשעווער , גראָשן-ביבליאָטעק?: וועגן פּראַװאַ- 
קאַטאָר נאַפּאַן, וועגן הייליקן. גאַנדי, להבדי?, און אַפילו וועגן ודר. טעאָ- 
דאָר הערצל. זי האט זיך אַליין ניט אַרומנעזען, וי זי האָט אָנגעהויבן װאַרטן 


148 


אויף דער מינוט, ווען ער װעט דערשיינען צווישן די ביימער פון גאָרטן 
און זיך זעצן האַרט לעבן איר. זיין קערפּערלעכע שװאַכקײט האָם װי גע" 
דינט אַלס א פּאַראַװאַן פאַר דרימלענדיקע פאַרלאַנגען פון איר אונטער- 
באַוואוסטזיין. אויך זיינע לאַנגע רעדעס, אין אַ שװוער-פאַרשטענדלעכן 
שפּאַניש, האָבן אָפּנעקלוננען אין אירע אויערן עמװאָס קאַמיש און אומ" 
צאַהאָלפן. און זי האָט אים ניט אָפּנעשטױסן, ווען ער חאָט לייכט געגלעט 
איר האנט. זיי זיינען פאַרבליבן ביז שפּעט אויה דער פּריזבע. אַנטקעגן 
האָט זיך געשװאַרצט דער ים און דאָס רענלמעסיקע ברומען פון זיינע 
כװאַליעס איז מאַמענטנװייז דורכגעלעכערט געװאָרן פין א פאַרשפּיצטן 
געשריי פון אַ פֿאַרוואונדעטן אין נאֶענטן קאַזינאָ-שפּיטאָל. ‏ שמערקעס 
קראַנלער אָרים איז אַראָפּגעהאַנגען אָנמעכטיק און זיין געזונטע האַנט 
האָט זיך איצט נטקלאַמערט אָרום איר פּוכקען אֶרים. זי האָט לייכט אַ צו- 
טעד געטאָן און דערפילט זיינע ביינערדיקע פיננער אויף איר ברוסט. און , 
וי זי װאָלט געזוכט א פאַרגעבונג פאַר א באַנאַנגענעם חטא, האָט זי אָנ" 
גענומען זיין קראַנקע האַנט און זי צוגעדריקט צום האַרצן . 
איצט איז זי מער ניט נעזעסן דעם נאַנצן מעת-לעת צװישן די פִּיר 
ווענט פון חיים. יעדע פרייע מינוט איז זי אַרוױס אין גאַס און,;ניט האָבג- 
דיק אָפּנערעדט פאָרויס, האָבן זיי זיך צופעליק נעטראפן יעדן טאָג: בעתן 
שפּאַציר אין דער אַלֵיי אָדער אין נרויסן קאַפּע-גאָרטן, וואו דער עולם האָט 
זִיךְ פאַרזאַמלט אַדום די טישלעך. אָבער אַמבעסטן האָבן זיי זיך נעפילט 
אַליין מיט זיך. זי האָט זיך צו אים באַצױגן מיט אַ מוֹטערלעכער. צערט- 
לעבקייט, װאָס האָט פאַרבאָרגן אונטער זיבן שלייערן יעטװעדן אַנדערן 
געפיל, אין די אוונטן חאָט זי אָפּט אַרױסגעשלעפּט אַ ,גוטע זאַך" פון קע- - 
שענע און געקוקט מיט הנאה װי ער גריזשעט אַ באַנאַנע אָדער זוינם אַ 
שאָקאָלאַדקע,. איצט האָט זי אָפט גענומען די קאַכטע, אומבאַװענלעכע 
פינגער פון זיין פאַרוואונדעטער האנט און זיי לאַנג געװאַרימט אין איר 
ווייכער, װאַרימער דלאָניע. ווען קילע ווינטן האָבן געבלאָזן פון ים, האָט 
שמערקע זיך געטוליעט צו איר לייב און זי האָט געגלעט זיינע האָר. טייל- 
מאָל האָט זי אומגעריכט אַראָפּנעלאָזן דעם קאָפּ און איז פאַרגאַנגען אין 
אַ שטילן געוויין. ר 8 | 
--- װאָס איז דיר? --- האָט ער זי געװאָלט טרייסטן. 
| = --- גאָרניט... גאָרניט... -- האָט זי אים באַרואיקט און אים צונע" 
וואָרפן אַ טרויעריקן שמייכל צװוישן טרערן. ער איז איר געווען װי אַ 
קינד און אַ מאַן גלייכצייטיק, און ס'איז געווען װי די צוויי װאָלטן אוֹיפ- 


149 


געהאלטן אַ גלייכגעוויכט צווישן אַן אָפּענעם יצר-טוב און אַ פֿאַרטייעטן 
יצר-הרע, װאָס האָבן זיך באַמיט קעגנזייטיק איבערצוקליגן, האָבן זִיך 
באַקעמפט אוֹן פונדעסטוועגן איינער דעם צווייטן געדעקט. - | 
| = די דאָזיקע צערטלעכקייטן האָבן אַ צייט-לאַנג געצוימט די פאַרלאַנ- 
גען, װאָס זי האָט אין ערשטן-אויננבליק אָנגעצונדן אין שמערקען. ער 
איז זייער יונג אַװעק פון דער חיים אוֹן האָט נאָר א קורצע צייט געפולט" 
איבער זיך די וואַרימע השנחה פון אַ מוטער. אַן אָפּנעשװאַכטער און אוט- 
באַהאָלפענער, צוליב זיין פּאַראַליזירטער האַנט, האָט ער נעפילט א דאַנק- 
באַרקײיט און דרך ארץ צו דער פּרוי, װאָס איז געװאָרן זיין אַפּיטרופּס, 

אַזױ זיינען אַריבער עטלעכע װאָכן. שמערקע איז דערוויי? געקומען 
צו זיך פון זיין בלוט-פאַרלוסט, און װאָס געזינטער ער איז געװאָרן, אַלץ 
אָפּטער האָבן זיך געװועקט אין אים די באַנערן צו דער פרוי. די באַװעגונג 
פוֹן אירע היפטן, בעת זי האָט באַטאָג געשפּאַנט איבער דער זאַמדיקער 
אַליו, איר װאַרימקײט, װאָס ער האָט נעפילט אין די אֶוונטן לעבן זיינע 
קני, האָבן באַרױישט זיינע געדאַנקען און אויפגעשטורעמט דאָס בלוט. ווען 
זי האָט אים באַשיצעריש נעטוליעט צו זיך אין קילע אַװונטן, פלעגט ער 
איינגראָבן יזיין געזונטן אַקסל אין איר פולן בוזים און, אַ צעטומלטער, 
פלוצלונג פּאַרגעסן וואז ער האַלט ערגיץ אין דער ,וועלט-נעשיכטע". 

און פונדעסטווענן האָט ער אַלץ ניט נאָכגעגעבן זיין געזונטער האַנט, 
װאָס האָט זיך געריסן זי אַרומצונעמען, און ניט דעם חשק צו זוֹכן אירע 
ליפּן. ער האָט ניט געקענט איבערשפּאַנען די מחיצה, װאָס איז אויסגע- 
װאַקסן פון זייערע קעגנזייטיקע באַציוננען אין די ערשטע טעג. צום ערשטן 
מאָל אין זיין לעבן האָט ער זיך װוי געשעמט מיט זיינע פאַרלאַנגען און 
. געזען זינד אין אַ תאוח-געפיל. ער האָט וי מורא געהאַָט פאַר דער ערדי- 
שער שטים פון זיין בלוט. בי 

דער איינגעװאַרצלטער , טאַבו", װאָס לינט זינט אור-אַלטע דורות 
אויף אינטימע בלוט-קרובים, איז וי אויסגעברייטערט געװאָרן אין די טי- 
פענישן פון זיין באַוואוסטזיין אויף דער מוטערלעכער פּעפּיטאַ. אויך זיין 
מאַמע האָט זיך אַ נאַנץ לעבן געפּלאָגט: מיט אַכט קינדער, אָן חיונה, ניט 
קיין שבת און ניט קיין יום טוב. פרייטיק צונאַכט אין זי איינגעשלאָפן 
שטייענדיק ביים װאַשן דאָס געפעס אין קיך... און אַ מיסטעריעזע קראַפט, 
אַ מין אַבערנלויבן אין דער צודה פון אַ יצר-טוב, האָט אים נעטייטלט 
מיט די פינגער פַאַר די אויגן און אָננעזאַנט: | 

--- פון דאָזיקן בוים זאָלפטו די פרוכט ניט עסן!.. 


150 


יי יעטווידער , טאַבו? איז דער פאַרבאָט חל געווען אויף עפּעס 
אַזױנס, װאָס ער האָט אייננטלעך באַגערט מיט. אַלע חושים. זי איז וי 
אונטערנעפאַלן אונטערן אַלט-ישראליישן באַגריף , חרם", װאָס באַדייט 
גלייכצייטיק הויליק און אומריין, דערהויבן און אויסגעשלאָסן פון גענוס. 
אויך די מאַרטירער-שיין פון עבר האָט זיך אָפּנעשפּינלט אויף איר 
ון זי אַיינגעהילט אין אַן אױירעאָל. שמערקע איז באַהערשט געװאָרן פון. 
יענעם פּרימיטיוון נעפיל, װאָס װאָרצלט אין טיפע תהומות פון דער נע- 
שיכטע, וואו די הייליקייט פון אַ פרוי איז פאַרבונדן מיט אומבאַפלעקטער 
בתולה'שאַפט. אוז חנם ער האָט געוואוסט, אַן זי האָט געהאט א מאַן מיט 
קינדער, איז זי, וי אין יענע אור-אַלטע מיטאָסן, פאַרװאנדלט געװאָרן אין 
זיינע אויגן אין א יוננ-פרוי, צו וועלכער א בשר ודם טאר ניט גענענען. 
דער פאַרבאָט איז אַלץ שטרעננער געװאָרן און וי אַן אָנגעלאָדענער מאַנ- 
נעט נעשלאָנן אויף ביידע פּאָלוסן: יא און ניין. 


אל אל 8: 


דערוויי? האָט דער ווינטער גענוסס'ט און די נאַטור האָט אויפגע- 
װאַכט פריי און אומגעצוימט, און אויך שמערקע האָט איינמאָל עובר גע- 
ווען אויף זיין ,, טאַכו". ס'איז געווען אין אַ העלן פריליננ-טאָג, װאָס האָט 
זיך אַרייננגעריסן וי אַ פאַראײינצלטער שװאַלב אין סוף ווינטער. פעפיטא 
האָט צום ערשטן מאָל אַראָפּנעװאָרפן אירע דיקע, גרויע מלבושים, װאָס 
האָבן זי פאַרעלטערט און איינגעהילט אין אַ שטילער אבלות, און זיך 
אָנגעטאָן לייכט-זומערדיק. ווען ער האָט זי אין יענעם נאָכמיטיק דערזען, 
איז ער שטיין געבליבן ווי איינגעגראָבן פאר די טויערן פון דער ווילע. 

אונטער דער דינער, געבלימטער בלוזקע האָבן זיך געצייכנט אירע 
רייפּע כרוסטן וי צוויי לענגלעכע, צייטיקע מעלאָנען, װאָס זיינען אַרױס- 
געװאַקסן פון איין שטענגל און האלטן קוים איין אונטערן פאַרברוינטן 
שאָל די אינערלעכע, זיסע זאַפּטן. דער העלער ברוין פוֹן אירע באָרוועסע 
פיס, וואָס אַ לייכט ווינט? האָט אַנטבלױזט איבער די קני, האָט אים אַזשׁ 
אַ בלענד געטאָן פאַר די אוינן און זיין בליק האָט דורכנעדרוננען דעם 
לייכטן שטאָף און נענלעט איר נאַנצן קערפּער, | 

רותן האָט ער שפּעטער דערציילט, אַז ער איז אין יענעם טאָג גע- 
ווען פאַרשיכורט פון די פריליננ-ריחות, װאָס האָבן געשטראָמט פון די 
דערוואכנדיקע בליטן פון ביימער און נרינסן. אָבער דער שאַרפער לאָקן- 

151 


דיקער ריח פון פּעפּיטאַס פריש-געוואַשענעם לייב, האָט זיך דורכגעריסן 
דורבן שלל פון דופטן, װאָס האָבן געשװועבט אין רוים, און אָנגענאָסן 
זיינע גלידער מיט א פאַרחלשנדיקער מידקייט. אוֹן געדאַכט האָט זיך אים, 
אַז דער ;דאָזיקער ריח, װאָס רייצט אַלֶע חושים, דעמפט אַרויס ניט דוקא 
פון דער נאָענטער פרוי, נאָר טויכט אויף וי א דערנגערונג פון פריסטע 
קינדער-יאָרן, פונקט וי א געדאַנק, װאָס שווימט אַרױיה, אָנגערעגט דורך 
וואָרט אָדער בילד, 

אַ וויילע איז ער געשטאַנען מיט אַ פאַרהאַקטן אָטעם און מיטאַמאָל 
אַ זאָג געמאָן צו זיך אַליין ; | | 

--- אויב איך על היינט ניט כאַפּן די פּאָפּלעקסיע", בין איך שטאַך- . 
קער פון אייזן|... 

די אַפּאָפּלעקסיע האָט ער נישט געכאַפּט, הגם שטאַרקער פון אייזן 

איז ער משמעות ניט געווען. 

אין אַװונט איז דער הימל געװאָרן פאַרװאָלקנט. אַ קיל ווינט? האָט 
גענלאָזן פון ים, פּעפּיטא האָט פאַרװאָרפן אַ רויט-געשטרייפטן שאַל אי- 
בער איר אַנטבלױזטן נאַקן און איז אַרוױס, וי איר שטיינער, אויף דער 
פּריזבע. שמערקע איז געקומען צולויפן, אַ פאַרסאָפּעטער, גלייך נאָכן עסן, 
און איז שטיין געבליבן פאַרן טירל פוֹן נאָרטן. מיטן בליק האָט ער ניט 
געקענט דערגרייכֿן ביז צו דער טעראַסע, װאָס האָט זיך אריינגעשמאָלצן 

אין שװואַרצן שאָטן פון די ביימער. ער האָט אַ וויילע נעפאָרשקעט מיט דו 

נאָזלעכער, פאַרייסנדיק דעםֿ קאָפּ אין אַלֶע זייטן, װי אַ יאַנד-הונט װאָס 
זיכט די שפּורן פון אַ באַקאַנטן גערוך. דערנאָך האָט ער מיט אַ קלאַפּנדיקן 
האַרץ אַ שפּרייז געטאָן פאָרויס, 

ער האָט געװאָלט מיט איינטאָל נובר זיין דעם געראַנג? צווישן זיינע. 
חושים און געהיימע, אַבערנלויבערישע פּחדים. די שרעק פאַר דער סכנה 
האָט אים וי געשטויסן עובר צו זיין אויף דעם געפערלעכן פאַרבאָט. אִן- 
נעשפּאַרט אויף אַ טרעפּל, האָט ער אויסנעשטרעקט זיין קראַנקן אָרים אין 
דע לופטן און זיך אַ קלאַמער נעטאָן מיט דער געזונטער האַנט אָן איר 
צרייטן רוקן, זיינע ליפּן האָבן געקלעפּט אָן איר מוי? ביז עס האָט אים 
פּאַרפעלט אָטעם. און ווען ער האָט אָפּגעקערט דעם קאָפּ כדי צוֹ כאַפּן 
לופט, האָט ער מורא געהאַט צו טרעפן איר בליק, יי 

אָבער פּעפּיטאַ האָט זיך וי געריכט, אָדער אפשה אומבאוואוסט נע- 
וואַרט, אויפן דאָזיקן אויסברוך. זי האָט אים ניט נעמאַכט קיין פאָך- 
וואורפן. זי האָט נאָר לייכט אנגענומען זיין האַנט און זי אָפּנעשאַרט אין 
אַ זייט : | 

159 


די איך בין שוין נאָך אַלעמען! -- האָט זי אַ פליסטער געטאָן -- 
יעדער חשק צו. פאַרגענינן איז אָפּנעשטאָרבן אין מיך .. 

זי האָט נאָך אלץ געהאַטן זיין האַנט אין איר ברייטער דלאַניע און 
ער האָט ניט געוואוסט, צי זי וויל זיך אַזױ אַרום פאַרזיכערן קעגן!א, נייעם 
אָנפאַל, אָדער זי װוי? גאָר פילן זיין באַרירונג. אַזױ זיינען זיי אַ לאַנגע 
וויילע געשטאנען אומבאווענלעך. דאַן האָט זי סױם אַן אויפגערענטער, 
עטװאָס געבראַכענער שטימע דערציילט אירע איבערלעבענישן נאַכן אַנט- 
לויפן פון מאַלאַנאַ, וואו די אַריינגעקומענע פאַשיסטן האָבן עטלעכע טעג 
נאָכאַנאַנד געשאָסן מענטשן אין די הייזער און גאָסן.. 

זי איז דאַן אַנטלאָפן קיין צפון, קיין אַלמעריאַ. דעח וועג איז געווען 
פאַרשאָטן מיט צוריקגעשטאַנענע מיליציאָנערן, אינװאַלידן, ציווילע פּלי 
טים, װאָגנס געשפּאַנטע צו פערד, איבערגעקערטע אויטאָס, װאָם האָבן 
ערטערווייז, אויף די פעלרער, געשאפן מעכאַניזירטע בית-עלמינס, פאַר- 
ציוייפלטע פרויען און פאַרבלאָנדזשעטע קינדער. גאַנצע ישובים האָבן זיך 
געלאָזט פויפן אין פּאַניק, וי אַ וואולקאַן װאָלט אױסגעבראָכן אין דער 
נאענט, פון די אַרומיקע בערג, לענגויס דעם שאָסיי, האָבן זיך אַראָפּגע- 
לֿאָזט מחנות פּויערים. אויף רוקנס פון אייזלען האָט זיך געהוידעט די 
אָנגעלאָדענע, אָרימע בעל-הבית'ישקייטן. הינטער די בהמות האָבן זיך 
געשלעפּט קאליקעס און זקנים. וי זיך ראַטעװענדיק פון אַ שריפה, האָט 
מען מיטנעטראָגן אויף די הענט די קראַנקע און פּאַראַליזירטע. 

די קינדער האָבן געוויינט. מען האָט זיי געקאָרמעט מיט זאַפט פון 
אַראַנזשן-שאָלעכץ, װאָס האָבן זיך געװאַלגערט אין די גראָבנס. דאַן זיי- 
נען אָנגעקומען שוואַרצע אַװיאָנען, האָבן זיך אַראָפּנעלאָזט נידעריק, װוי 
רויב-פויג? איבער זייערע קרבנות, און קראַקענדיק געקרייזט איבער די 
קעפּ. אַ סך פרויען זיינען משונע געװאָרן פון שרעק. אין די נעכט האָבן 
זֵיי אָנגעפילט די. נעגנט מיט ווילדע יללות ... 
| = זינט דעמאָלט האָבן שוין א סך פּרובירט זיך דערנענטערן צו איך. 
דער יוננער דאָקטער, װאָס קומט צו די קינדער אין ;היים", האָט זי עט" 
לעכע מאָל איינגעלאַדן אויף אַ זונטיק-רייזע קיין װאַלענציע, וואו זי װאָלט. 
זיד נעקענט צעשטרייען. אָבער זי האָט אים אָפּנעזאָגט: 

---ניין, ניין! זי קען נישט! | 

שמערקע האָט צוגעהערט. אַ פַּאַר טעג פריער װאָלט איר דערציילונג 
אפשר נאָך פאַרשטאַרקט די מחיצה צווישן אים און איר. אָבער היינט 
האָט ער כמעט ניט פאַרשטאַנען אירע רייד. די באַריערע איז וי אומגע- 


198 


פֿאַלן און דער מיסטישער , טאַבו" האָט פאַרלוירן זיין קראפט דורך דער 
באַרירונג פון ;איר לייב. דער געשטייגערטער, מאַגנעטישער כוה, װאָס האָט 
אים פריער צוריקגעהאַלטן, האָט אים איצט נאָר געשטויסן צו דער דאָזי- 
קער פרוי. / 

-- טע קיעראָ! --- האָט זיין קו? זיך געבעטן, װאָס אויף שפּאַניש 
האָט עס דעם דאָפּלטן זין ,איך האָב דיך ליב" און , איך וװויל דיך". 

זי האָט געשווינן און זיך ניט גערירט. ער האָט ניט געװאָלט באַפרײי- 
ען זיין געזונטע האַנט, װאָט זי האָט אַלץ געהאַלטן אין איר דלאָניע, און 
פּרובירט זי -אַרומנעמען מיט זייז צווייטן אָרִים. די פאַרשטאַרטע פיננער 
האָבן זיך קאַלט אַ גליטש געטאָן איכער איר האַלדז. ער האָט גאָרניט גע- 
פילט. די אָפּגעשטאָרבענע נערוון האָבן ניט אַדורכנעפירט דעם שטראָם 
פון דער לעבעדיקער װאַרימקײט, אָבער גראַדע איצטער האָט זי אַ ציטער 
געטאָן, װוי איר קערפּער װאָלט געענטפערט אויף זיין צערטלען. ער האָט 
זיך אויפגעהויבן, האָט פאָרזיכטיק מיטגעצוינן די האַנט, װאָס האָט אים 
געהאַלטן, און בעטנדיק נעמורמלט : 

--- נוֹ, קום, קום |.., - 

זי האָט אים לאַננזאַם נאַכגענגעבן, וי מען ניט נאָך א קראַנקן, קאַם- 
ריזנעם קינד, און זיך געלאָזט פירן פון אים צום טיר? פון דער ווילע, נאַ- 
כער איבער דער זאַמדיקער אַלײי צו דעם אַרױסנאַנג פון דאָרף, און פון 
דאָרט --- איבערז ועג, װאָס האָט זיך אַרויפגעשלעננלט אויף די נאענטע, 
פעלזיקע בערנלעך. | 

ער איז שטיין געבליבן ביי א שמאָלן טאָל, װאָס האָט זיך אייננע- 
גראָבן װי אַ נאָרע צווישן נאַקעטע פעלזן. דא האָט ער זיך אייננעבויגן 
און פאָרזיכטיק געטאַפּט מיט דער נעזונטער האַנט אין דער פינסטערניש, 
צי מען קען דאָרט פאַרקריכן, אָבער פּעפּיטאַ האָט זיך מקדים געווען, האָט 
שנעל אויסגעזוכט אַ גלאַטן ווינקל און אָנגעשפּאַרט אויף אַ שטיינערנעם 
שפּוע, האט זי אים געמאַכט אַ פּלאַץ לעבן זיך. 

עד האָט געקניט דאַנעבן און געװאָלט זי אַרומנעמען. אָבער זיין 
אָפּנעדאַרטער אָרֹים איז ניט געווען בכוח איינצוקלאַמערן איר פולן קער- 
פּעד. ער האָט געהאַט אַ נעפיל, אַז זי בלייבט איננאַנצן אויסער אים, אום- 
באַהערשט, אַז ער קען ניט באַצװינגען ניט איר נוף און ניט אירע אינ- 
פטינקטן. אַ פאַרצווייפלטער האָט ער זיך נאָך שטאַרקער געקלאַמערט 
אַרום איר נאַקן און בולטן בוזים, און ניט געקענט צוקומען צו דער פאַר- 
דעקטער נאַקעטקײיט פון איר לייב. אַן אומבאַהאָלפענער האָט ער א קרעכץ 
געטאָן פון אויפרענונג און אָנמאַכט, 
154 


זי האָט. אים באַרואיקט מיט אַ גלעט איבערן קאָפּ און מיט אַ שטילן 
געמורמל: , ש-ש-ש-מיין אֶרִים יינגל!", דערנאָך האָט זי, קוקנדיק אין אַ 
זייט, געלאַסן צעשפּילעט די בלוזקע און פאַרשאַרט איין ראַנד אָן אַ זייט, 
די ברוסט האָט אַ שיין געטאָן מיט איר ווייסקייט אין פינסטערן הייל. 
װידעראַמאָל האָט זי אים געגלעט איבערן קאָפּ און געשמייכלט פון אויבן 
אַראָפּ, װוי אַ מוטער, װאָס קלייבט זיך איינעמען א צעפּיעשטשעט קינד. 

שמערקע איז צוגעפאַלן צו איר װי אַ קינד, װאָס האָט לאַנג און 
עקשנותדיק געװויינט. אין אַ וויילע אַרום האָט ער, אַ ניט באַפרידיקטער, 
ווידער אַרומגעצאַפּלט ארום איר נוף. זיין קראַנקער אָרִים האָם אַרומנע- 
פראַטערט אין חלל, װי אַ פאַרוואונדעטער פוינל, װאָס זוכט זיין װעג אין 
אַ פאַרלוירענעם נעסט. זי האָט זיך תחילת אַ בייזער געטאָן און פּרובירט 
אים אָפּשטויסן מיט גוטן און מיט בייזן : 
| --- זיי אַ גוט קינד ! 

--- טע קיעראָ! 

--- ניין 1. | : 

און מיטאַמאָל האָבן זאָרג און צערטלעכקייט וייך געמאַכט איר. 
שטימע : | י- 
| --- פאָרזיכטיק, דיין האַנט!,.. וועסט זיך וויי טאָן... -- און זי האָט 
אים גענומען אין אירע פעסטע אָרימס, האָט זיך אַנטבלױזט און פאָר" 
זיכטיק, ער זאָל זיך ניט צעקלאַפּן, האָט זי אים געהאָלפן באַזיצן איר 
קערפּער, יו 
דערנאָך האָט זי אַרומנענומען זיין קאָפּ מיט אירע דלאָניעס און אים 
כאַנג אַריינגעקוקט אין די אוינן. אירע ליפּן האָבן זיך צעעפנט אין אַ 
נייטמוטיקן שמייכל, וי זי װאָלט געפרענט אַן אָנגעקאָרמעט קינד. 

--- נו, זאָט ? | 

אין דער שפּעטער שעה איז געװאָרן קאַלט. אַ שאַרפער װוינט האָט 
נעבלאָזן פון ים. שמערקע האָט געװאָלט אויפשטיין, אָבער זי האָט בל 
נִיט געהאט בדעה צו ניין אַהיים. | 

ווען ער האָט זי צומאָרגנס געטראָפן צווישן די קינדער אין גאָרטן 
פוֹן דער ווילע, האָט ער באַמערקט, אז איר פּנים איז אויסנעלייטערט און 
פרישער װוי געוויינלעך, אירע תמיד-פאַרביסענע ליפּן זײַנען געווען עטװאָס 
צעעפנט, װי ביי אַן אויפנעבליטער בלום אין שפּעטן פרילינג, און אים 
האָט זיך געדאַכט, אַז אַזױ זיינען זיי שוין פאַרבליבן זינט נעכטן באַנאַכט. 
זי אין אים אַנטקעננגעגאַנגען און שטיין נעבליבן האַרט לעבן אים. אַ 


5 


י | 155 


וויילע האָט זי געשוויגן און ס'איז קענטיק געווען, אַן זי װי? עפּעס זאָגן 
אין האַלט זיך איין. דאַן האָט זי אַראָפּנעלאָזט די אוינן און שטיל, עטװאָס 
פארשעמט, נעפרעגט : 

--- וועסט קומען היינט אין אָוונט ? | 

-- צי ער װעט קומען? אָודאי װעט ער קומען! -= האָט ער איר פאַר- 
זיכערט. אַ שיינע מעשה! װאָכן-לאַנג האָט ער קיין איין טאָג ניט פאַר- 
פעלט און פּלוצלונג פאַלן איר איין אַזעלכע קשיות ! 

דעם זעלבן אֶַװונט האָט ער דערפילט די טיפע ענדערונג, װאָס איז 
פאָרגעקומען אין איר. ער האָט קיין סך ניט אַריינגעקלערט און זיך ניט 
געוואונדערט, ווען ער האָט זי דאָסמאָל געטראָפן ביים טױיער פון דער 
וילע אַנשטאָט, וי געוויינלעך, אויף די טרעפּלעך פון דער אינעװוייניק- 
סטער טעראַסע. עס איז אים אויך פאָרגעקומען נאַטירלעך, װאָס איצט 
האָט זי זיך די ערשטע געלאָזט גיין מיט דער אַלײי צום וועג, װאָס האָט 
זיך געשלענגלט איבער די נאַענטע בערגלעך. עטלעכע מאָל איז זי שטיין 
געבליבן, האָט זיך אַרומנעקוקט, וי נאָכגעשפּירט אַ שליאַד פון שריט, 
און אים דערפירט צו דער זעלבער נאָרע, וואו זי איז מיט אים געוען 
דעם אֶוונט פריער. זי האָט אים געהאָלפן אַראָפּנידערן און, שטום, אָן 
| ווערטער, אים גענומען אין די אָרימס. איצט האָט ער געדולדיק געווארט 

-- ער האָט געוואוסט, אז זי װעט אים קיין װידערשטאַנד ניט שטעלן און 

הגם ער איז פיזיש אָפּהענניק פון איר, נעפינט זי זיך דאָך אין זיין רשות. 


א - 


א אי א 


רות'ן האָט. שמערקע אָנפאַרטרױט זיין ליבע מיט. אַלע פּרטים און 
פליטערלעך. זיי האָבן געמאַכט זייער טאָג-טענלעכן פרימאָרגן-שפּאַציר אי- 
בער דער יאַלײ, קענגויס דעם ברעג פון ים. זי האָט צונעהערט און געשפונ- 
גען די װערטער מיט גרויסער אויפמערקזאַמקײט. אַרום האָבן איינציק- 
ווייז אויפגעװאַכט די ווילעס. דאָ און דאָרטן האָט זיך געעפנט א פענסטער. 
עמיצער האָט נגעפייפט דעם , אינטערנאַציאָנאַל". אַ שכן האָט אים נעענט- 
פערט מיט אַ נעזאַנג פון , אַװאַנטי פּאָפּולאָ". אין שפּיטאָל האָט א שווער 
פֿאַרוואונדעטער אויסנעשריען זיין װייטיק צװישן פּאַרשטשימעטע ציין. 
אויף פאַרצוויינטע ביימער פון קאַזינאָינאָרטן האָבן לוסטיק געטשוי- 
טשערט די פייגֿ. ‏ / 


" | 156 


אויף איינער פון די בענק, מיטן פּנים צום ים, זיינען געזעםן צוויי 
הברים, װאָס רות האָט יעדן אינדערפרי געזען אויפן זעלבן פּלאַץ. איינער / 
פון זיי איז געווען אַ פראַנצויז, װאָס איז פאַרשאָטן געװאָרן אין אַן אָקאָפּע 
אייפן פראַנט פוז באַראַמאַ און איז אָפּנעלענן אַ מעת-לעת אונטערן גרוז. 
זינט דעמאָלט איז ער פאַרבליבן אַביס? צעדולט. ער האָט געהאַָט אַ געלב- 
לעך, שטעכעדיק בערד? און נוטמוטיקע, בלויע אויגן. דער צווייטער איז 
געווען אַן עננלענדעה --- א רויט-פּנימדיקער מאַטראָז, װאָס איז אויסגע- 
פאָרן אַלע שבעה ימים. זיי האָבן זיך ניט געקענט פאַרשטענדיקן און 
דעריבער איכערנע'חזרט הישפאַניזירטע ווערטער, װאָס זיינען ביידן גע- 
ויען צונעננלעך, און װאָס רות האָט אָפט אױיפגעכאַפּט: 

-- כאַמאַרא -- מוטשאָ טאַראַראַמאַ! -- האָט געזאָגט דער פראַנצויז, 

--אַלבאַסעטע ---- מוטשא פּעזעטע! -- האָט אים געענטפערם דער 
עננלענדער מיט אַ זיפץ, 

אַנטקעגן זיינען אָנגעקומען צוויי פּוילישע מייציאָנערן, שמערקעס 
פראָנט-חברים, ביי איינעם פון זיי איז די רעכטע האַנט געֶווען איינגעשמידט 
אין אַ דיקן גיפּס-באַנדאַזש און זיך געהאַלטן אויסגעשטרעקט אויף א דראָ- 
טענעם געשטעפ. זיין לינקע איז געהאַנגען אויף אַ פּעטליע פון אַ רויטן 
טוך. דער צווייטער פּאַליאַק האָט געהונקען אויף אַ פוס און זיך אָנגע- 
שפּאַרט, בעתן ניין, אויף אַ שטעקן. : 

--- יאַק סיט מאַטשע, כלאָפּצי? --- האָט זיי שמערקע באַנריסט אין 
זייער לשון. 

--- נישקשה. נאָר די רעכטע הויבט אַמאָל אָן צו בייסן באנאכט, 
משונע צו װערז! אוי, ווילט זיך אַ קראַץ טאָן!... מיט די נענל אַ קראַץ טאָן! 
אָבער דער גיפּם לאָזט ניט.. 

--- און פון פראָנט װאָס הערט מען ? 

-- נאָ פּאַסאַראַן!... מיר װעלן זיגן ! 

ה-= און ביי דיר? --- האָט זיך שמערקע געװוענדעט צום צווייטן. 

--- נו, ס'וועט שוין מסתמא אויסקומען אונטערצוהינקען א גאַנץ 
ענן אויף איין פוס. | 7 

--- וואוהין גייט מען עפּעס אַזױ פרי ? 

--- קיין קאַסטעליאָן. 

דער ערשטער האָט נעװאָרפן אַ זייטיקן בליק אויף רותן. ער איז גע- 
ווען זיכער אַז זי פאַרשטײיט ניט קיין פּױליש -- ס'רוב קראַנקן-שוועסטער 
האָבן גערעדט אַמעריקאנער ענגליש און דייטש -- און ער האָט צוגעגעבן 
מיט א שמייכל : 

187 | 


--- איידער מע'ט דערקריכן וװועט וערן שפּעט. מ'עט זיך דאָרט 
אַראָפּכאַפּן אויף אַ וויילע... דאָס ווייסע בלוט אָפּצוצאַפֿן ... 

רות האָט געװאָרפן אַ בליק אויף זיינע באַנדאַזשירטע הענט. מיט- 
אַמאָל האָט זי זיך געכאַפּט, אַן זי האָט אים אין דעם אויגנבליק ניט באַ- 
טראַכט וי א רעװאָלוציאָנערן העלד. אַ שטאַרקע נייגעריקייט האָט באַ- 
הערשט איר פאַנטאַזיע: וי אַזױ באַזיצט דער דאָזיקער מאַן אַ פרוי?... זי 
האָט פּרובירט זיך עס פאָרשטעלן. דער מאַן האָט װוי פאַרשטאַנען איר בליק. 
ער קאָט פאַרלעגן געשמייכלט און אַ צי געטאָן זיין חבר ביים אַרבל; 

--- קום ! : , 

אין דער אַלֵײ איז לעבעדיקער געוואָרן, אויף די שוועלן פון די ווילעס - 
זיינען דערשינען די רעקאָנװאַלעסצענטן, װאָס האָבן זיך דאָ געפונען אויף 
אָפּרן. קאָמפּאַניעסװײיז האָבן זיי זיך געלאָזט אין די קיכן און אויף א שפא- 
ציר. זיי האָבן געטראָגן געשטרייפטע פידזשאמעס, נאַכט-העמדער, פֿאַר- 
שטופּטע אין הֶעלֶע הויזן, אָדער שינעלן, פאַרװאָרפענע אויף אָפּנעברענ- 
טע אַקסלען, די ,גאַריבאַלדטשיקעס? האָבן געחאַט רויטע טיכער ארום די 
העלדזער, מען האָט געזען אַנטבלױזטע שטיקלעך פון אָפּנעשניטענע ארימס, 
וואס זיינען אַנמעכטיק אַראָפּנעהאַננען. הינקענדיקע האָבן זיך געװואַקלט 
צווישן זייערע קוליעס. דאַ און דאָרט איז איינער געפאָרן אין אַ ווענעלע, 
געשטופּט פון אַ קראַנקן-שװעסטער אָדער פון חברים. ביסלעכוייז האָבן 
זיי אָנגעפילט די אַלײען. | 

פון נעלן זאַמד האָבֿן אַרױסגעבלישטשעט קליינינקע פארשפיצטע 
שטיינדלעך. פון די הויפן האָבן אַרױסגעקוקט די קרוינען פוֹן מילגרוים- 
, בלומען, װאָס האָבן זיך גערויטלט אויף דער זון. ווילדע צעגרינטע וויינ- 
שטאָקן האָבן זיך געדראַפּעט אויף די פאַסאַדן און קאָלומנעס פון די 
וו'לעס און זיך געוויקלט אויף די קאָנוס-אַרטיקע טורעמלעך, װאָס ביי די 
ווינקלען פון די דעכער. שלאַנקע, צעװואַקסענע ציפּריסן האָבן זיך לייכט גע- 
! וויגט אין -פרנמאָרגן-װוינט. הינטן, אין די גערטנער, זיינען ‏ אויף שיפּועים 
געשטאַנען איינצלנע גרויע איילבירט-ביימער און זייערע צעשפּרײיטע צווייגן, 
פאַרשאָטענע מיט טויזנטער קליינע קנאָספּן, האָבן אויסנעזען וי גע- 
וועלבט-געשאָרענע קעפּ. אין דער לופט האָבן זיך געטראָנן די ריחות פון 
נאענטע ציטרוס-פעלדער. און די פאַרביקע לאַנדשאַפט האָט זיך אָפּנע- 
שלאָגן וי אַ בולטער רעליעף אויפן בלויען פאָן פון ים, 

רות האָט באַטראַכט די מענטשן, װאָס האָבן זיך לאַננזאַם געשלייכט 
אין שאָטן פון די פּאַלמעס, װאָס האָבן זיך רואיק און גלייכנילטיק געהויבן 


+ 8 


/לענגויס דער אַליי, דאַן האָט זי זיך אומגעדרייט און נאָכגעקוקט די צװיי 
פּאַליאַקן, װאָס האָבן זיך פאַרקירעװעט צום קאַסטיליאָנער וועג. פון דער 
ווייטנס האָבן זיי אויסגעזען וי צוויי משונהדיקע פינורן, װאָס זיינען 
;אויסנעהאקט געװאָרן אויף איין סטאַטוע: איינע, א שטראַמע, מים אַן 
אויסגעשטרעקטן גיפּס-אָרים אין דער לופטן, און די. צווייטע, אַן. אויסגע- 
קרימטע, אָנגעשפּאַרט אויף אַ שטעקן. ביי דער זייט האָט די רויטע טוך 
געפלאַטערט וי אַ בלוט-פלעק אונטער דער זון. / 

זי האָט געוואוסט, אַז סירוב מענטשן פון דאַנען גייען אין קאַסטױ 
ליאָן, נלייך װוי זיי באַקומען זייער צען-טאָניקן געהאַלט. די , הייזער" פון 
שכינותדיקן שטעט? זיינען דאן איבערפולט און ענלעכער אויף שפּיטאָלן, 
יִוי אויף פאַרגענינונגס-לאָקאַלן. נאָך לאַנגע חדשים אין די טראַנשייען, 
נאָך די יִסורים אין די הוידענדיקע אַמבולאַנסן און לאַנגװײליקע שפּיטאָל- 
בעטלעך, שימערירט אַ פרויען-קערפּער אין דער פאַנטאַזיע פון פאַרוואונ- 
| דעטן, װי די װאַסעריקװאַלן פון א פאַטאַדמאָרנאַנאַ אין די אויגן פון אַ 
דורשטיקן מדבר-װאַנדערער, | 

רות האָט געהערט זייערע שמועסן אויף די בעטלעך ולייך וי זיי 
זיינען געקומען צוֹ זיך נאָך די שאַרפע ליידן. זי האָט זיך באַמיט אַלץ צו. 
וויסן און אויסגעפרעגט ביי שמערקען אַלע איינצלהייטן און באַשרײבונ- 
נען פון זיינע באַציאוננען מיט פּעפּיטאַן און די ראָמאַנטישע געשיכטעס 
פון די מיליציאַנערן אין דאָרף ב2כל?. אין די בילדער, װאָס ער האָט פאַף 
איר געמאָלט מיט זיין זאַפטיקער שפּראַך, האָט זי וי געזוכט א זעטיקונג 
און באַרואיקונג פאַר איר. אינערלעכן אומדו.. | 

שמערקע איז. געווען א נוטער ברודער. ער האָט אָפּנעגעבן א גענויעם 
דין וחשבון וועגן אַלץ און אַלעמען : 

--- ווייסט? --- האָט ער איר געזאָגט נאַכדעם וי די צוויי פּאַליאַקן 
זיינען פאַרשוואונדן פון זייער בליק -- דער לאַנגער בראַנשטיין איז גע- 
יוארן אַן אַרכעאָלאָן ! 

--- אַן אַרכעאָלאָג?... ער איז דאָך א קירזשנער פון דער חיים !? 

--- יאָ, ריכטיק... אָבער לעצטנס טאַרנעמט ער זיך מיט אַלטערטים- 
לעכקייטן!... ער האָט דאָ ניט לאַנג אַנטדעקט אַן אַלְטע יידישע פּראָסטי- 
טוטקע אין אַ פאַרװאָרפענעם נעסל? פון קאַסטיליאָן-דעלאַ-פּלאַנאַ... און 
דער עולם האָט אים דערפּאַר געקרוינט אַלס אַרכעאָלאָג... 

רות האָט זִיך צעלאַכט און שמערקע האָט צונענעבן: 

-- אַ סברא אז זי שטאמט נאָך פון פאַר דער אינקוויזיציע, אַזױ 
אַלט איז זי. און רעדן דעדט זי טערקיש-לשון .- : 
199 


-- אַ ספרדישע מסתמא, פון טערקיי ? 

--- קען זיין! מסתמא האָט זי נאָך נעלעבט. אין לעצטן האָרעם פו 
פולטאַן אַבדוֹל-כאַמיד, אין דער ,גראָשן-ביבליאָטעק" איז געשטאַנען, א 
דער דאָזיקער אַלטער תרח האָט געהאַט טויזנט ווייכער, פּונקט וי למ 
המלך .., , 

נאָר פון שמעונען האָבן זיי ניט גערעדט, וי זיי ואָלטן געהאָט אַ 
שטומען אָפּמאַך אים צו פאַרשוייגן, הנם ביי יעדער באַנענעניש האָבן 
ביידע געטראַכט ועגן אים. הינטן אַרום האָט שמערקע כסדר אויסנע- 
פרענט ביי פריש-נעקומענע פאַרוואונדעטע, צי זיי האָבן אַמאָל ניט גע- 
טראָפן איינעם א' וואוילן בחור, טאַקע זייער אַ וואוילן, װאָס מען רופט 
אים שמעון. אָבער קיין זיכערע ידיעות האָט ער ניט באַקומען. דער האָט 
דערציילט, אַז פּונקט אַזאַ איינער איז געהרגט געװאָרן צוויי שריט פון אים, 

און אַן אַנדערער --- אַז איינער א שמעון איז געװאָרן א קאָלאַנעל אָדער 

אפשר גאָר אַן גענעראל, ניי, דערגיי אַ טאָלק!... און יעדעס מאָל, נאָך אַזאַ 
אַנקעטע, האָט ער זיך געטרייסט מיט אַ ווערט?ל : 

--- גיי,, טו-מאַך, אַז אַלע יונים האָבן איין מנים ! 

אָדער : 

-- גיי זוך אַ נאָד? אין אַ זאַק שטרוי!.. 

דערווייל זיינען געפלאָסן טעג און װאָכן. רות האָט אַלץ געלעבט אין 
איר אינערלעכן אומרו און אויסערלעכער גלייכגילטיקייט. ביז מען האָט 
אין איינעם א טאָג געבראַכט דעם אַמעריקאַנער מולאָט דזשאָן, אַ פאַר- 
-וואונדעטן, אין שפּיטאָל , קאַסאַ ראָבאַ?. 


{ 


100 


קאַפּיטל עלף. 
דער אויסגעמעקטער אדרעס 


נאָך זיבן חדשים פּראַנט האָט שמעון באַשלאָסן צו בעטן אַן אורלויבְ. 
- סיאוז געווען אַרום מיטן אַפּרי?, אַ שטיק צייט נאָכדעם וי ער האָט זיך 
דערוואוסט, אַז דוֹת איז אין שפּאַניע. | 

אייפן באַראַמאַ-פראַנט, אין סוף יאַנואַר, האָט ער פון איר באַקומען 
אַ בריוול. א קורץ בריוול איז עס געווען און טיילווייז אויסנעמעקט דער" 
צו. זי האָט געשריבן, אַז זי געפינט זיך אין שפּאַניע און אַרבעט אין אַ 
שפּיטאָל, וואו עם ליגן .. | 

דאָ זיינען עטלעכע שורות געווען אויסנעמעקט. מסתמא האָט זי גע- 
- שריבֿן, אַן עס לונן דאָרט שװער-פאַרוואונדעטע אָדער אינװאַלידן..- און 
דער צענזאָךר האָט ניט געװאָלט דורכלאזן די דאָזיקע װוערטער, וויי? עס 
קען שאָדן דער מאָראַל. אַ נאַרישער יאָלד דער צענזאָר! ער, שמעון, האָט 
דען ניט געזען אויפן פראנט טאָג-טענלעך דעם טויט פֿאַר די אוינן? האָט 
ער דען ניט געזען די צענדליקער חברים, װאָס מען האָט אַװעקגעטראָגן 
אויף די פעלד-בעטלעך? נאטירלעך, זי האָט געשריבן יידיש, און אַ יידי- 
שער צענזאָר איז מדקדק מער וי אַלַּע צענזאָרן פון דער וועלט ! 

נאָר נאָרניט, דאָס אַרֹש אים ניט! אַ סך עױנער איז, װאָס דער' דאָ- 
זיקער צענזאָר האָט אויך דות'ס אַדרעס אויסגעמעקט. דעם פּאָסט-אַדרעס 
האָט ער אפילו נעלאזן, אָבער דאָס זיינען נאָר שיפרירטע בוכשטאַבן: 
אַפבאַסעטע. ס. ר. אי. נומער 18." אָבער דערפון קען ער ניט דערגיין 
וואו זי אַרבעט. װאָרים אַלֶּע בריו' צוֹ די אינטערנאציאָנאַלע קַינען נע- 
שריבן געװאָרּן אויף , אַלבאַסעטע" מיט אַ נומער, | | 

אוז אפשר דאַרף מען טאַלע אַזוי? די פאַשיסטן זאָלן זיך ניט דער- 
וויסן, וואו די שפּיטאָלן געפינען זיך! דערפאַר האט מען דאָך טאַקע איינ- 
געפֿירט די שיפרירטע פּאָסט-אַדרעסן. : 


8 


161 ,} . 30 11 


ער האָט איר געשריבן און קיין תשובח ניט באַקומען. די פּאָסט פון 
פּראָנט פונקציאָנירט מיט גרויסע שװעריקייטן. אויפן וועג פון דער , פו- 
ניע? ווערן די קוריערס אֶפּט דערהרנט. אין די ערשטע חדשים זיינען די 
וועגן געווען אין כסדרדיקער סכנה. און דאַן האָט מען רעאָרנאניזירט די 
דיוויזיעס און זיין בדיגאַדע האָט באַקומען א נייעם אַדרעס. אפשר האָט 
זי נאך אַ מאָל געשריבן און דער בריוו איז ניט אָנגעקומען ?.. 

מעגלעך, אַז זי איז פאַר דער צייט אַריבער אַרבעטן אין אַן אַנדער 
שפּיטאָפֿ?! דערווייל זיינען די ערשטע חברה געפאָרן אויף אורלויב און 
קומענדיק צוריק, האָבן זיי דערציילט ניסים ונפלאות : 

-- אין אַלבאַסעטע טרעפט מען די גאַנצע וװעלט! -- האָט אים 
פאַרזיכערט דער דיקער בענעק, װאָס איז מיט אים געשלאַפן אין זעלבן ‏ 
,היי?? -- דאַרפסט נאָר אַריינגיין אין , סירקולא" און דוו וועסט דאָרט 
וטהעפן, וועמען נאָר דו װעסט וועלן ! 

ער האָט דעױיבער באַשלאָסן צום װאַרטן, ביז ער װעט באַקומען אור- 
| פויב, און זי דאַן אויפזוכן. 

דערווייל האָט ער' נאָר איין און איינציק בריוול געהאט פון איר. ער 
האָט עס געהאַלטן איבערן האַרצן, אין דער בוזים-קעשענע פון זיין דיקער, 
סאָלדאַטסקער קורטקע, מיטנעטראָגן אויפן כאַראַמאַיפראַנט, ביי דער אַר- ‏ 
גאַנאַדאַיבריק, בעת די שלאַכטן אין גװאַדאַלאַכאַראַ און אין בערניקן . 
| אַראַגאָן,. זואן. זי האָבן זיך לעצטנס געפונען. אין שטילערע טעג האָט 
ער עס פונדאָסניי געלייענט, אין דער סביבח פוֹן חיח'שן לויער און מאָרד, 
פון שמוץ, און גיהינומדיקן פייער האָט ער אויפנעהאַלטן נאָר צעשוואו- 
מענע פאָרשטעלוננען פון אַ לעבן פון דואיקע טעג, פון אַרבעט און העכערע 
געדאַנקען. דות איז געװאָדן דער סימבאָל פון יענער ראָמאַנטישער וועלט, 
יװואָס איז מיט יעדן טאָג אַלץ פרעמדער און ווייטער געװאָרן, ‏ 

זינט פעברואַר האָט ער זיך אַלץ ניש געקענט אויסקלייבן אויף אור- 
לויב. די פאַשיסטף האָבן כסדר פּרובירט אַרומרינגלען מאַדריד. זיי זיינען 
געשטאַנען פון -ריי זייטן, ביי כאַראַמאַ האֶבֹן זי פּרובירט אָפּשנײידן דעם 
וועג קיין װאַלענציא. דערנאָך האָבן די איטאַליענישע דיוויזיעס אָנגעגריפן 
בי גװאַדאַלאַכאַראַ, און יעדעכ מאָל זיינען מענטשן געפאלן אָדער פֿאַר- 
וואונדעט געװאָרן, און מען האָט ניט גֶעקֶענט אװעקפארן, ביז עס וועלן 
קומען נייע, + 28 | 

פון דער , אַלטער גװאַרדיע? זיינען אַלץ ווייניקער און ווייניקער פֿאַר- 
בליבן, ביי גװואַדאַלאכאַראַ איז פאַרפאַלן געװאָרן דער פאַננער ריימאַן. 


168 


און מען האָט אים פאַרעכנט צו די טויטע. צוויי איטאַליענישע מעכאַני 
זירטע דיוויזיעס האָבן דאָרט אָנגעגריפן און, באַגלײיט פון שפּאַניער און 
מאָרן, האָבן זי פּרובירט פאַר יעדן פּרייז זיך אַרײנצורײסן; אין דער הויפּט- 
שטאָט. זיי זיינען צעקלאַפּט געװאָרן און זיינען געלאָפן עטלעכע און 
צװאַנציק קילאָמעטער אויף צוריק. אַ נאַנצן טאָג האָבן די רעפּובליקאַנער 
זיי נאָכנעיאָגט. דער שאָקײ איז געווען פאַרזייט מיט קאַנאַנען. טאַנקען, 
אַמוניציע און אפילו קאַליע-געװאָרענע אַװיאָנען. די בריגאַדעס און באַ- 
טאַליאָנען האבן זיך אויסנעמישט און אין היציקן געיעג נאָכן שונא האָט 
שמעון פאַרלאָרן ריימאַנען פון די אויגן. ווען די סאַלדאַטן האָבן זיך שפּע- 
טער פאַרזאמלט לויט זייערע אָפּטײילונגען, איז ריימאַן אין ערגיץ ניט 
געווען. שמעון האָט זיך נאָכגעפרעגט ביי די חברה, און איינער אַ פּאָלאַק, 
סטאַך, האָט דערציילט, אז זיי זיינען צוזאַמען געלעגן אין גראָבן פאַר 
דער אַטאַקע און זיך דאַן געלאָזט לויפן אַנטקענן די פאַשיסטן. זינט יע- 
נעם אויגנבליק האָט ער אים מער ניט געזען. 
אין אַ פּאָר װאָכן אַרוֹם האָט מען פארעפנטלעכט די נעמען פון די 
געפאלענע אין דער שלאַכט. מען האָט אויסגעשטעלט די ליסטעס לויט די 
געפונענע דאַקומענטן און לויט די מעטאַלענע קייטעלעך, מיט נומערן, 
יואָס די פאָלדאַטן האָבן געטראָגן אויף די ענט. אָבער שמעון האָט גע- 
וואוסט, אַז ריימאן האָט זיין קייט? ניט געטראָנן, און קיין דאָקומענטן 
האָט עו אוודאי אויך ניט געחאָט --- ער איז דאָך געקומען פון , האָטעל 
װואָס עקזיסטירט ניט"... נימ קיין וואונדער, װאָס זיין נאָמען איז אין דער 
ליסטע ניט דערמאָנט געװאָין ! ' 
פון אױסלאַנד זיינען דערווייל אָנגעקומען נייע מענטשן. אַפילו פון 
| דער ווייטער אַמעריקע און פון קאַנאַדע זיינען נגעקומען פרייוויליקע. אין 
שפּאַניע נופא איז דורכנעפירט געװאָרן א מאַביליזאַציע. סוף ווינטער זיי- 
נען די פּראָנטן סטאַביליזירט געװאָרן און פון ביידע זייטן האָט מען זיך 
גענומען גרייטן צו אַ' קריג פון אָקאָפּעס. שמעון האָט זיך דאַן געפונען ביי 
כאַראַמאַ. גאַנצע ומעג האָבן זיי איצטער געאַרבעט ביים גראָבן. אויבן, 
אויפן דאַנד פון דער טראַנשײ, האָט מען אויסנעליינט זעק מיט זאַמד. 
אין די פאָדערשטע היילן זיינען אינסטאַלירט געװאָרן מיטראַיעזן און לע" 
כער פאַר די ביקסן. די פאשיסטישע ליניע איז געווען בסך הכל קנאַפּע 
חונדערט מעטער ווייט. אין בין-השמשות זיינען פאָרנעקומען שיסערייען 
און פון ביידע זייטן חאָט מען באַנאַכט געמאַכט פּראָפּאַנאַנדע דורך הויך- 
רעדער, נאָך חצות האָבן פּאַטרולקעס זיך געלאָזט איבער די פעלדער פון 


108 


קיינעמס-לאַנד, װאָס צווישן ביידע , ליניעס". | | 
נאָך די חדשים פון באַװעגלעכע שלאַכטן איז איינגעטראָטן אַן ענט- 
שפּאַנונ; און אַ מין אַטעם-פּױיזע. דער עולם האָט | אָנגעהויבן זיך איין- 
אָרדענען, וי זי װאָלטן, זיך דאָ געקליבן פּאַרבלייבן אויף לאַנגע מאָנאַטן 
און יאָרן. מען האָט אָנגעהויבן בויען אונטערערדישע , צימערן": דאָ און 
דאָרטן איז די אַקאָפּע פאַרטיפט געװאָהן און אין איר הינטערשטער ואנ 
האָבן חברה, צו פינף-זעקט בשותפות, אױסגענראָבן טיפע היילן; געווען 
אַזעלבע, װאָס האָבן אויסגעבויט עטלעכע שטאָק, וועלכע זיינען געווען 
פאַרבונדן מיט אינערלעכע טרעפּ. די פלייסיקע זיינען באַלד געװאָרן פאַך- 
טיק. ,קינסטלער? האָבן צוזאַמענגעקלאַפּט , מעב?" אין זייערע נאָרעס, 
אױיסגעהאַקט פּאַליצֶעס אין די ווענט און אַפּילו. אױפּגעהאַנגען בילדער, 
די אינטענדעטן האָבן באַזאָרגט מיט ליכט און באַנאַכט האָט מען נע- 
קענט לייענען אַ בוך אדער שפּילן אין קאָרטן. אין די שענערע ‏ הייפֿן" / 
זיינען פוּן זיך אַליין געשאַפּן געװאָרן , קלובן", וואו באַקאַנטע האָבן זיך 
פאַרזאַמלט. מען האָט געשמועסט ועגן די פּראָנטן און מענטשן פֿון פאַר- 
שיידענע לענדער האָבן זיך דערציילט ווענן ווייטע היימען. | 
אין יענע טעג זיינען א סך חברח געפאָרן אויף אורלויב, ווער נאר 
אין נאָענטן מאַדריד און ווער אַזְשׁ ביז אַלבאַסעטע. אויך שמעון האָט נע- 
וואלט מאַכן אַ ביטע, אָבער נדאַדע דעמאָלט איז פאָרגעקומען די אַטאַקע 
פון די דייטשן און ער איז פאַרוואונדעט געװאָרן. | | 
די אַטאַקע אין פאָרגעקומען איינמאָל א פאַרטאָג. די ואֵך-פּאָסטנס 
האָבן געמעלדעט אַ באַװענונג אויה די קעננאיבערדיקע בערנלעך. כדי 
ניט אויפמערקזאַם צו מאַכן דעם שונא, אַז מען האָט אים באַמערקט, אין 
נאָר אַ פליסטערנדיקער באפעל געלאָפן פון מויל צו מויל. דער עולם האָט 
זיך אַ ואָרף געטאָן פון די , היילן" און פאַרשלאַפענערהייט נעשפּילעט די 
פּאַסקעס און אויסנעגלייכט די נאַרטלען פּאַטראָנען. עס זיינען אַריבער 
עטלעכע מינוט פון געשפּאַנטער דערװאַרטונג. פּלוצלונג האָבן זי דורך די 
| אָבסעדװואַציע-לעכער דערזען נעשלאָסענע רייען פון מענער, װאָס האָבן 
פארשירט פון קעננאיבער מיט אַ מיליטערישן שריט. אַלע האָבן זיי גע- 
טראָגן ווייסע מלבושים פון קאָפּ ביז די פיס. אַפּילו די שיך זיינען געווען 
| ווייס און אויף די הענט האָבן זיי נעטראָגן ווייסע הענטשקעס. נאָר די 
שטאָלענע העלמם אויף די קעפּ האָב} כלוילעך געגלאַנצט אין גרויען ליכט 
פון פאַרטאָג. און פּלוצלונג האָט מען דערהערט א טיף, ברומענדיק גע- 
זאַנל ; 


,דויטשלאַנד, דױיטשלאַנד איבער אַללעס...ײ 
164 


אַלֶע בליקן זיינען געווען געווענדעט אין יענע ריכטונג, דערווייל זייי 
נען פון רעכטס אָנגעלאָפּן מאָרן און מיט לייכטע שפּרונגען, און פולע 
מיילער יללות זיך דערנענטערט צוֹם ווינקל, וואו סיאיז געלעגן א שפּאַי 
נישער באַטאַליאָן. רעכטס האָבן טאַלאַנגיסטן אָנגעגריפן די אַמעריקאַנער 
מיטן געשריי: ‏ אַרריבאַ עספּאַניאַ?. 

{ ---- פויער! : 

די אַקאָפּע האָט אַ{ציטער געטאָן און זיך איינגעהילט אױן הויך. עמי- 

צער האָט גלייכצייטיק אָנגעהויבן דאָס געזאַנג : 
,שטײט טורף איר אַלע װער װי שקלאַבה " 

אָבער די דייטשן זיינען שוין. געווען נאָענט. איצט האָבן זיי זיך גע" 
דעקט הינטער פעלזן און בערנלעך, און אַרנגעװאָרפן האַטט גראַנאַטן 
אין דעל טראַנשיי. שמעון האָט זיך באַמיט צו בלייבן רואיק און געדרייש 
זיין קױילנװאַרפער הין און הער.. פון די אויפגעריסענע זעק האָט זיך 
אַראָפּגעשאָטן דער זאַמד, שטיקעד שטיינער זיינען אָפּגעשפּרוננען פון די 
ווענט. מען האָט געהערט קרעכצן פון פארוואונדעטע. זיינע ליפּן האָבן 
שטיל איבערנעחזרט די ווערטער פון געזאַנג. מיטאַמאָל האָט ער דערפילט 
אַ קלאַפּ אין אֵרִים. באַלד האָט דאָס בלוט דורכנעזעצט דורכן דיקן אַרבל 
פון קורטקע. 

--- לאָז מיד! -- האָט דער סערזשאַנט ! פאַוועלעק געװאָלט פֿאַרנעמען 
זיין פּלאַץ, | 

--- װאַרט! װאַרט!... הערלאַנגט קוילן ! 

די דייטשן האָכן זיך דערנענטערט. באַלד װועלן זיי אַריין אין דער 
אַקאָפּע. איצט האָט ער דערהערט דאָס באַפעל: 

--- קאַנטר-אַטאַקירן ! 

דער עולם האָט זיך א װאָרף געטאָן איבער די זאַמד-זעק. ער האָט 
פּרובייט מיטלויפן און איז צוריקנעפאַלן. פון ווייטן איז דערגאַנגען דאָס 
/געזאנג, פּאַרמישט מיט דע- שיסעריי. עס האָט זיך לאַנגזאַם דערווייטערט 
און איז פאַרשטומט געװאָדן. אַרום איז געװאָרן נאַכט. - 
= נאָד אַ װאָך צייט איז ער געווען.אין אַ מאַדרידער שפּיטאָל און צוליב 
דעם װידעראַמאָ? אָפּגעלײינגט זיין אורלויב. דאַן זיינען זיי אַריבערנעפאָרן 
אין אַראַנאָן. דאָ. זיינען געווען פאַרטיקע , פּאַראַפּעטן" און אקאָפּעס, און 
זינט לאַנגע װאָכן זיינען קיין שלאַכטן ניט פאָרנעקומען. ער האָט באַ 
שלאָסן צו מאַכן די ביטע: אַכט וטעג קיין אַלבאַסעטע. | 


.' 58 ' 


קאַפּיטל צוועלף 
באַרג-אַרױף אט באַרג-אַראָפּ 


ווען דער אַמבולאַנס איז אָנגעקוּמען קיין בענעקאַסים, איז רות נע- 
שטאַנען פאַר דער טיר פון שפּיטאָל , קאסא ראָכאַ? און באַטראַכט די 
בלייכע פּנימער פון די מענטשן, װאָס סאַניטאָרן האָבן פאָרזיכטיק אַרויס- 
געטראָגן פון װאָגן. זיי האָבן שטאַר געקוקט צום חימל. די מיינסטן זיי- 
נען געווען באַנדאַזשירט. ביי אַ סך זיינען די פּנימער געווען אייננעוויקלט 
אין מאַסקעס. פון מערלע און מען האָט נאָר געזען זייערע אוגן. דאַן 
האָט זי באַמערקט דזשאַנען. 

פון אונטערן ווייסן ליילעך האָבֿן אַרױסנעשטאַרצט צוויי מעכטיקע 
אַקסלען, זיין כרייטער ברוסט-קאַסטן האָט זיך געהויבן שווער און לאַנן- 
זאַם, װי געדריקט פון אַ שװערער משא. זיין געדיכט פאַרװאַקסן פּנים 
האָט אויסנעזען שטעכלדיק און ווילד, ער איז ניט געווען באַנדאַזשירט, 
אבער זיין גוף, װאָס איז געזונקען אין אַ פארגליווערטער אָנמאַכט, האָט 
דערמאָנט אן אַקאָרשט אונטערגעזעגטן, מעכטיקן דעמב, װאָס פינט אַ 
פאַרחלש'טער צװוישן זיינע, נאָך לעבנדיקע צוויינן און געבלעטער. די 
פאַניטאַרן האָבן זיך געבויגן אונטער דער לאַסט פון זיין טראָגיבעט? און 
קיים געשפּרײיזט איבער די שמאָלע טרעפּ, י 

רות איז פאָרױיסגעלאָפן, הגם זי האָט אין יענער ואָך געאַרבעט אין 
דער נאַכט-שיכט, האָט זי צונעליינט אַ האַנט ביים מאַכן די בעטן פון די 
ניידגעקומענע. זי האָט געהאָלפן איינאָרדענען דזשאַנען אויף זיין געלענער, 
כעתן צורעכטמאַכן זיין קישן, האָט זי אים אַרומגענומען מיטן אָרִים און 
האָט אַ ציטער געטאָן, דערפילנדיק די נבורח, װאָס האָט געדרימלט אין 
אומבאַווענלעכן נוף. אַזאַ געפיל האָט זי געהאט אַמאָל, וען זי פלענט 
פּלוצלונג אויפװאַכן אין פאַרטאָגן און דערזען דעם שלאפנדיקן שמעון 
אויפן געלענער לעבן זיך. לאַנגע מינוטן פלענט זי דאן באַטראַכטן דעם 


106 


פעכטהגעבויטן מאַן, װאָס האָט געאָטעמט רואיק וי אַ קינד, און אין שווע" 
רע מאַמענטן האָט זי זיך נעפילט געשיצט דורך דער פאַרבאָרגענער קראַפט, 
װואָס האָט פון אים. געשטראָמט. 

זי האָט אים נייגעריק באַטראַכט. ער האָט געהאָט אַ לענגלעך פּנים 
און אַ גלייבע נאָז, װאָס האָבן צוזאַמען מיט זיינע געקרייזלטע װאָל-האָר, 
דיקע ליפּן און הויט פון שאַקאָלאַד-פאַרב, עדות געזאַגט אױף א געמיש 
פון בלוט, 217 וט 

ער האָט װוי דערפיפט דעם ציטער פון איר אָרים און האָט איין אוינן- 
בליק געעפנט די אוינן, און א בלינצל? געטאָן מיט גרויקע ווייסלען. זיין 
בליק איז וי געקומען פון ווייטע,* אומבאַקאַנטע וועלטן. ער האָט זי שאַרף 
און דערשטוינט אָנגעקוקט, דאַן איז ער װידער פּאַרזונקען אין א טיפן 
ישלאָף, 

רות'ס צ'ערודערונג איז געקומען אומגעריכט פאַוי איר גופא, זי איז 
ניט אַראָפּ אין גאַס, אין ביורא האָט זי אויסגעזוכט זיין קאַרטאָטעקע און 
שנעל דורכנעלאָפן די נעציילטע שורות : | 

ער אין לייכט פאַרוואונדעט געװאָרן בעת אַן אֶננריף אויפן מאַך" 
רידער פראָנט, אַ גאַנצן מעת-לעת איז עה געבליבן ליגן צװוישן די ליניעס. 
און פאַרלאָרן אַ סך בלוט. ערשט צומאָרגנס, ווען דאָס אַרטילעריע-פייער 
איז שװאַכער געװאָרן, האָבן די סאַניטאַרן אים נגעפונען אַ נגעחלשטן און. 
אַרײנגעטראָגן אין אַקאָפּע, אין דריי טעג אַױום האָט ער געעפנם די אױיגן 
אין שפּיטאָל , פּאַלאַס" פון מאַדריד, אַזױ וי ער דאַרה האָבן אַ קענגערן 
אֶפּרו, ווערט ער אָפּגעשיקט אין שפּיטאָלישטעטל בענעקאַסים. 


אאנאג יי יי : 
דזשאָן איז שנעל געקומען צו די כוחות. רות האָט טאָג-שעגלעך גע- 
מערקט די ענדערונג אין זיין בליק, אין זיין אָטעמען און באַװעגונגען, 
און ס'האָט זיך איר נעדאַכט, אַז זי זעט אַן אַרומגעצופּטן, אייננעדרימלטן 
בוים, װאָס װאַכט אויף נאָך לאַנגע ווינטער-חדשים, און ווערט אָנגעפילט 
מיט פרילינג-זאַפטן. זי האָט זיך טײילמאָל געזאַמט לענגער וי געוויינלעך 
ביי זיין. געלעגער און האָט מאַנכעסמאָל, האַלטנדיק זיין פּולס צװוישן די 
פינגער, פאַרגעסן צו ציילן דעם סכום פוֹן די קלעפּ אין א מינוט, און נאָר 
געפילט דעם שטראָם פונעם בוט אין זיינע אָדערן, אַפּילו די באַדינערינס 
האָבן נלייך דערשמעקט, אַז דזשאָנס בעט מעגן זיי פּאַרנאַכלעסיקן: רות 


107 


האָט גערן אַליין פּאַריכט זיין צוקאָפּנס, -כדי צו פילן די שווערע לאַסט 
פון זיין אֶרים, ואָס ער האָט דאן פאַרהאַנגען אַרום איר נאַקן. 

ער האָט אָפּט פּרוכירט פאַרפירן מיט איר א שמועס, אָבער זעענדיק, 
אַז זי פאַרשטייט װייניק זיין לשון -- ער האָט גערעדט עננליש און נאָך 
געציילטע שפּאַנישע ווערטער --- האָט ער מער געשמייכלט מיט די גרויסע 
ווייסלען פון זיינע אויגן און מיט די געזונטע, ווייסע ציין, װאָס זיינע 
פולע ליפּן האָבן אויפנעדעקט, 

איינמאָל האָט ער זי א רוף געטאָן אינמיטן נאַכט. זי האָט געדרימלט 
אויף אַ שטול אין פאָדער-צימער און אַ דערשראָקענע צונעלאָפּן אויף די 
שפּיץיפינגער צו זיין בעט : 

-- עס דאַכם זיך מיר, אַז איך האָב דיך ערגיץ-וואו געזען! -- האָט 
ער אַ פליסטער נעטאָן, : 

-- אין ערשטן טאָג פון דיין קומען אַהערצו --- האָט צות זיך דער- 
מאָנט זיין בליק ממעמקים. און זי האָט זיך כלל ניט געוואונדערט, װאָס 
ער האָט זי גערופן אינמיטן נאַכֵט, כדי עס איר צו זאָגן. ‏ . 

-- ניין, ס'איז געווען שוין אַזױ לאַנג... וי אין שלאָה איז עס געווען. 
דערנאָך איז געקומען אי לאַנגער, אומענדלעכער חלום און דו האָסט זיך 
דאָרט כסדר געפּלאַנטערט, אויפגעטויכט און פאַרשװאַונדן .. 

--- רעד שטילער! -- האָט זי אָנגעװויזן אויף די קראַנקע, װאָס האָבן 
שיוער געאָטעמט אויף די אַרומיקע בעטלעך, 

מיטאַמאָל האָט ער זי אַנגענומען פּאַר א האַנט. זיינע אויגן האָבן 
שטום געבעטן, זי זאָל זיך זעצן לעבן אים, זי האָט געװאָרפן אַן אומרואיקן 
בליק אַרום און אַ פליסטער געטאָן ; 

-- לאָז מיך אָב ,.. 

אָבער אַרום איז אֲלְץ געווען רואיס. ווען-ניט-ווען האָט נאָר א פאַר- 
וואונדעטער שיוער געזיפצט אין שלאָף. אין אַ ווינק? האָט א קראַנקער 
זיך אומרואיק געװאָרפן אין שטייגנדיקער היץ.. ער האָט, משמעות, נע- 
זלומט פון אַן אַטאַקע אין פעלד און אויסגעשריען: , חברים, פארוים! / / 
אין יויִדער אין שטיפ געװאָרן רות איז געבליבן לעבן אים, תחילת נאָר 
לייכט אָנגעלענט מיט צוויי פינגער אויף דער פּאַרענטש פון בעט און 
שפּעטער --- זיצנדיק צומוסנס, | 

--- ביסט אַ שפּאַניערין? -- פרענט דזשאָן. 

זי מאַכט מיטן קאָפּ אויף ניין. 

-- פוֹן ואַנען ? 


108 


זי בלייבט א וויילע פאַרטראַכט. ס'איז איר שווער זיך אויסצודריקן 
קלאָר אין געמִיש פון ענגלישישפּאַניש, אין וועלכן זיי רעדן. און ווען זי 
װאָלט אַפילן גערעדט אַ פליסיקן ענגליש?... װאָלט זי אים דען געקענט 
דערציילן װעגן דעם , רוסישן" סאַלאָן פון איר , מאַמאַ", ווענן , פּאַפּאַס? 
באַנקראָטירטע געשעפטן און וועגן דעם תנ"ך אין העברעאיש, װאָס עם 
האָט געלייענט מיט איר אַ פאַרליבט זעכצן-יעריק יינגל, בעת זי האָט גע" 
לערנט אין אַ אַ פוילישער גימנאַזיע און זיך געקליבן פאָרן קיין ארץ ישראל? 
און דאַן --- ארץ ישראל, דער קיבוץ, די אומלענאַלע קעלערן פון ירושלים 
און די תפיסה פון עכו... די װאַנדערונגען דורך קאָנסטאַנצאַ און ווין קיין 
פּאַריז און איבעד די פּירענייען קיין שפּאַניעי. 

פון וואנען זי קומט אחער? ווען זי װאָלט אַפילו גערעדט א פליסיקן 
ענגליש, װאָלֿט איר שווער אָננעקומען צו דערציילן ! 

-- איך בין אַ יידישע! --- זאָגט זי קורץ, 

--- אה! -- דערפרייט זיך דִזְשאָן --- איך האָב געקאַנט יידן אין 
ניו יאָרק, אין אונדזער ברינאַדע אויך אַ סך יידן!י. 

--- ביסט אַן אַמעריקאַנער ? 

--- יאָ,,, א נענער,.. א חאַלבער נענער. געבוירן אין די דרום שטאַטן 
און אױיסגעװואַנדערט קיין צפוֹן. 

רות באמערקט, אז זיין בליק לויערט אויפן איינדרוק, װאָס זיינע 
לעצטע ווערטער האָבן געמאכט אויף איר. אַזױ זוכט אַ ייד צוֹ דערגרוג- 
טעווען דעם געזיכט פון א פרעמדן, וועמען ער ניט זיך אויס מים זין 
,עברי אנוכי", און וועמענם פריינטשאַפט ער וויל ניט פֿאַרלירן. זי דער- 
מאַנט זיך די ערשטע נענער-טיפּן, װאָס זי האָט ערניץ-ווען געזען. --- ווען? 
--- דאָס האָט זי נאָר פאַנטאַזירט!... דאָס זיינען נגעווען די העלדן פון 
דער , כאַטע פון פעטער טאם... 

דזשאַנט קאָפּ פאַלט אויף צוריק און דריקט זיך איין אין קישן. זיינע 
אוינן יפּינטלען וי פאַרן איינשלאַפן. איצט זעט זי זיינע צעעפנטע ליפּן, 
זיי זיינען דיק און געפאַלדעט װוי שװאַמען. זיי קושן זיכער ליידנשאַפט- 
לעך. זי פילט זייער בריענדיקע, פייכטע באַרירונג אויף די שפּיצ| פוֹן איר 
ברוסט. אַצינד ליגט אויף זיי. אַ נליקלעכער שמייכ?, װי דער שמייכ? פון 
אַ שלאָפּנדיק קינד, | | 

אויך אירע אויגן פינטלען. די מאַטע טונקלקיים פון. שפּיטאָ?-צימער 
אין פול מיטן הויך פון פאַרוואונדעטע. אַ נעפּל פון אומפארשטענדלעכן 
פליסטערן און ריחות פוֹן רפואות העננט אין דער לופטן. עס שווינדלט 


169 


איר אין קאָפּ, פון װאַנען שטייגן אויף די דאָזיקע אָפּגעריסענע בילדער ? 

זינט דעם גרויען פון פאַרטאָג לינט זי ביי פאַרמאַכטע לאָדנס איבערן 
בוך און וויינט שטיל איבערן גורל פון די נענער-שקלאפן. צווישן די קאַ- 
פּיטלען חלומ'ט זי ווענן א נסיעה אין יענע ווייטע מקומות, וואו זי װעט 
אויפּטאָן גרויסע מעשים פאַר זייער באַפרײיאונג... 

די דינסט רייסט איבער איר טרוים, זי רופט צום טיש: מיטיק עסן 
אִיז פערווירט! אין ליכטיקן עס-צימער רייבט זי די אויגן, װוי זי װאָלט 
זיך אויפגעכאַפּט פון שלאָף, וִוִי זי װאָלט געװאָלט אָפּװישן די שפּורן פון 
אַ חלום. אָבער דער חלום איז גיכער דאָ, אין עס-צימער, וואו פּאַפּאַ 

דערציילט עפּעס ועגן שלעכטע געשעפטן און מאַמאַ זיצט אָנגעבלאָזן, 
| הלמאי מען פֿאַרדרייט איר דעם קאָפּ מיט אַזעלכע וואָכעדיקע ענינים. און 
די װאָג איז דאָרט -- צווישן די געפּלאָגטע שקלאַפן, װאָס זי מוז װאָס 
ניכער פאָרן זי צו באַפּרײען .. 

א שווערער קרעכץ פון אַ פאַרוװואונדעטן רייסט זי אַרויס פון דער 
טרוימעריי. זי קוֹקט זיך אַרום און זעט, אַז זי ליגט אָנגעשפּאַרט אויף 
דזשאַנען, וועלכער איז פאַרזונקען אין א טיפן שלאָף. דער פֿאַרוואונדע- 
טער רופט, זי לויפט שנעל און דערלאַננט אים א טרונק װאַסער. ער קוקט 
מיט גרויסע, דאַנקבאַרע אויגן. דער מענטש איז גוט! פאַרװאָס מוזן 
מענטשן אַזויפי? ליירן ? : 

ווען זי גייט צוריק דורך דער שטילקייט פון זאָל נייט אויף א גע- 
דאַנק אין איר מוח און װאַרפט אַ העלע שיין אוה איר נאַנצער פאַר- 
גאַנגענהייט : 

--- אַלע מענטשן טרוימען צוֹ דרייצן יאָר, אָבער די מייסטן פאראַטן 
זייערע יוננט-טרוימען ! 

אוֹן זי? -- זי האָט אויך פאַרגעסן די נענער! אין איר שטאָט, אויף 
דִי ברענעס פון ניעמען, האָט זיך נאָר קיינמאָל קיין נענער ניט געוויזן.. / 
זי האָט זיך אָבער געלאָזט אין דער וועלט, כדי צו פאַרווירקלעכן. נייע 
טרוימען, װאָס האָבן אויפגעטויכט שפּעטער, צו זעכצן-זיבעצן יאֶר... 


ו 


אנאלאל 


אין איינעם אַ פאַרנאַכט האָט זיך שמערקע אַריינגעכאַפּט אין ,באַר", 
וואו די פאַרוואונדעטע האָבן פּאַרגראַכט זייער פרייע צייט. דער עולם האָט 
אים מקבל פּנים געווען מיט גרויס פּאַראַד, װאָרים שוין העכער א װואָך 


170 


וי ער איז פאַרשוואונדן פון אַלע האָריזאַנטן. אין שטעטל האָט מען שוין 
געוואוסט פון זיין ליבע און גוטע ברידער האָבן אים געפּאַטשט אין פּלי- 
צע. ווער סיהאָט נאָר געהאַט גאָט אין האַרצן, האָט געטרונקען אַ ,גלעזל", 

ער האָט זיך דאָ שטענדיק געפילט גוט. דער עולם האָט פאַרבראַכט 
ביי דאַמינאָס און שאַך אָדער דיסקוטירט. אַנדערע זיינען געגאַנגען אין 
שכינותדיקן , קולטור-צימער" וואו עס זיינען געווען ביכער און צייטוג- 
גען, ואס מען האָט געשיקט צו די , אינטערנאַציאַנאַלע" פון גאַר דער 
וועלט. מען האָט געשמועסט פּאַליטיק און סטראַטעגיע, און זיך דערציילט 
רכילות'ן פון אָרטיקן לעבן. היינט איז ער געווען בגילופנדיק סיי פון 
משקח, סיי פון דער מענגע מענטשלעכע פּנימער און רייד, װאָס האָבן 
אים פון תמיד אָן פּאַרשיכורט, און ער האָט ניט פּאַרשטאַנען, װי ער האָט 
אַזױ לאַנג געקענט פעבן אונטער אַ פאַרטעך פון א אישה, איזאָלירט פון 
דער ,וועלט-געשיכטע?, ער איז פאַרבליבן ביז שפּעט און אויך אויפן 
צווייטן טאָג אַהינגענאַננען אין פריען פאַרנאַכט. אויפן דריטן טאָג איז 
פּעפּיטאַ דערשינען ביי אים אין צימער. 

ער אין געלעגן אויפן בעט און זיך גראַדע געקליבן כאַפּן א נאָכמו- 
טיק-דרעמל, כדי צו דעקן זיין דעפיציט אין שלאָף, װאָס האָט זיך אָנגע- 
זאַמלט אין דער לעצטער צייט. דערהערנדיק פאָרזיכטיקע טרים, האָט ער 
געעפנט די אויגן: / 

--- ווער אי 4 

= איך, 

--- פּעפּיטאַ?,, דו ? 

--- יא , 

ער האָט זיך אויסגעטשוכעט און זיך אויסנעדרייט מיטן פּנים צום 
אַרייננאַנג ? | | | 

-- פון װאַנען האָסטו געוואוסט, אז איך וואוין דאָ? 

זי האָט געשווינן. אין דער ערשטער צייט האָט זי אים ניט געפרעגט, 
אין וועלכער ווילע ער וואוינט, און לעצטנס האָט זי זיך געשעמט עס צו 
טאָן, זי האָט עס דערשנאַפּט: אַ פרוי װאָס ליבט און באַגערט האָט אַ חוש- 
הריח פון אַ חיח און די אינטואיציע פון אַ העל-זעער. אָבער אויף שמער- 
קעס פראַנע האָט זי זיך ב5ל ניט געריכט. דאָס לאַנגע שווייגן האָט זי צע- 
טומלט, ' 

-- כ'האָב דיך געװאָלט זען און ניט געקענט זיך דערװאַרטן אויפן 
אָוונט --- האָט זי דאַן געזאָגט אַ פאַרשעמטע, מיט אַן אַראָפּנעלאָזענעם 


קאָפּ, 
171 


--- מחמ"ם,,, -- האָט שמערקע באַשטעטיקט מים אַ פאַרשלאַפענער 
שטימע --- די טעג ווערן באמת לעננער, עס נייט דאָך עפּעס צום זומער!... 
די דאָזיקע באַמערקונג האָט זי איננאנצן צעחושט. ועלנדיק זיך 
אַרױפפּלאָנטערן פון דער שווערער סיטואַציע, האָט זי אַ שפּרייז געטאָן 
צום בעטל אוֹן זיך איבערגעבויגן איבער אים. ער איז אויפגעשפּרונגען און 
אָנגעהויבן זאָגן מוסר : 
-- עמיצער קען נאָך אָנקומען אינמיטן,.. איינער פון מיינע שבנים 
פון צימער,.. און פון דער אַלײ קען מען אויך אריינקוקן!. | 
לוט אירע פאַרשמאַכטע ליפן אוֹן בעטנדיקע אוינן האָט ער געקענט 
זיך אָפּגעבן אַ חשבון, אַז די אויסנערעכנטע סכנות מאַכן ניט אין איצ- 
טיקן מאָמענט קיין גרויסן איינדרוק אויף איר. אַ וויילע איז זי געשטאַנען 
אַ צעטומלטע. א קורצער קאַמף איז פאַרגעקומען אין איר: צווישן דער 
יפארוואונדעטער אייגנליבע און דער האָפענונג אַלְץ גוט צו מאַכן. מיט אַ 
פליגקער באַװענונג פון אַ קאַץ האָט זי זיך אַ שאַר. געטאָן צום פענסטער 
און פאַרצוינן דִי פאָרהעננלעך צו דער גאס, 5 
אָבער שמערקע האָט געפילט אַ בלייענע מידקייט אין אַלַּע אברים 
און געהאט נאָר איין לוסט: שלאָפן, קענן זיין ווילן איז ער צוריקנעפאַלן 
אויפן בעט און זיך אויסנעדרייט צו דער װאַנט. אַ רעזיננירטע איז בּע- 
פּיטאַ אַרוס פוֹן צימער, אויפן שוועל איז זי נאָך א וויילע שטיין געבליבן, 
האָט זִיךְ איין אויננבליק געשלאָגן מיט דער דעה און סוף כל? סוף אויט- 
געדרייט דעם קאָפּ אין זיין זייט : | ױֹ 
-- וועסט אָבער קומען אין אֶווֹנט ? | 
--- יאָ, כ'וועל קומען... -- האָט ער גערעדט פון שלאָף, 
--- איך ענדיק היינט פריער די אַרבעט. קום נלייך נאָכן עסן ! 
ער איז געקומען, אָבער אַ ביסל? שפּעטער וי געוויינלעך. און אין 
יענעם אָװנט האָט ער צום ערשטן מאָל אַריבערגעטראָטן אָן איבעריקן 
חשק דאָס טויערל פון דער ווזלע, וואו די פאַרטייעטע פּעפּיטא האָט אים 
אויסגעקוקט, זי איז געווען אזוי אומגעדולדיק, אַז זי האָט זיך ניט געקענט 
דערװואַרטן, ביז זיי װעלן דערגיין אין די בערג: שוֹין אין דער אַליי, נאַ- 
ענט פון די הייזער, האָט זי אַזױ האַרט געשפּאַנט לעבן אים, אַז שמערקע 
איז ביסלעכווייז אַראָפּ אויפן ראַנד פוֹן װעג. בשעת מעשה האָט ער נע- 
טראַכט אין האַרצן : 
-- נונוה, אויב ס/וועט אַזױ ווייטער ניין, װועט זי מיך סוף 2כ? סוף 
אַריינשטופּן אין ים אַרײן ! | 


/ 


172 


זייערע ליידנשאַפטן האָבן זיך איצט באַװעגט אין קעגנזעצלעכע 
ריכטוננען; אירע --- באַרג-אַרױף, זיינע -- באַרג-אַראָפּ, אין יענעם אַוונט 
האָבן זיי זיך אויסנעמיטן. | | 
| זי האָט אים אַװעקנעפירט אין זעלבן הייל, וואו זיי האָבן זיך, אין . 
משך פון א ואָך, כמעט יעדן אוונט נעטראָפן. ביז שפּעט האָט זי אים 
ניט אָפּנעלאָזן פוֹן זיך, יעדעס מאָל, ווען ער האָט זיך אויפנעהויבן מיט 
א טענה, אַז ס'איז שוין זייער שפּעט און אַז זי וועם צומאָרגנם גיט קענען 
אויפשטיין צו דער אַרבעט, האָט זי אים פאַרשטעלט דאָס מויל מיט איר 
דלאָניע, און זיך שאַרנדיק טיפער אין דער פינסטערער נאָרע, האָט זי 
געפליסטערט : | 

=+- נאָך אַביס?, מיין טייערער !.. 1 

אין יענעם אֶוונט האָט זי אים צום ערשטן מאָל געלאַשטשעט מיטן 
רוף , מיין טייערער!". ביז דעמאָלט האָט זי אים זיך אָפּנעגעבן שטום און 
דאָס שווייגן האָט איר דערמענלעכט אויפצוהאַלטן דאָס געפיל, אַז זי 
אַנערקענט 752 ניט זיין הערשאפט איבער איר וועזן. עס האָט נגעחייסן, אַז 
נאָר איר באַזינטער גוף ניט נאָך זיינע אינסטינקטן און קראַמפן, אָבער 
זי נופא בלייבט נעטריי אירע זיכרונות. | 

זי האָט זיך גיכער געפּלאַנטערט. אין א נעץ פןו רעפלעקסן איידער 
נעקלערט און איבערגעליינט. ערשט די ארויסגעזאַנטע ווערטער האָבן פאַר- 
מאָנט די קלאָרקײיט און אַנטשײדנקײיט פון א געדאַנק. זי האָט לאַנג מורא 
געהאט פאַר אים. און אין יענעם אַװנט האָט זי זיך אַליין געזאָנט, אַז 
אין דער צוקונפט איז איר גור? פאַרבונדן מיטן קינדערשן, פאַרוואונדעטן 
פיליצואַנער, װאָס האָט אויפנעטויכט פון א פרעמד לעבן און אַן אוֹמ- 
באַקאַנטער וועלט, איצט איז אַ שטראָם פון לאַשטשענדיקע צונעמען נע- 
מלאָסן פון אירע זוכנדיקע ליפּן: / | 

--- מיין ליכבסטער!., מיין איינציקער... מיין אוצר ! 

אַן אויסנעהוננערטע און רעזיננירטע האָט זי כמעט מיט נעװאלט 
אַרויסגעריסן פון מאַן די באַפרידיקונג, װואָס האָט איר געקומט. פיזיש 
געזינטער און שטאַרקעד פון אים, האָט זי אים אַזױי לאַנג געהאַלטן אייי- 
געקלאַמערט אין אירע פעסטע אַרימט, ביז אירע אָננעשטרעננטע מוסקולן 
האָבן פון זיך אַליין נאַכנגעלאָזן און פון אירע פארשטשימעטע ליפּן האט 
זיך אַרויסנגעריסן א מיפער זיפץ פון דערלייזונג. 

אויף צוריקווענ האָט זי פּלוצלונג א זאָנ געטאָן : 

--- וועפט חתונה האָבן מיט מיף? 


178 


אָבער שמערקע האָט לחלוטין אָנגעװואָרן יעטווידן חשק צו חתונה: 

--- װויפּל איז דער שיעור? -- האָט ער אױיסגענאָסן דאָס האַרץ פֿאַר 
רותן -- װאָס בין איך עפּעס, איין זכד אין שפּאַניע, װאָס? 

ער האָט לאַנג געמוזט װאַרטן אין דער אַלֵיי, אין יענעם פרימאָרגן, 
ביז רוֹת איז דערשינען, אַלע קראַנקן-שוועסטער פון דער נאכט-שיכט זיי- 
נען שוין אַראָפּנעגאַנגען און זי האָס זיך נאָך אַלץ געזאַמט אויבן. און 
ווען זי האָט זיך סוף 2? סוף באַװיזן, איז זי געווען צעשטרייט און האָט - 
ניט אויסגעהערט זיינע געשיכטעס מיט דער געהעריקער אויפמערקזאט- 
קייט, נאָר אויף זיינע לעצטע ווערטער האָט זי קורץ באַמערקט: 

--- גיין,, נישט דער איינציקער ! - 

און שמערקע האָט נלייך געוואוסט, וואו ער האַלט מיט איר איך דער . 
וועלט, 


| : 14 


קאַפּיטל דרייצן 
. ערשטער שריט טיץ הינטערלאַבד 


ערשט סוֹף אַפּרי? האָט שמעון באַקומען זיין אורלויב. זיי זיינען אלץ 

געלענן אויפן אַראַנאָן-פראַנט, זואו עס זיינען קיין גרויסע קאַמפן ניט 
פאָרגעקומען. אין פאַרנלייך צו די אַמאָליקע שלאַכטן איז דאָ די בריגאַדע . 
געלעגן וי אויף אִפּרן. דער סערזשנאט פּאַוועלעק האָט באַדאַרפט איבער-. 
נעבן די ביטע דעם לייטענאַנט פון באַטאַליאָן. ער האָט אַריינגעקוקט אין 
פאָרמולאַר ; | | 

--- אַכט טעג? -- האָט ער זיך געוואונדערט.. 

--- מיינסט, אַז ס'איז צופיל ? 

פּאַוועלעק האָט געדענקט שמעונען נאָך פון די ערשטע צייטן: זיי 
האָבן צוזאַמען געקעמפט ביי מאַדריד, האָבן מיטגעמאַכט דעם מאַרשׁ אי- 
בערן , טייך" און װידעראמאָל זיך געשלאָגן אויף אַלע פראָנטן אַרום 
דער הויפּט-שטאָט, | - 

-- װאָס זיינען אַכט טעג? -- האָט ער אים געפּאַטשט איבער דער 
פּלייצע --- וועסט דאָך אַפילו דעם טעם פון אַ בעט ניט דערפילן װוי עס 
באַדאַרף צו זיין! און אין טעאַמער? אין קאַבאַרעט?... ‏ נישקשה, פאַראַן 
װאָס צו זען אין די נרויסע שטעט!.. און צו , סיידלעך" דאַרף מען זיך 
דאָך אויך אַרײנכאַפּן, און כאַפּן אַ טרונק דאַרה מען אויך !א - 
| שמעון האָט געקלערט, אַז ער װאָלט יענעם מוחל געווען אַלע אויס- 

נערעכנטע גליקן, ער וויל נאָר טרעפן רותן! ווער ווייסט, צי ער וװעט זי 

געפינען אין אַזאַ קורצער צייט? און איידער װאָס ווען װועט דעד אורלויב 
זיין געענדיקט... ער האָט אָבער ניט געװאָלט אַרײינמישן דעם סערזשאנט 
פּאַוועלעק אין זיינע ראָמאַנטישע געשיכטעס, יענער האָט אים אַליין פארנע* - 
שלאָגן פאַר אַן אורלויב פון פופצן טענ און אים ביים געזעגענען נאָכ- 
אַמאָל אָנגעזאָגט, פון װאָס ער מון אַלץ ?מען השם געניסן, 


פּאַװועלעק איז געווען גערעכט: שמעון האָט זיך געמוזט שלעפּן עט' 
לעכע טעג מיט צוגן און קאַמיאַנען, ביז ער האָט זיך דערשלאָגן קיין אֵל- 
באַקעטע. פון אֵיין באַן צוֹם צווייטן איז אויסנעקומען צו ווארטן צענד- 
ליקער שעהן. ער האָט געהאַט גענונ צייט זיך ארומצוקוקן. ביז איצט האָט . 
ער געקענט נאָר דערפער, פאלווארקעס און שלאַכט-פעלדער. אצינד האָט 
ער ניינעריק באַטראַכט אַנדערע פּרצופים פונעם לאַנד, אין וועלכן ער האָט 
געקעמפט. ער האָט אַרומגעבלאַנקעט איבער די נאַָסן פון באַרצעלאַנע,. 
ווֹאָס זיינען געווען פאַרהאַנגען מיט אַנארכיסטישע -- שװואַרץ-רויטע און 
מאַרקסיסטישע רויטע פאָנען, און פאַרשוואומען מיט מיליטער-לייט און 
פרויען. ער האָט געטרונקען אין קאפע-הייזער, וואָס זיינען געווען פול מיט 
מענטשן און אָנגערויכערט, דערשטיקט צו ווערן. אין װאַלענציע האָט ער 
שפּאַצירט אויפן ברענ ים. אויף דער פּלאַזשע האָבן ברוינע פרויען אין 
ברייטע, געבלימטע הויזן זיך געבאַקן אויף דער זון. ס'האָט געשמעסט מיט 
פרילינג און אַראַנזשן-בליט. אויף די טעראַסעס-רעסטאָראַנען, װאָס האָבן 
אַראָפּגעקוקט צוֹם ים, האָבן אַפיצירן נענעסן טייערע מיטיקן, נעטרונקען 
שאַמפּאַניעד און געשמייכלט צו זייערע באַגלייטעריגס --- פו?-בוזימדיקע 
שפּאַניערינס מיט פּוכקע אַרימס און אַ טיפן, סאַמעטענעםּ שװאַרץ אין די 
אויגן,. אויפן פּלאַץ-קאַסטיליאַר ‏ זיינען אַרומגעשפּרוֹנגען + װאָרקענדיקע 
מויבן און אינװאַלידן זיינען דאָרט נעזעסן אויף בעטאַנענע בענק און 

געווארימט באַנדאַזשירטע גלידער. פּראָסטיטוטקעס האָבן זיך אַרומגע- 
| דרייט טשאַטעסװײין פון באַר-שאַנכאַי, זואו געבראַטענע הינדעלעך האָבן 
געגלאנצט אין די וויטרינען, צום באַר-אוױיטאָמאַטיק, ווא צעװארימטע 
פּאָרלעך האָבן זיך געקושט, איינגעהילט אין פּאַפּיראָסן-רױיך און ראָזן, 
פאַרטונקעלטן ליבט. " | ה = 05 

די , בענדלעך" האָבן זיך אים געװואָרפן אין די אוינן: די ראָנן פון 
קאַסטיליאַר-פּלאַץ זיינען געווען פאַרשאָטן מיט אפיצירן, קאַפּיטאַנען, 
קאָלאַנעפֿן; אויף די אַרב? האבן גענלאַנצט צוויי שטרייפן, דריי שטרייפן, 
דיקע גאַלד"פּאַסיקלעך און ווייסע, בלישטשענדיקע שטערנדלעך. 

אויפן פּראָנט האָט מען זיי נאָר אַזויפיל ניט אָננעזען, די אִפיצירן, 
פיהאָבן דאָרט תמיד אויסנעפעלט אנפירנדיקע קרעפטן. אויפן כאַראמאַ- 
פראַנט איז ער איינמאָל געבליבן אין משך פון פינף טעג מיט זיין קוילנ. 
װאַרפּער און זיינע עטלעכע מענטשן אָן שום פאַרבינדונג. זיי האָבן דאַן 
שיר ניט אויסנגעהרנעט אַן איינענע אִפּטײלוננ עננלענדער, װאָס האָבן זיך 
צוריקגעצוינן אוֹיף א פלינל, מיינענדיק אז דאָס זיינען פאשיסטן, װאָס. 
גרייפן אָן. ׂ 
176 


דאָס האָט מען זיי ניט לאנג אייננעפירט די בענדלעך מיט די ראַנ- 
געס, מיט די פאַרשידענע פוינען פאַר אפיצירן און סאַלדאַטן, אוֹדאי --- 
האָט ער גייענדיק געטראַכט -- האָט מען עט געמוזט איינפירן: מען האָט 
דאָך געמוזט אויסשמידן אַן אמתע דיסציפּלינירטע אַרמײ פון די צעשפּלו- 
טערטע פּאַרטיזאַגען-נרופּעס! אָבער אויפן פּראָנט האָם מען זיי אַזױ ניט 
געפולט, די בענדלדיקע. די אַלטע אפּיצירן, װאָס האָבן געקעמפט און גע- 
הונגערט צוזאמען מיט די מיליציאַנערן פון די ערשטע טעג, האָבן אַפילְן 
ניט געװאָלט אָנטשעפּען די שטרייפן אויף די אַרבל.. 

דער טראַטואַר אֵרוֹם דעם קאַסטיליאַר-פּלאַץ איז געווען באַשטעלט 
מיט טישלעך. ס'חאָט דאָרט געווימלט פון מענטשן, װאָס האָבן געזופּט 
ביר און אַראַנזשאַדעס, פאַרביסן מיט אינגעווייטן פון שנעקעס און. מוש- 
לען, און זיך בשעת מעשח געלאָזט פּוֹצן די שיך. אויף איינעם פון די 
דאָגן איז פּלוצלונג געװאָרן אַ טומל. שמעון איז אַהינגעלאָפֿן. אַן. אינואַײ . 
ליָד, אָנגעשפּאַרט אויף אַ קולע, אין געשטאַנען ביי אַ טעראַסע, מיטן פּנִים 
צו די טרינקענדיקע, און נעריטשעט אויפן גאַנצן קול:. . 

-- נוטער ביר, האַ?.. קאַלטער ביר !1.. 

ער האָט זיך אָנגעלענט אויף אַ שטול, האָט פלינק אָפּגעשניורעװעט 
זיין הילצערנע פום און נעטראַסקעט מיטן געשניצטן קלאָץ איבער אַ טישל, 
אַז די נלעזער האָבן אַזש אונטערגעטאנצט מיט 8 געקלאַנג: | 

| -- ס'איז אייך דאָ נוט צו זיצן און טרינקען ביר, װאָס 44 . י' 

די רייזע מיטן צוג האָט געדויערט לאַנג. די אויסנעלאַשענע װאָקזאַלן 
זיינען געווען פאַרליינט מיט מענטשן. אין די שמוציקע וואַרט-זאַלן, אויף 
די פּאָדלאָנעס, אויף די בענק, אויף די פּעראַנען און ביז ייט אין די 
אַרומיקע געסלעך, זיינען נעלעגן קלימקעס און מענטשן, קינדער און פרוי- 
ען, געפלאַכטענע קערב און פּעק בעטגעװאַנט, קאַשיקעס נרינסן און אוים- 
געשטאַפּלטע הינער-שטייגן. ס'האָט אויסנעזען וי א גאַנץ לאַנד מיט קינד 
און קייט, און הכל בכל האָט זיך געפאָזט אין ווענ אַריין. עס זיינען גע- 
פאָרן מוטערס צו זייערע זִין אין די שפּיטאָלן, כלות צו זייערע: חתנים, 
װאָס זיינען אַראָפּ אין רעווערוו, רעזערװיסטן האָבן זיך אומגעקערט אין 
די קאַזאַרמעס און אורלויבניקעס -- צייטוייליק אַהיים; פּויערים האָבן 
געפירט שפּייז אין די אויסנעהונגערטע שטעט, פּליטים. פון עװאַקואידטע 
נעננטן זיינען טראַנספּאָרטירט געװאָרן אין דערפער, מאַמעס פוֹן חרוב- 
געװאָרענע שטעט האָבן געזוכט זייערע פאַרלוירענע קינדער, און פאַר- 
װאָרלאָזטע קינדער האָבן זיך געלאָזט זוכן קר-ובים, - 
19 | 177 


סאָלדאַטן האָבן זיך צעלייגט אין די דורכנענג, אויף די פּלאַטפאָרמעס 
און אונטער די בענק, זיך איינגעדרייט אין זייערע גרויע קאָלדרעס און 
געכראָפּעם מיט אַ פייפעריי. פּויערים האָבן זיך צעלייגט מיט זייערע זעק 
אויף די פּלושענע בענק פון ערשטן קלאַס. פאַרוװואונדעטע האָבן גע 
קרעכצט פון שלאָף, באַנדאַזשירטע. אינװאַלידן האָבן געכראַקעט דורך די 
צעעפנטע פענסטער און אין יעדן צופעליק-פרייען וינס? פון די דיל 
| מיליציאָנערן האָבן געהאַלטן אין איין רויכערן, גענאָסן וויין גלייך. אין 
גאָרגל אַריין פון שװאַרצע, לעדערנע לאָגלען, װאָס זיי האָבן געהויבן הויך 
איבערן צעעפנטן מויל, האָבן ליידנשאַפטלעך און היציק דיסקוטירט ועגן 
פּאָליטיק און סטראַטעגיע, און געזונגען וװענן פרייחייט, מלחמה, פרויען 
און ליבע. בשעת מעשח האָט דער לאָגל געװאַנדערט פון האַנט צו האַנט, 
אָן אונטערשיד פון נאַציאָנאַליטעט און פּאַרטײ. קינדער האָבן זיך באַ- 
נעצט ביי די מאַמעה אויפן שויס. /אַנדערע האָבן עס געטאָן. ביי פּאַסאַ- 
זשירן אויפן קאָפּ, סיי די און סיי יענע האָבן ביטער געיאָמערט. די גע-, 
ליטענע פּאסאַזשורן פון אונטער די בענק האָבן אויפגעװאַכט פון שלאָף, 
- זיך געוישט מיט די אַרבל און געשאָלטן אַלע הייליקע. די אַרומיקע האָבן 
זיך נעוויצלט און געלאַכט. מיטן גרויען פון פאַרטאָג האָבן זיך צעקרייט 
די הענער אין די שטייגן, 

אין אַלבאַסעטע אין שמעון פאַרפאָרן אין דער קאזאַרמע. ס'איז 
דאָרט געווען הייס אוֹן דושנע. די נאָרעס זיינען געשטאַנען איבעראַנאנ- 
דער און פּאַרשפּרײיט דומפּיקע ריחות. אינמיטן נאַכט האָט איִם אויפנע- 
וועקם אַ גערויש. ער האָט זיך אַ כאַפּ געטאָן וי אויפן פראַנט, בעת א 
פּלוצימדיקער אַטאַקע, און געזוכט די ביקס ביי דער זייט. אָבער דעם 
-מומל האָבן דאָס מאֶָל אָנגעמאַכט שכורע מיליציאַנערן, װאָס האָבן גע- 
שאָלטן די קאַזאַרמע, די מלחמה און נאָר די וועלט, 

אינדערפדי איז ער אַראָפּ אין נאָס. װוי אַזױ זאָל ער אָנהויבן זוכן 
רותן? אַן אויפזעער פון דער קאַזארמע האָט אים גע'עצה'ט גיין אויף 
דער הויפּט-פּאָסט פוֹן די , אינטערנאַציאָנאַלע ברינאַדעס? און האט אים 
דערקלערט דעם ועג. 

ער איז אַרייננעפאלן אין אַ לאבירינט פון שמאָלע געסלעך, װאָס 
האָבן דערמאָנט אָן אַן אַראַבישער שטאָט. פון ביידע זייטן גאַס האָבן זיך 
! געהויבן געלע, שטיינערנע הייזקעס מיט בפֿױי -געפאַרבטע פענסטער-ראַמען 
און אַראָפּנעלאָזענע ראָנאָזשע -לאָדנס. אין דער פּאָסט איז פאַרן פענסטערפ 


אין די װאַנאַנען איז געוען אַ. געדראַנג אוֹן א דערשטיקעניש. 


178 


געשטאַנען אַ ריי סאַלדאַטן, װאָס האָבן. אויסגענוצט זייער אורלויב, כדי 
זיך נאַכצופרענן אויף פֿאַרלעגענע בריוו. פון דער גאַנצער װעלט איז 
אַהערצו אָנגעקומען די קאָרעספּאָנדענץ פאַר די ,, אינטערנאַציאָנאַלע". דאָ 
האָט זיך געפונען די צענזור און דאן האָט מען געקענט דעם שיפרירטן 
נומער פון יעדער בריגאַדע און דעם פּלאַץ וואו זי געפינט זיך גראַדע. פון 
דאַנען האָט מען צעשיקט די בריוו אויף די פראָנטן, לויט די געהיימע אַד- 
רעסן, | | יו 

די מיליציאַנערן-באַאַמטע זיינען געלאָפן אין זייטיקע צימערלעך, 
האָבן נאַכגעקוקט אין ליסטעס און קאַרטאָטעקן און זיינען מיינסטנס צו- 
ריקגעקומען מיט אן אָפּגעהאַקטן ענטפער : | 

--ניטאָ גאָרניט ! | : 

די זעלנער זיינען אַרױס אויפגערענטע, מיט ביזע פּנימער. זיי 
זיינען געווען אומרואיק ווענן זייערע פרויען, כלות אָדער משפּחות. במעכמאָי 
אַלֶע האָבן אויפן קול כאַשולדיקט די פּאָסט: 

-- זיצן דאָ אין הינטערלאנד און קענען אַפילו די בריוו ניט דער- 
ליידיקן ! | 

אַן אֶפיציר פון פּאָסט האָט אויסנעהערט שמעונס ביטע און אים 
דערקלערט: . , | 

--- מיר טאָרן ניט אַרױסנעבן דעם טייטש פוֹן דעם שיפר! איר קענט ‏ 
שרייבן אויף דעם אָנגעגעבענעם אַדרעס -- ס'וועט אֶנקומען ! 

שרייבן? דער בריוו װעט ליגן אויף דער צענזור און דערווייל װעט 
זיך ענדיקן זיין אורלויב... און טאָמער מעקט דער צענזאָר װידעראַמאָל 
אויס דעם נאָמען פון שפּיטאָל ? | | 

קעננאיבער דער פּאָסט האָט זיך געצוינן א פּאַרק, זואו מיליציאָנערן 
זיינען געזעסן אויף בענק. ער איז דורכנעגאַנגען די אַלײיען און ניט גע- 
טראָפן קיין איין באקאנטן פּנים, א ברייטע נאָס, באַזױמט מיט ביימער, 
האָט נעפירט אין שטאָט אַריין. ער האָט זיך געלאָזן אַהינצו. | 

מיטאַמאָל האָט ער זיך דערפילט איינזאַם. וואו זיינען די אַלע, מיט 
וועמען ער האָט צוזאמען נעקעמפט אין די ערשטע טענ? בערנמאַן איז 
אַרױס פון שפּיטאָל מיט א פאַרברענטן פּנים פון פלאַמען-װאַרפער. דאַן 
איז ער ווידער פאַרוואונדעט געװאָרן. אויף וועלכן פראַנט איז ער איצט? 
לעבט ער נאָך?... שמערקע איז געפאַלן! און מען זאָגט, אַז ער האָט או- 
בערנעלאָזן צוויי אַלְמנות אין שפּאַניע און אפשר נאָך א דריטע אין פּאַ- 

ריז!.,. און ריימאַן איז פאַרפאַלן געװאָרן אויפן גװאַדלאַכאַראַ-פראַנט, 


179 


אַוודאי ליגן געכליבן אין פעלד צװוישן חונדערטער אַנדערע און אין אַצינד 
--- אין אַ מאַסן דקבר ,,, | 
ער האָט געשפּרייזט לאַננזאַם. אַרום האָבן פויל שפּאַצירט גרופּקעס 
מיליציאַנערן. אין זיכרון האָט ער דורכגעפירט די צענדליקער יאָטן, מיט 
וועלכע ער אין געשלאָפן דוקן ביי רוקן אין די טראַנשײַען, מיט וועלכע 
ער אין געלאָפן אקסל ביי אַקס? אין די אַטאַקעס. ער האָט געזען זייערע 
פּנימער: פּאַליאַקן, יידן, יונאָסלאַװן, פראַנצויזן... אַלטע און יונגע, פריי- 
לעכע לצים און בייזע מרוקעס, פאטערס װאָס האָכן איבערגעלאָזט פרויען 
מיט קינדער, און יונגע יאַטן, נאָך.וועמען מאַמעס וויינען ערגיץ אויס די 
אויגן ... | | | : 
ער האָט זיך נעמילט סיד אוֹן צעבראָ כן, אויסנעמאטערט פון דער 
נסיעה און נידערשלאָגן פון זאָרגלאָזן לעבן װאָס ער האָט נעזען אין די 
שטעט פון חינטערלאַנד. אַ שטילער װאָרים פון יאוש האָט אים גענאַגט: 
צו װואָס איז עד אייננטלעך לעבן געבליבן? צי װעט ער דען ווען נים איז 
זיך קענען -אומקערן צוֹ אַ דואיק לעבן פון אַרבעט און לערגען 1... 
און מיטאַמאָל האָט ער זיך דערמאַנט אָן רות'ן און דער געדאַנק האָט 
אים אויפנגעמונטערט. ער האָט דערפילט אַ שטראָם פון קראַפט אין אַלע 
גלידער. זי איז פאַראַן! ניט ווייט פון דאַנען... ער קען זי אפשר טרעפן 
דא אין גאַס... ער האָט דערזען איר, רירעוודיקן קערפּער און בלויען בליק 
און זיך צעשמייבלט, ר יי 
הינטער אים האָט מען גערעדט יידיש. ער האָט זיך אומגעדרייט. 
דאָס האָבְּן געשמועסט אַ סערזשאַנט פיט א החינקעדיקן מיליציאַנער. עך 
האָט צונעװאַרט בוז זיי האָבן זיך אויסנענלייכט מיט אים: 
--- פאַלוד, חברח ! 
דערנאָך האָט ער זיי נעפרענט אן עצה, וי אַזױ צו ארי דעם 
אַדרעט לויטן נומער, װאָס ער האָט, 
--- ניי אַרױיף אין פּאַליטישן , קאַדער"! -- האָט אים דער הינקע- 
דיקער געראַטן --- ווען זיי ווילן נאָר, קענען זיי אַלץ טאָן ! 
- נאָר אין ,קאַדער" זאָלסטו מִיר ניט גיין! --- אט זיך דער סער- 
זשאַנט אַ כאפּ געטאָן -- בעסער הויב נאָר ניט אָן מיט די הירן-זין ! וועסט 
נים אַרױסקריכן פון זיי, י | 
ישמעון האָט זיך ניט איבערגענומען מיטן סערזשאַנטס רייַד. שוין 
אויפן פּראַנט האָט ער געהערט, אז אין הינטערלאַנד דרייען זיך אַרום א 
סך דעמאָראַליזירטע. 
- וואו איז דער קאַדער? -- האָט ער געפרענט. 
0 


-- לעבן , סירקולאָ מערקאַנטיל". 

--און וואו איז דער ,סירקולא מערקאַנטיל" ? 

-- ביסט זאָך עפּעס גאָר אַ גרינער: -- האָט דער סערזשאַנט אויס- 
געשריען --- אין ,טירקופאָ? קומען אַריין אלע מיליציאגערן, װאָס פאָרןן 
דורך אַלבאַסעטע. אונטן, אין קאַפּע, דרייען זיך אַרוֹם אַלע יאָלדן, אַזױ 
וי איך און דו. אויבן זיצן די אֶפּיציר! מיט די גענעראַלן, מיט די רעדאק- 
מאָרן און אַנדערע שװאַרץדיאָרן. מיך וועסטו 8 גאַנצן טאָג טרעפן אוּנטן, 
איך חיים נליקין, | 

-- אָבער וואו איז דער קאַרער? - --- איז שמעון געװאָרן אומגע- 
רולדים. | 6 1 

זיי האָבן אים דערקיערט, אַז מען דאַרף גיין מיט דער גאַס, דורכ- 
שניידן אַ פּלאַץ, זיך נעמען פינקס און אַרינגײן אין אַ הויז אויף וועלכן 
עס הענגט אַן אַלְטער, בלעכענער שילד מיט דער אויפשריפט: , באַנקאָ 
דע עספּאַניאַ?, | | | 

--- אָבער צו וועלכן קאַדער געהערסטו? -- האָט אים דער הינקע" 
דיקער אַ פרעג נעטאָן ביים געזעגענען. 

--- פרעג מיך אַ גרינגערע קשיא! איך קום היינט פון פראָנט.. 

עס האָט זיף אַרױסנעװיזן, אַז יעדע נאַציאָנאַליטעט האָט איר בא 
זונדערע אָפּטיילונג אין קאַדער. --- וואוהין זאָל ער גיין+.. געהאַלטן האָט 
ער זיך פּשוט פאַר אַ ייד. אָבער קיין יירישער קאַדער איז ניט געווען. 
אין דער ברינאַדע האָט ? מען איים פאַרעכנט צו די פּאַלעסטינער. זאָל ער 
דעריבער גיין צום ענגלישן קאַדער, וויי? פּאַלעסטינע איז אַן ענגלישע קאָ- 
לאָניע? אָדער אפשר נאָר צום פראַנצויזישן, ווייל ער קומט דאָך סוף כל. 
סוף פון פראַנקרייך?.,. געבליבן איז, אַז ער זאָל גיין צו די פּאַליאַקן. 

--- אוֹן דערנאָך זאָלסטו אַרײנקומען אין ,, סירקולאָ? --- האָט דער 
סערזשאנט גליקין אים נאַכגעשריען --- מע'ט טרינקען אַ א גלעזל!/ 

אונטן ביים פּלאַץ, האָט געהערשט אַ שטארקע באַװעגונג פון מיל 
ציאָנערן. עם זיינען דאָרט געשטאַנען פאַרמאַכטע קאַמיאָנען, װאָס האָבן 
געפירט סאָלדאַטן פון איין פראָנט צום אַנדערן. עס האָבן פאַרבייגערוישט 
מאַטאַציקליסטן מיט לעדערנע חיטלען און פאַרמאַכטע ברילן איבער די 
אויגן. אמבופאַנסן, באמאָלטע מיט רויטע קרייצן, האָבן הילכיק געטרובעט. 

אַלבאַסעטע איז דאן געווען דער אָרנאַניזאַציאָנעלער צענטער פון די. 
(, אינטערנאַציאַנאַלע בדינאדעס". אחערצו זיינען אנגעקומען די פרייווי- 
ליקע פון אוױיסלאַנד. אין די אַרומיקע שטעטלעך האָט מען געשולט די 


181 


רעקרוטן. דאָ. האָט זיך געפונען די צענטראַלע פון שפּיטאָ?-װעזן און עס 
זיינען דערשינען טעגלעכע ביולעטינען אין אַכט שפּראַכן, | 

אין קליינעם צימער? פון פּוילישן , קאַדער" האָבן געֲוואַרט עטלעכע 
מיליציאָנערן,. דער פעקרעטאַר, װאָס האָט זיי אויפגענומען, איז געשטאַנען 
- הינטער א באַריערע. שמעון האָט אים דערווייל באַטראכט: ער האָט אויס- 
געזען פון אַ יאָר פערציק. אויף זיין מאָנערן נוף האָט ער געטראָגן א צו- 
ברייטע, מיליטערישע כאַקי-בלוזקע. א פּליכעװאַטער שאַרבן האָט גע- 
גלאַנצט אויף זיין לענגלעכן קאָפּ און זיין שטאַרק קורצזיכטיקער בליק, 
װאָס האָט אַרױיסנעקוקט פוֹן הינטעד גרויסע בדילן-נלעזער, האָט אויסגע- 
דדיקם אומצוטיוי און חשׁד, פון זיין גאַנצער פיזיאָנאָמיע האָט אויס- 
געדעמפט אֵן אַסקעטישע טרוקנקייט. | | 

--- און אַ ייד אוז ער אויך -- האָט באַשלאָסן שמעון ביי זיך --- 
אַ װאַרשעװער, מסתמא, רעדט אַ גוטן פּוליש.. 

ער האָט זיך צוגעהערט צו די נגעשפּרעכן. אַלע האָבן געהאט עפּעס 
טענות: איינער האָט געװאָלט אריבער אין דער אַרטילעריע, א צווייטער 
האָט זיך באַקלאָנט הלמאי זיין פרוי אין אויסלאַנד באַקומט ניט קיין און- 
טערשטיצונג. און חגם שמעון אין ניט געקומען מֿיט קיין טענות, האָט 
זיך אים מיטאַמאָל אױיסגעדאַכט, אז זיין ענין װעט דאָ אויסזען אומוויב- 
טיק, אז אַ פרעמדער מענטש װעט אים כלל ניט פאַרשטיין, 

ס'איז נגעקומען זיין ריי, ער האָט שטיל, עטװאָס זשענירט, דערציילט 

(אין װאָס עס נייט, : 

-- וועמענט איז דער אַדרעס? -- האָט דער סעקרעטאַר אנגעשטעלט 
אויף שמעונען זיין פאָרשנדיקן בליק, 

--- פוֹן מיינער א חברטע, | 

--- און פאַרװאָס האָט זי אייך אַליין ניט געשיקט דעם אַדרעס ? 

-- זי האָט אים געשריבן, אָבער דער צענזאָר האָט אויסגעמעקט. 

--- אויב דער צענזאָר האָט אויסנעמעקט, דאַרף עס דאָך סיסתמא 
אַזוי זיין, וי אַזױ ווילט איר, אַז מיר זאָלן עס אייך זאָנן ? 

--- אָבער די חברטע' אַרבעט אין אַ. שפּיטאָל. און אָט בין איך אַלֵיין 
שוין געלעגן אַ אַ פאַרוואונדעטער אין דריי שפּיטאָלן. טא פאַרװאָס טאָר איך 
דווקא ניט וויסן דעם אָרט פון דעם, וואו זי אַרבעט? צופעליק האָט מען 
אויך מיך געקענט ברענגען אַהין ! 1 

--- לאַנגזאַם, חבר, לאַננזאַם! -- האָט דער סעקרעטאַר איבערגעריסן 
שמעונ'ס אימפּע װואַכזאַמקײט איז אונדזער וויכטיקסטע אויפנאַבע! 
אַן אַנקעטע האָט. איר שוֹין אויסגעפילט ? 
182 | 


א 





= ניין. 

-- וי לאַנג זיינט איר אין שפּאַניע ? 

--- אַכט מאָנאַטן. י | 

-- אַכט מאָנאַטן און איר זיינט נאָך ניט געמאָלדן ? 

דער פעקרעטאַר האָט אָנגענומען אַ טאָן פון אן אויספאָרשונגס-ריכ- 
טער. שמעון האָט דערשפּירט, אז די פראגן ציקן ערניץ-וואו, אַז מען איז 
אים אין עפּעס חושד. װאָס דרייט מען אים אייגנטלעך א קאָפּ מיט אַנ- 
קעטעס? ער איז געקומען קיין שפּאַניע עז און איז ביז איצט געווען 
אויפן פראָנט. דאָרט האָט מען געשאָסן אָן אַנקעטעס!.. ער האָט אָבער 
געזאָנט שטיל: + 

--- נו,. גוט, װועל איך איצט אויספילן אַן אַנקעטע. װאָס אֹיו עס 
דען װוינטיק ? | 

--- איר פאַרשטייט, חבר -- האָט דער סעקרעט אר ניט אָפּגעלאָזיז -- 
װאַכזאַמקײט און װידעראַמאָל װאַכזאַמקײט! עס דרייען זיך אָרום כל? מיני 
טיפן, די , פינסטע קאַלומנע? פירט אומעטום איר אונטערנראָבונס-אַרבעט, 
מען קען קיינמאָל ניט וויסן, מיט וועמען מען האָט צו טאָן ... 

שמעון האָט מער ניט אויסגעהאלטן:' 

--- חבר! --- האָט ער כמעט נגעשריען -- איך בין געווען זיבן חרשים 
אין דער ערשטער ליניע!,. איך בין דריי מאָל געווען פאַרוואונדעט! כ'האָב 
זיך געשלאָגן מיט די פאַשיסטן נאָך חינטערן אַלקאַזאַר .. | 

ער האָט זיך פאַרהאַקט אינמיטן זאץ. פאַרװאָס שרייט ער אייגנט- 
לעך? עס קומט אים דען אַ דאַנק, דערפאַר װאָס ער האָט געקעמפט? עס 
מוז דאָך הערשן אַן ארדענונג! האָט ער דען ניט פאַראורטייסט די אַנאַר" 
כיע, װאָס האָט אין די ערשטע צייטן נעהערשט אין דער אַרמײ? וים5 
מפּלות האָט מען צוליב דעם געליטן ?1. 

פונדעסטוועגן האָט אין אים געזידט א צאָרן, װאָס ער האָט בשום 
אופן. ניט געקענט גובר זיין. יעדער פראָנט-קעמפער פילט אַ פאַרבאָרנע- 
נעם האָס און פאַראַכטונג צו די ביוראָ-לײיט פון חינטערלאַנד. דער מענטש 
פון דער פייער-ליניע צאָלט טאָנזטענלעך במזומנים סיט זיין נאַקעטן 
שטיקל לעבן און ער האָט אַ נעפיל פוֹן אומבאַנרעניצטע רעכט לנבי די 
יעניקע, װאָס האָבן ניט דיזיקירט מיט זייער איינענער הויט, 

דער סעקדעטאר איז ווייכער געװאָרן. ער האָט זיך גלייך גענומען 
אויספילן די אַנקעטע : בי 

-- נאַפען? -- נאַציאָנאַליטעט? --- אָרט פון געבוירן ? 


188 


די אַנקעטע װאָלט זיך אוודאי לאַנג פאַרצויגן, ווען אַ טראַסקערײ פון 
אַ הילצערנער קולע װאָלט זיך ניט אַריינגעריסן אין צימער. באַלד איז 
אַריינגעהונקען אַ רױיט-פּנימדיקער מיליציאַנער. דערזעענדיק שמעונען, 
האָט ער אַ פּאַטש געטאָן מיט די הענט און דערלאַנגט א שאָס מיט א 
כפול-שמונה'דיקן, עכט-פּוילישן מי-שברך : 

--- שימעק, הינטיש בלוט, דו לעמסט? וי גאָט איז מיר ליב, הינ" 
טישע מאַמע, כאָלעראַ !... דו לעבסט ! דו לעבסט! 

- ער האָט אָפּנעכאַפּט דעם אָטעם און אָנגעהויבן דעם מי-שברך אויף 

צוריק, צוגעבנדיק דרך-אגב נייע ניואַנסן : 

--- כאָלעראַ! הינטיש-בלוט... צוֹם העלן טייוו?... דו לעבסט! 

בשעת מעשה האָט ער צוגעהונקען צוֹ שמעונען, אים אַרוֹיפגעפאלן 
אויפן האַלדז און געקושט אויפן פּנים. א שטיק צייט האָט ער אים ניט 
אָפּגעלאָזט און שמעון האָט געפילט אויף די ליפן אַ לייכטן ריז פון 
שנאַפּס און דעם געזאַלצענעם טעם פון טרערן. ער אַלַייז האָט אַ וויילע 
אָפּגעדרייט דעם קאָפּ און פאַרביסן די ליפּן. דאַן האָבן זיי זיך געדריקט 

י הענם און זייערע. אויגן האָבן גענלאַנצט מיט פרייך. 

שמעון האָט אים נלייך דערקענט: פּאָזשאַרסקי, אַ פּוילישער פּױיער, 
אַ קוילנגרעבער פֿון צמון-פראַנקרייך. צוזאַמען זיינען זיי אָפּנעפאָרן אומ- 
לענאַל מיט דער עדשטער גרופּע פרייוויליקע, נעגנב'עט די גרעניץ איבער 
די פארשנייטע פּירענייען, געצויגן אין פעלד כמעט מיט ליידיקע הענט 
קעגן די פאַלאַנגיסטן, מאַראָקאַנער, מאָרן, איטאַליענער, ! דייטשן; געשלאָפן 
געבנאַנאַנדער אין פּדאָװיזאָרישע גריבער, ביזן האַלדז אין בלאָטע. ער 
האָט געװואָרפן א זייטיקן בליק אויף יענעמס פוס, דער פּאַלאַק | האָט עס 
באמערקט }- 

-- א ירושה פון כאַראַמאַ... און איצט מוז איך דאָ זיצן און קוועטשן 
פּאַפּירן. אָבער אונדזערע װועלן זינן ! 
1 שמעון האָט אומנעדרייט דעם קאָפּ צום טעקרעטאַר. יענער איז גע- 
שטאַנען עטװאָס אַ באַנומענער. איצט האָט ער געפרענט : 

-- -דו קענסט אים, פּאַזשאַרסקי ? : 

--- צי איך קען אים? א שיינע מעשה! איינער פון אונדזערע בעסטע 
יאטן. ווען מיר האָבן או סך אַזעלכע, װאָלט שוין פראנקא פון לֿאַנג אַנט- 
לאָפן הינטער די הרי חושך. וועגן װאָס ביסטו געקומען אֹין ,,קאַדער"? -- 
האָט ער זיך געװוענדעט צו שמעונען. 

שמעון האָט ‏ דערציילט בקיצור זיין פאֵל. פּאָזשאַרסקי האָט כסדר 
| צוגעשאַקלט מיטן קאָפּ; 
184 | 


-- זי טיזיך שוין אודאי אויסגעוויינט די אויגן, דיין טייבעלע. 

און ווען שמעון האט פאַרענדיקט, האָט ער געפּסקגם. 

-- אודאי דאַרפסטו אַראָפּפאָרן צו איר! שיין װעט עס אויסזען, אַז 
א סאָלדאַט פון דער ליניע זאֵל, בעתן אורלויב, זיך ניט קענען דורכשלאָפן 
מיט זיין איינענער מיידל!... איז וואו איז דאָ דער סאַציאַליזם? וואו איז 
די פרייחייט? און וואו איז די גערעכטיקייט ? 

א וויילע האָבן אַלע געשוויגן. ט'איזן קענטי? געווען, אז דער פּליכע- 
: װואַטער האָט גרויט דרך ארץ פאַרן קולאַװן. אָבער דער סעקרעטאַר אין 
אים איז אַלץ געבליבן שטרענג און ערנסט, | 

--- גוט -- האָט ער געזאָגט --- מירן אַ שמועס טאָן מיטן קאַפּיטאַן 
פוֹן , קאַדער?. י וד 4 , 

אויך שמעון און פּאָזשאַרסקי האָבן איצט נעמאַכט ערנסטע מינעם: . 
אַרדענונג מוז זיין! דער טעקרעטאַר האָט עפּעס געצייכנּט מיט אַ בלי- 
פעדער אויף א שטיקל. פּאַמּיר, | 
= װועסט אַריינקומען אין דריי טעג ארום -- האָט ער געזאַנט. צו 
שמעונען. | 

--- גוט, 

--- סאַלוד ; 

--- פאַלוד, חבר ! | : 

-- פארנאכט על איך זיין אין ,סירקולאָ מערקאַנטיל? --- האָט 
פּאַזשאַרסקי אים אַרױסבאַנלײט צו דער טיר; | 

ודי נאַנצע וועלט דרייט זיך אַרום + סירקולאָ? -- האָט נעקלערט 
שמעון און זיך געלאָזט גיין אַהינצו. אפשר ועט ער דאָרט הערן ועגן 
די שפּיטאָלן ? ער האָט דורכנעשניטן דעם קליינעם רעפּובליק-פּלאַ? און 
איז פּלוצלונג שטיין געבליבן וי אַן אֵיינגענראָבענער: א לאַנגער גע- 
שפּענסט, אין הענגענדיקע מיליטערישע מלבושים, האָט מאַרשירט אי" 
בערן טראַטואַר,. ערשט אין אַ וויילע אַרום איז ער נעקומען צו זיך און 
אויסנגעשריען איין װאָרט : 

-- ר יי סמ אַן ! 


== 
6ס 
זש 


קאַפּיטל פערצן 


שמערסע ווערט = ,דטן דשואוי און רות באַראיגטערעסירט 
זיך מיטן געגער-פראבלעם י 

אין אֶוונט איז אין בענעקאַסים געפאַלן אַ שטאַרקער רעגן. צומאדננם 
האָט ווידער אַ שיין געטאָן די זון. זינט דעם באַגינען האָט אַ' געדיכטער 
דאַמף זיך געהויבן פון דער צעפּאַרעטער ערד. אִין בין-חשמשות האָבן 
זיך די בלומען געשלאָסן קעגן דעם טוי און די װאַסער-טראָפּנס, פאַר- 
טאָג האָבן זיי זיך צעעפנט פאַר די זו-שטראַלן און פאַר די זוימען- 
קערנדלעך, וואָס זיי האָבן אויסגעליפערט אָדער שריינגענומען, די גע- 
וויקסן האָבן שווער געאָטעמט אין דער צעװאַרימטער לופט און זיך גע- 
יאָנט װאָס גיכער רייף צו װוערן. זיי האָבן נים געוואוסט, אַז זיי וועלן 
אויך שנעל פאַרוועלקן, | | | | 

פאַרנאַכט האָבן זיג-זאָגן פוֹן דיאַמאַנט-פײיער דורכגעריסן די װאָל- 
קנם און זיינען אַריינגעפאַלן אין טונקל-געװאָרענעם ים אַריין. עהניץ אין 
דער ווייט האָבן זיך געקייקלט דונערן, די כװאַליעס האָבן אויפגעהויבן 
פאַרשוימטע קעפּ און זיי געענטפערט מיט א טויבן ברומען. שווארצע 
כמאַרעס זיינען אויפנעשטיגן פוֹן ים און זיך געלאזט אין אַ געיעג נאָך 
דער רויט-צעגליטער, זיך זעצנדיקערף זון. די ביימער האָבן זיך געטולעט. 
די גאַנצע נאַטור האָט געװאַרט אויפן רעגן, | 

פּעפּיטאַ האָט געוואַר אויף שמערקען. זי האָט געפילט דעם אָנ- 
קומענדיקן שטורעם אין אַלע אירע גלידער. זיי האָבן ניט געקענט גיין אין 
די בערנ און זי האָט אים אַוועקגעפירט אין אַ טונקעלן. ווינקל פון גאָרטן, 
וואָס הינטער דער ווילע, און שיצנדיק זיך אונטער א פאַרצוויינטן בוים, 
האָט. זי אים אַרונטערגענומען אונטער דעם דיקן, ברייטן כאַלאַט, װאָס אין 
; וגעווען פאַרואָדפן אויף אירע אַקסלען, מאָנער און קליין וי ער איז גע- 
ווען, האָט זי אים אינגאַנצן אייננעהילט אין געפאַלדעװעטן טוך און נע- 


186 


האַלטן נאענט צו זיך, אָבער שמערקע האָט נעטענה'ט, אַז זיין פאַרוואונג- 
דעטע האַנט פרירט אין דער אֶוונט-פייכטקייט, און ס'האָט ניט געהאָלפן 
װאָס זי האָט געדריקט זיינע פינגער צו איר ברוסט און זיי געװאַרימט 
מיטן;הויך פון אירע יפן -- ער איז זייער פרי אַװעק צו זיך אין צימער. - 

שוין אַ לענגערע צייט װוי ער האָט געפילט איר ליבע װי אַ לאַסט. זי, 
ראַקענן, איז אַלץ מער און מער באַהערשט געװאָרן פון דער קראַפט, װאָס 
האָט זי געשטויסן צום יונג. די באַרירונג פון מאַן האָט אין איר צעעפנם 
פאַרבאָרגענע קװאַלן פון ליידנשאַפטן. איר דרומידיק בלוט האָט אוים- 
געװואַכט פון אַ לאַנגער לעטאַרגיע און, אויפגעשטורעמט, געמאַנם פאַר 
לֿאַנגע חדשים פון פּיין און צוריקגעהאַלטנקײיט. - 

צומאָרגנס האָט ווידער גערעגנט אוֹן שמערקע האָט באַשלאָסן, אַז 
ער איז מאָראַליש פולשטענדיק באַרעכטיקט צוֹ בלייבן אין דערהיים. ער 
האָט געקלערט זיך אַראָפּכאַפּן אַביס? שפּעטער אין ,קלוב",?וואו דער 
װאַנצער עולם וועט זיך אין אַזאַ. אָוונט זיכער פאַרזאַמלען. אָבער באַלך 
האָט ער באַמערקט וי אַן איינגעהילטער שאָטן באַװעגט זִיך פאַרביי זיין 
פענסטער און טרעט ניט אָפּ, װי אַ שמעטערלינג װאָס ווערט צוגעצויגן 
פון כיכט. ער האָט פאַרשטאַנען, אַז דאָס לויערט אויה אים פּעפּיטאַ אין 
פאַרעגנטן דרויסן און אַז יעטװוידע רעטונג איז אױסגעשלאָסן. א רעזיג" 
נירטער איז ער ארויס צוֹ איר. יי | 

זי האָט אינגאַנצן געציטעהט פון נאַפקײט און אויפרענונג. אין שרעק, 
ער זאָל זיך ניט אַרויסדרײיען מיט אַ תירוץ, האָט זי גלייך א זאנ געטאָן: 

--- קום, וועסט אַרױפּגײן צו מיר אין צימער ! 

--- צו דיר? די אויפזעערינס װועלן אונדז באַמערקן ! 

--- גיין.., ניין... | | 

| --- ס:איז דאָך פאַרבאָטן אַרויפצוברענגען געסט אין די צימערן פון 

קינדער-חיים ! 

--- קיינער װעט אונדז ניט זען. | 

--- פּעפּיטאַ, גאָט איז מיט דיר, מע וועט דיך אָפּזאָנן פון דער 
ארבעט ! 

--- אַלע שלאָפן שוין. | 

--- זיי וועלן דערהערן די יטריט }.,. 

-- װאָס אַרט עס דיר? / 

אין קֿאַנג פון איר שטימע איז קענטיק געווען, אַז זי איז אַנטשלאָסן 
אויף אַלץ, זי האָט זיך לאַנג געראַנג?ט, ביז זי האָט געפּועלט ביי זיך, זיך 


187 


צו וויין אין איר שװאַכקײיט פאַר די אויגן פוֹן די יוננע מיטארבעטערינס 
פון ,חיים", װאָס האָבן געקענט איר פאַרגאַנגענהײט. איצט האָט ער 
נאָך פאַרוואונדעט איר' פרויען-שטאָלץ. אַ שטיל שלוכצן האָט זיך אַרױים- 
געריסן פון אירע ליפּן. שמערקען האָט עס אַ צופּ געטאָן ביים האַרצן. ער - 
איז ווייכער געװאָרן, אָבער זיך'אַלץ ניט גערירט פון אָרט,. 

באַלד איז זי ווידער געקומען צו זיך. צוויי לאַנגע טעג האָט זי גע- 
בענקט און זי איז משמעות גרייט געווען אויף יעדן פּרייז. שווייגנדיק האָט 
זי אים אָנגענומען ביי דער האַנט און אָן ווערטער איז ער איר נאָכגע- 
גאַנגען צו דער ווילע. אויף די שפּיצן פיננער זיינען זי דורכגעגאַנגען אַ 
לאַנגן, טונקעלן קאָרידאָר. העלע פּאַסן ליכט זיינען געפאלן דורך גלעזערנע 
שויבן אוֹן נעשטרייפט די טונקלקייט. אין די זייטיקע צימערן זיינען נאך 
מענטשן געוֶוען װאַך.. | | 

תחילת האָט זי זיך באַװעגט גערוישלאָז, װי א שאָטן. זי חאָט פלינק. 
געמאַכט דאָס בעט, לייכט אויפנעקלאַפּט די קישנס און געהאלפן שמער- 
קען אױיסטאָן די דורכגעווייקטע שיך, װאָס זי האָט פאָרזיכטיק אַװעקגע 
שטעלט אין אַ ווינקל. אָכער זייער חתיחדות און נאָענטקײיט האָבן זי אוים- 
געמונטערט. ליננדיק לעבן אים האָט זי זיך פולשטענדיק פאַרנעסן: זיין 
קערפּער, װאָס זי האָט צום ערשטן מאָל צעזען אינגאַנצן נאקעט, האָט 
איצט, לעבן איר צעשפּרייטער פול-לייביקייט, אויסגעזען קינדערישער װוי 
געוויינלעך און ער האָט געעפנט אין איר אי קװאָל פון צערטלעכקייט: זי 
האָט אים לייכט געהאַלטן אין אירע אָרימס, וי מורא-האבנדיק אים צו 
צעדריקן, האָט שפּילעװדיק באַרירט מיט די פינגער זיינע ליפּן און אויגן, 
חאָט געלאַכט אויפן קול און אַזױ לאַנג אים געלאשטשעט, בי איר 
צערטלעכקייט איז איבערגעגאַננען אין אַ שטורמישן באַגער אוֹן איר 
זאַנפטער געלעכטער -- אין אַ טיף ווייטיקלעך קרעכצן. דיקע טראפּנס 
רעגן האָבן געפּױיקט אין די שויבן. א בליץ האָט א בליאַסק געטאָן דורך 
די פענסטער און באַלױכטן אירע געשלאַסענע אויגן. צווישן די ציפּרוסן 
און פּאַלמעס האט געיאָמערט דער װינט. דער שטורעם אין דרויסן האָט. 
זיך אָפּנעריסן מיט א נעשטיינערטער קראַפט. 

זי איז איינגעשלאָפן שפּעט, מיט א געזעטיקט לייב און באַרואיקטן 
געמיט. שמערקע האָט זיך אױפגעכאַפּט באַגינען, ווען א גרויער פרימאָרגן 
האָט וי אי מוטנע כװאַליע אַריינגעשטראָמט דורך. די פאַרצויגענע פאָך- 
האַנגלעך פון פענסטער. ער איז אויפנעשפּרוננען און זיך אַרױסגעגנבעט 
אין דרויסן, | 


188 


דער בדען פון דער אויפנעװואַכטער פרוי האָט אים שנעל געזעטיקט און 
זיין װאַקסנדיקע נלויבניפֿטיקייט האָט געוועקט אין פּעפּיטאַן אַ כסדרדיקע 
שרעק, אים צו פֿאַרלירן. מלוצלונג פלענט איר באַפאַלן אַן אוֹמְרו און זי 
פלעגט אינמיטן טאָג פאַרלאָזן די קינדער-היים און װאַנדערן איבערן 
שטעטל, כדי זיך צו איכערצייגן, אַז עה איז ניט נעלם געװאָרן. זי איז 
אריינגעקומען אין , קלוב", וואו די אינװאַלידן האָבן אין די אָנגעקומענע 
הייטע טעג געטרוגקען אין שאטן פון די ביימער; אין אַװונט האט זי זיך 
געשפֿייכט הינטער די פענסטער פון זיין ווילע, ביז ער איז סוף כל סוף 
אַרויסגעקומען. זי האָט איננאַנצן פאַרלױרן דעם קאָפּ און זיך כלל ניט 
געשעמט אים ארויפצופירן אפילו אֶנהוֹיכ אַװונט אין איר צימער, וואן 
זי האָט אים פאַרחאַפטן ביז אין גרויען פאַרטאָג. 
שמערקעס טרפח'נע באַציונגען בפּני כל עם ועדה מיט אַן עלטערער 

פרוי האָבן געוועקט די נייגעריקייט פון די יוננע אַרבעטערינס פון ,היים", 
יוואָם זיינען אױיסגעװאַקסן אין אַ קאַטוילישער אַטמאָספער פון אַרויפגע- 
צוואונגענער צניעות, אָפּנעחיטע, מיט זיבן אױינן דורך טאַטע-מאַמע, באַי 
נלייט אויף יעדן טריט און שריט פון אַ יינגערן ברודערל אָדער סתם אַ 
משפּחה-מיטנליד. זיי האָבן כיכיקעט אין די ווינקלען, װען ער פלענט 
אינדערפרי ארויכניין פון איר צימער, און שמערקע האָט אָנגעהויבן צו 
ריקשמייכלען און פּאַר איין װעג זיך אַריינגעלאָזן אין לענגערע שמועסן. 
דערנאָך האָט ער אָנגעחויבן ארויפקומען אין די פאַרנאַכטן ווען פּעפּיטאַ 
איז געווען שטאַרק פארנומען מיט ליינן די קינדער שלאָפּן. ער איז ניט - 
געווען קיין נבר אוֹן קיין איבעריקער יפת-תואר איז ער אויך נים געוען. 
אָבער ראשית זיינען דאַ אלע געווען אינװאַלידן וחשנית האָט גענלאַנצט 
אויף זיין קאָפּ דער אוירעאָל פון אַ מאַן, װאָס האָט דעראָבערט די ליבע 
פוֹן דער סטאטעטשנער, צוריקגעצוינענער אנדאַלוזיערין. די יינגערע מייד" 
לעך האָבן באַקומען גרויס דרך ארץ פאַר אים, צוליב זיין חכמה אין וועלט" 
זאַכן. און אַזױ אַרום אין ער כיסלעכווייז געװאָרן דער , דאָן זשואַן" פון 
אינוואלירן-שטעטל. יו | 

פּעפּיטא איז געװאָרן אייפערזיכטיק. זי האָט אים אָנגעהויבן מאַטערן:. 

--- וועסט חתונה האָבן מיט מיר? יאֵ? 

-- איך בין דאָך א קאַליקע! -- האָט ער זיך פאַרטיידיקט. 

--- פ'איז נארנישט -- האָט זי אים געטרייסט -- זעפט, איך בין 
געזונט. כ'וועל שווער אַרבעטן און פאַרדינען פאַר ביידן ! 

--- אָבער צו' װאָס דאַרפסטו א מאַן מיט איין האַנט, אַז דו קענסט 
האָבן איינעם מיט גאַנצע צוויי? | 


189 


= 


-- איך האָכ דיך ליב, איך װועל אַלץ טאָן, איך על גיין וואַשן גרעט. 
פאַר ביידן װעל איך פאַרדינען, | 

= גיין, ניון! -- האָט ער איר אָפּנערעדט --- איך טויג צו גאָרנישט! 

-- דו שויגסט, דו טוינסט! --- האָט זיך א פייערל געצונדן אין איר 
בליק און זי האָט אים געגעסן מיט די אויגן, | 

זי װעט מיר אָפּטאָן אַ כישוף! --- האָט זיך שמערקע דערמאנט די 
טיף-שװאַרצע אויגן פון ציגיינערינס, װאָס האָבן, אין זיינע קינדער-יאָרן, 
געלאגערט אין פעלד לעבן שטעטל, און זיינען אַריינגעקומען אין די הייזער 
אויסליינן קאָרטן. ער האָט איצט ניט געהאט פאַר וועמען זיך אַראָפּצו- 
רעדן פון האַרצן, זיין איינציקער , אינטימנער" פריינט אין די דאָזיקע 
ענינים איז געווען רות. אָבער לעצטנס האָט ער זי כמעט פאַר די אױינן 
ניט אָנגעזען. | 5 

+ { א 


ס'איז געווען נאָכמיטיק, װוען מען יהאָט דזשאָנען פלוצלונג אויסגט- 
שריבן פון שפּיטאָ? און אים איבערנעפירט אֵלם רעקאַנװאַלעסצענט אין 
איינער פוֹן די ווילעס, עס זיינען אָנגעקומען אַמבולאַנסן מיט פאַרוואון- 
דעטש און מען האָט נעמוזט אין איילעניש פריי מאַכן פּלעצער. קומענדיק 
אין אֶוונט צו דער אַרבעט, האָט רות געװאָרפן אַ בליק אין זיין ווינקפ 
און אָנגעטראָפן אַ פרעמד פּנִים פון אַ פריש-געבראַכטן מיליציאַנער. אַ 
כװאַליע קעלט װאָם זיך אַ גליטש נעטאָן איבער איר האַרץ. מיט אַ שווער. 
געמיט האָט זי אָנגעהויבן דערפילן אירע געוויינלעכע אַרבעטן. 

די גאַנצע נאַכט איז איך פארגעקומען, אַז עס פעלט איר עפּעס צווישן 
די פּיַר באַקאַנטע ווענט, װאָס זי באַדינט זינט מערערע חדשים. לאַנגזאם 
איז איר קלאָר נגעװאָרן, אַז דאָס צימער איז איר אין די לעצטע אֶווֹנטן 
היימישער און אינטימער געװאָרן, אַז זי האָט דאָ געהאַט א נאֶענטן 
מענטשן און זיך געפילט ווייניקער איינזאַם, וויילֿ זי האָט צו יעדער וויילע 
געקענט ווענדן אירע אויגן צִו יענעם בעטפ, וואוהין זי װואַרפט נאָך אַלֿץ, 
ניט ווילנדיק, א זוכנדיקן בליק, יו 

נאך מער וי אין די פריערדיקע אָװנטן האָט ער היינט פאַרנומען 
אירע געדאַנקען. זי אין איצט גייגעריק געװאָרן: ער איז ער, דער דאָזי- 
קער דזשאָן?... אַ מולאַט?... חינטער דער דאָזיקער בלוט-פארבינדונג האָט 
איר אויסגנעזען צו שטעקן אַ מיכטעריע. צי האָט דער משונח'דיקעך 
לויף פון איר לעבן-- פון אַ. בעליקהית'ישער טאַכטער אין פּוילן, ביז אַ (י 


190 


קראַנקן-שוועסטער אין שפּאַנישן בירגער-קריג --- ניט געמוזט זיך אָנ" 
שטויסן אויפן פּראָבלעם פון נענער אוֹן ווייסע ? 

עראָטיק און פּאָליטיק האָבן זיך פון תמיד אִן צוזאַמענגעפּלאַנטערט 
אין איר פּסיכישן לעבן. אַזױ האָט עס פּאַסירט בעת איר , עליה" קיין ארץ 
ישרא?, װאָס איז געווען פאַרבונדן מיט , קיבוץ", אסיים-קאמונעס און 
פּשרות'לאָזן סאָציאַליזם, און יונג-מיידלשע טרוימען, און פרייע ליבע- 
הלומות, און שפּעטער האָט איר אומרו פון צוויי און צװאַנציקסטן לעבנס- 
יאָר, װאָס האָט ניט געװאָלט זיך קאַנאַליזירן אין אַן איינגעװאָרצלטן דרך- 
העולם, זיך צוזאַמענגענאָסן מיט די געחיימע פאַרזאַמלונגען אין אומלע- 
נאַלע קעלערן פון ירושלימער אַלט-שטאָט און מיט סאָציאַלע טעאָריעס, . 
װאָס אירע חברים האָבן פאַרשפּיצט ביז אַבסורד, די אויפרופן צוֹ די 
אַראַבישע פעלאַכן", קעגן יידישער , עליה" און קענן די ,ציוניסטישע 
רויבער", װאָס זו האָט געטראָגן טיט מסירת נפש אויף טרעף-פונקטן אין 
פרום-תימנישע הויפן (געפּאַקט אין ווייסע / פינףקילאָידיקע קאַרטאָן- 
פּושקעם מיט דער אויפשריפט: , שטרענג כשר לפּסח"), ספּעציעל צוֹ פאַר- 
טיילן אויף דער הייליקער מאַניפעסטאַציע פון ,,נאַבי מוסאַ"; דער זאָרג 
פאַר ,די אַראַבישע מאָסן", װאָס זי האָט אייננטלעך כבלל ניט געקאַנט 
און פון דער נאָענט פאַר די אוינן. ניט אָנגעזען, און פון וועלכע זי אין 
טראָץ דער שכינות פון אָרט געווען יוייט אויף טויזנטער מיילן -- איז 
מער געווען אַן אויסדרוק פון אַן אינע-לעכן, פּסיכישן צושטאַנד איידער 
פון אַ דראַנג צו א סאַציאַלן קאַמף, | ' 
| און שמעון? װאָס פאַר א ראָלע האָט שמעון געשפּילט אין דעם 
אַלעמען ? | 

זי כאַפּט זיך פּלוצלונג, אז זי האָט 8 גאַנצן אָװונט געפילט דזשאָנס | 
אָפּװעזנהייט און ניט שמעונס. די לעצטע טענ האָט זי פיל מער געטראַבט 
ווענן ערשטן װווי ווענן לעצטן!.. עס פאַרדריסט איר און זי באַשליסט, אַז 
דער , אַמעריקאַניעץ" נייט איר 572 ניט אָן מער וי אַלע אַנדערע פטַר- 
וואונדעטע חברים, און כדי זיך זעלבסט צו איבערציינן, אז ס'איז טאַקע 
אַזױ, גייט זי צו דעם נייזגעקומענעם, וועלכער פאַרנעמט דזשאַנס בעט, 
פרעטט אים אויס, און מאַכט אים צודעכט דעם צוקאָפּנס, 

אָבער באַלד דערשפּירט זי, אַז דער דאָזיקער ווינקל, די דאָזיקע בעט 
זיינען איר טייער, וויי? ער איז דאָ געלענן. אַ שטילער געוויין שטיקט 
איר אין האַלדז, | 


191 


אַזױ צאַפּלט זי שעה'ן לאַנג. נאָך חצות װוערט זי אומגעדולדיק אוז 
ואַרט אויפן אויפנאַנג פון טאָג. זי באַשליסט צו באַזוכן דזשאַנען. פֿאַר- 
ואס דען ניט? שוין מאָנאַטן גאַנצע וי זי אַרבעט אין איינזאַמקײט און 
שמועסט נאָר מיט שמערקען. און דזשאָן קומט פון אַ פרעמדער וועלט -- 
מען קען א סך הערן און לערנען פון אים. ‏ / : - 

ביי דער שוועסטער פון דער טאָנ-שיכט, װאָס קומט זי פאַרבייטן, 
דערוויפט זי זיך, אין וועלכער ווילע מען האָט אים אַ טאָג פריער אַרי- 
בערגעטראָנן. האָט דען די קליינע שפּאַניערין זי-אָנגעקוקט מיט אַ שמייבפ? 
--- אַלצאיינס!. אָבער זי גייט גיט מיטן גלייכן װעג, זי גנבעט זיך דורך 
די גערטנער כדי ניט אָנצוּטרעפן שמערקען אין דער אַליי. נדראדע שמער- 
קען װאָלט זי אצינד בשום אופן ניט געװאָלט טרעפן! ערשט ביי דער מיר 
פון דע ווילעי פאלט פלוצלוננ איר אימפּעט און זי װוערט אומדרייסט : 

--- נאָכװאָס גייט זי אַהין? װאָס װעט זי אים זאָנן ? 

צום ערשטן מאָל זינם זי איז אין בענעקאַסים שטעלט זי זיך אַזא 
מין פראַנע. אַלס אויסלענדישע קראַנקןישװעסטער איז זי דאָ געווען היי- 
מיש אין אַלע ווילעס, אויסנעבונדן מיט דער גאַנצער הברה און האָט גע- 
קענט צוֹ יעדער צייט --- אַפילן אינמיטן נאַכט -- אַרינגײן אין וועלבן 
ניט איז צימער. פאַרװאָס דאַרף זי פלוצלונג א ספּעציעלן מאָטיוו אויף 
צוֹ באַזוכן דזשאָנען ? | 

ווידער דערמאַנט זי זיך אָן שמעונען. נעכטן באַנאַכט האָט זי מורא 
געהאַט צו קאָנפֿראַנטירן די צוויי מענער -- אַצינד שטעלט זי זיי קעננ- 
אַנאַנדער אויפן זעלבן שטח. אָבער שמעון האָט די אױיבערהאַנט אוֹן מיט 
אַזאַ זיכערקייט, אַז ער שטערט איר 953 נים איבערצוטרעטן די שווע? פון 
דער ווילע, יי 

דזשאָן איז אַזש אונטערגעשפּרונגען, ווען ער האָט זי דערזען, און 
אָנשטרענגענדיק אַלֶע כוחות האָט ער זיך אויפגעזעצט אויפן בעט. זיין. 
פריידיקער שמייבל האָט, וי אַ נלעטנדיקע האַנט, אָפּנעװישט רות'ט גרים- 
לענישן און ספקות. זי א איז צוגענאַנגען צום בעט און אים געצוואונגען זיך. 
אַנידערצולייגן. 

--- דו נאָך קראַנק ? 

-- ניין, ניין! איך בין שוין געזונט. 

-- דו צופרידן דאָ לָ 

-- יאָ... אָבער עס בענקט זיך נאָכן שפּיטאָל... | 

= איך. דיד געזאָגט, אז דו נאָך געפערלעך קראַנק. איך זאָנגן דעם 


דאָקטער,. דו צור יק אין שפּיטאָפֿ 0 
192 


דזשאָן האָט זיך פאַנאַ;רערנעלאכט קינדיש און הילכיק. רות'ס בליק. 
האָט זיך איינגענעסן אין זיינע ווייסע ציין,. איר שפּיצל איז אִים שטאַרק 
נעפעלן געװאָרן און ער נעמט אים אויף ערנסט. אָבער ווען זי דערקלערט 
אים אַ וויילע שפּעטער, אז זי האָט נאָר געשפּאַסט, באַליידיקט ער זיך. 
און בלאָזט זיך אָן װי אַ ברונז קינד. זי װוי? אים איבערבעטן,,. בויגט זיך 
לייכט איבער אים און געט זיינע געקרייזלטע האָר. אַ שמייכלענדיקער 
ווערט ער ווידער ,חבר" און נעמט אַן איר האַנט. כדי. אים צו פאַרגיטיקן,? 
איז זי שטיין געבפיבן אומבאַוועגלעך און ניט צוריקגעצוינן אירע פינגער, 

|אַ וויילע האָבן זיי זיך שטום אָנגעקוקט אין די אויגן. דזשאָנס בליק 
האָט זיך פאַרצוינן מיט אַ נעפּל. ער האָט זי אומגעריכט א צי געטאָן צו 
זיך. און, אויפהויבנדיק דעם קאָפּ, איז ער צונעפאַלן צו אירע ליפּן. 

זי האָט זיך ניט געווערט. אַ וויילע איז זי באַהערשט נעװאָרן פון אַ 
נעפיל פון ניינעריקייט און דערשמוינונג, װי דעמאָלט, צו פופצן יאָר, 
ווען איר חבר, װאָס האָט איר נעלערנט העברעאיש און איר אויפגעקלערט 
די פּראָבלעמען פון סאַציאַליזם און יידן-פראַנע, האָט זי פלוצלונג, אינ- 
מיטן לייענען אַ קאַפּיט? ת"נך (הושע, דאַכט זיך, קאַפּיטל ג') אַרומגע- 
כאַפּט און נגעגעבן דעם ערשטן, אומנעלומפּערטסטן קוש. אָבער ווען דזשאָן 
אין שווער-אטעמענדיק צוריקנעפאַלן אויפן קישן, האָט זי ערנסט געזאָגט: 

--- דו ווייסט, איך האָב אַ בחור אויפן פראָנט!. 

-- אַה?!... אויף וועלכן פראָנט ? 

--- ב'ווייס ניט, 

-- באַקומסט בריוו ? 

--- ניין. 

--- וי לאַנג ? 

-- פאַר פיר חדשים צוריק האָכ איך באַקומען איין און איינציקע 
ידיעה פון אים.. 

דזשאָן לאָזט אַראָפּ דעם קאָפּ און פרענט מער ניט. זי פאַרשטייט 
| װאָס ער קלערט און עס פאַרדריסט איר הלמאי אויך איר איז לעצטנס נע- 
קומען אויפן זינען דער זעלבער נגעדאַנק: אַ צווייפל צי שמעון לעבט נאָך... 

זי האָט שוין נעכטן באַנאַכט דערווייטערט די דאָזיקע ספקות און 
אויך איצט באַמיט זי זיך אים צו פאַרטרייבן, און כדי צו פאַרנעסן, הויבט 
זי אָן אויסצופרענן דזשאָנען ווענן זיין פאַרנאַנגענהײט, זיין יוננט, זיין 
באַשעפטיקונג אין אַפעריקע. ער דערציילט איר קורד" און אָפּגעריסן וועגן 
די נענער-צענטערן אין דרום, ניודיאָרק, האַרלעם און ווענן נענער-פּראָב- 
לעם, 

198 | 13 


* 


| = ערשט אין עטלעכע שעה אֵרוֹם כאַפּט זי זיך, אז סיאיז שוין זייער 
שפּעט און זי מוז גיין שלאָפּן, כדי צו קענען װאַכן די נאַכט. 
|| -- וועסט אַריינקומען ? | 
= -- ואָ, 
--- איך על װאַרטן, איעדע מיניט על איך װאַרטן. 
זי שמייכ?ט און דערלאַנגט אים די האַנט. ער דריקט זי לאַנג אין 
זיין ברייטער דלאָניע. זיינע אויגן קוקן צוֹ אירע ליפּן און בעטן זיך, זו 
זאָל זיך צובויגן. אָבער זי לויפט אַרױס מיט שנעלע טריט. ביים שוועפ 
דרייט זי זיך אום : 
= --- כ'וועל אַריינקומען -- = --- 


104 


קאַפּיטל פופצן 
שבת אחים גס יחר.. 


אַ וויילע האָבן זיי זיך אָנגעקוקט און שוייגנדיק זיך געדריקט די 
הענט. דאַן האָט שמעון געפרעגט: | 

-- דו לעבסט ? | 

--- אודאי לעב איך! װאָס װאָלסטו געװאָלט, איך זאָל זיין טויט? 

--- אין באַטאַליאָן האָט מען דיך פאַרעכנט צו די געפאַלענע. מען 

האָט שוין אפילו געשריבן אין אַ פראָנט-צייטונג,אַז דו ביסט געפֿאַלן מיט 
אַ העלדישן טױט! און די פּוילישע יאַטן האָבן פאַרזיכערט, אַז דו ביסט 
אַװעק דירעקט אין נן-עדן... וואו ביסטו אייגנטלעך נעלם געװאָרן ? 

שפּרייזנדיק אִויף די טרעפּלעך פוֹן ,סירקולאָ מערקאַנטיל"(,), האָט 
ריימאַן אָנגעהויכן דערציילן : | 

--- ס'איז געווען אויפן נװואַדאַלאַכאַראַ פראָנט ... 

אַ נעפּל פון רויך, אַ טומל פון נעשפּרעכן און אַ מישמאַש פון 
מענטשלעכע פּרצופים האָט אַ שװינדל געטאָן פאַר זייערע אוגן. 
ריימאַן האָט איכערנעהאַקט, און שטייענדיק אויפן שוועל, האָבן זיי באַ- 
טראַכט דעם אַמאָליקן קלוב פון די רייכע אַלּבאַסעטער סוחרים און בעלו- 
בתים, װאָס האָט איצט געדינט אַלס קאַנטינע פאַר די מיליציאַנערן. אויף 
ויייכע, אויסגעבעטע סאָפעס און געפלאַכטענע פאטעלן זיינען געזעסן 
פאַרברוינטע מיליטער-לייט ביי קופלעס ביר, שװאַרצע קאַװעסם און בל 
המינים משקאות, האָבן גערויכערט, געשמועסט, און זיך געהיצט. 

פון אונטער צעכראַסטעטע בלוזקעס און פאַרקאַשערטע אַרבל האָבן 
אַרױסגעקוקט טאַטואירטע ברוסט-קאַסטנס און אַרימס, באַקריצטע מיט 
אַנקערס, מיידלשע קעפ און מיט זערצער, װאָס שפּיציקע פיילן האָבן דורב- 
געלעכערט. דאָס האָבן זיך גלייך געװאָרפן אין די אויגן ענגלישע און 


() האַגדלסיסרײיז. בי 
: 195 





4 


אַמעריקאַנער מאַטראָזן, װאָס האָבן פוּן זייער יוגנט אָן גערייזט איבער 
ימיען און אָקעאַנען. דאַנעבן האָבן געגלאַנצט מעכטיקע קאַרקן פון פאַר- 
שוויצטע קוילננגרעבער. דאָ און דאָרט האָבן זיך באַװעגט שמאָלע, רירעוו- 
דיקע װאָנצעס פון רומענער און כיטרע אויגן פון טונקעלע באַלקאַנער, 
זיי האָבן געשאַפן אַ בולטז קאַנט-אַסט צו די תמ'עװאטע פּנימער פון די 
פֿלאַקס-בלאַנדע טשעכן. שפּאַניער האָבן היציק זשעסטיקולירט און ווינער 
מעטאַל-אַרבעטער האָבן געמיטלעך אויסגעליידיקט איין קופל ביר נאָכן 
צווייטן, און ניט אויפנעהערט צו באַשטעלן נייע. , 

די פאַרשידענע שפּראַכן האָבן זיך צוזאַמענגעמישט אין אַ נעפּל פון 
קלאַנגען. אין די אויערן פון פּאָלאַקן האָבן די זילבן פון אַמעריקאַנער 
ענגליש געקלוננען וי אַ -קװאַקען פון זשאַבעס, װאָס האָט זיי דערמאָנט' 
אָן היימישע סטאַוון פון זייערע געבורט-דערפער, איטאַליענער פון גאַרי- 
באַלדי, מיט רויטע טיכער אַרּום די העלדזער, האָבן געדעדט וייך און 
מעלאָדיש. דייטשן האָבּן זיך געהאַלטן צוזאַמען און זייערע רייד האָבן 
אָפּנעקלוננען מיט זעלבסטזיכערקייט, וי אַ נזירה מן השמים. א שנעל 
געמאַלטער, זינ;עװודיקער יידיש איז דערגאַנגען, וי אַ פאַרפילפאַכטע עכאָ, 
פון אַלע עקן מיטאַמאָל. די פראַנצויזן האָבן נגעזופּט רויטן וויין און וייל. 
ער איז אין שפּאַניע דאָפּלט אַזױ שטארק וי אין פראַנקרייך, זיינען זיי גנע" 
ווען .נאָר-זאָר בנילופנדיק, האָבן געפּינטלט מיט די אויגן, נעשמייכלט קאַ- 
סאָק צו אַלץ אוֹן אַלעמען, און געהאַלטן אין איין איבערחזרן די זעלבע - 


פראַזן. 


| אַלע האָבן גענעסן און געטרונקען קאָמפּאַניעסװײז. זיי האָבן גע- 
האַלטן אין. איין באַשטעקן און זיך געפלייסט אין קעננזייטיקן פונדעווען. 
כמעט אַלע זיינען דאָ געווען פראָנט-סאָלדאַטן, װאָס זיינען דאָ דורכגע- 
פאָרן אָדער האָבן פאַרבראַכט געציילטע טעג. און זיי האָבן זיך באַמיט 


| אויסצוגעבן דאָס געלמ, וואָס האָט זיך ביי זיי אָנגעזאַמלט אוֹיף די 


פראָנטן, וואו עס האָט קיין ווערט ניט געהאַט. פאָרנדיק צוריק פוֹן אור- 
לויב. האָט אַיעדער געהאַט אין זיין פּאָרטפעל נאָר בריוו און פאַטאָנראַ- 
פיעס פו אַ פרוי. קינדער, און נוטע פריינט. | 

פאָרנט; אין אַ ונק האָט געשפּילט א דזשאַז און אַ יוננער אַמעריקאַ- 
נער נענער האָט געטאַנצט אַ פאַקסטראָט, אַרױסגעװאָרפן בשעת מעשה 
משונח'דיקע קלאַנגען פון עקסטאַז אוֹז אַקאָמפּאַנירט דעם אָרקעסטער מיט 


אַ געשיקטער טראַסקערײי פון די פיס אֵן דער פּאָדלאָנע. . 


ווען זיי האָבן זיך אַביס? צונעוואוינט צום טומל, האָט ריימאַן פאָך- 
געזעצט ; 
6 


|-- געדענקסט דאָך, אַז מיר זיינען געלעגן מיט די חברה פוֹן , גאַ 
ריבאַלדי", פון ביידע זייטן שאָסיי. קיין אַקאָפּעס זיינען ניט געווען,. האָב 
איך בשותפות מיטן לאַנגן סטאַך אױסגענראָבן אַ גדוֹב, ואוו די יבלאָטע 
איזן באַלד דערגאננען ביז די אויערן, װאָרים פון הימ? האָט געהאַלטן אין 
איין צעבערן... דאַן האָבן זיך צום ערשטן מאָל באַװיזן אויך אוף אונד- 
זער זייט א היפשע צאָל מאַנקען און אַװיאָנען. | 

--- דאָס ווייס איך דאָך --- האָט אים שמעון איבערגעריסן. -- יביי 
נװואַדאַלאַכאַראַ בין איך דאָך אויך נעװען! / | 

-- יאָ, יאָ, כ'האָב פאַרגעסן. בקיצור, מען איז אַרױסגעשפּרונגען פון 
טראַנשײ און אָננעהויבן לויפן. אַלע לויפן און איך לויף אויך, אַלֶע 
שרייען --- איך שריי אויך, אַלע שיסן --- ניין נעשאָפּן האָב איך ניט. 
ערשטנס האָב איך ניט געהאַט קיין כוח אויסצושטרעקן די האַנט והשנית 
איז געווען אַזאַ קעלט און נעץ, אַז די פינגער זיינען מיר ‏ פאַדגליווערט 
געװאָרן, אַ נס מן השמים װאָס די שװאַר'ז-העמדלדיקע האָבן גלייך גע- 
נומען שטעלן פים און מען האָט זיי געקאַנט נאַביאָגן און זיך אַביסל דער- 
וארימען. | 

רווייל האָבן מיר אנגעהויבן זיך אָנצוקלאַפּן אויף טויטע און פאך- 

וואונרענע, אונדזערע באַטאַליאָנען האָבן זיך אויסנעמישט: פּאַלאַקן און 
גאריבאַלדטשיקעס, שפּאַניער, אַנאַרכיסטן און ווער דו ווילסט הערן און 
זען, און אַחינוֹ בני ישראל בתוכם. מיטאַמאָל, איך גיב אַ קוק, דריי פֹאַ- 
שיסטן בלייבן שטיין און הויבן אויף די הענט און אונדזערער אן איטאַל- 
יענער, מיט אַ רויטן טוך אַרום האַלדז, פֿויפט צו זיי, מלא רציחח, מיט 
אַ נראַנאַט אין אויסגעשטרעקטן אָרִים. האָב איך זיך אויך דערלאַנגט אַ 
רוק צו אין יענעם ווינקל, װאָרים דו ווייסט דאָך, אַז די פאַרביסענע פאַ- 
שיסטן האָבן ?עצטנס נעמאַכט אַ מאָדע: זיי הויבן אויף די הענט, כלו" 
מרשטן זיי גיבן זיך אונטער, און אַז מען דערנענטערט | זיך, װאַרפן זי 
באָמבעס. איז לאָמיר בעסער זיין זאַלביצװײיט! --- האָב איך געקלערט, 
בקיצור, כ'ניב אַ קוק: מיינע מענטשן הויבן גאָר אָן קנאַקן איטאַליעניש 
און איינער פון דעם אַנדער צד פאַלט אַרױף אויפן האַלדז פון דעם רויטְן 
טוֹך. און עס ווייזט זיך אַרױים, אַז זיי שטאַמען פון איין דאָרף און האָבן 


צוזאַמען געפּאַשעט חזירים... מעז האָט זיי געצוואוננען פאָרן! ! = האָבן 
זיי געטענהט, 
 ---‏ ווייסט מען! --- ווערט שמעון אומנעד ולדיק -- ס'איז דאָך 


געווען מופאָליניס באַרימטער מאַרש אויף מאַדריד: אָבער וואו ביסטו 


פארפאַלן געװאָרן ? 
197 


--- האָב געדולד! וי זאָנט שמערקע: איינער א פעלד-מאַרשאַפֿ, 
וועמענס נאָמען ער האָט צופעליק פאַרגעסן, האָט שוין פון לאַנג געזאָגט, 
אַז נאָר מיט געדולד קען מען געווינען א מלחמה.. טרעף וװער ס'איז 
געווען דאָס רויטע טוך+ -- אַ שכן פון אונדזער האָטעל!... דער װאָס 
האָט געהוסט אויפן פינפטן שטאָק, צי אויפן זעקסטן נאָר... מאַכט ער 
צו מיר אַזױ: נעס די חברה און פיר זיי אין לאַנער! און ער אליין האָט 
זיך געלאָזן פאָרוֹים מיט א געוואלר: , 

--- חברים און ברידער, גיט זיך אונטער! נידער מיטן פאַשיזם ! 

אַזױ האָט ער געשריען אוֹיף איטאַליעניש צוֹ די שװאַרץ-העמדפ- 
דיקע און איך זאָג דיר, אַן ס'איז געװען אַרױסגעװאָרפן, װאָרים אין 
יענעם טאָג זיינע! זיי אַזױ געלאָפן, אַז זי האָבן ' ניט געװאָלט הערן און 
זען. און איך שפּאַציר מיר אַזױ צוריק מיט מיינע דריי געפאַנגענע -- 
זיי פאָרוֹיס און איך נאָך זיי, מיט דער ביקס אין דער האַנט..און דא 
לויפן אַנטקעגן נייע קאָמפּאַניעס מיט צעוילדעװװועטע פּנימער און אַז 
זיי דערזעען מיך מיט מיינע פּלעניקעס פאַלְן זיי אַריין אין אַ אומבאַ- . 
שרייבלעכן ענטוזיאַזם און געװאַלדעװען נאָך העכער. 

אַרום די געפאַנגענע האָבֿן זיך געפּאָרעט אימאַליענער. אַזוֹי אַרום 
בין איך אַריינגעפאַלן אין זייער ברינאַדע, זיך אויסנעלערנט זיער 
שפּראַך, האָב אָנגעהויבן עסן לאָקשן און בין געװאָרן אַן אמת'יער , מאַ- 
קאַראַני?. אָבער אַצינד, ווען מען האָט זיך אַ נעם געטאָן רעאָרנאַניזירן 
די פאָלקס-אַרמײי און מאַכן אָרדענונג, האָט מען זיך אַרומגעזען, אַז 
איך בין נאָר עפּעס א אונטערגעװאַרפענער ממזר. און מען האָט מיך 
איבערגעשיקט קיין אַלבאַסעטע, כדי דער , קאַדער" זאָל באַשליסן מיין 
גורל,. 

שמעון און ריימאַן האָבן זיך לאַנג דערציילט וועגן די שלאַכטן, 
װואָס זיי האָבן אַדורכגעמאַכט אַיעדער באַזונדער, און ווענן די פראנט- 
חברים, װאָס ?עבן און װאָס זיינען נעפאַלן. = האָבן זיי זיך דורכ- 
נעשטופּט צװישן די טישלעך און ארומשטייענדיקע מיליציאָנערן, זיינען 
צוגענאננען צום פאָרבאַנק, און שמעוֹן האָט באַשטעלט צויי , מאַלאַ- . 
גאַס?. זיי האָבן פאַרזוכט פון משקה און זיך וױיטער דערציילט. דאַן 
האָט ריימאן באשטעלט צוויי אַניסן און זיי האָבן ווידער גערעדט. נאָב- 
דעם האָבן. זיי געגעסן סאַנדװיטשן מיט שינקע, געריסן מיט די ציין 
שטיקער ברויט מיט פלייש, באַלעקט דאָס ווייסע פעטס פון די ליפן און 
פאַרביסן מיט סאַנדװיטשן פון שװאַרצן ברויט מיט געלן קעו. פאַר. 


198 


טרונקען האָבן זיי מיט שוימיקע קופ? בלאַנדן ביר, װאָס זיי האָבן גע" 
שלוקט מיט גרויכע זופּן, און ווידער האָבן זיי געזשליאָקעט טונקל-רויטע 
מאַלאַגאַס און זיסלעך-קלעפּיקע אַניסן. און זיי האָבן געהאַט דעם טיפן 
מענטשלעכן באוואוסטזיין און די אינסטינקטיווע חיה'שע פרייד, אַז זיי 
לעבן. און אַז זיי האבן שוין מער גאָרניט געהאַט צו דערציילן, און ווען 
זייערע אויגן האָבן זיך צעפינקלט מיט א גלאַנץ פון אויפגעשטורעמטן, 
בגילופנדיקן בלוט, האָבן זיי װי די שפּאַניער, זיך געקלאַפּט איבער די 
פּלייצעס, כדי זיך משמח צו זיין, און שמעון האָט אַ זאָג געטאָן : 

--- דו ווייסט, רות איז אין שפּאַניע ! 

דער אַמעריקאַנער נעגער-מיליציאָנער האָט שוין לאַנג געהאַט נע- 
ענדיקט זיין פאַקסטראָט און דער דזשאַז האָט איצט געקלאַפּט אַ שפּאַד 
נישע מעלאָדיע : : | 

קאַרזעלאַ מיא, קע גװאַפּץ ערעס, 

לאַ מאָס באָגיטאַ דע לאַס מוכערעס ו (6) 

דערנאָך האָט אַ שאַל געטאָן װי א שטורעם דאָס איטאַליענישע 
אַרבעטער-ליד ; : 

;אַװאַנטי פּאָפּולאָ אַ לאַ ריסקאָסאַ 
|. באַנדעראַ ראָסאַ טריאָמפּעראַ ר" : 

די איטאַליענער האָבן מיטגעזונגען די װוערטער, דער איבעריקער . 
עולם האָט געברומט די מעלאָדיע און א סך האָבן צוגעקלאַפּט צום. טאַקט 
מיט די פיס, מיט די טישן און קופלעס, 

און צום צענטן מאָל אין יענעם טאָג האָט דער ארקעסטער פלוצפונג 
| אויפנעשפּילט דעם , אינטערנאַציאָנאַל". דער עולם האָט זיך אַ הב נע- 
נעטאָן און אַלֶע שמועסן זיינען מיטאַמאָל איבערגעריסן געװאָרן. הינקע- 
דיקע האָבן, זיך אָנגעשפּאַרט, פאַרוואונדעטע האָבן אויסגעשטרעקט באַנ- 
דאַזשירטע אֶרימס. שמעון האָט אױפֿגעהױבן א פאַרביילטן פויסט און 
געקלערט וועגן זיינע חברים,. װאָס לינן ערגיץ אין די טראנשייען. 


ו 


() קאַרמעלאַ מײוע, טי שײין דו ביסט. 
די שענסטע פו אַלע פרױיען! 
199 





|| קאַפּיטל זעכצן 
וואו עראָס אט פּטלִיס פאַרפּלאַנטערן זיך 


שוין עטלעכע טעג וי דזשאַן װאָט אָנגעהויבן אַראָפּנײין פון בעט, 
באַלד האָט ער שוין געקענט שפּאַצירן, אָנגעשפּאַרט אויף א שטעקן. ער 
פלעגט אָפּװאַרטז רות'ן ביי דער טיר פון שפּיטאָל און זי זיינען גענאַנ- 
גען מיטן ברעג ים, ווייט הינטערן דאָרף. ביסלעכווייז האָבן זיי אָנגע- 
הויבן זיך בעסער צו פארשטיין -- רות האָט באַנאַכט שטודירט איר עננ- 
ליש ווערטער-בוך און דזשאָן האָט אַריינגעמישט אַלץ מער שפּאַנישע און / 
אַפילן יידישע ווערטער, װאָס ער האָט געשנאַפּט ביי די חברה. און דער 
דאָזיקער אייננאַרטיקער שפּראַך. האָט רות אויסנעהעהט פאַרשידענע 
פּרטים פוֹן זיין לעבן אין אַמעריקע. 


ער איז געבוירן געװאָרן אין דרום ! פון די פאַראייניקטע שטאַטן, פון 
אַ שװאַרצער מוטער און א ווייסן פאָטער. ווער איז געווען זיין פאטער? 
נאָר אָנדייטונגען, ניט גאַנץ קלאָרע, האָט זי געוואוסט וועגן אים. ער איז 
משמעות געווען אִ. רייכער זון פון אַ פּלאַנטאַטאָר פוֹן דער געגנט, װאָס 
האָט זיך געלאָזן וואויל? גיין מיט אַ יונגער אַרבעטערין. זיין משפּחה האָט 
געװאָלט פאַרמיידן די. חרפּה פון אַ געמישטן קרוב אוֹן אױיסגעצאָלט דער 
פאַרשװאַננערטער פרוי אַ נדעסערע סומֿע (געלט, 'בתנאי זי זאָל פאַרלאָזן 
דעם שטאַט און עמיגרירן ערניץ יאַנדערש. . 


אינגאַנצן סלאָר אוז איר דער ענין ניט געווען, הן ווייל דזשאָן האָט 
נאָר גערעדט מיט רמזים וועגן יענע ווייטע צייטן און סיי ווייל זי האָט 
אים ניט גענוי פאַרשטאַנען. זי ווייסט ניט אויף זיכער, אַז טאַקע פּונקט 
אַזױ איזן עס געשען, אָבער אַזוֹױ שטעלט זי זיך עס פאָר. אַזױ מוז עס 
זיין!... אַ מולאָט איז איר װייניק, א נענער איז איר ווייניק -- ער מוז זיין 
אַ ממזר אויך! אַזױ איז ער איר נענטער, באַרעכטיקט איר ליבע אוֹן באַ- 


200 


קומט אַַ פאָרצוג איבער שמעונען. סתט אַ נעגער איז דאָך ניט קיין סך 
מער פאַרשטויסן וי א ייד --- איז װאָס איז דאָ דער יחום +. 

דזשאָן איז אויפגעװאַקסן אין גוטע באַרינגונגען. זיין מוטער האָט 
אים געגעבן לערנען, כדי ער זאָל זיין אַזױ געבילדעט װי דער ,ווייסער 
מאַן" צו וועלכן זי האָם אים געבוירן. ווען ער איז אָבער עלטער געװאָרן, 
האָט ער זיך געפילט פאַראיינזאַמט: ער איז געװאַקסן אַ פרעמדער סיי פאַר 
די ווייסע און חן פאַך די שװאַרצע. ער האָט נים געויוסט, צי ער מוז 
פאָרן אין די ספּעציעל נענער-װואַנאָנען און ער האָט ניט געװאָגט זיך צו. 
זעצן אויף די אַנדערע בענק. ער האָט געפילט אַ לייכטע פאַראַכטונג מצד 
די *, ווייסע" דזשענטלמענער און אַן אומצוטרוי מצד די שװואַרצע, ווען 
ער פלענט אַריינקומען אין זייערע לֿאָקאַלן. ‏ / 

ער איז אַריבערגעפאָרן קיין ניו-יאָרק, האָט געענדיקט א מיטל-שולע 
און שפּעטער באַזוכט אַן אוניווערזיטעט. אַ צייט-לאַנג האָט ער זיך שטאַרק 
איבערגענומען מיט די טעאָריעס פון בוקער ואַשינגטאָן וועגן קולטיווירן 
די נעגערס, האָט דורכגעװאַנדערט מערערע רעליגיעזע און סאַציאַלע סעק- 
טעס, און פאַריינען, האָט מיטנעאַרבעט אין אַ פּראָגרעסיװוער נעגער-ציי- 
טונג פון האַרלעם, און איז דאָרט צום סוף געװאָרן אַ לערער אין אַ 
פאָלקס-שולע. - | די 

דזשאָן איז געזינטער געװאָרן. אַצינד זיינען זיי גענאַנגען ווייט פון 
די ווילעס, הינטער די שטיין בערנלעך און שעה'ןלאַנג געלעגן נאָענט 
נעבנאַנאַנדער אויפן זאַמד-ברעג, אַן אָנגענליטע פון דער זון האָט רות 
געפילט אויף זיך זיין הייסן בליק, לעבן דאָזיקן פעסטן מאַן האָט זי אויס- 
| געזען קליין און שוצלאָז, זי װאָלט אים 52 ניט נעשטעלט קיין ווידער- 
שטאַנד! זי האָט מורא געהאַט און גלייכצייטיק געװאַרט מיט אומנעדולד. 
אין תוך האָט זי געװאָלט אַראָפּװאַרפן פון זיך די אחריות .. 

אָבער יעדעס מאָל, ווען ער האָט פּרובירט זי אַרומנעמען, האָט זי אַ 
צאַפּל געטאָן און אויסנעשריען : | 

-- ניין ! | 

און דזשאָן פלעגט זי גלייך אפּלאָזן און בלייבן זיצן מייט אַן אַראָפּ- 
געלאָזענעם קאָפּ, זוי א קליין, פאַרשולדיקט קינד, װאָס מען האָט געכאַפּט 
ביי אַן עבירה. אין זיין בליק האָט ביסלעכווייז אָנגעהויבן דערשיינען אַן 
אויסדדוק פון שטומען ווייטיק. די שטיינערונג פון די ניט באַפרידיקטע 
פאַרלאַנגען איז איבערגעגאַנגען אין א אומדערטרענלעכבן פּיין, װאָס האָט 
זיי מאַמענטנווייז כמעט אָפּגעשטױסן פון אַנאַנדער. זיי האָבן ביידע גע- 


201 : : 5 


װאַרט און זיך גלייכצייטיק געשראָקן פאַר די-דאָזיקע געמיינזאַמע, אוים- 
דעגנדיקע שעה'ן צווישן ים און זאַמד, 

באַנאַכט, אַלײן מיט זיך צװישן די שלאָפּנדיקע חולאים, האָט רות 
{ געזוכט אַן ענטפער אין אירע באַציונגען מיט שמעונען אין פּאַלעסטינע. 
דאָרט האָבן זיי איר ניט געשטערט צו פירן זייטיקע ליבעס. פאַרקערט, 
ס'איז דאָרט געיוען א צייט, ווען מ'האָט פּרינציפּיעל ,געהאט? א צווייטן 
בחור, כדי אָפּצוטאָן אויף צולחכעיס די , קליינבירגערלעכע פאראורטייפן 
און קאַנװענאַנסן פון דער מאָנאָגאַמיע?. און אויך שפּעטער, ווען דער 
ברען פון ,, פרייע ליבע" איז שוין געווען פאַרביי, האָט זי עס געהאַלטן 
פאַר נאַטירלעך צו האָבן צייטווייליקע פאַרבינדונגען, בפרט ווען זי איז 
מאָנאַטן-לאַנג געווען נעשידן פון שמעונען. 

פאַרװאָס האָט זיך אַצינד אַלץ געענדערט? דערפאר װאָס שמעון אין 
אויפן פּראָנט? -- אָבער װאָס האָט אייננטלעך דער שפּאַנישער בירנער- 
קריג צו טאָן מיט זייערע אינטימע |איבערלעבונגען?... ס'איז מאָדנע, אָבער 
די הייליקייט פון קאַמף האָט זיך אױיסגעשפּרײיט און אַרומגענומען אַפילן 
אירע עראטישע איבערלעב וננען. פאַראַטן אין איצטיקן מאָמענט שמעונען, 
וװואָלט. אויסנעזעז וי א לעסטערונג פון דער געמיינזאַמער זאַך, פאַר וועל- 
כער זיי האָבן געקעמפט, וועלכער אַזויפי? חברים האָבן שוין פאַר- 
נאָסן זייער בלוט ! 

אָבער זי ווייסט, אַז לאַנג װעט עס אזוי ניט גיין. באַלד װועט זיך 
| דזשאָן אומקערן צום פראָנט. װעט זי אים אַװעקלאָזן אַזױ, אָן גאָרניט? 
און דערפאר ווי? זי פאַרבאָרגענערהייט אַראָפּוואַרפן פון זיך די אַחריות 
און אומבאַוואוסט האָפט זי, אַז ער װועט זי באַצוינגען. אָבער דער מעב- 
טיקער דזשאָן הַאְט כסדר נאָכגענעבן, ביי דעם קלענסטן װידערשטאַנד פון 
איר זייט,- | | 

איין טאָג איז ער געקומען מיט א נייעס : 

--- .ווייסט, מען וועט מיך אינגיכן אויסשרייבן פון בענעקאַסים, 

אויף איר פּנים האָט זיך פאַרצויגן א װאָלקנדל : 

--- פון וואַנען ווייסטו ? 

-- איך בין חיינט געווען ביים דאָקטער. ער האָט מיר פאַרשריבן 
צען טעג און צונעגעבן, אַז דאַן װעל איך שוין אודאי זיין געזונט. 

א לאַנגע וויילע האָבן ביידע געשוויגן, פאַרזונקען איעדער אין זיינע 
מחשבות. פּלוצלונג האָט דזשאָן אַ' פרעג נעטאָן : 

--- וועסט פאָרן מיט מיר קיין אַמעריקע ? 

--- ניין | 

202 


-- פאַרװאָס ? | | 

-- דו ווייסט אַליין פאַרװאָס ... 

ער האָט באַמערקט, אַז זי איז טרויעריק געװאָרן: זי האָפט, אַז יע- 
נער װעט קומען!,.. און ער האָט באַשלאָסן מער ניט רעדן דערפון. אָבער 
זאָל זיך דער אורלויב ענדיקן װאָס ניכער! ער קען ניט מער! װאָס גיכער 
פאַרלאָז} בענעקאַסים!,.. אָבער אין אַ וויילע אַרום האָט רות אָנגעהויבן: 


-- דו גייסט ניט צוריק אויפן פראָנט ? 

-- יאָ, זיכער!.. כיהאָב געמייגט נאָך דער מלחמה... 

אין אֶווּנט איז זי, זוי געוויינלעך, אַװעק צו איר אַרבעט אין שפּיטאָל. 
אָבער די נאַנצע נאַכט איז זי געווען שטאַרק צערודערט. זי האָט בבלל 
לעצטנס געלעבט װוי אין אַ נעפּל: שמערקען האָט זי כמעט ניט געזעןן 
זי האָט אים אויסנעמיטן, ווייל ער האָט באַקומען אין אירע אויגן דעם 
| פּרצוף פון אַ באַשולדיקער; אַזױ אַרום האָט זי כמעט נים נעהערט דו 

טאָנ-טעגלעכע נייעס פון שטעטל, איז אַרױסגעריסן געװאָרן פון דער טראַ- 

| גישער ווירקלעכקייט פון דער אינװאַלידן-סביבה, האָט נאָר דערפילט מע- 
כאַניש איר שיועסטער-אַרבעט און נייסטיק זיך קאָנצענטרירם אויף זיך ‏ 
אַליין, אויף אירע איינענע איבערלעבוננען. ! | 

אין יענער נאַכט האָט זי זיך כסדר אומגעקערט צו דזשאָנס פאָך- 
שלאַג מיטצופאָרן מיט אים אין אַמעריקע. זי װאָלט זיך דאָרט אייננע- 
לעבט אין זיין סביבה און זיין אײיגנאַרטיקער װועלט! װאָס ווייסט זי פון 
די נענער אין אַמעריקע? -- אַ פֹּאַר צײטונגס-רעפּאָרטאַזשן, עטלעכע 
לינקע, פּאַטעטישע אַרטיקלען און ביליקע סענסאַציע-בילדער אין זונטיק- 
דיקע זשורנאַל-בײלאַגעס. אויך זיינע דערציילוננען, װאָס זי האָט ניט גע- 
נוי פאַרשטאַנען, האָבן נײט אַריינגעבראַכט קיין סך קלאָרקיים -- זיין 
וועפט האָט באַקומען פאַנטאַסטישע פאָרמען אין איר פאָרשטעלונג. עס 
האָט זי געצויגן צו די משונהדיקע מנחנים און התלהבותדיקע טענץ, צו 
דער פּרימיטיווער גאָט-זוכעריי, צו דעם פענאָמען פון פאַרשאַרפטער מאַסן- 
היפּנאָזע, צו אַ גור?-געמיינשאַפּט מיט די רעכטלאָזע, די אונטערדריקטע 
שעבאונטערדריקטע, װאָס טאָרן ניט פאָרן אין זעלבן װאנאָן און נִיט 
עסן אין זעלביקן רעסטאָראַן װי די ,ווייסע?", װי די אמתע דזשענטלמע- 
נער... ' 


--- פריער די אַראַבער -- איצט די נעגער! -- האָט זי אַ שמייכל 
געטאָן, זיך דערמאַנענדיק אירע לעצטע יאָרן. 


, | בי 208 


ס'איז אָבער די ווירקלעכקייט פון אױיר לעבן: זינט זי האָט נעמאַבט 
דעם. ערשטן שפּרונג װוערט זי נעטראָגן װי אַ שפּענד? איבער ברויזנדיקע 
וכװאַליעס! עס קומט איר אַצינד פאָר, אַז שוין אין איר פריסטער יוגנט 
לינט אָנגעצייכנט און נעחתמ'יעט דער וייטערדיקער לויף פון איה לעבן... 

אַלע מענטשן טרוימען צו זעכצן יאָר -- אָבער די מייסטן פאַראַטן 
זייערע יוגנט-חלומות! אויך זי האָט געקענט ענדיקן דעם אוניווערזיטעט, 
אָדער גאָרּ אַפדיער חתונה האָבן, ברענגפן קינדער אויף דער וועלט, פירן 
אַ בעלי-בתישקייט, זיין מיט לייטן צוגליך, 

אָבער שוין אין איר צימער, וואוינענדיק אין איר עלטערן-הויז, האָט 
זי געשלאָגן װאָרצלען ערגיץ-אַנדערש, אין אַן אַנדער וועלט. זי האָט שוין 
דאַן פאַרלאָרן דעם קאָנטאַקט מיט טאַטע-מאַמע, וועלכע זיינען אויך נע- 
ווען צוויי באַזונדערע וועלטן, אַיעדער פאַר זיך .., : 

אין גרויסן, פיל-צימערדיקן הויז -- אַ זכר פון אַמאָליקן פּראַכט, 
װאָס מאַמאַ האָט בשום אופן ניט געװאָלט אויפגעבן, הגם זיי זיינען נאָך 
דער מלחמה אַלץ אָרימער געװאָרן --י האָט יעדער געלעבט פאַר זיך. מאַמאַ 
האָט זיך מייסטנס איינגעשלאָסן מיט אירע ביכער' אין ,,סאַלאָן" און איז 
דערשינען נאָר כדי אַרומצורעדן מיט דעם דינסט-מיידל דעם , מעניו" 
פון מיטאָנ-עפן --- אויך אַ מנהג, װאָס זי האָט אָפּנעהיט פון אַמאָליקע 
יאָרן, ווען מען האָט געגעסן פאַרשידענע פאַרשפּייזן און פליישן און גע- 
האָט נעסט צום טיש. זי האָט ניט געװאָלט אַנערקענען נישט די נייע לאַנע" ‏ 
אין איר הויז און ניט די פרישע אָרדענונג אויף דער וועלט. זי האָט ניט 
אַנערקענט די באַפרייאונג פון פּױלן און ניט די נייע שפּראַך און קולטור, 
װואָס האָבן דאָ אַריינגעדרונגען מיט כוח אין אַלע ווינקעלעך פון לעבן. 
די נייע באַגריםן, װאָס -זיינען אויפגעשוואומען נאָך די לעצטע רעװאָלן- 
ציעס און מלחמות, זיינען איר פאַרבליבן פרעמד. אין דער טונקלקייט פון 
איר סאַלאָן האָט זי אַלץ געלעבט מיט די העלדן פון פּושקין און טאָלסטאַי 
מיט אַננא קאַרענינאַ, אירע געליבטע, זייערע טראַגעדיעס און דועלן, 

זי האָט זיך ניט געקענט שיידן פון זיי. װאָרים געהערט האָבן זיי 
צו יענער צייט, ווען זי איז געווען יונג און שיין, ווען מען האָט אין פאַךר- 
נאַכטן זיך געשיפט בקאָמפּאַניע -- קורסיסטן און סורסיפטקעס -- או- 
בער דעם טונקל-געװואָרענעם ניעמען און געזונגען מיט האַרציקער בענק- 
שאפט די רוסישע מעלאָדיעס : 

,א װײסע רױז -- ראַנדעטטו 
: ריטע רוין -- לי3ע '" 


204 


אָדער מען האָט שטוחמיש אַ שאַל געטאָן, ביז די עכאַ פון די ארר 


י טיקע קרייד-בערג האָט געענטפערט : 


,צען האָב איך געליבט 
ויין האָב איך באַרגעסן 
גאָר דעט אײגעם . . ." 
דער דעמאלטדיקער ; איינער", פּאַפּאַ, אַ געוועזענער רייכער סוחר און 
אַ יורד אין די לעצטע יאָרן, איז ארומנעלאָפן אַ נאַנצן טאָג זוכן אַ 
הלואה'לע אויף צו דעקן דיסקאָנטירטע וועקסלען, װאָס האָבן געשפּרודלט 
וי פון אַ קװאַל, האָט כסדר פּרובירט ב? מיני קאַמבינאַציעס אוֹן געלעבט 
אין אַ כסדרדיקער פּאַניק פאַר ,פּראָטעסטן". 
פון זיין נביריש-אינטעליגענטישן חילוך איז שוין פֿאַנג קיין שפּור 
ניט נעבליבן, זיין פאַרשפיצט בערדל, אַ-לאַ נאַפּאָלעאָן דער דריטער, אױז - 
פאַרנאַכלעסיקט געװאָרן און זיך צעװואַקסן אין סתם אַ יידישלעכע באָרד 
אָן אַ באַזונדערן סטיל און די זעפנסטצופרידענע גוטמוטיקע אויגן, װאָס 
רות האָט געדענקט פון איר קינדהייט, האָבן אצינד פאַרמאָגט דעם בליק 
פון אַ געפּלאַנטער באַשעפעניש. קיין פּויליש האָט ער זיך ניט אויסגע- 
לערנט און ער האָט אנגעהויבן א אַרינקוקן אין א זשאַרגאָנישע בלאַט, וואו 
ער האָט יעדן טאָג געזוכט עפּעס א בשורה פון א גרויסער ישועה. 
| ער האָט אין ערגיץ נײט געפונען קיין מקום מנוחה. אין דער אייגע" 
נער שטוב האָבן ניט די פרוי און ניט די דערוואַקסענע טאָכטער אים ניט 
אַרױיסגעויזן קייז מיטלייד. מאַדאַפּ האָט בשום אופן ניט געװאָלט זיך 
אַריבערקלייבן אין אַ ביליקערער דירח אָדער זיך אָפּזאָגן פון דער אד 
בערפליסיקער דינפט און זי האָט אַפּילו ניט געװאָלט הערן פון מוותר זיין 
איין זומער אויף אי דאַטשע אין סאָסנאָװן װאַלד. זי האָט נאַך גום גע" 
דענסט, אַז מען איז אין איר געווען פאַרליבט איבער די אויערן, אַז זי 
האָט דאַן 'געהאָט צען פאַר איינעם אין אַז אַ חסד האָט זי געטאָן מים איר 
מאַן, װאָס זי האָט מיט אים חתונה געהאַט. 
זי, רות, האָט אין האַרצן רחמנות נעהאַט אויף אים, אָבער קיינמאָל 
האָט זי עס ניט אַרױסגעװיזן, שוין אָפּנערעדט אַז זי האָט עס נים אַרױס- 
גערעדט אויפן קול. טעאָרעטיש איז זי דאָך געווען קעגן די דאָזיקע ‏ לופט- 
מענטשן" קעגן די , האַנד?-װאַנד?-יידן", װאָס האָבן געדאַרפט פֿאַר- 
שווינדן, ווייל דאָס פאָלק האָט נעמוזט זיך פּראָדוקטיװיזירן... עד כאן פון 
יידישן שטאַנדפונקט. פון שטאַנדפּונקט פון דער וועלט-נעשיכטע האָט 
פּאַפּאַ נעהערט צום קליינבירגערטום, וועגן וועלכן אַלע אירע ביכער האָבן 


209 


זיך אויסנעררי קט מיט דער טיפסטער פאַראַכטונג; ער האָט געהערט צו 
א קלאַט, װאָס האָט זיך אומפאַרמיידלעך גענליטשט צום אונטערגאַנב 
און געמוזט צעמאָלט ווערן צוישן די רעדער פון דער געשיכטע ... | 

אויך זי, װי די מאַמע, האָט געקוקט אויף דער װועלט מיט די אויגן 
פון די ביכער. נאָך בעת די מוטער האָט נגעשטעקט אין דער פאַרגאַנגענ- 
הייט, האָט זי געװוענדעט אירע אויגן צו דער צוקונפט -- די , עליה" קיין 
ארץדישרא? איז געווען צום װייניקסטן א נאַציאָנאַלער ענין -+ אין , קו- 
בוץ? האָט זי געהאָפט צו בויען אַ נייע וועלט, וואו אַלע סאַציאַלע פּראָ- 
בלעמען וועלן געלייזט ווערן, וואו דער מענטש װועט לעבן באמת פריי, 
וואו עס ועט רעאַליזירט ווערן די אַבסאָלוטע גערעכטיקייט און די נייע 
פאַמיליע װעט געשאַפן ווערן. 

אַצינד ווייסט זי, אַז אַזױ לייכט ווערט די װעלט ניט איבערגעאַנ- 
דערשט, אַז אפילו נאָך אַן ערד-ציטערניש קערן זיך אום די מוראַשקעס 
און בויען װירעראַמאָל זייערע נעסטן. אָבער זי באַװענט זיך נאָך אַלץ, 
וי מיט דער ענערציע-קראַפט פון אַן אַמאָליקן שטויס, 

אַ סך חברים און חברטעס זיינען פונדעסטוועגן געבליבן אינדער- 
היים, האָבן געענדיקט אוניווערזיטעטן, מאַכן געשעפטן, האָבן שלום גע- 
מאַכט מיט דער ווירקלעכקייט. וואו זיינען זיי אַלע? --- אין גראָדנע, און 
ביאַליסטאָק, אין װאַרשע אָדער אין פּראָװוינץדשטעטלעך... אַנדערע האָבן 
עמיגרירט, זיינעז געפאָרן זוכן גליקן אין אַמעריקע, אין אױסטראַליע, אין 

אַרגענטינע | 

זִי האָט געמאַכט דעם שפרונג. די מאַמע האָט ספּאַזמירט, ווען זי 
איז אַװעק װאַשן גרעט און רוימען דילן אין הייזער פון באַקאַנטע מש- 
פּחוֹת, אָבער זי איז אַװעק קיין ארץ ישראל, אין קיבוץ, איז געװאָרן אַן 
אַרבעטערין, האָט געהאַקט שטיינער אויף שאָסייען, געפֿלאַנצט ביימער אין 
פּרדסים און געמישט בעטאָן פאַר פונדאַמענטן. 

די מיינסטן זיינען דאָרט פאַרבליבן. זיי האָבן זיך איינגעפונדעוועט 
וי די הייזער, װאָס זיי האָבן געבויט; זיי האָבן געשלאָגן װאָרצלען, װוי 
די יונגינקע ביימעפֿעך װאָס זיי האָבן געפּלאַנצט און באַגאָסן. זי איז װוי- 
דער געשפּרונגען. איר דורשט איז געװאַקסן, וי ביי אַ שיכור, ווען ער 
פאַרזוכט די ערשטע גלעזלעך. , 

זינט דאַן האָט זי פאַרלוירן דעם באָדן פון אונטער די פיס. וי אַ 
שמעטעולינג װוערט זי געצויגן צו יעדער שיין, װאָס שימערירט ערניץ 
אין דער נאַכט. ‏ / | / | | 


206 


פריער איז עס געווען די באַפרייאונג פון די אַהאַבער, נאָענטן מזרח., 
פֿון אינדיע, פון כינע... אַצינד --- די נעגער 1 - 

און שמעון? װאָס פאַר אַ ראָליע שפּילט שמעון אין אירע דאָזיקע 
װאַנדלוננען ? : 

אַ דוף פון אַ פאַרוואונדעטן רייסט זי אַרױס פון אירע מחשבות. זי 
דערלאַנגט אים װאַסער צו טרינקען. דאַן קרעכצט עמיצער! אין אַ טונקעלן 
ווינק?. זי פּאַרשטײט אויפן וואונק: זי מוז אים דערלאַננען אַ געפעס, װאָס + 
זי ציט אַרויס פון אונטערן בעט, זיינע ביידע פיס זיינען פאַרניפּקירט און 
ער לאָזט אַראָפּ די אױיגן, ווען זי האַלט אים אונטער מיטן אָרים, בעת ער 
דערפילט זיינע באַדערפענישן. װער איז ער? -- אַ יונאָסַלאַו, דאַכט זיך, 
אָדער אפשר נאָר א בולנאַר. בכל אופן פון באַלקאַן. ווען זי העלפט אים 
פאָרזיכטיק זיך אויסציען אויפן געלענער, זאָגט ער מיט אַ שמייבל: 

--- דו גנוטער קאַמאַראַד ! 

פאַר אירע אויגן וועבן זיך דאָ טראַנעדיעס פון חונדערטער מענטשן. 
מאָנאַטן-לאַנג איז זי געווען דורכגעדרונגען מיט דער דאָזיקער אַטמאָס- 
פער, זיינען אירע חושים פאַר דער צייט אָפּנעטעמפּט געוארן?... אצינד 
איז זי פאַרנומען סיט זיך: זי האָט אָנגעכאַפּט אַ ברעג פון אַ פאָדים, 
װאָס זי האָט מורא צו פאַרלירן; זי גייט אים נאָך און װאַנדערט פונדאָס- 
ניי דורך די טונעלן און אומוועגן פון איר עבן. קיין שום פּאַקט פוֹן דער 
ווירקלעכקייט איז איצט ניט בכוח איבערצורייסן איר ,גלגול מחילות". 

זי געדענקט דעם ערשטן יאָר אין ‏ קיבוץ", ווען מען האָט נאָך אַזױ- 
פיל דיסקוסיעס. וועגן , פרייע ליבע", נאָך גאַנצע בערג פון פאָרוואורפן 
קענן דער , פאַרשימלטער, קאַנווענציאנעלער, קליינבירנערלעכער משפּחח" 
ניט געוואוסט וי אזוי צו רענולירן די פאָרמען פון געשלעכטלעבן. זי 
איז דאַן געווען פון די ערשטע, װאָס האָבן דורכגעבראָכן די װאַנט. זי 
האָט דאַן דורכגעלייענט עטלעכע ביכער איבער דער דאָזיקער פּראַנע און 
באַשלאָסן, אַז אין עלטער פון צװאַנציק יאר איז שוין צייט צו לעכן מיט 
אַ מאַן. | | | | | 
בנימין, װאָס איז געווען פאַרליבט אין איר נאָך פון פּולן, אין 
געווען אין , עמק". אויפערדעם האָט ער געהערט צו דער , חכשרה-תקופה", 
= צו דער ראָמאַנטישער צייט פון טרוימען אוֹן חלומות. זיין ליבע איז, דאַכט 
| זיך, געווען אַזױ פּלאַטאַניש, אַז ער װאָלט מורא געהאַט זי צו פאַרשװעכן 
מיט אי פיזישער באַרירונג. אַצינד נעדענקט זי אים קוים, הגם אויך נאָך 
איר פאַרבינדונג מיט שמעונען, איז ער איר אַ לאַנגע צייט נאַכנעגאַנגען 


207 


וי א שאָטן. ער אין געבליבן אין , לאַנך". און דאָס אַלץ איז שוין אַזױ 
ווייט!... שמעון איז אין אירע אויגן געווען דער אידעאַלער טיפ. פון פּראָ- 
לעטאַריזירטן יידן, זינט זייער ערשטער באַנעגעניש האָט ער געוועקט איר 
מיידלשע נייגעריקייט. זי האָט מער ניט געװאָלט װואַרטן און ער איז אויס- 
געוויילט געװאָרן אַלס דער אָביעקט פון איר ליבע. 

איר ביישפּיל איז נאָכגעפאָלגט געװאָרן. איינס, פון די ביכער װאָס 
זי האָט געלייענט, איז אַפּילו געװאָרן אַ שם דבר: מען האָט געוואוסט אין 
אַלע פּאַלאַטקעס, אז אויב אַ מיידפ פאַרטיפט זיך אין לייענען דאָס ריקע,,. 
דייטשע בוך ,געשלעכט און ליבע", װאָס אין געווען וי א קאָך-בוך פאַר 
אַלע מענלעכע קיבע-רעצעפּטן און פאַרחיטונגס-מיטלען, איז עס אַ זיכע- 
רער סימן, אז זי װעט נאָר אינגיכן אָנהויבן פּאַרשוינדן, אין די אָוונטז, 
מיט אַ בחור אין די בערנ אָדער אויפן שייער, 

: גוֹפא האָט זיך לכתחילה 2ל? ניט פאָרגעשטעלט, אז זי װעט זיך 
ערנסט פֿאַרבינדן מיט שמעונען. ביסלעכווייז האָט זי אים אַפילו אָנגע- 
הויבן ליב קריגן. די ערשטע צייט אין זִי איננאַנצן פאַרפלייצט געװאָרן 
דורך די אויפגעטויכטע איבערלעבענישן. אַ גאַנצן טאָג, בעתן פּיינלעבן 
שפּרייזן איבער די נאַכניביקע זאַמדיקע וועגן צו די ווייטע פּלאַנטאַציעס, . 
בעתן אַרומשנײידן די טרוקענע צוויינלעך אָדעד קאַלכן די קאָרע פון די 
ביימער, בשעת'ן פליקן די קאַקאָרודזע-קעפּלעך צווישן די דערנערדיקע, 
ווילרע גראָזן, װאָס זיינע! עקשנותדיק ווייטער געװאַקסן פון דער אַקאָרשט- 
אויסגעטריקנטער ! ערד פוֹן כברה-זומפ --- ביי אַלע אַרבעטן איז זי געווען 
איבערפולט מיט די פלאַטערנדיקע איבערלעבונגען פון דעם נעכטיקן 
אַוונט און מיט דער אויפרעננדיקער דערװאַרטונג פון די קומענדיקע 
שעה'ן, ווען זי וושט זיך ווידער נעפינען אין זיין מאַכט. סיהאָט זיך איך 
דאַן געדאכט, אז איר נאַנצע מהות איז געװוענדעט צום אַנטפּלעקטן מאַן, 
וי די בלעטלעך פון די ביימער, וועלכע דרייען זיך כסדר אום צו דער זון. 

פּלוצלונג האָט זי זיך דערפילט באַהערשט. אירע אינסטינקטן זיינען 
אָפּהענניק געװואָין פון דעם ביז ניטלאַננ פרעמדן מענטשן, וועלכער אין 
וי אַריינגעװאַקסן אין איר איינענעם איך. און דער דאָזיקער פּשוטער/ 
בחור, וועלכער איז תמיד נעבליבן עטװאָס אומדרייסט און געהאָרכזאַם 
לנבו' איר, איז געװאָרן דער בעל-חבית פון א וויכטיקן טייל פון איר לעבן, 

ער האָט זי באַרואיקט, האָט אויפגעהאַלטן מיט זיינע פעסטע אַרימס 
איר גלייבנעוויכט און אַ לאַננע ציים איז זי אריינגעפאלן אין דער טעמ- 
פּער זאַטקײיט פון אַן אָנגעפרעסענער, דרימלענדיקער חיה. | 


208 


אַ ביס? שפּשטער, נאָכדעם וי די ערשטע באַרוישונג האָט זִיך אויס" 
געװועפּט, האָט זי דערשפּירט זיין שטילע, פאַר'עקשנטע ליבע, װאָס האָט . 
ניט געשטעלט קיין שום באדינגונגען, האָט ניט געפאָדערט קיין שום גאַ- 

ראַנטיעס. און זינט דאַן איז ער געװאָרן ‏ איר אנהאַלט -פונקט אין דער 
וועלט, װאָס האָט געװאַקסט אונטער אירע פיס, און אין וועלכער זי האָט 
תמיד נעלעבט אַליין. אַפּילן בעת זייערע לאַנגע שיידונגען האָט זי זיך גע- 
פילט געשיצט דורך זיינע ברייטע פּלייצעס. און אין דעצידירנדיקע מאַמענטן, 
| ווען זי האָט זיך געלאָזן אויף נייע וועגן, האָט זי געזוכט זיין חילף. . 

|| הנם זי האָט מער געלערנט פאַר אים, האָט זי זיך פאַרלאָזן אוֹיף 
זיין קלאָרן און געזונטן פּאַרשטאַנד. זי האָט געוואוסט, אַז אין זיין באַ- 
וואוסטזיין הערשט ניט דער מיש-מאַש פון פּערזענלעך-אינטימע איבער- 
לעבונגען און פּאַליטישע איבערציינונגען, אַז ער קען אונטערשיידן צווישן 
זיין עראָטישן ליבידא און סאַציאַלע פּראָבלעמען. 

אַצינד װאָלט זי אים אַזױ נויטיק געדאַרפט האָבן לעבן זיך! אפשר 
איז עס נאָר די שטים פון אירע חושים, װאָס שטויסט זי צו דזשאָנען? 
אפשר איז דער נאַנצער פּלאָנטער פון געפילן, אין וועלכן זי צאַפּלט ?עש- 
טנס אַרום, וי אין אַ נעץ, נישט מער וי אַן אילוזיע? אפשר איזן דער 
גאַנצעד מיראַזש פון נענער-פּראָבלעם, פון פּרימיטיוו-רעליניעזן עקסטאַז 
און כסדרדיקער שפּרונג צו די סאַמע פאַרשטויסענע, אפשר איז די פאַטאַ- 
ליטעט פון איר איינענעם נור?, װאָס זי האָט דאָ אויסנעװועבט אין איר 
פאַרשטעלונג, ניט מער װוי אַ פּאַראַװאַן, כֹדִי זי זאָל; קענען באַפרידיקן 
דעם נגעשריי פון איר לייב און זיך אָפּנעבן מיט א רואיקן געוויסן אין די 
פעסטע אָרימס פון דעם דאָזיקן מאַן ?... 

זי האָט שוין איינמאל געהאַט אַן ענלעכע פּאַסירונג אין פאַלעסטינע. 
בעת שמעון איז געזעסן אין תפיסח האָט זיך אין איר פאַרליבט אַן אַראַ- 
בישער נאַציאַנאַליסט, אַ רייכער עפענדי, אַ זון פון איינער פון חשובסטע 
משפּחות פון לאַנד, װאָס די קאַמוניסטן האָבן זיך באַמיט אריינצוציען 
אין זייערע קרייזן, כדי צו פירן א געמיינזאַמע, אַנטײאימפּעריאַליסטישע 
פּאַליטיק, ער האָט זי באַמערקט בעת אַ טרעפוננ אין אַ קאָנספּיראַטיוער 
דירה און מער ניט אַראָפּנעלאָזט פֿון איר די אויגן. ווען זי האָט ניט גע- 
װאָלט הערן זיינע פּאַטעטיש-מליצה'דיקע ליבע-דערקלערונגען, האָט ער 
איר פאָרגעליינט חתונה צו האָבן מיט אים: אַלּס מוסולמענער האט ער 
נעמענט האָבן ציויי ווייכער און ער איז אַפִילו נרייט געווען אָפּצונטץ זיין 
ערשטע, פֿאַרשלייעחטע פרוי, װאָס מען האָט אים אַלס אַדרוֹיף איינגע- 


209 , 


קויפט צו זעכצן יאָר. זי האָט זיך דאַן ערנסט פאַרטראַכט וועגן ענין: עס 
איז איר פאָרגעקומען, אז אַזױ אַרום װעט זי געפינען דעם וועג און דעם 
אֶנשלוס צו די אוֹנטערדריקטע, קאָלאַניאַלע פעלקער... | 
דעדווייל איז שמעון אַרױס אויף דער פריי און זי האָט זיך אַרױים- 
געפּלאָנטערט בשלום פון ענין. דער יוננער עפענדי האָט זיך מ'ניה וביה 
פאַרליבט אין אירע אַ חברטע, איז אַװעק מיט איר קיין פּאַריז און קן- 
מענדיק אין קאָנטאַקט מים דער מערב-ציוויליזאציע, געװאָרן א לעב-יונג 
און אַ שטאַם"נאַסט אין אלע פריילעכע לאָקאַלן, און סוף 2? סוף איבער- 
געלאָזט דאָס מייד? אָן געלט און אָן פּאַפּירן אין דער פרעמדער שטאָט,,, 
| אָבער וואו נעמט מעז אַצינד שמעונען? לעבט ער נאָך? וי זאָל מען 
אים זוכן אוֹיף א פראָנט, װאָס ציט זיך איבער הונדערטער און הונדער- 
מער קילאָמעטער ? | 


יאר 


! 0 


: : : { 
קאַפּיטל זיבעצן יז 
| פארשידעגע מערלשן א טשעקאַװע געשפּרעכן 


אַ שטיק? צייט האָכן זיך שמעון און ריימאַן אַרומנעדרײים איבער 
דער ברייטער אַלײי, װאָס האָט זיך אַרױסגעשניטן פון קליינעם פּלאַץ, קעגנ- 
איבער סירקולאָ". 


--- וואָס טוט מען דאָ א גאַנצן טאָג? -- האָט געפֿרעגט דער ניי- 
געקומענער. : יי 
-- װאָס האָט אַ פאָלדאַט אין הינטערלאַנד צו טאָן? -- נאָ רניט! אַ 
זעלנער אַרבעט זייערי װוייניק שעה'ן, דערפאַר אָבער איז עס א געפערלעכע 
מלאכה. און אַז מען כאָפּט זיך אַראָפּ אויף אורלויב, טרינקט מען ביר 
און מען דערציילט זיך ניסים ונפלאות פון די פראַנטן, װאָס אַיעדער ווייסט 
און װאָס יעדע- איינער האָט אַליין דורכגעמאַכט. 
--- אַ פַּאֶר טענ קען מען אויך אַזױ לעבן +. | 
--= אַזױ זען מען שוין גאָר לאַנג לעבן! אויף װי לאנג האָסטו 
אורלויב ? י | 
-+- פופצן טעג. אָבער די רייזע האָט נעדויערט. איך װויל נאָר דאָ 
בלייבן, בִּיז איך. על זיך דערוויסן הות'ס אַדרעס, | 
--- כ'האָם מורא אַז ס'וועט געדויערן אַ פּאַר טענ. איך האָב אויך 
צו טאָן מיטן קאָדער, און אַז עס הויבט זיך אָן מיט אַנלעטעס, שלעפּט 
זיך עס: מען מוז אױיספאָרשן װוי אַזױ כ'בין אַרינגעפאַלן צו די , מאַקאַ- 
ראָנים", וי כ'האָב זיך אויפנעפירט א.א.וו. און בפרט אַז ביי דיר האָט עם 
צו טאָן מיט ,א שיפרירטן אַדרעס" אוֹן א , פאַרשוואונדן מייד?". קעגן 
אַזעלכע אומריינע גייסטער װעט דער סעקרעטאר אַרוֹיסרופן דעם שם 
המפורש פון , יואַכזאַמקײיט" און , זעלבסטקריטיק". מיר דאַכט זיך, אַז 
דערווייל דאַרפּסט:! זיך דאָ אַקלימאַטיזירן. 
{ -- וי אַקלימאַטיזירט מען זיך ? 
| די 0 מט 211 


-- לאָמיר אַריינגיין צוריק אין , סירקולאָ? און כאַפּן ‏ שמועס מיט 
די יידישע חברח... מיר דאַכט זיך, אַז גרישקא האַלט שוין דאָרט אַ דרשה 
--- האָט ער געזאָנט, אַריבערטרעטנדיק צוריק דעם שועל, און האָט אִנ- 
געוויזן אויף אַ הויכן מיליציאָנער מיט אַ ליכטיקן פּנים, װאָס איז נעזעסן 
רחבותדיק אָנגעשפּאַרט אין אַ פאָטע? און שמייכלענדיק עפּעס דערציילט, 

-- פון װאַנען -קומט ער ? , 

--- שווער צום זאָגן, אָבער לעצטנס האָט ער שטודירט אין פראַנק- 
רייך, ס'הייסט איינמאָל אין יוב? איז ער גענאַנגען אין אוניווערזיטעט און 
ס'רוב האָט ער דאָרט געאַרבעט כ? עבודת פּרך: לעצטנס האָט ער דאָרט 
באַקומען נאַכט-אַרבעט אין אַ שעכט-הויז: ער האָט געטריבן די אָקסן צו 
דער שחיטה. ער האַלט, אַז טאַקע דערפאַר פאַרשטייט ער זיך אַמבעסטן 
אויף דער-זעלנערישער פּסיכאָלאָגיע- 

-- א דעמאָדאַליזירטער? -- איז שמעונס בליק ערנסט געװאָרן. 

--- ניין, וי קומט! ער האָט פון די ערשטע זוכח געווען צו גיין אין 
די טאַנקען און האָט לעצטנס אָנגעפירט, אַלם לייטענאַנט, מיט פינף שטיק. 
איינמאָל האָט זיך זיין װאָגן אָנגעצונדן. ער אִיז אַרױסגעשפּרוננען. פון 
ברַעֶנענדיקן טאַנק און אִיז אָפּנעקומען מיט אַ קויל אין קני. מען האָט. 
איִם געשיקט זיך היילן אין פדאַנקרייך און נאָך דריי װאָכן איז ער צוריק- 
געקומען, . י- 

-- צו דער שחיטה 4 .. : : יי 

--- דאָס האָט ער נאָר אַזאַ פֿאַנגע. |צונג, אויפן פראַנט איז ער ניט 
צווישן יידן, איז אַז ער קומט אויף א טאָג אורלויב שלייפט ער אַ ביס? 
דאָס צינגעלע.. | 

זיי זיינען צוגענאַנגען צום טישל. אויך סערזשאנט גליקין איז דאָרט 
| געזעסן צווישן די יידישע חברה. ער האָט זיך נלייך אַ נעם געטאָן צו 
שמעונען : | | | בי 

-- נו, ער האָט דיר געגעב} דעם אַדרעס ? 

--- נאָך נישט. דערוויי? האָב איך נאָר אויסגעפילט אַן אַנקעטע-- 

|--- איך הָאָב שוין אויסגעפילט הונדערט אַנקעטעס, דער דאָזיקער 
קעקרעטאַר , אַז ער דערזעט נאָר אַ יידן, װאָלט ער אים גלייך צוריקגעשיקט ‏ 
אויפן פראָנט. אָלע יידן װאָלט ער געװאָלט אויסהרגנען .. | 

--- נו, נו! ער איז דאָך אַליין אַ ייד ? ! | | 

-- טאַקע דערפאַר! ס'איז דער אַלטער ,מה יפית" אין אַ מאָדער- . 
נער אױסגאַבע, | 


9 יי - ' 


--- ער אַרבעט דאָך אין פויישן קאַדער, האָט ער מורא פאַרן למה 
יאומרו הנויים,... -- האָט צונעגעבן ריימאַן --- װאָס טרינקסטו, שמעון? 

--- פון דעם מה-יפית װועסטו זיך אַזױ לייכט ניט באַפּרײיען --- האָט 
אָנגעהויבן גרישקאַ און זיך אומנעקוקט צי אַלע הערן אים, אין זיין בליק 
און לויט זיין טאָן איז-קענטיק געווען, אַז ער קלייבט זיך דאָ זאָגן נאָר 
וויכטיקע זאַכן -- דער אֶל קריכט תמיד אַרױיס פון זאַק! אַז מען פלענט 
ביי אונדז אין דער ערשטער ליניע בעטן, מען זאָל זיך פרייװױליק מעלדן. צו - 
אַ נאַכט-פּאַטרולקע, פלעגן זיך שטענדיק מעלדן אַלע יידישע יאַטן אָן 
אויסנאַם. און ווען די ערשטע ריי אונדזערע האָט דערגרייכט אין נאָוועם" 
בער די הייזער פון ! טערועל, האָב איך דערזען אַרום מיר אַלע מיינע באַ- 
קאַנטע יינגלעך. ניט אומזיסט האָט אַ העכערער דייטשער. אפִּיצִיר ניט לאַנג 
געזאַנט ; 

--- די יודען װאָלפֿען איבעראַל די ערסטן זיין, זאָגאַר אויפן פּראָנט!.. , 

---- אוּן אין די ביוראָס איז דען ניט פול מיט יידן?! וואו נאָר א או- 
בערזעצער אין אַ שטאַב, איז עס אַ ייד! כ'זאָג אייך: דער עולם װעט נאך. 
ווערן אַנטיסעמיטיש צוליב :דעם --- האָט נגעטענהט. אַ קליינוויקסיקער, 
שװארצינקער מיליציאָנער, װאָס האָט זיך קענטיק גענומען צום האַרצן. 
דאָס דאָזיקע אומגליק, 

-- דאָס איז דאָך אַן אַלט יידיש אומגליק -- האָט גרישקא אָפּנע- 
ווישט דעם ביר-שוים פון מוי? --- יידן זיינען צו פּעאיק! וועמען דען זאל 
- מען אַריינזעצן אין אַ ביוױאָ? אַזאָ איינעם, װאָס קען ניט קיין שפּראַכּן ? 

--- ניין, עס שטאמט דערפון, װאָס גראדע פֿון יידן איז געקומען דער 
גרעסטער פּראָצענט אינטעלינענץ -- האָט ריימאַן זיך באַמיט אויפצױ 
| קלערן ברייטער דעם ענין -- אָט נעמט אַ ביישפּיל: פון די פּאַלאַקן זיינען 
געקומען קוילננרעבער, לאַנדדאַרבעטער,.. אָבער פּולישע סטודענטן זי 
נען ניט געלאָפן קיין שפּאַניע. זיי פֿערנען רואיק ווייטער און זיינען זיכער, 
אַז זי װועלן ווערן דאָקטוירים אָדעד אַדװאָקאַטן, און װועלן פאַרברעֲנגען 
דעם סוף פון זייערע טעג ביים שטעלן קאַנעס אָדער פאַרטיידיקן גגביִם, 

און אַז מען האָט געדאַרפט אַרױסגעבן די פוילישע בריגאַדע-צייטונג, האָט 

מען געמוזט נעמען אַי ייִדישן בחור פון פּולן אַלס רעדאַקטאָר. און דער- 
נאָך שרייט מען, אז די יידן האָבן פּאַרכאַפּט די ביוראָס + | 

--- אוֹן די פלעמישע צייטונג?... װוער קען שוין דאָ שרייבן פלעמיש, 
אויב ניט אַ יידישער בחור פון פּױלן, װאָס איז פאַרװאָגלט געװאָרן קיין 
אַנטװערפּן ? | 


218 


--- היינט פון דאָקטוירים איז דאָך שוין אָפּנערעדט! און עס געפי- 
נען זִיך שוין אַועלכע װאָס טענה'ן, אז די יידן האָבן פאַרכאַפּט די שבּו- 
טאָלן... ‏ . = | 

--- ווערט אַ ייד געהרגעט אויפן פּראָנט -- האָט דער שװאַרצינקער 
מיליציאָנער זיך געשטאַרקט דאָס האַרץ מיט אַ לאַנגן זופּ קאָניאַק --- אַזױ 
זאָגט מען גלייך: ס'איז געהרגט געװאָרן א פּאָלאַק, אָדער אַ דייטש אָדער 
אַ טערק. זעט איר, אַז אַ ייד אַרבעט אין ביוראָ, ווייסן גלייך אַלע, אַז ער 

אין ניט קיין פּאֶלָאק און ניט קיין דייטש און ניט קיין טערק, מעג ער. 

אַפילן רעדן אַ בעסערן פראנצויזיש וי אַלע טערקן און פראַנצויזן צו- 
זאַמען ! 

-- איך טענה דאָך דערפּאַר די נאַנצע צייט, אַז מען דאַרה שאפן אַ 
יידישע בריגאַדע --- האָט זיך אָפּנערופן גרישקא -- איינער, אַ העכע-/ 
רער פּאָליט-קאָמיפאַר האָט מיר אַפילו צונעזאָגט זיך צו פארנעמען. מיטן 
ענין. כ'וועל אים היינט זען און װעל אים זאָגן, אַז פּונקט איז פאראן אַ 
גרעסערע צאָל יידישע פראָנט-סאָלדאַטן אין אַלבאַסעטע און ס'װאָלט גע- 
ווען אַ שכל צו רופן אַ שטיקל פאַרזאַמפוננ. | 

-- איר האַקט אַלע אַ טשייניק --- האָט גליקין זיך געלאַנגװײױליקט 
-- באַשטעלט בעסער אַ טרונק, װואָרים פוֹן אייערע לאַנגע רעדעס איז 
שוין מיר אַפילן מרוקן געװאָרן אין האַלדז, 

אַזאַ מנהג איז שוין געווען: די װאָס זיינען דירעקט געקומען פון 
פראָנט, האָבן באַשטעלט פאַר דער גאַנצער חברה; אין די טראַנשײיען האָט 
מען באַקומען א העכערן קוין און מען האָט אים נאָך ניט באַװיזן אויס- 
צונעבן, 0 

שמעון האָט געהייסן דערלאַנגען משקח פאַר אַלעמען. ער האָט צו- 
געהערט אויפמערקזאם, װואָרים שוין לאַנג האָט ער אַריינגעטראכט אין די 
דאָזיקע פּראַגן. נאָר אויפן פּראָנט איז עס ניט געווען אַזױ וויכטיק און 
מען האָט דאָרם נים געהאַט קיין צייט אַריינצוקלערן. אָבער אָט איז ער 
געקומען אין הינטערלאנד און נים געוואוסט אַפילו צו וועלכן , קאַדער" - 
ער דשרף זיך יוענדן. פאַרוואָם זאָלן די יידן ניט האָבן זייער אייגענעם 
פאָרשטייער, װי באַלד עס קעמפן דאָ אַזױפיל ייךן ? | 

נליקינס שטימע האָט אים אַרױסגעריסן פון זיינע מחשבות. דער 
כערזשאנט האָט איצט געזופּט ביר און געהאַלטן אין איין איבערקייען 
דעם געדאַנק, װאָס האָט זִיך אים איינגעגעסן אין מוח. 

--- איך. יוועל אַפּילְו אויספילן נאָך הונדערט אַנקעטעס, װועל איך 
מער ניט ניין אויפן פראָנט וו 
214 


שמעון האָט געװאָרפן אַ פרעגנדיקן בליק אויף ריימאַנען און יענער 
האָט זיך צוגעבויגן צו זיין אויער: 
--- ער געהערט צו דער קאַטעגאָריע, װאָס מען רופט דאָ ,דעמאַרא- 
ליזירטע". 
-- ער איז געווען אויפן פּראָנט ? 
-- אוֹן וי געווען! ער איז געווען ביי מאַלאַגאַ, אין די שניי-בערג 
פון סיערראַ-נעװאַדא, ביי קאָרדאָבאַ... אָבער ער געהערט צו די יעניקע, 
װאָס טענה'ן אַז ם'איז גענוג פאַר זיי... : 
נליקין האָט געטרונקען איין ביר נאָכן אַנדערן און געהאַלטן אין 
איין זידלען די , חירן-זין" פון די ביוראָען און , קאדערן", װי ער האָט 
זיי אָנגעבופן, און נאָר דער שװאַרצער זלמן, װאָס איז אַנגעקומען אינ- 
מיטן, איז געווען בכוֹח אים איינצושטילן. דעל דאָזיקער זלמן -- א פעס- 
טער, ברוין-הויטיקער יונג, מיט שװאַרצע קרייזלעך אויף א נענער-קאָפּ 
און אַ רויטן נאַריבאַלדי- טוך אָרום האלדז -- האָט העל געשמייבלט מֿיט 
אַ פולן מויל און דערביי געוויזן צוויי רייען געזונטע ציין. צוגייענדיק צום 
טיש?, האָט ער א בליץ נעטאָן מיט די ווייסלען פון די אויגן, האָט אַ זום 
נעטאָן פון עמיצנס א קופל, אַ שלעפּ געטאָן ביי אַ צווייטן אַ פֿאַפּיראָס, 
און זיך נלייך גענומען דערציילן איינע פון זיינע געשיכטעם : 
-- האָבן זיי זיך פאַרפעסטיקט, די פּאַרכעס, אין אַ הויז אויפן 
באַרג... --- װאָס טו איך? -- גאָרניט! כ'נעם עטלעכע גראַנאַטן, איך, 
גנבע זיך אונטער הינטערן הויז און טראך-טאַדראַ ירש יי פיר הונדערט 
פאַשיסטן האָב איך אַװעקגעלײיגט מיט איין טראַסק ! 
אַלע ווייסן דאָ, אַז די , פיר הונדערט מאַן מיט איין טראַסק" איו אַ- 
שטיקל נוזמא, מען לאָזט אים אָבער דערציילן. װאָרים אַלע ווייסן אויך, 
אַז ער האָט זיך העלדיש געשלאָגן, און הגם ער קען אַפילו קיין יידיש ניט 
לייענען, איז עד געװאָרן אַן אֶפּיצִיה און גראַדע ביי די איטאַליענער. נאָר 
וויי? ער האָט ניט געהאַט קיין אַנונג אין די קליינע פּינטעלעך און אין 
געאָגראַפיע איז ער אויך געווען שוואך, האָט ער פאַרמישט אַלע פראָנטן 
און געשעענישן. יו : 
מפעציעל האָט ער ליב לערנען מיט די חברה אַ קאַפּיטל סטראַטעגיע 
און ער טוט עס אויף אַזאַ אופן: | | | 
ער שטעלט אַװעק אַ פּושקע שוועבעלעך און זאָגט: ,אָט דאַ זיינען 
די פאַשיסטן!" אַ קופ? ביר דינט ביי איִם אַלס רעפּובליקאַנישע פּאָזיציע. 
ביי דער זייט לינט אַ פּאַפּיראָס, װאָס שטעלט פאָר א בוים. און ווען דער 
פראָנט איז אויסגעשטעלט הויבט ער אָן: 
215 


--- האָט זייסט עס דער קאַפּיטאַן אַ זאָג געטאָן צו 'מיר; --- אַנו. פיך 
דורך אַ שטיק? אַרבעט! מאַך איך מיר אַזױ: --- זלמן יאָלד! (דאָס זאָגט 
ער אַױוס מיט אַ ברום פון אַ בער), אַז דו וועסט גיין גלייך אויף די הינ- 
טישע נשמות, וועלן זיי דיך אַװעקלײגן מיט דיינע מענטשן אַזױ וי די 
פליגן. --- ניין, זִלִמן שמ... (דאס דעדט ער אַרױס מיט אַ האַרציקער שטימע 
-פון אַ װאָרקנדיק טייבעלע), גיי אַרום אוֹן אַרום!... צו װאָס װאַקסט דאַ 
אַ בוים? --- יוייזט ער אויפן פּאַפּיראָס --- און װאָס מיינט איר איז גע- 
ווען דער סוף? --- פון די הינטישע זין איז פאַרבְלִיבן + א בערנל אֵשׁ... אָט 
דאָס הייסט סטראַטעניע ‏ | 
שמעון איז געװואָרן א ומגעדולדיק. ער האָט ניט געקענט איינזיצן 
אויף איין אָרט. פאַרנאַכט-צו איז ער אַרױס מיט ריימאַנען אין דער אַליו, 
צווישְן. די ביימער האָבן שפּאַצירט הונדערטער מיליטער-לייט. עס האָבן 
שימערירט פאַרשידן-פאַרביקע מונדירן פון כליערליי. בריגאַדעס און פאָך- 
מאַציעט. מען האָט געהערט צענדליקער שפּראַכן. מיליציאַנערן אויף אור- 
;לויב האָבן זיך אַרומנעשלעפּט, זיך געלאַנגװײליקט און ניט געפונען קיין 
אָרט אין דער אַדומיקער רואיקייט. ביוראָדמענטשן האָבן זיך געאיילט מיט 
טעקעם אונטערן אָרים, עס זיינען אַרומגעגאַנגען רעקאָנװאַלעסצענטן פון 
| שפּיטאָלן,, וואָס האָבן זיך דאָ צוגעשטעלט צו אַ מעדיצינישער קאָמיסיע 
!פאַרן אָפּגיין צום פּראָנט. פריש-נעקומענע פרייוויליקע,. װאָס מען האָט 
אויסגעשולט אין אַרומיקע שטעטלעך, האָבן געקוקט מיט פאַרנאַפטע בליקן 
פון ,גרינע" און ניט תופס געווען דעם אַרום. 
שטעון האָט געקוקט די מענטשן אין די פּנימער אַריין. זיכער האָט 
איינער פון זיי געטראָפן רות'ן!. כמעט אַלע זיינען זיי דורכגעגאַנגען שפּי- 
| טאָלן... אָבער װוער? קען מע; זיך -שטעלן. אינמיטן דער צעפּלאַקערטער 
רעװאָלוציע אויף אַלבאַסעטער גאַסן און זיך נאָכפרענן אויף אַ מייךס? 
-מיטאַמאָל האָט אַ שיין פון האָפענונג אויפגעבליצט אִין זיינע אוינן: 
--- זע נאָר, -- האָט. עד אָנגעוויזן אויף א מאַן, װאָס איז געזעסן 
אַליין אויף אַ באַנק -- סיאיז ניט בערגמאַן ? 
= = יאָ! כיהאָב פאַרגעסן דיר צו דערציילן, אַז ער איז גראַדע אין אַל- 
באַסעטע... ער איז.. 


שמעון הערט ניט בי סוף. ער גייט שנעל, לויפט כמעט צום (מילוד 
ציאַנער, װאָס זיצט אַ פאַרטראַכטער, מיט אַן אַראָפּנעלאָזענעם קאָפֿ; זינט 
ער האָט אים דאַן ארױסגעשלעפב אויף די פּלייצעס פון באַלאַגערטן פּאַרק, 


216 


האָט ער אים געזען נאָר עטלעכע מינוט אין מאַדרידער שפּיטאָל. ער האָט 
זיך זיכער לאַנג געהייסט. אפשר האָט ער ערגיץ-וואו נעזען רותץ ? 

אָבער אַזױי שנעל שטעלט ער ניט די פראַנע, װאָס ברענט אים אין 
האַלדז. בערגמאַן כאַפּט אים אָרום און די צוויי פאַרברוינטע מענער, אין 
אָפּנעטראַנענע מונדירן, שטייען א לאַנגע וויילע אינמיטן נאַס און קושן 
זיך. ערשט איצט באַמערקט שמעון, אַז זיין חבר האָט אַ רויטלעכן פלעק 
אויפן פּנים, 

--- געדענססט אין קאַסאַ דעל קאַמפּאָ ? 

-- וי לֿאַנג האָט מען זיך ניט געזען ? 

בערגמאַן וויל אַלֿץ וויסן און דערצייסט פאַר איין װועג: נאָכדעם װוי 
שמעון האָט אים געראַטעװעט פון הינטערן טאַנק, איז ער עטלעכע חדשים 
אָפּנעלעגן אין פאַרשידענע שפּיטאָלן,. מען האָט אים געשיקט אַושׁ ביז 
מורציא, װאָס אין דרום ביים ים. דאָס פּנים איז אים געבליבן פאַרפלעקט 

פון יענעם פּלאַמען-וואַרפער, דאַן איז ער װוידער אַװעק צום פראָנט כאָטש 

איננאנצן געזונט איז ער ניט געװאָרן: א שפּליטער איז אים געבליבן אין 
קאָפּ און װאַנדערט דאָרט אַרום, ער איז װידעראַמאָל פאַרוואונדעט נע- 
װאָרן, אָבער לייכט, | | 

--- ביסט הייסט עס געלענן אין מערערע שפּיטאָלן ? 

-- יאָ, ספּעציאַליסטן זיינען דאָ זויגיק, האָט מען מיך געשיקט פון 
אָרט צו אָדט. אָבער די אָפּעראַציע אין קאָפּ קען קיינער פון זיי ניט מאַכן, 

--- האָסט אפשר געטראָפן א. מיידל, אַ קראַנקן-שװעסטער... מען 
רופט זי דות... ס'איז מייז חברטע, 

בערגמאַן. פרענט זיך נאָך וי זי זעט אויס, ווען זי איז געקומען, פון 
װאַנען. ניין, ער האָט זי ניט געטראָפן. ער האָט כמעט קיינעם ניט געקאָנט 
אין די שפּיטאָפֿן, יל גלייך וי ער איז געזונט געװאָרן, איז ער אַװעק צום 
פראָנט, | | 

--- יאון װאָס טוסטו אין אַלבאַסעטע? אורלויב 4 

-- ניין,. איד בין געווען ביי די , דייטשן", האָבן זיי מיך געמאַכט 
פאַר א ,נװואַרדיע" ביים שטאַב. אָבער איך װויל? גיין אין דער ,ליניע.. 
כ'ווי? איבערגיין אין אַ צווייטער בריגאַדע. סיי וי ווילט זיך זיין צווישן 
איינענע חברה... אָבער דאָ האָט מען מיר געגעבן אורלויב אויף פארן קיין 
פּראַנקרייך; מע'ט אפשר דאָרט קענען ארויסנעמען דעם שפּליטער. ‏ מיין 
פרוי קומט ספּעציע? צופאָרן פון פּוילן קיין פּאַריז, כדי זיך צו זען מיט . 
מיר, זי האָט זיך דערוואוסט, אַז איך בין פאַרוואונדעט. : 


217 


ער איז אַװעק אין קאַדער דערלייריקן פאָרמאַליטעטן. שמעון מיט 
ריימאַנען האָבן זיך אומגעקערט אין , סירקולאָ", | 
-- ער פּלאָנטערט אַביס? מיט דער צונג -- האָט באַמערקט שמעון, 
ווען זיי זיינען געבליבן אַלײן -- דאַכט זיך, אז עס קומט פון שפּליטעף - 
--- גיין, ער טראָגט עפּעס אויפן האַרצן און רעדט ניט אַרױס, 


צ א א 


אָנהױיב אָוונט זיינען זיי װידער געזעסן אין , סירקולאָ?. אױף. 
; בערגמאַן איז צוריקגעקומען פון ,, קאַדער" און זיך געזעצט, א שוייגנ- 
דיקער, ‏ ביים טישל. אַ ביס? שפּעטער איז אַריין גרישקאַ און דער עולם. 
האָט זיך אַ נעם געטאָן אים אויסצופרעגן וועגן זיינע- אונטערהאנדלונגען, 
--- גיי, רעד, אַז קיין טאַטע איז ניטאָ! -- האָט ער דערציילט --- 
אַזױ דאַכט זיך, זיצן יידן. אין די ביוראָס וי די כלבים, אָבער אַז עס 
קומט צו אַ יידישן ענין מאַכן זיי זיך כלא ידע: דער איז א פאָרשטייער 
פון פּאָלאַקן, יענער פון דייטש; און א דריטער גאֶר פון פראַנצויזן ... 
-- נאָכן קריג װועט אַפּילו קיינער ניט וויסן, אז דאָ האָבן יידן גע- 
קעמפט -- האָט זיך אָפּגערופן א נייער גאַסט ביים טיש --- און דאָס װאָרט 
| ,,כודיאָ? קליננט ביי די שפּאַניער נישט זייער סימפּאַטיש. 
-- אין שפּאַניע לעבן נאָך די לעגענדעס, װאָס די אינקוויזיציע האָט 
פאַרשפּרייט וועגן יידן, קיין לעבעדיקע יידן זיינען דאָ שוין פון לאַנג 
ניטאָ! -- האָט אנגע וב דערקלערן ריימאַן. 
אָבער דעד עולם איז געווען צו אומנעדולדיק, אויף אויסצוהערן לאַנ- 
גע רעדעס. גרישקאַ האָט אִים איבערגעהאַקט: 
--אָבער איצט װאָלט מען זיי געקענט אויסווארצלען ! 
-- און פאַרװאָס איז עס אַזױ שווער? --- האָט געפרענט שמעון --- 
תחילת האָט מען געקעמפט אין געמישטע בריגאַדעס. אָבער אַצינד האָט 
מען דאָך איינגעטיילט די מיליציאַנערן לויט נאַציאָנאַליטעטן ? 
--- פאַרװאָס? ווייל ס'איז ניטאָ קיין טאַטע! אינטערעסאַנט, אַז ניט- 
יידישע פּאָליט-קאַמיסאַרן באַציען זיך מיט פאַרשטענדעניש צום ענין, 
אָבער די אַסימילירטע יידן זיינען פאַרעקשנט דאַקעגן. דייטשע יידן שע- 
מען זִיך אַפּילו דאָ מודה צו זיין, אַז זיי זיינען יידן ... 
--- זיי מוזן נעביך לעבן אַלס יידן, װוילן זיי כאָטש שטאַרבן אַלס 
גויים .. 


218 


אַזױ וי ביים טיש? זיינען געזעסן עטלעכע מיליציאָנערן, װאָס זיו- 
נען ערשט געקומען פון פראָנט, האָט גרישקא אָפּגעגעבן אַ ברייטערן באַ- 
ריכט : | | 

--- מיר האָבן שוין געהאט אַ פארזאמלונג -- האָט ער דערקלערט 
--- עס האָט זיך געהאַנדלט וועגן אַרױסגעבן אַ מיליציאַנערן-צייטונג אויף 
יידיש, אַזױ װי עס דערשיינען אַזעלכע אויף אַכט אַנדערע שפּראַכן. נו, 
איז געקומען דער פעקרעטאַר פון פּוילישן ,קאַדער", ווייל דאָרט געפינען 
זיך אַמיינסטן ייִדן, און דער רעדאַקטאָר פון פּױלישן ביולעטין --- אויך 
אַ ייד,.. דער סעקרעטאַר האָט דעם גאַנצן אָװנט נים אַרױסגעבראַכט קיין 
װאָרט פון מויל, ווייל ער האָט ניט געהאַט קיין אינסטרוקציעס און האָט 
מורא געהאַט טאָמער טרעפט ער וי א בלינדער אין גרוב אַרײן יי 

-- טא פאַרװאָס אין ער געקומען ? 

-- ווייל ער האָט מורא געהאָט ניט צו קומען! װאָרים טאָמער באַ- - 
דאַרף מען יא קומען?... זעסטו, דער רעדאַקטאָר, וועלכער האָט זיך תמיד 
געמאַכט, אז ער פאַרשטייט ניט קיין יידיש, האָט שוין דאָסמאָל דוקא 
פאַרשטאַנען יעדעס װאָרט, און ער האָט גערעדט דאַקעגן, ווייל אַזאַ ציו- 
טונג קען אויסגעטייטשט ווערן וי ,נאַציאָנאַליזם? און אויפבלאָזן אַ שנאה 
צווישן יידן און פּאַלאַקן. אָבער אַזױ װוי אַלע פראָנט-מיליציאַנערן זיינען 
פארט געווען פאַר א יידישער צייטונג, איז דאָך באַשלאָסן געװאָרן אַרױיס- 
צוגעבן אַ ביולעטין - 

אַזױ האָט זיך שמעון אַקלימאַטיזירט" אין אַלבאַסעטע. אָבער ווען 
עס זיינען אַװעק עטלעכע טעג און ער האָט נאָך אַלץ נישט געהאַט רות'ס 
אַדרעס, איז ער געװאָרן אומרואיק. פּאָזשאַרסקי האָט זיך אָפּט אריינגע- 
כאַפּט אין , סירקולאָ? און זיך האַלב אַנטשולדיקט פאַר אים : / ו 

-- דער קאַפּיטאַן איז גראַדע אַװעקגעפאָרן אויה אַ פּאַר טעג! . 

-- און טאָמער פאַרזאַמט ער זיך ? 

--- טאָמעה װואָס?.., דו קאָנסט דאָך מיך, שימעק, יאָ צי ניין ? 

--- יאָ, 

-- איז זאָג איך דיר, אַז בכל אופן ווע מען דיר פאַרלענגערן דעם 
אורלויב ! י 

--- מען דאַרף זיך. אָבער אומקערן צום פראָנט?! 

-- אַוודאי דאַרף מען. אָבער גערעכטיקייט מוז זיין, אמת ? 

--- אַוודאי מוז זיין. גערעכטיקייט ! 

-- איז פאַרלאָז זיך אויף מיר. דו קאָנסט מיך דאָך פון לאַנג, אמת? 

--+ אוודאי קאָן איך דיך פון לאַנג! . 

219 | 


דערווייל האָט ריימאַן אָנגעהויבן אויספרעגן די חברח, צי זיי ווייסן 
צופּעליק נישט פון אַ קראַנקן-שוועסטער רות. צום אלעם ערשטן האָט ער 
זיך נאָכנעפרעגט ביים סערזשאנט גליקין. 

-- דות? -- האָט זיך יענער פאַרטראַכט -- וועלכע רות? .. אפשר 
מיינסטו זאָשקען, די װאָס שלאָפט נאָר מיט קאַפּיטאַנען און וועמען עס 
פּאַסט ניט רעדן מיט יידישע סאָלדאַטן ? 

-- ניין! ערשטנס הייסט זי רוּת און נישט זאֶשקע און דאָס צווייטע 
ווייס איך נישט, אָבער מיט יידישע סאַלדאַטן פּאַסט איר זיכער צו רעדן... 

די אַנדערע חברה האָבן אויך ניט געטראָפן די קראַנקן-שוועסטער, 
וואָס הייסט רות, 


220 


קאַפּיטל אַכצן 


אַ קאַפּיטל אין װעלכן עס טערט װידעראַמאָל באַװיזן די שװאַכקײט 
פון זיגדיקן מענטשן טון די שטטרקײט פט די ערדישע 
' גלוסטונגען | 
--- ניין, שמערקע איז ניט קיין יאֶלד, אַזױ פייכט װעסטו אים ניט 
פירן אין באָדי אַריין, בפרט אין אַזעלכע ענינים! דאָס מאַכט ער זיך נאָר 
אַזױי תמ'עװאַטע, איז כלומערשטן טויב און שטום, זעט גאָרניט און הערט 
גאָרניט. אָבער נישקשה, וויסן טוט ער אַלֵּץ!. יי 
אמת, ער האָט אַביס? פאַריב? אויף רות'ן, חלמאי זי מיידט אים . 
לעצטנס אויס. ער, פון זיין זייט, האָט דאָך איר אַלץ דערציילט, ווען ער 
האָט זיך געליבט אין פּעפּיטאַן. ער האָט נָאַךְ היינט אויך חשק געהאַט 
אַראָפּצורעדן זיך פון האַרצן און אַרױסלײגן פאַר איר זיינע צרות און 
פּלענער: אַז פּעפּיטאַ דערגייט אים די יאָרן מיטן חתונה האָבן און אַז ער 
זלייכנט זיך אין איין 5יכטיקן פרימאָרגן מאַכן הויברח" ווא פעפער 
װואַקסט: הינטער די הרי חשך אָדער אויפן פראָנט... נישקשח, שמערקע 
איז ניט קיין קאַליקער שניידער, ער װועט שוין זיין שׂטעטל באַשטיין און 
מיט איין האַנט װועט עד ברענגען מער נוצן וי אַנדערע מיט דריי! 
אָבעה אַז רות שװויינט, שווייגט ער אַזיך; זאָל זי זיך גנב'נען געזונ- 
טערהייט דורך די הינטערוזענלעך צו זיין ווילע, לאָזן זיי גיין קוצעניו-מו- 
צעניז צום ברענ-ים, הינטער די בערנלעך. נישקשה, עס װעט קומען איר 
,יבוא יומו" וועט זי שוין קומען צולויפן װוי אַ פאַרסמטע מויז!.. . 
קיין טענות, הלמאי זי בלייבט ניט געטריי שמעונען, האָט ער צו 
איר ניט. א מענטש איז דאָך ניט פון אייזן, און בפרט א שװאַכע יידענע!. 
אָט נעמט אַראָפּ א מש? פון פּעפּיטאַן, װאָס איז שוין אין די יאָרן ! 
רות האָט דערווייל אָנגעהויבן קומען צו זיך. זי האָט זיך ביסלעכ- 
ווייז אויסגעניכטערט פון דער. באַרוישונג פון די פאַרנעפּלטע נֶעכְט. דִי 


221 


טראַכטענישן האָבן װי צעטריבן דעם קאָשמאַר און ביים ליכט פון טאָג 
האָט זי דערפילט אַ קלאָרקייט אין מוֹח. כמעט מיט דערשטוינונג האָט זי 
באַטראַכט דאָס לעבן אַרום, װאָס איז עטלעכע מעת-לעת פאַרשטעלט גע- 
װאָרן פון אירע אויגן: זי טוט דאָ אַ וויכטיקע אַרבעט און צו װאָס אַזוי- 
פיל אַריינקלערן? דעם זעלבן אינדערפרי האָט זי פאַרהאַלטן שמערקען, 
וועלכער איז אייליק פאַרבײיגענאַנגען איבער דער אַלײי, און זי כלומרשט 
ניט באַמערקט : 

-- װאָס הערט זיך שמערקע ? 

! גאָרניט. זעסט דאָך, מען איילט זיך‎  --- 

--- און װאָס מאַכסטו ? 

הנם ער האָט זיך נעמאַכט איילנדיק, האָט ער דאָך ניט געקענט ביי- 
שטיין דעם יצר הרע פון רעדן, און האָט אויף איין פֿוס א שאָט געטאָן 
מיט טיפע געדאַנקען : 

--- װואָס זאָל מען מאַבן? מען פילט זיך דאָ בעסער וי ערניץ אנדערש. 
אַיעדער איינער האָט דאָ פאר די אוינן אַ גרעסערן אינװאַליד וי ער 
גופא; אַ קאַליקע אויף אַ פוס,. זעט דאָ פאַר זיך אן אַמפּוטירטן אויף ביידע 
פיס, װאָס מען מוז פירן אין אַ ווענעלע. אַ מענטש, װאָס האָט פאַרלוירן 
אַ האַנט, קען געפינען 86 טרייסט אין אֶנבלִיק פון אַ בלינדן. אויסער דעם 
זיינען נאָך פאַראַן פּאַראַליזירטע, װאָס קענען זיך ניט רירן פון אֶרט. און 
אַזױ אַרום ווערט אויפנעהאַלטן די מאָראַל,. : 

ער האָט זיך דערמאַנט אַז ער איילט זיך, און איז -נעלם געװאָרן פוֹן 
האָריזאָנט. רות האָט באַטראַכט זיינע װערטער: דאָס לעבן האָט זיך אַפילן 
דאָ סטאַביליזירט; דאָס אויג האָט זיך צוגעוואוינט צוֹ באַנדאַזשן און 
גיפּסן; אַפּילו די באַגריפן האָבן זיך געענדערט: דער אינװאַליד איז דאָ 
געװאָרן אַ נאָרמאַלע דערשיינונג, דער נעזונטער מענטש איז אויפגעפאַלן 
און האָט אויסגעזשן אויסערגעוויינלעך. אָט האָבן זיך ארגאַניזירט אָרמי- 
קע רעדאַקציעס און קלובן. עס זיינען דערשינען װואַנט-צייטונגען און מען 
האָט איינגעארדנט שאך-טורנירן, און אַװונטן מיט געזאנג און רעציטאַ- 
ציעס. דער קאָמיטעט האָט איינגעלאַדן אויף אַ באַזוך א דעלענאַציע פון 
די אויסלענדישע שרייבער, ואָס האָבן זיך אָקאָרשט באַטײליקט אין אינ- 
טערנאַציאַנאַלן קוסטור-קאָננערס, 

זי האָט זיך נעמאַכט פאָדוואורפן: פאַרװאָס זאָל זי זיין טרויעריק און 
נידערשלאָנן? איז זי דען אומנליקלעכער פון אַלעמען?... ויעדער מענטש 
פּאַסט זיך צו צו דער נייער סיטואַציע: מענטשן װאָס האָבן פאַרלוירן די 


ר 222 


פיס הערן כלל ניט אויף צו שפּאַצירן --- זיי גייען אויף קולעס אָדער לאָזן 
זיך פירן; אַפילו געפערלעכע לוננען-פאַרוואונדעטע קראַמפן זיך אַן די 
! לעצטע טעג און ווילן אויסנוצן די לעצטע שעה'ן פון זייער לעבן, כדי צו 
זען די זון און די גרינע גערטנער!... פאַרװאָט זאָל זי ניט געניסן פֿון איר 
'יוגנט ? י 

נאָכמיטיק איז זי געגאַנגען אויפזוכן שמערקען. ער איז לחלוטין ניט 
געווען קיין נוקם ונוטר און האָט נלייך אויף אַן אָרט דערציילט די לעצטע 
נייעס : 

--- די יידישע חברה האָב} אָרנאַניזירט אַן איינענע גרופּע און מען 
גייט רעציטירן שלום עליכמ'ען. דער לאַנגער בראַנשטיין איז דער הויפּט- 
קאָכלעפּ! . 

--- וועלכער בראַנשטיין ? 

---ווייסט דאָך, יענער,.. דער אַרכעאָלאָנ ! 

-- אַה!!., יי 

--- ער פּאָרעט זיך אין די קהלשע ענינים און דער עולם האָט אים 
געקרוינט מיט אַ נייעם טיט?; דאש הקה? פון בענעקאַפים, רופט מען אים! 

זיי האָבן זיך ווידער אָנגעהויבן טרעפן און אַזױ װוי רות איז אין די 
אַװונטן געווען פאַרנומען, האָט איר שמערקע איבערגענעבן אַ גענויעם 
באַריכט פון דעם קבלת-פּנים פאַר די אויסלענדישע שרייבער, און דער- 
ציילט אַ מעשה נורא װוי מען האָט פאַר איין וועג אַנטדעקט אַנטיסעמי- 
טיזם אין סאַמען האַרץ פון בענעקאַסים ! 

---- האָט הייסט עס באַדאַרפט קומען די אינטערנאַציאָנאַלע דעלע- 
נאַציע פון די שרייבער, ווען דער עולם האָט זיך דערוואוסט אַז די אורחים 
זיינען שוין פאַראַן, און אַז זיי נייען האַלטן דרשות אויף א גרויסן מי" 
טינג אין עס-זאַל, איז גלייך נאָך וויעטשערע געװאָרן אַ שרעקלעכע בהלה,,, 

| --- עס פעלט דען פּלאַץ אין גרויסן עס-זאַל ? 

-- ניין,. אַדרבא פּאַרקערט, מען האָט גענומען אַנטלױיפן װי פון אַ 
מנפה! דעם הינן עולם פעלט טאַקע נאָר, אז אויסלענדישע שרייבער זאָלן 
אים פּראַװען מוסר, און האַקן א טשייניק מיט שיינע מליצות... בקיצור, 
אין זאַל זיינען פאַרבליבן נאָר דער קליינער ראַמאָן -- דו קענסט דאָך 
יאים ? | | | | | 

--- יענער װאָס האָט נאָר איין פוס ? 

--- ריכטיק וי נאָלד! איז הייסט עס פאַרבליבן דעֹה קליינער ראַמאָן 
און נאָך א שפאַניער, און איך בתוכם. פארשטייסט, די צוויי שפּאַניער 
0 : 228 


ו 
1 


האָט עס געארט וי דעם קאָטער; זיי פאַרשטייען סיי ווי ניט קיין אויס- 
לענדישע שפּראַכן... און אַזױ וי דער קליינער ראַמאָן האָט אַ שװאַכ- 
קייט צו שפּילן ביליאַרד, האָט ער אַועקנגעשטעלט זיין קולע אױן אַ ווינק, 
האָט אָנגעשפּאַרט זיין איבערנעבליבענעם שטיק? פּאָלקע אויפן ביליאַרך- 
טיש און זיך גענומען טראַסקען די קייקעלעך ... 

--- נו, און די' דעלענאַציע ? 

-- האָב-זשע אַ וויילע נעדולד! דער קאָמאַנדאַנט האָט דערזען, אַז 
סע האלט שמאָל, האָט ער אַװעקנגעשטעלט אַ א ,נווארדיע" ביי דעם טויער, 
מען זאָל קיינעם ניט אַרױסלאָזן, און דער עולם איז נעבליבן וי אין אַ 
פּאַסטקע, איז דאָך אָבער א שפּיטאָל ניט קיין תפיסה, איז געװואָרן ביים 
טויער א הויצעקו" און עס זיינען שיר ניט געפֿלויַגן קיין פעטש... 

בין איך מיר אַזױ אָנגעקומען אינמיטן דער נאַראַטשקע, און ויפ 
װויסן מה רעש, װאָס אַזױנס עס האָט פּאַסירט? זע איך איינעם אַ אוקראַי- 
נער, אַ געוועזענער ווייס-נװאַרדײער, װאָס האָט תשובה געטאָן, און איך 
דערלאַנג אים אַ פרעג אויף זיין לשון : 

--- װאָס טוט זיך דאָ, ברודערקע ? 

-- גאָרנישט --- מאַכט עה צו מיר --- אוודאי די זשידעס.. ‏ - 

--- ואוו איז ער אַצינד דער אוקראַינער? -- איז רות געװאָרן ניי" 
געריק. : | 

-- וואו זאָל ער זיין? אין בענעקאַסים. מען האָט שוין געמאַכט אוֹיף 
אים אַן עפנטלעכן משפּט, מען האָט געהאלטן רעדעס און אים אַרייננע- 
זאָנט אין זיין טאַטנס טאטן אַרײן, ביז זיין עלטער-זיידן. ניקאָלאַיקע דעם 
ערשטן, ימח שמו זאָל ער ווערן, און דער חברה מאַן האָט געהאַלטן אין 
איין טענה'ן, אַז ער איז גאָט די נשמה שולדיק, פאַרקערט -- פֿאַר אַ 
יידן איז ער נאָר די כפּרה! אלא װאָס דען? -- פון אַמאָליקע יאָרן אין 
אים פאַרבליבן א געוואוינהייט אַזאַ: אַז עס מאַכט זיך ערניץ אַ שטיקל 
בהלה, ניט זיך ביי אים א זאָג פון זיך אַליין : 

--- אַחדאַה, די איזראַעליטן ָ 

--- פאַרשטייסט? -- האָט שמערקע פאַרענדיקט זיין אינפאָרמאַציץ 
--- אינמיטן דערינען זיינען מיר נאָר געװאָרן איזראַעליטן !... 
| = אַזױ זינקט רות וױידער אין דער ווירקלעכקייט פון אָרטיקע נייעסן 
און רכילות'ן, װאָס שמערקע טראַנט איר אונטער מיט א פולער האַנט. 
אָבער די אַטמאָספער פון דער רעאַלער סביבח רייסט זי ניט אפ פון דזשא- 
נען -- פאַרקערט, זי דערנענטערט זיך צן אים, איר באַציאונג ווערט 


װ 


224 


פּשוטער, זי באַפרייט זיך פון ז די העמונגען און נעשפּענסטיקע געדאַנקען, 
װאָס האָבן ביז איצט אויפנעטויכט און זי נעשטערט ביי דער מינדעסטער, 
קערפּערלעכער באַרירונג מיטן דאָזיקן מאַן. | 

דזשאָן שפּירט, אז זי ווערט צוגעלאָזענער, אז זי געניסט אַצינד אומ- 
נעשטערט זיין נלעטנדיקע באַרירונג. ער בלייבט רואיק און וויל נאָך זי 
באַפֿרידיקן אין א שטילער, דויערנדיקער אויפרענונג, זי פיט אויפן נאַנצן 
קערפּער זיינע טרוקענע פיננער און דיקע, לעקנדיקע ליפּן. אומגעצוימט 
שוועבט זי אַריין אין נעפּל? פון געשפעבטלעכן עקסטאַז און לינט לאַנגע 
מינוטן מיט אַ צעעפנט מויל און געשלאָסענע אויגן, װוי זי װאָלט צונע- 
האָרכט צו דער שטייגנדיקער שפּאַנונג פון אירע חושים. נאָר די שמייב- 
לענדיקע גרימאַסע, װאָס צעקנייטשט אומגעריכט איר פּנים, דריקט אויִם. 
אַ ווייטיקדיקן גענום, 

אָבער באַלד דערפילט זי, װוי עס ברויזט אויף דער שטראם בלוט. אין 
דזשאָנס גלידער; און זי אַנט, אַז באַלד זועט קיין שום קראַפט ניט בכוח 
זיין אים אָפּצוהאַלטן פון איבערטרעטן די לעצטע גרעניץ, װאָס צעשיידט 
נאָך זיין קערפּער פון אירן. אַ שימער פון אַ ניכטערן געדאַנק װאָרנט זי 
פלוצלונג. און זי כאפּט זיך אויף מיט אַ צאַפּל פון דער פאַנגער באַטױ- 
בוננ. איר האַנט שטויסט אים לייכט אָפּ. דאַן נלעט זי זיין פאַרשװויצטן 
שטערן און אירע צעעפנטע אויגן בעטן מחילה.. בי 

זי האָט מורא איבערצושרייטן די דאָזיקע לעצטע גרעניץ, הגם זי, 
האָט אין דער פאַרנאַנגענהייט מערערע מאָל געהאַט דרך-אַגב'דיקע באַצי- 
אונגען מיט במעט צופעליקע מענער. עס קומט איר פאָר, אַז דאָסמאָל 
װאָלטן זיי געווען דעצידירנדיק: באַנאַכט, אַלייז, זוכט זי דעם באַשײיד פון 
דעם דאָזיקן ציטער: ביי די אַלטע פעלקער האָט דער געשלעכטלעכער אַקט 
גופא, אָן וועלכע ניט איז זייטיקע, שטאַטלעכע אָדער רעליניעזע, צערע- 
מאָניעס געטראָגן דעם כאַראַקטער פון אַ יורידישן חתונה-אַקט. ביי די 
אַטאָליקע יידן אויך. יענער יוננט-חבר, װאָס האָט איר געלערנט העב-- 
רעאיש, האָט איר אַמאָל ציטירט, אַז ביאה האָט, צונלייך מיט שטף און. 
כסף, געדינט װוי א קנין, און אַזױ װי א קניח אַריבערגעפירט די פֿרוי 
אין רשות, פון מאַן. חיינט האָט ער פאַרלוירן די קראַפּט און די חשיבות, 
זי אַליין האָט אים טײילמאָל באַנוצט נאָר װוי אַ פאַרגעניגן-מיטל, אָבער 
אין אַ סך פאַלן עמפינדן אים מענטשן עד חיום, וו אַן אָפּשליסונג פוֹן אַ 
געהיימען אָפּמאַך, אַלס קעגנזייטיקער צוזאָג פון צוזאַמענלעבן און גע- 
טריישאַפט, | | | 


: יי 28 


װאָלט דאָס אָפּנעבן זיך דזשאַנען געשפּילט אַזאַ פאַרצייטיקע ראָליע? 
בבל אופן האָט זי מורא, אַז זי װאָלט אַריינגעפאַלן אין זיין רשות, וי 
אַמאָל אין שמעונס. דאָסמאָל װאָלט עס ניט געווען פארבייגייענדיק. אוון 
זי װויל עס פאַרמיידן, : 

אויך דזשאָן האָט דאָס זעלבע געפיל. און ער װוי? דעריבער ניט 
אַװעקפאָרן, איידער דער דאָזיקער בונד װעט ניט געשלאָסן ווערן צווישן 
זיי. ער האָפט, אז זי װעט נאָך דער מלחמה ! מיטפאָרן מיט אים קיין אמע- 
ריקע. ער ווי? האָבן אַ יבן ס'איז דאָך קריג, און ווער ווייסט ווען ער 
וועט זי װוידער טרעפן? וואו?!,.. און וועמען זי װעט נאָך אַלץ באַגעגענען 
פאַר דער צייט ?... , : 

און יענער, דער אומבאַקאַנטער? ער מיינט, אַז ער לעבט ניט מער, 
און אפשר וועט ער אַליין אויך געהרגעט וערן?,.. דאַן וועט. זי שוין קיינ- 
מאָל-קיינמאָס ניט זיין זיינע! און עס דאַכט זיך אים, אַז ער װועט אייביק, 
אַפילו אויף יענער וועלט, פילן אַ פאַרדרוס, חלמאי ער איז אַװעק פון דער 
וועלט און זי אַפּריער ניט געהאַט. ער ווייסט, אז זי האָט אֹים ליב, און 
ער קען דאָך ניט פּועלין ביי זיך, זי צו נעמען מיט קראַפט. ער האָט זי 
צופיל ליב אויף צום קענען כאָטש איין אויננבליק זיין ברוטאַפֿ,. 

דערווייל לויפן די טעג. אט ענדיקט זיך באַלד זיין טערמין, ער גייט 
צום דאָקטער און בעט אַ פאַרלענגערונג. ער איז שוֹין אינגאַנצן געזונט, 
- אָבער דער יונגער דאָקטער ווייסט, וי גאַנץ בענעקאַסים, פון זיין נעשיב- 
טע, באַמערקט זיין אויפרענונג און פאַרשרייבט אים נאָך פינף טעג. 

--- ווער ווייסט, צי ער וועט דערלעבן נאָך א אורלויב! --- שטילט עף 
זיין מעריציניש-מיליטערישן געווימן, 

-- אַ דאַנק חבר! --- דריקט דזשאָן אים די האַנט. ער וועט פאַר- 
שװויינן דעם ענין פאַר רותן! זאָל זי מיינען, אז ער פארט באַלד אַװעק .. 

דערווייל קומט שמערקע טאָג-טענלעך צו רותן. ער האָט אָנגעגעבן א 
ביטש זיך אומצוקערן צוֹם פּראָנט, װאָס װעט ער דאָ אויסזיצן? -- זאָגט 
ער ---. דאָרט וועט ער עפּעס ווערן, אַן אינטענדענט, למשל, ער פאַרשטייט 
זיך גוט אויף דער מלאכה און קיין צוויי הענט דאַרף מען דערצו ניט האָבן, 

| רות פאַרשטייט, אַז פּעפּיטאַ איז פאַרמישט אין ענין, זי זאָנט אָבעף 
נאָרניט, ביידע מיידן אַצינד אויס צו רעדן וועגן ליבע. דרך אנב דערציילט 
שמערקע אַלע אַנדערע נייעסן : 

בראַנשטיין , דער אַרכעאָלאָג? װויל שוין ווערן דער ראש-הקהל פון 
גאַנץ בענעקאַסים, פון די יידן ווי פון די גויים ! - 

-- װאָסי פו 
226 


-- ער האָט פאַרגעליינט, מען זאָל אײינאָרדענען היינטיקן זונטיק אַ 
גרויסן יום-טוב: עס וועלן פאָרקומען פאַרמעסטן פון שווימען און געװועטן 
פון לויפן און שפּרינגען. און אַ גרויסער מיטינג אױן אַוונט. 

-- ביסט משונע? שווים-נטוועטן אין בענעקאַסים ?! 

---פאַרװאָס גיט? ביי בראָנשטײנען איז אַלץ רעכט, אבי עס זאָל זיך 
רודערן אין דער געזעלשאַפט. ער האַלט, אַז ס'איז אַ פּאָליטישע דערציאונג, 
װאָס הויבט די מאָראַל, | 

--- און ווענן װאָס איז דער מיטינג ? 

--- פּראָפּאַגאַנדע קעגן מלחמה. 

קעגן וועלכער מלחמה ? : 

--- קעגן וועלכער? איך ווייס נִיט! סתם אַזױ קענן מלחמה! א גאַנץ 
לעבן האָט ער געמאַכט פּראָפּאַנאַנדע קעגן קריג, לאָזט אים דאָס האַרץ 
ניט אויסצולאָזן היינטיקן זומער ... 

זונטיק איז טאַקע פאַרגעקומען דער פעסטיװאַל מיט די פאַרמעסטן 
פון שווימען און לויפן, אָנגעהויבן האָט זיך עס מיט א דעפילאַדע פון אַלע 
אָנטיילנעמער, מיט אַן אָרקעסטער בראש. רות, װאָס האָט געהאַס דיזשור. 
באַטאָג, האָט געקוקט דורכן פענסטער אויפן מאַרשירנדיקן עולם. דער אֶר- 
קעסטער האָט געשפּי?ט א מאַרש-מוזיק, בראָנשטײן האָט געשפּאַנט אין 
דער שפּיץ, גלייך:הינטער די טרומייטערס. ער האָט זיך געװאַקלט צװישן 
צוויי קולעס, אָבער זיין פּנים האָט געשטראַלט פון פרייד. הינטער זיי האָט 
מאַרשירט אַ מחנח פון רעקאָנװאַלעסצענטן און אינװאַלידן מיט הענט פֿאַר" 
האנגענע אויף פּעטליעס, פאַרניפּסעװעטע אַרימס און ארומגעבונדענע 
קעפּ, אַ סך זיינען אונטערגעשפּרונגען אויף איין פוס, אַנדערע האָבן זיך 
אָנגעשפּאַרט אויף שטעקנס און נאָכגעשלעפּט באַנדאַזשירטע קניען. 

אין דעם בילד איז געווען עפּעס מאוימ'דיקעס און ווען רות װאָלט 
ניט געהאַלטן בראָנשטײנען פאַר אַן ערנסטן שוטה, װאָלט זי געווען א" 
בערצייגט, אַז ער האָט אומישנע אויסגעקלערט א טייװולאָנישן פּלאַן. דער 
דערשיטערנדיקער איינדרוק איז נאָך פאַרשטאַרקט געװאָרן דורכן געראַנק, 
אַז צומאָרגנס פאָרט דזשאָן אַװעק. זי וועט דאָ בלייבן אַליין, איינזאַם 
צווישן די אַלע איבערגעריסענע לעכנס. און איר לעבן איז אויך אַזױ צע- 
קאליעטשעט... דזשאָן װועט אַװעקנײן, ער וועט בלייבן אַ צופאַל, איינע פון 
טויזנטער באַנענענישן. היינט קען זי עס נאָך ענדערן, זי קען איבערייסן 
די איינזאַמקײט --- מאָרנן וועט זיין צו שפּעט ! 

זי פילט זיך געבונדן מיט די אַלע קראַנקע און פאַרוואונדעטע, װאָס 
גייען דורך דאָס שטעטל. אַ געמיינזאַמער נורל פאַרבינדט זיי און זי האָט 

וי | 227 


זיי אַפילן ליב, יעדן איינעם פון זײַ, װאָס זי פלעגט, וועלכע זי העלפט 
אין אַ: שווערער מינוט, וועמען זי װישט אֶפּ אַ טרער פון. ווייטיק פון. די 
אויגן און אַ קאַלטן שווייס פוף שטערן, 

אָבער אַצינד האָט זי מורא צו בלייבן נאָר מיט זיי. און דזשאָן װאַקסט 
אויס וי אַ סימבאָל פון נבורה, פון געזונט, פון א נאנץ לעבן,-װאָס איז 
פאַר. דער צייט אַזױ ווייט געװאָרן, און איז פאַרבליבן נאָר וי א מטושטש- 
דיקער פּנים אין איר זכרון, : 


װאָס זאָל זי טאָן? דער אֶוונט דערנענטערט זיך; דער לעצטער אָוונט, 
קיין רעטונג איך ניטאָ! אפשר וועט פּאַסירן אַ נס און שׂמעון װועט קומען?.. 
גיין ער איז ערניץ זייער ווייט!.., און אפשר לעבט ער שוין נים .. 

! די דאָזיקע געדאַנקען האָבן זי נעמאַטערט בעת זי האָט, נאָך דער . 
אַרבעט,. אומנעדולדיק געװואַרט אויפן צופאַלן פון דער נאַכט. און זיי האָבן 
זיך געפּלאַנטערט אין איר מוח, בשעת זי האָט זיך לענגער ווֹי תמידי גע- 
װואַשן - אין הייסן װאַסער, זיך. געזייפט ווידער און נאָכאַמאָל, כדי אַראָפי 
צורייבן פון אֹיר הויט דעם ריח פון קאַרבאָל, ליזאָל און כל מיני רפואוֹת, 
און שפּעטער, ווען זי האָט אויסגעזוכט פון װאַליזקע דאָס שיינע קליידפֿ, 
װאָס זי האָט געלאָזט נייען פאר איה ערשט-פאַרדינט נעלט אין פּאַריז. 
(האָט שמעון זי נעזען אין דאָזיקן קליידל? --- ניין, די שניידערקע האָט 
ניט באװויזן עס פאַרטיק צו מאַכן פאַר. זיין אֶפּפאָר.,,. ) 
= סאיז נאָך געווען פרי, אָבער זי האָט ניט געקענט איינזיצן אין צַי- 
מער. ס'איז געווען די שעה פון אוונט-עסן, איבער דער אַלײ האָבן אַרומגע- 
בלאַנקעט פּאַראײנצָלטע מענטשן. די זון, אַ גליענדיקער, רויטער קיילעך, 
האָט זיך געזעצט הינטער ווייטע בערג. צופוסנס פון די היגלען האָבן זיך 
די ביימער געטולעט אין האַלב-שאָטן, די לעצטע שטראַלן האָבן נעצונדז 
די שפּיצן פון די שלאַנקע ציפּריסן, זי האָבן אוויסגעזען וי ברענענדיקע 
ליבט אין ! פרייטיק-צונאַכטן, אַזױ האָבן זיי אויסגעזען אין דער אֵליו, 
ביים אַריינגאַנג פֿון קיבוץ, צווישן דעם זשאַסמין-נאָרטן און די גרודיקע- 
שװאַרצע פעלדער. נאָר יינגער זיינען זי דאָרט געווען און אין חמסין-טע: 
זיינען זי געווען ווייס פון שטויב. שמעון איז פון דאָרט דערשינען אין 
די פּאַרנאַכטן;? ווען ער איז געגאַנגען פון דער אַרבעט אין כברה -זומפּ.,איינ- 
מאָל האָט ער אוה געבראַכט אַ אַ בוקעט פרישע מענטע, װאָס האָט פאַן- 
שלאָגן דעם אָטעם און פאַרשיכורט. דער ריח' טויכט אויף און פארדרייט 
דעם קאָפּ. עס דאַכט זיך איר, אַז פון אַלע זייטן ציען די חברח צוֹם לאַגער 
פון די װאַקלענדיקע פּאַלאַטקעס: פון די וויינגערטנער. און גבעת-עדה, פון 


228 


די קאַנאַלן אין זומפּ, פון די פּרדסים אין זרעוניה און ז דער בעטאָן-אַרבעט 
אין פּרדס-חנה .. 

די זון איז פאַרגאַנגען, די פּאַלמעס האָבן געװאָרפן ֿאַננע שאָטנם, 
בין אויף די. שפּיפנדיקע בװאַליעס, און זיך אַריינגעמישט אין זייער 'מאָ- 
נאָטאַנעם זינג"זאַנג, װאָס האָט איבערנעחזרט א ואויפהער:- דער פאַרי 

נאַכט איז שיין, אָבער נאָך שענער איז דער באַגינען יי 

| זי איז אַװעק צום מיטינג. דער זאל איז שוין געווען פול מיט אינ- 
װאַלידן און רעקאָנוואַלעסצענטן, אויף דער סעצענע האָט. עמיצער גע- 
האלטן אַ רעדע קענן קריג, פאַר מענטשן, פון וועלכע א סך האָבן צומאָר- 
גנס געדארפט זיך אומקערן צו די שלאַכט-פעלדער. במעט קיינער. האָט. ניט 
צוגעהערט. ס'איז געווען הייס און פון אַלֶע פּנימער האָבן אַראָפּגערונען 
דיקע טראָפּנס שווייס. די שפּאַנישע דאָרפס-מיידלעך, װאָס זיינען געקומען 
אויסנעפוצט אין עסיק און אין האָניק, האָבן זיך געלאַנגװײיליקט און גע- 
געניצט אויפן קול, אין אַ ווינק? האָט איינע געדרימלט מיט אַן אָפּענעם 
מויל, אָנגעשפּאַרט אויפן אָרִים פון איר פאַרוואונדעטן חתן. 

רות האָט ניט געקענט איינזיצן. פון ווייטן האָט זי דערזען דזשאָנען, 
וועלכער האָט געקוקט מיט א צעשטרייטן בליק. ער האָט אויסגעזען גע- 
זונט און מעכטיק. ניין, בעסער װועט זי אַװעקגײן!... זי האָט זיך אויפגע- 
הויבן און געשפּרײזט צו דער טיר, אויפן שוועל איז זי שטיין געבליבן: 
וואוהין זאָל זי אצינד גיין? װאָס װועט זי טאָן אין די אויסגעליידיקטע 
נאַסן פון דאָרף? אין אויסגעלאַשענעם צימער? פון דער ווילע ? 


און מיטאמאָל האָט א פעסטער באַשלוס אויפגעבליצט אין איר און. 
אין איין אויגנבליק נובר געווען אַלע װידערשטאַנדן פון באַוואוסטזיין, 
זי האָט זיך נאָך אַ וויילע געקווענקלט, ווי זי װאָלט מיט נייגיר באַאָבאַב- 
טעט איר אייגענעם אינערלעכן קאַמף. דאַן האָט זי זיך אומגעדריים, אַ 
שאר געטאָן מיט שנעלע טריט דורך דער מאַסע, װאָס האָט אָנגעפילט דעם. 
זאַל, אוין צוגענאַנגען צו דזשאַנען און אָן ווערטער אים אַ צי געטאָן פאַר 
דער האַנט, 

ער איז איר נאָכגענאַנגען און זיי האָבן פאַרלאָזן דעם מיטינג. עט- 
לעכע קעפּ האָבן זיך אומנעדרייט און זיי נאָכגעקוקט. שמערקע האָט אַ 
מאַך געטאָן מיט דער געזונטער האַנט און האָט שטיל אַ ברום געטאָן 
פאַר זיך : 
--- נו-אַ! מצות און מרור ‏ יאכ לוהו:. 


. = 


209 


אין דרויסן איז רות געגאַנגען אייליק, געלאָפּן כמעט, זוי זי װאָט 
מורא געהאָט חרטה צו האָבן. דזשאָן האָט זי נאָכגעפאָלגט א פאַרוואונ- 
דערטער, האָט אַ ברום געטאָן אַ פראַנע און ניט באַקומען קיין ענטפער. 
איצט איז זי געווען אומגעדולדיק, נאָך דער װאָכן-לאַנגער שפּאַנונג האָט 
זי זיך ניט געקענט דערװאַרטן אויף דער מינוט, ווען זיי וועלן בלייבן אַליין 
מיט זיך אין פעלד, | : 

אַ וויילע האָט זי נאָך אַ טראַכט געטאָן װעגן שמעונען. אָבער די 
כװואַליע פון פאַרלאַנגען האָט צעריבן און צעטראָגן, אַלע געדאַנקען. אַ פרייד 
אין אין איר געװאַקסן, דערפאַר װאָס זי האָט ענדלעך צעשטערט די מחיצח . 
צווישן זיך און דעם באַגערטן מאַן. אירע ליפּן זיינען געבליבן פאַרביסן 
וי אין ווייטיק. זיי האָבן זיך געעפנט ערשט ווען. עס האָט זיך ארויסגע- 
ריסן פון זיי אַ געשריי פון דערלייזונג: פון באַהאַלטענער בושה, טיפער 
ענציקונג און עולם-חזה'דיקן יוב? פון אַלע גלידער, 


: 


קאַפּיטל ניינצן - 


זיסקינד באַשליסט, אַז אַ מענטש דאַרף זיין אַן אָפיציר 
סוף אַפּרי? האָטן זיסקינד סוף כל סוף באַקומען א מיסיע : 

| = דער געהאַלט פאַר די מיליציאָנערן איז ניט אָנגעקומען רענולער. 
דער עולם איז געווען אומצופרידן. די פּראַנצױזן האָבן זיך באַקלאַגט 
הלמאי זיי באַקומען אַזױ װייניק , בלויע" פּאַפּיראָסן, הגם מען שרייבט 
זיי פון דער חיים, אַז אין פּאַריז ווערן געזאַמלט טויזנטער פּאַקעטן. איז 
שטאַב האָט מען נעוואוסט, אַז זיפקינד טוג זיך אויס אײַן אַזעלכע ענינים, 
און מען האָט אים אַטפּראַװעט קיין אַלבאַסעטע, זיי צו דערליידיקן. 


= אָט איז ער ווידער אין אַלבאַסעטע. די זעלבע קאַזאַרמע, וואוהין ער 
איז אָנגעקומען, נאָר אַביסל מער אָפּנעלאָזן. און די מענטשן זעען עפּעס 
אויך אויס וי אָפּנעפליקטע עופות, אים, זיסקינדן, איז זי פוֹן אֶנהוֹיב אָן 
ניט נעפעלן געװאָרן, די קאַזאַרמע. נאָך פריער, קומענדיק פון דער פראַנ- 
צויזישער גרעניץ קיין באַרצעלאָנאַ, איז זיין ענטוזיאַזם. צעשוואומען: זיי, 
די פרייוויליקע, האָבן דאָרט מאַרשירט איבערן מיטן פוּן די ברייטע בול- 
װאַרן און פון ביידע זייטן, אויף די טראַטואַרן, האָט אַז עולם געפּאַטשט 
- בראַװאָ, -פרויען האָבן אַפילו בלומען געװאָרפז. געזונטע יאַטן, װוי די בערן, 
זיינען ניט מיד געװאָרן צו פּאַטשן מיט די הענט. ער װאָלט געוען אַ 
בעלן, זיי זאָלן גיין געהרגט ווערן און ער זאָל פּאַטשן בראַווא יי 


- דאָ, אין קאַזאַרמע, האָט מען אים נלייך אין ערשטן טאָג געשטעלט 
קאַהמאָפל שיילן, נא דיר א חתונה! ער האָט נלייך געװאָלט אַנטלױפן. 
האָט ער זיך אָבער דערמאַנט די רעדעס אויפן באַנקעט, װואָס מען האָט. 
איינגעאָרדנט פאַרן אָפּפאָר. איינער פון די רעדאקטאָרן. פון דער צייטונג 
האָט דאן געזאָנט אויף אים, אַז ער איז תמידי געווען א , נאַװוראָש", דער 
קליינער גאַװראָש פון דער פראַנצויזישער רעװאָלוציע, ניט מער און ניט 


281 


װייניקער!... נו, איז ער געבליבן. אָבער די קאַרטאָפל. האָט ער ניט נע- 
שיילט, גאַנצע פּאַסן האָט ער פון זיי געשניטן, | 

אין תוך גענומען האָט ער אויפגעהערט גלויבן אין גאַנצן הו-הא 
פון העראָאיזם, פאַרװאָס? --- האָט ער זיך טיילמאָל געפרעגט -- האָט 
ער דעַן װייניק העלדישקייט און מסירת. נפש געזען אין משך פון די עט- 
לעכע חדשים, װאָס ער איז דאָ אין לאַנד? דורך די פאַרשנייטע פּירענייען 
זיינען געלאָפֿן אַרבעטער פון גאָר דער וועלט.,. ווען מיהאָט זי אויפגעוועקט 
צום ערשטן פּראָנט, איז דער יונגער קאָראַלניק געלאָפּן איבער דער טונ- 
קעלער כאַטע און זיך געקושט מיט אַלע יידישע יאַטן, ער האָט געציטערט 
פון קעלט און געוויינט פון שמחה, װאָס ער גייט שלאָגן די פאַשיסטן. 


ער איז שוין פון יענעם פראָנט ניט צוריקגעקומען, קאָראַלניק!... און סקאַ- 
לא -- ער איז קיינמאָל קיין סאָידאַט ניט געווען און האָט אוודאי מורא 
געהאָט פאַר אַ הונט. און פונדעסטוועגן איז ער אַװעס מיט עטלעכע קויפֿן 
און א רעװאָלװער אױסצושפּירן די ליניעס פון די פאַשיסטן. געניטע זעל- 
נער האָבן עם דאַן געהאַלטן פאַר אַ משונעת.. | - 
און טאַקע ער אַליין! --- גיט ער אַ קלעד וועגן זיך -- איז ער דען 

ניט קיין העלד? סוף בל סוף איז עֶר דאָך געקומען פרייוויליק אַהער. און 
וויפל האָט געפעלט ער זאָל גלייך דעם ערשטן טאָג פאַלן װוי א העלך ? 
2 ער האָט אַ שמייבפ געטאָן: יאָ, וי אַ הייליקער װאָלט ער דעמאָלט 
געפאַלן, װי א הייליקער-און װי אַ יאָלד!,.. ערשט שפּעטער האָט ער זיך 
אַרומגעזען װאָס עס הייסט קריג. ער האָט אַ סך געלערנט, געדרייט זיך 
אין די שטאַבן און אַריינגעקוקט אין די הינטערקוליסן. ער קען די אַמבי- 
ציעס פֿון די אַפיצירן, ער קען די קנאה-שנאה פון די שטאַבן, דעם גע- 
יעג;נאָך בענדלעך, און דאָס אַלץ אין דער צייט ווען חברה פאַלן באמת וי 
די הייליקע... הי | | 
װואַכן לאַנג איז ער אַרומגעפאָרן איבער די דערפער און האָט געזוכט 
יונגע הינדעלעך אוֹן קראָליקעס, - און שינקעס פּאַר דער קיך פון שטאַב. 
א שיינע אַרבעט פֿאַר אַ פריװויליקן קעמפער, װאָס?... צוויי קיכן זיינען 
דאָרט געווען: איינע פאר די אֶפּיצירן און א צווייטע -- פאר די דינער. 
דערנאָך האָט מען איינגעפירט א דריטע. פאַר דער דאָזיקער קיך פון סעף- 
זשאַנטן,. װאָס זיינען קיין, פּשוטע סאָלדאַטן ניט געווען און צו דער מדרנק 
פון אפיצירן זיינען זיי ניט דערגאַנגען, האָט ער צוגעװאָרפן די שיריים, 
װארים. װאָס פְאַר א דעה האָט שוין א פערזשאַנמ אין שטאַב? טילמאָל האָט 
ער אַליין געפילט אַן עקל צו זיך. און דאָך האָט ער אויסגעפילט די אַרבע; 
בשלימות. די שטאַב-לייט זיינען ניט געגאַנגען אין דער פוניע. 

: | | + .8 


: 


יאָ, ער האָט צופי? געזען, אַז ער זאָל נאָך האָבן חשק צום שטאַרבן, 
אַלע ווייסן פון דער העראַישער פאַרטיידיקונג פון מאַדריד, אָבער ווער 
ווייסט דען, אז זַיין קאָמאַנדאַנט האָט דאָרט צוויי געליבטע? ער, זיסקינד, - 
האָט זיי יא אַמאָל געזען אוון ביז היינט קען ער זיי ניט פאַרנעסן: פּרעב- 
טיקע פרויען מיט אַטלאַס-שװאַרצע אויגן אוֹן פאַרשפּיצטע ברוסטן אויף 
געשלענגלטע קערפּערס. בריוו פון קאָמענדאַנט האָט ער זיי איבערגעגעבן 
און אַלֵיין נאָכדעם' געמוזט גיין אין אַ ביליקן באָרדעל,.. זיי האָבן זיך 
אַפילו ניט אומנגעקוקט אויף אים, וי זיי װאָלטן געשטאַמט פון עכטן יחוס, 
און ער װאָלט געווען דער לעצטער שבלעצטער. אָבער זיי מעגן זיין זי" 
כער: ער װעט זיי נאָך האָבן!.. אַלֶע ביידע 1... 

!| מסתמא װועט עס שוין אייביק אַזױ זיין: די מלחמה איז אַ גערעבטע / 
און זי מוז געפירט ווערן, און כדי צו פירן אַ קריג מוז מען דאָך האָבן , 
אָפיצירן אוֹן גענעראַלן. אָבער אויב עס איז אַזױ, טאָ פאַרװאָס זאָל ער 
ניט ווערן קיין אֶפיציר ? | יי 6 

אין פּאַריז שרייבט מען וװוענן די, װאָס האָבן באַקומען גראַדן און 
בענדלעך. מען צאַצקעט זיך מיט זיי, מען פאַטאָנראַפירט זיי אין די צַוו- 
טונגען. דאָרט מיינט מען, אַז די-אָ זיינען עס די העלדן. אָבער ער ווייסט וואו 
די העלדן זיינען: אין דער ערד ליגן זיי אָדער אין די שפּיטאָלן! וויפ? פון 
די אמתע פראָנט-קעמפער זיינען גאַנץ און געזונט געבליבן? -- איינער 
אויף טויזנט ! 

יא, ער װועט ווערן אַן אֶפּיציך, וא קאַפּיטאַן און אפשר נאָך העכער! 
עס האָט אַלע מעלות; מען איז זיכערער מיטן לעבן, מען באַקומט א העבערע 
פּענסיע און דערצו האָט מען נאָך כבוד אויך, 


מיטיק-צייט איז ער אוועק עסן אין דער קאַזאַרמע. די בלעכענע טע- 
לער זיינען געווען עטװאָס פאַרזשאַװערט און די זופּ --- װואַסערדיק, ניין, 
אַזא. עסן איז ניט;פאר אים! זאָל מען אים ניט דערציילן,קיין מעשיות, ער 
ווייסט: אַז מען עסט אויך אַנדערש! --- וואו? -- ער װעט שוין טרעפן. 

נישקשה, ער האָט שטענדיק געהאַט א גוטן שמעקער ! 

אַ זיינער איינס איז ער שוין געווען אין דער אַפיצירן-קיך, װאָס 
לינקס אין דער אַלֵיי, אויפן צווייטן שטאָק, כיי דער טיר האָט מען פאַר- 
קויפט צעטלען צום עסן, פאַר אים, אין דער ריי, זיינען געשטאַנען צויי 
איטאַליענער; איינער, אַ קאַפּיטאַן, מיט דריי שטרייפן אויפן רעכטן אַרב5, 
און ביים צווייטן האָט דער רעכטער אַרבל זיך געבאָמבלט א ביידיקער, 


288 


--- וויפל צעטלען? --- האָט נעפרעגט דער מיליציאַנער הינטער דער 
פאָרטקע, 
צוויי -- האָט דער קאפומאן אָנגעוויזן אויף זיך און אויף זיין 
חבר דעם אינוואַליד, 
-- דאָ קענען עסן נאָר אפּיצירן, - 
--- אָבער חבר, וֶער האָט דאָך פאַרלוירן זיין האַנט אין שפאַניע! מיר. 
זיינען נאָך צוזאַמען אַנטלאָפן פון קאָנצענטראַציע-לאַגער... 
-- עס ווענדעט זיך ניט אָן מיר, חבר, איך פיר אויס באַפעלן, 
דער קאַפּיטאַן האָט זיך מער ניט געאַמפּערט. ער האָט אָנגענומען זיין 
חבר פאַרן געזונטן אֶרִים און זיי זיינען שוייגנדיק אַראָפּ מיט די טרעפּ, 
| זיסקינד האָט שוין דווקא יאָ נֶעגעסן אין אָפיצירן-קיך, כאָטש ער איז 
געווען נאָר אַ סערזשאַנט. נישקשה, ער קען די װאַרשעװער אונטער-וועלט 
און ווייסט וי מען גיט זיך אן עצה. אָבער דער ענין גופא האָט אים אוים. 
געבראַכט, הגם פון יושר האָט ער שוין לאַנג ניט געהאַלטן. | 
אַראָפּנײענדיק פון רעסטאָראַן האָט ער אָנגעטראָפן שמעונען מיט 
ריימאַנען, זיי האָבן. זיך קוים באַנריסט, האָט ער, אַן אויפנערענטער זיי 
דערציילט דעם אינצידענט אין אפּיצירן-קיך. 
שמעון האָט זיך אָנגעכמורעט : 
--- מיה זיינען, ניט געקומען אַהערצו קעמפן פאַר גוטע מיטיקן ! 
-- נאָר פאַר וועלכע מיטיקן זיינען מיר געקומען קעמפן? פאַר שלעב- 
טע?,.. שלעכטע מיטיקן האָב איך מיין גאַנצן לעבן געגעסן ! 
-- ס'איז אָבער קריג און עס פעלן לעבנט-מיטפ! 
-- אַז עס"מעלט, דאַרף פעלן פאַר אלעמען, און אַז עס װעט אַמאָל 
זיין, וועט אויך זיין פאַר אַלעמען. אַלײין עסן אַ גוטן מיטיק און דעם צווייטן 
צוזאָנן עולם הבא -- דאָס איז שוין אן אלטע געשיבטע. 
-- אונדזער האָטעל, װאָס עקזיסטירט ניט, הויבט אָן צוֹ עקזיסטירן! 
ער ווייסט נאָך אָבער ניט, װוי אַזױ זיך איינצואָרדענען אויף דער וועלט. 
דאָס האָט ריימאַן גערעדט מיט זיין קאַלטער שטימע. קיין איין מוסקפ 
האָט זיך ניט באַװעגט אויף זיין פּנים. ער האָט אויסגעזען געשפּענסטיק, 
װוי ער גופא. װאָלט אויך ניט עקזיסטירט. 
זיסקינד האָט זיך געזעגנט. שמעונען האָט ער קיינמאָל ניט געקענט 
פאַרטראָגן, פאַרן אַװעקנײן האָט ער, נאָך א ברום געטאָן : 
--- און די פּאָליט-קאָמיסאַרן עסן אויך ניט אין דער קאַזאַרמע. וי 
ווילן זיי אויסדריקן די מיינונג פון פּשוטן סאָלדאַט? , 


204 


ווען ער איז אַװעק, האָט שמעון אָננעהויבן אַרױסברעננען נייע אַר- 
נומענטן : | | 
--- דאָס פעלן פון אָפּיצירן-קאַדער האָט אונדז געבראַכט אָן אַ שיעור 
מפּלות. ס'איז געווען אפשר אונדזער נגרעסטע שװאַכקייט, כמעט אַזױ וי 
דאָס פעלן פון געװוער. מיר האָבן געהאָט פּאַרטיזאַנען אין דער צייט ווען 
די פאַשיסטן האָבן געהאָט א דיסציפּלינירטע אַרמײי און נעשולטע אֶפי- / 
צירן. | י 
און אַז ריימאן האָט זיך אַלץ ניט אָפּנערופן, האָט ער וייטער 
געזוכט צו באַרואיקן די צווייפלען, װאָס האָבן אויך אים טײילמאָל נע- 
עגבערט אין מוח: זיסקינד איז סתם אַן אויסואורף! -- האָט ער גע- 
טראַכט --- אָבער אויך אין מיר לעבן נאָך רעשטלעך פון יענע אװטאָפּים- 
טישע חלומות, װואָס איך האָב מיטנעשלעפּט פון די קבוצות.,. אויפן קו? 
האָט ער געזאָנט : 
| --- היינט באַקלאָנט מען זיך אויף די ביוראָען און אינטענדענטן! 
געדענקסט אָבער די ערשטע צייטן, ווען מיר האָבן ניט געהאַט קיין איג- 
מענדענץ און קיין פעלד-קיך און קיין טראַנכפּאָרט? מען האָט פאַרביטן 
| די קעסטלעך קוילן און ס'איז אפילו ניט געווען קיין אַמבולאַנס פאַר די 
פאַרוואונדעטע.,, וו פאַנג װאָלטן מיר נאָך אָנגעצויגן אין אַזעלכע באַ- 
דינגונגען? די פאַשיסטישע כװאַליע װאָלט אונדז אראָפּגעשװענקט אין 
עטלעכע חדשים ! | יי 

ער האָט זיך אומנעדרייט צו ריימאַנען : 


--- פאַרװאָס זאָגסטו גאָרניט? געדענקסט, דעמאָלט אויפן סאַן"מי" - . 


שע? האָסטו נעהאַלטן נאַנצע דרשות און פאַרקראָכן אַזש ביז האַניבאַלן?! 

--- ווער זיינען עס זייערע אָפיצירן? -- איז ריימאַן אַרױס פון 
זיין שווייגן --- זינדלעך פון יונקערס, פון פּריצים, פון קאָנקיסטאַדאָרן, 
װאָס האָבן פאַרשקלאַפט יפעלקער און זיך צעטיילט מיט לענדער, שפּעטעף 
. האָבן זיי אריינגענומען אין שותפות די אויפנעקומענע בורזשואַזיע. 
אַוודאי שלאָנן זיי זיך גוט --- זיי האָבן אַ קאַמף-טראַדיציע, זיי פאַרטיידיקן 
זייערע פּריװױלעגיעס! ווילן מיר אויך אויסבילדן אַזא קאַסטע ? 

--- דו פאַרגעסט, אַז אונדזער אַרמיי וועט זיין א פאָלקס-אַרמײי, װאָס 
וועט פאַרטיידיקן די אינטערעסן פון פאָלק ! | 

-- אָבער אויב דער דאָזיקער שיכט װעט באַקומען ספּעציעלע פּרו 
ווילעגיעס און דערצו נאָך אומבאַגרעניצטע מאַבט, צוליב טעמים פון 
דיסציפּלין, װעט זי אפשר אָפּגעריסן ווערן פון פאָלק?,.. אויף וייטער 
וועט זי אפשר נאָר ר ע ד | װעגן פֿאָלק?! 

259 : 


--י אונדזער אַרמײ װועט זיין אונטערגעװאָרפן. דער פּאָליטישער קאָנ- 

טראָל פון אַרבעטער-קלאַס! --- האָט שמעון אויסגערופן מיט זיכערקייט. 
| די לעצטע ווערטער האָבן ‏ צוריקגעשטעלט זיין גייסטיקן גלייכגע- 

וויכט: די אַלע אומאַנגענעמע דערשיינוננען זיינען נאָר צייטווייליק. אויך 
די זיסקינדס וועלן אָפּגעראַמט ווערן פון װעגן... ער האָט אַ מאַך געטאָן 
מיט דער האַנט: 

-- און אויסער דעם זיינען עס אַלץ פּלאַפּעריוען פון הינטערלאַנד, 
פאָרנט, אין דער ערשטער ליניע קלערט מען ניט וועגן דעם ! 

--- די ערשטע ליניע אין דער היינט, דאָס הינטערלאַנד איז שוין דער 
מאָרגן ., . . 

--- לאָמיר ראשׂית כ? פאַרזאָרגן דעם היינט! און איצט וועלן מיר 
גיין עפּעס נעמען אין מויל אַרין, ווען דו זאָנסט מיר בעסער זואן רות 
געפינט זיך ? {. 

א אִ * 

זיסקינד האָט זיך ניט געאיילט צו דערליידיקן זיינע ענינים. דער* 

ווייל האָט ער זיך אַרומגעדרייט איבער אַלבאַסעטע, געטרונקען, געשמו- 


עסט און זיך געטראָפן מיט אַלטע באַקאַנטע. שמעונען האָט ער אויסגע- 


מיטן. נאָר מיט ריימאַנען האָט ער פון צייט צו צייט געכאַפּט אַ שמועס: 

--- שמעון איז אַ חסיד --- האָט ער אים געזאָנט --- אין אַלבאַסעטער 
ביוראָען זיינען אַלע חסידים,.. ס'איז דאָ אן אמתע גנ ע ר.. 

ער האָט געטראָפן צענדליקער חברח פון פּאַריז, װאָס זיינען דורב- 
געפאָרן אַלבאַסעטע און דאָרט געבליבן עטלעכע טעג. רעדנדיס מיט זי 
האָט זיך אים געדאַכט, אז זיי ווייסן גאָרניט, אַז זיי זיינען אלץ אַזױ נא- 
איוו, וי ער אױז אַמאָל געווען: װאָס ווייסט דען אַ סאַלדאַט. אין דער 
ליניע? --- גאָרניט! מען װאַרפט אים פון פּראָנט צו פּראָנט און ער שלאַנט 
זיך. דאַן באַקומט ער א ואָך אורלויב, פארט צום ים, כאַפּט זיך אַריין צוּ 
פרויען און גייט טרינקען אין שענק. דערנאָך פאָרט ער צו אַ צוייטן 
פראָנט, וואו ער ווערט -געהרגעט. אויב ער האָט גליק, פאָרט ער נאָכן 
צווייטן פראָנט צו אַ דריטן ... 

שפּאַצירנדיק איינמאָל א נאָכמיטיק אין דער אַלײ, האָט ער דערזען 
א בלאַנד מייד?, װאָס איז געגאַנגען אָנגעטאָן מיליטעריש. אירע חיפטן 
האָבן זיך געװואַקלט הינטער די צו-שמאָלע, מיליטערישע מענער-חויזן 
אוֹן די פאָלדאַטסקע כאַקי-בלוזקע איז אָפּנעשטאַנען איבער איר פולן 
בוזים. זי האָט שפּאַצירט אין דער באַגלײטונג פון אַ קאַפּיטאַן. זיסקינדן 
איז זי פאָרנגעקומען: באַקאַנט, ער האָט אַ שפּאַן געטאָן שנעלער און זי אָנ 
געקוקט אין פּנים, יו ר 
236 


--- זאָשקע! --- האָט ער אויסגעשריען -- װאָס מאַכט מען עפּעס? 
כ'האָב נאָרניט נגעוואוסט, אַז דו ביסט אין שפּאַניע. 
---נישקשה --- האָט זי קאַלט געענטפערט, אָנבלאָזנדיק די ליפֿן -- 
װאָס טוסטו. עפּעם אין אַלבאַסעטע ? | 
ער האָט זיך דערפילט וי אָפּנעגאָסן מיט אַן עמער קאַלטן װאַסער, 
דער געשפּרעך האָט זיך שוין ניט געקלעפּט. דאָס מיידל האָטי געװאָרפן 
אומנעדולדיקע בליקן צו איר באַנלייטער און אין אַ וויילע אַרום האָט זיס" 
קינד איר דערלאַנגט די האַנט, 
פון הינטן האָט ער נאָכנעקוקט איר פולן קערפּער, װאָס האָט זיך 
געריסן פון די מיליטערישע מלבושים: זא ש קע !... אין פּאַריז זיינען 
זי געווען נוטע ברידער. אין , האָטעל" האָט זי געוואוינט אין א קליינינקן 
צימער?, האָט געאַרבעט ביי װאָס סהאָט זיך געמאַכט, האָט קיינמאָל ניט 
געהאט אויף מיטיק און איזן שטענדיק געווען אויף צרות. א צייט לאַנג 
אין ער אפילן אַרױפנעקומען צו איר און פאַרבליבן ביז שפּעט. שיר-שי- 
ניט געבליבן איבער נאכט. דערנאך האָט זי באַקומען אַ סטאַנילן בחור, 
װאָס האָט זיך אין איר פֿאַרליבט איבער די אויערן.,. און איצט? א שי 
נער קבלת פּנים, וואָס?... האָסט געזען אַביס? א מינע זי האָט געמאַכט? 
| אין , סירקולאָ" האָט ער זיך צונעזעצט צו אַ כאָפּטע יירישע מילי- 
ציאָנערן און אָנגעוויזן דורכן פענסטער אויף זאַשקען, װאָס האָט דורב- 
געשניטן דעם רעפּובליק-פּלאַץ ; 
--- איר קענט זי, חברח ? 
--- צי איך קען זי? -- האָט זיך אַ כאפּ נעטאָן דער פערזשאַנט גפו- 
קין -- איך געדענק נאָך וי זי איז נעקומען פון פּאַריז אוון אַרומנעשפּאַ- 
צירט אין אַ לעדערנער קורטקע, מיט א דעװאַלװוער ביי דער זייט. א פֹּאַ- 
ליט-קאָמיסאַרשע, כלומרשט! דריי מאָל אַ טאָג האָט זי זיך דאַן פּאַטאָ- 
גראַפירט און געשיקט די בילדער קיין פּאַרין. / 
= -- זי דערקענט ניט קיין מענטשן! -- האָט אַ ברום געטאָן זיסקינד, 
| -- זי שלעפּט זיך אַרום נאָר מיט אָפּיצירן -- האָט אָנגעהויבן נָלִי- 
קין--- מיט יידישע מיליציאַנערן פּאַסט איר כלל ניט צו רעדן... 
--- ס'איז אַן אַלטע טראַדיציע פון בעלי-בתישע ייִדישע טעכטער -- 
האָט נרישקאַ אים איבערנעריסן --- איר מאַן אין אין שפּאַניע? 
.--- אַוודאי איז ער אין שפּאַניע -- האָט נליקין איצט גערעדט הויך, 
כדי מען זאָל אים מער ניט איבערייסן, און וויי? אַרום, אין אָנגעפּאַקטן 
זאַל האָבן מענטשן זיך געשטופּט און נעשמועסט, און דער דזשאַז האָט 


29 | 


געקלאַפּט אָן אויפהער --- אויפן פראָנט איז ער! װאָס שייך זאַשקען גע- 
דענס איך זי נאָך פון די ערשטע טעג. וואָרים דאַן האָט מען אויסגעקליבן אַ 
,ואַך" ביי דעם שטאַב, יאָטן איינעם אין איינעם, און איך בין אויך גע- 
ווען אַריינגעפאַלן צווישן זיי. דאָס האַרץ האָט מיר געקלאַפּט: א קליינו- 
קייט, אין יענע צייטן, וואך ביים שטאַב! מסתמא װעט דאָך עפּעס גע- 
שען, װאָרים מען האָט גענומען נאָר אַזעלכע, װאָס האָבן שוין געוואוסט 
וי אַרומצונײין מיט געווער... ‏ - | 

ער האָט איבערגעריפן, דערלאַנגט א שנעלן זופּ פון קופל ביר און 
בשעת מעשה געמאַכט א צייכן מיט דער האַנט, אז ער האָט נאָך ניט פֿאַר- 
ענדיקט : 

--- שטייען מיר אַזױ און דאָ נאָך א האַלבער נאַכט -- דער קאָ- 
מענדאנט גייט! האָבן. מיר אַלע סאַלודירט און זיך אויסגעצויגן ,באַטש- 
נאָשט", וי די אמתע סאָלדאַטן. ערשט עס גייט מיט אַ פרוי. איך דערלאנ; 
איר אַ קוק אין פּנים אַריין: זאָשקע!... זי האָט אַפילו ניט קיין פּינטל געמאָן 
מיטן אויג, כאָטש איך בין געקומען אין זעלבן צוג, װאָס איר מאַן. איר 
פאַרשטייט עפּעס אַ חיסטאָריע? א גאַנצע נאַכט זיינען מיר נעשטאַנען מיט 
די געווער אין די הענט און אַכטונג גענעבן, אַז זאָשקע זאָל גוט.,.! פון 
דעמאָלט אַן --- גענוג! אויפן פראַנט איז עפּעס אַנדערש, אָבער אין הינ- 
טערלאַנד שטיי איך מער ניט קיין ,וואך" ! | 
אינמיטן זיינען אָנגעקומען שמעון מיט רױימאַנען. נגרישקש האָט זֵיי 
געמאַכט אַ פּלאַץ ביים טישל : 

-- איר האָט פאַרשפּעטיקט די אמתע דרשה ! 

-- ער האָט אַ/האַרץ אויף די ,נאַטשאַלסטװאָ" --- האָט ריימאַן אוים. 
געטאָן זיין צו-ברייטן שינעל --- מען װאָלט אים געקענט מאַכן פּאַרן מלך 
פון די , דעמאָראַליזירטע", | | 

--- נאָר אוֹינגיכן וועט מען אויסרוימען אַלבאַסעטע פון די , דעמאָראַ- 
ליזירטע? --- האָט אינפאָרמירט זיסקינד, וועלכער האָט שוין געוואוסט פֿון 
אַלע נייעסן --- אַ ספּעציעלן לאַנער וועט מען פאַר זיי איינאָרדענען, יעדן 
טאָג וועלן זיי זיך באָדן אין טייך, מ'עט זי נעבּן צום עסן אוון צום טרינקען.. 
און אַ פּאָרציע נייסטיקע שפּיין ... | 

--- 'מיט פרייוויליקעע איז בב5ס שווער צו פירן אַ'לאַנגן סריג --- האָט 
פילאָזאָפירט דער געוועזענער סטודענט און אָקסן-טרייבער גרישקא -- 
פרייוויליקע זיינען אויסגעצייכנט צום ערשטן קלאַפֿ, זיי לויפן דאַן אין פיי- 
ער װוי די משונעים!,., אָבער אידעאַליזם ווערט אויסגערונען, בפרט ווען מעז 


לינט חדשים-לאַנג אין בלאָטיקע טראַנשײען פון דער ערשטער ליניע, 
288 , 


--- און פונדעסוועגן האָט די וועלט-מלחמח נעדויערט פיר יאָר ! 
--- ראשית זיינען עס ניט געווען קיין פרייוויליקע, נאָר מענטשן, װאָס 
האָבן פאַרטיידיקט זייער לאַנד; זייער ערד, זייערע פרויען און קינדער. 
והשׂנית האָט מען דאָרט באַנוצט דעם בעסטן מעטאָד: פאָרנט גייען די סאָל- 
דאַטן און פון הינטן די אָפיצירן מיט רעװאָלוערן אין די הענט... און פון 
זיכערקייט װועגן שטעלט מען נאָך הינטער אַלעמען עטלעכע מיטראיעזן 
מיט אָפּענע מיילער .. - 
און ווען קיינער רופּט זיך ניט אָפּ אויף זיינע רייד, גיט גרישקא צו,- 
וי זיין שטיינער, אַ באַװייז פון זיין אַמאָליקער נאַכט-פּראָפעסיע אין פּאַ- 
ריזער שעכט-הויז. 
דער עולם ביי דײ טישלעך בייט זיך, עס בייטן זיך די טעמעס פון 
געשפּרעך; עס נייען פאַרבײי מיליציאָנערן, װאָס זיינען אַקאָרשט געקומען 
פון פראָנט אויף א טאָנ אורלויב. זייערע פּנימער זיינען רוי און פארװואַקסן, 
זייערע מלבושים גרוי פון שטויב איון די דיקע שיך באַזױמט מיט פאַר- 
טריקנטער בלאָטע. מען טרעפט אומנעריכט באַקאַנטע, מען קושט זיך און 
מען פּאַטשט זיך איכער דער פּלייצע, לויטן שפּאַנישן מאַניר : 
| -- ווען האָט מען זיך נעזען צום לעצטן מאָל? 
--- ביי טערועל, ניין ? ' 
--- וי לאַנג ביסטו געלענן אין שפּיטאָל ? 
--- חיים איז טאַקע נעפאלן ? | 
דאַן באַשטעלט מען צו טרינקען, מען גייט פון טישל צו טישל און מען 
דערציילט ווענן די לעצטע שלאַכטן אין אַלע עקן לאַנד : ו' 
-- ווען מיר װאָלטן געהאָט אין אֶנהוֹיב אַזויפיל געווער, וואָלטן מיף . 
| שוין פֿאַנג געזינט ! 
--- אַוודאי, פאַר די פאַשיסטן איז קיין ,נ ניט-אינטערווענץ" ניט געווען! 
נאָר פאַר אונדו... 
--- די וועלט װעט עס נאָך טייער באַצאָלן 1, 
---וואָס זאָגט איר צו די רוסישע , מאָסקאַס"? כ'האָב אַליין געזען 
וי איינער האָט אַראָפּגעשאָסן דריי , יונקערס" איבער אונדזערע קעפּ! 
-- מען זאָנט, אז עס נדייט זיך|א גרויסער אָנגדיף אויף סאַראַגאָסאַ, 
איין בריגאַדע פון די , אינטערנאַציאָנאַלע? איז שוין אָפּנעפאָרן אַהינְצו! 
--- אויב עס וועט זיך איינגעבן צו נעמען פאַראַנאָסא, וועלן מיר דאַן 
גיין דורכן אַראַנאָן קיין באַסקן-לאַנד ! 


299 


בערגמאַן זיצט אַלץ אָן אַ זייט און שווייגט. שוין עטלעכע מאָל האָט 
אים שמעון געפרעגט : | יי | 

-- װואָס איז דיר, דער שפּליטער דאָקוטשעט ? 

-- גיין. 

--- נישט געגאַנגען גוט אויפן פֿראָנט ? 

{ --- פֿאַדקערט, בעת די אַטאַקעם בין איך שטענדיק געווען צווישן די 

ערשטע, 

דער ,סירקופֿאָ" איז נעשלאָסן נעװאָרן אין א פריער אָוונט-שעה, כדי 
צו פּאַרמיידן, אז חברח זאָלן זיך אָנשיְכורן. גרישקאַ האָט דעריבער געפירט 
די חברה אין וויין-קעלער, װואָס איז פאַרבליבן אפן ביז שפּעט אױן דער 
נאַכט, אויפן וועג האָט ער באריכות דערציילט, װווי אזוי ער דערשמעקט 
אזױינע מקומות : 


--- דאָס האָב איך.ביי די פראַנצויזן זיך אויסגעלערנט טרינקען.. וואָ- 
רים אין אֶנהוֹיב האָבן די חברה מיך פיינט געקראָגן, ווייל איך האָב נאָר 
זעלטן באַנעצט דעם גאָרגל, אַ מענטש האָט פיינט, אז מען איז קלינער פאַ- 
אים, און אַ שיכוה קען ניט פאַרטראָנן, אז א ניכטערער זאָל שטיין און 
צוקוקן װי ער גיסט אין האַלדז. זיי האָבן געחאַלטן, אַז איך זווי? זיין אַ 
צודגרויסער חכם. נו, האָב איך אָנגעהויבן מאַכן א כוסה און איך זאָג אייך, 
אַז סאיז גאר ניט אַזױ שלעכט. זינט דאַן װעל איך דיר אויף צען קילא- 
מעטער דערשמעקן אַ נפֿעזל משקח.. 


דער וויין-קעלער האָט אויסגעזען וי אַ מיט?-אַלטערלעכער שענק, ואס 
מען זעט נאָך אָפטמאָלֿ אויף בילדער אָדער אין אַלטע פּיעסן. ביי די ווענט 
זיינען געשטאַנען ריזיקע פעסער און בייכיקע קרוגן פון רויטן ליים. עטלע- 
כע פאַרשװאַרצטע, חילצערנע טישלעך האָבן אונטערגעהונקען אויף דער 
שטיינערנער פּאָדלאָגע אין די ווינקלען פון טונקעלן צימער, נאָר עטלעכע 
ליכטלעך האבן געשמעלצט אויף אַ הויכן קאַמין, | 

גרישקאַ האָט באַשטעלט מאַלאַנאַס פארן גאַנצן עולם. דער וויין איז 
| געווען גוט און ביליק און באַלד האָט עמיצער באַשטעלט אַ צווייטע רונדע. 
און איידער די בע-הבית'טע האָט אויסגעדרייט דעם רוקן, האָט זי שׁוֹין 
ווידער געדארפט אָנגיסן די נלעזלעך. בערנמאן איז געווען א שוואַכער טרינ" 
קער און דער קאָפּ האָט זיך אים שנעל פארדרייט. | 

-- אַז איך קום צוריק פון מיין אורלויב אין פּאַריז, ניי איך צום באַכֿ- 
קאַנישן באַטאַליאָן! דו פאַרשטײיסט?.., אין באַלקאַנישן באַטאַליאָן ‏ װועפ 


= 


240 


איך גיין!... צו די באַלקאַנער... האָט ער עקשנותדיק איבערנעחזרט אין 
שמעוּנס אויערן די זעלבע ווערטער --- דאָרט איז מיין חבר וניא און אַנ- 
דערע חברה, װעט כאָטש זיין צו זועמען א װאָרט אויסצורעדן... אָבער צו 
די דייטשן יי איך ניט מער ! 

-- װאָס האָסטו צו די דייטשן ? 

--- מען טאָר בײַי זיי קיין װאָרט גיט אויסרעדן!... אמת, זיי שלאָגן 
זיך גוט --- -- -- | 
| -- די. פּאַלאַקן שלאָנן זיך בעסער! --- האָט אים א מיליציאַנער פוז 

דער פּוילישער ברינאַדע איבערגעריסן. | 

-- די פּאָלאַקן גייען וי אַ שטוהעם אין אֶנגריף --- האָט גרישקאַ גע- 
מאַכט אַ פּשרה --- כ'בין אויך מיט זי געווען אין פעלד. אַזא איינער נעמט 
דיר אַ שלוק פון , פלאַשקע" און פּאַשאָל פאָרוים!,.. די דייטשן מאַכן עס 
מיט סטראַטעגיע, מעטאָדיש, נוצן אויס יעדעס בערגעלע, יעדן שטיין און 
בוים ,.. 

-- און פאַראַן ביי אונדז יידן --- האָט געזאָגט דער פון דער פּוילישער 
בריגאַדע --- װאָס זיינען די בעסטע צווישן די פּאָלאַקן, 

-- אָבער אַ ייד מוז, זיך אָנשטרענגען כדי צו זיין אַ העלד! ער לויפט 
דיר ניט ספּאָנטאַן הרגנען מענטשן. און מעטאָדיש, װוי דער דייטש, אוודאי 
ניט... ער מוז האָבן באַוואוסטזיין ! 

--- מען טאר בֵיי זי קיין װאָרט ניט זאָגן! --- האָט זיך אַלץ באַקלאָנט 
בערנמאַן -- וי נאָר עפּעס ווערט אַ געשריי: ,--- דיסציפּלין, גענאָסע, דים- 
צִיפּלין"!, און אין א וויילע אַרום איז שוין נאָר ,פינפטע קאָלומנע" און 
, שפּיאָנאַזש,,," איך האָב ניט געהאָט קיין מורא, וויי? איך בין געווען א 
גוטער סאַלדאַט. אָבער אַ מפָּנְטש מוז דאָך קלערן, אַניט וועט ער זיין דים- 


ציפּלינירט אויך ווען מען דאַרף ניט... נו, האָבן זיי געמיינט, אַז איך בי 
צו אָנגעשטרענגט צוליב מֵיין װאָונד, און מיך געמאַכט פאר א אנװאָרריע? 
ביים שטאַב, / יפ 


--- איז דאָך גוט! -- האָט אַרײננגעװאָרפן זיסִינד 

--- האָב איך ניט געװאָלט זיין קיין גװאַרדיע" ביים שטאַב. איך בין . 
געקומען קיין שפּאַניע קעמפן, געחרג'ט ווערן, זיגן, װואָס איר ווילט =+ אָבּער 
ניט כדי צו װאַשן די טעלער ביי אַ. נקבח פון אַ נענעראָל ! | | 

--- װאָס זאָל אַ. גענעראָל טאָן? --- האט זיסקינד מיטאַמאָל רחמנות 
געקראָנן אויף די אָפיצירן --- זאָל ער לייגן די ציין אויף די פּאַליצעס ? 


6 / ארי ארי = 241 


| אין נרויסן, טונקעלן צימער איז שוין געווען פּוסט. נאָר די שאָטנס 

פון די מיליציאָנערן ביים הינקענדיקן טישל האָבן ארומגעטאַנצט איבער די 
בייכיקע, ליימענע פעסער. גרישקאַ איז אויך געװאָרן אומעטיק. דאָס טריג- 
| קען האָט אים אַריינגעטריבן אין א לייכטער מעלאַנכאָליע. ער האָט זיך 
אויפגעהויבן : | : 

--- זעט איר די פּראַנצויזן זיינען שוין נאָר אַנדֶערע חברה: זיי װעלן 
דיר יעדן אַרינזאָגן!... אָט איז אַנומלט געקומען אונדז באַזוכן, אויפן קאָך- 
דאָבאַ-פראָנט, דער העכסטער פּאָליט-קאָמיטאַר פון די ,ברינאָדן", אַ נאָר 
גרויסע שישקע, אַ דעפּוטאַט פון פראַנקרייך אַפִילו... און מיר זיינען שוין 
דריי מאָנאַטן געלעגן אין בלאָטע און האָבן געװאָרט אויף אָפּלייזונג, מאַכן 
צו אים די חברח, צום נרויסן מאַן : 

---- האָפט געבראַכט דִי מענטשן אונדז אָפּצולייזן ? 

--- איך האָב 2ל? ניט נעוואוסט, אז מען דאַרף אייך פאַרבייטן, . 

-= נו, איז גוט --- מאַכן צו אים די חברח --- אויב דו וועסט זיי ניט 
ברענגען, וועסטו בלייבן מיט אונדז פאַרטיידיקן די פרייחייט !... 

אויפן װוענ אין דער קאַזאַרמע האָט שמעון פּרובירט שמועסן מיט 
בערנמאַנען און אים טרייסטן. אָבער בערנמאַן האָט אים ניט געלאָזט רעדן: 

--- װואָס ווילסטו פון מור? איך בין דען דעמאָראַליזירט? איך ויפ 
קעמפן פאַר אונדזער זאך! איך וויל נאָר גייּן אין דער ליניע. איך װוי? 
ניט צוקוקן װאָס עס קומט פאָר אין די שטאַבן און אין הינטערלאַנד! 
| = --- אָבער נאָך דער מלחמה װעט מען דאָך מוזן זיך- אומקערן אין 
הינטערלאַנד! -- האָט אַרײננגעװאָרפן זיסקינד בעתן געזעגענען זיך. 

ער אִיז ניט געגאַננען אין דער קאַזאַרמע צוזאַמען מיט די חברח. 
ער האָט געהאַט אַ באַקאַנטן פון פּאַריז, װאָס איז דאָ געװאָרן קאָמאַני 
דאַנט אֵין , פּאָליטישן הויז", און צו אים איז ער געגאַנגען שלאָפֿן. ער 
האָט זיך אַרויפנעאַרבעט! --- האָט ער אויפן װענ געטראַכט וועגן זיין 
גאַסט-געבֿער --- אין פּאַריז איז ער געווען אַ פּשוטער אַרבעטער און דא 
פירט ער אָן מיט אַ הויז, האָט זיך זיין צימער, מיט אַ ביוראָ, מיט א ראַ- 
דיא, מיט א ספּעציעלֿן פעקרעטאַר! היינט די מיידלעך, װאָס רוימען די 
צימערן ?... ער זאָגט אַפילו, אַז ער רירט זיי ניט אָן, אָבער גיי גלויב אים 
אויפן ווארש! ער, זיסקינד, האָט היינט פּרובירט אַ צופּ טאָן איינע פון זי 
ביים חינטער-חלק, האָט זי א באַליידיקטע, אָפּגעשטופּט זיין האַנט. אבעי 
אַנטקעגן. + א קאַמאַנדאַנט באַליידיקט. מען זיך ניט אַזוֹ שנעל און זיין האַנט 
שטופּט מען אויך ניט אִפּ אזוי לייכט, בפרט אז ער האָט די נאַנצע דעח 
242 הוי קן 6 


אין הויז און שמעקעדיקע זייף אוֹן בלאַנדע פּאַפיראָסן האָט ער אויך, און 
אין דער נאַנצער שטאָט נייט מען אויס פאַר א שטיק? זייף... 
== -- יא -- האָט ער װידעראַמאָל באַשלאָסן -- כ? זמן עס וועלן זיין 
אויף דער וועלט קאָמאַנדאַנטן, וװואָס האָבן געלט, שמעקעדיקע זייף און 
די גאַנצע דעח, און דינסט-מיידלעך, װאָס האָבן ניט די עטלעכע וויכטיקע 
זאַכן, וועלן די קאָמאַנדאַנטן קענען , האָבן" די דאָזיקע מיידלעך -- די 
שענערע. פאַרשטייט זיך --- וויפל זייער האַדץ גלוסט און קיין שום קאָנ- 
סטיטוציע שבעולם, אַפילן אַ סאָציאַליסטישע, װועט דאָ ניט העלפן. 

צומאָרגנס האָט דער קאָמאַנדאַנט דערציילט זיסקינדן, אַזי עס פֿאָרט 
אַרױס אַן אויטאַ מיט פּראָװיאַנט צו די סאַנאַטאָריום-שטעטלעך פון ברענ 
ים. 
-- אויף לאַנג ? 
--- אויף אַ פּאָר טעג, 
--- איך װועל מיטפאָרן! -- האָט זיך זיסקינד אָנגעכאַפּט. 
-- און אַ פּאַס פון שטאַב? אָן אַ ספּעציעלן שיין קען איך דיר 
ניט מיטנעמען אויף מיין װאָגן, 

! --- איך װעל שוין האָבן אַ פּאַס, 

אין אַ פּאָר שעה ארום האָט ער שוין געהאָט א דערלויבעניש צו 
באַזוכן די זאָנע צװוישן באַרצעלאָנא און װאַלענציש. נאָכמיטיק איז ער 
אָפּגעפאָרן, : | 


אר אי 28 


װאַרט שוין צו נאָך א א פּאָר טעג! -- האָט ריימאַן איינגעטענהיט מיט 
שמעונען --- מ'עט זיך דאָרט אָן דיר אויך אַן עצה געבן. 
| --- ניין, כ'וועל מער ניט פאַרלעננערן דעם אורלויב.. 

אוֹן װואָס זאָנט פּאַזשאַרסקי ? 

--- וי איך װויל: איך קען בלייבן נאָך אַ מאָר טענ, אָדער ער װועט 
מיר צושיקן איר אַדרעס. איז װאָס על איך זיך דאָ אַרומדרײען ? 

--- אָבער ווער ווייסט, ווען דו װועסט ווידער אַמאָל באַקומען אור- 
לויב ?! 

--- איך בין מיד פון אַלבאַסעטע ! 

ביי די ווערטער איז אַריינגעקומען זיסקינד און האָט זיך דורכנע- 
שטופּט צוישן עולם פון , סירקולאָ"" צו זייער טיש?, ער איז געווען פאַר- / 
ברוינט און אויפנעמונטערט : | , 


243 | 


: 


! --- איר פאָלגט מיר, חברה, און פאָרט זיך דורך צום ים! ס'איז דאָרט 
אַן אמתער נךעדן... פּאַלמעס און בלומען און אראַנזשן-פּלאַנטאַציעס! 
אָט קום איך אַצינד פון בענעקאַסים: מען קען זיך דאָרט באָדן אין ים, 
מען: פריגט אַ גוט עסן. און אַ פּאַלעסטינעד קראַנקן-שוועסטער איז דאָרט 
אויך פאַראַן ... | 
-- אַ פאַלעסטינער ? 
--אַ מייד? --- בלוט און מילך, זאָג איך אייך! איך האָב נאָר ניט 
געהאַט קיין סך צייט. 
שמעון איז געשטאַנען אַ בלאַסער און ניט געקענט אַרויסברענגען 
קיין װאָררט פון מויל. נאָר ריימאַן האָט זיך איצט נעכאפּט און אַ פרעג 


געטאָן : | 
--- זוי הייסט זי? 
--- דאַכט זיך, אַז רוֹת.. : 
--- לֿאמיר /צוניין אין שטאַב! -- האָט ריימאן אָנגענומען שמעונען 
ביים אֶרים, | 


יט יאָ 49 7 

פּאָזשאַרסקי האָט זיך דערפרייט מיט דער בשורה. שמעון האָט באַ- 
קומען אוֹיף דער האַנט ; א דערלויבעניש זיך אָפּצורוען צוויי טעג אין בע" 
נעקאַסים, 


24 


קאַפּיטל צװאַנציק 
די לעצטע באַגעגעניש 


צוריקפאָרנדיק פון בענעקאַסים, האָט שמעון ניט געפילט די ענֹג- 
שאַפט אַרום זיך אוֹן ניט געהערט די געזאַנגען און געשרייען פֿון די יוננע 
רעקרוטן, װאָס האָבן אָנגעפילט דעם צוג. במשך פון נאַנצן װעג, װאָס 
האָט געדויערט העכער צוועלף שעה, האָט ער געהאַלטן אין איין דורכפירן 
אין זיכרון זיין קורצע באַגעגעניש מיט רות'ן און זיך נעגריבלט אין יערן 
קלענסטן פּרט פון זיין באַזוך אין אינװאַלידן-שטעטל, 

אָנגעקומען איז ער דאָרט אינדערפרי. אין קאַנצעלאַריע פון שפּיטאָל 
האָט מען אים געזאָנט, אז רות װעט ערשט אין אָוונט קומען צו דער אַר- 
בעט, ער האָט געבעטן איר אַדדעס און איז אַװעק אין דער ווילע, ווֹאן זי 
האָט געוואוינט. אין איר צימער איז קיינער ניט געווען. אַ קראַנקן-שוועס- 
טער האָט ארויסנעשטעקט א קאָפּ דורך אַ שכינותדיקער טיר און האָט 
נגערעדט צו אים א שפּאַניש, װאָס האָט געקלוננען וי ענגליש: 

--- רות? ניין, זי איצט נישטאָ. 

--- ווען קומט זי ? רז 2 י2 

--- איך ניט וויסן. זי אַװעק שפּאַצירן -מיט ד ז שׁ אַנען און ערשט 
צום מיטיק-עסן, זי זיך אַוודאי אומקערן ! יב 0? 

דזשאָן?... דער נאַמען האָט זיך אים איינגעקריצט אין זיכרון. פֿון 
ערשטן מאַמענט אָן. װער איז ער, דער דזשאֶָן?.. דאַכט זיך אַזיזי 
האָט געשמייכלט, די שוועסטער, ווען זי האָט דערציילט, אַז זיי װועלן זיך 
אומקערן ערשט צום עסן!... און אפשר האָט ער נאָר אין זיין פאַנטאַזיע 
נעזען א גרימאַסע פון שאָדן-פרייד אויף איר פּנים ? יי 

ער איז אַרױס פון דער ווילע און זיך געזעצט אויף א באַנק אין דער 
אַליי, אינװאַלידן זיינען פאַרבײינענאַננען און פארבייגעהונקען און קיינער 
האָט זיך אויף אים ניט אומגעקוקט. ביז ווייטע האָריזאַנטן איז נעלעגן 


245 


אויסגעצוינן אַ בלויער ים; בלומען און נערטנער האָבן זיך געגרינט אַרום: 
אָבֶער זיין בליק האָט געבלאַנדזשעט אין פּוסטן חל? און ויניק װאָס 
| געזען פון דער ארומיקער וועלט. ער האָט נאָר נעפילט די אומגעדולד, װאָס 
יאיז געשטיגן אין אים, און דעם שווייס, װאָס האָט אַרױסגעשלאָגן אונטער 
זיינע דיקע, מיליטערישע מלבושים. עס האָבן זיך שוין געשטעלט הייסע 
טעג, און פּלוצלונג אױז אים פֿאָרגעקומען, וי די זון װאָלט דאָ געווען 
פּאַרמעטיגעל און פאַרעלטערט, װי אַ פאַדװיאַנעטע בלאַט אין האַרבסט. 
אָבער כל זמן ער איז געווען אַליין, איז עס נאָך געװען צו דערליידן, 
אַ ביסל שפּעטער איז ערגער געװאָרן. עטלעכע מיליציאָנערן, חברים פון 
פראָנט, האָבן אים באַמערקט און יעדער איינער האָט אים באַשאָטן מיט 
פראַגן : | 
--- אַה, שמעון!.,.. פאַרוואונדעט?... וואו? 
-- ניין, נישט פאַרוואונדעט. " 
--- אויף אָפּרו, װאָס 4 . 
---. יאָ. : 
--- אויף װוי לאַנג?,,. ביסט שוין געווען אין , קאזינאָ"? אין , קלוב"? 
ס'איז אים מיאוס געװאָרן צו ענטפערן אויף די אַלע פראַגן. ער איז 
אויפגעשטאַנען און זיך געלאָזט אַרױסגײן פון שטעטל, אין דער ריכטונ; 
פון די בערנלעך, װאָס ביים ברעג ים. ער האָט אָבער נאָך ניט באַװיזן 
אָפּצוגײין אַ חונדערט טריט, װי אַ באַקאַנטע שטימע. האָט אים נאַכגע- 
שריען : | 
--- שמעון! שמעון!... ווי איך בין אַ יידישע ציג, אַז ס'איז שמעון!... 
געשריען האָט ניט קיין אַנדערער וי שמערקע און אַיעדער װעט זיך 
פאָרשטעלן זיין שמחה צו טרעפן אַזאַ אַלטן , פּשיאַטשעל?; אָט וװועםט ער 
זיך סוף כל סוף קענען אַראָפּועדן, װי עס באַדאַרף צו זיין, פון האַרצןן... 
אָבֶער מיטאַמאָל האָט ער זיך דערמאַנט אָן רות'ן און אָן אַלז, װאָס עס 
האָט דאָ פּאַסירט, און זיין פרייד אִיז אויסנעלאָשן געװאָרן. אַפילו זיין 
. לשון איז אויף אַ קורצע וויילע װוי אָפּנענומען געװאָרן : | 
--- פטייטש! --- האָט ער זיך א נעם געטאָן איינטענה'ן מיט זיך 
/אַליין --- זי קומט ער עס דערלאָזן צו אַזאַ מין חתונה?!... שמעון איז 
געווען אזא גנוטער ברודער, מען האָט צוזאַמען געשלאָגן דעם פאשיסט ביי 
| קאַסאַ דעל קאַמפּאָ, מען האָט שיר-שיר ניט פאַרליינט צוזאַמען מיטן קאָפ . 
ביי װוילאַדדעל?ריאָ, דעם טייך איז מען צוזאַמע; אריבערגעשוואומען... און 
דאָ נעמט ער און דערלאָזט, אַז עפּעם אַ מולאט, אַן אַמעריקאַניעץ, זאף 


246 


אַוועקנעמען שמעונס מיידל!,,, פון אונטער זיינע הענט האָט ער זי דאָך 
אַרױסגעכאַפּט! יאָ, יא, ניט קיין אַנדערער װוי ער, שמערקע, איז שולדיק 
| אין דאָזיקן אומגליק ! | - | 

און כדי צו פאַרעדן שמעונען די ציין, האָט ער באַשלאָסן אים ראשית 
כ? צו דערציילן די געשיכטע מיט פּעפּיטאַן. אַדרבא, זאָל ער זען אַז פון 
ווייבער קומט קיין גוטס ניט אַרױס! זאָל ער הערן און זיך אַליין אַראָפַ- 
נעמען אַ מוסר השבל! 
און אָנהויבן הויבט ער אָן, פאַרשטײיט זיך, פון דעם מוסר חשכל 
גופא : : | | 

--- איי די ווייבער, די ווייבער! --- דערלאַנגט ער א שׂאָקל מיטן קאָפּ 
-- אַז אַזא איינע פאַרליבט זיך אין אַ מאַן! איז אַן עק פון דער וועלטי... 
איבער די אויערן פאַרליבט זי זיך און מיט זיבן װאַסערן וועסטו דאָם פוי- 
ער ניט אויסלעשן ! : 

---ת פאַרליבט? - --- פרעגט שמעון. ער אין זיבער, אַז דאָס דערציילט . 
אים שׂמערקע וועגן רות'ן, דער נאָמען דז שאָן הודזשעט אים אין ימוח, י 

-- װאָס הייסט פאַרליבט? פּאַרליבט צו פארליבט ניט נלייך! פאַר- - 
געסן, אַז זי האָט אַמאָל געהאַט אַ מאַן!... חתונה האָבן ווילט זיך איַר.... 
אַװעקפאָרן. אָנהוינן דאָס לעבן פונדאָסניי, װוי זי זאָגט. 

שמעון לאָזט שווייננדיק אַראָפּ דעם קאָפּ;: הייסט עס, אז זי ויל 
חתונח האָבן מיט דזשאַנען און אַװעקפֿאָרן מיט אים! פון װאַנען אין ער, 
דער דזשאָן? אַן ענגלישער נאָמען... אָדער אן אַמעריקאַנער... די רייכע" 
אַמעריקאַנעַר ,פעטערס" זיינען אים קײינמאָל ניט געווען צום האַרצן... זי 
וויל' !חייסט עס אַװעקפאָרן מיט אים קיין אַמעריקע און אָנהויבן דאָס לעבן 
פון דאָסנײ ., | 

דערוויי? האָט זיך שמערקע אַרומגעזען, אַן שמעון איז נאָך טרוי- ' 
עריקער געװואָרן און ער האָט זיך געכאַפּט, אז דאָס האָט ער נאָך ניט 
גענוג אָפּנע'משליט די צרות, װאָס א מענטש קען אַלְץ האָבן פוֹן א ווייב;* 
ער האָט זיך דעריבער א נעם געטאָן מאָלן מיט די שװואַרצסטע פֿאַרבן; / 

-- כ'האָב דיר שטענדיק געזאָנט (אַז שמערקע זאָגט עפּעס, האָט ער 
עס שוין פון שטענדיק אָן געזאָגט), אַז מען דאַרף זיך היטן פאַר די ווויח. 
כעה וי פאַר פייער! אויף דריי װיאָרסט דאַרף מען זיי אויסמיידן. װואָרים 
דו גייסט זיך אַזוי דיין װועג, נעמט זי און פּאַרליבט זיך .. יי 

די ווערטער האָבן שמעונען געברענט. װוי הייסע קוילן. ער האָט מער 
ניט נגעקענט אויסהאלטן און די איינגעהאַלטענע פראַגע האָט זיך אַרויס"י 
געריסן פון זיין מויל : 

247 


-- אין וועמען האָט זי זיך פאַרלובטיי. אין הזשאָנען? 

--- אין וואָס פאַר אַ דזשאָן? --- צעהיצט זיך שמערקע --- הלואי, 
רבונו של עולם, װאָלט זי זיך פאַרליבט אין דזשאָנען און דושאָן אין 
איר, װאָלט דאָך צו די אַלע צרות ניט געקומען!.. : 

איין אויגנבליק אין שמעונען לייכטער געװאָרן אויפן האַרצן: אַבי 
ניט דזשאָן!,.. עפּעס האָט דער דאָזיקער נאָמען אים אַזױ נעדריקט אויםז 
געמיט! אָבער גלייכצייטיק ווערט אים דער גאַנצער ענין אומקלאָר: און 
פּאַרװאָס װאָלט עס אזוי גוט געווען ווען רות פאַרליבט זיך אין דזשאַנען? . 
און פון װאָס פאַר אַ צרות רעדט דאָ עפּעס שמערקע?... אַ צעטומלטער 
דערלאַנגט ער שוין איצט אַ פרעג פּראָסט און פּשוט: 

--- אין וועפּען דען האָט זי זיך פאַרליבט ? 

--- װואָס הייפט אין וועמען? --- ווערט שמערקע אויסער זיך, הלמאי 
ער שטייט דאָ און רעדט זיך אָן וי אַ פּויק שוין אפשׂר דריי שעה און 
יענער ווייסט נאָך אַלץ ניט ווענן װאָס פאַר אַ ענין עס האַנדלט זיך -- 
אין. וועמען?... אין מיר! נישט אין עמיצן אַנדערש װי אין מיר!... ואָרים . 
| ווֹען זי פאַרליבט זיך אין עמיצן אַנדערש, װאָלט דאָך מיר די גאַנצע מעשה 
אָנגעגאַנגען װוי דער פאַראַיאָריקער שניי 1 

-- אין דיר? --- מעסט אים שמעון אמ מיט אַ פאַרוואונדערטן בפֿיק 
-- דוֹת האָט זיך פאַרליבט אין דיר ? 

- רות6.1.,. | 

טראָץ דער טראַניק פון דער סיטואַציע ברעכט שמערקע אויס אין 
אַ ווילדן געלעכטער, שפּייט צום סוף דריי מֿאָל אויס אוֹן זאָגט : 

-- אַלע פינסטערע חלומֿות, װאָס האָבן זיך מיר געחלומט היינטיקס 
יאָר און פאַראַיאָרן, און ביז מיט צען יאָר צוריק זאָלן פאַלן אויף מיינע 
שונאימס קעפּ, אָנהױבֿנדיק פון געגעראָל פֿראַנקאָ ביז הפֿן הרשע!... ווער 
רעדט דען וועגן רות'ן? איך רעד דאָך וועגן פּעפּיטאַן, רעד איך!... וועגן 
פּעפּיטאַן פון. מאַלאַנאַ, װאָס אַרבעט דאָ אין קינדער-היים, װאָס האָט זיך 
פאַרליבט אין מיר און וויל אַצינד חתונה האָבן ניט אנדערש וי דווקא 
מיט שמערקען. װאָס צוליב איר על איך אנטלויפן וואו פעפער וואקסט! 
- אַצינד פּאַרשטײט שמעון אז ער האָט זיך אַרױסגעכאַפּט מיט אַ 
נאַרישקייט: שמערקע ווייסט דאָך כלל ניט, אז ער איז אַהערצו געקומען 
צוליב רות'ן. אפשר קאָן ער זי נאָר ניט? און אוודאי און אוודאי ווייסט 
ער ניט, אַז זי איז זיין מײַד?,,. פונװאַנען זאָל ער עס וויסן ? 


248 


נאָכדעם וי שמערקע פֿאַרענדיקט די געשיבטע מיט פּעפּיטאן, װאָס 
ער זאַָנט אִפּ אין איין אָטעם װוי די עשרת בני המן, בלייבן ביידע שטיין 
און שווייגן.. נאכן פּלאָנטער, אין וועלכן שמערקע האָט אים אַריינגעצױיגן, 
האָט שוין שמעון מורא נאָכצופרעגן ביי אים, צי ער קען ניט אַמאָל איינע 
אַ קראַנקן-שוועסטער, װאָס הייסט רות. שמערקע הויבט אויף דעם קאָפּ, 
קוקט זיך פאַרלעגן ! ארום און דערלאַנגט מיטאַמאָל אַ מורמל: 

--- זיי גייען !+4 יי 

איבערן וועג, װאָס פירט פון די בערגלעך אין דאָרף אַרין, זעט מען 
באמת צוויי מענטשן, שמעון קוקט אָנגעשטרענגט אין יענער ריכטונג און 
דערסענט טאַקע באַלה רות'ן, וועלכע גייט אין באַגלייטונג פון אַ הויכן, 
פעסטן מאַן. זיי שפּאַנען נאָענט נעבנאַנאַדער און האַלטן זיך לייכט פאַר 
די הענט. שמערקע לאָזט אזש אַראָפּ דעם קאָפּ פון נרויסער אויפרעגונג 
און אין זיין מוח דערלאַנגען אַ פּלי דורך די אַלע מעשיות ווענן ליבע און 
מאָרך, װאָס ער האָט אַמאָל געזען אין קינאָ און וועלכע ער האָט זיך 
אָנגעלייענט אין די באַרימטע ביכעלעך : 

--- איי-איי! מעיט זיך שיסן, מע'ט זיך הענגען!... מעיט זיך ממית'ן! 
באַשליסט ער און האָט מורא אויפצוהויבן די אויגן. 

ער װואַרפט שנע? אִפּ די דאָזיקע מאָרדיסצענעס. אַמאָליקע יאָרן 
װאָכט אַ שיסעריי גערייצט זיין פאַנטאַזיע. אָבער װאָס פאר ראָליע שפּילן 
שוין עטלעכע קוילן: ביי אַ מענטשן, װאָס האָט פאַרבראַכט אַ שטיק צייט 
אויפן פראָנט ? | י 

ער זוכט אַ וויילע און נעמט אָן אַ ראָמאַנטישן באַשלום: . 

-- אַ דוע? אויף שװערדן!... װי יענער גראַה, װי האָט מען אים 
גערוםן ?... 

גלייבצייטיק ווערט אים קלאָר, אז זיין אייגענע לאַנע אי אויך ניט 
נאָר פוינלדיק, אמת, פּעפּיטאַ האָט ניט קיין געליבטע, װאָט זאָלן אוֹם- 
געריכט, פון דער העלער הויט, דערשיינען. אָבער קיין נוטס קומט פון די 
דאָזיקע געשיכטעס ניט אַרױס: אָט האָט ער אנומלט געלייענט װוי איינע 
/אַ פרוי, װאָס דער געליבטער האָט ניט,געװאָלט חתונה האָבן מיט איר, 
! האָט גענומען דעם דאָזיקן טייערן נעליבטן און אים דערװאָרגן אינמיטן 
נאכט, און כאחר המעשה האָט זי נאָך איינגעהייצט דעם! אויוון, האָט 
; אַרױפּגעזעצט דעם חתן-בחור אויף אַ לאָפּעטע און אים אַרינגעשטופּט 
טיף-טיף אין דער אָנגעפייערטער פּעטשערע, װי מען זעצט א שטייגער 
אַריין חלה אויף שבת .. 


אַלס צולייג איז. נאָך די דאָזיקע ווייב אַליין אויך אריינגעשפּרוננען 
אין אויוון און צוֹמאָרגנס האָט מען זיי ביידן געפונען פארברענט אויף 
קויל,., וי די צוויי פאַרנעסענע המן-טאַשן, װאָס די מומע יענטל האָט 
ערשט אום שושן-פּורים אַנטדעקט אין דער הרובע.. 

-- אמת --- טרייפט זיך שמערקע און קוקט מיט איין אוינ דאָ אויף 
שמעונען און דאָ אויף די צוויי פילועטן, װאָס דערנענטערן זיך --- אמת, 
אין בענעקאַסים באַקט מען ניט קיין חלה אויף שבת און עס זיינען דאָ 
לחלוטין קיין אויוונס ניטאָ, אָבעד ניי ווייס, וואָס אַזאַ יידענע וי פעפּיטא 
קען אַלץ אויסקלערן?!,.. און אַז זי װעט אים, למשל, דערװערגן און 
אַרײטװואַרפן אין ים, איז שוין נוט? ס'איז גאָרניט אַזאַ מחיה ארומצו- 
שווימען אינמיטן נאַכט, איינער אַליין, איבערן קאַלטן ים און דערצי 
נאָך דערװואָרגענערהייט 1.. 

ניין, ער וויל ניט שטארבן מיט אזא טויט אונמיטן בירנער-קריג! 
נאָך היינט וועט ער מאַכן ויברח, היינט נאָך וועט ער גיין אין קאַנצעלאַ- 
ריע אקן, זיי מאַכן א וויסטן סוף, אַז זיי זאָלן אים נלייך אויף דער האַנט 
געבן דו' דערלויבעניש אָפּצופאָרן צום פראָנט ! : 

ביני לביני דערנענטערן זיך די צוויי סילועטן אלץ מער און מער, 
מען זעט שוין דעם געקרייזלטן קאָפּ האָר פון מאַן און דאָס געבלימטע, 
איינגעפּאַסטע קלייד?ל פון דער פרוין מען זעט וי די שפּיצן פון זייערע 
פינגער באַרירן זיך לייכט אין זייער לאַננזאַמען פאַרטראַכטן גאַנג. רות 
בלייבט פּלוצלונג שטיין, קוקט מיט אַ פֿאַרוואונדערטן בליק פאַר זיך און. 
לאָזט זיך לויפן, דער מאַן רופט איר נאָך מיט אומפאַרשטענדלעכע ווער- 
| טער. אָבער זי הערט אים ניט. זי צעשפּדײיט אירע אָרימס און אַ לֿאַנגע 
וויילע בלייבט זי אויסער זיך; זי נעמט אַרום שמעונען, קושט אים, האַלדוט 
אים און שיט מיט אָן אַ שִיעוֹר פראַנן: 

| --- ווען ביסטו געקומען? װאָס מאַכסטו? ביסט נעזונט? 

זי באַטאַפּט אים מיט די הענט און מיטן בליק, ווי וועלנדיק זיך 
פֿאַרזיכערן, אַז ער איז אַלץ דער זעלבער. אָבער שמעונס צוריקנעהאלטנ- 
קייט דערמאָנט זי אָן דושאָנען, אָן בענעקאַסים, אָן אַלץ, װאָס ס'אין פאַר- - 
לאָפן, און זי ווערט פּלוצלונג ערנסט. אַ ניט פאַרענדיקטער זאץ בלייבט / 
העננען אויף אירע בלאַס-געװאָרענע ליפּן, | 

אויך דזשאָן קומט דערוויי?ל צו נענטער. שמערקע קוקט צו פון דער 
זייט מיט א ננב'ישן בליס, װאָס איז תחילת געשפּאַנט און דאַן אנטוישט: 

-- זע נאָר א מעשה! מען שיסט ניט, מען הענגט ניט, מען ממית'ט 
ניטן... 
200 


אַ פארצווייפכטער מאַכט ער אַװעק די גאַנצע וועלט מיט דער האנט: 
--- וויים איך װאָס, אַז חיינטיקע !ועלט איז נאָר קיין וועלט ניט! 
עס האָט מיר אַ טעם מיט אַ רֹאם די היינטיקע וועלט מיט די היינטיקע 
מענטשן!,.. אַמאָל, אין די צייטן פון דער גראשן-ביבליאָטעק זיינען געווען 
גאָר אַנדערע צייטן און אַנדערע לייט!/ 
און ער האָט זיך ארומגעקוקט צי עס װועט אפשר דאָך עפּעם געשען. 
ס'האָט אָבער גאָרניט פּאַסירט, אַלע זיינען געשטאַנען צעטומלט, װי 
דער לשון װאָלט זיי אָפּגענומען געװאָרן. שמעון איז איצט געווען זיבער, 
אַז אַלץ װאָס שמערקע האָט דאָ אָנגעטרעלעװעט וועגן איינער אַ שפּאַניערן 
פּעפּיטא, איז ניט געשטויגן און ניט געפלויגן, דאָס אַלְץ קערט זיך אינ- 
דעראמת'ן אָן מיט רות'ן,.. רות װויל אים דערקלערן, אויספרעגן און איר 
צונג איז װי געליימט --- זי געפינט ניט קיין ווערטער. און דזשאָן -- -- 
--- ער איז אַריינגעפאַלן וי א קאָזאַק אין סוכה! -- קלערט שמערקע 
וועגן דזשאַנען --- א שיינע קאַשע האָט ער דאָ פאַרקאָכט. ווען עס עפנט 


זיך אַצינד א גרוב פאַר זיינע אויגן, װאָלט ער זיך דאָרט אריינגעלייגטי. - 
נוט אויף אים! --- טוט עס אים אַביסל הנאה --- זאָל עד ניט כאַפּן קיין 
פרעמדע ווייבער, כ? זמן ער איז ניט אינגאַנצן זיכער, אז דער פריערדיקער. 


מאַן איז שוין, ברוך חשם, אויפן עולם חאמת .. ן 
רות קומט די ערשטע צו זיך און פרע:ט שמעונען וועגן דער לאַגע 
אויפן פראַנט. ער ענטפערט מיט אַ האַלבן מויל. זיי דעחווייטערן זיך פֿון 
די אַנדערע צוויי און פאַרפירן אַ גלייכגילטיקן שמועס, זיי רעדן װעגן . 
פאָרמעלע זאַכן: וװעגן דעם נאנג פון דער מלחמה, וועגןן דער לאַגע אוים. 
די פּאַרשידענע פראָנטן, די כעצטע אפענסיוועס און די קראַפט פון די רו" 
סישע טאַנקען, װאָס מען האָט לעצטנס באַקומען. דער געשפּרעך קלעפּט 
זיך ניט און ווערט לאַננזאַם אױיסגעלאַשן; ביידע פילן, אז זיי ווילן גאר 
רעדן ווענן עפּעס אַנדערש, אז די נים אַרױסנעזאָגטע ווערטער בלייבן זי 
שטעקן אין האלדז און שטעלן אויף א װאַנט צװישן זיי. 
א וויילע האָבן זיי פאַרטראַכטע געשפּאַנט שווייגנדיק. רות האָט דו 
ערשטע איבערגעריסן די שטילקייט: 
--- האָפט דאָך אים נגעזען, דזשאָנען ? 
שמעון האָט א שאָקל? געטאָן מיטן קאָפּ אויף יאָ. 
-- איך האָב אום ליב ., 
-- דו האָסט אים ליב?-- האָט ער איבערגעפרעגט מעכאַניש, ניט 
הערנדיק די איינענע ווערטער, עס האָט זיך אים געדאכט, אַז זיין האַרץ 
האָט אויפנעהערט קלאַפּן, 
21 


יי 


|איצט. האָט רות געװאַרט אויף זיינע פראַנגעס., זי איז געווען גרייט 
אויף אַ לאַנגער חקירה ודרישה, זי האָט אים געװאָלט דערציילן ועגן 
חדשים פון בענקשאַפט און דערװאַרטונג, וועגן איר לאַננן קאמף מיט 
זיך, אין משך פון װאַך-נעכט אין שפּיטאָל,, וועגן דעם פאַטאַלן נאַנג פון 
איר לעבן, װאָס זי האָט אַלֿיין ערשט לעצטנס דערקענט.. 


| = אָבער שמעון האָט גאָרניט נעפּרענט, ער האָט זיך ניט באַקלאָנט און 
ניט געמאַכט קיין פאָרוואורפן. ער האָט עקשנותדיק געשוויגן ביזן סוף. 


פאַרנדיק אצינד אין צוג דערמאַנט ער זיך, אַז ער האָט שוֹין פון 
לאַנג, אפשר זינט זיי האָבן זיך באַקאָנט, געפילט אַ באַהאַלטענעם ציטער 
פאַרן מאָמענט, ווען זי זועט אים זאָגן, אַז זי האָט ליב עמיצן אנדערש, 
ואס האָט אייגנטלעך זִי, די , אינטעליגענטקע? פון קיבוץ, פאַר- 
בונדן מיט אים, דעם , דזשאַמוס? פון כברח-זומפּ? --- גאָרנישט!... שוין 
דעמאָלט, זעענדיק זי אָפּט זיצן אין פּוסטן באַראַק ביי א בעטהאָװען- 
סימפאַניע אָדער באַטראַכטנדיק איר התלהבות, בעת א נייגעקומענער 
| חלוץ האָט מיטגעבראַכט אין לאַנער אַריין אַ געלונגענש רעפּראָדוקציע פון 
יוואן-נאָג" אָדער אַ , רעמבראַנדט", האָט ער געפילט, אז עס שפּרודלען 
אין איר קװאַלן, װאָס פאר אים בלייבן זיי פארחתמ'ט, 
| זינט דאן האָבן זיי אַדורכגעמאַכט אַ סך גלנולים, האָבן געשפּאַנט אַ 
שטיק לעבן זייט ביי זייט; ער האָט זי ליב געהאַטן נאָך מער -- ער האָט 
זי פאַרהערלעבט; אָבער די דאָזיקע פרעמדקייט אין געוויסע שטחים פון 
לעבן איזן ניט פאַרשוואונדן. זי האָט אים קיינמאָל ניט דערציילט וועגן 
איר יוגנט און עלטערן-הויז, און איר פאַרגאַנגענהײט איז געבליבן פאַר 
זיינע אוֹיגן זון אַ געשלאָסן בוך. זיי האָבן נאָר געשמועסט ועגן טאָג- 
פּראַגן, וועגן פּאַרטײײטאַקטיק און פּאליטישע פּראָבלעמען. און אין אלע 
איירע גלנולים איז זי געבליבן. איינגעהילט אין דער אַמאָליקער סודות די- 
קייט, : | 
באַהערשט האָט ער זי גאָר, בעת זייערע געשלעכטלעכע באַציאונגען. 
דאַן איז זי אים געווען אונטערטעניק און זיך אינגאַנצן אַנטפּלעקט פאַר 
אים: מיט אַלע אירע געחיימע באַנערן און גלוסטן. ער האָט זי דאַן געפילט 
אינגאַנצן ‏ אין זיין מאַכט, דורכויס אָפּהענגיק פון זיין ווילן. אָבער אויף 
-צומאָרגנס, אָדער נאָר אַ וויילע שפּעטער, ווען זי איז געלענן לעבן איב 
אַ געזעטיקטע און אָפּנעקילטע, אין זי ווידער פאַרקראָכן, װי אַ מושל, 
אין איר איינענער שאָל און ס'האָט זיך אים געדאַכט, אז אַן אומזעבאַרע 


292 


מחיצה טיילט זיי אִפּ, און ווידער איז זי געווען דאָס אומדעראָבערטע 
מייד?ל, װאָס גליטשט זיך כסדר אַרױס פון זיין רשות. 

אין בענעקאַסים האָט ער דאָס אַלץ ניט אַדורכגעקלערט. אָבער רות'ס 
ווערטער זיינען -- טראָץ דעם, שרעקלעכן ווייטיק, װאָס זיי האָבן אויפנע- 
וועקט -- דאָך געקומען װוי אַ זאַך, אויף וועלכער ער האָט זיך שוין פון 
לאַנג געריכט. און דערפאַר האָט ער אזוי פאַרביסן געשוויגן. 

ביים עסן איז דזשאָן געזעסן װי אַ באַשולדיקטער, מיט אַן אַראָפ- + 
געלאָזענעם קאָבּ. רות האָט דערלאַנגט שמעונען די שפּייז אויפן טעלער 
און אים אָנגעפילט די גלאָז, אַלֶע.האָבן געגעסן אָן אַפּעטיט און שמערקע 
האָט אויסגענוצט די געלעגנהייט, און אויסגעטרונקען א פירפאַכיקע פּאַר- 
ציע וויין. באַלד נאָכן מיטיק האָט רות אַרויסגעפירט שמעונען אין דער 
אַליי; 

--- בלייבסט דאָ עטלעבע טעג, יאָ? 

-- ניין! -- האָט ער אויסגערעדט צוװוישן געשלאסענע ליפּן -- איך 
פאָר היינט צוריק, 

--- קענסט ניט בלייבן ביז מאָרגן ? 

ער האָט געדרייט מיטן קאָפּ אויף ניין. 

-- דזשאָן פארט מאָרנן אָפּ... צום פראַנט ! 

--- צום פראָנט ? : 

-- יאָ, איך װעל אפשר שפּעטער איבערפאָרן אין אַ אַ פעלד-לאַזאַרעט.., 

זי האָט זיך פאַרחאַקט און אים פייכט אַ גלעט געטאָן איבערן אַקסל: 

--- בלייב, שמעון!... מיר וועלן זיין א נאַנצן אֶוונט צוזאַמען. איך 
וועל זיך היינט באפרייען פון מיין נאַכט-דיזשור. | 

ער האָט געקוקט אָן א זייט און געשוויגן. זי האָט צונענעבן : 

--- ווער ווייפט צי מִיר וועלן זיך נאָך װוען ניט איז זען +- 

אין איר שטימע האָבן נעציטערט טרערן. אָבער אירע שטילע אויפ- 
ריכטיקע ווערטער האָבן נאָך פאַרשאַרפט זיין עקשנות. אפשר דערפאַר, 
װאָס ער האָט אַזױ אַרום ניט נעהאַט קיין שום גרונט, זי צוֹ באַשולדיקן? 
זי האָט זיךי אָננעכמורעט:: אין זַיין אָפּזאָג זיינען אויסגערריקט געװאָרן אַכֿע 
נישט-אַרויסגעזאַנטע פאָרוואורפן, די דערינערונג פון אַ בשותפותדיקער 
פאַרגאַנגענהײיט, װאָס זי האָט מיט די איינענע האַנט איבערגעשניטן. וויל 
ער זי באַשטראָפן?;.. ער איז גערעכט! װאָס ער זאָל ניט טראַכטן ווענן 
איר, װועט ער בפייבן גערעכט ! 

אַצינד, אין צונ, האָט שמעון אַ ביס? חרטה, הלמאי ער איז ניט 
פאַרבליבן,. עס װואָלט געווען אזוי טרויעריק און אזוי שיין, צו זיצן מיט 

258 


יד 


איר אין פֿאַרנאַכט אויפן ברעג פון ים, קלערן אז די זעלבע כװאַליעס 
קלאַפּן ווייטווייט ביי די ברעגעט פון קיסריה, וואו זיי האָבן געמאכט די 
ערשטע באַקאַנטשאַפט, און גלייכצייטיק וויסן, אז ס'איז זייער לעצטער, 
געמיינזאַמער אֶוונט... אָבער דעמאָלט האָט ער געמוזט איר טאָן אויף צן 
להכעיס, ער האָט ניט געקענט בייקומען דעם אינסטינקטיוון פּראָטעסט, 
װאָס האָט אים באַהערשט און געשטויסן. און אין זעלבן פאַרנאַכט איז ער 
אָפּגעפאָרן מיט דעם ערשטן צוג, װאָס. האָט זיך געמאַכט, 
גייענדיק צום װאָקזאַל האָט ער געהערט װוי מען שרייט אים נאָך. ער 
האָט אומגעדרייט דעם קאָפּ, עלעקטריזירט פון אַ האָפענונג, אז אפשר איז 
געשען א נס, אפשר איז עס נאָר געווען א שווערער חלום און אויף דער 
װואָר איז אַלץ וי אַמאָל, זוי געווען. אָבער ניט רות האָט אים גערופֿן, 
ס'איז געווען שמערקע, װאָס האָט נעאיילט מיט זיין פּעק? צום זעלבן צוג, 
ער האָט באַקומען די דערלויבעניש צו פאָרן קיין אַלבאַסעטע, ווא אַ 
מיליטערישע קאָמיסיע האָט באַדאַרפט באַשליסן, צי ער קען נאָך ברעננעז 
נוצן אויפן פראַנט. בחפּזונ'דיק, אויף איין פוס, האָט ער אױננעפּאַקט 
זיינע פַּאַר קלייניקייטן און איצט איז ער געלאָפּן מיט אַלֶע כוחות, כדי 
צו פאָרן מיט שמעונען צוזאַמען און האָבן מיט וועמען אויסצורעדן אַ 
וואָרט איבער אַזאַ לאַנגן וועג, | | 
אָבער שמעון איז ניט געווען באַרעדעװדיק און שמערקע האָט אים 
געלאָזן צוֹרו, כדי ער זאָל זיך אויסטשוכען פון טשאַד. אַליין האָט ער 
---יידערווייל געשלאָסן גום-ברודערשאַפט מיט די שפּאַנישע! מיליציאָנערן, נץ- 
נאָסן וויין פון זייערע לעדערנע לאַנלען נלייך צו זיך אין נאָרג? אַרין, 
דערציילט נסים ונפלאות פון פּױלן, פּאַריז און דער , גראָשן-ביבליאָטעק" 
און מיטנעזונגען מתיקות'דיק-געציקלט אין כאָר : 
| ,אט אױב דו װילסט מיר שרײבן 
װײסמו דאָך שון מײן אַדרעס 
אויפן פרטוט פט. כאַ רט מאַ 
איךן דער ערשטער פײערליניע... " 
זיי האָבן איבערנענעכטיסט אין װואַלענציאַ, אין אַ ווינק? פון װאָק- 
זאַל, צווישן קרייענדיקע הענער, וויינענדיקע קינדער און זינגענדיקע מי- 
ליציאָנערן. עטלעכע מאָל האָבן זיי זיך אויפגעכאַפּט און שמערקע איז 
אינמיטן - נאַכט אױיסגעבראַכן אין װואַסער-פאַלן פון רייד. אָבער נפייך 
האָט ער באַמערקט, אז שמעון איז אַלץ פאַרטאָן אין זיינע געדאנקען - 
אַ סימן, אז ער האָט זיך נאָך אַלץ ניט אויסגעטשוכעט. מיטן, גרויען פון 


א : 5 


זחיייר וחישרה. 


24 ה רסוח | 


קאַיאָר, האָט ער באַשלאָסן, אז טאַקע נאָר די ווייבער זיינען אין אַלעמען 
שולדיק, און ער האָט אָנגענומען אַ פעסטן באַשלום : יי 

--. מחיום וחלאח איז אויס! ער, שמערקע, וויל מיט זיי מער קיין 
מגע ומשׂא ניט האָבן, און מענג זיך אין אים פאַרליבן אֲפילו אַ בינעזישע 
פּרינצעסן, װעט ער איד טויזנט מאָל בעטן מחילה און מער גאָרנים .. 

אין אַלבאַסעטע איז דערווייל פאָרנעקומען אַן אמתע איבערקערע- 
ניש, נישט אין דער אַליי און ניט אין , סירקולאָ? האָט שמעון ניט גע- 
טראָפן קיין איינעם פון די יידישע חברה. ערשט פאַרנאַכט האָט ער באַ- 
מערקט בערנמאַנען, וועלכער איז געגאַנגען פון דער פּאָסט, פאַרטיפט אין 
לייענען א בריוו אינמיטן נאַס. | 

-- זע נאָר, בערנמאַן! -- האָט זיך שמערקע דערפרייט --- ביסט 
דאָך נעזונט װי א בער! דו פאָרסט טאַקע קיין פּאַריז ? 

-- יאָ, אויף א קורצן אורלויב, 

-- זאָלסט פמען חשם אָפּנעבן אַ נרוםס אין קאַפע , ביאליסטאָצקי". 
זאָנ דער בעל-הבית'טע, אַז זי מענ אונדז צושיקן אַ פּאָר געבראָטענע פּו 
פּיקעס און אַ פּעשל קאָרטן, און דעם פּרעמיער-מיניסטער זאָלסטו זאָגן, 
אין מיין נאָמען, אַז א רוח אין זיין טאַטנס טאַטן אַריין מיט דער , ניט- 
אינטערווענץ" צוזאַמען. װאָס מיינען זי זִיך, ס'איז הפקר א וועלט, װאָס? 

ער האָט זיך דאָ נעפילט וי אַ פיש אין װאַסער און האָט גערעדט אויף 
אַלע שפּראַכן, ער איז כסדר נעלם געװאָרן און האָט באַלד ווידער אוים- 
געטויכט לעבן די כבעסטע נוטע-פריינט : 
|| -- וואו איז ריימאַן? --- האט שמעון נעפרעגט בערנמאַנען. 

--- מען האָט אים צונעטיילט צו דער סלאַווישער בריגאַדע. 

--- אין אונדזער ברינאַדע? --- האָט זיך שמעון דערפרייט -- וואו 
איז ער ? | : הי יו 
--- היינט אינדערפרי איז אָפּנעפאָרן אַן אויטאָ קיין באַרצעלאָנאַ, 
יאיז ער מיטנעפאָרן. װאָרים די ברינאַדע ליגט נאָך אלץ אויפן אַראַנאָן. 

--- ווען ער ווארט נאָך אַ טאָנ-צוויי װואָלטן מיר געפאָרן צוואַמען. 
און וואו איז זיסקינד ? | | 

--- זיסקינד? ס'איז אָנגעקומען א טראַנספּאָרט , בלויע" פון פראנק- 
רייך, האָט עד אַרױסגעקראָנן עטלעכע טויזנט פּעקלעך און איז נעלם נע- 
יואָרן איידער מען האָט זיך ארומנעזען,, אַז ער האָט באַקומען א צו גרויסן 
חלק, - 

|-- ער איז נאָך אַלץ ביי די פראַנצויזן ? 


298 


--- יאָ, דערפאַר איז עס ביי זיי אַזאַ גרויסע מציאה די , בלויע נאַ- 
לואַזן", 

-- אַ שאַד -- האָט, זיך אַ כאַפּ געטאָן שמערסע --- כ'װואָלט געקענט 
פאָרן צוזאַמען מיט אים. װאָרים איך ניי אויך צוריק צוֹ די פראַנצויזן. . 
די מעדיצינישע קאָמיסיע האָט מיך שוין באַשטעטיקט. 

זי זיינען אַריין אין ,סירקולאָ" און זיך צונעזעצט ביי אַ. פרייען 
טישל, בערגמאַן האָט זיך פאַרט;פט אין בריוו, װואָס ער האָט װירעראַמאָל 
געלייענט פון אֶנהוֹיב, 

--- פוֹן װאַנען? -- האָט שמערקע אים מפּסיק געווען -- פון דיין 
פרוי?.,. װאָס שרייבט זי עפּעס פון פּאַריז ? 

--- ניין, ס'איז פון מיין חבר-סוניא. קעסעלמאַן. 

א טונקל-הויטיקער מיליציאָנער, מיט א שמאָלער װאַנצקע, װאָס א איז 
געזעסן איבער אי קופל ביר ביי א שכינותדיקן טישל, האָט אָנגעשפּיצט די 
אויערן ביים קלאַנג פון די לעצטע ווערטער און אַ וויילע שפּעטער א זאנ 
יגעטאָן ; 

-- סוניאַ קעסעלמאַן... נעפאלן מיט דריי װאָכן צוריס... ביי פּינאַ. . 

דער מענטש האָט גערעדט בולגאַריש און זיי האָבן אים תחילת ניט 
פאַרשטאַנען, וי עס באַדאַרף צו זיין. בערנמאַן האָט געװאָלט וויסן גענוי, 
װאָס אַזױנס ער האָט געזאָנט, און אים עטלעכע מאָל איבערגעפרענט. זי 
האָבן זיך סוֹף כל סוף צוזאַמענגערעדט אין א שלעכטן רוסיש, געמישט 
מיט פּוילישע אויסדרוקן. דער מאַן האָט איצט קלאָר און דייטלעך פאַר- 
זיכערט : ׂ' 2{ ין 

--- סוניאַק קעספֿמאַן איז געפאַלן פאַר דריי װואָכן, בעת דער אַטאַקע 
אויף פּינא, אויפן אַראַנאָן-פראַנט, 
בערגמאַן האָט אים אָנגעקוּקט מיט אומגליביקע אויגן : 
--- און דער בריוו? --- האָט ער אויסנעשטרעקט דאָס בוינעלע פּאַפּיר 
--- כ'האָב דאָך אקאָרשט באַקומען פון אים דעם בריון ? 
| דער אומבאָקאַנטער האָט א זופּ געטאָן פון זיין ביר און געקוקט מיט. 
מיטלייד אויפן רעדנדיקן : 

--- ווען איז געשריבן געװאָרן דער בריוו ? 

ערשט איצט האָט בערנמאַן אַ קוק געטאָן אויף דער דאַטע: 

--- מיט פיר װאָכּן צוריס .,, . 

--- פ'ה יסט פאַר דער אַטאַקע אויף פּינא .. 

-- ער שרייבט טאַקע, אז זיי גרייטן זיך אין וועג אַרין, 


286 


--- נאָך אַ לאַנגער שלאכט האָבן מיר פאַרטריבן די פאַשימטן = 
האָט דערציי?ט דער בונאַר --- מיר האָבן פֿאַרנומען די ערשטע הייזע-. 
פון דאָרף און אויפנגעשטעלט באַריקאַדן אין אַכע עקן. אָבער באהאלטענע 
פאשיסטן האָבן געשאָסן פון די דעכער און פענסטער. סוניאַ קעסלמאַן איז 
געגאַנגען פאָרויס, אין שפֿיץ פון אַ קליינע אָפּטײלונג, כדי אָפּצורײניקן 
די שמאָלע נעסלעך. ער האָט געשפּאַנט דער ערשטער. כיהאָב אים געזען 
-- ער האָט נגעשטראַלט פון פרייד, צוליבן ניצחון... דאַן איז ער געפאַלן. 
דריי טעג פריער, איז ער' נאָמינירט געװואָרן אַלס סערזשאַנט; | 


דער מאַן האט געענדיקט זיין דערציילונג און דערלאַננגט א שלוק 
פון שוימיקן קופ?. בערגמאַן האָט פאַרשטופּט דעם קאָפּ ‏ אין קליינעם 
ביינעלע פּאַפּיד און זיך ווידער פאַרטיפט אין לייענען, זוי. ער װאָלט אזוי 
אָרום נאָך. נעהערט די לעבעדיקע שטימע פון זיין חבר, שמעױקע האָט באַ- 
| שטעלטי צו טרינקען פּאַר אַלעמען : | 
| --- נעם עפּעס אין מויל! 


בערנמאַן האָט פאַנג געקוקט מיט אַ בלאַנדזשענדיקן בליק אויפן 
נלאָז, האָט זיך פּלוצלונג אויפגעהויבן און איז אַרויסגענאננען. ער האָט. 
געשפּרייזט צום , קאַדער". אָבער דאָס ביוראָ איז שוין געווען געשלאָסן. 
צומאָרגנס איז ער דאָרט געקומען זייער פרי און האָט געװאַרט דער ער- 
שטער הינטעה דער טיר, 

--- וועגן אורלויב קיין פּראַנקדייך? --- האָט אים געפרענט דער סעק- 
רעטאַר, וועלכער האָט אַ זיינער אַכט געעפנט די טיר --- חיינט ווערן פאַר- 
טיק דיינע פּאַפּירן. מאַרגן-איבערמאָרגן פארט אֶפּ אַ גרופּע. 
--- גיין,. איך זאָג זיך אֶפּ פון אורלויב .. 
--- פאַרװאָס ? | 
--- איך וויל צוריק אויפן מראָנט. 


דער סעקרעטאַך האָט אים אָנגעקוקט מיט אַ. פאָרשנדיקן בליק. אָן 
אורלויב קיין פראַנקרייך איז געווען א גרויסער חסד און ניט איעדער האָט 
דערצו זוכה נגעווען. 
?= -- פאַרװאָס? --- האָט ער איבערגעפרענט --- מיר האָבן אין פּאַריז 
אַ באַרימטן כירורג, װאָס פארנעמט זיך מיט אונדזערע מיליציאָנערן. 
--יאָ... די כלבים! זיי האָבן אַװעקגעהרגעט סוניאַן.. | 
בערגמאַנס שטימע האָט נגעקלונגען קאַלט, װי א מעטאל. ער האָט 
גערעדט מיט אָפּנעריסענע זאַצן. דער סעקרעטאַר האָט אַראָפּנעלאָזן דעם 


987 | : 17 


קאָפּ און געבלעטערט אין די פּאַפּירן, װואָס זיינען געלעגן אויפן טיש. דער 
קולאַװער פּאָלאָק האָט זיך אָנגעלענט אויפן שטעקן און אָנגעשפּיצט די 
אויערן, כדי נִיט צו פאַרלירן קיין איין װאָרט,- | | 

-- איך וויל גיין אין בולנאַרישן באַטאַליאָן,.. וואו סוניא איז נע- 
ווען +. 


אין זעלבן טאנ האָט ער אויסגעפילט פאַרשידענע פאָרמאַליטעטן. 
ער האָט געדאַרפט װאַרטן אַ פּאָר טעג אין דער קאַזאַרמע, ביז עס וועט 
זיך מאַכן א טראַנספּאָרט, 


שמעון האָט אים נגעטראָפן, ווען ער איז אַרױסגענאַנגען פון , קאַדער": 

? ווען פֿאָרסטו קיין פּאַרין‎  --- 

2 איך פאָר ניט קוין פראנקרייך. איך ניי צו די בולנאַרן. 

שווייגנדיק האָבן זיי געשפּרײיזט איבער דער אַלי. ‏ דאַן האָט 
שמעון געפרענט : . | - 

--- דיין פרוי האָט געוואוסט, אַז דוֹ דאַרפסט קומען? 

-- יאָ, זי דערװואַרט מיד אַ ליאַדע טאָג. אָבער זי וועט פארשטיין, 
סוניאַ איז געווען אונדזער ביידנס אַ חבר זינט לאַנגע זאָרן. 


-. שמערקע. איז אָפּגעפאָרן דער ערשטער, מיט א קאַמיאָן קיין מאַדריד; 
דאָרט האָט ער געדאַרפט נעמען אַן אויטא צום נאֶָענטן עסקאָריאַל, וואו. 
זיין בריגאַדע איז געשטאַנען. בערנמאן איז פאַרשוואונדן פון די אוינן. 
שמעון -האָט געװאַרט אויף א , טראנספּאָרט". דערווייל האָט ער ארומנע- 
בלאַנדזשעט איינזאַם איבער אַלבאַסעטער גאַסן און זיך ניט געפונען קיין 
אָרט. וי געוויינלעך האָבן זיך אומעטום אַרומנעדרייט מיליטער-לייט. 
מענטשן זיינען געקומען אויף אורלויב און צוריקנענאַננען אויף די 
פראַנטן. ער װעט אויך אַחינפאָרן. דאָסמאָל װעלן זיי זיין צוזאַמען, א סך 
היימישע חברח, די אַמאָליקע... דערנאָך װעט זיך ענדיקן די מלחמה, מען - 
וועט זִינן, מען װעט בויען שופֿן און פּאַבריקן, .. דאָס לעבן װעט שענעֶר 
װערן..  "-‏ - יי יי 12 0 


אַ װואָרים האָט' ניט אויפנעהערט טאָטשען זיין האַרץ. מיט רות'ן 
וועט ער שוין קיינמאָל מער ניט זיין,. קיינמאָל ניט!... און דאָס לעבן אָן 


6 8 


רות'ן װעט פאַר אים ניט שענער ווערןיי אוֹיך די שוקן און די פאבריק} 
און די אַלגעמיינע פרייד, וועלן ניט איינשטילן דעם נאָגנדיקן וואָרים .., 
מאָרנן-איבערמאָרנן וועט אָפּגיין א טראַנספּאָרט אין דער בריגאַרע. 
באַלד וועט ער פיגן אין דער טראַנשײ, פּנים אל פּנים מיטןי שונא. אָבער 
עס דאַכט זיך אים, אַז אַפילו אין דער פויער-ליניע װועט ער ניט קענען 
פאַרגעסן, די טראַסקערײי פון מיטראיעזן און דאָס ברומען פון קאַנאַנען 
וועלן ניט בכוח זיין צו פארשרייען דעם שטילן אומעט, װאָס הילט אוין 
די אַרומיקע וועלט, וי אין א טונקעלן שלייער, | 
אומגעריכט איז אים איינגעפאלן דער געדאַנק: ער וועט גיין אין אַ 
פּאַרטיזאַנען-גרופּע! מען דערציילט זיך א סך וועגן די דאָזיקע ,גערילאַס?: 
זי גייען אַריבער אין דער טעריטאָריע! פון פיינט, מאַכן פּלוצימדיקע אי" 
בערפאַלן אויף קלענערע פּאַטרולן, צעשטערן די בריקן פאַר אַן אַנגריף און 
שעדיקן פאַבריקן און אַרסענאַלן ... 
אין דער בריגאדע קאָן מען אים. זיי װעלן זיכער ‏ שי קן אַ דערלוו- 
בעניש און געבן א רעקאַמענדאַציע; װאָרים צו דער דאָזיקער אַרבעט ווערן 
אויסגעקליבן די מוטיקסטע חברה, | | 
די פּים האָבן אים אַליין געפירט צום ,קאַדער". אונטן איז ער שטיין 
געבליבן און ניט געװאַנט אַרױפצוגײן: אַ נעפיל פון פארלעגנהייט ;חאָט 
אים באַהערשט: װוי זאָ? ער עס דערקלערן דעם סעקרעטאַר? אונטער יע- 
נעמס בליק װעט ער ניט קענען דערציילן זיין סענטימענטאַלע געשיכטעו.,, 
ער האָט געווארט, מיטיק-צייט האָט ער דערהערט א באַקאַנטן גערויש 
פון אַ קולש און זיך דערפרייט: פּאָזשאַרסקי ! 
דער פּאַלאק האָט אים אַרומגענומען אין די אָרימס: 
--- סימקאָ קאָכאַני! וואו ביסטו געווען די גאַנצע צייט ? 
שמעון האָט געשטאַמלט, - יו 0 
- = -- און דאָס מייד? נעזען? אַוודאי זיך געליבט וי אַ פּאָר טייבעלעך, 
אה?... נישקשה, אויף אַזאַ יונג װי דו קען מען זיך פאַרלאָזן! אַז דו 
האָסט זיך אַן עצה געגעבן מיט.די מאָרן!.,. נעדענקסט וי זיי האָבן אונדז 
אַרומגערינגלט מיט די מעסערס? | | 
שמעון | האָט פאַרלענן געשוויגן. דער פּאָלאַק האָט אים אָנגעקוֹקט 
מיט אַ פארשנדיקן בלוק און נלייך פאַרשטאַנען. ער האָט אים גענומען 
פאַר אַן אֶרים ; | | 


ו 


289 


== קום, מירן עפּעס אויסטרינקען!... ווייניק מיירלעך פאואן אויף ‏ 
דער װעלט, װאָס?... נאדישקייטן, לאָמיר גֵיין נעמֶען אַ גלעזלו! 


= זיי זיינען אַריון און ,, סידקולאַ". ארום די טושלעך איז געזעסן אַ 
געדוכטער עולם. צולים דער װאַקסנדיקער פרולוננ"װואַרימקייט האָבן 8 
גשׂחאָט. צעשפּילעטע רעקלעך און צעהיצטע פּנימער. דער דושאז האָט 
געסלאַפּט און דער גענערזמילזציאַנער האָט געטאַנצט א פֿאַקסטראָט, װױי 
בעת שמעונם ערשטן אַריבערטרעטן דעם שוע?: װוי זיי װאָלטן, וי אַן 
אש-תמיד, אויף קיין איין אויננבלוק ניט אױסנעלאָשן געװואָרן. פּאָזשאַר- 
סָקי האָט צוגערופן דעם קעלנער-מיליציאַנער ; 


א 


צוויי מאַלאַנאַס! װאָס טרינקסטו, סימקא? אַלצאײנס?... = װאַרט. 
װאַרט! צוויי קאָניאַקס, אָבער עכטע! -- האָט ער-שנאס געטאָן מיט צְוויי 
פּינגער איבערן גאָרגל, | 

--- ווייסט, ביל ניין אין אַ ,געריל"-גרופע. 


וואָס זאָנסטו ? 


--- כשוי? אַריבערגײין אין אַ גערילאַ-נרופּע. װאָלסט עס געקענט דער- 
ליידיקן אין ,, קאַדער"? ב'װאָלט פאַרשפּאָרט דערציילן לאַנגע מעשיות.. 


|-- רעד שטילער! ועגן די דאָזיקע ענינים.רערט מען ניט אויפן קול 


- דער קעלנעף אין מיליטערישן מונדיר, מיט אַ ווייסן פאַרטעך פון 
אויבן, האָט דערלאַננט צוויי כוסות, אָנגעפילטע ביזן ראַנד, פּאַזשאַרסקי 
האָט צונעשאַרט איינעם צו שמעונען און אויפנעהויכן דעם צוייטן: 

--- לחיים! פאַרן זינ ! 

--- לחיים! פאַרן זיג אין גאָר דער וועלט ! 


וָּ 
| דער פּאָלאַק האָט אַרונטערגענאָסן די כוסה מיט איין צי. שמעון האָט 
דערלאַנגט אַ היפּשן זופּ און זיך אומגעקערט צום ענין : 


--ח דו קענסט דאָך מיך ! 


| --- אוודאי קען איך דיר!,., חבר, נאָך צוויי קאָניאַקס! װואָרט, ברענג 
שׁוין פאַר איין וועג עפעם צוצובייסן. אַ פּאַר סאגָדוויטשעס... 


און ווען דער קעלנער אִיז אַװעק: 


260 


-- צִי איך קען דיר? סימקא, מענטש, געדענססט װוי מיר האָבן זי 
אָפּגעהאָלטן אין די טווערן. פון מאַדריד? אוי,,. ווען מיף האָבן א סך 
אַזעלכע ואָטן װוי דון. 


--- וועסט גאַראַנטירן פאַר מיר ? 
| --- וי פֿאַר מיין אייגענעם טאַטן. װוי פאַר זיך אַלײױן!.. לחייםן.., 
ביים צו, סימקאָ, נאָכן זיג װעלן קיין מיידלעך ניט פעלן.,. ! אֶבֶער אין 
יענע אֶפּטײלונגען איז עס זייער געפערלעך, בפרט פֿאַר אַן אויסלענדער, 
מען קאָן ניט זייער שפּראָך, די מנהגים. אַזאַ איינעם דערקענט מען גלייך! 
--- איך וויים, 

--- פאַרשטייפט,. פ'אין נעפערלעכער וי אויפן. פראָנם. דאָרטן זיו- 
נען קיין קונצן ניטאָ און קיין וואונדן העלפן אויך ניט, װאָרים, אַז דו 
ווערסט פאַרוואונדעט ווייט אין זייער הינטערלאנד, קענען די חברה דיך 
ניט מיטשלעפּן, און די מיינסטן מאַכן א סוף, כדי זיך ניט אַרױסצוכאַפן 
מיט אַ װאָרט. כ'האָב געהאָט צוויי חברים, פון דער זעלבער . געגנט אין 
פּוילן, אַ דאָרף לעבן א דאָרף, האָבן זיי נעהאַט צװוישן זיך אַן אָפּמאַך, 
אַז טאַמער ווערט איינער פאַרוואונדעט, זאָל אים דער אַנדערער,.. שוין 
לאַנג ניט געהערט פון זיי, זייער לאַנג! ... חבר, אפשר אין עפּעס דאָ ! װאָס 
צו טרינקען? --- האָט ער צוגערופן דעם. קעלנער. 

--- איך ווייס אַלץ! -- האָט שמעון לאַנגזאַם געזופּט פון זיין ערשטן 
גלעול, -- וועסט עס דערליידיקן אין , קאדער" ? 

---יאָ, סימקאָ! קאָכאַני---איז פּאָזשאַרסקי אינגאַנצן צענומען געװאָרן 
פון די פּאָר גלעזלעך, אוֹן א סך באַקאַנטע פּנימער האָבן אָנגעהויבן שווע- 
בן פאַר זיינע אויגן -- די בעסטע יאָטן פאַלן, איינער נאָכן אַנדערן... 
אָבער טרינק, ברודערקע, דו מוזט זיך אויסלערנען טרינקען װוי 8 מענטש, 
לחיים ָ וָּ 1 

--- לחיים ! יי | 1 02 0 אוה 

די נעשפּרעכן אַרום האָבן נערוישט אין קאָפּ, דער ארקעפטער האָט 
זיי איבערגעשריען : | 

;קאַרמעלאַ מײנע, װי שײן דו ביסט 
די שעגסטע פו אַלע פרױיען! " 


די טירן זיינען געשטאַנען אָפן. מענטשן זיינען אַריין און אַרױס, זיו 


261 


האָבן מיטגעבראַכט דעם ריח פֿון גרינע פעלדער, פון שוויים אוֹן בלוט. 
דורך די גרויסע פענסטער-שויבן זיינען אַריינגעדרונגען העלע זון-שטראַלן, 
אַרומגעשפּרונגען איבער די פאַרויטלטע פּנימער און האָבן זיך געשפּיגלט 
אִין די קאָלירפולע כוסות משקח. זיי האָבן זיך פאַרמישט און די שטר 
רעמענדיקע טענער ; 
= אאַװאַנטי פּאָפּולאָ אַ לא ריסקאָסא .2 / 
,,.,. בטגודערא ראָטאַ טריאָמפּעראַ 8 . 
-- חבר, קעלנער, מען קו ריגט גאָרניט צום נעמען אין מויל אַרי? 
זידיידף יאֶ, חבר, 
-- גיס אָן פֿאַר דיר אויך. קלאַפּ צון לחיים! 
=-, לחיים ! 
| -- פאַרן זיג ! 
--- לחיים ! 


(סוף פון ערשטן באַנד) 


2692 





ת אֵיאַלטי 
על 


יה 


קויקמירמ (ױ 


ר אָ מ אַ| 





צ װײ ט ער באַנד. 








/ 6 | 
| 
| 








| פֿאַרלאַג - דדוקערײ ב. רעוניקאַװיטש 


מאָנטעװידעאָ 
194 








פוך דער ערשטער טויפלאַגע זײבען געדרוטט געטטרן 
בװעלף הונדערט עטועמפּ2אַהט, דערפון זעכציס אויף 
;טפסעט" פאַפיר, גומערירט פון קײנגס ביז זעכביםס. 


358 613 ,1152 102ע110 ,:341געגדטצוט .ממצז 





פערהטער טיל5 


אויפן ראַנד 


קאַפּיטל איינס 


שבו 


צװישן די פּויערים פן טראַגאָן 


== אין באַרצעלאָנאַ האָט ריימאן ניט נעקענט דערניין גענוי דעם פּלאַץ, 
וואו די ב-ינאַדע האָט זיך געפונען. אויפן אַראַגאָנער פראָנט האָבן נאָך 
אַלץ נגעקעמפט אָפּנעזונדערטע דיוויזיעס און אָפּטײלונגען, װאָס זייגעֶן גע- 
ווען אָפּהענגיק פון פאַרשידענע פּאַרטײען און באַזונדערע שטאַבן. אין 
דער דעלענאַציע פין די , אינטערנאַציאָנאַלע" האָט מען קיין גענויע יריעות 
נניט נגעהאט און די אַנדערע אמטן האָבן נאָך װוייניקער געוואוסט. דערווייל 
אין עד אַרומנעלאָפן פון איין קאַזאַרמע צו דער אַנדערער, פון פּאַרטי- 
הייזער צו גענעראַל-שטאַבן און האָט אָננעשפּאַרט אזש אין קרינס-מיניםי 
טעריום, | | | ה, 

ביי די טירן זיינען אומעטום געשטאַנען באַװאַקסענע מיליציאָנערן, 
געקליירעט האַלב-מיליטעריש, וי פּאַרטיזאַנען, מיט לאַפּטשעס אויף די 
פיס און לאַנגע רעװאָלװערן הינטערן גאַרטל. די טויערן און פענסטער 
זיינען געווען פאַרשטעלט מיט באַריקאַדן פון זאַמד-זעק. הויך-רעדער האָבן 
אַרױסגעהילכט פון אייננעמויערטע טרובעס, געשאָטן מיט רעדעס, פראָנט- 
ידיעות און צעצוינענע מעלאָדיעס. די , פּאָסטנס" האָבן געפאָדערט , פאַ- 
פּירן" און ווען ריימאַן האָט זיי דערלאַנגט זיין צעטל, האָט ער באַמערקט, 
אַז זיי קאָנען כל? ניט לייענען. נאָר לפּנים ווענן האָבן זיי אַריינגעקוקסט 
אין געדרוקטן , פּאַס", נעדרייט דאָס צעטעלע אַהין און אַהער, באַטראַכט 
דעם שטעמפּל און אים סוֹף 2? סוף אַדורכגעלאָזט. | 

באַלד האָט ער זיך אַרומנעזען, אַז דאָ אין שטאָט װעט ער צו סיין. 
טאָלק ניט דערגיין. אייניקע האָבן געהאַלטן, אַז די ברינאַדע איז אַריבער- 
געפירט נגעװאָרן אין די אַקאָפּעס לעבן הועסקא, און אַנדערע האָבן פֿאַר- 
זיכערט, אַז זי האָט זיך נאָר אומנעקערט קיין מאַדריד. ער האָט באַ- 


פ 


שלאָסן אַרױסצופאָרן אויפן פראָנט, צום סאַראַגאָסער אָפּשניט, כדי זיך 
אויפן אָרט צו דערוויסן, זואו זיינע מענטשן געפינען זיך. ער איז אׂרוים 
הינטער דער שטאָט און האָט געמאנט צייכנס מיט אַן אויסגעשטרעקטן 
פּויסט צו די פאַרבײיפאָרנדיקע שאָפּערן, ביז איינער פון זיי איז שטיין 
געבליבן און האָט אים אַרויפגענומען. יי - 

דער אויטאָ האָט זיך אַ לאָז נעטאָן מיט אימפּעט איבערן פלאַכן 
טאָל פון ברעג ים. עס זיינען פאַרשוואונדן די לעצטע הייזער פון באַר- 
צעלאָנא. דאַן האָבן זיי זיך אַ וויילע געדרייט מיט אַ הילכיקער טרומיי- 
כעריי דורך ענגע געסלעך פון אַן אַרבעטער-פאָרשטאָט. ווידער זיינען זיי 
געווען אין פעלד., פאַרביי די אויגן האָבן א שוועב נעטאָן פאריינצלטע 
פּאַלאַצן, װאָס זיינען געשטאַנען טיף אין גערטענער און האָבן אַרויסגע- 
בליקט פון צווישן גדינעם געבלעטער און שפּריצָנדיקע פאנטאנען. פון 
הויכע קאָלאָנעס, ביי די זיי. פון מאַסײװוע טויערן, האָבן אַראָפּנעקוקט 
שטיינערנע פיגורן. באַלד האָט דער װאָגן אָנגעהויבן קלעטערן מיט אַ 
שווערן סאָפּען איבער אַ { שלענגלטן באַרנ-אַרױף. צופוסנס האָט דער 
קאַטאַלוניער פּליין זיך געטו.קט אין אַ ים.פון גרינס און אויסנעזען וי 
אַ ריזיק, פילפאַרביק שאך-ברעט פון אַקער-פעלד, וועלדלעך און פּלאַנטאַ- 
ציעס, וויינשעלן האָבן אויסנעשטרעקט צעגרינטע אָרימס צו דער זון אָדעך 
זיך געהויבן אין גלייכמעסיקע רייען, געבונדן צו דראָטענע פּלױטן; פאַר- 
צווייגטע איילבירטן האָבן זיך געדראַפּעט אוֹיה טעראַסן פון בערג און 
אויסגעזען פון דער ווייטנס װוי צעװואַקסענע, גרויע שוועמלעך און פון 
דער נאֶענט -- אָנגעשטאָמּט מֹיט חכמה און פול מיט ישוכ-הדעת. דינע 
קוסטעס פון בעבלעך האָבן זיך געוויקלט אַרום לאַנגע, אָנגעפּיקעוועטע 
רייען פון טיטשקעס; צווישן צעבליטע קרויט-קעפּ און יונגינקע װאַסער- 
מעלאָנען האָבן זיך געצויגן אויפגעאַקערטע בייטן, װי נאַסע לאָקן. פיז 
אויסגעצוואנענע, מיידלשע קעם, 

ריימאן האָט אַרױסנעקוקט מיט אַ פאַרבליפטן בליק. אַ דרימלענדיקע 
שלוה האָט געשוועבט אין בלויען רוים און איטלעכער געוויקס האָט גע- 
זונגען א שירה פון שלום, לויערט דאָ ניט ווייט דער טויט, צווישן שטעבפ- 
דראָט, אקאָפּעס אוֹן זאַמד-זעק? גוסס'ן מענטשן אין דער נאֶענט, אויף 
זאַמדיקע פעלדער פון קיינעמס לאַנך? . דער שאָפער האָט געקירעוועט 
דאָס רעדל מיט איין האַנט און מיט דער צווייטער האָט ער געדרייט אַ 
פּאַפּיראָס אין אַ לעדערנעם בייטפ ואס ער האָט געהאַלטן צװישן די קני 

--- ווילפט רויכערן, חבר ? | | 


6 


-- נוט .., | : | 
-- נעם און פאַדדריי! -- האָט יענער אים אוױיסגעשטרעקט דעם 
בייטל, | | | בי 
דער אויטאָ האָט געשנאָרכט און זיך געטראָגן פאָרויס. ער האָט אי 
בערגעיאָגט קאַמיאַנען אויף וועלכע ס'האָבן געדרימלט מיליציאַנערן, 
האלב-איינגעדרייטע אין שיניעלן. אַנדערע האָבן שטייענדיק געזונגען. סיי 
די און סיי יענע זיינען געוען באַדעקט מיט אַ. ווייסן שטויב. מיט אַ 
הילכיקן טרובען האָבן זיי אויסגעמיטן גרוזאָוויקעס, װאָס האָבן זיך לאַנג; 
זאַם געשלעפּט צום פראָנט, הויך-אָנגעלאָדן מיט קאַסטנס אַמוניציע, לאַבנס 
ברויט און בערג אַראַנזשן. פּויערים האָבן כֿאַננזאַם געשפּאַנט ביי דער 
זייט פון פורן, אויף וועלכע עס האָבן זיך געטורעמט בייכיקע פעסער וויין. 
די פערד האָבן זיך אומגעקוקט מיט שרעק צו דער זיך גליטשענדיקער מאַ- 
שין און רעזיגנירט ווייטער געצויגן די משא באַרנ-אַרױף אוֹן באַרג-אַראָפֿ, 
דער אויטא האָט איצט געאָטעמט שווערער. | 
--- וואו זיינען מיר, חבר ? 
---. אויף דער גרעניץ פון קאַטאַלוניע. 
דער ים-טאָל איז פאַרשוואונדן. איצט זיינען זיי געפאָרן איבער די 
הויכענישן פון אַראַגאָן. די לֿאַנדשאַפּט האָט זיך געביטן: אַרום איז גע" 
לענן אַ מאָנאָטאָן פלאַך-לאַנד, אָפּגעצוימם דורך בערג-קייטן ביי די האָרי" 
זאָנטן און באַשאָטן דאָ און דאָרטן מיט גרויע אָפיוון-וועלדלעך. דאַן האָט 
דער וועג זיך געשלענג?ט צוישן גרויע נאָקעטע בערג, װאָס האָבן זיך גע- 
וועלבט פון ביידע זייטן מיט צעקנייטשטע, פאַרגפיווערטע קופּאָלן, זיר גע- 
לאָזט אין אַ געיעג אין פאַריסענע הויכענישן, און זיינען פּלוצלונג שטייל 
אַראָפּנעפאַלן אין טיפע אָפּגרונטן, זיי האָבן אויסגעשטרעקט גיגאַנטישע 
פעלזן-פינגער צוִם הימל, געשטאָכן די האָריזאַנטן און אַראָפּנעקוקט 
אויפן אַרום מיט א רואיקער גלייכנילטיקייט פון. ששת ימי בראשית. 
ערטערווייז האָט א יונגיק בוימעלע זיך געקלאַמערט אָן אַ גרודע ערד און 
זיך לייבט געווינט איבער אַ צעעפנטן מויל פון אַ שטיינערנעם תהום. 
ס'איז צונעפאלן דער פֿאַרנאַכט. דער שאָפער האָט פֿאַרקירעוועט 
אויף אַ זייטיקן, שמאָלן שאָסיי, וואכ האָם געפירט צווישן צעגרינטע פעל- 
דער, . 


ְׂ 


--- וואוהין ווילסטו פאָרן? --- האָט ער זיך אויסנעדרייט צו ריימאַ- 
נען. | בי | 
-- אויפזוכן מיין ברינאַדע. 


-- פון די , אינטערנאַציאָנאַלע" ? 
וט יאָ. | 

-- וועסט איבערנעכטיקן ביי אונדן -- האָט יענער געעצה'ש -- 
מאָרגן װעט מען זען װײַטער, - | 

ער האָט אים אַדיינגעפירט אין אַ פּריצישן הויה, װאָס מען האָט 
פאַרװואַנדלט אֹין אַ מיליטערישער, באַזע פון הינטערן פראָנט. אויף דעם 
געפלאַסטערטן מאָזאַאיק-דיל האָבן געכראָפּעט האַלב-אָפּנעדעקטע מילוץ- 
יאַנערן אין אונטער-וועש. איבער די אָריענטאַלע פרעסקן פון די באַמאָלענע 
וװוענט זיינען געהאַנגען ביקסן, קוילן-טאַשן און קינזשטלן. דער שאָפער 
האָט אויסגעזוכבט אַ דעקע, זי א װאָרף געטאָן צו ריימאנען און אָנגטװויזן 
אויף אַ פרייען ווינק? : הי 

-- גיי, חבר, לייג זיך } | 

ריימאַנען האָט געשטיקט די שווערע לופט אין די צימערן. א צע- 
שרויפטער פון דער לאַנגער נסיעה, האָט ער ניט געקענט איינשלאָפן אויםן 
נייעם געלעגער, ער האָט זיך אויפגעהויבן און זיך שטיל אַרױסגעשלײיבט 
אין דרויסן. שווערע טריט האָבן זיך באַלד דערנענטערט אין דער פינם- 
טערניש. ס'האָבן א בלאַסק געטאָן די שפּיצן פון באַננעטן און צוויי בריי- 
טע סילועטן זיינען שטיין געבליבן עטלעכע טריט פוֹן אים. | 

--- װועד אין? . י- | 

-- איך, ער ניייגעקומענער, 

אַ לעמפּל האָט געואָרפן אַ שיין אויף זיין פּנים און זיך נלייך אויס- . 
געלאַשן, די נאכט פּאָסטנס האָבן אים דערקאַנט, זיי זיינען צוגענאַנגען 
נענטער און ריימאַן זאָט ביסלעכווייז געקענט אונטערשיידן די צערונצל- 
טע, פארברוינטע פּנימער פון די פּוערים-מיליציאָנערן, ואס האָבן דאָ 
געהאַלטן װאַך, | י 

--- פונוואַנען? -- האָט איינער נעפרעגט 

--- פון מאַדריף,,, 

--- אזש פון מארריר? -- האָט אַ צווייטער, דיקער קול זיך גע- 
וואונדערט, | 

--- 9ו} נאָך ווייטער, פון פּאַריז... פון פּױלן,., 

ביידע שטימען האָבן איבערגעחזרט מיט התפּעלות די נעמען פון די 
| ווייטע, אומבאַקאַנטע מקומות. זיי זיינען געבוירן געװאָרן ניט ווייט פון 
ידאַנען, אין אַן אַראַגאָנער דאָרף, און זיינען נאָך סיינמאל אין מאַדריך 


8 


ניט געווען, --- פּאַריז?... אה, יאָ, פּאַריז!... פון אזא מדינה וי פּױלן האָבן 
זֵיי כל? ניט געהערט | : 

ווען ס'איז אױסגעבראָכן דער אױפּשטאַנד, האָבן זי אַרױסנעשלעפּט 
זייערע ביקסן פון די באַהעלטענישן און זיך גענומען פארטרייבן די פּרי 
צים און נלחים פון דער געננט. פון די בעלי-נופ'ן זיינען א סד דערהרגט 
געװאָרן, ווייל זיי האָבן זיך געשטעלט אויף דער זייט פון דער פאַרהאַס- 
טער , גװאַרדיא סיוויל", װאָס האָט פון תמיד אָן אָפּגעהיט די פּריװוילע- 
גיעס פוֹן די בעלי-בתים. די ארימע פּוערים האָבן אויסגעקליבן פאָך- 
שטייער און באַשלאָסן, אַז אַיעדן נעהערט דער באָדן, װאָס ער האָט פר" 
עד גענומען אין אַרענדע. אין א סך געננטן האָט מען אַרגאַניזירט קאָלעק- 
טיוון. גלייכצייטיק האָבן זיי געגראָבן אקאָפּעם ארום די דערפער. עטלעכע 
מאָל אַ טאָג האָבן די ווייבער געבּראַכט עסן פון שטוב. די מענער זיינען 
אַ גאַנצן טאָג געלעגן אין פעלד און געלויערט אויפן פיינט און באַנאַכט 
זיינען זיי געגאַנגען שלאָפן אַהים. יעדער ישוב יהאָט תחילת פאַרטײידיקט 
זיינע אייגענע הייזער און פעלדער. דערווייל זיינען פון לערידאַ און באַר- 
צעלאָנאַ אָנגעקומען קאמיאָנען אַרבעטער מיט רויטע פענער, געזאַנגען און 
קוילנוואַרפער., די פאַשיסטן האָבן באַקומען הילף פון די מיליטערישע 
גאַרניזאָנען פון סאַראַנאָסא און הועסקא, װאָס זיי האָבן פאַרכאַפּט אין 
די ערשטע טעג. די דערפער זיינען אַריכער פון האַנט צו האַנט. די מענער 
האָבן זיך צוריקגעצויגן אָדער אָנגעגרדיפן מיט דער אַרגאַניזירטער מיליץ, 
ביסלעכווייז האָט זיך איינגעשטעלט אַ פראָנט און די פּויערים זיינען איינ- 
גענלידערט געװאָרן אין מיליטערישע אָפּטײילוננען. 

די װואַך האָט זיך געביטן יעדע פּאָר שעח. ריימאַן איז ביז שפּעט אין 
דער נאכט פֿאַרבליבן מיט די פּוערים. זיי האָבן געדרייט פּאַפּיראָסן פון 
שװאַרצער מאכאָרקע, געצויגן דעם רויך און שווייגנדיק געקוקט אין דער 
ווייט, אַרום זיינען געלענן אויסגעלאשענע דערפער און א שטומע נאַכט, 
ווייט האָבן שימעריהט איינצלנע פייערלעך: איבער די וועגן האָבן זיך 
געשלייכט אױטאָס און מאַטאָציקלען. לינקס האָבן זיך געשניטן קאָנטורן 
פון בערג. עס האָבן דאָרט אָפּנעהילכט פאַראיינצלטע שאָסן, 

--- אונדזערע פּאַזיציעס! ---. האָט אויפנגעהאָרכט איינער פון דער 
װאַך --- אַ פּאַטדו?, אַודאַי ! 
|--- און די פאַשיסטן ? 

--- אַביס? ווייטער, 

--- אייער דאָרף איז פון דער זייט? 


-- גיין, פון יענער זייט --- האָט ער אָנגעװיזן אויף די. שאָטנדיקע 
בערג. | 

--- איר האָט ידיעות ? 

-- אַמאָל קומט אַן איבערלויפער, הערט מען נייעס. און אַמאָל כאַפּט 
זיך איינער אַריבער אויף א פּאֶר שעה אַהינצו, 

ס/איז ווידער שטיל געװאָרן. די פּויערים האָבן נעפינקלט מיט דו 
שפּיצן פון זייערע פּאַפּיראָסן און גערעדט געציילטע ווערטער. װאָס האָבן 
זיי צו דערציילן? זיי. פאַרשטײיען װוייניק פון דער פּאָליטיק און קיין ציי- 
טונג קענען זיי ניט לייענען. נאָר דאָס װאָרט פרייחייט דעדן זיי אַדויס 
מיט אַ טיפער ליבע. און שוין צען חדשים וי זיי ליגן אין פעלד קעגן 
שונא, װאָס וויל ביי זיי צונעמען דאָס שטיק? באָדן און דאָס ביס? פריי- 
הייט, װואָס זיי האָבן נאָך לאַנגע יאָרהונדערטער סוף 2כ? סוף דעראָבערט. 

צומאָרגנס גאַנץ פרי האָט זיך ריימאן געלאָזט אין וועג אַרין. ס'איז 
געווען גענוג צו מאַכן אַ צייכן מיט דער פויסט, אַז דער ערשטער בעסטער 
װאָגן זאָל שטיין בלייבן און אים מיטנעמען. דער שאָפער האָט נאָר קאָנ- 
טראָלירט זיין פּאַס און די חברה האָבן, הערנדיק אז ער איז פון די , אינ- 
טערנאַציאָנאַלע", אים גלייך מכבד געווען מיט פּאַפּיראָסן, משקה און צו- 
בייסעכץ, און אויסגעפרעגט וװענן מאַדרידער פּראָנט און די ווייטע לענ- 
דער, פון װאַנען ער שטאַמט. נאָך אין זעלבן טאָג האָט ער זיך דערשלאָגן 
צום שטאַב פון דער קאַרל מאַרקס-דייויזיע, אין טאַרדיענטע. מען האָט 
אים אויפגענומען מיט פריינטשאַפט, גערעדט צו אים חבריש און אַ לייטע- 
גאַנט האָט אים ארומגעפירט איבערן הויף, אים געוויזן די נייע קוילנװואַר- 
פער און אַריינגערוימט א סוד : | 

-- עס הויבט אָן קומען צוביסלעך פון רוסלאַנד -- האָט ער נע- 
גלעט די כלים, וי זיי װאָלטן געווע! לעבעדיקע ‏ באַשעפענישן --- איך 
בין אַ מעטאַל-אַרבעטער פוֹן פאַך. נאָך דער מלחמח וועלן מיר אַליין פּראַ: 
דוצירן, אַזױ װי אונדזערע רומפולע ברידער פון סאַציאַליסטישן פאָטער- 
לאַנד, כדי צו פאַרטיידיקן אונדזער רעפּובליק ... 

דאַן האָט ער נעוויזן אויף די בערנ : 

--- דאָרט ליגט פֿאַראַנאָסא. אונדזערע פאָדערשטע פּאָזיציעס נעפי- 
נען זיך בסך הכל אַ צװאַנציק קילאַמעטער פון דער שטאָט. וען מי- 
נעמען זי, װאָלט זיך די גאַנצע לאַנע אויפן אראַגאָן געענדערט. 

-- ס'אִיז אָבער א שטאָט מיט א פעסטונו !1 

-- נאַרישקייטן, ווען אייערע ,אינטערנאַציאָנאַלע" װאָלטן דא גע- 


10 


ווען, װאָלטן זיי שוין פון לאַנג געווען אויף דער אַנדער זייט. אין אונדזער 
דיוויזיע הערשט אויך דיסציפּלין, אָבער װאָס קענסטו מאַכן מיט די 
אַנארכיפטן?.,,. צו. אַן אַלגעמיינעם אֶנגריף מוז מען האָבן אַ. העכערע 
קאָמאַנדע, מיט דיסציפּלין.,. און דאָ זאָנט נאָר ביי זיי אַיעדער אַ דעה.. 

--- זיי זיינען דאָ א כוח ? 

-- דעם אמת געזאָנט, יאָ. זייערע דיוויזיעס פאַרנעמען די שליסל- 
פּאָזיציעס פון בעלטשיטע, קינטא און פּינא. אָן זייער באַטײליקונג וועלן 
מיר ניט קענען נעמען פאַראַגאָסאַ. איר װעט טרינקען אַ גלאָז וויין, חבר? 

--- יאָ, פון דער היץ קרינט מען דורשט. ו' 
און דער שטויב גריזשעט אין האַלדז! מיר האָבן אַ קאַלטן וויין, 
אין ליימענע קרינ, אפשר נאָך בעסער וי דער פראַנצויזישער .. 

ער האָט אים אַרייננגעפירט אין אַ שטיין-נעמויערטער, פּויערישער 
כאַטע,. אין די גרויסע צימערן איז געווען קיל און טונקל. אין א ווינקפ 
איז געהאַנגען א פאַרעלטערטע , מאַדאָנע? און קעגנאיבער איר האָט זיך 
געשװואַרצט די בכבודיקע באָרד פון קאַר? מאַרקס. איבערן דריטן ווינקל 
איז דער דאך געווען אויפנעריסן אוֹן מען האָט געזען דעם בלויען הימפ, 

-- א פנאַריאַד! -- האָט דער לייטענאַנט אָננעוויזן מיט שטאָלץ --- 
מיר זיינען גראַדע געזעסן ביי אַ באַראַטונג פון שטאב. צויי זיינען אִפּ- 
געקומען מיט לייכטע וואונדן, 

אַ מיליציאָנער האָט אַריננעבראַכט א קרוג וויין מיט נלעזער. עס 
זיינען אונטערגעקומען נאָך עטלעכע מיליטעד-לייט, 

--- פון רופלאנד? -- האָט איינער נעקוקט מיט באוואונדערונג אויף 
ריימאַנען ? | | | י: 

--- ניין, פון פּוילן. פון די , אינטערנאַציאָנאַלע?. 

--- אלצאיינס, פּוילן איז דאָך ניט ווייט פון רוסלאַנד! -- האָט 
יענעה ניט געװאָלט אויפנעבן -י אילוזיע. אז ער זעט דאַ אן אמתן רוס 
מיט פלייש און ביינער. 

--- לחיים, חבר ! 

--- לחיים ! 

| --- די אוויגן פון אַלע פּראַלעטאַריער פון נאָר דער וועלט ינען גע- 
ווענדעט צו אונדז! 

| --- פֿאַר אַ באַפרייטער מענטשהייט ! 

נאָכן צווייטן נלאָז האָט זיך ריימאַן אומנעקערט צום אָנגעהויבענעם 
שמועס ; | | 





11 


-- מען זאָגט דאָך, אַז זיי האָבן זיך גוט געשלאָגן אין די ערשטע 
טעג, אין באַרצעלאַנאַ ?! ו' | 
--- איר מיינט די אַנאַרכיסטן? יאָ, אין די גאַסן-קאַמפן זיינען זיי 
גוט, אויף די באַריקאַדן זיינען זיי מייסטערס. און פאַר דער פאַרטיידיקונ; 
אין פעלך זיינען זיי אויך נישקשה. אָבער כדי אָנצוגרייפן אַזאַ פעסטונג 
וי סאַראַגאָסא, מוז מען האָבן צונרייטונג, אָרגאַניזאַציע, אן איינהייט- 
| לעכע ‏ פירונג, אַ קאָמבינאַציע פון אַלע קרעפטן פון גאַנצן פּראַנט און אַז 
אַלגעמײינעם סטראַטענישן פּלאַן. און דאָס איז שווער דורכצופירן מיט. 
זיי. 
| --- מיר ואָלטן דאָ באַדאַרפט האָבן עטלעכע פון אייערע בריגאַדעס 
-- האָט זיך אָנגערופן אַ יוננער אונטער-אפיציר פון אַ יאר זיבעצן, 
--- מיד האָבן אַצינד אויך אַן איינענע געשולטע אַרמײי -- האָט 
דער לייטענאַנט דערקלערט מיט חשיבות און שטאָלץ -- די קאָרפֿוסן פוז 
מאָדעסטאָ און קאַמפּעסינאָ זיינען דיסציפּלינירט און גוט אָרנאַניזירט. זֵיי 
האָבן אָפּטײילונגען פון טאַנקען און שווערע אַרטילעריע. אָבער מען מוז 
זיי האַלטן ערניץ אַנדערש. װאָרים דער שונא ווייסט, אז דער אַראַנאָן 
איז אים דערווייל ניט געפערלעך, און ער וואַרפט זיינע בעסטע חיילוח 
אויפן צענטראַלן פראַנט. איר זיינט געווען ביי נװואדאַלאכאַרא, חבך ? 
-- יאָ, געווען. 
--- טרינקט נאָך א גלאָז, זשאַלעװעט ניט ! 
--- גענומען געפאַנגענע ? 
--- יאָ, גענומען, | 
-- פאַנטשעס, בדענג אַריין אַ ביסל צובייסעכץ! װאָס שטייסטו וי 
אַ ליימענער נולם ? 
--- איר װעט בלייבן איבער נאַכט, גוט? ס וועט אונדן פארשאַפן א 
סך פאַרגעניגן, 
! װאָס שייך דער ,סלאווישער" ברינאדע האָט דער לייטענאַנט. אים 
דערקלערט, אַז מען האָט זי פאַר עטלעכע טעג צוריק אַריבערגעפירט אויפן 
אָפּשניט פון הועסקא, ווייל מען האָט זיך דאָרט געקליבן אַטאַקירן. שענ- 
לעך, אַז זי האָט זיך שוין אומגעקערט אויפן מאַדרידער פראָנט, ‏ ווייל מע 
דערװואַרט דאָרט ערנסטע געשעענישן... מען װאָלט געקענט טעלעפאָניר; 
און אָנפּרעגן, אָבער אויב ריימאַן װויל, זאָל ער צופאָרן אַהינצו. פֿאַר איון 
וועג װעט ער שוין אֶנקוקן דאָס לאַנד, 


ו 


12 


צומאָרגנס האָט זיך ריימאַן װידער געלאָזט אין וועג. ער האָט דְורכ- 
נעמאַכט צענדליקער קילאַמעטער אַ טאָג. די אויטאָס זיינען מיינסטנס גע- 
פאָרן נאָר קליינע שטרעקעס, האָבן געפירט מענטשן, אַמוניציע אָדער באַ" 
פעלן פון איי פּונקט צום צווייטן, טיילמאָל האָבן זיי זיך דערנענטערט 
צו דעד פאָדערשטער ,ליניע" און דאַן געמוזט אויסמיידן שאָסײיען, וואִים 
האָבן זיך געפונען אונטער דעם-פייער פון שונא, און זיך פאַרקירעװעט 
טיפער אין הינטערלאַנד. זייער אָפט איז אויסנעקומען אויסצושטייגן און 
װאַרטן אויף אַ נייער פאַרָבינדונג. אויפן וועג זיינען געלעגן חרובע דער" 
פער, װאָס זיינען מערערע מאָל אַריבער פון האַנט צו האַנט. די הייזער 
זיינען געשטאנען האַלב אייננעפאַלענע, אויפנעריסענע פון באָמבעם אין 
גראַנאַטן. מען האָט דאָרט געקעמפט פון נאַם צו נאָס, פון צימער צוֹ ציי 
מער. וואו ניט וואו האָט געמיאַוקעט אַ קאַץ און אַן אַלטער פּױער האָט 
געגראַבלט צווישן די חורבות. 

אָבער אַביס? טיפער אין לאַנד, קוים עטלעכע קילאַמעטער הינטער 
יער פייער-ליניע, איז דאָס לעבן געפלאָסן נאָרמאַל. אַ הייסע זון האָט זיך 
צעגאָסן איבער די שמיינערנע הייוקעס פון די עננע געסלעך און איבער 
די קופּעס מיסט, װאָס אין די הויפן. פרויען זיינען געזעסן אויף די שוועלן 
און געשטריקט זאָקן, באװעגנדיק פלינק לאַננע שפּיזלען. אייזלען װאָבן 
ברייטלעך שפּאַצירט אינמיטן נאַס און מיושבדיק געשאָקלט מיט זייערע 
פֿאַנגע אויערן. קינדער האָבן געטראָגן מיליציאַנערסקע היטלען מיט רוי- 
טע, אַראָפּהענגענדיקע פרענדזלען. אין חי הויפן האָבן געזידט גרויסע קעס- 
לען זופּ פאַר די זעלנער. מיליציאַנערן האָבן שפּאַצירט מיט לעפלען אין 
די וויקל-שנורן און געשמייכלט צו די שװאַרץ-חניעוודיקע מיידלעך, װאָס 
האָבן זיך אַרױסגעבױגן פון צעעפּנטט פענסטער, אָדער געשטאַנען פאַר- 
טייעט הינטער האַלב-אַראָפּנעלאָזענע לאָרנס, 

נאָר די צעשטערטע קירכן-שפּיצן, װאָס האָבן אַרױסגעשטאַרצט פון 
צווישן די נידעריקע באַטעס, האָבן דאָרט דערמאַנט אָן די גרוילן; פון אַ 
בירגעד-קריג. באַנאַכט האבן זיי אויסגעזען װי געשפּענסטער; באַטאָג האָבן 
זייערע פאַר'שרפיעטע טורעמס, אויסגעליידיקטע פון די קופּערנע גלאָקן, 
געמאַכט אַן איינדרוק פון בלינדע. ערטערווייז איז אַ רויטע פאָן גע"אַנ- 
גען אויפן אָרט פון גאָלדענעם קרייץ און געפלאַטערט װי אַ בלוט-פלעק 
אין בלויען רוים. ריימאַנען האָבן זיי דערמאַָנט אָן די פייער-צונגען פין 
אויטאָ-דע-פע, | י יו 

--- דער עולם איז מער ניט פרום? -- האָט ער עטלעכע מאָל פַּוו- 


18 


בירט פֿאַרפירן אַ שמועס מיט א שאַפער אָדער סתם מיליציאָנערן. אָבע- 
יענע האָבן נאָר אָ מאַך געטאָן מיט דער האַנט, דערלאַננט אַ. פאַנגן צִי 
פון פּאַפּיראָס און געבענטשט גאָט און די הייליקייטן. נאָר איינער, אַ נע- 
וועזענער סטודענט פון מאַדדיד, האָט פאַר אים געהאַלטן אַ לאַנגע רעדע: 
--- דאָס האָט מען געמאַכט אַזאַ תל אין די ערשטע טעג,.. מיר ויפ 
היינט ניט קעמפן קענן דער רעליניע. אָבער אין אֶנהוֹיב איז געווען שווער 
איינצוהאַלטן דעם עולם, דער באָדן אין אונדזער לאַנד האָט יאֲרְהונ- 
דערטער-לאַנג געהערט צו די פּריצים און צו דער קירכע. די פּױערים 
האָבן געאַרבעט וי די קנעכט פון זון-אויפגאַגג ביז שפּעט אין אװונט אוז 
באַקומען א מאָגערע זופּ און צוויי פּעזעטן. די קלויסטערס זיינען גע- 
ווען דייך און מעכטיק, זינט די צייטן פון דער בלוטדורשטיקער אינס- 
וויזיצע. און דאָס פאָלק האָט ניט געקאָנט אונטערשיידן צװוישן רעליניע 
און קירכע .., | | | | 
אין די פאַרנאַכטן האָט אַ נעפּל איינגעהילט דעם בערגיקן זוֹים פין 
אַראַגאָן, אַ װוייסער שטויב האט זיך ועטראָגן איבער די זינ-זאַנן פון די 
ניט-לאַנג אויסגעליינטע, סטראַטענישע שאָסייען. די בערג ביי די האָרי- 
זאנטן האָבן זיך באַדעקט מיט אַ רױכיקן נעפּל און װוי געװאָרפן אַ טונ- 
קעלן שאָטן אויף דער גאַנצער לאַנדשאַפּט. אַ חונט האָט זיך אויפנע- 
כאַפּט אין אַ הויף, אַ ביל געטאָן קעגן בלאסן לבנה-קיילעך און איז ווי- . 
דער איינגעדרימלט. ליימענע, פּויערשע כאַטעס האָבן זיך געטוליעט צווי- 
שן טונקל-נרינע גערטנער, מיט א מאָנאַטאַנעם דין-דין האָבן סטאדעס 
זיך אַראָפּנעלאָזט איבער שמאַלע שטעגן, װאָס האָבן זיך פאַרלאָרן ערניץ 
אין בערגיקןך ווייט. יונגע תבואה פעלדער האָבן זיך געוויגט מעלאַנבאָליש 
אין לייכטן װוינם און פאַריתומ'מע שטראַלן פון א שוין פאַרנאַנגענער 
זון האָבן געגוסס'ט אין בין-חהשמשות'דיקן חלל. דעה שטילער אומעט איז 
דורכגעלעכערט געװאָרן דודך טויבע קאַנאַנען-שאָסן. יוננע מיליציאַנערן, 
וואָס האָבן געװואנדערט פון פּראָנטֿ צוֹ פראָנט, האָבן פאַרװאָרפן גרויע 
דעקעס איבער די פּלייצעס און געזונגען וועגן ווייטע היימען, וואוֹ עס 
װואַססט דער בעסטער וויין און עס. בליט די ליבע פון די שענסטע פרויען. 
| ריימאַן האָט זיך באַלד ארומגעזען, אַז ער מאַכט גרויסע אומוועגן. 
ס'האָט אים אַ ביספ חנאה נעמאָן, ווייל ער האָט געװאָלט אָנקוֹקן דאָס 
לאַנד און דער עיקר -- טרעפן די באַרימטע אַנאַרכיסטן, װאָס האָבן נע- 
שפּילט אַזאַ גרויסע ראָליע אין קאַטאַלוניע, און וועגן וועלכע ער האָט 
אַ סך געהערט. ביי באַרבאַסטראַ האבן זיי. זיך א וויילע פארהאַלטן, ווייס 


14 


אַן אָפּטײלונג סאָלדאַטן האָב} פאַרשטעלט דעם שאָסיי. זיי האָבן געטראָגן 
נאַזהמאַסקעס און באַלד אָנגעהויבן אַנטײגאַז איבונגען אויף די אַרומיקע 
פעלדער, . 

--- ווער זיינען זיי? | : 

--- כעויים נגיט, מסתמא. ס נ. ט-טיט -- האָט דער שאָפער זיך 
קוים אינטערעסירט. ער האָט אַ דוף געטאָן אַ פאַרבײיגייענדיקן פּױער: 

--- וואז איז. דאָ אייער ברונעם ? | 

 ---‏ אין דאָרף. אויפן פּלאַץ, לעבן דער קירבע. 

! מען מוז צוגיסן װאַסער אין -מאָטאָר‎  --- 

דער װאָגן האָט זיך לאַנגזאַם נענליטשט דורך ענגע געסלעך. פרויען 
האָבן געטראָגן פּעקלעך וועש אויף די אַקסלען. קי האָבן געמיטלעך מע" 
לה-גרה'ט און ניט אָפּגעטראָטן פון וועג. קינדער זיינען נאָכגעלאָפן דעם 
װאָגן און גענריסט מיט אויפגעהויבענע פויסטן, עטלעכע האָבן זיך אָנגע" 
טשעפּעט װוי די פליגן אָרום די טרעפּלעך און זיינען מיטגעפאָרן. ביים 
ברונעם אין מאַרק האָבן צוויי פּויערטעס געדרייט אַ ראָד און אַריינגע- 
נאָסן װאַסער אין אַ נידעריקן שטיינערנעם באַסײן. פרויען און מיידלעך 
זיינען געשטאַנען אַרום, געװואַשן וועש און שטיל געזונגען. דער שאָפער 
האָט אַ וויילע געמוזט װאַרטן און ריוימאַן האָט זיך . דערווייל אַרומגע- 
קוקט אין אַ זייטיק געסל. די קינדער האָבן אים באַנלײיט: : 

--- חבר, מיליציאָנער, -- איז זייער עלטסטער, אַ יינגל פון אַ יאָר. 
אַכט צוגענאַנגען נענטער -- איר האָט אַביס? טאַבאַק ? | 

ריימאַן האָט אַרוֹיסגענומען זיין טאַבאַק-בײט?, זאָל דאָס קינד הנאה 
האָבן! אָבער די מאָראַל?... אַן אַכטייעריק קינד טאָר ניט רויכערן!... עס 
זיינען אים איינגעפאַלן די פעקציעם פון ,,מאָראַל און סאַציאָלאָגיע", װאָס 
ער האָט געהערט ביי אַן אַלטן פּראָפּעסאָר אויף דער סאָרבאָן. װאָס װאָלט 
אַ שטייגער, יענער געזאָגט ועגן ניפטיקע נאַזן? -ער האָט געהאַט גרויע 
: האָר און גוטמוטיקע אויגן, און האָם כיב געהאַט זיך צו ויצלען. וי 
ווייט דאָס איז אַלץ! אַ ווייטע פאַרזונקענע וועלט!... און פּלוצלונג האָט 
אַ באַקאַנטע שטים פון יענע צייטן אים דייטלעך א רוף געטאָן ביים 
נאָמען : 

== ריימאַן ! ' 

--- עריק! --- האָט ער זיך א כאַפ געטאָן, נאָך איידער ער האָט דער" 
זען יענעמם פּנים. : | | 

סיאיז טאַקע געווען שדיק, דער נאָרווענישער סטודענט, װאָס האָט 


15 


אָפּטמאָל פאַרבראַסט מיט זיי אויף די טרעפּ פון דער סאַן-זשענעװויעוו 
ביבליאָטעק, אַ הויכער, ברײיטפּלײציקער, מיט העלע פּלאַקס-האָר און 
בלויע אויגן, האָט ער אויסגעזען עטװאָס עלטער אין דעם דיקן, מיליטע- 
רישן מונדיר פון אַ ספּעציעלן פעלדינרוי, װאָס אַזעלכן האָט נאָך ריימאַן 
ניט געזען ביי קיין שום אֶפּטײילונג, 

--- וואָס מאַכסטו, עריק ? 

-- זעפט דאָך. מיר האַלטן!... און דו ? 

--- איך זוך מיין ברינאדע. פון די , אינטערנאַציאָנאַלע", און דן 
ביסט נאָר געװאָרן אַן אַנאַרכיסט ? יי 

-- גיין, דאָ שטייט איין די פענין-דיוויזיע. 

-- איר געהערט צו די , אינטערנאַציאָנאַלע" ? : 

--- פאַדאַן ביי אונדז פרייוויליקע פון אַ סך לענדער, אָבער מיר נע- 
הערן צום פּ. אַ.ו. ם. 

ריימאַן האָט אַ בלעטער געטאָן די געדאַנקען אין קאָפּ: פּ. אָ. ו. 9.8,., 
ער האָט אַמאָל געהערט ועגן זיין.. אַ שפּאַנישע פּאַרטײ מיט אַנהעננער 
אין קאַטאַלוניע... | 

--- טראַצקיסטן, אמת ? 

עריק האָט נעשמייבלט : 

--- אַזױי זאָנט מען. אינדעראמת'ן זיינען ביי אונדז פאַרטן מע:טשן 
פוֹן כלערליי רעװאָלוציאַנערע גרופּן, װאָס שטייען צווישן דעם , צווייטי" 
און , דריטן"; ס, א. 8. , אומאָפּהענגיקע? פוֹן ענגלאַנד, די , אֶפּאַזיצִיע" 
פון האָלאַנד און די סקאַנדינאַװישע לענדער... אָבער די קירכע האָט אי- 
סיסטעם פון אייבֿיק אָן: אַלע קעננער --- אַריאַנער, פּראַטעסטאַנטן אָדער 
קאַלװיניסטן -- האָט זי כו5ף געווען אונטער איין נאָמען: אַפּיקורסים . 

--- אָבער װאָס ווילט איר אייגנטלעך?... כ'האָב עפּעס יא געהערט 
און פאַרגעסן ... . | יו | 

--- מיר האַלטן, אַז אין שפּאַניע דאַרה געקעמפט װערן פאַר אַן 
אמת'ער רעװאָלוציע: מאַר סאָװויעטן און ניט סתם פאר אַ בירגערלעכער 
רעפּובליק, פאַר אַ דעמאַקראַטיע וי איר רופט עס . 

--- אָבער אין פּאַריז, דאַכט זיך, האָסטו תמיד קריטיקירט דעם רע- 
זשים פון די רוסישע סאָװויעטן ? | | 

--- דאָס איז אַן אַנדער ענין! מיר זיינען פאַר אַן אַמת'ער דיקמאַ- 
| טור פון פּראַלעטאַריאַט, ס'הייסט פֿאַר אַן אמת'ער הערשאַפט פון אַך- 
בעטער-קלאַס, יי 


, 


זיי האָבן געשפּאַנט צודיק צום מאַרק. די קינדער זיינען זייי נאָכגע- 
גאַנגען און צונעהערט מיט אָנגעשפּיצטע אויערן דעם קלאַנג פון דער 
פרעמדער שפּראַך. די צוויי פּויערטעס האָבן ווידער געדרייט דעם ראָד, 
ואָפס איבערן ברונעם, דער שאָפער האָט זיך געבוינן איבערן מאָטאָד און 
האָט דאָרט פאַרזיכטיק אַריינגענאָסן װאַסער פון אַן עמער. די טיידלעך 
האָבן געקלאַפּט די נרעט, זייערע אַנטבלױזטע אֶרימם זיינען געװוען נאַס 


און מען האָט געזען די באַיועגונג פון זייערע ברוסטן בעת דער אַױבעט. 


! זיי האָבן דערפילט די מענערישע בליקן און אָנגעהויבן זינגען העכער: 
,דוד לאבסט זיך אויס פון די מענער 

אט פאַראַכטעסט דאָס געלט 

אט דערפאַר האָב איך דיך ליב.. " 


-- אָבֶער די קאָמוניסטן זיינען אין שפּאַניע פאַר דעמאַקראַטיע, ווייל 


אַזױ אַרום קען מען פאַרייניקן דאָכ נאַנצע פאלק קעגן שונא. איך בין 
געווען אין דער קאַר?-מאַרקס-דיויזיע: זיי שמידן אוֹים אַן אמתע 
אַרמײ! און די לאָזוֹננ , סאַװיעטן" װאָלט נאָר, װוי א געשפּענסט, אָננע- 


שראָקן די ענגלענדער און פּראַנצויזן, און זיי װאָלטן צונעהאָלפן דער- 


שטיקן די רעפּובליק. 

--- זיי טוען עס סייווי!... וואָרים װאָס הייסט זייער ניט אינטער- 
ווענץ? זיי לאָזן ניט צו קיין געווער פאַר דער רעפּובליק און דערלויכן, אי- 
טאַליע און דייטשלאַנד, צו שיקן געווער פאַר די פאַשיסטן, וויפ? זייער 
האַרץ גלוסט!... דאַקעגן װאָלט דעד אַלװעטלעכער אַרבעטער-קלאַס זיך 
אויפגעהויבן, ווען מיר קעמפן דאָ פאַר אַ פּראָלעטאַרישעד רעװאַלוציע. 

--- אפשר... אָבער די , ברינאַדעס? זיינען דאָך גראַדע אָרנאַניזירט 
געװאָרן דורך די קאָמוניסטן! און אַמיינסטן זיינען געקומען פוז זייערע 
מענטשן ... | י 

דער שאָפּער האָט פאַרשרױפט דעם מאַטאָר. דער ראָד איבערן ברן- 
נעם האָט זיך אַלץ נעדרייט און דאָס װאַסער איז נגעפלאָסן דורך א היל- 
צערנער קאָריטע אין באַסין אַרין. דיימאן האָט א וויילע צוגעמאַכט די 
אוינן: אַזױ האָבן זי אָפּט דיסקוטירט אויף די טרעפּ פון דער סאן-זשע- 
געװויעװ-ביבליאָטעק: סאָװויעטן, רעװאָלוציע, פרייהייט, דיקטאַטור פון פּרא- 
לעטאַריאַט ,., | | 

--- שטייג איין, חבר, מיר פֿאָר 

--- פאַלוד, עריק ! 

-- צום װוידערזען, ריימאַן ! 


שב- 
+- 
4 


ו 


דער אויטאָ איז געפאָרן לאַננזאם; צוויי אינװאַלידן האָבן דורכנע- 
קרייצט דעם וועג, אָננעשפּאַרט אויף קוליעס, די ענינים זיינען דא ערנ- 
פטער -- ניט סתם דיסקוסיעס!... באַלד האָט זיך דער װאָגן געיאָגט או- 
בער אַ פרייען שאָסײי און פעלדער האָבְן אַ שװועב געטאָן פאַר די אויגן. 
ס'האָט אויפנעטויכט דאָס בילד איבער די שטיינערנע טרעפּ פון דער 
ביבליאָטעק: סאַקראַטעס שפּאַצירט מיט זיינע תלמידים אין אַ נאָרטן און 
זיי שמועסן דברי חכמה. זינט דאַן איז נאָך דער גאַנצער אמת ניט אַנט- 
דעקט געװאָרן !... אָבער אין פּלאַטאַנס אידעאַלער רעפּובליק זיינען נאָך 
אַפילן פאַראַן - שקלאַפן; "ש'הייסט א שטיקל װוענ האָבן מיר דאָך דורכנע- 
מאַכט... | 

--- חבר, איר שלאָפט? מיר דאַכט זיך, אַז איר דארפט דאָ אויס- 
שטייגן, װאָרים איך פאַרקירעווע זיך לינקס... | 

אין דער געגנט פון הועסקא זיינען אױיסגעװואַקסן באַפעסטיקטע היג- 
לען, אַרומגעצױמטע מיט שטעכ?-דראָט. ס'איז קענטיק געװען, אַז די 
מענטשן ליגן דאַ שוין לאַנג און האָכן געהאָט צייט, זיך איינצונראָבן. 
אין שפּאַנישן שטאַב האָט מען אים אינפאָרמירט, אַז אַן אינטערגאַציאָ- 
נאַלע בריגאדע האָט דאָ ניט לאַנג אַטאַקירט און האָט זיך פאַר עטלעכע 
טעג אומגעקערט אויפן צענטראַלן פראָנט. 

--- פּאַליאַקן? --- האָט ער געפרעגט, | 

--- קען זיין פּאַליאַקן, אָבער געווען צװוישן זיי אויך אוננארן און 
טשעכן... בכל אופן זיינען לעצטנס קיין אַנדערע , אינטערנאַציאָנאַלץ? 
אויפן אַראַנאָן ניט געווען. | | | 

ער האָט באַשלאָסן זיך אומצוקערן קיין באַרצעלאַנאַ און פון דאָרט 
קיין אַלבאַסעטע, וואו מען יֶועט אים אֶנווייזן דעם נייעם אָרט פון דער 
ברינאַדע. אַ שאָפער האָט אים מיטנענומען קיין לערידאָ, פון װאַנען עס 
זיינען גענאַנגען צוגן קיין מזרח. אויף נאַכטלענער האָבן זיי זיך אָפּגע- 
שטעלט אין א דאָרף. אַ פּוױער האָט זֵיי אָנגעוויזן אַ ווייסן פּאַלאַץ, װואָס 
איז געשטאַנען, ניט ווייט, אויף אַ בערנפ: | 

--- דאָרט װעט איר באַקומען אַ באַקװעמען פּלאַץ. אַמאָל האָט דאָך 
געוואוינט דער , סעניאָר" פון דער נאנצער געננט; היינט איז דאָרט אַן 
אכסניא פֿאַר דורכפאָרנדיקע מיליציאַנערן... - | 

אין פּאַלאַץ זיינען נאָך געווען שיריים פון דער אַמאָליקער עשירות. 
פון די קונסט-בילדער, אוֹיף די ווענט, האָבן אַראָפּנעקוקט שטרעננע 
! פּנימער פון פאַרצייטיקע שררות און אפט-מאָדיש געקליידעטע גענעראַלן, 


18 


מיט געפּודערטע פּאַרוקן אויף די קעם, אין שמאָלע, איינגעפּאַסטע הויזן, 
מיט לאַנגע זאָקן ביז די קני. דאַנעבן האָבן רויטע פּלאַקאַטן אַראָפּנעשרי- 
ען רעװאָלוציאָנערע לאָזונגען. אָרוֹם מאַסיווע דעמבענע טישן מיט נע- 
שניצטע פיס זיינען געשטאנען לאַננע ווייסע בענק פון ניט געהובלטע ברץ- 
טער. אַ ווייכער פאָטעל אויף דריי פים האָט אונטערנעהונקען וי א זכר 
לחורבן. אין אַלע צימערן זיינען נעהאַנגען אָנגעשלאָגענע נאָרעס, ביי די 
ווענט און אויף די דילן זיינען געלענן שעניקעס. אַ הויכע, ברייטע כבעט 
מיט באַפאַרבטע, נעצאַצקעטע הילצערנע וענט האָט זיך געפּלאַנטערט וי 
אַ נעכטיקע אינמיטן דרינען. מיליציאָנערן האָבן זיך ארומגעדרייט, גערױי- 
כערט דיקע פּאַפּיראָסן און געװאַרט אויף וועטשערע, | 

אינמיטן עסן האָט זיך אַנגעהויבן אַ פּאָליטישער דיספּוט, א יננער 
פױער פון אַ שכינותדיקן , קאָלעקטיו", אַן אַנאַרכיסט, האָט דֹאַ דערטאפט 
אַ פּאָליט-קאָמיסאַר, אַ קאָמוניסט, אוֹן גלייך האבן ביידע אָנגעהויבן זִיד 
היצן, זשעסטיקולירן און שרייען איבערן נאַנצן זאל. אָנגעהוֹיבן האָט זיך 
דער וויכוח אַרום דער פראַנע פוֹן געווער, ואס די אראַגאַנער פּויערים 
האָבן בשום אויפן ניט געװאָלט אָפּנעבן דער רענירונג. : 

--- איר, די אַנאַרכיסטן, ווילט גערעכטיקייט און פרייהייט, און מיר 
ווילן אויך גערעכטיקייט און פרייחייט --- האָט נעטענה'ט דער פּאָליט- 
קאָמיסאַר, אַ מיטל-יעריקער מאַן, אָנגעטאָן אין אַ נעפּרעסטן מיליטערישן 
מונדיר --- מיר קעמפן, הייסט עס, פָאַר די זעלבע אידעאַלֿן!.. 

ביים ערשטן בליק האָט מען באַמערקט דאָס רויטע בענד? אויף זיין 
היט? און די שווארצע, שמאָלע װאָנצקע, װאָס האָט אים צונעגעבן חשי- 
בות. נאָכן ערשטן זאַץ האָט ער נעמאַכט אַ קליינע פּויזע און זיין האנט 

איז אַ וויילע הענגען געבליבן פּאַטעטיש אין דער לופטן, וי ביי א רעך- 

{ נער אויף א טריבונע. ער האָט נעװאָרפן א בליק אויפן עולם און פֿאַר- 
| ענדיקט : | | 

-- אָבער דאָס געווער פוז מען אָפּנעבן דער רעגירוננ! צו װאָס זאָל 
מען האַלטן געווער אין די דערפער, כעת אויפן פראָנט איז ניטאָ סיט 
װאָס צו שיסן ? 

--- אָבעד ווער וועט נאַראַנטירן דעס פאלק די גערעכטיקייט און די 
פרייהייט, אויב סוועט ניט האָבן קיין געווער ? 
וּ --- די פאָלקס-אַרמײי און די רענירוננ פון פאָלק! ווער איז דען די 
אַרמײ? --- איר אַלע! -- האָט דער פּאָליט-קאָמיסאַר אָנגעוויזן אויפן עולם 
אָרום, | | 


19 


די מיליציאָנערן האָבן אויפגעהאָרכט. דער יונגער פּױער איז איצט 
אַרױס מיט אַ לאַנגער רעדע: : 

-- און װאָס ביסטו זיכער, אַז די נייע רעגירונג װעט אַרבעט! פאַר 
די אינטערעסן פון פאָלק? אַלע זיינען זיי אַ סך מבטיח און ווייניק מקים! 
אָט װויל שוין אונדזער. איצטיקע רענירונג איינפירן פאַרשידענע לוינען --- 
און אַ סוף צו דער"נלייכהייט! --- און איינשטעלן אַ מיליטערישע דיס- 
ציפּלין ‏ אין די פאַבריקן, מיט משניחים, און גוט-באַצאָלטע קאָמיסאַרן -- 
און אַ סוף צו דער פרייהייט !.., 

היימאַן האָט נייגעריק באַטראַכט דעם יונגן פּויער, ס'איז געווען א 
מיט?-וואוקסיקער, פעסט געבויטעך יונג פון א יאָר עטלעכע און צװאַנציק. 
זיינע שװאַרצע אוינן האָבן זיך נעצונדן בעת'ן רעדן. ער האָט געטראָגן 
ציוויליע הויזן פון פּראָסטן, פּויערישן לייוונט און אַ מיליטערישע בלוזקע 
פון כאַקיפּאַרב. אין זיין גאַרט? האָט געשטעקט אַ לֿאַנגנער רעװאָפֿװער אָן 
אַ שייד?, װאָס האָט גיכער אויסנעזען וי אַ וועדקציינ ביי א בעל-מלאכה, 
איידער א געווער ביי אַ מיליטערמאַן. | 

--- ווער איז ער? -- האָט ריימאַן אַ פרעג נעטאָן אַן עלטערן פּויער 
אין אַ מיליטערישן רעקל, װאָס האָט זיך געפּאָרעט אין קיך. 

-- כאָפע?... דער אמת'ער פּיסטאָלעראָ! האָסט אים געדאַרפט זען 
אין די ערשטע טעג: זיי האָבן זיך אַביסל אָפּגערעכנט מיט די פּריצימלעך... 

ריימאַן איז צוריק אַדייז אין זאַל, וואו די דיסקוסיע האָט זִיךְ װוי- 
דער פאַנאַנדערגעפלאַקערט נאָך א קורצער פּויזע : 

--- אודאי מוז מען צענטראַליזירן די פאַבריקן אין די הענט פון דער 
רעגירונג און דאָרט פאַרשטאַרקן די דיסציפּלין! זיכער דאָרף מען צאָלן 
די אַרבעטער פאַרשידענע לוינען! -- האָט איצט אויסגערופן דער פּאָליט- 
קאָמיסאַר מיט איבערצייגונג --- אַזױ אַרום װועלן די אַרבעטער מער פּראָ- 
דוצירן און מיר וועלן באַזיגן די פאַשיסטן, די פּריצים און קאַפּיטאַליסטן! 
-- האָט ער פאַרענדיקט און געװואָרפן אַ טריומפירנדיקן בליק אויפן עולם 
אַרום די טישן. יי 

די מיליציאַנערן זיינען געווען פאַרטאָן אין עסן. א טייל האָט גע- 
שמאַק געכליאָבעט די שיטערע זופּ. אַנדערע האָבן זיך באַמיט אַרױיסצן- 
פישן שטיקלעך פלייש, װאָס זיינען זעלטן אַרויפגעשואומען פון די טי- 
פענישן אויפן אויבערפלאַך פון דער גרויסער, אַלּגעמיינער שיסל. נאָר 
עטלעכע, װאָס האָבן נאָך געװאַרט אויף זייער ריי, האָבן צוגעשאָקלט מיטן 
קאָפּ אויף דעם פּאַליט-קאָמיטאַרס רעדע. אָבער כאָסע האָט זיך כל? ניט 


0 


געהאַלטן פאַר באַזינט. ער האָט אַ רעד געטאַן מיט ניט ווייניקער פּאַטאָס 
וי זיין קעגנער : | | 

--- און ווער װועט נאַכן זינ איבערן פּאַשיזם פאַרזיכערן די פריי" 
הייט פון פאָלק, אויב אַ רענירונ; פון אויבן וועט דערוויילע באַהערשן די 
אינדוסטריע און די אַרמײ, און אָפּשאַפן דעם קאָנטראָל פון די אַרבע- 
טער? אָט האָכן אין רוסלאַנד די אַרבעטער געזיגט בעת דער רעיואָלוציע 
און די פּראָלעטאַריער האָבן דאָרט היינט קיין דעה ניט !:. 

דער דאָזיקער חילול חקודש האָט אַרױסגעבראַכט דעם פּאָליט-קאָמי- 
סאַר פון די כלים. אויך צװוישן עולם איז איצט אַנטשטאַנען א שטיקפ 
גערודער: ער ס'האָט פּראָטעסטירט און ווער ס'האָט אויסגעדריק= זיין 
חסכמה, און אַלע האָבן זיך צעחיצט. אָבער אַזױ װוי זיי האָבן גערעדט 
קאַטאַלאַניש און דערצו נאָך מיט פולע מיילער, און אַלֶע מיטאַמאָל, האָט 
ריימאַן קיין איין װאָרט ניט געקענט כאַפּן. דער קאַמיסאַר איז אַרויפגע- 
שפּרונגען אויף א באנק און זיך באַמיט אַלעמען איבערצושרייען. 

יז חבדים, די אַלע, װאָס שװאַכן אָפּ די דיסציפּלין אין דער אַרמײ 
און אין דער אינדוסטריע, העלפן דעם פאַשיזם!... חברים, אויב: מיר וועלן 
זיך היינט ניט פאראייניקן אין קאַמף, װעלן מיר מאָרגן פאַראייניקט ווערן 
ביים , ווענטל", צו וועלכן פראַנקא װעט אונדז אַלעמען שטעלן און צן- 
; זאַמען אויסשיסן ! 

אין זאל איז שטיל געװאָרן,. דער עולם האָט זיך װוידער אַ נעם גע- 
טאָן מיט התמדה צו דער זופּ, אַ וויילע האָט מען נאָך געהערט דעם גע- 
קלימפּער פון לעם? אָן די ראַנדן פון טעלער. דאַן האָט אָפּגעהילכט כאָ- 
סעס שטימע :. : | | 

-- דערפאַר שלאָגן מיר זיך טאַקע קעגן די פאַשיסטן: אָבער מיר 
ווילן ניט, אַז נאָך אונדזער ניצחון זאָל אונדז אַן איינענער דיקטאַטאָר 
שטעלן צום זעלבן ,ווענטל"! הי 

נאָכן עסן איז דער ויכוח געגאַנגען ווייטער. תחילת האָט אַ גרופּע. 
מיליציאַנערן אַרומגערינגלט די צוויי פאַרעקשנטע צדדים און צוגעהערט. 
באַלד האָבן זייערע אויגן אָנגעהויבן פּינטלען און די װויעס זיינען אַראָפּגע- 
פאַלן און זיך געקלעפּט. איינציקווייז זיינען זיי פאַרקראַכן א ין די ווינקלען, 
אױיסנעשפּרײיט זייערע שיניעלן אויף די שעניקעס און איינגעשלאפן. אַ 
וויילע שפּעטער האָט אַ שווער כראָפּען זיך געטראָגן פון אַלע עקן ה 

דער ויכוח אין איצט פאָרגעקומען אין אַ זייטיקן צימער, ביי בער 
שיין פון אַ ליכט?, װאָס האָט געװאָרפן אַ שאָטן אויה אִי פּאָרטרעס פון 


21 


אַן אַדמיראַל פון 17-טן יאָרהונדערט, וועלכער איז דאָרט געהאַנגען אַ 
פאַרגעסענער אויף דער וואנט. אויסער. ריימאַנען איז פאַרבליבן נאָך איין 
צוהערער: אַן אַלטער פּױער, וועמענס ברוֹין, צעאַקערט פּנים האָט דער- 
מאַנט די רונצלען פון דער ערד-שאָפֿ, | . 

אין דער דיסקוסיע האָט דער דאָזיקעֶר פּױער זיך ניט געמישט. עֶר 
האָט אַרױסגעשלעפּט פון אַ טיפער קעשענע 8 גרויסן, אויסנעריבענעם 
לעדער-בייטל, האָט געלאַסן געדרייט מיט זיינע דיקע, צעקנייטשטע פיי- 
גער גראָבע פּאַפּיראָסן און מכבד געווען סיי ביידע דיספּוטאַנטן וי אויך 
דעם צווייטן טייל פון פּובליקום --- ריימאַנען. דרך אגב האָט ער דער- 
ציילט, אַז זיינע צוויי זין שלאָגן זיך ערניץ אויפן פראָנט, און אַז ער נופא 
האָט זיך אין אֶנְהוֹיב בירנער-קריג באַטײליקט אין אַ פּאַרטיזאַנער-נרופע, 
און נאָר לעצטנס איז ער געװואָרן א קוכער אין א קאַזארמע. 

דערהערט אַזאַ סמעשה, האָבן כאָסע און דער פּאַליט-קאָמיסאַר זיך . 
גלייך אַ נעם געטאָן צו אים, און ביידע האָבן אין אים אַריינגערעדט זיי- 
ערע אַרנומענטן, פּונקט ווי נאָר ער װאָלט דאָ געווען דער פּוסק אַחרון 
פון אַלע שטרייט-פראַגן. דערפילנדיק זיין חשיבות, האָט דער אַלטער פַוו- 
ער אונטערגעשפּאַרט זיין אויער-לעפפ מיט דער האנט, כדי ער וֹאֵל בע- 
סער הערן מיט זיין טויבלעכער שמיעח, און זיך באַמיט תופס צו זיין דעם 
ענין וועגן וועלכן די יונגע לויט אַמפּערן זיך אַזױ שטאַרק. זיין מיינוננ 
האָט ער אויסגעדריקט מיט קורצע זילבן, האַלבע ווערטער און לייכטע 
קאָפ-באַוועגונגען. | 

-- כדי צו באַזיגן דעם פאַשיזם דאַרפן מיר האָבן אַמוניציע און 
סאָלדאַטן? -- האָט אים געפרעגט דער פּאָליט-קאָמיסאַר. 

--- אַװדאי! -- האָט דער פּױער מסכים געווען. 

--- דאָס הייסט, אַז מיר דאַרפן צענטראַליזירן די פאַבריקן און די 
ארמיי, און דאָרט פאַרשטאַרקן די דיסציפּלין ?!... 

דער אַלטער האָט געשאָקלט מיטן קאָפּ אויף ואָ. 

--- די דעגירונג און די פּריצים האָבן פאַראָרימט אוֹן אונטערדריקט 
דאָס פאָלק? -- האָט זיך איצט כאָסע א נעם געטאָן צום אַלטן, 

-- ס'איז אמת! -- האָט דער פּוער געשאַק?ט איבערציינט מיטן 
גרויען קאָפּ, יי | 

-- דאַרפֿן מיר זען, אַז די דעה זאָפ אַצינד בלייבן ביי אונדן און 
ניט ביי אַ נייער רעגירונג מיט נייע שררות?! אמת ? 

דער אלטער האָט געמאַכט א צייכן פון חסכמה. 


22 


מען האָט ניט געקענט דערגיין צו קיין טאָלק, ווייל דער פּוסק אַחרון 
האָט מסכים געווען סיי מיט דעם צד און סיי מיטן אַנדערן, דער וויכוח 
האָט זיך פאַרצױינן אַפילן שפּעטער, ווען דער אַלטער איז אַנדרימלט גע- 
װואָרן, ער האָט אָנגעשפּאַרט דעם קאָפּ אויפן טיש און איז לאַנגזאַם איינ- 
נעשלאָפן. זיין קאָפּ האָט זיך צונעגליטשט צום ליכטל און די שפּיצן פון 
זיינע האָר האָבן זיך אָפּנעסמאַליעט און פאַרשפּרויט אַ שאַרפן ריה. ער 
האָט אַן עפן געטאָן גרויסע, פאַרוואונדערטע אויגן און, מרוטשענדיק 
בייז, האָט ער זיך אַראָפּנעקײקלט פון באַנק, זיך אַ לייג געטאָן אויפן ריל, 
זיך צוזאַמענגעקאָרטשעט, און נעשמאַק צעכראָפּעט אויף הויכע טענער. 

ריימאַן אין איצט געבליבן דער איינציקער צוהערער. דאָס ליבטל 
האָט גענוסס'ט און אַ מוטנע שיין האָט אַרינגעשטראָמט פון דרויסן. כאָ- 
סע האָט געװאָרפן אַ בליק אויפן אויסלענדער : 

--- פוֹן די ,אינטער נאַציאָנאַלע"? 

--- יֹאָ. י 

--- פון וואַנען? 

--- פון פּאַריז. 

--- אֶה, ליבער פריינט, איך בין 'אויך אַמאָל געווען אין פא אַרִיז... אַלס 
עמיגראנט... קענסט די , רי פּירענעי"? 

ער האָט זיך דערמאַנט די יאָרן אין די פּאַריזער בב?-קװאַרטאַלן, 
וואוהין עס שטראָמט, וי צו אַ ים-ברענ, א צופלוס און אֶפּמלום פון 
עמיגראַנטן פון נאָר דער וועלט. אַלם יונגער יינג? איז ער אַהינצו אַנט- 
לאָפּן בעת דער דיקטאַטור פון פּרימאָ דע ריװעראַ. נאָכן פאַלן פוֹן דער 
מאָנאַרכיע איז ער צוריקגעקומען קיין. שפּאַניע און האָט װוידעראַמאָל גע- 
מוזט אַנטלױפן, וויי? ער איז געווען פאַרמישט אין אן אַטענטאַט קעגן אַ 
פּאַליציי-אינספּעקטאָר, שפּעטער האָט ער זיך באַטײליקט אין אויפשטאַנד 
פון די אַסטוריער קוילן-נרעבער. יעדעס מאָל איז ער אונטער די אױגן 
פאַרמשפּט געװאָרן אויף עטלעכע צענדליק יאר תפיסה און עס װאָלט 
אים אויסגעקומען אָפּצוזיצן עטלעכע דורות אין טורמע, ווען מען װאָלט 
אַפריער ניט אויסגעפירט דעם פּסק ודין פון העננען, װאָס איז זינט עמ 
לעכע יאָר נעלעגן אין די געריכטלעכע אַרכיון. 

דער פּאָליט-קאָמיסאַר האָט זיך געליינט שלאָפן, אָנגעשפּאַרט אויף 
אַ קולאַק. אין פענסטער האָט אַריינגעקוקט אַ בלאַסער פאַרטאָג און גע- 
װאָרפן אַ נגרויע שיין אויף די פאַרנעפענע פּאָרטרעטן, װאָס אויף די 
ווענט, און אויף די שלאָפנדיקע מיליציאַנערן, װאָס זיינען געלעגן אייננע- 


23 


דרייט אין מאַנטלען, אויף די דילן, כאָסע, אדורכגענומען פון זכרונות / 
פון זיינע װאַנדער-יאָרן, איז געװאָרן סענטימענטאַל און אָנגעהויבן דער- 
ציילן זיינע קינדער-יאָרן, - 
צו זיבן יאָר האָט אים זיין טאַטע פאַרדונגען אַלס פּאַסטוך צו אַ 
רייכן שכן. אין אַ שולע איז ער קיינמאָֿ נים גענאַננען. ערשט אין תפיסה, 
צו זעכצן יאָר, האָט -ער זיך אויסנעלערנט לייענען. דאן האָט ער אָנגע- 
הויבן שליננען ראָמאַנען אוֹן װיסנשאַפטלעכע ביכער, װאָס זיינען אים גע- 
קומען אונטער דער האַנט. קראָפּאָטקין אוֹן די רוסישע ,נאַראָדנאַיא וואָ- 
ליאַ? האָבן אים פאַרכישופט .. 
; מיטאַמאָל האָט ער אַ קוק ועטאָן אויפן זיינער : 
--- אֶה, כ'מוז שוין לויפן צוֹם באַן! 
--- וואוהין פאָרסטו ? | : 
--- קיין באַרצעלאָנאַ. ס'וועלן קומען א סך חברה פון די דאָרפס- 
ראַטן. די פרייהייט-רעװאָלוציע אין אין געפאַר ; 
| --- איך פֿאָר אויך קיין באַרצעלאָנאַ. 
אין א אַ פּאַר מינוט אַרום זיינען זי אַרױס פון פּאַלאַץ. אי |דרויפן איז 
נאָך געווען , טוֹנקפ, אָבער כאָטע האָט געקענט די נגעגנט און געפירט דורך 
זייטיקע שטעגן און פּוסטע פעלדער. דער צוג איז אָפּנענאַננען אין אַ 
פערטל שעה אַרום,- | 
| אין װאַגאָן האָבן זיי געדרימלט, דער צוג איז געלאָפן אין זיג-זאַנן 
צווישן בעדג און טאָלְן. עס זיינען איינגעשטיגן פּױערטעס מיט קאֲשׁי- / 
קעס הינער און גרינסן, און יונגע חברה-לייט מים רעװואָלװערן הינטערן 
גאַרטל, די טראַסקערײ פון דו רעדער און פּלאַפּלערײ פון די ווייבער האָט 
זיי מאַמענטנווייז אויפגעוועקט און זיי האָבן זיך דורכגעװאָרפן מיט קור- 
צע זאַצן, 
-- פאַראַן ביי אייך ;אינטערנאַציאָנאַלט"? --- האָט געפרענט ריר- 
מאַן. | 
--פאַראַן, אָבער װייניק... עטלעכע פוֹן פּאַריז, אַ פּאֶר איטאַליענער.. 
--- יידן אויך ? | : 2 
-- ביי אונדז יאיז ניט קיין אונטערשיד, יידן אדער ניט 
-- כ'פאַרשטיי, .. אָבער פאַראַן יידן צװישן די אויסלענדער ? 
-- כ'האָב געקאַנט איינעם. מיר זיינען געווען גוטע חברים. צוזאַמען 
געקעמפט אויפן מאַדרידער פראָנט, / 
--- וואו איז ער איצט ? / 


1 


24 


-- דאַכט זיך, אז , קאָלומנאַ דורוטי" פון מאַדרידער פּראָנט איז 
אַצינד אין באַרצעלאָנאַ. אפשר וועל איך אים טרעפן, ' 

און ער האָט געגעבן ריימאַנען אַן אַדדעס, וואו מען קאן זיך נאָכי 
פרענן אויף אים, | | 

אין װאַנאָןדפענסטער האָט אַריינגעשיינט די זון. זיי זיינען ווידער . 
אייננעשלאָפן. ריימאַן האָט זיך אויפנעכאַפּט ביי באַרצעלאַנאַ אוֹן בֿאַי 
טראַכט כאָסע'ן, װאָס איז נעשלאָפן אויף אַ באַנק אַנטקעגן אים, מים אַ 
קינדערשן שמייכל אויף די ליפּן און מיטן לאַנגן רעװאָלװער צוקאָפּנס. ער' 
האָט איצט באַנריפן די שנאה פון דאָזיקן יאָט צום מיליטאַריזם און צו 
יעטווידער אונטערדריקונג: ביי אַלע רעזשימען איז ער שוין געועסן אין 
תפיסה --- אונטער דער מאָנאַרכיע, בעת דער דיקטאַטור און אין דער 
דעמאָקראַטיע .,., אויף רענירוננען פאַרלאָזט ער זיך מער ניט: ער האָט 
מורא צו פאַרזוכן דעם טעם פון א סאַציאַליסטישער תטיסה .. 

--- אָבער וי קענען מיר זינן אָן גענעראַלן? -- האָט ער אַ זאָג נע- 
טאָן אויפן קול, ווען כאָסע האָט זיך מיטאַמאָל אַ הויב געטאָן און זיך 
נעריבן די אויגן. יי וד - | 

--- אָבער װאָס טויג אונדז געווינען דעם קריג ביי פראַנקאָ און אים 
פאַרשפּילן ביי אַן אייגענעם גענעראל?! -- האָט געענטפערט כאָסע מיט 
אַ פאַרשלאָפענער שטימע -- איינמאָל מוז דאָס פאלק נופא בלייבן ביי 
דער מאַכט ! | ' 

ריימאַן האָט אַרױסנעקוקט דורכן פענסטער, זיי זיינען איצט געפאָרן 
דורך אַן אַרבעטער-פאָרשטאָט. אונטן זיינען געלאָפן עלעקטרישע טראַמ- 
ווייען און אוּיף אַלֶע האָריזאָנטן האָבן זיך נעצייכנט הויכע קוימענס פון 
-פאַבריקן,. ער האָט אַ קלער געטאָן, אַז כאָסע אין א פאַרשפעטיקטער 
טרויִמער פון פרייחייט אוֹן גערעכטיקייט, װואָס איז מנולג?ל געווארן פון 
אַ איסיים-קאמונע אָדער אור-קדיסטן-חברה פון ערניץ א מדבר פון 
מזרח. צו. שפּעט! און דער רעװאָלװער חינטערן פּאַס װעטם אויך ניט 
נוצן 1... | | 

אין שטאָט האָבן זיי זיך נעזעננט. עה האָט אייננעלאַדן כאָסע'ן קיין 
פּאַרין ; : 

-- כ'וועל דיר געבן דעם אַדרעס פון דעם ריכטיקן האַטעל! 
| --- אֶח, ניין! -- האָט יענער געשמייכלט -- כ/ועל צוריק ווערן אַ 
פּױער. אין אונדזער קאָלעקטיוו װועט ניט זיין קיין געלט. וואו װעל איך 
נעמען אויף הוצאות ? | 


די האָטעלן אין שטאָט זינען געווען פול-געפּאַקט. נאָך לאַנגע זוכע- 
נישן האָט ריימאַן געפונען א צימער אין א זייטיקן נעס?. ער האָט זיך 
גלייך אַרײינגעװאָרפן אין בעט. אין קאָפּ האָבן זיך אים נעפּלאַנטערט ביפ- 
דער פון דער נסיעה: בערנ, טאָלן, אָפּנעריסענע רייד פון דיסקוסיעס און 
מענטשלעכע פּנימער. פּלוצלונג האָט אויפגעטויכט ,דער האָטעל" מיט 
זיינע איינגעשלאָסענע הויפן און טונקעלע קאָרידאָרן. איבער די אויסגע- 
ריבענע רויט-געשטרייפטע טעפיכער, װאָס אויף די טרעפּ, האָט אייליק 
געשפּאַנט כאָסע. ער איז אַרייננעלאָפן אין דער מאַנסאַרדע און, א פאַך- 
סאָפּעטער, ארויסגעבראַכט איין װאָרט פון מויל; 

--- פּאָליציי {,,, ' 


: 20 


קאַפּיטל צוויי 


יאָשקע טגאַרכיסט אט זײגע מײגווגען װעט שרײב מאַשינלעט 


און רעװאָלוציעס 


ריימאַן איז געשטאַנען אויפן קאַטאַלוניאַ-פּלאַץ. ס'איז געווען אַ פרי- 
לינגדיקער פרימאָרנן, אַ העלע זון האָט באַגאָסן די קרוינען פון די רח" 
בות'דיקע אלייען, די שפּועים פון דעכער און די קעפּ פון שטיינערנע 
דענקמאָלן, אין דער ווייט, אויף ראָגן פון גאסן, האָבן צעשפּרייטע בראָנ- 
זענע פלינלען פון לענענדאַרע פינורן גענלאַנצט איבער הויכע רונדע קאָ- 
לאַנעס, באַלקאַנען און נזשימסן פון מאַסיווע געביידעס האָבן זיך גע- 
פּרעסט צווישן כװואליעס פון שװואַרץ-דויטע און רויטע פענער, װאָס זֵיי- 
נען אַראָפּגעהאַנגען אין קלאָרן רוים און זיך לייכט געוויגט אין שטילן 
ווינט. | : 

א שטראָם פון פאַנטאַנען האָט געקלאַפּט מיט קרישטאָלענע טראָפּנס 
איבערן גרינעם געבלעטער פון רונדן נערטנדל, װאָס אויפן מיטן פּלאַץ, 
איבערן נעלן נלאַנציקן זאַמד זיינען אַרומגעשפּרוננען װאָרקנדיקע טויבן. 
אין שאָטן פון קיילעכדיק געשאָרענע בוימעלעך האָט געקניט אַ וייסע, 
מאַרמאָרנע פרוי און איר פאַריטענער קאָפּ האָט אַרױיפנעקוקט צום האָ- 
טעל קאָלאָן, וואו ס'איז געהאַנגען איבער דעם פאַסאַד אַ דיזיק בילד פון 
סטאלינען, נעמאָלט מיט שטרענגע, טונקעלע שטריכן. אינמיטן האָט זיך 
געהויבן אַ מעכטיקע סטאַטוע פון א מיליציאַנער, װואָס האָט אויסנעזען 
וי אויסגעהאַקט פון שטיין. | | 

ברייט און צעעפנט האָבן זיך געצוינן די ארומיקע נאָסן און אַלֵייען. 
די רחבות'דיקע פּאַסעאָ-דע-גראַסיא, מיט אירע מאָדערנע, פי?ל-שטאָקיקע 
געביידעס איז געלאָפן ביזן ניי-אויסגעבויטן פערטל פון וױלאַס, װאָס 
האָט נעקלעטערט איבערן שיפוע פון א בארג און אויסנעזען פון דער 
ווייטנס, וי אַ ריזיקער אַמפיטעאַטער, קעגנאיבער האָט זיך אַראָפּגעלאָזן 
די , דאַמבלאַ פוּן בלומען", באַזוימט צופוסנס מיט שלאַנקע, אומבאַועג- 


27 | 


לעכע פּאַלמעס; אַביס? ווייטער איז זי אַראָפּגעפאַלן אין בלויען ים, װאָס - 
האָט זיך צוזאַמענגענאָסן ביים האָריזאָנט מיטן אומענדלעכן הימפ- 
געוועלב, : | : 

מיט אַ מעשענעם געקלימפּער האָבן זיך פון אַלֶע ריכטונגען גע- 
גליטשט שווארץ-רוימע טראַמװײען. זייערע פלאַכע, אָפּנעדעקטע דעכער, 
פול-באַזעצטע מיט מענטשן, האָבן געמאַכט אַן איינדרוק פון באַװענלעכע 
געביידעס אין אֵן אָריענטאַלער שטאָט. זיי האָבן זיך געשלענגלט ארום 
גרינעם גאָרטן און פאַרשוואונדן מיט אַ טראַסקערײ אין ייטילע נאַסן, 

די שטאָט האָט זיך לאננזאָם געוועקט. די גאַסן זיינען באַלעבט נע- 
װאָרן, אויף די בענק פון קאַטאַלוניאַ-פּלאַץ האָבן זיך צעזעצט מיליציא- 
נערן און געװאַרימט באַנדאַזשירטע גלידער אוֹיף דער זון. מיידלעך האָבן 
זיך פאַטאָגראַפירט, געאָרימט מיט חתנים, װאָס זיינען אָפּנעפארן צום 
פראָנט, עס האָבן געסקריפּעט אַרויפגעצויגענע לאָדנס פון געשעפמן און/ 
קאַפע-הייזער; שיך-פּוצער האָבן זיך צעזעצט אויף נידעריקע בענקעלעך 
ביי אַלע ראָגן; צייטונגס-פאַרקויפער האָבן אויסנערופן אויף קולי קופות. 

--- שוֹין דערשינען די , סאַלידאַרידאַד אָברעראַ" ! | 

--- דערשינען די סאָלִי!.. 

|אין די צעעפנטע פענסטער פון באַריקאַדירטע פּאַרטײ-הײזער האָבן 
זיך צעריטשעט הויך-רעדערס מיט פּאַטעטישע רעדעס און געציקלטער אַרי- 
ענטאַלישער מוזיק. דאַנעבן, אויף די טראַטואַרן, האָבן זיך געזאַמלט מענ- 
טשן און געװאַרט אויף ידיעות פון די פראַנטן, 

ריימאן אין אַראָפּ טיט דער ראַמבלאַ אויפצוזוכן כאָסע'ן. צווישן 
באַלקאַנען, איבער שילדן פון געוועזענע לוקסוס-האָטעלן, זיינען געהאַו- 
גען ברייטע לייוונטן מיט רויט-נעמאָלענע נעמען פון קלובן און אַרנאַני- 
זאַציעס, אין עק. בולװאַר האָט ער דערזען די אויפשריפט: ,פריינט פון 
דורוטי". ער איז אַרױף מיט די טרעם. : 

אויבן זיינען די צימערן געווען פול מיט מיליציאַנערן און יוננטלעכע 
אין בלויע אַרבעט-קליידער, מען איז געזעסן אויף שװאַרצע, פּאַליטורטץ 
טישן, געלעגן אויה גרינע, פּלושענע סאָפעס אוֹן זיך אָנגעלענט אין לץ- 
דערנע פֿאַטעלן. אלץ האָט גערויכערט, זשעסטיקולירט און זיך איבערנע- / 
שריען. ביי א טישל אין געשטאַנען כאָסע און געדרשנט מיט התלהבות 
פאַר אַ גֶעזעמל. ער האָט באַמעדקט ריימאַנען און אים באַנריסט מיט אַ 
שמייכל, שליסנדיק די דלאָניעס, אַלס צייכן פון ברודערשאַפט. 

--- אֶלעי,. יאשקע, אָט איזן ער! -- האָט ער אויסגערופן אין * אַ שכי- 
נות'דיקן צימער אריין, 
28 


אַ נידעריקער, ברייטפּלײציקער יאָט האָט זיך דאָרט אויפגעהויבן פון 
אַ פאָטעל און צוגעשפּרײזט צו ריימאַנען. ער האָט געהאַט א פאַרשפּיצטע 
מאָרדקע און זיין באַװאַקטענער פּנים האָט דערמאַנט אָן דער שטעכעו- 
דיקייט פון אַ יאָזשׂיק. אַ וויילע האָט ער נייגעריק באטראכט ריימאַנען מִיט 
א דורכדרינגענדיקן בליק פון שװאַרצע, קליינע אויגעלעך: | 

-- אַ ייד ? 

-- יאָ. 

--- שוין לאַנג ניט גע'דבריט קיין מאַמע-לשון; זיך פאַרבענקט נאָך 
אַ יידיש װאָרט ! . | 

עטלעבע מינוט האָבן ביידע נעשוויגן, ניט וויסנדיק וי אנצוהויבן. 
ריימאַן איז דער ערשטער אַרױכ מיט אַ פּראַגע. 

--- װאָס טוסטו אין באַרצעלאָנאַז... איר זענט ניט אין פעלד? 

--- איך? כ'האָב זיך צעקדינט מיט מיין גענעראַל-שטאַב ! 

--- פאַרואָס ? י | 

--- ווייל זיי עסן באַזונדער! עס שטייט זיי ניט אָן צו עסן מיט די 
סאָלדאַטן צוזאַמען, נו איז שטייט אונדז ניט אָן צו שיסן מים זי צו- 
זאַמען ... | יי | . 

מיט אַ זייטיקן, אָנגעכמודעטן בליק האָט ער נאַכנעפאָרשט דעם איינ- 
דרוק אויף ריימאנס פּנים: דער לאַנגער לאָקש װעט אים אוודאַי דערלאַננען 
אַ פּאָרציע מוסר! אַװדאִי א חסיד פוֹן די ,אינטערנאַציאָנאַלע... אָבער 
ריימאן האָט נאָר געשטייכלט. - --- קענטיק גאר ניט אַזאַ אלד ווֹי ער 
זעט אוים! -- האָט באַשלאָסן יאשקע אין האַרצן און זיין בליק האָט זיך 
אויסגעלייטערט און איז פריינטלעכער געווארן. דער אייז האָט אָנגעהויבן 
שמעלצן. 

--אין וועלכער בריגאַדע ביסטו ? 

--- קאָלומנא דורוטי , פרענטע מאַדריד?" --- האָט יאָשקעס קו? אִמַּ- 
געקלונגען שטאָלץ. 

-- שוין פון פריער אַן אַנאַרכיסט ? 

--- אַן אַנאַרכיסט? דעם אמת געזאָנט, האב איך קיינמאָל ניט נֶע-- 
וואוסט גענוי, װאָס אַזױנס איך בין... --- זיינע אוינן האָבן אַ שפּריץ גע- 
טאָן מיט אַ סקעפּטישן שמייכ?ל -- אָבער די חברה אין פּאַריז, ווען זיי 
האָבן געהערט מיינע טענות, האָבן באַשלאָסן, קופ-אחד, אַז איך בין ניט 
אַנדערש װוי אַן אַנאַרכיסט... 

--- לאָמיר אַראָפּגיין כאַפּן אַ שפּאציר, ביסט פאַרנומען ? 


29 


--- װואָט האָב איך צו זיין פאַרנומען?... מען יל באַנראָבן די רע- 
װאָלוציע, אָבער די אַנאַרכיסטן װעלן זיך ניט לאזן! -- האָט ער אָנגע- 
וויזן אויפן הודזשענדיקן עולם אַרום -- ניט נעטראָפן דעם אָרט ! 

זיי זיינען אַראָפּ, די לאַנגע אַלײ האָט זיך געהוידעט אונטער די צע- 
כװאליעטע טראַנספּאַרענטן פון באַמאָלטן לייוונט, װאָס האבן זיך גע 
צוינן איבער דער גאַנצער בריים פון בולװואַר, הויך צװישן קרוינען פון 
ביימער. זיי האָבן געפּאָדערט הילף פאַר פאַרוואונדעטע און נערופן אויף 
מיטינגען, און צום פּראַנט. די מויערן און באַלקאָנען זיינען פאַרשוואן- 
מען געװאָרן אין אַ מיש-מאַש פון פּלאַקאַטן, בילדער און שוואַרץ-רויטע 
פענער: דורוטי, אין אַ מיליטעריש היטפ, האָט אַראָפּנעקוקט פון אַלֶע ווינט- 
לען מיט אַ מילרן, קינדערשן בליק, וואוקסיקע מיליציאָנערן אין קאַסקעס 
האָבן אויסלעשטרעקט בלישטשענדיקע שווערדן און פאַרמאַכטע פויסטן. 
קוביק-אַרטיקע פּראַלעטאָריער האבן געריסן שווערע, שװאַרצע קייטן. אין 
שרייאיקן פאַרבן-נעפּילדער האָבן, װי גרויע פלעקן, אַ שווינד? געטאָן די 
אָפּנעברענטע ווענט פון אַ צעשטערטער קירכע. לינקס, אין דער ריכטונ: 
פון דורוטי-ווענ, האָבן געגלאַנצט די גילדערנע שפּיצן און קופּאָלן פון 
דער געשוינטער קאַטעדראַלע, אויפן בלויען ים-שפּיג?, צופוסנס פון דער 
שטאָט, האָבן זיך געווינט עטלעכע זענל-שיפן. אַ דאַמפער האָט פֿאַר- 
שװאַרצט דעם האָריזאָנט מיט אַ געדיכטן רויך-זויל, װאָס האָט זיך צע- 
שוואומען אין אַ גרויען װאָלקן, . 

די טראָטואַרן און אַלײיען זיינען איצט נעווען פאַרפלייצט פון מען- 
טשן. אַמערסטן האָבן זיך מיליטערישע מלבושים געווארפן אין די אויגן; 
מונדירן מיט גלאַנציקע קנעפּ, כאַקייהעמדלעך, לאַנגע פֿאַרסמאָדערטע . 
הויזן און אויסגעריבענע , גאַליפע". אויף די קעפּ האָבן א סך געטראָגן 
בלויע , שיפעלעך-" מיט אַראָפּהענגענדיקע רויטע פרענדזלעך און אַנדערע 
--- גרויע, װאָלענע קעפּיס. אָבער מייסטן האָט מען דאָ געזען די טוכע- 
נע , דורוטי-היטפען" מיט די לעדערנע באַזוימונגען, פאַרשפּילעט אַרױף- 
צו. געווען אויך אַזעלכע, װאָס האָבן געטראָגן בערעטן מיט אָנגעשפּילעטע 
טויטן-קעפּ, װאָס זי האָבן אַראָפּגענומען ביי געפאַנגענע אָדער טויטע אי- 
טאַליענער, | 

אין שטראָם פון מיליטער-לייט האָבן זיך דורכגעמישט ציווילע אין 
והעלע קליידער, שװואַרץ-אויגיקע פרויען האָבן זיך דורכגעפלאַכטן אין דער 
מאַסע און צונעצויגן זעלנערישע בליקן אוֹיה פולע בוזימס און רונדע 
חיפטן, װאָס האָבן זיך געװאַקלט אין גאַנג. דער געשריי פון די חויך- 


90 


רעדערס איז וי פאַרשטארקט און פאַרפי?פאַכט געװאָרן אין שפּיג? פון 
דעם פאַרבן-געווירבל, ער האָט נעמאַכט ציטערן די פאַלדן פון די לייכט- 
צעווייעטע טראַנספּאַרענט!; אוֹן די צעפלאַטערטע, רויטע פענער האָבן 
װִוי צעבלאָזן די {ליענדיקע ווערטער איבער ווייטע ימ'ען און לענדער. 
אויפן פאָן פון דער טיף-בלויער רואיקייט פון האָריזאַנט, וואו עס האָבן 
זִיך צוזאַמענגעגאָסן הימ? און ים, האָט די שטאָט אויסנעזען װי א זידג- 
דיקער קעפל, װאָס איז אַרומגעכאַפּט פון אויסגעשטרעקטע פייער-צונגען. 

די קאַפּע-הייזער לענגויס דעם בולװאַר זיינען געווען באַלאַגערט פון 
מענטשן-שטראָם, אינעװייניק האָט עס גערויעט װי אין א מוראַשניק. די 
צינקענע פאָרבענק זיינען געווען באַשטעלט מיט פאָרצעלאַיענע פּאָלן- 
מיסקעס פון 52 מיני פליישן און סאַלאַטן: געפּרעגלטע לעבערקעס, מאַ- 
רינירטע אֶלִיווֹן, רוֹיטע, באַװאָנצנטע דאַקעס און פאַרשידענע סאָרטן שנע- 
קעס און קראַבן,. דער עולם האָט זיך געשטופּט אַרום די הויכע, הרייפֿי- 
סיקע שטולן און געקייט אין איילעניש. מען האָט געכליאָבעט דִי קלע- . 
פּיקע פליסיקייט פון מושפעם ' װאָס זיינען געעפנט געװאָרן מיט! שאַרף / 
פון מעסערס, אָנגעשטאָכן אויף ציין-דשטעכער פעטע שטיקלעך פלייש, 
װאָס זיינען אַרומגעשואומען איבער טעלערלעך סאָוס און געגראַבלט מיט 
כונה אין די אינגעווייטן פון גערינגלטע שגעקעם.. | 

פון די מעשענע קראַנען האָט אָן אויפהער נעשטראָמט שוימיקער ביר. 
קעלנער זיינען געשטאַנען ביי אָנגעגליטע קוילן-פּליטעס און געבראָטן סו- 
קנדיקע ביפשטעקן אויף באַשטעלונג. מיידלעך אין ווייסע פאַרטוכער האָבן 
אַראָפּנעשאַרט געמאָסטענע פּאָרציעס פון די גרויסע שיסלען אין די קליי- 
נע, דורכגעװואַשענע פּאָלומיסקעס. אין די וויטרינען זיינען צװישן פּיראַ- 
מידן פון עפּל,באַרנעס און וויינטרויבן געלעגן געפליקטע הינער, גענדז 
וואורשטן און אויפגעשניטענע שינקעס. | | 

נאָר סיין לאַבנס ברויט האָט מען אין ערגיץ נים געזען: ניט קיין 
שװאַרצע און ניט קיין ווייסע. 

צווישן די דערװואַקסענע האָבן זיך געפּלאַנטעױט באַנדעס אָפּנערי- 
סענע קינדער. זיי זיינען אַרומגעגאַנגען באָרוועס און זייערע שמוציקע ליד 
בער האָבן אַרױסגעקוקט פון צוישן די שמאַטעס. מיט פינקלענדיקע 
שװאַרצאַפּלען האָבן זיי געקוקט אין די מיילער פון עסער, אונטערגע- . 
כאַפּט, װוי די הינט, לעצטע ביסנס פון סאַנהוויטשן, זיך אַרומגעריסן אַרום - 
אַ רעשט? ביר פון אַ קופ? און אויסנעלעקט בנניבה דאָס פעטס פוֹ} אויס- 
געליידיקטע פּאָלומיסקעס, פרויען מיט איינגעפאַלענע ברוסטן און קראַנ- 


81 


קע אויגן זיינען געשטאַנען אויף די שוועלן, געהאַלטן עופה'לעך אויף 
די אַרימס און אויסנגעשטרעקט הענט נאָך נדבות. 

-- זעסט ס'אַראַ לעבן דאָ איז! -- האָט זיך יאַשקע אָפּגעשטעלט אַ 
וויילע --- פון אַלדאָס גוטס!... אַזױ וי עס װאָלט כ5ל קיין קריג ניט גע- 
ווען! פאַר דעם האָבן מיר געקעמפט ?! 

ער האָט אָנגעוויזן מיט דער האַנט אויף די קינדער און בעטלער: 

--- אוויפן פראַנט האָב איך גענלויבט, אַז דאָס דאָזיקע בילד וע 
איך שוין מער פאר די אױגן ניט אָנזען. אין די רעסטאָראַנען באַקומט 
מען די שענסטע מיטיקן מיט די בעסטע וויינען -- און דאָס פאלק הונ- 
גערט! פָאַר דעם האָט מען אַזוֹיפיל בלוט פאַרנאָסן ? | | 

דערנאָך האָט ער שוין געשפּרײיזט אן אויפגערענטער און ניט אוים- 
געהערט צו רעדן: ' | 

--- זיי זיינען שוין אַלע אוױיפנעשטאַנען תחית המתים: די אַלפאַנסן, 
די שפּעקולאַנטן, די בורזשוען און די ביוראָקראַטן!.. אין די ערשטע טעג 
זיינען זיי פאַרקדאָכן אין די לעכער --- איצט הויבן זיי ווידער די קעפּ! 
דורוטי לינט אין ד'רערד און זיי מאַכן אַ לעבן!... אַניט האָסטו אֵן אַנונג, 
װאָס הינטער די קוליסן קומט פאָר? כל זמן איך בין געווען אויפן פדאָנט 
האָב איך אויך פון נאָרנישט ניט געוואוסט!.. 

ריימאַן האָט געשוויגן. איז יאָשקע גערעכט? זאָל ער מיט אים רים- 
קוטירן פּאָליטיק? -- סשועט ניט נוצן! ס'איז אַ סיטואציע, װאָס חזרט 
זיך איבער נאָך יעדער מלחמח און רעװאָלוציע, נאָך איטלעכן אוים- 
שוואונג פון אידעאַליזם. ער האָט נֹאָר קורץ באמערקט : 
{ = -- אין שפּאַניע קעמפט מען דאָך ניט פאַר סאַציאַליזם. דער 
קאַכף גייט דאָ אַצינד פאַר. אַ בירנערלעכער דעמאַקראַטיע. 

--- פאַר דעמאַקראַטיע? װאָס איז עס אַזױינס די דעמאַקראַטיע, אויב 
ניט די אַלפאָנסן, די שפּעקולאַנטן און די בורזשוען? אַדרבא, זאָלן זיי 
ליין אויפן פראַנט און קעמפן פאַר זייער דעמאַקראַטיע! װאָס האָבן מיר 
צו לייגן דעם קאָפּ פאַר זיי?... מיינע בעסטע חברים זיינען געפאַלן. זיבן 
חדשים האָבן מיר נעקעמפט צוזאַמען און כ'האָב זיי געזען איינציקויין 
אומקומען. נעכטן האָט מען מיר דערציילט, אז אויך ווינסענטי איז גע- 
פֿאַלן,, . אויפן אַראַנאַנער פראָנט... כ'האָב א (אַנצע נאַכט ניט צונעמאכט 
קיין אויג. 

ער האָט גערעדט ערנסט און אַ טיפער ווייטיק האָט געציטערט אין 
זיין קול. אָבער שוין אין אַ וויילע אָרום האָט אַ שעלמיש שמייכעלע אַ 


32 


זי 


שיין געטאָן אין זיינע אויגן און ער האָט אָנגעוויזן אויפן דאַמפער, װאָס 
האָט זיך געצייכנט אויפן האָריזאַנט: / : 
---זעסט, דאָס איז זייער חייליקע ניט-אינטערווענץ! דריי כוחות באַ- 
הערשן די וועלט: גאָט,געלט און די ,אינטעלידזשענס סערווים" ... 
זיי האָבן געשפאנט מיט דער ברייטער אַלי צום ים, אויף יעדן טריט 
זיינען געשטאַנען קיאָסקן און ווענעלעך,אָנגעפילטע און באַהאַנגענע מיט 
װואַזאָנען און בלומען, מיט קראַנצן, קאַקטוסן, צייטונגען און ביכער. 
יאשקע האָט זיך אָפּנעשטעלט לעבן אַ קיילעכדיקן, געפֿלאָכטענעם קראַנץ: 
---זעסט, מען פאַכדיצירט זיי שוין סעריעסווייז. נישקשה, זיי װעלן 
ניט פאַרװועלקן. דער ריבונו של עולם װעט שוין צושיקן געפּאַלענע 
העלדן ... ' | | 
דאַן האָבן זיי באַט-אַכט אַ צייטונגס-קיאָסק. אויף די ווענטלעך פון 
באַראַק? זיינען געהאַננען די בילדער פון פּאַסיאָנאַריאַ און דורוטי. דרי 
פּנימער פון פּאַרטיי-פידער האָבן קאָנקורירט מיט רעװאָלוציאָנערע פֿאַר" 
בן: סטאַלין איז געווען געמאָלט מיט שרייענדיקן רויט, לענין האָט גע- 
האָט אַ דויטלעך פּנים און אפיל די בכבודיקע באָרד פון קאַר? מאַרקס 
איז צונעפאַרבט געװאָרן מיט אַ ראָזן קאָליר. יאֶשקע האָט אַלץ גערערט, 
וי ער . װאָלט שוין זינט חדשים געזוכט זיך אַראָפּצורעדן פון האַרצן 
אויף מאַמע-לשון: | | 
| --- = קיין גרויסער גלױביקער בין איך קיינמאָל ניט געווען. כ'האָב 
תמיד געהאַלטן, אַז מען בלאָפּט דעם עולם. אָבער אַז סיאיז אױסגעכראָכן 
אַ שטרייק אָדער עס האָט זיך געמאַכט אַ געשלעג, איז יאָשקע תמיד גע" 
ווען דער ערשטער. פאַרװאָס מיינסטו האָב איך באַקומען אַן אויסווייז פון 
פראנקרייך? --- ס'איז געווען אַ שטרייק אין שטריקער-פאַך, האָט מען 
זיך דעהוואוסט, אַז פּסח דער ,פֿאַסאָניעד" נעמט אַרױיס אַרבעט אין 
דער שטיפ. --- וועמען ט'מען שיקן? -- יאֶשפען! בין איך אַװעק אין 
מעטראָ און זיך אַװעקגעשטעלט ביי די טרעפּ. בישטיי, כישטיי --- מיט" 
אמאָל: פּסח פויפט הענדום פּענדום מיטן פּעקל װאָל אונטער! אָרים. 
איך --- גאָרניט! ווען ער קומט צו נענטער, דערלאַנג איך מיר אַ שטעל. 
אַרױס אַ פוס און ער ניט זיך אַזױ אַ פלי אַראָפּ פון אַלע טרעפּ.. נו, 
איז געװאָרן אַ געװאַכד, א בחלח, פּאַליציי, ווייבער, געשרייען, יללות. 
און איך --- גאָרניט, איך מאך זיך תמ'עװאַטע. אָבער ס 'האָט ניט גע- 
האָלפן, אַן אויסווייז האָב איך באַקומען. און קיינער האָט מיר ניט גע- 
3 | | 7 | 398 


= 


האָלפן, קיין פינגער אין קאַלטע װאַסער ניט אַריינגעטאָן... ניין, איך האָב 
ניט גענלויבט אין זייערע דרשות ! | 
--- און פונדעסטוועגן ביסטו נעקומען קיין שפּאַניע?! 

--- פאַרשטייסט, ווען עס האָבן זיך דאָ אָנגעהויבן די שלאַכטן, האָט 
זיך אין מיר אָננעצונדן אַ פלאָם-פווער: דאָרט שלאָגט מען אַרבעטער און 
יאָשקע װעט זיצן און שטינקען אין פּאַריז?... ביי אונדז איז דאָך שפּאַ- 
ניע געווען די גרויסע האָפענונג: פ. אַ. י. -- ם. ג. ט.! (;) דאָ װועט שוין 
זיין די אמתיע רעװאָלוציע! האָב איך אָנגעהויבן לױפֿן פון ביורא צו קאָ- 
מיטעט און זיי האָבן מיִך ניט געװאָלט שיקן. דאָס האַרץ האָט זיי געזאָגט, 
אַז די אַנאַרכיסטן וועלן זייער שפּיל ניט מיטמאַכן... אָבערּ סוה כל סוף 
בין איך געפאָרן. און ון היינט, װאָס? --- איז ער פּלוצלונג געװאָרן מעלאן- 


כאָליש -- היינט בין איך אַ צעבראָכענער מענטשי.. . איך נלויב אין קיי- 
נעם ניט., ו' | 
-- און די ס. ;. ט. -- פ. א. י? 


הי /-- זיי זיינען נים שולדיק אָבער זיי זיינען אַרײנגעטראָטן אין דעך 
העגירונג.,. און אַ מיניסטער, פאַרשטייסטו מיר, מוז ווערן אַ פיינער מאַן, 
אַ בעלי-בתישער ייך!. : 

איצט האָבן זיי נעשפּאַנט לענגויס דעם ברעג ים און זיך דערויי- 
טערט פון שטאָט. די הויכע הייזער זיינען זעלטענער געװאָרן, תַחֹילת זֵיי- 
נען דערשינען נידעריקע געביידעס מיט גערטנדלעך אַרום; דאַן האָבן 
אויפְגעטויכט ליימענע כאַטעס, צעװאָרפענע אַן פּדר אַרום צעגראָבענע, 
זאַמדיקע ע נגעסלעך. יאֶשקע האָט איצט באַװירצט זיינע פּאָליטישע באַמער- 
קונגען מיט זיכרונות פון אַמאָליקע צייטן : 
| -- די אַריִמעלייט האָבן אומעטום דעם זעלבן מזלן... 

| דאָ און דאָרטן זיינען אויף שיטער-באַװאַקסענע פעלדער געשטאַנען 
בלעכענע באַראַקן. זייערע ווענט זיינען געווען צוזאַמענגעקלאַפּט פון צע- 
שניטענע בענזין-בלעכן, אויף וועלכע מען האָט געקענט לייענען די גרוי- 
סע , אוִיפְשריפטן , שע?,, ,װאַקואום אויפ" סטענדאַרד אויל". פֿון דער 
ווייטנס האָבן זיי אויסגעזען זי אַן איראנישע ‏ רעקלאַמע-אויסשטעלונ; 
פון די. באַרימטע פּעטראָלעאום-טרוסטן פון נאָר דער וועלט. 5 

| : 
= פ .8.י. -- פעדעראציע פון אנטרכיסטן פון איבעריט 
: ס. 1. 6. -- גאַציאָנאַלע טמגפעדעראביע בור אַרבעמער. (מואַר- 
כיסטישער, פּראָפעסיאגעלער פאריי), 





--אַנדערש װווי ביי אונדז, און פונדעסטוועגן שטייט מיר די סמאָי 
טשע-נאָס פאַר די אויגן... | : 

ער האָט װױידעראַמאָל געװאָרפן אַ זייטיקן בליק אויפן לאַנגן דיימאַן: 
א סטודענט, דאַכט זיך, קאָן שפּראַכן און זאָגט פונדעסטוועגן ניט קיין 
מוסר. אַ נאַש-בראַט, הייסט עס!... און ער האָט מיט אַ האַרציקן פֿאַר" 
טרויען דערציילט כלערליי פּרטים פון זיין יוגנט. ער איז געװאַקסן אין 
יידישן ארימקייט-קװואַרטאַל פון װאַרשע. שוין אלס קינד האָט ער גע" 
פילט א שנאה צו די זאַטע און שיין געקליידעטע לייט פון די ברייטע און 
ליכטיקע גאַסן, אַלס ערשטער קעגנזאַץ צו די אויבערשטע פון שטוים? 
אין פאַר זיינע אוינן דערשינען די אונטערװעלט. די גנבים האָבן זיך 
אָפּגערעכנט מיט די פיינע פייט אוּן ביי זיי אַרױסגעריסן טאָנ-טענלעך, 
װאָס ס'האָט זיך נאָר געלאָזט. און די , פרויענצימערן" האָבן אָנגעצויגן - 
די שיינע נפשות, האָבן גענומען די , יאָלדן" אויפן גאַנצן זיכער און זיי 
אָפּגעטאָן אויף טערקיש. צו דרייצן יאָר איז ער געװאָרן אַ שטיקל איינ- 
גייער אין , מלינות", די דרייסטקייט און אױיסגעהאַלטנקײיט פון דער אונ- 
טערוועלט האָט אים אימפּאָנירט אַלץ מער און מער. 

אָבער זיין טאַטע, אַן אָרימער, נאַטספאָרכטיקער גאַסן-הענדלער 
האָט איינגעלייגט וועלטן, כדי צוּ מאַכן יאֶשקעלען פאַר א כשרן 
יירן. אַ קעפּ? האָט דער , קדיש" געהאַט אַ פייערדיקס און אוֹיף כל מִינִי 
שמד-שטיק איז ער געווען איינער אין דער וועלט, אָבער צו די , שװאַרצע 
פּינטעלעף?" האָט ער ניט געהאט קיין איבעריקן חשק. בלית ברירח האָט 
דער טאַטע זיך באַגנוגנט מיט אַ פּרשה חומש און אַ קאַפּיטל תהילים און 
האָט באַדאַי אָפּנעגעבן דעם זון צו אַ בעל-מלאכה, אַבי ער זאָל לכל הפַּחות 
- אָרנטלעך, מיטן שווייס פון זיין אָנגעזיכט, פּאַרדינען דאָס שטיקל ברויט 
און זיך ניט לאָזן אויף קרומע וועגן. | 

און דאָרט, אין ענגן, װאַרשעװער שטריקער-װואַרשטאַט האָבן די 
חברים זיך גענומען אים אויפצוקלערן דעם גאנג פון דער געשיכטע לויטן 
היסטאָרישן מאַטעריאליזם און זיך באַמיט אים אַריינצוציען אין א רע- 
װאָלוציאָנערער פּאַרטײ. זיי האָבן אריינגעטענה'ט אין אים, אַז א קלאַסן- 
באַוואוסטזיניקער פּראָלעטאַריער מוז טעאָרעטיש באַנרינדן די צילן און 
מעטאָדן פון קאַמף, און זיך שטעלן דיסציפּלינירט אין די רייען פון זיינע 
חברים: נאָר אַזױ אַרום קען ער וערן אַ נוצלעכער עלעמענט. יאַשקע 
האָט אויפגעכאַפּט די באלײיכטונג פון דעם מעכאַניזם פון דער געזעל- 
ישאַפט פּונקט אזוי פיפיק און לייכט, װוי ער האָט אַמאָל באַנריפן דעם 


59 


רבינס חכמח; ער האָט אַפילו מסכים געווען, אַז די רייד זיינען גאָר שמל- 
דיק; אָבער טיף אין האַרצן האָט ער די אַלע טעאָריעס געהאַלטן פאַר פונקט 
אַזױ נוצלאָז װוי, א שטייגער, אַ פּרשה חומש מיט רש"י. 

-- שוין דעמאָלט האָבן זיי געטענה'ט, אַז איך האָב אַנאַרכיסטישע 
שטימונגען -- האָט ער אָנפּאַרטרױט ריימאַנען --- און זיי האָבן אַזױ 
לאַנג גערעדט, ביז זיי האָבן זיך דערערט ! 

-- אין יענע צייטן האָבן זיי זיך אַװדאי אויסגעלאַכט פון דִיר? 

--- אפשר אונטער די אויגן. אָבער איך בין תמיד געווען 8 נוטער 
ברודער מיט די חברה, וויי? כּיהאָב שטענדיק געהאַלטן מיט די אונטער- 
דריקטע. כדי זיך אָנצונעמען אַ קריוודע פון אַן אַרבעטער, בין איך 
תמיד געווען גריים צו גיין אין פייער און אין װאַסער. און אַלֶע האָבן 
געוואוסט, אַז יאשקע קען דערלאַנגען אַ קלאַפּ א שטרייקברעכער, קטן צו- 
ען אַ מעסער פון כאָלעווע און מאַרשירט בראש פון אַ געפערלעכער דע- 
מאַנסטראַציע, אַפילו ווען ער איז גאר פּאָליטיש ניט מסכים מיט די אֶך- 
נאַניזאַטאָרן, | 
| = ער האָט איבערגעריסן, זיך פאַרקלערט אַ וויילע און אַ ממזר'ישער 
שמייכ? האָט אַ פינקל געטאָן אין זיינע אויגן. | 

-- װאָס איז ? 

|-- גאָרניט, כיהאָב זיך דערמאָנט א מעשה מיט אַ קאָמוניסטישער 
מאַניפעסטאַציע אין בריסעפ, | 

--י װאָס, אַ שטיינער ? | 

-- גאָרניט. .אַראָפּגעגאַנגען אין גאַס בין איך, אַזױ צום זאָגן, כדי 
צו װאַרפן לאָזונגען קעגן די קאָמוניסטן. כ/קום אויפן פּלאַץ -- וייניק 
מענטשן, ס'רוב אויסלענדער און טאַקע אַ שפּאָר ביס? שניידערס מאחינו 
בני ישראל, און ארום דרייען זיך געהיים-אַגענטן וי זאַמד און ערד. איך 
דערקאָן זיי נלייך, די שמעקערס!... בקיצור, איך האָב שוין גאָרניט ניט 
געשריען, נאָר זיך געשטעלט אין די ערשטע רייען. און מען האָט זיך גע- / 
לאָזט גיין. איך כאַפּ אַ קוק אויפן חברה-מאַן, װאָס טראָגט די פאָן --- 
עס ציטערט אויף אים די הויט; װאָרים אַזאַ מעשה האָט נעשמעקט מיט 
דעפּאַרטאַציע און ער האָט געהאַט אַ זוייב מיט קינדער אויפן האַלדז און 
אַ פּראָצעס אין דער אַלטער היים. --- גיב מיר די פאָן! --- מאַך איך צו 
אים... מיר גייען, איך טראָג הויך די פאָן און די אַגענטן הינטער אונדז, 
װי אין פּסוק שטייט: הלך ילך ובכח... זיי האָבן געװאָלט פאַרמיידן אַ 
פקאַנדאַל און אונדז פאַנגען דערנאָך איינציקווייז, װי די פיש. אָבער 


26 


נישט ביי מאָטיען! ביים סוף דערלאנג איך די פאָן איינעם אַן אַרטיקן, 
שפּרינג אַרײין אין א לפויפנדיקן טראַמװײ, אַ געהיים-אַגענט הינטער מיר, 
איךושפּרינג אַרױיס פון דער אַנדער זייט, שטעל אונטער אַ פום דעם שמע- 
קער, װאָס ציט זיך אויס װוי לאַנג ער איז, און איך בלייב פון די איינ" 
ציקע, װאָס מען האָט אים יענעם טאָג ניט געכאַפּט אויף דער ווענדקע.. 
| = אָבער פון אידעאָלאָגיעס האָט ער איבעריקנם ניט געהאַלטן. נאָך וויי" 
ניקער האָט ער געהאַלטן פון אידעאָלאָגן און רעדנער. ווייסע קראַנעלעך 
און קראָכמאַלעטע מאַנזשעטן האָבן געוװועקט אין אים חשד און אומצו" 
טרוי. אַן אינסטינקטיוו געפיל האָט אים געװאָרנט, אַז נלאַט-ראַזירטע 
סעקרעטאַרן - אין נעפּרעסטע אַנציגער מיט שיינע מאַנירן, מוזן זיין יד 
אחת מיט די בעלי-בתים און פיינע לייט : | 

--- ס'איז אין גרונט גענומען איין שייקע, װאָס נאַרט אֶפּ און פאַר- 
פירט דעם פּראָסטן נאַראָד ! 

אין זיין באַוואוסטזיין האָט נאָך אַלץ געטליעט אַ פאַרהערלעכונג פון 
דער אונטערוועלט, װאָס ליינט ניט אֶפּ אויף לאַנג אין באַנק, אין פירט 
יעדן טאָג דורך די , עקספּראָפּריאַציע". די דאָזנקע פונקען האָבן אויפגע- 
פלאַקערט נאָך יעדער ענטוישונג. אויך אין אַנאַרכיזם אי אים געפעלן 
געװאָרן די דירעקטע אַקציע און דער אינדטוידועלער טעראָר. ער איז וי 
פאַרבליבן אויפן ראַנד, צווישן צוויי וועלטן, 

--באַרצעלאַניעטע! -- האָט יאַשקע אָנגעוויזן אויף אן אַרבעטעף" . 
קװואַרטאַל, צו וועלכן זיי האָבן זיך אַצינד דערנענטערט -- אַז עס ווערט 
מיר טרויעריק אויפן האַרצן, כאַפּ איך זיך אַראָפּ אַהערצו. 

די נאַסן זיינען דאָ געווען עננ-צוזאַמענגעפּרעסט און די הייזער --- 
נידעריקע און אָפּנעקראָכענע. איבער באַלקאַנען און אויף פאַרצויגענע 
שטריק האָט זיך געטריקנט וועש. אָפּנעריסענע קינדער האָבן געשפּילט 
אין זאַמד פון די ניט-כרוקירטע געסלעך און זיך באַשפּריצט מיט װאַסער 
ביי די פּלומפּן. דורך קליינינקע פענסטערלעך האָבן אַרױסגעקוקט אַלטע 
מעב? פון אֶרימע, גרויע צימערן. פרויען מיט פּאַרדאנה'טע פּנימער זיינען 
געשטאַנען אין אַ לאַנגער ריי נאָך ברויט. עלטערע אַרבעטער האָבן גע- 
װאַרט פאַר א טאַבאַק-נעשעפט, 

--- זעסט? די אַרבעטער זיינען געבליבן דאָ וואוינען! קיינעד פון זיי . 
האָט. זיך ניט אַרײננגעצוינן אין די לוקסוס:הייזער פון פּאַסעאָ-דע-גראַסיאַ 
אָדער פּלאַסאַידע-?אַ-רעפּובליקאַ, אין די שיין מעבלירטע סאַלאָנען מיט 
די באָדדצימערן, מיט די ווייכע פאַטעלן. דאָרט האָבן זיך אַריינגעקליבן 


1 


די שרייב"מאַשינקעס. און דאָס האָבן דאָך די דאָזיקע אַרבעטער פאַרטריבן 
די נבירים פון די שיינע הייזער! טאָ פאַרװאָס האָבן זיי זיך צוריק אומ- 
געקערט אין זייערע לעכער אַרײן ?1... 

דער שטעכעוודיקער אויסדרוק פון זיין מאָרדקע איז וי פאַרשפּיצטער 
געװאָרן, בעת ער האָט גערעדט, און זיין ברײיטפּלײציקער נוף האָט זיך 
א װועלב-געטאָן, װוי ביי א קאַץ, װאָס גרייט זיך דערלאַנגען א שפּרונג 
אָבעד א קורצע וויילע נאָכ! אויסברוֹך האָט שוין אין זיינע אויגן געשיינט 
יענץ סקעפּטיש שמייכעלע, וואָס האָט מרמז געווען, אז סוף 2 סוף איז 
די גאַנצע וועלט ניט מער זי איין גרויסע אונטערוועלט. האַלב ערנסט 
האט ער אָנגעהויבן מיט אַ נביאישן טאָן: 

-- הער זיך איין, מיין ליבער פריינט, װאָס עס טוט רעדן צו דיר 
יאשקע אַנאַרכיסט: כדי דורכצופירן אַן אמתע רעװואָלוציע, דאַרף מען 
ראשית כל אָפּרוימען פון דער וועלט אַלע חברח-לייט, װאָס קענען קלאַפּן 
אויף שרייב-מאַשינקעס. אַנישט וועלן די אַרבעטעה קיינמאָל נייט זוכה זיין 
זיך אַריינצוציען אין די שיינע קייזער.. י 

-- אָבער אין באַרצעלאָנאַ איז דאָך די דעה ביי די אַנאַרכיסטן? 

-- די אַרבעטער דאַרפן זיך ניט פאַרלאָזן אויף קיינעם, אַפילו ניט 
אוֹיף די איינענע פירער, זי דאַרפֿן כאַפּן, ואוו און װאָס עס לאָזט זיך, 
זיי האָבן פאַרטריבן די בורזשוען פון די ווילעס? --- האָבן זיי זיך גלייך 
באַדאַרפט אַריינציען אַהינצן מיט זייערע בעבעכעס און קינדער און נאַכט- 
טעפ -- דערנאָך רוף מיך קנאַקיניספן.. 

--- גוט, אָבער עמיצער מוז דאָך אָנפירן מיט א רעװאָלוציע? 

--- אָנפירן?.,, די פירער זיינען געפּערלעך ! פריער אָדער שפּעטער 
וועלן זיי דיר איינשאַפן אַ פּאַליצי מיט תפיסות און געהיים-אַגענטן, און 
וועלן באַהערשן ראָס פאָלק, 

צו װאָס דיסקוטיר איך אייננטלעך? --- האָט זיך רימאַן פּלוצלוננ אַ 
כאַפּ געטאָן --- מען װאָלט געמוזט אָנהויבן פון ששת ימי בראשית!... און 
מיטאַמאָל איז אים קלאָר געװאָרן, אַז ער וועט דאָ פאַרבלייבן עטלעכע 
טעג. א הונגער נאָך וויסן האָט אים אַרומגעכאַפּט און באַהערשט: וויסן 
אָן ווערם-אורטיולן, אַזױ װוי אַמאָל, אין פּאַריז... איז ער דען ניט אַראָפּ 
| אין די לעצטע חדשים צו א מדרנח פון ריינער אַקטיװויטעט? ריכטיק באַ- 
אָבאַכטן קען מען נאָר. דאַן, ווען מען מעסט ניט כסדר מיט גערעכט און 
אומגערעכט!... און די ברינאַדע? די פליכט טן? -- א דעװאָלוציע איז אַן 
יעקספּערימענט, װאָס מען קען ניט רעפּראָדוצירן אין אַ לאַבאַראַטאָריע; 


מען קען נאָר אויסנוצן די געלעננחייט פון געשעענע פאַקטן! 
58 


--- נו, און דורוטי? -- האָט ער געפרענט אויפן קול. 

--- דורוטי איז געווען עפּעס אַנדֶערש! ער האָט געגעסן מיט אונדז, 
געשלאָפן מיט אונדז און איז דער ערשטער געלאָפן אין אָנגריף. ער האָט 
ניט דערלאָזן, מען זאָל אים פּראָקלאַמירן פאַר אַ פירער. און פונדעסטווגן. 
איז ביי אים געווען דיסציפּלין. 90 

-- ביסט געווען צוזאמען מיט אים? א א. 

--- אַוודאי געווען. מיר האָבן געקעמפט אויפן אַראַנאָן, ביי הועסקא, 
סאַראַנאָסא און אומעטום. דאַן איז מאַדריד געשטאַנען אין געפאַר, האָט 
דורוטי נגענומען אַ טייל פון זיין קאָלאָנע און זיך געלאזט אַהינצו. מירן . 
זיך געשלאָנן אין די פאָרשטעט, אין קאַסא דעל-קאַמפּאָ, אין קאַראַבאַנ- 
טשעל, ביז אין די הייזער פון שטאָט. אֶה, וי די חברה האָבן אים ליב 
געהאַט! מיט דורוטין איז מען געלאָפן אין פייער. ער איז געפאַלן פוֹן אַ 
בלינדער קויל און מען האָט זיך דעמאָלט אַ סך גע'סוד'עט װעגן דעם... 
און אַצינד פאָרן מיר צוריק אויפן אַראַנאָן. אָבער איידער װאָס וועַן, דאַרף 
מען האַלטן אַן אויג אויף באַרצעלאָנאַ!.. | 

די דיי פון די פרויען ביי דער בעקעריי איז געװאַקסן און זיך אויס" 
געצויגן ביז א שכינותדיקן געסל אַריין. ריימאַן האָט זיך אָפּגעשטעלט: 

--- פאַרװאָס איז ניטאָ קיין ברויט אין באַרצעלאָנאַ? אין װאַלענ- 
ציאַ קען מען דאָך קויפן וויפל ברויט מען װויל ?: | 

-- אט זעסטו שוין?! זיי ווילן ניט אַריינפירן אַהערצו קיין ברויט, 
בדי צו באַװייזן דעם פאָלק, אַן ביי די אַנאַרכיסטן הערשט הונגער. ואד 
רים פון יענעם כל-טוב אין די געשעפטן קען דאָס פאלק ניט זאט ווערן 
--- ס'איז צו טייער! און די אַנאַרכיסטן שטעקן זיי װי אַ ביין אין האַלדן... 

ער האָט א טייט? געטאָן מיט אַ פינגער אויף אַן עלטערער פרוי, װאָס 
איז אַרױס מיט אַ ליידיקן מילך-קרוג אין איין האַנט און אַ קליינעם לעבל 
בְרוֹיט אין דער אַנדערער : | - 

-- ווען כיבין געפאָרן פון מאַדריד, האָב איך אין װאַלענציא איינ- 
געהאַנדלט צוויי זעק ברויט און זיי מיטנעשלעפּט אַהערצו. דאָ האָב איך 
זיך אַװעקנעשטעלט אינמיטן ראַמבלאַ און אָנגעהויבן פאַרטיילן אַ לעבל - 
פּראָ קאָפּ, דו שטעלסט זיך פאָר די סצענע? מען איז זיך צוזאַמענגעלאָפן 
אויפן בייזן וואונדער. דער עולם איז געשפּרונגען פון די קאַפּעיהייזער . 
און געריסן פון די הענט. אַפילו פון די קינאָס האָט מען אָנגעהויבן לויפן. 
מען | האָט מיך אָנגעקוקט טאַר א משונע'נעם. ערשט איך גיב אַ קוק: עפּעס 
אַן אָרימער נפש נייט פאַרביי און שטרעקט אַפילו ניט אויס די האַנט. 


הונגעריק איז ער אַוודאי געווען װי אַ כלב, איז אים 92? ניט איינגעפאַלן, 
אַז אויך אַן ארימאן קען עפַּעס געניסן. א האַלבע גאָס האָב איך אים 
געמוזט נאָכיאָגן, ביז כ'האָב אים געפּאַסט און אַרינגעשטופּט א ברויט 
אין האַנט אריין... אָט דאָ לינט דער אומנליק פון די אַרימע: אַלין קע- 
נען זיי ניט נעמען! אַפּיטרופּסים דאַרפן זיי האָבן... צעשטערן און נעמען 
-- אָט װאָס זיי דאַרפן לערנען ! 

ריימאַן האָט זיך אומגעריכּט דערמּאַנט אָן זיסקינדן: זיי זיינען זיך 
ענלעך! --- איז אים איינגעפאַלן -- כמעט די זעלבע דערציונג האָבן זי 
געהאָט, די זעלבע אוניווערזיטעטן באַזוכט. און ביידע זיינען זי באַהערשט 
פון זעלבן פּסיכאָז: װעלן װידעראַמאָל זיין אויסדערוויילטע, װאָס װעלן 
האָבן די דעה 2... | | | 

-- דו קאַנסט איינעם א זיסקינד? געקומען פון פּאַריז --- -- 

--- מיט רויטע האָך ? = 

-- יאָ, : 

--- ווער קאָן אים ניט? אַ פיפיקער יונג!... א , בלאַטער"! 

-- ער האָט אויך מורא פאַר די בעלי-בתים פון מאָרגן, 

-- ער איז אין שפּאַניע ? | 

-- יאָ. | 

-- ער'ט זיך אַן,עצח געבן: וועט אַליין ווערן אַ שטיקל קנאַקער, 

-- תחילת האָט ער געהאַלטן װוי דו; אַז מען דאַרף גלייך אָפּשאַפן 
אַלע פּריווילעניעס, אַפּילו ווען זיי זיינען דעהוויילע נוישווענדיס -= 

-- היינט צווייפל איך אין אַלץ! -- האָט יאֶשקע אַ מאַך געטאן מיט 
דער האַנט. | | ' 

-- און דערפאַר ביסטו פאַרצווייפלט. זעסטו, זיסקינד האָט רעזינ- 
גירט: ער האָט אָנגענומען דעם נזר-דין, אַז אייביק וועלן זיין הערשער. 
און ער װיל דערפּאַר פאר יעדן פּרייז זיך אַרײנכאַפּן צוישן זי .. 

זיי האָבן געשפּאַנט צוריק אין שטאָט. יאָשקע האָט זיך אמגעדרייט 
און געװאָרפן אַ בליק אויף די אַרבעטער-געסלעך: 

= --יאדיאָ, מיין פריינט, כדי צו פאַרווירקלעכן אן אמת'דיקע רעװואלוציע 

מוז מען פריער אװעקפּטר'ן. די אַלע, וװואָס קענען קלאַפּן אויף שרייב- מאַ- 
שינקעס... ניין, ס'איז וייניק! מע! דאַרף פּטור ווערן פון די אַלֶע, װאָס 
קענען זיך אונטערשרייבן, זייענדיק אָנגעטאָן אין אַ דעק?... אונדזערער 
איינער, אַז ער דאַרף זיך אונטערשרייבן, מוז ער אַפריער אױיסטאָן דעם 
רעק? און פֿאַרקאַשערן די אַרבפ .. | | 


3) 40 


קאַפּיטל דריי 
אין ביגעזישן קװאַרטאַל 


פאַרנאַכט-צו האָבן זיי זיך ווידער געטראָפן, 

--- און וואוהין גייט מען איצט? -- האָט געפרעגט ריימאַן. | 

-- אין אָוונט גייט מען געוויינלעך אין , באַריאָ טשינא? אוב דו 
ווילסט וועלן מיר מאַכן אַ שטיק? אינספּעקציע. נאַנץ וועלט קענסטו דאָרט 
טרעפן. / | | | 

--- וואו ? 

--- אין , באַרריאָ טשינאָ", ס'הייסט אין כינעזישן קװאַרטאַל... קיין 
כינעזער זיינען דאָרט אַפילו ניטאָ אויף א רפואה, אָבער דערפאַר זיינען 
דאָרט פאַראַן אָן אַ שיעור באָרדעלן, | 

אויפן וועג האָט ער איבערגענעבן, וי זיין שטייגער, אַ קורצן אי- 
בערבליק איבערן קװאַרטאַל: | 

--- ס'איז דער פּאָרט-פערטל, דאָ וואוינט אויך די סאַמע אַרימקייט. 
פון אײיביק אָן האָט מען פון דאַנען עקספּאָרטירט סיפיליסן אין נאק דער 
וועלט; אַװודאי קיין כינע אויך, און דערפון שטאַמט מסתמא דער נאָמעֶן. 

| א הונדערט מעטער פון דער רחבותדיקער , ראמבלא פון די בלומען?, 
האָט זיך די פּאַנאָראַמע מיטאַמאָ? געענדערט. זיי זיינען אַריינגעפאַלן אין 
אַ לאַבירינט פון שמאָלע, טונקעלע נעסלעך, װאָס זיינען געלאָפן ווי מוטנע 
רינשטאָקן, האָבן זיך געדרייט, געהויקערט און קעגנזייטיק פאַרשלונגען, 
די ווענט פון הויכע הייזער האָבן זיך געהויבן אָפּנעקראָכענע און קרעצי- 
קע און געטראָגן שפּורן פון דערפילטע באַדערפענישן. די דאָזיקע ווינק- 
לען האָבן אויסגעדעמפט שאַרפּע ריחות. די אַריינגענג האָבן אויסגעזען 
װוי שװואַרצע מיילעה פון גריבער. איבערן קאָפּ, אויף באַלקאַנען אין פענ- 
סטער-ראַמען זיינען געהאַננען שטיקלעך אונטער-וועש צװוישן פאַרוועלקטע 
וואזאָנען. | ' | 


41 


אין טונקעלע שענקן, צעעפנטע אויף שריט און טריט, האָבן נדאַמאָ- 
פאָנען געגראַגערט אָריענטאַלע מעלאָדיעס. פון אינעװייניק האָבן אַרויס- 
געקוקט רויטלעכע, בייכיקע פעסער, געטורעמטע הויך איבעראַנאַנדער. 
ביי די טירן זיינען ברייטלעך געזעסן דיק-געשמינקטע פרויען, װאָס זיינען 
שוין לאנג אַריבער די ערשטע יוננט. מיליציאָנערן האָבן זיך געשלייכט 
בקאָמפּאַניע איבער דעם צעלעכערטן ברוק און זיינען נעלם געװואָרן אין 
פינסטערע קאָרידאָרן, | 

--- וואוחין גייט מען עס אזוי בחברותא? : 

--- אין די ,, חייזער"... אין מלחמח-צייטן פאַרנעמען זיי דעם פּלאַץ 
פון, לחבדיל, אַ קירכע אָדער אַ קלויז. וואוהין זאָל מען דען גיין, ווען 
מען קומט פון אַ בלוט-באָד? אפשר זיך נאָר אַװעקזעצן זאָנן תהילים, 
װאָס ? יי ! 
| יאֶשקע האָט זיך אריענטירט אין לאַבירינט פון די נעסלעך; ער האָט 
זיי דערקענט לויט פאַרשידענע סימנים: באַקאַנטע פּנימער פון טיידלעך, 
װאָס זיינען תמיד געשטאַנען אויף די זעלבע ראָגן, רויטע, ווינקענדיקע 
לאַמטערנעס און באַלױכטענע וויטרינען פון ספּעציעלע סחורות, װאָס 
האָבן געטראָגן נעמען פון כל מיני פעלקער: , די פראַנצוזקע", /, די יאַפּאָנ- 
קע? װוי אויך אַנדערע גרויסמאַכטן, זיי זיינען אַריין אין אַ קאָרידאָר 
און געקראָכן איבער טונקעלע שטינן. אַן עלטערע פרוי האָט געעפנט די 
טיר און, דערזעענדיק זייערע מיליטערישע מלבושים, האָט זי באַגריסט 
מיט אַן אויפגעהויבענער פויסט, לענגויס די ווענט זיינען געזעסן האַלב- 
נאַקעטע מיידלעך מיט צעקראָכענער פאַרב אויף מידע פּנימער. סאָלדאַטן 
זיינען געשטאַנען אויפן שװועל און באַטראַכט די אַנטבלױזטע קערפּערס, 
עטלעכע יאָטן האָבן געדרעמלט, אָנגעשפּאַרט אויף טישלעך, צװוישן אוים- 
געליידיקטע פלעשער און האַלב-אָנגעפילטע נלעזער. אויף די ווענט זיינען 
געהאנגען פּלאַקאַטן, װאָס ריימאַן האָט אויפמערקזאם דורכגעלייענט: 

שױינט די פאַרװײלונגס-אַרבעטערו" -- האָט אױיפנעפאַדערט איי- 
נער, װאָס האָט געטראָגן די חתימה פון , סינדיקאַט פון די פֿאַרוויילונגס- 
אַרבעטער". אַ צווייטער, געשריבן מיט גרויסע, רויטע אותיות האָט גע- 
װואָרנט : 0 | | 
4ח, מיליציאָגערן 8 װענעריש-קראַנטער איז גלײך בן 8 דעזערי 
מיך וײ ' 

-- ער איז דאָ אויפן ריכטיקן פּלאַץ!... קום, לאֲמיר גיין! -- האָט 
יאֶשקע אַ צי געטאָן ריימאַנען פאַרן אַרבל. און ווען די בעל-הבית'טע האָט 


42 


זיי אַרױיסבאַגלײט און ווידער באַגריסט מיט אן אויפגעהויבענעם פויסט, 
האָט ער צונענעבן: 

--- אַלַּע זיינען געװאָרן רעװאָלוציאַנער-געשטימט! ווען די ערשטע 
פרייוויליקע זיינען אַהער געקומען פון אויסלאנד, האָט מען ביי זיי נים 
געװאלט נעמען קיין געלט אין די קליינשטעטלדיקע ,לאָקאַלן": 

-- איר זענט געקומען אונדז פּאַרטײידיקן --- האָבן געטענה'ט די 
;פרויענצימערן" --- וועלן מיר ביי אייך נעמען באַצאָלט + 
א געדיכטע טונקלקייט האָט איצט איינגעהילט דעם קװאַרטאַל. די 
געסלעך זיינען באַלעבט געװאָרן און אין באַלױכטענע טאַנץיזאַלן האָבן 
זיך צעריטשעט דזשאַזדאָרקעפטערס. טשאַטעס מיידלעך האָבן אַהינצו גע" 
צויגן, װי קאָמאַרן צו אַ באַנאַכטיקן שיין. זיי האָבן געאַרבעט אויפן איי- 
גענעם חשבון און באַקומען באַצאָלט פאַר' יעדן טאַנץ. אין דער ווייט האָבן 
זיך אנגעצונדן די רעקלאַמעס פון באַרימטן קאַבאַרעט ,באַרצעלאַנאַ 
אַנאָטשע". ' | 

--- דורוטי האָט געװאָלט אָפּשאַפן די פּראָסטיטוציע גלייך אין די 
ערשטע טעג --- האט קאַמענטירט יאָשקע --- עטלעכע פרויענצימערן האָט 
מען אװעקגעשאָסן, אַנדערע האָבן גענומען ביקסן אויף די אַקסלען און 
זיינען אַװעק צום פראָנט. דאָרט האָבן זיי אָנגעשטעקט די סאָלדאַטן מיט 

סיפיליס און מען האָט זיי צוריקנגעשיקט מיט פּאַראַד. 

| ער האָט אַריינגעפירט ריימאַנען אין עטלעכע בודעס. באַלד האָט אים 
אַרומנעכאַבּט אַ מין הייליקער ענטוזיאזם און ער האָט אָנגעהויבן מאַר- 
| שירן פון הויז צו הויז. אין די בכבודיקע לאָקאַלן האָבן די פרויען אוים- 
געזען יונג און פריש, מען איז דאָרט געזעסן אין אָפּנעטײלטע חדרימלעך, 
איינגעטונקטע אין אַ ראָזן ליכט. געווען דאָרט שפּאַניערינס פון אַלע 
פּראָווינצן, װאָס האָבן געשמייכלט מיט גרויסע שװאַרצע אויגן און רויט- 
לעכע צעעפנטע ליפן, װוי צייטיקע קאַרשן. נעגערינס פון די מערב-אינדו- 
שע אױנדזלען האָבן זיך אַרײנגעשטופּט אין געדרענג פון די ארומשטייענ- 
דיקע מענער און דערמאַנט מיט זייערע נגעפאָרמטע ברוסטן פון שאָקאָלאך- 
פאַרב אָן צייטיקע טראָפּיק-פרוכטן, װאָס קוקן אַרױס פון צווישן. אַ לרי" 
נעם, רייפן געבלעטער; פראַנצויזינס האָבן שטאָלצירט מיט זיער נאַציאָ- 
נאַלער אָפּשטאַמונג, געבעטלט , בלויע" פּאַפּיראָסן, גערופן ריימאַנען מיטן 
פּאַריזער ליבע-צונעמעניש ; מיין קליין קעפּ? קרויט" און זיך נאָכגע- 
פרענט ביי אים מיט א סך בענקשאַפט אויפן מאָנמאַרטר און די ,גאַס פון 
די קירכעס", אין אָנגערויכערטע קאָרידאָרן האָבן זיך צוזאמענגענאָסן וי 


48 3 


אין אַ נעפּ? די מיליטערישע כאַקייפאַרב מיטן העלן שימער פון פרויען- 
|| לייבער, הכ | י | | 
| יאֶשקע איז װוי אַריינגעצױיגן געװאָרן אין 8 האַזאַרד-שפּיל, אַפילו אַ 
יידיש מייד? פון פּוילן האָט ער אנטדעקט אין יענעם אֶוונט, אין איינעם 
פון די לאָקאַלן, ריימאן האָט גלייך פאַרפירט מיט איר א שמועס: 

--- פון וואַנען ? 

--- פון שערלעץ., 

--- איז װוי קומט איר אַהער ? 

-- אַ ייה קען דען איינזיצן אויפן הינטער-חלק? -- האָט זי נעענט- 
פערט פילאָזאָפיש --- פאָרט מען ארום איבער דער וועלט... 

-- אָבער פאַר יידישע. מיליציאַנערן װאָלט איר פונדעסטוועגן גע- 
מאַכט אַ שטיקל הנחח? -- האָט זיך אינפאָרמירט יאַשקע. 

ווייזט זיך אַרױס, אַן מיט יידישע מיליציאָנערן גייט זי כלל ניט: '. 

--- טאָמער האָב איך, למשל, חתונה -- האָט זי זיי דערקלערט דעם 
שכל ---- מיט אייערן אַ קרוב אָדער אַ חבר, װעט איר א גאַנץ לעבן קענען 
טייטלען מיט די פינגער אויף מיין מאַן, אַז איר האָט געהאָט צו טאָן מיט 
זיין ווייב !.,, | 

--- איז װאָס עפּעס אַזאַ גנזירה דווקא קעגן יידן?ף ‏ 

--- ווייל חתונה האָבן װועל. איך גאַר { מיט אַ יידן! -- האָט זִי פאַר- 
זיכערט מיט שטאָלץ. | 

-- זי װויל נאָך ווערן אַ ,וויטישע? --- האָט יאָשקע אויפנעשטראַלט 
דערמאַנענדיק זיך דעם. לשון פון װואַרשעװער אונטערוועלט, - 
| = -- אונדזערע איינע אַז זי ווערט א ,וויטישע", ווערט זי ארנטלעכער 
וי וועלכעס ניט איז כשר ווייב? -- האָט ביילקע, די נייע באַקאַנטע, זיי 
איבערצייגט --- װאָרים אונדזערע איינע וועסטו שוין אזוי לייכט ניט 
איינבייסן! נישקשה, מיר ווערן ניט נתפּעל פאר אַ זכר.. 

די מענטשן אין לאָקאַל האָבן זיך געביטן און דעד דריילינג ביים 
טיש האָט אַלץ געמיטלעך געשמועסט. יאַשקע האָט געװאָלט באַשטעלן צו . 
טרינקען, אָבער דאָס מייד? האָט אים אָפּנעהאַלטן : : 

--- משונע מיינע שונאים! מען זיצט און רעדט וי מענטשן, דארפ- 
סטו גיסן אין האַלדז אַרין?... שפּאָר בעסער אֶפּ די פּאָר גראָשן אויף 
אַ שווארצער שעה ! / 

ביני לבינו איז אַרייננגעקומען א מיטל-יעריקע דאַמע, מיט רוימלעכע, 
פאַרשוויצטע באַקן, װאָס האָט, טראָץ דעם ואַרימען סעזאָן, געטראָגן אַ 


4 י ' 


דיקן, האָריקן פּעלץ, פון אירע אויערן זיינען אַראָפּנעהאַנגען לאַנגע 
גלאַנצענדיקע אויריננלעך אוֹן דיקע בריליאַנטן-נלעזלעך האָבן אַראָפּגע- 
שיינט פוֹן אירע פיננער. די בעל-הבית'טע האָט זיך דערפרייט מיט איר. 
זיי האָבן זיך אַרומגענומען, זיינען פאַרקראָכן אין אַ ווינקל און זיך פאַר" 
טיפט אין אַ האַרציקן שמועם. | 

-- װאָס איז דאָס פאַר א גראַנדידאַמע? -- האָט יאָשקע אָנגעװויזן 
אויף דער ניי-נעקומענער, 

--- ווער? שיינדל... אַ חברטאָרין מיינע. מירן צוזאַמען געאַרכעם 

-- נו, און ? | 

-- און גאָרניט. זי האָט געהאַט מזל. מען האָט זי געכאַפּט פון די 
הענט, האָט זי אָפּגעאַרבעט זיבן יאָר, אָפּנעלייגט אָן אַ זייט א דרייסיק 
טויזנט פּעזעטן און חתונה געהאט. 

-- מיט אַ יידן? -- חאָט ריימאַן געוואלט וויסן, 

--- ניין, מיט אַ שייגעץ. 

--- אה, זעסטו! -- האָט יאָשקע טריומפירט מיטן זיג פון קאָסמאָ" 
פּאַליטיזם, וּ 

--- זעסטו? װאָס זעסטו? --- האָט ביילקע אים אַרױסגעשטעלט אַ 
לאַנגע צונג --- נאָרנישט זעסטו!... דער שייגעץ האָט אַריינגעשטעקט די 
דרייסיק טויזנט פּעזעטן און איז נעלם געװאָרן. גיי כאַפּ אַ פויג? אויפן 
דאַך!... האָט זי פונדאָסניי געאַרבעט אַכט יאָר, אָפּגעשפּאָרט גייע דרייסיק 
טויזנט פּעזעטן און ווידער חתונה געהאַט. 

-- אָבער דאָסמאָל באָטש מיט אַ יידן ?! 

--- יאָ, אַ זייער פיינער יוננערמאַן, פון א בעלי יבתושער משפּחה..., 

-- און װאָס טוט זי דאַ אַצינד ? 

-- גאָרניט, כאַפּט זיך אַריין אַביס?, אז עס ווערט איר קאַלאַמוטנע 
- צו זיצן אַלֵיין אין אידע שטובן; מען זעט מענטשן, מען שמועסם. אַז 
אַ מענטש אַרבעט אָפּ אַזופיל יאָרן, ציט עס אים .. 

איצט איז שיינדל צוֹגענאַנגען צום טישל און זיך האַרציק באַנריסט 
מיט איר חברטאָרין, וועלכע האָט איר פֿאַרגעשטעלט די צוויי באַקאַנטע. 
ריימאַן האָט באַשטעלט קאַװוע מיט מילך, - 

-- אָבער פון צייט צו צייט האָט איר נאָך פונדעסטוועגן א שטיקל 
געליבטן? -- האָט יאֶשקע פאָרנגעזעצט דעם שמועם, זיך ווענדנדיק | אַצינד 
דירעקט צו שיינדלען, : 


8 


--- איף, אַ געליבטן? --- האָט יענע זיך אָנגעצונדן --- אַז ניט דער- 
לעבן זאָלן עס מיינע שונאים! א מכה, אַפילו ניט פאַר א מיליאָן! איך 
בין איצט נאָר פאַר מיין מאַן, אַ געזונט אין אים --- האָט זי פאַרענדיקט 
מיט פיל ליבשאַפט אין דער שטימע -- דער ריבונו ש? עולם זאָל אים 
נאָר געבן געזונט און כוח ! | 

-- ביי אייך זיינען געווען א סך יידן? -- האָט יאֶשקע געפרענט ריי- 
מאַנען, ווען זיי זיינען אַדאָפּ אין נאַס, 

--- נישקשה, געוועןואין אַלע בריגאַדעס צוֹ ביסלעך. ביי די פּאליאקְן 
און אַמעריקאנער זיינען אַפּילן געווען א סך. און ביי אייךף? ' 

--- זייער װײיניק, כּיי אונדז איז געווען איינער אַ דייטש, האָכ איך 
נלייך דערקענט אַז ער איז אַ ייד, נאָר ער האָט זיך געמאכט ניט וויסנדיק 
און איז אָנגענאַנגען פאַר אַ ריינעם גוי. גוט! -- האָב איך מיר גע 
טראַכט -- ס'איז מיין דאנה?. פונמיינטווענן קענסטו אפילו וערן א 
האַטנטאָט!.., איינמאָל זיינען מיר ביידע געגאַנגען אין אַ פּאַטרול, אויס- 
צושפּירן די פאַשיסטישע ליניעס. זיינען מיר פאַרקראָכן נאָר ווייט און 
ווען מיר האָבן געװאָלט זיך אומקערן, האָבן די כלבים גראדע דערלאַננט 
אַ קאַנאַנען-פייער אויף אונדזערע ליניעס, אז מען האָט ניט געטאָרט רירן 
מיט קיין גליד. מען האָט ניט געקענט ניט אַחין און ניט. צודיק. 

בקיצור, מיר זיינען אָפּנעלעגן אַ קנאַפּן מעת-לעת אין אָפּענעם פעלך 
און גאָרניט גענומען אין מויל אַריין. די סנאַריאדן זיינען נעפפוינן אוּ- / 
בער די קעפּ און אויפגעריסן אַרום אונדז, און מען האָט כסדר געזען דעם 
טוט פֿאַר די אוינן.מיטאַמאָל, איך הער אַ שװאַך קול פון הינטער אַ 
קוסט, איך גיב אַ קוק: פיין יעקע רעדט: 

--- זי זינד איין יודע? --- מאַכט ער צו מיר אויף דייטשמעדיש. 

-- יאָ -- זאָנ איך, 

--- אונד קענען זי דאַװונען ? 

--- אַװודאַי --- מאַך איך --- קאָן איך דאַװונען. 

--- אונד ציצית טראַנן זי |אויך? -- פרעגט ער. ' 

-- יאָ... ניין... װי עס זאָפ ניט זיין קענט איר זיך דערװײַל צורוקן 
און מיר אַ קוש טאָן.. ה 0 | | 
--- פאַרשטײַסט? --- האָט יאַשקע אױסגעלאָזן זיין מעשה -- אן 
איינפאַל פון אַ יעקעדיאָלד;: אז ער האַלט ביי דער פּנירה, דערמאַנט ער 
| זיך אַן יידישן ריבונו של עולם און ציצית! אים נעדארפט אפשר אָנגרייטן 
אַ טלית און תפילין מיט אַ אַ זעקלע ארץ-ישראל ערר ? 


40 


אַ פייפעריי פון סירענעס האָט. איבערגעריסן זיין געשיכטע. דאָס 
ברומען האָט זיך געטראָגן פון אַלֶּע זייטן, זיך אָנגעהויבן מיט אַ דיקן, 
דראָענדיקן רוֹף, וי שרייענדיק. , געוואלד!" און איז אױיסגענאַנגען אין אַ 
טיפן, יאָמערִנדיקן חודזשען. אין זעלבן אויננבליק האָט זיך אויסנעלאשן. 
דאָס ליכט אין די גאַסן און פענסטער. די הייזער זיינען אויפגערודערם 
געװאָרן פון אויבן אַראָפּ און אויסנעזען, װוי זיי װאָלטן זיך באַװעגט אִין 
דער שטאָק-פינסטערניש פון דער נאכט. פון אַלע טירן זיינען געלאָפן מאָ- 
מעס מיט וויינענדיקע קינדער. די געסלעך זיינען פול געװאָרן מיט מענ- 
טשן, װאָס זיינען געלאָפן אַהין און אַהער, און ניט געוואוסט וואו וי 
צו באַהאַלטן, -מיליטערלייט האָבן ארומשפּאַצירט גלייכגילטיק און געקוקט 
אין הימל?, צי מען זעט שוין די אַװיאָנען. : 

אין דער לופט האָבן אָפּנעהילכט קורצע אויפרייסן. --- אַראָפּנע- 
װאָרפענע באָמבעס? --- לופט-שוץ-קאַנאַנען?,.. די פּאַניק און די געשרייען 
זיינען געוואססן. קינדער האָבן פאַרלוירן זייערע מוטערס, זיך געפּלאָן- 
טערט צווישן דער מאַסע און געקלאָנט אױפֿן קול. יאשקע האָט אָנגענומען 
צוויי ביי די הענטעלעך, זיי גענלעט איבערן קאָפּ און געטרייסט : 

-- שא, ס'איז גאָרניט! באַלד וועל איך אייך קויפן צוקערקעם .. 

ווידער האָבן זיך צעואַמערט די סירענעס. דאָסמאל האָבן זיי עס 
אָפּגעפאַרטיקט אויף גיך. דער אַלאַרם איז געווען געענדיקט. סיהאָבן זיך 
אָננעצונדן די גאַסן-לאַמטערנעס און די דזשאַזן אין די שכינות'דיקע לֹא- / 
קאַלן האָבן פאָרנעזעצט די איבערגעריסענע מוזיק. - 

--- מע'ט זיך אַרינכאַפּן אין אַ קאַבאַרעט? / 

--- כיהאב ניט גענוג געלט... ס'חייסט כ'האָב אַ פראַנצויזישן פופ" 
ציקער פראַנק. אָבער די באַנקן זיינען אַצינד געשלאָסן. 

--- גייסט דאָך עפּעס מיט יאֶשקען, ניין?... קום, מע'ט שוין צו- 
בייטן !- 

6 אל 8 


בעת דער גלאטיראזירטער מאַן מיטן פּליך אויפן קאָפּ און דיקו, 
אויסגעלאַשענעם ציגאַר אין מוי?, האָט זיי אויסגעצאָלט די פּעזעטן, האָט 
ריימאַן באַטראַכט דעם עולם פון קאַפע , קאָלומביאַ", װאָס איז נעזעסן 
אין ווייכע פאָטעלן פון רויטלעכן שטאָף, געטרונקען ישוב-הדעת'דיק פון 
קליינינקטע נלעזעלעך משקה און אַרױסגעלאָזן געדרייטע רינגעלעך רויך 
פון שװאַרצע ציגאַרן, װאָס האָבן נאַכלעסיק געשטעקט אין די ווינקלען 
פון. מויל. אַריבערטרעטנדיק דעם שוועל צו דער נאָס, האָט ער געפרעגט : 

47 1 | 


-- און ער האָט ניט קיין מורא, דוֹ זאָלסט אים אַרעסטירן? 

-- װואָס בין איך דען, א פּאַליציאַנט? איך בין פאַר אָפּשאַפן אין- 
גאַנצן די פּאַליציי און נים פאַר אַרנאַניזירן אַ נייע -- 8 שװאַרצע אָדער 
אַ רויטע... װאָס שייך די שפּעקולאַנטן, װאָלט מען זיי באַדאַרפט שטעלן 
צום , ווענטל" און פּטור אַן עסק! ווייל מען װויל? זיי אױיסראָטן מיט דער 
הילף פון פּאָליצין, האָבן זיי שוין היינט מער דעה פאַר אונדז. ניין, אַנ- 
דערש װועט עס שוֹין נים וערן: פּאַליצֵיי און אונטערוועלט זיינען תמיר 
געווען יד-אחת, זיי קענען ניט לעבן איינער אָן צווייטן ... 

אין , באַריאָ טשינא" האָט נאָך אַלץ נעהערשט אַ שטאַרקע באַוענונג, 
נאָר איינצלנע בלוילעכע לאַמטערנעס האָבן באַלױכטן די פֿאַננע הופּט- 
גאָס און די שפּאַנענדיקע מענטשן האָבן אויסנעזען פון דער וייטנס וי 
באַוועגלעכע שאָטנס. דאָ און דאָרטן האָט איינער זיך אָפּגעשטעלט און 
דערפילט אַ באַדערפעניש אויף א װאַנט. אַ שיכורער מאַטראָז איז געשטאַ- 
נען אויף אַ ראָנ און געשריען : 

--- װושואַ על קאָמוניזמאָ ליבערטאָריאָ ! 

-- דאַן האָט ער זיך געקלאַפּט אין הארצן און געריטשעט מיט אַלע 
כוחות : 

--- איך װעל שטאַרבן פאַר ס, נ. ט. --- ם, איי, !! 

יאֶשקע האָט ראשית נעפירט ריימאַנען איבער טאַנץ-לאָקאַלן. ער האָט 
געזוכט עפּעס אויסערגעוויינלעכעס, אָבער אומעטום האָט זיך איבערנע- 
חזרט דאָס זעלבע בילד: ס'האָבן געקלאַפּט נענער-דזשאַזן אוֹן פּאָרלעך 
האָבן זיך געדרייט איבער גלאַנציקע פּאָדלאָגעס. די פרויען האָבן נענו- 
מען צװאַנציק סענט פאַר אַ טאַנץ, די זאַלן זיינען געווען פו? מיט דורוטי- 
היטלען, ביי די טישלעך אַרום האָט מען געטרונקען און זיך געקושט 
אויך דערפאַר האָט מען געצאָלט, לויט אַ באַשטימטן טאַריף, | 

רייטאַן האָט זיך געלאַנװײליקט און יאֶשקע האָט אים אַרײנגעפירט 
אין אַ קאַבאַרעט. אויף דער בינע האָט נעטאַנצט אַ האַלב-נאַקעטע פרוי. 
דער עולם אין זאָל האָט אויסגעדריקט זיינע פאַרלאַננען אויפן קול; 

--- די היפטן! די ברוסטן ! 

די פרוי האָט ווייטער געטאַנצט און אינמיטן נעזונגען עפּעס אַ האַר- 
ציק ליבעס-לידל. אָבער איר שטימע איז פאַרשריען געװאָרן דורך די קו- 
לות אין זאַל, די אויפרעגונג איז געװאַקסן. מען איז אויפגעשפּרונגען פון 
די שטולן, געטופּעט מיט די פיס און געפּאַטשט מיט די הענט, וי בעת 


48 


אַן אָקסן-קאַמף, און הונדערטער שטימען | יבן נעריטשעט צום טאַקט; 
--- קיטא לא ראָפּאַ ! | 
אונטערן דרוק פון די מאַסן אין זאל האָט די פרוי דערפילט זייער 

בקשח. זי האָט איין אויננבליק אַראָפּנעװאָרפן. דעם דורבזיכטיקן שׁאֵל 

פון די פּלייצעס. און האָט א שימער נגעטאָן מיט פולשטענדיקער נאַקעט- 

קייט. דער עולם האָט אַפּלאָדירט. אַנדערע פרויען האָבן אויסגעפירט אִרי- 

ענטאַלישע בויך-טענץ. אין זאָל אין געשטינן די טעמפּעראַטור. איצט 

איז קיינער מער ניט געזעסן אויה זיין פּלאַץ; מען האָט געשריען גלאַט 
אין דער װעלט-אַרײן, פון אַלֶע עקן זיינען געפ?ייגן חיטלען אויף דער 
סצענע. אַן עלטערער טאַן, מיט גרויסע ברילן אויף די אויגן, װאָס איןז 

געשטאַנען נאָענט צו דער בינע און דאָרט אָנגעפירט אַ כאָר פון בראַואָ- 

פּאַטשער, איז אַרייננגעפאלן אין אַזאַ התלחבות, אַז ב פייבנדיק אָן אַ אַ היטל, 

האָט ער אױסנעטאָן זיין רעקל און אים אַ שליידער געטאָן צוֹ די פיס 

פון דער שמייכלענדיקער טענצערין. אַנדערע האָבן נאָכגעטאָן וין ביי- 

שפּיל, פון אַלע זייטן זיינען איבער די קעפּ געפלויגן רעקלעך, סוועטערס, 

כ? מיני חפצים. עטלעכע האבן אַפילו אייליק אָפּגעשנורעװעט די לֹאַמּ- 

טשעס, זיי געװאָרפן אויף דער סצענע און באָרוועסערהיי! אונטערגע- 

טאַנצט צום טאַקט פון אַרומיקן הוֹ-האַ. ' | 

--- יאָשקע איז גערעכָט --- האָט געטראַכט ריימאַן --- ס'איז א קאַ- 

באַרעט נאָך אַ בלוט-באָד!... עס האָט אים געשווינדלט פאַר די אויגן און. 

זי זיינען אַרױסגענאַנגען. אויה דער ראַמבלאַדאַליי האָט זיך שוֹין געהאט 

אָנגעהויבן דער פרויען-מאַרק פון נאָך א האַלבער נאַכט. אין די פּאַרטײ- 

הייזער ארום האָבן געלויכטן די פענסטער -- עס זיינען פאָרנעקומען 

זיצונגען, פלייסיקע פעקרעטאַרן און טעכניקער האָבן געאַרבעט ביז אין 

ד! פאַרטאָנן. אַ קאמיאָן מיליציאַנערן איז דורכגעפאָרן די נאָס אויפן וועג 

צום פראַנט. יאָשקע האָט אויסגעשטרעקט אַ פיננער און געטייטלט אויף 

די פייערלעך פון אַ שיף, װואָס האָבן געפינקלט צװוישן די שטערן אויפן | 

האָריזאַנט : 
--- דרי! כוחות באַהערשן די וועלט: נאָט, געלט און די , אינטעלי- 

דזשענס פערוויס., ? 


קאַפּיטל פיר 


אַ קאַפּיטל, װאָס עס קענען שויץ װידעראַטאָל איבערסיפן די יעניקע 
פון די חשובע לײעגער, װעלכע אינטערעסירן זיך ניט מיט פֿאָליטיק 


אַ מידער, מיט אַ בלייענער מידקייט אין קאָפּ, האָט זיך ריימאַן אוים- 
געכאַפּט צומאָרננס מיטאָנ-צייט. --- װאָס זיץ איך נאָך אַלץ אין באַר- 
צעלאַנאַ?. --- האָט ער געקוקט מיט אַ בלאַנדזשענדיקן בליק אוה די 
אַרומגעריסענע טאַפּעטן פון זיין ביליקן נאַסט-הױיז -- נאָך היינט װאָלט 
איך באַדאַרפט אָפּפאָרן קיין אַלבאַסעטע! זיי ווייסן זיכער, וואו די ברי- 
נאַדע געפינט זיך. ער האָט אַ קוק געטאָן אויפן זייגער: --- דעם היינטיקן 
צוג האָב איך שוין פאַרשפּעטיקט.. 

און גלייך איז אים קלאָר געװאָרן, אַז ער איז צופרידן, װאָס ער װועט 
מוזן װאַרטן נאָך אַ טאָג. ס'איז אים פאָרגעקומען, װוי ער װאָלט באַ- 
דאַרפט בייזיין אַ גרויסע געשעעניש און ס'האָט אים געצויגן צו בלייבֿן 
װאָס לענגער. די דיסקוסיעס אין אַראַנאַנער דאָרה, יאָשקעס טענות, װאָס 
האָבן אויסגעדריקט די שטימונגען ביי פיל יונגע, אַנאַרכיסטישע מילי- 
ציאָנערן און דאָס בילד פון די פארביקע נאָסן האָבן זיך אים געמישט 
אין קאָפּ און אָנגעפילט מיט שפּאַנענדיקער דערװאַרטונג. ‏ . 

די שטאָט איז געווען אָנגעזאַפּט מיט האַפענונגען און ענטוישוננ. זי 
איז געווען איבערפולט מיט באַװאָפּנטע סאָלדאַטן און פּויערים, װאָס זִיו- 
נען גרייט געווען זיך צו וואַרפן יעדע מינוט אין קאַמף פאַר פּשרות'לאָזע 
אידעאַלן. אַן אָנגעלאָדענע מיט דינאמיט האָט זי א לאַדע רגע געקענט 
עקספּלאָדירן און זיך וואַרפן מיט אַ געװאַנטן שפּרונג אין א וייטע צו- 
קונפט אָדער טיפן אָפּגרונט. 2 

ער איז אַראָפּ אין גאַס. עטלעכע שעה האָט ער ארומנעבלאנדזשעט 
אינער די צעהוידעטע, רידעוודיקע נאָסן, ביז ער האָט אויף דער ראַמבלאַ 
געטראָפן יאָשקען. | : 2 

--- וואָס הערט זיך נייעס ? : 

-- ס'וועט זיר טאַן!... וועפּט זען, מאָרגן, איבערמאָרגן װעט מען 


50 


אַרױס אין גאַס. דער קאָפּ זאל אַזױ לעבן! -- האָט יאַשקע אָנגעוויזן 
אויף זיין קאָפּ. 

-- קעגן וועמען? אין דער רעגירונג זיצן דאָך אויך אַנאַרכיסטן?! / 

-- אָבער די דעה האָבן די אַנדערע! פֿאַרװאָס מיינסטו איז ניטאָ 
קיין געווער אויפן אַראַנאָנער פראַנט? זיי ווילן אויסשחטן דאָס ביסל . 
אַנאַרכיסטן, כדי זיי זאָלן אַלֵיין דאָ בלייבן די בעלי-בתים... אָבער מיט 
אונדז שפּילט מען זיך ניט! | ' | 

און אַלס ביישפּיל װי מען שפּילט זיך ניט מיט זיי, האָט ער גלייך 
דערציילט אַ מעשה און, וי זיין שטייגער, איז זיין מעשה געווען טויט- 
ערנסט און נלייכצייטיק דורכויס , בלאַט". בעתן רעדן א'! זיין שטרענ" 
גער, פאַרשפּיצטער פּנים אָפט באַלױיכטן געװאָרן מיט א גנב'ישן שמייבל 
פון די אויגןווינקלען : | 

--- ביי די אַנאַרכיסטן זיינען קיין קונצן ניטאָ! אָט גיי איך מיר 
אַנומלט שפּאַצירן אויף , פּלאַסאַ דע לאַ רעפּובליקאַ?; גאָרניט, ס'איז גע- 
ווען, דאַכט זיך, שטיל און רואיק, פּלוצלונג שטעלט זיך אַװעק איינער אַ 
יאט, ציט אַרױס אַ דעװאלװער פון הינטערן פּאַס און הויבט אֵן קנאַלן 
אין אַ פענסטער פון אַ זייער בכבודיקן הויז. זאָל איך אַזױ נײט וויסן פון 
קיין בייז, װוי איך ווייס ניט, װאָס אַזױנס ער האָט דאָרט דערזען, אין 
פענסטער פון פערטן שטאָק!... האָט עס באַמערקט אַ צוייטער הברח- 
מאַן, האָט ער זיך גלייך אַ נעם געטאָן צילעווען אין זעלבן פענסטער. און 
באַלד איז צונעקומען אַ דריטער, אַ פערטער,.. בקיצור, ס'איז געװאָרן אַ - 
שיסעריי, אַז גאָט זאָל שומר ומצי? זיין!,.. אַזױ לאַנג און אַזױ ברייט ביז 
עפּעס איינער אַ מיושבדיק מענטשל? איז פאַרבייגעגאננען און האָט איינעם. 
אַ פרעג געטאָן : | | | 

--- זייט אַזױ גוט, חבר, װאָס שיפט מען דאָ אַזױינס ? 

--- איך וויים ניט. אַלע שיסן, שיס איך אויך! -- האָט אים יענער ‏ 
געענטפערט און אַריינגעשטעקט זיין רעװאָלװער הינטערן פּאַס. האָט זיין 
שכן אים נאָכגעטאָן און דעם שכנס שכן האָט נאָכגעטאָן דעם שכן און 
אין אַ וויילע ארום איז געװאָרן שטי? וי אין א אויער .. - 

--- פאַרשטײיפט? אויף אֶנצוהויבן שיסן דאַרף מען ביי אונדז קיין 
גרויסע זיבן זאַכן ניט האָבן !... | | | 
| פאַרנאַכט האָט ער מיטגענומען ריימאַנען אין דער צענטראלע פון 
דער ס. נ.ט. דאָס מאָדערן, פילשטאָקיק הויז --- געוועזענער קלוב פוֹן די 
באַרצעלאַנער אינדוסטריעלער --- איז פול געווען סיט אַרבעטער-דעלע- 


1 


נאַציעס פון פאַבריקן און פאַרבאַנדן, יוננע פּויערים און שליחים פון דער- 
פער. אין די קאָרידאָרן. האָט געהערשט א הין-און-הער און אין אַלע צֵי- 
מערן האָט מען חייס דיסקוטירט און זיך געאַמפּערט. ס'האָבן ניט גע- 
קלעקט קיין בענקלעך און דער עולם איז נעזעסן אויף קעסטלעך באָמבעס 
און האַנט-גראַנאַטן, װאָס זיינען געשטאַנען אין אַלע ווינקלען. אין אַלע 
עקן זיינען געהאַנגען ביקסן און אין די שאַפעס, צװוישן בראָשורן און 
שרייב-מאַטעריאַל, האָבן זיך אַרומגעוואלגערט לענטעס קוילן פאַר קוילנ- 
װואַרפעד און פאַראיינזאמטע פּאַטראָנען פון כלערליי קאַליבערן. 
| = אין איינעם פון די קאָרידאָרן האָבן זיי באַגעגנט כאָפע'ן, וועלכער 
איז פאַרבײיגעלאָפן אַ פאַרשמײעטער. ער האָט דערקאַנט ריימאַנען און זיך 
דערפרייט; | 

--- אֶלְלעי, חבר ! | 

--- פאַרװאָס זיינען אַלֶע אַזױ צעהיצט ? | 

--- מיר מוזן פאַרטײידיקן די רעװאָלוציע! די רעגירונג קפייבט זיך 
צוצונעמען די פאַבריקן ביי די אַרבעטער! | 

-- צוּנעמען?,.. די רעגירונג וויל דאָך נאָר נאַציאָנאַליזירן די גרויס- 
אינדוסטרי ! יי 

-- יאָ, אָבער אויב זיי וועלן נלייכצייטיק אָפּשאַפן די פרייהייט פון 
די אַרבעטער?. איז װאָס איז דאָ שייך צום זאָגן די רעגירונג?... די ווירט-. 
שאַפט װעט געהערן צו א חברה ביוראָקראַטן מיט זייערע מענטשן און 
אונדזערער איינעד װועט אַפילו ניט טאָרן עפענען ס'מויל. די תפיסות זיי- 
נען שוין היינט אויך פול! : 

-- יאַ -- האָט מפכים געווען יאָשקע--- אָט ווילן זיי שוין אָפּשאַפן 
די , פּאַטרוליאַס דע קאַנטראָלאַ" ! | יי | 

--- װאָס איז דאָס פאַר א חברה ? | | 

כאָסע מיט יאָשקען האָבן אָנגעהויבן רעדן צוזאַמען, זיך געקאבט 
און געגעבן צו פאַרשטײן, אַז ס'איז אַ זייער וויכטיקער ענין: זינט דעם 
אויסברוך פון בירגער-קריג פלעגן די אַרבעטער-סינדיקאט" אַרויסשיקן באַ- 
וואָפנטע פּאַטרולן אין די גאַסן, כדי צו האַלטן די ארדענונג. די דאָזיקע 
,פּאַטרוליאַס? זיינען ניט קיון סטאַבילע, געדונגענע פּאַליציאַנטן, נאָר 
אָרגאַניזירטע אַרבעטער, װאָס באַקומען אויסגעטיילט געווער פון סינדי-. 
קאָט. קיין שום רעגירונג קען זיי דעריבער ניט אויסנוצן פאַר אירע איי- 
גענע צוועקן. | | 

געציילטע טעג זיינען בסך חכל אריבער זינט ריימאַן האָט זיך געלאָזט. 


1 : 52 


אויף זיין נסיעה איבערן אַראַנאָן און דאָך איז אים פאָרגעקומען, וי ער 
װאָט דא פאַרװיילט יאָרן נאַנצע. ער האָט אָנגעהויבן פילן דעם אייגנ" 
אַרטיקן פּולס פון שטאָט: בעת'ן אויסברוך פון בירגער-קרוג האָבן די 
אַרבעטער זיך דערפילט אֵלֶם די אומיטלבאַרע בעלי"בתים. די פאַבריקן, 
די באַנען, די טראַמװײען, די האָטעלן --- די נאַנצע װירטשאַפט -- איז 
אַריכער דירעקט אין די הענט פון מענטשן, װאָס זיינען געווען באַשעם- 
טיקט אין די דאָזיקע צווייגן, און מיטאַמאָל זיינען זיי באַהערשט געװאָרן 
פון אַ נעפיל, אַז די מאַכט,גליטשט זיך אַדױס פוֹן זייערע הענט. אין דער 
נאַציאָנאַליזאַציע האָבן זיי געזען אַ געפאַר פאַר זייערע רעכט. די פעסטע 
האַנט און די דיסציפּלין, װאָס מען האָט געװאָלט איינפירן, האָט אויף 
זיי אָנגעװואָרפן אַ 'שרעק. אין רעגירונגס-קאָמיסאַר האָבן זיי געזען דעם 
אַמאָליקן משניח און בעל-הבית. פון מויל צו מויל זיינען אַרומגעגאַננען 
| לעגענדעס וועגן אַ , נעחיים-פּאַליצײ?, װאָס הענגט װוי אַ געשפּענסט אי- 
בער די קעפּ. יאֶשקע איז דריי מאָל אַ טאָג געקומען מיט אַזעלכע נייעסן, 
װאָס ער האָט פאַרטרױיט מיט אַ מיסטעריעזער מינע: 

-- די , געפּעאן" שטעקט שוין אומעטום אַריין איר נאָז. אומעטום 
האָט זי אירע מענטשן און זי רוימט אָפּ אַיעדן, װאָס װאַגט צו האָבן אן 
אייגענע מיינוֹנג... י : 
|==--- זי ווילן אונדז אָנטאָן אַ שלאס אויפן מויל! מען האָט מיר 
נעכטן דערציילט, וועגן צוויי אַלטע קעמפּער, װאָס האָבן א שם איבערן 
גאַנצן לאַנד -- זיי האָבן יאָרן-לאַנג זיך ארומגעװאַלגערט אין די תפי" 
סות --- אינמיטן נאַכט האָט מען זיי אַרױסגענומען פון די בעטן און זיי 
זיינען נעלם געװאָרן .. | 

ריימאַן האָט װידעדאַמאָל אַריינגעקלערט אין די פּראָבלעמען. ניין, 
דאָס איז ניט קיין קינדער-שפּיל און ניט קיין לעקציע פון אַ פּראָפעסאָר, 
װאָסּ מען קען קאַלט באַאָבאַכטן!... ער האָט שעה'ן לאַנג דיסקוטירט מיט 
זיך אַפיין: ס'איז קלאָר, אַז צו דעראָבערן אמתיע פרייהייט, מוזן די אר- 
בעטער צייטווייליק מוותר זיין אויף א סך פרייהייטן. מיר שטייען אין 
קאַמף קענן דער גאנצער קאַפּיטאַליסטישער װעלט; מען מוז פאַרגרעסערן 
די פּראָדוקציע, כדי צו קענען פירן די מלחמה, מען מוז איינפירן דיסי 
ציפּלין אין די פאַכריקן און אין דער אַרמײ. װואָרים וי זאָל מען דאָ זיגן, 
אויב די סאָלדאַטן זאָלן ניט פאָלגן בלינד זייערע אפיצירן? און וי זאָל 
מען גובר זיין דעם נעץ פון שונא'ס שפּיאָנען, אויב מען װעט זיך אִפַ- 
זאָנן פון אַ קאַנטר-שפּיאָנאַזש און אַן איינענער געהיים-פּאַליצײ?... דאָס 


08 


איז די מיינונג פון גאַנצן לאַנד ! 
-- אוֹן די פרייהייט פוֹן געדאַנק? װעט די אומבאַנרעניצטע מאַכט 
אין די הענט פון גענעראַלן און פאבריק-דירעקטאָרן ניט פירן צו אַ ניי- 
עם מין דיקטאַטור? װעט די זעלבע געהיים-פּאַליצײ ניט פאַהװאַנדפט 
ווערן אין אַן אינסטרומעגט קעגן סאַציאַליזם און קעגן יעטווידער פריי- 
הייט ? 
--- אָבער װואָס איז אַזוינָס די פרייחייט? װאָס פאר א פּראַצענט 
מענטשן האָט פון איר גענאָסן ביז איצט?... און אפשר וועט זי נאָר פֿאַר- 
שווינדן פאַר אַ תקופה פון טויזנטער יאָרן פון דער וועלט?! װאָרים דער 
סאַציאַליזם װועט ארומנעמען די גרעסטע, צענטראליזירטע אונטערנע- 
מונג, װאָס די מענטשהייט האָט ווען ניט איז געהאַט... און צענטראַלי- 
זירטע אונטערנעמונגען האָבן אין דער אַלטער געשיכטע אַרױסגערופן .די 
פעסטעסטע היעראַרכיע און שאַרפסטע פאָרמען פון שקלאַפּעריי: אַזױי אין 
|מצרים וי אין געוויסע טיילן פון אינדיע, וואו ריזיקע מאַסן מענטשן 
האָבן, צוליב דֶער באַװאַסערונג, געמוזט אַרבעטן געמיינזאַם. איז העך- 
שאפט אַן אינערלעכער, אינטימער באַשטאַנד-טײ? פון אָרנאַניזאַציע?... 
אפשר וועלן מיר פאַר דורות זיך מוזן אָפּזאָגן פון פרייהייט, כדי צַו 
דערגרייכן מער גערעכטיקייט, מער. גלייכחייט און א שטיק? ברויט פאַר 
יעדן איינעם ? 1 = | 0( וׂ ' 
ער האָט זיך פאַרפּלאַנטערט און נים געקאָנט אַרױסקריכן. א וויילע 
האָט זיך אים אױיסגעדאַכט, אַז אַן אינערלעכע סתירה צעשטערט דאָ דעם 
מענטשלעכן ווילן און הענגט װי פאַטוֹם איבער זיינע מעשים. זי אין 
אים פאָרגעקומען וי דער פּאַטום ביי די אַלטע גריכן, װאָס האָט פאָרוים, 
ערגיץ זייער פֹרִי אין פאַרגאַנגענע איביקייטן, אָנגעצייכנט דעם. גורפ 
אַפּילן פון די נעטער.. : 
איינמאָל האָט ער פּרובירט אַ שמועס טאָן וועגן דעם מיט יאֶשקען. 
יענער האָט תחילת אויסגעהערט מיט אַן ערנסטער מינע. מיטאַמאָל האָט 
ער אַ פרעג געטאָן: 
| -- די גריכן?,..-איך האָב געקאַנט איינעם א גריך, אין װואַרשע, האָט 
עך פאַרקויפט בוזא מיט כאשלווא - י 
-- גיין, כ'מיין די אַלטע גריכן פֿון דער נעשיכטע. דו ווייסט ראָך; 
די יונים ! 
יאֶשקעס אוינן האָבן א שפּריץ געטאָן מיט זנָין סקעפּטישן שמיי- 
רעלע : . : א יי 
--- אה, דו מיייתוי די יונים פֿון ,על חנסים" ס! 


+++ + 


4 


קאַפּיטל פינם 


דער פּאַרכישופטער פֿאַלאַץ פון װילאַטועואַ-דע'לאַיכונטאַ און די 


העלדן פון ,באַר אױטאַטאַטיקאָי 


דערווייל האָט נאָרניט פּאַסירט און אויפן פינפטן אַװנט האָט יאשקע 
מיטגענומען ריימאַנען אין ,באַר אױטאָמאַטיקאָ", װאָס אויף דער לינ" 
קער זייט פון דער בלומען-ראַמבלאַ, קעגנאיבער דעם כינעזישן קוואַרטאַל. 
אין די קאַפּע-הייזעד פון דער לינקער זייט ראַמבלאַ האָט אין יענע 
טעג געשוימט דער פּאָליטישער אויפנעלאף פון בירנער-קריג. אויבן, האַרט 
ביים קאַטאַלוניאיפּלאַץ, האָבן רעזידירט די אויסלענדישע זשורנאַליסטן 
און דאָרט געשריבן, ביי גלעזלעך אראַנזשן-זאַפּט, רעפּאַרטאַזשן און באַי 
שרייבונגען אונטער טיט? ,דירעקט פון פּראָנט". עטװאָס נידעריקער האָט 
גענלאַנצט דאָס קאַפע , מאָקאַ?, וואו סיי די מעבל, סיי די אַבאַזשורן און 
אַפילן די טירן זיינען געווען אָפּנעפאַרבט אויף אַ שרייענדיקן רוים. 
דאָרט האָבן זיך קאָנצענטרירט, בשכינות, די פאַרשידענע מאַרקס!;סטישע 
אָפּאָזיציעס און גרופּירונגען. איינגעהילט אין א געדיכטן רויך פון פּאַפּי- 
ראָסן, האָבן דאָרט יונגעלייט דיסקוטירט פון אינדערפרי ביז שפּעט נאָך 
אַ האַלבער נאַכט ווענן 6 די אמתע דרכים פון דער , דיקטאַטור פון פּראָד 
לעטאַריאַט", האָבן געבראַכט בפירושע ראיות פון לענינס כתבים און זיך 
קעגנזייטיק געװאָרפן אין פּנים אַרייז פּסוקים פון מאַרקס און ענגעלס. 
אין די ווייטערדיקע לאָקאַלן זיינען געזעסן, חברותשוייז, געוועזענע 
פּאַרטיי-פירער פון האַלב אייראָפּע, צענטראַל-קאָמיטעטן און סתם עמיג- 
ראַנטן, װאָס האָבן זיך שוין פריער ארומגעװאַלגערט אין ווין, פּראַג און 
פּאַריז. טעאָרעטיקער אָן מאָסן האָבן דאָרט אויפגעקלערט פאר זייערע גע- 
ציילטע חסידים שפּאָג? נייע טעאָריעס, װאָס זיי האָבן געשאַפן, האָבן 
דורכנעפירט געלונגענע פאַרנלייכן צווישן רעװאָלוציאַנערע סיטואַציעס אין 


8 


די ?עצטע פינף הונדערט יאָר און יעדער איינער פון זי - איז געווען 
טיף איבערציינט, אַז ער, און טאַקע נאָר ער, איז באַשטימט צו זיין דער 
לענין פון דער שפּאַנישער רעװאָלוציע; אלא װאָס דען, ער /האָט ניט קיין ' 
מאַסן הינטער זיך? -- איז עס טאַקע נאָר א באַװייז לטובת זיין גרויס- 
קייט! והראיה, אויך לענין האָט תחילת ניט געהאַט קיין מאַסן ... 

יאֶשקע איז אויפן וועג אָפּגעטראָטן אין פאַרשידענע קאַפע-חייזער און 
אָפּנעגעבן ריימאַנען אַ כאַריכט:איבער די לייט, וואָס זיינען דאָרט געזעסן, 
אָבער דעם ריכטיקן מענה-לשון האָט ער אַװעקגעלײגט ערשט װען זיי 
זיינען אַריבערגעטראָטן דעם שוועל? פון , באַר אױטאַמאַטיקאָ", 

אויסערלעך האָט דער באַר אויסגעזען װי אלע אנדערע לאַקאַלן פון 
דער הויפּט-נאַס, געלעגן איז ער א סך נענטער צום ים און האָט געהאט 
|אַ חוץ אַ פאָרבאַנק מיט טישלעך, וואו קעלנערס האָבן באַדינט, אויך אַ 
װאַנט מיט אױטאָמאַטן, וואו מען האָט געקענט אַרינוארפן א האַלבע 
פּעזעטע און -דערפאַך באַקומען אַ מאָגערן סאַנדוויטש אָדער א גלאָז ביך. 
אָבער זיין אייגנאַרטיקן כאַראַקטער האָט באַשטימט דער עולם, װואָס האָט 
אים באַזוכט, 

אַרומגעדרײיט האָבן זיך דאָרט שטענדיק בפ מיני פאַרדעכטיקע פּאַ- 
שוינען: אפיצירן, װאָס זיינען געקומען אַ לעב טאָן אַ חיי-שעה, דעזער- 
טורן פון אַלערליז בריגאַדעס, אַלפּאַנסן, װאָס האָבן זיך דאָ געטראָפן מיט 
זייערע , פרויענצימערן" און זשורנאַליסטן, װאָס זיינען דאָ געקומען שע- 
פּן אינפאָרמאַציע און גייעסן פאר זייערע פראָנט-באַשרייבונגען. 

אַ גרויסער טייל פון די באַזוכער האָט, אַחוץ זייעח טעטיקייט אין די 
אויבן-אויסגערעבנטען פאַכן, געהאַט א שייכות אויך מיט דער געהיים- 
פַּאֲלוצִיו; געווען צװישן זיי ‏ אוֹיסלענדישע אַנענטן און אנדערע; װאָס 
ראָבן געהאט פֿאַר אַן אויפנאַבע אַכטונג צו געבן אויף די אויסלענרישע 
אַגענטן, און חתם פֿאַרדעכטיקע געסט. דער , באַר? איז אַזױ אַרום פאר- 
ואַנדלט געזואָ. | אין. אַן איבערגאנו און פאַרבינדוננס-פּונקט צווישן דער 
פּאָליטישער וועלט און דער אונטערוועלט. , | 

| די שטאָט, און בפרט די ראַמבלאַ-אַלײי, האָט געווימלט פון שפּיאָנען, 

װאָס. האָין געאַרבעט װאַר פרעמדע מלוכות, און פון נעהיים-אַנענטן, ואס 
זיינען געווארן אָנגעשטעלט אין דער אָרטיקער פאַליציי אָדער . געשטאַנען 
אין דינסט פון פּאַרטייאישע פּאַליצײען, װאָס האָבן זיך קעגנזייטיק נאָב- 
שפּיאָנירט, געווען אויך אַזעלכע, װואָס האָבן געאַרבעט אויף דער ,איי- 
גענער. חאַנט", און זיינען תמיד אַרומגעגאַנגען מיט וויכטיקע פּנימער, 


6 


און האָכן גערעדט מיט האַלבע וװערטער: ס'הייסט זיי וייסן אלץ, נאָר 
מען טאָר ניט רעדן... דאָס זיינען ס'רוב געווען אָנגעלאָפּענע יונגעלייט- 
לעך, וואָס האָבן זיך אָנגעלייענט מיט רעװאַלוציאַָנערע דעטעקטיוו-מע- 
שיות און געהלומט פון טשעקיסטן ראָלן: מאַסקעס פון גרויזאַמקײיט און 
אױירעאָלן .פון הייליקע. אַ סך זיינען געקומען פון די פּראָנטן, וואו זיי האָבן 
זיך אַרומגעזען, אַז אין שטאָט וועלן זיי מער נוצן ברענגען. 

אין , באַר אױטאָמאַטיקאָ? איז אין יענעם אֶוונְט געוען פול. אַלע 
טישלעך זיינען געווען כאזעצט און אויף הויכע, דריי-פיסיקע טאַבורעטן 
ביים פאָרבאַנק האָבן פרויען גערויכערט פּאַפּיראָסן און אָפּגעמאָסטן מיט 
אַ וועגנדיקן בליק דעם ווערט פון יעדן נייעם נאַסט. יאֶשקע האָט זי 
פריינטלעך באַנריסט, א װאָרף נעטאָן דאָ און דאָרטן אי האַרציקן ,װאָס 
מאַכסטו?? און זיך א שאַר געטאָן ווייטער. צװוישן עולם. אונטן האָט ער 
ניט געטראָפן קיין באַקאַנטע און זיך דעריבער געלאָזט מיט די טרעס 
צום זאַל, וואָס אויפן צווייטן שטאָק. פון אויבן איז זיי אנטקעגנגעקומען 
אַן עלטערער מאַן מיט אַ בלאַנדער, צעוואַקסענער באָרד אַ-לא-טאָלסטאַי 
און לאַנגע האר פון אַ פּאָעט, ואָס זיינען אים אַראָפּנעפאַלן איבער די 
אַקסלען. אונטערן אָרים האָט ער געטראָגן אַ גרויסעו. |אָנגעשטאָפּ: טע 
טעקע. 

--- דער האָזיקער ויאָלד --- האָט געמעלדעט ואָשקע -- פארנעמט זיך 
שוין מיט שדייבן אַ ספר ועגנן די ,, פעלערן פון דעם שפּאַנישן בירגער- 
קריג", קיין אַנדערע אַרבעט האָט ער מסתמא ניט, דער 5ץ!.. 

אויבן זיינען די בענק געווען איינגעמויערט טיף אין די ווענם און 
אין די אינטימע , נעסטן", װאָט זיינען אַזױ אַרוֹם געשאַפן געװואָרן, זיי- 
נען געזעסן פּאָרלעך און האָבן זיך געקושט, און געפאַרבטע מיידלעך ‏ 
האָבן געלאכט אויפן קול און זיךך געראַנגסט מיט מענער, װאָס האָבן זיי 
געשלעפּט אויף די קני. יאֶשקע האָט ארומגעשמעקט אין אַלֶע ווינקלען און 
א זאָנ געטאָן מיט באַדויערן : 

--- דאָן פישלזאָהן איז װוי אין װאַסער אַריין ! 

--- װואָס איז דאָס פאַר א דאָן" מיט אַזא מין נאָמען ? 

-- אֶה, ס'איז יענץ פוינל! דאָס האָט אים איינער א זשורנאליסט 
געקרוינט מיטן דאָזיקן נאָבעלן טיטל... מיט די זשורנאליסטן איז ער 
אויסגעבונדן, װאָרים ער איז פאַר זיי אַ קװואַל פון ידיעות, װאָס קיינער 
איז ניט בכוח אױיסצושעפּן, כאָטש ער האָט נאָך ניט אָנגעזען קיין פראָנט 
פאַר די אויגן, װעט ער דיר אָפּמשלען אַלֶע שלאַכט-פעלדעד און ריר 


עי 


געבן אינפאַרמאַציעס וועגן אַלע קאַמפן: ווילסט מאַלאַנאַ? -- איז מאַלאַ- 
גאַ, ווילסט טעהֶועל? -- איז טערועל! מיט אַלע פּיטשעװוקעס װעט ער 
זיי דיר באַשרײבן ... 

--- און פון װאָס לעבט אַזאַ איינער ? 

--- דאנה זיך פאַר אים! ערשטנס וואוינט ער יאין אַ פּאַלאַץ, וואו ער 
ווערט באַדינט פון זעכציק משרתים, און דערצו האָט ער אַ שפּאָר ביספֿ 
אַנדערע חיונות: פון צייט צו צייט שטעלט ער זיך פאָר אַלס דער ,פראַנ- 
צויזישער װויצע-קאָנסול", ער גייט זאָגן , קדיש" אין באַרצעלאָנער שול, 
נו, אוץ אַ קריגס-אינװואַליד איז ער דאָך אויך ... 

-- אַ פּאַלאַץ? װאָס פאַר א פּאַלאַץ ? 

-- אַ פּאַלאַץ װוי גאָט האָט געבאָטן -- װי אין די מעשח-ביכלעך! 
מיט אַ גאָרטן, מיט טייכלעך און מיט נאָלדענע פיש, אוֹן כ? טוב. זעכציק 
באַדינער זיינען דאָרט פאַראַן. פאַרצייטן האָט דאָרט געוואוינט אַן אַלטע 
מכשפה, עפּעס אַ פּריצטע, אַ נראַפיניע; איז זי אנטלאפן און דער פּאַלאַץ 
מיט די משרתים זיינען געבליבן אויף הפקר. האָט דאן פישלזאָהן זי 
געירשנט ביים לעבן: װאָרים אָפיציעל ליידט ער פון נערוון-אַטאקעס, װאָס 
באַפאַלן אים זינט די דערשיטערונגען בעת די באָמבארדירונגען. און ער 
מוזן אומבאַדינט לעבן אויף פרישער לופט.. | 

שפּעט אין אַװנט האָבן זיי דערטאַפּט דעם , דאָן", וועלכער איז גע- 
זעסן בחברותא ביי א זייטיקן טישל פון באַר, פאַרטיפט אין אַ פּאַרטיע 
קאָרטן, | 

-- וואו ביסטו פאַרפאַלן געװאָרן אַ גאַנצע װאָך? -- האָט אים יאש 
קע מכבד געווען מיט אַ כמאַל איבער דער פּלייצע. 

--- כ'האָב זיך פאַחדרייט אַ קאָפּ מיט סעלינען, דו ווייסט דאָך, די 
האַלב-פּראַנצױזנקע פון מאַראָקאָ. זיך ארומגעשלעפּט מיט איר צוויי טעג 
און צום סוף --- גאָרניט, קאַלט וי שטיין ! | 

-- כ'האָב דיר גלייך געזאָגט, אז דאָס מייד? געפעלט מיר ניט! זי 
איז זיכער,... -- האָט יאָשקע אַראָפּנעלאָזן די שטימע און אַ פליסטער גע- 
טאָן סודות'דיס -- אַן אַגענטקע פון די געפּעא-לײט... / 

--- װאָס פאַר אַ געפּעאו? -- האָט פּראָטעסטירט דאָן פישלזאָהן --- 
זי איז גאָר לעסביש! - | 

--- װאָס איז דאָס פאַר אַ מין פּאַליציי ? 

--- נישט קיין פּאַליצײ! לעסביש רופט מען אָן אַן אישה, װאָס האָט 
צו טאָן נאָר מיט נשים. א זכד קינט איר אַפילו ניט אין דער לינקער פּיאַ: 


| - 8 


טע.., כ'װאָלט זיך קיינמאָל ניט פאָרגעשטעלט, אַז עס זיינען פאראן אזעלכע 
ברואים אויף דער וועלט, ביז דער אויבערשטער האָט מיך אַראָפּנעבראַכט 
קיין באַרצעלאָנאַ. פון אֶנהוֹיב האָב. איך אויך געמיינט, אז זי איז פון די 
, שמעקערס", האָב איך מיר נעטראַכט: שמעק געזונטערהייט וויפל דיין 
האַרץ גלוסט, אַבי אַ מענטש זאָלסטו מיר זיין! כ'האָב איר געצאלט אין 
סינעמאַ און זי, אַדרבא, האָט זיך געלאָזט ניאנטשען און קיכלען. און 
ערשט נעכטן טרעפט מיך אַן אַלטער באַקאַנטער אירער און פאַרזיכערט 
מיר, אזן ס'אין אַן אַרױסגעװואָרפענע אַרבעט, אַז א מאן, הייסט עם, 
נייט איר אָן װי דער פאַראַיאָריקער שניי... און נדאַדע סיר זאָל אַזױנם . 
פּאַסירן ! 

ריימאַן האָט צונעהערט און בשעת מעשה באַטראַכט דעם דאָן-פישל- 
זאָהן. ער האָט געהאט אַ נאַאיוו, עטװאָס קינדערש פּנימ'ל און א גוט- 
מוטיקן בלויען בליק. לענגוים זיין פאַרשפּיצטן קאָפּ האָט לייכט געפלאַ- 
טערט אַ געקרייזלטער לאָק, אַזא װוי מאַמעס קאַמען אויס ביי קליינינקע 
קינדער, אין זיין ‏ מילדן שמייכ? האָט מען ניט געקענט דערקאַנען צי אין 
ער אַ תם, א למך אָדער נאָר א כיטרער פוקס. אויפן לאַץ פון זיין רעקל 
זיינען געווען צונעשפּילעט בשכינות: א דריי-קאליר-פענד? פון דער שפּאַ- 
נישער רעפּובליק, א סערפ מיט א האַמער און א מעדאלאנטשיק מיט אַן 
איינגעראַמטן דורוטי-בילד, אַזױ אַרום איז ער יוצא געוען מיט איין 
קלאַפ פאר אַלֶע פּאַרטײען, 

--- אוֹן װאָס הערט מען עפּעס אין פּאַלאַץ ? | 

דאָן-פישלזאָהן האָט געװואָרפן אַ זייטיקן, פאָרשנדיקן בליק אויף ריו- 
מאַנען. יאָשקע האָט אים פאַרזיכערט מיט אַ פּינט? פון רעכטן אויג, אז 
ער מעג דבר'ן. דאַן האָט ער אָנגעהויבן : 

--- ס'איז גוט װוי די וועלט!. די רויזן האָבן זיך צעבליט, אַז סע 
שמעקט אַ מחיה נפשות. אויף די ביימער זינגען פיינעלעך; די אַליען 
זיינען אַזױ לאַנג, אז כ'האָב דאָרט איינמאָל פאַרבלאַנדזשעט און די 
אומרואיקע לאַקײען זיינען ארומגעלאָפן מיך זוכן, און דער עיקר די פאָן- 
טאַנען, װאָס שפּריצן און קרינן אַלערלײ פארבן אין דער זון... דעם אמת 
געזאָגט, ווילט זיך מיר אין הייסע טעג אַרונטערקריכן אונטער א פאָן- 
טאַן און מאַכן אַ דוש. עס פּאַסט אָבער ניט... בקיצור, עס לוינט זיך זיין 
אַ פּריץ, אָדער 7כ? הפּחות אַ פריצטע.. 

חגם יאַשקע האָט שוין טויזנט מאָל געהערט די געשיכטע פון פּאַ- 
לאַיץ, האָבן זיינע ליפּן און אויגן געשמייבלט, און ס'איז האַנטיק געווען, 


59 , 


אַן ער שעפּט נחת פון יענעמס מעשיות. ריימאן האָט אים אַ צִי געטאָן 
פאַרן אַרב? ; | | 

-- וויי קומט עס צוֹ דיר? ביסט דאָך אַזאַ קעגנער פון פּאַלאַצן ? 

-- ביסט אַ נאר! -+האָט יאֶשקע אים אויסגעלאכט -- אַזאַ איי- 
נער װעט דיר קיין ביוראָקראַט ניט ווערן! און ס'טוט מיר הנאה, ואֵם 
א נאַש בראָט מאַכט אויך אַמאָל אַ שטיקל לעבן... 

--- זיי לאָזן מיך ניט צורו -- האָט זיך באַקלאָנט דער דאָן? -- 
יעדע נאַכט געפין איך פרישע, אויסגעפּרעסטע פּידזשאַמעס אין בעט. 
איר'ט באַדאַרפט אָנקוקן ס'אַראַ ביס? פּידזשאַמעס ס'איז דאָרט פאַראַן. 
אַוודאי נגעבליבן פון זייערע אבות אבותינו, װאָרים א נראַף טראָנט דיך 
ניט קיין פּידזשאַמע ביז מען דאַרף לייגן לאַטעס: ער טוט זי אָן איין 
מאָל אָדער צוויי מאָל און נעמט א נייע... היינט יעדן אינדערפרי ברענגט 
מען מיר אַריין וואַרים וואַסער אויף צו ואַשן די פיס, װואָרים די באָך- 
צימערן הייצט מען דאָך ניט זינט אַ לעננגערע צייט. און איך מוז אויס- 
יסן דאָס ואַסער בגניבה,. פאָלנ מיר אַ גאַנג און װאַש יעדן טאָג די 
פיס !... ו' | 

ווען ער איז מיד געװאָרן פון רעדן, האָט ער זיך אויסנעדרייט צו אַ 
שכן, וועלכער איז די גאַנצע צייט געזעסן שוייננדיק ביים זעלבן טישל, 
און אַ זאָג נעטאָן אויף סלאַװיש: 

--- נו, על-טאָראָ, איצט דערלאַנג א פּאַפּיראָס ! 

| דער דאָזיקער מאַן, װאָס מען האָט דאָ גערופן על-טאָראָ, איז געווען 
אַ הויכער ברײיטפּלײציקער יונג מיט אַ טעמפּן פּנים און א פעסטן נאַקן 
פוֹן אַן אָקס. ער האָט די נאַנצע צייט ניט אַרױסנעבראכט קיין וֹאָרט 

פון מויל און קיין איין מוסקל האָט ניט קיין צוק געטאָן אין זיין פאַר- 
שטאַרטן געזיבט. ן | : 

--- כ'האָב ניט קיין אָנגעהויבענע פּעקלעך! -- האָט ער אַ מרוקע 
געטאָן, ‏ / 7 

--- טאָ שלעפּ אַרױס עטלעכע פּאַפּיראָסן און פארקלעם. צודיק די 
פּעקלעך! --- האָט נעיעצה'ט יאַשקע. 

--- דאָס איז דאָך טאַקע די מעשה -- האָט זיך אַריינגעמישט דער 
,דאָן"--- װאָסוער האָט שוין אַרױסגעשלעפּט פון יעדן פּעק? צו דריי פּאַ- 
פּיראָסן... דער עולם וועט מאַכן אַ נוואלד ! 

על-טאָראָ האָט א שמייכ? געטאָן. זיין פּנים האָט איצט באַקומען אַ 
קאָמיש-נאַרישעװאטן אויסדרוק פון אַ לאַכנדיקן פערד, 


60 


--- ווער איז ער? -- האָט ריימאַן אַ וואונק געטאָן צו יאָשקען. 
--- קענסט ריידן אויפן קול, ער איז ניט מבין-בלשון ! 
--- פון װאַנען שטאַמט ער ? 
|--- פון נאָר דער וועלט --- האָט זיך אַריינגעמישט דער ,דאָן' -- 
ס'חייסט פון טריעסט, דאַכט זיך מיר. װאָרים די דאָזיקע שטאָט האָט 
אַמאָל געהערט צו דער עסטרייך-אונגאַרישער אימפּעריע, װאָס אין באַ- 
שטאַנען פון אַ פּאָר מנינים פעלקער; שפּעטער איז זי אַריבער צו איטאַ- 
ליע; און פאר דער גאַנצער צייט האָבן זיך דאָרט אַרומגעדרײט כל המו" 
נים לייט פון סערביע, אַלבאַניע, רומעניע און גאַנצן באַלקאַן. איצט 
ווייסטו שוין פון װאַנען ער שטאַמט? | 
דערהערנדיק באַקאַנטע נעמען, אין על-טאָראָס פּנים א. וויילע געוואד 
רן אויפמערקזאַם, דאַן איז עס ווידער אַריינגעפאלן אין זיין געוויינלעכער 
לעטאַרניע, יאשקע האָט מורא געהאַט, אַז דער , דאָן" װעט אזוי דרש'גען 
אַ גאַנצע נאַכט, האָט ער גענומען אַ. װאָרט, און דערציילט בקיצור, 
וי אַזױ יענער חברה-מאַן איז מנולנל געװאָרן קיין באַרצעלאָנאַ, אין מיטן 
ברען פון בירגער-קריג: * | 
לויט איין ווערסיע זאָל ער האָבן געווען אַ װאַנדערנדיקער באָקסער פון 
פאַך און ער איז נעקומען סיין באַרצעלאַנאַ אויף גאַסטראָלן, און דער 
בירגער-קריג האָט אים דאָ פאַרכאַפּט. לויט אַ צווייטער ווערסיע האָט ער 
נאָר געדינט אַלס ,, חתן" ביי פרויענהענדלער. אַזױ װוי ער איז געװען א 
יונג מיט ביינער, האָט ער שטאַרק נושא חן געווען ביים שיינעם מין און 
האָש דורכגעפירט זיין מיסיע בשלימות. אָבער אָט האָט פּאַסיהט אַן אומ" 
נליק: אין די ערשטע טעג פון אויפשטאַנד איז ער שטעקן געבליבן צוזאַ- 
מען מיט אַ װואַזשנער פּאַרטִיע ,סחורה" אין באַרצעלאַנער פּאָרט, 
אַזױ צי אַזױ האָט ער זיך נעפילט אין דער רעװואַלוציע וי אויפן . 
עולם התוהו. קיין גרויסער דעדנער'איז ער אוודאי קיינמאָל ניט געווען, 
אָבער די באַריקאַדן-קאַמפן, די רויטע טראַנספּאַרענטן, די זעקלעך זאַמד 
ביי די טירן און די כסדדדיקע פּאָליטישע דיסקוסיעס האָבן אים אַזױ צע- 
טומלט און צערודערט, אַז זיין 5שוֹן איז אים אינגאַנצן אָפּנענומען גע" 
װאָרן, איין נס איז געשען, װאָס עס האָבן אויסגעפעלט פּאַפּיראָסן. האָט 
ער זיך אַ נעם געטאָן שמוגלען מיט אַמעריקאַנער , לאַקי סטרייק", װאָס 
זיינען נעשטינן פון טאָג צו טאָג. דערצו האָט ער נאָך געהאַט אַן איינע- 
נעם פיסטעם; פון יעדן. פּעק? האָט ער אַראָפּנעשלעפּט דריי שטיק פאַרן 
אייגענעם געברויך. און די קונים, װאָס האָבן זיך שפּעמער געכאַפּט, האָבן 


1 


אים ניט געקענט מסר'ן, ווייל ס'האָט זיי געקומט א שטראָף פאַר קויפן 
קאַנטראַבאַנדע. אויסער דעם זיינען זיינע הויפּט-קליענטן געווען מיידלעך 
פון כינעזישן קװואַרטאַל, װאָס האָבן אים אַזעלכע חטאים ניט גענומען 
צופיל פאַר אַומגוט. אַדרבא פֿאַרקערט, אַלְס א גוטן ברודער און שותף 
צום זעלבן גורפ, האָבן זיי אים אַפילו איינגעלאדן פון צייט צו צויט צן 
זיך אַהיים און מודיע געווען פון פאָרוֹים, אַז קיין געלט וועלן זיי ביי 
אים ניט נעמען. אָבער על-טאָראָ: האָט ניט געהאַלטן פון די דאָזיקע נאַ- 
רישקייטן. 

ריימאַן האָט געװאָלט נושא חן זיין אין די אויגן פון דער נעזעל- 
שאַפט, װאָס האָט נאָך אַלץ אַרױסגעװיזן צו אים אַ געוויסן אומצוטרוי, 
ער האָט דעריבער באַצְאָלט פאַר אַ גאַנצן פּעקל , לאַקיס? און געטיילט 
די חברה אַרום טישל. דער עולם האָט פֿאַרצויגן דעם זיסלעך-שמעקע- 
דיקן רויך און איז געווען שטארק צופרידן, אָבער מער פון אַלעמען איז 
געווען גערירט דער דריטער פּאַרטנער פון דאָן פישלזאָהנס סוויטע. דאָס 
איז געווען אַ מיטלועריקער פראַנצויז, אָנגעטאָן האַלב-מיליטעריש, װואָס 
האָט ניט פאַרשטאַנען קיין װאָרט פון גאַנצן שמועס. ער האָט דעריבער 
די גאַנצע צייט געצויגן פון אַ פלעש? און האָט נאָך יעדן לענגערן זפ 
אויפגעהויבן אַנטקעגן ליבט די כלי, װאָסי ער האָט ניט אַרױסגעלאָזט פון 
דער האַנט, און געמאָסטן מיט אַ פאָרשנדיקן בליק, וויפל ס'איז דאָרט 
פֿאַרבליבן, אין זיין בנילופנדיקער גערירטקייט האָט ער באַשטעלט א 
טרונק פאַר אַלע אָנוװועזנדיקע. דער , דאָן? איז געווען שטאַרק אויפגע- . 
ליינט, | 

--- וי קומפטו קיין שפּאַניע? -- האָט אים ריימאַן געפרעגט, ווען 
מען האָט שוין געהאלטן ביי דער צווייטער העלפט פון די נלעזלעך. 

--- װוי? --- האָט יענער זיך געוואונדערט --- אַזױ װי אלע זיינען 
געפאָרן, בין איך מיטגעפאָרן. לכתחילה האָב איך אַפילן גערעכנט צו פאַלן 
וי אַ העלד אויף די שלאַכט-פעלדער, נאָר שפּעטער האָב איך חרטה נע- 
קראָגן. שוין אויפן גרעניץ אין פינעראָס, דאָרט וואו מען האָט געלערנט 
די רעקרוטן מאַרשירן, חאָב איך חרטה געהאַט. מען האָט מיך אַפילו נע- 
װאלט דאָרט מאַכן פאַר אַ פּאָליטדקאָמיסאר, כ'ווייס ניט מיט װאָס איך 
האָב אַזױ שטאַרק אויסגענומען אין זײיערע אויגן: ‏ אפשר וויי? איך האָב 
זיך אומעטום געדרייט װי א קאַכלעפפ און אפשר ווייל כיהאָב מיר דע- 
מאָלט געהאַט פאַרלאָזט א װאַנצע?! אַז שׁוֹין יא אַ יון -- האָב איך מיך 
געטראַכט -- טא לאמיר שוין טאַקע אויסזען וי אַן אמת'ער יו מיט 


62 


אַ וואָנצע און מיטן נאַנצן טשאק!... און אין יענע צייטן האָט מען יעדן 
איינעם, װואָס האָט נאָר נעהאט א שטיק? הדרת פּנים, געמאַכט פֿאַר אַ 
פּאָליטישן "... האָב אִיך זי אָבער געזאָגט מוח? טובות: אָפּגעלעבט אַ 
גאַנץ לעבן וי אַ פּשוטער בשר ודם און דאָ גֵיי און פארלייג דעם קאָפּ 
װוי א קאַפּיטאַן! װאָרים אַז דו גיסט א חזיר אַ פינגער, װויל ער די גאנצע 
האַנט: װאָס טו איך, אַז זיי מאַכן מיך נאָכדעם נאָר פאַר אַ גענעראַלל... 
האָב איך זיך מישב געווען, אז סע װאָלט ניט געשאַדט צו ווערן אַבים? 
קרֹאֲנָק ... | 

זופּנדיק געלאַסן פון וויין האָט ער דערציילט, װאָס ער האָט שוין 
דאָ אַלץ אַדורכנעמאַבט : 

--- דאָרט, אין גרעניץדשטעט? פיגעראַס, ביי די פּירענייען, הונדער- 
טער קילאָמעטער ווייט פון פראָנט, זיינען ניט געווען קיין באַמבאַרדיר- 
טע און קיין פאדוואונדעטע. די קראנקן-שוועסטער זיינען אַרומגעגאַנגען 
| אָן אַ שטאָך אַרבעט און זיי האָבן זיך דעריבער אַרומגעצאַצקעט מיט 
מיר, ווי מיט עפּעס אַ טייערער מציאה. דריי מאָל אַ נאַכט האָט מען מיך 
געװועקט און דערלאַנגט הייסע מילך צום בעט; די דיזשורנע שוועסטער 
איז ניט אָפּגעטראָטן פון מיר און האָט אַכטונג געגעבן, כזאָל אויס- 
טרינקען איננאַנצן און, חלילה, ניט איבערלאָזן קיין איין טראָפּן. איינע, 
"ַ יונגינקע, האָט יעדן פאַרטאָג, פאַרן אַװעקגײן פון דער אַרבעט, מיך 
לאַנג אָננעקוקט מיט פּערלדיקע טרערן אין די אויגן. | 

זי האָב} מיך אַזױ לאַנג און אַזױ ברייט געפּײניקט מיט דער היי- 
סער מילך, מיטן ועקן אינמיטן נאַכט און מיט די טרערן אין די אויגן, 
ביז דאָס לעבן איז מיר מיאוס און מאוס געװאָרן און איינמאָל בין איך 
אוױיפנעשטאַנען באַגינען און האב נעמאַכט אַ ויברח קיין באַרצעלאַנאַ. דאָ 
בין איך שוין אַן אינװאָליד אויף דער אייגענער האַנט: אָן שפּיטאָלן און 
אָן קראַנקן-שוועסטער. און די גאַנצע װועפֿט ווייסט, אַז איך בין געווען 
געפאַנגען ביי די פאַשיסטן און בין נאָר על פּי נס ניצל געװאָרן פון אַ 
זיכערן טוים... ' : 
-- און ביי וועמען האָסטו באַקומען דעם פּאַלאַץ? --- איז ריימאַן גע" 
ווען נייגעריק צו וויסן --- ביי די אַנאַרכיסטן ? 

--- וואָס פארא אַנאַרכיסטן? -- האָט פּראָטעסטירט יאָשקע --- ער איז 
דאָך עפּעס אַ גאַנצער שמעלקע ביי די קאָמוניסטן ! | 

דער , דאָן" האָט נעמאַכט אַ פּשרה אוז זיי דערקלערט אַזױ צוֹ זאָנן: 


+ 8 


אין תוך איז ער אַן אַנהענגער פון די אַנאַרכיסטן, װואָרים װאָס וויי- 
ניקער אָרדענונג, אַלץ לייכטער צו מאַכן אַ לעבן, אָבער אין באַרצעלאַ- 
נאַ איז געשאַפן געװאָרן א נאַנץ ספּעציעלע סיטואַציע: פאַרן אויפשטאַנד 
זיינען דאָ כמעט אַלע אַרבעטער געווען אַנאַרכיסטן, איז װאָס פאַר אַ 
יחסן, מישטיינס געזאָנט, װאָלט ער שוין ביי זיי געווען? די קאָמוניסטן, 
זעט איר, האָבן דאָ פריער קוים געציילט א קנאַפּע טויזנט מאַן, און אזוי 
וי אַ רעװאָלוציאָנערע פּאַרטײ מוז, לוט אַלע טעאָריעס, זייער שנעפ 
וואַקסן בעת אַ רעװאַלוציאָנערער סיטואַציע, האָבן זיי זיך באַמיט מיט 
אַלע מיטלען צו-פאַנגען נשמות פאַר זייער אידיי און בפרט מענטשן מיט 
העראַישע פאַרנאַנגענהייטן. ער איז דעריבער געװאָרן זייערער א סיממאַ- 
סיקער. אָבער אין זיין גאַנצער פירונג איז ער געבליבן אומפּאַרטײיאיש: 
ס'הייפט געלט נעמט ער נאָך עד היום ביי אַלעמען... | 

ביני לבינו איז אונדזער , דאָן" געװאָרן אַביס? בנילופין; װאָרים 
רעדנדיק אזוי האָט ער זיך כסדר טועה געווען און האָט פאַרזוכט צו 
ביסלעך פון ריימאַנס גלאָז און אויך פון יאֶשקעס, על-טאָראָ האָט שוֹין 
לאַנג גֶעהאַט פאַרענדיקט דאָס זייניקע אוֹן אַן אָנגעכמורעטער געקוקט 
אויפן ליידיקן דעק, און דער פראַנצויז האָט אַפילן אין שלאָף געהאלטן 
זיין גלאָז פעסט אין דער דלאָניע, אַזױ אַז קיין פרעמדער האָט זיך צו 
איר ניט געקענס צורירן. ריימאַן האָט דערווייל אויסגעפרעגט. דעם , דאָן? 
וועגן זיינע אַנדערע חיונות און דערעיקר וועגן זיין חזנות אין באַרצעלאָנאַ. 

--- ווער דען זאָל זיין אַ חון? -- האָט יענער געגעבן צו פאַרשטיין 
-- אין אַ רעװאָלוציאָנערער עפּאָכע דאַרף אויך דער חזן זיין אַ לינק-נע- 
שטימטער מיליציאָנער ! 

--- פֿאַראַן דען אַ שול אין באַרצעלאָנאַ ? 

--- אוודאי איז פאַראַן! פרעג זיך ביי יאשקען װעט ער דיר דערציילן... 
ער האָט טיך איינגעגעסן, יאֶשקע, אַז ניט אנדערש, ער יל וואַרפן אַ 
באָמבע אויף דעם באַרצעלאַנער בית-המדרש : | 

-- וואָפי? -- האָט ער געטענה'ט --- הלמאי האָט מען אַלע קיב- 
כעס צעשטערט און געשלאָסן, איז װאָס עפּעס זאָל בלייבן דער יידישער 
,מנין" ? 

! האָב איך אים קוים מיט צרות אָפּגעהאַלטן : 

--- יאִשקעלע קרוין! --- האָב איך אין אים אַריינגערעדט -- װאָס 
האָסט דו זיך צו מישן אין גאָטס נעשעפטן? דו האָב דיד צו טאָן מיט 
פּריצים און בּורזשוען אוזן דעם ריבונו של עולם לאָז צורו! נישקשה, ער 


64 


ווייסט. װאָס. ער טוט;: װאָרים פאַרװאָס האָט מען אין שפּאַניע שטענדיק 
געברענט ספר-תורות;. בתי-מדרשים און הייליקע ספרים און די קירכעס 
זיינען זיך געשטאַנען פראַנק און פריי ? 
--- וי אַזױ איז טאַקע דער ,מנין" געבליבן אָפן 4 -/ 

- = ---- גאַנץ פּשוט: דער יידישער גאָט האָט זיך אַרינגעקליבן ערגיץ 
אין אַן ענג חדר'ל, אין אַ הינטערשטן הויף, און קיינער פון די אַפּיקורסים 
| האָט זיך אַפילן ניט אָנגעשטויסן, אז אַזאַ איינער געפינט זיך אין דער 
מדינח, און זײ ער נאָט האָט זיך פאַרק? !פאויף די שענסטע ראַמ- 
בלעס און געריסן די אוינן פון די אָרימעלייט... װאָרים ועל כולם האָט 
ער געהאט פעלדער און וועלדעד מיט חיות. אַר יאַגד, און ווייןדעלערס. 
און אפילו געלט אויף פּדאָצענט האָט ער געהאַט.,. בקיצור, אַזױ איז דער 
,מנין" פאַרבליבן און מען דאַװונט דאָרטן איינמאָל אַ װואָך און איך זאָג 
דארט , קדיש" אַמאָל נאָך אַ באָבען, אַמאָל נאך אַ זיידן און אַמאָל סתם 
אַזױ אַ רבנן קדיש,.. און אַ ייִדישער רעסטאָראַן איז אויך פאַראַן, און 
מען קרינט דאָרט געפילטע פיש.און מען עסט דאָרט טשאָלנט אַפילו אינ- 
מיטן ואָך... און אם ידצה השם איבעראַכטאָג פאַ"ט אויס שבועות און 
איך וועל דאַוונען פאַרן עמוד, װאָרים איך געדענק נאָך די ימים-נוראימ- 
דיקע נינונים פון אונדזער שטעטלדיקן חזן, וועלכער איז געווען א בעל- 
נגינה סכנות נפשות .. ' | וי 

 |‏ דאָן פישלזאָהן איז געווען אַלץ אין דער וועלט, אָבער קיין נביא איז 
ער פאָרט ניט געווען, און ער האָט ניט געקענט פאָרויסזען, אַז אין משך 
פון דער קומענדיקער וואָך וועלן זיך אָפּשפּילן דראַמאַטישע קאַמפן אויף 
די באַרצעלאָנער נאַסן. זיין קאָפּ, אַ שווערער פון װויין, רויך אוֹן ניקאָ- 
טין, איז אַראָפּנעפאַלן אויפן געפּינטלטן מאַרמאָר-ידעק? פון טישל און עס 
! האָבן זיך אַ מיש געטאָן אין אים אָפּגעריסענע ניגונים, ווערטער און קרעב- 
צן. און אַזױ איז עס געשען, אַז אין באַר-אױטאָמאַטיקאָ, אויף דער לונ- 
קער זייט פון דער , ראמבלא פון די בלומען", צווישן הייסע, פּאָליטישע. 
ויכוחים און זיך קושנדיקע פּאָרלעך, אינמיטן ברען פון בירגער-קריג, האָ- 
בן זיך געלאָזט הערן נאָר יידישלעכע קרעכצן און זיפצן: | 

יאיאור -- יאַ'אוי -- יאַיאוי =-- =" 
און זיך פאַרענדיקט מיטן טריאומפאַלן אויסגעשריי : 


,ח מ ל ךוַווי 


05 : : ; 


--- װאָס פאַר אַ מלך? -- האָבן יאֶשקעס אויגן ממזריש אַ לאַך 
לעטאָן -- מע'ט דיך נאָך באַלד אַרעסטירן פֿאַר מאָנאַרכיסטישע פּראָ- 
פּאַנאַנדע! , י | 
אונטערגעכאַפּט האָט דעם דאָזיקן געזאנג נאָר דער פראַנצויז, װועל- 
כער איז שוין געווען לחלוטין שיכור און האָט האַלב-געדרימלט, דער קאָפּ 
אָנגעשפּאַרט אויף זיינע עלנבויגנס, דער אויסגעליידיקטער כוס אין דער 
האַנט. געזונגען האָט ער אָבער נאָר אַנדערע ווערטער און מיט נאָר אן 
!אַנדער בענקשאַפּט: א 2 | 
| הער די טרוסקאַװקעס אט די מאַלינעס 
און דער גוטער װײן, װאָס מיהאָט געזופט 
אט די שײגע דאָרפּיטע מיידלעד | 
װאָס מעיט סײגמאָל מער גִיט זען.. 
ער האָט גֶעזוננֶען װוי פון שלאָף. ריימאַן האָט געקאַנט דאָס ליך: 
דאָס האָבן די פראַנצויזן פון פ-עמדן-לעגיאָן עס געזונגען, בעת זייערע 
סופילאָזע װאַנדערונגען איבער ווייטע לענדער און מדבריות, אוֹן אַזֹױ 
אַרום אױיסגעדדיקט זייער ליבע און בענקשאַפט צום זוניקן היימלאנד פון 
ליבע און ויין, ' | | | 
-- ווער איז ער? -- האָט ריימאן אָנגעוויזן אויפן דרימלענדיקן 
פּראַנצוז, ‏ / דיר- ) 
| --- אָפּנעצױיגן פון פּראַנט, פון עפּעס אַ ברינאַדע -- האָט יאֶשקע 
דערציילט בקיצור. אָבער דער , דאָן" האָט אים איבערגעהאַקט : | 
-- זע נאָר, פ'איז אַ גאַנצע געשיכטע און ער מאַכט עס אויף איין 
' פֿוסן... דער דאָזיקער פּראַנצויז האָט געדינט פינף יאָר אין פרעמדן-לץ- 
גיאָן, װאָס איז אַן , ערי-מקלט" פאַר ענטוישטע און פאַרצווייפלטע, פאַר 
שווערע הערצער, און פאַרביטערטע נשמות. אַז די צייט האָט געהאַלטן 
ביים פול װוערן, האָט ער גענומען זיך אַרומקוקן נאָך א תכלית. איז ביי 
זיי אין לעגיאָן דערשינען אַ ‏ מין צייטונג, וואו סיהאָבן זיך אַנאָנסירט ריי- 
כע פראַנצויזישע אלמנות, און גרושות װאָס זיינען שוין אין די פופציקער 
און האָבן נאָך חשק אויסצולעבז דעם רעשט פון זייערע טעג אונטער די 
פליגלען - פוֹן אַ געזונטן חברה-מאַן. בקיצור, אונדזער אורח האָט אָנגע- 
שריבן אַ בריוועלע צו איינער אַזאַ. מאַדאַם, װאָס האָט געוואוינט אין 
פּאַריז. זי האָט אים גלייך געענטפערט און ליבע-בריוו זיינען געגאַנגען 
אַהין און צודיק. זיי האָבן. זיך צוגעשיקט פֿאַטאָגראַפיעס, דאן האָבן זיי 
זיך געטראָפן אויף פּראָבע און ס'איז געװאָרן אַ שידוך אין אַ מזלדיקער 
שעה .., | 
6 ר י 


| עטלעכע יאָר האָבן זיי אָפּנעלעבט אין נחת און אין פריידן. אונדזער 
העלד האָט ניט נעפעלט קיין פויגל-מילך: זי האָט אים צוגעזען, געפּאַך 
שעט מיט כ?-טוב און. דאָס טעלער? פון הימ? אים דערלאנגט צום רישי 
טיק אין בעט. איז ער דאָך אָבּער א יאָט מיט ביינער, איז אויסגעווען וואו 
די וועלט האָט אַן עק און האָט זיך געשלאָגן מיט טערקן און האַטנטאָטן 
-- האָט עס אים פּלוצלונג אַ צי געטאָן אין פרייען פעפר און - ער יהאָט 
באַשלאָסן צוריקגיין אין לעגיאָן. 

האָט אָבער זיין' פּלוניתיטע דערשמעקט דעם ענין און אַזױ וי ער 
האָט נאָר שטאַרק פּאָסמאַקעװעט סיי איר גוף און הן איר נשמה, האָט 
זי אויף אים אַכטונג גענעבן מיט זיבן אויגן. יעדן פאָרמיטיק, ווען ס'איז 
אָפן דאָס ביוראָ פון , לעניאָן", האָט זי אים נים אַראָפּגעלאָזט אַליין אין 
גאַס און אים באַגלײיט אויף שריט און טריט צוזאַמען מיט איר הינט? 
פיפי, װאָס האָט שוֹין נעזען ניט איין געליבטן, האָט זיי אַלעמען אי 
בערגעלעבט און איז נעבפֿיבן טריי דער בעל:הביתטע אין שווערע צייטן. 
זי האָט אָבער ניט נעוואוסט, די אַלטע בעל-תאוה'ניצע, אַז כדי צו פאָרן 
קיין שפּאַניע קען מען זיך פאַרשרייבן אויך נאָכמיטיק .. 7 

אַזױ איז אונדזער העלד נעקומען קיין שפּאַניע און זיך געשלֿאָנן 
אויף די פראַנטן. און ועשלאָגן האָט ער זיך העלדיש --- װאָרים ביי די 
דאָזיקע חברה איז קיין קונצן ניטאָ! אָבער אַזױ וי מען האָט אין דער 
בריגאַידע גענעבן צו ווייניק וויין, האָט ער געמאַכט ויברח. 

דער לעגיאָנער האָט משמעות דערהערט אין שלאָף דאָס װאָרט ויין, 
װאָס האָט אויך אויף פראַנצויזיש אן ענלעכן קלאַנג, און עס פאַרשטאַ- 
נען. ער האָט אויפגעהויבן דעם קאָפּ, אַ גענעץ געטאַן און נעװאָרנט אין 
זיין לשון : 

-- א נעכטיקער טאָנ! מים אַ האַלבן ליטער וויין רא קאָפּ װועט 
איר קיין מלחמה ניט געווינען !.- 

--- וואָס הייסט העלד? -- האָט פילאָזאָפירט יאַשטע. -- אַז דו 
- גייסט מיטן ביקס אין פעלד, באַמיפטו זיך מיט אַלע כוחות צו ממית'ן... 
װאָרים אַז דו וועסט יענעם ניט דערשטעכן, װועט יענער דיךר דערוערגן. 
און אַז דו כאַפּסט א קוי?, לינסטו מיטן פּופּיק אַרױף -- אט האָסט! 
דיר די נאַנצע תורה פון העראָאיזם! ; . 

--- אוּן איך זאָג אייך -- האָט דאָן-פישלזאָהן גענומען יאַ װואָרט --- 
אַז דער נאַנצער אומגליק שטאַמט פון דעם דאָזיקן העראָאיזם! אַמאָל-אַמאָל 
האָבן מענטשן געהאַלטן, אַז פירן מלחמות, הרגענען אוֹן פאַרװיסטן, 


67 -. 


פּאַרשקלאַפן און חרום. מאַכן איז העראָאיזם. האָט מען עס אוֹי פאַננ 
אַריינגעטענה'ט אין זיי ביז זיי. האָבן זיך יערן מאָנטיק און דאָנערשטיק 
געכאַפּט פאַר די גאָרגלען. היינט,,. זעט איר, האַלט מען, אז מען דאַרף 
בַּכִלל אָפּשאַפן די מלחמות. און טאַקע כדי אָפּצושאַפן די מלחמות, דאַרף 
מֶען װוידעראַמאָל זיין העלרן, ס'הייסט ממית'ן, הרגנען און אזוי ווייטער, 
וי אין פּסוק שטייט: סמלחמה קעגן דער מלחמה! און די. גאנצע מעשה 
הויבט זיך אָן פון אָנהויב ... - י 
-ס'איז שוין געווען נאָך חצות, דער עולם אַרום די ! טישלעך איו שי- 
טערער געװואָרן. אויף דער אַנדער זייט וואַנט האָט געקרייט א האָן, װאָס 
מען ;האָט צוליב די מלחמה-באַדינגונגען געהאַדעװעט אין אַ -בעלי-בתי- 
שער דירה. אַ פאַרשלאָפענע פרויען-שטימע האָט אים געשאָלטן מיט מוי- 
טע קללות צוזאָמען מיט אַלע הענער פון גאָר דער וועלט. דער דרעדנער 
האָט זיך אויפגעשטעלט, אויפגעהויבן זיין פיידיקע נלאָז און געהאַלטן אַ 
מין טאָסט בזה חלשון : 
ה--- און איך דאָן פישלזאָהן פוּן באַר אוױיטאָמאַטיקאָ? זאָג אייך. 
אַן מען דאַרף לערנען דִי מענטשן צו פאַראַכטן די העלדן! אַז מען װעט האָלֿ- 
טן פאַר דער גרעסטער. חרפּה צו זיין אָ. העלד, אַז העראָאיזם װועט פאַ- 
רעכנט ווערן פְאַר אַ נגע צרעת און אַלע מענטשן, ביזן לעצטן שבלעצטן, 
וועלן דערפון זיין איבערצייגט -- ערשט דאַן וועלן פאַרשווינדן די מלחמות 
און שלום װעט הערשן אויף ערדן ונאמר אָמן |... 


4 


8 


קאַפּיטל זעקס 


עליוגים למטה וחחחוים למעלה (אט 


אויף צומאָרגנס איז ריימאַן אויפגעשטאַנען מיט א פעסטן באַשלוס 
אָפּצופאָרן מיטן ערשטן בעסטן צוג קיין אַלבאַסעטע. ער איז גלֵייך אוועק 
אין מיליטערישן טראַנספּאָרטראַמט און נענומען אַ צעטל אויף אַן אומ- 
זיסטן באַן-בילעטן. אויפן מזרח װאָקזאַל האָט מען אים אומגעביטן דעם 
שיין און געזאָגט, אַז דער אַוונט-צוג גייט אֶפּ אַרום עלף אַזייגער. ער איז 
געווען צופֿרידן,, װאָס עֹר וועט נאָך באַװייזן זיך צו זעגענען מיט גוטע 
פריינט, און שפּאַצירנדיק געלאַסן צװישן דעם רוישיקן המון פון דער 
ראַמבלאַ, האָט ער אַריינגעקוקט אין די קאַפע -הייזער פון דער לינסער' זײַט.. 
ביים קאַטאַלוניאַ-פלאַץ האָט ער באַמערקט יאָשקען מיט כאַסע'ן,, װאָס 
זיינען געגאַנגען אַרומגערינגלט מיט א באַנדע מיליטער-לייט, (און האָבן 
הויך און אויפּגערענט איינגעטענה'ט און זשעסטיקולירט. . י 
|-- אָללְעי יאשקע! --- האָט ער זיי אָנגעיאָגט --- אַללעי, כאָסע 1 | 
ער איז שטיין געבליבן אַ פֿאַרואונדערטער: צום ערשטן מאָל האָט 
ער יאָשקען געזען אינגאַנצן ערנסט, אן אַ שפּור פון גנביש-סקעפּטישן. 
שמייכל אין די אוױנןווינקלען. : 
-- איך פאָר היינט אַװעק --- האָט ער אַ שטאַמל געמְאָן עטװאָס א 
פאַרלוירענער, - ר י 
---- חיינט פאָרט מען ניט! --- האָט קורץ געפסקנט יאֶשקע.- 
--- וואָסי ? | = 
?--- דוי ווייסט ניט װאָס ס 'האט פּאַסירט? די רענירונג האָט באזעצט. 
מיט אירע מענטשן די ,טעלעפאַניקאַ?. 


(א) די אויבערשטע אונטן אן די אונטערשטע אויב. 


69 





-- װואָס הייסט ? | - 

--- ביז איצט האָבן דאָרט אָנגעפירט די אַרבעטער גופא ! 

-- נו? | | יו 

-- נודנו, מאַך המוציא!... זי האָבן צוגענומען די ,טעלעפאָניקאַ" 
און מאָרגן װועלן זיי צונעמען די טראַמװײען און די פאַבריקן, און אַלץ. 
די רעגירונג װויל דאָ װוערן דער איינציקער בעל-הבית. אָבער זיי וועלן 
קריגן איבער די הענט |.. : 

ער האָט איבערגעהאַקט; געלאָוט- ריימאַנען שטיין אינמיטן גאס און 
זיך א לאָז געטאָן אָניאָגן די חברה, װאָס זיינען שוין אָפּגעגאַנגען א שטיק 
וועג, 

ריימאַ:; איז אַרױף צו זיך אין צִימער אוֹן גענומען שנעל אינפּאַקן 
דעםָ רוקזאַק מיט זיינע קלייניקייטן, ער איז געווען אומגעדולדיק און גער- 
זועז, און ס'האָט אים געצוינן אין דער טומלדיקער שטאָט אַריין, ער איז 
אַראָפּ. אַ הִיפּשע. וויילע האָט ער זיך אַרומגעדרײיט אַליין איבער די גאַסן, 
װאָס האָבן געהאַט זייער געוויינלעכן אויסוען אָבער קיין באַקאַנטע האָט 


{ ער אין ערגיין ניט. געטר אָפֿן. ער האָט אַ קוק געטאָן אויפן זיינער: אין 
עטלעכע שעה אַרָום גייט אֶפּ דער צוג, וואו איז ערגנץ נעלם געװאָרן 
יאָשקע ? ' 


8 


|. סאיז צוגעפאַלן דער פאַרנאַכט. אַ ‏ בין-השמשות'דיקער גרוי האָט 
איינגעהילט דעם געדיכְטן געבלעטער פון דער ראַמבלאַ-אַלײי, אונטן האָט 
זיב פאַרצויגן אַ נעפּל פון פאַרשטיקטע מיידלשע געלעכטערס, געקלימפּער 
פון הוידענדיקע קינזשאַ לן און געפּלאַטער פון פענער. פּלוצלונג האָבן אִפּ- 
געהילכט עטלעכע שאָסן. די גאַס האָט געשטראָמט איר וועג, װי ס'װואָלט. 
גאָרניט געשען. נאָר עטלעכע קעפּ האָבן זיך פאַריסן צוֹם הימ? און גע- 
זוכט אַװויאָנען. דִי שאָסן האָבן זיך איבערגע'חזר'ט צאָלרייכער און נע- 
דיכטער. זיי האָבן איצט געקנאַלט איבערן נאַנצן לאַבירינט פון שכינות- 
דיקן , כינעזישן" קװאַרטאָל,. מען האָט געהערט עטלעכע זאַלפּן, באַל- 
- האָט א שׂטראָמיקע שיסעריי דורכגעלעכערט די אַלייען פון אַלע זייטן, 
איצט איז אַ ציטער דורכגעלאָפן דורכן שפּאַצירנדיקן עולם. א וויילע 
זיינען די מענטשן שטיין געבליבן וי פאַרגלשוערט, מיט אָנגעשפּיצטע 
אויערן זי איבערגעשראַקענע פערד, און שוין האָבן זיי זיך געלאָזן לויפן 
| אין ‏ טויערן, הויפן און אָפּענע טירן, די בהלח איז געוואקסן. אויף די 
אַנגעפּאַקטע טעראַסעס פון די קאַפע-הייזער איז אַנטשטאַנען אַ פּאַניק. קעל- 
גערם האָבן האַסטיק אַראָפּנעכאַפּט פּאָרצעלאַיענע. כלים און נלעזער פון 


70 


די טישלעך, און געשלאָסן די טירן. די נרילצעריי פון די אַראָפּגעלאָזטע. 
לאָדנס האָט זיך אַריינגעמישט אין דער טראַסקערײ פון די פייער-געווער. 

אַ וויילע שפּעטער האָבן זיך אױסגעלאָשן די מאַטע, בלוילעכע ליב- 
טער פאַר די קינאָס. אַ געדיכטער עולם האָט זיך אייליק געשטופּט דורך 
די אַרויסגענג. די מהומה איז געשטיגן און אַ צערודערונג האָט אַרומגע 
כאַפּט אַלע געמיטער : 

--- װואָס אי ? 

--- ווער שיסט ? | 

-- אַלֶע אויף די באַריקאַדן ! 

|דורך די האַלב-צעעפנטע טירן פון די לאָקאַלן איז מער ניט געפאַלן 
קיין שיין. אַ שטאָק-שינסטערניש האָט זיך צעלייגט איבער נאַסן און פּלע- 
צער. די מאַסע, װאָס איז אַלץ געדיכטער נעװאָרן, האָט זיך צוזאַמענגע* . 
שמאָלצן מיט דער חשכות. נאָר פּאַפּיראָסן-שפּיצן האָבן געגליט און דאָ 
און דאָרטן האָט אַ בלאַסע שיין פוֹן אַ קעשענע-לעמפּל אַרומגעבלאָנ- 
דזשעט איבער צעשראָקענע פּנימער. מיליטער-לייט האָבן איבערגעלאָוט 
אויף די פאָרבענק האַלב-אויסגעמרונקענע גלעזער, זיינען אַרױיסגעשפּרונ- 
גען אין דרויסן און זיך געכאַפּט צום געווער. אַנדערע האָבן שוין גע" 
שאָסן, דערװויי? נאָר אין דער לופטן. די שיסעריי אין די אַרומיקע געס- 
לעך איז א וויילע אַנטשטומט נעװאָרן און זיך דאַן צעפלאַקערט מיט אַ 
געשטייגערטע- קראַפּט, אין אַלֶע עקן האָבן איצט קולות גערופֿן : 

--- חברים, אויף די באַריקאַדן ! 

-- ווער שלאַגט זיך ? ' 

-- שטעלט אויף באַריקאַדן אויף אַלע ראָגן ! 

אן אָפּטילונג גװואַרדיסטן איז פאַרבײינעלאָפן אין א נאַלאָפּ, מיט 
אָנגעשפּיזטע ביקסן אין די הענט. זיי זיינען אָננעקומען פון קאַטאַלוניא- 
פּלאַץ און זיך אַריינגעריסן אין די געסלעך פון ביידע זייטן אַליז עמו- 
צער האָט אויסגערופן : 

--- נידער מיט דער פאֲליציו 1 

-- זאָל לעבן די פרייהייט! חברים, אויף די באַריקאַדן! -- הָאָבן 
אַנדערע געענטפערט. : י. 

א סך מיליטער-לייט האָבן זיך א לאָז געטאָן אין די געסלעך, וואו 
די שיסעריי איז העפטיקער געװאָרן. אויך אַ סך ציװויליסטן האָבן איצט. 
געהאט געווער אין די הענט און זיך. געלאָזט אַהינצו. עס האָבן אָפּנע- 
הילכט אויפרייסן פון באָמבעס. קוילן האָבן געסווישטשעט איבערן בול- 


װאַר און דורבגעלעבערט די צעהאַנגענע טראַנספּאַרענטן. : 
41 


אין , כינעזישן קװאַרטאַל? האָט אין די דאָזיקע שעה'ן געהערשט אַ 
שטאַרקע באַװעגונג. ‏ איצט האָט אַהין א שטראָם געטאָן דער שפּאַצירנדי- 
קער עולִם פון דער : הױפּט-גאַסּ. אויפן וועג האָבן זיי זיך אנגעשטויסן 
אֶן איינגעבוינענע מענטשן, װאָס האָבּן געריסן שטיינער פון ברוֹק, גע- 
וואָרפן טישלעך פון שכינות'דיקע לאָקאַלן און איבערנעקערט שטיין- 
געבליבענע אױטאָס, א סך זיינען אַריינגעפאלן אין די גריבער. די דזשאַזיס 
האָבן איבערגעריסן אינמיטן די מעלאָדיעס און די יוננט פון די טאַנץ- 
הייזער האָט זיך א לאָן נעטאָן אין נאַס, די פריש-אנגעקומענע האָבן גע 
שטופּט די פאָדערשטע אין טונקעלע קאָרידאָרן און איבער שמאָלע טרע 
פון :גאָרנס. ריימאַן איז מיטגעשלעפּט געװאָרן פון דער מאַסע. א וילע 
האָט ער זיך אָפּגעשטעלט: דֶער געבאָט פון ,ניט בלייבן אֶן אַ זייט", װאָס 
עס האָבן איינגעאימפט אין אים די חדשים אויפן | פהאַנט, האָט אים אַ 
- שטוים געטאָן צו בלייבן אין גאַס. אָבער מיט וועמען? אויף וועלכער 
זייט?... דער שטראָם האָט זיך געריסן פאָרויס, באַגלייט. פון קוויטשענ- 
דיקע פרויען און שילטנדיקע מענער. ער איז אַריינגעפּאַלן אין ‏ טונקעלֿן 
פאמיליע יפענסיאן", וואו. מ ען האָט גראַדע נגענרייט די טישן צום אַוונט" 
ברוים, 
אין דער זעלבער צייט איז יאֶשקע געשטאַנען מיט א פּאַראבעלוט 
אין - דער האַנט, נישט וייט פון דעם , הויז פון דער | אַנאַרכיסטישער 
יוגנט", אויף א שייד-וועג, װאָס האָט געפירט פון דורוטי-בולוואַר צוֹ דער 
ראַמבלאַ האַליו. ווען עס זיינען געפאַלן די ערשטע שאָסן, אין ער אַראָם 
פון ,יוגנט-הויז" צוזאַמען מיט א גרופּע אַרבעטער און סאָלדאַטן. כאָסע 
איז דאָרט פון דער ערשטער מינוט אָן געװאָרן אַ שטיקל אָרנאַניזאַטאָך 
צווישן דער צעהיצטער חַברה. זיין ערשטע פּאַראָ איז געווען : 
+--. דער עיקר, װאָס מער געווער ! 
ער האָט זיך אַרומגלקוקט און זיך באלד אָריענטִירְט אין דער סטרא- 
טעגישער סיטואציע. איבער דעב וועג האָט געהערשט אַ גרויסע באַווע- 
נונג פון אױיטאָס, װאָס זיינען געפאָרן צווישן. די צוויו- אױיבנדערמאַנטע 
אַרטעריעס, קעגנאיבער דעם הויז האָט זיך געצויגן אַ שמאָל, טונק? געספ, 
וואו ס'האָבן טאָג װוי נאכט פּאַטרולירט באַװאַפנטע גװאַרריסטן. ער האָט 
אַװועקגעשטעלט עטלעכע -חברה-לייט מים האַנט-נראַנאַטן אין א ראָנאָוון 
טויִער און זיי אָנגעזאַנט : י | יי 7 
{ י--- אויב די , בלויע" וועלן זיך נאָר אַ דיר טאָן, זאלט איר דערלאַנ- 


72 


אַן אַנדער גרופּע האָט ער אַװעקגעשיקט לינקס, צום שיידץועג: / 
--- וואַרפט אַן אויג אויף די װאָגנגס! מיר דאַרפן נאָר דאָס געווער... 
די גרופּע האָט זיך פאַרטייעט אין שאָטן פון א װאַנט. באַלד האָט 
זיך צוגעגליטשט אַן אױטאָ. יאָשקע האָט זיך א שאר געטאָן פְאְרוֹיס, 
איז אױיסגעװאַקסן אומגעריכט, יי א געשפּענסט, אין ליכט פון פּראָזשעק- 
טאָר, און האָט אויסגעשטרעקט די לאַנגע לופע פון זיין בלי ; 
--- האַלט ! : 
דער אויטאָ האָט א גרילץ געטאָן אין פלוצימדיקן , טאָרמאָזירן, ס'איז 
געווען אַ ימיליטערישער װאָגן. דער אָפּיצִיר אויפן הינטערשטן געזעס האָט 
יא װאַקל געטאָן הין און הער. פאָרנט איז געזעסן אַ יונגער שאָפּער, אין 
זַעלנערישע מַלְבושִׁים. יאָשקע האָט אַן עפן געטאָן דאָס טירל; 
--- אַהער דאָס געווער ! 
צוליב דֶעך אָנגעשטרעננטער סיטואציע איו א געווער ר"קאַנטראל גער 
ווען איינע פון די געוויינלעכע זאַכן אין שטאָט. דער אֶפיציר האָט דער- 
לאַנגט זיין רעװאָלװער און אי זוך געטאָן אין קעשענע: | 
| --- אָט האָט איר מיין דערלויבעניש! -- האָט ער אויסגעשטרעקט א 
פּאַפּירל, 
--- מען באַדאַרף ניט קיין דערלויבענישן -- האָט איינער פון די 
חברה שוין פאַרשטעקט דעם דעװאַלווער הינטערן פּאס. 
--- ווייטער. געפאָרן ! 
בשעת מעשח האָט אַ צווייטער יאָט אַנטװאַפנט דעם שאָפער. דער 
- אַפּוּציר האָט -פּראָטעסטירט און געטענה'ט, אַז זיין דערלויבעניש איז ניף. 
שיק. פון הינטן האָבן אַ לייכט געטאָן די פּראָזשעקטאָרן פון אַ. נייעם 
וװואָגן, וואָס האָט זיך שנעל דערנענטערט, יאָשפע האָט געצילט. מיטן דער 
פון זיין. פאראַבעלום+ / 
-- געפאָרן זאָל ווערן ! 
דער אויטאָ האָט גערירט, | | 
אין צווייטן װאָנן, װאָס איז אָננעקומען איין אויגנבליק שפּעטער, 
! האבן זיך געפונען א פּאַראַבעלום ‏ מיט עטלעכע חונדערט קוילן. דאַן זיי- 
נען אָנגעפּאָרן נאָך 'עטלעכע אוימאָס. אין משך פון אַ האַלבער שעה האָבן 
זיי צונויפנעזאמלט ביים טויער אי גאַניץ בערג? פון קוילן, ביקסן, רעוואָל- 
| ווערן אוּן אפילו צוויי ‏ קליינע קוי?נוואַרפער. דריי. חברח, צווישן זי א 
יונג מיידל, האָבן געשלעפּט דאָס געווער. אין יופנט-הויז, וואו עם. איז 
פארטיילט געװאָרן צװוישן װאַרטנדיקן יעולם.- | 


פז 


דערווייל האָבן די גװאַרדיפטן פון געסל, יאַלאַרמירטע דורך דער 
אַרומיקער שיסעריי, באַמערקט די פיבערהאַפטע באַװעגונג אַרום דער געַ- 
בייִדע. זיי האָבן פאָרזיכטיק אַ שפּאַן געטאָן פאָרויס, פאָרשנדיק מיט די 
אויגן אין דער פינסטערניש. אין אַ טויער האָט זיך אַ ריר געטאַן אַ 
שאָטן. ס'איז געפּאַלן אַ שאָס. די גװאַרדיסטן האָבן צוריקגעענטפערט. 
אויבן, אין , היים", האָבן א קלונג געטאָן שויבן און שטיקער גלאָז האָב} 


מיט געקלימפּער אַ שפזיץ געטאָן איבערן טראַטואַר. דורך א פענסטערי 


האָט אַרויסגעשטעקט אַ קאָפּ, אַן אָרים האָט זיך פאַרמאָסטן, האָט אַ פאָך 
נעטאָן אין דער לופט און באַלד איז אַ באָמבע געפאַלן מיט אַ טעמפּן 
טראַסק אויף דעם שטיינערנעם ברוק. רויטע שפּליטערן האָבן איין סע- 
קונדע צעלעכערט די אַרומיקע חשכות און געװאָרפן אַ ראַקעטן-שיין אויף 
אַ קנויל פון זיך ראַנגלענדילע מענטשן. 


ווען ס'איז שטילער נעװואָרן, האָט מען נעהערט דאָס אייליקע טופּען * 


פון באַשטיוולטע טריט, װאָס האָבן זיך דעו דווייטערט אין דער ריכטונג 
פון דער ראַמבלאַ און זיינען דאָרט נעלם געװאָרן. פון טראָטואַר האָבן 
זיך געהויבן שווערע קרעכצן און א כאָרכלען פוֹן נוססדיקע. 

בעת דעד שיסעריי זיינען יאשקע מיט זיינע מענטשן קאַלטבלוטיק 
נעשטאַנען א פּאָר שריט ווייטער, האָבן אָנגעשטרענגט צונעקוקט און זיך 
ניט גערירט פון אָרט. די וואָננס זיינען אלץ װייניקער געקומען. באַלר 
האָט קיין שום שיין-װואַרפער זיך ניט באַװעגט אין זייער ריכטונג, 

! אוודאי דערשמעקט די סכנה‎  --- 

--- מפתמא האָט זיך איינער פאַרקירעװעט און אָנגעזאָגט די או- 
בעריקע. . 0 | 

-- דאכט זיך, אַז מען קען פאַרויכערן! 

אַ גנעל קנייטל פון א צינדער האָט אַ נלי נעטאָן און פאַרשפּרײט אַ 
ריח פון סמאַלינעס. די קעפּ האָבן זיך צוזאַמענגעדריקט. די שיין פון די 
פינקלענדיקע פּאַפּיראָסן איז נעפאַלן אויף די פארשפּיצטע פּנימער און 
גרויס-געװאָרענע אויגן, 

| --- ווייס איך װאָס! זיי פאָרן ניט, ווייל זי האָבן זיך סתם דער" 
שראָקן פאַר דער, שיסעריי. 

! די מחומח פון די ערשטע 'מינוטן, װאָס איז אױסנעבראָכן אין די 
אַרומיקע גאַסן, איז ביסלעכווייז איבערגענאננען אין אַ בית-עולם שטיל- 
קייט. עס האָט קיינער ניט געוואוסט אויף זיכער ווער און פאַרװאָס מען 
שיסט, די ידיעה האָט זיך געטראָגן פון קװאַרטאַל צו קװאַרטאַל און װי 


4 ה דס 


6 


מיט א בעזים אויסגעקערט דעם עולם פון די גאַסן, נאָר באַװאָפּנטע פּאַט- 
רולן האָבן. זיך געשלייכט וי די שאָטנס ביי די ווענט, ניט וויסנדיק ווער 
איז דער שונא און וואו זיינען די אייגענע. 

פאַרענדיקט די אַרבעט ביי די אויטאָס, האָט יאֶשקע זיך אַריינגע- 
כאַפּט אין הויז,, כדי צו הערן נייעס. אויבן האָט מען זיך איינגעטיילט אין 
באַװאָפנטע נרופּן, װאָס זיינען גלייך אַראָפּ אין גאָס, אויפצובויען באַדו- 
קאַדן. אין א שכינותדיקן, טונקעלן זאָל --- אַ געוועזענער פאַמיליען-סאַלאָן 
--- זיינען עטלעכע יאָטן געלענן אויף א גרויסן טיש און אַ מייד? האָט 
זיי באַנדאַזשירט די וואונדן, אַ ריטשקעלע בלוט איז אַראָפּנערונען און 
לאַננזאַם געפלאָסן אין זינ-זאַגן איבערן דיל. מיט פאַרביסענע ליפּן האָט 
ער אַ. טראָט געטאָן נענטער צום טיש. ביי דער טונקעלער שיין פון פאַר- 
דעקטן לאָמפּ האָט ער דערקענט כאָסע'ן, וועלכער איז געלעגן אַ פֿאַר. 
קרימטער און איינגעקאָרטשעטעה אין ווייטיקן, די קאַלאָשן פון זיינע מפַּו- 
ערישע הויזן זיינען געװוען דורכנגענעצט פון רויטע, געדיכטע פלעקן, 

--- זיי וועלן אונדז אַלעמען אויסשיסן, וי די הינט! -- האָט יאָשקע 
פאַרביילט די פויסטן און זיך אַ לאָז געטאָן צו דער טיר. | 

| שוין לאַנג זיינען זיי געווען חברים און גוטע ברידער. צוזאַמען האָבן 

זיי אָפּמאַרשירט אין די שווערע טעג קיין מאַדריד, וואו זיי האָבן גע- 
קעמפט קעגן די כװאַליעס פון שונא, װאָס האָט זיך פון אלע זייטן געריסן 
צו דער הויפּט-שטאָט. אַ שטיק צייט זײינען זיי געשלאָפן נעבנאַנאַנדער 
אין די טראַנשײען ביי סאַראַגאָסאַ. כאָסע האָט אים אָפט דערציילט ווענז 
די , ערשטע טעג", ווען דאָס פאָלק האָט זיך אויפנעהויבן קענגן פיינט, 
ווען מען האָט געשלאָגן די גענעראַלן און אפיצירן אין באַרצעלאָנא און 
פאַרטריבן די פּריצים און ,נװאַרדיא סיוני?" פון די דערפער. ספּאַנטאַן, 
מיט התלהבות, קָאָבן זיך די אַרבעטער אַ לאָז געטאָן מיט געזאנג און 
רויטע פענער איבער דאָס גאַנצע לאַנד. זיי האָבן דאַן געגלויבט, אז עס 
וועלן מער ניט זיין קיין הערשער און קיין תפיסות. ביזן לעצטן טראָפּן 
בלוט וועלן מיר פאַרטײידיקן די נלייכהייט און די פרייחייט! --- האָט ער 
אָפט איבערנעחזרט. איינמאָל, בעת אַן אורלויב, האָט אים. יאָשקע בא- / 
זוכט אין באַרגיקן אראַנאַנער דאָרף, וואוֹ כאָסע איז געווען א מיטגליד 
פון קאַמונע-ראַט. מען האָט דאָרט פאַרברענט דאָס געלט אין א פייער- 
לעכער צערעמאָניע אויפן מיטן מאַרק... און דאַן זיינען אויפנעקומען 
פאַרשאָלטענע פּראָבלעמען פון צענטראַליזאַציע און אינדוסטריאַליזאַציע, 
יפון צװאַננס-מאָביליזאַציע און מלוכח-אַפּאַראַט. טיף אין האַרצן האָט ער 


פ7 


פי 


געוואוסט, אַז מען וועט זיך נים באַגיין אָן די אַלע קאָמפּליצירטע מעכאַ- 
ניזמען און ער האָט דעריבער אַזױ מורא געהאַט, אַז זי וועלן אױיסכאַווען 
נייע הערשער און שררות, דער יונגער, גלויביקער פּוױיער איז פאר אים 
געווען א מקור פון אמונה און אָפּטימיזם, ‏ און אין מאָמענטן פון פאַר- 
צווייפלונג האָט ער אים |אַרױסגערופן אין געראַנק, און גערעדט מיט זיך 
אַלין ; : 
 ----‏ גיין, אַזעלכע =חברה שן סיינמאָל ניט' פאַראַטן דאָס פאָלקן- 

אין קאָרידאָר האָט ער א צי געטאָן א יונג יאטל פאַר אַן אַרבל ; 

--- לויף שנעל און ברענג אַ דאָקטאָר! און אויב ער װװועט מורא 
האָבן אַרױסצוגיין פון שטוב, זאָלסטו אים ווייזן אָט װאָס ... יי 

ער האָט אַרױסגעשלעפּט אַ דעװאָלװער פון אַ הינטער-קעשענע און 
אים דערלאנגט, אַלין אוז ער אַראָפּנעלאָפן אין נאַס און זיך געלאָזט גיין 
אין צענטראַלן הויז פון דער ם. נ. ט. װאָס אויף דער וויא-דורוטי. 

| א א א 


דאָס הויז; וואוהין דיימאן איז אַרינגעפאַלן בעת'ן אויסברוך פון 
דער שיסעריי, איז געווען א מין פּענסיאָן פֿאַר משפּחות, וואו אויך היי- 
מישע! געפט פלעגן אַריינקומען פון דרויסן צום מיטאָג און אַוונט-עסן, 
בשעת הדחק האָבן דאָרט אייגענע מענטשן אויך באַקומען אַ צימער. 
אויף עטלעכע שעה. פון די טרעפּ איז מען אַריין אין גרויסן עסזאַל און 
צוויי קאָרידאָרן. האָבן נעפירט צו די צימערן, ווא עס האָבן דאַן נעוואוינט 
עטלעבע פּליטים פון דער פּראָװינץ, אַן עלטערע דאַמע, װאָס איז דאָרט 
געווען אַ בן-בית זינט מערערע יאָרן, און אַ פּאַר צופעליקע געסט,. 
ווען דער עולם פון די טרעפּ האָט, געשטויסן פון אונטן, אויפגע- 
פּראַלט די טיר און זיך אַריינגעריסן אינעווייניק, אין אויפגערוימטן זאַפֿ 
מיט די געדעקטע טישן, האָט מען גראַדע דערלאַנגט דאָס עסן פֿאַר די 
געסט: וועמען ערשט דיי זופּ אוז וועמען שוין דאָס פלייש מיט די צוגע- 
העריקע גרינסן. די אומגעריכטע געסט האָבן געהאט צעהיצטע! פּנימער און 
אויגן פו? מיט שרעק. דורך די צעעפנטע טירן האָבן אָפּגעהילכט. רעװאָלי 
װוער-שאָסן און אי האנטינראַנאט האָט אַ קראָך געטאָן ניט ווייט. ‏ די 
בע?-הביתיטע מיטן דינסט-מייד?, װאָס האָבן פאָרזיכטיק געשפּאַנט מיט 
אָנגעטורעמטע טאַצן אויף די ארעמס, האָבן ניט געקלערט קיין סך און 
| זיך דערלאַנגט אַ צי אויס אויפן דיל, און די פּאָלומיסקעס זופּ, די פלאַ- 
כע טעלער צום פלייש, גלעזער צום וויין אה כ? מיני טעצעלעך פאַר 


| .  } 76 


סאלאָט און שאר ירקות זיינען זיך צעפלויגן אִיִן אַלע זייטן. טראָץ: דער 
קאַטאַסטראָפע האָבן די פרויען אפילו ניט קיין געשריי געטאָן און זיי- 
נען געבליבן ליגן,. טריַי די כללים פון דער פטראַטעניע, ניט רירגדיק 
מיט קיין אבר. | | | 
אין אַזאַ פּאָזע האָבן זיי געטראָפן די אַריינגע לאָפענע דורכגייער, 
װאָס האָבן אויך ניט געקלערט קיין סך און זיך זאָפאָרט אויסגעצויגן 
דאַנעבן. די ווייטערדיקע האָבן געמוזט קריכן איבעה די פאָרגענגער. עט- 
לעכע אב זיך פאַרטשעפּעט, זיינען אומגעפאַלן אויף די שערבלעך פון 
געשיר און. זיך צעבלוטיקט, 
-- װואַסער! װאַסער! --- האָט עמיצער געמינטערט אַ יונג מיירפ, 
װאָס איזן ערשט איצט, נעפינענדיק א באָדן אונטער די פיס, געפאַלן אין 
חלשות. 
--- לייגט אים צו אַ נאָס האַנטוך צום נאקן, וועט זיין נאָז אוים- 
הערן יויכען! -- האָט אַ שטימע געעצה'ט אַ וויילע שפּעטער, ווען דער 
עולם האָט אָנגעהויבן קומען צו זיך און נענומען ציילן די קרבנות. - 
דער דאָזיקער קול איז רוימאַנען פאָרגעקומען באַקאַנט. ס'איז ניט 
קיין אַנדערער, וי דער , דאָן"!.-- האָט ער באַשלאָסן. אָבער אין דער 
אַלגעמײינער מהומה האָט ער אים ניט געקענט טרעפן. דעהווייל איז דיי 
ערשטע שרעק אַריבער, מען האָט זיך איינציקווייז אויפנעהויבן, אויס- 
געגלייכט די מלבושים און אַראָפּנעטרײסלט דעם שטיב. מענער האָבן 
פאַריכט די פאַרדרייטע קראַוואטן אויף די העלדזער און פרויען האָבן 
געװאָרפן אַ בליק אין די שפּינלען, וואָס אויף די ווענט, זיך נעקאמט, 
צוגעפּוצט און צונעשמירט די ליפּן מיט רויטן, און די ברעמען מיט שוואר- 
צן בליישטיפט, װואָס זיי האָבן ארויסגעצוינן פון זייערע טאשן. די יעני- 
קע, װואָס האָבן פאַרלוירן די בייטלען אין דער בהלה, האָבן זיך געםילט 
אומגליקלעך, | | 
איצט האָט דער עולם דערפילט א הונגער פון וועלף, װאָס איז נאָך 
פאַרשטאַרקט געװאָרן דורכן אָנבליק פון די געדעקטע טישן, געבלימלטע 
יטישטוכער און כל מיני נעשיר, װאָס זיינען שוין פון פריער געשטאנען 
און דעריבער פארבליבן נאנץ. די בעל- -הבית'טע, אַ מיטל-יעריקע, פול- 
לייביקע פרוי מיט שפּורן פוֹן פארנאַנגענער שיינקייט אין פּנים און ניט. 
אינגאַנצן אויסגעלאַשענעם פלאם אין די גרויסע, שווארצע אויגן, איז 
; איצט געשטאַנען מיט אָנגעשפּאַרטע אָרעמס אויף די לענדן אוֹן האָט. 
באַטראַכט דעם חורבן פון אירע כלים. זי האָט געוואָרפן די גאנצע שולר 
אויף דער דינסטי: 
דֶ. 


 ---‏ ווער האָט דיר געהייסן זיך וואַרפן אויה דער ערד? מאלע, װאָס' 
מען שיסט ערניץוואו? | 
- --- איך?,.. כ'האָב געזען, אַז איר דערלאַנגט זיך אַ צי אויס, האָב 
איך געטאָן דאָס זעלבע. ער איז דאָ בעל-הבית, איך צי איר ? 
--- א שיינער בעל-הבית, אַז די נאַנצע דעה איז ביי אייך! 
אַן עלטערער הער מיט אַ גרוילעכער בערשטל-װואָנצע און א טונקע- 
לק האַרטן קאַפּעלוש, װאָס ער האָט צוליב דער בהלה פאַרגעסן אַראָפּצונע- 
מען פון קאָפּ, האָט פּרובירט מאַכן אַ פּשרח: 
----מיקא, ס'איז ניט געפערלעך, מען קען אָפּקױפן נייע כלים, אָבער 
די זופּ,.. --- האָט ער אָנגעוויזן אויף די פליסיקע ריטשקעלעך, פון 
וועלכע ס'האָט געשלאָגן א פּאַרע, יה || 
די סטאַבילע געסט, װאָס זיינען אין ערשטן מאָמענט אַראָפּנעפאַלן. 
פון די שטולן, זיינען שוין איצט געזעסן אויף זייערע פּלעצער און געריבן 
די פעודה. זיי האָבן בחיפּזונ/דיק געשלונגען- אַלץ, װאָס ס'איז זיי אונ- 
טערגעקומען אונטער דער האַנט. זייער איילעניש האָט נאך מער צע- 
רייצט דעם אַפּעטיט פון די ניי-געקומענע, װאָס האָבן ארומגערינגלט די 
בעל-הבית'טע און איר געהאָלפן זאַמלען די שערבלעך: | 
--- סעניאָרא, טייערע, מ'עט עפּעס קרינן אין מויפ? 
|-- אַז מיר'ן נעבליבן לעבן פון די קוילן, וועלן מיר איצט שטארבן 
פון חונגער? --- האָט א זעלנער איר. צוגעוואונקען מיט אַן אויג. 
די בעל-הביתיטע האָט זיך געמאַכט טויב אויף אַן אויער: 
-- אַזעלכע טייערע כלים! -- האָט זי נאָר אָנגעהייבן צו באַקלאָגן 
דעם חורבן --- אייננעקויפט זיי נאָך אין די צייטן פון אונדזער קענינ! 
--- וואְָס פאַר א קעניג? 
--- נידער מיט די קעניגן! : 
--- נידער מיט דער מאָנאַרכיע! 
--- זאָל לעבן די רעפּובליק! 
דער עלטערער הער, מיט דער בערשטלװואַנצע, האָט זיך אַרומגע- 
זען, אַז פון דער פּאָליטיק װועט דאָ קיין גוטס ניט אַרוסקומען, און ער 
האָט איינגעשטילט דעם עולם: 5 
-- וואָס שרייט איר, װאָס? װוער װויל דען האָבן אַ קעניג? סעניאָראַ, 
קרוין, מיר ווילן עסן! | | | | 
--- וי קען איך אָנקאָרמענען אַזאַ, עולם? מיר האַנן זיך געריַבט נאָר 
אזיף. צוועלף פּערזאָן! 


= 


2 


---- אוֹן איצט זיינען מיר פינף און דרייסיק -- האָט ריימאן ווידער 
געהערט די באַקאַנטע שטימע פון , דאָן", וועלכער האָט ,משמעות, שוין 
באַװויזן צו מאכן אַ גענויע סטאַטיסטיק. 

|-- מילא, וועט מען טיילן; גלייך און גערעכט! 

-- אַיעדן אַ דריט? פּאָרציע -- האָט עמיצער אויסנגעחשבונט, 

--- טראָץ דער אויפערגעוויינלעכער סיטואציע װעלן די פּרייזן ניט 
געהעכערט ווערן -- איז די בעל-הבית'טע בעסער געװאָרן --- איטלע- 
כער וועט צאָלן דעם געוויינלעכן פּרייז פאַר אַ מאָלציט... נאָר פאַר צוין 
װועט מען צאָלן עקסטרא. + 

די ענערנישע צווישן עולם האָבן זיך איצט א לאָז געטאָן איבער דער 
פּענסיאָן, כדי. צוזאַמענצוברענגען שטולן פאַר אַלעמען. זיי האָבן געזוכט 
איבער די קאָרידאָרן און פאַר איין וװועט זיינען זיי שוין אַריין אין די צו- 
מערן און מיטגעשלעפּט פון דאָרטן אַלע סאָרטן מעבל, אויף וועלכע מען 
האָט נאָר נעקענט. זיצן: טאַבודעטקעס, ווייכע פאָטעלן, לעדערנע װאַ- 
ליזעס און אַפילן אַ שטאָלע, געבלימלטע קושעטקע, מיט אַרויסשטאר- 
צענדיקע ספּרוזשינעס. נאָר די אַלטע דאַמע האָט פארשטעלט מיט איר 
קערפּער דעם אַריינגאנג צו איר צימער און קיינעם ניט אַריינגעלאָזט: 

--- ש-ש-ש, טשיטשע שלאָפט! 

--- ביסט עפּעס אַ מבין? אין סאַמע ברען פון בירגער-קריג ליינט ער 
זיך גאָר שלאָפן!.. | 

-- ווער איז ער דער |פּריץ? 

-- װאָס פאַר אַ פּריץ? ס'איז דאָך טשיטשע, מיין קאָטער... ס'איז 
אייך ווייניק, װאָס די שיסעריי האָט אים איבערגעשראָקן? כ'האָב אים 
נעמוזט איבערדעקן מיט אַ קישן... | י | 

--- נידער מיט די קאָטערס! --- האָט אויסגערופן אַ יונג יאַטל מיט 
א טוכענעם דורוטי-היט? אויפן קאָפּ. 

--- שווייג , מאָלאָקאָסאָס! ביסט נאָך אויף דער וועלט נישט | געווען, + 
ווען איך האָב שוין געהאָדעװעט זיין מאַמען מיט מאַנע דקאַשע ! 

--- נו, איז װאָס ? 1 | 

-- איז גאָרניט... דרך-ארץ פֿאַר עלטערע ! 

-- מיאַו-דמיאַו! -- האָט אַ מיאָוקען פון א קאַץ איבערנעריסן די דיס- 
קוסיע און אַ יונג ,שווארץ קאָטער? האָט זיך א גליטש נעטאָן פאַרביי די 
פיס פון דער אַלטער דאַמע, זיך דורבגעשאַרט צוישן עולם און זיך אַ 
לאָז געטאָן הענדום-פּענדום צום עס-זאַל. | יי | 


} 
: 


49 


-- כאַפּט אים! -- האָט עמיצער אויסנעשריען, אוֹן אַלע פאר- 
זאַמלטע האָבן זיך אַ לאָז געטאָן אין א געיעג נאָכן קאָטער. נאָר דאָס . 
יאטל מיטן דורוטי-היטל האָט נים פּאַרלױרן דעם קאָפּ: 

-- זאָל לעבן די פרייהייט! -- האָט ער אויסגערופן און איז אַרין 
צו דער דאַמע אין צימער, -אַרױסגעקומעןן איז ער באַלאָדן מיט כל-טוב: 
אַן אַלטמאָדישן, הילצערנעם וויג-שטול האָט ער געטראָגן אויפן קאָפּ, אין 
דער רעכטעה האָנט האָט ער געהאַלטן אַ-נידעריק, אויסגעבעט פוס-בענ- 
קעלע און אין דער לינקער -- אן אױסגעלאשענעם װאָרים-שאָפּ, ואס 
האָט נאָך געהאַט רעשטלעך קוילן פון די שוין לאַנג פאַרלאָפּענע ווינ- 
טער-חדשים. יי | 

דער עס-זאַל האָט אויסגעזען, װי אַן אויסשטעלונג פון מעב? פון 
עטלעכע יאָרהונדערטער. אויך דער. עולם איז געווען אַ פילפאַרביקער: 
מיטליעריקע מענער אין געפּרעסטע אנצוגער, מיליטער-לייט פון כליערליי 
פאָרמאַציעס, אין פאַרשידנאַרטיקע מונדירן, עלענאנטע יונגעלייט מיט 
(רויט-געשטרייפטע שניפּסן און יונגע מיידלעך, װאָס האָבן פאַרלוירן זייע- 
רע באַגלייטער אין דער בחלה, און זיינען געזעסן מיט דערשראָקענע 
בליקן. אָבער די מערהייט פון די פרויען האָבן זיך דאָ געפילט נאנץ הייי 
מיש: זיי זיינען געװען אָפּטע איינגייער אין , באר-אױיטאָמאַטיקאָ? אָדער 
אין אַנדערע לאָקאַלן אוֹן זיי איז שוין ניט איינמאָל אויסגעקומען צוֹ בא- 
זוכן די , פּענסיאָן", װאָס האָט איצט גֶערִינו. וי אַן אַזיל-לאַנד פאַרן 
עולם, : 

בעת'ן אַווּנְטברויט איז דער עולם געװאָרן אויפגעליינטער. די מע- 
נער האָבן געשלאָסן קאַנטשאַפט מיט די פרויען, האָבן זיי העפלעך באַ- 
דינט און אָנגעגאָסן די גלעזער. אַזױ וי צום עסן איז געווען ווייניק, האָט 
מען געטרונקען אַ סך וויין. די אָננעכמודעטע פּנימער האָבן זיך אויסגע- 
לייטערט און די אויגן האָבן געשמייכלט. אין געקלימפּער פון ;נאָפּל-מעסער 
| האָבן זיך אַרייננעמישט פאַריינצלטע קנאלן פון רעװאָפֿוערן און ביקסן, 
װאָס זיינען, וי אַן עכאָ, דערגאננען פון אַלע זייטן, תחילת. האָט מען גע- 
שמועסט נאָר פון די פּאַסירוננען: | 

--- ווער האָט אָנגעהייב} די שיסעריי? 

--. איד מיינט, אַז מ'עט באַלד קענען גיין אַחיים? -- האָט אַ יוננ 
בעל-הבתיש-מיידל נעפּרענט דעם מאן מיט דער בערשטלחוואַנצע. 

--- פ'איז צוליב דער , טעלעפאָניקאַ"! 


80 יו | . 


= און די טראַמוײיען? מען זָאָנֹט, אַז די רענירוננג האָט זיך נעי 
קליבן איבערנעמען די טראמווייען... און דער טראנספּאָרט האָט פון 
אֶנהוֹיב אָן געהערט צו דער ס. נ. ט, | | | 
-- װאָס איז די נפקא-מיניה די רעגירונג, צי די ס. נ. ט.? טאיז 
אַלצאיינס די רעפּובליק! | יי 
--- איר ווייסט ניט, וואָס איז די נפקא-מיניה? 
-- ניון, ' | 
| -- טאָ האַלט פ'מויל, אויב איר ווייסט גאָרניט! / 
ביידע קעננער האָבן געהאַלטן ליידיקע פלעשער אין די הויפנס. די 
יונגע סעניאָריטא האָט, אַ דערשראָקענע, אָנגענומען אונטערן טיש די 
האַנט פון עלטערן מאַן מיט דע- גרויער װאָנצע און זי שטארק געדריקט. 
ער. האָט זיך גלייך אַרייננעלייגט אין ענין אוֹן פּרובירט מאכן שלום: 
-- דאָ זיינען מיר, אַזױ צו זאָגן, אין קיינעמס-לאַנד, און אין אַ נע- 
זעלשאַפּט פון דאַמען אין פיינער נישט צו ריידן פּאָליטיק! 
--- איר טוט בעסער אויס אייער בורזשויסקן קאַפּעלוש! -- האָט 
דער פאַרטײידיקער פון ם. נ. ט. אים געזאָגט מוסר. 
דער מאַן איז רויט געװאָרן, האָט אַראָפּנעכאַפּט דעם פאַרגעסענעם 
הום פון קאָפּ און זיך פאַרנוינט פאַר זיין שכנ'טע: 
--- אַנטשולדיקט, מאַדמואַזעל! 
-- מאכט ניט אויס! --- האָט זי חניעוודיק געשמייכלט --- אין אַזעלֿ- 
כע צייטן... -- און זי האָט זיך געלאָזן נלעטן די פינגער אונטערן טיש. 
באַלד האָט זי דעדפילט דעם ציטער פון זיין נאָנטער קני, 
נאָכן דאָזיקן אינצידענט איז מען אַריבער צו פּערזענלעכע ענינים. די 
בעל-הבית'טע האָט דערלאַנגט נייע פלעשער וויין, אַלֶע פרויען, אַפילו די 
אָפטע געסט פון , באַר אױיטאָמאַמיקאָ", האָבן איצט דערציילט זייערע 
קאַװאַלירן; | 
-- אַרױסגענאַנגען אויף אַ וויילע מיט דער מאַמען כאַפּן פרישע 
לופט, איז אױיסגעבראָכן דער טומל און מיר האָבן זיך פאַרפֿוירן.. 
-- אַ, מיין קליין ברודעײפ! | 
-- זאָרגט ניט, ער וועט זיך געפינען! 
-- איר מיינט, אַז מ'עט באַלל קענען גיין אַהֵיים? 
-- מסתמא, אָבער זיכערער וועט זיין צו גיין מאָרגן פּרי. 
--- איך װעל אייך באַגלײטן! -- האָט דאָס יונגע יאַטל מיטן דורן- 
טייחיטל פאַרגעלייגט אַ פרוי, ואס האָט געאַרבעט אין א שכינותדיקן 
לאָקאַל, : | | 
6 | : יו 81 


--- ניין, מיין טייעדער! --- האָט זי אָנגעבלאָזן די פיפַּן -- צו זיך 
אַהיים נעם איך ניט מיט קיין קאַװאַלירן! 

ריימאַן אִיז אַריינגעפאַלן צװישן צוויי עלטערע, דיק געשמינקטע 
פדויען, װאָס זיינען; קענטיק, אויך געווען פון פאַך. די פאַרלוירנקייט און 
סטאטעטשנער אויסזען פון אויסנגעצויגענעם בחור האָבן שטארק אויס- 
גענומען אין זייערע אוינן און נעעפנט מוטערלעכע קװאַלן אין זייערע 
הערצער. זיי האָבן אָנגעהויבן קאָנקודירן צווישן זיך: איטלעכע האָט אגם 
אָנגענאָסן וויין, דעדלאַנגט עפּעס אויפן טעלער און שטילערהייט נע- 
קניפּט אין קני, מיטאַמאָל האָט אים עמיצער אַ שטורך געטאָן אין מפַּלִי- 
צעש 2 | בש 6 
--- שלום עליכם! -- האָט דאָן פישלזאָן אים געדריקט די האנט. ער 
האָט געהאט פאַרויטלטע בעקלעך און זיך קוים געהאַלטן אויף די פיס 
--- יאשקע איז אויך דאָ? | 

--- ניין, ער איז מן הסתם אין נאַם... | : 

-- אַ שאָד, אַ גרויסער שאָד!... מיר װאָלטן געקענט בענטשן מיט אַ. 
,מזומן "! | | 

--- דו וואוינסט דאָ ? : 

--- ואָס הייסט, איך וואוין דאָ? -- האָט זיך יענער באַלײידיקט 
--- איך האָב דאָך עפּעס אַ פּאַלאץ!... אָבער מען פילט זיך דאָ, װוי ביים 
טאטן אין װײיננאָרטן! דער זעלבער עולם, װאָס אין , באַר אויטאָמאַטיקאָ?.. 

דערוויי? איז די שיסעריי אַרום שטאַרקער געװאָרן. די יונגע סעניא- 
ריטאַ האָט נאָך יעדן חילכיקן אויפרייס אויסגעשריען: ,מיין גאָט"! און 
זיך פעסטער געדריקט צו. איר עלטערן באַשיצער. איצט האָט ער געגלעט 
אירע קני אזנטערן טיש. מיט דער אַנדער האַנט האָט ער זיך אַ גלעט נע- 
טאָן איבער דער ואָנצקע און דאַבײ זיך געווענדעט צו דער בעל-הבית'טע: 

--- ניטאָ ביי אייך קיין נראַמאָפאָן? 

די אידיי איז אַלעמען געפעלן געװאָרן. די בעל-חבית'טע האָט צוליב 
געטאָן די נעסט און אַריינגעבראבט אַן אַלטמאָדישע כלי מיט אַ ריזיקער 
טרובע. די צעצוינענע, סענטימענטאַלע מעלאָדיעס האָבן פארטויבט די 
שיסעריי פון נאַס. אַ פּאָר מיליטער-לייט האָבן זיך אַ נעם געטאָן צערוקן 
די טישן און שטולן, און באַלד האָט דאָס ערשטע פּאָרל זיך געלאָזט 
טאַנצן. דער וויין האָט געשלאָגן אין קאָפּ און די האַרציקע ליבע-געזאננען 
האָבן פאַרשיכורט. די אָפּגעהיטע, בעל-חבתישע טעכטער, װאָס האָבן אומ- 
געריכט פאַרלוירן יעטוועדע השגחח, האָבן זיך געוויגט אין די אָרימס פוֹן 


22 


יונגע-לייט,. שווער-אָטעמענדיק, מיט פאַרוואָרפענע קעפּ און פֿאַרויטלטע 
פּנימער. פון זייערע צעכװאַליעטע ברוסט-קאסטנם האָט געשלאָגן אַ היץ 
און די צעװואַרימטע זעלנער האָבן באַלד אױיסגעטאָן די דיקע מונדירן און 
פאַרקאַשערט די אַרבל פון זייערע בלוזקעס. אַ ביס?. שפּעטער האָבן די 
ציוויליסטן נאָכגעטאָן זייער ביישפּי? און צעבונדן די קראַוואטן, די שי: 
פעריי, װאָס איז מינוטנווייז הילכיק געװאָרן, איז וי דערגאַנגען פון אַ 
ווייטער וועלט, אַ לייכטער נעפּל האָט איינגעהילט די טאנצנדיקע פּאָרלעך, 
די משונהידיקע מעבל, ואָס האָבן זיך צעווינט אין מיש-מאַש פון באווענ- 
לעכע שאָטנס, אוֹן די אַלטע דאַמע, װאָס האָט האַלב-דרימלענדיק זיך גע- 
הוידעט אין הויכן, הילצערנעם ווינדשטול, גענלעט דעם קאָטער טשיטשע, 
וועלכער האָט זאָט געמרוטשעט אויף אירע קני, און עפענענדיק פון צייט 
צו צויט פארוואונדערטע אויגן, נגעשאָקלט מיטן קאָפּ; | 

--- אֵיי, די יוגנט! די יוגנט! 

א יונגער פּױער , אָנגעטאָן האַלב-מיליטעריש, האָט געטאנצט א 
,כאָטאַ", האָט אימיטירט די באַיוענונגען פון בײלאַרינעס אויף דער סצע- 
נע און די ק-אַפּערײ פון קאַסטאַנ געט . דעד עולם אָרום האָט צוגעפּלעסקעט 
פיט די הענם. דאַן האָט מען געזונגען אנדאַלוזיער לידער. די התלהבות 
איז געוואקסן. 

פון גיין שלאָפן איז דערווייל קיין רייד ניט געווען, ווייל עס זיינען 
געווען צו װײיגיק צימערן פאַרן גאנצן עולם. די מיידלעך פֿוֹן , באר? האָבן 
זיך אויפגעפירם סטאַטעטשנע און געצוימט די בנילופנדיקע מענער, 
װאָס האבן אָנגעהויבן ווערן צודרינגלעך. איינע פוֹן זיי האָט זיך א 
וויילע געסוד'עט מיט דער בעל-הבית'טע, װאָס איז געווען אירע א שטיק? 
מחותנת'טע נאָך פון אַלטע צייטן. ס'האָט זיך אַרױסגעװויזן, אַז צויי 
צימערן שטייען ליידיק. מען האָט אויסגענוצט די געלעגנהייט און אַנגעהוי- 
בן זיי פאַרדינגען אויף דער שעה. דער מאַן מיט דער בערשטלװאַנצע 
האָט זיך געפילט נידערגעשלאָגן: זיין פּראָטעזשירטע פריילן האָט איצט 
געטאַנצט מיט די יוננװאַר;, געפלאַטערט, וי א שמעטערלינג, פון האנט 
צו האַנט, און אים אינגאנצן פאַרגעסן. ער האָט זיך געביסן די ליפַּן) 
הִלמאַי ער האָט אַלין. אַרױסגערופן דעם בער פון װאַלד; ער איז אָבער 
ניט געווען פון יענע, װאָס זיינען זיך לייכט מיאש: | 

-- די סעניאָריטאַ איז נאָך אַ יונג קינד! -- האָט ער איינגעטענה'ט 
מיט דער בעל-הבית'טע -- זי מוז גיין שלאָפן! ‏ 

--- נו? 


88 


--- איר מוזט שאַפּן אַ באַזונדער צימער פאַר איר. זי איז פון אַ בע- 
סעדער פאַמיליע. | 

--- ווו זאָל איך אייך נעמען? 

--- זי איז, וי מיין איינן קינד! --- האָט ער אַרױסגעצױגן אֵן אָנ- 
געשטאָפּטן פּאָרטפעל פון קעשענע. | | , 

אִין די שװאַרצע אוינן פון דער בעל-הבית'טע האָט זיך א צונד גע" 
טאָן אַ פייערל: | 
-- זאָל זי גיין צו דער אַלטער אין צימער. דאָרט שטייט נאָך אַ פריי 
בעט, | 

--- צו דער אַלטער?... מיט דעם קאָטער? 

--- שטייט אייך אפשר ניט אָן די נעזעלשאַפט? יענער קאָטער בייסט 
ניט! - האָט זי אים אָפּנעמאָסטן מיט אַ כיטרען בליק פוֹן קאָפּ ביז די 
פיס, 
= נו, נו, זייט ניט בייז! --- האָט ער אַ נישטער געטאָן אין פּאָרט- 
פעל --- פאַרפאַלן, מען מוז זיך צופּאַסן צו די שווערע צייטן... 

| --- סיאיז א גוט צימער און די אַלטע איז טויבלעך, שלאָפט וי אַ 

שטיין! א חוץ דעם װועט זי דא אפשר אֶפּדרימלען ביז פארטאָג אין איר 
וויג-שטול -- איז די בעל-הבית'טע געווען זיכער, אַז דער פיש האָט אייני 
נעביסן און האָט איצט צונעזאַגט אַלע גליקן. ערשט דאַן האָט זי אַ זונג 
געטאָן דעם מקח. 

-- איר זיינט אַ געפערלעכע שפּעקולאַנטקע! -- האָט ער זיך אַ 
באַפּ געטאָן, 

--- און איד זיינט אַן אַלטער הינער-פרעסער! 


אל 6 6 


אויפן װעג האָט ער ניט אָנגעזען קיין לעבעדיקן נפש. אַרום האָט 
אָפּגעהילכט אַ טראַסקערײי פון שטיינער, װאָס מען האָט געריסן פון ברוק 
און געװאָרפן אויף בערגלעך, ביים אַריינגאנג פון דער ראַמבלא. דער 
קװואַרטאַל פון די ענגע לאַבירינט-געסלעך האָט זיך פאַרבאַריקאַדירט קעגן 
דער ברייטער ,אַלײ פון די בלומען". יאֶשקע האָט געהאַלטן דעם אָנגע- 
לאָדענעם רעװאָליוער אין הויפן, האָט געלויערט מיט אַלע גלידער אין 
דער געדיכטער חשכות און ביי די ראָנן זיך געשאַרט אַ פאַרטייעטער אין 
שאָטן פון די מויערן. . 


דאָס הויכע הויז פון דער ס. נ. ט. האָט זיך געהויבן שטום און אֶנ- 


געכמורעט. די גװאַרדיסטן ביי דער טיר זיינען געשטאַנען אין אַ קאַמף- 
פּאַזיציע ביי אַלע ראָגן פון הוֹיז. יאשקעס אייליקע שריט האָבן אָפּנעקלן:- 


נען אין דעד טויטער שטילקייט פון אַרום און אַן עכאָ האָט זיי געענטפערט 


פון ווייטע נאַסן. צוויי רעװאָלװערן האָבן געצילט אויף זיין קאָפּ. 


--- פריינטשאפטו | 
-- שטיין בלייבן! 
| -- פריינטשאפט! --- האָט ער אַ טרייסל געטאָן מיט געשלאָסענע 
דלאָניעס. | | 


--- די פּאַראָל? 

-- איך ווייס ניט... באַריקאַדן!,.. איך קום פון די באַריקאַדן. 

אַ וויילע האָט זיך קיינער ניט גערירט. די לופּעס פון די רעװאָלװערן 
האָבן געקוקט שטאַר און דראָענדיק. יאֶשקע איז אַלץ געשטאַנען מיט נע- 
שלאָסענע הענט, אַלס צייכן פון פריינטשאפט. אַ שאָטן האָט זיך א נליטש 
געטאָן פון אַ טויער, אַ מאן האָט זיך דערנענטערט און אים אַ לייכט גע- 
מאָן אין פּנים: | | 

--- פון קאָלומנא-דורוטי, דאכט זיך? : 

-- יאָ, קאָלומנא-דורוטי, פרענטע מאַדריד -- האָט ער ניט געוזען 
דאָס פּנים פון ריידנדיקן, װאָס האָט געהאלטן דאָס לעמפּל, 

--- כ'האָב דיך געזען מיט... דוֹ קאנסט, כאָסע? , 

-- כאָפע איז געפאַלן פון די ערשטע שאָסן. 

--- טויט?! -- האָט יענער אויסנגעשריען. 

--- כ'ווייס ניט. 2'האָב אים געזען לינן אין בלוט... איך מוז אַדױים- 
ניין! 

-- לאָזט אים אַדורך, חברים! | 

ער איז ארויפגעפאָרן מיט דער ווינדע אויפן דריטן שטאָק און זיך 
געלאָזט לויפן איבער די טונקעלע קאָרידאָרן,. אין אַ שפּאַרונע פון א 


טיר האָט ער באַמערקט אַ שיין. -- ס'איז אין ביוֹראָ פון גענעראַל- 


פעקרעטאַר! ער האָט אַ דיס געטאָן די טיר און איז אַדיין אינעװוייניק. 
-- די אַרבעטער זיינען אַדרױס אין גאַס! -- האָט ער אויסגעשריען 

גלייך פון שוועל --- מען דאַרף מענטשן אוֹן געװעף! / הי 
אַרום אַ קליינעם טישל זיינען לעבן גענעראַל-יסעקרעטאר געזעסן 

עטלעכע מענטשן מיט פארטראכטע פּנימער. זיי האָבן שוין פון לאַנג גע- 


וואוסט פון די געעשענישן אין גאָס און זיך דאָ באַהאטן זינט עטלעכע 


5 


גי = 


שעה. אָבער, צו קיין באשלוס זיינען זיי ניט געקומען: -- אַרױסטרעטן 
קעגן דעם אויפשטאנד? -- זיי האָבן דאָך זינט יאָרן געפּרײידיקט דירעק- 
טע אַקציע פון די מאַסן!... העלפן דעם אויפשטאנד? -- עס װועט אויס- 
ברעכן אַ בלוטיקער בירגער-קריג אין רעפּובליקאַנישן לאַנער גופא, װאָס 
ועט העלפן דעם אויסערלעבן שונא!... װעלן זיי. ניט פארשפילן אַלץ? 
| און דעדיבעד האָבן זיי, די מענטשן פון דירעקטע מעשים, לאַנג דיס- 
קוסירט און זיך מיישב געווען. ס'איז געװוען אַ גורל-מאָמענט פאַר דער 
באַווענונג דאָ אין לאנד און אפשר אויף נאָר דער וועלט. צום ערשטן מאָלֿ 
זיינען זיי ;נעשטאַנען אויפן שוועל פון דער מאַכט. אוֹן גראָד איצט האָבן 
זיי זיך ניט געקענט דעצידירן. די רייד האָבן געגעבן א מעגלעכקייט אֶפ- 
צולייגן דערוויילע וועלכן ניט איז באשלוס. אפשר ועט זיך אינצוישן 
דער ענין אנטשיידן אַהין אָדער אַהער און זיי װעלן ניט מוזן טראָגן אויף 
זיך די אַחריות.., | י | 

און אפשר האָבן נאָך טיפערע ספקות, װאָס קיינער האָט נישט 
אַרױסגערעדט, געענבערט אין די מוחות: זיי האָבן אין באַרצעלאַנא טוי- 
זנטער סאָלדאטן, זיי האָבן געווער, די מערהייט אַרבעטער איז אויף זיי- 
ער זייט און װעט אויף זייער באַפעל אין אַ פֹּאָר שעה פאַרכאפּן די 
שטאָט. --- און װאָס ווייטער?. . מען װעט מוזן ווייטער פירן דעם ביר 
גערדקריג, אויפשטעלן אַ דעגירונג מיט מיניסטאָרן, מיט אַמטן, מיט בא- 
אמטע, מיט יענעם נאנצן אַפּאַראט, װאָס ווערט אָנגערופן ביוראָקראַ- 
טיען... - | 
-- די אַרבעטער זיינען אַרױס אין גאַס! -- האָט יאֶשקעס שטימע 
איבערגעחזרט אויפן שוועל און צעריסן די שטילקייט, װאָס איז געהאנ- 
גען צווישן די אַראָפּנעלאָזענע קעפּ אָדום טיש 

{ ס'איז געווען די שטים פון גאָס, דער קו? פון באַװאַפנטע אַרבע- 
מער, װאָס האָבן געװאַרט אונטן, אוה די באַריקאַדן. מען מוז ענטפערן... 
אַלֶע בליקן האָבן זיך געװוענדעט צו דער טיר, 

אישקע האָט זיי אָנגעקוקט, ער האָט געקאָנט עטלעכע פון זיי. אינ- 

מיטן, באַלױכטן פון אַ רויטלעכער שיין, איז געזעסן סושי, אַ בלאַנדער, 
מיטליעריקער מאַן, מיט גרויסע ברילן אונטער א פאַרקנייטשטן שטערן. 
געשטאַמט האָט ער פון אַ טשעכישן געביט, האָט גערעדט אַלַע איירא- 
פּייאישע שפראכן און געאַרבעט אין דער , אינטערנאַציאָנאלער באַווע- 
נונג". ער האָט אויסגעװאַנדערט די וועלט, געהונגערט, זיך אויסבאַהאַלטן. 
אין קעלערן און, אַ פאַרפאלנטעד פון דער אינטערנאַציאָנאַלער פא- 


| 2 | 6 


ליציי, ‏ אין ער נישט איינמאָל געשטאנען אויף דעם שװעל פון דער 
תליה. ערשט דאָ, אין קאַטאַלוניע, וואו די אַנארכיסטן האָבן געהאט אַ דעח' 
האָט ער צום ערשטן מאָל פריי אָפּגעאָטעמט, : : 

אַ טעאָרעטיקער, אין ער תמיד געווען פאַרטאָן אין שרייבן, אין 
פֿאַרפאַסן ביולעטינען ון רעדאַגירן באַריכטן. אַ נאַנצע נאכט האָט גע 
ברענט דער לאָמפּ אין זיין צימער און תמיד אין פון דאָרט דערגאַנגען 
אַ קנאַרן פון פּאַפּירן, אַפילן יאֶשקע, ,דער שונא פון שרייב-מאַשינקעס 
און אינטעלינענטן", האָט געפילט אַ טיפן דרך-ארץ צום דאָזיקן מאַן, 
װואָס האָט געאַרבעט טאָג װוי נאכט און דאָך געפונען צייט צום שמועסן 
מיט יעדן פּישוטן חנר, מיט יעדן מיליציאַנער אָדער אַרבעטער. 
| סושי האָט אים אויך דערקענט. ער האָט אים אַרײננעקוקט אין די 
אויגן מיט אַ טרויעריקן בליק: ,ביסט מיך חושד אין פאַראַט/? --.האָט 
דער דאָזיקער בליק שטום גערעדט -- ,א גאנץ לעבן האָב איך זיך 
מוסר נפש געווען פאַר דער אידיי, אַ גאנץ לעבן האָב איך געהאט צו 
טאָן מיט הונגעריקע, גערודפטע טווימער. און היינט, ווען מיר. האָבן 
גענוג קראַפט, ווען מיר װאָלטן געקענט מאכן דעם דעצידירנדיקן שריט, 
כדי איבערצונעמען דעם נור? אין די איינענע הענט, בין איך אָנמעב-. 
טיק ... |  |‏ 
יאֶשקע האָט באַנריפן דעם שטומען בליק. ס'האָט אים פארכאפט 
אַ געפיל פון רחמנות צום דאָזיקן מאַן. זוי דורכגעלויכטן מיט א בליץ, 
האָט זיך אים איין אויגנבליק אַנטפּלעקט דער פאַמום, װאָס הענגט 
איבער מענטשלעכע מעשים און ווילנס. װאָס האָט דאָרט דער לאַנגער 
ריימאַן געדרש'נט וװועגן דער נריכישער טראַנעדיע און בלינדן גור5?.. 
ער האָט אָפּגעדדײיט דעם קאָפּ כדי אויסצומיידן סושיס בליק. 

רעכטם פון סושין איז, אָנגעשפּאדט:אויף אַן אויסגעבויגענעם שטופ, 
געזעסן אַ דיקלעכער מאַן און גערויכערט אַ פּאַפּיראָס. זיין רעכטער 
אַרב? אִיז אַראָפּנעהאַנגען, א פּוסטער איבערן אָנלען. אויך אים האט 
ויאָשקע געקאַנט: סאַשאַ, אַ רוסישער אַנאַרכיסט; בעת דער רעװאלוציע, 
אין 1918, האָט ער פאַרלוירן זיין רעכטע האַנט. אַ פֹּאֶר יאֶר שפּעטער, 
האָט מען אים פאַרשיקט קיין סיביר, פונװאַנען ער איז אַנטלאָפן מיט 
דער חילף פון אָרטיקע פּויערים, וועלכע ער האָט געקאַנט פון אַמאָל: פון 
זַיין ערשטער , וויסילקע", אונטערן צאַר, אין יאר 1919. יב יי 

ער אין געזעסן סיט אַן אַראָפּנעלאָזענעם קאָפּ. אפשר האָט ער 
נעקלערט וועגן זיינע צוויי פאַרשיקוננען אונטער פארשיידענע רעזשי- 


87 


מען און אפשר האָט ער איבערגעליינט די איצטיקע סיטואַציע: אויב די 
קאָמוניסטן װעלן דאָ װוערן די בעלי-בתים, װעלן זיי אים נאָכן זיג װי- 
דעראַמאָל פאַרשיקן, אים מיט זיינע חברים... ניין, אַצינד פאַרשיקט מען 
ניט, היינט מאכט מען עס אַנדערש!... ער האָט זיך דער ערשטער אפ 
גערופן; 0 | 

-- מען דאַרף רופן די אַרבעטער אין גאַס! 

יפוֹן אַ שאָטנדיקן ווינק? האָט זיך אַרױסגערוקט אַ שפּאַנישער מי- 
ליטער-מאַן, װאָס יאָשקעשּהאָט אַמאָל געזען, אָנפירנדיק אַן אַטאקע אויפן 
אַראַגאָן-פראַנט. ער האָט שמיל געזאַנט: | 
 -- =‏ מיר האָכן פינף טויזנט מאַן אין דער ספארטאקוסקאַזארמע 
פון באַרצעלאָנא. אויב מען דאַרף וועלן אין זעקס שעה אַרום קומען צען 
טויזנט מאַן פון פינא-פראָנט. | 

אַלע אַנדערע האָבן געשווינן און א וויילע האָט געהערשט א שטיל- 
קייט. דאַן האָט סושי גענומען דאָס װאָרט: ' 

-- גוט!... אָבער אוב מיר װעלן היינט עפענען דעם פראָנט, װעט 
אין אַ ואָך אַרום זיצן אַ פאַשיסטישער גענעראַל אין דאָזיקן צימערל... 

--- פאַרװאָס מוזן מיר תמיד נאַכגעבן? מיר וילן דאָ גיין אויף 
אונדזער אייגענעם דרך צום סאָציאָליזם! מאָרגן װעלן ז יי אױס- 
שטרעקן זייערע לאַפּעס צוֹ אַלע אונדזערע אונטערנעמונגען. אַז מיר ווע- 
5ן, אָבער, . אַראָפּברענגען אַ פֹּאָר קאָלומנעס, וועלן זיי נעצוואונגען זיין 
אָפּצוגעבן די , טעלעפאָניקא? -- האָט געענטפערט סאַשא, 

-- און פּראַנקאָ װעט זי פאַרכאַפּן... -- האָט אונטערגעכאַפּט 
עמיצער אַנדערש, - | | - 

יאָשקע האָט אים ניט אויסגעהערט ביזן סוף. ער איז אַרוֹױיסגעלאָפן 
פון צימער און זיך אַ לאָז געטאָן מיט די. אױיסגעלאַשענע קאָרידאָרן 
צום אַרויסגאנג. אַ וויילע האָט ער געפילט, אַז סושי איז גערעכט; ער 
האָט אָבער פאַרשריען דעם דאָזיקן געפיל: װואָס ניכער צוֹ די חברה אויף 
די באַריקאַדן! -- האָט ער איבערנעחזרט צו זיך אַלֵיין, לויפנדיק איבער 
די טרעפּ. --- װאָס האָט דאָרט געטרעלעװועט דער לאַננער לאָקש? גריכן, 
יונים, על הנסים... קיין נסים פּאַסירן ניט אין די היינטיקע צייטן! ער 
איז שטיין נעבליבן און האָט אָפּגעכאַפּט דעם אָטעם. אין א טנקעלן 
ווינקל זיינען געשטאַנען. קאַסטנס געווער. ער האָט אויסנעזוכט אַ רוֹק-זאַק, 
אים אָנגעהאַנגען אויף אַן אַקסל און אָנגעהויבן פּאַקן אַלז, װאָס ס'איז 
אים אונטערגעפאַלן אונטער די הענט: האַנט-גראַנאטן, קוילן און רע- 


08 


װאָלװערן. דער גערויש פון מעטאַל האָט צוגעצויגן די אַרבעטער-נװואַר- 
דיע, װאָס האט דאָ געװאַכט אין די נעכט, 

-- דו קערסט זיך אום אויף די באַריקאַדן? -- האָט אים געפרעגט 
- כאָסע'ם פריינט, 

= יאן 

קיינער האָט אים ניט געשטערט. עטלעכע האָבן נאָכגעטאָן זיין 
בֿיישפּיל, געשטופּט אַמוניציע אין די קעשענעס, אונטער די גאַרטלען 
און אין טאַשן, און זיינען אראָפּנעלאָפן צוזאַמען מיט אים אין גאס. 


צוויי אַ זיינער באנאכט האָבן זיך צעברומט די הויך-ריידער אויף 
אַלע ראָגן.. די ס. נ. ט. האָט גערופן די אַרבעטער צו אַ גענעראל-שטרייק 
און זיי באַפױלן זיך צו פאַרזאמלען אין די קלובן און סינדיקאַטן, און 
דאָרט אָפּװאַרטן ווייטערדיקע אָנווייזונגען, יאֶשקע האָט האַלב-געדרימלט 
חינטער אַ באַריקאַדע, ווען ער האָט דערהערט אַ גערודער אַרום. עמיצער / 
האָט אים איבערנענעבן די נייעס. דער עולם האָט דיטקוטירט: 

--- אויך זיי האָבן אונדז פאַראַטן! 
| --- גיין, דער גענעראַל-שטרײיק אין דאָס הויפּט-געװוער פון פּראָ- 
לעטאַריאַט! : | | | 

--- פֿאַרוואָס האָבן זיי ניט גערופן דאָס פאָלק אויף די באַריקאַדן? 

יאַ נאנצע נאכט האָבן אָפּנעחילכט פאַראיינצלטע שאָסן אין אַלע 
עקן שטאָט. פאַרטאָג האָט אַ שליח פון יוגנט:-הויז געבראכט די בשורה: 


-- הונדערטער חברה פון פ. א. י. זיינען דאָך אַראָפּ אין גאַס,.. ניט 
אין די לאָקאלן! | | י 

-- זאָל לעבן די פ, א. י. --- ס. נ. ט, ! 

מיטן גרויען פון באַנינען האָט אַ. שטורמישע שיסעריי זיך אָפּנע- 
ריסן - אין גרעניץיקווארטאַל פון קאַטאַלוניאַ-פּלאַץ. גלייכצייטיק האָט זיך 
דורך אַלע געסלעך, ביז צום ים, א טראָג געטאָן די װואָרענונ: 

--- די גװואַרדיע נרייפט אָן דורך דער ראַמבלאַ ! : 

דער פאַרשלאָפענער עולם האָט זיך א הויב געטאָן אויף די פיס: 

-- אַלֶע אויף די באַריקאדן! 

-- דערלאננט פייער! 

דער אויפגייענדיקער טאָג האָט געפונען די שטאָט פאַרטיילט אין 
צוויי פיינטלעכע לאַגערן. אין די געסלעך פון ביידע זייטן פון דער , בפֿן- 
מען-ראַמבלא? --- אין , כינעזישן קווארטאל" און אין פערטל פון דער 


.89 | 


קאַטעדראַלע -- האָבן זיך פאַרבאַריקאַדירט די רעװאָלטירטע אַרבעטער 
און מיליציאָנערן. צװישן די דאָזיקע געגנטן, אנהויבנדיק פון קאַטא- 
לוניאַ-פּלאַץ ביזן ים, צופוסנס, האָט זיך שפּוע'דיק אַראָפּנעלאָזט די אַלי, 
אַ פּוסטע און אויסגעליידיקטע, וי די פּעסט װאָלט דאָרט געבושעוועט. 
נאָר אויבן ביים פּלאץ, האָבן פּאַטרולירט רעגירונגס-גװאַרדיסטן, צוגע- 
דריקטע צו די ראָנאָווע ווענט און אין די טויערן פון די הויכע געביידעס. 
עטלעבע מאָל האָבן זיי. פּרובירט צו פאַרנעמען אין ‏ שטורעם דעם גרויסן . 
בולװואַר, אָבער יעדעס מאָל האָט אַ רעגן קוילן אַ פלייץ געטאָן פון הינטער 
די באַדיקאַדן, װאָס אויף די ראַנדן פון אַלֶע זייטיקע געסלעך. און זיי 
האָבן זיך געמוזט צוריקציען, מיטנעמענדיק טויטע און פארװונדעטע. 
נאָך עטלעכע אַזעלכע אָנגריפן האָבן זיי זיך באַגנוגנט מיט איינשטעלן 
פּאָזיציעס אויפן פּלאַץ, װאָס האָט דאָמינירט די אַראָפּהאנגען צום ים. ‏ 
אַזױ אַרום האָבן זיי געהאַלטן אונטער אַ מיטראַיעזן-פייער די ברייטע 
אַלֵיי, װאָס איז געװאָרן א מין , קיינעמס-לאנד" אינמיטן שטאָט, און ניט 
דערלאָזט צז קיין פאַרבינדונג צוישן די צעבונטעוועטע קװאַרטאלן פון 
ביידע זייטן, ' 

די איבעריקט טיילן פון שטאָט האָבן זיך נעפונען אין די הענט 
פון דער רעגירונג, די גאַסן זיינען באַזואכט געװאָרן דורך גרעסערע אָפ- 
טיילונגען גוואַרדיסטן. ציווילע מענטש! האָבן זיך אין ערגיץ נישט גע- 
טרוים אַרױיסצושטעקן אַ נאָז, ווייל אויך אין די רואיקע פערטלען האָבן 
אָפּט אויפגעטויכם ‏ באַװאָפּנטע גרופּעס און אומגעריכט פלענן אויס- 
ברעכן שיסערייען. נאַר די אַמכולאַנסן פוֹן ,רויטן קרייץ" האָבן זיך 
פריי באַװעגט איבער דער גאנצער שטאָט. מיט שאלנדיקן קלאנג זיינען 
זֵיי געפאָרן אַפילן דורך דער ראַמבלאַ און זיך אַריינגעלאָזט אין די בא- 
ריקאַדירטע לאַבירינטן פוֹן אַרום. זיי האָבן געזאַמלט די טויטע און 
פֿאַרווונדעטע פון ביידע צדדים און זיי אָפּנעפירט אין די זעלביקע מתים-. 
שטיבלער, אָדער אָפּעראַציע-זאַלן. -אומעטום האָט מען זיי באַנעגנט מִיט 
אויסגעשטרעקטע פּױסטן און מיטן זעלבן גרוס: | 

--- פאֲלוד, חברים! | 

:ווען סיאיז ליכטיק געװאָרן, האָט יאָשקע אַ שפּאַציר געטאָן דורך די 
געסלעך און באַטראכט דעם עולם. סיאיז געווען אַ העלער פרילינג-טאָג. 
פֿאַראיינצלטע, יונגינקע בלומען האָבן דאָ און דאָרטן אַרױסגעקוקט צווישן 
| = די צוזאַמעננעדריקטע הייזער אוֹן ענגע הויפן. אויף די באַלקאָנען 
האָט זיך געטריקנט וועש און עס האָבן געבליט די װאַזאָנען. ער האָט דאָ 


90 


; געטראָפן עטלעכע באַקאַנטע חברה פון קאָלומנאידורוטי. אָנגעשפּארט 
אויף שטיינער האָבן געדרימלט אַרבעטער מיט באוואקסענע פּנימער. זיי 
האָבן אויסגעזען ניט געוואשן. אַ סך פון זיי זיינען אַהער געקומען פון 
אַ נאַכט-שיכט אין אַ פאָבריק, אַנדערע זיינען אינמיטן נאכט אַרױסנע" 
שפּרונגען פון די בעטן און געקומען צולויפן פון וויטע פאָרשטעט, 
עטלעכע האָבן געטראָגן פּידזשאמע-רעקלעך, פאַרשטופּט אין הויזן מיט 
שװאַרצע אויל-פלעקן. אַ דיקער מאַן, מיט פולע באַקן, אין פארשטויב- 
טע מלבושים פון אַ קוילן-טרענער, האָט שווער געכראָפּעט, וי א בלאָזי 
זאַק, מיט אַ פייף צום סוף. ער איז געלעגן אויסגעצויגן אויף אן אייזער- 
נעם בעט מיט אַ וייכן מאַטראץ, װאָס מען האָט אין דער ערשטער מיי 
נוט אַרױסגעשלעפּט פון אַ שטיב און באנוצט אַלס באַריקאַדע. דאַנעבן 
איז אַ קינד געשלאָפן אויף אַ שטול, װאָס האָט אויך תחילת געדינט צום 
זעלביקן צוועק. מיליציאָנערן זיינען נעלעגן אין קרייזלעך, גערויכערט 
און געשפּילט אין קאָרטן. אַלטע נוטע פריינט האָבן זיך אומנעריכט גע- 
טראָפן און זיך לאַנג געפּאַטשט איבער די פּלייצעס. דאַן האָבן זיי זיך 
קעגנזייטיק מכבד געווען מיט טאַבאק. פון ערגיץזואו האָבן אויפגע- 
טויכט פלעשער וויין. נאָר קיין גלעזער זיינען ניט געווען און מען האָט 
געצויגן, לויטן סדר, פון די העלדזלעך. דאַן האָט מען זיך דערמאָנט די 
ערשטע טעג" און די פּראָנטן, און נאָכגעפרעגט אויף חברים. וואו-ניט- 
וואו האָט מען געזען יונגע פרויען אין מיליטערישע הויזן, מיט לענטעס 
קוילן איבער די ברוסטן און ביקסן ביי דער זייט. אָבער די מייסטע זיינען 
געווען אָנגעטאָן אין ציווילע קליידלעך, האָבן געהאָט רוױיטע-קרייץ-אָפּי 
צייכענונגען אויף די אָרימס אָדער געבראכט עסן פאַר די מענער. 

אויף אַ באַלקאָן האָבן געטשוויטשערט דריי געלע קאַנאַריקלעך, װאָס - 
זיינען לוסטיק אַרומגעשפּרונגען אין אַ שטייגל. אַן עלטערע פּרױי האָט זיךף 
באַװיזן אויפן שװועל און זיי אַרינגענאָסן װאַסער אין אַ בלעכ? פון 
אַ שואװאַקס-פּושקע. אַ מיליציאָנער האָט אַ װאָרף געטאָן אַ ברויט, װאָס. 
איז געפאַלן צו אירע פיס; 

-- נעם, מוטערל, פּאַר דיר און פאַר דיינע פיינפ! 

-- אַ דאַנק, חבר! | יי 

עטלעכע קעפּ האָבן זיך פאַריסן. אויף אַ שכינות'דיקן באַלקאָן האָבן 
זיי באַמערקט א מיירל, װאָס האָט באַגאָסן בלומען : | 

--- קום אַראָפּ, קראסאַװיצע! | 

-- גיב אונדז אויך א טרונק! 


1 


|--- אונדזערע נשמות זיינען פּאַרשמאכט:... -- האָט אַ זונג געטאָן. 

אַ יונגער אַרבעטער, הי | | 

דאָס מיידל האָט צונעהאלטן מיט איין האַנט די ראנדן פון איר 
קליידל, װאָס דער װוינט האָט אָנגעבלאָזן און פאַריסן. מען האָט דערזען 
שפּיצן פון בלויען אונטעדוועש און דער עולם האָט זיך אַנטציקט, און 
געפּאַטשט בראַװאָ. זי איז רוט געװאָרן און אַריינגעלאָפּן אין שטוב, 

עס האָבן אָפּגעהילכט עטלעכע שאָסן, אַלע האָבן אַ הויב נגעטאָן די 
קעפּ און אויפגעהארכט. אָבער די חברה פון פאָרנט האָבן זיך ניט גע- 
רירט און דאָס פאָלק האָט געמיטלעך פאַרגעזעצט זיינע באַשעפטיקונ- 
גען. יאשקע האָט באַמערקט עטלעכע אַרבעטער, װאָס פלעגן אַרײינקומען 
אין ס. נ. ט. ער האָט זיך צונעזעצט לעבן זיי. 


-- פֿאַרשטײיסט? --- האָט דערקלערט אַן עלטערער מיט אַ באַנ- 
דאַזשירטער האַנט ---. מיר ווילן ניט נאָר סאַציאַליזם, נאָר אויך פריי- 


הייט. די פאַבריק נעהערט צו די אַרבעטער, װואָס זיינען דאָרט באשעם- 
טיקט. זיי וויילן אויס פריי זייערע פאָרשטייער. די פאָרשטייער פון אַלֶע 
פאַכן שאַפן צוזאַמען אַ צענטראַלע, װאָס פירט אָן מיט דער ווירטשאַפט 
פון גאַנצן לאנד, צו װאָס דאַרפסטו דאַן אַ רעגירונג?, 

-- װאַרעמע קאַװע! -- האָט אַ קלינגענדיקע פרויען-שטימע זיך 
אַריינגעריסן אין די ערנסטע דערקלערונגען. . א יוננ-מיירל, מיט אַ 
שווארץ-רויטן באַנד איבערן אֶרים, האָט געטראָגן א גרויסן קרוג מיט 
צוויי טעפּעלעך אין די הענט און איז גענאַנגען פון גרופּע צוֹ גרופע. 

--- קומפט פון , יוגנט-הוין?? ' 

-- אֶללעי! --- האָט זי דערקאַנט יאֶשקען --- ווילסט טרינקען? נעם! 
-- האָט זי אָנגעגאָפן אַ פול טעפּ? ביזן ראנד. 

ער האָם אַ זופּ געטאַן אוֹן דער װאַרימער משקה איז צענאנגען 
איבער אַלּע גלידער. | 

--- קומסט פון דאָרטן? 

--- יאָ. 

 --‏ װואָס מאכט כאַסע? 

| זי האָט אַ וויילע געשוויגן. אירע אויגן זיינען פאַרלאָפן מיט טרערן: 

-- נאָך אַ האַלבער נאכט האָט מען אים אָפּערירט. ער לעבט ניט 
מער. פאַרטאָג איז ער אויסגענאנגען. 
= יאֶשקע האָט אַװעקגעשטעלט אַױף דער ערד דאָס ניט אויסגעטרונ- 


92 


קענע טעפּ? קאַװע. א ויילע שפּעטער האָט עס עמיצער אַנדערש גענו" 
מען אין האנט: | 

--- קאַלט! -- האָט ער זיך פארקרימט -- גים מיר אָן פרישע. 

דאָס מייד? האָט ווייטער סערווירט.. יאָשקע האָט זיך אויפגעהויבן 
און צוגעשפּאנט צו דער פאָדערשטער באַריקאַדע. מיט די רעדער צוּ דער 
גאָס איז דאָרט געלעגן אַן איבערגעקערטער אױטאָ און הינטער אים 
האָט זיך געהויבן אַ ווענטל פון פירעקיקע שטיינער אוֹן זעקלעך זאמד. 
די חברה האָבן געלױיערט דורך די אָבסעהװאַציע-לעכער, 

-- װאָס הערט זיך אין שטאָט? 

--- מיר ווייסן נאָר, װאָס עס טוט זיך באַ אונדו 

--- און אויף דער אַנדער זייט? 

--- אויך אונדזעריקע. אָבער מיד האָבן ניט קיין ידיעות. 

--- כ'וועל אַריבערניין כאַפּן אַ קוק אין , כינעזישן קווארטאל? -- 
האָט יאֶשקע גערעדט צו א נידעריקן, ברײיטפּלײציקן מאַן, װאָס האָט 
דאָ געטיילט עסן און איז, קענטיק געווען דער אָנפּירער אין דעם וויַנקל. 

--- זיי וועלן דיך אַװעקפֿײגן, ו וי נאָר דו וועסט אַרויסשטעקן די 
נאָז, די ראַמבלאַ לינט אָפן, װוי אויף דער האנט... | 

-- גוט. דו זאָג נאָר אָן די חברה אַרום, אַז די אייגענע זאָלן ניט 
שיסן! 

ער האָט גענומען אַן אָנגעלאָדענֶעם פּאַראַבעלום אין דער האַנט און 
זיך פאָרזיכטיק אַ שאַר געטאָן פאָרויס. תחילת האָט ער געפּויזעט 
אויף אַלע פיר לעבן א װאַנט, דערנאָך איז ער אַרױסגעקואַכן אויפן 
טראַטואַרל און זיך אַ רוק געטאָן אויפן מיטן ברוק. אַרום איז געווען שטיל 
און מען האָט ניט אָנגעזען קיין לעבעדיקן נפש. טיר און טויער זיינען 
נעשטאַנען פאַרהאַקט און די לאָדנס פון אַלע גאָרנס זיינען געווען פֿאַר- 
מאַכט איבער די פענסטער. נאָר דאָס געבלעטער פון די ביימער האָט נע- 
מורמלט איבערן קאָפּ און די רויטע, לייכט דפלאטערנדיסע. פענער האָבן 
געשווינדלט פאַר די אויגן. 

- פּלוצלונג זײַנען געפאַלן עטלעכע. שאָסן. -- זיי האָבן מיך דער- 
טאַפּט! -- האָט ער געװאָרפּן אַ בליק צום קאַטאַלוניאַיפּלאַ?, וואו די 
גוואַרדיסטן האָבן געעפנט דאָס פײַער. עך האָט זיך צונויפגעקנוילט, וי 
אַ יאָזשיק אוֹן איז אַ וויילע געבליבן ליגן אָן אָטעם, וי פאַרגליווערט, 
דאַנעבן האָבן אַ שפּריץ געטאָן שטיקלעך. אַספאַלט. עטלעכע קוילן האָבן 


אַ תַיִיף נעטאָן איבערן קאָפּ און שויבן זיינען אַראָפּנעפאַלן מיט א קלונג. 


מיטאַמאָל האָט ער זיך אַ. חויב געטאָן, דערלאננט עטלעכע שפּרונגען און 
איז אַריינגעפאַלן אין אַ קעגנאיבערדיקן געסל, 

אויך דאַ האָט מען נגעהאַט װייניק ידיעות אוֹן מען האָט אים אויפגע- 
נומען מיט גרויס פּאַראַד, וי עפּעם אַ שליח פון יענער וועלט. מען האָט 
אים אויסגעפרענט און גלייכצייטיק דערציילט: - / 

-- געװוער האָבן מיר גענוג, אֶבֶער עסנווארג װעט אויספעלן! 

-- כ'וועל איבערגעבן,. אפשר װעלן מיר קענען צושטעלן אַ בים? 
פּראָװויאַנט. און וי האַלט עס אין שטאָט? װאָס זאָגט דער עולם? 

-- וועגן דער ס. נ. ט. האָט איר דאָך אַװודאי געהערט? 

--- יאָ. און די קאָמוניסטן? 

-- דער פ. ס. ו. ק. האָט זיך דערקלערט נײטראַל, אַזו' צו זאָגן, 
לנבי די קאַמפן אין נאַס, | 

-- אויף זייער סאַנאטאָריע אין צפון-קווארטא? האָבן זיי אַרױסגע- 
האננען אַ ווייסע פאָן! -- האָט געמעלדעט אַ יונג יינגל, װאָס איז ערשט 
ניט פאנג געקומען אַהערצו פון שטאָט, 

-- אוֹן די אַנדערע? : 

--- פאַראַן באַ אונדז עטלעכע מענטשן פון פּ. אָ. ו. ם. זי האָבן שוין 
אַפילן אָפּנעדרוקט אַ פּראַקלאַמאַציע... | 

אַ ביסל שפּעטער האָבן צוויי מענער, איינער אין ציוויל און דער 
צווייטער אין מיליטערי ישע קליידער, אים צוגעטראָגן אַ פּעק? פּראַקלא- 
מאַציעס; | 

--- דו גייסט צוריק אויף יענער זייט? 

--- יאָ, 

--- נעם זיי מיט! 

--- װואָס שטייט דאָ? . 

--- לייען אַדורך! 

-- װעד האָט דען געדולד איצט צום פייענען? 

-- כדי צום זיגן, מוז דער פּראַלעטאַריאַט קלאָר קאָנען זיינע ציפן! 
-- האָט דער מיליטער-מאַן, װאָס האָט געהונקען אויף א פוס, גערעדט 
אין אַ פרעמדן. אַקצענט, 
' יאֶשקע האָט זיך פאַ אַנדערגעשמועסט מיט אים אין 8 געמיש פון. 
פראַנצויזיש, פלעמיש אי האלענדיש װאָס ער האָט צו ביסלעך אויס- 
געלערנט אין זיינע װאַנדער-יאָרן: 1 

--- פאַרווונדעט אויפן פראָנט? -- האָט ער אָנגעוויזן אויפן פוֹס. 


4 


--- יאָ. װעט שוין אַזױ בלייבן. 

און ער האָט אָנגעהויבן דערקלערן, אַז אייגנטלעך איז דער אויפ- 
שטאַנד אױיכנעבראַכן צו פוי: מען האָס נעדאַרפט צוגרייטן די מאסן 
צום פּראַקלאַמירן דעמאַקראַטישע אַרבעטער-אוןזסאָלדאטן-ראטן, ואס 
זאָלן איבערנעמען די נאַנצע מאכט אין לאַנד, אין די ראַטן זאָלן זיין 
פאַרטראָטן אַלע רעװאָלוציאָנערע פּאַרטײען פון פּראַלעטאַריאַט... אָבער 
אַזױ וי די מאַסן זיינען ספּאָנטאן אַרױס אין נאַָס, הארף מען מיטקעמפן. 
-אויף זייער זייט, צי נעדענקט ער לענינס שטעלונג צום יוליזאויפשטאנד?.. 
-- גוט, גוט, כ'וועל זיי מיטנעמען! -- האָט אים יאַשקע איבערנע. 
- האַקט, ווען דער שמועס האָט זִיך פאַרצוינן, און אַרינגעפּאַקט די 
פּראַקלאַמאַציעס אונטערן רעקל, | 

--- לייען אַדורך! 

--- כ'וועל שוין לייענען אויפן וועגי. 

אויפן צוריק-וועג האָט ער אָנגעוװוענדעט א נייע סטראַטעניע: פאַר- 
טייעט אין אַ ווינקל, האָט ער תחילת געעפנט א שיסעריי אויף דער פֹּאַ- 
ליציי, װאָס אויפן פּלאץ. יענע האָבן געמיינט, אַז די אונטערשטע קוואף- ‏ 
טאַלן גייען אַריבער צום אָנגריף און זיי זיינען אַ וויילע געבליבן צעמישט, 
אוֹן פאַרלאננט הילף. יאֶשקע איז דערוויי? אַריכערגעשפּרונגען אויף דער 
אַנדער זייט. אינמיטן ראַמבלא האָט ער זיך אַפילו אויסגענלייכט און 
געשפּאַנט עטלעכע שריט מיט אַן אויפגעהויבענעם קאָפּ. אין יענעם טאָג 
איז ער געװאָרן דער פּערמאַנענטער פאַרבינדער און אין משך פון אַ סך 
שעה'ן איז ער געווען דער איינציקער מענטש, װאָס האָט געשפּאַנט אי- 
בער דער , ראמבלא פון די בלומען". 


98 


קאַפּיטל זיבן 


דאָן פישלזאָחו פאַרשטעלט זיך פּאַר אליחו הוביט ער רעדט 7אטײן 


און פאַרפאַסט שיר מיטן לעבן, אלס מטרטירער 

אין דער פּענסיאָן האָט זיך דעד עולם אויפגעהויבן זייער שפּעט. 
ערשט נאָך אַ האַלבער נאַכט איז מען איינציקוויין גענאַנגען שלאָפן, 
ווער אויף אַן אַלטער דעקע, װאָס מען האָט אױסנעשפּרײט אין אַ ווינקפ 
פון קאָרידאָר, וֶוער אָנגעלענט אויף א שטול אָדער א װאַליזע, אין מיטן 
עס-זאַל. אַ זיינער ניין אינדערפרי האָבן זיך די ערשטע געלאָזט אין טואַ- 
לעט-צימער. אַזױ װוי די לאָדנס זיינען נאָך געווען געשלאָסן אוֹן די 
פּאָרהאַנגען פאַרצויגן, חאָבן זיי זיך אָנגעקלאַפּט אָן די ליגנדיקע, וועלכע 
האָבן געברומט פון שלאָף און זיך איבערגעקערט פון איין זייט אויף 
דער אַנדערער, | י 

פון איינעם פון די צימערן זיינען אַרויס צוויי פרויען. די עלטערע 
איז אַ וויילע שטיין געבליבן, האָט זיך אומגעדרייט און אַרייננעשריען 
אינעװייניק: | ! הי | 

-- און טאָמער טשעפּעסטו זיך נאך איצט מיט טשיטשען, על איך 
דיר אָנברעכן די ביינער, דו אַלטער זולל וסובאניק! -- און זי האָט 
פאָרזיכטיק צוגעמאכט די טיר, כדי ניט צעקוועטשן דעם עק פון קאָטער, 
װאָס האָט זיי באַנלייט ביזן שוועל. ביי דער האַנט האָט זי געפירט דאָם 
יונגע מיידל, װאָס האָט געחאַלטן אַראָפּגעלאָזט דעם קאָפּ, כדי מען זאָל 
ניט זען אירע רויטע אויגן, 

-- שאַ-שאַ, מיין קעצעלע, -- האָט די זקנה זי געטרייסט. דאָס 
מיידל האָט אָנגעהויבן שלוכצן אויפן קופ: 

--- װאָס װעלן זיי זאגן אי שטוב? י 
-- אַפּריער האָסטו געדאַרפט וויינען. איצט איז פאַרפאָלן! 


= 


6 


א ביס? שפּעטער האָט זִיך אויף די שפּיץ פינגער אַרױסגעשאַרט פון 
זעלבן צימער דער עלטערער הער. די אַלטע האָט אים נלייך באַמערקט און 
אים צונגעװואָרפן א. נזלנ'ישן בליק, ער האָט אַ ציטער געטאָן, זיך אומ- 
רואיק אַרומגעקוקט, געווישט זיין גרוילעכע בערשטלװאַנצע און האָט 
אויסגעזען, וי א פֿאַרזינדיקטער קאָטער, װאָס האָט אַקאָרשט אויסגע- 
נאַשט בגניבח א שיס? סמעטענע, אוֹן דערװאַרט מיט שרעק דעם פאַר- 
דינטן פּסק. אויפן קאָפּ האָט ער ווידער געטראָגן זיין האַרטן קאַפּעלוש, 
אָבער דאָסמאָל שוין ניט וויי?ל ער האָט אים פאַרגעסן, װאָרים ער איז 
צוגענאַנגען צו אַ פענסטער, האָט אָפּנעשאַרט דעם פאָרהאַנג, געעפנט אַ 
לאָדן און ,פארטייעט אין אַ זייט; אַרױסגעקוקט אין דרויסן. סיאיז קענ- 
טיק גֶעווען; אַז ער זוכט אַ געלעגנהייט צו מאכן פּליטה, כל זמן ער האָט 
נאָך גאַנצע ביינער. 

--- באַריקאַדן! -- האָט ער אויסנערופן מיט א פארצוייפלטער 
שטימע, | | 
--- דו דערצייל נאָר ניט קיין מעשיות: -- האָט די זקנה אים גע-. 
דראָט מיט אַ פיננער, / בע 2 
| דער ווינט האָט צעעפנט ביידע זייטן לאָדן אוֹן א העלער פרילינג" 
טאָג האָט אַרינגעשטראָמט אִין צימער, דער עולם האָט זיך אַ הויב גע- 
| טאָן פון די געלעגערס, געגעניצט אויפן קול, זיך געצויגן און געשפּילעט 
די פּאַסקעס פון די הויזן. די פרויען האָבן געהאָט פארשמירטע פּנימער 
פון צעקראָבענער שמינקע אוֹן פּאַרב. מען האָט צערוקט די מעב? לענג- 
אויס די ווענט און צוזאַמענגעװיקלט די דעקעס פון דער פּאָדלאָגע. מייד- 
לעך האָבן אַרומנעזוכט זייערע האַנט-טאַשן, װאָס זיי האבן פאַרלוירן 
באַם טאַנצן; עטלעכע האָבן געזוכט די מענער, מיט וועלכע זיי האָבן דעם 
אַוונט פריער געשלאָסן קאַנטשאפט. די יונגעלייט האָבן אין אַ בגילופנדיקן 
צושטאנד גערעדט משונע'נע ליבע-ווערטער און צוגעזאָגט חתונה צו 
האָבן, פאַרטאָג זיינען זיי פאַרשוואזנדן פון די צופעליקע געלעגערס און 
די געליבטע האָבן זיי בשום אופן ניט געקענט דערקאַנען צווישן אַזויפיל 
פרעמדע פּנימער. דאָן פישלזאָהן האָט זיך אַרומגעדרײיט מיט אַ. צעפלאַמטן 
פּנים און זיי אַלעמען צונעוואונטשן : | 

--- 6ז? טוב! מזל טוב!... 

װאָס איז דאָס פאַר אַן אָנשיקעניש? 

-- דאָס איז פֿאַטײן!... איר ווייסט דען ניט, אַז אויף א חתונה 
רעדט מען ביים אַלְטאר לאַטין? | 


97 : 


9 


-- איר זיינט אַ גלח, פֿאָטערל? --- האָט אַן עלטערע בתולה, װאָס 
האָם זיך די גאנצע צייט געהאַלטן באַזונדער, אים אָפּנערופן אָן א זייט 
און געוויזן, אַז זי טראָגט אַ צלמ'? אויף דער ברוסט. | 

--- ניין, איך בין אליהו הנביא!.. 

זי איז צוריק פאַרקראָכן אין אַ פאַרבאָרגענעם זוינקל פון קאָרידאָר, 
זיך אַראָפּגעזעצט אויף אַ קושעטקע און געזאָגט א געבעט. ס'איז געווען 
אֵן אָפּנעזונדערטער אָרט, וואו אַ מענטש איז געווען א מין ;רואה 
ואינו נראה". אין נארמאַלע צייטן פלעגן דאָ נעסט װאַרטן אויף אַ צֵי- 
מער. נעכטן האָט זי אַ נאַנצן אָװנט געזאָגט תפילות און מיט איין אויג 
צוגעקוקט צו די טאַנצנדיקע פּאָרלעך ‏ אין זאַל. דאַן האָט זי געהערט דאָס 
זינדיקע פליסטערן אין אַלע עקן. בין שפּעט באַנאַכט האָט זי זיך באַמיט 
צו פאַרטיפן אין דער געשיכטע פון די , נסיונות פון הייליקן אַנטאַניוס", 
| װאָס זי האָט געדענקט אויף אויסװייניק, 
יאָרן-לאַנג האָט זי געלעבט אין אַ קלויסטער פון דער הייליקער 
{ בתולה פון סאַראַגאָסא". בעת'ן אויסברוך פון דער איבערקערעניש איז 
זי גראָד געפאָרן צוינאַסט קיין באַרצעלאָנאַ. צוליב די קאַמפן אויף די 
באַריקאַדן האָט זי זיך ניט געקענט דערשלאָגן צום הויז פון אירע קרו- 
בים. אין אַ טויער וואו זי האָט זיך באַהאלטן, האָט א מאן, צום ערשטן 
מאָל אין אי- לעבן, זי אַרומגענומען און געקושט. ס'איז געווען נאַכט, 
אַרום האָבן געטראַסקעט קוילנװאַרפער און ביקסן. דאַן איז איר צום. 
ערשטן מאָלֿ איינגעפאַלן, אַז עס דערנענטערט זיך דער לעצטער יום-הדין. 

נאָכדעם, וי זי האָט לאננע חדשים זיך אַרומנעדרײט איבער דער 
שטאָט, וי אויף אַן עולם התוהו, איז זי נעכטן ביינאכט פולשטענדיק 
איבערציינט געװאָרן אין דעם. זינדיקע מחשבות האָבן זי.געפּייניקט, דער 
שטן פון טויער האָט זיך איר נעשטעלט פאַר די אויגן און זי האָט אָן 
אויפהער אַריננעטראַכט אין די געשיכטעס פון די הייליקע, װאָס זי 
האָט אין די לעצטע יאָדן אַזופיל געלייענט. און טאַקע באַלד אינדער- 
פרי האָט אויפגעטויכט דער מאן, מיטן קינדערשן פּנימ'ל, װאָס רעדט 
לאַטיין און ברענגט טרייפט צו די זינדיסע. 

פון איר באַהעלטעניש האָט זי באַטראכט דעם עולם ארום: די 
בעלדהכתישע טעכטער זײַנען שנעל געלאָפֿן זיך װאַשן און זיך שיין מאכן 
און די עלטערע פון צווישן די זינדיקע באַר-פרויען האָבן זיך אַרױסגע- 
וויזן פאַר געניטע בעל-הבית'טעס: זיי האָבן געהאָלפן רוימען די צימערן 
! און זיינען געגאַנגען אין קיך העלפן צוגרייטן מיטאָג. די דינסט האָט 


4: 


: 98 
= 


נעבראכט עטלעכע בעזימס, א סלופ שטוױיב האָט זיך אויסגעצוגן 
שפּועדיק, לענגאויס די ליכטיקע שטראַלן פון דער זון, און אומצייליקע 
גאָלדענע זעמדעלעך האָבן דאָרט אַרומגעטאַנצט בחברותא, וי זיי װאָלטּן + 
געפייערט מיט התלהבות די חתונה פון פרילינג. - 

ביי דעד איין-און-איינציקער טואַלעט פון הויז האָט זיך דערוייל 
פאַרזאַמלט אַ גדוֹיסער עולם, װאָס האָט זיך געשטעלט אין א ריי. מען 
האָט זיך געוויצלט און געקלאַפּט אין דער טיר, װוען עמיצער האָט 
זיך געזאַמט צו לאנג. די בעל-הבית'טע, אַ פאַרשמייעטע, איז פֿאַרביי- 
געלאָפן און האָט נעמאכט מיט די הענט: | 

--- מען קען ניט אַראָפּ אין נאַס! אַדרבא, זאָגט איר: װאָס זאָל איך 
קאָכן צום מיטאָנ?! 0 

-- מאן דיהיב חיי, יהיב מזוני! -- האָט אַ זאָג געטאָן דער פאר- 
שטעלטער , אליהו הנביא" אף ,לאַטײן" און גלייך פארטייטשט פאַרן 
פּשוטן פאָלק; --- ווער עס ניט צום לעבן, דער װעט איך געבן צום 
קייען!.., 

מען האָט שוין גענרייט די טישן, ווען אין קאָרידאָר זיינען דער- 
שינען צוויי מיליטער-לייט מיט אויסנעשטרעקטע רעװאלװערן אין די 
הענט. זיי האָבן זיך געשטעלט אויפן שװועל פון עס-צימער און אויסגע- 
שריען: יי 
|| -- די הענט אין דער הויך!... ווער האָט געווער? 

-- אַ קאָנטראָל? -- האָבן די מיליציאַָנערן אין זאל זיך איבערגע- 
קוקט. קיינער האָט ניט אויפנעהויבן די הענט. די אַריינגעקומענע האָבן 
זיך דערנענטערט אויף װאַקלדיקע פיס און לויט זייער גאנג איז קענ- 
טיק. געווען, אַז זיי האָבן שוין געמאַכט אַ היפּשע כוסה אויפן; ניכטערן 
האַרצן. אין איינעם פון די צוויי אורחים האָט ריימאַן דערקאַנט דעם 
פראַנצויזישן לעניאָנער פון , באַר אױיטאָמאַטיקאָ". יענער האָט אַ זוך 
נגעטאָן צווישן עולם און זיין בליק האָט זיך אָפּנעשטעלט אויף דאָן 
פישלזאָהן. אַ וויילע האָט ער אים באַטהאבט מיט שיכורע אוינן און דאַן 


אויסגעשריען: 
-- הייליקער מאַן! דיך זוכן מיר טאַסע.... קום! 
-- וואוחיןצ / יי 


--- מיר וועלן דיך דערשיסן! 
-- ס'איז דערפאַר, װאָס ער האָט נערעדט לאַטיין! -- האָט איינע 
פון די פרויען, אין אַ ווינקל פון טיש, דערקלערט אירע חברטאָרינס, װאָס 


. ה 99 


האָבן זיך צוזאַמענגעדדיקט, װי אַ סטאַדע שאָף, און געציטערט זוי די 
בלעטער, | | 
{ = -- טאַטעלעך מיינע, עד איז אַ הייליקער! -- האָט. אַ פליסטער נע- 
טאָן די עלטערע בתולה, װאָס איז אויך באם טיש געזעסן אָפּגעזונדערט. 
די בעל-הבית'טע איז גראַדע אַריינגעקומען מיט אַ טאץ טעלער און, 
דערזעענדיק די מענער מיט די רעװאָלװערן, איז זי שיר ניט געפאַלן אין 
חלשות. צום גליק האָט דער הער מיט דער בערשטלװאַנצע באַצײיטנס 
אַרױסגעכאַפּט דאָס געשיר פון אירע הענט און עס אַװעקגעשטעלט אויפן 
טיש. די העלזעעערישע יוננפרוי האָט זיך דערווייל אויפנעהויבן פון איר 
פּלאַץ און' אירע אויגן האָבן געשיינט מיט א מערקווירריסן גלאנץ: 
-- ער איז אַ חייליקער! -- האָט זי אַ זאָג געטאָן עטװאָס העכער. 
(-- וער? -- האָט געפּרענט די בעל-הבית'טע, וועלכע האָט שון 
פון קאנג אויסגעקוקט, אַז אַ געטלעכער מאן זאָל דערשיינען אין שאָטן 
פון איר דאך און מכפּר זיין אירע יוננט-זינד. ' 
-- ווער? -- האָט די אָנזאָגערין פאַרנלאָצט די אויגן --- יענער!.. 
איר יזען דען ניט? אייערע אויגן זיינען דען בלינד? -- איז זי מיטאַמאָ? 
געװאָרן פּאַטעטיש, וי דער רוח-הקודש װאָלט זיך אױסגענאָסן אויף 
איר -- ער רעדט לאַטין און נייט שטארבן, וי א מאַרטירער!... טוט 
תשובה, איר זינדיקע נשמות, ואָרים עס דערנענטערט זיך דער יינגסטער 
טאָגן... : 
דער לעניאַנער האָס גיט געהערט דעם שמועס ביים צווייטן עק פון 
זאָל - : | 
| -- קום! -- האָט ער איכערגעחזרט 
-- פֿאַרװאָס? -- איז , דאָן" פישלזאָהן געװאָרן בלייך און האָט 
גלייכצייטיק געשמייכלט, ניט וויסנדיק, צי יענער מיינט עס ערנסט, אָדער 
| ער טרייבט ליצנות, | | 
--- קריג איז קריג! און ארדענונג מוז זיין... קום, ס'איז אַ שאָד די 
צייט! | : 
דורכן זאַל איז דורכנעלאפן א נעמורמ?, וי אַ װוינט? איבער אַ 
תבואה-פעלד; װאָס פאַר אַ מעשים טובים האָט דער דאָזיקער מאַן אויף 
זיין געוויסן?... איז ער א געחיימער אַגענט פון פראנקאָ?... האָט ער עפּעס 
אַ שייכות מיטן אויפשטאנד?... די פרומע ווייבערשע דרשה אין עס טיש 
האָט אינגאַנצן צעטומלט דעם עולם: 
--- נידער מיט די הײיליקע! --- האָט אויסגעשריען דאָס יאַטל מיטן 
דורוטי-היטל, 
100 


נאָר איינע פון די פר ויען, װאָס האָבן דעם אַװנט פריער געקאָרמעט 
ריימאַנען, אין צוֹנעלאָפן צום לעגיאָנער, האָט אים אָנגעכאפּט פאַר די 
הענט און זיך גענומען בעטן: ' 
-- לאָז אים אִפּ, חבר לעבן! קום, מירן בעסער עפענען א פלאש 
װויין! | | : הי | 
אָבער דער פראנצוין האָט ניט אָפּגעלאָזט. ער האָט קאַלטבלוטיק 
אַרױיסגעצױיגן צוויי האנט גראַנאַטן פון הינטערן גארט? און זיי אַװעקגע- 
לייגט אויפן ראנד פון טיש: - 

-- אוב עמיצער װועט זיך אַרײינמישן, װעל איך אויפרייסן דאָס 
גאַנצע הויז! 

קיינער האָט זיך איצט ניט גערירט. דער לעניאנער האָט אָנגענו- 
מען זיין קרבן פאַר אַ האַנט און אים געפירט צו אַ זייטיקער טיר. ריימאן 
און די דאַמע פון ,באב" זיינען זיי נאָכגעגאנגען. אין הויף האָט ער 
אַוועקגעשטעלט פישלזאָהנען ביי אַ וואנט, האָט אַ שפּאן געטאָן אויף 
צוריק, ציילנדיק די טריט אויפן קו?, און אויסנעשטרעקט דעם רעװאָל- 
ווער. פישלזאָהן האָט זיך נגעטרייסלט וי אַ בלאַט. אויף זיין קאַלך-בלאַסן 
שטערן האָבן געגלאַנצט דיקע טראָפּנס שווייס. ער האָט געװאָלט עפּעס 
זאָגן, אָבער זיין קול האָט אים ניט געדינט, און ער האָט נאָר אַרױסגע- 
מעקעט מיט אַ הייזעריקער, נאָרגלדיקער שטימע: יי 

-+-- כ'... כ'... האָב אַ וו-יייב. מיט -- -- 

--- ווער האָט דיר געהייסן האָבן אַ ווייב? -- האָט אַ ברום געטאָן. 
דער לעגיאַנער. און מיטאַמאָל איז ער צונעלאָפן צום ,דאָן", האָט אים 
אַרומגעכאפּט און אָנגעהויבן קושן: | | 

-- מיר זיינען דאָך חברים! -- האָט ער גערעדט מיט טרערן --- אַכט 
יאָר זיך געשלאָגן אין די קאַָלאָניעס. , און דו ביסט א נוטער ברודער.. 
וואַרט-צו, פיעט ערניץ אויסזוכן אַ פלעשל און אויסטרינקען אויף דיין 
נעזונט... 1 

דער , דאָן" האָט ניט געווארט אויפן כיבוד. ניט-טויט, גיטילעבעדיק 
האָט ער זיך אַ לאָז געטאָן צום קאָרידאָר. אויף די טרעפּ האָט די דאַמע 
אים אונטערגעהאַלטן מיט ביידע הענט. ריימאן, װאָס איז זיי נאָכגעגאנ- 
גען פון הינטן, האָט אויפגעכאפּט א נעמורמל פון באַקאַנטע ווערטער: 
אִשמנו, בגדנו... דברנו דופי... קומענדיק אין עס-זאַל, האָט דער דאָן". 
זיך אַ װאָרף. געטאָן אין הויכן ווינ-שטול; האָט אָנגעשפּארט די פּיאַטעס 
אויפן פוס-בענקעלע און אַװעקנעחלשט אין די אָרימס פון זיין געטרייער 


באַנלייטערין. 
101 


צום אַוונטברויט איז אין יענעם טאָג ניט געווען, װאָס איז מויל צו 
נעמען.. אַפיקן דער וויין איז אױיסגענאַנגען און דער קאַפע איז געװען 
וואַסערדיק, אַ העפטיקע שיסעריי, װאָס האָט אָפּגֶעהילכט ניט וייט, 
אין משך פון א קנאפּער שעה, האָט צוגענומען יעטווידע האָפענונג פון 
ניכער באפרייאונג. דער עולם האָט פונדעסטוועגן אַרױסגעקוקט דורכן 
פענסטער און געהאַפט אויף אַ ישועה. אָבער אַ שכנטע איז אַריינגעקו- 
מען און זיי געהייסן צומאכן די לאָדנס: 

-- באַהאַלטענע פאַשיסטן -- האָט זי דערציילט -- האָבן אויס- 
גענוצט די געלעגנהייט און געשאָסן פון די הייזער אויף ביידע קעמפנדיקע 
צדדים. פון די באַריקאדן דערלאננט מען דעריבער פייער, װוי נאָר עס 
שטעקט ערניץ-וואו אַרױס אַ קאָפּ, 

אַרום אַ האַלבע נאַכט איז שמילער געװאָרן און צומאָרגנס, אַ זייגע+ 
גיין, האָט דער עולם, געטריבן פון הונגער, זיך אַרױסגעלאָזט אין נאַס, 
װכן עסן. / י 
יריימאַן מיט דאָן פישלזאָהן האָבן געשפּאנט צװאַמען. תחילת, 
האָבן זיי זיך באַװעגט פאָרזיכטיק, אָבער באַלד האָבן זיי באַמערקט, אַן . 

פון. אַלע הייזער און געסלעך באַװייזן זיך מענטשן. קיינער האָט נישט 

געשאָסן וו דאָס פאָלק האָט באַקומען מוט און זיך א רוק געטאָן צו 
דער ראַמבלא, אויפן טראָטואַר פוֹן דער אַלֵיי איז ביסלעכוייז געװאָרן 
לעבעדיק. דאָ און דאָרטן האָבן זיך באַװיזן הענדלער,. װאָס האָבן גע- 
שטופּט וועגעלעך מיט עסנװאַרג. עטלעכע קרעמער האָבן געעפנט די נע- 
שעפטן. און דער. עולם האָט זיך אַ לאָז געטאָן איינקויפן. 

--- זע נאָר, יאַשקע! -- האָט אויסגעשריען דער , דאָן" און אָנגע- 
וויזן אויף אַ קאָפּ, וואָס האָט אַרױיסגעשטארצט פון הינטער אַ ראָגאָווער 
באַריקאַדע. ; ניט ווייט פון ,באר אױטאָמאַטיקאָ". מלא שמחה האָט ער א 
לאָף געטאָן אַהונצו. הינטער דער באַריקאַדע זיינען די שטיינער פון ברוק 
געווען אויפגעריסן. עטלעכע יונגען האָבן געוואכט מיט גרייטן געווער 
| אין די הענט. דאַנעבן זיינען אַנדערע געשלאָפן אין זאַמד, אייננעדרייטע 
אין. דעקעס און דיקע מאַנטלען. דאָן פישלזאָהן האָט זיך פאַרקוקט אין 
אַ ווינקל, וואו עס זיינען, געלענן עטלעכע ברויטן לעבן א שיס? מיט 
וואורשטן אוֹן געקאָכטע שטיקער פלייש, יאֶשקע האָט זיך אויפגעהויבן 
מקבל פּנים צו זיין די געסט. : | 

--- װוי האלט עס? -- האָט אים געפרע גט ריימאן, ווען ער איז צו- 

געגאַנגען נענטער, - | | 


109 


| --- זעסט דאָך! מיר לינן דאָ, באַ די באַריקאַדן, אוֹן אין מיניסטע- 
ריום זיצן זינט פיר אוֹן צוואנציק שעח פאָרשטייער פון ס. נ. ט. און דיס- 
קוטירן מיט די לייט פון דער רעגירונג. צו קיין חסכם איז נאָך ניט גע- 
קומען, | 
-- אָבער פאַרװאָס גרייפט די רענירונג ניט אָן? 

--- װאָס הייסט, זיי גרייפן ניט אָן? דו מיינסט, אַז זיי לייענען' 
קריאת-שמע?... האָסט געהערט די שיסעריי נעכטן אינאוונט? 
--- יאָ 4., | | 

|-- זיי האָבן פּרובירט אַרומרינגלען דעם , כינעזישן קווארטאל" 
פון דער אַנדער זייט און זיך אַ לאָז געטאָן מיט קױלנװאַרפער און 
באָמבעס. האָבן מִיר זיי דערלאנגט איכערן הינטן, אַז זיי האָבן קוים נע- 
טראָפן דעם וועג אויף צוריק. 

-- אָבער די רענירונג קען דאָך אַראָפּברענגען עטלעכע בריגאַדעס 
פון װאַלענציע? 

-- װועלן די אַנאַרכיסטן אַראָפּברענגען עטלעכע ברינאַדעס פון 
אַראַגאָן!,,,. אין ספּאַרטאַקוס-קאַזאַרמע פון באַרצעלאַנאַ ‏ גומא שטייען 
טויזנטער אונדזערע סאָלדאַטן און װאַרטן נאָר אויף א צייכן. אויב די 
! רעגירונג וועט אַריינמישן דאָס מיליטער, װועט זיך טאָן חושך!... 

-- אַ שטומער אָפּמאך, הייסט עס?. 

--- כמעט. דו פארשטייסט אַן ענין!.. 

--- נו, איז װוי קאננ װועט מען אַזױ ליגן? . 

 ---‏ מיר ווילן, זיי זאָלן צוריקנעבן די , טעלעמאָניקאַ? און פאַרזי. 
כערן, אַז זיי װעלן נייט באַזעצן מיט זייערע משניחים די פאַבריקן, װאָס 
געהערן צוֹ דער ס. נ. ט. 
אַ זיינער צען האָבן זיך פון די זייטיקע געסלעך א שאָט געטאָן 
סמער מענטשן. אַ סך האָנן געזוכט צו קויפן עסנװארנ, אַנדערע האָבן 
סתם געכאפּט פרישע לופט. געווען אַפילו פרויען, װאָס האָבן מיטגע- 
| טראָגן זייערע שירעמס, טאָמער װעט גיין אַ רעגן. הינטער די באַריקאַדן 
האָבן די חברה נעמיטלעך נגענעסן פרישטיק און גערויכערט. אוֹיך די 
פּאָליציי באַם קאטאַלוניאַיפּלאַץ האָט זיך נישט גערירט פון אָרט. די 
פרילינג-זון האָט פרידלעך נעשיינט אוֹיף די באוואקסענע פּנימער, װאָס 
מען האָט זינט עטלעכע טענ ניט ראַזירט. אויף די באַלקאָנען האָבן 
פרויען אַראָפּגענומען די טרוקן-געװאָרענע וועש און באַנאסן די וװאַזאַ- 
נען. די קאַנאַריקעס האָבן לוסטיק נעטשוויטשערט אין די שטיינלעך. 


108 


-- אָט גייט. על-טאָראָ --- האָט פּלוצלינג אויסגעשריען פישלזאָהן, 
וועלכער האָט זיך דערוויילע אַריינגעזעצט צװישן די יאַטן אין זאַמד 
און געשמאַק צונעביסן. 

על טאָראָ איז לאַנגזאַם געקראָכן איבערן טראַָטואַר. אַ בלייכער 
וי אַ מת, דער אָקסן -קאַרק איינגעבויגן, האָבן זיינע װאַקלדיקע פיס קוים 
- געשלעפּט זיין אַטלעטישן נוף. מען האָט גלייך געקענט זען, אַז ער האָט 
זינט עטלעכע טעג גאָרניט גענומען אין מויל, 

-- דו}.., קום נאָר אַהער! --- האָט יאֶשקע אים א רוף געטאָן, פאָ- 
כענדיק מיטן רעװאָלװער, װאָס ער האָט געהאַלטן אין האַנט, 

על-טאָראַָ האָט זיך דערשראָקן. ער האָט זיך דערנענטערט צו דער 
באַריקאַדע מיט ציטערנדיקע קני: | 

-- האָב רחמנות!... װאָס ווילסטו פון מיר? 

--- יאָלה-גנב! -- האָט אים יאָשקע מכבד געווען מיט אַ כמאַל איבער 
דער פּלייצע -- האָסט מורא פאַר מיר? דו האַנדלסט טאַקע מיט קאָנ- 
טראַבאַנדע, אָבער אַ בראָך איזן צו דיר און צו דיין האנדס! 

עלײטאָראַ האָט פרייער אָפּנעאָטעמט. זיינע אויגן האָבן גיריק גע- 
קוקט אויף די ברויטלעך, פון וועלכע דער עולם האָט געריסן שטיקער. צום 
ערשטן מאָל האָט ריימאן דערזען אַן אויסדרוק פון ווייטיק אויפן טעמפּן 
פּנים פון דאָזיקן מענטשן, | | | 

-- ביפט הונגעריק? -- האָט געפרעגט יאִשקע. / 

-- יאָ. אין שטוב איז גראַדע ניט געווען ניט צום בייסן און ניט 
צום ברעכן, און אַרױסגײן האָט מען ניט געקענט. 

-- טא װאָס זשע שטייסטו, וי אַ ליימענער גולם? נעם זיך צו 
דער אַכילה! מיר קעמפן פאַר די הונגעריקע!.. 

ער האָט אים אַװעקנעזעצט אויפן זאַמד, לעבן זיך, און דערלאַנגט 
אַ שטיק ברויט מיט ואורשט. על-טאָראָ האָט געװאָרפן אן אומרואיקן 
בליק אויף די אַרומיקע זעלנער מיט די באָמבעס און ביקסן, און זיך 
גענומען קייען מיט אַראָפּגעלאָזענע אויגן. | 

-- אַ פּאַפּיראָס האָפטו? -- האָט דער , דאָן" -אָפּנעװישט די ליפ 
און אויסגעשטדעקט אַ. האַנט. י 

-- ניין... אַלֵץ צוגענומען! כיבין. גענאַנגען פון , באַר", ווען ס'איז 
אױסגעבראָכן די מהומה. האָט מען מיך פאַרחאלטן און באזוכט, צי 
כ'האָב ניט קיין געווער. אַזױ עי זיי האָבן געפונען פינף פּעקלעך , לאַקי", 
האָבן זיי צוגענומעז און זיך צעטיילט, ' 


104 


פון הינטן זיינען אָנגעקומען עטלעכע באָרוויסע יאַטלעך און אַװעק- 
געלייגט אנגעפּאקטע טאָרבעס. ביי דער באַריקאָדע. א מיליציאַנער האָט 
זיי דערלאַנגט עסן. זיי האָבן געגריזשעט דאָס האַרמע ברויט, פינקלענדיק 
מיט שװאַרצע אוינעלעך.. 

-- װאָס טוען זיי דאָ? -- האָט געפרענט ריימאן. 

--- שוין צוויי טעג, װוי זיי טראָגן אַרום שפּייז און אַמוניציע! -- 
האָט יאָשקע דערקלערט מיט שטאָלץ -- זיי װאַקסן אויף די באריקארן. 91 

אַ זייגער עלף זיינען נעפאַלן עטלעכע שאָסן. ס'איז געווען, א 
סיגנאַל ,אַז דער װאָפּנשטילשטאנד איז געענדיקט. דער וכע" עולב 
האָט זיך אַ לאָז געטאָן צוריק אין די געסלעך און טוערן. די באַװאֶפּנ- 
טע לייט האָבן זיך צוריקגעצויגן הינטער די בערגלעך שטיינער. אין עט" 
לעכע מינוט אַרום איז די גאַס געװאָרן פּוסט. דאָן פישלזאָהן, א פאַר- 
שפּעטיקטער, איז געלאָפן מיט קליינע שריטעלעך איבערן ברוק און גע" 
פאכעט אין אַלֶע זייטן מיט אַ נאָזדטיכל, װאָס ער האָט באַנוצט אַלס ווייסע 
פאָן. ער האָט אויסגעזען, װי אַ פארבלאנדזשעטער טשארלי טשאַפּלין. 

--- מאָרגן װעל איך מיטנעמען אַ האנטוך! --- האָט ער פאָרזיכערט 
ריימאַנען, ווען זיי זיינען אַרויפגעשטיגן אויף די טרעפּ פון דער פּענ- 
סיאָן,. על-טאָראָ אין מיטגעגאַנגען מיט זיי. ווען ער איז אַרין אין זאַל, 
האָבן די מיידלעך אים דערקאָנט און זיינען אים באַפּאַלן פון אַלע זייטן: 


--- פּאַפּיראָסן! --- האָבן זיי געשריען אין איין קוֹל. 
+-- צונענומען! -- האָט ער געמאכט אַ פאַרצוייפלטע מינע, 
דייייד ווער? 


| ער האָט פאַרקנייטשט דעם פלאכן שטערן, האָט אַנגעשטרענגט די 
געדאַנקען און אַרויסגעשטאמלט; 


הוט נאַרציאָ--נאַדלי-זירט,,, : 


נאָכמיטיק האָט װוידער אָפּגעהילכט אַ שיסעריי אין די אַרומיקע 
קוואַרטאַלן. דאן האָט מען געהערט דעם אַלאַרמירנדיקן געקלימפּער פון 
די ,רויטער-קרייץ"-אַמבולאנסן. דער עולם אין דער פּענסיאָן האָט זיך 
געפילט מיד און טרויעריק, און די מייסטן האָבן געדרימלט אויף די 
מעב? פון עס-זאַל. ערשט צומאָרננס, בעתן קורצן וואפנשטילשטאנד פון 
פארמיטיק, האָט זיך ריימאַן דערוואוסט פון יאשקען, װאָס עס האָט פּאַי 
סירט: 


109 


; די גװאַרדיאַ פון דער רעגירוננ האָט אַטאקירט די באַריקאַדן פון 
הינטן, די פּאָליצײי אין צוריקגעשלאָגן געװאָרן. עס זיינען געפּאַלן טוי- 
טע און פאַרוואונדעטע פון ביידע זייטן, : | 
נאָכן אֶנגרִיף האָט זִיך פאַרשפּרייט אַ. קלאנג אין די נידעריקע 
קװואַרטאַלן, אַז די רעגירונג האָט געבראַכן די ,, אינטערנאַציאָנאלע" גע- 
זעצן און אַדורכגעפירט אירע מענטשן דורך די , געפערלעכע נאָסן, אין 
אַמבולאַנסן, און אַזױ אַרום געקענט אָנגרייפן הינטן-אַרום די פּאָזיציעס, 
וואָט זי האָט טאַקע שיר פאַדכאַפּט. די ידיעה האט אַרױסגעבראַכט דעם 
עולם פון. די כלים. די רעװאָלטירטע האָבן גלייך אונטערגענומען רעפּרע- 
פיעדשריט; זיי האָבן פאַרכאַפּט זעקס אַמבולאנסן, דאָרט אַרינגעפּאַקט 
מענטשן מיט קוילנוואַרפער און, געשיצט דורכן נײיטראַלן צייכן פון 
,רויטן קרייץ", זיינען זיי געמימלעך אַרופגעפאָרן מיט דער ראַמבלא. בון 
צום קאַטאַלוניאַ-פּלאץ און פון דער נאָענט באַשאָסן דעם , האָטעל? קאָ- 
לאָן ", װאָס האָט געדינט אַלס צענטראל הויז פוֹן דער קאָמוניסטישער 
פּאַרטײי. אַנדערע האָבן באקומע! פון אַ קאַזאַרמע געפּאנצערטע אױטאָס 
און פֿאָרנדיק מים דער ,פּאַסעאָ דע גראַסיאַ", האָבן זיי דערגרייכט אַזשׁ 
צום בולװואַר דיאַגאָנאַל, אויפן װעג האָבן זיי באַשאָסן די רענגירונגס- 
געביידעס, װאָס האָבן זיך געפונען אין יענעם פערט 
; אַזױ אַרום איז צווישן ביידע צדדים געבראָכן געװאָרן אַפּילו וע- 
נער קאָנטאקט, וואָס ווערם גאַראנטירט דורך אינטערנאַציאַנאלע אִפּ- 
מאַכן, אָבער צומאָרגנס, א זייגער האַלב-צען, האָט זיך דער ציווילער עולם 
פונדעסטוועגן אַראָפּגעלאָזט איינקויפן שפּײז און שעפּן פרישע לוט 
און פּונקט אום עלף זיינען געפאַלן די ערשטע שאָסן, וי אַ סיגנאַל, אַז די 
מלחמח גייט ווייטער, | | | | 
אַזױ האָט עס געדויערט פינף טענ 
ריימאַן האָט באַמערקט, אַז אויף די באַריקאַדן פילט זיך אַ מיך- 
קייט. ער האָט אַ פרעג געטאָן יאֶשקען : | | 
--נו, וװאָס וועט זיין דער סוף? | 
-- די ס. נ. ט. פאַרחזאנדלט מיט דער רעגירונג. פון הינטער די קן- 
ליסן ווייס איך, אַז די אָפּיציעלע ראַדיאָ וועט ליאַדע אַ מינוט מעלרן, 
! אַז מען װעט ניט אָנװוענדן קיין רעפּרעסיעס קעגן אונדזַערע מענטשן.. 
דער נאָבכמיטאָנ פון פינפטן טאָג אין אַריבער פולשטענדיק רואי. 
פֿאַרנאַכט-צו האָט מען געהערט אין ראַדיא די מעלדונג װענן אַמנעס- 
טיע. דער הער מיט דער בערשטל-װאַנצע, װאָס האָט נאָך אלץ געכאפּט 


106 


אַ ציטער אונטער די גזלניישע: בליקן פון דער אַלטער, האָט אַרויפנע- 
זעצט דעם קאַפּעלוש אויפן קאָפּ אוֹן אַ זאָג געטאָן: 

--- מיר'ן גיין זען, װי עס האַלט אין דער וועלט! 

--- מיר'ן זען, צי די יטויב וֶועט צוריק קומען מיט אַן איילבירט- 
בלעטל אין מויל? -- האָט דאָן פישלזאָהן אַ זאָג געטאָן צו ריימאַנען. 
זינט דער מעשה מיטן לעניאָנער האָט ער אַזעלכע מחשבות געפּליסטערט 
אין דער שטיל, כדי דער עולם זאָל ניט הערן און ניט מיינען, אַז ער רעדט 
שוין ווידער לאַטיין. דער הער איז צוריקנעקומען מיטן האַרטן קאַפּעלוש 
אין דער האנט, | 


-- צו פרי! | 
צומאָרגנם באַגינען איז אַרױס איינע פון די באַר-מיידלעך. דאָסמאָל 
איז די טויב בכלל ניט צוריקנעקומען. 


107 


קאַפּיטל אַכט 


ס'איז אַ מיטוטע מלאכה צו הרגעגען מענטשן, סיאי? גישט פאַר 


"שג." -- דערפלערט יאָשטע 6אָגאַרכיסטי 


-- גיין א זֵיינער אינדערפרי האָבן מיר פארלאון אונדזערע באַרי- 
קאַדן; עלף אַ זייגער האָבן שוין די , פרויענצימערן" פאַרנומען זייערע 
! פּאָזיציעס אין , כינעזישן קוואַרטאַל?!... | 

אַזױ האָט אָנגעהוֹיבן יאֶשקע ,אַנארכיסט,, ווען דיימאן האָט אים 
פּלוצלינג געטראַפן, אֵן אָפּראַזירטן און אָנגעטאָן אין ציוויל, לעבן טויער 
פון דער אוניווערזיטעט-קליניק, חֹאו עס זיינען געלענן פיר הונדערט 
הרונים פון די לעצטע געשעענישן. 

און זיין שטימע האָט געקלונגען אַ טיפער יאוש און אַ פאַראכטונג. 
. ער האָט צוגעגעבן מיט אַ ביטערן שמייכל אויף די ליפּן; 

--- מען שטייט דאָרט היינט אויף די קעפּ! די רעגירונג האָט גע- 
בראָכן איר צוזאָג און אַראָפּגעבראכט פיר טויזנט גװאַרדיסטן פון װואַ- 
לענציע, כדי אַנצולערנען די באַרצעלאַנער אַרבעטער. נו, האָבן זיי זיך 
צוגעכאַפּט, װוי צו הייסע לאָקשְׁן,., 

אין די ערשטע צויי טעג נאָך די געשעענישן אין יאַשקע פֿאַר- 
שוואונדן און ריימאַן האָט אים אױן ערניץ נישט געקענט געפינען -- ניט 
אין , באַר אוױיטאָמאַטיקאָ", ניט אין , כינעזישן קװאַרטאַל? און נישט 
אויף דער ראמבלא. ער האָט אים געזוכט צווישן די טויטע, װאָס זיינען 
געלעגן אין די מתים-שטיבלעך פון די שפּיטאָלן און אין די ליסטעס פון 
די, געהרגעטע, זואָס מען האָט דאָרט אַרויסגעהאנגען. ער האָט שוין אָנ- 
געהויבן איבערצוקלערן, אַז מען האָט זיין גוטן פריינט אַרעסטירט. און 
אָט איז ער געשטאַנען פּאַר זיינע אויגן, פריש און נעזונט, מיט אַ פולן 
מויל שאַרפע ווערטלעך, | י | 

-- כאָפע'ן האָבן זיי שוֹין אויך צונענומען! --- האָט זיך יאַשקע 


48 


מיטאַמאָל אָנגעכמורעט --- נעכטן איז ער נאָך דאָ געלעגן און היינט האָב 
איך אים מער ניט געפונען. ביינאכט פירט מען ז יי שטילערחייט 
אַװעק.. ‏ יי | 

ופון אוניווערזיטשט-פּלאץ צו די טויערן פון שפּיטאָל, איבער אַ 
ברייטער, זוניקער נאָס, האָט זיך געצוינן אַן אָבלדיקע מאַסע: עלטערע 
| אַרבעטער אין, גרויע מלבושים, אױיסנעהאָרעװעטע מאַמעס און יונגע 
ווייבלעך מיט רויטע אוינן און עופה'לעך אויף די הענט. דאָס איז מען 
(געקומען זוכן פאַרלוירענע זין אָדֶער מענער. קומענדיק צו די טירן פו. 
קעלער זיינען זיי שטיין געבליבן, מורא האָבנדיק צו געפינען אינעװייניק 
די, װאָס זיי האָבן געזוכט. אַ. הייסע זון האָט געשלאָגן איבער די קעפּ און 
דורך די פענצטערלעך פון קעלער האָט זיך געטראָגן א שװוערער-ריח, 
װאָס האָט פאַרהאקט דעם אָטעם. אַ טשאַטע אָפּנעריסעגע קינדער האָט. 
זיך אין אַ ווינק? געטיילט מיט עקלעך פון פּאַפּיראָסן, ואָס זיי האָבן 
נשותפות געזאַמלט אין די נאסן, און ניט געקענט דורכקומען מיט דער 
חלוקה, איינער פון זיי האָט זיך צונערוקט צו יאַשקען און אויפנעהויבן 
אַ צעקוועטשט ביסל? טאבאק, װאָס איז געלענן לעבן זיין פוס, 

--' האָפט דאָרט עמיצן? האָט ריימאַן אָנגעוויזן אויפן קעלער, 

-- אַ ברודער! -- האָט דאָס יאָטל אָנגעשטעלט אויף אים אַ פּאָר 
גרויסע, שװאַרצע אוינן. דערנאָך האָט ער אַ נישטער געטאָן אין קעשע- 
נע, אַרױסנעשלעפּט אַ צעקנייטשט פּאַפּיראָס-פּאַפּירל, אוֹן זיך גענומען 
דרייען אַ ציגאַרעט, 

--- קום! --- האָט יאָשקע א מאך געטאָן מיט דער האַנט, וי לאחר 

יאוש, | | | 
--- לאָמיד פריער אַראָפּגיין אין קעלער! : 
אין קעלער האָט געהערשט אַ שווערע שטילקייט. דאָס דרויסנדיקע 
ליכט,. װאָס האָט זיך דורכנעזיפּט דורך פאַרדראַטעװועטע פענסטערלעך, 
אין דאָ שיטער געװאָרן און פאַרשפּרײיט אַ גרויען שיין צווישן די שוואר- 
צע' ווענט. אַ טוכלע סקעלט, דורכגעזאפּט מיט אַ ריח פון צעפוילטקייט, 
האָט אַ נלעט געטאָן, וי אַ שליימיקע האַנט, איבער די לייבער פוֹן די 
אַריינגעקומענע. ערשט אַ ויילע שפּעטער האָבן זיי אָנגעהויבן זען אַרום 


זיך. 





-אויף דעם בעטאַנענעם דיל, אויף טישן און קאסטנס זיינען געלעגן 
לאַננע רייען מענטשן. זיי זיינען נעלעגן נעדיכט צװזאַמעננעפּרעסט און 
מען האָט קוים געקענט דורכניין צווישן די שורות. טמלעכע פרויען זיינען 


109 


הו" 


געווען איבערנעדעקט מיט ווייסע ליילעכערן אַלע איבעריקע האָבן נע- 
שטעקט אין זייערע געוויינלעכע מלבושים. מען האָט געזען אַרבעטער אין 
בלויע, לייוונטענע רעקלעך, נרויע אַלטיטשקע פרויען אין װױייסע פאר- 
טוכער, באָרוויסע קינדער אין שמאַטעס און עטלעכע גװאַרדיסטן אין 
כאַקידמונדירן און שטיוול. ס'איז דאָרט ניט געווען קיין שפּור' פון יענער 
מיסטישער שטימונג, װאָס עס שאַפּן ווייסע תכריכים, אַ געמורמל פון 


= 


אומפאַרשטענדלעכע תפילות און אָנגעצונדענע ליכט, און װאָס הויכט 


אַריין אין די לעבעדיקע דעם גלויבן אין אַ נשמה און עולם הבא. דער 


קעלער האָט גיכער געמאכט דעם איינדרוק פוֹן אַ שעכט-הויז, איידער פון 
אַ מתים-שטיבל. אין אַ שעכט-הויז האָבן אויך דערמאַנט די פּאַסן פאַר- 
גליווערט בלוט, װאָס האָבן זיך געצויגן פון די ליגנדיקע קערפּערס, איבער 
דעם שפּוע פון בעטאָנענעם דיל, צוֹ די קאַנאַליזאַציע-זיפּן, װאָס ביים עק 
פון אַ לאנגער קאָריטע. דאָס זיינען געווען די שפּורן. פון די ריטשקע- 


ילעך בלוט, װאָס זיינען אַראָפּגערונען גלייך אין די אונטערערדישע קא- 


נאַליזאַציע רערן, 

ריימאַן האָט געשפּרײזט פאָרזיכטיק און ניט געקענט אָפּריײיסן די 
אויגן פון די אויסגעלאָשענע פּנימער. אַ סך זיינען געלעגן, וי אין שלאָף, 
מיט פאַרװאָרפענע קעפּ און לייכט צעעפנטע מיילער; אַנדערע האָבן נע- 
האַט פאַרביילטע פויסטן, וי זיי װאָלטן נאָך איבערנעלעבט די לעצטע 
גסיסה-קראמפן; ביי מערערע זיינען די קעפּ געווען ריזיק-גרויסם און די 
פּנימער, וי שװאַרצע, אָנגעשװאָלענע מאַסקעס: זיי זיינען געטראַפן גע- 
װאָרן פון דום-דום קוילן אין קאָפּ און זֵייער בלוט האָט צװאַמעננע- 
שטראָמט אַרום וואונד און דאָרט פארוואנדלט געװאָרן אין א שװאַרצע, 
פאַרגליווערטע מאַסען אַנדערע האָבן געקוקט מיט אויסגענלאַצטע, נלעץ- 
זערנע אויגן און אין זייער בליק האָט געשטעקט אַ פאַרפרוירענע עק- 
שנות; דאַ אוֹן דאָרט האָבן אַרױסגעשטאַרצט נאַקעטע פיס מיט שמוציקע 
פיננער. - | | 

אַן אומגעצוימטע אינסטינקטיווע קראַפּט האָט געשטויסן ריימאַ- 
גען צו באַטראַכטן יעדע קלייניקייט. ס'רוב האָבן זיי געטראָגן געשטריים- 
טע אַרבעטער-העמדער, אָדער כאַקי-בלוזקעס. ביי פיל זיינען די שקאַר- 
פּעטקעס געווען צעריסן ביי דער פּיאַטע, אָדער ביים גראָבן פינגער. אין 
אַ סך מאַנשעטן האָבן געפעלט שפּאַנקעס; מען האָט קוים באַמערקט די 
לאַטעס, װאָס מאַמעס און פרויען האָבן קונציק געלייגט אויף אויסגערי- 
בענע עלנבויגנס אָדער סגיען. | | 


2 - 


110 


ער האָט צוגעמאַכט די אויגן און נעזען, װוי זיי לויפן אַראָפּ אינדער- 
פרי צו דער אַדבעט, וי זיי שילטן ביים פאַרקניפּלען אַ צעריסן שוך-בענ- 
דל, װוי זיי דערלאננען אַ יונגעדר טאַכטער, אָדער אַן אַלטער מוטער אַ 
פַּאָר הויזן צום פאַריכטן.. 


--- ווייסט, װאָס איך װע? דיר זאָגן? -- האָט אַ פליסטער געטאָן 
יאֶשקע, ווען זיי זיינען אַרוֹיס אַה דער לופט. | 

--- װואָס? | : 

-- ס'איז אַ ‏ מיאוסע מלאכה צו הרגענען מענטשן -- ס'איז ניט 


פאַר יידן!.., | 

שווייגנדיק האָבן זיי נאָכדעם געבלאַנדזשעט אַ שטיק צייט איבער 
די זוניקע נאָסן, די שטאָט האָט שוין באַװיזן צוריקצוקריגן איר געוויינ- 
לעכע רירעוודיקייט. נאָר די שװאַרץ-רויטע פענער האָבן זיך וייניקער 
געװאָרפן אין די אויגן און די שװאַרץדרויט געפאַרבטע טראמווייען האָבן 
וי געקלונגען אַ כיס? פאַרשעסט. אויף אַלע עקן האָט מען געזען די יוֹנ- 
גע גװאַרדיסטן, װאָס די רענירונג האָט געבראכט פון װאַלענציע. מען 
האָט זיי דערקאַנט לויט זייערע שטייפע מונדירן אוֹן אויסמושטירטן 
נאַנג, װאָס האָבן געשאַפן אַ קאַנטראַסט מיט די פּאַרטיזאַנען-מלבושים 
און אָפּנעלאָזענעם חילוך פון די אָרטיקע מיליטער-לייט. | 

יאָשקע האָט דער ערשטער איבערגעריסן דאָס שוויינן. און אָנגעהויבן 
האָט ער פון מיטן, פונקט, װי ער װאָלט פֿאַרגעזעצט א נעדאנק, אין 
וועלכן ער האָט לאנג אַריינגעטר-אכט: 

--- חכמים זיינען זיי, די קאָמוניסטן, זיי האָבן אַ רייכן פעטער -- 
דעם ראַטנפארבאנד --- און א קלונן זיידן -- דעם אַלטן קאַרל מארקטן,,, 
און ואָס האָבן מיר, כאַרצעלאַנער באַסיאַקעס און אַראַנאַנער כלאָפּעס, 
אויסער האַרטע פויסטן און אַ חלום פון גלייכחייט און פרייחייט? - 

ער האָט א טייט? געטאָן מיט דער האַנט אויף דער אַרומיקער נאָס 
און גערעדט מעלאנכאָליש צו זיך אַלין: 

--- מיר האָבן פאַרשפּילט!... מיר האָבן פאַרשפּילט!... מיר טויגן. 
זִיךְ נײט צו דער היינטיקער וװעלט! ס'איז היינט אַ װועלט פון גרויסע 
פאַבריקן און מאַשינען, און עלעקטרישע סטאַציעס און קוילנגרובן. אַזאַ 
וועלט מוז האָבן אַן אָרגאַניזאַציע, מוז רענירט װוערן; קאַפּיטאַליסטיש, 
אָדער סאַציאַליסטיש -- עמיצער וועט דאָ דענירן!... מיט א נעהיים-פַּאָ- 
ליציי און מיט תפיסות, און מיט אַן אַפּאַראַט פון הויכגעשטעלטע דר- 
רעקטאָרן און יוצר-משרתים. קען מען לייכט אָרגאַניזירן די וועלט. אָבער 
מיר? מיר זיינען פאַראורטײלט צום אונטערגיין. 





111 


--- אפשר נייסטו נאָר צו די קאָמוניסטן? | 

--- מיינסט אפשר, אַז זיי װאָלטן מיך ניט גענומען? -- מִיט ביידע 
הענט! און איך װואָלט אַפילו געװאָרן ביי זיי א גאַנצער קנאקער... אָבער, 
ווען איך וויל. סתם ווערן א קנאַקער, װאָלט איך בעסער אויסנעקליבן די 
פּראָפעסיע פון אַ פערד-גנב אָדער קאַסע-ברעכער. ס'אין אַ פּערזענלעכער 
ענין און ס'װאָלט ניט געווען קיין גרויסער אומגליק: װאָרים אין פריי" 
היזטלעכן סאַציאַליזם װעט מען סיי װוי אויסראָטן די אונטערוועלט.. 
אָבער אין דער פּאֶלִיטיק מוז מען האָבן איבערצייגונגען, װאָרים, אז ניט, 
איז דאָך חימל? עפן זיך! ווער װעט פאַרבעסערן די וועלט? | 

--- שווייג אַ מאָמענט! -- האָט אים איבערגעהאקט ריימאן, װעלי 
כער האָט דערהערט, אַז עמיצער גייט זיי נאָך און מורמלט עפעס אונ' 
טער דער נאָז. ער האָט געמיינט, אז אַ געהיים-אַגענט שפּיאָנירט נאָך 
יאֶשקען און כדי ניט צו ציען די אופמערקזאמקייט, האָבן זיי וייטער 
געשפּאַנט, ניט אומדרייענדיק די קעפּ. די טריט האָבן זיך דערנענטערט 
און דאָס מורמלען איז זיי פאָרנעקומען באַקאנט: 

--- דאָן פישלזאָהן! --- האָבן זיי אויסגערופן ביידע אויף א מאָל. 

דאָן פישלזאָהן האָט זיך דערנענטערט און איצט האָט מען קלאָר 
געהערט אַ סקאַרבאָוון נינון מיט באקאַנטע ווערטער: 

ובסרב צדי-יסיס הת הילל 
ובק'רב קדושים ת"ת ס-ד'ט.. י 

ווען ער האָט זיך אויסגענלייכט מיט זיי, איז ער שטיין נעבליבן, 
האָט אַ באָמבל געטאָן מיט דער נאָמבע און נאָך אַ לענגערער גאַמע פון 
, יא -אוי, יאַדאױ?, האָט ער אַרױסנעלאָזט, װוי דעמאָלט אין באַר, זיין 
טריאומפאלן אויסנעשריי: 

, ה טמ 5 || " 

דערנאָך איז ער אונטערגעשפּרוננען אויף די שפּיץ-פיננער, וי ביים 
קידוש-לבנה אויפן שול-הויף, און זיך בויגנדיק אין אַלֶע זייטן, האָטֿ ער 
שנעל-שנעל א זאָנ געטאָן: 

-- שלום עליכם! -- עֲׁלֵיכֶם שלום! -- שלום עליכם! --- עליכם. 
שלום!... גוט יום טוב, גוט יאָר! סשיז דאָך עפּעס חיינט שבועות אוֹיף 
גאָר דער וועלט! 

-- אַלֶּע שווארץ יאָר אויף דיין קאָפּ! --- האָט זיך יאֶשקע א כאפּ. 
געטאָן -- װאָס אַזא איינעם קען נאָר ליגן אין זינען?! 

--- שאַ, מה רעש? -- האָט ריימאַן אים באַרואיקט, חנם אויך אין 


112 


זיינע אויערן האָבן דער , קידוש-לבנה" אינטיטן העלן טאָג, אויף דער 
ראַמבלאַ, און די שבועות-בשורה צװישן די האַלב-צעשטערטע באַריקאַ- ' 
דען, ‏ געקלונגען, װי אַן עכאָ פון א וייטער, משונה'דיקער ועלט. אָבער 
דער , דאָן" איז קנאפּ-װאָס נתפּעל געװאָרן פון דער סיטואַציע און מיט 
אַ סטאָאישער רואיקייט האָט ער זיך גענומען אַריינטענה'ן אין יאֶשקען: 

-- װואָס אַרט דיר, אַז ס'איז שבועות, נאר איינער?! באַ גרינשפּא- 
נען אין רעסטאָראַן, אויף קאַיע-הערנאנדעז האָט מען היינט דווקא נע- 
נעסן אמת'ע פּוטער-קיכלעך אוֹן דער האש-חקה? האָט מיך פאַרבעטן 
אויף כיבוד נאָכן דאַװנען.. 


-- ביסט שוין ווידער געגאַננען זאָגן , קדיש"? -- איזן יאֶשקע 
ווייכער געװאָרן -- האָסט דאָך אַקאָרשט געזאָגט נאָך דיין גאַנצער 
משפּחה? | 


-- װאָס זאָלעװעסטו מיר, װוידער, אַ ,קדיש"? טויטע, דאַכט זיך, פע- 
לן ניט... איז ניט פאַר דעם, איז פאַר א צווייטן, פאַרפאַלן װעט ער ניט 
ווערן. זעסט, אַצינדערט, אַז איך בין געווען גערעכט: ווען דו װאַרפסט 
דאַן אַ באָמבע אויפן ,מנין", װאָלט מען געגעסן אַ פייג און נים קיין 
פוטערקיכלעך: רעװאָלוציע, פארשטייסטו מיך, איז איין זאַך, און אַ 
בית-חמדרש איז אַ צווייטע זאַך. איינס צום אַנדערן קערט זיך ניט אָן 

--- איך דאַרף גיין אינפּאַקן מיינע זאַכן! -- האָט זיך ריימאַן 
פּלוצלינג דערמאָנט. 

! *--- ווען פאָרסטו? ‏ 

--- היינט אין אֶוונט. 

-- מיעט זיך נאָך זען? --- האָט געפרעגט יאשקע. י 

| --- אוב דו ווילסט.., אַ זיינער ניין װעל איך אַראָפּנײן אין נאס.* 

| וואו?‎  --- 

י -- וואו דו ווילסט, 
-- זאָל זיין דאָ, לעבן דער באַריקאַדע... 


5 | : | ה 2118 


קאפּיטל גיין - - } 


אַ װיכטיטער שמועס אין 8 ביליטן לַשַסאל. 


בװײ טעאָריעס װעגן דער אַפּשטאַמענג פון מענטש אוו מאלפע 


זיי זיינען אַריין אין אַ קליין שעגקל פוֹן , כינעזישן קװואַרטא?" 
און זיך געזעצט אין אַ טונקעלן ווינקל. דער עולם אָרום האָט זיי אָנגע- 
קוֹקט מיט חשד אין בליק. אַלע זיינען געזעסן מיט אַראָפּגעלאָזענע נע- 
זער און געשוויגן. באַלד איז צונעקומען דער בעל-הבית: 
| -- װאָס טרינקט איר? 
-- אַלצאײינס,, 
| --- רויטן? 
--- זאָל זיין.., , 
ער האָט דערלאַנגט צוויי גלעזער. אַ לאנגע וויילע האָט זיך יאֶשקע 
ניט צונערירט צום משסחה. ריימאן. האָט אים לייכט 8 שטורך געטאָן 
מיטן עלנבויגן: 
--- זיי ניט טרויעריק! 
|-- איך?,.. איך בין ניט טרויעריק. 
זי האָבן געזופּט מיט קליינע שלוקן און געשוויגן. פּלוצלינג האָט. 
יאֶשקע זיך אָפּנערופן: 
--- מיר דאַכט זיך, אַז די פֿרייהייט פאַרשװוינדט פון דער װועלט! 
-- ס'איז דאָ א געזעץ אין דער פיזיק, אַז קיין שום זאַך אויף דער 
וועלט ווערט ניט פאַרלוירן. 
== לאָז מיר צורו מיט דיין פיזיקע! וואו קומט זי י דען הין ? 
 --‏ וואו? --- האָט זיך ריימאן פאַרטראסט -- אפשר ווערט זי 
צענטראַליזירט?, ,. אויב אין אַ מלוכה זיינען, למשל, פאַראַן 8 מיליאָן 
ופרייע מענטשן און זיי ווערן פאַרשקלאפט, באקומט דער דיקטאטאָר 


114 


פרייחייט גע/כפל'ט דורך אַ. /מיליאָן... זי ווערט דאַן אַזױי. פאַרענדערט, 
- אַז זי קרינט אַ נייעם נאָמען: געװאַלט. יי 
- -- און דער שכל? װואָס מיינסטו, דער שכל קען אויך אַמאָל צענט- 
ראַליזירט ווערן? י : יי : 
-- כ'האָב ניט נעקלערט דערפון... אָבער. זעסט, עס זיינען פאַראַן 
קליינטשי נקע באַשעפענישן, אַזעלכע מיני זשוקעלעך, איז ביי. זיי דער 
מוח צעזייט און צעשפּרײט איבערן. גאַנצן גוף: ביז אין די פיננער פון 
זייערע פיס און די שפּיצן פוֹן זייערע װאָנצעם. און ביים מענטשן, 
װאָס מען האַלט אים געויינלעך פּאַר א העכערע מדרנה אויף די שטאפּ- 
לען =פון דער יצִירָה,. איז דער שכל בעיקר קאָנצענטרירט אין קאָפּ. 
| -- מיינסט, הייסט עס, אַז די צענטראַליזאַציע פון דער ווירט- 
שאַפט און פון דער פרייהייט קענען דערפירן אויך צו אַ קאָנצענטראַציע 
פון שכל אין איין-און-איינציקן קאָפּ? | 
--- איך מיין גאָרניט. ‏ ' ר י 
די טיר האָט זיך געעפנט און פּאַרמאכט; מענטשן זיינען אַריין און 
אַרױס; זיי האָבן זיך צונעזעצט און גערויכערט, געטרונקען און געשמו- 
יעסט. ;דורך דער צעעפנטער טיר האָט מען נעזען די פרויען, װאָס זיינען, 
וי געוויינלעך, געשטאַנען אויףּ די ראָגן. עטלעכע זיינען אַריין אינעווי- 
ניק און באַשטעלט אַ טרונס, | 
יאֶשׁקעס פאַרצווייפלטער בליק האָט געבלאַנדזשעט איבערן אַרום: 
| -- די' גאַנצע וועלְט איז ניט מער, וי אַזאַ מין ,כינעזישער קוואר" 
טאָל"! -- האָט ער יאוש'דיק אַ מאך געטאָן מיט דער האַנט, / 
ריימאַ! האָט זיך פאַרקלערט;: באַלד פאָרט ער אַװעק. װעט ער 
נאָך אַמאָל טרעפן יאשקען?.,. ער האָט אים פאַר דער צייט ליב באַקומען: 
זיין. ברוטאַלע געוואנטקייט אין . מעשים און דענקען, זיין רויען און פרי 
מיטיוון געדראַנג צו גערעכטיקייט אוּן פרייחייט. אפשר טראָגן זיי נאָך 
דעם אור-כאַראַקטער. פון ששת ימי בראשית, אָבער דאָס האָבן זיי גע- 
דינט אַלס רוײמאַטעריאַל -פאר. דער אַנטװיקלונג פון דעם מענטשלעכן 
גייסט, און. זי זיינען די גאַראַנטיע, אַז ער װעט ניט דעגענערירן. פרומע 
לייט װאָלטן געזאָגט, אַז דאָס איז דער געטלעכער פונק, דער צלם אלקים, 
װאָס אין. יעטווידן מענטשן,.. ער האָט אימינעװואָלם זאָנן אַ פּאָר טרייסט. 
וועהטער:. 
-- דִו ווייסט דאָך. -- האָט ער אָנגעהויבן --- אַז ס'איז פאַראן א 
טעאָריע אַזאָ, , װאָס זאָגט, אז די מענטשן שטאמען. פון מאַלפּעס? / 


115 


--- און אפשר פאַרקערט? אפשר שטאַמען נאָר די מאַלפּעס פון 
מענטשן? | | 

-- /... מ... גוט! -- האָט ריימאַן געמאכט אַ קורצע הפסקה --- לאָז 
מיר אָנהויבן פון דער זייט: אמאָל זיינען כלל קיין מאַלפּעס ניט געווען 
אויף דער וועלט, נאָר מענטשן... איז אין דער מענטשלעכער געזעלשאפט 
אויפגעשטאַנען איינער אַ דיקטאטאָר, דווקא אַ וואוילער און גוטער, און 
זיידענער מאַן, און ער האָט געזאָרגט פאַר זיינע אונטערטאנען און זי 
פאַרשאַפּט צום עסן און צוֹם טרינקען, און פון אַלדאָס גוטס. און כדי זי 
זאָלן אים ניט שטערן אין זיין גראַנדיעזער אַרבעט, האָט ער זיי פאַרבאָטן 
צום דענקען. צוליב זייער טובה ווענן האָט ער עס פאַרבאָטן: כדי זיי זאָכן 
זיך ניט אריינמישן אין זיין אָנפירונג אוֹן, חס ושלום, ניט שטערן זיינע 
גוטע מעשים. | | , 

זיינען אַריבער טויזנטער יאָר און די מענטשן האָבן ניט געטראבט. 
צו װאָס? די דינאַסטיע פון יענעם אָנפירער האָט עס געטאָן פאַר זי 
ס'איז זיי געגאַנגען גוט, װי די וועלט, אָבער פאַר דער צייט איז זייער 
מוח אויסגעטריקנט -- אַטראָפ ירט געװאָרן -- װוי מען זאָנט, איז געװאָרן 
איבעריק, וי די בלינדע קישקע, א שטיינער... און ביסלעכווייז-ביסלעב- 
ווייז זיינען זיי פאַרװאַנדלט געװאָרן אין די היינטיקע מאַלפּעס, װאָס מיך 
קענען ... : | 

-- איי, גוֹט! -- האָט יאָשקע געלעקט די פינגעה -- פעטערל, פע- 
מערל, נאָך צוויי נלעזלעך וויין ! 

--- רויטן, אָדער ווייסן? 

|--- רויטן און ווייסן, ביידע! | 

-- װאַרט, װאַרט -- האָט ריימאַן אים באַרואיקט --- ס'איז נאָך 
נעבליבן די צווייטע זייט פון דער מטבע, ס'הייסט די אַנדערע, מער אָנגע- 
נומענע טעאָריע, אַז די מענטשן שטאמען אֶפּ פון מאַלפּעס: אמאָל זיינען 
בלל קיין מענטשן ניט געווען אויף דער וװעלט, נאָר מאַלפּעס. און זיי 
האָבן זיך געלעביט אין דזשונגל, אַיעדער אויף זיין וויינשל? אוֹן איט- 
לעכער אויף זיין פייגנבוים, און איינמאָל --- מיט אַ פּאַר הונדערט טויזנט 
יאר צוריק --- איז אױפנעשטאַנען איינע פון זיי און דערקלערט: 

| --- אַזױ, וי די מאַלפּעס דאַרפן זיך אנטוויקלען צוֹ אַ העכערער 
מדרנה אויף די שטאפּלען פון דער יצירח, ס'הייסט צום מענטשן, און 

אַזוֹי, זוי דער מענטש װועט דאך קיין ווייד? נים האָבן, דאַרפן דעריבער 


116 


אַלע מאַלפּעס תיכף ומיד זיך לאָזן אָפּשנײידן אָדער גאר אַלײין זיך אֶפַּי 
בייסן די וויידלען ביזן סאַמען רוקנביין.. ‏ 

--- דו שטעלסט זיך פאָר דרי סומאַטאָכע, װאָס ס'איז דאָרט געװאָ- 
רן -- האָט ריימאַן פאָרגעזעצט --- עס האָבן זיך פּאַרזאַמלט די זקנים 
פון דער געזעלשאַפּט, האָבן זיך מיישב געוען, האָבן דיסקוטירט און 
זיך באַראַטן, און האָבן ‏ באַשלאָסן, אַז מען דאַרף דעם חוצפּהניק אַריג- 
לייגן אין חרם, אַן קיינער טאָר מיט אים קיין מגע וּמִשָׂא ניט האָבן, אַז 
זיינע געדאַנקען טאָרן ניט דערמאַנט ווערן אין קיין צייטונג און אַז אים , 
אַליין דאַרף מען רודפן עד הרמה, 

--- שטענדיק די זעלבע מעטאָדן! 

-- אָבער זיי זיינען געווען גערעכט, די זקנים! שטעל זיך פאָר, 
װאָם עס װאָלט פּאַסירט, ווען די מאַלפּעס װואָלטן טאַקע גלייך געפאָלגט 
יענעם חכם און זיך געלאָזט אָפּשניידן די עקן? --- זיי האָבן דאָך גע- 
געוואוינט אויף די ביימער און געמוזט שפּרינגען פון צווייג צו צוייג, 
פון שפּיץ צו שפּיץ. ניט האָבנדיק קיין ווייד? --- װאָס האַלט געוויינלעך 
אויף דעם גלייכגעוויכט ביים שפּרונג --- װאָלטן זיי אַראָפּנעפאַלן און זיך 
געבראָכן האַלדז און געניק. זייער נאַנצע ראַסע װאָלט אונטערגעגאנגען, 
קיין שריד ופּליט װואָלט פון איר ניט פאַרבליבן און זיי װאָלטן זיך קיינ- 
מאָל ניט אַנטװיק?ט צום מענטשלעכן מין... און כדי קיינער זאָל נִיט 
באַגײין די נאַרישקײיט און זאָל, חס ושלום, זיך ניט אָפּבייסן דעם עק, 
האָבן זיי אים דערקלערט אַלס אַ הייליקייט, קעגן װעלכער מען טאָר 
ניט ריידן אָדער שרייבן, אַנישט װעט מען באַשטראָפט ווערן פאַר ,באַ- 
ליידיקן זיין מאיעסטעט". 

| -- אָבער יענע מאַלפּע איז דאָך פארט געווען גערעכט: כ'האָב נאָך . 

ניט געזען קיין איין מענטשן, װאָס זאָל האָבן א וויידל פון הינטן.. 

--- אַװדאַי איז זי געדעכט -- אָבער אין אַ פאָר-פּערעספּעקטיו 
פון הונדערטער טויזנטער יאָרן, נאָך מער: די אידיי האָט אַפילו מיט 
דער צייט געבראכט אַ סך נוצן: זִי האָט ניט נעלאָזט דעם עולם צורו; 
דער פאַרבאָט האָט ניט געהאָלפן: מען האָט זי איבערנעגעבן פון מוֹיל 
צו מויל און אין משך פון דורות האָט זי געלעבט, זי אַ ווייטעה טרוים, - 
צו וועלכן דער גאַנצער מין האָט געשטרעבט. פאַרשטייסט, מען האָט זי 
ניט געקענט רעאַליזירן גלייך אויף אַן אָרט, אָבער פאַר די ווייטערדיקע 
ציזטן איז זי געווען, װי אַ פייערל, װאָס פינקלט צו בלאַנדזשענדיקע ‏ 
שיפן און ווייזט זיי דעם ווענ.. 


117 


--- אוֹן װאָס האָבן זיי דאַן:-געטאָן מיט איר? סאי 26 
--- איך ווייס ניט גענוי. מעגלעך, אַז זײ האָבן זי אַריינגעזעצט און 
א קאָנצענטראַצוערלאַגער ----אויַב הי ראָזיקע נאָבעלע: אינסטיטוציע האָט 
שוין עקזיסטורט.-אין דזשונג?ל -- און מענלעך,. אז זי האָבן זי -נלייך 
געשטעלט צום ,ווענטל.... 7 
- פּונקט וי אין אונדזערע צייטן ! : 
--- זיי האָבן געמוזט!... אמת, ווען די אידיי וואלט. -דאַן ; (ניט געווארפן 
געװאָרן, װאָלטן אויך מיר אפשר היונט צו-טאָג געלעבט אויף :די ביימער. 
זי האָט געשטויסן פאָרוֹיס. אָבער איר באַלדיקע דעאַליזירונג װאָלט דאַן 
צעשטערט דעם גלייכגעוויכט. ס'איז געפער דלעך צו האָבן אַזעלבע געראַנקען!.. 
היינט זעסטו , װאָלטן זיי אַמַּשֶׁר געװאָלט שטעלן אַ מאַנומענט פון איר כבור 
וועגףי. / א | |- 2 
-- די זעלבע דרכים;, ואָס ביי זייערע אור-אור-אייניקעך ! 
 ---‏ אויך די אור-אור-אייניקלעך מוזן היינט האָבן דעם וייד?. מיר 
דאַרפן אפשר חלומ'ען וועגן אַנדערע צייטן, אָבער דערווייל וועלן מיר זיי 
נאָך לאַנג מוזן פאַרהייליקן .. ' 
--- וועמען ? 
--- ווער דעם פּױיפּסט --- ווער דעם פּאַרטײײַקעקרעטאַר, און... אָדער, 0 
דעם פעלדמאַרשאַל, װי שמעדקע װאָכט |דאָ. צוגעגעבן. 
---- שמערקע איז אין שפּאַניע ל? 
--- פֿאַדשטייט זיך!. דו קאָנסט אים אויך ? : 
-- אַ שיינע מעשה! צוזאַמען. אין דערדלעך געשפּילט ביי מאַראט 
,ביאַליסטאָצקי?. אַ זואוילער יאָט, דער שמערקע, א רוח אין זיין טאַטנס 
זון אדיין ! | 2 
. +* אי 8 
ווען ריימאַן. איז מיט עטלעכע הדשים שפּעטער געפאָרן פון איין 
פראָנט צום צווייטן, האָט ער פון אַ. װאַגאן-פענסטער באַמערקט א ס- 
דורוטי-היטעלעך, װאָס האָבן זיך אַרומגעדרײט איבערן פּעראָן. ער אין 
אויסגעשטיגן. און האָט אַ זוך געטאן צווישן. עולם. באַלד האָט. ואַ באַ- 
קאַנטע שטימע אים אַ רוף געטאָן : 
-- פטודענט!... סטורענט ! | 
-- יאֶשקע ס! / י 
זי האָבן זיך אַרומגענומען און געקושט, דאן. האָט ריימאן געפרעגט: 
--- וואוהין פֿאָרסטן ? יי 


118 


--- מיר פאָרן פון טערועל צודיק אויפן אַראַנאָן, 

--- ביפט ווידער אויפן פראָנט ? 

--- יאָ, איידער װאָס-ווען לַאָמִיר כאָטש אָפּקירצן דעם וויידל אויף 
א פְּאַר מילימעטער ... 

ריימאַן האָט נאַכנעפרעגט אויהף דעם ;דאָן", על-טאָראָ, דעם , כינע- 
זישן קװאַרטאַל? און , באַר אױטאָמאַטיקאָ?. אָבער יאֶשקע האָם װייניק 
געוואוסט וועגן זייער נורל, אינמיטן האָט ער באַמערקט אַ געזעמ? ביי אַן 
עשאַלאָן, װאָס איז נעשטאַנען אויף זייטיקע רעלסן . ! 

-- זיי געזונט ! | 

--- זהאז לויפסטו ? 

--- זעסט ניט? מען טיילט לעבלעך ברויט דעם עולם פוֹן אונדוער 
צוג. 

-- נישטאָ דען קיין באַשטימטע פּאָרציעס פאַר יעדן איינעם ? 

---- אַווּדאַי זיינען די פּאָרצועס באַשטיסמט. אָבער אַז מען טיילט ברויט, 


- דאַרף אַ מענטש זיין דערביי ו... 


.9 





פינפטער טייל 


אין די ינע פענסטער ‏ / 


קאפיטל צען 
צװישן צװײטן און פיגפטן שטאָס פון האָטעל ,אֲלימפּיאַי 


אַ בלענדנדיקער סנאָפּ שטראַלן האָט זיך אריינגעריסן דורך די 
גרויסע שויבן און אָנגעפילט דאָס צימער מיט אַ העלער װאַרימקײט. 
ריימאַן האָט זיך אויפגעכאַפּט מיט אַ געשריי, װוי פון א קאָשמאַר. ער האָט 
פּרובירט זיך איבערדרייען אויף אַ זיים און ניט געקענט: אַ שאַרפער 
ווייטיק האָט געשניטן אין זיין רעכטער לידקע און זיך צעגאַנגען איבערן 
גאַנצן קערפּער, קרעכצנדיק אין האַלב-שלאָף, האָט ער עטװאָס אוים- 
געהויבן דעם קאָפּ און אַרומגעבלאַנדזשעט מיט אַ פאַרוואונדערטן בליק 
איבערן צימער, | | 

קעגניבער אין געלעגן אַ באַװאַקסענער מאַן. פון אונטער דער 
פאַרקאַשערטטער דעקע האָט אַרױסגעשטאַרצט אַן אומבאווענלעך פוס, 
/איינגעהילט אין אַ דיקן גיפּס. אַ באַנדאַזשירטע האַנט אֹיז געלענן אויף 
זיין ברוסט-קאַסטן. אויסגעצויגן אויפן רוקן, האָט דער מאַן זיך ניט גע" 
רירט און שטאר געקוקט אויפן באַלקן. : 

די ווייטערדיקע בעטלעך האָבן אויסגעזען, וי ווייסע פלעקן. ער 
האָט ניט געקענט אונטערשיידן די פּנימער פון די פאַהוואונדעטע. א 
שטיל קרעכצן האָט זיך געטראָגן פון מערערע עקן, פון אַ ווייטן צימער 
האָט זיך אַריינגעריסן אַ הילפּלאָזער, געבראַכענער געיאָמער: 

| מאַדרע מיאַ!.,. מא-מע מיינע, מ-אַ--מע....‎  --- 

ריימאַנס קאָפֿ איז מאכטלאָז צוריקגעפאַלן אויפן קישן. ער האָט נע- 
װאָלט זיך עפּעס דערמאָנען, דערגיין וואו ער געפינט זיך, אָבער אין 
זיין מוח זיינען אַרומגעשואומען נאָר שטיקלעך בילדער, ווי אָפּנעריסע- 
נע. שפּינװעב-נעצן אין האַרבסט. באַלד האָט זיך אים אויסגעדאכט, אז 
ער לינט נאָך אויפן פעלד, צונעדריקט צום באָדן, און הערט די טראס- 
קעריי פון קוילנװואַרפער און די קרעכצן פון. פאַרוואונדעטע. מיטאמאָפ 


128 


האָט ער אָנגעכאפּט דאָס שנירל פון דערינערונגען און די לעצטע שעת'ן, 
| איידער ער האָט פאַרלאָרן דעם באוואוסטזיין, זיינען װי א סוטנע װאַסערל 
געפלאָסן דורך זיין זיכרון. 
...ער האָט דערפילט אַ קלאַפּ, װי מיט אַ שטיק אייזן, איבער דער 
קני, און אַ. הויכער געשריי האָט זיך אַרױסגעריסן פון זיין מויל. ניט 
ווייט, פון הינטער אַ בערגל, האָט זיך פאָרזיכטיק אויפגעהויבן אַ קֹאָב. 
ס'איז געווען בערגמאן, אַן אייננעשמירטער אין שטויב און שוייס. 
--- ביסט פאַרוואונדעט? --- האָט יענער אַריינגעשריען אין דער 
גיהינומידיקן יטומל פון אַרום, 
--- מפתמא... -- עד האָט געפילט, װוי דאָס בלוט פליסט איבער 
דער קני און שלאָגט אַרױס דורך די הויזן. 
קריך אויף צוריק! 
זיי זיינען געלענן אויף אַ הוילן פעלד, באַוואקסן ערטעהוייז מיט 
קוסטעס און מאָנערע בוימלעך. חינטן האָט זיך געצויגן זייער טראנ- 
שיי; פון פאָרנט האָט מען געזען די שטעכלדיקע פאַרצוימונגען און 
די כאַפעסטיקונגען פון זאַמד-זעק, װאָס פאַר דער פאַשיסטישער ליניע. 
דאַנעבן זיינען געשטאנען עטלעכע טאנקען, וי איינגעגראָבן אין דער 
ערד, לויטן פּלאן האָבן זיי באַדארפט פאָרויסניין און שיצן די פוסגיי- 
ער. קאַליע געװאָרן?... צעשעדיקט?... די אַטאַקע איז איבערגעריסן נע" 
װאָרן, וויי? דער שונא האָט דערלאַנגט אַ געדיכט פייער און א סך יאַט 
זיינען געפאַלן אַף די ערשטע פֹּאֶר צענדליק מעטער. די פייכטסטע באַ- 
ווענונג האָט איצט אַרויסגערופן אַ האָג? פון קוילן. די חברה זיינען גע- 
לענן צוזאַמענגעקװועטשט הינטער בערגנלעך און שטיינער, זיך געשיצט, 
וי איינער האָט נעקענט, און געװוארט. | 
| דאַנעבן האָט אַ רויש געטאָן אַ קוסט. בערנמאַן האָט זיך צוגעשאַרט: 
 ---‏ זואו?.,. איך װועל דיך באַנדאַזשירן. 
| ער האָט געוויזן. יענער האָט אויפגעשניטן מיט א מעסער די גאנ- 
צע לענג פון קאַלאָש, אַרױסגעצױגן אַ לאנגן באנדאזש פון אַ טאש און 
אָנגעהויבן וויקלען, פאַרשטייפנדיק אַלץ מער און מער דעם באַנד. פון 
אַנטקעגן האָט מען,. משמעות, באַמערקט דאָס װאָלקנדל שטויב אויפן 
פעלד און אַ סנאָפּ קוילן איז געפאַלן אַרום. 
| --- פאַרטיק. איצט האַלט זיך צוֹ! -- האָט בערנמאַן אים אַנגענו- 
מען ביים נאַקן און אַ צי געטאָן הינטער אַ שטיין -- אַז עס װעט רן- 
איקער ווערן, זאָלסטו קריכן צוריק. קיין דאָקטאָריע האָב איך ניט שטוד 
דירט.,. | 
124 


{ 


-- מ'עט צואװואַרטן. אפשר װעט מען אין אֶַװונט באנייען די 
אַטאַקע... - : 

די שיסעריי האָט אָפּגעהילכט אויף דער גאנצער לענג פון פליון, 
די פאַשיסטישע ליגיע האָט זיך געצויגן בסך-הכ? אױף א הונדערט 
מעטער פון זייעדער און מען האָט געקענט אונטערשיידן די כליזין. 
ער האָט אָנגעשפּיצָט די אױיערן:ביקסן.... קױילנװואַרפערס,.. דער ווייטיק 
איזן זיך צענאַנגען איבערן גאנצן קערפּער און דערגרייכט ביז אונטערן 
שאַרבן און ביז די שפּיץ-פינגער פון די פיס. ער האָט זיך אומגעדרייט 
אויפן רוקן. איבערן קאָפּ האָט זיך געוועלבט אַ בלויער הימל? און אַ העלע 
זון האָט זיך געהויבן פון האָריזאָנט. אַזױ בלוי איז געװען דער חימ2, 
ווען זיי זיינען פרייטיק נאָכמיטיק, נאָך דער שולע, גענאַנגען אין װאַלד 
קלייבן יאַנאָדעס. שוין דעמאָלט האָט ער באשלאָסן צוֹ לערנען פילאָזאָ- 
פיע.די טייוואָלים, איצט דעדלאַנגען זיי מיט מאָרטערן!... די מיטראיעזן 
קנאַלן אויך לינקס -- האָבז אויך די אַמעריקאַנער אָנגעגריפן?... די 
מאַמע האָט געװאָלט, ער זאָל לערנען מעדיצין: אַ דאָקטער, װאָס קען 
אַפילן קיין קאַנע ניט שטעלן, איז קיין דאָקטער ניט!.... דער , האָטעפ? 
האָט טאַקע נײט עקזיסטירט?.. | 

די אַראָפּנעפאַלענע קוילן האָבן אויפגעהויבן אַ שטויב, װאָס האָנ 
געגריזשעט אין האלדז. אַ שארפער דורשט האָט אים אָנגעהויבן פּייניקן. 
אָבער ער האָט ניט געהאַט סיין כוח זיך צו רירן פון אָרט. 

--- דו ליגסט נאָך אַלץ? פריך אויף צוריק, זאָג איך דיר! 

ער האָט זיך געשאַרט אויף צוריק, אויף אַלע פיר. דער וועג האָט 
אויסגעזען קילאַמעטער-לאַנג. יעדער רוק פאָרויס האָט געשטאָכן װי מיט 
שפּילקעס אין אַלֶע נלידער. זיי צילן אויף אים! װעס ער נאָך אֵראָפַּי 
קריכן אַ לעבעדיקער פון דאָזיקן פעלד? ער האָט דערזען דאָס מאַנסאַר- 
! דע-צימער?: אָ, זיך אָנטרינקען מיט קאַלטן װאַסער פון קראַן און זיך 
אויסציען אויפן בעטל, וי אַמאָל, אין שעה'ן פון פאַרצווייפלונג!... ער 
איז פאַרבײינעקראָכן עטלעכע טויטע קערפּערס. הינטער שטיינער האָבן 
געלויערט מיליציאַנערן מיט געווער אין די הענט. באַקאַנטע פּנימער 
האָבן. א שווינדל גשטאָן פאַר די אוינן: דער יונגער שפּאַניער, פראנ- 
ציסקאָ, װאָס איז יעדן טאָג געקומען צו בערגמאַנען זיך לערנען שרייבן 
שפּאַניש; דער סליינער רוס, װאָס פלענט אַריינקומען אין זייער , הייפ?" 
כאַפּן אַ שמועס און האָט יעדן אָוונט דערציילט פונדאָסניי, אַז נאָך דעף ‏ 
מלחמה וועט ער זיך אומקערן אַהים, נאָך א צװאַנציק-יאָריקער װאָנלע- 


ניש איבער פרעמדע לענדער.. 
| 45 


| ער האָט פאַרלוירן דעם פּאָדִים און אין ווידער געזונקען װוי אי 
אַ געדַיכט-באַוואקסענעם זומפּ. חלומט ער אויף אַ שפּיטאָל-בעטל אָדֶער 
ער קריכט נאָך אַלץ אויפן פעלד? אַנשטרענגענדיק אַלַע סוחות, האָט 
ער פאַריסן דעם קאָפּ און זיך אַרומנעקוקט.. פאַר די אויגן האָבן אַ שוועם - 
געטאָן פאַרגיפּסעװעטע פיס, באַנדאַזשירטע הענט, קעפּ אַרומגעװויקלטע 
מיט ווייסע טיכער. דאָס צימער אַרום האָט זיך צנויפגענאָסן מיטן 
שלאַכט-פעלד. די ווענט האָבן זיך אַ וויג געטאָן, װי דעמאָלט, וען א 
באָמבע האָט אויפגעריסן אין לאַבירינט פון די געדרייטע קאָרידאָרן. פון 
דער אקאָפּע, דורך וועלכע פען האָט אים נעפירט צום אַמבולאנס, הינ- 
טער דער ליניע. | 

אָט טרייסלט עֶךְ זיך אויף א טראָנ-בעט?, צװישן ענגע, ליימענע 
ווענט. פאַר די אויגן אַנטפּלעקן זיך די הינטערקוליסן פון. אַן אָננריף: 
סאַניטאַרן לויפן הין-און-הער מיט טראָנ-בעטלעך אין די הענט. פֿאַר- 
וואונדעטען קרעכצן און שרייען. הינטן גראַגערן אַלְץ די מיטראַיעזן 
אין די אויערן רוישט אַ פויקעריי פוֹן באַראַבאַנעס, 

אָט איז דער אַמבולאַנס. מען באַנדאזשירט. דרינגענריקע , פאַפן" 
| ווערן אָפּערירט אויף אַן אָרט. אין א ווינקל שטייט אַ טיפער עמער, אין 
וועלכן מען װאַרפט פון אָפּעראַציע-טיש מענטשלעכע נלידער: פינגער, 
אַרימס, פיס.,. אַ סאַניטאַר טוט אים אויס. ער רייסט אַראָפּ דעם באָנ- 
דאַזש: ׂ: ' בי 

--- ווער האָט דיר פאַרבונדן?.,. ער קען די מלאכהן... ס'איז נאָר- 
ניט, דער ביין איז ניט גערירט, נאָר א א שטאַרסער בלוט-פאַרלוסט.., 

אין פעלד-שפּיטאָל האָט, דאַכט זיך, אַ יונגע קראַנקן-שוועסטער אים 
געגעבן צו טרינקען. איר פַּנים אין אים פאָרגעקומען באַקאָנט. האָט זו 
גערעדט צו אים? זי האָט מאָרנע נעשמייכלט... ער האָס געחלומט, אז 
דער דאָקטאָר האָט זי גערופן רות. אָבער, וי קומט רות אין א פעלד" 
שפּיטאָל? זי איז דאָך גאָר אין בענעקאַסים!... | | 

עס מישט איםאין קאָפּ און מיטאַמאָל ווערט פינסטער אַרום: עס 
לייכטן נאָר די ווייסע פאַרטוכער פון די דאָקטוירים און סאַניטארן. דע- 
אַמבולאַנס יאָנט זיך אין דער נאכט מיט אױסגעלאַשענע ‏ פּראָזשעק- 
טאָרן. די נעגנט אַרום זינקט אין. פינסטערניש. דער װאָנן גליטשט זיך. 
אין אַ תהום.. . / / ו. ' 5 0 פיין.ן 

ווען ריימאַן האָט זיך אוופגעכאפּט,. איז. שוין געווען. פּאַרנאכט יא - 
בין-השמשות'דיקער נרוי איז אַריינגעפּלאָסן הורך די טונקגעווארענץ: 


126 | ו 


שויבן און איז הענגען געבליבן צווישן די הויכע ווענט, איבער די לאנ- 
גע רייען בעטלעך, ער האָט זיך געפילט שטארקער און מונטערער. אַ 
קראַנקן-שוועסטער האָט אים דערלאַנגט אַ טעפּעלע מילך און לייכט גע- 
שמייכלט, ער האָט געטרונקען און צונעהערט די שמועסן אַרום. אַ גע- 
שפּרעך הינטער זיינע פּלייצעס האָט צוגעצויגן זיין אויפמערקזאמקייט. 
עמיצער. האָט דערציילט אין יידיש: 
--- בין איך אַזױ געלאָפן אין דער ערשטער ריי, געהאַלטן די ביקס 
אין דער הויך און געשריען: אַדעלאַנטע!... פאָרויס, חברים, סאַציאַליסטן, 
קאָמוניסטן, אַנטיפאַשיסטן ... | יי 
אַ שטארקער הוסט האָט איבערנעריסן די דערציילוננ. ריימאן 
האָט זיך פּאַמעלעך אומגעדרייט אוֹן באַמערקט אַ בלאסן, מאָגערן בחור, 
װאָס איז געלעגן אויף אַ בעט, אַרומגערינגלט פון עטלעכע מיליציאַנערן. 
אַ וויילע שפּעטער איז יענער נעקומען צו זיך און וידער אָנגעהויבן, ‏ - 
-- אָט אַזױ האָב איך געשריען: אַדעלאַנטע!.. פאָרויס, חברים, 
סאַציאַליסטן, קאָמוניסטן, אַנטי-פאַשיסטן.. . | 
-װוידער האָט אַ שאַרפער היסט אים אויפגעטרייסל?ט און ער איז 
אומנעפאַלן אויפן קישן, 
-- נו, גרשון, זיי געזונט! מיר'ן שוין גיין. 
--- קומט אַריין פאַרן אָפּפאָר! | | 
דער שפּיטאָל איז לאַננזאם אַריננעפאַלן אין שלאָף. נאָר דאָ. און 
דאָרטן האָט עמיצער נגעקדעכצט אין חלום. פון דער נאָס האָט זיך דער- 
טראָגן אַ נעדעמפטער גערויש פוֹן פּאַרבײפאָרנדיקע װואָגנס. ריימאן האָט 
איצט נעטראַכט מיט מער קלאָרקײיט ווענן די פארלאָפּענע חדשים. די 
שטורמישע טעג פון באדצעלאָנא האָבן אויסנעזען ווייט. און מטושטש- 
דיק, זוי דערינערוננען פון ווייטע צייטן. --- וען אין עס געוועןף- - 
מאַי!.., דאַן איז ער געפאָרן צו דער בריגאַדע אין דער ערשטער ליניע 
פון כאַראַמא: מאַי, יוני, יולי.... די דאָזיקע חדשים האָבן פארשטופּט אין 
אַ ווינקל אַלע פריערדיקע געשעענישן. : | 
אין אַ פּאַר טעג אַדוֹם איז ער אַראָפּ פון בעט און האָט געקענט. 
שפּאַצירן, אָנגעשפּאדט אויף - אַ שטעסן, איבערן זאל. ער האָט גלויך פאר". 
פירט אַ שמועם מיט גִרשְונ 'ען, וועלכער איז געלעגן ניט ווייט פוֹן אים; 
-- פאַרוואונדעט? | 
--- יאָ, אויפן ברונעטע-פראַנט, 
---- אין אַן אַטאקע? 


זך. 


-- האָפט ניט געהערט פון דער אַטאַקע אויף ברונעטע? -- האָט 
זיך יענער געוואונדערט. -- די גאַנצע װועלט רעדט דערפון! 

--- ניין. איך. האָב געכאפּט אַ קויל אַף כאַראַמא, שוין מיט א ואָך 
צוריק. - 
--- אויב אַזױ, פאַרשטײ איך. װואָרים ביי ברונעטע האָבן פאַר 
עטלעכע טעג אָנגעגריפן עטלעכע פון אונדזערע בעסטע דיוויזיעס מיט 
טאַנקען, אַרטילעריע און אַװיאָנען. מען מוז דאָך מאַכן אַ סוף צו דער באַ- 
לאַנערונג פון מאַדריד, ניין 3.., 
| -- דערפאַר, הייסט עס, האָבן מיר אָנגעגריפן מיט אַ וואָך צוריק 
אויף כאַראַמאַ -- האָט זיך געכאַפּט ריימאַן. -- ס'איז כדי אָפּצואוענדן 
די אויפמערקזאמקייט פון וויכטיקערן פּונקט. א סטראַטענישע אַטאקע! 

---- ס'איז אַ באַקאנטע טאקטיק! ביי אונדז זיינען נאַנצענע טעג נע- 
פאָרן טאַנקען אוֹן קאַנאָנען.. | 

ריימאַן האָט אים אָנגעקוקט. ער האָט אויסגעזען זייער יונג. אַ לאַן- 
גער און דאַרער, האָט ער געהאָט א בלאָס אויסגעצויגן פּנים און ווייסע 
ליפּן, אָן אַ טראָפּן בלוט. ער האָט שווער געאָטעמט און זיך אָפט פֿאַר- 
האַקט אינמיטן ריידן. | 

--- פונװואַנען ביסטו געקומען אַהער? 

-- פון אָנטװערפּן, 

--- האָסט צו טאָן מיט די לונגען? 

--- נאַרישקײיטן! פריער האָב איך עס כל? ניט נעוואוסט. אָבער אין 
די נאַסע אַקאָפּעס, פאַרשטייסט?... דאָס ערגסטע איז, װאָס כ'האָב. גע" 
כאַפּט אַ בויך-שאָס און איך טאָר ניט עסן, װי עס באַדארף צו זיין. דער 
דאָקטער האָט מיך שוין פריער געװאָלט שיקן אין אַ סאַנאַטאָריום. און 
איצט איז עס ניט אַהחין און ניט אַהער. | ר הי = 

ער האָט אָנגעהייכבן דערציילן פוֹן ברונעטע-פראַנט און פאַרענדיסט. 
מיט די ווערטער, ואָס ריימאַן האָט שוין עטלעכע מאָל נגעהערט: יי 

-- בין -איך געלאָפן אין דער ערשטער ריי, די ביקס אין דער הויך, ' 
און געשריען: אַדעלאַנטע!... פאָרויס,,. חברים, סאַציאַליסטן, ‏ קאָמוניסטן, 
אַנטיפֿאַשיסטן.., . | | | | 7 

די אופרענונג האָט אים צעװאַרימט. אַ שטארקער חוסט אי אים ‏ 
באַפאַלן. זיין קאָפֿ האָט זיך אָנמעכטיק אַראָפּנעלאָזט אויפן קישך. 


א א א / 


8 


אַ לאַננע וויילע איז ריימאן געשטאַנען אין קאָרידאָר און האָט גע- 
וװואַרט אויף דער ווינדע, װאָס האָט געפירט אינװאַלידן אַרױף און אַראָפּ, 
ער האָט באַקומען די ערשטע דערלויבעניש. אַרױיסצוגײן אויף אַ קורצן 
שפּאַציר. אין שטאָט. אין די לאַנגע קולואָרן האָבן פאָרזיכטיק געשפּרייזט 
הינקעדיקע, אָנגעלענט אוֹיף קראַנקן-שוועסטערס. אַ סאַניטאָר האָט נע- 
שטופּט אַן אָפּעראַציע-טישל אויף רעדלעך. אין די צעעפנטע טירן האָט מען 
געזען לאַנגע רייען בעטלעך און בלאַסע פּנימער פון פאַרוואונדעטע. 

ענדלעך האָט ער באַקומען אַ פּלאַץ. די װינדע האָט זיך האַסטיק 
אַראָפּנעלאָזט און פאַר די אוינן האָכן אַ שוועב געטאָן שטאָקן, טעפּיכער, 
מאָזאַאיק-דילן און באַנדאַזשן, װאָס האָבן זיך געצייכנט, ווי פלעקן, אוֹיף 
די. פּאָליטודטע האָלץ-װוענט פון פארשווינדנדיקע קאָרידאָרן. אויפן צווייטן 
שטאָק איז די ווינדע שטיין געבליבן. 2 

ער האָט אַזש אַ ציטער געטאָן, אַזױ געװאַלטיק אין אין אים אָנגע- 
וואקסן די אומגעדולד. זינט ער האָט אָנגעהויבן אַראָפּצָוגײן פון בעט, 
פלעגט ער אָפּט אַרױסקוקן דורך די פענסטער, צו דער שטאָט אַראָפּ. פון 
הויכן נארן האָט מען נעזען נאָר קרוינען פון בוימער, שפּיצן פוֹן טורעמס 
און הויכע קוימענס. אין דער פאַרנאכטיקער שטילקייט איז אַרויפגעשטיגן 
פון גאָס אַ קלינגעדיי פון איילנדיסע טראמוואַיען, א ברומען פון נאָענטע 
קאַנאַנען און אַ זשומעריי פון אַ מענטשלעכן בינשטאָק. און ס'האָט אים 
דאַן אַרומגעכאַפּט אַ באַנער זיך צו באפרייען פוֹן דער אָפּנעזונדערטער 
וועלט, װאָס איז אייננעהילט אי * אַ געפּל פון קרעכצן און אַפּטייק-דיחות, 
און אָטעמט מיט אייננאַרטיקע באַגדיפן און השנות. 

די טיר האָט זיך געעפנט אוו אין דער אַנגעפּאקטער ווינדע האָט זיך 
אַריינגעדריקט אַ נידעריקער יוננערמאַן, אין א שפּאָנלדנייעם מיליטערישן 
אַנצוג. פון. אונטער זיין אָפּיצירסקער חיט? זיינען אַרױסגעפאלן עטלעבע 
רויטע האָר-קרייזלעך, װאָס האָבן ריימאַנען דערמאַנט אַן אַלטן באַקאַנטן. 
ער האָט אָנגעשטרענגט דעם זכרון. דער אֶפיציר האָט זיך אומנעדרייט, אים 
באַטראַכט אוֹן אויסגעשריען: יב 
= דיימאַן! 

--- זיסקינד?! -- האָט אים דיימאן איצט דערקאַנט. 

| אַרױסגײענדיק פון דער ווינדע, האָבן זיי דורכגעשפּאנט אַ פאנגן 

זאָל. אין דעד טיף האָבן, צווישן גלעזערנע ווענט, זיך געגרינט פּאַלמעס 
און דיזיקע װאַזאָגעס. אין די יוינקלען זיינען געשטאנען שווארץ-פַּאָליר- 
טע, קיילעכדיקע טישלעך, אַרומגעריננלט מיט ווייכע פאַטעלן, אַ קילע 
טונקלקייט האָט נעהערשט אַרום, יי 
9 : | 129 


--- ביסט נאָר אין מאַדריך? 

-- יאָ, , 

--- וואוינסט דאָ? ביסט פאַרוואונדעט? 

-- כ'בין ניט פאַרוואונדעט, אָבער... כ/וואוין דאָ... כ'האָב דאָ א בא- 
זונדער צימער --- האָט זיסקינד אַ פליסטער געטאָן מיט אַ סודותדיקער 
מינע. : 
ביים אַרויסגאנג זיינען די ווענט געווען באַרעקט מיט שפּינלען פון 
דיל ביזקל סופיט. זיסקינד האָט זיך דערזען פון אַלע זייטן, װי ער מאַר- 
שירט אין נייעם, אפּיצירסקן אַנצוג אין אַלע ריכטוננען, אין דער נאענט 
און אין דער ווייט, אין נאַטירלעכער גרויס און אין מיניאַטור-פאָרמאט. ער 
האָט אַ שמייכל געטאָן און אויסגעגלייכט די אַקסלען, װי בעת אַן אינס- 
פּעקציע ' 

|--- וי קליידט ער מיר עפּעס, דער אֶנצוג? 

ריימאן האָט'באַטראַכט דעם אַרום, אין קאָרידאָר גופא און אין די 
שפּינלען. ביי דער טיר זיינען עטלעכע קאַליקעס געזעסן אין ווייכע פאָטעלן 
און געװאַרימט זייערע באַנדאַזשירטע גלידער אויף דער זון. פאַרוואונ- 
דעטע, אין העלע כאַלאַטן זיינען געשטאַנען אויפן שוועל און אַרױסגעקוקט 
מיט בענקשאפט אין דעם העלן, זומערדיקן רוים. אַ יונגע פרוי, מים אַ 
פּיצל קינד אויף ר+ הענט, האָט טרויעריק נעשמייכלט צו אַ ‏ יונגן פאַן, 
װאָס האָט געהאַלטן די האַנט אויף אַ פּעטליע. אין די אַרומיקע שפּיגלען 
האָבן די ברייטע, דיק-געוויקלטע באַנדאַזשן זיך פאַרמערט און פְאַרמיל- 
פאכט, און זיך געצוינן ביז אין א טיפער ווייט. ריימאַן האָט זיי געזען אין - 
אַלע עקן און ריכטונגען, וי אין אַ געשפּענסטער-חלום. 

--- דיין אָפּיצירסקער אֶנצונ? -- האָט ער איבערנעפרעגט, טרעטנדיק 
פאָרזיכטיק איבער די טרעפּלעך פון נאַניק --- אין שפּיגל זעט מען הונדער- 
טער, 7 | | 

די צעװואַרימטע, פרישע פופט און די ריחות פון צעגרינטע ביימער 
האָבן אים פאַרשלאָגן דעם אָטעם.. דאַנעבן האָט זיך געצויגן אַ צעגרינטע 
אַלייע אונטער בלויע הימלען. אַ פאַרשיכורטער פון פאַרבן און דופטן, 
האָט ער זיך אָנגעשפּאַרט אויף דער װאַנט פון שפּיטאָל, און טיף געאָ- 
טעמט. זיסקינד האָט דערווייל אַ שפּאַן געטאָן צו אַ גלאנציק-שװאַרצן 
אויטאָ מיטן איבערשריפט , אינערן-מיניסטעריום -- ספּעציעלע ענינים", 
װאָס איז געשטאַנען ביים טראַטואַר. אַ יוננער שאָפּער, מיליטעריש גע- 
קליידעט, האָט אַרוױסגעשטעסט דעם קאָפּ דורך אַ פענסטער? און באַ- 
גריסט: יי 
130 


ו 


--, פאַלוד, זיסקינד! 
-- סאַלוד, כוֹאַן, -- האָט ער געענטטערט און זיך אומנעדרייט צו 


ריימאַנען -- קום, װועסט מיטפאָרן, 


--- לֵאמִיר גיין אַ שטיקל צופוס! ס'איז אַזױ שיין אין דרויסן, 
-- גוּט. כואַן, פּאָר מיט דער קאַסטיליאַר-אַלײי און װאַרט אויף אונדז 


ביי סיבעלעס פּלאַץ, 


דער װאָגן האָט גערירט. די צוויי זיינען אים נאָכגענאַנגען דורכן 
שמאָלן שפּיטאָל-געס?. אין אַ קורצע וויילע אַרום זיינען זיי אַרוס אויף אַ 
ברייטער נאַס, | | 
אַ צעגרינטע אַלײי האָט זיך געצויגן דורכן מיטן פון בולװואַר. רעכטס 
און לינקם זיינען געלאָפן טראַמװײען. אויפן אספאַלט, פון ביידע זייטן, 
האָט זיך באַװענט אַן אומענדלעכע קאַראַװאַנע פון קאַמיאָנען אױטאָס 
און װאָגנס, 1 | 
. עס האָבן זיך דאָרט געיאַנט מיט אַ טרומייטעריי קליינע לוססוסװואָגנס 


מיט גרויסע איבערשריפטן פון מיניסטעריומס, אַמטן און. קאָמיסאַ- 


ריאַטן. ס'האָבן זיך געטרייסלט מיט אַ טראסקעריי לאַסטװאָגנס, הויך- 
אָנגעלאָדן מיט לאַבנס ברויט, פעסער וויין, גרינסן און פרוכטן. דאָס זיי- 
נען זיי געפאָרן פון די צענטראַלע אינטענדענץ-לאַגערן אין די בריגאַדעס 
פון מאַדרידער פּראָנט. אַנדערע האָבן נעפירט קעסטלעך אַמוניציע אָדער 
איינצלנע קאַנאַנע!, װאָס האָבן געקוקט מיט פאַריסענע לופּעס צום הימל, 
אינמיטן האָבן זיך געשלעפּט צוויי-רעדלדיקע וועגעלעך, אויף װועלכע 
ס'זיינען געשטאַנען ריזיקע ווייןזטונען. פּוערים האָבן געלאַסן געטראָטן 
הינטער די פערד. מען האָט געזען שילדלעך מיט נומערן פון ברינאַדעס, 
דיוויזיעס און קאָרפּוסן. אַנדערע האָכן געטראָגן דעם נאָמען פון אַרטי- 
לעריע-באַטעריעס, אָדער לופט-עסקאדרילעס. שרייאיק האָבן זיך געצייכנט 


| די רויטע בוכשטאבן: , דינאַמיטעראָס". 


ריימאַן האָט אונטערגעהונקען. זיי האָבן זיך פּאַמעלעך דערנענטערט צום 
סיבעלעס פּלאַץ. אויף די טראַטואָרן האָט דאָרט געהערשט אַ געווירבל פון 
מענטשן. הענדלער האָבן אױסגעשפּרײט אויפן באָדן זייערע סחורות: 
פּאַפּיראָס-פּאַפּיר, שיכבענדלעך און מעדאַלאָנען מיט די קעפּ פוֹן דורוטי 
און פאַסיאָנאַריאַ. ביי קליינע האַנט-:װענעלעך האָט מען פאַרקויפט װאַ- 
סערדיקע אראנזששדעס, אַ שארית הפּליטח פון די אמאָליקע פרוכט-זאפטן. 
-- קיין עסנװואַרג זעט מען ניט! | 
-- אין מאַדריד? אַפּילו ברויט איז דאָ אויף קאַרטן. הונדערט גראם 


181 | 


טּראָ קאָפּ. דערצו באַקומט מען נאָך אַ ביס? , באַקאַלאַאָ?, װאָס שטינקט 
אויף אַ קילאַמעטער, 

סאָלדאַטן אויף אורלויב זיינען פאַרבײינעגאַנגען מיט שטראַלנדיקע 
פּנימעד, זיך געלאָזט די שיך פּוצן און נעזוכט, וואו אויסצוגעבן זייערע 
לעצטע סענטימען, פאַרן זיך אומקערן צום פראָנט. יונגע פּויערים-רעקרוטן 
אין גרויע מלבושים, מיט דאָרפישע קלימקעס אויף די אַקסלען, האָבן 
זיך אַרומגעקוקט מיט פאַרנאַפּטע בליקן. דאָ און דאָרט האָבן פאַרביימאך- . 
שירט באָפּטעס יונגע מיליציאָנערן מיט אַ הילכיקן געזאנג: 


און אוב דו װילסט מיר שרײב) 
ווייסטו דאָך שוין מיין אָדדעס --- 
אויפן פּראָנט פו באַראַמא, 

אין דער ערשטער פייער'ליגיע... 


ביי סיבעלעס האָט געװואָרט דער אויטאָ. זיסקינד איז איינגעשטיגן, 
זיך אָנגעשפּאַהט מיט הנאה אויפן ווייכן אָנלֶען און געמאכט פּלאון פאַר 
ריימאַנען: | 

-- נו, כיסט עפּעס קלינער געװאָרן פאַר דער צייט? 

אין זיין שמייכל איז קענטיק געווען, אַז ער נופא האָט אַ סך געלערנט. 
ער האָט טאַקע באלד צונענעבן: | | 

--- אין מלחמה-צייטן ווערן אייננטלעך אַלע מענטשן קלינער! אלא 
װאָס דען, ס'רוב ווערן אויסגעהרנעט און דערפּאַר בלייבט די וועלט אַזױ 
נאַריש, ווי פריער... | 

- - ער האָט געװוארפן אַ בליק אין דרויסן און געהאַט הנאה פון באקוקן 
די וועלט דורך אַ פענסטערל פון א מיניסטעריום"װאָגן: ער ווערט גיט גע- 
טראָגן,. וי אַ פאַרלוירן שפּענד? איבערן דאָזיקן געווירבל. זיין װאָגן טרו- 
מייטערט האָפּערדיק, ווי ער װאָלט געשריען: , מאכט אַ װאַרע! דרך ארץ 
פאַר אַן אֶפיציר פון מיניסטעריום!... -- יאָ, יאַ! -- האָט ער אַ קלער גע- 
טאָן, קוקנדיק אויף ריימאַנען --- א ווייטער וועג פון טייך ביי מאַנטאַראָ, 
ביז די , ספּעציעלע אַמטן" פון קרינס-מיניסטעריום! | 
! --- אַ סך יאָטן זיינען נעפאַלן פאַר דער צייט -- האָט ער נעזאָגט 
אויפן קול.--- אַ זואונדער דען?... אַלע וװועלן פאַלן! װאָרים ס'איז א מעשח. 
אָן א סוף! | - 
פּלוצלונג-איבערגעשראָקן דורך אַן אייננעװאַרצלטן, פֿאַרבאָרגענעם ‏ 
אבערגלויבן, האָט ער זיך אַ כאפּ געטאָן:. , 


* 


1820 


--- מיר, דאָ, אין מאַדריד, קענען אויך גע'הרג'עט ווערן! דו הערסט, 
וי די קאַנאָנען אַרבעטן מעשים? ס'איז בסך הכל אַ פּאַר שריט פון דאַ- 
נען... | | ' | 

פּלאַפּלענדיק אַזױ, האָט ער אָנגעהויבן דערציילן וועגן זיך. אינמיטן 
האָט ער עטלעכע מאָל דערמאַנט ריימאַנען: 

--- דו פאַרשטייסט דאָך אַליין, אַז אַלץ, װאָס דו הערסט פוֹן מיר, 
מוז געהאַלטן ווערן בסוד. עס האַנדלט זיך דאָך ניט וועגן פּריואַטע זאַכן, 
נאָר וועגן וויכטיקע רעגירוננ-ענינים. און דאָס מוז פאַרבלייבן שטרעננ- 
געהיים,.,, | | 

ער האָט דערציילט, אַז זינט מערערע װאָכן אַרבעט ער אין קרינס-מי- 
ניסטעריום, אין דער אָפּטײלונג פאַר , ספּעציעלע ענינים", און ער האָט 
גענעבן צו פאַרשטיין מיט האַלבע ווערטער, אַז , ספּעציעלע ענינים" מיינט. 
קאָנטר-שפּיאָנאַזש, אויפדעקונג פון פאַרשװערוננען, אינערלעכע שונאים, 
פֿאַבאָטאַזש א. א. וו. דערפּאַר האָט ער אַ צימער אין שפּיטאָל , אלימפּיאַ", 
דאָרט, װו ריימאַן ליגט. ס'איז אַמאָל געווען דער שענסטער האָטעל פון 
כיאַדריד, איצט איז ער פאַרװאַנדלט געװאָרן אין א שפּיטאָל. נאָר איין 
פלינל איז רעזערווירט פאַר ספּעציעלע מענטשן, װאָס דאַרפן געהאלטן 
ווערן קאָנספּיראַטיו... און דערפאַר האָט ער דאָרט באַקומען אַ צימער; / 
מיט אַ טעלעפאָן, אַ באָד און אַלע זיבן זאַכן... | 


138 


קאַפּיטל עלף 


זיסקיגד דרשגט אין קאַפע ;אַקװאַריוס" אוו װערט שיר וי 
אַ ר ע ס ט יר 5 .. 


דער אויטאָ איז פאַרבײינעפאָרן די גראַן-וויא, װאָס דאָס פאָלק האָט 
געקרוינט מיטן נאָמען ,די גאָס פון די באָמבעס", און איז שטיין געבליבן 
באַ אַ קאַמע, איבער וועלכן יס'האָט זיך געצייכנט אַ ‏ שילד, געמאָלט מיט 
העלע װאַסער-פאַױבן: / אַקװאַריום?, 
זיסקינד איז אַרױסגעשפּרונגען פון װאָגן און נאָכגעשלעפּט ריימאַ- 
נען: , | , | 

-- ס'איז דאָס.,קאַפע" פון דער אַמאָליקער אַריסטאָקראַטיע. פראנ- 
קאָ קערזענלעך פלענט אהערצו קומען. דאָרט איז זיין טישל... 

אַ וויילע האָט ריימאַן נאָרניט געזען אַרום זיך. איבער די זאַלן איז 
געהאַנגען א געדיכטער נעפּל פון רויך, שארפע וויין:ריחות און שטיקנדיקע 
פאַרפום-דופטן. כאָטש ס'איז געװוען טאָג, האָבן געברענט צענדליקער 
עלעקטרישע לעמטלעך, איינגעמויערטע אין סופיט. דאָס ליכט האָט זיך 
דורכגעזייט דורך -אָזע אַבאַזשודן און זיך אָפּנעשלאָנן אין די שפּיגלנע 
ווענט און נלעזערנע קאָלומנעס, װואָס האָבן זיך געצוינן דורכן זאַָל. 
כיסלעכווייז האָט ער אָנגעהויבן אונטערשיידן פיגורן: שפּיצן פוֹן ביקסן,. 
כאַקידמונדירן פון גװאַרדיסטן און פריזורן פון פרויען. זיסקינד האָט 
באַשטעלט צווי" , מאַלאַגאס?, 

-- דאָ איז דיר ניט פּאַריז! -- האָט ער אָנגעוויזן אויף די פרויען, 
װאָס זיינען געזעסן צװוישן מיליטער-לייט בא אַלע טישלעך און געמיטלעך 
געשמועסט -- אַזא איינע װעט גלייך ניט גיין מיט דיר. מוזט אַפריער טריג- - 
קען, שמועפן, ממש פירן 8 שטיק? ליבע... זיי זיינען אין נייסט פון דער 
צייט: פאָלקס-מיידלעך!... 


134 


ער האָט זיך דאָ געפילט היימיש: האָט זיך באַגריסט דאָ מיט אַ מולו- 
ציאָנער און דאָ מיט אַ מייד?, האָט צוגערופן איינע פון זיי, איר אַ נלֶעט 
נעטאָן איבֿערן קאָפּ און פאָרגעשטעלט: 46 

--- די שיינע לאלוטא. | 

די , שיינע לאַליטאַ? איך געווען, שיכור; פון מויל האָטי איר געשלאָגן 
אַ דיח פון נעמישטע וויינען און אירע אויגן זיינען געװוען פאַרצױיגן מיט 
אַ נעפּל. זי האָט זיך אַרױסגעגליטשט פון זיסקינדס הענט, האָט אַ דער 
שראָקענע באַטראכט ריימאַנס אױסגעדאַרטן פּנים און, אַראָפּלאָזנדיק די 
אויגן אונטער זיין קאַלטן בליק, האָט זי זיך פאנאנדערגעוויינט: 

--- איך בין אַן אָרענטלעך מייד? --- האָט זי נערעדט מיט טדערן פון 
שיכרות אין דער שטימע --- נא, קוק!,.. לייען!... 

זיסקינד האָט א נישטער געטאָן אין די פּאַפּירן, װאָס זי האָט אויס-. 
נגעשטרעקט: | 

-- אַלץ, װאָס אַ מענטש דאַרף האָבן בעת אַ בירגער-קריג: אַ ביכעלע 
פון סינדיקאט, אַ מיטגליד-קאַרטע פון דער , רויטער הילף" מיט מאַרקעס 
ביזן לעצטן מאָנאט, , : 

--- און װאָס איז דאָס? -- האָט ריימאַן דערזען אַן אומפארשטענד- 
לעך צעטל,. 

--- פון דער היגיענע-קאַנטראָל... זעסט, כ'בין אַן אָרנטלעך מיירל. 
זינט מאַי האָב איך שטעמפּלען פון יעדער ואֶך. 

זי האָט באַטראכט מיט אַ יראת-הכנוד ריימאנס אַסקעטיש פַּנים, 
װאָס האָט, משמעות, געװועקט אין איר אַסאַציאַציעס מיט הייליקע ביל- 
דער: | 

-- קענסט קומען צו מיר, ווען דו ווילסט. באַ דיר על איך ניט נע- 
מען קיין געלט... | 

--- כיהאָב דיד געזאָגט, אַז זיי האַלטן פון עכטער ליבע!---האָט זיסקינד 
באַשטעלט פרישע , מאַלאַגעס". לאַליטאַ האָט אױיסנעזופּט איר גלעול מיט 
איין צי. ריימאַן האָט באַמערקט עטלעכע גאָלדענע דיננען אויף אירע 
פינגער, : : 

-- פֿאַרדינסט אַ סך? -- האָט ער. געפרעגט. 

--- ס'איז אַ מתנה... -- האָט זי דערפילט זיין בליק אויף איר האַנט 
--- דער איז פון אַ פראנצויז, יענער --- פון אַ רוסא... ' 

-- ס'איז דאָ היינט אַזאַ מין מאָדע: יעדעס מיידל װעט דיר דערציילן, 


אַז זי האָט אַ חתן אויפן פּדאָנט און אויף ליאַדע אַ קאַרטאָפּל װעט דיר א 
135 


שפּאַניער זאָגן, אַז זי איז ,רוסאַ", מעג ער אַפִילוֹ האָבן געזען, וי זי איז 
געוואקו סן אִין!זיין איינענעם נאָרטן:+ - יו | 
עטלעכע אויפרייסן האָבן אָפּגעהילכט אין דער נאָענט און איבערנע- 
ריסן זיסקינדס דרשח. די שויבן האָבן אַ ציט ר געטאָן מיט אַ קלונג און 
די ווענט האָבן זיך לייכט אַ טרייס? געטאָן. אַ וויילע איז שטיל געװאָרן און 
- מען האָט קלאָר געהערט דאָס ברומען פון קאַנאָנען. די מענטשן אין קאַפע, 
װאָס האָבן אַ וויילע אוי יפגעהויבן די קעפּ, האָבן זיך ווידער אומגעקערט 
צו זייערע שמועסן. 
--- ווף' באָמבארדירט מען? -- האָט נעפרעגט ריימאן, 
--- די קאַנאָנען באַשיסן אוודאי ‏ פּוערטאַ-ידעל-סאָל ... 
--- ווייט פונדאַנען? | 
---- עטלעכע הונדערט שריט. שוין כמעט א יאָר, וי דאָרט פאַלן טאָ 
טעגלעך באָמבעס... 
---י און אַהערצו דערגרייכן זיי ניט? 
-- קיין קאַנטראַקט האָט קיינער ניט געשלאָסן מיט זיי. גאנץ אָפט . 
אַלן באָמבעם אויך דאַנעבן, אָבער אויף פּוערטאַידע-סאָל אין עס 
רמאל | : 
א כאָפּטע סאַלדאַטן האָט פאַרביימאַרשירט אויף דער נאָס. לויט 
זייערע קליידער איז קענטיק געווען, אַז זיי קומען אַקאָרשט פון פראָנט. אַ 
מיליציאָנער האָט געשפּילט אויף א מאַנדאלינע און די פאַרביינייער 
האָבן צונעפאַמטשט מיט די הענט. אַ טראמוואַי איז געפאָרן אין דער ריכ- 
טונג פון באַשאַסענעם ;פּוערטאַ-דעל-סאָל". אין דעם ויר-װאַר פון 
כאקי-מלבושים האָט דיימאַן פּלוצלונג באַמערקט אַ באַקאַנטע פינור 
--- שמערקע! --- איז ער אויפנעשפּרונגען. זיסקינד האָט אים אַ צי 
געטאָן פאַרן אַרבל; 
-- אַן עסק האָסטו! לאָז אים לויפן!.. 
פֿאַרװאָס װויל ניט זיסקינד, ער זאָל טרעפן שמערקען? יענעמס גדולה 
איז אים שוין סיי ווי פאָרגעקומען פאַרדעכטיק... ער האָט זיך אַ לאָז געטאָן 
צו דער טיר און זיך. צוזאַמענגעשטױסן אויפן- שװעל מיט שמערקען, 
וועלכער האָט זיי שוין געהאָט באמערקט דורכן פענסטער: 

ה-י אָ, ריימאן!... מיין טייערער פעלד-ראַבינער! -- האָט ער אים 
אַרומגעכאַ אַפּט אוֹן ניט אויפגעהערט צו פּאַטשן איבער דער לינקער פּלייצע, 
ביז ריימאַן האָט דערפילט אַ שטאַרקן ווייטיק אוֹן האָט, פון העפלעכקייט 
וועגן, זיך נאָר אומגעדרייט און אונטערגעשטעלט די רעכטע. 

186 


0 
4 


 - |‏ שמערקען האָט דערציילט, זיך נאָכגעפרעגט אויף באַקאנטע חברה 
און פאַר איין וועג זיר מיישב געווען, ימיט װאָס פאַר אַ משקה מען זאָל 
באַנעצן. די שמחה: 
--- איז לעבסטו שאַקע אויף צו דעראמת'ן? --- האָט ער זיך פאַרי 
זיכערט צום צענטן מאָל -- װאָרים, װאָס קענסטו דאָו זיין. זיכער, בעת אַ 
מלחמה? ביי אונדז איז געווען איינער, א מיליציאָנער, האָט מען דריי מאָל 
דערציילט וועגן אים, אַז ער איז געפאַלן וי אַ העלד, און ער האָט זיך 
געלעבט ווייטער, װוי ניט אים מיינט מען עס. און דער סוף איז געווען, אַז 
ער איז גע'הרנ'עט געװאָרן אויף טויט, און קיינער אויף דער ועלט האָט - 
עס מער ניט געװאָלט גלויבן... איז װאָס קענסטו דאָ זיין א חכם אין אַזעל- 
בע זאכן? | | 
דאַן האָט ער גענומען אויספרענן וועגן די פארשיידעגע פראַנטן, וואן 
ריימאַן האָט געקעמפט, און טאַסע גלייך אויף אַן אָרט זיי י מבטל געמאַכט, 
די דאָזיקע אַלע פראָנטן: 


וואָס ווייסט איר דען, קינרערלעך, פון שלאַכטן? ווער ס'איז ניט 
געווען ביי כאַראַמאַ, אין אַפּריל, האָט נאָך קיין פּולװעה ניט געשמעקטי... 
און הועסקא? און סענאװיאַ?... און די אַלע פראַנטן זיינען נישט מער, וי 
אַ קינדערשפּיל אַנטטקעגן דעם, װאָס עס קומט איצט פאָר ביי ברונעטע! 

--- מען זאָגט, אַן אַלע / אינטערנאַציאַנאַלע? וועלן געװאָרפן וערן 
אין דער ברונעטע-שלאַכט. אונדזער ברינאדע גרייט זיך אויך. סוף כ? סוף 
וועט מען באַפרײיען מאדריד פון דער אַרומרינגלונג, 

ערשט איצט האָט ריימאַן באַמערקט, אַז צוזאַמען מיט שמערקען האָט 
זיך צוגעזעצט צום טיש? נאָך אַ מיליציאָנער. זיסקינר האָט געשויגן, 
פאַרזונקען אין מחשבות. דער שמועס ווענן די פראַנטן האָט אים משמעות 
ניט נעשמעקט. דער קעלנער האָט דערלאַנגט פיר כוסות זוין. זיי האָבן 
צונעקלאפּט: 

--- לחיים, חברה! 4 

---איר קאָנט זיך? 

--- גיין. 

--- איך װועל אייך פאָרשטעלן. דאָס אין , פעלד-ראַבינער? ריימאַן 
!און דער-אָ איז סאָלניק; ער איז געקומען פון פּאַריז קעמפן פאַר פרייהייט 
און ליבעי.. | -ו 


--- װאָס הייסט? -- האָט ריימאן א א שמייכ? געטאָן. 


17 | 


-- אַ קאָמפּליצירטע סיטואַציע! זיין ווייב האָט זיך ניט געװאָלט 
גט'ן און זיין הייס-געליבטע קוזינקע האָט זיך ניט געלאָזט צורירן, ביז ער 
וושט ניט פריי ווערן פון זיין פּלונית'טע. נו, איז ער געקומען קעמפן פאַר 
פרייהייט פון זיין ווייב און ליבע צו דער קוזינקע, 

סאָלניק איז רויט געװאָרן און שווייגנדיק געטרונקען פון זיין גלאָז, 
אָבער שמערקע האָט זיך אָנגענומען פאַר זיין כבוד: 

---ער שלאָגט זיך אָבער אין דער , ליניע?! מיינסט אַזױ, װוי דן 
זיצט אין מאַדריד און פרעסט אומזיסט ברויט... 

-- כ'האָב אים. דאָך ניט געװאָלט באליידיקן -- האָט זיסקינד א נלעט 
געטאָן דעם באַטראָפענעם איבער דער פּלייצע און פאַר איין װעג אים אַ - 
טאַפּ געטאָן אין, קעשענע -- זע נאָר, דו האָסט דאָך א יידישע צייטונג פון 
פּאַריז -- האָט ער זיך דערפרייט -- לאָמיר אָקאָרשט כאַפּן אַ קוק, װאָס 
מען שרייבט דאָרט אַלִץ! 

ער האָט אַ דריי געטאָן די צייטונג אַהין און אַהער, האָט געװאָרפן אַ 
בליק אויף אַלע זייטן, איבערגעלייענט א שורה דאָ און אַ שורה דאָרטן, 
און מיטאַמאָל אויסנעשריען: 

-- זע נאָר, שמערקע, וי אונדזערע ווייבער. האָבן זיך עס אַ ביספ 
צעשריבן! | 

-- די ווייבער? -- איז שמערקע געװאָרן טשעקאַװע -- אַלץ האָב 
איך זיך געריכט אויף מיין פּלונית'טע, אָבער נישט, אַז זי װעט גאָר. נעמען 
שרייבן אין די נאַזעטן! | 

-- אָט, װאָס זיי שרייבן אין אַ בריוו צוֹ דער רעדאַקציע --- האָט 
זיסקינד פאָרנעלייטנט -- , סיאיז בעסער צו זיין אַן אַלמנה פון אַ העלד, 
איידער, אַ װוייב פון אַ פּחדן"!.., 

שמערקע האָט איבערגעקערט דאָס גלעזל און אָפּנעװישט די פיפַּן: 

-- אַ בעלנות פון יידענעס!... שטעל זיך פאָר, ווען מיר נעמען אַזױ 
און שרייבן אַריין, אַלס תשובה, אַן אָפּענעם בריוו, אַזױ צו זאָגן: אַז -מיך, 
פון אונדזער זייט, קענען באַשטײן צו ווערן אַלמנ'ס... 

סאָלניק האָט זיך אויפנעהויבן: - 

-- כ'וועל גיין. כ'מוז נאָך אײינקויפֿן אַ פּאַר קלייניקייטן,4 װאָס די 
חברה האָבן געבעטן, ווען פאָרסטו צוריק? ---י האָט ער זיך געווענדעט צו 
שמערקען, | 1 ' | | 

--- אין אַ שעה אַרום, 

--- וואו טרעפט מען זיך?. 

' -- באַ דעד צענטראַלער אינטענדענץ, 

198 


--- פאַלוד, חברח! . : 
--- קום, כשועל דיך מיטנעמען מיט מיין װואָגן. מיט דיין קאַליקן פוס 
וועט דיר שווער זיין צו דערקריכן ביזן שפּיטאָל --- האָט זיסקינד אַרױס- 
געקוסט דורך דער טיר און אַ זוך געטאָן דעם שאָפער. 
--- ער װוי? אונדז ניט לאָזן אַלֵיין... -- האָט שמערקע אַ פליסטער 
געטאָן. | 
-- װואָס איז?.... װי קומט ער אין מיניסטעריוםצ... 
--- מיר (גייען?! --- איז זיפקינד צוריקגעקומען צום טיש?. איך צאָל! 
קעלנער, וויפל? 
-- איך קען אויך צאָלן! -- האָט שמערקע זיך א נעם געטאָן צום 
בייטל, | | 
זיי זיינען אַרױס אַלע דריי צוזאַמען. 
--- מירין צוניין ביזן ראָג. דער וואָגן קען ניט צופאָרן אַהערצו. 
אין דאָזיקן אויגנבליק זיינען אויף דער אַנדער זייט שװועל דערשינען 
צוויי מיליציאַנערן -- אַן אונטעראפיציר און אַ סערזשאנט. זיי האָבן 
פארשטעלט דעם וועג און דער אונטער-אַפיציר האָט אַ געשריי געטאָן: 
--- שטיין בלייבן!. | : 
און כדי צו פארשטארקן זיין באַפעל, האָט ער צוגעלייגט די האנט 
צום גאַרט?, וואו ס'איז געהאַנגען א רעװאָווער. 
--- זיי זיינען פון דער , קאָנטראָל? פון אונדזער בריגאַדע -- האָט 
שמערקע א צי געטאָן ריימאַנען אָן אַ זייט -- װעסט דאָ באַלד זען אַ 
ספּעקטאַקל, | 
ריימאַן האָט נייגעריק אָנגעקוסט דעם ספּעקטאַקל. זיסקינד אין גע- 
שטאַנען אָן לשון. זיינע קעבעדיקע אויגן זיינען פּלוצלונג אױיסגעלאָשן 
געװאָרן און אויסגעדריקט פאַרלאָרנקײט. דער סערזשאַנט האָט א שפאַן 
געטאָן צו אים און אויסנערופן: 
-- ביסט אַדעסטירט ! 
--- איך ? | | | 
-- יאָ, דו! -- האָט פאַרזיכערט דער אונטער-אַמיציר --- מיר זוכן 
דיך שוין אַרום צוויי טעג,מיין טייערער פויגל! | 
--- ס'איז אַ טעות ! | 
| --- קיין שום טעות ניט! מיר זוכן דיך, דעם סערזשאַנט זיסקינד... 
אָ, פּאַרדאָן -- האָט ער אויסנערופן מיט אַ שמייכל --- דו טראָגסט שוין 
נאָר נאַלאָנען פון אַן אפיציר?... נו, אַלצאײינס, סערזשאַנט זיסקינד אָדער 
ליײיטענאַנט -- איר זענט אַרעסטירט ! 0 
, 199 


-- פאַרװאָס? -- האָט זיסקינד געמאַכט א תמעװאָט פּנים, 
ער האָט זיך באַמיט צו פאַרציען דעם געשפּרעך. דער ערשטער קלאַם 
איז שטענדיק געפערלעך -- האָט אַ געדאַנק אים געהאמערט אין קאָפ --- 
ער װאַרפט אַריין אין פאַרלעגנהייט; מען דאַרף זען געווינען צייט!... ער 
זאָל נאָר קומען צו זיך, װועט ער שוין געפינען עפּעס אַן עצה. 
דער אונטעראָפיציר האָט אַרױסגעצױגן אַ פּאַפּיר פון קעשענע און 
געוויזן : | | | 
-- אָט האָסטו דעם באַפעל פון קאָלאַנעל! 
--- פון קאַלאַנעל פּערזענלעך? -- האָט זיסקינדס קול אויסגעהריקט 
אויפריכטיקע ענטציקונג, װוי דער קאָלאָנעל? װואָלט אים. אָנגעטאָן א גרויסן 
כבוד מיטן אונטערשרייבן פּערזענלעך זיין אַרעסט. 
ער איז ביסלעכווייז געקומען צו זיך. זיין מוח האָט פיבערדיק גע- 
אַרבעם און די אוינן האָבן זיך שנעל באַװעגט אין אַלע זייטן. זיי האָבן 
אָנגעטראָפן דעם װאָגן מיטן שאָפער, װאָס האָבן געװאַרט אויפן ראָג, און 
פּלוצלונג אויפנענלאַנצט מיט אַ. חוצפּה'דיק פייערל: 8 
 --- ||‏ מיר ווילט איר אַרעסטירן+ -- האָט ער מיטאַמאָל אויסגעשריען 
--- עפּעס אַ פּאַפּיר? פון אייער קאָלאָנעל ווייזט איר מיר דאָ? נא, קוק 
בעסער אין די דאָזיקע פּאַפּירן |... | 
פון בוזיִם-קעשענע האָט ער אַרױסגעשלעפּט אַ לעניטימאַציע מיט 
אַן איבערשריפט: , קרינס-מיניסטעריום, אָפּטײלונג פאַר ספּעציעלע ענינים" 
און זי אויסגעשטרעקט דעם אונטעראָפיציר. יענער אױז א וויילע געבליבן 
אָן ווערטער. זיסקינד האָט אויסגענוצט זיין צעמישונג, אַרױסגעצױגן פון 
אַ צווייטער קעשענע א באַשײניגונג אויף א בלאַנק, זי געשטופּט דעם 
אונטעראָפיציר אונטער דער נאָז און פאַרנעלייענט אויף אויסווייניס: 
,דער אָפּיצִיר זיסקינד, פון דער אָפּטײלנג פּאַר ,ספעציעלע 
עבינים" בי דער צענטראַלער אַרמײ, װערט באַפלמעכטיסט צו 
ארעסטירן יעדן פּאַרדעכטיסן..י | | 
--- וי אַזױ קענט איר מיך אַרעסטירן? -- האָט ער טריומפירנדיק 
אויסגערופן -- אַז איך קען מיט איין װאָרט אייך ביידן לאָזן אַרעסטירן 
דאַ אויף אַן אָרט ?! : | | 
די צוויי אויסגעשטרעקטע בויגנס פּאַפּיר --- דער באַפעל אַרעסטירט 
צו װוערן און די באַפולמעכטיקונג צו אַרעסטירן -- האָבן נעפלאַטערט 
איינער קעגן אַנדערן, װוי זיי װאָלטן פאַרגליכן זייערע שטעמפלען און 
אונטערשריפטן, און זיך פאַרמאָסטן ווער פון זיי ס'איז שטאַרקער. דער 


: | | 140 


אונטעראַפיציר איז אַ וויילע געשטאַנען שווייגנדיק. דערנאָך האָט ער גע- 
װואָרפן אַ פרעגנדיקן בליק אויפן סערזשאַנט, װאָס האָט אים באַגלייט. 
יענער איז געווען אַ שפּאַניער און האָט װייניקװואָס פאַרשטאַנען פון 
גאַנצן געשפּרעך, װאָס איז געפירט געװאָרן אין פראַנצויזיש. ער האָט 
נאָר אַ חויב געטאן מיט די פּלייצעס, וי איינער זאָגט : 

-- װאָס קען מען מאַכן, ס'איז איבער אונדזערע כוחות ! 

זיין זשעסט האָט איבערצייגט דעם אונטעראַפיציר, וועלכער האָט 
איצט א זאָנ געטאָן צו זיסקינדן : 

-- כ'האָב נאָר געװאָלט אויספירן א באַפעל! 

| -- באַפּעל איז באַפּע?! -- האָט יענער פייערלעך אויסגעשריען, סאַ- 

{ לוטירנדיק מיטן פויסט ביים דאַשעק פון אפיצירסקן היטל. 

אָבער בלייבנדיק אַליין, צווישן איינענע מענטשן, האָט ער זיך דער- 
פילט אומבאַקוועם, טראַץ דעם זינ, װאָס ער האָט דאָ אַקאָרשט אָפּנע- 
האַלטן. אַמערסטן האָט אים פאַרדראָסן, הלמאי ריימאַן איז בייגעווען די 
דאָזיקע סצענע. װאָרים חגם ער האָט דעם דאָזיקן אויסגעמאָגערטן , ישיבח- 
| בחור" געהאַלטן פאַר אַ יאָלד, האָט ער דאָך נעפילט פאַר אים אַ פאַר- 
באָרגענעם דרך ארץ. זינט ער האָט אים געטראָפן אין דער ווינדע, האָט 
ער זיך געקליבן אים צו ווייזן זיין גרויסקייט און פּראַכט, און מיטאַמאָל 
אַזאַ הורכפאַל!... וועלנדיק אויסמיידן לאַנגע שאלות ותשובות, האָט ער 
באַשלאָסן, אַז ס'וועט. שוין בעסער זיין, ווען ריימאַן װעט זיך. אַלץ דער- 
וויסן פון שמערקען; ער האָט אים דערלאַנגט די האנט : 

נו, איך מוז זיך איילן. מיר'ן זיך אַוודאי מאָרגן טרעפן אין האָ- 
טעל. חיינט האָב איך וויכטיקע אַרבעט! : וי 

--- װאָס דו אַרבעסט זיך שוין איבער! -- איז אום שמערקע אַרײנ- 
נעפאָרן אין די רייד, 

--- װאָס מיינסטו, כ'בין דיר עפּעס אַן אינטענדענט װאָס פֿאָרט 
איינקויפן סחורות? מיר טוען וויכטיקע אַרבעטן! איך וואוין טאַקע אין 
מאַדריד, אָבער... --. האָט ער נעמאַכט א פאַרטרוילעכע מינע און 
גערעדט שטילער -- ליאַדע טאָנ קען מען סיך אַריכערשיקן אויף ,יענער 
זייט" דורכצופירן אַ שטיק? אַרבעט.. | 

דער שאָפער האָט באַמערקט אַ ליידיקן פּלאַץ אַנטקעגן , קאַפע? און 
פֿאַרקירעװועט אַהינצו. אָבער זיסקינד איז ניט איינגעשטינן. ער האָט 
פּלוצלונג דערפילט א טיפע רחמנות אויף זיך אַליין : 


14 


-- אַזאַ מזל? האָב איך שוין! -- האָט ער זיך אָנגעשפּאַרט אויף אַ 
װאַנט און גערעדט שטיל -- יעדער איינער טשעפּעט זיך צו מיר! ווען 
איך בין אַלט געווען זעקס יאָר, האָט מיין שטיףזטאַטע מיך געששלאָגן 
מכות רצח, ווייל איך האָב זיך געװאָלט שפּילן מיט אַלע קינדער צוגלייף, - 
ויען איך האָב, צו אַכט יאָר, געמוזט האַנדלען אין די װאַרשעװער. גאָסן, 
כדי צו פאַרדינען אַ שטיקל ברויט, האָב איך געהאַט אויסצושטיין צרות 
צרורות פון די עלטערע קאָנקורענטן, װאָס האָבן געהאַלטן, אז אזא 
װואָרים וי איך מעג רואיק אַװעקפּורין. און דער זשאַנדאַרם פוֹן דעם באַ- 
פדייטן פּױלן? -- דווקא מיך האָט ער געפּאַטשט!... און װער האָט געי 
כאַפּט פּעטש אינמיטן די נאַלעװוקעס פאַר רויכערן פּאַפּיראָסן אום שבת? 
-- איך!.,. און שפּעטער האָבן די ,כשרע יידוי אין די אָרנאַניזאַציעס 
כסדר געפונען אין מיר פּסולן. און איצט -- אַ נייע אָנשיקעניש: דער 
קאָלאָנעל ! | 
| די רחמנות אויף זיך אַליין האָט צעעפנט אין אים א פאַרבאָרגענעם 
קװאַל פון מענטשלעכער גוטסקייט. ער האָט דערפילט א טיפןן. מיטלייד צו 
אַלע מענטשן, לנבי וועלכע עס ווערן אַזופיל עוולות באַגאַנגען. און ער 
האָט געװאָלט עמיצן אַ גלעט טאָן, א טובה טאָן ; 

--- שמערקע, -- האָט ער אַ נעשריי געטאָן, שוין שטייענדיק מיט. 
איין פוס אויפן טרעפּ?ל פון אויטאָ --- פיר אַװעק ריימאַנען צו כוליאַן. 
איך צאָל!... זאָל ער אויך וויסן פון אַ שטיק? לעבן. װאָסי, ער'ט זיך קנאַםּ 
געמאָרדעװעט אין זיין מאַנסאַרדע פון ביליקן האָטעלבפ? 

--- ווער איז די כוליאַ ? 

-- אַ אישה צנועה... דאָרט קומען פרויען... -- האָט אינפאָרמירט 
שמערקע. | 

--- שוין געזען! --- האָט ריימאן אַ מאַך געטאָן מיט דער האַנט. 

זיסקינד איז שוין געזעסן אין װאָגן, ווען ער האָט דערהערט רײימאַנס . 
ווערטער, די שטאָט האָט אַריינגעקוקט דורך א פענסטער? פון א מינים- 
מעריום-אויטאָ. דער שאָפער האָט געװאַרט אויף אַ באַפעל. ער האָט זיך 
דערפילט שטאַרק און מעכטיק, באַפּרײיט פון דער סענטימענטאלער שװואָב- 
קייט, װאָס האָט אַים אַ וויילע באַהערשט. האָפּערדיק האָט ער איצט א 
רעד געטאָן : | - 

-- געזען? װואָס דו האָסט שוין געזען, מישטיינס געזאָגט?!... הייזער, 
וואן די פרויען זיינען מיאוס ווי דער טויט און די סאָלדאַטן שטייען אין 
אַ ריי, און מוזן זיך אוױיסטאָן חינטער דער טיר... גי מיט שמערקען, 
וועסטו זען ! יי | | {ין' {ן 
142 | 


ו 


{ 
4 וג 8} 


דער אויטאָ האָט געדירט און איז נלייך פאַרשלונגען געװאָרן אין 
דער קאַראַװאַנע פון קאַמיאָנען אַמוניציש און עסנװאַרג, װאָס האָבן מיט 
ליאַרם און טרומייטעריי געאיילט צום פראָנט. 
שמערקע האָט זיך אויסנעדרייט, האָט נאָכגעקוקט דעם װאָגן פון די 
,ספּעציעלע ענינים" און אַ מאַך געטאן מיט דער האַנט : 
-- ער וועט גוט ניט ענדיקן ! | 
= א א אנ 


--- גייסט מיט סיר אויף דער אינטענדענץ?ף -- האָט ער געפרענט, 
ווען זיי זיינען געבליבן אַלין. 

-- ניין, כ'מיז זיך אומקערן אין שפּיטאָל. דער פוס מוז רוען און 
מיין דערלויבעניש איז אויך נאָד אויף א פּאֶר שעה. 

--- גוט. לאָמִיר זיך טרעפן מאָרגן.. : 

--- זאָג מיר נאָר אַצינד, װאָס אַזױנס עס קומט פאָר מיט זיסקינדן? ‏ 

-- אַזױ, אויף איין פוס 4 | 

--- פאַרװאָס האָט מען אים געװאָלט אַרעסטירן ? 

-- נאָר ער ליגט דיר אין זינען? און אויף שמעונען פרעגסטו גאָרניט? 

--- האָסט געטראָפן שמעונען? איך האָב פון אים גאָרניט געהערט, 
זינט ער האָט זיך דערוואוסט רות'ס אַדרעס. אַװעקנעפאָרן צו איר אויף 
אַ פּאָר טעג און איז וי אין װאַסער אַרין ! 

--- אפשר ווילסטו אויך וויסן וואו רות איז? -- האָט שמערקע הנאה 
געהאַט פון ציען יענעם די עצמות, 

{-- זי איז דאָך אין בענעקאַסים. 

-- אַ נעכטיקער טאָן ! 

--- שמעון האָט זי ניט געטראָפן ? 

-- יאָ און ניין.. 

איצט האָט זיך ריימאַן דערמאָנט, אז ער האָט געזען רות'ן, וי אין 
חלום, אין אַ פעלד-שפּיטאָל; נאָך דער אַטאַקע ביי כאַראַמאַ. ס'איז הייסט 
עם געווען אויף דער װאָר ! | ( הי 

--- זי איז סיט די אַמעדיקאַנער ? 

--- ..,ניין, מיט די מולאַטן .... 

--- װאָס פֿאַדא מולאַטן ? 

--- און אַז איין מולאט איז דיר ווייניק? אַ גאַנצן רעגימענט דאַרפסטו 
האָבן ? 7 | 


--- אָבער וואו זיינען זיי? פונװאַנען ווייסטו ? 
142 


--- איך ווייס. זיסקינד אַרבעט טאַקע ביי די , ספּעציעלע ענינים", 
אָבער ווייסן ווייסט ער א נוטע קרענק. זעסטו, שמערקע ווייסט פון אַלֵץ! 

--י נו גוט, איך פאָר מיט דיר אין דער אינטענרענץ. 

--- און אויסרוען דעם פוס? און די דערלויבעניש ? | 

--- אין שפּיטאָל מאַבט ניט אויס! --- איז ריימאַן אַרױס פון זיין 
גלייכגעוויכט און געברענט צו הערן די נייעסן -- סשיז דאָך ניט אויפן 
פּראָנט ! יי | 
-- ניין,. ניין,. ברורערקע, דיסציפּלין מוז זיין! אוֹיך אין שפּיטאָל.. 
ביי אונדז איז געווען איינער אַ סאַניטאַר, האָט ער ניט געהאַלטן קיין 
אָרדענונג אין שפּיטאָל, ווייסטן װאָס איז געװאָרן דער סוף ? 

--- װואָס? --- האָט ריימאַן אַ געשריי געטאָן אויסער זיך, 

-- גאָרניט. אויפן פּראָנט האָט ער געכאַפּט אַ קויל אין בויך; האָט 
מען אים אָפּערירט און געפונען אין מאָגן אַן אָפּעראַציע-שעסער. דער 
דאָקטער איז שיר ניט משונע געװאָרן, אַרומזוכנדיק די דאָזיקע וויכטיקע 
בלי. | 
| -- און ביי אונדז איז געווען אַ פאַניטאַר, האָט ער אויך ניט געהאַלטן 
קיין אָרדענונג. ווייסטו װאָס פ'איז געװואָרַן דער סוף? -- איינמאָל האָט 
ער געכאַפּט אַ קויל, האָט מען אים אָפּערירט און מען האָט געפונען ביי 
אים אין בויך... ווייסט װאָס ? 

--- װואָס אַ שטיינער ? | 

-- אַ קראַנקן-שוועסטער אין אַ ווייסן פאַרטוך ... 

שמערקש האָט זיך באַליידיקט; ער מאַכט גאָר חוזק פון מיר ?,.. אַ 
מכה װוועל איך אים דערציילן! --- האָט ער באַשלאָסן אין האַרצן,. ער איז 
אָבער ניט געווען פון די לייט, װאָס האַלטן לאַנג אַ כעס, און דאָס שווייגן 
איז אים אויך שנעל מיאוס געװאָרן : 

--- איך האָב ליב צו דערציילן אַ זאַך אין ארדענונג -- האָט ער 
דערקלערט ריימאַנען -- װואָרים פון גרויס איילעניש קומט קיין גוטס ניט 
אַרױס, אָט האָב איך אַמאָל געלײיענט א ראָמאַן אין , פּאַריזער בלאַט", 
האָט זיך דאָרט יעדן טאָג פאַרענדיקט דער קאַפּיט? בזה חלשון: , און דער 
פאַרקיז שאַטאָפּאָרט האָט אַרומנענומען די נרעפין מאַנשאַטעל, איר דער" 
לאַנגט אַ קוש און געזאָגט;... ,פאַרזעבווג סומטי. א גאַנצע נאַכּט האָב 
איך ניט געקענט צומאַכן קיין אוינן, אַזױ נײַנעריק בין איך געווען צו 
וויסן, װואָס אַזױנכ עס האָט ווייטער פּאַסירט צװוישן זיי. און אויף צו- 
מאָרננס בין איך אַראָפּנעלאָפן באַנינען, האָב געקויפט די צייטונג און 


144 


גיב אַ קוק: דער מאַן, דער גראַף מאַנשאַטעל הייסט עס, איז נאָר אַרײנ- 
נעקומען אין שטוב און דרייט זיך דאָרט אַרום דעם גאַנצן טאָג װי אַ 
| לאַקש!דברעט!... און ווען דער גראַה איז אַװעק, האָט דער געליבטער, 
דער מאַרקין שטאַטאָפאָרט הייסט עס, ארומנענומען די גרעפין מאָנשאַ- 
טעל, איר דערלאַנגט. אַ קוש, אָז זי האָט אַזש ניט געקענט אָפּכאַפּן דעם 
אָטעם, און ער האָט געזאָגט;... ,פּאַרועצונג סומיט"... נו, האָבן זיי ניט 
געדאַרפט אייננעמען אַ מיתה משונה, די גראַפן, מיט די מאַרקיזן מיט 
זייער גאַנצער קאַפּיטאַליסטישער אָרדענוֹנג 1... 

ריימאן האָט דערפילט א שטאַרק רוישן אין די אויערן. אויך דער 
פוס האָט אים אָנגעהויבן וויי טאָן. א רעזיגנירטער האָס ער דערלאננט 
שמערקען די האַנט : 

|--- נו,, גוט, זאָל זיין אויף מאָרנן, וואו טרעפט מען דיך ? 

--- כ'וועל דיך קומען אָפּנעמען אין שפּיטאָל. 


149 | 10 


אַפּשל צװעלף 


אַ רואיקער טאָג אויף כאַראַמא 


בערגמאַן האָט געעפנט די אוינן און אומגעדרייט דעם קאָפּ צוֹ דו. 
ליימענע טרעפּ, װאָס זיינען געווען אױיסגעהאַקט אין באָרְן און האָבן גע- 
פירט אַרױפּצו, צי דער אקאָפּע. אין ,היי?? האָט געהערשט א מאַטע 
טונקלקייט. נאָר דורך דעם אַריינגאַנג האָט אַריינגעשײינט אַ שיטער טאָג- 
ליכט. אַן אומקלאָרע צערודערטקייט האָט געצאַפּלט אין אים, וי די אומ- 
רואיקע. אַנונג, מיט וועלכער ער אין אַ פַּאָר שעה פריער איינגעשלאָפן, 
װאָלט די גאַנצע צייט געווירקט אין זיין אונטער-באַוואוסטזיין. לאַננזאַם 
האָט זי קלאָר אויפגעטויכט אין זיין זינען: ס'איז געווען די שטענדיקע 
נערוועזיטעט ערב אַן אָפּענסיווע. מען האָט זיך געריכט, אַז נאָך היינט 
פאַרטאָג װועט מען אָפּפאָרן צום ברונעטע פּראַנט. און קיין ברשו פון 
אסתר'קען האָט ער נאָך אַלץ ניט באַקומען... דערוויי? איז ער נאָך דאָ. 
ביז מאָרגן. וועט מען שוין בלייבן, און אפשר וועט היינט קומען אַ בריוו... 

אַ וויילע האָט ער אויפגעהאָרכט. אַרום איז געווען רואיק. זיין בליק 
האָט אַרומגעבלאַנדזשעט איבער די פיר שװאַרצע ווענט. איכערן קאָפּ איז 
געהאַנגען אַ ביקס מים אַ גאַרטל קוילן; ביי דער זייט --- עטלעכע האנט- 
גראַנאַטן. רעכטס, אויף אַ פּאַליצקע, אויסגעהאקט אין דער װאַנט, זיינען. 
געלעגן עטלעכע ביכער, צוויי האַלב-אָפּנעברענטע ליכט און פַּאַפּיר מים 
קאָנוועהטן. דער , חייל" האָט זיך געפונען אויף אן אונטערשטן שטאָס, 
טיף איינגעגראָבן, מען האָט אים לאַנג געמייסטרעװועט און אַ סך סאָלדאַטן, / 
װאָס זיינען דאַ דורכגענאַנגען; האָבן אים כסדר פאַרשענערט און פּער- 
פעקציאָנירט, דאָ און דאָרטן האָבן זיך געצייכנט אויפשריפטן, איינגע- 
קריצטע" און געמאָלטע: , בידער מיטן פּאַטיזס:"... זאָל לעבן די פרי- 
הייטוי -- געחתמ'עט: סאַנטשעס, דעם 24'טן אַפריל 1936.. כאאימע 


146 


- איז געפאַלן אי מאַי.. אַנדערע האָבן נאָר פאַראייביקט זייערע געמען און 
מען האָט געקענט איבערלייענען נעמען פון פּאַלאַקן, ליטװינער, יידן, 
פראַנצויזן, איטאַליענער... / | 
זיינע אויגן האָבן געפּינטלט און זיך געקלעפּט. ערשט סיטן גרויען 
אויף פאַרטאָג איז ער אַראָבּ פון זיין נאַכט-װאך ביים קוילנװאַרפער. אַ- 
האַנט האָט נעמאָלט מיט אַ פּענדזל אוי יף א מויער: גידער מיט די תלינים 
פון לוצק! דאַן האָבן אַ שוועב נעטאָן אַנדערע אויסנעקריצטע נעמען: 
ס'איז די װאַנט פון תפיסה-קעמער?! װער אי דאָרט אָלץ געזעסן?. 
באָראָווסקי איז אַרױס און גלייך נאָכדעם באקומען אַכט יאָר... דאַנעבן, 
אויפן ליידיקן שטניק, איז געשלאָפן ריימאן. וואו איז ער?... לעבט ער 
נאָך? - א 
אַן עכאָ פון עטלעכע שאָסן האָט אים אויפגעוועקט פון לייכטן דרימל, 
מען ענדיקט פרישטיקן! נאָך דער קאַװע שיסט פראנציסקאָ עטלעכע מאָל 
אויף דער אנדער זייט. ניינצן יאֶר איז ער אַלט און עס העלפן ניט די 
טענות, אַז ס'איז אַ שאָד די קוילן: ער מוז שטערן די פאַשיסטן באַ זייער 
פארדייאונג!... עד איז אַראָפּנעשפּרונגען פון שעניק און אַ שפּאן געטאָן, 
האַלב-געבויגן, איכער די אוױיסנעהאַקטע טרעפּ. אויבן איז שוין געוען 
העלער טאָג. יי | 
|-- פאַלוד, חברה, פאַראַן עפּעס נייעס פון ברונעטע? | 
--- קאָפּיטש איז אַװעק נאָך דער פּאָסט. אפשר װעט ער ברעננען 
גייעס. די קאַװע ווערט קאַלט! . | | 
;אפשר װועט ער ברענגען א בריוו? --- האָט בערגמאַן אַ קלער נע- 
מאָן, שפאנענדיק דורך דער אַקאָפּע. דער גראָבן איז געווען טיףּ. ‏ איבער. 
דער אַנטקעגנדיקער װאַנט האָט זיך נגעהױבן אַ ואֵל פון זאַמד-זעק. 
לעגגאויס זיינען דאָרט געשטאנען באַװאַפנטע פּאָסטנס און אַרױסגעקוסט 
דורך די אויסשפּיר-לעכער. יעדע פֹּאַר צענדליק מעטער איז אַ קױלטװואַרפער 
געשטאַנען צװישן אויסגעמויערטע ווענטלער. בערגמאן האָט א שפּריין 
געטאָן צוֹם זײניקן: 
-- געשאָסן? 
--- ניין,. דער פרימאָרגן איז אַריפער רואיק. 
מיט אַ זייטיקן טונעל איז ער אַריבער אין אַ הינטערשטער אֶקאָפַּע, 
אין די אויבערשטע , היילן" פון דער פאָדערשטער װאַנט זיינען געלעגן 
חברה, גרופּקעסװײיז, געשמועסט אָדער נעשפּילט אין קאָרטן. אויסגעצויגן 
אויפן בויך האָבן עטלעכע געלייענט א בוך, אָדער געדרימלט. אַנדערע 


147 


האָבן געשריבן בריוו, די בוינעלעך פּאַפּיר אויף די קני. ער האָט געסענט 
אַיעדן פון זיי: אָט איזן דער יונגער סלאַװאָק, װאָס האָט געארבעט אַלס 
שוסטער אין קאַנאַדע: ער האָט ליב געהאָט צו דערציילן וועגן די שווערי- 
קייטן ביים אָרגאַניזירן די אָפּנעשטאַנענע עמיגראנטן, װאָס קומען, 
אויסגעהונגערטע, קיין אַמעריקע; דער בולגאַר, װאָס האָט אַזיפיל מאָל 
איבערגעחזרט די זעלבע געשיכטע, וי ער האָט גלייך נאָכן אַרױסגיין פון 
תמיסה זיך געלאָזט אין וועג קיין שפּאַניע און די גאַנצע צייט געהאַלטן 
אין איין ציטערן, טאָמער קומט ער צו שפּעט... דער פּוילישער קוילנגרעבער 
סטאַך, װאָס האָט ביי יעדער געלעגנהייט פּאַרזיכערט מיט שטאָלץ, אַז דאָס 
זיינען זיינע חברים פון פראנקרייך נעקומען אַהערצו אין דער גרעסטער 
אין פעס? איז געווען ווייניס װואַסער, ער האָט איינגענעצט די הענט 
או} זיך: א וויש געטאָן איבערן פּנים. , די אַמעריקאַנער, ‏ אונטן,, ואַשן 
יעדן טאָג די ציין און ראַזירן זיך אין דער טראנשיי" --- האָט ער אַ קלער 
נעטאָן שפּעטער, בעת ער האָט, אָנגעשפּאַרט מיט דער פּלייצע אויף דער 
װאַנט; געטרונקען זיין קאַלט-געװאָרענע קאַווע. דערנאָך איז ער אַװעק צו 
זיין קוילנווארפער, 

וי זיין שטייגער, האָט ער אים באַטהאכט פון אלֶע זייטן, זיך פּאַר- 
' זיכערט, אַז ער שטייט פעסט, אויספּרובירט דאָס צינג? און צילנדיק צו. 
די לעכער פון קעגנאיבער, אַרױסנעלאָזט אַ לאנגן קנאל, אַלץ איז (געווען 
אין אָרדענונג. 
פאיצט איז ער נעשטאנען פיר שעח און אַרױסגעקוקסט צום. פעד, זינט 
דריי חדשים איז עס געווען זיין טאָגיטענלעך לעבן. א קנאפּע הונדערט ‏ 
מעטער ‏ ווייטער האָט זיך געהויבן די פאַשיסטישע ליניע. זייער טראנשיי 
האָט זיך געצויגן איבער א שיפּוֹע און מען האָט נאָר געזען די אויבער- 


שטע זאַמד-זעקלעך. ער. האָט געשפּירט די אויגן, װאָס האָבן דאָרט / 


געלויערט דורך די לעכער פון װאַל. ער האָט געקענט יעדעס וינקעלע, 
יעדן קוסט, װאָס אויפן ענגן קיינעמס-לאנד. הינטער יענעם שטיין האָט 
ער באַנדאַזשירט ריימאַנען דעם פוס... עטלעכע בוימעלעך האָבן זיך 
געהויבן, אַרומגעפליקטע, און זייערע איבערנעבליבענע. בלעטער זיינען 
געווען דורכגעלעכערט פון קוילן. מען האָט געזען גריבער פון נראַנאטן און 
סמנים פון שרים --- ביינאַכט האָבן דאָ געפּויזעט ,פּאַטרולקעס", -װאָס 
האָבן זיך דערנענטערט אין דער פינצטער צום שונא'ס אַקאָפּע. א שאָס 
פון אַ ביקס, דאַנעבן, האָט איבערגעריסן די שטיפקײט. / 


148 


--- פראַנציסקאָ, וויפ? מאָל דארף מען דיר זאָגן, דו זאָלסט נישט 
אַרויסשטעקן דעם קאָפּ! -- האָט ער אַ געשריי געטאָן צום יונגן שפּאַניער, 
וועלכער האָט אויף צו ?הכעיס אַלֶּע כללים פון דער סטראַטעגיע נים גע" 
שאָסן דורך די לעכער, נאָר דווקא איבערן װאָל. - 


= --- מיר'ן היינט לערנען? -- האָט פראנציסקא זיך דערנענטערט מיט 
אַ שמייכפֿ אין די שװאַרצע אויגן, 
-- יאָ, גלייך נאָך דער {װואַך". האָסט נעמאַכט די לעקציעס? 


--- שיסן איז לייכטער, וי שרייבן -- האָט געמיינט פראַנציסקאָ --- 
אָט נייט קאָפּיטש מיט דער פּאָסט! --- פאַר מיר האָט ער זיכער גאָרניט 


די מייניקע קענען ניט שרייב|:. 


דער עולם האָט אַרומגעריננלט דעם פּאָסט-טרעגער, װאָס איז אָנגע- 
קומען פון הינטן, פון באַטאַליאָנס-ישטאב. 

--- פּאַראַן עפעס פאַר מיר? 

--- האָסט אַ בריוו פאַר מיר? | 

|--- סאַראָקא, פאַר דיר אַ בריוו פון פּױלן!... און פאַר דיר פון פראנק" 
רייך... --- האָט קאָפּיטש דערקאָנט די לענדער לויט די מאַרקעם. 


דער עולם האָט שנעל אויפנעריסן די קאָנװערטן און זיך פאַרטיפט 
אין לייענען. די קליינינקע, אָנגעװאָרפענע אותיות'לעך זיינען פאַרװאַנדלט 
געװאָרן אין באַקאַנטע פּנימער פון טאַטע-מאַמע, ברידער, חברים. רי 
אַנדערע האָבן געקוקט מיט קנאה דער בריוודטרענער האָט אַ שפּאן געמאָן 
צום קױילנװאַרפער: 


-- אַ בריוו פאַר דיר! - 
--- װאָס הֶערט. מען װעגן דער אפענסיווע? --- האָט | בערגמאַן 
געװאָרפן אַן אומדואיקן בליק אויפן אַדרעס. 

-ה ברונעטע איז אינגאַנצן אין אונדזערע הענט. אונדזערע בריגאַדעש 
מאַרשירן אויף װױילאַנועװאַ.. 


== הורדאַ! --- האָט אויסגעשריען דער עוֹלם און אופנעהויבן דעם 
קאָפּ פון די בייגעלעך פּאַפּיר. | יי 
,א שפּאַנישע מאַרקע"! --- האָט בערגמאן באַטראכט דעם קאַטװערט 


--- אפשר האָט זי געשריבן אויף עמיצנס אַן אַדרעס. קוקנדיק מיט אין 
אויג אויפן פעלד, האָט ער געעפנט דעם בריוו און אַדורבגעלאָפן די פּאָר 
שורות. - / ט 


149 


טייערער בערגמא), 
איך בין אע מאַדריד, אין ,אָלימפֿיאַ /שפּיטאָליי אט גײ שון 
אַראָפ פון בעט. דער ראָקְטער מײנט, אַז גין א פופבן טעג 
אַרום װעל איך זיר סענען אוסקערו אי דער ,ליגיע". האָב דאָ 
געטראָבּן שמערקען. ער װײסט אֵן א שיערר נײעס פט די בט- 
|סאַנטע חברח, אָבער פרשט װאָרגן טעט ער מיר דערצײלן. איך 
װעל דיר אַלץ איבערגעבן, װען איך וועל צוריסקומען. גרים די 
חברה. 
סאַלור. רײמאַן. 
9 ס, אויב. ר װעסט זײן בי די ,אַמעריקאַגער", פאַרגעס 
ביט אָפּבוגעבן 8 גרוס בענען. 
אַ זיינער עלֶף האָבן די קוכערס געבראכט די קעסלען. דער עולם, מיט 
טעלער אין די הענט, האָט זיי אַרומנער ינגלט, און דאַן זיך צעזעצט 
גרופּעסוייז אויף דער ערד. ביים עסן האָט קאָפּיטש זיך אַרויסגעכאפּט 
מיט דער נייעס: 
--- לוינ, וי ער האָט געהעֶרְט אין די הינטערקוליסן פון. שטאב, 
װועט מען מסתמא היינט ביינאכט זיך לאָזן אין װעג. די שאָפּערן האָבן 
דערציילט, אַז מען האָט זיי באַפוילן צו קאַנטראָלירן די קאַמיאָנען און 
די קליינע. װאָננס פון שטאב... 
איצט. הא מען גערערט גאָר וועגן ברונעטע. דיי גערוועזיטעט פון 
ערב אַ שטורעם האָט אַרומנעכאפּט די געמיטער. גלייך נאָכן עסן האָט ‏ 
דער עולם. אױיסגעפּאַקט די רוק"זעק און זיך גענומען איינייען קנעפּלעך, 
עדער שרייבן בריוו. פדאנציסקא האָט נים געהאַלטן פוֹן די דאָזיקע 
:1 רבעטן; | 0 
מיר'ן לֶערנען? --- ! האָט ער אויפגעזוכט בערנמאַנען. 
-- באַלד! 
ער האָט גראַדע געשריב! צו אַ חבר אין פּאַריז, ער זאָל זאָרגן פאַר 
זיין פרוי. דאַן האָט ער אָנגעשריבן א פַּאַר ווערטער צו אסתריקען גופא. 
דיימאַן זאָגט, אַז דער האָטעל, וואו זי וואוינט, חייסט , דער האָטעל, װאָס 
עקזיסטירט גיט?-- האָט ער זיך דערמאַנט, שרייבנדיק דעם אַררעס. 
איצט האָט ער זיך געזעצט לעבן פראנציסקאָן: 
 ,12 --‏ דערלאנג! יי | | 
יענער האָט. ארױיסגעצוינן א בוך פון קעשעגע און זיך גענומען 
{ בוכשטאַבירן;. יו י 7 יי 


150 


;{מאַ------מאַד ... -מאַדרע!.. ;פּאַ... פּאָדרע! --- האָט.-עה: אויף-+ אויס- 
װוייניק געטראָפן דעם סוף פון צווייט} װאָרטן --- איך לייען ישוין - ניט. 
שלעכט, אמת? . | ; 6 ײטש א ים א ע, - = 

-- שִׁיסן קענסטו יבעסער! יי יי א יט 
-- אַז מעיט אויסשיסן אַפֿע פאַשיסטן, יוועט. מען -גריצרן ישולעס"אין 
אַלע דערפער, אוּן אַלע װעלן קענען לייענען, אמת? | 
|--- מיר װעלן עס היינט מאכן קורץ -- האָט בערגמאַן איבערגעריסן. 
: א וויילע שפּעטער --- איך בין עפּעס אומגעדולדיק.. י- 
{ -- האָסט באַקומען אַ בריוו פון דיין פרוי? זי קען גוט שׂרייבן?. | 
--- זי קען. אָבער דער בריוו איז געווען פון לאנגן ריימאן;.. ווילסט 
זיך אַר יבערכאַפּן מיט מיר צו די אַמעריקאַנער? יו 
|--- אויב מע'ט נאָר קריגן אַ דערלויבעניש. 
דער סערזשאנט האָט זיי דערלויבט: : | 
-- אָבער איר זאָלט זיך ניט זאַמען! -- האָט ער געקוקט צו דער זייט 
פון שטאב -- יעדע מינוט קען אנקוּמען נייעם... 
זיי זיינען אַוועק מיט דער נעשלענגלטער אַקאָפּע. ערטערווייז איז דער 
גראָבן אַרויפגעשטיגן און מען האָט דאָרט געמוזט קריכן איינגעבויג 
צוערשט האָבן זיי דורכגעשפּאַנט דעם אָפּשניט פון שפּאַנישן באַטאַליאָן . 
וואו פראנציסקא האָט זיך פאַרהאַלטן לעבן באַקאַנטע. דאַן זיינען זי 
געגאַנגען צװישן די ענגלענדער, װאָס האָבן אויסגעבויט טיפע ,היילן" 
און דאָרט אַריינגעשטעלט גראַמאָפאַנען. בעת דער פאַרנאַכטיקער שיסעריי. 
| פלעגן זיי הערן פאָקסטראָטן. אויך איצט האָבן עטלעכע געהערט מוזיק. 
ביים סוף פון זייער אָפּשניט איז נגעהאננען, צונעקלאַפּט צו דער פאָדערי 
שטער װאַנט, אַ.גרויס בילד פון קאַר? מאַרקס. איצט זיינען זיי אַריבער צו 
די אַמעריקאַנער, | י | | 
בערגמאַן האָט דערפילט א טיפע אויפרענונג. יעדעס מאָל, בעת אזאַ 
שפּאַציר דורך די ליניעס, איז ער באַהערשט געװאָרן פון אַ פייערלעך 
געפיל: פאָרשטייער פון דער גאַנצער וועלט זיינען דאָ. געקומען קעמפן 
פאַר פרייהייט און גערעכטיקייט און עד גופא איז איינער פון זיי. ער אי . 
געווען אַ קינד פון אָרימע בעלי-מלאכות און געוואוינט אין באָד-גאַס, 
| אויפן באַרג-אַראָפּ פון שטעטל, זייער פרי האָט מען אים אָפּנענומען פון 
חדר און אָפּנעגעבן צו אַ בע?-מלאכח אויף א זמן. ער האָט זיך געפילט 
שפל'דיק לגבי די בעלי-בתישע קינדער, װאָס זיינען געפּאָרן אין די גרוים- 
שטעטישע ישיבות און גימנאַזיעס. און מיטאַמאָל האָט אַן אַרבעטער פון 


151 


רער פרעמדם אַראָפּגעבראכט די ,נייע אידייען", װאָס זיינען אויםגעגאנ- 
גען, וי א זון, אין זיין מוח, פּלוצלונג האָט ער דערפילט, אַז ער געהערט 
צוֹ די זאַלצן פון דער ערד. דאַן זיינען געקומען די יאָרן פון. אומלעגאַלער 
ארבעם און פון די תפיסות, װאָס זיינען געװאָרן זיינע אוניווערזיטעטן. 
און איצט איז ער אין דער ערשטער ליניע... א | 
| צו די אַמעריקאַגער האָט אים דאָס. ערשטע פאָל אַװעקגעפירט 
ריימאַן. דער לאנגער סטודענט האָט שטענדיק עפּעס געלערנט און אויך רא 
האָס ער אויסנענוצט די געלעגנהייט צוֹ פאַרבעסערן זיין ענגלישן אַק- 

| צענט. פאַר איין װעג האָט ער אויסנעליען ביכער . ביי די חברה פון 
לינקאָלן-באַטאַליאָן " און אויסנעפרעגט בעניען וועגן לעבן מעבר-לים. - 

די אַמעריקאַנער אַקאָפּע האָט זיך געצוינן אויפן ראַנד פון אַ געשיצטן 
שיפּוע און אין פרייער צייט האָבן די חברח זיך דאָרט צעלייגט און זיך 
געװאַרימט אויף דער זון. זיי האָבן דערקאַנט בערגמאַנען און אַ סך האָבן 
אים צוגערופן - // יי | יו 

-- שלום עליכם! װאָס מאכט אַ ייד? / י- 

-- גוד באַי! ----האָט ער געענטפערט מיטן איינציקן ענגלישן װאָרט, 
יאָס ער האָט געקענט. וואוילע חברה, די אַמעריקאַנער. זיי שרייען תמיד 
אַרױס. די פּאָר יירישע ווערטער, װאָס זיי קענען. ניט װי די יידישע 
מיליציאָנערן פון דייטשן באַטאַליאָן... 0 | יי 

-- ריימאַן שיקט דיר אַ גרוס --- האָט ער זיך צונעזעצט צו בעניען / 
אונטער.א בוים; / ייו + ' יו | | 

--- וואָס מאכט ער? , 

די ער שרייבט, אַז ער װעט דאָרט פאַרזאמען א פופצן טעג. 

-- אַן אינטעליגענטער בֹאִי, דער ריימאַן! י 

-- ער פלענט זאָגן, אַז איער ברינאַדע טראָגט ניט דעם ריכטיסן 
נאָמען: זי װאָלט געדאַרפט הייסן , אַברהם אֲביֹנוֹ" אנשטאָט , אַברהם 
לינקאָלן ?., | | | 


| -- גודיאָ, פאראַן בא אונדז אַ סך יידן, אָבער פֿאַראן אויך אַנדערע. 
אַפֿילו א מאַן פון האָנאָלופן איז געקומען מיט אונדז. און אונדזער קוכער, 
געלסאָן, איז גאָר א יאפּאַנער, - 

! -- די הויפּט-גאַסן פון נִיריאָרְק זיינען בראָנקס און בראַנװויל 
אמת? -- האָט אויך בערגמאַן געװאָלט עפּעס לערנען. 
-- װאָס פּאַלט דיר איין? -- האָט בען געשמייכלט. 


55 


--- איך האָב אַ מומע אין אַמעריקע, וואוינט זי אין בראַנקס. און 
וועלכן , באִי?" איך זאָל דאָ ניט פרעגן, וואו ער וואוינט, ענטפערט ער אָדער 
בראַנקס, אָדער בראַנזוויל, 
פון טאָל איז אַרויפגעשטיגן אַ ,באִי?" מיט אַ באנדאזשירטן אָרִים. 
בען האָט אים אַ רוף געטאָן: 
--- העללאָו, דזשעק! װאָס הערט זיך? 
--- מען פארט ווארשיינלעך מאָרגן. 
--ז. באמת? 
--י אַפּילן דער שפּיטאָל גרייט זיך. רות פארט אויך מיט. 
--- רות?... טאָ, פארװאָס איז דזשאָן אַזױי טרויעריק? 
--- ער איז שוין פון לאַנג טרויעריק. דאכט זיך, אַז יס'איז גאָרניט 
צווישן זיי, | 
--- ער האָט זי דאָך אַראָפּגעבראכט אַהערצו ? יי 
-- זיגט זי איז געקומען, גייט ער אַרום אן א קאָפּ. מען זאָגט, 
אַז זי האָט גאָר. אַ בחור אויפן פראָנט.., - | 
--- שטעק זיד פאָר; אַבי איך האָב אים געפרעגט, צי ער נעמט זי 
מיט קיין אַמעריקע,. : יה ןב יי 
בערגמאַן האָט ניט פאַרשטאנען דעם שמועס, װאָס איו געפירט 
געװאָרן אין ענגליש. נאָר דער נאָמען רות איז אים פאָרנעקומען באַקאנט. 
ער האָט אָנגעשטרעננט דעם זכרון; וואו האָט ער געהערט דעם דאָזיקן 
נאָמען? | ו - | 
-- רות איז אַ קראנקן-שוועסטער? --- האָט ער אַ פרעג געטאָן ‏ בענ'ען, 
-- יאָ. דו קאָגסט זי? | 
--- אױיך ווייס ניט. דאַכט זיך, אַז עמיצער האָט מיך אַמאָל { געפרענט 
אויף אַ קראנקן -שוועסטער רות. אָבער איך קען זיך ניט דערמאָנען, ווער 
און וואו, 
ווען ער האָט זיך אומגעקערט צום באַטאַליאָן, - איז שוין געווען טונסל, 
װי געוויינלעך אין ביןדהשמשות, האָט אָפּגעהילכט אַ שיסעריי פון ביידע 
זייטן. עס זיינען געפאַלן גראַנאַטן און עטלעכע מאָל האָבן זיי געמוזט 
שטיין בלייבן און זיך צודריקן צוֹ דער װאַנט. דאַן האָבן זיך צעשריען דרי 
הויך-ריידער: ‏ / י | 
,חברים, פּויערים און אָרבעטער, דרייט אויס דאָס - געווער, - קעגן 
אייערע אַפיצירן, װאָס. ווילן אייך פאַרשקלאפן... יי 
| - פון קעגנאיבער האָט מען פאַרשטארקט די שיסעריי, װאָס האָט פאר". 
הילכט די ווערטער. (וק. 
18 


קאַפּיטל דרייצן 


טמערקע דערציילט באריכות, װי אַזױ זיסקינד איז ניט געװאָרן 
| לרײו 7אװאַלעריסמ 


--- איצט פארשטייסטו? די גאַנצע טראַנעדיע האָט זיך אָנגעהויבן 
דערפון, װאָס זי האָט זיך פאַרליבט... 

--- ווער? רות? 

--- יאָ, רות האָט זיך טאַקע פאַרליבט. אין דזשאַנען. אָבער איך רייך 
דאָך דיר אַצינד פון פעפּיטא'ן... 

-- און פּעפּיטא האָט זיך פאַרליבט אין שמעונען? 

-- דו פֿאַרבייסט שוין אינגאנצן די יוצדות! --- איז שמערקע געװאָרן 
פאַרצווייפסט, : | ר יי | 

-- זי אויך אין דזשאַנען? -- האָט ריימאן פּרובירט טרעפן. 

--ז אלש אין דזשאָנען? און וואו בין איך דאָ אויף דער וועלט? / 

| -- דו אויך אינמיטן? איך זע שוין, אַז ס'איז דאָרט אװיסגעבראָכן 

ביי אייך. די אמת'ע מנפה!... | | 

זיי זיינען געפאָרן צו די שפּייזדלאַגערן פון דער צענטראַלער אַרמיי, 
דער וועג איז געווען אַ לאַנגער און מען האָט זיך אָפּט געמוזט אָפּשטעלן 
צוליב דעם געדיכטן שטראָם פון קאַמיאַנען און כלי-זין. שמערקע האָט זיך 
ניט געאיילט און אָנגעהויבן ווידער אַמאָל פון אָנהויב --- פון דער געשיב- 
טע מיט פּעפּיטאַ'ן -- און ווען זיי האָבן זיך דערנענטערט צו די סקלאדן 
פון דער אינטענדענץ, האָט ער געהאַלטן ביים פאַרענדיקן די טראַגעדיע 
שמעון-רות: 

--- און אַזוי זיינען מיד ביידע אָנגעקומען קיין אַלבאַסעטע. דעם. 
גאַנצן װעג האָט. ער קיין װאָרט ניט אַרוסגעבראכט פון מויל. 

--- פונקט אין יענעם פּרימאָרגן בין איך אָפּגעפאָרן פון דאָרטן אויפן 
אַראַנאָן. און דאן? | | 


154 


--- דאַן בין איך אַװעק צו די פּראַנצויזן און ער האָט געװאַרט אויף 
אַ טראנפפּאָרט צו דער סלאַװישער בריגאַדע. | 
-- אָבער ער איז ניט געקומען צו אונדז. 
--- איך ווייס. ב'האָב אים נאָך שפּעטער איין מאָל געטראָפן אין 
מאַדריד. ער איז דאָ געווען אויף א קורצן אורלויב. | 
--- האָסט געשמועסט מיט אים? 
---- יאָ. מיר זיינען אַריין אין אַ קאַפּע און געטרונקען אַ ווערמוט. 
-- װאָס האָט ער געזאגט) | ו' 
--- נַאָרנִיט. ער האָט געטדונקען און נעשוויגן. דאַן האָט ער לאנג 
באַטראַבט זיינע פים און געזאָגט: 
--- ווייסט, כ'װאָלט נאָר באדאַרפט אָפּוצן די שיך! 
--- דאָרט שטייט אַ שיך-פוצער -- האָב איך איך אים אָנגעוויזן. 
--- כ'שעם זיך אים צורופן --- האָט ער געשמייכלט -- א גאַנץ לעבן 
האב איך אַליין געפּוצט מיינע שיך. ‏ - | 
-- ער לעבט דאָך דעדפון! -- האָב איך אים געגעבן צו פארשטיין, 
און האָב צוגערופן דעם מאַן. ווען יענער האָט פאַרענדיקט, האָט שמעון 
אַרײיננעשטעקט די האַנט אין קעשענע, אַרױסגעשלעפּט אַ הויפן פּאַפּיר- 
געלט און אים דערלאנגט. | 
--- ביסט מסתמא לאנג געוען אויפן פראַנט און ס'האָט זיך 
אָנגעזאַמלט? --- האָב איך באַמערקט --- אָבער, פאַהװאָס ווארפסטו מיטן 
געלט? | . | 
--- צו װאָס דאַרה איך עס האָבן? -- האָט ער געענטפערט -- 
איבערמאָרנן גיי איך צוריק. כ'האָב געװאָלט שיקן אַהײם, אָבער מען קען 
נישט.. / | 0 
--- ער האָט ניט געזאָנט אין וועלכער בריגאַרע ער איז? -- האָט 
געפרעגט ריימאַן. יי 
|-- גיין, אָבער כ'האָב זיך אַליין אָנגעשטויסן. אויף יענער זייט" 
איז אונדזער געלט גאָרניט ווערט. 
-דיך. 158 4,, : | | 
| --- פּתח-שין; שא!... ער איז אַוודאי ביי ברונעטע! | 
זיי זיינען דורכנעפאָרן א גרויסן טויער און זיך אָפּנעשטעלט אין אַ 
הויף. - | | 
--- זעסט, -- האָט שמערקע אָנגעוויזן אויף די אָפּענע שפּייכלער 
אָרום --- פונדאַנען צעפירט מען דאָס עסן אויפן נאנצן צענטראלן פּראַנט. 


158 


איך קוּם כמעט יעדן טאָג אַהער. תחילת האָבן זיי מיך געװאָלט אַװעקזעצן 
יביים טעלעפאָן פון שטאב. אָבעֹר װאָס פֿאַר אַ טעם האָט שוין אַ טעלעפאַ- 
ניסט מיט איין האנט? הי 

ער איז אַריין אין אַ ביוראַ און זיך געדונגען מיט אַ באאמטן וועגן אַ 
צוגאָב-שׂיין אויה הונדערט קילא פלייש. ריימאן האָט דערווייל געװאָרפן 
אַ בליק אין די סקלאַדן און באַטראכט די פּיראַמידן פון סאַרדינען-פושקעס 
און קאַנפערון, װאָס האָבן זיך דאָרט געטורעמט, און די לאַנגע וואודשטן 
און שינקעס, װאָס זיינען אַראָפּגעהאנגען פון די באלקנס. 

--- פיינע שיגקעס, װאָס? -- װאָט שמערקע אַ רייד געטאָן הינטער 
זיין פּלייצע -- פון היימישע הזירים!...זיי קומען אַזש פון פֿױפֿן, ‏ 
- =-- פון פּוילןף ' | | 

-- געשעפט, ברודערקע, איז געשעפט! |אויף פּוערטאַ דעל סאָל 
פאַלן באָמבעס. פון דער מאַרקע ,װאַרשע", אָבער די דאָרטיקע סוחרים 
פאַרקויפן גלייכצייטיק פלייש. צו דער רעפּובליק. הי 

ערשט פאַרנאכט, ווען שמערקע האָט שוין געהאם אַלץ איינגעקױפֿט, 
און זיי האָבן בנעימותדיק שפּאַצירט אויף דער לאננער אַלקאַלא-גאַס; 
האָט ריימאַן אַ פרעג געטאָן: הי 

--- פאַהװאָס האָט מען אים געװאָלט אַרעסטירן? 

-- ס'איז א לאַנגע געשיכטע! 

-- לאָמיר הערן.. - | | 

שמערקע האָט זיך אַ קראץ געטאָן אין קאָפּ אוז זִיך א וויילע מיישר 
געווען, פונװואַנען ער זאָל אָנהויבן:  |‏ 

--- ביי מאַנטאָראַ איז זיסקינד ניט דערטרונקען געװאָרן,.. 

ריימאַן האָט געמוזט אויסהערן, וי זיסקינד איז אריבערגעלאָפן די 

בריק. וי די ברינאַדע איז געגאַנגען אויף אורלויב און, װי יענער / האט 
כסדר געביטן זיינע אַמטן: פריער אין טראנספּאָרט, נאָכדעם אִין דער 
אינטענדענץ און שפּעטער אין דער רעדאקציע פון דער ברינאדע-צייטונג : 

-- ער קען דאָך ניט קיין פראנצויזיש? י 

--- שפּילט א ראָליע ביי זיסקינדן! ער װעט דיך אַרױסגעבן א צייטונג 
אויף כינעזיש, אַז קיין געבוירענער מאַנדאַרין וועם ניט פאַרשטיין קיין 
וואָרט!,,, אַבער דאָס זיינען אַלץ געווען זייטיקע אַרבעטן. בעיקר האָט עך. 
געטרוימט וועגן אריינגיין אַרבעטן אין , צווייטן ביוראָ". : 

-- ואוו ער אַרבעט אַצינד? | יי 


,16 





--- ניין, פון אַזאַ מדרגה האָט ער נאָך דעמאָלט ניט געחלומט. ער. 
האָט נאָר געװאָלט אַריינטרעטן אין , צווייטן ביורא" פון דער בריגאַדע, 
װאָס פאַרנעמט זיך דאָרט מיטן קאָנטראָל פון די סאַלדאטן, קאָנטרי 
שפּיאָנאַזש און אַזױ ווייטער. 
- ---- איך נעדענק, אַז מען האָט אים ניט געװואלט אַריינעמען! 

-- אָבער שפּעטער האָט זיך געמאַכט אַ געלעגנהייט. נאָכדעם זי 
ער האָט אָפּגעאַרבעט עטלעכע װאָכן אין דער רעדאַקציע פון דער צייטונג, 
האָט ער, אַזױ צו זאָגן, דעמיסיאָנירט צוליב. חילוקי-דעות מיטן שעף 
רעדאַקטאָר. אויף זיין מז? האָט מען זיך פּונקט דאַן געכאפּט, אַז אין דער 
,אינטענדענץ" גייט ניט אַלץ שוה בשוה. דער שעף פֿון , קאָנטראָל? האָט 
ניט געקענט דערגיין קיין טאָלק אין דער בוכהאַלטעריע פון דער אינטענ- 
דענץ און אויך ניט געהאַט קיין שום באַװייזן. ער האָט דעריבער געזוכט 
אַ פיפיקן יאָט, װאָס זאָל דאָרט אַריינשמעקן. 

--- און זיסקינד האָט עפּעס אױיפגעטאָן? | 

-- אַווהאי האָט ער אױיפגעטאָן! ער האָט נאָך צופיל אױיפגעטאָן!.. 
אין אַ וואָך אַדום איז ער געקומען מיט באַזוייזן אויף דער האַנט, אַז דער 
קאַפּיטאַן פון דער אינטענדענץ פאַרשװענדעט זינט אַ לענגערע צייט גרויסע 
סומעס נעלט, װואָס קענען שטאמען נאָר פון דער קאַסע. דו שטעלסט זיך. 
פאָר זיין שמחה? 

-- יעדע אַרבעט פאָדערט אירע ספּעציעלע מענטשן -- האָט באַ- 
מערקט ריימאַן -- די דאָזיקע מלאכה דאַרף דאָך אויך נעמאַכט ווערן, און 
אפשר טויגן זיך דערצו' אמבעסטן אַזעלכע, וי ער... 

-- אַמבעסטן װעט זיין, אַז דו וועסט אַ וויילע שווייגן און מיך ‏ 
אויסהערן ביזן סוֹף!... איז ער, הייסט עס, געווען צופרידן מיט זיין ערשטן' 
,גאַסטראָ?, װוי מען רופט עס ביי אונדז צװוישן אַרטיסטן און גנבים. 
אָבער לֿאַנג האָט ער זיך מיטן דערפאָלג ניט צופרידנגעשטעלט: װאָרַים, 
וואָס האָט ער דאָ אַזױנס אויפנעטאָן? מאַלע, װאָס איינער גנב 'עט נעלט?... 
העכסטנס װאָלט מען אום. דערפאר נאָמינירט פאַר אַ סערזשאַנט. איז ער 
אָבער שוין פון פריער' געווען אַ סערזשאנט.., 

װאָס טוט זיסקינד? -- ער האָט גענומען און צונעטשעפּעט דעם 
באשולדיקטן אַ נאַנצע ספּראַװע: אַז ער האָט אַלטע, פּאָליטישע חטאים 
אויף זיין חשבון, אז דאָס געלט האָט ער גענומען ניט צוליב פאַרנעניגן, 
נאָר כדי צו סאַבאָטירן די באַשפֿייזונג פון דער. ברינאַדע, און אַזן ער 
שטייט אין פאַרבינדונג מיט אַנדערע, זייער פארדעכטיסטע עלעמענטן, 


187 


1 


װאָס מען וועט אם ירצח השם אינגיכן אויפדעקן... בקיצור, װאָס זאָל איף . 
דיר זאָגן: מיט זיין איין-און-איינציקן קאָפּ װאָלט דער קאַפּיטאן ניט 
געקענט באַצאָלן פאַר די אַלֶע חטאים". יי יי 
--- אַזױ ווייט איז ער דערגאַנגען? --- האָט ריימאַן קוים געװאָלט 
גלויבן. | | 0 
--- דו רעדפט, וי אַ קינד! ס'איז דאָך עפּעס קריג! קנאפּ מענטשן 
פאַלן? און אַז איינער ווי? זיך אַרױפאַרבעטן... װאָס דאַרפסטו האָבן אַ 
ך? -- איז שמערקע פּלוצלונג אַריינגעפאָרן מיט אַ שפּאָגפ:נײער געשיב- 
טע --- יפל האָט געפעלט, אז מען זאָל מיך דערשיסן?... 
--- אָבער, װאָס איז געװאָרן מיטן קאַפּיטאַן? -- האָט זיך ריימאַן 
ניט געלאָזט אַראָפּמירן פון ועג. . 





--- מיט וועלכן קאַפּיטאַן?... א8, יאָ, מען האָט אים, הייסט עם, שיר 
שיר ניט אַװעקגעשאָסן. ער האָט אָבער געהאַט גוטע פריינט פון אַמאָל און 
יענע האָבן באַװיזן מיט אותות ומופתים, אַז ער איז גאָר גאָט די נשמה 
שולדיק. געלט האָט ער טאַקע נענומען, אָבער געלט איז דאָך א קלעפּיקע 
זאַך, בפרט, אז אויפן פראָנט איז שווער צו פירן ביכער און האַלטן 
בוכהאַלטאָרן מיט קאַנטראָלאָרן מיט די פאַרשיידענע שלעק... וי זאַנט 
מיין קאַפּיטאן: , אַז מען נייט קאַנטראָלירן די רעכענונגען פון אן אינטענ- 
דענץ, ‏ דאַרף מען, ראשית כל, איינזעצן דעם שעף אויף זעקס מאָנאַטן 
--- דאָס קומט אים אַוודאי! --- אוֹן ערשט דאַן עפענען די רעכענוננען 
און זען, וויפל אים קומט נאָך., " ! | 


,בקיצור, דעם קאַפּיטאַן האָט מען דעגראַדירט און ער האָט נאָך 
| באַקומען , דריי חדשים? אַלס צולייג. דאַן איז ער אַװעק אין דער ,דים- 
ציפּלין-קאַמפּאַניע" און זיך געשלאָנן אויפן פראָנט, וי אַ לייב. און היינט 
האָט ער שוין צוריק זיינע בענדלעך". 

-- אוֹן זיטקינד? ער האָט דאָך אויך צוויי בענדלעך? 

-- אָט דאָס ניי איך דיר דאָך טאַקע דערציילן. נאָך דער געשיכטע 
מיטן קאַפּיטאַן האָט ער אָנגעװאָרן די געדולד, ער איז אַװעק צום קאַלאָנעל 
דיבואַ -- דער איצטיקער קאָמאנדאנט פון אַונדזער בריגאַדע -- און 
זיך באַקלאָנט, הלמאַי, ער איז געבליבן אַן איינפאַכער סערזשאנט, הנם ער 
ער האָט אַזויפיל פּאַרדינסטן, בעת אַנדערע טויגעניכטסן זיינען פאַר. דער 
צייס נאָמינירט געװאָרן אַלס לייטענאַנטן, אָדער אַפּילו קאַפּיטאַנען. 





158 


-- די מענטשן. פאַרנעמען ניט באַ אונדז זייער ריכטיקן פּלאץ! -- 
האָט ער פאַרענדיקט, | 

,דער קאלאַנעל דיבוא האָט שוין פון לאנג געהערט פון זיסקינדן און 
געוואוסט, אַז ער פויפט אַרום פון איין אַרבעט צו דער צווייטער. איצט 
איז ער באַזונדערס געווען אױפּנעבראַכט אויף אים צוליב דער קאַשע, 
װאָס ער האָט פאַרקאָכט מיט דעם קאַפּיטאַן. װאָרים דער שטאב האָט שוין 
דערווייל געהאַט אַוװועקגעשיקט א באַריכט אין דער דיוויזיע װעגן דער 
אויפדעקונג פון דער פאַרשווערונג, און צום סוף האָט זיך פון נאַנצן עגין 
אױסגעלאָזן אַ בוידים... דו דאַרפסט וויסן, אַז אונדזער קאָלאָנעל האָט 
שונאים אין דער , דיוויזיע", װאָס זיינען תמיד גרייט אים אונטערצושטעלן 
אַ פיס?, אָדער 5כ? הפּחות חוזק מאַכן פון אים. ער האָט דעריבער אויסגע- 
לאָזט זיין גאַנצן כעס צו זיסקינדן און אַ געשריי נעמאָן אויף אים: 

--- איך על דיר שוין ווייזן דעָם ריכטיקן פּלאַץ! 

-- גוט -- האָט זיך זיטקינד געמאכט תם'עװאַטע -- דאכט זיך, אַז 
מיין ריכטיקער פּלאץ װעט זיין אין דער קאַװאַלעריע. כווע? דאָרט 
אַרינפּאַסן אַמבעפטן! | 

--- וי קומט ער פּלוצלינג צו קאַװאַלעריע? 

--- די מעשה איז, װאָס ער פּאַסט-אין דער קאַװאַלעריע, װי אַ קולאַק 
צום אויג! אָבער אַזױ אַרוֹם האָט ער זיך נוקם געווען אין קאָלאַנעל: ער 
האָט דערציילט זיין. שמועס און ‏ אַרױסגעשטעלט יענעם צום לייטישן 
געלעכטער. דער נאנצער שמאב האָט דערפון גערעדט הינטער די פּלייצעס 
פון קאָמאַנדאַנט, | 

--- נו, און אַ פערױ האָט ער באַקומען? 

--- ווייס איך װאָס! דאַרפסט וויסן, אַז ט'זיינען דאָ צוויי סאָרטן 
קאַװאַלעריע אויף דער וועלט: אַזעלכע, װאָס רייטן אויף פערד אוּן אַזעלכע, 
װאָס פאַטאָנראַפירן זיך אויף פערד. אָבער, װאָס שייך אונדזער קאַװאַלע- 
ערקע אָגעצויגן דעם אָטעם און ס'איז קענטיק געווען, 
אַז ער קלייבט זיך דערציילן אַ לאַננע מעשה --- איז זי באַשטאַנען פון 
אַמת'ע רייטער. און אָט וי אַזױ זי איז געשאַפן געװאָרן : | 

( , סאיז ! געווען אין יענע צייטן, ווען מיר האָבן נאָך ניט געהאט ניט 

קיין פערד און ניט קיין קאַװאַלעריע; נאָך די ערשטע פראָנטן אין 
אַנדאַלוזיע איז עס געווען. די ברינאַדע האָט זיך דאַן געפונען אויף 
אורלויב נאָך דער מפּלה אויף דעם טייך.. | 





159 


,איז גענאַנגען דער אונטער-אָפיציר לעגראַן. שפּאַצירְן אין. פעלד און 
ער האָט דערזען אַ זעאונג: ער האָט דערזען אַ ‏ טאבון פערד פּאַשעט זיך 
אויף אַ לאַנקע, שפּאַצירט אַרום פראַנק און פריי,. און קיין השגחה האָבן 
זיי ניט, און קיין בעל דהבית האָבן זיי אויך ניט. איז ער געקומען, דער 
אונטער-אָפיציר לעגראן, צום דעמאַלטדיקן קאַלאַנעל פון דער בריגאַדע, 
צום היינטיקן דיוויזיע "גענעראַל, סימיאָנסקי; און ‏ צו אים גערעדט אַזױ 
צום זאָגן: 

-- חבר קאָלאָנעל, אין די י פעלדער טרייכן זיך אַרום פערד, פראנק 
און פריי, אָן השגחה און אָן א בעל-הבית. ס'װואָלט געווען א שכל, ווען 
מיר נעמען די פערד און מיר רעקוויזירן זיי, און שאַפן אַן עסקאַדראָן 
קאַװאַלעריע ביי אונדזער בריואַדע. | 

,דעם קאָלאַנעל זיינען געפעלן געװאָרן די רייד פון אונטער-אפיציר 
לענראַן און ער האָט אים געענטפערט קורץ און שאַרף: 

-- קאַפּיטאן לעגראַן, איר זיינט באַפולמעכטיקט צו באַפּן די פערךר 
און שאַפן דעם עסקאַדראָן קאַװאלעדיע! יו | 

-- חבר קאָלאָנעל, --- האָט לעגראַן פאַלוטירט, װי אַן אמתער 
פאָלדאַט --- איך בין ניט קיין קאַפּיטאַן, איך בין נאָר אַן אונטעראָפּיציר, 

, האָט דער קאַלאַנעל זיך אַוועקגעזעצט און אָנגעשריבן אַ צעטל?: ,דער 
קאַפּיטאַן לענראַן איז באפולמעכ: טיקט צוֹ כאפּן די פערד, װאָס שפּאצירן 
אַרום פראנק און פריי, אָן אַ בעל-חבית, אין פעלד, אוֹן אויַסבילדן פון זיי 
אַן עסקאַדראָן קאַװאַלערדיע כיי דער פראנצויזיש-סלאַװישער בריגאַדע", 

-- איך בין נאָר אַן אונטער-אָפּיציר, חבר קאָלאַנע? --- האָט ווידער 
אַמאָל געזאָנט לעגראַן, גאָכן אַריינקוקן אין צעטל, 

דאָ אין קאָלאַנעל סימיאָנסקי געװאָרן אומגעדולדיק און ער + האָט 
שאַרף אַ זאָג געטאָן: 

-- אַז איך זאָג, אַז דו ביסט קאַפּיטאַן, ביסטו קאַפּיטאן! - 

, לעגראַן האָט סאַלוטירט מעשה אֶמת'ער סאָלדאַט און איז אֵרוּ יס, 
און אַזױי אױז דער אונטער-אפיציר לעגראַן געװאָרן קאַפּיטאַן, און די פרייע 
פערד פון די אַנדאַלוזיער לאָנקעס זיינען געװאָרן קאַװאַלעריע דפערף. ‏ / 

מילא, קיין גרויס נחת האָבן מיר ניט געהאט ניט פון קאַפּיטאַן און 
ניט פון די פערד! --- האָט שמערְקע אָפּגעזיפצט --- װאָרים, װאָס קען 
שוין מישטיינס געזאָגט, אַ פערד אױיפּטאָן אין היינטיקן קריג?... װאָס שייך 
מיר, האָב איך לעצטנס (געהאַט צו טאן מיט זיי, אויף וויפ? איך האָב זיי 
געדאַרפט געבן עסן. און איך האָב געהאַט פון זי צום זינגען. און + צום 


| | | 160 


זאָגן: וואָרים, ואָס. שייך עסן, האָבן לענראנס פערד געהאט א גאנץ 
אײיגנאַרטיקן כאראקטער: אַלֶע פערד אין שפּאַניע קאָרמעט מען אַצינד 
מיט 8 נעמיש פון באָבעלעך און האָבער. לענראַן, אָבער, האָט זיך 
איינגע'עטשנט, אַז זיינע סוסים זאָלְן באקומען ניט אַנדערש, וי ריינעם 
האָבער! זיי האבן זיך שנעל? צונעװוינט צום פעטן ביסן און װילן דעם 
געמיש אין מויל ניט נעמען. האָבן מיר געמוזט פארשרייבן אין דער 
קאַװאַלעריע-ליסטע אַכט הונדערט פערד, כדי צו באקומען האָבער פּאַר 
די פיר הונדערט, װאָס מיר האָבן אינדעראמת'ץן... 

, נאָר איין מאָל האָט זיך מיר אויסנעדאכט, אַז מיר'ן שעפֿן אַ 
ביס? נחת פון אונדזער קאַװאַלעריע. און צום סוף, האָט זיך אויך דאָם 
מאָכֿ אױיסגעלאָזט אַ רעה אָנשטאָט אַ טובה: 

,קאַפּיטאַן לענראן קומט איינמאָל צו אונדז אין דער אינטענדענץ 
און זאָגט: 

--י. חכרים, מאױגן דאַרפט איר ניט נעמען קיין פלייש אין מאַדריר! 


--- וט איז געשען? -- פרעגן מיר. 


- - דריי פערד װאַלטן באם פּנר'ן, װועט מען זיי צושחטין און מעיט 
האָבן פלייש. - 


גוט! --- האָב איך מיר נעטראכט -- אַ שיינע, ריינע בפֿרהו.. 
הלוואַי זאָלן אַלֶע פערד האלטן ביי דער נסיסח, װועט מען באטש איינמאָל 
פאַר אַלע מאָל האָבן א שטיק? נוצן פון דער דאָזיקער קאַװאַלעדיע... 
װאָס מיינסטו איז געווען דער סוף? -- אויף צומאָרגנס האָב איך ניט 
געבראַכט קיין פלייש; די דריי פערד, פון זייער זייט, זיינען אינדערפרי 
אויפנעשטאַנען תחית המתים און איך בין שיר ניט געחרג'עט ועװאָרן: 
אינמיטן נאַכט האָב איך נעסוזט לויפן קיין מאַדריד נאָך פלייש און אויפן 
וועג האָט מען אונדז באַשאָטן,.. אָט דאָס הייסט קאַװאלעריע! 
אָבער, װאָס איז נעשען מיט זיסקינדן? -- האָט ריימאַן, א מידער 
פוֹן גיין און הערן, אים איבערגעריסן --- וי אַזױ האָט ער באקומען זיינע 
כענדלעך? אין דיין באַרימטער קאַװאַלעריע? 





--- געדולד, ברודערקע, געדולד! זיסקינד אױז אַװעס אין די שטאַזן 
און איז דאָרט נלייך געװאָרן א גנוטער ברודער מיטן קאַפּיטאַן לעגראַן. 
ער האָט אַרויסבאקומען פון אים אַ צעט?, שווארץ אויף וייס, אַז אין 
עפקאַדראָן פעלן נאָר אויס פערד און אַז זיסקינר קען ממילא ניט וערן 
קיין קאַװאַלעריסט... - 


161 11 


,ער האָט געהאט אין קעשענע די דאָקומענטן פון די אַלע אַמטן, 
אין וועלכע ער האָט געאַרבעט. באַװאָפּנט מיט די דאָזיקע כלייזין, וי 
אויך מיט דער באשטעטיקונג, אַז סיאיז ניטאָ קיין פערד פאַר אים, / און 
-מיט אַ דערלויבעניש צו פאַרברענגען אַ קורצן אורלויב אין מאַדריד, האָט 
ער זיך כשד וישר געלאָזמ אין וועג אַרײן. | 

-- טא פאַרװאָס ווי? אים דער קאָלאָנעל איצט אַרעסטירן? | 

--- אונדזער קאָלאָנעל האַלט אים פאַר אַ דעזערטיר. ניט געפינעידיק 
קיין פּלאַץ אין דער קאַװאַלעריע, האָט ער על פּיידין זיך געדאַרפּט מעלדן 
אין שטאב, כדי מען זאָל אים צוטיילן צו די פוס-גייער, אָדער צו דער 
אַרטילעריע, למשל, אַחוֹץ דעם באַשולדיקט אים דיבואַ אין פעלשן זין 
גראַד: פון דער ברינאַדע איז ער אַוועק אַלס סערזשאנט און איצט פּאַרא- 
דירט עד אַרום אַלס לייטענאנם... | 

--- און װאָס טענה'ט זיסקינר? 

--- ער טענה'ט נאַנץ פּשוט: אַזױ װי מען האָט אים ניט גענעבן קיין 
פערד, איז ער אױטאָמאַטיש פריי געװאָרן פון דער בריגאַדע און האָט 
נעמעגט זוכן אַרבעט, וואו ער האָט געװאָלט. 

--- אָבער וי אַזױ איז ער געװאָרן לייטענאַנט ? 

-- דאָס, זעסטו, איז אַ סור אַפילו פאַר שמערקען... -- האָט שמערקע 
מודה געווען --- נאָר איין מאָל, ווען ער איז געווען אַ ביסל בגילופין, האָט ‏ - 
ער מיר דערציילט, אַז ס'איז צונענאנגען גאַנץ פּשׁוט: ער איז אַװעק אין אַ- 
געשעפט און זיך אייננעקויפט א מיליטעריש היטל מיט צוויי בענדלעך, 
און פַּטוֹר אַן עסק!... און עס פייגט זיך טאַקע אויפן שכ?: ואָרים אין 
מיניסטעריעלן ביוראָ, וואו מען האָט אים אַריינגענומען אַרבעטן, טאָר 
ניט זיין באַשעפטיקט קיין מענטש מיט אַ נידעריקערן גראַד, וי לייטע- 
נאַנט. נוֹ --- זאָנגט ער --- װיבאַלד מען האָט אים אַריינגענומען, איז ער 
ממילא געװואָרן אֶפיציר. 

-- גוט, אָבער וי אַזױי איז ער דאָרט אַריין אַרבעטן? 

| -- ער האָט זיך אַן עצח גענעבן. פּאַפּירן האָט ער געהאָט איבערן 
האַלדז: אַ מענטש, װאָס איז געקומען אַלס פרייוויליקער, װאָס טוג זיך 
פיי צום טראנכפּאָרט, סיי צו דער אינטענדענץ, וי אויך צו אַ רעדאקציע... 
דער אַמט פֿאַר , ספּעציעלע ענינים" איז אַ מין , קאַנטראָל? פון דער גנאַנ- 
צער צענטראַלער אַרמײ אוֹן אַװדאַי האָבן זיי נעדארפט אַ מענטש, ואָם 
קען אַ סך שפּראַכן. אַזאַ איינער -- האָבן זיי זיך געטראַכט -- קען 
צוניץ קומען! | | 


109 


--- און דער קאַלאָנעל? 

--- דיבוא, מיינסטו? ער װעט אים אַרעסטירן! 

--- זיסקינד איז דאָך געשיצט דורכן מיניסטעריום? 

| --- וועסט זען: קיין שום טאַטע װועט אים ניט העלפן. ביי אונדזער 
קאלאַנעפֿ זיינען קיין קונצן ניטא -- ער איז ניט אַבי װער! ער איז שוין 
געווען א קאַפּיטאַן אין דער פראנצויזישער אַרמיי... אַנומלט. האָט מיט. 
אים. פּאַסירט אַזאַ מין געשיכטע -- -- : 

--- איצט גייען מיר אַהים! --- האָט זיך ריימאַן דערשראָקן פאַר ר דער 
שפּאָגל-נייער מעשה, װאָס שמערקע האָט זיך געקליבן אֶנהוֹיבן. 

-- און צו כוליאַן ‏ װעט מען ניט אַרױפגײן? מיר זיינען גאָר ניט 
ווייט, עטלעכע טריט., 

-- דער פוס טוט מיר ויי. 

--- זייער גוט! דאָרט זיינען פּאַראַן ווייכע דיװאַנען מיט טיפע פאָ- 
טעלן און וועפט זיך קענען אויסרוען וויפל דיין הארץ װועט גלוסטן. זעסט, 
אט דאָ אין גאָס וואוינט זי. | 

--- װאָס איז זי פאַר איינע? | 

-- ניט איינע, נאָר גאַנצע זיבן! סיהייסט, וואוינען וואוינט זי אַלין, 
אָבער, אַז מען דאַרף, שיקט זי זיי רופן. און זיי זיינען אַלֶע אַריסטאָקראַ- 
טישע טעכטער פון די שענסטע משפּחות. 

--- איז וי קומען זיי צו איר? 

--- שווערע צייטן!... די חתנים זייערע זיינען אַנטלאָפן אויף דער 
,אַנדער זייט", צו לוססוס זיינען זיי צונעוואזינט פון אַמאָל און קיין 
הכנסות זיינען ניטאָ. און בכ5ל -- דערװאַקסענע טעכטער אוֹן פֿאַר 
אַריסטאַקראַטקעס איז חיינט צו-טאָנ שווער צו טאָן אַ שידוך.. 

--- כוליאַ איז אויך אַן אַריסטאָקראַטקע? 

| --- זי אַליין ניט! אָבער אַמאָל האָט זי געהאַָט נאָר אַריסטאַקדאַטן 

פאַר געליבטע --- העכערע מיליטער-לייט, מענטשן מיט הויכע טיטלען. נ 
צייטן בייטן זיך און מען מאַכט א 5עבן, וי מען קען! | 

זיי זיינען אַריין אין א קאָרידאָר פון אַ מאָדערנעם הויז און זיך 
געלאָזט צו דער ווינדע. שמערקע האָט דערוויילע ווייטער דערציילט: 

--- דאָס האָט זיסקינד זי אַנטדעקט! נאָך דעמאָלט, ווען ער איז געווען 
סערזשאַנט, האָט ער געוואוסט, אַז זי איז די געליבטע פון אונדזער 
אַמאָליקן קאָלאָנעל, סימיאָנסקי, און דערפאַר האָט ער זי שפּעטער אַרומ- 
געזוכט איבער דער נאַנצער שטאָט: פּונקט וי א מייד? פון א גענעראַל 
װאָלט געווען געשמאַקער, וי סתם איינעי. 


=+ פס 


168 


-- די קאַניבאלן האָבן אויך אַזעלכע אידייען: זיי גלויבן, אַז אויב 
זיי עסן אויף אַ חשובן מענטשן פון די ,ווייסע", ווערן זיי פּונקט אַזױ 
וויכטיק, װי ער. אוב אַ קאַניבאַל עסט אויף א הוייסן? פולקאָװניק, 
,ווערט" ער אַליין אַ פּולקאָווגיק... | 0 

-- ס'איז אַ משל פון אַ צעבראָכענעם טאָפּ! --- האָט שמערקע ניט 

מסכים נעווען --- לויט דיין ביישפּיל װאָלט זיסקינד געדאַרפט אויפרעסן 
אונדזער קאַלאָנעל, און ער וויל נאָר זיין געליבטע, והשנית װױל? ער זי 
ניט אויפעסן... 

ער האָט אַ דריק געטאָן אויף אַ קנעפּל און זיי האָבן אַ וילע נע- 
װאַרט. ריימאַן האָט באַטראכט די בלומען ביים אַרייננאנג. 

--- אויפגעקומענע שיכטן האָבן זיך אָפּט באַמיט איבערצונעמען 
די מאַנירן און מנחנים פון די קלאַסן, װאָס זיי האָבֿן נעירש'נט, די 
פרויען פון דער בורזשואַזיע האָבן זיך באַמיט מיט אַלע כוחות אָנצוסומען 
אין די סאַלאָנען פון דער געשלאָגענער אַריסטאָקראַטיע. זיסקינד ויפ 
דערווייל נאָר די געליבטע פון קאָלאָנעל, אָבער... 

די טיר האָט זיך געעפנט. שמערקע איז אַריין: | 

-+ דאָ פילאַזאָפּירט מען ניט! -- האָט ער געזאָגט, אַריכערטרעטנדיק 
דעם שוועל, | יי ' 


164 


קאַפּיטל פערצן 


א ר ײ וע א ין ד ע ר 1 אַ כ 3 
/ 


ס'איז געווען אָרום צוויי אַ זיינער נאָך אַ האלבער נאַכט. בערגמאַן 
איז אַקאָרשט אַרויפגעשטינן פון זיין , הייל" און צװאַסען מים זיין 
פינפטלינג איבערגענומען די ואַך ביים קױילנװאַרפער. איבערן קאָפּ איז 
געהאַנגען אַן אויסגעשטערנטער הימל. נאָך דעם הייסן זומער-טאָג און דער 
אונטערערדישער פייכטקייט האָט די קילע לופט אָפּנעפרישט אוֹן געגלעט. 
ער האָט טיף אויפגעאטעמט און איז װאַך געװאָרן. איצט האָט ער אָנגע- 
שטרענגט געקוקט אויפן שמאָלן פּאַס פון קיינעמס-לאַנד און אָנגעשפּיצט 
די אויערן, כדי אויפצוכאַפּן דעם מינדעסטן שאָרך. 8 

--- די אונדזעריקע האָבן היינט נים געשיקט קיין פּאַטרולקעס: :==- 
האָט געזאָגט דער סערזשאַנט פון די אַװעקנײענדיקע. | 

--- מען װאַרט אַװודאַי אויף אַ ידיעה פון שטאב -- האָט באַמערלט 
דער קוילנגרעבער סטאַך, װאָס האָט געקענט, בעת אַן אֶנגריה, שלֶעפּן 
איינער אַליין צוויי קעסטלעך קוילן. | 

אין אִפַּשניט פון די ענגלענדער האָבן אָפּגעהילבט צוויי שאָסן און 
ס'איז ווידער שטי? געװוארן. מאַלינקאָו האָט אַ געניץ געטאָן און זיך 
אַראָפּגעזעצט אויף דער ערר: 

--- איר'ט געדארפט זען די נעכט ביי אונדז אויף דער אוקראיגע!- = 
האָט ער אַ מודמל געטאָן אין אַ לייכטן דרימל. בערנמאַנען האָט זיך 
געדאַכט, אַז ער הערט דאָס װאַכזאַמע אָטעמען הינטער דעם קעגנאיבער- 
דיקן וואַל. אַ זילנערנע לבנה-שיין האָט זיך געװועבט איבער דע שטילן 
פעלד צווישן די ליניעס. די האַלב-נאַקעטע ביימער האָבן גערוישט מיט די 
רעשטפעך פון זייערע דורכגעלעכערטע בלעטער. אַ מענטש?... א קוסט?... 
מען האָט געהערט דעם מורמ? פון כװאַליעס אין אַ נאָענטן טאָל. אויף אַ 


168 


שיפוע, אין דער װייַט, האָט אַן אֶלִיוון-וועלדל זיך איינגעהילט אין חשכות 
און נאָר די קרוינען פון די בייפער האָבן געוואונקען מיט א גרינלעכן 
שימער, אויף זיג-זאַגן פון א באַרגיקן וועג האָט זיך געדרייט אַ בלוי-פאַר- 
טונקלט ליכט פון אַן איילנדיקן װאָגן. 

פּלוצלונג האָט אַ שנאָרכן פון א מאַטאָציק? דורכגעריסן די 
אַרומיקע רואיקייט. אַלע האָבן אויפגעהאָרכט. ער איןז אָנגעקוּמען פון 
טאָל, וואו עס הויבט זיך די געביידע פון שטאב, זיך פאַרקירעוועט איבערן 
שיפּוע און זיך געלאָזט פּאַראַלעל צו דער ליניע, אין דער ריכטונג פון די 
אַמעריקאַנער. | 

-- אַ שטאַפעט פון שטאב! 

--- שדש-ש.,,. לאָזט הערן! 

דער מאַטאָציקל האָט זיך אָפּנעשטעלט, איז ווייטער געפאָרן און דאן 
האָט ער זיך אומגעקערט און זִיךְ דערנענטערט, 

באַלד איז געקומען דער פאַרבינדער פון באַטאַליאָן און פארזאמלט די 
סערזשאַנטן פון די אָפּטײילן, אַ וויילע שפּעטער איז זיך די ידיעה צענאן- 
נען איבער דער נאַנצער אָקאָפּע און געוועקט דעם עולם אין די , היילן?: 
- =-- זיך גרייטן אין וועג! 

די טראנשיי האָט א ווימל? געטאָן. נאָר די װאַכן זיינען פאַרבליבן 
אויף זייערע ערטער. מען האָט געזען האַלב-נאַקעטע מענטשן, װאָס זיינען 
פאָרזיכטיק אַרױכגעקראָכן פון די היילן און זיך גערוישלאָז באַװענט 
איבער דעם גראָבן, | 

--- עס קומען די נייע! -- האָט אָנגעזאָגט. מאַלינקאָלו, וועלכער איז 
געשמאַנען אויפן שוועל און זיך געקראצט אין דער פּאַטעלניע. 

--- יונגע חברה! | 

--- אפשר, דער ערשטער פּראָנט זייערער? -- האָט א זיפץ געטאָן 
סטאַך און זיך דערמאַנט זיין יונגן זון, וועלכער האָט פארנומען זיין פּלאַץ 
אין אַ קוילנגרוב פון צפון פראנקרייך, | 

--- זאָלסט אים היטן, וי אַן אויג אין קאָפּ, דו הערסט? יעדן טאָג 
רייניקן און אָפּט דורכשמירן! -- האָט בערגמאַן איבערגעגעבן זייז 
קױילנװאַרפער. ער איז אַראָפּ אין זיין , צימער", האָט איבערגעדרייט דעם 
רוק-זאַק און זיך גענומען איינפּאַקן. -- װאָס זאָל ער טאָן מיט ריימאנס 
ענגליש ווערטערבוך?... ביי יעדער אַטאַקע פאַרלירט מען פונדאָכניי די 
פְּאֶר איינגעשאַפטע בעביכעס!.. - 

דער עולם האָט שוין אָנגעהוֹיבן פארלאָזן די אַקאָפּע. לאַנגע רייען 
זיינען פארשלונגען געװאָרן אין די זייטיקע גראָבנס, װאָס האָבן געפירט 
168 | 


צו דער הינטערשטער פיניע, בערנמאן האָט געשפּרײזט איבערן שיפּוע, 
מיט וועלכן מען האָט זיך אַראָפּגעלאָזט צום שאָסײי, װאָס איז. פאַרבייגע- 
לאָפן דאָס הויז פוֹן שטאַב. איבער אַלֶע אַראָפּהאַננען האָט מען געזען 
שאָטנס, װאָס האָבן זיך שווייגנדיק געשלייכט איבער די שמאָלע באַרג- 
שטעגן צום זעלבן פּונקט. 7 

--- די שפּאַניער גייען מיט! -- האָט אַ שטימע געפליסטערט. 

--- דער אַמעריקאַנער באַטאַליאָן אויך! 

אַ שטערן האָט דורכגעשניטן דעם בלאַסן רוים, האָט זיך אַ צונד 
געטאָן מיט אַ העלן בלאַסק און זיך אויסנעלאַשן : אין אומבאקאַנטע 
תהומות. קעפּ האָבן זיך פאַריסן און אים נאָכנעקוקט, ראן האָט מען 
ווייטער געשפּאַנט, געבויגן אונטער די שווערע רוק -זעק. 

אַ לאַנגע ריי קאַמיאָנען איז געשטאנען אויפן שאָסײי. די צודעקן פון 
די געשלאַסענע װאָננס זיינע. געווען באַמאָלט מיט נרינע פאַרב-פלעקן, 
װאָס האָבן אויסגעזען פונדערווייטנס, וי אַ א געדיכטעניש פון אַ. װאַלד. 
אַנדערע זיינען געווען אָפן און אמת'ע צוויינן האָבן געשטעקט אין זייערע 
פיר עקן. דאַנעבן זיינען געשטאַנען קליינע שטאַב-אויטאס. הינטן האָבן 
קאַנאַנען אַרויפגעקוקט מיט אפענע מיילער צום הימל. די אַמעריקאַנער 
זיינען איינגעשטיגן אין זייערע נייע װאָגנס, װאָס זֵיי האָבן באקומען אַלס 
מתנה פון מעבר -לום. ביים ראַנד שאָסײי האָט בערנמאן נאַמערקט אַ יונג 
מייד? אין אַ ווייסן פארטוך פון אַ קראנקן ודשוועסטער. עטלעכע הבֹאִים" 
האָכן פאַרבייגייענדיק זי באַגריסט. 

--- איר פארט מיט, חבוטע רות? 

--- יאָ. 

--- קומט מיט אונדז. מיר האָבן אַ געשלאָסענעם װאָגן. 

-- אַ דאנק, מיין אַמבולאַנס פאָרט מאָרגן. 

--- לַאָמִיר זיך צעקושן --- האָט פאַרגעלייגט איינער אַ נידעריקער, 
װאָס האָט אויסגעזען ברייט אין זיין לֿאַנגן שיניעל, : 

--- מענטש, כיקען זיך דאָך ניט צעקושן מיט אַ גאַנצן באַטאליאָן!. 

--- ניין, נאָר מיט מיר! --- האָט ער איר צונגעוואונקען פון קאַמיאָן 
אַראָפּ, 

אַ הויכער מאַן מיט געקרייזלטע האָר און טונקעלן פּנים איז א וויילע 
שטיין געבליבן לעבן איר און געהאַלטן איר האַנט אין זיינער: 

--- צום ווידערזען, רות! | | 

--- זיי געזונט, דזשאָן! 


= 


107 


| -- דות? -- האָט זיך בערגמאַן פּלוצלונג דערמאַנט א באַקאַנטע 
שטימע --- איצט ווייסט ער, וואו ער האָט געהערט דעם נאָמען! שמעון... 
אין אַלבאַסעטע... ער האָט געזוכט איר אַדרעס. ער האָט געװאָלט צולויפן 
און עס איה זאָגן. אָבער זיינע מענטשן * זיינען שוין אויפגעשטיגן און 
אים מיטגעשלעפּט אויף א װאָגן, 

די קאַמיאָנען האבן גערירט. תחילת זיינען זיי געפאָרן אויף אי זייטיקן 
וֶועג. באַלד זיינען זיי אַרױס אויף אַ ברייטן שאָסײ און זיך אַריינגענאָסן 
אין אַ לאַנגער קאַראַװאַגע, װאָס האָט געאיילט צום פראָנט. מיליציאַנערן 
האָבן האַלב-שטייענדיק געשלאָפן, צוזאַמענגעפּרעסטע -אויף קאַמיאָנען; 
אויטאַ-מיטראיעזן האָבן זיך ברייטלעך באַװעגט אויף גומענע רעדער: 
טאַנקען האָבן געפּויזעט מיט אַ טראַסקערײ אויף זייערע קייטן און גע- 
וואונקען פונדערווייטנס מיט זייערע טורעמס, 

בערגמאַן האָט זיך אויפגעכאפּט מיטן גרויען פון קאַיאָר. זיי האָבן 
זיך געלייגט אין אַ וועלדל. אויף אַ װייטן הינ? האָבן זיך געצייכנט 
פאַרנעפּלטע קאַנטורן פון אַ דאָרף. באַלד האָט מען געבראַכט די כלים 
פאַר די קוילגװאַרפער-אָפּטײלן, ער האָם באַטדאכט זיין, מאַשין און זי אַ - 
גלעט געטאָן, וי שליסנדיק קאַנטשאפט מים איר; 

-- זאָלפט דערלאַנגען גוט און ניט שטיין בלייבן אינמיטן! 

פון חינטן האָבן געברומט קאַנאָנען. גראַנאַטן זיינען נעפלויגן איכער 
די קעפּ אוֹן אויפנעריסן אין דאָרף. עטלעכע הייזער האָבן זיך אָנגעצונדן 
און סלופּעס רוֹיך האָבן א שלאָנ געטאָן צום הימל. דאן האָט מע| דערהערט 
דעם באַקאַנטן גערויש פון אַװיאַנען. זיי האָבן פאריסן די קעםּ: 

---- אונדזערע! 

-- טיר'ן דאָסמאָל האָבן 6 נוטע צונרייטונג.. , 

די אויפריים} אין דאָרף האָבן זיך פאַרטערט. דער באַנינען איז קלאָ- 
רער געוואָרן און מען האָט איצט געזען די פאַרצוימונגען פון שטעכל-רראָט 
ביים אַרינגאגג פון די נאַסן, דאן איז געקומען דער באַפעפ: + 

-- פאָרויס! 

איבער די פעלדער אַרום זייגען מענטשן געלאַפן איינגעבויגן און 
זיך יעדע פּאָר שרים געװאָרפן אויף דער ערד. פון הינטער דרי שטעבל- 
דראָט האָט מען דערלאַנגט פייעד. די לופט איז פו? געװאָרן מיט אַ ריח ‏ 
פון פּולװער. בערגמאַן האָט געשלעפּט זיין קױילנװאַרפער און נעזובט מיט 
די אויגן א ויגקל, ואו אים אויפצושטעלן. דאַנעבן האָט סטאַך 
געקרעכצט אונטער דער משא פון די פולע קעסטלעך: 


| --- הינטיש בלוט,.. כאָלעראַ! 
168 


קאַפּיטל פופצן 


אַ סאַפּיטל מיט אַ סטך פטמסירונגען און גִיט װײינקער מאָראַל / 


--- אונדזערע האָבן גענומען װױלאַנועװאַ! -- האָטם גרשון אָנגעזאָגט 
ריימאַנען. 
ריימאַן האָט זיך געענדיקט אָנטאָן און צוגעהונקען צום שכנ'ט בעט: 
| --- וואו האָסטו געהערט? 
--- מען האָט געבראכט פאַרוו ואונדעטע פון פראַנט און זיי האָבן 
דערציילט. : | | 
--- וועלכע ברינאַדע איז אַריין די ערשטע? 
--- דער סלאַװוישער באַטאַליאָן, דאכט זיך. זעץ זיך א וויילע -- האָט 
ער אָנגעוויזן אויפן בעט, | 
--- אונדזער חברה זיינען אַריין אין דֶער אָפענסיווע! --- האָט 
ריימאן אַ מורמ? געטאָן האַלב צו זיך. גרשון האָט אַרױסגעשלעפּט אַ 
פאַרפלעקטע קאַרטע פון אונטערן קישן און געפירט מיט די פינגער איבער 
די פּאַסיקלעך און פּינטעלעך: | | | 
--- זעסט? זיי וועלן אָפּשניידן די פאַשיסטן און אַרײינגיין קיין מאַדריר 
פון דרום. ס'וועט זיין אויס מיט דער באַלאַגערונג. 
ער האָט זיך אָנגעשפּאַרט אויף די עלנבויגנס און געװאָלט זיך 
אויפזעצן אויפן בעט, כדי נעסער צוֹ דערקלערן דעם מארש. זיין פּנִים 
האָט זיך פאַרקנייטשט אין אַ ווייטיקדיקער גרימאַסע און ער איז צוריק- 
געפאַלן: 
-- עס שטעכט! -- האָט ער אָנגעוויזן אויפן בויך. ער האָט האַסטיק 
געאטעמט, זיינע ליפּן זיינען געווען ווייס און אויסנגעטריקנט פון היץ. אַ 
שאָטנדיקע בלאַסקײט איז געלעגן אויף זיין פּנים און אים צוגעגעבן אַ 
קינדערישן אויסדרוק, . - 
--- וי אַלט ביסטו? 0 
169 


--- ניינצן. 

-- און די לוננען? ווען האָט זיך עס אָנגעהויבן? 

-- אָ, שוין לאנג... כ'האָב שוין עטלעכע יאָר געאַרבעט אין 
;אַטעליע"... ווייסט דאָך, די װואַרשטאטן פון די עמיגראַנטן, אין שטויב... --- 
האָט ער זיך כסדר פאַרהאקט און געשלוננען די לופט, װוי ער װאָלט זיך 
געשטיקט --- אַזעלכע אַטעליעס וועלן מיר מער ניט האָבן... מ'עט עס נאָך 
דערלעבן, אמת? 

אין קאָרידאָר האָט זיך צעקלונגען אַ טעלעפאָן. אַ קראנקן-שוועסטער 
איז אַרױסנעלאָפן, האָט געהערט א ויילע אוֹן דאַן געזאָגט, אַז מען קען 
ניט ריידן מיט די פאַרוואונדעטע טעלעפאָניש. נאָך אַ קורצער אַמפּערניש 
איז זי צוריק אַריין אין צימער און שטי? אַ פרעג געטאָן צװישן די 
בעטלעך: | 

--- דאָ ליגט אַ חבר מיטן נאָמען ריימאַן? 

ריימאַן איז געווע! דערשטוינט. ער איז אַרױס אין קאָרידאָר, האָט 
גענומען די טרייבל און דערקאַנט זיסקינדס. שטימע: 

-- קום אַראָפּ! --י האָט יענער גערופן. 

--- פונוואַנען רעדסטו? 

--- פון מיין צימער... אַפן צווייטן שטאָק, 

--- האָסט דאָך געקענט אַרויפניין? . 
| = --און צו װאָס עקזיסטירן טעלעפאָנען?... קום, מיר'ן אַביספ 
שמועסן, | 

ער האָט געװאַרט ביי דער ווינדע. זינט נעכטן האָט ער זיך ניט 
געקענט באַפּרייען פוֹן פאַרדרוס, חלמאַי ריימאַן איז בייגעווען דעם אינצו- 
דענט מיט דער , קאַנטראָל?. ער האָט אומגעדולדיק אָפּנעווארט דעם 
פרימאָרנן, כדי צו באווייזן זיין גרויסקייט און חשיבות, און אַזױ אדום, 
ואס גיכער פאַרנלעטן דעם שלעכטן איינדרוק. 

אין אַן עק פון אַ קאָרידאָר האָט ער אויפנעשלאָסן א טיר, האָט 

דורכנעשפּאַנט אַ קליין אַריינגאנג און איז שטיין געבליבן אויפן שוועל פון 
אַ צימער,. ריימאַן האָט זיך אַרומנעקוקט. אין געדעמפטן ליכט, װאָס האָט 
זיך דורכנעזיפּט דורך דיקע, פאָרהאנגען, האָט ער ערשטנס דערזען אַ 
טונקל-רויט, פּאַליטורט טישל. אויף אַ מאַסײון שרייב-טיש בײ אַ װאַנט 
איז געשטאַנען אַ טעלעפאָן, אַ צווייטער איז געהאננען איבער דעם בעט, 
װאָס איז געווען נאַדעקט מיט אַ בלויער, פּלושענער דעקע. אין אַ װוינקפ 
האָט זיך בדייטלעך אױיסגעשפּרײט אַו טיפער פאָטעל, באַזוימט מיט א 
70 


ווייסן שפּיצן-ציכל. פון די מאַטע טאַפּעטן האָט אַראָפּנעשטראַמט אַ גע" 
מיטלעכע רואיקייט. די דיקע טעפּיכעה און האַלב-פארצויגענע פאָרהאנגען 
האָבן אייננגעשלונגען דעם גערויש פון נאַס. א וויילע האָט ער געהאט אַ 
געפיל, וי ער װאָלט פּלוצלונג אָפּגעשניטן געװאָרן פון דער אַרומיקער 
וועלט. אין דאָזיקן צימער, װאָס איז פאַרבליבן אומבאַרירט פון די צייטן, 
ווען , אלימפּיאַ איז געווען אַ לוקסום-האָטעל, האָט מען זיך קוים געקענט 
פאָרשטעלן, אַז אויף אַלע גאָרנס, איבערן קאָפּ און אונטער די פיס, ליגן 
הונדערטער פאַרוואונדעטע און אינװאַלידן. 

זיסקינד האָט געלױערט פון א זייט אויפן איינדרוק, װאָס זיין 
וואוינונג. האָט געמאכט אויפן נאַסט. -- ער איז אַנטציקט! --- האָט ער 
זיך באמיט דורכצודרינגען יענעמס פאַרטראַכטן בליק. ער האָט אַ שפּאַן 
געטאָן איבערן צימער און אויס;ערעכנט אַלץ, װאָס ער פֿאַרמאָגט: 

--- גיב נאָר אַ קוק! -- האָט ער צעעפנט די שופּלאָדן פון שרייב- 
טיש --- ס'איז אמתיער דעמב! זע נאָר די טאַפּעטן אויף די װענט -- 
כ'אין דיר ניט עפּעס אַ מאַנסארדע פון אַ פּאַריזער האַטעל'כ?.. און 
דער טעפּיך אויף דער ערד --- אַן עכטע פעל.. אַ פעל פון אַן אמת'ער 
ווילדער חיה!... זע נאָר דאָס בעט --- די אמתיע אַריסטאָקראַטן האָבן דאָ 
געשלאָפן! 

הנם אין צימער האָט אַריינגעשטראָמט גענוג טאַניליכט, האָט ער 
אינגאַנצן פאַרצױיגן די פאָרהאנגען און אָנגעצונדן אַלע לאָמפּן. דאָס 
ליכט האָט אַראָפּנעשטראַָמט פון אַ בלישטשענדיקן קאַנדעלאבער אויפן 
סופיט, פון שרייב-טיש און פון אַ לאָמפּ איבערן בעט. ער האָט געכאפּט 
התפּעלות פון יעדער קפייניקייט, זיך נעשפּינלט אין די גלעזערנע טירן פון 
אַ ברייטער שאַפע און אַריינגעפירט ריימאַנען אין אַ דאנעבנדיקן, טונ- 
קעלן צימער, וואו ער האָט גלייך אויפנעדרייט דאָס ליכט: 

--- אָט איז מיין באָד-צימער! זעסט, אַ ווייסע, קאַכלאָװע װאַנע... נאַז 
--- האָט ער אָפּנעדרײט א קראַן און געלאָזט לויפן א שטראָם װאַסער, פון - 
וועלכן ס'האָט געשלאָגן א פּאַרע --- ס'איז דער איינציקער האָטעל אין 
מאַדדיד, וואו ס'איז נאָך פאַראַן הייס-װואַסער; אין די רעזערווירטע צ- 
מערן, פארשטייט זיך. יעדן אינדערפרי מאַך איך אַ הייסע װאַנע. 
דערנאָך ברעננט מיר דעד קעלנער אַריין דעם פרישטיק אין צימער. ער 
טראַנט אַרױף אַ טאץ -- ער האָט זיך אַ הויב געטאָן אויה די שבּיץ- 
פינגער, אויסגעשטרעקט די הענט און זיך אַ נויג געטאָן מיט א ליבנסוויר- 
דיקער מינע פון אַ קעלנער -- און דערלאנגט מיר הייסע מילך. מיט 
זעמ? צום בעט,,, 

171 | 


ריימאַן איז אַלץ געשטאַנען אויפן שוועל און געשוויגן. זיסקינד האָט 
פאַרדרייט דעם קראַן און אויסגעלאָשן דאָס ליכט : | 

--- ווילסט אפשר מאַכן אַ װאַנע? ביטע!... אֶה, די בורזשואזיע, זי 
ווייסט שוין גוט פאַרװאָס זי קעמפט ! | | יי 

זיי זיינען אַריין צוריק אין צימער. ריימאַן האָט אָפּנעשאַרט די פאָף- 
האַנגען און אַרױסנעקוקט אין נאַס. אין יאֶשקע געווען גערעכט מיט זיין 
שרעק פאַר די , נייע בעלי-בתים"? דאַכט זיך, אַז די אויפגעקומענע ווערן 
גיריק װוי חיות, ווען זיי פאַרזוכן נאָר דעם טעם פון לוקסוס. וֶועלן זיי 
ירש'נען די פּריווילעגיעס פון דער בורזשואַזיע, װואָס די האָט באַקומען 
פוֹן די פּעאָדאַלן?... זיסקינד האָט אים ניט געלאָזט לאנג טראַכטן. ער 
האָט איצט אַרױסנערעדט די ווערטער, װאָס זיינען אים די גאַנצע צייט 
געלעגן אויף דער צונג: הי 

-- און מיך וילן זיי אַרעסטירן! האָסט אָבער געזען, וי זיי האָבן 
זיך אָפּגעטראָגן, וי נאָר זיי האָבן נעזען מיינע דאָקומענטן ?! 

דער טעלעפאָן אויפן טיש האָט זיך צעקלונגען. ער איז צונעשפּרונגען 
און האָט אָנגעכאַפּט די טרייב? ; ! 

--- האַללאָ?!... יאָ, איך. זייער גוט! החיינט צום מיטאָג... אָבער קומט, 
ביטע, פּינקטלעך, יאָ, אַלץ איז פאַרטיק, כ'האָב אָנגעזאָגט דעם קעלנער... 
אויף באַלד ! | 

אַ צעשטראלטער האָט ער אַרױסגעצױגן אַ פּאַפּיראָס פון אַ געשניצטן 
שאַכטל, װאָס איז געשטאַנען אויפן טיש, אָנגעצונדן און פאַרצוינן מיט 
נרויס תענוג דעם רויך : 

-- פופף כל סוף האָט זי טעלעפאַנירט! איך זאָג דיר אַ פרוי -- עס 
כאַפּט ביים האַרצן! און טאַקע אַן אַרנטלעך מיידל. װואָרים די מיידלעך פון ‏ 
אַקוואריום? און אַפִילְו פון כוליאס פּענסיאָן זיינען דאָך פארן גאַנצן 
פאָלק |... 

--- קאָנסט זי שוין פון לאַנג ? 

-- וועמען? מאַרטשעלא'ן? אַ שיינער נאָמען, אמת?... וי פון אַן 
אָפּערע! זי איז אין אַן איטאַליענערין.. עטלעכע װאָכן קאָן איך זי שוין, אָבעד 
זי האָט בשום אופן ניט געװאָלט קומען. אָבער היינט װעל איך זי האָבן! 
כ'וועל קויפן אַ נאַנץ פלעשל , מאַלאַנא? און נעבן דעם קעלנער, ער זאָל 
עס דערלאַננען ביים מיטאָג צום טיש. נו, איך אַליין בין אויך עפּעס ווערט. 
ווען איך רעד צו איר, ציטערט זי מיט אַלע אברים. זי אַרבעט אין אַ 


172 


ביוראָ פון מיניסטעריום, איז ווען כיבויג זיך צוֹ נאָעגט צו איר, טרייס- 
כֿען איר זיך די הענט ביים שרייבן. אָבער קומען צו מיר האָט זי בשום 
אופן ניט געװאָלט. איר מאַן איז געפאלן אין אֶנֹהוֹיב בירגער-קריג, א 
באַקאַנטער אַנאַרכיסט געווען, זי איז עד היום אַ. פאַרברענטע אַנאַר- 
כיסטקע. האָב איך אַ דאגה? זאָל זי זיין װאָס זי וויל, אָבער היינט על 
איך זי האָבן. זי װעט וויינען און זיך אָפּנעבן ! 7 | 

מען האָט אָנגעקלאפּט. דער יונגער שאָפער איז אַריין און 
נעמאָלדן, אַז דער װאָגן שטייט גרייט ביי דער טיר. זיסקינד האָט אים 
געהייסן צוװואַרטן אונטן. ער האָט אָנגעטאָן זיין מונדיר און זיך באַ- 
טראַכט אין די טירן פון דער שאַפע : 

--- אַז כ'קוק אין שפּיגל, דערקאָן איך זיך ניט: דאָס בין איך טאַקע, 
אין דאָזיקן אפיצירסקן אנצוג? ווען איך גיי ערניץ אין אַן אַמט, סאַל- 
טירט פיר די באַװאָפנטע , גווארדיע? ביי דער טיר און איך- שפּאן פאַרביי- 
מיט אַן ערנסטער מינע, פּונקט װי כ'װואָכט געווען אַן אֶפּיציר פון מיינע. 
אבות אַבוֹתינוֹ אִן. 

זיי האָבן זיך געזעגנט אונטן, ביי דער טיר. אין די שפּינל-װענט 
אַָרום האָבן זיך פאַר'שטױזנטיפאַכט פיי די בענדלעך און סיי די באַנדאַזשן 
פון די פאַרוואונדעטע, װאָס זיינען דאָרט נעזעסן, וי געוויינלעך. זיסקיגד 
איז איינגעשטיגן אין װאָגן און ריימאַן איז נאָך אַ וויילע שטיין געבליבן 
אויפן הויכן בריק? און אים נאַכגעקוקט. ער האָט ניט געפילט קיין שנאה 
צו אים; ניכער איז ער באַהערשט געװאָרן, װי דעמאָלט אין באַרצעלאָנאַ, 
פון אַ שאַרפער נייגעריקייט. ער איז אים אַפילו פאָרגעקומען קאָמיש מיט 
זיין קעלבערנער התפּעלות פון ,א פע? פון אַן אמת'ער ווילדער חיה" און 
פון קאַכלאָװון באָד-צימער מיט הייסן װאַטער. און דאָך האָט עטװאָם 
ערנסטעס געשטעקט חינטער דעם אַלעמען: א גזלנ'ישע קעלט האָט גע 
שלאָגן פון אים, בעת ער איז פאַרבײינגעגאַנגען די אינװאַלידן און אַפילן 
ניט אומנעדרייט דעם קאָפּ, זיי אֶנצוקוקן. איז ער אַ צופאַל?... דאַכט זיך, 
אַז דאָס האָט שוין אַמאָל פּאַסירט. און איז באשריבן געװאָרן? מיט אַ 
מאָדנער גענויקייט האָבן די ווערטער געהאַמערט אין קאָפּ: ‏ און װי נאָר 
ס'איז אָפּנעשאַפט געװאָרן דער צוים פון די פעאָדאַלע קאַדערן אוֹן סאיז 
נענעבן געװאָרן 8 מעגלעכקייט פוֹן אויפשטיינ, האָט זיך אָנגעהויבן דער 
גרויסער געיעג, דער אומברחמנותדיקער קאַמף פאר מאכט און רייכטום, 
דער קעגנזייטיקער ווערגן און שטיקן; די בורזשואזיע האָט צעשטערט די 
מאָראַלישע צוימען, די רעליגיע, די קליינבירגערלעכע סענטימענטאַליטעט, 


178 


די געפילן פון רחמנות, יעטװעדן פּרינציפּ; אָפּנאַרערײ, צביעות, קאַלטע 
אויסרעכענונג, רואינירונג פון מיליאָנען פאמיליעס -- אַלץ איז גע'כשר'ט 
געװאָרן דורכן הייליקן ציל פון רייך ווערן, פון דינען דעם נאָלדענעם 
קאַלב אי 


--- װאָס װאָלט שמעון געזאָגט? --- אַז מען װועט זיי ליקווידירן!... 
און אויב זיי װעט געלינגען צו באַקומען די מאַכט אין זייערע הענט? 
וועלן זיי זיצן אויף דער באַשולדיקוננס-באַנק אָדער נאָר צװוישן די שום- 
טים?... יאֶשקע װואָלט געזאָגט: די פרייהחייט!... אָננעשפּאַרט אויף א קולע 
/האָט ער אַראָפּגענידערט די טרעפּלעך. דער פוס האָט מער ניט וויי געטאָן, 
נאָר דער דיקער באַנדאַזש האָט געשטערט אין גאנג. הינקענדיק האָט ער 
זיך לאַננזאם באַװענט איבערן בולואר קאַסטיליאַר, פון אַ זייטיק נעס? 
איז דערשינען אַ קליינער אויטאָ און זיך לאַננזאַם נענליטשט אין דער 
זעלבער ריכטונג. אויף זיין דאך האָט זיך נגעהויבן אַ טרובע פון אַ הויך- 
רעדער, ארומגערינגלט מיט אַ גרופּע יוננע מיידלעך. זיי האָבן געזונגען 
און צווישן איין ליד, און צווייטן נעשריען אין כאָר ; | 


--- אַלע מענער אויפן פראָנט ! 

-- אַלע ‏ פרויען אין פאַבריק ! 

ריימאַן האָט אויפגעװאַכט וי פון שלאָף. ער האָט געקוקט אויפן 
חמון מיליציאָנערן, פרויען און קינדער, ואָס זיינען נאַכנענאַנגען דעם 
װאָגן, און זיך אַ וויילע פאַרשעמט פאַר זיינע אייגענע געדאַנקען: אַ פאָלק 
שטייט אויף צום קאַמף און איך פאַרנעם זיך מיט פילאָזאָפירן!... די גאס 
האָט אים אַרױיסגעריסן פון זיינע רעיונות. א לאַנגע קאַלאָנע רעקרוטן 
האָט פאַרביימאַרשירט, אָנגעטאָן אין ציווילע קליידער. אין דער שפּיץ האָמ 
א יינגל פון אַ יאָר ניין געקלאפּט אוֹיף אַ באַראַכאן. אויף ‏ פּוערטאַ דעפ 
כאָל? זיינען נעפאַלן עטלעכע באָמבעס. פרויען האָבן זיך אומגעקערט מיט 
ליידיקע קרינלעך פון די קראַמען. אַנדערע זיינען געשטאַנען אין אַ רֵיי 
פֿאַר בעקערייען, וואו זיי האָכן באַקומען הונדערט גראַם ברויט א טאָנ. 
קינדער האָבן זיך אָנגעטשעפּעט, וי די פליגן, ארום די טראַמװײיען און 
זיינען געפאָרן פון דער אַרענע? ביז צום באַשאָסענעם , פּוערטאַ דעפ 
פאָל?. 

ער האָט אַרומגעבלאַנקעט עטלעכע שעה. מיטאַמאָל האָט ער דערפילט 
אַ שטאַרקן הונגער. ס'יאיז באַלד צוועלף, װועט ער דערניין אין שפּיטאָפ 
ביז מיטאָג? די געגנט איז אים געווען אומבאָקאַנט: 


174 


-- חבר, וי ווייט איז צום האָטעל ‏ אֶלימפּיאַ"? -- האָט ער פאַר" 
האַלטן אַן עלטערן אַרבעטער, װאָס איז פאַרבײיגעגאַנגען מיט אַ ברוים 
אונטערן אָרים. - 

| יענער האָט באַטהאַכט זיין פוס . 
--- אין אַ שעה צייט וועסטו דערגיין. 
= וואו קרינט מען דאָ עפּעס צום קויפן עסן ? 


- --- אין ערגיץ ניט. ביסט הונגעריק ? 
-- יא ,, 
-- ביסט אַ רויטעד צי אַ ווייסער? ‏ 
= אַ רויטער. 


--- טאָ נעם מיין ברויט! 
--- ניין! װאָס וועסטו עסן ? 
-- נעם, זאַנט מען דיר! -- האָט יענער אים געשטופּט דאָס ברויט 
אין בוזים. 

א פֿאַנגע וויילע האָבן זיי זיך געאַמפּערט און צום סוף געטיילט דאָס 
ברויט אין צווייען. ריימאַן האָט נעקייט, זיצנדיק אויף אַ באַנק. קעגנא 
בער האָבן אַרכעטער פאַרמויערט מיט זאַמד-זעק אַ סטאַטוע, װאָס אַװיאָ- 
נען האָבן באַשעדיקט. אַן עלטערע פרוי האָט באַנאָסן די בלומען אויפן 
מיטן פּלאַץ. לעבן טראָטואַר איז שטיין געבליבן אַ קאַמיאָן : 


--- קום אַרױיף! -- האָט שמערקע אַ געשריי געטאָן פון אויבן און 
אים דערלאַנגט די האַנט. דער שאָפער איז אַרױיס און אים אונטערגע- 


שטופּט. | : 
--- וואוהין פאָרסטו? האָט נעפרעגט ריימאַן, ווען זיי האָבן זיך נע- 
לאָזט אין וועג. | א | | 

--- צו דער גראַן-וויאַ און דאַן צו דער אינטענדענץ. דאַרפסט גומל 
בענטשן, װאָס דו.זעסט מיך נאָך אַ לעבעריקן! 

--- װאָס איז ? 

-- אַ פאַשיסטישע באַטעריע האָט אונדז גענומען אויפן ; קוקער" אוֹן 
אַ שטיק וועג האָבן די נראַנאַטן אויפגעריסן פון פאָרנט און פון הינטן, 
און. אונדזער װואָנן איז געפאָרן אינמיטן ... 

-- אוער ברינאַדע באַטײליקט זיך אין די שלאַכטן ביי ברונעטע? 

--- ביסט אַראָפּ פון זינען? װאָלסט מיך דאָ ניט אָנגעזען!... אָבער 
מען ריכט זיך אַ ליאַדע מינוט אויפ אַ באַפעל. דערפאַר אייל איך זיך אַזױ. 

-- און װאָס זאָגט מען עפּעס ביי אייך צו זיסקינדן? -- האָט זיך 
ריימאן דערמאַנט דעם פרימאָרגנדיקן באַזוך. 

175 


--- זיין גור? איז געחת'מעט. נאָך היינט פאָרמיטאָנ ווערט ער אַרעס" 
טירט ! 

--- גיין, ער האָט אַ נאַסט אויף מיטאָג.. 

-- זאָל ער אַפילו האָבן הונדערט געסט ! 

-- און אַז ער. װעט באַװיזן זיינע פּאַפּירן? אַזױ װי געכטן .. 

-- באשר ער האָט אָנגעטראָפן אויף יאָלדן, האָבן זיי זיך דערשראָקן 
פאַר זיינע ,אשר יצר'ס". אָבער ביי אונדזער קאָלאָנעל װעט ער קיין 
כבוד ניט דערניין. היינט האָט מיר דערצײַל?ט אַ קוכער, אַז ער האָט מיט 
די אייגענע אויגן געזען, װי זיסקינד איז דערשינען פאַרן קאָלאַנעל אין 
חיט? פון אַ ליײיטענאַנט. דו שטעלסט זיך עפּעס פאָר די חוצפּה? דיבואַ, 
דאַרפסטו וויסן, איז אַן -אַלטער מיליטער-מאַן, און ביי אים שפּילט מען 
זיך ניט אין אַזעלכע זאַכן; אַ קלייניקייט עפּעס ביי דיר: אַ סערזשאַנט אין 
א היטל פון אַ לייטענאַנט? ס'איז דאָך ערנער װוי... שמד., 

-- איך בין נייגעריק, װוי עס ועט זיך ענדיקן ? 

--- האָסט גאָרנים װאָס צו זיין נייגעריק! דער קאַלאָנעל האָט אָנ- 
נעזאָנט דער , קאָנטראַפֿ?, אַז ער װוי? פון גאָרנגיט װויסן, זיי מוזן ברעננען 
זיסקינדן, אַ טויטן אָדער אַ לעבעדיקן, װי מען זאגט אין מיליטערישן לשון, 
און אַז אלע זיינע פּאַפּירן זיינען קיין שמעק טאַבאַק ניט ווערט. אַזױ האָם 
מיר דערציילט אַ מענטש, װאָס שמעקט אַריין אין שטאַב... ניב נאָר אַ ק 
אָט דאָרטן! -- האָט ער אָנגעוויזן אין דער ריכטונג פון אקװואריוט? 
װאָס זיי זיינען פאַרביינעפאָרן, - | 

--- װאָס זעסטו? אַװיאָנען? 

--- גיין,, אונדזער תכשיט, 

--- ער גייט אוודאי אין מיניסטעריום, 

--- און מיר דאַכט זיך, אז ער װעט באַלד גיין אין , חד-נדיא". זעסט, 
ער מאַכט פיס, ווייל. די , קאַנטראָל? גייט אים נאָך. האַלט! --- האָט ער 
אַריינגעשריען צום שאָפּער און דערלאַנגט ריימאַנען די האַנט, ווען דער 
וװואָגן האָט זיך אָפּנעשטעלט --- לאָמיר אַראָפּגײן, 

-- דער פוס טוט מיר ויי. 

--- נוט, בלייב דאָ. כ'וועל דיר שוין אַלץ דערציילן, די מעשה אינ- 
טערעסירט מיך, ווען איך בין א שרייבער, װאָלט איך עס באַשריבן אין 
דער ,גראַשן-ביבליאָטעס? און ער װאָלט פאַרנומען אַ פּלאַץ לעבן פּרא- 
װאָקאַטאָר נאַפּאָן און, ?חבדיל, דער הייליקער זאַראַטוסטרא מיט די קראָנ- 
שטאַטער מאַטראָסן --- האָט ער גערעדט, אַראָפּשטײגנדיק פוֹן װאָגן. באלד 


176 


איז ער געשטאַנען אוֹיפן ראָג, וואו די , קאַנטראָל" האָט פאַרהאַלטן זיסי 
קינדן, און האָט צונעהערט די דיסקוסיע. 

זיסקינד האָט זיך תחילת געקאַכט און געדראָט, אז ער וועט זיי אַלע- 
מען לאָזן אַרעסטירן, און אז ער װעט דעם קאַלאַנעל דיבואַ נופא אויך 
אָנלערנען. אָבער דער אונטער-אפיציר האָט ניט נאַכגעגעבן און דער שפּאַ- 
נישער סערזשאַנט איז רואיק געשטאַנען ביי דער זײַט, און מאָדנע גלייב- 
נילטיק געהאַלטן זיין רעכטע האַנט אויף דעם רעװאָלװער-טאַש. דאַן איז 
ער ווייכער געװאָרן און נענומען רעדן צום שכל פון דער , קאַנטראָל?? 

--- איר ווייסט דאָך, אז איך בין אַ פאַרנומענער מענטש, איר זענט 
דאָך אַלֵיין פון דער , קאָנטראָל? און איר ווייסט ס'אַראַ וויכטיקע. אוים- 
גאַבן עס װואַרטן אויף אונדזערן איינעם... 

אָבער די אַרנומענטן האָבן ניט געהאָלפן. דער או נטער-אָפיציר האָט 
איבערנעחזרט איין פראַזע: ‏ | 

-- קום, דו ביסט אַרעפטירט! 

--- איר האָט בכלל ניט קיי? רעכט מיך צו אַרעסטירן -- האָט דאַן 
זיסקינד פאַרלוירן די געדולד -- איר נעהערט נאָר צו דער ברינאַדע און 
מאַדריד האָט איר איינענע פּאַליצֵיי! 

-- אָבער ד! געהערסט צו דער ברינאַדע און פאַלסט אונטער דער 
, סאַנטראָל! - : | 

--- איך געהער צו דער אָפּטיילונג פוֹן , ספּעציעלע ענינים". -- האָט 
ער ארויסגעצויגן זיין לעניטימאַציע. | יו | 

-- אַלם דעזערטיר פאַלסטו אונטער דער בריגאַדע-פּאַליצײ. אָבער 
מיר ווילן דיך ניט צווינגען מיט גנעװאַלט. לאָמיר אַרײינגײן אין נאָענטסט! 
קאָמיסאַריאַט. | 

זיסקינד האָט זיך אַ וויילע פאַרטראַכט און דאַן א מאַך געטאָן מיט 
דער האַנט: | 

--- קומט, ס'לוינט ניט מאַכן קיין סקאַנדאַל אינמיטן נאַס. כ'וועל 
זיך שוין אויסטענה'ן מיט דיבוא!... אָבער געדענקט: איר זיינט פארי 
אַנטװאָרטלעך, װאָס איר האָט מיר געשטערט אינמיטן אַ וויכטיקער אַר- 
בעט. כ'האָב נראדע געהאט אויפן אויג א פּאֶר. פאַרדעכטיקע פּארשוינען. 

אַ רעזיגנירטער האָט ער זיך געלאָזט גיין, באַנלײים פון אונטער- 
אפיצִיר און פון סערזשאַנט, װאָס האָט אַלְץ ניט אַוװעקנענומען די האנט 
פון. זייטיקן טאַש. זיי זיינען פארשוואונדן אין דער מאַסע פון מיליטערישע 
/מונדירן, װואָס האָט אָנגעפילט די נאָס. שמערקע איז אַרױיפגעשטיגן אויפן. 
קאַמיאָן און זיי נאָכגעקוקט פונדעהווייטנס, 1 
12 | | ר 88 177 


= נו?. -- האָט אים ריימאַן א שטורך געטאָן אין א זייט. 
--- טפו!,,. -- איז שמערקע אויפנעשפּרוננען -- האָסט מיך איבער- 
געשראָקן. ער איז שוין אַ פאַרטיקער! פוֹן דיבואַס הענט וװעט ער זיך שוין 
ניט אַרױסדרײען.- אויב מיר פאָרן קיין ברונעטע, וועט ער מיטניין אין 
דער דיסציפּלין-קאַמפּאַניע און דו קענסט שוין זאָגן נאָך אים א רבנן- 
סריש ... 
-- וואוהין? -- האָט דער שאָפער אַרױסגעשטעקט דעם קאָפּ. 
-- ס'איז שוין שפּעט --- צו דער אינטענדענץ!... אַ שאָד פונדעסט- 
וועגן --- האט ער פּלוצלונג רחמנות באַקומען --- אַ פיפיקער יונג געווען 1 
א אי א יי 
אַ פַּאַר שעה האָט זיך ריימאַן פאַרזאַמט אין דער אינטענדענץ. אַ 
טויט-מידער איז ער עדשט פאַרנאַכט צוריק געקומען אין שפּיטאָל און 
געװאָלט זיך נלייך ארײינװאַרפן אין בעט. אָבער גרשון האָט אים פאַר- 
האַלטן אויפן וועג : | 
-- װאָס הערט מען ביי דער אָפענסיווע? - : 
--- די אַוונט-צייטוננען שרייבן, אַז די פאַשיסטן באַקומען פאר- 
שטאַרקונגען... | 
-- אה, ווען די אַרבעטער פון יענער זייט װאָלטן סאַבאָטירט דעם 
טראַנספּאָרט !... | יי 
--- אפשר וועלן זיי פאַבאָטירן -- האָט ריימאַן אים געטרייסט. און 
פּלוצלונג האָט ער זיך דערמאָנט שמערקעס רמזים וועגן שמעונען.. 
| גדשון האָט זיך אָנגעלענט אויפן סישן : 
-- 2'האָב גאָר פאַרנעסן דיר זאָגן; דאָ איז געווען אַ מאַן און גע- 
בראַכט אַ בריוו פאַר דיר, 
--- וואו איז ער? אפשד פון בערנמאַנען ? 
|-- ביי דיר אויפן בעט. - | 
ריימאַן האָט גענומען דעם קאָנװוערט, װאָס איז געלעגן האַלב אונ- 
טערן קישן און אים אייליק אויפגעריסן. אויף אַ קליין צעטעלע האָט ער 
איבערגעלייענט : | : | 
,סום אַראָפּ צו מיר אין צימער. מירן עפעס טרינקען 
אוו שמועסן. 
דיסקיבד" 
-- דער טיול אַליין װועט זיך מיט אים קיין עצה ניט געבן! --- האָט 
ריימאַן זיך אַראָפּנעזעצט אויפן בעט, 


78 


קאַפּיטל זעכצן 


ד ע ר װ אַ ר 3 ג ג 


דער אַמבולאַנס איז אַרױסגעפּאָרן פאַרטאָג. רות איז געזעסן אויפן 
| פאָדערשטן געזעס. דער שאָפּער, אַן אויסגעצויגענער, יונגער , באִי" מיט 
בלאַנדע האָר און באַשפּרענקלטן פּנים, האָט זיך געפילט עטװאָס אומבא- 
קוועם פון איר נאָענטקייט אוֹן האָט כסדר גערויכערט. ווען זיי האָבן נְעַד 
רירט פון אָרט האָט ער אַ פרעג געטאָן : 

--- קאַלט, חברטע? 

= ניין ! 

און דערנאָך האָט ער א שטיק צייט ניט אַרױסגערעדט קיין ואָרט 
פון מויל. זיי זיינען נעפאָדן איבער זייטיקע וועגן פון א באַרגיקער געגנט. 
אַ געדיכטער נעפּל איז געהאַננען איבערן אַרום און מען האָט נאָר געזען 
הינלען און שפּיצן פון ביימער, װאָס האָנן אַרױסגעשטאַרצט וי פון אַ 
רויד, רות האָט אַדױיסגעקוקט דורך דער באַהױיכטעד שויב: די וועלט האָט 
אויסגעזען פאַרהילט וי דער מאָרנן, וי דער גורל. זי האָט אויפמערקזאַם, 
מיט דערװואַרטונג, נעזוכט אַנטפּלעקטע ווינקלען אויף די ראַנדן פון טאָל, 
אין קאָפּ האָט איר געהאַמערט: װעט ער דאָרט זיין ? | 

דער װאָגן האָט זיך געגליטשט איבער זינ-זאַנן, אויפן ראנד פון שטיו- 
לע אַראָפּהאַנגען און אָפּגרונטן. דער שאָפער האָט אויפמערקזאַם געקוקט 
פאַר זיך און נאָר איינמאָל געװאָרפן א בליק אויפן האַנט-זיינערל. ערשט 
ווען זיי זיינען אַרויפגעשטיגן אויף אַ הויכעניש און די שנייען פון די 
נװאַדאַראַמאַ-שפּיצן האָבן אַ בלאַסק געטאָן פאַר די אוינן, האָט ער אַ זאָג ‏ 
געטאָן : -. 

--- ווינטער איז ביי אונדן ראָס גאַנצע לאַנד. אַזי' 

--- פונװאַנען זיינט איר? 


109 { 


--- פֿון קאַנאַד 

--- מאָנטרעאל ? | 

-- גיין -- האָט ער לייכט אַ שמייכ? געטאָן -- פון אַ פאַרם. ביי 
אייך פאַלט אויך ווינטער אַ שניי? | 

-- יאָ. די טייכן פרירן איין און מען גליטשט זיך פיר חדשים אויפן 
איין, | | 

-- וואונדערבאר! -- האָט ער אויפנעשטראלט -- איר רויכערט? -- 
האָט עד זיך פּלוצלונג דערמאָנט. ‏ | | 

ער האָט איר אויסנגעשטרעקט אַ פּאַפּיראָס און זיך באַמיט ניט צו 
באַדירן איר האַנט, בעת ער האָט איר דערלאַנגט פייער. דער נעפּ? איז 
ביסלעכווייז צעשוואומען געװאָרן און די ועלט איז דערשינען פאַר די 
אויגן, אַ דורכגעוואַשענע פון באַגינען-טוי. רות האָט זיך אָנגעלענט אויפן 
געזעס און געקוקט דורך די קייסעלעך רוֹיך. דאַן האָט זי נגעשלאָסן די 
אוינן און נעזען שמעונען:? װוי בעת זיי האָבן זיך אַמאָל אומגעקערט אין אַ 
שבת. פאַרטאָג פון די בערג. איבערן גאַנצן כברח-זומפּ, צווישן דעם ים און 
די פעלזן, איז אויפנעשטינן אַ געדיכטער דאמף און די טיף-אויפגעאַקער- 
טע, שוואַרצע פעלדער אין טאָל, צווישן בנימינה און גבעת עדה האָבן 
אויסנעזען, װוי געצװאָגענע לאָקן, אַ גרויער שאַקאַל אין געלאָפן איבערן 
זאַמד און איז נעלם געװאָרן אין אַ װויינגאָרטן... זיי זיינען אַריבערגעפאָרן . 
אַ בריק. זי האָט זיך דערמאָנט, וי דאָס װאַסער האָט פארטאָג געברומט 
אין די רערן פון האָטעל. סיאיז געווען איר ערשטע נאַכט אין פּאֲריז. 

------ איר ווילט שלאָפן חברטע? | | 

|-- אַ ביסל... יאָ, כ'וועל אַרינגײן אינעװייניק און זיך צולייגן. 
קלעטערנדיק איבער דער באַריערע, האָט זי מיטאַמאָל אַ פרעג געטאָן: 

--- איר מיינט, אַז אַ סך ברינאַדעס וועלן זיך דאָרט באַטײליקן? 

-- מן הסתם... ‏ - : | | | 

זי האָט זיך אויסגעצויגן אויף אַ באנק. אַ שפּאַנישע- קהאנקן-שוועס- 
-טער האָט געכראָפּעט אין אַ ווינק?. רות האָט געשלאָסן די אויגן און ניט 
געקענט איינשלאַפן: װעט זי אים טאַקע טרעפן? -- האָט אַן אומרואיקע 
דערװואַרטונג געבדויזט אין איר ברוסט. איצט האָט זי נעזען, וי ער איז, 
בעת זייער לעצטער באַגעגעניש, אַװעק צום באַן. עס האָט איר דאַן אַ 
- שווינדל? געטאָן אין קאָפּ און זי האָט געהאַט אַ געפיל, וי דער באָדן װאָפּט 
זיך אַרױסגעגליטשט פון אונטער אירע פיס. מיט אַ שטענל צװישן די 
נגערטנער איז זי געגאַננען צום װאָקזאל. אָבער דאָרט חאָט אויך געװאַרט 
שמערקע. און זי האָט זיך אומגעקערט. / : 
180 | 


== פאַרװאָט האָט זי אים געזאָגט, אַז זי האָט ליב דזשאָנען? -- זיין 
אומגעריכטע דערשיינונג האָט זי אויפגעטרייסלט, זי האָט נים געװאָלט 
זאָגן קיין לינן און ,איך האָב אים ליב" איז געווען די איינציקע, איבער- 
צייגנדיקע אַנטשולדיקונג. סיי פאַר אים און סיי פאַר זיך. אפשר האָט זי 
אין די לעצטע צוויי טעג זינם יענעם אַװונט נאָבן מיטינג, אַליין געגלויבט 
אין דעם? ערשט ווען ער איז אַװעק צום באַן, האָט זי באגריפן, װאָס עס 
האָט פּאַסירט. ס'איז געווען, װוי איר נאנצע פאַרנאנגענהייט װאָלט איבער-. 
געשניטן געװאָרן און זִי װאָלט געבליבן הענגען אין דער לופטן. 

זינט דעמאָלט האָט זי נאָך און װוידער אַמאָל איבערגעקלערט און 
אַנאַליזירט די דאָזיקע ל?עצטע טרעפונג.-- וי װאָלט געוועז, ווען שמעון 
װאָלט געקומען צוויי טעג פריער? --- ער איז געווען איר מאַן, ער װאָלט 
געוואוינט אין איר צימער, זיי װאָלטן צוזאַמען געגאַנגען עסן איךן 
,קיף", בייטאָג װאָלטן זיי שפּאַצירט ביים ים און זיך דערמאַנט די אַמאָ- 
ליקע צייטן און אַלֶע גוטע פריינט, און אַ גאנצע נאַכט װאָלטן זי זיך 
געליבט ביי אַן אָפענעם פענסטער, פאַר די אויגן פון די שלאנקע פּאַלמעס 
און טונק-גרינע אַראנזשן-ביימער, װאָס װאָלטן פאהוואונדערט געמורמלט 
אין באַגינען. | בה 

אוֹן װאָס איז געשען? -- אייננטלעך נאָרניט! ווען זי װאָלט נאָר ניט 
געזאָנט, אַז זי האָט יענעם ליב... ער װאָלט אפשר אַ וויילע געווען בייז, 
אַזױ וי דאַן אין פּאַריז, אפשר דאָסמאָל מער,. אָבער דערנאָך. װאָלט ער זיך 
איבערנגעבעטן, אָבער דאָפמאָל האָט זי נעמוזט האָבן אַ שטארקערע 
אַנטשולדיקונג און זי האָט זיך פאַרופן אויף איר העכסטע רעכט: אירע 
געפילן... - : | | 
ווען ער אין אַװעק, האָט זי פאַרשטאנען, אַז ס'איז גיט אמת. אייגנט- 
לעך האָט זי עס די גאַנצע צייט אומקלאָר געוואוסט: ס'איז געװען אַן 
אויסברוך פון ליידנשאפטן, װאָס זיינען אָנגעוואקסן און זי איינגעהילט, 
וי אין אַ קאָשמאר, און מיטאַמאָל האָט זיך דער שטורעם געליינט. זי האָט 
וי אויפגעוואכט פון אַ שיכרות. קיינמאָל האָט זי זיך ניט געפילט: אַזו* 


4 


באַפּרייט פון יעטווידן פאַרלאנג, װוי דעמאָלט,,. נאָך זיין אָפּפאָר. - 
װאָפט זי געקענט לעבן יאָרן-לאַנג מיט דזשאָנען?... -- אָבער עס 
האָט פּאַסירט, וי אין אַ חלום. זי ווייסט גענוי וי אַזױ און זי ווייסט, אַז 
אַנדערש האָט עס ניט געקענט זיין. אפשר האָט זי אויך ביז דעמאָלט 
ניט געוואוסט, אַז זי איז אַזױ אָפּהענגיק פון שמעונען?.. וען זי איז 

צוריקנעקומען פון װאָקזאל, האָט דזשאָן געװאַרט ביי דער ווילע: 
| |-- ווילסט גיין אַ ביסל שפּאַצירן} -- האָט ער געפרעגט. / | 
41 


זי האָט געשוויגן און לאַנגזאם געעפנט די טיר פון איר צימער. 

--- איך דאַרף מיט דיר ריידן. 

זי האָט געװואָלט זיך איינשליסן צווישן די פיר װוענט און בלייבן 
אַליין. אָבער אויף אירע ליפן האָט זי געפילט זיין בעטנדיקן בליק: / 

--- גוט, 

זיי האָבן געשפּאַנט שווייגנדיק. ערשט ווען זיי האָבן זיך געזעצט 
אויפן זאַמד, הינטער די שטיינער, האָט ער זי מיטאַמאָל אַרומגענומען, וי 
| ער װאָלט אַזױ אַרום געװאָלט געפינען מוט צום ריידן. די שרעק זי צו 
פאַרלירן האָט אים אויפגערענט האַסטיקער. װוי תמיך: 

-- מיין ליבע! -- האָט ער צוגעדריקט זיין קאָפּ צו איר ברוסט. 

זי האָט דערפילט די קדאפט פון זיינע אָרימס. איצט האָבן זיי נאָר 
געװעקט איר װוידערווילן; 

--- לאָז מיך אָפּ! 

-- האָסט מיך מער ניט ליב? | 
איך האָב דיך קיינמאָל ניט ליב געהאַט. / : 

ערשט אין אַ וויילע אַרום האָט זי דערפילט די ברוטאלקייט פון אירע 
אייגענע װוערטער: 

-- גו, זיי ניט אומעטיק! --- האָט זי לייכט אַ גלעט געטאָן זיין האַנט, 

-- ביפט אָבער געווען אַזױ גוט צו מיר? --- איז ער איצט געווען 
דאַנקבאַר פאַר איר לייכטער באַרירונג. 
 -‏ /-- איך בין געווען אַליין און פאַרצווייפ?ט... אָבער איצט אי ע ר 
געקומען. | 

ער האָט שוֹין אַלְץ געוואוסט און פונדעסטוועגן האָט ער געפרענט: 

-- דו האָסט אים ליב? | 

--- ער איז מיין חבר... מיין מאַן! 

-- װעסט אָבער אַריבעדפאָרן אין פעלד-שפּיטאָל, וי מיר האָבן 
אָפּנערעדט? : 


זי האָט אַ וויילע נאָכגעטראכט: דאָ װוועט איר שווער זיין צו בלייבן. 
און אפשר וועט זי אים דאָרט גיכער טרעפן? 





{ -- גוט. אָבער דו װייסט: צווישן אונדז איז אַלץ געענדיקט, 
-- אָבער כעועל מעגן דיך ליב האָבן? 
--- בעסער ניט! 
--- יאָן.., 


| * 08 


זי האָט אַריינגעקוקט אין זיך: ס'איז נישט אַנשטענדיק, אָבער זי 
װויל עס! זי האָט שטענדיק געװאָלט, אַז אַ סך זאָלן זי ליב האָבן... אויפן 
קול האָט זי געזאָגט: | 

-- בעסער ניט, דזשאָן! 

דער װאָגן האָט זיך געיאָגט. זי האָט לייכט געדרימלט. אַזױ איז זי 
דאַן געפּאָרן פון בענעקאסים, דריי חדשים זיינען אַריבער און ער איז אין 
ערגיץ ניט געווען, האָט ער זי פאַרגעסן?... די ,באִיס? זייגען ואוילע 
חברה, אָבער מאַנכעסמאָל איז איר פאָרגעקומען, אַז דעם שטורעם, װאָס 
זי האָט דורכגעלעבט אין די לעצטע יאָרן, האָבן זיי נאָר, װי געזען אין אַ 
שפּיגל,.. די זון האָט אַריינגעשיינט אין אַ פענסטער. זי האָט אַראָפּגעצױגן 
דעם פאָרהאַנג, איצט איז זי געזונקען אין ערב-שלאָף טרוימען: װעט זי אים 
טרעפן? אפשר האָט ער אַן אנדערע?... ניין, ער האָט זי שטארק ליב! מען 
װועט אים ברענגען אַ פארוואונדעטן און זי װעט וװאַכן נעכט גאנצע ביי 
זיין בעט. פּלוצלונג װעט ער עפענען די אויגן און װעט זי דערזען לעבן 
זיך... מען װוועט אים ברענגען אָן אַ פוס און זי װועט אים זאָגן;. איך בלייב מיט 
דיר! ערשט דאַן וועט ער זען, וי געטריי זי קען זייןי. / 

זי האָט שטיל נעשלוכצט אין שלאָף. ווען די שפּאַנישע שװועסטער 
האָט זי אויפגעװועקט, איז דער װאָגן אונטערגעשפּרונגען אויף אַ פעלך-י 
וֶועג פון פאַרטריקנטער בלאָטע, 

--- וואו זיינען מיר? | 

--- מיר זיינען. פאַרבײיגעפאָרן װױילאַנועװאַ. אין שטאב האָבן זי. 
געזאָנט, אַז דער שפּיטאָל געפינט זיך אין אַ הויף, דריי קילאָמעטער אווי 
מערן דאָרף. ו 

--- מיר פאָרן אַהין? 

--- יאָ. 


188 


קאַפּיטל זיב עצן 


3 ט י שׂ }ן 3 װ ײ ב ע ר{ 


טראַץ דער מידקייט, װאָס האָט באַהערשט ריימאַנען, האָט זיין נִיו- 
געריקייט גובר געווען און נאָך אין זעלבן פאַרנאַכט אין ער אַראָפּ צו 
זיפקינדן. עטלעכע מאָל האָט ער געקלאפּט אין דער טיר, ביז אַ פארשלאַ" 
פענע שטימע האָט אויסגעשריען פון אינעװייניק? - 

--- אַדיין! 

זיסקינד איז געלעגן האַלב-אױסגעטאָן אויפן בעט. ער האָט זיך 
געקראַצט אין פּאַטעלניע, זיך געריבן די אויגן און איז װאַך געװאָרן, 
ערשט ווען ער האָט אויסגערויכערט אַ האַלבן פּאַפּיראָס, 
= -- אוי, בין איך מיר! -- האָט ער אויסנעצויגן די אֶרימס און 
געגעניצט -- אוֹן דער קאָפּ דרייט זיך מיר וי א מיל. פון מיטאָג אָן זיינען 
מיר פאַרבליבן צוזאַמען. | : 

--- מיט וועמען? מיט דער , קאָנטראָל?? 

--- נאַרישקײטן, איך טרייסל אויס צוואנציק אַזעלכע קאָנטראָלן 
פון איין אַרבל! אָבער גוט, װאָס איך בין געקומען אַהיים צוֹ דער צייט 
--- מאַדטשעלאַ איז אָנגעקומען פּונקט אין פינף מינוט אַרום. | 
| ער האָט אױסגעלאָשן דעם האלבן פּאַפּיראָס, פאַרױיכערט א נייעם 
און זיך גענומען דערציילן מיט גרויס תענונ אַלֶע פּרטים פון דער 
באַגענעניש: | 

-- כ'האָב געקויפט אַ פלעשל , מאַלאַנאַ'; דער קעלנער איז א 
,בלאַטער?. יאָט, האָס ער געבראַכט מיטאָג פֿאַר צווייען. -- כ'וועל אים 
אָפּטאָן אַ טובה -- דאַן האָבן מיר גערויכערט ענגלישע פּאַפּיראָסן און 
געטרונקען. כ'האָב געפילט, װוי די בלוטן צינדן זיך אין איר. א רויטטקייט 
פוֹן אויפרעגונג האָט אַרױסגעשלאָנן אויף איר פּנים און אירע אוינן האָבן 
זיך האַלב געשלאָסן... | | : 

154 


ער האָט זיך אויפנעהויבן און געשפּאַנט איבערן צימער. איצט איז 
ער געװאָרן אויפגעמונטערט, וי ער װאָלט ווידער אַמאָל איבערגעלעבט די 
מינוטן פון אויפרעגונג. אין אַ ווינקל איז ער שטיין געבליבן און געוויזן 
מיט דער האנט: ‏ / . : 
- -- דאָ אויפן פאטע? האָב איך זי געהאַט! דו האָסט אַן אַנונג, ווים? 
פרויען מען האָט שוין נגעהאַט אויפן דאָזיקן פאָטעל? און װאָס פאַראַ 
פרויען!,.. די רייכסטע לייט פון דער על פלעגן זיך אַראָפּכאפּן קיין 
שפּאַניע מיט זייערע מעטרעסן. און אוֹנדזער האָטעל איז געווען פון די 
שענסטע אין לאנד. גיב אַ קוק --- האָט ער אָנגעוויזן אויף א ליסטע, װאָס 
אין געהאַננען אויף דער װאַנט -- די זעלבע געזעלשאַפט האָט געהאַט 
האָטעלן אין גאנצן לאנד: אין סאַן-סעבאַסטיאַן, אין סעװויליע, אין 
באַרצעלאָנא... 
עד האָט אויסגערעכנט די שטעט מיט גרויס הנאה, פּונקט װי ער 
װאָלט געווען אַ שותה אין דער אונטערנעמונג. דאַן האָט ער זיך אומנע- 
קערט צום עצם עגין+ 
-- אָט דאָס הייסט אַ טרוי! גלייך נאָכן עסן האָט זי זיך געזעצט אין 
פאָטעל מיט פאַרליינטע פים און אַ פּאַפּיראָס אין מויל, און געװאַרט. זי 
האָט ניט. נעפּראַװועט קיין קונצן, װי עפּעס אַן אַכצן-יעריק מיידעלע. 
דערנאָך האָט זי געמאכט אַ הייסע וװואַנע און זיך ווידער געװאָרפן אין 
פאָטעל, אָננעטאָן אין אַ שלאָף-ראָק. . 
ער איז אַריין אין גרויס התפּעלות און ניט אויפגעהערט זיך צו 
דערמאָנען קלייניקייטן: 
--- צום ערשטן מאָל זע איך אַזאַ פרוי! אונדזערע מיידלעך זיינען 
טאַקע גאָרניט ווערט, אַ פרוי פון דרייסיק יאָר איז ערשט צייטיק פֿאַר 
אמתער ליבע! און װייסט, װאָס זי האָט מיר געזאַנט פאַר איר אַװעקגיין? 
--- אַז איך בין איר ריכטיקער פּאַרטנער! צום ערשטן מאָל הער איך א פרוי 
ריידן אַזאַ לשון! 
ריימאַן האָט אויסנענוצט אַ קורצע הפסקה און א פרעג נעטאָן: 
--- נו, און די קאַנטראָל? 
--- כ'האָב זיי געפירט אין באָד! --- איז זיסקינד געווען גוט אויפנע- 
ליינט און זיך מער ניט גענומען צום הארצן דעם אומאַנגענעמען 
אינצידענט --- כ'האָב זיי געזאָגט, אַז איך מון לכל הפּחות מעלדן מיין 
קאָמאַנדאַנט, אַז איך פאַרלאָז מיין פּלאץ אינמיטן דינסט. זיי האָבן מסכים 
געווען אַרויפצוגיין מיט מיר צו אונדז אין ביוראָ. דאָרט האָב איך געמאָלדן 


105 


מיין שעף, אַז די צוויי יאָלדן האָבן זיך צו מיר צוגעטשעפּעט און וילן 
גאר מ י ך אַרעסטירן. דער שעף איז ביין געװאָרן, הלמאַי עפֶּעס אַן 
אונטער-אפיציר האָט די חוצפּה צו װעלן אַרעסטירן אַן אֶפיצִיר פון זיין 
אַמט, און ער האָט זיי ביירן משלח געווען מיט גרויס פּאַראַד... זיי האָבן - 
קוים געטראָפן צו דער טיר, : י 
|-- און װאָס זאָגט דיין שעף צום גאנצן ענין? 
אָבן מיר נאָך ניט געשמועסט. כ'האָב זיך. דאָך 
געאיילט אַהחיים און ער האָט אויך געדאַרפט גיין עסן מיטאָג. אָבער ער 
לעבט גוט מיט מיר. כיבין דאָרט דער איינציקער מענטש, װאָס פארשטייט 
די אַלע שפּראכן, װאָס מען רעדט דאָ אַצינך... 
אל אל א 

ווען קאָלאַנעל דיבואַ האָט זיך אין זעלבן אַוונט דערוואוסט, אַז די 
,קאַנטראָל? איז צוריקגעקומען פון מאַדריד מיט ליידיקע העגט, האָט ער, 
אַ בייזער, געשיקט רופט דעם אונטער-אָפיציר, כּדי אים פערזענלעך 
אויסצופרעגן. 

געוויינטלעך, האָט ער, אַלס קאָלאָנעל און ברינאַדע-קאמאנדאנט, זיך 
ניט אינטערעסירט מיט אַזעלכע קלייניקייטן. מאַלע, װאָס עס מאכן זיך 
דעזערטירן! אַזאַ איינעם כאַפּט מען געוויינטלעך, מען האַלט אים עטלעכע 
װאָכן אין ,חד נדיא" און נאָכדעם שיקט מען אים אויפן פראַנט, אין 
דער דיסציפּלין-קאָמפּאַניע". אָבער דער דאָזיקער חברה-מאן הויבט אים 
אָן צו דענערווירן: עפּעס קומט דאָ גאָר פאָר, וי אַ געהיימער דוע? צווישן 
אים -- אַ קאָלאָנעל און אַ געוועזענעם קאַפּיטאַן פון דער פראַנצויזישעד 
אַרמײ --- און יענעם קליינוויקסיקן סערזשאנט? מיט די רויטע קרייזלעך... 

װאָס איז אייננטלעך א סערזשאנט אַנטקעגן אים? א ואנץ! עס 
שטייט אים אַפילו ניט אָן זיך צו פאַרנעמען מיט זיין פאַל! דער גאַנצער 
ענין געהערט צום קאַפּיטאַן פון יענעם באַטאַליאָן. פאַרװאָס עפּעס צום 
קאַפּיטאַן? אַ פּשוטער לייטענאַנט קען עס דערליידיקן אויף דער אייגענער 
האַנט!,.. אָדער אַפִילן דער אונטער-אפיציר, װאָס פירט אָן מיט זיין 
, קאָמפּאַניע"... 

און טאַקע דערפּאַר, װאָס דער ענין שטייט כלל ניט אָן זיין כבוף' 
רעגט עס אים אַזױ שטארק אוֹיף. איצט מון עס נעמען אַ סוף! וְאָרים 
שוין מאָנאטן-לאנג, װוי ער דרייט זיך אים צווישן די פיס, דאָס. דאָזיקע 
פערזשאַנט'ל; אומעטום שטעקט עס אַריין די נאָז, אומעטום אין עס אַ - 
מחותן, און אומעטום מאכט עס אָן צרות: אין , טראנספּאָרט", אין דער 
צייטונג, אין , צווייטן ביוראָ"!.., | : 
180 | 





און קאָלאַנע? דיבוא האָט זיך פאַרוואונדערט, הלמאַי ער האָט דעם 
דאָזיקן פיפיקן יונגאטש אַזױ לאַנג געלאָזט לויפן. ער גליטשט זיך אַרױס, 
װי אַ נאַסער פיש פון אונטער די הענט.. פאַרװאָס האָט מען אים 
אייגנטלעך ניט געשיקט אין דער ערשטער ליניע? אין וועלכן באַטאַליאָן 
האָט ער דען לעצטנס געדינט? א, יאָ, אין דער קאַװאַלעריע.. דער 
אמתער אֶרט פאַר אַזאַ פויגל! טען דארהף בכל? א סוף מאכן צו דער 
קאַװאַלעריע! ער, דיבואַ, װוייסט דאָך, אַז קיין נוצן ברענגט זי ניט... און 
דעם תכשיט ועט מען שיקן גלייך אין דער ערשטער ליניע, און זאָל ער 
אויפהערן פּראַװען זיינע קונצן. 
| מען האָט אָנגעקלאפּט אין דער טיר. דער אונטער-אַפיציר פוֹן דער 
,קאַנטראָל? איז אַריין און האָט סאַלוטירט. קאָלאָנעל דיבוא. האָט זיך 
באַמיט צו מאכן א לויטערע מינע, כדי אַן אונטערגעאָרדנטער זאָל ניט 
דערקענען, אַז ער נעמט זיך אַזאַ קלייניקייט צום האַרצן. פיהאָט זיך אים 
אָבער ניט איינגענעבן און זיין פּנים איז די נאַנצע צײַט פון ראַפּאָרט 
פאַרבליבן שטרענג און זויער, דער אונטער-אפיציר האָט אָפּנעגעבן אַן 
| אויספירלעכן באַריכט, וי ער האָט שוין געהאַט זיסקינדן אין די הענט און 
וי יענער האָט זיך קונציק אַרױסנעדרײט, : 
-- אידיט ניט געקענט דערקלערן דעם שעף פון די ,ספּעציעלע 
ענינים", אַז עס האַנדלט זיך וועגן אַ דעזערטיר? -- איז דיבוא געװאָרן 
אויסער זיך פון באַגאנגענעם דיסציפּלין-ברוך. 
--- וי קען מען דערקלערן, ווען יענער לאָזט דיר ניט אויפמאכן ראָס 
מויל?! ער אין אַ שפּאַניער... אַן אַנארכיסט, װוי עס ווייזט אויס!.., 
| --- אַזױ? אַן אַנאַרכיסט? ביי אונדז אין וועלט-קריג װאָלט מען אַזא 
חפץ נגעשטעלט פאַר א קרינס-געריכט און נעמאכט מיט אַ קאָפּ קירצער! 
דער אונטער-אפיציר האָט ניט געוואוסט, וועמען מען װאָלט עס , ביי 
אונדז" אין וועלט-קריג געמאַכט מיט א קאָפּ קירצער: ‏ דעם סערזשאנט 
זיסקינד, אָדער דעם שעף פון די , ספּעציעלע ענינים". ער האָט אָבער 
גאָרניט געפרעגט, ווייל ער האָט שוין סיי װוי אָנגערעדט צופיל? נאַריש- 
קייטן: ס'האָט זיך אים אַרױסגעכאפּט פון מויל, אַז דער שעף פון די 
,ספּעציעלע ענונים? ‏ איז אַן אַנארכיסט -- אַ זאך, װאָס איז אים דאָ 
פּלוצלונג איינגעפּאַלן -- און ער װעט נאָך אפשר האָבן דערפון צרות.. . 
-- מיר'ן שוין די זאַך דערליידיקן! -- האט דיבוא א מאך געטאָן 
מיט דער האַנט, אַלס צייכן, אַז דער געשפּרעך איז געענדיקט -- דער 
דאָזיקער יאַט וװועט זיך שוין פון אונדז ניט אַרױסדרײיען. וועסט אַרינגיין 
מאָרגן פרי אין שטאב נאָך ווייטערדיקע אינסטרוקציעס! 
187 


בקייבנדיק אַלין, האָט דער קאָלאָנעל זיך אַ נעם געטאָן שטודירן 
דעם פּלאַן פון דער אַפּענסיווע ביי ברונעטע, װאָס אין געלעגן אויסנע- 
שפּרייט אויף זיין טיש. ער האָט באַטראכט די פעלדער און פּאָזיציעס, 
וואוהין זיין ברינאַדע האָט ליאַדע אַ טאָג געקענט געשיקט ווערן. אָבער 
דער געדאַנק, וועגן יענעם פּאַרשױן האָט זיך אָנגעטשעפּעט אָן אִים, וי אַ 
זלידְנע פליג און אים ניט געלאָזט אַריינקלערן װי עס באַדארף צו זיין 
וועגן עפּעס אַנדערש. שטאַרק אויפנגעבראכט האָט ער זיך אויפגעהויבן ם פון 
טיש, האָט פאַרויכערט אַ פּאַפּיראָס און אָנגעהויבן אַרומשפּאַנען איבערן 
| צימער; | 2 

-- אַ פאַרשאָלטענע געשיכטע! -- האָט ער געטראכט -- אין אַזעלכע 
ערנסטע מאָמענטן זאָלן מיר נאָר נאַרישקײיטן ליגן אין קאָפּ. ניין, צו דער 
געשיכטע מוז נעמען אַ סוף! | | | 

ער האָט איבערגעלייגט, װאָס מען קען מאכן: 

סערזשאַנט זיסקיגד איז אַ דעזערטיר --- דאָס איז קלאָר, װי דער 
| טאָג! דאָס הייסט, אַז דער אַמט פאר ,ספּעציעלע ענינים" מוז אים 
אויסליפערן דער בריגאַדע צו וועלכער ער געהערט. ער אַרבעט אָבער, אין 
אַן אַמט, װאָס שטייט איבער דער נאַנצער צענטראַלער אַדמײ און ממילא 
אויך איבער דער דאָזיקער ברינאַדע -- דאָס הייסט, אז ער, דער 
קאָלאָנעל, דאַרף זיך ווענדן צום דאָזיקן אמט און בעטן, מען זאָל דעם 
בחור'עץ אויסליפערן". 

און װאָס ועט זיין אַז דער ,אַמט" װעט זיך אָפּזאָנן צו דערפיפֿן 
זיין ביטע? אָפּלאָזן דעם ענין וועט ער שוין דאַן ניט קענען, וויי? ס'וועט 
אַװעקפּטרן זיין גאנצע אױטאָריטעט. ער װעט מוון דאן אינטערוע- 
נירן ביי דער העכערער מאַכט. און טאָמער וועט יענער אויך אַריינגיין אין 
אַמביציע און װעט אויך אינטעדווענירן? וועט זיך אָנהוֹיבן אַ חתונה מיט 
אינטעהווענצן און בריוו און באַווייזן"... 

, אָבער, װי קען מען אַנדערש דערליידיקן דעם ענין?.." ניט 
געפינענדיק קיין אויסוועג, האָט ער באשלאָסן דאָך אָנצושרייבן אַ בריוו 
אין אַמט פאַר ,ספּעציעלע ענינים". ,זיי װעלן שוין קיין דעזערטיר ניט 
שיצן!" --- האָט ער זיך געטרייסט --- , אַזאַ זאך וועלן אַפילו אַנאַרביסטן 
ניט טאָן.... יאָ, מאָרגן פרי װועט ער דיקטירן דעם בריוו און דאָרט דער- 
קלערן, װאָס פאַר אַ געפערלעכעד פויג? דער נפש איז. זיי וועלן נאָך דעם 
אויסווואורף צושטעפֿן אהערצו מיט זייער אייגענער גװאַרדיע און / ער. וועט 
פאַרשפֿאָרן זיך אַרומיאָנן נאָך אים. 


188 


אָבער פּלוצלינג איזן אים געקומען אויפן זינען אַזאַ אומאַנגענעמער 
געהאנק, אַז זיין פּנים האָט זיך אַזש פארקרימט: , דער בריוו, געשריבן 
צו דער העכערער מאַכט, װועט מוזן דורכניין דורכן דיוויזיעדשטאב און 
קען נאָך אַריינפאַלן אין סימיאָנסקי'ס הענט;. דאַן איז די זאך פאַרלאָרן! 
סימיאָנסקי װועט פּשוט דעם בריוז ניט אַדורכלאָזן; ער װועט אים , צופעליק? 
פאַרװואַרפֿן, אבי אים -- דיבואַ'ן -- פאַרשאפן עגמת-נפש... און גיי האָב 
נאָכדעם טענות ציליב עפּעס אַ פארלאָרענעם בריוו!" 

אַ כמאַרע פון שװאַרצע געדאנקען האָט אַ שועב געטאַן דורך זיין 
קאָפּ: , סימיאָנסקי ווייסט שוין זיכער פון דער גאַנצער , אַפּערע? און מאבט 
אוודאי חוזק פון אים, ווייל ער קען ניט אַרעסטירן זיין איינענעם 
קערזשאנט. זיכער ווייסט ער שוין, װאָרים די אַלע פאַרבינדונגס-אָפיצירן, 
אַפילן די אייגענע אפּיצירן, דערציילן אים אַלץ, װאָס עס פּאַרלויפט זיך 
אין שטאב... זֵיי ווילן זיך אונטערלעקן צום גענעראַל פון דער דיוויזיע, 
כדי צו קריגן אַ העכערע דאַננע. אין די אוינן זיינען זיי דיר גוטע פריינט 
און אונטער די אויגן דיידן זיי אויס אויף דיר אַלץ, װאָס עס שטייט אין 
| דער קאָרט, בפרט יענע, װאָס ריידן די סלאַװישע שפּראַכן -- זיי זיינען 
אַלֶע נוטע ברידער מיט סימיאָנסקין!.." | 

דיבואַ איז געווען אַ פראנצויז. צו אַכצן יאר האָט ער אָנגעהויבן 
שטודירן אויף אַדװאָקאט און איבערנעריסן זיינע לימודים צוליבן אויס- 
ברוך פון זועלט-קרינ. ער האָט נעקעמפט מוטיק בא װערדען און 
אַרױסגעװיזן מיליטערישע פעיקייטן. אין דריטן קרינס-אָר ‏ אין ער 
נאָמינירט געװאָרן אַלס ליײיטענאַנט. ערב דעם וואפנשטילשטאנד האָט עף 
באַקומען די ראנגע קאַפּיטאן, 

נאָך דער מלחמחה איז ער שוין ניט געווען ביכולת זיך אומצוקערן צום 
שול-באַנק אוּן צו די פארצוויינטע פּאַראַנראפן פון רוימישן רעכט-קאָרעקס. 
תחילת האָט ער געלעבט מיט די זכרונות פון שלאכטן און מיטן נייסט פיז 
העראָאיזם. אָבער אין אַרומיקן, טאָניטענלעכן לעבן, וװאָס האָט זיך 
אָנגעהייבן צו נאָרמאַליזירן, האָבן די דאָזיקע ווערטן פאַרלאָרן זייער. 
חשיבות און גלאנץ. דעד יונגער דיבוא, װאָס האָט געהאָט אַ פאַרזיכערטע, 
לעבנסלעננלעכע פּענסיע, האָט נעזוכט דעם שוואונג פון די פאַרנאנענע 
יאָרן,. ער האָט זיך אָננעשלאָס! אָן פארשיידענע רעליגיעזפּאָליטישע 
באַווענונגען, װאָס זיינען דאַן געוואססן, וי שוואוימען נאָך אַ רעגן, און 
איז באַאַיינפלוסט געװאָרן פון כלערליי אידייען, װאָס האָבן געוויזן אַ וועג 
צו דער וועלט-דערלייזונג. צו אַכט און צװאַנציק יאר האָט ער חתונה 


189 


געהאַט מיט אַ פאַרקויפעדין, אין וועלכער ער האָט זיך הייס פאַרליבט. 
אין דער זעלבער צייט איז אויף דעם. טאָג-אָרדענונג געשטאַנען די לאָזונג 
פון פּאַציפיזם. אויף פאַרזאטמלוננען און מיטינגען האָט ער זיך אָנגעהויבן 
טרעפן מיט אַרבעטער-טוער. עס האָט געשמעקט מיט רעװאָלוציע און 
העראָאיזם. עֹר איז ביסלעכווייז אַריינגעצױיגן געװאָרן אין לינקע קרייזן. 

קיין גרויסער פּאַליטיקֶער איז ער ניט געווען. אויך צום ריידן האָט ער 
ניט אַרױסגעװיזן קיין טאַלאנט, כאָטש ער האָט אין זיין יוגנט געטרוימט פון 
ווערן אַ באַקאַנטער אַדװאָקאַט. דערפאַר האָט ער שטאָלצירט מיט זיינע 
מיליטערישע קענטענישן, װאָס ער האָט צונעזאָגט צו שטעלן -- ווען די 
שעה װעט שלאָגן -- אין דינסט פון װעלט-פּראַלעטאַריאַט. 

-- איר זיינט אַלֶע העלדן צום דרייען מיט די צינגלעך! --- פלענט ער 
אָפּט זאָגן, טרינקענדיק, נאָך אַ מיטינג, אַ קופ? ביר. ביי אַ פאָרבאַנק פון 
אַ פאַרװאָרפענעם שענק פון אַ פּאַריזער פאָרשטאָט -- אָבער, אַז ס'וועט 
קומען די שעה, וועלן מיד זען, ווער ס'וועט ברענגען מער נוצן! 

ווען טוסאָליני האָט אָנגענריפן עטיאָפּיע, איז ער אַװעק אַלס מילי- . 
טערישער ראַטנעבער פון די אַביסינישע חיילות, קיין שפּאַניע אי ער 
נעקומען אין אֶנהוֹיב קריג און האָט אָנגעפירט מיט איינעם פון די ערשטע 
אינטערנאַציאָנאַלע" באַטאַליאַנען, װאָס האָבן פאַרטײידיקט מאַדריד. ער 
האָט געקעמפט העלדיש אין פעלד און געהאָלפן אָרגאַניזירן דאָס יונגע 
מיליטער .אָבער די טראַדיציעס פוֹן דער פדאנצויזישער אַרמײ --- רעספּעקט 
פון סאָלדאַט צום אֶפּיצִיר -- האָבן נאָך אַלץ געווירקט אויף אים און 
ב'איז אים אָנגעקומען שווער זיך צוצופּאַסן צו די נייע באַדינגונגען. 

אַלץ איז פונדעסטוועגן געגאַננען גוֹט, בין מען האָט אָנגעהויבן 
איינפירן די גראַדן אין דער אַרמֵיי. דער דרך-ארץ פאַר ברייטע נאַלאָנען, 
דער טרוים פון אַ גענעראַלן-דאנגע, װאָס האָט אין אים געדרימלט פון 
אַמאָליקע יאָרן, האָבן אויפנעוואכט. ער איר נאָמינירט געװאָרן אס 
קאָלאָנעל און אַלם ברינאַדע-קאַמאנדאנט, און איז פונדעסטוועגן געבליבן 
אומצופרידן. ס'האָט זיך אים כסדר געדאַכט, אַז מען באַ'עולה'ט אים, 
אַז מען שאַצט ניט אֶפּ וי געהעריק זיינע פעאיקייטן. דער דאָזיקער 
קאָמפּלעקס, װאָס האָט אים נעטאָטשעט, וי אַ װאָרים, האָט זיך באזונדערס 
געשטאַרקט זינט זיין ברינאַדע איז צונעטיילט געװאָרן צו סימיאנסקים 
דיוויזיע. 

חבר סימיאָנסקי איז געקומען קיין שפּאַניע עטלעכע חדשים נאָך 
דיבואַ. אַ סך לענגענדעס זיינען אַרומגענאננען ווענן זיין פארגאננענהייט: 


190 


שוין אַלס יונג בחור'? האָט ער זיך געװאָרפן אין דער רעװאָלוציאָנערער 
טעטיקייט. אין יענע יאָרן אין ער געפאָרן אוֹיף פּאַרטײ-קאַנפערענצן, זיך 
באַטײליקט אין דעבאַטעס און אידעאָלאָנישע וויכוחים, אזן פאָרמולירט 
רעזאָלוציעס, מען האָט דערציילט, אַז ער איז פאַרשיקט געװאָרן קיין סיביר, 
ווייל ער האָט זיך באַטײליקט אין קאמף פון די לינקע פּוילישע פּאַטריאָטן 
קעגן צאַר. דאָרט האָט ער זיך באַקאַנט מיט די רְוסִישׁע אַרבעטער-פירער 
און קומענדיק פון , וויסילקע" האָט די באַפרייאונג פון פּױלן געשפֿילט אַ 
קלענערע ראָליע אין זיין טעטיקייט. נאָך דער וועלט-מלחמה האָט ער 
אָנטיי? גענומען אין מערערע רעװאָלוציעס פון צענטראַל-אײראָפּע און 
טאַקע דעמאָלט האָט ער אַדורכגעמאכט זיין מיליטערישע שולונג. אין 
יענע שטורמישע יאָרן האָט ער געװאַנדערט איבער אונגאַרן און דעם 
באַלקאַן, געווואוינט עטלעכע יאָר אין דייטשלאנד און אַפּילו פֿאַרבראכט 
אַ קורצע ציים אין ווייטן אָריענט. ער האָט גערעדט גוט מערערע שפּראכן 
און נאָר װייניקע האָבן געוואוסט פון װאָס פאַר אַ פאלק ער שטאמט. ‏ 

פֿאַרן קומען קיין שפּאַניע האָט ער אַ קורצע צייט נעלעבט אין 
פאָוויעטן-פאַרבאנד, ואוו ער איז שוין פריער געװוען עטלעכע מאָל. 
תחילת האָט ער, וי דיבואַ, אָנגעפירט פיט אַ באַטאַליאָן און נגעהאַט די 
ראַנגע , קאַלאָנעל". שוין אין די ערשטע װאָכן איז ער געװוען זייער 
פּאָפּולער אין די. קרייזן פון די אינטעדנאַציאָנאַלע בריגאַדעס: מיט יעדן 
סאַלדאַט און מיט יעדן אַפּיצִיר האָט ער געקענט ריידן אויף זיין שפּראך, 
ער האָט נעקאָנט די מנהגים פוֹן די פאַרשיידענע פעלקער און זייערע 
רעװאָלוציאָנערע טראָדיציעס, און די געשיכטע פון זייערע קאמפן. אויסער 
דעם איז ער געווען אַ ,גנוטער ברודער" מיט די אָפּטיילונגען פון טאנקיסטן 
און אַװיאַטאָרן, וואו עס האָבן זיך אין דער ערשטער צייט געפונען זיינע 
אַלטע באַקאַנטע פון ראַטנפאַרבאנד. ער האָט געקענט שפּראכן און ביים 
קאָאָרדינירן אַ סטראַטענישן פּלאן, האָט ער געדינט אַלֶס פאַרבינדער 
צװישן די אינטערנאַציאָנאַלע ברינאַדעס אוֹן די דאָזיקע טעכנישע 
אָפּטיילונגען. / 

דיבואַ האָט זיך זינט זיין ערשטער באַגעגעניש מיט סימיאנסקין, 
געפילט באַנאכטײיליקט לנכי דעם דאָזיקן מאַן. טראָץ זיין אומיטלבארער 
באַרירונג מיטן גייסטיק-רירעוודיקן, פּאַריזער פאָלקס-מענטש, טראָץ זיין 
קאָנטאַקט מיטן פרייהייטלעכן אַרבעטער פוֹן די פּאַריזער פאָרשטעט, איז 
ער פאַרבליבן אַן ערנסטער, שטייפער אֶפּיציר, װאָס איז דערצויגן געװאָרן 
אויף אַ מיליטערישער טראַדיציע פון אַ הערשנדיקער קאַסטע. וועלכע אין 


191 


דורכגעזאַפּט מיט פעסמע באַגריפן -פון היעראַרכיע און טראָגט א טיפע 
פֿאַראַכטונג פאַרן. צװויל-געקליידעטן בירנער. ער האָט בשום אופן. ניט 
געקענט דורכברעכן די מחיצה, װאָס האָט אים אָפּנעטײלט פוֹן איינפאַכן 
זעלנער.. ער האָט פאַהאכטעט סימיאנסקי'ס לייכטקייט און פּשטות און 
גלייכצייטיק אים מקנא נעװוען: ווייל אין דער דאָזיקער אַרמײ פון פרייווי- 
ליקע, צילבאַוואוסטע קעמפער האָט אַ וירדיקע באַציאונג צום פּשוטן 
מענטשן דעראָבערט אַמייסטן הערצער, - 

סימיאָנסקי האָט באַזעסן די קונסט פון פירן אידעאַליסטישע 
פרייהייט-קעמפער. ער איז געווען דורכגעדרוננען מיטן נייסט פון ברידער- 
כעכקייט און גלייכהייט, װאָס האָט געהערשט אין די בירנער-קריגן, אין 
וועלכע ער האָט זיך באַטײליקט. אין פּאָליטיק האָט ער זיך לעצטנס ניט 
נעמישט: איטלעכער טוט זיין אַרבעט און די ראָמאַנטישע יאָרן פון 
קאָנספּיראַציעס, געהיימע קאָנפּערענצן און האָר-שפּאַלטערישע וויכוחים 
זיינען פאַרביי! ער איז א מיליטערימאַן און ער דאַרף אויספירן. זיין 
אַרבעט בשלימות: געווינען שלאכטן מיט וייניק קרבנות אוֹן זען צו 
פּאַרניכטן ענדגילטיק דעם שונא. פּאָליטיק מאכן אַנדערע, פּאַכלייט, ער אין. 
פון פּאַך אַ סאָלדאט, מען קען אים שיקן וואוֹ מען דארף און ער מוז 
אויספירן זיין שליחות באמונה. נאָר אַזױ קען דער פּראַלעטאַריאַט געווינען 
די לעצטע שלאַבט, 

ער האָט אַ סך נעזען און נעהערט אין די לעצטע זאָרן: אָפּאָזיציעס,. 
רייניקוננען", פּאָליטישע אינטדינעס און פּערזענלעכע חשבונות. א סך 
פוֹן זיינע אַמאָליקע חברים זיינען פאַרשיקט געװאָרן, אַנדערע האָט מען 
דערשאָסן. אַ שימער פון רעזיגנאַציע האָט געטליעט אין זיין האַרצן, און 
אין-תוך איז ער אפשר געווען מער סקעפּטיקער און ווייניקער ראָמאַנטיקער 
פּאַר דיבואַ. ער האָט אָבער פּערזענלעך דורכגעמאכט די אַלע וואנדלוננען 
פוֹן דער באַװענונג און ער האָט זיך איינמאל פאַר אַלֶע מאָל געזאַנט: 
מסתמא, האָט עס אַנדערש ניט געקענט זיין! יענע זיינען פון פאַך און 
ווייסן עס בעסער, און ער דאַרף טאָן דיסציפּלינירט זיין אַרבעט. די דורב- 
געלעבטע געשעענישן האָבן געלאָזט אויף אים קעננזעצלעכע שפּורן: פון 
העכסטן אידעאַליזם ביז אַ כיטרער ברוטאַלקײיט, פון טיפסטן גלויבן ביז 
נרעניצלאָזער חשדנות, | | | יי 

אויך ער, פון זיין זייט, האָט ניט ליב געהאט דיבוא'ן צוליב זיינע 
איינגעװאָרצלטע כאַראַקטער-שטריכן פון אַ כורזשואַזן אִפיצִיר. ער איז 
אָבער געווען פאָרזיכטיקעד און עס ניט אַהױסגעװיזן. נאָר איינמאָל האָבן 


192 


8 


זיי געהאט אַ קויצע דיסקוסיע. ס'אין געווען כעת אַ באזוך פוֹן דיבוא'ס 
שטאַב אין אַ טאַנקיסטן-אָפּטײיל. ווען די אַפּיצירן האָבן, נאָכן וויזיט, 
געטרונקען אין דער , מעסע", האָט לענראַן מיטאַמאָל אַ זאָג געטאָן: 
-- כ'האָב היינט נעשמועסט מיט איינעם פוֹן די רוסן, האָט ער 
מיר געזאָגט, אַז חבר סטאַלין פרענט זיך. פּערזענלעך נאָך יעדן טאָג. אויפן 
:שש 


+י 


! געזונט פון יעדן , סאַװויעטישן", װאָס געפינט זיך דאָ. 


: 
--- װואָס דערצוילסטו דאָרטן? -- האָט דיכואַ אים אַוועקנעמאבט מיט 
דער האנט, מיינענדיק, אַז זיין קאַפּיטאַן האָט גענומען אַ צו גרויס גלעזל, 
-- אַזױ האָט ער געזאָגט, מיין קאָלאָנעפ! 
-- און זיי גלויבן אין דעם? 
-- דאַכט זיך, אַז יאָ. | 
דיבואַ האָט אַ הויב געטאָן די פּלייצעס. סימיאָנסקי האָט זיך א כאם. 
געטאָן: יי 
-- און אַז זי גלויבן, איז װאָס? ס'איז ניט סתם פון עמיצנס כבוד 
וועגן! דאָס פאלק מוז דאָרט אָנשטרעננען אַלע כוחות, כדי אויפצובויען 
דאָס לאַנד!: מיר לעבן אַרומגערינגלט מיט שונאים אוֹן כדי דורכצופירן 


די ניגאַנטישע אויפנאבן, מוו מען האָבן נלויבן! 


--- אָבער דאָס איז דאָך נאַאיוויטעט! 

--- און איר, מענטשן פֿון מערב, מִיט אייער קלונן סקעפּטיציזםן... 
איר רעדט וועגן פרייהייט און זעלכבשטענדיקן דענקען, אָבער אין דער 
אמת'ן איז די מערב-געזעלשאפט דורך און דורך צעפוילט! 

לעגראַן האָט זיך אין דע" זיסקופיע ניט אַריינגעמישט. ער האָט 
זִיך אָנגענאָסן נאָך אַ נלעזל קאָניאַק און א מורמ? געטאָן; | 

-- אמתיע פרייהייט איז, וי אַן עכטער , קאָמאַנבער?: עס שטינקט 


אַ ביס?, אָבער ס'איז נעשמאקן.. 


אין אַ קורצע צייט אַרום איז סימיאָנסקי באַשטימט געװאָרן אֵלֶם 
גענעראַל. דיבואַ האָט אויך געװאַרט אויף זיין נאַמינאַציע. אַנשטאָט דעם 
האָט מען זיין בריגאַדע צוגעטיילט צו סימיאָנסקי'ס דיוויזיע. פון דאַן האָט 
ער נעפילט אַ טיפע שנאה צום גענעראַל און געהאַלטן, אַז יענער אין 
אַרויפגעשטינן נאָר אַ דאנק זיין רוסיש-ריידן. ער האָט געחאַלטן, אַז זייז 
שעף אינטרינירט קעגן אים און שטעלט אים אונטער אַ פיסל, אוֹן ער האָט 
אָנגעהויבן חושד זיין יעדן אֶפּיצִיר, װאָס האָט נעקענט רוסיש, אֵלם 
סימיאָנסקיס אַ , שפּיאָן". ער האָט אַפִילו משלח געווען פון זיין שטאב 
איינעם אַ סעקרעטאַר, נאָר דערפאַר װאָס יענער איז געווען אַ טשעך און 
15 | 198 


פאַרשטאַנען אַ ביסל פּוליש. סימיאָנסקי האָט אויך געוואוסט וועגן דעם 
קאָלאָנעלס געפילן און זיך איינמאָל פאַרמרױט פאַר אַן אָפִיצִיר : 

-- אַ פייג װעט ער באַקומען, ניט קיין דיוויזיע ! 

און איצט האָט זיך דאָ אַריינגעפּלאַנטערט די ;אַפּערע זיסקינד". -- 
,זאָל ער אפשר אָפּלאָזן דעם גאנצן ענין? -- האָט דיבואַ אַ קלער געטאָן 
--- ניין, דאָס איז שוין אומענלעך! װאָס װעט מען זאָגן אין שטאב?! און 
וואו אין די דיסציפּלין ?יעדער סערזשאנט װעט זיך אָנטאָן אַ היט? פון 
אַ לייטענאַנט,. " יי 
| = פלוצלינג איז אים ליכטיק געװאָרן פאַר די אױיגן; צו װאָס ברעכט ער 
זיך אייננטלעך דעם קאָפּ? צו װאָס טויגן אים די גאַנצע קונצן מיט שריי- 
בענישן און פאַרהאנדלוננען? -- דער סערזשאנט האָט דעזערטירט פון 
דער ברינאַדע? -- אָן שום צווייפל! האָט דער קאָלאָנעל פון דער בריגאַדע 
| דאָס רעכט אים צו אַרעסטירן? --- אַװודאי האָט ער, לויט אַלע מיליטערישע 
געזעצן! נו, װועט מען אים אַרעסטירן און אַן עק! 

ער האָט זיך פאַרוואונדערט, הלמאַי ס'איז אים גלייך ניט איינגע- 
פאַלְן דער דאָזיקער אויסווע;. אַדרבא, זאָל דער שעף פון די , ספּעציעלע 
ענינים" קומען זיך אויס'טענה'ן מיט אים. ער װעט שוין זען, וער ס'איז 
גערעכט... און סימיאַנסקי װעט זיך דאַן ניט קענען מישן אין אַן אינער- 
לעכן ברינאַדע-ענין... 

| אוצט איז אים קלאָר געװאָרן, אַז שולדיק אין גאנצן פּלאָנטער איז 

נאָר די שלימזלדיקע , קאָנטראָל?: ווער האָט זיי געהייסן זיך אַרומצאַצקען 
מיטן פּאַרך, זיך אַרומפּאָרען מיט אים? אַזאַ איינעם פּאַקט מען אַריין אין 
אַן אויטאָ, מען ברעננט אים מיט גרויס בבוד אין דער ברינאַדע און מען 
װואַרפט אים גלייך אין דער , חֹד גדיא? אַרין. בה : 
ער האָט באשלאָסן צו שיקן גלייך צומאָרגנס אַ נייע , קאָנטראָל? קיין 
מאַדריד, | 


אב 26 א 


-- נו, װי זעט עס אויס? -- האָט ריימאַן געפרעגט דעם דאָקטער,. 
ווען יענער האָט צומאָרגנס באַטראכט זיין פוס. | 8 8 הו 
|| -- טוט װיי? - 
-- אַ ביסל. 
--- איר גייט אַרום? 
ה -- וא 
= === אַזױ?,., אַ לייכטע ענטצינדונג! איר דאַרפט מער ליגן. 
194 


= 


אָבער נאָך אין זעלבן פֿאַרנאכט האָט זיסקינד טעלעפאַנירט . און 
געבעטן, ער זאָל אומבאַדינגט אַראָפּקומען. דיימאן האָט ניטם געקענט 
ביישטיין דעם נסיון: מיט דער ווינדע מאַכט ניִט אויס! -- האָט ער זיך 
געטרייסט און איז אַראָפּנעפאָרן. יענער האָט שוין געװאַרט ביי דער מיר 
און גלייך אויסגערופן: | | | 

-- אַ גרויסער ניצחון! איצט פייף איך שוין אויף דיבואַ! 

-- װאָס איז געשען? 

--- פֿאַרשטייסט, מען דאַרף שטענדיק צוגרייטן די רפואה פאַר דער 
מכה! היינם קום איך אין ביוראַ און גיב אִפּ מיין שעף א ראַפּאָרט איבער 
פאַרשיידענע אַרבעטן. מיטאַמאָל װואַרף איך קאלטבלוטיק אַָריין אינמיטן: 
= -איר געדענקט, שעף, אַז צוויי חברח-לייט האָבן מיך נעבטן 
געװאָלט אַרעסטירן? | : 

--- יאָ, כ'האָב זיך. טאַקע געקלובן דיר אַ פרעג טאָן וועגן דעם -- 
האָט ער ניט אויפּגעהויבן דעם קאָפּ פון די פּאַפּירן. | 
| ;דאָ האָב איך אים דערציילט, אַז דיבוֹאַ. אין אַן אומטעאיקער 
קאָמאַנדאַנט און אַ בעל-קנאה: ער האָט פיינט יעדן באַנאבטן אמיציר, 
והראיח, דעם גענעראַל סימיאָנסקי האָט ער אויך פיינט. און מיך וי עַר 
שיקאַנירן, ווייל איך בין סימיאָנסקיים אַ גוטער-ברודער... 

-- ווער איז דער סימיאָנסקי? --- איז ער געװאָרן נייגעריק. 

,כ'האָב אים געגעבן צו פארשטיין, אַז סימיאַנסקי איז אַן אייגענער 

מענטש ביי די , פאַוויעטישע", אַז ער איז פון די נאָר-גאָר הויכע פענסטער 


ה און אַז ער האָט אַ האנט אומעטום... און טאַקע גלייך אויף אַן אָרט האָב 


איך אים אַ פרעג נעטאָן: | 
---' אפשר ווילט איר זיך דורכפאָרן מיט מיר ; צום געגעראלט == אן 

אינטערעסאַנטער מענטש ביז נאָר ! | 

;ער האָט מסכים געווען. מיר זיינען ארויסגעפארן אין דעם דיוויזיע- 
שטאַב, לעבן מאדריד. מיין שעף האָט מיך דאָרט געליבט אין הימל 
אַריין און סימיאנסקי האָט מיך אויפגענומען װי אַן אַלטן נוטן פריינט 
--- מיר קאָנען זיך דאָך נאָך פון אַמאָל... ער האָט אונדז מכבד געווען מיט - 
פראַנצויזישן קאָניאַק און גערעדט מיט מיר פּוליש, און מיין שעף איז 
געווען זיכער, אַז מיר ריידן רוסיש... ווען ס'איז געקומען צו רייד ווענן 
דעם , ענין" מיט דיבואַ, איז דער גענעראל געװאָרן בייז, הלמאי יענער 
פאַרנעמט זיַך איצט מיט אַזעלכע נאַרישקײטן, און צום סוֹה האָט ער 
אַריינגערופן א שטאבס-אפיציר. און אים פאַר אונדז אין די אויגן געזאַנט 


198 


בזח חלשון: ;שרייב אָן אַ בריוו אין שטאב פון קאָלאָנעל דיבואַ. און 
מעלדע זיי, אַז לייטענאַנט זיסקינד איז ניט קיין דעזערטיר און ער װערט 
צוגעטיילט פון דער דיוויזיע צו דעם אַמט פון , ספּעציעלע ענינים" ביים 
קרינס-מיניסטעריום. כדי אים ריינצואַװאַשן פון יעטװוידער. בּאַשולדיקונג 
און וועלכן ניט איז חשר, דאַרף דער קאָלאָנעל פון דער בריגאַדע אַריינ- 
שרייבן אין דעם , טאָנדאָרדענונג?" צו די באַטאַליאָנען, אַז נאר מיט אַ 
טעות אין עטלעכע טעג פריער נעמאָלדן געװאָרן, אז זיסקינד אין אַ דע- 
זערטיר". יי | | 

--- פֿאַרשטײסט? --- האָט ער זיך געריבן די הענט --- מען װעט עס 
פאָרפײיענען אין אַלע באַטאַליאָנען. װאָרים פריער -האָט מען דאָרט געהאַט 
נעמאָלדן, אַז איעדער, װאָס וועט מיך טרעפן, זאָל מיך איבערנעבן דער 
מיליטערישער פּאַליציי. | 
| --= פאַרװאָס האָט עס סימיאָנסקי געטאָן? -- האָט ריימאן געװאָלט 
פאַרשטיין דעם שבל, | 7 

= ערשטנס טראָגט ער שוין פון לאנג אַ ,האַרץ" אויפן קאָלאָנעל. 
והשנית איז ער באמת געווען בייז, הכמאַי יענער פארנעמט. זיך פיט 
אַזעלבע זאַכן. בב9? איז סימיאַנסקי אַ וואויל מענטשל, ער פאַרנעמט זיך 
כסדר מיט ערנסטע ענינים, איז פאַרװילט זיך א מאָל אַ ‏ שוטיעווע,, צו 
טאָן --- האָט ער אַרײַנגעװאָרכן אַ דוסיש װאָרט -- און צװוישן אונדו 
זאָל עס בלייבן: ער וויל טאַקע האָבן אַן אייגענעם חברח-מאן אין אַמט -- 
מאַלע װאָס עס מאכט זיך, ווייסן מיר פון אַלץ די ערשטע!... י 

ער האָט אַרױסגעשלעפּט זיין װואַליזע פון אונטערן בעט און גענומען 
אױיספּאַקן: | | | | | 
= - -- ביי מיין שעף אין די אוינן בין איך נאָר. נתעלה - געװאָרן און 
מאָרגן פרי פאָר איך אין אַ ספּעציעלער מיסיע קיין באַרצעלאָנאַ. מיר'ן. 
זיך ערשט זען שבת. כ'וועל זיך טרעפן מיט אַלע גרויסע קאַרפּן-קעם.. 

ער איז שטייז געבליבן אַ וויילע ביים אָפּענעם קאפער און אַנגעהויבן 
טרוימען: | יי | 
-- דאַן װעל איך נאָמינירט ווערן אַלם קאַפּיטאן, דערנאָך װעט מען . 
מיך שיקן אין אַ ספּעציעלער מיסיע קיין פּאַריז. דאָרט װעל איך, פארשטייט 
זיך, וואזינען אין דער אַמבאַסאַדע! אַז עמיצער װעט מיך ועלן באַזוכן, 
וועט ער מוזן מעלדן דעם פעקרעטאַר ביי דער טיר: --- איך וויל ריידן 
מיטן קאַפּיטאַן זיסקינד. קאַפּיטאַן זיסקינד איז איצט פּאַרנומען! -- 
וועט ענטפערן דער סעקרעטאַר --- איר וועט אַזױ גום זיין, זיך פאַרבינדן 
מיט אים טעלעפאָניש.... 
198 


27 


ער האָט ווייטער אױסנעפּאַקט זיין װאַליזע. אין האנט זיינען אים 
אַרײינגעפאַלן אַ פַּאַר לעדערנע דאַמען-הענטשקעס און אַ בלוי, געשטריקט 
סוועטערל, ער האָט זיי געוויזן ריימאַנען: 

--- זעפט, דאָס האָב איך געקויפט פאַר מיין מיידל אין פּאַריז. זאָל זי 
אויך וויסן, אַז זי האָט אַ מאַן אַ קאַפּיטאַן, װאָס וואוינט אין אַמ- 
באסאדעס.., | 

ער האָט איבערגעהאקט און. זִיך אַ װיַלע פאַרקלערט: 

--- ווייסט, װאָס איך װעל דיר זאָגן? פון מיין מיידל װעל איך זיך 
מוזן נט'ן.... פאַרשטײיסט, זִי. װעט זיך ניט אַריינפּאַסן אין דער גאנצער 
אָטמאָספער: אַמבאַסאַדאָרן, קאָנסולן, באַנקעטן מיט דיפּלאָמאַטן... זי איז 
טאַקע אַ וואויל מיידל און זי האָט מיך שטאַרק ליב, אָבער אין דער דאָזיקער 
סביבה טויג זי ניט! איך פאַרזיכער דיר, אַן די אַלע מתנות, װאָס איך. האָב 
פאַר איד געקויפט, על איך איר געבן, איך על אַפילן צוקויפן נייע אויך 
און איך װעל זי חתונה מאכן פאַר אַ שניידער אָדער אַ שוסטער, פֿאַר אַ 
גוטן בעלזמלאכה... זי װעט זיך לעבן רואיק און פון צייט צו צֵייט װעל 
איך זי אַפילן איינלאַדן צו מיר אין אַמבאַסאַדע.אויף אוּונט-ברויט, ווארִים 
כ'האָב זי נאַנץ ליב און זי איז אפשר בעסער פּאַר גאָט ווייסט וואֶם פאַר 
אַן אַלטע כלב'טע פוּן אַן אַמבאסאדאָדשע... אוי, כ'האָב גאָר פאַרנעסן! - 

ער אין צונעלאָפן צום טעלעפאָן און נעבעטן אַ נומער: : 

-- יאָ? מאַדטשעלאַ איז נאָך ביי דער אַרבעכ?... יאָ, רופט זי צו... . 
יאָ, דאָ רעדט זיסקינד, איך פאָר אַװעק ביז שבת... װייסט ניט צי וועסט 
קענען קומען?... ניין, אומבאדינגט! זיכער! כ'וועל װאַרטן!.. שֹבֶת צַו- 
נאַכט צום אַוונט-ברויט!.. 


די קי ב ח צִי ה לילהם.., 


| רות האָט האַלב-געדדימלט אין א הויכן, אַלטמאָדרישן שטול . ס'איז 
געווען שבת-צו-נאַכט, אָרום הצוֹת. אין גרויסן זאָל פון דעם דאָרפישן 
הויז איז געווען טונקל, נאָר אַ קליין פּעטראָל-לעמפּ? האָט געברענט אין אַ 
ווינקל,. אויף אַ קושעטע האָט פעסט ועשלאָפן דער סאַניטאָר בראון, 
אָנגעטאָן אין די קליידער. זיינע דיקע, סאָלדאטסקע שיך האָבן זיך גע" 
װאַלגערט לעבן אים, אויף דער פֿאָדלאַנע. אויף צויי נעבנאנדער- 
שטייענדיקע, ווייס-באַצויגענע בעטן זיינען געלעגן דער רוס מאַלינקאָי 
און בערנמאן. | 

--- װאַסער!.. װאַסער... --- האָט דער אַלטער אַ קרעכץ געטאָן. 

זי האָט זיך אויפגעכאפּט און איז צונעגאנגען צו אים אױף די 


שפּיץ-פיננער; 
-- דו טאָרסט ניט טרינקען -- האָט זי אַ גלעט נעטאָן זיין דיקע, 
צעקנייטשטע האנט , 


-- מאכט ניט אוים,.. שוין ערגערט אביבערגעטראָגן --- האָט ער אַ 
מורמל געטאָן אויף רוסיש, 

זיין קאָפּ איז אַראָפּגעפאַלן אויפן קישן. עטלעכע סעקונדעס אין ער 
געלעגן שטיל און דאן ווידער געמורמלט: . | 

--+ װאַסער!... וואו איז דער דאָקטער? פאַרװאָס לאָזט מען אונדז 
אַזױ ליגן? 
ער איז לאַנגזאם װואַך געװאָרן און געקוקט אויף רות'ן מיט גרויסע 
אויגן; 

--- די אַמעריקאַנערין?... דו פארשטייסט/ניט אונדזער לשון, פיין 
טייבעלע?! 


'8 


--- איך פֿאַרשטיי.., 
|-- באמת? געלערנט?... 
זי האָט זיך פּלוצלונג דערמאָנט דער מאמא"ס כ סאַלאָן און רי. שאַפּע 
ביכער; : | יו 
--- יאָ, געלייענט פּושקינען און לערמאַנטאָוון -- האָט זי אַ שמייבל 
געטאָן. ‏ / | 
| --- גיב מיר אַ ביס? װאַסער! מיין טייבעלע, מיר װעט. ניט שאדן, אַ 
אַ וועלט זיך אױסגעװאַלגערט... פאַרשטײיסט, יונג איז מען געווען און נים 
פאַרשטאַנען קיין סך. האָט מען אָנגעטטראַשעט, אַז די באָלשעװיקעס וועלן 
דערשיסן. מיין אַלטער איז נאָר קיין פּריץ ניט געווען. אָבער די אֶפיְצין רן 
זיינען געלאָפן, איז מען מיטגעלאָפן: פון קרים קיין קאָנסטאנטינאָפּאָ?, אין. 
יונאָסלאַװויע זיך אַרומגעדרייט אין קיין פּאַרין נעקומען -- -- 
--- דו טאָרסט ניט ריידן קיין סך! 
--- מיר וושט שוין ניט שאַדן. אפשר ט'מען שוין לאַנג ניט אנציען, 
איז. ווילט זיך /אַראָפּרײידן פוֹן האַרצן... סיהאָט זיך נעבענקט אַהיים, צו 
אונדזער מוטער? רוסלאנד, אונדזערע פעלדער און וװעלדער און דעם 
שניי ווינטער:צייט,,. און דאָ האָט מען נעקענט באַצאָלן פאר די אַמאָליקע 
חטאים,,. 
--- דייד שטילער, דיעדושקא! -- האָט דות אָנגעוויזן אויף בערנמאנס 
בעט. | | | 
דער אַלטער האָט פּרובידט זיך אומדרייען אין יענער זייט און ניט 
געקענט: | 
--- שווער פאַרוואונדעט, דער חבר? 
--- ניין, אָבער אין קאָפּ. ער האָט דאָרט געהאט אַ פריעדדיקן וואוֹוָר. 
זיך געעפנט מסתמא, | 
| = -- װאָס מיינסטו, ?יבינקע, מען װעט זיך נאָך אומקערן אַהיים?. 
--- יאָ, אוודאי, מען װעט זיך אומקערן... אַלע וועלן זיך אומקערן.... 
--- האָט זי גענומטן זיין האַנט אין אירע דלאַניעס. ער האָט אַ מורמ? 
געטאָן: ,וװואַקער... װאַפער., " און איז לאננזאם אייננעשלאָפן. . 
| זי האָט זיך אויפנעהויבן, איז צוגענאננען צוֹם פענסטער אוו 
אָפּנעשאַרט דעם פאָרהאַנג: אָרום איז געלעגן א פינסטערע נאַכט. מען 
האָט נאַר געזען די שפּיצן פון די ביימער, װאָס האבן אַרומנערינגלט דאָס 
הויז. פונדערווייטנס איז דערנאנגען אַ געדעמפטע עכאָ פון אַ שיסעריי. אַ 
קאַלטע פאדצווייפלונג האָט איר אַ נלעט געטאָן איבערן האַרצן. אירע 


199 


ליפּן האָבן געמורמלט: גי מען װעט זיך ניט אומקערן... קיינער ניט... 
קיינער ניט... און שמעון וועט אַפילו גיט וויסן פון איר... / ' 
ס'איז |אַלץ געשען ; זי פּלוצלונג און אומגעריכט פאַר אַלעמען. 
קרוב צו אַ װאָך האָט זי דאָ געאַרבעט. דאָס הויז, א גרויס און רחבותדיקס, 
האָט זיך דאָ געהויבן אַליין אין פעלד, עטלעכע קילאָמעטער אָפּנערוקט פון 
דאָרף, אַרומגערינגלט מיט הויכע טאָפּאָלן און װיערבעס. מען האָט 
כסדר געבראכט פארוואונדעטע. אַמבולאנסן זיינען אָנגעקומען פון די 
שלאַכט-פעלדער. מען האָט אָפּערירט אין באנדאזשירט. די מערסטן זיינע; 
אפּנעשיקט געװאָרן קיין מאַדריד אָדער צו אַנדערע פעלר-שפּיטאָלן, 
ווייטעד אין הינטערלאנד. זי האָט געאַרבעט דעם גאנצן מעת-לעת, צו" 
געהאָלפן דעם ראָפטאָך און געוואכט אין די נעכט ביי די פאַרוואונדעטע. 
ס'איז איר אָפט פאָרנעקומען, וי מען װאָלט דאָ געווען אָפּנעשניטן פון 
דער וועלט. מען האָט נאָר געהערט דאָס ברומען פֿון קאַנאַנען און דער 
דאָקטער האָט פון צייט צו צייט נערעדט סמיטן שטאב דורכן פעלך- 
טעלעפאָן, װאָס מען האָט פאַרליינט, | 
שבת פאַרנאַכט איז פלוצלונג געקומען צולויפן דער סאַניטאַר בראַון 
און אויסגערופן : | | 
--- אונדזערע ציען זיך צוריק! 
-- דער שונא איז נאענט? 
| --- ווייזט אויס.., 
דער דאָקטעד האָט גלייד טעלעפאָנירט אין שטאב. אַלע אויגן האָבן 
זיך געווענדעט אין יענעם ווינקל. מען האָט געהערט אָפּגעהאקטע זאָצן. אַ 
בלאַסער האָט ער זיך אומגעדרייט צו די ווארטנדיקע: 
--- עוואַקואירן די פארוואונדעטע! 
--- וואו זיינען זיי, דאָקטער ? 
עד האָט צוריקגעוואונען זיין גלייבנעוויכט אוֹן געענטפערט מיט אַ. 
אַהערשטער שטימע:. 
--- נימאָ קיין נעפאַר, אָבער פון זיכערקייט וועגן. 
פון יענער מינוט אָן האָבן די געשעענישן זיך אַנטװיקלט מיט אַ 
בליץ-שנע לייט וי אין חלום. אין הויף זיינען געשטאנען עטלעכע אַמ- 
בולאַנסן. די סאַניטאָרן האָבן נעשפּאַנט מיט די טראָנדבעטלעך אַהין און 
צוריק. אַנדערע האָבן געפירט לייכט פארוואונדעטע אזנטער די אָרימס. 
אַ מאָטאָר האָט גערוישט. דעד ערשטער װאָגן האָט זיך געלאָזט אין וועג. 
דער דאָסטער האָט געגעבן אַנווייזונגען װעגן עטלעכע פּאַציענטן. 


פגלה לאר 


200 


--- װאָס טוט מען מיט די שווער-פארוואונדעטע? -- האָט אים 
געפרעגט דער סאַניטאר בראון. א 
-- מיד'ן באַלד זען, חברטע רות, זייט אַזױ גוט און נעמט דעם פּולם 
ביי יענעם... -- האָט ער אָנגעװויזן אויף בערגמאַנען און אַליין אין ער 
צוגעגאַנגען צוֹם אַלטן רוֹם. - : 
דער פארוואונדעטער האָט געעפנט די אויגן און זי אָנגעקוקט:- 
=-- רות? --- האָט עה פּלוצלונג אַ פרעג געטאָן,. 
-- יאָ?... - האָט זי אים דערשטוינט אָנגעקוקט. 
---- איך האָב אייך געװאָלט זאָגן... שמעון... דער אַדרעס.. -- און 
! ער האָט ווידער פאַרלוירן דעם באוואוסטזיין זי אין שטיין געבליבן, אַ 
צעטומלטע, און פאַרגעסן צו ציילן, | 
---- פאַרװאָס געדויערט עס אַזױ לאַנג? -- האָט געפרעגט דער 
דאָקטער און איז צונעגאַנגען צו בערגמאַנט בעט. מען האָט געהערט אַ 
| הילכיקע שיסעריי, אין הוֹיף האָט גערוישט אַ מאַטאָר און דער צווייטער 
אַמנולאַנס איז אָפּנעפאָרן. דער דאָקטעד האָט באַטראכט דעם ליננדיקן. 
--- די דאָזיקע צוויי חברים איז געפערלעך צו טראנפפֿאָרטירן -- ער 
האָט אַריינגעקוקט אין אַ ליסטע אוֹן געװאָרפן אַ בליק אויף די נומערן 
ביי די בעטן -- נאָר אין אַ דרינגענדיקן פאַליי / ' 
די סאַניטארן האָבן אַרױסגעטראַנן די לעצטע פארוואונדעטע. די 
שיסעריי איז נענטער געװאָרן. אויפן שוועל איז געשטאַנען א שאָפער; 
-- חבר דאַקטער, דער -אַמבולאנט איז גרייט! 
-- יאָ? . 
--- אויר האָט נעזאָנט, אַז מיר וועלן פאָרן אַלע דריי צוזאַמען. 
-- פֿאַראַן נאָך א װאָגן אין חויף? | 
--- יא, 
--- איך מוז מיטפאָרן -- האָט דער דאָקטער גערעדט צום סאַניטא" . 
בראָון -- איך לאָז אייך איבער אַן אַמבולאנס. און דעם שאָפער הערי. 
קלינגט אַ וויילע שפּעטער אין שטאב. 
-- יאָ, חבר דאַָקטער, | 
-- כ'האָב נעבעטן אין שטאב, זיי זאָלן אייך קלינגען אין לעצטן 
מאָמענט, אָבער איר קענט אָנפּרעגן פריער, | 
--- זייער נוט. 
! -- איך טאָר נִיט לאָזן די דריי אַמבולאנפן אַלֵיין אין אוט מאָמענט, 
אויף אַ לאַנגן װעג אפשר. | בי 


201 


--- פאַרשטייט זיך, חבר דאָקטער, פארט געזונט! 
2 --- קומט, חברטע רות, מיר גייען פאָרן! 

--- איך בלייב --- האָט זי אַרוױיסגערערט שטיל, - 

דער דאָקטער האָט זי אָנגעקוקט מיט אַ פארוואונדערטן בליק:. 

--- מאכט זיך ניט נאַריש, אַ פרוי קענען מיך דאָ איצט ניט לאָזן! 

--- חבר דאָקטעה, מיר + ווארטן!. -- האָט. דער שאָפער. גערעדנ 
אומנעדולדיק פון שװעפ, 

-- איך בלייב! -- האָט זי אויסנעשריען מיט עקשנות --- אייך וועל 
אִים ניט איבערלאָזן אַלין! -- זי האָט אָנגעוויזן אויף בערנמאנס בעט. 

דער דאָקטער איז צעטומלט געװאָרן: 
{- = -- איך טאָר ניט איבערלאָזן קיין צוויי סאַניטאַרן, אויב איר עקשנט 
זִיך. איין, װועט סאַניטאַר בראון מיטפאָרן, : 

-- אַ פרוי קען דאָ אַליין ניט בלייבן אין אַזא סיטואַציע -- האט 

בראַון געזאָנט רואיק, 

די שיסעריי-.איז הילכיקער געװאָרן. מען האָט קלאָר געהערט די זאַלפּן 
פון מיטראַיעזן, װאָס האָבן. זיך דערנענטערט אין דער ריכטונג פון דאָרף. 
דער דאָקטער איז אַרױס: יי . | 

--- טעלעפאַנירט באַלד אין שטאב! סאַלוד! 

די מינוטן זיינען געלאָפֿן. -- זאָל מען אָנפרעגן אין שטאב?.. ,. זי 
האָבן װוי געשפּילט אויף דער לעצטער קאָרט; ס'איז וויכטיק אויסצונוצן 
יעדע װאַרשײינלעכקייט און ניט טראנספּאָרטירן די שווער-פארוואונדעטע, 
מיטאַמאָל האָט זיך צעקלונגען דער טעלעפאָן. אַן אונטער-אפיציר האָט זיך 
נעמאָלדן ביים צווייטן עק פון דראָט: דער שטאב אי אָפּגעפאָרן.. א 
קליינער אָפּטײייל שלאָנט זיך יָאֶך עטלעכע קילאַמעטער פאַרן דאָרף, כדי צי 
דערמעגלעכן דעם ריקצונ... יא, דער װענ איז נאָך פריי,.. | 
| --. הערי! -- האָט בראַון אַ דוף געטאָן אין הויף אריין --- מיך 
פאָרן! | 

-- יאָ! | 

די מאַשין האָט אָנגעהויבן שנאָרכן. רות האָט אַרױסגעקוקט דורכן 
פענסטער: פאָרנט איז נעזעסן דער יוננער קאַנאַדער, װאָס האָט זי אַהער- 
געבראַכט. מיטאַמאָל האָט זיין פּנים זיך אָנגעכמורעט. ער איז אַרױס: 

--- עפּעס איז מיטן מאָטאָר ניט אין ארדענונג! : 

ער האָט אויפגעהויבן דאָס דעקל און זיך אַרומגעפּארעט אין = דער 
מאַשינעריע. רות מיטן סאַניטאַר האָבן צוגענרייט די טראַניבעטלעך פאַר 
ר סראַנקע און זיי איינגעװויקלט אין דעקעס, 

0 


-- פארטיק? -- האָט געפרענט בראון. | 

יקיינער האָט ניט געענטפערט. זיי זיינען געװאָרן אומנעדולדיק און 
געקוסט אומרואיק צו דער טיר, אין א פּאֶר מינוט אַרום איז הערי געשטאַ- 
נען. אויפן שװועל: | | 

-- די מאַשין אין קאַליע... 

--- וי לאַנג וועט געדויערן דאָס פֿאַריכטן? 

-- מען קען ניט. סיפעלט מיר אַן ערזאץ-טייל,,. מיט מיין מאַשין 
זיינען זיי אַװעקנעפאָרן --- האָט ער זיך אַנטשולדיקט, י. 

ביידע מענער האָבן געװאָרפן זייטיקע בליקן אויף רותץ. 

--- טעלעפאָנירט אין שטאב נאָך א װאָגן! | 

בראון האָט גענומען די טרייבל; | | 

--- העללאָן! העללאָן!... קיינער ענטפערט ניט.,. חעללאָו! -- האָט. 
ער אַריינגעשריען שטאַרקער --- איך וויל ריידן מיטן שטאב, אַ דרינגענ- 
דיקער פאַל!... מיר דאַכט זיך, אַז קיינער איז דאָדט ניַטאָ... 

--- רעדסט שטילער! -- האָט דות אָנגעוויזן אויף די פאַרוואונדעטע, 

--- אָדעד די ליניע איז איבערגעשניטן -- האָט געזאָגט הערי --- איך 
על אַרױסגײן אַ קוק טאָן, 

ער איז צוריקנעקומען אין אַ פערטל שעה אַרום און איז אַריין מיט 
שטילע טריט. די צוויי האָבן באַלד פארשטאנען. רות האָט אַ פליסטער 
געטאָן; | 

-- קומט אַדריין אין צווייטן צימער. די קראַנקע זאָלן ניט הערן. 

אין זייטיקן חדר האָבן זיי אָפּנעהאַלטן אַ קורצע באַראַטונג. בראַון 
האָט גע'עצה'ט, אַז רות מיטן שאָפּער זאָלן אַװעקנײן צופום: | 

--- דערווייל איז נאָך ניט איי נגעשטעלט קיין , ליניע?, איר װועט זיך 
דורכקרינן! 
| = אַ פרוי װעט זיין אויפאַלנדיק. גייט איר ביידע! אין שראַנק 
הענגען ציווילע קליידער, | 

--- ניין, מען קען דיך ניט פאָזן אפ 

--- לאָמיר בלייבן אַלֶע דריי! --- האָט פאַרגעשלאָגן הערי. 

--- גיין, קיין װידערשטאַנד וװועלן מיר ניט. שטעלן, עס וועט הייסן, אַז 
דו האָסט זיך פרייװויליק איבערנענעבן אין געפאַנגענשאַפט. | 

די שיסעריי איז דערגאַנגען פון דאָרה גופא. הערי האָט צונעװאָרט - 
ביז ס'איז געווארן אינגאנצן פינצטער, דערווייל האָט רות אויסגעזוכט אַ 
ציווילן אנצוג אין איינעם פון די שרענק. ער האָט זיך איבערנעטאָן. ביים 
אַװעקגיין האָט ער געזאגט:. | יי 

208 


|| -- דאָס הויז לינט אָן אַ זייט, אפשר וועלן זיי עס אַזױ שנע? ניט 
באַמערקָן. מאכט. וואָס ווייניקער ליכט! 
בראָון האָט אים נאָכגעקוקט, בִיז ער איז פאַרשוואונדן צווישן די 
ביימער. דאַן איז ער אַרױף אויפן דאַך און דאָרט אױיסגעשפּרײט אַ טוך 
פיט אַ רויטן קרייץ, אונטן האָט ער באַטראכט די פאַרוואונדעטע, + האָט 
איבערגעציילט וויפל פּאַפּיראָסן עס זיינען אים געבליבן און זיר -אויס" 
געצויגן אויף דער קושעטע: / | 
--- כ'וועל כאַפּן אַ דרימל. צוועלף זאָלט איר מיך וועקן, וועל איך 
װאַכן ביז אינדעדפרי. 
-- אַ גוטע נאַכט, בראַון. יה 
עטלעכע מאָל האָט ער זיך אויפנעכאַפּט און געװאָרפן אַ בליק אויפן 
זיינער; א 
-- אַלץ און אָרדענוננ? 
--- יאָ, שלאָף נוט! 
ס'איז געווען פאַר האַלב-צװעלף, וען זי האָט דערהערט דאָס 
שנאָרכן פון מאָטאָרן, זי איז צוגעלאָפן צום פענסטער. אַרום איז געווען 
פינסטער. אױטאָס?,... מען האָט ניט געזען קיין שום ליכט. אָבער דער 
גערויש האָט זיך דערנענטערט. זאָל זי אים וועקן?... צוויי. װאָגנס זיינע: 
שטיין געבליבן און זי האָט געזען עטלעכע שאָטנס, װאָס האָבן זיך אַ שאר 
געטאָן און זיך נעשטעלט הינטער די ביימער: 
--- ווער איז אין הויז? 
--- אַ שפּיטאָל, 
--- רויטע? 
--- רעפּובליקאַנער!... 
בראון האָט זיך אויפנעכאפט אוּן איז צונעלאָפן צום פענסטער:. 
--- װאָס אין געשען? 
--- די פאַשיסטן, דאכט זיך. 
--- איר האָט געווער? --- האָט געפרענט אַ יוננע שטימע פון הינטער 
די ביימער, 
-- ניין ו : 2 
-- צינדט אָן ליכט אין אַלע פענסטער! 
בראַון איז אַועק אויפזוכן די לאָמפּן. באַלד איז דאָס הויז איפו- 
מינירט געװאָרן. נאָר דער אויבעדשטער שטאָק איז פארבליבן טונקפ. 
= -- פּאַלאַן מיליטער-לייט? --- חאָט די שטימע ווייטער געפרעגט. 


| --- איין פאַניטאַר און צוויי שווער-פאַרונאונדעטע, 
204 


--- פאַרװאָס איז אויבן פינסטער? 
3 --- טיר האָבן מער ניט קיין לאָמפּן -- האָט געענטפערט בראַון, 
וועלכער איז איצט צוריקגעקומען, | 

--- קומט אַלט אַרוֹיפ, די הענט אין דעד הויך! 

זיי זיינען אַרױס, די ארימס אויפגעהויבן. הינטער די ביימער האָבן 
געלויערט שאָטנס מיט אויסגעשטרעקטן געװוער אין די הענט.- ‏ - - 

-- אַהערצו! -- האָט גערופן די יונגע שטימע -- איצט דרייט זיך 
אויס און גייט פאָרויס! אויב עמיצער װועט זיך אינעװייניק א ריר טאָן, 
וועלן מיר דעדלאנגען פייער. : | 

-- גיט אַכטונג אויף די פענטטער און אויפן דאך! -- האָט יענער 
באַפוילן זיינע מענטשן, ווען ער איז אַריבערגעטראָטן דעם שווע? -- אוז 
איר בלייבט שטיין אַ ויילע!... איצט פאַרנעמט זיך דאָרטן, צו דער טיר 
רעכטם,.. װאַרטסמ!... | 

זיי האָבן נעהערט די טריט פון דריי מאַן הינטער זיי. איינער האָט 
געשפּרײזט לייכט און א צווייטער האָט שווער געטראָטן, סאָפּענדיק אין 
נאַנג. דער דריטער האָט געטראָגן אַ לאָמפּ און געשפּאנט מיט א פעסטן 
שריט, וי אין שטיוול. 

זיי חאָבן װוי געפילט די װאַרימע אָטעמס אויף זייערע העלדזער. אין 
יעדן צימער זיינען זיי שטיין געבליבן אַ וויילע און דאן האָט זיך געהערט 
דאָס רוישן פון קישנס און דעקעס אויף די בעטן, און דאָט סקריפּען פון 
געעפנטע טירן און אָפּגערוקסטן מעבל. אַ שיין פון א' טאשןלאָמפּ האָט 
מאַמענטנװוייז אויפנעבליצט און זיך גענליטשט איבער די פּאָדלאָנע. 
פאַרבייגייענדיק אַ שפּיג? האָט רות באַמערקט עטלעכע שטריכן: אַ קליינ 
װאָנצקע, אַ דיק פּנים, שטייפע היטלען. אַ זשעדנער בליק האָט זי נאָכ- 
געפאָלגט און זי האָט דערפילט דאָס קריכן פון מוראַשקעס אויפן רוקן. זי 
האָט געקאַנט דאָס גאַנצע הויז. נאָר אין אין איין צימער, אויפן העכערן 
שטאָק, איז זי איצט אַריין צופּ ערשטן מאָל: ס'איז געווען אַ רייך, דאָרפיש. 
שלאָף-צימער: אַ הויכע, ברייטע בעט איז געשטאַנען ביי דער װאַנט, 
צונגעדעקט מיט אַ חאנט-געװועבטן, נעשטיקטן טוך. דאַנעבן, אויף אַ 
ווייסער מירמל-פּלאַטע פון אַ טישל, זיינען געשטאַנען אַ פּאַרצעלאַיענער - 
קרוג מיט װאַסער און אַ שטיינערנע שיסל, פון ביידע זייטן זיינען געהאַנגען 
ווייסע האַנטוכער און שטיקלעך זִייף זיינען נעלענן אין מעטאלענע 
שאַכטלען. ,מיר וועלן שוין קיינמאָל ניט האָבן אַזאַ רואיק ווינקל!..." -- 
האָט זי אַ קלער געטאָן פאַרבײינייענדיק. אַ. בליער פארהאנג האָט 


- 5 


אָפּגעטיילט דאָס צימער פוֹן אַן אינעװייניקסטער טעראַסע מיט אַ נְלע- 
זערנעם סופים. א האנט. האָט דאָרט געעפנט אַ ‏ טיר און מיט שמאָלץ. 
טרעפּלעך זיינען זיי אַרויפנעשטיגן צום דאך. 


איינער פון די מענער האָט א שפּאַן געטאָן אין אַלע זייטן און 
אַראָפּנעקוקט אונטן!, צום גאָרטן. דאַן האָבן זיי געהערט א שטיל פליסטערן 
הינטערן רוקן. מען האָט זיי באַפוילן צו גיין אויף צוריק. אין אויבערשטן 
צימער זיינען זיי שטיין געבליבן, | 

-- איר קענט זיך אומדרייען! 

איצט האָבן זיי דערזען די פּנימער. אַ יונגער אֶפִיצִיר, מיט אַ 
שמאָלער װואָנצקע האָט זיך אָנגעשפּאַרט אויף דער מירמ?-פּלאַטע. ביי דער 
זיים איז געשטאַנען אַ סאָלדאט מיטן לַאָמפּ אין דער האַנט. אַ ברייט- 
פּלײיציקער מאַן, מיט אַ דויטלעכן פּנים און אַ דיקן בויך, װאָס האָט 
אַריבערגעפלאָסן איבער זיינע הויזן, האָט פאַרשטעלט די טיר אוֹן. געקוקט . 
דאָ צו רות'ן און דאָ צום סאַניטאַר. ער האָט געטראָגן אויפן אַרב? די 
בענדלעך פון אַן אונטער-אָפיציף. ' 

- --- איר זייגט געפאַנגען! -- האָט געזאָגט דער יונגער --- מיר וועלן 
אייך מיטנעמען! 

| --- און די פאַרוואונדעטע? 

--- זאָלן זיי שטארבן! ווער האָט זיי געהייסן קומען אַהער? 

--- אָבער מיך קענט איר איבערלאָזן -- האָט רות געבעטן -- איינער 
פון זיי אין מיינער אַ פריינט,.. איך,.. וועל סיי װוי ניט אַנטלױפן. 

--- וואָס פאַר אַ שפּיטאָל איז עס? 

-- אַן אַמעריקאַנער,,. 

|--- צו װאָס פאַר א טייוול זיינט איר געקומען אַהער?! -- האָט א 
געשריי געטאָן דער אֶפיצִיר. דאַן האָט ער זיך אַ וויילע פאַרטראכט: 

--- מיר'ן אֶנקוקן די לייט אונטן, אויב זיי זיינען טאַקע אַזױי 
פאַרוואונדעט, װעט איר בלייבן -- האָט ער גערעדט צו רות'ן. 


וכנס 


--- איִך גיב ערן-װואָרט, איך זיך מאָרנן-פרי צושטעלן אַלס נע- 
פאַנגענער -- האָט געזאָגט בדאון --- מיר קענען ניט לאָזן פרוי אַפֿײן. 
דאָ פּוסטער געגנט. דרייען זיך אַרום כ? מיני פּאַרשױינען.. 

-- האַלט ס'מויל, באָלשעװיק! 

-- אין אונדזער = פּאַטריאָטישער אַרמײ. זיינען אַלע מענטשן 
אַנשטענדיקע - -- האָט דער דיסער אונטערגעהאָלפן זיין שעף, 


.6 


--- פיר זיי אַראָפּ --- האָט דער אֶפיציר געמאכט א צייכן צום 
סאָלדאַט, ער זאָל אַװעקשטעלן דעם לאָמפּ -- דעם מאַן זאָל מען אַריינזעצן 
אין קאַמיאָן און די פרוי דערוויי? באַװאַכן אונטן. : 

--- סאַלוד, רות! 

--- זיי געזונט, בראַון! 

--- אַ שיינע אַמעריקאַנקע!... -- האָט אַ ברום געטאָן דער אונטער- 
אֶפיציר, ווען זיי זיינען געבליבן אַליין. 

2 יאָ?... 

-- װאָלט געווען ניט שלעכט דאָ -- האָט ער אָנגעוויזן אויפן בעט. 

--- מיר מוזן גלייך פאָרן ווייטער, אַ סך צו טאָן! 

--- סוועט ניט געדויערן פֿאַנל - -- האָט דער דיקער אָפּנעשאַרט דעם 
פאָרהאַנג,. איז אַרױיס אויף דעד טעראַסע און האָט צונעשלאָסן די טיר 
צום דאַך. ידעם שליס? האָט עד אַריננעלײגט אין קעשענע. 

--- מיט די אַמעריקאַנער דאַרף מען זיך ניט אָנהויבן! -- האָט דער 
אונטער-אַפיציר געזייפט די הענט -- זי װעט האָבן אַ באזוך פון רויטן 
קרייץ... אויספארשונג פון דער אַמבאַסאַדע, פּראָטעסט... סקאַנדאַל אין 
זייער אידיאָטישער פּרעסע ... | 

-- נאַרישקייטן, נאָכדעם קען מען זי... ---האָט דער דיקער אָנגעוויזן 
אויף זיין רעװאָלװער --- באַגראָבן, באַשאָטן, אַראָפּ פון מאַרק! 

--- היינט ניט! | | 

--- פאַרװאָס? אַזויפי? טענ וי מען לינט שוין אין פעלד.. און סיי 
וי װועט ביז מאָרגן-פרי עמיצער פאַרשמעקן אַהערצו. דער ערב-רב. 
נישטערט אין די חייזער נאָך רויב. | 

- = -- אָבער ניט מיט מיין וויסן! -- האָט דער אפיצִיר זיך אָפּנעוואש! 

די הענט און גענימען דאָס האנטוך --- היינט קען איך ניט!... קוםן... 

ווען די. אױטאָס האָבן גערירט , האָט זיי רות נאָכנעקוקט, ביז זיי 
זיינע! נעלם געװאָרן אי! דער נאַכט. די צוויי פּאַרוואונדעטע האָבְן 
שווער געאָטעמט אויף זייערע בעטן. אַ וויילע איז זי באַהערשט געװאָרן 
פון אַ פּאַנישער שרעק. אָבער אַ תעפיל פון אַחריות, | װאָס, טויכט 
מאַנבעסמאָל אויף אין אַ מינוט פון העכסטער געפאַר, ווען מען געפינט 
זיך צווישן שוואַכערע, װאָס מען מוז באַשיצן, האָט לאַנגזאם גובר געווען 
איר פּחד,. זי האָט גענומען אַ לאָמפּ, איז דורכגענאַנגען די צימערן און 
געשלאָסן טיר און פענסטער. דאַן האָט זי געװאָרפן אַ בליק אוֹיף די 
קראַנקע, האָט פאַרויכערט אַ פּאַפיראָס און זיך געזעצט האַלב-אַנגעלענט 


207 


אויפן חויכן שטול. נאָך איידער זי האָט געשלאָפן די אוינן האָט זי דער- 
--- וואַסערן.., 


| -- שדשדש... -- האָט זי מורא געהאַט, ער זאָל ניט אויפװעסן 
מאַלינקאָוון -- גלייך! | = 
זי האָט אים צוגעהאַלטן דאָס גלאָן ביי די ליפּן און ער האָט גיריק 
געטרונקען. דאן האָט ער אָפּנעאָטעמט. זיינע שװאַרצע! אוינן האָבן 
אַרױסגעקוקט פון א דיקן באַנדאוֹש, װאָס האָט אַרומגעװיקלט זיין קאָפֿ. 
זיי האָבן איצט אויסגעדריקט פולן באַוואוסטזײין: 
| = -- רוֹתו אה | 
יי יאַ! 
| -- איך ווייס ניט, צי איך װעל בלייבן לעכן. אַז דו וועסט קומען קייז 
פּאַריז, זאלסטו אויפזוכן מיין חבר'טע אסתר'קע... ניט לאַנג געקומען פון 
פּױילן, די חברה ועלן דיר שוין זאָגן... זי וואוינט אויף... כיקען זיך ניט 
דערמאָנען דעם אַדדעס --- אין אַ האָטע?... ריימאַן רופט אים , דער האָטעל 
װאָס עקזיסטירט ניט". זאָלסט איר זאָגן, אַז איך בין געשטאָרבן מוטיק, 
פאַר אונדזער זאַך.... פּאַר דער זאַך פון גערעכטיקייט און פרייחייט,.. זי 
זאָל ניט זיין פארצווייפלט און ניט וויינען -- סיר װעלן זינן! 
ער האָט זיך אָפּגערוט אַ וויילע: 
-- וועסט געדענקען?. 
=|-- יאָ, 
-- חזר איכער! == 
זי האָט איבערנעחזרט װאָרט. ביי װאָרט. איר שטימע האָט זיך 
געשטיקט אין טרערן. זיינע אויגן האָבן געקוקט אויפמערקזאַם. --- עד 
איז ביים קלאָרן פארשטאנד! --- האָט אַ געדאַנק אויפגעבליצט אין איר 
מוח: אפשר וועלן זיי די פּאַרוואונדעטע ניט טשעפּען?. 
-- דו הערסט מיך? -- האָט זי געפרענט. 
-- יאָ, : 
-- ווען האָסטו געטראָפן שמעונ'ען? - | | 
{ -- ווען?.. װאַרט!... יאָ, ער איז דאַן געפאָרן קיין בענעקאַסים. און 
שנעל צוריקגעקומען. | | 
-- אָה?... כ'ווייס!... הער זיך איין, חבר, כ'ווייס ניט, צי איך װעל 
אַרויסקומען פונדאַנען... | = יי 


208 





--- דו? ביפט דען פארוואונדעט? -- האָט ער זי שאַרף אַננעקוקם, - 
וִוִי אַקאָרשט-געטרוימטע בילדער װאָלטן איצט דערנאַנגען צוֹ זײַן באַ- 
וואוסטזיין --- וואו זיינען מיר 1,,; | 

--- וואו?,.. -- זי האָט זיך דערשראָקן פאַר זיין פראַגע -- אין אַ 
שפּיטאָל!.. אָבער ס'איז דאָך מלחמה, קיינער קען נים ויסן.. 

זיין בליק האָט אַלץ נעקוקט שאַרף און פאָרשנדיק: 

--- וא ,, : 

-- איז אויב דו וועסט ווען-ניט-איז טרעפן שמעונען, זאלסטו אים 
זאָגן, אַז כ'האָב געװאַרט אויף אים... זינט ער איז אַװעק צום באן האָב 
איך געװואַרט! וועסט נגעדענקען? 0 יי 
-- ואָ.., אָבער אָפּטמאָל פאַרנעס איך זאַכן; זינט יענעם קויל אין. 
קאַסאַ דעל קאַמפּאָ שרייב בעסער אָן !44 - | | 

זי האָט אָנגעשריבן אַ פּאָר וועהטער. ער האָט אָנגעוויזן אויף דער 
קעשענע פון זיין מיליטערישן פּאַנט?, װאָס איז געהאנגען אויף א שטו? 
דאַנעבן: ֹ 

--- לייג אַריין ! יי 

דער נעשפּרעך האָט אים אָנגעשטרענגט. זיין קאָפּ איז אנמעכטיק 
צוריפּגעפאַלן; באַלד איז ער פאַרזונקען אין אַ טֵרוֹים. רות איז צוֹריק- 
געטראָטן אויף די שפּיץ-פינגער און זיך אַראָפּגעלאָזט אויפן שטול. אַרום - 
האָט געהערשט א טויטע שטילקייט. נאָר די ביימער אַרום האָבן פודות'דיס 
נעמורמלט. איצט האָט זי דערהערט דעם טיק-טאק פון אַ הויכן שראנק-- 
זיינער, װאָס איז געשטאַנען אין א ווינקל. די סעקונדעס האָבן זיך געצויגן 
וי אַן אייביסייט. ווען װעט ווערן טאָג?... זי האָט געוואָרפן אַ בליק אויפן 
ציפער-בלאַט: דער גרויסער ווייזער אין ‏ געשטאַנען אויפן עלף, דער 
קליינער --- אויפן צוועלף. וויפל איז?... זי האָט לאננזאם איינגעררימלט. 

- אויפגעוועקט האָט זי אַ. געשריי פון אַ קוקאַווקע: קו-סו! קודקון.. 

אַן. אַלטמאָדישע דערפינדונג! איצט האָט דער זייגער אָנגעהוֹיבן קלינגען: 
איינס --- צוויי --- דריי --- וי לאַנג האָט זי נעשלאָפן? ערשט צוועלף? עס 
טאַנט נאָך ניט? זי האָט געװאָרפן אַ בליק. צום פענסטער און איר בלוט 
איז פאַרנליװוערט געװאָרן: אויף די הויכע שויבן האָט זיך געצייכנט אַ 
קלאָרער שאָטן, 8'איז געווען א לאנגע געשטאלט. אויף זיין קאפ האָט 
געפּלאַטערט אַ ווייסע טוך, באַפּעסטיקט מיט אַ געפּלאָכטענעם שנירל. אַ 
פֿאַנגער, גרויער מאַנט? אין אַראָפּגעפּאַלן פון זיינע אַקסלען. זי האָט 
געקאַנט די דאָזיקע מלבושים: אַזױנע האָבן געטראָנן די אַראַבער אין 


4 


209 | 14 


פּאַלעסטינע... די געשטאלט איז אויף אַ וויילע נעלם געװאָרן און אין 
באַלד ווידער דערשינען. ביי אַ צווייטן פענסטער האָט אַ שימער געטאָן אַ 
דיקע פינור אין דער זעלבער קליידונג. זי האָט דערזען א מיליטעריש היט? 
מיט אַ באַקאַנטן צייכן ביי אַ דריטן : | 
--- די מאָרן!,,, אַ טויטן-קאָפּן.,. | 
זי האָט געװאָלט אָפּדרײיען די אויגן. אָבער די שרעק האָט צונעשמירט . 
איר בליק צו די געשטאַלטן אין די פענסטער. זיי האָבן זיך אַראָפּגעבױגן 
און ווידער אויפגעטויכט. זייערע שװאַרצע אוינן האָבן וי געברענט פון 
לוסט און גענישטערט, וי רויב-פייג?, אין אַלֶע ווינקלען פון צימער, 
ביים לאַנגן האָט זיך באַװענגט אַ פארשפּיצטע װאַנצע איבער דער ליפ און 
געציטערט ווי די פילערס פון אַ זוכנדיקן אינזעקט. אַ. פאנגאיינגעהאַפֿ- 
טענער, פאַרצווייפלטער געשריי האָט זיך אַ ריס געטאָן פוֹן איר האַלֿדז: 
--- ריבונו של עולם!... ואָט מיין נאָט!... | 
מאַלינקאָוו האָט זיך אויפנעכאפּט: 
--- הייליקע מוטער, װואָס איז געשען? 
אי אל אנ 


ווען די אוױיטאָס האָבן גערירט, האָט דער דיקער אַרױסגעשלעפּט אַ 
פלעשל פון אונטערן געזעס, האָט אַ צי געטאָן פון העלדזל און זיך 
אָפּנעװוישט די ליפּן: | 2 
||-- אַ שאָד די אַמעריקאַנקע אמת ? 
ער איז געפאָרן מיטן אֶפִיצִיר אין אַ קליינעם װאָגן פאָרנט. הינטן, 
זיינען אויף אַ קליינעם קאַמיאָן געזעסן זייערע איבעריסע מענטשן מיטן 
געפאַנגענעם סאַניטאַר בראַון. די װאָגנס זיינען אונטערנעשפּרונגען אויף 
; די פארהארטעוועטע גרודעס, | | | 
-- קאַנסט דעם וועג? --- האָט דער אֶפּיציר געפרעגט דעם שאָפער. 
ה-- יאָ, באַלד זיינען מיר אויפן שאָסײי. מיר פאָרן מער אין ערניץ 
ניט? .  -‏ / 0 : | 
{ = -- ניין, /גענוג זיך אַרומגעשפעפּט. 
--- מען האָט געקענט אױיסשלאָגן די הוצאות! -- האָט דער דיקע- 
ניט נעקענט פאַרועסן -- האָסט געקראַנן אַ שוואך הערצעלע, |אַלפאַנסאָ? 
געדענקסט וי מיר האָבן זיי אויסגעליינט אין באַדאַכאָז? | 
-- היינט האָב איך ניט געקענט --- האָט דער אֶפּוציר א פרוקע 
געטאָן, - | יא 


210 : 


-- האָסט מורא פאַר די ענגלענדער? װאָסי, זייער.נאוניזאָן אין 
גיבראַלטאר איז ניט א דאָרן א"ן, לייט דעם אויפוואכנדיקן שפּאַנישן 
יי -- האָט יענער מיטאַמאַ נגעהויבן איבערחזרן א צייטונגם- 

| | -  ך?סיטר‎ 

-- גיין, אָבער כ'האָב נעכְטן באקומען אַ בריוו פון מיין מאַמען. זי 
אין שוין אַסט, ווער ווייסט צי איך װעל זי נאָך זען. נו, האָט זי מיר 
געשריבן: = קינד, איך װועל אינגיכן שטיין פארן כסא-המשפּט. קעמף 
פאַר אונדזער אמונח און פאַטערלאַנד. אָבער פארמייד צוֹ פאַרגיסן אום- 
זיסט בלוט ט" קינדער און פרויען ----- --- | 

-- באָכע מעשיות!... די פרויען ברעננען קינדער אויף דער וועלט 
און די קינדער וואקסן אונטער, אוֹן ווערן , רויטע" אָדער אַנארכביסטן.., 

. -- װאַרט! -- האָט דער אַפיציר זיך צעװואַרימט -- כ'האָב געחאַלטן 

דעם בדיוו אין מיין פּאָרטפעל. היינט אינדערפרי, בעת'ן אֶנגריה, האָב איך 
באקומען אַ קויל אָט דאָ --- האָט ער אָנגעוויזן אויפן האַרץ -- ניט געפעלט 
קיין סך, אמת? און דער קויל איו שטעקן געבליבן אין לעדערנעם טאַש. 
| ווילסט זען? -- האָט ער אַרױסגעצױגן א טאש פון בוזיםיקעשענע -- אָט 
איז די לאָך! אַ מאָדנער ציטער האָט מיך אַרומגעכאפּט און דעם גאנצן 
טאָג בין איך היינט צערודערט. | 

דער דיקער האָט באַטאפּט דעם טאש און ;עשאַקלט מיטן קאָפּ: 

--- יאָדיאָ!... אָבער דאָס מיידל --- חין היה | 
= זיינע ווערטער זיינען.איבערגעריסן געװאָרן דורך עטלעכע שאָסן. זי 
האָבן אָפּגעהילכט אין דער נאענט און זיינען דערגאַנגען פון אַלע זייטן. 
א גומי-דאָד האָט געפּלאצט סיט אַ טראַסק, דער פאָדערשטער װאָגן איז 
שטיין געבליבן און די אפּיצירן זיינען אומגעפאַלן, חינטן האָבן א סקריפ 
געטאָן די טארמאזן. דער שאָפער האָט זיך א כאפּ געטאָן /פארן אִרים; 

--- איך בין פאַרוואונדעט ! : 

--- שטיין בלייבן! האָט גערופן אַ שטימע פון דער נאַכט, 
הו - -- די ,רויטע?! -- האָט דער. דיקער אַ צאפל געטאָן. דער אֲפִיצִיר 

איז אַרױסגעשפּרוננען: 

-- אַלע אַרױס פון די וואָננם! פייער! 
|| = זי האָבן זיך אַ ווארף נעטאָן הינטער די אויטאָס און געעפנט א 
שיסעריי. אָבער אין דער אַרומיקעד פינסטערניש האָט מען דעם שונא אי 
ערגיץ ניט נעזען. לענגאויס דעם וועג האָט זיך געווינט א ריי טאָפּאָלן. פון 
איין זייט וועג האָט זיך געצייכנט אַ וואלד. פון חינטער די ביימער האָט . 
עמיצער אויסנגעשריען : 


מא 


11 


הפש אָי 


--- גיט זיך אונטער! 

-- אַדדיבאַ עספּאַניאַ! --- האָט געענטפּערט דער אֶפיצִיר --- פייע-! 
זיי האָבן געשאָסן אין אַלע ריכטונגען. פון דער אַנדער זייט האָט מעו 
געענטפערט נאָר מיט געציילטע קוילן. אָבער זיי זיינען געקומען פון דער 
נאָענט און געווען געריכטעט אין אַ ציל. | 

הינטערן קאַמיאָן האָט געפרעכצט אַ פאַרוואונדעטער : 


--- מאַדרע מיאַ!.,. איך שטארב!.. , 

--- ימיר זיינען אַרומגערינגלט! -- האָט אַ פליסטער געטאָן דער 
דיקער, 

| -- װואָס חייסט? | 

-- די ,רויטע" זיינען אַווִדאי צוריק אַריין אין ווילאנועווע. 

---! פונװאַנען האָבן זיי גלייך געוואוסט, אַז מיר זיינען ניט קיין 
;אייגענע"?. | | 
|| -- כ'ווייס ניט,.. אָכער מיר דאַכט זיך, אַז מיר מוזף זיך או- 
טערנעבן... | 


-- װאַרט! -- האָט דער אֶפּיצִיר זיך עטװאָס אונטערגעהויבן און אַ 
געשריי געטאָן אין פעלד אַריין -- הערסט אויף! מיר פירן אייערן אַ גע- 
פאַנגענעם, אַ חשובן דאָקטער, אויב איר װעט ניט אויפהערן, װעלן מיר 
אים דערשיסן. / 

אַ וויילע איז געווען שטיל. דאַן זיינען נעפאַלן צויי איינצלנע 


שאָסן, | 

-- זין פון זונות! --- האָט אַ ברום געטאָן אַ סאלדאט צװישן די 
װואָננט, | 

--- ביסט פאַרוואונדעט ? : 

--- יאָדיאָדיאָ! --- האָט ער זיך געקורטשעט פון ווייטיק. 


--- מען טאָר מער ניט ווארטן! -- האָט געשצה'ט דער דיקער. 

---װאַרט נאָך אַ וויילע, אַלטער אידיאָט!... ברענגט מיר אַהער דעם 
געפאַנגענעם! -- האָט דער אֶפּיצִיר א נעשריי נעטאָן צום עולם חינטערן 
אַ זעלנער האָט געפּױזעט אויף אַלע פיר, פירנדיק דעם סאַניטאר 
בּראָון פאַר דער האנט, 

--- דו פארשטייסט שפּאַניש? 

-- זאָ, : | 


212 


--- זאנ זיי אויף שפּאַניש, אַז זיי זאָלן אויפהערן שיסן, און אונרז 
דוּרבלאָזן, מיר װועלן דיך באַפּדײיען. שטעל דיך אױף! / | 
בראָון האָט זיך אויפגעהויבן. ער האָט זיך באַמיט צוֹ קאַנצענטרירן 
די געדאנקען: | 
-- הברים! חברים!... מוי ביען!.. דאָ אַלע ממעט טויט!.. איר זי 
מאַכן אַ סוף,.. פאַרגעסט ניט צו ראטעווען די פאהוואונדעטע. מיט דער 
קראנסן-שוועסטער דאָ ניט ווייט! --- האָט ער, אַן אויפגערעגטער, א זאָנ 
געטאָן דעם לעצטן זאץ אויף ענגליש | 
-- דו הערפט? --- האָט דער דיקער זיך אַ קאָך געטאָן ביי די ערשטע 
ווערטער --- און איצט װאָס רערט ער ענגליש, אַה?.. כ'ועל אים 
אַװעקפּטר'ן! 
-- יאָ! . 
בעת בראָון האָט גערעדט, האָט זיך אַ' שטילקייט צעליינט אַרום, וי 
די לייט דארטן װאָלטן געהאָרכט אָדֶער זיך באַראַטן, די ביימער האָבן 
געמורמלט איבער די קעפּ און ביז אין נאָענטן װעלדל. דער אונטער 
אֶפִיצִיר האָט זיך אַ הויב געטאָן, געצילט בראַונען אין נאַקן און 
אױסנעשאָסן, אין זעלבן מאָמטענט האָט אַ הילך נעטאָן אַ רעװאָלװער פוז 
דער אַנדער זייט. ביידע זיינען נלייך אומגעפאלן. דער דִיקער האָט. 
גערריגעט מיט די פיס: , 
-- כלבים!.. אַלץ צוליב דיר... דאָרט געדאַרפּט בלייבן... 
פון חינטער דעם קאַמיאָן האָט איינער פּרובירט אַנטלויפן. ער האָט 
זיך שטיל? אַ שאר געטאָן צום גראָבן. דאַן האָט מען געהערט אייליקע שריט 
פון אַ געיעג. אַ געשריי איז פאַרשטיקט געװאָרן אין דער לופט. איצט איז 
אַ סאָלדאַט צונעקראָכן צום קליינעם אויטאָ: | 
--- מיר מוזן זיך אונטערגעבן! -- האָט זיין קול געדראָט. 
--- וויפל זיינען ביי אייך געבליבן? 
--- צוויי, 
דער אֶפּיציר האָט זיך א הויב געטאָן: 
--- מיר גיבן זיך אונטער! , 
-- אַלֶע אַרױס! די הענט אין דער הויך! | 
| = דריי שאָטנס האָבן אַרױסגעפּױזעט פון הינטער די וװענענער. פון 
דער אַנדער זייט האָט מען קאָמאַנדירט: 
-- גייט צום נראָבן! שטעלט זיך אויף די קני!... דאָרט איז קיינער 
ניט פארבליבן? | | 
-- נאָר די פאַרוואונדעטע! 
218 


--- באַזוכט די. געפאַנגענע, צי זיי האָבן געווער!... צוויי. זאָלן צוגוַין 
הינטער די אױטאָם. אָבער פֿאָרן יבטיק.,. כַאֶרְכע, באַטראַכט די וְוְאֲננָםן.. 
מאַכט שנעפ. 
| = אַ וויילע שפּעטער האָבן אַ | צענן דליק שאָטנם זיך + א נליטש געטאן. פון 
הינטער די ביימער. עטלעכע האָבן געזאמלט דאָס געווער און באַטראַכט די 
פֿאַרוואונדעטע, אַנדערע האָבן זיך געפּאָרעט אָרום די אױטאָס. - 
-- פירט זיי אַריין אַ ביסל? טיפער און וועלדל, . צווישן די קוסטעס. 
אִבער מאכט עס שטיפ, מיר האָב! שוין צופיל נעשאָסן. : 
--- װאָס יל איר טאָן מיט אונדז? --. האָט געפרעגט דער יונ גער 
אפיציר, | 
-- איר װעט שוין זע : ר יי 
האָט ניט קיין דעכט אונדז צו דערשיסן! מיר זיינען 
אייערע געפּאַנגענענ. הי י 
-- פּעדראָ! -- איז א יונג בחוריל אַריבערגעשפּרונגען דעם גראָבן 
און גערעחט שטיל צום מאַן, װאָס האָט די גאַנצע צייט באַפּױלן --- און 
קליינעם אויטאָ זיינען צעשאַסן צוויי רעדער. מיר'ן אים איבערלאָזן?., 
= קיין זאך ניט איבערלאז ו. עס קען זיך מאכן אַ צווייטע פּאַטרןל, 
-- גוט, כ'וועל זען.., | י 
די דריי געפאַנגענע האָבן שוין געשפּאַנט אין ועלרלן. זייערע 
כילועטן האָבן זיך צוזאַמעננעשמאָלצז מיט די שטאַמען פון די ביימעף 
און די בלאַסע שאָטגס זיינען פאַרזונקען צווישן די געדיכטע קוסטעס 
דער אפיציר האָט װידעראַמאָל פּראָטעסטירט: | 
-- איר טאָרט אונדז ניט דערשיסן! 0 
די , װאַד? האָט שטום נעשפּאנט פון חינטן, די רעװאָלװערן אין. די 
פויסטן. ער האָט זיך מיטאַמאָל אומגעדרייט. 
-- אֵהו... איד זיינט אין אונדזער הינטערלאנד, אמת? 
--- ווייטער געגאַננען! : 
{ --- דאָ ניט ווייט ליגן איוערע צוויי שװער-פּאַרוואונדעטע חברים, די - 
מאָרן וועלן זיי פאַרענדיקן און די קראנקן-שװעסטער װועלן זיי.., 
דערווערגן. 
די װאַך האָט געשוויגן. זיי האָבן לאנגזאם געשפּרײיזט פאָרויס צווישן 
געדיכטע קוסטעס, יי 
-- ניטאָ נאָך קיין זשאנדאַרטעריע ביינאכט, מיר זיינען. געווען די 
איינציקע פּאַטרול. איך װעל אייך. ווייזן ווא ?! איר קענט די.,נאָה 
ראַטעװען... | | | 
2141 





1 


---. שטיין בלייבן! 
אַ געפאנגענער האָט געפליסטעדט א תפילה. איינער פון דער ואַך 
האָט עפּעס גערעדט צו די אַנדערע. דאַן איז ער מיט לאננע שפּרונגען 
צוגעלאָפן צום ראנד פון וועג:. י: | 
= --. פּעדראָ! -- האט ער אַ דוף געטאָן. יי יי 
---- סומאָן? --.האָט יענער אים אַ זוך געטאָן אין דער. פינסטער און 
זיך צוגערוקט נענטער --- פאַרטיק? | 
--- ניין,.. הער זיך איין, פּעדדאַ: דער אֶפיציר וו אונדו ווייזן, וואן 
עס געפינען זיך אונדזערע צוויי פאַרוואונדעטע מיט אַ קראנקן -שוועסטער, 
מיר קענען זיי ראַטעװען! 
- װאָס רעדסטו?... ס'איז זיכער אַ פּאַסטקע,, כדי. אונדז צו פאנגען. 
--- דער געפאנגענער דאָקטער האָט עס אויך אויסגעשריען! 
-- ער האָט גאר געזאָגט, אַז זיי האָבן שוין געליטן קרבנות... אָבער 
וואו איז ער? מיר'ן נאָר פאַרגעסן אָן אים!... - 
--- צווישן די פאהוואונדעטע, מסתמא -- האָט שמעון אַ שפאן 
געטאָן צו די אוװטאָס אויף דער אַנדער זייט גראָבן --- צום סוף האָט ער 
גערעדט אויף עננליש װוענן די חברים אין שפּיטאָל... 
--- דו פארשטייסט ענגליש? - -- איז פּעדדאָ אים ַכגענאנגען 
|--- אַזויפיל, יאָ, 
--- אפשר אויך א פּאַסטקע? 
עטלעכע חברה האָכן געטראָגן די פאַרוואונדעטע און די טויטע אין 
וואַלד אריין. שמעון האָט אָנגעצונדן אַ שוועבעלע, עס געהאַכטן 
פארשטעלט אין הויפן און געזוכט צווישן די פּנימער. דאָס יונגע בחור'5 
האָט נגעשרויפט ביים װאָגן: | 
--- פּעדראָ, מיר האָבן געפונען נאָר איין ראָד אויף איבערצובייטן. 
| -- טו אַלץ, װאָס דו קענסט! מיר'ן באַלד זען... | 7 
-- אָט איז ער! --- האָט שמעון דערקאָנט דעם מאַן לויט די מילי- 
ציאָנערסקע קליידעד און דעם רויטן קרייץיבאַנד, װאָס זיינען געװען 
מאַרשמירט אין בלוט. ער האָט אַ זוך נעטאָן אין זיינע קעשענעס און 
אַרױסגעשלעפּט אַ לעניטימאציע: 
לינקאָלן- ריגאַדע", אַמעריקאַנער שפּיטאָל": -- האָט ער 
איבערנעלייענט אויפן קול און איז אַנטשװיגן געװאָרן. ער האט א ציטער 
געטאָן אויפן נאנצער קערפּער. ווען ער איז געקומען צו זיך, האָס ער 
געזאָגט; / | | 


215 


--- גיב א רוף אונדזער ,פעלדשער", זאָל ער זען, צי. ער-לעבט. . 

בעת איינער פון דער חברה האָט באַטראכט דעם סאַניטאר בראַון, 
האָבן ;די צוויי פאַרהאנדלט; אָנגעשפּאַרט ביי אַ כוים: - 

--- מיר טאָרן זיך ניט פאַרזאַמען קיין איין איבעריקן אויגנבליק. = 
האָט געטענה'ט פּעדדאָ --- דו ווייסט דאָך, סימאָן, אַז די גאנצע אפענסיווע 
אוז אפשר אָפּהענגיק פון דער ידיעה... -- נו, מיר האָבן שוין געהאט גענוג 
גליק מיט די אױטאָס! / 
* = -- אפשר קען מען זיי נאָך רא טעווען. ?,, 

3 --- די נעכט זיינען סורץ, מען טאָר זיך ניט זאַמען! --- האָט פעך- 
ראָס פעסטער קול איבערצייגט --- דו ווייסט, אַז ס/איז. נישט נאָר אַן ענין 
פוֹן אונדזער רעטונג. יי : | 

-- איך פאַרשטײ ... | : 0 

-- מיט די דאָקוּמענטן און כל זמן ס'איז קיין ליניע ניטאָ, װעט 
האפשר געלינגען... דו קאָנסט די קראנקן-שוועסטער ? - 

= -- קען זיין... -- האָט שמעון געענטפערט אין א וויילע אַרום. - 

-- דיין יכלה ? | י- 

-- ניין !. 

-- ער לעבט יש --- האָט אויפגעטויכט דער , פעלדשער" לעבן זיי 
-- אַ קויל אין נאַקן  !‏ / 


2 


--- לייגט אים באַזונדער --- האָט באַפולן פּעדראָ --- אויב מען קען, 
דעקט אים צו. און מאַכט א צייכן אויף אַ בוים דאַנעבן, וועסט געדענקען 
זיין נאָמען ? ' 


-- יאָ... אָבער מיר. װאָבן דאָך צוויי װאָגנס! -- האָט שמעון איצט 
גערעדט מער אַנטשלאָסן --- איר װעט נעמען דעם גרעסערן און איך װעל 
דאָרטן פאַרבייפאָרן מיטן קליינעם אױטאָ. סיי װי איז בעסער צו פּרובירן 
אין מערעדע גרופּעס, | 

-- אָבער וי װעסטו טרעפן אַהין? אַזױםיל צע װאָרפּענע הייזער אין 
די פעלדער!.. וועסט אַריינפאַלן צו זייערע מענטשן ! 

-- כ'וועל מיטנעמען דעם אָפּיציר; ער זאָנט, אז ער װועט װויִזן וואו, 

--- דעם אפּיציר?.,, ניין! קיינער פון זיי טאָר ניט בלייב בן לעבן. אויב 
מען וועט אייך כאַפּן?... זי וועלן טעלעפאָנירן אין אַלע זייטן און קיינער 
װעט נִיט אַדורך ! | | יי 

-- איך גאַראַנטיר, אַז לעבעריקערהייט וֹעלן זיי אונרז ניט נעמען! 


אל 


216 


פּעדדאָ .האָט געשוויגן א לאַנגע וויילע. ער האָט באַטהאַכט דעם 
גאַנצן פּלאַן און אַ פרעג געטאָן : ירה 

|--- איז ווילסטו, הייסט עס, דאָרט פאַרבייפאָרן, נעמען די פשַרוואונ- 
דעטע און פּרובירן אַריכערגײין אויף דער אַנדער זייט ? | 
= יאָ. מירן זיך מוזן אריענטירן אויפן פּלאַץ. 

--- גוט, גיי זאָג זיי, אַז דעם אֶפּיציר זאלן זיי דיר איבערגעבן. זיינע 
דאָקומענטן װעסטו נעמען -- -= +-- 

-- אַדאַנק,,. פריינט, | | 

--- ניטאָ פאַרװאָס, חבר, כיסט אַ וואוילער יאָט, סימאָן, מע'ט זיך 
נאָך זען, אמת?,.. און איצט שנעל, עס ווערט שפּעט. איך על דערוויי? 
זען, װוער עס פארט מיט דיר. 

= -שמעון איז נעלם געװאָרן אין דער געדיכטער פינסטערניש, צווישן 

די ביימער. אַ וויילע האָט ער זיך געטרייסלט, וי אין אַ שטאַרקער קרדחת- 
אַטאַקע. זיינע אויגן האָבן געזוכט די װאַך מיט די געפאנגענע. אונטער די 
פיס האָבן גערוישט די קוסטעס. צווישן די צוזאַמענגעפלאַכטענע צווייגן 
פון די ביימער האָט געפינקלט איין-און-איינציקער שטערן. 

פּעדראָ איז צװענאַנגען צום װאָגן ; 

--- װוי האַלט עם כאָרבע ? | 

--- מיטן קליינעם װעט מען קענען פאָרן לאַנגזאַם. כשוייס ניט צי 
ער װעט לאַנג אויסהאַלטן. הי | 
- גוט, סימאָן װעט אים נעמען. אפשר װעט מען דאָרט געפינען 
מיט װאָס צו פאַריכטן, | | 

--- וואוהין פאָרט ער דען? 

-- ער פאָרט פאַרביי אונדזערן אַ געוועזענעם שפּיטאָל, עס ליגן דאָרט 
אַ פּאָר חברים, | 

-- איך פאָר מיט אים ! יי 

--- ער וועט זיך זאַמען לענגער װוי מיר. ביסט נאָך אַזױ יונג! 

--- לאָז מיר, חבר פּעדראָ, איך װעל דאָרט פאַריכטן דעם װאָגן ! 

---- /וי58 איז דער זייגער ? 

-- אַ פעחטל פאר צוועלף. 

| = אַלע זיינען דאָ? -- האָט פּעדראַ זיך אַרומגעקוקט -- רופּט די 

יאַטן פון װאַלד! אין פינף מינום פאָרן מיר ! 





/* * * 


2170 


= - שבת-נאָכמיטיק האָט מארטשעלא. בורכגעבלעטערט. אַ-פּעקל:-פּאָסט, אין 
!עטלעכע שפּראַכן, װאָס די מיליטערישע צענזור האָט צוגעשיקט אין: מי- 
גיסטעריגם פאַר אַ הוספת-קאַנטראָל. געווען צווישן זיי:בדיוו פון. עלטערן 
און גוטע-פריינט, ‏ אָבער דיי מייסטן. האָבן אוױיסגעדדיקט-הײַסע. געפילן: און 
אַ טיפע בענקשאַפט פון. פרויען און כקות אין ווייטע לענדער. א סך זיינען 
געֶווען פּאַטעטיש, אַנדערע -האָבז אויספודלעך; דערציילט וועגן אונטער- ‏ 
וואַקסנדיקע קינדער און בעלי-בתישקייט, שניט. און דֶעגן, די ניועסטע 

קינאַ-בילדער אָדער שפּאַצירן אין די בערג; און געװוען אויף אַזעלבע, 
וואָס.האָבן מיט דירעקטע און קלאָרע ווערטער אויסגעדריקט א דורשט נאָך 
ליבע. און פיזישע. פאַרלאַנגען. יי 

זי האָט עטלעכע מאָל איבערגעריסן אוּן זיך. פאַרטראַכט,. באַלר װועט 
זו גיין צו אים!... אַ ציטער פון אויפרעגונג איז דולכגעלאָפּן איר קערפּער 
און צוגלויך האָט זי באַהערשט אַ טיפע בושה פאַר זיך אַלײַן. אי נאַנצע 
וואָך. האט זי געװאַקלט צווושן דערװואַרטונג און װוידערווילן. זי האָט. זיך 
דערמאַנט דעם: מיטאָג,. װאָס דער קעלנער האָט אַרויפגעבראַכט, די פאר- 
שידענע פאַרשפּייזן,. דעם. דרום-וויין,. די פּאַרפומירטע פּאַפּיראָסן און די 
מינוטן אין די אָרימס פון מאַן. שוון לאנג ‏ ט'זי. אַזױגס ניט איבערגעלעבט 
און זי איז געווען דורכגעדרוננען מיט א נעפיל פון א באַנאַנגענעם חטא, 
װאָס. האָט צוגלייך גערייצט אוֹן געוועסט חרטה -געפולן. 

-- א זינד?,.. ואס װאָלט דער פאָטער געזאָגט דערצו?... װאָס. שייך 
זעם-מאַן, איז עס איננאַנצן איר. פּערזענלעכער ענין, עס נייט קיינעם ניט 
אָן --- נאָר איר געוויסן! אָבער די מאָלצייט, װאָס איז פאָרגעקומען, אינ: 
מיטן פון דער אויסגעהונגערטער שטאָט, װוי אַ.וואקכאַנאַליע,. האָט צע- 
שטערט :דעם. גלייכגעוויכט פון חדשים-לאַנגער, כמעט אַסקעטישער צו- 
ריקגעהאַלטנקײיט און צעמישט די רעיונות. עטלעכע מאָל האָט זי אויפנע- 
הויבן דעם קאָפּ און זיך צונעהערט צו די טרעפּ אויפן: הויכן שטיינערנעם 
אַרױיפנאַנג; ; און צום טעלעפֿאָן, װאָס האט זיך אָפט צעקלוננען אין שכינות- 
דיקן צימער.. | | 

זי אין אויפגעװאַקסן אין צפון- -איטאַליע. איר פאטער - איז געווען אַ 
מענטש פון גייסט, מיט אייננאַרטיקע אידייען, אַ סימפּאַטיקער. פון די 
אַנאַרכיסטן אין זיינע. פּאָליטישע. איבערציינונגען. אַ לערער אין די העכבע- 
רע קלאַסן פון מיטל-שולע, האָבן אַלע אין שטאָט געוואוסט פון. זיינע 
מיינונגען. פון קינדווייז אָן האָט זִי אים פאַרגעטערט און אין געװוען 
גליקלעך, ווען ער האָט זי שפּעטער, צו צוועלף -דרייצן. יאָר, מיטגענומען 


| / 8 


און די בערג -און געשמועסט מיט איר,. וויי:מִיט. אי ידערוואַקסענעהן וועגן 
מענטשן אוּן -געזעלשאַפֿט, קלנסט. און ביכער. פערצן יאָר + אין זי אַלט. 
געווען, װען דער ;דוטשע.? איז נעקומען צו דער מאכט, ביינאבט האָט מען 
דעם.-פאטער צוגענומע}-און זיי האָבן מער ניט געהאָט קיין ידיעה פון אים. 
זיגט דעמאָלט האָבן. זיי-נעקעבט איזאָלירט, און נאָר נאָענטע קרובים האָבֿן 
געװאַנט זיי צו: באַזוכן פון ציוט צו-צייט..-ווען די מוטער איז נעשטאָרב}; 
האָט זי אױיסגעװאַנדערט, אָלס קינדער-דערציערין, מיט-אַ דייכער פֿאַמי- 
ליע, וואָס האָט אױיפנעהאַלטן ליבעראַלע. טראַדיציעס- דערנאָך אין זי. 
מיטנעשוואומען מיטן עמינדאַציע-שטראָם און האָט געלעבט זעלבשטענ- 
דיק אין ווין, צענטראַל דאייראָפּע און. דייטשלאַנד. 


אין מערבקאייראָפּע האָט זי פאַרקערט אין קרייזן פון אידייאיש- 
נאענטע מענטשן, ס'רוב קינסטלער און אינטעלעקטואַלן, װאָס האָבן שוין 
פון לאַנג פאַרלאָרן יעטווידע פּראַקטישע חשפּעה אויף דער פּאָליטישער. 
ווירקלעכקייט. אין דער ערב דהיטלער אײיראָפּע, מיט דער שטייגנדיקער צאֶל 
אַרבעטלאָזע און רואינירטן קליינבירגערטום, פון דעמאַנאָגישער פּאַרטי- 
| פּאָליטיק און אידעאַלן פון אייזערנער מלוכה-דיסציפּלין, האָבן די דאָזיקע 
קליינע גרופּקעס, מיט זייער פּריידיקן פאַר פרייחייט פון יחיד, אויסגעזען 
קאָמיש אַפילו אין די אויגן פון די לינק-יגעשטימטע מאַסן. אַזױ אַרוּם 
| האָט זי געלעבט כמעט איזאָליױט פון ארומיסן פּאָליטישן שטורעם, אין 
בערלין האָט זי חתונה געהאַט מיט אַ מאָלער, אַ זון פון רוסישע עמֿי- 
גראַנטן. ער איז געווען אינגאַנצן פאַרזונקען אין זיין אַרבעט און געחלומט 
וועגן אַ רייזע קיין פּאַריז, וואוהין זיי זיינען אַריבערגעפאָרן נאָכן זיג פון 
נאַציזם אין דייטשלאַנד. זיי האָבן געוואוינט אין די קליינע עמינראַנטן- 
האָטעלכלעך און זיך מפרנס געויִען פון אירע לעקציעס אין שפּראַכן, װאָס 
זי האָט זיך אויסנעלערנט בעת די װאַנדער-יאָדן, און פוֹן די בילדער, 
װאָס ער האָט זייער זעלטן פאַרקויפט. לעצטנס האָבן זיי געדונגען אַ ביליק 
,אַטעליע? ביים פּאַרק מאָנסורי און געשפּאָרט געלט אויף צו באַזוכן 
שפּאַניע, וואו ער האָט געװאָלט אָנקוּקן דעם מוזעאום פון , פּראַדאָ? זיי. 
זיינען געווען אין מאַדריד, ווען ס'איז. אױסגעבראָכן דער בירגער-קריג, - 
ער האָט געװאָלט, אַז זי זאָל בלייבן אין שטוב. אָבער דאָסמאָל האָט זי 
ניט נאָכגעגעבן און איז אַראָפּ ‏ אין גאַס. ער איז מיטגעגאַנגען. אין ערשטן 
טאָג איז ער געפאַלן. מען האָט שפּעטער דערציילט, אז ער איז געווען אַ 
באַקאַנטער אַנאַרכיסט פון דער , אינטערנאַציאַנאַלער באַװעגונג". 


9 


אירע הברים, װאָס האָבן פון אֶנהוֹיב נגעהאט 8 השפּעה אויך און 
דער הויפּט-ישטאָט, האָבן פאַר איר באַקומען דעם פַּאָמטן, וואו זי האָט 
געקענט ברענגען נוצן מיט אירע שפּראַך-קענטענישן. דער האָטע? וואו זי 
האָט געוואוינם איז רעקוויזירט געװאָרן מאַר אַ שפּיטאָל און זי האָט זיך 
איבערגעצויגן אין אֵן אַרבעטעד-פּערטל, און געלעבט מיט דער נאָרמאַלער 
פּאַרציע עסן פון דער מאַדרידער באַפעלקערונג און מיט פּינ שװואַרצע 
מאַכאָרקע-פּאַפּיראָסן, - | 1 

אַזױ איז אַריבער העכער אַ יאָר. זי האָט זיך געטראָפן נאָר מיט 
עטלעכע חברים, האָט מיטגעלעכבט די דראַמאַטישע געשעענישן פון לאנר 
און גיט אָנגעקניפּט קיין גענטערע באַציאונגען מיט קיין מאַן, חנם זי האָט 
געצויגן אויף זיך די אויפמערקזאמקייט פון די אַנדערע מיטאַרבעטער פון 
ביוראָ. אַ בלאַנד-האָריקע, מיט בלויע אױיגן, האָט זי געבילדעט אַ 
קאָנטראַסט מיט די ברוין-הויטיקע שפּאַנישע. סעקרעטאַרינס אויף די 
ווייכע שטריכן פון איר געזיכט האָט זיך צעלייגט א מילדע בלאַסקײט. איר 
שלאַנקער, עלאַפטישער קערפּער, װאָס איז נאָך אויסגעצויגענער געװאָרן 
אין משך פוֹן הונגער-יאָר, האָט אױיפגעהאַלטן די רונדקייט פון א פרויען- 
ליניע און דער רייץ פון רייפקייט, װאָס האָט אַרױסגעשטראַלט פון איר 
גאַנצן גוף, איז וי געדעמפט געװאָרן דורך דער קלאָרקייט פון איר העלן 
בליק, אָבער די עדנסטקייט, מיט וועלכער זי האָט זיך פון ערשטן טאָג 
געװואָרפן אין דער אַרבעט, האָט אױיסגעשפּרײט אַרום איר אן אַטמאָספער 
פון דרך-ארץ, און איר טרוימערישע געלאַסנקײט, װאָס האָט זיך בולט 
אָנגעזען אין דער סביבה פון די רירעוודיקע שפּאַניער, האָט מיטגעווירקט 
צו שאַפן אַ דיסטאנץ צװוישן איר אוֹן די יונגע מענער. 

זיסקינר האָט זי געטראָפן אין ביוראָ, זואוהין ער איז אַריינגעקומען 
אין די ענינים פון צענזור. ער האָט גלייך באַשלאָסן, ,אַז זי מוז האָבן אַ 
מאַן, הגם זי איז אַן איבערציינטע אַנאַרכיסטקע און לעבט אין א באַ- 
לאַגערטער שטאָט". זיין האַלטונג האָט זי צעמישט פון דער ערשטער מינוט 
אָן. נאָך אַזוֹיפיל מאָנאטן האָט אַ מאן זיך פּלוצלונג באצויגן צו איר, וי צו 
אַ באַגערטער פרוי. גלייך ביי זֵייער ערשטער באַגעגעניש האָט ער זיך 
איינגעבויגן איבער איר שטו? און איר אַריינגעלאַכט אין די אויגן. זיינע 
רירעוודיקע, חוצפּהידיקע פיננער האָבן באַליידיקט און גליכצייטיק 
געוועקט אַ שטורעם אין בלוט. זי איז רויט געװאָרן, דערפילנדיק זיין 
אָרים, װאָס האָט זיך אָן לאננ שחיות צוגעדריקט צו איר ברוסט, האָט 
געװאָלט זיך בייזערן און אָנשטאָט דעם אַ שמייכ? געטאָן, טרעפנדיק מיט 
איר בליק זיינע פינקלדיקע, לעבעדיקע אויגן. 


2- 


20 


ער איז געווען א פולשטענדיקער קאַנטואַסט צו איר ביז איצטיטן / 


לעבן, און אַ ניינעריקייט האָט זי באַהערשט און ניט געלאָזט צורו. צוויי 
װואָכן האָט זי אים אָפּנעשטױסן. איר אומרו איז געוואקסן. אפיל די 
ליבע-בריוו",. װאָס זי האָט ביו איצט צענמורירט במעט גלייכגילטיק, 
האָבן אַצינד באַקומען א נייעם פַּנים און זי האָט זיך פּערזענלעך אינטע- 
רעסירט מיט זייער אינהאַלט. און אוינמאָל האָט זי אים אַלין 
טעלעפאָנירט, אַז זי וויל קומען. אין זיין צימער האָט געהערשט אַ 
נעמיטלעכע רואיקייט. דורך דוי דיקע, פאַרצױינענע פאָרהאנגען האָט ניט 


אַריינגעדרונגען דעד טומל פון שטאָט און פֿען האָט ניט געהערט די 
מיליטערישע מאַרשן, זי איז מיטאַמאָל אַרױסנעריסן געװאָרן פון דער 


אַרומיקער ברויזנדיקער אַטמאָספער און איז אַריבערגעטראָנגן געװאָרן 
אין אַן אַנדער וועלט. נאָך חדשים ,פון הונדערט נראַם ברויט און 
שטינקענדיקן באַקאַלאַאָ?" זיינען אויפן טיש געשטאַנען עטלעכע פאָר- 
שפּייזן און וויין. די פעטע מאכלים האָבן זי פארשיכורט אוֹן אִנ- 
געפילט דעם קערפּער מיט אַ זיסער מידקייט. דער געדיכטער ויין האָט 
געשלאָגן אין קאָפּ, אַ באַדוישטע האָט זי זיך אויסנעצויגן אין פאָטע? און 
פאַרצויגן דעם זיסלעכן רויך פון אַן אַמעריקאַנער פּאַפּיראָס. 
,פונװאַנען קומען צו אים אַזעלכע פּאַפּיראָסן? --- האָט זי אַ וויילע 
אַ טראַכט געטאָן -- זי חאָט נעמיינט, אַז אין מאַדריד רויכערט מען נאָר 
מאַכאָרקע, פינף שטיק אַ טאָנ"... ער האָט זי ניט געלאָזט לאַנג קלערן. 
כמעט אַ נאַנצע ואָך האָט זי נאַכדעם צייט געהאט צו טראכטן ועגן 
דעם. זי האָט זיך געזאַנט, אַז זי װועט מער ניט אַהינגיין. זיבן אַ זיינער 
איז זִי אַראָפּ פוֹן דער אַרבעט און ניט גענומען דעם געויינלעבן 
טראַסװאַי. צוויי שעה שפּעטער האָבן אירע פִיס זי געפירט צום ‏ אֶלִימַי 
פּיא-האָטעל?, ייב | 


קר אה 18 


דער אויטאָ איז אונטערגעשפּרונגען אויף די גרודעס און זיך 
באַװענט, וי אַ שיכור, אין לייכטע. זיג-זאַנן. שמעון איז געזעסן, וי אויה 
קוילן און האָט כסדר אַרױסנעקוסט דורכן פענסטער. ביימער האָכן זיך 
געשאָקלט אין דער נאכט און ער האָט אומעטום געזען הייזער. ס'האָט 
זיך אים נעדאַכט, אַז זיי פאָרן שוין שעה'ן-גאַנצע. פאַרװאָס זאָל זי עס 
דווקא. זיין?.... זי האָט דאַן געזאַנט, אַז זי װעט אָפּפאָרן אין א פעלר- 


נל. 


זי 


-- האָט ער זיך. פאַרשעמט. אָבער זיין הארץ. האָט געצאַפּלט אַלץ שטאַר- 
קער ;און האַסטיקער, . | | 
---- ווען זיינט איר דאָרט געװעןף -- האָט ער געפרעגט דעם 
- - אֶפיצִיר, | 
| --- כ'ווייס ניט גענוי, ‏ סיר זיינען אַרױסגעפאָרן אוֹיף. דער 
אינספּעקציע א פערט? נאָך עלף. | | | 
דער װאָגן האָט אַלְץ שטאַרקער געוואקלט און זיך געבויגן אויף אַ 
זייט. כאָרכע האָט זיך געבייזערט און געבענטשט די הייליקע: - 
= -- קומט אַרױס אַ וויילע, כ'וועל זען צי מען קען עפּעס מאַבן, 
זיי זיינען אַרױסגעגאַנגען. דער אֶפִיצִיר האָט אָנגעוויזן אויף אַ 
קוים-באַמערקבאַר ליכט, װאָס האָט נעשימערט צװישן די ביימער : 
--- איר זעט? דאָרט איז עס! 
--- . קוֹם! מיר'ן צולויפן צופוס! | | 
--- לאָז אים איבער --- האָט געבעטן כאַרכע -- ער װועט צוהעלפן 
ביים ואָנן, 
--- ניין, איך .אָב גאַראנטירט פאַר אים! | 
--- טאָ העלפט מיר אַ שטופּ טאָן דעם װאָגן אָן אַ זייט! -- האָט ער 
אָפּגעשטעלט דעם מאָטאָד --- אָט אַזױ, גוט! " ; צווישן די ביימער,.. איצט 
על איך מימגיין- | הי 


שמעון איז האַסטיק געלאָפן און געטריבן דעם אפּיצִיר פאָרויס. ביים 
טויער איז ער שטיין געבליבן: 
{--- כאָרכע, דו גי דורכן הויף! 


/זאַלבי -צווייט זיינען זיי אַריין אינעװייניק. איין לֹאֲמפּ האָט 
געברענט אויפן טיש און פארשפּרייט אַ טונקל ליכט איבערן גרויסן זאַפ. 
אין אַ ווינקל זיינען געלעגן צוויי פאַרוואונדעטע. :מער האָט מען. קיינעם 
ניט געזען. שמעון האָט שטרענג אָנגעקוקט דעם אֲפוצִיד: 

=-- און וואו איז די קראנקן-שװעסטער? | : 
: -- זי איז דא געווען; איך שווער אייך, אַז מיד האָבן זי איבער: 
געלאָזט ! בכ דס א יה הא א יה | יי 


2 "= 


זיין אויפגערענטע שטימע האָט אויפגעוועקט איינעם פוֹן די 
קראַנקע.. אַ קאָפּ האָט א שאָרך געטאָן אוֹיף אַ קישן. שמעון האָט אַ שפּאן 
געטאָן אַהינצו. דער לינגדיקע ר האָט אויסגערופן: 

2 


א 


{ ---- אין נאָמען פוֹן גאָט, סימאָן 1 
--- מאַלינקאָוו 1... | 
--- וואו ביסטו געווען די נאַנצע צייט? 
|-- וואו איז די קראַנקן-שוועסטער ?: 
{ -- די אַמעריקאַנקע?,.. וואו זיינען מיר?... יאָ, זי האָבן. זי געװאלט 
דערהרג'ענען און זי אין אַנטלאָפן. - 
שמעון האָט געקוקט אויפן אֶפּיצִיר. זיין בליק איז פול געװאָרן 
מיט האָס. ער האָט אַרױסגעצוגן א רעוואָלװער פון. אַ הינטערשטער 
קעשענע און אַ געשריי געטאָן צווישן די ציין; 
|| -- איר האָט זי דערהרנ'עט ! 
-- ניין,, איך שווער דיר ביי גאָט... װאַרט! -- האָט ער מיטאַמאָל 
אויפגעהויבן דעם קאָפּ אוֹן אָנגעוויזן מיט אַ פינגער אויף אויבן. שמעון 
האָט אויפגעהאָרכט. עס האָט זיך אים געדאַכט, אַז ער הערט רות'ס קוֹל. 
ס'איז געווען אַ פאַרצווייפלטער געשריי. זי האָט אים גערופן ביים נאָמען: 


--- שמעון!... שמעון!... 
א *ַ א | 
ווען דער הויכער מאַן מיטן טורבאן האָט אַריינגעשטעקט . א 
שטילעט אין ראַם און אויפגעריסן דעם פענסטער, אי רוֹת אוים- 
געשפּרונגען און זיך געשטעלט לעבן די כעטן. פון די פארוואונדעטע. זי 
האָט. וי געזוכט, שוץ.. און. געואָלט פאַרטיידיקן צוגלייך. . הינטער דעם 
לאַנגן. איז. אַריין דער שפּאַניער מיטן טויטן-קאָפּ אויפן היטל.. דער 
לעצטער ‏ איז אַריין אַ נידעריקער מאַראָקאַנער מיט אַ בעלם אויפן אויג, 
זֵיי זיינען א -וויילע שטיין נעבליבן און זיך אַרומגעקוקט. דער שפּאַניער 
האָט דֶער ערשטער דערקאָנט, אַז דער שפימאָל 2 געהערט צו די ארוישע? 
און אַז. דאָ. מעג מען אַלץ: | - - י- 
--- נעמט זיך ‏ צו הי פאַרוואונדעטע!. --. האָט עה אויסגערופן און 
אַלייַן אַ שפּאן געטאָן. צו רות'ן. = יי - 
- זי איז.- געשטאַנען אומבאַהאָלפן. דעם איינציסן. רעװאָלװער; װאָט. 
איז דאָ געווען, האָט דער אונטעה-אָפּיציר. אַריינגעשטעקט אין קעשענע. 
דער סאַלדאט האָט זי אָנגעקוקט מיט אַ פייער? אין די אויגן;. ‏ 
= פאַראַן דאָ א'מילוטער ? ! | 1 יי 
=== כיין ; : . 


225 


- דער נידעריקער מאַראָקאַנעל האָט מיט פלינקע פינגער גענישטערט 

אין די בגדים פון די פארוואונדעטע. געלט און חפצים האָט ער אַרײע- 
געפּאַקט אין די טיפע קעשענעס פון זיין ברייטן מאַנטל: פון בערגמאנס 
אַ מאַנטל-טאש האָט ער אַרױסגעצױגן א קליין צעטעלע, עס באַטראכט 
סעגן ליכט און, זעענדיק אַז ס'איז ניט קיין געלט, האָט ער עס אֲראֶת- 
געװואָרפן אויף דער ערד. דעד הויכער האָט זיך ניט גערירט. וי אַ 
פאַרכישופיטער האָט ער ניט אַראָפּנענומען זיין ‏ בליק פױן רות'. 
מאַלינקאָוו האָט געפּינטלט מיט די אוינן און זיך איבערגעצלמט: 

-- אין נאָמען פון טאַטן און זון און הייליקן == -- --- | 

-- מאַך אים צוֹ דאָס מויל? -- האָט א געשריי געטאָן דע 
שפּאַניער. ער האָט אָנגעכאפּט רות'ן פאַר אַ האַנט און זי אַ צי געטאָן צַ 
אַ זייטיק צימער. דער לאַנגער. האָט אים אַנגעואָגט ביי דער טיר: 

--- לאָז מיר ! | 

--- פואַד! -- האָט יענער אויסגעשריען = האָסט פאַרגעסן, אַז 
איך בין סערזשאנט! 

|אונטערן רושם פון מיליטעריש-באַפעלערישן שאָן, . האָט פואַד 
צוערשט זיך אויכגעצויגן זוי אַ סטרונע און דאַן אַראָפּגעלאָזט דעם קאָפּ. 
די שפּיצן פון זיין װאָנצע האָבז זיר געטרייסלט. באַלד האָט ער א ברום 
געטאָן : | 
--- איך בִין אַריין דער ערשטער ! 

-- איך בין סערושאנט! / 

רות'ן האָט געמישט אין קאָפּ. זי האָט געפילט וי אירע קני ציטערן ' 
און זיך אַננעשטרענגט ניט אומצופאַלן. אירע אויגן האָבן געזוכט הילף 
און זיך געווענדעט צו די חברים. זי האָט דערזען, װי דער נירערימער 
מאָר ציט אַרױס אַ קינדזשאל און דערנענטערט זיך צו מאַלינקאָוון. 
געשריי פון שרעק האָט זי אויפ געטרייסלט. יענער האָט אומגעדרייט דעם 
קאָפּ, אויפגעהאָרכט אַ וויילע און -זיך א שאר געטאָן צו די אַנדערע צוויי: 

--- מיר דאכט זיך, אַז עמיצער קומט!... א א טראָמבילן... 

אַלע דריי האָבן אויפנעהויבן די קעפּ און צוגעלייגט אַ האנט צױם 
אויער-לעפּ? אָבער אָרום איז איצט געווען שטיל. נאָר די צווייגן פון די 
אַרומיקע ביימער האָבן זיך געסודיעט מיטן ווינט. 

-- זיך אויפגעדאַכט אַודאי... 

אויך רות'ן האָט זיך אַ וויילע געדאבֿט, - אַז מען - קומט: - ווער?... 
קיינער װעט איר דאָ ניט העלפן!... זי האָט אויפנענוצט דעפ אויננבליק 


204 


פון צעמישונג, האָט אַרױסגעריסן די האַנט און גענומען לויפן. אַלֶע דריי 
האָבן זיך געלאָזט אין א געיעג נאָך איר. זי האָט געקאָנט דאָס הוױז 
און זיך נעדרייט דורך די צימערן, אין דער פינסטער האָבן די פאַר- 
פאָלגער זיך אָנגעקלאפּט אָן די בעטן און שרענק, װאָס די מיליטער-לייט 
האָבן פדיער צערוקט, זיינען אומגעפאַלן, האָכן געשאָלטן און אין דער 
איולעניש געשטויסן איינער אויפן אַנדערן. זי האָט געפּילט װי די כוחות 
גייען איר אוים. מיטאַמאָל איז איר איינגעפאַלן: אויפן דאך און אין 
גאָרטן! אפשר איז געבליבן א רעװאָלװער אין אַמבולאַנס?... זי האָט זיך 
געלאָזט מיט די טרעפּ און איז דורכגעלאָפן דאָס קליינע שלאָףיצימער. 
אויבן האָט נאָך געברענט דער לאָמפּ, זי איז אַרויס אויף דער טעראַסע 
און אַ צי געטאָן די שיר. געשלאָסן!... קיין שליס? האָט אינעװוייניק ניט 
געשטעקט. אַ האַנט האָט אָפּגעשאַרט דעם פאָרהאַנג און די טורבאַנען 
האָבן אַ שווינד?ל נעטאָן פאַר די אוינן. | 

-- אַנאַ ל'אועל! -- האָט אַ געשריי נעטאָן דער לאַנגער און זיינע / 
אוינן זיינען פאַרלאָטפן מיט בלוט. | 

זי האָט פארשטאנען דאָט װאָרט, הגם ס'איז געזאַנט נגעװאָרן אין 
מאַראָקאַנישן דיאַלעקט. ס'האָט זיך אָבער קנאַפּזואָס אונטערשיידעט 
אין קלאנג פון דעם ריינעם אַראַביש, װאָס זי האָט געלערנט, בעת דער 
צוגרייטונג פּאַר דער ,אַראַביזאַציע? אין פּאַלעסטינע. זי האָט איך 
פּאַרשטאַנען דעם ענטפער, װאָס האָט דאָס זעלבע געזאָגט: 

-- איך צוערשט!... | 

--- איך! 1... 

--- רוקט זיך אֶפּ, מאַראָקאַנער כלבים! -- האָט אויסגערופן דער 
סערזשאַנט, 

אַלע דריי האָבן זיי געהאַלטן די פיננער איבער די שיידלען פון. 
די שטילעטן, װאָס זיינען אַראָפּגעהאנגען ביי זייערע לענדן. דער לאנגער 
אין נעשטאַנען אינמיטן אוֹן געשטשירעט מיט די ציין אין ביידע זייטן, 
די צוויי שװואַכערע האָבן איצט געשאַפן א מין פאַראייניקטן פראָנט און 
אים דראָענדיק אָנגעקוקט. ער האָט געמוזט נאָכפאָלגן זייִער מינדעסטע 
באַוענונג. אַ וויילע זיינען זיי אַזױ געשטאַנען, גרייט זיך צוֹ װאַרפן אויף 
אַנאַנדער. דאַן האָט דעד לאַנגער אַריינגעשטעקט די האַנט אין קעשענע 
און אַ שליידער געטאָן אַ . הויפן מטבעות איבער דער פּאָדלאָנע. דער 
מיטן בעלם האָט זיך א װואָרף געטאָן נאָכן קלאנג פון נאָלד, האָט געקניט 
און געזאַמלט : 


228, * 15 


-- אָבער איך דער צווייטער, יאָ, פואַד? -- האָט ער געביטן זיין 
פאַרבינדעטן. 

דער שפּאַניער איז איצט געבליבן אַלֵיין. ס'האָט אים אָבער'ניט 
געפּאַסט אָפּצוטרעטן. דער מאַדאָקאַנער האָם זיך פֿאַרמאָסטן אוֹן אים 
דערלאַנגט מיט דער פויסט אין מאָרדע. ער איז געפאַלן אין אַ ווינקל, זיך 
געװישט דַאָס בלוט פון די ליפּן און געװואַיעט: 

--- איך בין פערזשאנט!... מאָרנן װעל איך דיר אָנלערנען! 

- דאָ זיינען ניטאָ קיין סערזשאנטן, דו אומגלביקער הונט! -- 
האָט אַ ברום געטאָן דער לאַנגער אוֹן אַ נעם געטאָן רותץ מיט די 
דלאָניעס. ער האָט זי אונטערגעהויבן, איינגעקלאַמערט אין די אֶרֹימס 
און אַראָפּגעלײינט אויף דער ערד. זי האָט נעשפּירט זיין װאָנצע אויף 
אירע ליפן, די אַראָפּפאלנדיקע ברענעס פוֹן טורבאַן האָבן פאַרדעקט איר 
פּנים. מיט איין דלאָניע האָט ער צוזאמענגעקוועטשט אירע ביידע הענט 
הינטערן רוקן. זיין צווייטע האַנט האָט געריסן אירע קליידער. זי האָט 
דערפילט אַ שרעקלעכן וייטיק אין דִי אַקסלען און איבערן רוקן. איין 
וויילע האָט זי וי פאַרלאָרן דעם באַוואוסטזיין און ניט געשטעלט קיין 
װוידערשטאַנד. ער האָט דערשפירט איר אָנמעכטיקייט, האָט אָפּנעלאָזט 
אירע הענט און זי אָנגעהויבן גלעטן. זי איז װוידער געקומען צוֹ זיך. 
אָנשטרעננענדיק אַלע כוחות, האָט זי. אים אַ שטויס געטאָן פון זיך, האָט 
פּאַריס! דעם קאָפּ און אַ פארצווייפלטער געשריי האָט זיך אַ ריס געטאָן 
פון איר האַלדן : 

-- מ אַ מ ע!... - שמעוןן ‏ שמ עון}{.. | 

איצט האָט זי דערפילט זיינע ציין, װאָס האָבן זיך איינגעביסן אין 
איר לייב. זי האָט זיך נאָך געראננלט. אין זעלבן איגנבליק האָבן 
אָפּגעהילכט צוויי שאָסן, דאַן האָט זיך געהערט אַ קלאפ וי פון אַ 
האַמער. אַ שטראָם בלוט האָט א שפּריץ געטאָן אויף אירע צעריסענע 
קליידער. אַ נאַסער קאָפּ איז נעפאַלן אויף איר ברוסט. זי האָט פארלאָרן 
דעם באַוואוסטזיין. | 

* א * 

דאָס שלאָגן פון אַ זיינער האָט אויפנעװעקט מאַרטשעלאַן פון 
לייכטן דרימל. אירע פיס זיינען געווען פאַרשטייפט פון זיצן אַ סד שעח'ן 
אָנגעשפּאַרט אין אַ פאָטעל. אַ קאַראַװאַנע משא-קאַמיאָנען איז דוֹרכ- 
געפאָרן מיט אַ טראסקעריי דורכן נאָענטן בולװאַר, ‏ זי איז װאַכער 


,6 


געװארן, האָט זיך אויפגעהויבן און טאפּנדיק מיט די הענט איבער די 
אַרומשטײענדיקע מעבל, האָט זי זיך צונעשלייכט צום פענסטער, אים 
געעפנט און אַרויסגעשטעקט דעם קאָפּ אין דער פרישער לופט פון דרויסן. 
אונטן איזן נגעלענן די שטאָט, פארזונקען אין א געדיכטער פינסטערניש. 
אין דער ווייט האָט אָפּנעהילכט אַ דועל פון קאַנאָנען. שטיקער פייער 
האָבן, װי פאַלנדיקע שטערן, געצייכנט רויטע בויננס איבער דעם שווארץ 
פון דער נאַכט. צופוסנס האָט אַן אַלֵיי געחולמ'ט אין דער נאכט. נאָר 
איינצלנע װאָננס, אָנגעלאָדענע מיט שפּייז אוֹן אַמוניציע, האָבן זיך 
פאַרביינעשאַרט ספיט אויסנעלאשענע לאַמטערנעס. מען האָט געהערט 
דאָס שווערע כראָפּען פון זייערע מאָטאָרן, ריזיקע ליכט-זוילן האָבן זיך 
אויסגעשטרעקט פון פארבארגענע ווינקלען און אַרומנעטאפּט דעם הימל- 
געוועלב, - 
זי האָט אַ ציטער געטאָן פון קעלט, האָט זיך צוריקנעשאַרט צום 
פאָטעל און אַריבערנגעװאָרפן אַ צעקנייטשט קלייד איבער די אַקסלען. 
דאַן האָט זי צונערוקט אַ שטו? צום פענסטער און זיך גערישלאָז 
אַראָפּנעזעצט, אַ ווינטל האָט אַריננעבלאָזן און צעטריבן די רעשטלעף 
ישלאָף פון אירע אויגן. די געדאַנקען אין קאָפּ זיינען קלאָרער געװאָרן. 
װאָס טוט זי דאָ אייננטלעך אין זיין צימער?... פאַרלאָרן דעם קאָפּ!... 
אָבער איצט איז אַ סוף, זאָל נאָר אָנהויבן טאָנן, װועט זי אַװעק! ווען זי 
האָט אַ פּאַפּיראָס, װאָכט זי געקענט אַזױ וואַך בלייבן די נאַנצע נאבט... 
אין זיין נאַכט-טישל? זיינען זיכער פאַראַן פּאַפּיראָסן... 
זי האָט זיך אויפגעהויבן און פאָרזיכטיק אַ שפּרייז געטאָן דורכן 
צימער, אירע אוינן האָבן זיך איצט צונעוואוינט צו דער טונקלקייט און 
זי האָט געקענט אונטערשיידן די מעב?. ענדלעך איז זי צוגעקומען צום 
טיש. אַ נלאָז האָט אַ קלונג געטאָן, דערנאָך אַ טינטער. זי האָט א צי 
| געטאָן אַ שופלאָד, דער טיש האָט אַ סקריפּע געטאָן. זי האָט אום- 
געצאַפּלט און זיך אַליין פאָרנעקומען וי א גנב, אינסטינקטיוו האָט זי 
אומגעדרינט דעם קאָפּ צום בעט. ער האָט לייכט געכראָפּעט. אֶט זיינען 
פּאַפּיראָסן!... מסתמאי לינן אויד שוועבעלעך. אָבער אויך ווייטער האָבן 
אירע פינגער אָנגעטאפּט נאָר ווייכע פּעקלעך. ,געהייםפּאַליציי און. 
קאַנטראַבאַנדיסטן זיינען תמיד ידיאחהת? -- איז אַ געדאנק דורב- 
געפלויגן איר קאָפּ און זי האָט א ציטער געטאָן; אַ שאַרפע קלינגעריי 
האָט זיך אָפּנעריסן איבערן בעט און אָננעפילט דאָס צימער מיט 
שרייענדיקע טענער. דער שופּלאָד איז אַראָפּנעפאַלן מיט א טראָס? און 


224 


די פּאַקעטן האָבן זיך צעשאָטן אין אַלע זייטן. זיסקינדס קאָפּ האָט זיך אַ 
הויב געטאָן. ער האָט דעוזען דעם העלן סילועט אינמיטן צימער: 

-- װער איז? -- האָט ער אױפנעשטרעקט די האַנט נאָכן 
רעװאָלוער, ; 

-- איך .. : : 

-- דו? -- האָט ער געמאכט ליכט --- װאָס קריכסטו אַרום אינמיטן 
נאַכט? װואָס זוכסטו אַרום אין מיינע פּאַמּירן? | 

זי האָט געשוויגן. ,, אפשר איז זי אַ שפּיאָנקע?... אָדער אפשר האָט 
זי נאָר דיבואַ אונטערנעשיקט צו מיר?" -- האָט ער טראכט געטאָן, 
דער טעלעפּאָן איבערן בעט האָט. זיך ווידער אַמאָל צעקלונגען. ער האָט 
גענומען די טרייבל: | 

-- אָללעי, אַללעי!.. יאָ!.. אַן אױספאָרשונג?.. גוט!.. פון באַרצע- 
לאָנא, זאָגט איר?... קיינער פארשטייט ניט זיין שפּראך? װאָס פֿאַר אַ 
שפּראך?.;, פּאַלאַקאָ? --- גוט, איך טו זיך אָן און איך קום. שיקט מיר 
גלייך אַרױס מיין שאָפער! | | 

ער האָט אָנגעהויבן זיך אָנטאָן, האָט זיך אויסגעניכטערט און זיין 
כעס איז איבערגענאנגען : 

--- מען לאָזט אַ מענטשן ניט כאַפּן קיין דרימ? -- האָט ער אַ קוק 
געטאָן אויפן זייגער --- פינף נאָך צוועלף! זיי פאַרשטייען ניט, װאָס ער 
רעדט?! נו, שיסט מען אים אַװעק און פּטור אַן עסק !... 

-- װער איז ער? -- האָט זי אים שׂארף געקוקט אין די 
אויגן. | | 

--- כ'ווייס ניט, עס רעדט זיך נאָר אַזױ, אויף אַ געלעכטער!.. אַ 
פּאָלאַקאָ, זאָגן זיי, אפשר נאָר, א באַקאַנטער... -- ער האָט געשפּילעט 
דעם מונדיר פֿאַרן שפַּינ? אוֹן זיין בליק איז דאָרט נעפאלן אויף די 
צעשאָטענע פֿעקלעך --- דו ווילסט פַּאַפּידאָסן? האָסט דֹאָך גלייך געקענט 
זאָגן! נעם ויפּל דו װילסֿט, איך זשאַלעװע דיר ניט! 

עד איז אַרױס. זי האָט אָנגעצונדן א פּאַפּיראָס און גיריק געשלונגען 
! דעם רויך. דאַן האָט זי זיך אַרײינגעװאָרפן אין בעט און זיך צונעדעקט: 
זאָל נאָר אַריבֿער די נאַכט! אָבער דער שלאָף איז ניט געקומען. זיינע 
ווערטער האָבן באַלײידיקט: ער האָט איר אָנגעבאָטן פּאַפּיראָסן אַלסם 
באַלױינונג פֿאַר איר באזוך... פון אֶנהוֹיבב אֶוװנט האָט זי זיך געפילט 
נירערגעשלאָגן: ער האָט איר מקב? פּנים געװען מיט אַ מבול פוֹן רייד 
און דערציילט וועגן זיין ספּעציעלער מיסיע און זיינע דערפאָלנן: זױ 


228 


8 י 
מען האָט אים אומעטום אויפגענומען מיט נרויס דרך ארץ, מיט װאָס 
פארא גרויסע לייט ער האָט אָפּגעהאַלטן קאָנפערענצן און וועלכע 
קאָלאָנעלן און גענעראַלן עס האָבן זיך געפריינדלט צו אים. זי האָט 
געשוויגן;: נאָך דער אומזיכערער דערווארטונג האָט זי איצט דערפילט 
אַן ענטוישונג. ער האָט זי אַפילו ניט געפרענט, װאָס זי מאכט, און האָט 
איר קיין איין צערטלעך װאָרט ניט געזאָגט. ס'האָט אויסגעזען, װי ער 
װאָלט דאָ געשטאַנען אַליין און זיך גופא דערציילט, צו װאָס פאַר אַ. 
גדולה ער האָט דערלעבט. 
ער האָט באַמערקט איר אָנוועזנהייט, ערשט וװען ער האָט זי גע- 
נומען אין די אָרימס, אָן לאננע שהיות האָט ער זי אַ צי געטאַן צום 
פאָטעל, אין ווינקל. דערנאָך האָט ער איר גענעבן אַן אָנצוהערעניש וועגן 
זיין דערפאָלג ביי פרויען, בעת זיין נסיעה. זי האָט זיך נעלאָזט פירן 
שטום און נאָכגיביק און עס זיינען פאַרביי מערערע מינוטן, איידער זי 
איז נעקומען צו זיך. זי האָט געהאַט אַ נעפיל, װוי ער װאָלט זי באַזעסן 
זאַטערהײט, נאָר כדי צו באַפדידיקן זיין גניר צו באַמעכטיקן און האָבן. 
ער האָט זיך נלייך אויפנעהויבן: | | 
--- קענסט בלייבן שלאָפן דאָ, אויב דוֹ ווילסט. קיינער װועט אַהער 
ניט קומען!... דו ווייסט, דיבואַ איז היינט נאכמיטיק אָפּנעפאָרן מיט 
דער בריגאַדע קיין ברונעטע -- האָט ער גערעדט מיט א פארשלאָפענער 
שטימע, | : 
זי חאָט שוין געוואוסט דערפון. אין די הינטערקוליסן פון מיניסי 
טעריום האָט זי געהאָט געהעדט פון דער גאַנצער אַפּערע" און פון דעם 
ברונז-שפּי? צװוישן דעם קאַָלאַנעל און גענעראַל. האָט ‏ זיך איר נאָר 
אויסגעדאַכט, אַז ער איז דאָסמאָל געווען ברוטאַלער אוֹן ריקזיכטלאָזער? 
אָדער זי איז דאַן געווען אַזױ באַרוישט, אַז זי האָט עס ניט געפילטד... 
דער קעלנעד האָט אַרויפגעבראכט אוװונטברויט. זי האָט זיך ניט 
צונערירט צו די שפּייזן. ער האָט גענעסן אין דער פינסטער, און 
נעטרונקען א כך וויין. דאַן האָט ער זיִך אויפגעהויבן: 
-- איך בין טויט-מיד און פאַל פון די פיס. קום, לייג זִיך! . 
ער װאָט זיך אויסגעצוינן אויפן בעט און איז אייננעשלאָפן. זי איז 
געזעסן אין פאָטע?, האָט געװאָלט אַװעקיין און עס האָבן איר אויס- 
געפעלט כוחות זיך צו דידן פון אָרט. דערנאָך איז געװאָרן צו שפּעס -- 
נאָך צען האָט מען ניט געטאָרט אַראָפּנײין אין גאָס אָן אַ ספּעציעלער 
דערלויבעניש. י | 


229 


21 

איצט איז ער אַװעק. זי איז געלעגן מיט אָפּענע אויגן און געטראבט. 
דער רויש פון דער ערשטער באַגענעניש האָט זיך אינגאנצן אױסגעװעפּט. 
פּאַמעלעך האָט זי פּאַרשטאנען: דעמאָלט איז ער געווען געפאַלן ביי זיך, 
ער האָט זיך קוים געהאַט אַרױסנעדרײט פון די הענט פון דער , קאַנטראָפּ". 
א געיאָגטער און געפּלאָגטער האָט ער געזוכט אן אָנלען אין איר צערט- 
לעכקייט, איצט האָט ער זיך געפילט שטארק און מעכטיק צוליב זיין 
ניצחון, זיין רייזע און די שיינע פרויען, װאָס ער האָט געהאַט. ער געהערט 
צו יענע כלבים, װאָס לאָזן הכנעה'דיק אַראָפּ דעם עק צװישן די פיס, ווען / 
זיי קריגן אַ קלאַפּ איבערן קאָפ, און קריצן מיט די ציין, ווען זי פילן אי- 
בער זִיך די באַשיצערישע האַניט פון בעלהבית.. 

אַ פּריקרער געפיל האָט זי ארומגעכאַפּט און א טיפער פּאַרדרוס אויף 
זיך אַלֵיין: צו װאָס אין זי נעקומען אַהער? צו-לאַנג האָט זי געלעבט צן- 
ריקגעהאַלטן און איצט איז זי געפאַלן אויפן ערשטן-ערגסטן!... זי האָט 
זיך דערמאָנט זיין שמועס אין טעלעפּאָן, װאָס זי האָט אויפמערקזאַם נע- 
האָרכט, שוין בייטאָג האָט זי געהערט, אז מען האָט געבראַכט עטלעכע 
אַרעסטירטע, װאָס האָבן זיך באַטײיליקט אין , אויפשטאַנד פון בארצעלאַ- 
נא?, זי האָט געקענט צוזאַמענשטעלן אַלע פּרטים: אַהינצו האָט מען אים 
איצט גערופן... און זי געפינט זיך אין זיין צימער! עס איז איר פארגעקו- 
מען אַז זי האָט פאַראַטן אַלעמען: דעם אָנדענק פון איר פאַטער, פון איר 
מאַן, די אידעאַלן פון אירע חברים -- = == 8 

אויף זיסקינדן האָט אין יענער נאַכט געװאַרט אַ סיורפּריז: ווען ער 
איז אַריין אין אַ זייטיק צימער פון אױיספאָרשונג-אַמט, האָט זיך אויפנע- 
הוֹיבן איינער פון די באַשולדיקטע, װאָס איז געזעסן אויף א באַנק, אין 
אַ טונקעלן ווינקל, און אַ זאָג געטאָן : 

-- אַללעי, אפשה שפּילן מיר א , דערד?" ? 

דאָס אין געווען יאַשקע אַנאַרביסט", אן אַלטֶער באַקאַנטער פון 
קאַפע , ביאַליסטאצקי", 


אֵר אֵר 28 


ווען רות האָט געעפנט די אויגן, האָט זי דערזען שמעונען, וועלכער 
איז געשטאַנען לעבן איר בעט, מיט אַ פּעקל קליידער אין דער האַנט. דער 
פאָרהאַנג צו דער טעראַסע איז געווען אָפן און אַן איינגעבויגענער מאַן 
האָט דאָרט געװואַשן דעם דיל. אין איין אויננבליק האָט זי דורכגעפירט 
אין זיכרון די איבערלעבענישן פון דער נאַכט. | 


200 


--- נעם און טו זיך אָן. מען דאַרף גלייך פאָרן! -- האָט שמעון איר 
אויסגעשטרעקט די קליידער. | | | 

--- זעץ זיך אַ וויילע! --- האָט זי אים אָנגעוויזן אויפן בעט, לעבן 
זיך,. זי האָט אָנגענומען זיין האַנט און צונעטוליעט איר קאָפּ צו זיין 
ברוסט, ער האָט געגלעט איד שטערן און זיינע פינגער האָבן נעציטערט. 
אָבער אין זיין באַנעמען האָט זי דערשפּירט אַ שטייפקייט און צוריקגעי 
האלטנקייט: ,איך מוז מיט אים רערן!... איך מוז!... גלייך!" --- האָט זי 
געטראַכט און באַמערקט, אַז זיין בליק איז געווענדעט צו דער טעראַסע. 


זי האָט אַ קוק געטאָן אַהינצו און דערקאַנט דעם יונגן אֶפיציר . 

--- ער איז דאָ געווען ! 

-- איך ווייס ! | 

--- וי קומסטו אהער?... רעד שטיל, װעט ער ניט הערן! 

פון זיכערקייט וועגן האָט שמעון גערעדט העברעאיש. ער האָס דער- 
צייפט קורץ: זיי זיינען איבערפאַלן אַ באַןדליניע, מיט וועלכער די פאַ- 
שיסטן האָבן געפירט מיליטער, פון צפון, זיי האָבן צעשטערט א לאַנגן 
בדיק איבער אַ זומפּ און אַ באַן איז איינגעזונקען אין בלאָטע, דערווייל 
האָבן זיי זיך דערוואוטט, אז די רעפּובליקאַנער האָבן זיך צוריקגעצויגן 
צוליב דער איבערמאַכט פון פיינט. ס/איז געווען זייער וויכטיק אָנצוזאָגן, 
אַז דער שונא ועט אַ שטיק? צייט ניט קענען באַקומען קיין פאַרשטאַר- 
קונגען. צוויי פון זייערע מענטשן זיינען אַרױס צופוס, די איבעריקע זי" 
נען באַפּאַלן די אוױיטאָס און דאָרט געטראָפן דעם אֶפיציר יי 

בעת ער האָט גערעדט האָט זי אים געגלעט די האנט, אָבער ער איז 
אלץ געווען צוריקגעהאלטן. -- ער האָט מיך קיינמאָל ניט געקושט! איז 
עס צוליבן צווייטן מאַן אין צימער? -- האָט זי געטראַכט. ער האָט גע" 
פליסטערט אין דער שפּראַך, אין וועלכער זיי האָבן גערעדט אין די ערשטע - 
יאָרן פון זייער ליבע, זי האָט אים אַרומגענומען און, וי דאַן, אַ זאג געטאָן, 
אויסציענדיק די זילבן : | 

-- אֲַני אוהבת אותך! 64) | 

| איבער די טרעפּ זיינען אַרופגעשטין לייכטע טריט. כאָרכע אי 

אַריין אין צימער : | 

--- דער װאָגן איז פארטיק! --- האָט ער א שמייכל געטאָן צו רותן. 

--- ווער איז ער ? | 





2) איך האָב דיך ליב. 
221 


, 


-- דער שאָפער. עד װעט פּרוכירן אייך דורכפירן אויף דער ;אַנרער 
זייט". 

--- דו פאָרמט ניט מיט ? 

א ניין ! : : 

,צוליב מיר?? --- האָט זי אַ קלער געטאָן, זי האָט געװאָלט אוים- 
קלערן און דערציילן אירע איבערלעבענישן און באַטראַכטונגען אין מש- 
פון די לעצטע חדשים. אָבער כאַרכע האָט אַ זאָג געטאָן : | 
אַ שאָד, װאָס אייער חבר איז דאָ ניטאַ! 

== וואז איז בראון? -- האָט זי זיך דערמאַנט, 

--- טויט ! 

זי האָט אויפנעציטערט. באַלך האָט זי אַ קלער געטאָן שמעון ‏ אי 
גערעכט, ס'איז ניט דער פּאַסיקער מאָמענט פאר לאַנגע ליבע-דערקלע- 
רונגען, אָבער ער װעט טאַקע ניט מיטפּאָרן?... כאָרכע האָט געזאָנט, אַז 
ער וועט צואװאַרטן אונטן, און זיי איבערגעלאָזט אַלין. שמעון איז גלייך 
אַרױס אוֹיף דערי טעראַסע אוֹן פאַרצוגן ' דעם פאָרהאַנג. פון יענער זייט 
האָט ער נעפרעגט : 


-- איר זענט דאָ געבליבן שטעקן ? 

זי האָט זיך אָנגעטאָן און בשעת מעשה דערציילט די פּאַסירונגען ם 
טאָג. ער האָט אַריינגעקוקט דורכן פאָרהאַנג : 

--- ביסט פאַרטיק ? 

 --‏ יאָ, 

זֵיי זיינען אַראָפּ, דער אֶפּיצִיר האָט שטום א שמייכ? נעטאָן צו איר 
און איז געגאַנגע! פאָרויס. אווף די טרעפּ האָט זי געזאָנט: 
| --- וועסט פיטפאָרן, יא ? 

-- בעסער, אַז נישט ! 


כ'האָב די גאַנצע צייט ! געװאַרט אויף דיר, זינט דו ביפט ראַן 
אַװעק .., 

פאַרװאָס זאָגט זי עם.איצט? -- האָט ער געטראַכט. ער וויל זיך 
ניט אָנװאַרפן אויף איר אין די דאָזיקע באַדינגונגען. אַזױ אָפט האָט ער 
זיך געפּייניקט מיטן געדאַנק, אז זי האָט אים ניט ליב, און ער האָט ניט 
געקענט מיטאַמאָל גלויבן, אַז ס'איז אַנדערש : 

--- דו ווילסט מיר אָפּאַנקען! -- האָט ער געזאָגט -- ביסט אָבַעַר 
ניט מחויב ראָס ! צו טאָן ן... 


בצ 


282 


-- איך וויל ניט פאָרן אָן דיר ! 

-- אָן מיד וועט איר זיין זיכערער. כאָרכע איז אַ שפּאַניער. ער װועט 
אָנטאָן זיינע קליידער --- האָט ער געוויזן אויפן אֶפיצִיר --- און נעמען 
זיינע דאָקומענטן. דו וועפט זיצן מיט די פאַרוואונדעטע און אייך װעט 
מען זִיכער גאָרניט פרעגן. בשעת אַזן אָפענסיווע חערשט א צעמישונג און 
עס זיינען פאַראַן גרויסע געגנטן פון קיינעמס-לאַנד, | 

ער האָט גלייך אין אֶנהוֹיב אויסגעאַרבעט דעם פּלאַן מיט אַלע פּרטים, 
ווען ער האָט זיך איבערצייגט, אַז די קראַנקן-שוועסטער איז טאַקע רות, 
האָט ער באַשלאָסן נישט מיטצופאָרן: ער וועט איר ניט אַרויפצװויננען 
זיין ליבע אין אַזעלכע באַדיננוננען... דאַן זיינען אים אייננגעפאַלן די אַנ- 
ידערע מאָטיוון: זיי וועלן זיין זיכערער אָן אים און ער אַליין װועט שוין 
ווי-ניט-איז אַדורכגיין. און אויסער דעם: װאָס זאָל ער טאָן מיטן מאַן? 
אויב ער װועט מיטפאָרן, װעט ער מוזן יענעם אַפּריער דערשיסן... ווען זי 
האָבן נעשפּאַנט זאַלבײצווייט פון װאַלד, האָט יענער געפרענט: -- אַז איך 
ווע? דיר ווייזן וואו, װועסטו מיך לאָזן לעבן, אמת? -- אוב איך װעל 
דיך ניט מוזן טױטן -- האָט ער געענטפערט. מוז ער אים איצט 
דערשיסן צוליב מיליטערישע סיבות?,.. אין די פאַרלאָפּענע חדשים האָט 
זיך קיינמאָל אַזאַ פראַנע ניט געשטעלט פאַר אים: זיי האָבן געהרניעט די 
געפאַנגענע און דער שונא האָט דאָס זעלבע נעטאָן, ווען ער האָט געכאַפּט 
איינעם פון זיי. אָבער די טרעפונג מיט רות'ן האָט אים װי אומגעקערט / 
צוֹ די באַנריפן פון ציווילן לעבן, אַחוץ דעס האָט יענער געראַטעװעט דריי 
לעבנם ... י | 
--- שוין האַלב איינס! -- האָט ער דערזען דעם זיינער אין זְאֵל --- 
איר מוזט גלייך פאָרן ! 

כאָרכע האָט געװואַרט אונטן. זיי האָבן באַשלאָסן איינצואוויקלען די 
קראַנקע אין דעקעס און ניט מיטנעמען זייערע מיליטערישע מלבושים. 
איצט האָט שמעון אָנגעקוקט דעם צווייטן פאַרוואונדעטן; 

--- בערנמאַן:.--- האָט ער אויסגערופן. יענער האָט נעעפנט די אויגן 
און געקוקט מיט אַ בלאַנדזשענדיקן בליק. זיי האָבן אים אַרױסגעטראָגן 
צוערשט. רות האָט צוגעהאַלטן אַ לאָמפּ און די צוויי האָבן אים אַװעק- 
געלייגט אויפן הינטערשטן נעזעס. צווישן זיינע אויגן האָט זיך איצט 
באַװויזן אַ קנייטש : : 

שמעון! --- האָט ער א פליסטער געטאָן. 

--- וא ,,, 


68 


-- איך האָב פאַר דיר... כ'האָב געטראָפּן רות'ן. כיגעדענק ניט ווען... 
ס'איז געווען א לבנה-נאַכט אוך מיר זיינען אָפּגעפאָרן צום פראָנט... אַ 
כריוול אין קעשענע ... | 

-- אין מאַנטליקעשענע --- האָט צוגענעבן רות. 

זיי זיינען אַריין נעמען מאַלינקאָוון, שמעון איז צוגעגאַנגען צום 
שטול און א זוך געטאָן אין בערנמאַנס מאַנטל. אָבער די קעשענעס זיינען 
געווען ליידיק. ער האָט זיך אַרומגעקוסט, 

| -- דאָרטן! -- האָט אָנגעוויזן מאַלינקאָוו אויף דער פּאָדלאָגע -- 
די מאָרן האָבן אַלץ אַועקגעשלעפּט. 

שמעון האָט אויפנעהויבן דאָס צעטעלע אוֹן איבערגעלייענט: א כיהאָב 
געװאַרט טױיף דיך. טיך האָב דיך ליב. דײן רות". 

-- ווען האָסטו עס געשריבן ? 

--- היינט, איידער די מאָרן זיינען אַרין... איצט נלויבסטו מיר? --- 
איז זי צוגענאַנגען צו אים און אים אַרומגענומען. ער האָט פאַרװאָרפן 
זיינע אָרימס אַרום אירע אַקסלען, זייערע ליפּן האָבן זיך צוזאַמענגעשלאָסן. 
באַלד האָט ער אָפּנעדרײט דעם קאָפּ,. 

-- נאָך אַביסל! -- האָט זי זיך איינגעזוינן אין זיין מויל. 

-- יאָ, אָבער איך מוז אַכטונג געבן אויפן געפאַנגענעם! -- האָט 
ער גערעדט מיט האַלב פאַרמאַכטע ליפּן. דער אֶפּיציר האָט אויפמערקזאַם 
צוגעקוקט, וי ער װואָלט פאַרשטאַנען, אז פון דערדאָזיקער שטומער דראַמע 
איז אָפּהענגיץ זיין לעבן. 

--- װועסט מיטפאָרן, אמת? -- האָט רות אים ניט אָפּגעלאָזט פוֹן 
זיך, ווען זיי זיינען. אַרױס אין דרויסן, 

די פאַרוואונדעטע זיינען געלעגן אין װאָגן. כאָרכע איז איינגעשטיגן 
אוון געמאַכט אַ פּלאַץ לעבן זיך: 
|=--- באַטדאַכט זיך, סימאָן, אפשר פאָרסטו מיט ? 

--- און װאָס זאָל איך טאָן מיטן געפאַנגענעם ? 

--- דערשיס אים ! : 

--- ניין! --- האָט רות א געשריי געטאָן,. ערשט איצט האָט זי בא- 
גריפן, אז מען טאָר דעם אֶפיציד ניט איבערלאָזן אליין א לעבעדיקן. 
זי איז צוגעפאַלן צו שמעונען: פּאַרװאָס מוזן מיר ליידן פאַר אַלעמען? --- 
האָט אַ געוויין זיך נעריסן פון איר האַלדז. א צווייטע שטימע האָט געענט- 
פערט:. , ווייל אויף יענעמס בלוט קען מען קיין גליק ניט בויען!"... שמעון 
האָט זי געטוליעט צו זיך: ער װאָלט געקענט זיך איינדרייען אין א דעקע 


4 


און מיטפאָרן. װוי די אַנדעדע פאַרוואונדעטע -- אָדער זיי וועלן אַריבער- 
גיין אויף דער אנדער זייט, אָדער זיי וועלן צוזאַמען אומקומען. אָבער 
דער מאַן?... זיין פּלאַן איז געווען צוצואװאַרטן ביז פאַרטאָג. אויב ער 
וועט אים גלייך דערחרנ'ענען, װעט עס זיין נאָר דערפאר, װאָס ער וי? 
מיטפאָרן מיט רות'ן.... 

--- עס ווערט שפּעט! -- האָט כאָרכע אונטערגעאיילט, 


--- איך בלייב. אַלֵיין װעל איך זיך שוין אן עצה געבן. 


** א א 


אין דרויסן האָט זיך געבלאַסט דער באַנינען. װי געוויינלעך אין די 
דאָזיקע שעה'ן האָט די אַרטילעריע באַשאָסן די שטאָט. אויף , גראַןזויאַ? 
האָט אַ פלינל פון אַ הויכן הוי! זיך אראָפּנעשאָטן מיט אַ טראַסק. צע- 
שראָקענע, האַלב-אַנגעטאָענע מענטשן זיינען געלאָפן דורך די גאַסן. אין / 
די אָרימס האָבן זיי געטראָנן קליינע קינדער און רעשטלעך פון בעלי- 
בתישקייט, אַ צעמישטער פון דער אױיספאָרשונג און פון די. בילדער אין 
גאָס, איז זיסקינד אַרינגעלאָפן אין צימער. מאַרטשעלאַ האָט זיך אוים- 
געכאַפּט און אים באַטראַכט דורך פאַרזשמורעטע אויגן. ער האָט שנעל 
פאַרויכערט אַ פּאַפּיראָס און אַריינגעקערט עטלעכע גלעזלעך ויין אין 
האַלדז, דערנאָך איז ער צוגענאַננען צום בעט, אָפּנעשאַרט די קאָלדרע און 
איר אַ גלעט געטאָן איבער דער נאַקעטער פּלייצע, 


--- רוק זיך אָפּ ! 

-- דאָס בין איך! -- האָט ער זי באַדואיקט און ניט אויפגעהערט 
צערטלען איר לייב, 

--- דוק זיך אִפּ זאָנ איך דיר! --- האָט זי זיר אויפגעזעצט אויפן 
בעט, וׂ 

אָבער ער האָט ניט נאָכגענעבן. א פאַרצוייפלונג איז אויפנעשטיגן 
אין אים און געװאָרגן אין האַלדז, ער מוז פאַרטױבן דאָס דאָזיקע געפילן... 
און נאָר די אויפנערייציטע אינסטינקטן זיינען איצט געווען בכוח צו 
פאַרשרייען אַלע אַנדערע קולות פון דער נשמה. זיינע רירעוודיקע הענט 
האָבן געזוכט די נאַקעטקײט אונטער אירע קליידער. מיטאַמאל איז זי 
אויפנעשפּרוננען, האָט א כאַפּ געטאָן דעם רעװאַלװער, װאָס ער האָט 
| אַװעקגעליינט אויפן נאַכט- -טישל, לעבן בעט, און נעצילט: 
--- טרעט אֶפּ, אַז נישט על איך דיך שיסן!... איך ווי? ניט האָבן 


239 


צו טאָן מיט.מענטשן, װאָס זיינען גרייט צוֹ מאַרדן אַפִילו זייערע אייגענע 
חברים ! 

ער איז צוריקגעטראָטן, אירע ווערטער האָבן אים פּריטשמעלעט מער 
וי די דראענדיקע לופע פון רעװאָלװער. פון װאַנען וייסט זי, אַז ער 
האָט אויסגעפאָרשט יאַשקען?... פאַרװאָס טשעפּען זיך אַלֶע צו אים? װאָס 
איז ער שולדיק, אז די וועלט איז אַזױי אַכזריות דיק און שלעכט1.. 

זי האָט זיך אָנגעטאָן, אַ בלאָס פרימאָרגן-ליכט האָט אָנגעפילט דאָס 
צימער. די קאַנאַנען האָבן אַלץ געהילכט. אַ רויטע שיין האָט מיטאַמאָל 
אַ בלענד געטאָן די אוינן: ניט ווייט האָבן זיך געהויבן פלאַמען פון אַ 
ברענענדיקן הויז. ניט זאָגנדיק קיין ‏ גוטן טאָג" האָט זי געשפּרײזט צו 
דער טיר, 

-- כ'וועל דיך באַגלײטן. די ,, גװואַרדיע" ביי דער טיר קען דיך פאַר. 
האַלטן, ווייל דו האָסט ניט קיין רעכט, צום נעכטיקן דאָ אין האָטעל, 

:אויפן װועג האָבן זיי ניט אַרוױיסנערעדט קיין איין וואָרט. זיסקינד 
האָט געפילט וי די קאלטע פארצווייפלונג שטייגט און דריננט אים אדורך, 
וי אַ פּראָסט. ביים טראַמװײי האָט ער געװאַרט עטלעכע מינוט. קומענדיק 
צוריק צום האָטעל-שפּיטאָל, האָט ער געזען, װי מען טראָנט אַרויס פאַר- 
וואונדעטע פון אַן אמבולאַנס. איינער פון זיי האָט געהאט א באַנדאַזשירט} 
קאָפּ. די אויגן זיינען אים פאָרגעקומען באַקאַנט. פאָרנדיק אין דער ווינדע 
איז אים קלאָר געװאָרן, אַז אויף דעם טראַנדבעטל איז געלענן בערנמאַן. 


+ִ א א 


זיי זיינען אַרויפנעשטיגן די אינעוייניקסטע טרעפּ. שמעון איז גע- 
ווען אָנגעטאָן אין ציוויל, אויבן איז ער אַרױס אויף דער טעראַסע און 
פּרובירט עפענען די טיר. זי איז געווען געשלאָסן, ער האָט אַ זוך געטאָן 
איבער די מעבל, 

, ער זוכפט דעם שליסל -- האָט אַ קלער געטאָן דער אונטער-אפיציר 
-- אָבער ער װעט אים ניט געפינען. דער שליסל איז ביי סאַנטשעסן אוז 
סאַנטשעס לינט טויט אין װאַלד,.." דער ענין איז אים פאָרגעקומען מערק- 
ווירדיק און אינסטינקטיוו האָט ער אַ טאַפּ געטאָן זיין בוזים-קעשענע, 
וואו ס'איז געלענן דער דורכנעלעכערטער פּאָרטפעל, 

--- מען קען ניט אַרױסגײן אויפן דאַך ? 2 

--- דאָ איז פֿאַרשלאָסן?... איך קען די דאָזיקע הייזער, פאַראַן זיכער 
נאָך אַזאַ פליגל -- האָט געזאָנט דער אֶפִיצִיר. זֵיי זיינען אַראָפּ אין קאָרי- / 


280 


דאָר און זיך פארנומען מיט אנדערע טרעפּ. אויבן איז געווען אן עגלעך 
שלאָף-צימער, מיט די זעלבע איינריבטוננען, נאָר מיט העלערע טאַפּעטן. 

-- פאַר געסט! -- האָט באַמערקט דער אֶפיציר. | 
| -- וי הייסטו? -- האָט געפרעגט שמעון, ווען זיי זיינען ארויף 
אויפן דאך! 2 : | 

-- הער זיך איין אַלפאָנטאָ, אויב דיינע װועלן אָנקומען, װעל איך 
דיך מוזן דערשיסן, / 2 

-- איך על אייך ניט אויסנעבן! + 

-- קען זיין, אָבער דאָס לעבן פון טויזנטער איז דערפון אָפּהענגיק. 
איך טאָר ניט .,, | 

| אַלפאָנסאָ האָט זיך איינגעדרייט אין מאַנטל און איז איינגעשלאָפן. 

שמעון האָט אַרומגעשפּאַנט איבערן דאַך און אויפמערקזאַם געקוקט אין 
אַלֶע זייטן, ער האָט זיך מיטאַמאָל דערפילט געפאַנגען פון זיין אייגענעם 
| געפאַנגענעם: װאָס זאָל ער טאָן מיט אים?... ער װעט קענען אָפּװאַרטן 
ביז אינדערפרי,, אים דאַן פאַרשפּאַרן אין אַ צימער און אַװעקגײן. ביז 
דאַן וועלן שוין די חברה זיין אויף דער , אַנדער זייט" אָדער מען וועט זי 
האָבן געכאַפּט. טאָר ער, אָבער, אֶפּלאזן אַ פאַשיסטישן אפיציר? --- ניין!... 
אָבער געפאַנגענע האָבן זיי געשאָסן נאָר ווען זיי האָבן געמוזס. --- מ וז 
ער עס אין דעם פאַל?.. בכל אופן װעט ער דאָ סיי וי מוזן איבערװאַרטן 
ביז פּאַרטאָג, וויי? ער קען ניט די געגנט, און ביז פאַרטאָג קען אַ סך פּאַ- 
סירן... -- האָט אַ האָפענונג געטליעט אין זיין האַרצן. 

אַרום האָבן זיך געצויגן פעלדער און וועלדער. אַ קרישטאָלן אויג פון 
אַ סטאוו האָט אַרױסגעקוקט צווישן די טונקעלע ביימער פון נאָרטן, הינ- 
טערן הויז. די וויערבעס ארום האָבן געדאַװנט חצות מים אַ טרועריקן 
נעפליסטער. באַלד האָט ער אונטערשיידעט טונקעלע קאָנטורן פון 8 דאָרף. 
פון דער אַנדער זייט האָבן זיך געשװאַרצט שאָטנדיקע בערג. אַ האָן האָט 
געקרייט. אין אַ פאַרלאָזענעם שטאַל און אַן אייזל האָט אים געענטפערט 
מיט זיין האַלב-יאָמערנדיק! און האַלב-פריילעכן געשריי: מיט אַ קרעכץ פוֹן 
אֶנהויב און אַ יוב? צום סוף. אין דער ווייט איז אַ שיסעריי פון קאַנאַנען 
אַלץ הילכיקער און הילכיקער געװאָרן. מען האָט קלאָר געהערט דאָס 
טראַפקען פון מיטראַיעזן, װאָס האָט זיך דערנענטערט צום דאָרף. 

דער מזרח האָט זיך באשפּרענסלט מיט גרויע פלעקן, ווען ער האָט 
הערהערט אַ האַסטיק שנאָרכן. אויפן לאַנד-װעג, צװישן די טאָלן, האָט 
זיך דערנענטערט אַ מאָטאָציקל, , זי קומען! -- האָט ער אַ בליק געטאָן 


281 


צן אַלפאַנסאָ -- כשועל אים מוזן אויפוועסן!... דאָס שנאָרכן האָט זיך 
ידערנענטערט און איז רוישיקער געװאָרן; דער אֶפיצִיר האָט זיך אַלײן 
אויפגעכאַפּט און איז צוגעגאַנגען. צום ראַנד פון דאַך. איצט האָבן זי 
ביידע געקוקט. מען האָט געקאָנט אונטערשיידן די סילועטן פון צויי 
מענטשן, : י | 
--- רות! -- האָם אַ געשריי געטאָן שמעון. אַ קעלט האָט אים אוים- 
געטרייסלט: זיי האָבן זי געכאַפּט און געצוואונגען צוריקצוקומען! װעט / 
ער קענען דערשיסן דעם אפיציר? זיי וועלן זי זיכער האַלטן, וי אַ משכון!.. 

--- דיין מיידל און אַ ,רויטער" סאָלדאַט! -- האָט א זאָג געטאָן 
אַלפאַנסאָ. ער האָט אַ טאַפּ געטאָן ביים פּאַרטפעל און געשמייכלט: איצט 
איז ער געראַטעװעט, אויך שמעון האָט אַצינד קלאָר דערקאַנט דעם מון- 
דיר פון אַ מיליציאַנער, זיי זיינען אַראָפּנעלאָפן אונטן, 

-- אונדזערע האָבן צוריק דעראָבערט װיליאַנועװאַ! --- איז רות אים 
געפאַלן אין די אָרימס -- און דאָס איז הערי, מיין שאָפער ! 

-- און בערגמאַן מיט מאַלינקאָװון ? | 

--- מירן זיי אָפּגעשטעלט אין פעלד-שפּיטאָל, ‏ / | 

-- זי האָט מיך אַזױ שטאַרק געבעטן, אַז איך האָב זי נעמוזט אַהער- 
| פירן -- האָט זיך ענטשולדיקט הערי --- איך פאָר נלייך צוריק. 

-- ווען האָט זיך אָנגעהױיבן די אָפּענסיװוע? -- האָט שמעון זיך 
איצט נעװוענדעט צו אים, | 

-- אַזייגער דריי. אונדזער פליג? פוֹן צפון האָט דורכגעבראָכן די 
פאַשיסטישע ליניעם. און מיר, דאָ, האָבן באַקומען פּאַרשטאַרקונגען. זי 
האָבן זיך צוריקגעצויגן. נו, איך מוז צוריק ! | 

--- אפשר נעמסטו מיט דעם געפֿאַנגענעם? -- האָט רות אים אַ 
וואונק געטאָן -- איצט איז ער שוין נישט אַזױ געפערלעך, און מיר װעלן 
זיך ניט מוזן היטן מיט אים. 

זיי זיינען געשטאַנען צווישן די ביימער, ווען די צוויי זיינען אָפּנע- 
פאָרן. רות האָט אים אַרומנענומען : 

-- האָסט מיך ליב ? 

--- יאָ!. --- האָט ער צונעהאָרבט צוֹ דער שיסעריי, װאָס האָט זיך 
איצט דערווייטערט אין אַן אַנדער, ריכטונג -- איך װאָלט איצט געדארפט 
זיין אין פעד ! | 

-- נו, מעגסט נעמען אַ פּאַר שעה אורלויב, לכבור אַזאַ גרויסער 
געשעעניש,.. איך מיין לכבוד דער באנייאונג פון דער אָפענסיווע, פאָר- 


298 


שטייט זיך! --- האָט זי אַ שמייכ? געטאָן צוישן פאַרזשמורעטע אויגן. 
זֵיי זיינען אַריין אין שטוב און שמעון האָט זיך גענומען װאַשן. רות האָם 
דערווייל אַרומגעזובט אין די שאַפּעס. ווען ער האָט זיך אַומנעדרײט, איז 
זי געשטאַנען הינטער אים, אָנגעטאָן אין אַ בלויער עטװאָס צו ברייטער 
פּידזשאַמע. זי האָט אויסנעזען פולער װוי געוויינלעך. דער דעקאלטע האָט 
אַנטבלױזט אַ ווינקל צווישן אירע ברוסטן. דער טונקל-בלוי האָט בולטער 
נעמאַכט די בלאַסקייט פון איר פּנים און זיך צוזאַמענגענאָסן מיטן העלן 
בליק, שמעוניען האָט אַ מיש געטאָן אין קאָפּ. ער האָט זי אַרומגענומען, 
אויפנעהויבן אזיף די הענט און דריקנדיק אין די אָרימס, צוגעטראָגן צו 
דער קליינער קושעטקע. 

-- ניין, --- האָט זי פּראָטעסטירט --- ניט אַזױ!... פון חיינט אָן פירן 
| מיר זיך װי בעלייבתישע מאַן און ווייב ! 

-- יאָ, מיר האָבן טאַקע אַ שלאָףיצימער אויבן. 

זי האָט זיך אַנגעכמורעט. ער האָט איר אַ גלעט געטאָן איבערן קאָפֿ: 

-- פאַראַן אַ צווייטער, מיט העלע טאַפּעטן, פאַר געסטי. 

זיי זיינען אַרױף. רות האָט געמאַכט דאָס בעט און באַטראַכט די 
קלייניקייטן אויפן טישל: | | | 

| --- ניטאָ קיין װאַסער פּאַר מאָרגן פרי! --- האָט זי אַריינגעקוקט 

אין קרוג. ‏ / . 

--- וואו איז דער ברונעם? איך על אַרויפברענגען. 

--- ניין, -- האָט זי אַרױסגענומען דעם קרוג פון זיין האַנט -- אין 
אַ בעלידבתישער משפּחה ברענגט די זייב אַריין װאַסער. 
| = ער האָט זי באַנלײיט. ווען זי זיינען צוריק אַרױף, האָט אַ העלע שֵיין 
אַרײינגעקוקט דורכן נלעזעדנעם דאַך פון דער טעראַסע. רות האָט אויסגע- 
שווענקט די שיסל: יי 

--- ווייסט? דאַכט זיך, אז אהרון נעמט איצטער זיין פרימאָרגן-טרונק 
--- האָט זי זיך דערמאָנט, טונקענדיק די הענט אין װאַסער. 

--- יאָ, --- האָט ער אַ קוק געטאָן אויפן זייגער -- ס'איז פּונקט האַלב- 
פינף ! | יי 
--- מען. העדט טאַקע דאָס רוישן אין אַלע צימערן פון האָטעל ? 

--- אוודאי, דער שטראָם פויפט איבער אַלע גאָרנס, אַרויף און אַראָפּ... 

-- וי דאָס לעבן, אמת? --- האָט זי אַרױסגעקוקט אויף די באַלױב- 
טענע שפּיצן פון די ביימער, | | 

|--- יאָ, וי דאָס לעבן, 


289 


-- האָפט מיך ליב, שמעון ? 

-- יאָ, רוֹת, 

-- װוי דאָס לעבן ? 

-- יאָ, וי דאָס לעבן ! 

* 2 א" 
א גאַלאָפ פֿון פערד האָט זיי אויפגעװועקט. העלע זוֹן-שטראלן האָבן 

זיך געשפּילט אויף דעם פאַרצויגענעם פאָרהאַנג, װאָס צו דער טעראַסע. 
שמעון איז אַראָפּנעשפּרונגען און אַרױסגעקוקט דורך אַ פענסטער: 

--- אונדזערע ! 

-- קום צוריק! -- האָט זי אויסגעשטרעקט אירע אָרימס --- אַ שאָך 
יערע מינוט! 

אַ וויילע שפּעטער האָבן זיי דערהערט א נעשפּרעך אין פראַנצויזיש. 

-- אויסגעצייכנט פאַר דער אינטענרענץ --- האָט איינער געזאָגט -- 
פאַראַן אַפילו שטאַלן פאַר די פערד | : 

-- איך מוז אַפּריער מאַכן אַן אינספּעקציע איבערן נאַנצן הויז - 
האָט געענטפערט אַ אַ שטימע, װאָס איז זיי פאָרגעקומען באַקאַנט. די טרים 
האָבן זִיך דערנענטערט אויף די טרעפּ. שמעון האָט זיך א חויב געטאָן: 

-- זאָל איך צושליסן די טיר ? 

--- פאַרואָס? --- האָט זי אים צונעדדיקט צו זיך --- מיר זייג ו דאָך 
מאַן און ווייב ! 

די טיר האָט זיך געעפנט און אויפן שוועל אי שטיין געבליבן 
שמערקע. ער איז שיר ניט געפאַלן אין חלשות, האָט אַ לאָף געטאָן פאָרויס, 
האָט אָננעכאַפּט, אין גרויסער אויפרענונג דעם ווייסן קרוג, און אים 
אַראָפּנעלאָזט אויף דער ערד. די שערבלעך זיינען זיך צעפלויגן אין אַלע 
זייטן : 

-- מזל טוב! -- האָט ער אויסגערופן. און ווען ער איז געקומען צ 
זיך האָט ער מודיע געווען : 

-- אַלע נסים פּאַסירן אויף איין מאָפֿ! 

-- װאָס נאך האָט פּאַסירט ? | | 

-- אַ בער איז געפּנריט אין, װאַלד! לעגראַנס קאַװאַלעריע איז די 
ערשטע אריין אין װילאַנועוואַ ... 


240 


אַפּיטל ניינצן -- 
חהאיגרא רמא לבירא עמיפסתא.. (אט 


| צען טעג האָט ריימאַן זיך אויסגערוט און קיינעם ניט געזען. דער 
דאָקטער האָט אים פאַרזיכערט, אַז אין עֶטלעכע טעג אַרום װעט ער קענען 
אַרױסגײן פון שפּיטאָל. אויפן עלפטן טאָג איז ער ווידער , אַריינגעפּלאָג- 
טערט" געװאָרן אין דעד ,אַפערע". דעם ערשטן ראַפּאָרט האָט ער באַקו- 
מען פון זיסקינדן, וועלכער איז אינצווישן געקומען צו זיך פון די דער" 
שיטערונגען פוֹן יענער נאַנט. 2 0 א 
|| -- זעסט? -- האָט ער אים איינמאָל פאַרהאַלטן ביים אַרױסגאַנג 
און געוויזן אַ צעטעלע --- איצט װעט דיבואַ מיר גאָרניט קענען טאָן ! 

--- דינואַיס ברינאדע איז דאָך נאָר ביי ברונעטע. 

--- אָבער די טעג קומען זיי צוריק. צוליב דער אָפענסִיווֹע האָט ער 
דערוויילע ניט געמעלדעט אין , טאָג-אָרדענונג? וועגן מיין רעהאַבילי- 
טאַציע. איז װאָס טו איך, אויב איידער װאָס-ווען הייסט ער זיינע מענטשן, 
זיי זאָלן מיך כאַפּן און אַװעקפירן צו אים אין , חחזנדיא"? דערנאָך גי 
און שריי חי וקים! בין איך דעריבער אַװעק מיט מיין שעףּ אין דער 
אָרטיקער , קאָמאַנדע" און אַרױסגענומען דאָס דאָזיקע צעטעלע. - 

דער צווייטער ראַפּאָרט איז געקומען פון שמערקען. ער איז דערשינען 
אין מאַדריד, נלייך װי די בריגאַדע איז אַראָפּ פון דער אָפענסיווע אויף 
אָפּרו. נאָכדעם וי ער האָט זיך אָנגעדערציילט װי אַ פּויק וועגן פּראָנט 
בכ און שמעון-רות נפרט, האָט ער פּאַרפירט דעם שמועס ועגן דער 
,אַפּערע", װאָס איז איצט ווידער אַמאָל געװאָרן אַקטועל: 

--- דיבזאַ האָט ניט געמעלדעט און װעט ניט מעלדן אין , טאָג-אָרדע- 
נונג. --- האָט ער פאַרזיכערט --- פאַרקערט, ער איז אש להבה: ואָרים 


66 פו אַ הױטט דאַך אי אַ טיפע גהב. 


16 | | יי 241 





דער גאַנצער שטאַב ווייסט שוֹין פון דער מעשה, מען דערציילט זי פון. 
אויער צו אויער און דיבואַ האָט מורא, אַז זי װעט שאדן זיין פּרעסטיזש 
און ער װעט חלילה שטאַרבן, נאָך הונדערט מיט צװאַנציק יאָר, אֵלָּם 
פּשוטער קאַלאָנעל, ' 
ער האָט פאַרזיכערט, אַז דיבואַ וועט דאָס זייניקע אויספירן: ע- 
האָט פאַרבינדונגען אין די , פּאַרטײיאישע קרייזן" פון פּראַנקרייך, װאָס 
האָבן אַן איינפלוס אין די רענירוננ-קרייזן פון שפּאַניע און ער װועט בא- 
אַי אָנשפּאַרן אַזש צום פּרעזידענט.. | 
--- נו, און סימיאָנסקי4 - 
-- יענער האָט נאָך ברייטערע פּלײיצעס: ער איז א גאַנצער הי 
טעביע דאם" ביי די סאָוויעטישע און דאָס אין ניט קיין קלייניקייט! 
-- נו, און װער װעט סופ כל סוף מנצח זי 
|--- ווער? -- האָט שמערקע זיך געשלאָגן מיט דער דעה -- דאָס 
קען מען ניט וויסן. וי דו זעסט איז דא אונדזער תכשיט פאַרקראָכן צווישן 
די אמת'ע צוויי בערן: עס קען נאָך אויסברעכן אַ דיפּלאָמאַטישער קאָנ- 
פליקט, די רוסן װעלן, חס ושלום, ברונז ווערן און אויפהערן שיקן געווער, 
און דער נאַנצער בירנער-? קרינ וועט שטיין אין סכנה צוליב דעם דאָזיקן 
פויגל ! - | 
-עטלעכע טעג איז דער ענין געהאננגען אין דער לופטן, אָן אַנטשײדונג 
-- ריימאַן האָט פאַר דער ציים באַקומען גענויע באַריכטן ווענן די 
סטראַטעגישע צוגרייטונגען פון ביידע צדדים: װאָס שייך זיסקינדן האָט 
ער זיי באַקומען דירעקט פון בעל דבר און וועגן דעם קאָלאָנעלס פּלענער 
און תחבולות האָט אים דערציילט שמערקע, וועלכער האָט זיי געהערט 
דירעקט פון די קוכערס און טעלעפאַניסטן --- ביז זיסקינד איז אַריבער 
צום אָנגריף. איינמאָל אַ פאַרנאַכט האָט ער ספּעציעל אַראָפּנערופן ריימאַ- 
נען צו זיך אין צימער און אים געוויזן אַ לאַנגן, באַשריבענעם פּאַפּיר. 
--- דו זעסט, דאָס איז אַ בריוועלע צו דיבואַ! 
-- װאָס פאַראַ ליבע-בריוועלעך שרייבסטו שוין צום קאָלאַנעל ? 
-- עס זיינען שוין אַריבער כמעט צוויי װואָכן און ער רירט זיך ניט. 
װאָס מיינסטו, ס'איז חפקר א וועלט?... אַ קאַלאָנעל נעמט און פירט ניט 
אָויס די באַפּעלן. פון זיין גענעראַל: דו ווייסט ניט מיט װאָס דאָס שמעקט? 
--- ווייס איך װאָס --- האָט ריימאַן. גערעדט מיט אַ טאָן פון אַ רודף- 
שלומיניק --- ער איז ראָך עפעס אַ קאַלאַנעל און קאָלאַנעלן האָבן שוין 


2492 


אזא טבע, אַז זי באַליידיקן זיך לייכט... פאָלג מיר, קריך גיט! דיבואַ האָט 
ברייטע-פּלייצעס. 

--- סימיאַנסקי האָט ברייטערע ! 

--- נאַרישקײיטן, דן ליגסט אים אֲַפילו ניט אין דער לינקער פאה ! | 

-- ער האָט אָבער פיונט דעם קאַָלאָנעל. פּאַרשטייט זיך, אז אַליין. 
װואָכט איך זיך ניט געקענט פאַרמעסטן מיט אַזעלכע בערן. ס'איז אַ שטיי- 
גער וי ביי די פערד-געיעגן: קען איך זיך אַליין באַטײיליקן אין געיעג} -- / 
די שוואַכסטע שקאַפּע װעט דאָך מיך איבעריאָגן! קויף איך דערפאַר אַ 
צעטעלע" און שטעל אויף איינעם פון די לויפנדיקע סוסים. אַז מיין פערד 
קומט דער ערשטער, נעם איך אָפּ די גרויסע אַפּותיקא אוֹן דער פערד 
בלייכט אַ פערד.. | | 

אין דער זעלבער צייט איז קאלאַנעל דיבואַ געזעפן אין ביוראָ פון 
די , ספּעציעלע ענינים" און געפירט אַ לענגערן שמועס מיטן אַנפירער פון 
דער אָפּטײלונג, ער האָט זיך נעהאַלטן קאַלט און אָפּיציעל, און האָט גלייך 
אַרױסגעלײנט דעם ענין, וועגן וועלכן ער איז געקומען : 

--- איך נלויב ניט -- האָט ער פאַרענדיקט -- אַז אייער אַמט זאָל 
שיצן אַ דעזערטיר און אים נאָך האַלטן אַלס אֶפיצִיר. 

דער שעף, אַ געוועזענער סעקרעטאַר פון אַ מעטאַליאַרבעטער סינדי- 
קאַט, איז אַ ביס? צעטומלט געװאָרן פון די שטייפע רייר. ער האָט בבלל 
ניט. געפּאַסט צו זיין פּאָסטן, אָבער אויף דער דאָזיקער ‏ דעליקאַטער? 
שטעלע האָט מען נעמוזט האָבן אַ מענטשן, װואָס איז פון פריער באַקאַנט 
געווען אַלם איבערגענעבענער און ערלעכער מאַן, און געהאַט אַ גוטן שם 
ביי די אָנהענגער פון פאַרשידענע פּאַרטײען. | 

-- ער איז דאָך אַװעק. מיט אַ אַ דערלויבעניש פון דער בריגאַדע! -- 
איז ער גלייך אַריבער אין פאַרטיידיקונג, | | 

-- פוֹן דער בריגאַדע? קיינמאָל ניט!... נאָר פון דער קאַװאַלעריע. 

--- אָבער דער נגענער אַל סימיאַנסקי האָט דאָך -- == == = 

דערהערנדיק סימיאנסקיס נאָמען, האָט דער קאָלאָנעל זיך קוים איינ- 
נעהאַלטן פון אַרוסצושיסן מיט אַ זיד?-װאָרט. ער האָט שוין געזען, אַו 
דער שעף גופא איז נאָר ניט אַזױ פעסט ביי זיך, און אַז ער לאזט זיך 
רעדן, און ער איז אַליין אויך ווייכער געװאָרן . 

-- איר פֿאַרשטײיט חבר, מיר רעדן דאָך. דאָ ניט אָפּיציעל. גענעראַלן 
מעגן אַרויסנעבן באַפּעלן, אָבער צי קען אונדזער דיװיזיע-גענעראַל דעם 
באַשולדיקטן? צי קען ער זיין פאַראַנשװאָרטלעך פאַר זיינע מעשים?.,. איך 


249 


קאָן יעדן סאַלדאַט וי מיינע צען פינגער. שוין אין דער בורזשואַזער 
אַרמײ -- איך בין אַ קאַפּיטאַן פון דער פראַנצויזישער אַרמײ אוֹן האָב 
געקעמפט ביי ווערדען -- האָבן מיך מיינע יאַטן געחאַלטן פאַר אַן איי- ‏ 
גענעם ברודער. - 
ווען ריימאַן איז אַ זיינער ניין אין אָוונט צוריקנעקומען פון גאַס 
; אַחיים, האָט די קראַנקןשװועסטער פון זיין זאַל אים געמעלדעט, אז זיין 
בעט איז פאַרנומען: מען האָט געבראַכט אַ סך שװער-פאַרוואונדעטע פון 
דער לעצטער אָפּענסיווע; ער וועט דעריבער באַקומען אַ ;;צעטל" אויף אַ 
צימער אין , חאָטעל נאַסיאָנאַל" און קומען אַהערצו יעדן צווייטן טאָג. 
ער האָט גענומען זיינע פְּאַר קלייניקייטן און איז אַראָפּנעפאָרן מיט 
דער ווינדע. אויפן צווייטן שטאָק איז עמיצער אויסגעשטיגן. ריימאַן איז 
אויִך אַרױס און האָט אָנגעקלאַפּט אין זיסקינדס טיר. קיינער האָט ניט 
געענטפערט. די קלאַמקע האָט נאַכנעגעבן. אינעװייניק זיינען אַלַּע טירן 
און שופלאָדן געווען צעעפנט. מלבושים, אוֹן פּעקלעך זיינען ארומנעלעגן 
אויפן סיש, און אויפן בעט. אינמיטן צימער זיינען געשטאַנען צוויי וואַ- 
ליזעס מיט אויפגעחויבענע דעקלעך. ס'האָט אויסגעזען, וי עמיצער װואלט. 
פונדאַנען אַנטלאָפן אין גדויסער איילעניש. 
ריימאַן האָט זיך דערפילט אומהיימלעך: אַז דו פאַלסט אומגעריכט 
אַריין אין אַזעלכע אומרואיקע צייטן צו אַזֹצ חברח-מאן, דאַרפּסטו זיין 
אוֹיף אַלץ גרייט: קענסט אים טרעפן אַלס קאָמיסאַר, מיט אומבאַנרעניצטע 
פולמאַכטן, אין אַ שטרענג-באַװאַכטן טאַלאָן אָדער נאָר אויפגעהאנגען אויף 
אַ האָק, אין אַ ווינקל פון בית-חכסא... אַ לייכט ווינט? האָט געבלאָזן אין 
די פאָרהאַנגען און אַ בלאַסער. אָוונט:שימער הָאָט אַרומנעטאַנצט איבער 
די צעוואָרפענע חפצים, פאַרטאָן אין אַ קונדס'שן שפּיל פון ליכט און 
שאָטן. ריימאַן האָט אַריינגעקוקט אין באָד-צימער: ניין, קיינער האָט דאָ 
גיט גענוסס'ט אין דעֶר װאַנע, און פון באַלקן זיינען ניט אַראָפּגעהאַנגען 





- קיין פאַרשטייפטע. פִים... ער האָט אויפנעציטערט, ווען די טיר הינטער אים 


האָט אַ קלאַפּ געטאן. אויפן שוועל איז שטיין געבליבן זיסקינד. זיין פּנים. 
איז געווען בּלאַם און די נאָז -- גרוי, װי באַדעקט מיט אַש. זיינע ליפן 
האָבן זיך פאַרקרימט אין אַ ביטערן שמייכל : | 
--- פאַרשפּילט די קאָרט ! 
--- װאָס פאַר אַ קאָדט ? | 
| -- די גרויסע קאהט... איך בין אַרעפטירט ! 


מ{ 


244 


ער האָט אױיסגעטאָן דעם מונדיד און זיך איינגעדרייט אין אַ.שלאָף- 
ראָק, װאָס ער האָט ארויסגעצויגן פון דער אָפענער װאַליזע : . 

--- ער האָט מיך געפּאַקט הינטן אַדום, דער הינטישער זון! ער אוז 
אַװעק צו מיין שעף און האָט מיט אים איינגעטענה'ט פּערזענלעך: אַזױ 
און אַזױ, ,ער" איז דאָס און {ע-" איז יענץ, און דער שעף איז אַ נאַאו? . 
ווער מענטשל, ‏ אַ געוועזענער מע נטאַל-אַרבעטער, האָט ער זיך דערשראקן. ‏ 

--- נו, און סימיאָנסקי ? | | 

-- עד אין אינגאַנצן אויסגעמיטן געװאָדן! יְאָדִים דער ענין איי, 
אַזױ צו זאָגן, אינגאַנצן אַראָפּ. פון זיין נאָרמאַלן, מיליטערישן וועג. דיבואַ 
האָט געווירקט אויף מיין שעף פּערזענלעך און דער שעף האָט מיך אֶפֹּ-. 
געזאָנט פון דער אַרבעט. נו, בין איך צוריק אַרייננגעפאַלן אין רשות פון 
מיין פריערדיקער ברינאַדע. 

--- און װאָס װועט איצט זיין ? | : 

--- דיבואַ האָט נאָך היינט אינאָוונט געוואלט שיקן זיין , קאָנטראָל? 
נאָך מיר. אָבער מיין שעף האָט בֵיי אים געפּועל 'ט, אַז ער וװועט מיך אַליין 
; צושטעלן מאָרגן פרי, 


ער האָט אָנגעהויבן אײנאָרדענען די זאַכן אין דער װאַליזע : 
-- אַלץ פאַרשפּילט! מיט איין קלאַפּ! דער קאָלאָנעל װועט זיך אִן 
מיר נוקם זיין פאַר אַלֶע צרות, װאָס ער איז אױסגעשטאַנען פון גענעראָל... 
ווייסט, אַ וויילע האָב איך געקלערט זיך אַריינצושיסן אַ קוי? אין קאָפֿ... | 
ריימאַן האט געשוינן: -- אַז מען שפּילט די גרויסע קאָרט... --- האָט 
ער געטראַכט, | י 
-- אָבער אויף דער הייסער מינוט האָב איך ניט געהאָט קיין רע" 
װאָלוער ביי זיך. זיינט אינדערפדי איז מיר געווען אַזױ גוט אויפן האַרצן, 
אַז איך האָב אים אַוועקנעשענקט מיין שאַפּער. און דערנאָך איז מיר או" 
בערגענאַנגען... - | : 
נאָכן דאָזיקן אויפברויו האָט ער אָנגעהויבן זיך באַרואיקן. ווען ער 
{ האָט געענדיקט פּאַקן, האָט ער שוין נגעהאָט צוריקגעוואונען דעם גליוב" 
געוויכט ; , | . 
-- כאַפּט עם דער טייוול , מאַע װאָס מענטשן ווערן אַרעסטירט?... 
סיאיז דאָך מלחמח-צייט! נישקשה, די וועלט קאָן נאָך ניט זיסקינדן ! 
אַלץ האָט ער אַרײינגעליינט אין די װאַליזעס, אויסער אַ. פראַנצויזיש- 
שפּאַניש-ווערטער-בוך, װאָס ער האָט געשענקט ריימאַנען אַלט אָנדענק, - 


248 


-- פאַרװאָט האָסטו ניט געלער נט די שפּראַך? -- האָט יענער 
בלעטער געטאָן דאָס ביך -- האָסט דאָך געװאָלט פֿאָרן אויף ,ספעציעלע | 
מיסיעם" ? : ' 

-- צי װאָס קענען גוט די שפּראַך? פאַרטן דען וייניק . שפּאַניער, 
װאָס קענען שפּאַניש? אַזאַ איינעם וי איך האַלט מען דערפאַר, װאָס -איך - 
בין עקזאָטיש, א שטייגער וי מען האַלט נענערס אַלס פּארטיערן אין די 
פּאַריזער האָטעפן. אַז אַזאַ נענער ועם פּלוצלונג װועדן ווייס, װועט מען 
אים משלח זיין... | | 

מען האָט אָנגעקלאַפּט אין טיד. דער קעלנער האָט אַרױפנעבראַכט 
אוונטיבדויט. ער האָט פון גאָרניט געוואוסט -- וי נ וויינלעך האָט ער 
געהאלטן די סאַץ אויף איין דלאַניע, האָט זי אַ דריי געטאָן אין דער 
קופטן מיט אַ קעלנערישער פאַנטאַזיע ביים אַדיבערטרעטן דעם שוועל און - 
האָט זִיך סיף אַ נויג געטאָן ביים אַרױסגײן. זיסקינד האָט זיך געועצט ‏ 
צום טיש.: ן 

--- די לעצטע מאָלצייט!... -- האָט ער אַ זיפץ געטאָן 
צו מיטאָג האָט כוליאַ געדאַרפט קומען צו מיר! | 

| -- צו װאָס האָסטו זי געדאַרפט? דו האָסט דאָך די איטאַליענערין /? 

-- אין די דאָזיקע ענינים ביסטו אַן אמת'ער ישיבה-בחור, ניין -- 
אַ פּרוש! מיינסט אז דער עיקך אין האָבן אַ פרוי? יעדער בעל-הבתישער 
ייד האָט דאָך אַ ווייב!... דאָ איז דאָך דער עיקר צו האָבן אַ סך און נאָך 
מער; דער פּאַרגעניגן כאַשטײט אין באַוואוסטזיין, אַז דו קענסט באַזיצן 
יעטווידע איינע, װאָס געפעלט דיר! פרויען זיינען פּונקט אַזא ליידנשאַפט 
וי מאַכט און געלט: װאָס דו באַזיצסט מער, אַלץ ווילסטו מעו, װאָס דו 
טרינקסט מער, אַלץ ביפטו דורשטיקער! ליידנשאַפטן האָבן 8 טבע, אַז 
זיי װואַקסן, שטיינן און צעפלאַקערן זיך ... | 





אָרגן 


א* אֹל 28 


ווען מען האָט זיסקינדן געבראַכט אין דאָרף, וואו די בריגאַדע האָט 
זיך אָפּגערוט, איז דאָרט גראַדע פאָרנעקומען אַ יום-טוב לכבוד די סאָל- 
דאַטן, װאָס האָבן באַקומען אויסצייכענוגנען אין דער שלאכט ביי װויליאַ- 
נועוואַ. ס'איז נאָך געווען פרי, אָבער אויפן גרויסן פּלאַץ פאַרן הויז איז 
שוין געווען לעבעדיק: יומ-טיבדיק אױיסגעפּוצטע מיליציאנערן האָבן 
אַרומגעשפּאַצירט הין און הער, אוֹן אומגעדולדיק געקוקט צוֹ דער קיך, 


240 


פונװאַנען מ'האָט אַרױפגעטראָגן טאַצן מיט עסנװאַרג. פון די זייטיקע 
! געסלעך האָבן געשטראָמט ב כאָפּטעס פּויערים-מיידלעך, געארימט אין לאַנ- 
גע רייען, מיט שעמעוודיק אַראָפּגעלאָזענע אוינן. די סאָלדאַטן האָבן זיי 
מקב?-פּנים געווען מיט בלישטשענדיקע בליקן און שאַרפע ווערטלעך. מען 
אין שנעל היימיש געװאָרן און געלאַכט בחברותא. אויף די ראַנד; פון 
פּלְאץ האָט מען צעשטעלט לאַנגע טישן מיט בענק. די קוכערס מיט זייערע 
באַהעלפער האָבן אויפנעטורעמט לאַבנס ברויט און צעשטעלט פלעשער 
וויין. באַלד האָט מען אַרױסגעטראָגן טאַצן מיט שינקעס, וואורשטן און 
נעבראָטענעם פלייש. (שמערקע האָט עטלעכע װאָכן געאַרבעט מיט דער 
נאַל, געשלעפּט פון רעכטס און פון לינקס און אָפּגעשפּאָרט פון שטאַב- 
טיש, כדי , עמך" זאָל אויך אַמאָל קריגן א געשמאַקן ביסן). | 

ער האָט נאָר באַװויזן צו וואַרפן א בליק אויף דער אַרומיקער שמחה. 
! זיינע באַנלײיטער האָבן אים אריינגעפירט אין אַ קאַנצעלאָריע. אויבן האָט 
זיי אויפנענומען אַ סעקרעטאַר, װאָס האט אונטערגעשריבן א דאַקומענט, 
אַז ער האָט אים דערהאַלטן בשלימות. אין דער טיר איז איצם דערשינען 
אַ גװאַרדיסט, װאָס האָט אים ניט אַראָפּגעלאָזט פון אויג. דער סעקרעטאַר 
אין לאַנג געווען ,פאַרנומען", איז אַװעק, האָט זיך געזאַמט אַ היפּשע 
וויילע, איז צוריקגעקומען און געהייסן די גװאַרדיסטן, אים אַװעקפירן, 
וואו מען דאַרף. זיסקינד האָט געמיינט, אז דיבואַ וועט אים גלייך נעמען 
אויף אַ פאַרהער, אָבער דעם קאָלאָנעל האָט מען אין ערגיץ ניט געזען. 

אויפן מּלאַץ איז שוין געווען לעבעדיק. ביי די טישן האָבן זיך גע- 
ביטן די , שיכטן". מיליטער-לייט אוז ציווילע זיינען דאָרט געזעסן אויס- 
געמישט, מען האָט געשלעפּט פאַנדוויטשן פון די טישן, געטרונקען ברן" 
דערשאַפט און געקושט די מ' יידלעך, װאָס האָבן געקוויטשעט לפּנים-וועגן. 
פון פאַרשײידענע עקן האָט מען זיך צונגערופן, זיך דערמאַנט אָנגריפן און 
סכנות, געלאַכט און זיך אָנגעגאָסן קעגנזייטיק נלעזער וויין. די יעניקע, 
װאָס האָבן שוין געענדיקט עסן, האָבן אַרומגעשפּאַצירט בנילופנדיק אי" 
|בערן פּלאַיץ. סאָלדאַטן האָכן מכבד געווען די פּויערים מיט פּאַפּיראָסן. אי 
אַ ווינקל האָט אַ שפּאַנישער מיליציאַנער געשפּילט אויף אַ ניטאַרע און אַ 
צווייטער האָט זיד באַװענט לויטן טאַקט, האָט געקלאַפּט מיט קאַס? טאַנעטן 
און נאָבנעמאַכט די תנועות פון אַ קאַבאַרעט-טענצערין. באלד זיינען זי 
אַדומגערינגלט געװאָרן פון אַ קרייז מיליציאָנערן, װאָס האָבן צונעפּאַטשט 
מײט די הענט און הילכיק געשריען: אַלעי!.. אֶלעי:.. 


247 


זיסקינד האָט געשפּרײיזט לאַנ;זאָם צווישן די צוויי באַװאַפוטע 
גװואַרדיסטן, ‏ װאָס זיינען געווען בייז הלמאי אזא אָנשיקעניש האָט פֿאַח- 
שטערט זייער יום-טוב. ווֹען זיי זיינען דערנאַנגען צו דער תפיסה, אין 
גראַדע אַן. אָרקעסטער אַרױף אויף דער עסטראַדע, װאָס אי ספעציע? 
אויסגעבויט געװאָרן אינמיטן פּלאַץ, און אַ שאַלנדיקע מוזיק האָט גלייך 
אנגעפילט די לופט. ער האָט נאָך געזען וי עטלעכע געאַרימטע פּאָרלעך. 
האָבן זיך אָנגעהויבן דדייען אין א טאַנץ. 

די תפיסה. האָט זיך געפונען אין א געמויעך טער פּויערישער הייזקע, 
אין וועלכער מען האָט פאַרדראַטעװעט די פענסטעף. ער האָט דאָרט גע- 
טראָפֿן ‏ איין-און-איינציקן לאַקאַטאר -- אַ פראַנצויזישן אונטער-אָפיציר, 
יענער איז געווען בייז, האָט געשאָלטן און זיך געזירלט, און געהאַלטן אין 
איין פאַרזיכערן זיין נייעם שכן : 

--- צוויי מאָל בין איך שוין אנטלאָפן, על איך אנטלויפן אַ ! דריטן | 
מאָל ! 8 

מער האָט זיסקינד - ניט געלענט אַרױסבאַקומען פון אים. א זיינער 
צוויי: האָט אַ: גװאַרדיסט זיי געבראכט אַ שיטערע, לעבלעכע זופּ און צו 
שטיקלעך ברויט פאַר יעדן איינעם. פון דרויסן האָט זיך דערטראָגן דאָס 
שאַלן פון מוזיק און א פריילעך געלעכטער. זיסקינד האָט אונטערנע- 
קרעכצָט ביים עסן און נאַכער האָט ער באַטראַכט די צימערן, אַרומנע- / 
טאַפּט די. פענסטער און אױספֿרובירט די קראַטן, ער האָט באשלאָפן, אַז 
אויב ער װעט אין דריי טענ נִיט כאַפּרײיט ווערן, װעט ער אנטלױיפֿן. פאַר-- 
נאַכט האָט אַ האַנט אָנגעסקאַפּט. אין פענסטער, ער האָט געמיינט אַז מען 
; רופט אים אויף אַן אױספאָרשונג, אָבער דורך די שויבן האָט ער דערזען 
שמעד - | יו | 

שמערקע האָט אָפּט געטענה'ט פאַר רײימאַנען, אז ,אַזאַ סאָלדאַט אין 
אַ חרפּה פאַרן נאַנצן יירישן פאָכּק", אָבער ווען יענער איז איצט גֶעלֶעגן 
אַזױ טיף אין ראָספֿ, האָט ער געהאַלטן פאַר זיין ערן-פליכט אים צו באַ- / 
זוכן. פאַר איין װעג האָט ער אים געבראַכט עטלעכע סאַנדװיטשן און אַ. 
פּעקל פּאַפּיראָסֵן, ' 

--- ווען וועמו מען מיך רופן צו דער אויספארשונג?. = האָט / זיםר 
קינד נו געװאָלט וויסן, 

-- איך ווייס ניט. היינט איז יום-טוב . 

סיז אַריבער אַ מעת-לעת און קיינער האָט זיך ניט געקימער טֹ וועגן 
אים, פאַרנאַכט איז ווידעד דערשינען שמערקע. זיסקיגד האָט אים געװאָלט 


248 


צ 


אויספרעגן, אָבער יענער האָט אַ זאָג געטאָן; נודאָ! מבין כ? דיבר... און 
ער האָט פארשטאַנען, אַז אויף דער ,וואך" שטייט א ריטש אָדער 


:אַן עסטרייכער, װאָס פאַרשטייט יידיש. אַ וויילע האָט ער טרויעריק 


געשוויגן. דאַן האָט ער אויסנערופן: 

--- נו, אין כל חדש תחת השמש? 

שמערקע האָט פאַרשטאַנען לויטן טאָן, אָבער זיינע ידיעות אין די 
הייליקע ספרים זיינען ניט דערנאַנגען אַזױ ווייט, אַז ער זאָל קענען ענט- 
פערן, ניין, א מכה װעט ער עס אים אַרױסװײזן!... ער האָט א קראַץ געטאָן 
אין אַלְטע זיכרונות און זיך גענומען דערמאָנען דעם דאַװונען מיטן פּירוש- 
המילות פון רבי'ן, װאָס ער האָט זיך באַמיט צוצופּאַסן צוֹ דער סיטואַציע. 


אַנגעהויבן האָט ער נאָר פון פאָרנט: , מֹה טובו" --- אוי איז דיר גוט און - 


וואוי?ל, אָבער דאָס ווייסט ער אַלֵיין!... , אשרי יושבי ביתך. -- אי 
יושבּס'סטו, אַז א קלאָג און א בראָך איז צו דיינע יאָרן!... געװאַלד, דער 
עולם שפּייט שוין אויס ביי , עלינו" און ער האָט נאָך ניט דאָס ריכטיקע 
װאָרט, מיטאַמאָל איזן אים ליכטיק געװאָרן פאַר די אוינן און ער האָט אַ 
זונג געטאָן מיט דער שעפּסענער שטימע פון זייער חזן: | 

--- אין כאלהינו,., אין כאדונינו!... * 

זיסקינד האָט ניט פאַרשטאנען, װאָס יענער מיינט און אַ פרעג געטאָן 
אויף צוריק: | 

-- מאי קא משמע 5ן? 

דאָ איז שוין שמעדקע אַרױס פון די כלים: אַן אַיינפאַל פון איינעם 
-- מרנום-לשון רעדט ער נאָר מיט מיר!,.. אויפן , תרנום" האָט ער נאָך 
פון אַמאָל געהאַט אַ בייז האַרץ; יעדן פרייטיק נאָך מיטאָג, ווען די נשמח 


אין אױיסגעגאַנגען נאָכן טייכ? הינטערן שטאָט אָדער נאָכן שויאַצקער 


וועלדל, וואו מען האָט געקליבן יאַנאָדעס און געריסן ניסלעך, פלעגט זיך 


דער רבי אַװעקשטעלן ביי דער טיר, מיטן קאַנטשיק אין דער האַנט, און אַ 


געשריי געטאָן; - | 
| -- שקצים, זשוליקעס! שוין אַהיים?... און דעם תרנום-אונקלוס האָט 
איר פאַרגעסן?! 
ערשט צומאָרגנס אין אָװונט האָט זיך זיסקינד דערוואוסט דעם פּשט: 
,אין כאלחינו" --- נאָר איין גאָט אין הימל קען דיר העלפן; , אין כאדונינו" 
--- װואָס שייך דעם אדון, דעם קאָלאָנעל הייסט עס, װועט ער שׁוין איינמאָלֿ 
לערנען בלק מיט דיר!... | | יי 


249 


פא 


| ; -- װואָס הייסט? --- איז ער געװאָלן אויסער זיך --- וואו איז גערעם- 
טיקייט?. אדרבא,. זאָל מען מיך רופן אויף אַן אויספאָרשונג! | | 
|-- צו װאָס דאַרפן זיי פאָרשן? -- האָט זיך שמערקע ניט אויפגערענט 
-- זיי ווייסן דען ניט? יי | 
-- און װאָס ווילן זיי טאָן מיט מיר? 
-- גאָרניט, 
-- װאָס הייסט גאָרניט ?. | 
-- גאָרניט הייסט גאָרניט. װעסט זיך אַזױ אונטערזיצן א דריי-פיר- 
פינף װאָכן, מעיט דיך ניט טשעפּען, מעיט דיך ניט פאָרשן, און דערנאָך 
וועט מען דיך אַװעקשיקן אין דער דיסציפּלין-קאַמפּאַניע... | 
-- גוטע בשורות ברענגסטו מיר! --- איז זיסקינדן פינסטער געװאָרן 
אין די אויגן -- זאג מיר בעסער, צי מען קען מאכן פים פונדאַנען, 
= -- אַ שווערע מעשה! ראשית האָט מען פארדאָפּלט די נאכט-וואך ביי 
דער תפיסה, זינט דו געפינסט זיך צווישן אירע מויערן; והשנית ניט דער 
תפיסה-שעף גופא אכטונג, אַז די טייערע מציאה זאָל חס ושלום ניט 
פּאַרלאָרן גיין. דער קאָלאָנעל האָט ניט קיין חשק אָנצוהויבן די גאַנצע 
חתונה פון אֶנְהוֹיב!,,.= 
בין שפּעט ביינאַכט האָט זיסקינד גערויכערט איין פּאַפּיראָס נאָכן 
אַנדערן און אַריינגעטראכט אין דער לאַנע. ער האָט זיך אויפגעכאַפּט 
פאַרטאָג און איז נלייך צונעלאָפן צום פענסטער. חינטער ווייטע בערג האָט 
זיך גערויטלט דער הימ?. די לעצטע שטערן האָבן זיך נעלאַשן. אַרוט:- 
געריננלט פון אַ פּאַרק, האָט זיך, אויף א. נישט ווייטן בערג?, געהויבן 
אַ מיטלאַלטערלעכע פעסטונג און אירע טורעמס האָבן זיך געטובלט אין 
דער באַנינענדיקער טונקלקייט. פון צװישן די פּאַרק-ביימער האָט 
אַרױיסנעשטראָמט אַ שייכ? און זיך געצוינן, וי אַ זילבערנע סטעננע 
איבער אַ קורץ געשוירענער לאָנקע. 
ער האָט דערהערט אַ גערויש ביי דער טיר און פאַרשטאנען, אַז די 
דאָפּלט-װאַך גייט אַװעק און איין גװאַרדיסט פאַרנעמט איר פּלאץ. 
--- דו ווילסט אַנטלױפן? -- האָט ער אויפגעוװועקט דעם אונטער- 
אֶפיציר , | | 
--- אַװודאַי זויל איך! -- האָט יענער געענטפערט כמעט פון שלאָף, 
זיסקינד האָט אָנגעקלאַפּט אין טיר אוֹן געזאָגט דעם שפּאַנישן ‏ 
גװאַרדיסט, אַז לויטן. באַפּעל פון קאָלאָנעל דאַרפן זיי זיך היינט װאַשן 
אין טייכל, דער שפּאַניער האָט מסכים געווען און זיי באַגלײט. אויפן וועו 


280 


האָט ער געזונגען אַ צעצוינענעם ;פלאַמענקאָ? און איז עטװאָס 
אָפּגעשטאַנען. פאַרבייגייענדיק דעם פּאַרק האָט זיסקינד אַ זאָג געטאָן צום . 
פדאַנצויז; | | יי 
-- לויף דורכן פּאַרק! אין די קופטעס װעט ער דיך ניט דערטאפֿן. 
דער פראנצויז האָט אויפגעהאננען זיין האנטוך אויפן פּלױט און זיך 
געמאַכט דערפילן אַ געוויסע כאַדערפעניש. דאַן איז ער מיט איין שפּרונג 
געווען אויף דער אַנדער זייט. ערשט ווען די קוסטעס אין פּאַרק האָבן זיך 
אָנגעהויבן ברעכן, האָט דער שפּאַניער באַמערקט, אַז איינער פוֹן די 
אַרעסטאַנטן איז נעלם געװאָרן. ראשית 2כ? האָט ער זיך פאַרזיכערט, צי 
זיסקינד איז דאָ --- װאָרים מען האָט אים אָנגעזאָנט, אַז דעם רויט-האָריקן 
זאָל ער. ניט אַראָפּלאָזן פון אויו און האָט דערזען, אַז יענער שטייט 
געמיטלעך ביים וואַסער און פּוצט זיך מיט כוונה די ציין. דאַן איז ער 
אַריבערגעקראָכן דעם פּאַרקאַן און זיך געלאָזט לויפן נאָכן פארשוואונ- 
דענעם . | = | 





28 '{ =*+ 


ריימאן האָט זיך געקליבן פאַרלאָזן מאַדריד. דערווייל האָט ער יעדן 
טאָג באַקומען אַ וענויעם באַריכט פון שמעדקען װעגן דער לאַגע פון 
אַרעסטירטן,. ער איז נשתומם געװאָרן, וען מען האָט אים איינמאָל 
גערופן צום טעלעפאָן און ער װאָט דערהערט אין דער טרייבל יענעמס 
שטימע: | 

--- פונװואַנען רעדּסטו? פון דער תפיסה?.. 

--- ניין, פון כוליאַ'ן, קום נלייך צוניין אוֹן קויף אויפן וועג אַ פּאֶר 
שװאַרצע ברילן, 

אַן עלטערע פרוי האָט געעפנט די טיר. זיסקינד האָט דערקאַנט זיין 
שטימע און איז אַרױסנעקומען פון אַ זײַטיק צימערל. באַלד אין 
דערשינען אַ יוננע פרוי, װאָס האָט זיי געפירט איבער צימערן און 
קאָרידאָרן, | | 
--- זי ווייסט פונװואַנען דו קומסט? --- האָט געפרענט ריימאן. ‏ . 
--- זי?,,, יאָ ! | | 


+ זד+ 


--- און עס אַרט איר ניט ? 


281 


* 


--- דו קאָנסט זי ניט! זי האָט אירע איינענע באַנריפּן ווענן עליות 
און יריִדות פון "פאָליטישע לייט, - זי שטאַמען פון א פאַנג-יעריקער 
דערפאַרונג. זי האָט אָנגעהויכבן איר קאַריערע אונטער דעם מלך אלפאַנס 
דער דרייצנטער, און אונטער דער דיקטאטור פון פּרימאָ-דע-ריװועראַ האָט 
זי דערגרייכט דעם העכסטן שטאפּל פון איר רום. ביז זי איז אַלט געװאָרן 
עטלעכע און. צװאַנציק יאֶר זיינען פּאָרגעקומען מערערע איבערקערענישן 
אין לאַנד און אירע בעלי-בתים האָבן זיך געביטן: טיילמאָל אין זי 
אַרויפגעשטיגן ביז אַ פעקרעטאַר פון אַ מיניסטעד און אַן אַנדערש מאָל איז 
זי אַראָפּגעפאַלן ביז אַ פּשוטן בעל-הבית'?. דערפּאַר ווערט זי ניט נתפּעפ, 
ווען מענטשן פאַלן אַראָפּ,., - | = 


--- װואָס קלערסטו טאָן? -- האָט ריימאַן אים איבערגעהאַקט. 

!-- זיך אַריבערכאַפּן קיין אַלבאַסעטע. דאָרטן איז מען אין שטאב 
ניט אַזױ שאַרף: זיי מוזן זיך רעכענען מיט , פּאַליטיק?, בריזו קיין אוּים" . 
לאַנד,,. און בכל? -- ס'איז נישט ביים פראָנט און אַ קאָפּ פון א מענטשן 
איז ניט קיין קעפּ?ל-קרױיט.. 

כוליאַ האָט נעשפּרייזט פאָרויס מיט אַ לייכטן שװועבנדיקן גאננג. 
זי האָט זיי דורכגעפירט אַ האלבע טוץ צימערן, װאָס זיינען געווען פאַר- 
פלייצט מיט אַ העלן זון-ליכט, און איבערנעלאָזט אין אַ קליין, חיטיק 
חדר'ל, וועלכער איז געווען מעבלירט לויט אַן אָריענטאלן נעשמאק. אַ 
דיקער טעפּיך מיט רויטע פרענדז אין די עקן האָט באַדעקט דעם דיל; אין 
זיין צענטער אין געשטאנען אַ, קיילעכדיק טישל פון טונקל רויטן האָלץ, 
באַפּוצט מיט איינגעקריצטע און אויסגעשניצטע פיגורן פוֹן חיות; אַרום 
טישל זיינען געשטאַנען נידעריקע טאַבורעטקעס, אויסגעבעטע מיט 
קישעלעך; אויך אַ מאָקא-סערווים -- אַ קופּערנע פענדל מיט א פאנגן 
הענטל, קליינע, ווייסע פיליזשאנקעלעך, און א קליין, אויסנעצאצקעט 
שטויסל, צום מאָלן קאַװע -- האָט אַראָפּנעגלאנצט פון א נידעריקער 
קאָמאָדע אין אַ ווינקל. : 

-- דאָ פּלענט דער אַלטער גענעראַל אַנטאָניאָדכאַסע-נאַנזאַלעס-אי- 
גאַנזאַלעס טרינקען קאַװע! --- האָט נעמאָלדן זיסקיג געווען איר 
לעצטער געליבטעו פון ,אַלטן רעזשים". ער איז אַנטלאָפן אין. אָנהויב פון 
בירגער-קריג און זי האָט דערוויי? געירשנט זיין דירח. 
| --- די דאָזיקע וואוינונג איז מיר פאַרדעכטיקט -- האָט געזאָגט 
ריימאַן. | וי 


פמס / 





--- פאַרװאָס עפּעס ? 

--- ס'איז אַן אַלטע טראַדיציע: רחב חזונה פון דער פּאַלמען-שטאָט 
יריחו האָט שוין מיט דריי טויזנט יאָר צוריק געהאַט פארבינדונגען מיט 
די יידישע מרגלים, װאָס זיינען געקומען אויסשפּיאָנירן דאָס לאנד בנען. 

-- און איך זאָג דיר -- האָט פארזיכערט זיסקינד -- אַז אַזא פרוי 
וי כוליאַ איז דווקא געטריי דעם רעזשים: פּונקט וי זי איז געטריי יעדן 
נייעם מאַן. זי ווייסט, אַז ביידע בייטן זיך און צייטוייליק איז זי ביידן 
געטריי. אין דעם זין איז זי ענלעך צו דער געחיים-פּאָליצי,.. 

דאָ איז ריימאַן צום ערשטן מאֵָל געװאָרן פּאַטעטיש און ער האָט 
אויפנעהויבן זיין שטימע, און ער האָט געזאָגט: הי | 

-- אין דעם איז באשטאנען די שוואכקייט אָבער אויך די גרויסקייט . 
פון אונדזער , האָטעל?; ער האָט ניט עקזיסטירט פאַר דער וועלט, אָבֶער 
דערפאַר האָט ער זיך אוֹיך געפונען אויפּער די תחומיען פון דער פּאָליציי, 


58 : 


קאַפּיטל צװאַנציק 


זיס ק יב ר ס ס וה 
(לויט פּאַרשײדעגנע װערסיעס װי שאויך לויט שמערטעס גביאות) 


זינט די לעצטע נעשעענישן זיינען אַריבער מערערע חדשׂים. ריימאַן 
איז שוין פון לאנג געזונט געװאָרן און זיך אומגעקערט אויפן פראָנט; 
שמערקעס בריגאַדע האָט פאַרלאָזן מאַדרידער געננט; רות האָם זיך 
אומנעקערט אין שפּיטאָל פון בענעקאַסים, וואו מען האָט אויך בערגמאַנען 
געבראכט; שמעון איז, ווידער אַמאָל, װוי אין וואַסער אַריין און קיינער 
האָט ניט געהאָט קיין ידיעות פוֹן אים. 

אויך די אַנדערע העלדן פון דער דערציילונג זיינען געווען צעזייט און 
צעשפּרײט --- וער אין די אקאָפּעס און ווער אין אַ שפּיטאָל; א סך זיינען 
געפאַלן, און אויפן מאַדרידער , אינטערנאַציאָנאלן בית-עולם" האָבן זיך 
פאַרמערט די ברעטלעך מיט דער אויפשריפט ,פרייהייט-קעמפער". ביי 
אַנדערע האָט קיין מענטש ניט געוואוסט פון זייער קבר. | 

די לעבן-געבליבענע האָבן וייניק געוואוסט איינער פוֹן אַנדערן. 
אַפילו זיסקינד האָט פאַר דער צייט ניט געלאָזט הערן פון זיך. ערשט אין 
אַ פיר חדשים אַרום, נאָכן גרויסן אֶננריף ביי סאַרנאָסא, האָבן שמערקע 
און ריימאַן זיך אומגעדיכט געטראָפן אין אַ קליינעם שענק פון לעריראַ 
און האָבן זיך איבערגעגעבן די פאָלנענדיקע ידיעות, װאָס זיי האָבן פאַר 
דער צייט געהערט וועגן אים: | 

קיין אַלבאַסעטע איז ער אָנגעקומען בשלום נאָך אַ רייזע פון דריי טענ 
און דריי נעכט. דער קאָלאָנעל האָט דערוויילע צעשיקט שטעק-בריוו איבערן 
נאַנצן לאַנד, און אין װאַלענציע און באַרצעלאַנא האָס די פּאַליציי 
אַרעסטירט מערערע מיליציאָנערן, װאָס האָבן געשטימט לויט די סוֹמנים. 
ער נופא האָט זיך געמאָלדן אין אַלבאַסעטער שטאב, האט דאָרט דערציילט 
זיינע פּאַסירונגען און געהאַלטן אין איין איבערחזרן,. בעת דער 
אױספאָרשוננ: | 


-. 4 


-- איצט וויל איך נאָר איין זאך: אויפן פראָנט! אָבער שיקט מיר 
אין אַן אַנדער ברינאַדע! | 

אין מלחמה-צייטן איז מען גערירט, ווען מען זעט אַ מענטשן, װאָס 
רייסט זיך מיט אַלע כוחות צום פּראָנט.-זיינע ווערטער האָבן געמאַכט דעם 
געהעריקן איינדרוק. אמת, אַז פאַר דער צייט האָט מען שוין דאָרט געהאט 
אַ גענויעם באַריכט פון קאָלאָנעל דיבוא, אָכער פונדעסטוועגן האָט דער 
אָרטיקער גענעראַל-שטאב געפּסקנט: יי 

-- אַז אַ מענטש וװויל צום פראָנט, איז דאָך ניט שייך! די פייער- 
ליניע איז מכפּר אויף אַלֶע זינד! --- און מען האָט אים צונעטיילט צו דעד 
סלאַװישער ברינאדע. ער איז אַריבעד וואוינען אין דער קאַזאַרמע, בִיז עס 
וועט זיך מאַכן אַ קאַמיאָן, װאָס זאָל אים אָפּפירן צו זיין אֶפּטײלונג. קיין 
גרויסע ארדענונג האָט אין דער דאָזיקער קאַזארמע ניט געהערשט, ווייל 
דער עולם האָט זיך דאָרט כסדר געביטן און דער סעקרעטאַר, אַ יונגער 
כולגאַר, האָט זיך ניט נעקענט קיין עצח געבן מיטן פּילפאַרביקן עולם 
פון אַ פּאַר צענדליק נאַציאָנאַליטעטן, װאָס האָט גערעדט אויף אָן אַ שיעור 
שפּראַכן און דיאלעקטן. זיסקינד איז מיט אים געװאָרן אַ גנוטער ברודער 
און טאַקע לויט זיינע פאָרשלאגן זיינען אין אַ פּאָר טעג אַרום געמאבט 
געװאָרן עטלעכע אויסבעפערונגען: מען האָט געמאכט גענויע ליסטעס 
פון די בעטן, איינגעאָרדנט אַן אָבלאַװע אינמיטן נאַכט און דורכגעפירט 
אַ גענויע אַנקעטע וועגן יעדן איינעם, װאָס האָט דאָרט געוואוינט מער וי 
אַ װאָך. אין עטלעכע טעג אָרום איז זיסקינד, אומגעריכט פאַר אים אַלֵיין, 
געװאָרן אַן אומאָפיציעלעד װיצע-סעקרעטאַר פון דער קאַזאַרמע. ער װאָלט 
אפשר געשטיגן נאָך העכער, ווען ער װאָלט אין איינעם אַן אָװנט ניט 
אָפּגעוואונען ביי זיין שעף א גרעסערע סומע געלט אין קאָרטן. יענער האָט 
אין גרויס איילעניש פאַרשאפט אַ קאַמיאָן און אים משלח געווען. 


קומענדיק אין דֶער בריגאַדע, האָט ער זיך צום אַלעמערשטן געמאָלדן 
אין... קיך, און איז געװאָרן אַ בן-בית ביי די קוכערס, װאָס האָבן ליב 
צום שמועסן בכל? און בפרט ווען. מען העלפט זיי שיילן קאַרטאַפל. דאָרט 
האָט ער זיך באקאנט מיט אַלּע נייעסן פון שטאב. אַזױ װי די בריגאַדע 
האָט זיך דאַן נעפונען אויף אֶפּרו אין דער געגנט פון װאַלענציע, האָט ער. 
זיך דערמאַנט אַן זיינע קאַנסערװאַטאָריעײיאָרן און איינגעארדנט אַ ראַדיאָ- 
אוידיציע פון - פּוילישע לידער אין דער דעמאַלט-צײיטװײליקער הויפּט*. 


8 


שטאָט, דער ענין האָט אים פאַרשאפט גרויסן אָנזען, װאָרים די סלאַװן, 
בפרט די פּאַליאַקן, הִבֿן זיך נעפילט באַעװולה'ט: זיי זיינען. געווען פון די 
בעסטע קעמפער און געחערט האָט מען פון זיי וייניק, בעת די מערב- 
אייראָפּייאישע ברינאַדעס האָבן געמאַכט א סך פּראָפּאַנאנדע און 
אַרױסגעגעבן אַ סך צייטונגען. אָכער ער קען שוין לייענען פּוליש אָדער 
סערביש? | יי 

אַזױ אַרום איז זיסקינדס אָנזען ווידער געשטיגן. גלייך נאָכדעם האָט 
ער באַוויזן זיינע קענטשאַפּטן אין הלכות-עקאָנאָמיע: ער איז אַרױסנגעפאָרן 
מיט דעם. אינטענדענט אין דער געננט אוֹן אױסגעפּועלט ביי די פּויערים 
פון אַ דאָרף, זֵיי זאָלן שענקען דער ברינאַדע א קאַמיאָן פרוכט. זיין שטערן 
האָט א וויילע אַ שיין נעטאָן און טרעפנדיק אין יענע טעג שמערקען, האָט - 
ער זיך פּאַר אים פאַרטרויט: 


--- מען גייט מיך נאָמינירן אַלס קאַפּיטאַן! דו פארשטייסט? פון 
סערזשאַנט גלייך אויף קאַפּיטאן! | 


מאַכט זיך אָבער אַ מעשח, אַז מען זעט זיך אַרום אין שטאב, אַז דער 
ענין מיט דער ,מתנה" פוןקאַמיאָן פרוכטן איז נאָר געווען א פּאָליטישער 
פעלער: װאָרים ווער ווייסט, צי די פּויערים האָבן אַועקגעשענקט זייערע 
עפּל און מעלאַנע! ‏ סמ א ח ב ה? אַ סברא, נאָר, אַז מען האָט זיי אַ 
פטראַשע געטאָן... פאַר איין-וועג האָט מען אויך דעם באַרימטן קאַנצערט 
אין ראַדיאָ -- אָן אַ פארװואָס און פאַרזוען -- פאַרעכנט פאַר אַ פּאָליטישן 
חטא. און אַזױ אַרום האָט זיך זיסקינרס מזל לחלוטין אָפּנעטאָן פון אים 
און דער שטאב האָט באַשלאָסן אים אָפּצושיקן אָן צערעמאָניעס אין אַ 
פּשוטע קאמפּאַניע פון פום-נייער, 








קורץ נאָכדעם איז פאָרגעקומען א גרויסער אֶנגריף אויפן אַראַנאָן- 
פּראַנט. דער באַטאַליאָן, אין וועלכן זיסקינד האָט זיך געפונען, האָט 
פֿאַרױיסמאַרשירט און איז פאַרקראָכן ווייט-ווייט אין שונא'ם חינטערלאנר, 
און האָט פֿאַרלוירן יעדן קאַנטאַקט מיט די אַנדערע אֶפּטײלונגען; נאָר 
קליינע רעשטלעך זיינען פון אים צוריקגעקומען. זיסקינד איז פארשוואונדן 
צוגלייך מיט אַ סך אַנדערע.. מען האָט אים פאַרעכנט צוֹ די געפאַלענע 
און חברה פלענן אים דערמאָנען צו גוטן: / | 


--- וװואָרים סוף כל סוף איז ער דאָך געפאלן אויפן שלאכט-פעלך! 


לאַנג און אויספירלעך האָב} זיך שמערקע און ריימאַן דערציילט דעם 
דאָזיקן עפּילאָנ פון זיסקינדס קאַמפן און האָבן דרך אנכ דערמאנט די 
גאַנצע געשיכטע פון זיינע אויפשטיינן און מפּלות. אַיעדער פאַרשטייט 
אַז דאס האָט שמערקע צונויפנעזאמלט און קאָנכערװוירט אױן זיין זכרון 
--- טראָץ דעם ערנסט און דער טראַגיק פון דער אַרומיקער סיטואַציע -- 
די מייסטן פּרטים און די וויכטיקסטע עפּיזאָדן פון דער אויבנדערמאנטער 
געשיכטע. און נאָר אַ דאנק אים איז מענלעך געװאָרן צו רעקאָנסטרואירן 
די פינור פון זיסקינדן, װואָס איז, אמת, ניט קיין היסטאָרישע, אָבער 
דערפאַר. א זייעד װויכטיקע; װואָרים זי חזרט. זיך אָפּט איבער. (די 
מענטשהייט און בעיקר די געשיכטע-פּאָרשער וװועלן אים אוודאי דאנקבאר 
זיין פאַרן דאָזיקן טאַט.) 

אָבער ווען שמערקע איז דערגאַננען אין זיין דערציילונג צו זיסקינדס 
טויט האָט ער זיך פּלוצלונג אויפגעשטעלט, זיין פּנים איז ערנסט געװאָרן 
און זיינע אויגן האָבן אַ גלאנץ געטאָן מיט אַ נביאיש-פּאַטעטישן בלאסק, 
און אויפהויבנדיק אַן אויסגעליידיקטן קופל כיר אין דער לופטן, האָט ער 


זיך אַ שאָסל נעטאָן אַהין און צוריק, און האָט אָנשטאָט אי הספּד גערעדט 
נזה הלשון: 


-- זיסקינד איז געפאַלן? א נעכטיקער טאָג! דער באָבען ט'איר עס 
דערציילן!.. הערט זיך איין, מיינע ליבע קינדער ;און איך װועל אייך זאָגן, 
װאָס מיט אים האָט פּאַסירט; י | 

,ער איז אַריינגעפּאַלן אין די הענט פון די מאָרן, װאָס האָבן 
| ארומגערינגלט דעם באַטאַליאָן. זעענדיק, אַז עס האלט שמאָל, האָט ער 
/זיך אַ שטעל געטאָן און זיך גענומען זאָגן ,קדיש" אויף זיין איינענעם 
טויט. און אַזױ וי דער , קדיש" איז געשריבן אויף תרנום-לשון, װאָס איז 
אַזאַ מין אַראַביש, אַ סאָרט , יקום פורקן"-שפּראך, זיינען די אַראַבער 
נעװאָרבן פאַרבליפט... באַמערקנדיק דעם רושם װואָס ער האָט דאָ געמאבט, 
האָט זיסקינד אָנגעהויבן קנאַקן דעם אמת'ן יקום פּורסן משמיא- ‏ / 

, האָבן די ווילדע מאָרן זיך געכאַפּט, אַז אין דאָזיקן מאַן איז אַרין 
אַ גלנול פון אַ הייליקן, און זיי האָבן אים נעמאַכט פאַר אַ גלח. פון זייער 
באַטאַליאָן, פאַר אַ מופטי אויף זייער שון, דאָס הייסט פאַר אַ פּאָליט- 
קאָמיסאַר פון זייער בריגאַדע... און פֿאַר יעדן שלאכט זאָגט ער , קדיש" 
פאר די מאָרן, וװואָס וועלן פאַלן... 


201 | 7 


און נאָכן קריג װעט ער פאָרן מיט די מאָרן קיין אַפּריקע און וועט 
דאָרטן ווערן אַן אויבער?מופטי ביי די שװאַרצע האַטנטאָטן, און ער װועט 
זיך איינשאפן אַ האַרעם מיט טויזנט ווייבער, זוי שלמה המלך, און ווען 
- ער וועט אויף דער עלטער זיך קאַליע מאַכן דעם מאָגן, װעט ער אָנהויבן 
פּאַסטן תעניתים, װעט טרינקען ציגן-מילך און װעט װערן א הייליקעף, - 

| -- גיין! --- האָט שמערקע פאַרענדיקט -- אַזעלכע מענטשן װי 
זיסקינד פאַלן נישט אין שפאכט! זיי לעבן אויס זייערע יאָרן און שטארבן 
אין זייערע בעטן. אין דעם זין זיינען זיי ענלעך צו די גרעסטע גענעראַלֿן 
פון דער וועלט-נעשיכטע: צו נאַפּאַלעאָן אוֹן פעלדמאַרשאל חינדענבורג!.., 


258 


רע פילאָג 


אין איינעם אַ פאַרנעפּלטן, פּאַריזער באַנינען זיינען צוויי מענטשן 
אויסנעשטינן פון אויסטערליץ-װאָקזאַל, דער איינער איז געווען א הויכער 
און האָט געטראָגן אַ צו-ברייטן און צו-קורצן מלבוש, דער אַנדערער איז 
געווען אָנגעטאָן אין אַ קורטקע און געהאַלטן איין ארי עטװאָס ‏ 
אויסגעקרימט. זיי זיינען אַרױף מיט די טרעפּ פון דער הויכער בריק, װאָס 
פירט איבֶער די רעלסן און באקוקט די אויפוואכנדיקע שטאָט, װאָס איז 
געלעגן צו זייערע פיס. א פאַרביינייער מיט פּאַנטאַזיע װאָלט אַ טראַכט 
נעמאָן, אַז זיי זעען אויס וי דאָן קיכאט און סאנטשאָ פּאנטשא. זיי זיינען 
טאַקע געקומען פוֹן שפּאַניע. אָבער דער הויכער האָט געהייסן ריימאַן און 
דער אַנדערער --- שמערקע. נאָכדעם װווי זיי האָבן נגעזעטיקט זייערע בליקן 
מיט די אַלט-באַקאנטע גאַסן און מאַנומענטן, פון אייפעל-טורעם ביז דער 
סטאַטוע פון דער , רעפּובליק", האָבן זיי אַ גראַבל געטאָן אין די קעשענעס 
און געמאַכט אַ גענויעם חשבון פון זייער , קאַסע": 

--- אַ פהאנק מיט פינף און דרייסיק סענטים. 

--- און וויפל קאָסט אַ מעטראַ-בילעט? 

-- זיבעציק סענטים ... | | | 

-- נו, וועלן מיר גיין צופוס. אין דער קאַװאַלעריע האָבן מיר דאָך 
ביידע ניט געדינט... היה | 

זיי האָבן זיך א וויילע מיישב נעווען, אין וועלכער ריכטונג זיך 
צו לאָזן : : 

--- אַמבעסטן צום , בעלוויל? -- האָט גע'עצה'ט שמערקע -- ביי 
מאַדאַם , ביאַליסטאַצקי? האָב איך אַ שטיקל קרעדיט, 

--- אָנער אונדזער האָטעל איז זיכערעה!. , 

-- גוט, איך האָב ליב צו באַזוכן נייע לענדער. 

אַ שטיקל ווענ זיינען זיי גענאַנגען מיטן ברעג פון דער פען. אַרבעטער 
האָבן אָנגעלאָדן זאַמד אויף לאָדקעס, בעלי-בתישע מענטשן האָבן 


299 


צעװוויקלט די שנורן פון זייערע ווענדקעס און זיי פארווארפן אין וואַסער, 
באַלד האָבן זיי נעזען דעם באַפטיל-מאַנומענט אויף דער רעכטער האַנט 
און די נאָטר-דאַם -- אויף דער לינקער. ריימאן האָט זיך אָפּנעשטעלט: 

-- דאַ קענען מיר זיך פאַרקירעווען. זאָלן מיר גיין דורך די נגעסלעך 
אָדער דורכן בולװואַר סאַן-מישעפ? 

--- דורכן בולװואַר, פארשטייט זיך. אַצינד קען איך זיך אויס אויף 
דער פּסיכאָלאָגיע פון די ,אַנענטן? -- אויפן בולואַר װעט זי ניט 
איינפאלן צו פרענן , פּאַפּירן". 

זיי זיינען אַריבער צוויי בדיקן איבערן טייך און זיך פאַרהאלטן, 
ערשט אויפן ראָג פון דער , גאַס פון די שולן". ריימאַן האָט זיך גלייך 
אַװועקנעשטעלט צווישן עולם, װאָס האָט דאָרט נעבלעטערט אויפן 
טראַטואַר די אויסגעליינטע ביכער פון , זשיבעדס" נעשעפט. שמערקע 
האָט אים אַ צי געטאָן פאַרן אַרבל; | 

-- אם אין קמח, אין תורה -- לָאָמיר אַפריער עפּעס נעמען אין 
מויל!... וויפ? קאָסט א קאַװע ? ' 

-- אַ שװאַרצע -- זעכציק סענטים, מיט מילך -- זיבעציק... 

-- ס'איז נישט אַהין און נישט אַהער! -- האָט שמערקע פאננ 
געחשבונם -- גוט, מיר נעמען איינע אַזאַ און איינע אַזאַ, און פינף 
| פענטים פאַר טרינק-געלט. דעם קעלנער-פּראַלעטאָריאַט טאָר מען אויך ניט 

באַ'עוולה'ן, | 

זיי זיינען אַריין קעגנאיבער, צו , דיפּאָן", און זיך נגעזעצט אויף 
הויכע טאַבורעטקעס ביים פאָרבאנק. ריימאן האָט געװאָלט אָפּטרעטן זיין 
שותף די קאַװע-מיט-מילך, אָבער יענער איזי באשטאנען מען זאָל טיילן 
אויף גלייך: אַ זופּ פון דעם און א זופּ פון יענעם, 

-- מילא, --- האָט ריימאן מסכים געווען --- װיבאַלד ס'האָט זיך 
אונדז ניט איינגעגעבןן איינצופירן קיין יושר אויף דער גאַנצער וװועלט. 

די װאַרימע משקה און דער רוישיקער עולם אַרום האָבן אוים- 
געמונטערט שמערקען און ער האָט אַ שטורך געטאָן זיין שכן: 

-- גיב נאָר אַ קוק אויף דעם מייד? ביי דער קאַסע: ס'אַרא פאַר- 
חלומטע אויגן זי האָט! 

-- זי חלומיט שוין גאָרניט! -- האָט יימאן צעשטערט זיין 
אילוזיע -- זי זעט נאָר אוֹיס אַזױ פאַרטרוימט, ווייל זי קוסט אַדופצו:אויבן, 
אין ווינקל אונטערן סופיט, הענגט א שפּינל, און זי ניט דאָרט אכטונג 
וויפל ראָנאלקעס אוֹן וויפל , כינעזישע ברויטלעך" איטלעכער. קליענט 
נעמט פון די טעלער, | 
200 


דאָס מייד? האָט דערזען אין שפּיגל, װוי די צוויי' טרינקען גלייבצייטיק. 
פון ביידע גלעזער, און זי האָט א שמייכל געטאָן. שמערקע האָט ווידער אַ 
שִטורֹך געטאָן זיין שכן: 

--- מיד דאכט זיך, אַז זי נייט זיד גאָר פאַרליבן. דו רעדסט דאָך גוט 
פּראַנצויזיש, אמת?,.. טאָ זאָג איר בעסער נלייך, אַז אויב זי מיינט 
חתונה האָבן, האָט זי ניט געטראָפן דעם אָרט!... זע נאָר, װאָס קוקסטו 
אַזױ טרויעריק אויפן טעלער מיט די עפּל?-שטרוד?? װוילסט אַ שטיק? 

--- גיין, כ'האָב זיך נאָר עפּעס דערמאַָנט.., 

זי זיינען אַרוף ביז צום , לוקסעמבורג ג" און זיך פאַרקירעװועט אויף 
לינקס, באַלד זיינען זיי אַריין אין א שמאָל געס? און זיינען שטיין געבליבן 
פאַר אַ הויז מיט אַ שילר: , האָטעל", ספיט קאַלט און װאַרים 
וואַסער, און פולן קאָמפאָדט. פאַרדינגט זיך אויפן חודש, אויף דער װאָך 
און אויפן טאָג" . | | 

-- אָט איז ער! -- האָט מודיע געווען ריימאַן. 

--- עד עקזיסטירט דאֶָך ! 

--- יא און ניין .. 

אין ערשטן קאָר ידאָר איז זיי אַנטקעגן געלאָפן אַ קליין יינגעלע מיט 
פאַרזשמורעטע אוינעלעך, פאַרשמעלערטע צו די שלייפן, 

--- דאָ וואוינען כינעזער? -- האָט שמערקע געװואָלט וויסן. 

-- יאָ, כינעזישע סטודענטן האָבן דאָ געוואוינט.,. אָבער דאָס קינד 
איז פון די בעלי-בתים. | | 

שמערקע האָט אריינגעקוקט דורך דער פאָרטקע, ווא מען האָט 
אַריינגעשטעקט די האַנט נאָכן שליס? אָדער נאָך בריוו, און א וויילע 
שפּעטער האָט ער זיך אומנעדרייט צו ריימאנען: | 

-- אויב אַזױ קען איך דיר אָנזאָגן א בשורח: מיט אַן אָנדערטהאלבן 
יאֶר צוריק האָבן דאָ געוואוינט האַטנטאָטן, 

--- פונװואַנען ווייסטו ? 

--- ווייל די בע?-הבית'טע האַלט אַ קינד אויפן אֶרים, האָט עס 
געקרייזלטע הערלעך און דיקע ליפּעלעך -- אַן אמתידיק נענערל.. 

ריימאַנס מאנסארדע איז געווען פאַרדונגען: -- עפּעס אַ סטודענט 
פון פילאָזאָפיע --- האָט געזאָגט דער בעליהבית -- וואוינט דאָרט זינט 
צוויי יאָר. ער ברענט צופי? ליפט ביינאכט, אָבער בכלל איז ער א וואוילער + 
בחור... ער האָט זיי נעגעבן אַ צימער אין קאָרידאָר , שאטלע? און זי 
פאַרזיכערט, אַז זיי האָבן געהאַט נליק: עס קומען לעצטנס אָן אַ שיעו- 


61 


מענטשן אין האָטעל. ווען ער איז אַװעק, האָבן זיי א זוך נעטאָן אין די 
קעשענעס, כדי עפּעס אַרײינצולײנן אין דער שאפע אָדער אין די טיש- 
קעסטלעך, אָבער זיי האָבן גאָרניט נעפונען. בלית-ברירה האָבן זיי זיך 
אויסגעצויגן אויף די כעטן אוֹן אַזױ אַרום פעסטנעשטעלט, אַז זיי זיינען 
דאָ אינדערהיים. דורך אַן אָפּענעם פענסטער האָט אַריינגעדרונגען אַ הויכע 
שטימע פון ראַדיאָ. שמערקע האָט אַ וויילע צונעהערט: 

--- דו ווייסט, װאָס איך וועל דיר זאָגן? 

--- װאָס, א שטייגער ? 

-- מיר דאַכט זיך, אַז ,זיי" קלייבן זיך שוין וידער מאַכן אַ 
מלחמה'לע... יי וי 

די קראַנען האָבן געסקריפּעט אין אַלע אַרומיקע צימערן. דער 
װואַסער-שטראָם אין די רערן איז געלאָפן מיט אַ הודזשעריי אַרױה און 
אַראָפּ. מען האָט געהערט, וי טירן האָבן זיך כסדר געעפנט און צוגעמאבט, 
און שריט האָבן זיך אָן אויפהער באַװעגט איבער די טרעפּ, אָפּנעריסענע 
קלאַנגען פוֹן כל'ערליי שפּראכן האָבן אָנגעפילט דעם חלל. שמערקע האָט 
זיך אויפגעהויבן; | 

--- כ'מוז ניין אַ קוק טאָן, ווער זיינען עס די נייע געסט ,װאָס קומען 
אין דאָזיקן האָטעל ! 

--- דאַרפסט זיך ניט מטריח זיין --- האָט רײיימאַן אָנגעוויזן אויף אַ 
פאַרשטויבטער קאַרטע, װאָס עמיצער האָט פאַרנעסן אויף דער וואנט -- 
! קוק דאָ: זיי קומען פון די סודעטן, פון טשעכיע, פון ווין, פון אונגארן. נו, 
פון פּוילן זיינען זיי כסדר געקומען.. 

אָבער שמערקע איז דאָך אַרױס. ריימאן האָט נעהערט, וי ער טאפּט 
מיט די הענט איכער די ווענט פון לאַנגן, טונקעלן , שאטלע-קאָרידאָר", 
זיינע שריט זיינען געדעמפטער געווארן, ערשט ווען ער האָט באַטראָטן 
דעם גרינעם, רויטיגעשטרייפטן טעַפּיך. ער איז צוריקגעקומען איינגע- 
שמירט אין שטויב און באַדעקט מיט שפּינוועבס, און נלייך פון שוועל האָט 
ער מודיע געווען: 

-- דו ווייסט, די מייסטע פון זיי זיינען יידן! 

--- פונװואַנען ווייסטו? דו פאַרשטייסט דען די אַלַע לשונות, װאָס 
זִיו ריידן ? 
| -- צו װאָס דאַרף איך פאַרשטין זייערע לשונות? אַז איך הער אַ 
מענטש רעדט, און איך פארשטיי אויפן וואונק, װאָס ער מיינט, ווייס איך, 
אַז ער איז א ייך ! 


(ס ו ף ) 
202